טייערע מיינע

פֿון װיקיביבליאָטעק

שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: רוסלאנד.


טייערע מיינע


טייערע מיינע, האַרציקע מיינע,

אָט ווי דו זעסט, גיי איך אום און איך טענה:

- טייערער מיינע

האַרציקע מיינע.


שוין זשע אַ סוף איז? שוין זשע פאַרענדיקט?

שוין זשע אויף קיינמאָל שוין מערער ניט זען דיך?

דיך און די שיינקייטן, ריינקייטן דיינע,

טייערע מיינע, האַרציקע מיינע -


אפשר וועסט קומען באַווייזן זיך ווידער?

קומען אין בליץ און אין היץ פון די לידער.

לידער וואָס זיינען מער דיינע ווי מיינע,

טייערע מיינע, האַרציקע מיינע.


אָט אָט אַזעלכע מיר אַלע דאָך זיינען:

יעדער פאַרזאָרגט און געפּלאָגט איז מיט זיינעם,

איין זאַך פאַראייניקט אונדז אַלע - דאָס טענהן:

טייערע מיינע, האַרציקע מיינע –

זאָל דיין פאַרגיין, ווי דיין אויפגיין, מיר שיינען!...


מקורות[רעדאַקטירן]

טייערע מיינע