טייטש יהואש שמות
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש
שמות
שְמוֹת
[רעדאַקטירן]/1:1 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געקומען קײן מִצרַיִם מיט יעקבֿן; איטלעכער מיט זײַן הױזגעזינט זײַנען זײ געקומען: /1:2 ראובֿן, שמעון, לֵוִי, און יהודה; /1:3 יִשׂשָׂכָר, זבולון, און בנימין; /1:4 דָן און נפֿתּלי, גָד און אָשר. /1:5 און אַלע נפֿשות װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון יעקבֿס דיך, זײַנען געװען זיבעציק נפֿשות; און יוֹסף איז שױן געװען אין מִצרַיִם.
/1:6 איז געשטאָרבן יוֹסף, און אַלע זײַנע ברידער, און יענער גאַנצער דָור. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך געפֿרוכפּערט, און זיך געװידמענט און געמערט, /1:7 און זײ זײַנען געװאָרן זײער זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿול געװאָרן מיט זײ.
/1:8 איז אױפֿגעשטאַנען אַ נײַער מלך איבער מִצרַיִם, װאָס האָט ניט געקענט יוֹספֿן. /1:9 און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָלק: זעט, דאָס פֿאָלק פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז מערער און שטאַרקער פֿון אונדז. /1:10 קומט לאָמיר זיך קליגן קעגן אים; אַניט װעט ער זיך מערן, און עס װעט זײַן, אַז עס װעט זיך טרעפֿן אַ מלחמה, װעט ער אױך צושטײן צו אונדזערע פֿײַנט, און ער װעט מלחמה האַלטן אױף אונדז, און װעט אַרױסגײן פֿון לאַנד.
/1:11 האָבן זײ געמאַכט איבער אים צינזהאַרן, כּדי אים צו פּײַניקן מיט זײערע לאַסטאַרבעט, און ער האָט געבױט שפּײַכלערשטעט פֿאַר פַּרעהן, פִּתוֹם און רַעְמסֵס. /1:12 אָבער װי זײ האָבן אים געפּײַניקט, אַזױ האָט ער זיך געמערט, און אַזױ האָט ער זיך צעשפּרײט; און זײ זײַנען געװען אין שרעק פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /1:13 און די מִצרים האָבן געמאַכט אַרבעטן די קינדער פֿון ישׂראל מיט האַרטיקײט. /1:14 און זײ האָבן פֿאַרביטערט זײער לעבן מיט שװערער אַרבעט, בײַ לײם און בײַ ציגל, און בײַ אַלערלײ אַרבעט אין פֿעלד; אַלדי אַרבעט זײערע װאָס זײ האָבן מיט זײ געאַרבעט, איז געװען מיט האַרטיקײט.
/1:15 און דער מלך פֿון מִצריםֹ האָט גערעדט צו די ייִדישע הײבינס, װאָס דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען שִפֿרָה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער פּועָה, און ער האָט געזאָגט: /1:16 אַז איר העלפֿט די ייִדישע װײַבער געבערן, זאָלט איר זען אױפֿן בראָכשטול, אױב דאָס איז אַ זון, זאָלט איר אים טײטן, און אױב דאָס איז אַ טאָכטער, זאָל זי בלײַבן לעבן.
/1:17 אָבער די הײבינס האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט, און זײ האָבן ניט געטאָן אַזױ װי דער מלך פֿון מִצרַיִם האָט זײ אָנגעזאָגט, און זײ האָבן געלאָזט לעבן די ייִנגלעך. /1:18 האָט דער מלך פֿון מִצרַיִם גערופֿן די הײבינס, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט איר געטאָן די דאָזיקע זאַך, און געלאָזט לעבן די ייִנגלעך? /1:19 האָבן די הײבינס געזאָגט צו פַּרעהן: װײַל ניט אַזױ װי די מִצרישע װײַבער זײַנען די ייִדישע; װאָרום זײ זײַנען לעבהאַפֿטיק; אײדער די הײבין קומט צו זײ, האָבן זײ שױן געבאָרן.
/1:20 און גאָט האָט באַגיטיקט די הײבינס; און דאָס פֿאָלק האָט זיך געמערט, און זײ זײַנען געװאָרן זײער שטאַרק. /1:21 און עס איז געװען, װײַל די הײבינס האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט, האָט ער זײ געמאַכט הײַזער.
/1:22 און פַּרעה האָט באַפֿױלן זײַן גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: יעטװעדער זון װאָס װערט געבאָרן, זאָלט איר אים אין טײַך אַרײַנװאַרפֿן, און יעטװעדער טאָכטער זאָלט איר לאָזן לעבן.
/2:1 און אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון לֵוִי איז געגאַנגען און האָט גענומען אַ טאָכטער פֿון לֵוִי. /2:2 און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט אים געזען אַז ער איז שײן, און האָט אים באַהאַלטן דרײַ חדשים. /2:3 און אַז זי האָט אים מער ניט געקענט באַהאַלטן, האָט זי גענומען פֿאַר אים אַ קעסטל פֿון יאַמש, און האָט עס אױסגעקלעפּט מיט לײם און מיט פּעך; און זי האָט אַרײַנגעטאָן דערין דאָס קינד, און האָט עס אַהינגעטאָן אין די ריטלעך בײַם ברעג טײַך. /2:4 און זײַן שװעסטער האָט זיך געשטעלט פֿון דער װײַטן, צו װיסן װאָס מיט אים װעט געשען.
/2:5 און די טאָכטער פֿון פַּרעהן האָט אַראָפּגענידערט זיך צו באָדן אין טײַך; און אירע מײדלעך זײַנען אומגעגאַנגען בײַן זײַט טײַך. האָט זי דערזען דאָס קעסטל צװישן די ריטלעך, און זי האָט געשיקט איר דינסט, און האָט עס געלאָזט נעמען. /2:6 און זי האָט עס געעפֿנט, און האָט עס דערזען – דאָס קינד – ערשט אַ ייִנגל װאָס װײנט. האָט זי זיך דערבאַרימט אױף אים, און האָט געזאָגט: פֿון די קינדער פֿון די עִברים איז דערדאָזיקער. /2:7 האָט זײַן שװעסטער געזאָגט צו פַּרעהס טאָכטער: זאָל איך גײן און דיר רופֿן אַ זײגפֿרױ פֿון די ייִדישע װײַבער, אַז זי זאָל זײגן פֿאַר דיר דאָס קינד? /2:8 האָט פַּרעהס טאָכטער צו איר געזאָגט: גײ. איז די מײדל געגאַנגען און האָט גערופֿן די מוטער פֿון דעם קינד. /2:9 און פַּרעהס טאָכטער האָט צו איר געזאָגט: נעם אַװעק דאָסדאָזיקע קינד, און זײג עס פֿאַר מיר, און איך װעל דיר געבן דײַן לױן. האָט די פֿרױ גענומען דאָס קינד, און האָט עס געזײגט.
/2:10 און אַז דאָס קינד איז גרעסער געװאָרן, האָט זי אים געבראַכט צו פַּרעהס טאָכטער, און ער איז איר געװאָרן פֿאַר אַ זון. און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען משֶה, און האָט געזאָגט: װײַל פֿון װאַסער האָב איך אים אַרױסגעצױגן.
/2:11 און עס איז געװען אין יענע טעג, אַז משה איז אױפֿגעװאַקסן, איז ער אַרױסגעגאַנגען צו זײַנע ברידער, און האָט זיך צוגעקוקט צו זײערע לאַסטאַרבעט; און ער האָט געזען אַ מאַן אַ מִצרי שלאָגן אַ מאַן אַ אידן, פֿון זײַנע ברידער. /2:12 האָט ער זיך אומגעקוקט אַהער און אַהין, און אַז ער האָט געזען אַז קײן מענטש איז ניטאָ, האָט ער דערשלאָגן דעם מִצרי, און האָט אים באַהאַלטן אין זאַמד. /2:13 און ער איז אַרױסגעגאַנגען אױפֿן צװײטן טאָג, ערשט צװײ מענער אידן ראַנגלען זיך; האָט ער געזאָגט צו דעם אומגערעכטן: פֿאַר װאָס שלאָגסטו דײַן חבֿר? /2:14 האָט יענער געזאָגט: װער האָט דיך געמאַכט פֿאַר אַ מאַן אַ האַר און אַ ריכטער איבער אונדז? צי מײַנסטו מיך צו הרגען, אַזױ װי דו האָסט געהרגעט דעם מִצרי? האָט משה מוֹרא געקראָגן, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זאַך איז דערװוּסט געװאָרן.
/2:15 און פַּרעה האָט געהערט פֿון דערדאָזיקער זאַך, און ער האָט געװאָלט הרגען משהן. איז משה אַנטלאָפֿן פֿון פֿאַר פַּרעהן, און ער האָט זיך באַזעצט אין לאַנד מִדיָן; און ער איז געזעסן בײַ אַ ברונעם. /2:16 און דער פּריסטער פֿון מִדיָן האָט געהאַט זיבן טעכטער; זײַנען זײ געקומען, און האָבן אָנגעשעפּט און אָנגעפֿילט די קאָריטעס, כּדי אָנצוטרינקען די שאָפּ פֿון זײער פֿאָטער. /2:17 אָבער די פּאַסטוכער זײַנען געקומען, און האָבן זײ אַװעקגעטריבן. איז משה אױפֿגעשטאַנען און האָט זײ געהאָלפֿן, און האָט אָנגעטרונקען זײערע שאָפּ. /2:18 און אַז זײ זײַנען געקומען צו זײער פֿאָטער רְעואֵלן, האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָס זײַט איר הײַנט געקומען אַזױ גיך? /2:19 האָבן זײ געזאָגט: אַ מאַן אַ מִצרי האָט אונדז געהאָלפֿן פֿון דער האַנט פֿון די פּאַסטוכער, און אױך אָנשעפּן האָט ער אָנגעשעפּט פֿאַר אונדז, און האָט אָנגעטרונקען די שאָפּ. /2:20 האָט ער געזאָגט צו זײַנע טעכטער: און אַװוּ איז ער? פֿאַר װאָס דען האָט איר דעם מאַן איבערגעלאָזט? רופֿט אים, און זאָל ער עסן ברױט.
/2:21 און משה האָט אײַנגעװיליקט צו בלײַבן בײַ דעם מאַן; און ער האָט געגעבן משהן זײַן טאָכטער צִפּוֹרָהן. /2:22 און זי האָט געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען גֵרשוֹם, װײַל ער האָט געזאָגט: איך בין אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמדן לאַנד.
/2:23 און עס איז געװען אין יענער לאַנגער צײַט, איז געשטאָרבן דער מלך פֿון מִצרַיִם, און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזיפֿצט פֿון דער קנעכטשאַפֿט, און זײ האָבן געשריען, און זײער געשרײ איז אױפֿגעגאַנגען צו גאָט פֿון דער קנעכטשאַפֿט. /2:24 און גאָט האָט געהערט זײער קרעכצן, און גאָט האָט געדאַכט אָן זײַן בונד מיט אַבֿרהמען, מיט יצחקן, און מיט יעקבֿן. און גאָט האָט געזען די קינדער פֿון ישׂראל, און גאָט האָט געמערקט.
/3:1 און משה האָט געפֿיטערט די שאָפּ פֿון זײַן שװער יִתרוֹן, דעם פּריסטער פֿון מִדיָן, און ער האָט געפירט די שאָפּ צום מדבר צו, און ער איז געקומען צום באַרג פֿון גאָט, צו חוֹרֵבֿ. /3:2 האָט זיך באַװיזן צו אים אַ מלאך פֿון גאָט אין אַ פלאַמפֿײַער פֿון מיטן פֿון אַ דאָרן, און ער האָט געזען, ערשט דער דאָרן ברענט אין פֿײַער, און דער דאָרן װערט ניט פֿאַרצערט. /3:3 האָט משה געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט אָפּקערן און זען די דאָזיקע גרױסע זעונג, פֿאַר װאָס דער דאָרן װערט ניט פֿאַרברענט. /3:4 און װי גאָט האָט געזען, אַז ער האָט אָפּגעקערט צו זען, אַזױ האָט גאָט גערופֿן צו אים פֿון מיטן דאָרן, און האָט געזאָגט: משה! משה! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. /3:5 האָט ער געזאָגט: זאָלסט ניט גענענען אַהער; טו אױס דײַנע שיך פֿון דײַנע פיס, װאָרום דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים, דאָס איז הײליקע ערד. /3:6 און ער האָט געזאָגט: איך בין דער גאָט פֿון דײַן פֿאָטער, דער גאָט פֿון אַבֿרהמען, דער גאָט פֿון יצחקן, און דער גאָט פֿון יעקבֿן. און משה האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, װײַל ער האָט מוֹרא געהאַט צו קוקן אױף גאָט. /3:7 און גאָט האָט געזאָגט: זען געזען האָב איך די פּײַן פֿון מײַן פֿאָלק װאָס אין מִצרַיִם, און איך האָב צוגעהערט זײַן געשרײ פֿון װעגן זײַנע דריקער, װאָרום איך װײס זײַנע װײַטאָקן. /3:8 און איך האָב אַראָפּגענידערט אים מציל צו זײַן פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און אים אױפֿצוברענגען פֿון יענעם לאַנד אין אַ גוטן און אַ ברײטן לאַנד, אין אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק, אין דעם אָרט פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי. /3:9 און אַצונד, זע, דאָס געשרײ פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז געקומען צו מיר, און איך האָב אױך געזען די דריקונג װאָס די מִצרים דריקן זײ. /3:10 דרום קום אַצונד, און איך װעל דיך שיקן צו פַּרעהן, און צי אַרױס מײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון מִצרַיִם. /3:11 האָט משה געזאָגט צו גאָט: װער בין איך, אַז איך זאָל גײן צו פַּרעהן, און אַז איך זאָל אַרױסציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון מִצרַיִם? /3:12 האָט ער געזאָגט: אָבער איך װעל זײַן מיט דיר; און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן, אַז איך האָב דיך געשיקט. װען דו ציסט אַרױס דאָס פֿאָלק פֿון מִצרַיִם, װעט איר דינען גאָט אױף דעם דאָזיקן באַרג. /3:13 האָט משה געזאָגט צו גאָט: אָט קום איך צו די קינדער פֿון ישׂראל, און איך װעל זאָגן צו זײ: דער גאָט פֿון אײַערע עלטערן האָט מיך געשיקט צו אײַך, און זײ װעלן זאָגן צו מיר: װאָס איז זײַן נאָמען? װאָס זאָל איך זאָגן צו זײ? /3:14 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: איך בין װער איך בין. און ער האָט געזאָגט: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון ישׂראל: ”איך בין“ האָט מיך געשיקט צו אײַך. /3:15 און גאָט האָט װײַטער געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון ישׂראל: יהוה, דער גאָט פֿון אײַערע עלטערן, דער גאָט פֿון אַבֿרהמען, דער גאָט פֿון יצחקן, און דער גאָט פֿון יעקבֿן, האָט מיך געשיקט צו אײַך. דאָס איז מײַן נאָמען אױף אײביק, און דאָס איז מײַן געדעכעניש אױף דוֹר-דוֹרות. /3:16 גײ, און זאָלסט אײַנזאַמלען די עלטסטע פֿון ישׂראל, און זאָגן צו זײ: יהוה, דער גאָט פֿון אײַערע עלטערן, דער גאָט פֿון אַבֿרהם, יצחק, און יעקבֿ, האָט זיך באַװיזן צו מיר, אַזױ צו זאָגן: דאַכטן האָב איך געדאַכט אָן אײַך, און אָן װאָס אײַך װערט געטאָן אין מִצרַיִם. /3:17 און איך האָב געזאָגט: איך װעל אײַך אױפֿברענגען פֿון דער פּײַן פֿון מִצרַיִם, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, אין אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק. /3:18 און זײ װעלן צוהערן צו דײַן קָול, און װעסט קומען, דו און די עלטסטע פֿון ישׂראל, צו דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און איר װעט זאָגן צו אים: יהוה, דער גאָט פֿון די עִבֿרים, האָט זיך געטראָפן פֿאַר אונדז. און אַצונד, לאָמיר גײן, איך בעט דיך, דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, כּדי מיר זאָלן שלאַכטן צו יהוה אונדזער גאָט. /3:19 און איך װײס אַז דער מלך פֿון מִצרַיִם װעט אײַך ניט לאָזן גײן סײַדן דורך אַ שטאַרקער האַנט. /3:20 װעל איך אױסשטרעקן מײַן האַנט, און איך װעל שלאָגן מִצרַיִם מיט אַלע מײַנע װוּנדער, װאָס איך װעל טאָן דערין, און דערנאָך װעט ער אײַך אַװעקלאָזן. /3:21 און איך װעל געבן דעם דאָזיקן פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון מִצרַיִם, און עס װעט זײַן, אַז איר װעט אַרױסגײן, װעט איר ניט אַרױסגײן מיט לײדיקן; נאָר יעטװעדער פרױ װעט אַנטלײַען פֿון איר שכנטע, און פֿון דער װאָס װױינט מיט איר אין הױז, זילבערנע זאַכן, און גילדערנע זאַכן, און קלײדער; און איר װעט זײ אָנטאָן אױף אײַערע זין און אױף אײַערע טעכטער, און איר װעט אױסלײדיקן מִצרַיִם.
/4:1 האָט געענטפֿערט משה און האָט געזאָגט: אָבער זײ װעלן דאָך מיר ניט גלױבן, און װעלן ניט צוהערן צו מײַן קָול, װאָרום זײ װעלן זאָגן: גאָט האָט זיך ניט באַװיזן צו דיר. /4:2 האָט גאָט צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס אין דײַן האַנט? האָט ער געזאָגט: אַ שטעקן. /4:3 האָט ער געזאָגט: טו אים אַ װאָרף צו דער ערד. האָט ער אים אַ װאָרף געטאָן צו דער ערד, און ער איז געװאָרן אַ שלאַנג; און משה איז אַנטלאָפן פֿאַר איר. /4:4 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט, און נעם זי אָן פֿאַרן עק – האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט זי אָנגענומען, און זי איז געװאָרן אַ שטעקן אין זײַן האַנט – /4:5 כּדי זײ זאָלן גלױבן, אַז יהוה, דער גאָט פֿון זײערע עלטערן, דער גאָט פֿון אַבֿרהמען, דער גאָט פֿון יצחקן, און דער גאָט פֿון יעקבֿן, האָט זיך באַװיזן צו דיר.
/4:6 און גאָט האָט װידער צו אים געזאָגט: שטעק אַקאָרשט אַרײַן דײַן האַנט אין דײַן בוזעם. האָט ער אַרײַנגעשטעקט זײַן האַנט אין זײַן בוזעם; און װי ער האָט זי אַרױסגעצױגן, ערשט זײַן האַנט איז מצוֹרע [װײַס] װי שנײ. /4:7 האָט ער געזאָגט: קער אום דײַן האַנט אין דײַן בוזעם. האָט ער אומגעקערט זײַן האַנט אין זײַן בוזעם; און װי ער האָט זי אַרױסגעצױגן פֿון זײַן בוזעם, ערשט זי איז װידער געװאָרן אַזױ װי זײַן לײַב.
/4:8 ”און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן דיר ניט גלױבן, און װעלן ניט צוהערן צו דעם קָול פֿון דעם ערשטן צײכן, װעלן זײ גלױבן דעם קָול פֿון דעם לעצטן צײכן. /4:9 און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן די דאָזיקע בײדע צײכנס אױך ניט גלױבן, און װעלן ניט צוהערן צו דײַן קָול, זאָלסטו נעמען פֿון די װאַסערן פֿון טײַך, און אױסגיסן אױף דער יבשה, און דאָס װאַסער װאָס דו װעסט נעמען פֿון טײַך, װעט װערן בלוט אױף דער יבשה“.
/4:10 האָט משה געזאָגט צו גאָט: איך בעט דיך, גאָט, איך בין ניט קײן מענטש פֿון װערטער, סײַ פֿון נעכטן, סײַ פֿון אײערנעכטן, סײַ פֿון זינט דו רעדסט צו דײַן קנעכט; װאָרום איך בין שװער אױפֿן מױל, און שװער אױף דער צונג. /4:11 האָט גאָט געזאָגט צו אים: װער האָט געמאַכט דעם מענטשן אַ מױל? אָדער װער מאַכט שטום, אָדער טױב, אָדער זעעדיק, אָדער בלינד, אױב ניט איך, גאָט? /4:12 דרום גײ אַצונד, און איך װעל זײַן מיט דײַן מױל, און װעל דיך לערנען װאָס דו זאָלסט רעדן. /4:13 האָט ער געזאָגט: איך בעט דיך, גאָט, שיק דורך װעמען דו װעסט שיקן.
/4:14 האָט דער צאָרן פֿון גאָט געגרימט אױף משהן, און ער האָט געזאָגט: איז ניט פֿאַראַן אַהרן דײַן ברודער, דער לֵוִי? איך װײס אַז ער קען יאָ רעדן. און זע, ער גײט דיר נאָך אַרױס אַנטקעגן, און װי ער װעט דיך דערזען, אַזױ װעט ער זיך האַרציק דערפרײען. /4:15 און װעסט רעדן צו אים, און װעסט אַרײַנטאָן די װערטער אין זײַן מױל, און איך װעל זײַן מיט דײַן מױל, און מיט זײַן מױל, און װעל אײַך לערנען װאָס איר זאָלט טאָן. /4:16 און ער װעט רעדן פֿאַר דיר צום פֿאָלק; און עס װעט זײַן, ער װעט דיר זײַן פֿאַר אַ מױל, און דו װעסט אים זײַן װי אַ גאָט. /4:17 און זאָלסט נעמען אין דײַן האַנט דעם דאָזיקן שטעקן, װאָס מיט אים װעסטו טאָן די צײכנס.
/4:18 איז משה געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט צו זײַן שװער יִתרוֹן, און האָט צו אים געזאָגט: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, און זיך אומקערן צו מײַנע ברידער װאָס אין מִצרַיִם, און לאָמיך זען אױב זײ לעבן נאָך. האָט יִתרוֹ געזאָגט צו משהן: גײ בשלום.
/4:19 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן אין מִדיָן: גײ קער זיך אום קײן מִצרַיִם, װאָרום געשטאָרבן זײַנען די אַלע מענטשן װאָס האָבן געזוכט דײַן לעבן.
/4:20 האָט משה גענומען זײַן װײַב און זײַנע זין, און האָט זײ אַרױפֿגעזעצט אױף אַן אײזל, און ער האָט זיך אומגעקערט קײן לאַנד מִצרַיִם. און משה האָט מיטגענומען דעם שטעקן פֿון גאָט אין זײַן האַנט.
/4:21 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: װען דו גײסט זיך אומקערן קײן מִצרַיִם, מערק אַלע װוּנדער װאָס איך האָב אַרײַנגעטאָן אין דײַן האַנט, אַז דו זאָלסט זײ טאָן פֿאַר פַּרעהן; אָבער איך װעל פֿעסט מאַכן זײַן האַרץ, און ער װעט ניט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק. /4:22 און זאָלסט זאָגן צו פַּרעהן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: מײַן ערשטגעבאָרענער זון איז ישׂראל; /4:23 און איך האָב צו דיר געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן זון, ער זאָל מיר דינען, און דו װילסט אים ניט אַװעקלאָזן; זע, איך הרגע דײַן ערשטגעבאָרענעם זון.
/4:24 און עס איז געװען אונטערװעגס אין אַ האַרבעריק, האָט אים באַגעגנט גאָט, און האָט אים געװאָלט טײטן. /4:25 האָט צִפּוֹרָה גענומען אַ שאַרפֿן שטײן, און האָט אָפּגעשניטן די פאָרהױט פֿון איר זון, און האָט צוגערירט צו זײַנע פיס; און זי האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַ בלוט-חתן ביסטו מיר. /4:26 און ער האָט אים אָפּגעלאָזט. דענצמאָל האָט זי דאָס געזאָגט ”אַ בלוט-חתן“, פֿון װעגן דער באַשנײַדונג.
/4:27 און גאָט האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: גײ אַנטקעגן משהן צום מדבר. איז ער געגאַנגען, און האָט אים באַגעגנט אױפֿן באַרג פֿון גאָט, און ער האָט אים געקושט. /4:28 און משה האָט דערצײלט אַהרֹנען אַלע װערטער פֿון גאָט, מיט װאָס ער האָט אים געשיקט, און אַלע צײכנס װאָס ער האָט אים באַפֿױלן.
/4:29 און משה און אַהרן זײַנען געגאַנגען און האָבן אײַנגעזאַמלט אַלע עלטסטע פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /4:30 און אַהרן האָט גערעדט אַלע װערטער, װאָס גאָט האָט גערעדט צו משהן, און ער האָט געטאָן די צײכנס פֿאַר די אױגן פֿון פֿאָלק. /4:31 און דאָס פֿאָלק האָט געגלױבט; און װי זײ האָבן געהערט אַז גאָט האָט געדאַכט אָן די קינדער פֿון ישׂראל, און אַז ער האָט געזען זײער פּײַן, אַזױ האָבן זײ זיך גענײַגט און זיך געבוקט.
/5:1 און דערנאָך זײַנען משה און אַהרן געקומען, און האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: אַזױ האָט געזאָגט יהוה, דער גאָט פֿון ישׂראל: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן האַלטן אַ יָום-טובֿ צו מיר אין דער מדבר. /5:2 האָט פַּרעה געזאָגט: װער איז יהוה, אַז איך זאָל צוהערן צו זײַן קָול, אַװעקצולאָזן ישׂראל? ניט איך קען יהוה, און ניט איך װעל אױך אַװעקלאָזן ישׂראל. /5:3 האָבן זײ געזאָגט: דער גאָט פֿון די עִבֿרים האָט זיך געטראָפן פֿאַר אונדז. לאָמיר, איך בעט דיך, גײן דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, און מיר װעלן שלאַכטן צו יהוה אונדזער גאָט, כּדי ער זאָל אונדז ניט פּלאָגן מיט אַ מגפה אָדער מיט שװערד. /5:4 האָט דער מלך פֿון מִצרַיִם צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס, משה און אַהרן, רײַסט איר אָפּ דאָס פֿאָלק פֿון זײַן אַרבעט? גײט צו אײַערע לאַסטאַרבעט. /5:5 און פַּרעה האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד איז שױן אַצונד אױך צו פיל, און איר װילט זײ נאָך שטערן פֿון זײערע לאַסטאַרבעט.
/5:6 און פַּרעה האָט באַפֿױלן אין יענעם טאָג די צװינגערס אין דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, אַזױ צו זאָגן: /5:7 איר זאָלט מער ניט געבן דעם פֿאָלק שטרױ אױף צו מאַכן די ציגל, אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. זײ אַלײן זאָלן גײן, און זיך אָנקלײַבן שטרױ. /5:8 און די צאָל ציגל, װאָס זײ האָבן געמאַכט נעכטן-אײערנעכטן, זאָלט איר אַרױפֿלײגן אױף זײ; איר זאָלט דערפֿון ניט מינערן; װאָרום פױל זײַנען זײ, דרום שרײַען זײ, אַזױ צו זאָגן: מיר װילן גײן שלאַכטן צו אונדזער גאָט. /5:9 זאָל די אַרבעט שװערער זײַן אױף די לײַט, אַז זײ זאָלן זײַן פֿאַרטאָן מיט איר, און זיך ניט פֿאַרנעמען מיט פֿאַלשע גערײדן. /5:10 זײַנען אַרױסגעגאַנגען די צװינגערס פֿון דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, און האָבן געזאָגט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט פַּרעה: איך גיב אײַך ניט קײן שטרױ. /5:11 גײט איר, קריגט אײַך שטרױ פֿון װוּ איר קענט געפֿינען; װאָרום פֿון אײַער אַרבעט װערט גאָרנישט געמינערט.
/5:12 האָט זיך דאָס פֿאָלק צעשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, צו קלײַבן זאַנגװאָרצל פֿאַר שטרױ. /5:13 און די צװינגערס האָבן געטריבן, אַזױ צו זאָגן: ענדיקט אײַערע טאָגטעגלעכע אַרבעט, אַזױ װי בעת עס איז געװען שטרױ. /5:14 און די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס די צװינגערס פֿון פַּרעהן האָבן אױפֿגעזעצט איבער זײ, האָבן געקריגן געשלאָגן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר ניט געענדיקט אײַער סכום ציגל אַזױ װי פֿריער, אי נעכטן אי הײַנט?
/5:15 זײַנען געקומען די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און האָבן געשריען צו פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ צו דײַנע קנעכט? /5:16 קײן שטרױ װערט ניט געגעבן דײַנע קנעכט, און מע הײסט אונדז: מאַכט ציגל; און זע, דײַנע קנעכט קריגן געשלאָגן, און די שולד איז אין דײַן פֿאָלק. /5:17 האָט ער געזאָגט: פױל זײַט איר, פױל; דרום זאָגט איר: מיר װילן גײן שלאַכטן צו יהוה. /5:18 און אַצונד, גײט אַרבעט, װאָרום קײן שטרױ װעט אײַך ניט געגעבן װערן, און די צאָל ציגל מוזט איר צושטעלן.
/5:20 האָבן די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זיך געזען אין אַן אומגליק, צו מוזן זאָגן: איר טאָרט ניט מינערן פֿון אײַערע טאָגטעגלעכע ציגל. /5:20 און זײ האָבן געטראָפן משהן און אַהרֹנען, שטײענדיק אַקעגן זײ, בײַ זײער אַרױסגײן פֿון פַּרעהן; /5:21 און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: זאָל גאָט אַראָפּקוקן אױף אײַך, און משפּטן, װאָס איר האָט פֿאַרמיאוסט אונדזער ריח אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון זײַנע קנעכט, צו געבן אַ שװערד אין זײער האַנט אונדז צו הרגען.
/5:22 האָט משה זיך צוריקגעקערט צו גאָט, און האָט געזאָגט: גאָט, פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דעם דאָזיקן פֿאָלק? צו װאָס גאָר האָסטו מיך געשיקט? /5:23 אַז זינט איך בין געקומען צו פַּרעהן, צו רעדן אין דײַן נאָמען, באַגײט ער זיך נאָך ערגער מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק, און מציל זײַן האָסטו ניט מציל געװען דײַן פֿאָלק.
/6:1 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: אַצונד װעסטו זען װאָס איך װעל טאָן צו פַּרעהן; װאָרום דורך אַ שטאַרקער האַנט װעט ער זײ אַװעקלאָזן, און דורך אַ שטאַרקער האַנט װעט ער זײ אַרױסטרײַבן פֿון זײַן לאַנד.
וָאֵרָא
[רעדאַקטירן]/6:2 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, און האָט צו אים געזאָגט: איך בין יהוה; /6:3 און איך האָב זיך באַװיזן צו אַברהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, װי גאָט שַדַי, אָבער מיט מײַן נאָמען יהוה האָב איך זיך ניט געלאָזט דערקענען צו זײ. /6:4 און איך האָב אױך אױפֿגעשטעלט מײַן בונד מיט זײ, זײ צו געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, דאָס לאַנד פֿון זײער װױנשאַפט, װאָס זײ האָבן דערין געװױנט. /6:5 און איך האָב אױך געהערט דאָס קרעכצן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס די מִצרים פֿאַרקנעכטן זײ, און איך האָב געדאַכט אָן מײַן בונד. /6:6 דרום זאָג צו די קינדער פֿון ישׂראל: איך בין יהוה, און איך װעל אײַך אַרױסציען פֿון אונטער די לאַסטן פֿון מִצרַיִם, און װעל אײַך מציל זײַן פֿון זײער קנעכטשאַפט, און איך װעל אײַך אױסלײזן מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױסע משפּטים. /6:7 און איך װעל אײַך נעמען צו מיר פֿאַר אַ פֿאָלק, און איך װעל אײַך זײַן צום גאָט; און איר װעט װיסן, אַז איך בין יהוה אײַער גאָט, װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון אונטער די לאַסטן פֿון מִצרַיִם. /6:8 און איך װעל אײַך ברענגען אין דעם לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אַברהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, און איך װעל עס געבן צו אײַך פֿאַר אַן אַרב; איך בין יהוה.
/6:9 האָט משה אַזױ גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו משהן פֿון קורץ געמיט און פֿון שװערער אַרבעט.
/6:10 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /6:11 גײ רעד צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײַן לאַנד. /6:12 האָט משה גערעדט פֿאַר גאָט, אַזױ צו זאָגן: זע, די קינדער פֿון ישׂראל האָבן ניט צוגעהערט צו מיר, הײַנט װי װעט פַּרעה מיך צוהערן, אַז איך האָב פֿאַרשטאָפּטע ליפּן?
/6:13 און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, און זײ באַפֿױלן צו די קינדער פֿון ישׂראל, און צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, כּדי אַרױסצוציען די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון לאַנד מִצרַיִם.
/6:14 דאָס זײַנען די הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער: די זין פֿון ראובֿן, ישׂראלס בכָור: חַנוֹך, און פַּלוא, חֶצרוֹן, און כַּרמי. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון ראובֿן. /6:15 און די זין פֿון שמעונען: ימואֵל, און יָמין, און אוֹהַד, און יָכין, און צוֹחַר, און שָאול דער זון פֿון אַ כּנַעֲנית. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון שמעון. /6:16 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון לֵוִיס זין, לױט זײערע געבורטן: גֵרשוֹן, און קהָת, און מרָרי. און די יאָרן פֿון לֵוִיס לעבן זײַנען געװען הונדערט און זיבן און דרײַסיק יאָר. /6:17 די זין פֿון גֵרשוֹנען: לִבני, און שִמעִי, לױט זײערע משפּחות. /6:18 און די זין פֿון קהָתן: עַמרָם, און יִצהָר, און חבֿרוֹן, און עוזיאֵל. און די יאָרן פֿון קהָתעס לעבן זײַנען געװען הונדערט און דרײַ און דרײַסיק יאָר. /6:19 און די זין פֿון מרָרין: מחלי, און מושי. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי לױט זײערע געבורטן. /6:20 און עַמרָם האָט זיך גענומען זײַן מומע יוֹכֶבֶדן פֿאַר אַ װײַב, און זי האָט אים געבאָרן אַהרֹנען און משהן. און די יאָרן פֿון עַמרָמס לעבן זײַנען געװען הונדערט און זיבן און דרײַסיק יאָר. /6:21 און די זין פֿון יִצהָרן: קֹרח, און נֶפֶג, און זכרי. /6:22 און די זין פֿון עוזיאֵלן: מישָאֵל, און אֶלצָפָן, און סִתרי. /6:23 און אַהרן האָט זיך גענומען אֶלישֶבַע די טאָכטער פֿון עַמינָדָבן, די שװעסטער פֿון נַחשוֹנען, פֿאַר אַ װײַב, און זי האָט אים געבאָרן נָדָבן, און אַביהואן, אֶלעָזָרן, און איתָמָרן. /6:24 און די זין פֿון קֹרחן: אַסיר, און אֶלקָנָה, און אַביאָסָף. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קָרחים. /6:25 און אֶלעָזָר דער זון פֿון אַהרֹנען האָט זיך גענומען אײנע פֿון די טעכטער פֿון פּוטיאֵלן זיך פֿאַר אַ װײַב; און זי האָט אים געבאָרן פּינחסן. דאָס זײַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות. /6:26 דאָס זײַנען אַהרן און משה, װאָס גאָט האָט צו זײ געזאָגט: ציט אַרױס די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם לױט זײערע מחנות. /6:27 זײ זײַנען דאָס די װאָס האָבן גערעדט צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, כּדי אַרױסצוציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון מִצרַיִם. דאָס זײַנען משה און אַהרן.
/6:28 און עס איז געװען אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט גערעדט צו משהן אין לאַנד מִצרַיִם. /6:29 האָט גאָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: איך בין יהוה; רעד צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם אַלץ װאָס איך רעד צו דיר. האָט משה געזאָגט פֿאַר גאָט: איך האָב דאָך פֿאַרשטאָפּטע ליפּן, און װי װעט פַּרעה צוהערן צו מיר?
/7:1 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: זע, איך האָב דיך געמאַכט װי אַ גאָט צו פַּרעהן, און אַהרן דײַן ברודער װעט זײַן דײַן נביא. /7:2 דו װעסט רעדן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפעלן, און אַהרן דײַן ברודער װעט רעדן צו פַּרעהן, ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײַן לאַנד. /7:3 און איך װעל האַרט מאַכן פַּרעהס האַרץ, און װעל מערן מײַנע צײכנס און מײַנע װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם. /7:4 אָבער פַּרעה װעט ניט צוהערן צו אײַך, און איך װעל אַרױפֿטאָן מײַן האַנט אױף מִצרַיִם, און װעל אַרױסציען מײַנע מחנות, מײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון לאַנד מִצרַיִם, מיט גרױסע משפּטים. /7:5 און די מִצרים װעלן װיסן, אַז איך בין יהוה, װען איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף מִצרַיִם, און װעל אַרױסציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון צװישן זײ.
/7:6 האָבן משה און אַהרן אַזױ געטאָן; אַזױ װי גאָט האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ האָבן זײ געטאָן. /7:7 און משה איז געװען אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר, און אַהרן אַ מאַן פֿון דרײַ און אַכציק יאָר, װען זײ האָבן גערעדט צו פַּרעהן.
/7:8 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: /7:9 אַז פַּרעה װעט רעדן צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: גיט פֿון אײַך אַ װוּנדער; זאָלסטו זאָגן צו אַהרֹנען: נעם דײַן שטעקן, און טו אַ װאָרף פֿאַר פַּרעהן, װעט ער װערן אַ שלאַנג.
/7:10 זײַנען משה און אַהרן געקומען צו פַּרעהן, און זײ האָבן אַזױ געטאָן, װי גאָט האָט באַפֿױלן; און אַהרן האָט אַ װאָרף געטאָן זײַן שטעקן פֿאַר פַּרעהן, און פֿאַר זײַנע קנעכט, און ער איז געװאָרן אַ שלאַנג.
/7:11 האָט אױך פַּרעה גערופֿן די חכָמים און די מכַשפים, און אױך זײ, די חַרטומים פֿון מִצרַיִם, האָבן געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן. /7:12 און זײ האָבן אַ װאָרף געטאָן איטלעכער זײַן שטעקן, און זײ זײַנען געװאָרן שלאַנגען; אָבער אַהרנס שטעקן האָט אײַנגעשלונגען זײערע שטעקנס.
/7:13 און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.
/7:14 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: פַּרעהס האַרץ איז האַרט, ער װיל ניט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק. /7:15 גײ צו פַּרעהן אין דער פֿרי; זע, ער גײט אַרױס צום װאַסער, װעסטו זיך שטעלן אים אַנטקעגן, בײַם ברעג טײַך, און דעם שטעקן װאָס איז פֿאַרקערט געװאָרן אין אַ שלאַנג, זאָלסטו נעמען אין דײַן האַנט. /7:16 און זאָלסט זאָגן צו אים: יהוה, דער גאָט פֿון די עִברים, האָט מיך געשיקט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען אין דער מדבר; און זע, האָסט ניט צוגעהערט ביז אַהער. /7:17 האָט גאָט אַזױ געזאָגט: דערמיט װעסטו װיסן, אַז איך בין יהוה: זע, איך שלאָג מיט דעם שטעקן װאָס אין מײַן האַנט, אױפֿן װאַסער װאָס אין טײַך, און עס װעט פֿאַרקערט װערן אין בלוט. /7:18 און די פיש װאָס אין טײַך װעלן אױסשטאַרבן, און דער טײַך װעט פֿאַרשטונקען װערן, און די מִצרים װעלן זיך עקלען צו טרינקען װאַסער אױסן טײַך.
/7:19 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: נעם דײַן שטעקן, און שטרעק אױס דײַן האַנט אױף די װאַסערן פֿון מִצרַיִם, אױף זײערע שטראָמען, אױף זײערע טײַכן, און אױף זײערע געמױזעכצן, און אױף אַלע זײערע אָנזאַמלונגען פֿון װאַסער, און זײ זאָלן װערן בלוט; און עס זאָל זײַן בלוט אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, סײַ אין הילצערנע כּלים, סײַ אין שטײנערנע.
/7:20 האָבן משה און אַהרן אַזױ געטאָן, װי גאָט האָט באַפֿױלן. און ער האָט אױפֿגעהױבן דעם שטעקן, און האָט געשלאָגן דאָס װאַסער װאָס אין טײַך, פֿאַר די אױגן פֿון פַּרעהן, און פֿאַר די אױגן פֿון זײַנע קנעכט; און דאָס גאַנצע װאַסער װאָס אין טײַך איז פֿאַרקערט געװאָרן אין בלוט. /7:21 און די פיש װאָס אין טײַך זײַנען אױסגעשטאָרבן, און דער טײַך איז פֿאַרשטונקען געװאָרן, און די מִצרים האָבן ניט געקענט טרינקען װאַסער אױסן טײַך; און דאָס בלוט איז געװען אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
/7:22 האָבן די חַרטומים פֿון מִצרַיִם געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן; און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט. /7:23 און פַּרעה האָט זיך אומגעקערט און איז אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן הױז, און האָט אױך דאָס ניט גענומען צום האַרצן. /7:24 און אַלע מִצרים האָבן געגראָבן אַרום טײַך נאָך װאַסער צום טרינקען, װאָרום זײ האָבן ניט געקענט טרינקען פֿון די װאַסערן פֿון טײַך. /7:25 און עס זײַנען דערפילט געװאָרן זיבן טעג, נאָך דעם װי גאָט האָט געשלאָגן דעם טײַך.
/7:26 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, און זאָג צו אים: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. /7:27 און אױב דו װילסט זײ ניט אַװעקלאָזן, אָט פּלאָג איך דײַן גאַנצן גבֿול מיט פרעש. /7:28 און דער טײַך װעט װידמענען פרעש, און זײ װעלן אַרױפֿגײן, און װעלן קומען אין דײַן הױז, און אין דײַן שלאָפקאַמער, און אױף דײַן בעט, און אין הױז פֿון דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, און אין דײַנע אױװנס, און אין דײַנע טײגמולטערס. /7:29 אי אױף דיר, אי אױף דײַן פֿאָלק, אי אױף אַלע דײַנע קנעכט, װעלן אַרױפֿגײן די פרעש.
/8:1 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: שטרעק אױס דײַן האַנט מיט דײַן שטעקן אױף די שטראָמען, אױף די טײַכן, און אױף די געמױזעכצן, און ברענג אַרױף פרעש אױפֿן לאַנד מִצרַיִם. /8:2 און אַהרן האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף די װאַסערן פֿון מִצרַיִם, און די פרעש זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, און האָבן באַדעקט דאָס לאַנד מִצרַיִם. /8:3 האָבן די חַרטומים געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן, און זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט פרעש אױפֿן לאַנד מִצרַיִם.
/8:4 און פַּרעה האָט גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און האָט געזאָגט: בעט צו יהוה, ער זאָל אָפּטאָן די פרעש פֿון מיר און פֿון מײַן פֿאָלק, און איך װעל אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק, זײ זאָלן שלאַכטן צו יהוה. /8:5 האָט משה געזאָגט צו פַּרעהן: האָב דעם כּבוד איבער מיר; אױף װען זאָל איך בעטן פֿאַר דיר, און פֿאַר דײַנע קנעכט, און פֿאַר דײַן פֿאָלק, צו פֿאַרשנײַדן די פרעש פֿון דיר, און פֿון דײַנע הײַזער, אַז נאָר אין טײַך זאָלן זײ בלײַבן? /8:6 האָט ער געענטפֿערט: אױף מאָרגן. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי דײַן װאָרט! כּדי זאָלסט װיסן, אַז ניטאָ אַזאַ װי יהוה אונדזער גאָט. /8:7 און די פרעש װעלן זיך אָפּטאָן פֿון דיר, און פֿון דײַנע הײַזער, און פֿון דײַנע קנעכט, און פֿון דײַן פֿאָלק; נאָר אין טײַך װעלן זײ בלײַבן.
/8:8 זײַנען משה און אַהרן אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן, און משה האָט געשריען צו גאָט פֿון װעגן די פרעש װאָס ער האָט אַרױפֿגעטאָן אױף פַּרעהן. /8:9 און גאָט האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און די פרעש זײַנען אױסגעשטאָרבן פֿון די הײַזער, פֿון די הױפן, און פֿון די פֿעלדער. /8:10 און מע האָט זײ צונױפֿגעשאַרט הױפנס אױף הױפנס, און דאָס לאַנד איז פֿאַרשטונקען געװאָרן.
/8:11 און װי פַּרעה האָט געזען, אַז עס איז געװאָרן אַ דערלײַכטערונג, אַזױ האָט ער האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, און האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.
/8:12 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: שטרעק אױס דײַן שטעקן, און שלאָג דעם שטױב פֿון דער ערד, און ער זאָל װערן אומגעציפער אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. /8:13 האָבן זײ אַזױ געטאָן; און אַהרן האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט מיט זײַן שטעקן, און ער האָט געשלאָגן דעם שטױב פֿון דער ערד, און עס איז געװאָרן אומגעציפער אױף מענטשן און אױף בהמות; דער גאַנצער שטױב פֿון דער ערד איז געװאָרן אומגעציפער אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. /8:14 און די חַרטומים האָבן דעס גלײַכן געאַרבעט מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן אַרױסצוברענגען אומגעציפער, אָבער זײ האָבן ניט געקענט. און דאָס אומגעציפער איז געװען אױף מענטשן און אױף בהמות. /8:15 און די חַרטומים האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: אַ פינגער פֿון גאָט איז דאָס. אָבער פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.
/8:16 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: פֿעדער זיך אין דער פֿרי, און שטעל זיך פֿאַר פַּרעהן; זע, ער גײט אַרױס צום װאַסער, זאָלסטו זאָגן צו אים: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. /8:17 װאָרום אױב דו לאָזט ניט אַװעק מײַן פֿאָלק, אָט שיק איך אָן אױף דיר, און אױף דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, און אין דײַנע הײַזער, אַ געמיש פליגן, און די הײַזער פֿון מִצרַיִם װעלן אָנגעפֿילט װערן מיט דעם געמיש פליגן, און אױך די ערד װאָס זײ זײַנען אױף איר. /8:18 און איך װעל אָפּזונדערן אין יענעם טאָג דאָס לאַנד גוֹשֶן, װאָס מײַן פֿאָלק האַלט זיך אױף דערין, אַז דאָס געמיש פליגן זאָל דאָרטן ניט זײַן, כּדי זאָלסט װיסן, אַז איך, יהוה, בין אין לאַנד. /8:19 און איך װעל מאַכן אַן אָפּשײדונג צװישן מײַן פֿאָלק און צװישן דײַן פֿאָלק. אױף מאָרגן װעט געשען דערדאָזיקער צײכן.
/8:20 און גאָט האָט אַזױ געטאָן: און עס איז געקומען אַ געדיכט געמיש פליגן אין הױז פֿון פַּרעהן, און אין הױז פֿון זײַנע קנעכט, און אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. דאָס לאַנד איז פֿאַרװיסט געװאָרן פֿון װעגן דעם געמיש פליגן.
/8:21 האָט פַּרעה גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און האָט געזאָגט: גײט שלאַכט צו אײַער גאָט אין לאַנד. /8:22 האָט משה געזאָגט: עס איז ניט רעכט אַזױ צו טאָן, װאָרום די אומװערדיקײט פֿון די מִצרים װעלן מיר שלאַכטן צו יהוה אונדזער גאָט; זע, אַז מיר װעלן שלאַכטן די אומװערדיקײט פֿון די מִצרים פֿאַר זײערע אױגן, צי װעלן זײ אונדז ניט פֿאַרשטײנען? /8:23 דרײַ טעג װעגס װעלן מיר גײן אין דער מדבר, און מיר װעלן שלאַכטן צו יהוה אונדזער גאָט, אַזױ װי ער װעט אונדז הײסן. /8:24 האָט פַּרעה געזאָגט: איך װעל אײַך אַװעקלאָזן, איר זאָלט שלאַכטן צו יהוה אײַער גאָט אין דער מדבר, נאָר זײער װײַט זאָלט איר ניט גײן. בעט פֿאַר מיר. /8:25 האָט משה געזאָגט: זע, איך גײ אַרױס פֿון דיר, און װעל בעטן צו יהוה, אַז דאָס געמיש פליגן זאָל זיך מאָרגן אָפּטאָן פֿון פַּרעהן, פֿון זײַנע קנעכט, און פֿון זײַן פֿאָלק; זאָל אָבער פַּרעה ניט װידער מאַכן געשפּעט, ניט אַװעקצולאָזן דאָס פֿאָלק צו שלאַכטן צו יהוה.
/8:26 און משה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן, און האָט געבעטן צו גאָט. /8:27 און גאָט האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און האָט אָפּגעטאָן דאָס געמיש פליגן, פֿון פַּרעהן, פֿון זײַנע קנעכט, און פֿון זײַן פֿאָלק; ניט אַן אײנציקע איז געבליבן.
/8:28 אָבער פַּרעה האָט אױך דאָס מאָל האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, און האָט ניט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק.
/9:1 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, און רעד צו אים: אַזױ האָט געזאָגט יהוה, דער גאָט פֿון די עִברים: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. /9:2 װאָרום אױב דו װילסט ניט אַװעקלאָזן, און האַלטסט זײ נאָך װײַטער, /9:3 זע, װעט די האַנט פֿון גאָט זײַן אױף דײַן פֿי װאָס אין פֿעלד, אױף די פֿערד, אױף די אײזלען, אױף די קעמלען, אױף די רינדער, און אױף די שאָפּ; אַ זײער שװערע מגפה. /9:4 און גאָט װעט אָפּזונדערן צװישן דעם פי פֿון ישׂראל און צװישן דעם פי פֿון מִצרַיִם, און פֿון אַלץ װאָס געהערט צו די קינדער פֿון ישׂראל װעט גאָרנישט שטאַרבן. /9:5 און גאָט האָט געמאַכט אַ צײַט, אַזױ צו זאָגן: מאָרגן װעט גאָט טאָן די דאָזיקע זאַך אין לאַנד.
/9:6 און גאָט האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך אױף מאָרגן, און דאָס גאַנצע פי פֿון מִצרַיִם איז אױסגעשטאָרבן, אָבער פֿון דעם פי פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז אַן אײנציקס ניט געשטאָרבן. /9:7 און פַּרעה האָט געשיקט, ערשט פֿון דעם פי פֿון ישׂראל איז צו מאָל אַן אײנציקס ניט געשטאָרבן. אָבער פַּרעהס האַרץ איז געבליבן האַרט, און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק.
/9:8 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען: נעמט אײַך אײַערע פֿולע הױפנס אַש פֿון אַ קאַלכאױװן, און משה זאָל עס אַ װאָרף טאָן אַקעגן הימל, פֿאַר די אױגן פֿון פַּרעהן. /9:9 און עס װעט װערן צו שטױב איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, און װערן אַ גרינד װאָס שלאָגט אױס אין בלאָטערן, אױף מענטשן און אױף בהמות, אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
/9:10 האָבן זײ גענומען אַש פֿון אַ קאַלכאױװן, און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר פַּרעהן, און משה האָט עס אַ װאָרף געטאָן אַקעגן הימל, און עס איז געװאָרן אַ גרינד װאָס שלאָגט אױס אין בלאָטערן, אױף מענטשן און אױף בהמות. /9:11 און די חַרטומים האָבן ניט געקענט שטײן פֿאַר משהן פֿון װעגן דעם גרינד, װאָרום דער גרינד איז געװען אױף די חַרטומים אַזױ װי אױף גאַנץ מִצרַיִם.
/9:12 אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט צו משהן.
/9:13 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: פֿעדער זיך אין דער פֿרי, און שטעל זיך פֿאַר פַּרעהן, און זאָג צו אים: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון די עִברים: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. /9:14 װײַל דאָס מאָל שיק איך אָן אַלע מײַנע פּלאָגן אױף דיר גופֿא, אױף דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, כּדי זאָלסט װיסן, אַז ניטאָ אַזאַ װי איך אױף דער גאַנצער ערד. /9:15 װאָרום איך װאָלט אַצונד אױסגעשטרעקט מײַן האַנט, און װאָלט געשלאָגן דיך און דײַן פֿאָלק מיט אַ מגפֿה, אַז דו װאָלסט פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון דער ערד. /9:16 און נאָר דרום האָב איך דיך געלאָזט באַשטײן, כּדי דיר צו װײַזן מײַן כּוח, און כּדי מע זאָל דערצײלן מײַן נאָמען איבער דער גאַנצער ערד. /9:17 נאָך אַלץ דערהײבסטו זיך אַקעגן מײַן פֿאָלק, זײ ניט אַװעקצולאָזן. /9:18 זע, איך מאַך רעגענען מאָרגן אין דער צײַט זײער אַ שװערן האָגל, װאָס אַזאַ װי ער איז ניט געװען אין מִצרַיִם פֿון דעם טאָג װאָס זי איז געגרונטפעסט געװאָרן און ביז אַצונד. /9:19 און אַצונד שיק אַרײַנטרײַבן דײַן פֿי, און אַלץ װאָס דו האָסט אין פֿעלד; יעטװעדער מענטש און בהמה װאָס װעט זיך געפֿינען אין פֿעלד, און װעט ניט אַרײַנגענומען װערן אין הױז, װעט אױף זײ נידערן דער האָגל, און זײ װעלן שטאַרבן.
/9:20 דער פֿון פַּרעהס דינער װאָס האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָטס װאָרט, האָט געמאַכט אַנטרינען זײַנע קנעכט און זײַן פי אין די הײַזער. /9:21 און װער עס האָט ניט געטאָן זײַן האַרץ אױף גאָטס װאָרט, האָט איבערגעלאָזן זײַנע קנעכט און זײַן פי אין פֿעלד.
/9:22 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אַקעגן הימל, און זאָל װערן אַ האָגל אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, אױף מענטשן, און אױף בהמות, און אױף אַלע קרײַטעכ(ץ)ער פֿון פֿעלד, אין לאַנד מִצרַיִם.
/9:23 האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן שטעקן אַקעגן הימל, און גאָט האָט געגעבן דונערן און האָגל, און אַ פֿײַער איז אַראָפּגעפֿאַלן אױף דער ערד; און גאָט האָט געמאַכט רעגענען אַ האָגל אױפֿן לאַנד מִצרַיִם. /9:24 און עס איז געװען אַ האָגל, מיט אַ פֿלאַקעריקן פֿײַער אין מיטן האָגל, זײער אַ שװערער, װאָס אַזאַ װי ער איז ניט געװען אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, פֿון זינט עס איז געװאָרן צום פֿאָלק. /9:25 און דער האָגל האָט אײַנגעשלאָגן אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם אַלץ װאָס אױפֿן פֿעלד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; אױך יעטװעדער קרײַטעכץ פֿון פֿעלד האָט דער האָגל אױסגעשלאָגן, און יעטװעדער בױם פֿון פֿעלד האָט ער צעבראָכן. /9:26 נאָר אין לאַנד גוֹשֶן, װאָס דאָרטן זײַנען געװען די קינדער פֿון ישׂראל, איז קײן האָגל ניט געװען.
/9:27 האָט פַּרעה געשיקט און גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און ער האָט צו זײ געזאָגט: איך האָב געזינדיקט דאָס מאָל; יהוה איז גערעכט, און איך און מײַן פֿאָלק זײַנען אומגערעכט. /9:28 בעט צו יהוה, און זאָל זײַן גענוג די דונערן פֿון גאָט און דער האָגל, און איך װעל אײַך אַװעקלאָזן, און איר װעט מער ניט בלײַבן. /9:29 האָט משה צו אים געזאָגט: װי איך גײ אַרױס פֿון שטאָט, װעל איך אױסשפּרײטן מײַנע הענט צו יהוה; װעלן די דונערן אױפֿהערן, און דער האָגל װעט מער ניט זײַן; כּדי זאָלסט װיסן אַז צו יהוה געהערט די ערד. /9:30 און דו און דײַנע קנעכט – איך װײס, אַז איר האָט נאָך אַלץ ניט מוֹרא פֿאַר גאָט יהוה.
/9:31 און דער פֿלאַקס און דער גערשט זײַנען אױסגעשלאָגן געװאָרן, װאָרום דער גערשט איז געװען אין זאַנג, און דער פֿלאַקס אין בליִונג. /9:32 אָבער דער װײץ און דער טונקלװײץ זײַנען ניט אױסגעשלאָגן געװאָרן, װײַל זײ װערן שפּעט צײַטיק.
/9:33 און משה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן אױסן שטאָט, און האָט אױסגעשפּרײט זײַנע הענט צו גאָט, און די דונערן און דער האָגל האָבן אױפֿגעהערט, און דער רעגן האָט מער ניט געגאָסן אױף דער ערד.
/9:34 און װי פַּרעה האָט געזען, אַז דער רעגן און דער האָגל און די דונערן האָבן אױפֿגעהערט, אַזױ האָט ער װײַטער געזינדיקט, און האָט האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, ער און זײַנע קנעכט. /9:35 און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט דורך משהן.
בֹּא
[רעדאַקטירן]/10:1 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, װאָרום איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע קנעכט, כּדי איך זאָל טאָן מײַנע דאָזיקע צײכנס צװישן אים; /10:2 און כּדי זאָלסט דערצײלן אין די אױערן פֿון דײַן זון, און פֿון דײַן זונס זון, װאָס איך האָב אָנגעטאָן מִצרַיִם, און מײַנע צײכנס װאָס איך האָב געמאַכט צװישן זײ; און איר זאָלט װיסן, אַז איך בין יהוה.
/10:3 זײַנען משה און אַהרן געקומען צו פַּרעהן, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון די עִבֿרים: ביז װאַנען װעסטו זיך ניט װעלן בײגן פֿאַר מיר? לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. /10:4 װאָרום אױב דו װיסלט ניט אַװעקלאָזן מײַן פֿאָלק, אָט ברענג איך מאָרגן אַ הײשעריק אין דײַן גבֿול. /10:5 און ער װעט פֿאַרדעקן דעם אָנבליק פֿון דער ערד, אַז מע װעט ניט קענען אַרױסזען די ערד; און ער װעט אױפֿעסן דעם רעשט פֿון דער אַנטרינונג, װאָס אײַך איז געבליבן פֿון דעם האָגל, און װעט אױפֿעסן יעטװעדער בױם װאָס װאַקסט בײַ אײַך אױפֿן פֿעלד. /10:6 און אָנגעפֿילט װעלן װערן דײַנע הײַזער, און די הײַזער פֿון אַלע דײַנע קנעכט, און די הײַזער פֿון גאַנץ מִצרַיִם; װאָס דײַנע עלטערן און דײַנע עלטערנס עלטערן האָבן ניט געזען פֿון דעם טאָג, װאָס זײ זײַנען געװען אױף דער ערד, און ביז הײַנטיקן טאָג. – און ער האָט זיך אומגעקערט, און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן.
/10:7 האָבן פַּרעהס קנעכט צו אים געזאָגט: ביז וואַנען װעט דערדאָזיקער אונדז זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג? לאָז אַװעק די לײַט, און זאָלן זײ דינען יהוה זײער גאָט. צי נאָך װײסטו ניט אַז מִצרַיִם גײט אונטער?
/10:8 האָט מען אומגעקערט משהן און אַהרֹנען צו פַּרעהן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: גײט דינט יהוה אײַער גאָט; אָבער װער און װער זײַנען די גײער? /10:9 האָט משה געזאָגט: מיט אונדזערע יונגע און מיט אונדזערע אַלטע װעלן מיר גײן; מיט אונדזערע זין און מיט אונדזערע טעכטער, מיט אונדזערע שאָפּ און מיט אונדזערע רינדער װעלן מיר גײן; װאָרום אַ יָום-טובֿ צו יהוה איז בײַ אונדז. /10:10 האָט ער צו זײ געזאָגט: זאָל יהוה אַזױ זײַן מיט אײַך, װי איך װעל אײַך אַװעקלאָזן מיט אײַערע געזינטן! זעט, אַז איר האָט עפּעס שלעכטס אין אױסקוק. /10:11 ניט אַזױ! גײט אַקאָרשט איר מענער און דינט יהוה, װאָרום דאָס איז דאָך װאָס איר פֿאַרלאַנגט. – און מע האָט זײ אַרױסגעטריבן פֿון פֿאַר פַּרעהן.
/10:12 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן לאַנד מִצרַיִם װעגן דעם הײשעריק, און ער װעט אַרױפֿגײן אױפֿן לאַנד מִצרַיִם, און װעט אױפֿעסן יעטװעדער קרײַטעכץ פֿון דער ערד, אַלץ װאָס דער האָגל האָט איבערגעלאָזן.
/10:13 און משה האָט אױסגעשטרעקט זײַן שטעקן אױפֿן לאַנד מִצרַיִם, און גאָט האָט געטריבן אַ מזרח-װינט אױפֿן לאַנד יענעם גאַנצן טאָג און די גאַנצע נאַכט; װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן, אַזױ האָט דער מזרח-װינט אָנגעטראָגן דעם הײשעריק. /10:14 און דער הײשעריק איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין דעם גאַנצן גבֿול פֿון מִצרַיִם זײער שװער; ניט פֿאַר אים איז געװען אַזאַ הײשעריק װי ער, און ניט נאָך אים װעט זײַן אַזאַ. /10:15 און ער האָט פֿאַרדעקט דעם אָנבליק פֿון דער גאַנצער ערד, און די ערד איז פינצטער געװאָרן; און ער האָט אױפֿגעגעסן יעטװעדער קרײַטעכץ פֿון דער ערד, און יעטװעדער פֿרוכט פֿון בױם, װאָס דער האָגל האָט איבערגעלאָזן; און עס איז ניט געבליבן קײן גרינס פֿון אַ בױם אָדער פֿון אַ קרײַטעכץ פֿון פֿעלד אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
/10:16 האָט פַּרעה גערופֿן אױף גיך משהן און אַהרֹנען, און האָט געזאָגט: איך האָב געזינדיקט צו יהוה אײַער גאָט, און צו אײַך. /10:17 און אַצונד פֿאַרגיב, איך בעט דיך, מײַן חטא בלױז דאָס מאָל, און בעט צו יהוה אײַער גאָט, ער זאָל אָפּטאָן פֿון מיר נאָר די דאָזיקע פּעסט.
/10:18 איז ער אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן, און האָט געבעטן צו גאָט. /10:19 און גאָט האָט פֿאַרקערט זײער אַ שטאַרקן מערבֿ-װינט, װאָס האָט אַװעקגעטראָגן דעם הײשעריק, און האָט אים אַרײַנגעשטופּט אין ים-סוף; ניט אַן אײנציקער הײשעריק איז געבליבן אין גאַנצן גבֿול פֿון מִצרַיִם.
/10:20 אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל.
/10:21 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אַקעגן הימל, און זאָל װערן אַ פֿינצטערניש איבערן לאַנד מִצרַיִם, אַז מע זאָל קענען אָנטאַפּן די פֿינצטערניש.
/10:22 האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אַקעגן הימל, און עס איז געװען אַ שטאָקפֿינצטערניש אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם דרײַ טעג. /10:23 זײ האָבן אײנער דעם אַנדערן ניט געזען, און זײ האָבן זיך קײנער ניט אױפֿגעהױבן פֿון זײַן אָרט דרײַ טעג. אָבער בײַ אַלע קינדער פֿון ישׂראל איז געװען ליכטיק אין זײערע װױנערטער.
/10:24 האָט פַּרעה גערופֿן משהן, און האָט געזאָגט: גײט דינט יהוה; נאָר אײַערע שאָפּ און אײַערע רינדער זאָלן זיך אָפּשטעלן; אײַערע געזינטן זאָלן אױך גײן מיט אײַך. /10:25 האָט משה געזאָגט: אי דו מוזט אונדז מיטגעבן שלאַכטאָפּפֿער און בראַנדאָפּפֿער, כּדי מיר זאָלן מקריבֿ זײַן צו יהוה אונדזער גאָט, /10:26 אי אונדזער פי מוז מיטגײן מיט אונדז; ניט אַ קלױ זאָל איבערבלײַבן; װאָרום דערפֿון װעלן מיר נעמען אױף צו דינען יהוה אונדזער גאָט; און מיר װײסן ניט מיט װאָס מיר װעלן דאַרפֿן דינען יהוה, ביז מיר קומען אַהין.
/10:27 אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט זײ ניט געװאָלט אַװעקלאָזן. /10:28 און פַּרעה האָט צו אים געזאָגט: גײ אַװעק פֿון מיר; היט זיך, זאָלסט מער מײַן פּנים ניט זען, װאָרום אין דעם טאָג װאָס דו זעסט מײַן פּנים, װעסטו שטאַרבן. /10:29 האָט משה געזאָגט: האָסט ריכטיק גערעדט; איך װעל מער װידער דײַן פּנים ניט זען.
/11:1 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: נאָך אײן פּלאָג װעל איך ברענגען אױף פַּרעהן און אױף מִצרַיִם, דערנאָך װעט ער אײַך אַװעקלאָזן פֿון דאַנען; אַז ער לאָזט אײַך אַװעק, װעט ער אײַך טרײַבנדיק אין גאַנצן אַרױסטרײַבן פֿון דאַנען. /11:2 רעד אַקאָרשט אין די אױערן פֿון פֿאָלק, זײ זאָלן אַנטלײַען איטלעכער פֿון זײַן חבֿר, און איטלעכע פֿון איר חבֿרטע, זילבערנע זאַכן און גילדערנע זאַכן.
/11:3 און גאָט האָט געגעבן דעם פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון מִצרַיִם. אױך איז דער מאַן משה געװען זײער גרױס אין לאַנד מִצרַיִם, אין די אױגן פֿון פַּרעהס קנעכט, און אין די אױגן פֿון פֿאָלק.
/11:4 און משה האָט געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַרום האַלבע נאַכט װעל איך אַרױסגײן צװישן מִצרַיִם; /11:5 און עס װעט שטאַרבן יעטװעדער בכָור אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם בכָור פֿון פַּרעהן װאָס דאַרף זיצן אױף זײַן טראָן, ביז דעם בכָור פֿון דער דינסט װאָס הינטער די מילשטײנער; אױך יעטװעדער בכָור פֿון אַ בהמה. /11:6 און עס װעט װערן אַ גרױס געשרײ אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, װאָס אַזאַ איז ניט געװען, און אַזאַ װעט מער ניט זײַן. /11:7 אָבער קעגן אַלע קינדער פֿון ישׂראל װעט אַ הונט ניט שאַרפֿן זײַן צונג, סײַ קעגן אַ מענטשן, סײַ קעגן אַ בהמה; כּדי איר זאָלט װיסן, אַז יהוה שײדט אָפּ צװישן מִצרַיִם און צװישן ישׂראל. /11:8 און אַלע די דאָזיקע קנעכט דײַנע װעלן אַראָפּנידערן צו מיר, און װעלן זיך בוקן צו מיר, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױס, דו מיט דײַן גאַנצן פֿאָלק װאָס היטנער דיר; און נאָך דעם װעל איך אַרױסגײן. – און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן אין גרימצאָרן.
/11:9 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: פַּרעה װעט ניט צוהערן צו אײַך; כּדי צו מערן מײַנע װוּנדער אין אַלנד מִצרַיִם. /11:10 און משה און אַהרן האָבן געטאָן אַלע די דאָזיקע װוּנדער פֿאַר פַּרעהן; אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײַן לאַנד.
/12:1 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אין לאַנד מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: /12:2 דערדאָזיקער חוֹדש זאָל אײַך זײַן דער אָנהײב פֿון חדשים; דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר זאָל ער אײַך זײַן. /12:3 רעד צו דער גאַנצער עדה פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש, זאָלן זײ איטלעכער זיך נעמען צו לאַם פֿאַר אַ פֿאָטערהױז, צו לאַם פֿאַר אַ הױזגעזינט. /12:4 און אױב דאָס הױזגעזינט איז צו װינציק פֿאַר אַ לאַם, זאָל ער נעמען מיט זײַן שכן װאָס איז נאָנט צו זײַן הױז, לױט דער צאָל נפשות; איטלעכן װעדליק זײַן עסן זאָלט איר צײלן אױפֿן לאַם. /12:5 אַ לאַם אָן אַ פעלער, אַ זָכר אַ יאָר אַלט, זאָל עס אײַך זײַן; פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן זאָלט איר נעמען. /12:6 און ער זאָל בײַ אײַך זײַן אין אָפּהיטונג ביזן פערצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון דער עדה פֿון ישׂראל זאָל אים שעכטן קעגן אָװנט. /12:7 און זײ זאָלן נעמען פֿון דעם בלוט און אַרױפֿטאָן אױף בײדע בײַשטידלעך, און אױף דעם אױבערשטידל, אױף די הײַזער װאָס זײ װעלן אים עסן אין זײ. /12:8 און זײ זאָלן עסן דאָס פלײש אין דערדאָזיקער נאַכט, געבראָטן אױפֿן פֿײַער; מיט מצות און מיט ביטערע קרײַטעכצער זאָלן זײ עס עסן. /12:9 איר זאָלט ניט עסן פֿון אים האַלב געבראָטן, אָדער געקאָכט, אָפּגעקאָכט אין װאַסער, נײַערט געבראָטן אױפֿן פֿײַער; זײַן קאָפּ מיט זײַנע קני און מיט זײַנע אינגעװײד. /12:10 און איר זאָלט ניט איבערלאָזן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, און װאָס װעט איבערבלײַבן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, זאָלט איר אין פֿײַער פֿאַרברענען. /12:11 און אַזױ זאָלט איר אים עסן: אײַערע לענדן אָנגעגורט, אײַערע שיך אױף אײַערע פיס, און אײַער שטעקן אין אײַער האַנט; און איר זאָלט אים עסן אין געאײַל. אַ קָרבן-פּסח איז דאָס צו גאָט. /12:12 און איך װעל דורכגײן דורכן לאַנד מִצרַיִם אין דערדאָזיקער נאַכט, און װעל שלאָגן יעטװעדער בכָור אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; און אױף אַלע געטער פֿון מִצרַיִם װעל איך טאָן אַ משפּט; איך בין יהוה. /12:13 און דאָס בלוט װעט אײַך זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף די הײַזער װאָס איר זײַט דאָרטן, און איך װעל זען דאָס בלוט, און װעל איבערהיפּן איבער אײַך, און עס װעט ניט זײַן צװישן אײַך קײן פּלאָג אומצוברענגען, װען איך שלאָג אין לאַנד מִצרַיִם. /12:14 און דערדאָזיקער טאָג זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַ געדעכעניש, און איר זאָלט אים פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו גאָט; אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, װי אַן אײביק געזעץ, זאָלט איר אים פֿײַערן. /12:15 זיבן טעג זאָלט איר עסן מצות; באַלד בײַם ערשטן טאָג זאָלט איר אָפּטאָן זױערטײג פֿון אײַערע הײַזער, װאָרום איטלעכער װאָס עסט חמץ פֿון ערשטן טאָג ביזן זיבעטן טאָג, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון ישׂראל. /12:16 און אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג, און אין זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך; קײן אַרבעט זאָל אין זײ ניט געטאָן װערן, נאָר װאָס דאַרף געגעסן װערן פֿון איטלעכן מענטשן, דאָס אַלײן מעג צוגעגרײט װערן בײַ אײַך. /12:17 און איר זאָלט אָפּהיטן די מצות; װאָרום אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג האָב איך אַרױסגעצױגן אײַערע מחנות פֿון לאַנד מִצרַיִם. און איר זאָלט היטן דעם דאָזיקן טאָג אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות װי אַן אײביק געזעץ. /12:18 אין ערשטן חוֹדש, פֿון פערצנטן טאָג אין חודש אין אָװנט, זאָלט איר עסן מצות, ביזן אײן און צװאַנציקסטן טאָג אין חוֹדש אין אָװנט. /12:19 זיבן טעג זאָל זיך ניט געפֿינען זױערטײג אין אײַערע הײַזער, װאָרום איטלעכער װאָס עסט חמץ, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון דער עדה פֿון ישׂראל, סײַ אַ פֿרעמדער, און סײַ אַן אײַנגעבאָרענער פֿון לאַנד. /12:20 קײן חמץ זאָלט איר ניט עסן; אין אַלע אײַערע װױנערטער זאָלט איר עסן מצות.
/12:21 און משה האָט גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל, און האָט צו זײ געזאָגט: ציט אַרױס און נעמט אײַך שאָפּ לױט אײַערע משפּחות, און שעכט דעם קָרבן-פּסח. /12:22 און איר זאָלט נעמען אַ בינטל אֵזוֹבֿ-גראָז און אײַנטונקען אין דעם בלוט װאָס אין בעקן, און איר זאָלט צורירן צו דעם אױבערשטידל און צו די בײדע בײַשטידלעך פֿון דעם בלוט װאָס אין בעקן, און איר זאָלט קײנער ניט אַרױסגײן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון זײַן הױז ביז אין דער פֿרי. /12:23 און אַז גאָט װעט דורכגײן צו שלאָגן מִצרַיִם, װעט ער זען דאָס בלוט אױפֿן אױבערשטידל און אױף די בײדע בײַשטידלעך, און גאָט װעט איבערהיפּן איבערן אײַנגאַנג, און ער װעט ניט לאָזן דעם אומברענגער אַרײַנקומען אין אײַער הױז צו שלאָגן. /12:24 און איר זאָלט אָפּהיטן די דאָזיקע זאַך װי אַ געזעץ פֿאַר דיר און פֿאַר דײַנע קינדער אױף אײביק. /12:25 און עס װעט זײַן, אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס גאָט װעט אײַך געבן, אַזױ װי ער האָט צוגעזאָגט, זאָלט איר אָפּהיטן דעם דאָזיקן דינסט. /12:26 און עס װעט זײַן, אַז אײַערע קינדער װעלן אײַך פֿרעגן: װאָס איז בײַ אײַך דערדאָזיקער דינסט? /12:27 זאָלט איר זאָגן: אַ קָרבן-פּסח איז דאָס צו גאָט, װײַל ער האָט איבערגעהיפּט איבער די הײַזער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אין מִצרַיִם, װען ער האָט געשלאָגן מִצרַיִם, און אונדזערע הײַזער האָט ער מציל געװען. האָט דאָס פֿאָלק זיך גענײגט און זיך געבוקט. /12:28 און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געגאַנגען און האָבן געטאָן; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן און אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ געטאָן.
/12:29 און עס איז געװען אין האַלבע נאַכט, אַזױ האָט גאָט געשלאָגן יעטװעדער בכָור אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם בכָור פֿון פַּרעהן װאָס האָט געזאָלט זיצן אױף זײַן טראָן, ביז דעם בכָור פֿון געפאַנגענעם װאָס אין תּפֿיסה ; און יעטװעדער בכָור פֿון אַ בהמה.
/12:30 איז פַּרעה אױפֿגעשטאַנען בײַ דער נאַכט, ער און אַלע זײַנע קנעכט, און גאַנץ מִצרַיִם, און עס איז געװאָרן אַ גרױס געשרײ אין מִצרַיִם, װאָרום עס איז ניט געװען אַ הױז װאָס דאָרטן זאָל ניט זײַן אַ טױטער. /12:31 און ער האָט גערופֿן משהן און אַהרֹנען בײַ דער נאַכט, און האָט געזאָגט: שטײט אױף, גײט אַרױס פֿון צװישן מײַן פֿאָלק, אי איר, אי די קינדער פֿון ישׂראל, און גײט דינט יהוה, אַזױ װי איר האָט געזאָגט. /12:32 נעמט אי אײַערע שאָפּ, אי אײַערע רינדער, אַזױ װי איר האָט געזאָגט, און גײט; און בענטשט מיך אױך.
/12:33 און די מִצרים זײַנען צוגעשטאַנען צו דעם פֿאָלק, זײ אַרױסצושיקן װאָס גיכער פֿון לאַנד, װאָרום זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן אַלע אױסשטאַרבן. /12:34 און דאָס פֿאָלק האָט גענומען זײער טײג אײדער ער איז געזײַערט געװאָרן; זײערע טײגמולטערס זײַנען געװען אײַנגעבונדן אין זײערע טיכער אױף זײערע אַקסלען.
/12:35 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און זײ האָבן אַנטליען פֿון די מִצרים זילבערנע זאַכן און גילדערנע זאַכן, און קלײדער. /12:36 װאָרום גאָט האָט געגעבן דעם פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון די מִצרים, און זײ האָבן זײ געליען; און זײ האָבן אױסגעלײדיקט מִצרַיִם.
/12:37 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַרױסגעצױגן פֿון רַעְמסֵס קײן סוכּוֹת, אַרום זעקס הונדערט טױזנט פֿוסגײער, מענער, אַחוץ קינדער. /12:38 און אױך אַ סך געמישט פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען מיט זײ; און שאָפּ און רינדער זײער אַ גרױסע סטאַדע. /12:39 און זײ האָבן געבאַקן פֿון דעם טײג װאָס זײ האָבן אַרױסגעטראָגן פֿון מִצרַיִם, קוכנס מצה, װאָרום ער איז ניט געזײַערט געװאָרן, װײַל זײ זײַנען אַרױסגעטריבן געװאָרן פֿון מִצרַיִם, און האָבן זיך ניט געקענט אױפֿהאַלטן, און אַפילו צערונג האָבן זײ זיך ניט צוגעגרײט.
/12:40 און דאָס זיצן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ זײַנען געזעסן אין מִצרַיִם, איז געװען פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר. /12:41 און עס איז געװען צום סָוף פֿון פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר, איז, גענױ אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען אַלע מחנות פֿון גאָט אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם. /12:42 אַ װאַכנאַכט איז דאָס געװען בײַ גאָט זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם; איז די דאָזיקע אײגענע נאַכט אַ װאַכנאַכט צו גאָט בײַ אַלע קינדער פֿון ישׂראל אױף זײערע דוֹר-דוֹרות.
/12:43 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און אַהרֹנען: דאָס איז דער דין פֿון דעם קָרבן-פּסח: קײן פֿרעמד-געבאָרענער טאָר פֿון אים ניט עסן. /12:44 און װוּ נאָר עמיצנס אַ קנעכט געקױפֿט פֿאַר געלט, אַז דו האָסט אים געמַלט, דענצמאָל מעג ער פֿון אים עסן. /12:45 אַן אײַנגעװאַנדערטער און אַ געדונגענער טאָר פֿון אים ניט עסן. /12:46 אין אײן הױז זאָל ער געגעסן װערן; זאָלסט ניט אַרױסטראָגן פֿון דעם פלײש אױסן הױז; און אַ בײן זאָלט איר ניט צעברעכן אין אים. /12:47 די גאַנצע עדה פֿון ישׂראל זאָל אים מאַכן. /12:48 און אַז בײַ דיר װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, און ער װעט װעלן מאַכן אַ קָרבן-פּסח צו גאָט, זאָל בײַ אים געמַלט װערן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, און דענצמאָל קען ער גענענען אים צו מאַכן; און ער זאָל זײַן אַזױ װי אַן אײַנגעבאָרענער פֿון לאַנד; אָבער קײן אומבאַשניטענער טאָר פֿון אים ניט עסן. /12:49 אײן געזעץ זאָל זײַן פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך.
/12:50 און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן דאָס געטאָן; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן און אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ געטאָן.
/12:51 און עס איז געװען אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, האָט גאָט אַרױסגעצױגן די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון לאַנד מִצרַיִם, לױט זײערע מחנות.
/13:1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /13:2 הײליק צו מיר יעטװעדער בכָור; איטלעכס װאָס עפנט דעם טראַכט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה, זאָל געהערן צו מיר.
/13:3 און משה האָט געזאָגט צו דעם פֿאָלק: געדענקט דעם דאָזיקן טאָג װאָס איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפט; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אײַך גאָט אַרױסגעצױגן פֿון דאַנען; דרום זאָל ניט געגעסן װערן חמץ. /13:4 הײַנט גײט איר אַרױס, אין חוֹדש אָביבֿ, /13:5 איז, אַז גאָט װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם חוי, און דעם יבֿוסי, װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, דיר צו געבן, אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק, זאָלסטו טאָן דעם דאָזיקן דינסט אין דעם דאָזיקן חוֹדש. /13:6 זיבן טעג זאָלסטו עסן מצות און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ יָום-טובֿ צו גאָט. /13:7 מצות זאָל געגעסן װערן אין די זיבן טעג, און עס זאָל ניט געזען װערן בײַ דיר חמץ, און עס זאָל ניט געזען װערן בײַ דיר זױערטײג, אין דײַן גאַנצן גבֿול. /13:8 און זאָלסט דערצײלן דײַן זון אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז פֿון װעגן דעם װאָס גאָט האָט מיר געטאָן בײַ מײַן אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם. און עס זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און פֿאַר אַ דערמאָנונג צװישן דײַנע אױגן, כּדי די תּוֹרה פֿון גאָט זאָל זײַן אין דײַן מױל; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט דיך גאָט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם. /13:10 און זאָלסט אָפּהיטן דאָסדאָזיקע געזעץ אין זײַן געשטעלטער צײַט, פֿון יאָר צו יאָר.
/13:11 און עס װעט זײַן, אַז גאָט װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דיר און דײַנע עלטערן, און ער װעט עס דיר געבן, /13:12 זאָלסטו אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפנט דעם טראַכט, צו גאָט; און איטלעך ערשטגעבאָרנס פֿון אַ בהמה װאָס דו װעסט האָבן, אױב זכָרים, זאָל געהערן צו גאָט. /13:13 און יעטװעדער ערשטלינג פֿון אַן אײזל זאָלסטו אױסלײזן מיט אַ לאַם, און אױב דו װעסט ניט אױסלײזן, זאָלסטו אים אָפּהאַקן דאָס געניק. און יעטװעדער בכָור פֿון מענטשן צװישן דײַנע זין זאָלסטו אױסלײזן.
/13:14 און עס װעט זײַן, אַז דײַן זון װעט דיך פֿרעגן שפּעטער אַהין, אַזױ צו זאָגן: װאָס איז דאָס? זאָלסטו זאָגן צו אים: מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אונדז גאָט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפט. /13:15 און עס איז געװען, אַז פַּרעה האָט זיך אײַנגעשפֿאַרט קעגן אונדז אַװעקלאָזן, האָט גאָט געהרגעט יעטװעדער בכָור אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון אַ בכָור פֿון אַ מענטשן ביז אַ בכָור פֿון אַ בהמה; דרום שלאַכט איך צו גאָט איטלעכס װאָס עפנט דעם טראַכט, אױב זכָרים; און יעטװעדער בכָור פֿון מײַנע זין לײז איך אױס. /13:16 און עס זאָל זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און פֿאַר אַ שטערנבאַנד צװישן דײַנע אױגן; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אונדז גאָט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם.
בשַלַח
[רעדאַקטירן]/13:17 און עס איז געװען, אַז פַּרעה האָט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק, האָט זײ גאָט ניט געפירט אױף דעם װעג פֿון דעם לאַנד פֿון די פּלִשתּים, הגם ער איז געװען נאָנט; װאָרום גאָט האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק װעט נאָך חרטה האָבן, אַז זײ װעלן דערזען מלחמה, און זײ װעלן זיך אומקערן קײן מִצרַיִם. /13:18 און גאָט האָט געפירט דאָס פֿאָלק אַרום, אױפֿן װעג פֿון מדבר בײַם ים-סוף. און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען באַװאָפנטע אַרױפֿגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.
/13:19 און משה האָט מיטגענומען מיט זיך די בײנער פֿון יוֹספן; װאָרום באַשװערן האָט ער באַשװאָרן די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דערמאָנען װעט זיך גאָט דערמאָנען אָן אײַך; זאָלט איר אױפֿברענגען מײַנע בײנער פֿון דאַנען מיט אײַך.
/13:20 און זײ האָבן געצױגן פֿון סוכּוֹת, און האָבן גערוט אין אֵתָם בײַם עק מדבר. /13:21 און גאָט איז געגאַנגען זײ פֿאַרױס, בײַ טאָג אין אַ זײַל פֿון װאָלקן, זײ צו פירן אױפֿן װעג, און בײַ נאַכט אין אַ זײַל פֿון פֿײַער, זײ צו לײַכטן; כּדי צו קענען גײן בײַ טאָג און בײַ נאַכט. /13:22 דער זײַל פֿון װאָלקן פלעגט זיך ניט אָפּטאָן בײַ טאָג, און דער זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, פֿון פֿאַרן פֿאָלק.
/14:1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /14:2 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן זיך אומקערן, און רוען פֿאַר פּי-הַחירוֹת, צװישן מִגדוֹל און צװישן ים, פֿאַר בעַל-צפֿון; אַקעגן אים זאָלט איר רוען בײַם ים. /14:3 און פַּרעה װעט זאָגן אױף די קינדער פֿון ישׂראל: זײ זײַנען צעטומלט אין לאַנד, דער מדבר האָט זײ אײַנגעשלאָסן. /14:4 און איך װעל פֿעסט מאַכן פַּרעהס האַרץ, און ער װעט זײ נאָכיאָגן; און איך װעל געערלעכט װערן דורך פַּרעהן, און דורך זײַן גאַנצן חיל, און די מִצרים װעלן װיסן, אַז איך בין יהוה. – און זײ האָבן אַזױ געטאָן.
/14:5 איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון מצרַיִם, אַז דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפן, און דאָס האַרץ פֿון פַּרעהן און פֿון זײַנע קנעכט איז פֿאַרקערט געװאָרן אַקעגן דעם פֿאָלק, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס האָבן מיר דאָ געטאָן, װאָס מיר האָבן אַװעקגעלאָזן ישׂראל פֿון אונדז צו דינען?
/14:6 האָט ער אײַנגעשפּאַנט זײַן רײַטװאָגן, און האָט גענומען מיט זיך זײַן פֿאָלק. /14:7 און ער האָט מיטגענומען זעקס הונדערט געקליבענע רײַטװעגן, און אַלע רײַטװעגן פֿון מִצרַיִם, און עלטסטע איבער זײ אַלע. /14:8 און גאָט האָט פֿעסט געמאַכט דאָס האַרץ פֿון פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און ער האָט נאָכגעיאָגט די קינדער פֿון ישׂראל; און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַרױסגעגאַנגען מיט אַ הױכער האַנט. /14:9 און די מִצרים האָבן זײ נאָכגעיאָגט, אַלע פֿערד, די רײַטװעגן פֿון פַּרעהן, און זײַנע רײַטער, און זײַן חיל, און זײ האָבן זײ אָנגעיאָגט װי זײ האָבן גערוט בײַם ים, בײַ פּי-החירוֹת, פֿאַר בעַל-צפֿון. /14:10 און װי פַּרעה האָט זיך דערנענטערט, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, ערשט די מִצרים ציען הינטער זײ, און זײ האָבן זײער מוֹרא געהאַט; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען צו גאָט. /14:11 און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: צי װײַל קײן קברים זײַנען ניטאָ אין מִצרַיִם, האָסטו אונדז אַרױסגענומען צו שטאַרבן אין דער מדבר? װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו אונדז, אונדז אַרױסצוציען פֿון מִצרַיִם? /14:12 איז דאָס ניט דאָס װאָרט װאָס מיר האָבן גערעדט צו דיר אין מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: ”טו זיך אָפּ פֿון אונדז, און לאָמיר דינען מִצרַיִם“? װאָרום בעסער פֿאַר אונדז צו דינען מִצרַיִם, אײדער מיר זאָלן שטאַרבן אין דער מדבר. /14:13 האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן; שטײט און זעט די ישועה פֿון גאָט װאָס ער װעט אײַך הײַנט טאָן; װאָרום װי איר זעט הײַנט די מִצרים, װעט איר זײ אױף אײביק מער װידער ניט אָנזען. /14:14 גאָט װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אײַך, און איר װעט שטײן שטיל.
/14:15 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: װאָס שרײַסטו צו מיר? רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן ציען. /14:16 און דו הײב אױף דײַן שטעקן, און שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן ים, און שפּאַלט ים, און די קינדער פֿון ישׂראל װעלן אַרײַן אין מיטן ים אױף טריקעניש. /14:17 און איך, זע, איך מאַך פֿעסט דאָס האַרץ פֿון די מִצרים, און זײ װעלן אַרײַן נאָך זײ; און איך װעל געערלעכט װערן דורך פַּרעהן, און דורך זײַן גאַנצן חיל, דורך זײַנע רײַטװעגן, און דורך זײַנע רײַטער. /14:18 און די מִצרים װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך װער געערלעכט דורך פַּרעהן, דורך זײַנע רײַטװעגן, און דורך זײַנע רײַטער.
/14:19 און דער מלאך פֿון גאָט װאָס איז געגאַנגען פֿאַר דער מחנה פֿון ישׂראל, האָט אַװעקגעצױגן און איז געגאַנגען פֿון הינטער זײ; און דער װאָלקנזײַל האָט אַװעקגעצױגן פֿון פֿאַר זײ, און האָט זיך געשטעלט הינטער זײ; /14:20 און ער איז געקומען צװישן דער מחנה פֿון מִצרַיִם, און צװישן דער מחנה פֿון ישׂראל; און דאָרטן איז געװען דער װאָלקן און די פֿינצטערניש און דאָ האָט ער באַלוכטן די נאַכט; און אײנע האָט ניט גענענט צו דער אַנדערער די גאַנצע נאַכט. /14:21 און משה האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױפֿן ים, און גאָט האָט געטריבן דעם ים מיט אַ שטאַרקן מזרח-װינט אַ גאַנצע נאַכט, און געמאַכט דעם ים פֿאַר אַ טריקעניש, און די װאַסערן האָבן זיך צעשפּאָלטן. און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש; און די װאַסערן זײַנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער רעכטער זײַט און פֿון זײער לינקער. /14:23 און די מִצרים האָבן נאָכגעיאָגט, און אַלע פֿערד פֿון פַּרעהן, זײַנע רײַטװעגן, און זײַנע רײַטער, זײַנען אַרײַן נאָך זײ אין מיטן ים. /14:24 און עס איז געװען אין דער פֿרימאָרגנװאַך, האָט גאָט אַראָפּגעקוקט אױף דער מחנה פֿון מִצרַיִם מיט אַ זײַל פֿון פֿײַער און װאָלקן, און ער האָט פֿאַרטומלט די מחנה פֿון מִצרַיִם. /14:25 און ער האָט אָפּגעטאָן די רעדער פֿון זײערע רײַטװעגן, און זײ געמאַכט פאָרן מיט שװעריקײט, און די מִצרים האָבן געזאָגט: לאָמיר אַנטלױפן פֿון ישׂראל, װאָרום יהוה האַלט מלחמה פֿאַר זײ מיט מִצרַיִם.
/14:26 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן ים, און זאָלן די װאַסערן זיך אומקערן אױף די מִצרים, אױף זײערע רײַטװעגן, און אױף זײערע רײַטער. /14:27 האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױפֿן ים, און דער ים האָט זיך אומגעקערט אַקעגן פֿרימאָרגן צו זײַן שטאַרקײט, און די מִצרים זײַנען אים אָנגעלאָפן אַנטקעגן; און גאָט האָט אַרײַנגעטרײסלט די מִצרים אין מיטן ים. /14:28 און די װאַסערן האָבן זיך אומגעקערט, און האָבן צוגעדעקט די רײַטװעגן, און די רײַטער – דעם גאַנצן חיל פֿון פַּרעהן, װאָס איז אַרײַן נאָך זײ אין ים; ניט געבליבן פֿון זײ צו מאָל אַן אײנציקער. /14:29 און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש און די װאַסערן זײַנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער רעכטער זײַט און פֿון זײער לינקער. /14:30 און גאָט האָט אין יענעם טאָג געהאָלפן ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און ישׂראל האָט געזען די מִצרים טױט אױפֿן ברעג פֿון ים. /14:31 און ישׂראל האָט געזען די גרױסע שטאַרקײט װאָס גאָט האָט געטאָן אַקעגן מִצרַיִם, און דאָס פֿאָלק האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט, און זײ האָבן געגלױבט אין גאָט, און אין זײַן קנעכט משהן.
/15:1 דענצמאָל טוט זינגען משה און די קינדער פֿון ישׂראל דאָסדאָזיקע געזאַנג צו גאָט, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן:
איך װעל זינגען צו יהוה, װאָרום ער איז הױך דערהײכט; דעם פֿערד מיט זײַן רײַטער האָט ער געשלײַדערט אין ים.
/15:2 מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז יָה, און ער איז מיר געװען אַ ישועה. דאָס איז מײַן גאָט, און איך װעל אים באַשײנען; דער גאָט פֿון מײַן פֿאָטער, און איך װעל אים דערהײבן.
/15:3 יהוה איז אַ קריגסמאַן, יהוה איז זײַן נאָמען. /15:4 פַּרעהס רײַטװעגן און זײַן חיל האָט ער געװאָרפֿן אין ים, און זײַנע געקליבענע עלטסטע זײַנען אין ים-סוף דערטרונקען. /15:5 די תּהָומען טוען זײ צודעקן, זײ האָבן װי אַ שטײן אין די טיפענישן גענידערט.
/15:6 דײַן רעכטע האַנט, גאָט, דו פּראַכטיקער אין שטאַרקײט, דײַן רעכטע האַנט, גאָט, טוט צעברעכן דעם פֿײַנט. /15:7 און מיט דײַן גרױס מאַכטיקײט צעשטערסטו דײַנע קעגנשטײער; שיקסט אַרױס דײַן גרימצאָרן, פֿאַרצערט ער זײ װי שטרױ. /15:8 און פֿון דעם הױך פֿון דײַנע נאָזלעכער האָבן זיך די װאַסערן געהױפנט; אַזױ װי אַ סטױג זײַנען די שטראָמען געשטאַנען; די תּהָומען האָבן געגליװערט אין האַרצן פֿון ים. /15:9 דער פֿײַנט האָט געזאָגט: איך װעל יאָגן, איך װעל כאַפּן, איך װעל אױסטײלן רױב, מײַן זעל װעט זיך אָנפֿילן מיט זײ; איך װעל ציען מײַן שװערד, אױסראָטן װעט זײ מײַן האַנט. /15:10 האָסטו מיט דײַן אָטעם אַ בלאָז געטאָן, האָט דער ים זײ צוגעדעקט; זײ זײַנען אײַנגעזונקען װי בלײַ אין די מאַכטיקע װאַסערן.
/15:11 װער איז װי דו, יהוה, צװישן די מאַכטיקע? װער איז װי דו, פּראַכטיק אין הײליקײט, פאָרכטיק אין לױבונגען, טוער פֿון װוּנדער?
/15:12 האָסט אױסגעשטרעקט דײַן רעכטע האַנט, האָט די ערד זײ אײַנגעשלונגען. /15:13 האָסט געפירט מיט דײַן חסד דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט; באַלײט מיט דײַן שטאַרקײט צו דײַן הײליקער װוינונג. /15:14 פעלקער האָבן געהערט, האָבן זײ געציטערט, אַן אַנגסט האָט באַנומען די װוֹינער פֿון פּלֶשֶת. /15:15 דערשראָקן האָבן זיך דענצמאָל די פירשטן פֿון אֶדוֹם, די פירער פֿון מוֹאָב, זײ האָט אַ שױדער באַנומען, צעגאַנגען געװאָרן זײַנען אַלע װוינער פֿון כְּנַעַן; /15:16 אַן אימה און אַ פּחד איז געפֿאַלן אױף זײ. דורך דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם זײַנען זײ שטיל װי אַ שטײן געװאָרן, בעת דײַן פֿאָלק איז אַריבער, גאָט, בעת אַריבער איז דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט. /15:17 װעסט זײ ברענגען און זײ פלאַנצן אױף דעם באַרג פֿון דײַן אַרב, דעם אָרט װאָס דו האָסט געמאַכט פֿאַר דיר, גאָט, צו װוינען, דעם הײליקטום, גאָט, װאָס דײַנע הענט האָבן אױפֿגעשטעלט.
/15:18 גאָט װעט קיניגן אױף אײביק און שטענדיק.
/15:19 װאָרום פַּרעהס פֿערד מיט זײַנע רײַטװעגן און זײַנע רײַטער זײַנען אַרײַן אין ים, און גאָט האָט אומגעקערט אױף זײ די װאַסערן פֿון ים, און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש.
/15:20 און מרים די נביאה, אַהרנס שװעסטער, האָט גענומען די פּױק אין איר האַנט, און אַלע װײַבער זײַנען אַרױסגעגאַנגען נאָך איר מיט פּױקן און מיט טענץ. /15:21 און מרים האָט געזונגען פֿאַר זײ:
זינגט צו גאָט, װאָרום ער איז הױך דערהײכט; דעם פֿערד מיט זײַן רײַטער האָט ער געשלײַדערט אין ים.
/15:22 און משה האָט געמאַכט ציען די ישׂראל פֿון ים-סוף, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום מדבר שור; און זײ זײַנען געגאַנגען דרײַ טעג אין דער מדבר, און האָבן ניט געפונען קײן װאַסער. /15:23 און זײ זײַנען געקומען קײן מָרָה; אָבער זײ האָבן ניט געקענט טרינקען דאָס װאַסער פֿון מָרָה, /15:24 װײַל עס איז געװען ביטער. דרום האָט מען גערופֿן איר נאָמען מָרָה. און דאָס פֿאָלק האָט געמורמלט אַקעגן משהן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טרינקען? /15:25 האָט ער געשריען צו גאָט, און גאָט האָט אים אָנגעװיזן אַ בױם, און ער האָט אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין װאַסער, און דאָס װאַסער איז געװאָרן זיס. דאָרטן האָט ער זײ געמאַכט חוקים און געזעצן, און דאָרטן האָט ער זײ געפּרוּװט. /15:26 און ער האָט געזאָגט: אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, און װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין זײַנע אױגן, און װעסט האָרכן צו זײַנע געבאָט, און היטן אַלע זײַנע חוקים, װעל איך אַלדי קראַנקשאַפֿט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף מִצרַיִם, ניט אַרױפֿטאָן אױף דיר; װאָרום איך יהוה בין דײַן פֿאַרהיטער.
/15:27 און זײ זײַנען געקומען קײן אֵילִם; און דאָרטן זײַנען געװען צװעלף קװאַלן װאַסער, און זיבעציק טײטלבײמער; און זײ האָבן דאָרטן גערוט בײַם װאַסער.
/16:1 און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון אֵילִם, און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען אין מדבר סין װאָס צװישן אֵילִם און צװישן סינַי, אין פופצנטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם.
/16:2 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין מדבר; /16:3 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן צו זײ געזאָגט: הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן דורך דער האַנט פֿון גאָט אין לאַנד מִצרַיִם װען מיר זײַנען געזעסן איבערן פלײש װען מיר האָבן געגעסן ברױט צו זאַט; װאָרום איר האָט אונדז אַרױסגעבראַכט אין דעם דאָזיקן מדבר, צו טײטן די דאָזיקע גאַנצע אײַנזאַמלונג דורך הונגער.
/16:4 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: זע, איך מאַך אײַך רעגענען ברױט פֿון הימל, און דאָס פֿאָלק װעט אַרױסגײן און קלײַבן איטלעכן טאָג די באַדערפעניש פֿון טאָג, כּדי איך זאָל אים פּרוּװן אױב ער װעט גײן אין מײַן תּוֹרה אָדער ניט. /16:5 און עס װעט זײַן, אױפֿן זעקסטן טאָג, אַז זײ װעלן אָפּמעסטן װאָס זײ װעלן אַהײמברענגען, װעט עס זײַן צװײ מאָל אַזױ פיל װי זײ קלײַבן אױף טאָגטעגלעך.
/16:6 און משה און אַהרן האָבן געזאָגט צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל: אין אָװנט װעט איר װיסן, אַז גאָט האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם; /16:7 און אין דער פֿרי װעט איר זען די פּראַכט פֿון גאָט; װאָרום ער האָט צוגעהערט אײַערע מורמלערײַען אַקעגן גאָט. און װאָס זײַנען מיר, װאָס איר מורמלט אַקעגן אונדז? /16:8 און משה האָט געזאָגט: דאָס װעט געשען װען גאָט װעט אײַך געבן אין אָװנט פלײש צום עסן, און אין דער פֿרי ברױט צו זאַט; װאָרום גאָט האָט געהערט אײַערע מורמלערײַען װאָס איר מורמלט אַקעגן אים; און װאָס זײַנען מיר? ניט אַקעגן אונדז זײַנען אײַערע מורמלערײַען, נײַערט אַקעגן גאָט. /16:9 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: זאָג צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל: גענענט פֿאַר גאָט, װאָרום ער האָט צוגעהערט אײַערע מורמלערײַען.
/16:10 און עס איז געװען, װי אַהרן האָט גערעדט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, האָבן זײ זיך אומגעקוקט צום מדבר, ערשט די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן אין װאָלקן. /16:11 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /16:12 איך האָב געהערט די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. רעד צו זײ אַזױ צו זאָגן: קעגן אָװנט װעט איר עסן פלײש, און אין דער פֿרי װעט איר זיך זעטן מיט ברױט, און איר װעט װיסן, אַז איך בין יהוה אײַער גאָט.
/16:13 און עס איז געװען אין אָװנט, זײַנען אַרױפֿגעקומען װאַכטלפױגלען און האָבן באַדעקט דעם לאַגער; און אין דער פֿרי איז געװען אַ שיכט טױ רונד אַרום לאַגער. /16:14 און אַז די שיכט טױ האָט זיך אױפֿגעהױבן, ערשט אױפֿן געזיכט פֿון מדבר איז דינס, שופּיקס, דין אַזױ װי פראָסט אױף דער ערד. /16:15 און װי די קינדער פֿון ישׂראל האָבן דאָס געזען, אַזױ האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: מַן הוא?, װײַל זײ האָבן ניט געװוּסט װאָס דאָס איז. האָט משה צו זײ געזאָגט: דאָס איז דאָס ברױט, װאָס גאָט האָט אײַך געגעבן צום עסן.
/16:16 דאָס איז די זאַך, װאָס גאָט האָט באַפֿױלן: קלײַבט דערפֿון איטלעכער לױט זײַן עסן; אַן עוֹמֶר אױף אַ קאָפּ, לױט דער צאָל פֿון אײַערע נפשות, איטלעכער פֿאַר די װאָס אין זײַן געצעלט זאָלט איר נעמען.
/16:17 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ געטאָן, און זײ האָבן געקליבן װער פיל און װער װינציק. /16:18 און אַז זײ האָבן געמאָסטן מיט אַן עוֹמֶר, האָט דער װאָס האָט געקליבן פיל ניט געהאַט איבעריק, און דעם װאָס האָט געקליבן װינציק האָט ניט געפעלט; איטלעכער װעדליק זײַן עסן האָבן זײ אױפֿגעקליבן.
/16:19 און משה האָט צו זײ געזאָגט: קײנער זאָל דערפֿון ניט איבערלאָזן ביז אין דער פֿרי. /16:20 אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו משהן, און לײַט האָבן איבערגעלאָזט דערפֿון ביז אין דער פֿרי, און עס איז געװאָרן װערימדיק, און האָט געשטונקען; און משה האָט געצערנט אױף זײ. /16:21 און זײ האָבן עס געקליבן פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, איטלעכער װעדליק זײַן עסן; און װי די זון איז הײס געװאָרן, אַזױ איז עס צעגאַנגען. /16:22 און עס איז געװען אױפֿן זעקסטן טאָג, האָבן זײ געקליבן צװײ מאָל אַזױ פיל ברױט, צװײ עוֹמֶרס פֿאַר איטלעכן; און אַלע פירשטן פֿון דער עדה זײַנען געקומען, און האָבן דערצײלט משהן.
/16:23 האָט ער צו זײ געזאָגט: דאָס איז װאָס גאָט האָט גערעדט: אַ רוּונג, אַ הײליקער שבת איז מאָרגן צו גאָט; װאָס איר װילט באַקן באַקט, און װאָס איר װילט קאָכן קאָכט, און אַלץ װאָס בלײַבט איבער, לײגט אײַך אַװעק צו האַלטן ביז אין דער פֿרי. /16:24 האָבן זײ עס אַװעקגעלײגט ביז אין דער פֿרי, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן, און עס האָט ניט געשטונקען, און קײן װערים זײַנען דערין ניט געװען. /16:25 און משה האָט געזאָגט: עסט עס הײַנט, װאָרום הײַנט איז שבת צו גאָט, הײַנט װעט איר עס ניט געפֿינען אױפֿן פֿעלד. /16:26 זעקס טעג זאָלט איר עס קלײַבן, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז שבת, דענצמאָל װעט עס ניט זײַן.
/16:27 און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, זײַנען פֿון פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען קלײַבן, אָבער זײ האָבן ניט געפונען. /16:28 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: ביז װאַנען װעט איר ניט װעלן היטן מײַנע געבאָט און מײַנע לערנונגען? /16:29 זעט, אַז גאָט האָט אײַך געגעבן דעם שבת, גיט ער אײַך דערפֿאַר אין זעקסטן טאָג ברױט אױף צװײ טעג. זיצט איטלעכער בײַ זיך; קײנער זאָל ניט אַרױסגײן פֿון זײַן אָרט אין זיבעטן טאָג.
/16:30 און דאָס פֿאָלק האָט גערוט אין זיבעטן טאָג.
/16:31 און דאָס הױז פֿון ישׂראל האָט גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון מַן; און עס איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען, װײַס; און דער טעם דערופֿן איז געװען אַזױ װי אַ פּלעצל אױף האָניק.
/16:32 און משה האָט געזאָגט: דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן: אַן עוֹמֶר-פֿול דערפֿון זאָל זײַן פֿאַר אַ היטונג אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, כּדי זײ זאָלן זען דאָס ברױט װאָס איך האָב אײַך געגעבן עסן אין דער מדבר, װען איך האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם.
/16:33 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם אַ קרוג, און טו אַהין אַרײַן אַן עוֹמֶר-פֿול מַן, און שטעל עס אַװעק פֿאַר גאָט, פֿאַר אַ היטונג אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות. /16:34 אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָט עס אַהרן אַװעקגעשטעלט פֿאַרן געזעץ, פֿאַר אַ היטונג.
/16:35 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געגעסן דעם מַן פֿערציק יאָר, ביז זײ זײַנען געקומען צו באַװוינטן לאַנד; זײ האָבן געגעסן דעם מַן ביז זײ זײַנען געקומען צום ברעג פֿון לאַנד כּנַעַן. /16:36 און אַן עוֹמֶר דאָס איז אַ צענטל אֵיפָה.
/17:1 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט געצױגן פֿון מדבר סין אױף זײערע ציִונגען, לױט דעם מױל פֿון גאָט, און זײ האָבן גערוט אין רפידים; און עס איז ניט געװען קײן װאַסער פֿאַרן פֿאָלק צום טרינקען. /17:2 און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקריגט מיט משהן, און זײ האָבן געזאָגט: גיט אונדז װאַסער, מיר זאָלן טרינקען. האָט משה צו זײ געזאָגט: װאָס קריגט איר זיך מיט מיר? װאָס פּרוּװט איר גאָט?
/17:3 און דאָס פֿאָלק האָט דאָרטן געדאָרשט נאָך װאַסער, און דאָס פֿאָלק האָט געמורמלט אַקעגן משהן, און האָט געזאָגט: נאָך װאָס גאָר האָסטו אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, צו טײטן מיך און מײַנע קינדער און מײַנע פי דורך דאָרשט?
/17:4 האָט משה געשריען צו גאָט, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָל איך טאָן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק? נאָך אַ ביסל און זײ װעלן מיך פֿאַרשטײנען.
/17:5 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: גײ פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, און נעם מיט דיר פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל; און דײַן שטעקן, װאָס דו האָסט מיט אים געשלאָגן דעם טײַך, נעם אין דײַן האַנט, און זאָלסט גײן. /17:6 זע, איך װעל דאָרטן שטײן פֿאַר דיר אױפֿן פעלז אין חוֹרֵב; און זאָלסט שלאָגן דעם פעלז, און עס װעט אַרױסגײן פֿון אים װאַסער, און דאָס פֿאָלק װעט טרינקען. און משה האָט אַזױ געטאָן פֿאַר די אױגן פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל.
/17:7 און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט מַסָה און מריבָה, פֿון װעגן דעם קריגן זיך פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿון װעגן זײער פּרוּװן גאָט, אַזױ צו זאָגן: איז גאָט פֿאַראַן צװישן אונדז אָדער ניט?
/17:8 און עַמָלֵק איז געקומען, און האָט מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל אין רפידים. /17:9 האָט משה געזאָגט צו יהוֹשוען: קלײַב אונדז אױס מענער, און גײ אַרױס, האַלט מלחמה מיט עַמָלֵק. מאָרגן װעל איך זיך שטעלן אױפֿן שפּיץ באַרג, מיט דעם שטעקן פֿון גאָט אין מײַן האַנט.
/17:10 האָט יהוֹשועַ געטאָן אַזױ װי משה האָט אים אָנגעזאָגט – מלחמה צו האַלטן מיט עַמָלֵק. און משה, אַהרן, און חור זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ באַרג. /17:11 און עס איז געװען, װי משה האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט, אַזױ האָט גוֹבר געװען ישׂראל, און װי ער האָט אַראָפּגעלאָזט זײַן האַנט, אַזױ האָט גוֹבר געװען עַמָלֵק. /17:12 און משהס הענט זײַנען געװאָרן שװער; האָבן זײ גענומען אַ שטײן און אַװעקגעלײגט אונטער אים, און ער האָט זיך דערױף געזעצט. און אַהרן און חור האָבן אונטערגעלענט זײַנע הענט, אײנער פֿון דער זײַט, און אײנער פֿון דער אַנדער זײַט; און זײַנע הענט זײַנען געבליבן פֿעסט ביז זונאונטערגאַנג. /17:13 און יהוֹשועַ האָט פֿאַרשלאַפט עַמָלֵק און זײַן פֿאָלק מיטן שאַרף פֿון שװערד.
/17:14 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: שרײַב דאָס אױף פֿאַר אַ געדעכעניש אין אַ בוך, און טו עס אין די אױערן פֿון יהוֹשוען, אַז אױסמעקן װעל איך אױסמעקן דעם זֵכר פֿון עַמָלֵק, פֿון אונטערן הימל.
/17:15 און משה האָט געבױט אַ מזבח, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען יהוה-נִסי. און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, די האַנט אױפֿן טראָן פֿון יָה! מלחמה איז בײַ יהוה מיט עַמָלֵק פֿון דָור צו דָור.
יִתְרוֹ
[רעדאַקטירן]/18:1 און יִתרוֹ דער פּריסטער פֿון מִדיָן, משהס שװער, האָט געהערט אַלץ װאָס גאָט האָט געטאָן צו משהן, און צו זײַן פֿאָלק ישׂראל, װי גאָט האָט אַרױסגעצױגן ישׂראל פֿון מִצרַיִם. /18:2 האָט יִתרוֹ, משהס שװער, גענומען צִפּוֹרָה, משהס װײַב, נאָך דעם װי ער האָט זי געהאַט אַװעקגעשיקט, /18:3 און אירע צװײ זין, װאָס דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען גֵרשוֹם, װײַל ער האָט געזאָגט: איך בין אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמדן לאַנד, /18:4 און דער נאָמען פֿון אַנדערן איז געװען אֶליעֶזֶר, װײַל: "דער גאָט פֿון מײַן פֿאָטער איז מיר געװען צו הילף, און ער האָט מיך מציל געװען פֿון פַּרעהס שװערד". /18:5 און יִתרוֹ, משהס שװער, איז געקומען מיט זײַנע זין און זײַן װײַב צו משהן אין דעם מדבר װאָס ער האָט דאָרטן גערוט, בײַם באַרג פֿון גאָט. /18:6 און ער האָט געלאָזט זאָגן משהן: איך דײַן שװער יִתרוֹ קום צו דיר, און דײַן װײַב, און אירע צװײ זין מיט איר.
/18:7 איז משה אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן זײַן שװער, און ער האָט זיך געבוקט, און האָט אים געקושט, און זײ האָבן אײנער דעם אַנדערן געפרעגט אױף פֿריד, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין געצעלט. /18:8 און משה האָט דערצײלט זײַן שװער אַלץ װאָס גאָט האָט געטאָן צו פַּרעהן און צו מִצרַיִם פֿון װעגן ישׂראל, אַלדי מאַטערניש װאָס זײ האָט געטראָפן אױפֿן װעג, און װי גאָט האָט זײ מציל געװען.
/18:9 האָט זיך יִתרוֹ געפרײט איבער אַלעם גוטן װאָס גאָט האָט געטאָן צו ישׂראל, װאָס ער האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם. /18:10 און יִתרוֹ האָט געזאָגט: געלױבט איז יהוה װאָס האָט אײַך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און פֿון דער האַנט פֿון פַּרעהן; װאָס ער האָט מציל געװען דאָס פֿאָלק פֿון אונטער דער האַנט פֿון מִצרַיִם. /18:11 אַצונד װײס איך, אַז יהוה איז גרעסער פֿון אַלע געטער, װאָרום דערפֿאַר װאָס זײ האָבן געמוטװיליקט איז דאָס געקומען אױף זײ.
/18:12 און יִתרוֹ, משהס שװער, האָט געבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער און שלאַכטאָפּפֿער צו גאָט; און אַהרן און אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל זײַנען געקומען עסן ברױט מיט משהס שװער פֿאַר גאָט.
/18:13 און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט זיך משה געזעצט משפּטן דאָס פֿאָלק, און דאָס פֿאָלק איז געשטאַנען פֿאַר משהן פונעם פֿרימאָרגן ביזן אָװנט. /18:14 האָט משהס שװער צוגעזען אַלץ װאָס ער טוט מיט דעם פֿאָלק, און ער האָט געזאָגט: װאָס איז די דאָזיקע זאַך װאָס דו טוסט מיט דעם פֿאָלק? פֿאַר װאָס זיצסט דו אַלײן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק שטײט פֿאַר דיר פֿון פֿרימאָרגן ביז אָװנט?
/18:15 האָט משה געזאָגט צו זײַן שװער: װײַל דאָס פֿאָלק קומט צו מיר פֿרעגן בײַ גאָט; /18:16 אַז זײ האָבן אַ זאַך, קומט זי פֿאַר מיר, און איך משפּט צװישן אַ מאַן און צװישן זײַן חבֿר, און מאַך װיסן די געזעצן פֿון גאָט און זײַנע לערנונגען.
/18:17 האָט משהס שװער צו אים געזאָגט: ניט גוט איז די זאַך װאָס דו טוסט. /18:18 מיד װעסטו מיד װערן, אי דו, אי דאָסדאָזיקע פֿאָלק װאָס מיט דיר, װײַל די זאַך איז צו שװער פֿאַר דיר; קענסט עס ניט טאָן אַלײן. /18:19 אַצונד הער צו מײַן קָול; איך װעל דיר אַן עצה געבן, און גאָט װעט זײַן מיט דיר: זײַ דו דעם פֿאָלק פֿאַר גאָט, און דו זאָלסט ברענגען די זאַכן צו גאָט. /18:20 און זאָלסט זײ קלאָר מאַכן די געזעצן און די לערנונגען, און זײ מאַכן װיסן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אין אים גײן, און די טוּונג װאָס זײ זאָלן טאָן. /18:21 און דו זאָלסט זען פֿון גאַנצן פֿאָלק טױגלעכע מענטשן, גאָטספאָרכטיקע, אמתע מענטשן, װאָס האָבן פֿײַנט גײציקײט, און זאָלסט זײ מאַכן איבער זײ פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט, עלטסטע פֿון הונדערט, עלטסטע פֿון פֿופֿציק, און עלטסטע פֿון צען. /18:22 און זײ זאָלן משפּטן דאָס פֿאָלק צו יעטװעדער צײַט; און עס װעט זײַן, יעטװעדער גרױסע זאַך װעלן זײ ברענגען צו דיר, און יעטװעדער קלײנע זאַך װעלן זײ אַלײן משפּטן, און זײ װעלן דיר פֿאַרגרינגערן, און מיטטראָגן מיט דיר. /18:23 אױב דו װעסט טאָן די דאָזיקע זאַך, און גאָט װעט דיר אַזױ הײסן, װעסטו קענען באַשטײן, און אױך דאָסדאָזיקע גאַנצע פֿאָלק װעט גײן אַהײם אין שלום.
/18:24 האָט משה צוגעהערט צו דעם קָול פֿון זײַן שװער, און ער האָט געטאָן אַלץ װאָס ער האָט געזאָגט. /18:25 און משה האָט אױסגעקליבן טױגלעכע מענטשן פֿון גאַנץ ישׂראל, און האָט זײ געמאַכט פֿאַר הױפּטלײַט איבערן פֿאָלק, פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט, עלטסטע פֿון הונדערט, עלטסטע פֿון פֿופֿציק, און עלטסטע פֿון צען. /18:26 און זײ האָבן געמשפּט דאָס פֿאָלק צו יעטװעדער צײַט; אַ שװערע זאַך האָבן זײ געבראַכט צו משהן, און יעטװעדער קלײנע זאַך האָבן זײ אַלײן געמשפּט.
/18:27 און משה האָט אַרױסבאַלײט זײַן שװער, און ער איז זיך אַװעקגעגאַנגען אין זײַן לאַנד.
/19:1 אין דריטן חוֹדש נאָכן אַרױסגײן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען זײ אָנגעקומען אין מדבר סינַי. /19:2 און אַז זײ האָבן געצױגן פֿון רפידים, און זײַנען געקומען אין מדבר סינַי, האָבן זײ גערוט אין מדבר; און ישׂראל האָט דאָרטן גערוט אַקעגן באַרג.
/19:3 און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען צו גאָט, און גאָט האָט גערופֿן צו אים פֿון באַרג, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צום הױז פֿון יעקבֿ, און דערצײלן די קינדער פֿון ישׂראל: /19:4 איר האָט געזען װאָס איך האָב געטאָן צו מִצרַיִם, און װי איך האָב אײַך געטראָגן אױף אָדלערפליגלען, און האָב אײַך געבראַכט צו מיר. /19:5 און אַצונד, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַן קָול, און איר װעט היטן מײַן בונד, װעט איר זײַן מײַן באַזונדער אײגנס פֿון צװישן אַלע אומות; װאָרום צו מיר געהערט די גאַנצע ערד. /19:6 און איר װעט מיר זײַן אַ קיניגרײַך פֿון כֹּהנים, און אַ הײליק פֿאָלק. דאָס זײַנען די װערטער װאָס דו זאָלסט רעדן צו די קינדער פֿון ישׂראל.
/19:7 און משה איז געקומען און האָט צונױפֿגערופֿן די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און ער האָט פֿאַר זײ געלײגט אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן. /19:8 האָט געענטפֿערט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אײנעם און געזאָגט: אַלץ װאָס גאָט האָט גערעדט, װעלן מיר טאָן. און משה האָט צוריקגעבראַכט די װערטער פֿון פֿאָלק צו גאָט.
/19:9 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זע, איך קום צו דיר אין אַ געדיכטן װאָלקן, כּדי דאָס פֿאָלק זאָל הערן װי איך רעד מיט דיר, און אױך אין דיר זאָלן זײ גלױבן אױף אײביק. און משה האָט דערצײלט די װערטער פֿון פֿאָלק צו גאָט.
/19:10 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: גײ צום פֿאָלק, און זאָלסט זײ הײליקן הײַנט און מאָרגן, און זײ זאָלן װאַשן זײערע קלײדער; /19:11 און זײ זאָלן זײַן אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג, װאָרום אױפֿן דריטן טאָג װעט גאָט אַראָפּנידערן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק אױפֿן באַרג סינַי. /19:12 און זאָלסט אָפּגרענעצן דאָס פֿאָלק רונד אַרום, אַזױ צו זאָגן: היט אײַך אַרױפֿצוגײן אױפֿן באַרג, אָדער זיך אָנרירן אָן זײַן ברעג. איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם באַרג זאָל טײטן געטײט װערן; /19:13 אַ האַנט זאָל זיך ניט אָנרירן אָן אים, נײַערט פֿאַרשטײנען זאָל ער פֿאַרשטײנט װערן, אָדער שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער ניט בלײַבן לעבן. ערשט אַז דער האָרן גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז, מעגן זײ אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג.
/19:14 האָט משה אַראָפּגענידערט פֿון באַרג צום פֿאָלק, און האָט געהײליקט דאָס פֿאָלק, און זײ האָבן געװאַשן זײערע קלײדער. /19:15 און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: זײַט אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג; איר זאָלט ניט גענענען צו אַ פרױ.
/19:16 און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן, אַזױ זײַנען געװאָרן דונערן און בליצן, און אַ שװערער װאָלקן אױפֿן באַרג, און דער קָול פֿון שוֹפר איז געװען זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין לאַגער האָט געציטערט. /19:17 און משה האָט אַרױסגעפֿירט דאָס פֿאָלק פֿון לאַגער גאָט אַנטקעגן, און זײ האָבן זיך געשטעלט אונטערן באַרג. /19:18 און דער באַרג סינַי איז געװען אין גאַנצן אין רױך, פֿון װעגן װאָס גאָט האָט אַראָפּגענידערט אױף אים מיט פֿײַער; און זײַן רױך איז אױפֿגעגאַנגען אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלכאױװן, און דער גאַנצער באַרג האָט זײער געציטערט. /19:19 און דער קָול פֿון שוֹפֿר איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער; משה האָט גערעדט, און גאָט האָט אים געענטפֿערט אױפֿן קָול. /19:20 און גאָט האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן באַרג סינַי, אױפֿן שפּיץ באַרג, און גאָט האָט גערופֿן משהן אױפֿן שפּיץ באַרג, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען. /19:21 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: נידער אַראָפּ, װאָרן דאָס פֿאָלק; זײ װעלן זיך חלילה דורכרײַסן צו גאָט צו קוקן, און עס װעלן פֿאַלן פֿון זײ אַ סך. /19:22 און אױך די כֹּהנים װאָס גענענען צו גאָט, זאָלן זיך הײליקן, כּדי גאָט זאָל ניט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ. /19:23 האָט משה געזאָגט צו גאָט: דאָס פֿאָלק קען ניט אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג סינַי, װאָרום דו האָסט דאָך אונדז אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גרענעץ אָפּ דעם באַרג, און זאָלסט אים הײליקן. /19:24 האָט גאָט צו אים געזאָגט: גײ נידער אַראָפּ, און זאָלסט אַרױפֿקומען, דו, און אַהרן מיט דיר; אָבער די כֹּהנים און דאָס פֿאָלק זאָלן זיך ניט דורכרײַסן אַרױפֿצוגײן צו גאָט, כּדי ער זאָל ניט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ.
/19:25 האָט משה אַראָפּגענידערט צום פֿאָלק, און זײ געזאָגט.
/20:1 און גאָט האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן: /20:2 איך בין יהוה דײַן גאָט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.
/20:3 זאָלסט ניט האָבן אַנדערע געטער פֿאַר מײַן פּנים. /20:4 זאָלסט דיר ניט מאַכן אַ געשניץ, אָדער אַ שום געשטאַלט פֿון װאָס אין הימל אױבן, אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן, אָדער װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד. /20:5 זאָלסט זיך ניט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ ניט דינען; װאָרום איך יהוה דײַן גאָט בין אַ צערנדיקער גאָט, װאָס רעכן זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דָור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט, /20:6 און טו חסד מיטן טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב, און פֿון די װאָס היטן מײַנע געבאָט.
/20:7 זאָלסט ניט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון יהוה דײַן גאָט צום פֿאַלשן, װאָרום יהוה שענקט ניט דעם װאָס ברענגט אַרױף זײַן נאָמען צום פֿאַלשן.
/20:8 געדענק דעם טאָג פֿון שבת, אים צו האַלטן הײליק. /20:9 זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און טאָן אַלע דײַנע מלאָכות; /20:10 אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו יהוה דײַן גאָט, זאָלסטו ניט טאָן קײן מלאָכה, דו, און דײַן זון, און דײַן טאָכטער, דײַן קנעכט, און דײַן דינסט, און דײַן בהמה, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַנע טױערן. /20:11 װאָרום זעקס טעג האָט גאָט געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערוט; דרום האָט גאָט געבענטשט דעם טאָג פֿון שבת, און האָט אים געהײליקט.
/20:12 האַלט אין כּבוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר. /20:13 זאָלסט ניט הרגען. זאָלסט ניט מזַנה זײַן. זאָלסט ניט גנבֿען. זאָלסט ניט זאָגן אױף דײַן חבֿר פֿאַלשע עדות.
/20:14 זאָלסט ניט גלוסטן דײַן חבֿרס הױז; זאָלסט ניט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, אָדער זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.
/20:15 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט בײגעװוינט די דונערן, און די פלאַמען, און דעם קָול פֿון שוֹפֿר, און דעם רױכיקן באַרג; און װי דאָס פֿאָלק האָט עס געזען, אַזױ האָבן זײ געציטערט, און זײַנען געשטאַנען פֿון דער װײַטן. /20:16 און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: רעד דו צו אונדז, און מיר װעלן הערן, און זאָל ניט רעדן צו אונדז גאָט; מיר װעלן חלילה שטאַרבן.
/20:17 האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן, װאָרום כּדי אײַך צו פּרוּװן איז גאָט געקומען, און כּדי זײַן מוֹרא זאָל זײַן פֿאַר אײַער פּנים, אַז איר זאָלט ניט זינדיקן. /20:18 איז דאָס פֿאָלק געשטאַנען פֿון דער װײַטן, און משה האָט גענענט צו דעם נעבל װאָס דאָרטן איז געװען גאָט.
/20:19 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון ישׂראל: איר האָט געזען אַז פֿון הימל האָב איך גערעדט צו אײַך. /20:20 איר זאָלט ניט מאַכן לעבן מיר געטער פֿון זילבער, און געטער פֿון גאָלד זאָלט איר אײַך ניט מאַכן. /20:21 אַ מזבח פֿון ערד זאָלסטו מיר מאַכן, און שלאַכטן אױף אים דײַנע בראַנדאָפּפֿער און דײַנע פֿרידאָפּפֿער, דײַנע שאָפּ און דײַנע רינדער; אין יעטװעדער אָרט װוּ איך װעל מאַכן דערמאָנען מײַן נאָמען, װעל איך קומען צו דיר, און װעל דיך בענטשן. /20:22 און אױב אַ מזבח פֿון שטײנער װעסטו מיר מאַכן, זאָלסטו זײ ניט בױען געהאַקטע, װאָרום דײַן האַקאײַזן האָסטו אױפֿגעהױבן דערױף, און האָסט עס פֿאַרשװעכט. /20:23 און זאָלסט ניט אַרױפֿגײן מיט טרעפּ אױף מײַן מזבח, כּדי זײַן נאַקעטקײט זאָל ניט אַנטפּלעקט װערן אױף אים.
מִשְפָּטִים
[רעדאַקטירן]/21:1 און דאָס זײַנען די געזעצן װאָס דו זאָלסט לײגן פֿאַר זײ: /21:2 אַז דו װעסט קױפֿן אַ אידישן קנעכט, זאָל ער זעקס יאָר דינען, און אױפֿן זיבעטן זאָל ער אַרױסגײן פֿרײַ אומזיסט. /21:3 אױב ער איז אַלײן געקומען, זאָל ער אַלײן אַרױסגײן; אױב ער איז אַ באַװײַבטער, זאָל זײַן װײַב אַרױסגײן מיט אים. /21:4 אױב זײַן האַר װעט אים געבן אַ װײַב, און זי װעט אים געבערן זין אָדער טעכטער, זאָל די װײַב מיט אירע קינדער געהערן צו איר האַר, און ער זאָל אַרױסגײן אַלײן. /21:5 און אױב זאָגן װעט זאָגן דער קנעכט: איך האָב ליב מײַן האַר, מײַן װײַב, און מײַנע קינדער, איך װיל ניט אַרױסגײן פֿרײַ; /21:6 זאָל זײַן האַר אים מאַכן גענענען צו גאָט, און אים מאַכן גענענען צום טיר, אָדער צום בײַשטידל, און זײַן האַר זאָל דורכאָלן זײַן אױער מיט אַן אָל; און ער זאָל אים דינען אױף שטענדיק.
/21:7 און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרקױפֿן זײַן טאָכטער פֿאַר אַ דינסט, זאָל זי ניט אַרױסגײן אַזױ װי עס גײען אַרױס די קנעכט. /21:8 אױב זי געפֿעלט ניט אין די אױגן פֿון איר האַר, װאָס האָט זי געהאַט באַשטימט פֿאַר זיך, זאָל ער זי לאָזן אױסלײזן; ער זאָל ניט געװעלטיקן זי צו פֿאַרקױפֿן צו פֿרעמדע מענטשן, װען ער פֿעלשט אָן איר. /21:9 און אױב ער װעט זי באַשטימען פֿאַר זײַן זון, זאָל ער טאָן צו איר אַזױ װי דער שטײגער מיט טעכטער. /21:10 אױב ער װעט זיך נעמען אַן אַנדערע, זאָל ער איר שפּײַז, איר קלײדונג, און איר װײַברעכט, ניט מינערן. /21:11 און אױב ער װעט איר ניט טאָן די דאָזיקע דרײַ זאַכן, זאָל זי אַרױסגײן אומזיסט, אָן געלט.
/21:12 דער װאָס שלאָגט אַ מענטשן און ער שטאַרבט, זאָל טײטן געטײט װערן. /21:13 אָבער דער װאָס האָט ניט געמײנט, נאָר גאָט האָט עס אונטערגעשיקט אונטער זײַן האַנט, װעל איך דיר מאַכן אַן אָרט װאָס ער זאָל אַהין אנטרינען.
/21:14 און אַז אַ מאַן װעט מוטװיליק קומען אױף זײַן חבֿר, אים צו הרגען מיט ליסטיקײט, זאָלסטו פֿון מײַן מזבח אים אַראָפּנעמען צו שטאַרבן.
/21:15 און דער װאָס שלאָגט זײַן פֿאָטער, אָדער זײַן מוטער, זאָל טײטן געטײט װערן.
/21:16 און דער װאָס גנבֿעט אַ מענטשן און פֿאַרקױפֿט אים, אָדער ער װערט געפֿונען אין זײַן האַנט, זאָל טײטן געטײט װערן.
/21:17 און דער װאָס שילט זײַן פֿאָטער, אָדער זײַן מוטער, זאָל טײטן געטײט װערן.
/21:18 און אַז מענטשן װעלן זיך קריגן, און אײנער װעט שלאָגן דעם אַנדערן מיט אַ שטײן, אָדער מיטן פֿױסט, און ער װעט ניט שטאַרבן, נאָר ער װעט זיך אַװעקלײגן אין בעט, /21:19 איז, אױב ער װעט אױפֿשטײן און אַרומגײן דרױסן אױף זײַן שטעקן, זאָל דער שלעגער זײַן פֿרײַ; נאָר פֿאַר זײַן זיצן לײדיק מוז ער באַצאָלן, און אױסהײלן מוז ער אים לאָזן אױסהײלן.
/21:20 און אַז אַ מאַן װעט שלאָגן זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, מיט אַ שטעקן, און ער װעט שטאַרבן אונטער זײַן האַנט, זאָל ער שטראָפֿן באַשטראָפֿט װערן.
/21:21 אױב אָבער ער װעט זיך האַלטן אַ טאָג אָדער צװײ טעג, זאָל ער ניט באַשטראָפֿט װערן; װאָרום דאָס איז זײַן געלט.
/21:22 און אַז מענער װעלן זיך ראַנגלען, און װעלן אָנשטױסן אַ טראָגעדיקע פֿרױ, און אירע קינדער װעלן אַרױסגײן, אָבער קײן אומגליק װעט ניט געשען, זאָל קַנסען געקַנסעט װערן דער שולדיקער , לױט װי דער פֿרױס מאַן װעט אױף אים אַרױפֿלײגן, און ער זאָל עס געבן פֿאַר די דיינים. /21:23 אױב אָבער אַן אומגליק װעט געשען, זאָלסטו געבן אַ נפֿש פֿאַר אַ נפש. /21:24 אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן, אַ האַנט פֿאַר אַ האַנט, אַ פֿוס פֿאַר אַ פֿוס. /21:25 אַ ברען פֿאַר אַ ברען, אַ װוּנד פֿאַר אַ װוּנד, אַ בײַל פֿאַר אַ בײַל.
/21:26 און אַז אַ מאַן װעט שלאָגן דאָס אױג פֿון זײַן קנעכט, אָדער דאָס אױג פֿון זײַן דינסט, און װעט עס איבערפֿירן, זאָל ער אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿאַר זײַן אױג. /21:27 און אַז ער װעט אױסהאַקן אַ צאָן פֿון זײַן קנעכט, אָדער אַ צאָן פֿון זײַן דינסט, זאָל ער אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿאַר זײַן צאָן.
/21:28 און אַז אַן אָקס װעט שטױסן אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, און זײ װעלן שטאַרבן, זאָל פֿאַרשטײנען פֿאַרשטײנט װערן דער אָקס, און זײַן פֿלײש זאָל ניט געגעסן װערן; און דער בעל־הבית פֿון אָקס איז פֿרײַ. /21:29 אױב אָבער ער איז אַ שטױסיקער אָקס פֿון נעכטן-אײערנעכטן, און זײַן בעל־הבית איז געװאָרנט געװאָרן, און האָט אים ניט געהיט, און ער װעט טײטן אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, זאָל פֿאַרשטײנט װערן דער אָקס, און אױך זײַן בעל־הבית זאָל געטײט װערן. /21:30 אױב אַן אױסלײז װעט אַרױפֿגעלײגט װערן אױף אים, זאָל ער געבן פֿאַרן אױסקױף פֿון זײַן נפֿש װי פֿיל עס װעט אַרױפֿגעלײגט װערן אױף אים. /21:31 סײַ ער װעט שטױסן אַ ייִנגל, סײַ ער װעט שטױסן אַ מײדל, זאָל אַזױ װי דערדאָזיקער משפּט געטאָן װערן צו אים. /21:32 אױב דער אָקס װעט שטױסן אַ קנעכט אָדער אַ דינסט, זאָל ער געבן זײַן האַר דרײַסיק שֶקל זילבער, און דער אָקס זאָל פֿאַרשטײנט װערן.
/21:33 און אַז אַ מאַן װעט עפֿענען אַ גרוב, אָדער אַז אַ מאַן װעט גראָבן אַ גרוב, און װעט זי ניט צודעקן, און אַהין װעט אַרײַנפֿאַלן אַן אָקס אָדער אַן אײזל, /21:34 זאָל דער בעל־הבית פֿון דער גרוב באַצאָלן; געלט זאָל ער אומקערן צו זײער בעל־הבית, און די טױטע בהמה זאָל געהערן צו אים.
/21:35 און אַז אַ מאַנס אָקס װעט שעדיקן דעם אָקס פֿון זײַן חבֿר, און ער װעט אַװעקפֿאַלן, זאָלן זײ פֿאַרקױפֿן דעם לעבעדיקן אָקס, און זיך צעטײלן מיטן געלט; און אױך מיטן טױטן זאָלן זײ זיך צעטײלן. /21:36 אױב עס איז באַװוּסט, אַז ער איז אַ שטױסיקער אָקס פֿון לאַנג אָן, און זײַן בעל־הבית האָט אים ניט געהיט, זאָל ער צאָלן באַצאָלן אַן אָקס פֿאַרן אָקס, און דער טױטער זאָל געהערן צו אים.
/21:37 אַז אַ מאַן װעט גנבֿען אַן אָקס אָדער אַ שעפּס, און װעט אים שעכטן, אָדער ער װעט אים פֿאַרקױפֿן, זאָל ער באַצאָלן פֿינף רינדער פֿאַרן אָקס, און פֿיר שאָפּ פֿאַרן שעפּס.
/22:1 אַז אַ גנבֿ װעט געכאַפּט װערן בײַ אַן אײַנברעכונג, און װעט קריגן געשלאָגן און װעט שטאַרבן, איז ניטאָ פֿאַר אים קײן בלוטשולד. /22:2 אױב אָבער די זון איז אױפֿגעגאַנגען איבער אים, איז דאָ פֿאַר אים בלוטשולד.
באַצאָלן מוז ער באַצאָלן; אױב ער האָט ניט, זאָל ער פֿאַרקױפֿט װערן פֿאַר זײַן גנבֿה. /22:3 אױב געפֿונען װעט געפֿונען װערן די גנבֿה אין זײַן האַנט אַ לעבעדיקע, סײַ אַן אָקס, סײַ אַן אײזל, סײַ אַ שעפּס, זאָל ער באַצאָלן טאָפּל.
/22:4 אַז אַ מאַן װעט לאָזן אָפּעסן אַ פֿעלד אָדער אַ װײַנגאָרטן, און װעט אַרױסלאָזן זײַן בהמה, און זי װעט אָפּעסן אין אַן אַנדערנס פֿעלד, זאָל ער מיט דעם בעסטן פֿון זײַן פֿעלד, און מיט דעם בעסטן פֿון זײַן װײַנגאָרטן באַצאָלן.
/22:5 אַז אַ פֿײַער װעט אַרױסגײן, און װעט אָנטרעפֿן דערנער, און עס װעט פֿאַרצערט װערן אַ סטױג, אָדער שטײענדיקע תּבואה, אָדער אַ פֿעלד, זאָל צאָלן באַצאָלן דער װאָס האָט אָנגעצונדן די שׂרפֿה.
/22:6 אַז אַ מאַן װעט געבן זײַן חבֿר געלט אָדער זאַכן צום היטן, און עס װעט געגנבֿעט װערן פֿון דעם מאַנס הױז, אױב דער גנבֿ װעט געפֿונען װערן, זאָל ער באַצאָלן טאָפּל; /22:7 אױב דער גנבֿ װעט ניט געפֿונען װערן, זאָל דער בעל־הבית פֿון הױז גענענען צו גאָט: צי ער האָט ניט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף זײַן חבֿרס האָב. /22:8 בײַ איטלעכן חשד פֿון אומערלעכקײט, װעגן אַן אָקס, װעגן אַן אײזל, װעגן אַ שעפּס, װעגן אַ קלײד, װעגן װאָסער עס איז פֿאַרלאָרענער זאַך, װאָס יענער זאָגט, אַז דאָס איז עס, זאָל די זאַך פֿון בײדן קומען פֿאַר גאָט; דער װעמען גאָט װעט מאַכן שולדיק, זאָל באַצאָלן זײַן חבֿר טאָפּל.
/22:9 אַז אַ מאַן װעט געבן זײַן חבֿר אַן אײזל, אָדער אַן אָקס, אָדער אַ שעפּס, אָדער װאָסער עס איז בהמה צום היטן, און זי װעט אַװעקפֿאַלן, אָדער געשעדיקט װערן, אָדער געפֿאַנגען װערן, װען קײנער זעט ניט, /22:10 זאָל אַ שבועה פֿון גאָט זײַן צװישן זײ בײדן, אױב ער האָט ניט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף זײַן חבֿרס האָב; און איר בעל־הבית זאָל עס אָננעמען, און ער דאַרף ניט באַצאָלן. /22:11 אױב אָבער גנבֿען איז זי געגנבֿעט געװאָרן פֿון אים, מוז ער באַצאָלן איר בעל־הבית. /22:12 אױב פֿאַרצוקן איז זי פֿאַרצוקט געװאָרן, זאָל ער ברענגען פֿון איר צום עדות; פֿאַר אַ פֿאַרצוקטער דאַרף ער ניט באַצאָלן.
/22:13 און אַז אַ מאַן װעט באָרגן אַ בהמה פֿון זײַן חבֿר, און זי װעט געשעדיקט װערן, אָדער אַװעקפֿאַלן – איז איר בעל־הבית ניט מיט איר, מוז ער צאָלן באַצאָלן. /22:14 אױב איר בעל־הבית איז מיט איר, דאַרף ער ניט באַצאָלן. אױב זי איז אַ געדונגענע, גײט דאָס אַרײַן אין איר לױן.
/22:15 און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרפֿירן אַ יונגפֿרױ װאָס איז ניט פֿאַרקנַסט, און װעט ליגן מיט איר, זאָל ער מיט נדן זי מאַכן פֿאַר זײַן װײַב. /22:16 אױב איר פֿאָטער װעט זי אים ניט װעלן געבן, זאָל ער באַצאָלן געלט לױט דעם נדן פֿון יונגפֿרױען.
/22:17 אַ מכשפֿה זאָלסטו ניט לאָזן לעבן.
/22:18 איטלעכער װאָס ליגט מיט אַ בהמה זאָל טײטן געטײט װערן.
/22:19 דער װאָס שלאַכט צו געטער, אַחוץ צו יהוה אַלײן, זאָל װערן חרם.
/22:20 און אַ פֿרעמדן זאָלסטו ניט קריװדען, און זאָלסט אים ניט דריקן, װאָרום פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם.
/22:21 אַן אַלמנה און אַ יתום זאָלט איר ניט פּײַניקן. /22:22 אױב פּײַניקן װעסטו אים פּײַניקן, איז, װי נאָר ער װעט שרײַען צו מיר, װעל איך זיכער צוהערן זײַן געשרײ. /22:23 און מײַן צאָרן װעט גרימען, און איך װעל אײַך הרגען מיטן שװערד, און אײַערע װײַבער װעלן זײַן אַלמנות, און אײַערע קינדער יתוֹמים.
/22:24 אַז דו װעסט געלט לײַען מײַן פֿאָלק, דעם אָרימאַן בײַ דיר, זאָלסטו ניט זײַן צו אים װי אַ בעל-חוב; איר זאָלט ניט אַרױפֿלײגן אױף אים צינזן.
/22:25 אַז דו װעסט נעמען אין משכּון דײַן חבֿרס קלײד, זאָלסטו עס אים אומקערן אײדער די זון גײט אונטער; /22:26 װאָרום דאָס איז זײַן אײנציקער צודעק, דאָס איז זײַן קלײד פֿאַר זײַן לײַב; אין װאָס װעט ער שלאָפֿן? איז, אַז ער װעט שרײַען צו מיר, װעל איך צוהערן, װאָרום איך בין לײַטזעליק.
/22:27 גאָט זאָלסטו ניט שילטן, און אַ פֿירשט אין דײַן פֿאָלק זאָלסטו ניט פֿלוכן.
/22:28 די גאָב פֿון דײַן פֿולקײט און דײַן שֶפֿע זאָלסטו ניט שפּעטיקן.
דעם בכָור פֿון דײַנע זין זאָלסטו אָפּגעבן צו מיר. /22:29 דעס גלײַכן זאָלסטו טאָן מיט דײַן אָקס, מיט דײַנע שאָפּ; זיבן טעג זאָל עס זײַן בײַ זײַן מוטער, אױפֿן אַכטן טאָג זאָלט איר עס אָפּגעבן צו מיר.
/22:30 און הײליקע מענטשן זאָלט איר מיר זײַן, און פֿלײש פֿון אַ פֿאַרצוקטער אױפֿן פֿעלד זאָלט איר ניט עסן; פֿאַרן הונט זאָלט איר עס אַװעקװאַרפֿן.
/23:1 זאָלסט ניט אַרױסלאָזן אַ פֿאַלשן קלאַנג; זאָלסט ניט מאַכן אײן האַנט מיט דעם רשע צו זײַן אַן עדות אױף אומרעכט. /23:2 זאָלסט ניט נאָכגײן נאָך אַ רַבים צום בײזן; און אין אַ קריג זאָלסטו ניט עדות זאָגן כּדי זיך צו נײַגן נאָך אַ רַבים צו פֿאַרדרײען. /23:3 און אַן אָרימאַן זאָלסטו ניט שאַנעװען אין זײַן קריג.
/23:4 אַז דו װעסט טרעפֿן דײַן שׂוֹנאס אָקס, אָדער זײַן אײזל, בלאָנדזשענדיק, זאָלסטו אומקערן אים אומקערן צו אים.
/23:5 אַז דו װעסט זען דײַן שׂוֹנאס אײזל ליגן אונטער זײַן משׂא, זאָלסטו זיך אָפּהאַלטן פֿון איבערלאָזן צו אים; אָפּבינדן זאָלסטו אָפּבינדן אין אײנעם מיט אים.
/23:6 זאָלסט ניט פֿאַרדרײען דאָס רעכט פֿון דײַן אבֿיון אין זײַן קריג. /23:7 פֿון אַ פֿאַלשן פּסק זאָלסטו זיך דערװײַטערן, און אַן אומשולדיקן און גערעכטן זאָלסטו ניט הרגען; װאָרום איך װעל ניט לאָזן בלײַבן גערעכט דעם שולדיקן. /23:8 און שוחד זאָלסטו ניט נעמען, װאָרום שוֹחד מאַכט בלינד זעעדיקע, און פֿאַרדרײט די װערטער פֿון גערעכטע.
/23:9 און אַ פֿרעמדן זאָלסטו ניט דריקן, װאָרום איר װײסט דאָס געמיט פֿון דעם פֿרעמדן, װײַל פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם.
/23:10 און זעקס יאָר זאָלסטו זײען דײַן לאַנד, און אײַנזאַמלען איר תּבֿואה; /23:11 אָבער דאָס זיבעטע יאָר זאָלסטו עס פֿאַרלאָזן און עס איבערלאָזן פֿרײַ, כּדי די אבֿיוֹנים פֿון דײַן פֿאָלק זאָלן עסן; און װאָס בלײַבט פֿון זײ, זאָל עסן די חיה פֿון פֿעלד. דעס גלײַכן זאָלסטו טאָן מיט דײַן װײַנגאָרטן, מיט דײַן אײלבערטגאָרטן.
/23:12 זעקס טעג זאָלסטו טאָן דײַנע אַרבעט, און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלסטו רוען, כּדי עס זאָל רוען דײַן אָקס און דײַן אײזל, און עס זאָל אָפּעטעמען דער זון פֿון דײַן דינסט, און דער פֿרעמדער.
/23:13 און אין אַלץ, װאָס איך האָב אײַך אָנגעזאָגט, זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט; און דעם נאָמען פֿון פֿרעמדע געטער זאָלט איר ניט דערמאָנען; עס זאָל פֿון דײַן מױל ניט געהערט װערן.
/23:14 דרײַ מאָל אין יאָר זאָלסטו האַלטן אַ יָום-טובֿ צו מיר. /23:15 דעם יָום-טובֿ פֿון מצות זאָלסטו היטן: זיבן טעג זאָלסטו עסן מצות, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן, צו דער געשטעלטער צײַט אין חוֹדש אָבֿיבֿ װאָרום אין אים ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; און מע זאָל זיך ניט װײַזן פֿאַר מיר מיט לײדיקן; /23:16 און דעם יָום-טובֿ פֿון שניט, פֿון די ערשטפֿרוכט פֿון דײַנע אַרבעט, פֿון װאָס דו װעסט פֿאַרזײען אין פֿעלד; און דעם יָום-טובֿ פֿון אײַנזאַמלונג בײַם אױסלאָז פֿון יאָר, װען דו זאַמלסט אײַן דײַנע אַרבעט פֿון פֿעלד. /23:17 דרײַ מאָל אין יאָר זאָלן אַלע דײַנע מאַנספּאַרשױנען זיך װײַזן פֿאַר דעם האַר, גאָט.
/23:18 זאָלסט ניט מקריבֿ זײַן מיט געזײַערטן ברױט דאָס בלוט פֿון מײַן שלאַכטאָפּפֿער; און דאָס אָפּפֿערפֿעטס פֿון מײַן יָום-טובֿ זאָל ניט איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי.
/23:19 די ערשט פֿריצײַטיקע פֿון דײַן ערד זאָלסטו ברענגען אין הױז פֿון יהוה דײַן גאָט.
זאָלסט ניט קאָכן אַ ציקעלע אין זײַן מוטערס מילך.
/23:20 זע, איך שיק דיר פֿאַרױס אַ מלאך, דיך צו היטן אױפֿן װעג, און דיך צו ברענגען צו דעם אָרט װאָס איך האָב אָנגעברײט. /23:21 היט דיך פֿאַר אים, און הער צו זײַן קָול; זאָלסט ניט װידערשפּעניקן אָן אים, /23:22 װאָרום ער װעט ניט פֿאַרגעבן אײַער פֿאַרברעך, װײַל מײַן נאָמען איז אין אים. אָבער אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו זײַן קָול, און װעסט טאָן אַלץ װאָס איך רעד, װעל איך פֿײַנטן דײַנע פֿײַנט, און דריקן דײַנע דריקער. /23:23 װאָרום מײַן מלאך װעט גײן דיר פֿאַרױס, און ער װעט דיך ברענגען צו דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און דעם כּנַעֲני, דעם חוי, און דעם יבֿוסי; און איך װעל זײ פֿאַרטיליקן. /23:24 זאָלסט זיך ניט בוקן צו זײערע געטער, און זאָלסט זײ ניט דינען, און זאָלסט ניט טאָן אַזױ װי זײערע מעשׂים; נײַערט צעשטערן זאָלסטו זײ צעשטערן, און צעברעכן זאָסלטו צעברעכן זײערע זײַלשטײנער. /23:25 און איר זאָלט דינען יהוה אײַער גאָט, און ער װעט בענטשן דײַן ברױט און דײַן װאַסער; און איך װעל אָפּטאָן קראַנקשאַפֿט פֿון צװישן דיר. /23:26 עס װעט ניט זײַן אַ פֿאַרװאַרפֿערין אָדער אַן עקרה אין דײַן לאַנד; די צאָל פֿון דײַנע טעג װעל איך אױספֿילן. /23:27 מײַן אימה װעל איך שיקן דיר פֿאַרױס, און װעל פֿאַרטומלען אַל דאָס פֿאָלק װאָס דו װעסט קומען צװישן זײ, און איך װעל קערן אַלע דײַנע פֿײַנט מיטן נאַקן צו דיר. /23:28 און איך װעל שיקן דיר פֿאַרױס די האָרנבין, און זי װעט פֿאַרטרײַבן דעם חוי, דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, פֿון פֿאַר דיר. /23:29 איך װעל זײ ניט פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר אין אײן יאָר, טאָמער װעט דאָס לאַנד װערן אַ װיסטעניש און עס װעט זיך מערן אױף דיר די חיה פֿון פֿעלד. /23:30 ביסלעכביסלעכװײַז װעל איך זײ פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר, ביז װאַנען דו װעסט זיך פֿרוכפּערן, און װעסט אַרבן דאָס לאַנד. /23:31 און איך װעל מאַכן דײַן געמאַרק פֿון ים-סוף און ביז דעם ים פֿון די פּלִשתּים, און פֿון מדבר ביזן טײַך; װאָרום איך װעל געבן אין אײַער האַנט די באַװױנער פֿון לאַנד, און װעסט זײ פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר. /23:32 זאָלסט ניט שליסן אַ בונד זײ און זײערע געטער. /23:33 זײ זאָלן ניט זיצן אין דײַן לאַנד, כּדי זײ זאָלן דיך ניט מאַכן זינדיקן צו מיר, אַז דו װעסט דינען זײערע געטער; װאָרום דאָס װעט דיר זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג.
/24:1 און צו משהן האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף צו גאָט, דו, און אַהרן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל, און איר זאָלט זיך בוקן פֿון דער װײַטן. /24:2 און משה אַלײן זאָל גענענען צו גאָט; אָבער זײ זאָלן ניט גענענען. און דאָס פֿאָלק זאָל ניט אַרױפֿגײן מיט אים.
/24:3 איז משה געקומען, און האָט דערצײלט דעם פֿאָלק אַלע װערטער פֿון גאָט, און אַלע געזעצן; און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענטפֿערט מיט אײן קָול, און געזאָגט: אַלע װערטער װאָס גאָט האָט גערעדט װעלן מיר טאָן.
/24:4 און משה האָט פֿאַרשריבן אַלע װערטער פֿון גאָט, און ער האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט געבױט אַ מזבח אונטערן באַרג, און צװעלף זײַלשטײנער אַקעגן די צװעלף שבֿטים פֿון ישׂראל. /24:5 און ער האָט געשיקט די יונגע לײַט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט אָקסן פֿרידאָפּפֿער צו גאָט. /24:6 און משה האָט גענומען העלפֿט פֿון דעם בלוט, און אַרײַנגעטאָן אין בעקנס, און העלפֿט פֿון דעם בלוט האָט ער געשפּרענגט אױפֿן מזבח. /24:7 און ער האָט גענומען דאָס בוך פֿון בונד, און געלײענט אין די אױערן פֿון פֿאָלק; און זײ האָבן געזאָגט: אַלץ װאָס גאָט האָט גערעדט װעלן מיר טאָן און געהאָרכן. /24:8 און משה האָט גענומען דאָס בלוט, און האָט געשפּרענגט אױפֿן פֿאָלק, און האָט געזאָגט: אָט איז דאָס בלוט פֿון דעם בונד װאָס גאָט האָט געשלאָסן מיט אײַך אױף אַלע די דאָזיקע װערטער.
/24:9 און משה, און אַהרן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען; /24:10 און זײ האָבן געזען דעם גאָט פֿון ישׂראל; און אונטער זײַנע פֿיס איז געװען אַזױ װי אַ פֿלאַסטערװערק פֿון סאַפּירשטײן, און אַזױ װי דער הימל אַלײן אין לױטערקײט. /24:11 און אױף די אַדללײַט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט ער ניט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט; און זײ האָבן געזען גאָט, און האָבן געגעסן און געטרונקען.
/24:12 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: קום אַרױף צו מיר אױפֿן באַרג, און זײַ דאָרטן, און איך װעל דיר געבן די שטײנערנע לוחות מיט דער תּוֹרה און דעם געבאָט װאָס איך האָב אױפֿגעשריבן זײ צו לערנען.
/24:13 איז אױפֿגעשטאַנען משה, און זײַן באַדינער יהוֹשועַ, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג פֿון גאָט. /24:14 און צו די עלטסטע האָט ער געזאָגט: האַרט דאָ אױף אונדז, ביז װאַנען מיר װעלן זיך אומקערן צו אײַך. און אָט זײַנען אַהרן און חור מיט אײַך; װער עס האָט אַ משפּט זאָל גענענען צו זײ.
/24:15 און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג, און דער װאָלקן האָט צוגעדעקט דעם באַרג. /24:16 און די פּראַכט פֿון גאָט האָט גערוט אױפֿן באַרג סינַי, און דער װאָלקן האָט אים אײַנגעדעקט זעקס טעג; און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערופֿן צו משהן פֿון װאָלקן.
/24:17 און דאָס אױסזען פֿון גאָטס פּראַכט איז געװען אַזױ װי אַ פֿאַרצערעדיק פֿײַער אױפֿן שפּיץ באַרג, פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /24:18 און משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין מיטן װאָלקן, און איז אַרױף אױפֿן באַרג; און משה איז געװען אױפֿן באַרג פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט.
תְּרומָה
[רעדאַקטירן]/25:1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /25:2 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן נעמען פֿאַר מיר אַן אָפּשײדונג; פֿון יעטװעדער מאַן װאָס זײַן האַרץ װעט אים באַװיליקן, זאָלט איר נעמען מײַן אָפּשײדונג. /25:3 און דאָס איז די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט נעמען פֿון זײ: גאָלד, און זילבער, און קופּער; /25:4 און בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען, און ציגנהאָר; /25:5 און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תַּחַשפֿעלן, און שִטים-האָלץ; /25:6 אײל פֿאַר דער לײַכטונג, בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; /25:7 אָניקלשטײנער, און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַר דעם אֵפֿוֹד, און פֿאַר דעם חוֹשֶן. /25:8 און זײ זאָלן מיר מאַכן אַ הײליקטום, אַז איך זאָל רוען צװישן זײ. /25:9 אַזױ װי אַלץ װאָס איך װײַז דיר, די געשטאַלט פֿון דעם מִשכּן, און די געשטאַלט פֿון אַלע זײַנע כּלים, אָט אַזױ זאָלט איר מאַכן.
/25:10 און זײ זאָלן מאַכן אַן אָרון פֿון שִטים-האָלץ; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. /25:11 און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד – פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק זאָלסטו אים איבערציען; און זאָלסט מאַכן אױף אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. /25:12 און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן אױף זײַנע פֿיר פֿיס; און צװײ רינגען זאָלן זײַן אױף זײַן אײן זײַט, און צװײ רינגען אױף זײַן צװײטער זײַט. /25:13 און זאָלסט מאַכן שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד. /25:14 און זאָלסט אַרײַנציען די שטאַנגען אין די רינגען בײַ די זײַטן פֿון אָרון, צו טראָגן אױף זײ דעם אָרון. /25:15 אין די רינגען פֿון אָרון זאָלן די שטאַנגען זײַן, זײ זאָלן ניט אָפּגעטאָן װערן פֿון אים. /25:16 און זאָלסט אַרײַנטאָן אין דעם אָרון דאָס געזעץ װאָס איך װעל דיר געבן.
/25:17 און זאָלסט מאַכן אַ דעק פֿון רײנעם גאָלד; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט. /25:18 און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע כּרובֿים; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן, בײַ בײדע עקן פֿון דעק. /25:19 און מאַך אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער זײַט, און אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער אַנדער זײַט; פֿון דעם דעק גופֿא זאָלט איר מאַכן די כּרובֿים בײַ זײַנע בײדע עקן. /25:20 און די כּרובֿים זאָלן אױסשפּרײטן די פֿליגלען צו דער הײך, שירעמענדיק מיט זײערע פֿליגלען איבער דעם דעק, מיט זײערע פּנימער אײנער אַקעגן אַנדערן; צום דעק צו זאָלן זײַן די פּנימער פֿון די כּרובֿים. /25:21 און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק אױבן אױפֿן אָרון; און אין דעם אָרון זאָלסטו אַרײַנטאָן דאָס געזעץ װאָס איך װעל דיר געבן. /25:22 און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו דיר, און װעל רעדן מיט דיר פֿון איבערן דעק, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים װאָס איבער דעם אָרון פֿון געזעץ, אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
/25:23 און זאָלסט מאַכן אַ טיש פֿון שִטים-האָלץ; צװײ אײלן זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. /25:24 און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד, און מאַכן צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. /25:25 און זאָלסט מאַכן צו אים אַ לײַסט פֿון אַ האַנטברײט רונד אַרום, און מאַכן אַ גילדערנעם קראַנץ צו זײַן לײַסט רונד אַרום. /25:26 און זאָלסט מאַכן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן די רינגען אױף די פֿיר װינקלען װאָס אױף זײַנע פֿיר פֿיס. /25:27 לעבן דעם לײַסט זאָלן זײַן די רינגען, פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען צו טראָגן דעם טיש. /25:28 און זאָלסט מאַכן די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד; און דער טיש זאָל געטראָגן װערן אױף זײ. /25:29 און זאָלסט מאַכן זײַנע שיסלען, און זײַנע שאָלן, און זײַנע קאַנען, און זײַנע בעכערס, װאָס מיט זײ װערט געגאָסן; פֿון רײנעם גאָלד זאָלסטו זײ מאַכן. /25:30 און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױפֿן טיש דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט פֿאַר מיר תּמיד.
/25:31 און זאָלסט מאַכן אַ מנוֹרה פֿון רײנעם גאָלד; געהאַמערט זאָל די מנוֹרה געמאַכט װערן, איר פֿוסגעשטעל, און איר שטאַם; אירע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען – זאָלן זײַן פֿון איר גופֿא. /25:32 און זעקס רערן זאָלן אַרױסגײן פֿון אירע זײַטן, דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר אײן זײַט, און דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר צװײטער זײַט. /25:33 דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ און אַ בלום אױף אײן רער, און דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ און אַ בלום אױפֿן אַנדער רער; אַזױ פֿאַר די זעקס רערן, װאָס גײען אַרױס פֿון דער מנוֹרה. /25:34 און אױף דער מנוֹרה פֿיר מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען. און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, /25:35 און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, פֿאַר די זעקס רערן װאָס גײען אַרױס פֿון דער מנוֹרה. /25:36 זײערע קנעףּ און זײערע רערן זאָלן זײַן פֿון איר גופֿא, אין גאַנצן אײן אױסהאַמערונג פֿון רײנעם גאָלד. /25:37 און זאָלסט מאַכן צו איר זיבן רערלעך, און מע זאָל אָנצינדן אירע רערלעך, און מאַכן לײַכטן צו איר פֿאָדערזײַט צו. /25:38 און אירע צװענגלעך און אירע אַשפֿענדלעך זאָלן זײַן פֿון רײנעם גאָלד. /25:39 פֿון צענטנער רײנעם גאָלד זאָל מען זי מאַכן מיט אַלע די דאָזיקע כּלים. /25:40 און זע זאָלסט מאַכן לױט זײער געשטאַלט, װאָס דיר װערט געװיזן אױפֿן באַרג.
/26:1 און דעם מִשכּן זאָלסטו מאַכן פֿון צען פֿאָרהאַנגען; פֿון געדרײַטן לײַנען, און בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, מיט כּרובֿים קונציק אױסגעאַרבעט זאָלסטו זײ מאַכן. /26:2 די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג אַכט און צװאַנציק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר אַלע פֿאָרהאַנגען. /26:3 פֿינף פֿאָרהאַנגען זאָלן זײַן באַהעפֿט אײנער אָן אַנדערן, און װידער פֿינף פֿאָרהאַנגען באַהעפֿט אײנער אָן אַנדערן. /26:4 און זאָלסט מאַכן שלײפֿן פֿון בלאָער װאָל אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג בײַם עק פֿון אײן באַהעפֿטונג, און אַזױ זאָלסטו מאַכן אױף דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. /26:5 פֿופֿציק שלײפֿן זאָלסטו מאַכן אױף דעם אײן פֿאָרהאַנג, און פֿופֿציק שלײפֿן זאָלסטו מאַכן אױף דעם ברעג פֿון דעם פֿאָרהאַנג װאָס אין דער צװײטער באַהעפֿטונג; אײנער קעגן אַנדערן זאָלן די שלײפֿן זײַן. /26:6 און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק גילדערנע האָקן, און באַהעפֿטן די פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן מיט די האָקן, אַז דער מִשכּן זאָל זײַן אײנס. /26:7 און זאָלסט מאַכן פֿאָרהאַנגען פֿון ציגנהאָר פֿאַר אַ געצעלט איבערן מִשכּן; עלף פֿאָרהאַנגען זאָלסטו זײ מאַכן. /26:8 די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג דרײַסיק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר די עלף פֿאָרהאַנגען. /26:9 און זאָלסט באַהעפֿטן פֿינף פֿאָרהאַנגען באַזונדער, און זעקס פֿאָרהאַנגען באַזונדער; און דעם זעקסטן פֿאָרהאַנג זאָלסטו צונױפֿטאָפּלען אױף דער פֿאָדערזײַט פֿון געצעלט. /26:10 און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג, דעם עקסטן אין דער באַהעפֿטונג, און פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון דעם פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. /26:11 און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק קופּערנע האָקן, און אַרײַנטאָן די האָקן אין די שלײפֿן, און באַהעפטן דאָס געצעלט, אַז עס זאָל זײַן אײנס. /26:12 און דער אַריבערהאַנג װאָס בלײַבט פֿון די פֿאָרהאַנגען פֿון געצעלט, דער איבעריקער האַלבער פֿאָרהאַנג, זאָל אַראָפּהענגען אױף דער הינטערשטער זײַט פֿון מִשכּן. /26:13 און די אײל פֿון דער זײַט, און די אײל פֿון דער אַנדער זײַט, װאָס בלײַבט איבער פֿון דער לענג פֿון די פֿאָרהאַנגען פֿון געצעלט, זאָל אַראָפּהענגען אױף די זײַטן פֿון מִשכּן, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט, אים צו פֿאַרדעקן.
/26:14 און זאָלסט מאַכן אַ צודעק פֿאַר דעם געצעלט פֿון רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און אַ צודעק פֿון תַּחַש-פֿעלן פֿון אױבן.
/26:15 און זאָלסט מאַכן די ברעטער צום מִשכּן פֿון שִטים-האָלץ, שטײענדיק. /26:16 צען אײלן די לענג פֿון אַ ברעט, און אַן אײל און אַ האַלבע אײל די ברײט פֿון איטלעכן ברעט. /26:17 צװײ צאַפּנס צו איטלעכן ברעט, אײנער קעגן אַנדערן אַזױ װי שטאַפּלען; אַזױ זאָלסטו מאַכן צו אַלע ברעטער פֿון מִשכּן. /26:18 און זאָלסט מאַכן די ברעטער צום מִשכּן, צװאַנציק ברעטער פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום. /26:19 און פֿערציק זילבערנע שװעלן זאָלסטו מאַכן אונטער די צװאַנציק ברעטער; צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס. /26:20 און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿון מִשכּן, פֿאַר דער צפֿון-זײַט, צװאַנציק ברעטער, /26:21 מיט פֿערציק זילבערנע שװעלן צו זײ: צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט, צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. /26:22 און פֿאַר דער הינטערשטער זײַט פֿון מִשכּן צו מערבֿ, זאָלסטו מאַכן זעקס ברעטער. /26:23 און צװײ ברעטער זאָלסטו מאַכן פֿאַר די װינקלען פֿון מִשכּן, אױף דער הינטערשטער זײַט. /26:24 און זײ זאָלן זײַן אַרײַנגעפּאַסט אונטן, און דעס גלײַכן זאָלן זײ זײַן אַרײַנגעפּאַסט אױבן ביז צום ערשטן רינג; אַזױ זאָל זײַן בײַ זײ בײדן; זײ זאָלן זײַן פֿאַר די צװײ װינקלען. /26:25 און עס װעלן זײַן אַכט ברעטער מיט זײערע זילבערנע שװעלן – זעכצן שװעלן: צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט, צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. /26:26 און זאָלסט מאַכן ריגלען פֿון שִטים-האָלץ; פֿינף פֿאַר די ברעטער פֿון אײן זײַט מִשכּן; /26:27 און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער צװײטער זײַט מִשכּן, און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער הינטערשטער זײַט מִשכּן, צו מערבֿ; /26:28 און דעם מיטלסטן ריגל אין מיטן פֿון די ברעטער, װאָס זאָל דורכריגלען פֿון עק צו עק. /26:29 און די ברעטער זאָלסטו איבערציען מיט גאָלד, און מאַכן צו זײ רינגען פֿון גאָלד, אױערן פֿאַר די ריגלען; און זאָלסט איבערציען די ריגלען מיט גאָלד. /26:30 און זאָלסט אױפֿשטעלן דעם מִשכּן אַזױ װי זײַן אָפּמעל װאָס איז דיר באַװיזן געװאָרן אױפֿן באַרג.
/26:31 און זאָלסט מאַכן אַ פָּרוֹכֶת פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען; קונציק אױסגעאַרבעט, מיט כּרובֿים זאָל מען אים מאַכן. /26:32 און זאָלסט אים אַרױפֿטאָן אױף פֿיר זײַלן פֿון שִטים-האָלץ איבערגעצױגן מיט גאָלד, מיט זײערע העקלעך פֿון גאָלד, אױף פֿיר זילבערנע שװעלן. /26:33 און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם פָּרוֹכֶת אונטער די האָקן; און זאָלסט אַרײַנברענגען אַהין, אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, דעם אָרון פֿון געזעץ; און דער פָּרוֹכֶת װעט אײַך אָפּשײדן צװישן דעם הײליקטום און דעם קָדשֵי-קָדשים. /26:34 און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק אױף דעם אָרון פֿון געזעץ, אין קָדשֵי-קָדשים. /26:35 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם טיש דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת, און די מנוֹרה אַקעגן דעם טיש, אין דָרום-זײַט מִשכּן; און דעם טיש זאָלסטו שטעלן אין צפֿון-זײַט. /26:36 און זאָלסט מאַכן אַ פֿאָרהאַנג צום אײַנגאַנג פֿון געצעלט, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט. /26:37 און זאָלסט מאַכן צום פֿאָרהאַנג פֿינף זײַלן פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד; זײערע העקלעך פֿון גאָלד; און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר זײ פֿינף קופּערנע שװעלן.
/27:1 און זאָלסט מאַכן דעם מזבח פֿון שִטים-האָלץ, פֿינף אײלן די לענג, און פֿינף אײלן די ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל דער מזבח זײַן, און דרײַ אײלן זײַן הײך. /27:2 און זאָלסט מאַכן זײַנע הערנער אױף זײַנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זאָלן זײַן זײַנע הערנער; און זאָלסט אים איבערציען מיט קופּער. /27:3 און זאָלסט מאַכן זײַנע טעףּ אױף אַװעקנעמען זײַנע אַש, און זײַנע שופֿלען, און זײַנע שפּרענגבעקנס, און זײַנע גאָפּלען און זײַנע פֿײַערפֿאַנען; אַלע זײַנע כּלים זאָלסטו מאַכן פֿון קופּער. /27:4 און זאָלסט מאַכן צו אים אַ קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט, און זאָלסט מאַכן אױף דער נעץ פֿיר קופּערנע רינגען אױף זײַנע פֿיר עקן. /27:5 און זאָלסט זי אַרױפֿטאָן אונטער דעם געזימס פֿון מזבח, פֿון אונטן, און די נעץ זאָל זײַן ביז דער העלפֿט פֿון מזבח. /27:6 און זאָלסט מאַכן שטאַנגען צום מזבח, שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט קופּער. /27:7 און זײַנע שטאַנגען זאָלן אַרײַנגעצױגן װערן אין די רינגען, און די שטאַנגען זאָלן זײַן אױף בײדע זײַטן פֿון מזבח װען מע טראָגט אים. /27:8 הױל אינעװײניק, פֿון ברעטער, זאָלסטו אים מאַכן; אַזױ װי מע האָט דיר געװיזן אױפֿן באַרג, אַזױ זאָל מען מאַכן.
/27:9 און זאָלסט מאַכן דעם הױף פֿון מִשכּן: פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום, אַרומהאַנגען פֿאַרן הױף פֿון געדרײַטן לײַנען, הונדערט אײלן די לענג פֿאַר דער אײן זײַט. /27:10 און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. /27:11 און דעס גלײַכן פֿאַר דער צפֿון-זײַט, פֿאַר לענג: אַרומהאַנגען הונדערט אײלן די לענג, און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. /27:12 און פֿאַר ברײט פֿון הױף אין מערבֿ-זײַט, אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן: די זײַלן דערצו צען, און זײערע שװעלן צען. /27:13 און די ברײט פֿון הױף אין מזרח-זײַט צו זונאױפֿגאַנג פֿופֿציק אײלן. /27:14 און פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען פֿאַר אײן זײַט; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. /27:15 און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. /27:16 און פֿאַרן טױער פֿון הױף אַ פֿאָרהאַנג פֿון צװאַנציק אײלן, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט; די זײַלן דערצו פֿיר, און זײערע שװעלן פֿיר. /27:17 אַלע זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, אַרומגערײפֿט מיט זילבער; זײערע העקלעך פֿון זילבער, און זײערע שװעלן פֿון קופּער. /27:18 די לענג פֿון הױף הונדערט אײלן, און די ברײט פֿופֿציק אַקעגן פֿופֿציק, און די הײך פֿינף אײלן, פֿון געדרײַטן לײַנען; און די שװעלן דערצו פֿון קופּער. /27:19 אַלע געצײַג פֿון מִשכּן פֿאַר זײַן גאַנצער אַרבעט, און אַלע זײַנע פֿלעקלעך, און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף, פֿון קופּער.
תְּצַוֶה
[רעדאַקטירן]/27:20 און דו זאָלסט באַפֿעלן די קידנער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן דיר ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער לײַכטונג, אױף אָנצינדן אַ ליכט תּמיד. /27:21 אין אוֹהל-מוֹעד, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת װאָס פֿאַרן געזעץ, זאָל עס אַהרן און זײַנע קינדער צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי, פֿאַר גאָט; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דוֹר-דוֹרות פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
/28:1 און דו מאַך גענענען צו דיר דײַן ברודער אַהרֹנען, און זײַנע זין מיט אים, פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, כּדי זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר; אַהרן, נָדָב, און אַביהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר, אַהרנס זין. /28:2 און זאָלסט מאַכן דײַן ברודער אַהרֹנען הײליקע קלײדער פֿאַר אַ כּבוד און פֿאַר אַ שײנקײט. /28:3 און דו זאָלסט רעדן צו אַלע קלוגהאַרציקע, װאָס איך האָב זײ אָנגעפֿילט מיט אַ גײַסט פֿון חכמה, זײ זאָלן מאַכן די קלײדער פֿאַר אַהרֹנען, כּדי אים צו הײליקן אַז ער זאָל זײַן אַ כֹּהן צו מיר.
/28:4 און דאָס זײַנען די קלײדער, װאָס זײ זאָלן מאַכן: אַ חוֹשֶן, און אַן אֵפוֹד, און אַ מאַנטל, און אַ געקעסטלט העמדל, אַ הױב, און אַ גאַרטל; און זײ זאָלן מאַכן הײליקע קלײדער פֿאַר דײַן ברודער אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין, כּדי זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר. /28:5 און זײ זאָלן נעמען דאָס גאָלד, און די בלאָע װאָל, און דעם פּורפּל, און דאָס װערמילרױט, און דעם לײַנען.
/28:6 און זײ זאָלן מאַכן דעם אֵפוֹד פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, קונציק אױסגעאַרבעט. /28:7 צװײ אַקסלבענדער זאָל ער האָבן, באַהעפֿט צו זײַנע צװײ עקן, כּדי ער זאָל זײַן באַהעפֿט. /28:8 און דער גאַרטלבאַנד װאָס אױף אים, זאָל זײַן אַזױ װי זײַן אַרבעט, פֿון אים גופֿא; פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען. /28:9 און זאָלסט נעמען צװײ אָניקלשטײנער, און אױסקריצן אױף זײ די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; /28:10 זעקס פֿון זײערע נעמען אױף אײן שטײן, און די איבעריקע זעקס נעמען אױפֿן צװײטן שטײן, לױט זײערע געבורטן. /28:11 װי אַרבעט פֿון אַ שטײנשנײַדער, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, זאָלסטו אױסקריצן די צװײ שטײנער לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד זאָלסטו זײ מאַכן. /28:12 און זאָלסט אַרױפֿטאָן די צװײ שטײנער אױף די אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד – שטײנער פֿון דערמאָנונג פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל; און אַהרן זאָל טראָגן זײערע נעמען פֿאַר גאָט אױף זײַנע צװײ אַקסלען פֿאַר אַ דערמאָנונג.
/28:13 און זאָלסט מאַכן אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד; /28:14 און צװײ קײטן פֿון רײנעם גאָלד; געדרײַט זאָלסטו זײ מאַכן, פֿלעכטאַרבעט; און זאָלסט אַרױפֿטאָן די געפֿלאָכטענע קײטן אױף די אײַנפֿאַסונגען.
/28:15 און זאָלסט מאַכן אַ חוֹשֶן פֿון באַשײד, קונציק אױסגעאַרבעט; אַזױ װי די אַרבעט פֿון אֵפֿוֹד זאָלסטו אים מאַכן: פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, זאָלסטו אים מאַכן. /28:16 פֿירעקעכדיק זאָל ער זײַן, געטאָפּלט, אַ שפּאַן זײַן לענג, און אַ שפּאַן זײַן ברײט. /28:17 און זאָלסט אַרײַנזעצן אין אים אַן אײַנזעצונג פֿון שטײנער, פֿיר צײלן שטײנער. אַ צײל פֿון רובין, טאָפּאַז, און שמאָראַק, אײן צײל; /28:18 און די צװײטע צײל: גאַרפֿונקל, סאַפּירשטײן, און דימענט; /28:19 און די דריטע צײל: יאַכצום, אַגאַט, און אַמעטיסט; /28:20 און די פֿירטע צײל: גאָלדשטײן, און אָניקל, און יאַשפּיז; אײַנגעזעצט אין גאָלד זאָלן זײ זײַן אין זײערע אײַנפֿאַסונגען. /28:21 און די שטײנער זאָלן זײַן לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, צװעלף, לױט זײערע נעמען; װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, איטלעכער לױט זײַן נאָמען זאָלן זײ זײַן, אַקעגן די צװעלף שבֿטים. /28:22 און זאָלסט מאַכן אױפֿן חושן געדרײַטע קײטן, פֿלעכטאַרבעט, פֿון רײנעם גאָלד. /28:23 און זאָלסט מאַכן צום חוֹשֶן צװײ גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן די צװײ רינגען אױף די צװײ עקן פֿון חוֹשֶן. /28:24 און זאָלסט אַרײַנטאָן די צװײ גילדערנע פֿלעכטן אין די צװײ רינגען בײַ די עקן פֿון חוֹשֶן. /28:25 און די צװײ עקן פֿון די צװײ פֿלעכטן זאָלסטו אַרױפֿטאָן אױף די צװײ אײַנפֿאַסונגען, און אַרױפֿטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד, אױף זײַן פֿאָדערזײַט. /28:26 און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿזעצן אױף די צװײ עקן פֿון חוֹשֶן בײַ זײַן זױם װאָס צו דער זײַט פֿון אֵפֿוֹד, אינעװײניק צו. /28:27 און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿטאָן אױף די צװײ אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד, פֿון אונטן, אױף זײַן פֿאָדערזײַט, לעבן זײַן באַהעפֿטונג, איבער דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפֿוֹד. /28:28 און מע זאָל צושנירן דעם חוֹשֶן דורך זײַנע רינגען צו די רינגען פֿון אֵפֿוֹד מיט אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי ער זאָל זײַן אױף דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפֿוֹד, און דער חוֹשֶן זאָל זיך ניט אַראָפּרוקן פֿון אֵפֿוֹד. /28:29 און אַהרן זאָל טראָגן די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אין דעם חושן פֿון באַשײד אױף זײַן האַרצן, װען ער קומט אין הײליקטום, פֿאַר אַ דערמאָנונג פֿאַר גאָט תּמיד. /28:30 און זאָלסט אַרײַנטאָן אין דעם חוֹשֶן פֿון באַשײד די אורים-ותּומים, און זײ זאָלן זײַן בײַ אַהרֹנען אױפֿן האַרצן, װען ער קומט פֿאַר גאָט; און אַהרן זאָל טראָגן דעם באַשײד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אױף זײַן האַרצן פֿאַר גאָט תּמיד.
/28:31 און זאָלסט מאַכן דעם מאַנטל פֿון אֵפֿוֹד פֿון לױטער בלאָער װאָל. /28:32 און זײַן עפֿענונג פֿאַרן קאָפּ זאָל זײַן אין זײַן מיטן; אַ זױם זאָל זײַן בײַ זײַן עפֿענונג רונד אַרום, װעבאַרבעט; אַזױ װי די עפֿענונג פֿון אַ פּאַנצערהעמד זאָל זײַן בײַ אים, ער זאָל זיך ניט צערײַסן. /28:33 און זאָלסט מאַכן אױף זײַנע ברעגן מילגרױמען פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, אױף זײַנע ברעגן רונד אַרום, און גילדערנע גלעקלעך צװישן זײ רונד אַרום; /28:34 אַ גילדערן גלעקל און אַ מילגרױם, אַ גילערן גלעקל און אַ מילגרױם, אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום. /28:35 און עס זאָל זײַן אױף אַהרֹנען בײַם דינען, און דער קָול דערפֿון זאָל זיך הערן װען ער קומט אַרײַן אין הײליקטום פֿאַר גאָט, און װען ער גײט אַרױס, כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן.
/28:36 און זאָלסט מאַכן אַ שטערנבלעך פֿון רײנעם גאָלד, און אױסקריצן אױף אים װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל ”הײליק צו גאָט“. /28:37 און זאָלסט עס אַרױפֿטאָן אױף אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, און עס זאָל זײַן אױף דער הױב; אױף דער פֿאָדערזײַט פֿון דער הױב זאָל עס זײַן. /28:38 און עס זאָל זײַן אױף אַהרנס שטערן, און אַהרן זאָל נעמען אױף זיך די זינד אַקעגן די הײליקע זאַכן, װאָס די קינדער פֿון ישׂראל הײליקן, בײַ אַלע זײערע הײליקע גאָבן; און עס זאָל זײַן אױף זײַן שטערן תּמיד, כּדי זײ זאָלן באַװיליקט װערן פֿאַר גאָט.
/28:39 און זאָלסט מאַכן דאָס העמדל געקעסטלט, פֿון לײַנען; און זאָלסט מאַכן אַ הױב פֿון לײַענן; און אַ גאַרטל זאָלסטו מאַכן, געשטיקטע אַרבעט. /28:40 און אַהרנס זין זאָלסטו מאַכן העמדלעך; און זאָלסט זײ מאַכן גאַרטלען; און היטלען זאָלסטו זײ מאַכן פֿאַר אַ כּבוד און פֿאַר אַ שײנקײט. /28:41 און זאָלסט זײ אָנטאָן דײַן ברודער אַהרֹנען און זײַנע זין מיט אים; און זאָלסט זײ זאַלבן, און דערפֿילן זײער האַנט, און זײ הײליקן, אַז זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר. /28:42 און מאַך זײ לײַנענע הױזן צו פֿאַרדעקן דאָס שאַנדפֿלײש; פֿון די לענדן און ביז די דיכן זאָלן זײ זײַן. /28:43 און זײ זאָלן זײַן אױף אַהרֹנען און זײַנע זין, װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, אָדער װען זײ גענענען צום מזבח, צו דינען אין הײליקטום; כּדי זײ זאָלן ניט טראָגן אַ זינד און שטאַרבן; אַן אײביק געזעץ פֿאַר אים און פֿאַר זײַן זאָמען נאָך אים.
/29:1 און דאָס איז די זאַך װאָס דו זאָלסט טאָן צו זײ, זײ צו הײליקן צו זײַן כֹּהנים צו מיר: נעם אײן יונגן אָקס און צװײ װידערס אָן אַ פֿעלער. /29:2 און אומגעזײַערט ברױט, און אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל; פֿון װײצענעם זעמלמעל זאָלסטו זײ מאַכן. /29:3 און זאָלסט זײ אַרײַנטאָן אין אײן קאָרב, און זײ גענענען אין דעם קאָרב, מיט דעם אָקס און מיט די צװײ װידערס. /29:4 און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו מאַכן גענענען צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זאָלסט זײ װאַשן מיט װאַסער. /29:5 און זאָלסט נעמען די קלײדער, און אָנקלײַדן אַהרֹנען דאָס העמדל, און דעם מאַנטל פֿון אֵפֿוֹד, און דעם אֵפֿוֹד, און דעם חושן, און אים אָנגורטן מיט דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפֿוֹד. /29:6 און זאָלסט אָנטאָן די הױב אױף זײַן קאָפּ, און אַרױפֿטאָן די הײליקע קרױן אױף דער הױב. /29:7 און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און אַרױפֿגיסן אױף זײַן קאָפּ, און אים זאַלבן. /29:8 און זײַנע זין זאָלסטו מאַכן גענענען, און זײ אָנקלײַדן העמדלעך. /29:9 און זאָלסט זײ אָנגורטן אַ גאַרטל, אַהרֹנען און זײַנע זין, און זײ אָנבינדן היטלען, און די כּהונה זאָל זײ געהערן פֿאַר אַן אײביקן רעכט; און זאָלסט דערפֿילן די האַנט פֿון אַהרֹנען, און די האַנט פֿון זײַנע זין.
/29:10 און זאָלסט מאַכן גענענען דעם אָקס פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון אָקס. /29:11 און זאָלסט שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. /29:12 און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח מיט דײַן פֿינגער, און דאָס גאַנצע בלוט זאָלסטו אױסגיסן בײַם גרונט פֿון מזבח. /29:13 און זאָלסט נעמען דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש איבער דעם לעבער, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. /29:14 און דאָס פֿלײש פֿון אָקס, און זײַן פֿעל, און זײַן מיסט, זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿײַער אױסן לאַגער; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס.
/29:15 און אײן װידער זאָלסטו נעמען, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער. /29:16 און זאָלסט שעכטן דעם װידער, און נעמען זײַן בלוט, און שפּרענגען אױפֿן מזבח רונד אַרום. /29:17 און דעם װידער זאָלסטו צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער, און זאָלסט װאַשן זײַנע אינגעװײד, און זײַנע קני, און זײ אַװעקלײגן צו זײַנע שטיקער, און צו זײַן קאָפּ. /29:18 און זאָלסט דעמפֿן דעם גאַנצן װידער אױפֿן מזבח; אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס צו גאָט; אַ געשמאַקער ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס צו גאָט.
/29:19 און זאָלסט נעמען דעם צװײטן װידער, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער. /29:20 און זאָלסט שעכטן דעם װידער, און נעמען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון אַהרֹנען, און אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון זײַנע זין, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטן פֿוס; און זאָלסט שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. /29:21 און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן מזבח, און פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג, און שפּריצן אױף אַהרֹנען, און אױף זײַנע קלײדער, און אױף זײַנע זין, און אױף די קלײדער פֿון זײַנע זין מיט אים; און ער און זײַנע קלײדער װעלן װערן הײליק, און זײַנע זין און די קלײדער פֿון זײַנע זין מיט אים. /29:22 און זאָלסט נעמען פֿון דעם װידער דאָס פֿעטס, און דעם װײדל, און דאָס פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, און דעם רעכטן שענקל – װאָרום אַ װידער פֿון דערפֿילונג איז דאָס – /29:23 און אײן לאַבן ברױט, און אײן חלה ברױט אױף אײל, און אײן קוכן פֿון דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט װאָס פֿאַר גאָט. /29:24 און זאָלסט אַלצדינג אַרױפֿטאָן אױף די הענט פֿון אַהרֹנען, און אױף די הענט פֿון זײַנע זין; און זאָלסט זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט. /29:25 און זאָלסט עס נעמען פֿון זײער האַנט, און דעמפֿן אױפֿן מזבח, איבער דעם בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח פֿאַר גאָט; אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס צו גאָט. /29:26 און זאָלסט נעמען די ברוסט פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג װאָס פֿאַר אַהרֹנען, און זי אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט; און עס זאָל זײַן דיר צום חלק. /29:27 און זאָלסט הײליקן די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג, װאָס איז אױפֿגעהױבן געװאָרן, און װאָס איז אָפּגעשײדט געװאָרן פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג, פֿון דעם װאָס פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין. /29:28 און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער, פֿאַר אַן אײביקן רעכט, פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; װאָרום אַן אָפּשײדונג איז דאָס, און אַן אָפּשײדונג זאָל עס זײַן, פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײערע פֿרידאָפּפֿער, זײער אָפּשײדונג צו גאָט.
/29:29 און די הײליקע קלײדער פֿון אַהרֹנען זאָלן זײַן פֿאַר זײַנע זין נאָך אים, אױף צו זאַלבן אין זײ, און צו דערפֿילן זײער האַנט אין זײ. /29:30 זיבן טעג זאָל זײ אָנטאָן דער פֿון זײַנע זין, װאָס װערט דער כֹּהן אױף זײַן אָרט, דער װאָס קומט אין אוֹהל-מוֹעד צו דינען אין הײליקטום.
/29:31 און דעם װידער פֿון דערפֿילונג זאָלסטו נעמען, און קאָכן זײַן פֿלײש אין אַ הײליקן אָרט. /29:32 און אַהרן און זײַנע זין זאָלן עסן דאָס פֿלײש פֿון דעם װידער, און דאָס ברױט װאָס אין קאָרב, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. /29:33 און דאָס זאָלן עסן די אױף װעמען עס איז פֿאַרגעבן געװאָרן דערמיט, כּדי צו דערפֿילן זײער האַנט, זײ צו הײליקן; אָבער אַ פֿרעמדער זאָל דערפֿון ניט עסן, װײַל דאָס איז הײליק. /29:34 און אַז עס װעט איבערבלײַבן פֿון דעם פֿלײש פֿון דערפֿילונג, אָדער פֿון דעם ברױט, ביז אין דער פֿרי, זאָלסטו פֿאַרברענען דאָס געבליבענע אין פֿײַער; עס זאָל ניט געגעסן װערן, װאָרום עס איז הײליק.
/29:35 און זאָלסט טאָן צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן; זיבן טעג זאָלסטו דערפֿילן זײער האַנט. /29:36 און אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער זאָלסטו מאַכן איטלעכן טאָג פֿאַר אַ פֿאַרגעבונג, און רײניקן דעם מזבח מיט דײַן מכפּר זײַן אױף אים; און זאָלסט אים זאַלבן, אים צו הײליקן. /29:37 זיבן טעג זאָלסטו מכפּר זײַן אױפֿן מזבח, און אים הײליקן; און דער מזבח זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן אָן מזבח זאָל װערן הײליק.
/29:38 און דאָס איז װאָס דו זאָלסט מאַכן אױפֿן מזבח: יאָריקע שעפּסן צװײ אַ טאָג, תּמיד. /29:39 אײן שעפּס זאָסלטו מאַכן אין דער פֿרי, און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט. /29:40 און אַ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט געשלאָגענע אײל אַ פֿערטל הין, און אַ גיסאָפּפֿער פֿון אַ פֿערטל הין װײַן צו דעם אײן שעפּס. /29:41 און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, און אַזױ װי זײַן גיסאָפּפֿער, זאָלסטו מאַכן צו אים, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. /29:42 אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, פֿאַר גאָט, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו אײַך, דאָרטן צו רעדן צו דיר. /29:43 און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו די קינדער פֿון ישׂראל, און עס װעט געהײליקט װערן מיט מײַן פּראַכט. /29:44 און איך װעל הײליקן דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם מזבח; און אַהרֹנען און זײַנע זין װעל איך הײליקן צו זײַן כֹּהנים צו מיר. /29:45 און איך װעל רוען צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און װעל זײ זײַן צום גאָט. /29:46 און זײ װעלן װיסן, אַז איך בין יהוה זײער גאָט, װאָס האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, כּדי איך זאָל רוען צװישן זײ. איך בין יהוה זײער גאָט.
/30:1 און זאָלסט מאַכן אַ מזבח פֿאַר רײכערונג פֿון װײַרױך; פֿון שִטים-האָלץ זאָלסטו אים מאַכן. /30:2 אַן אײל זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל ער זײַן, און צװײ אײלן זײַן הײך; פֿון אים גופֿא זאָלן זײַן זײַנע הערנער. /30:3 און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד, זײַן אױבערדעק, און זײַנע װענט רונד אַרום, /30:4 און זײַנע הערנער; און זאָלסט מאַכן צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. און צװײ גילדערנע רינגען זאָלסטו מאַכן צו אים אונטער זײַן קראַנץ; אױף זײַנע צװײ פֿלאַנקען זאָלסטו זײ מאַכן – אױף זײַנע צװײ זײַטן, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען, אים צו טראָגן אױף זײ. /30:5 און זאָלסט מאַכן די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד. /30:6 און זאָלסט אים אַװעקשטעלן פֿאַר דעם פָּרוֹכֶת װאָס פֿאַר דעם אָרון פֿון געזעץ, פֿאַר דעם דעק װאָס איבער דעם געזעץ, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו דיר. /30:7 און אַהרן זאָל רײכערן אױף אים װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, װען ער מאַכט צורעכט די רערלעך, זאָל ער עס רײכערן. /30:8 און װען אַהרן צינדט אָן די רערלעך קעגן אָװנט, זאָל ער עס רײכערן; אַ שטענדיקן װײַרױך פֿאַר גאָט אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות. /30:9 איר זאָלט ניט אױפֿברענגען אױף אים פֿרעמדן װײַרױך, אָדער אַ בראַנדאָפּפֿער און אַ שפּײַזאָפּפֿער; און אַ גיסאָפּפֿער זאָלט איר ניט גיסן אױף אים. /30:10 און אַהרן זאָל מכפּר זײַן אױף זײַנע הערנער אײן מאָל אין יאָר; מיט דעם בלוט פֿון דעם זינדאָפּפֿער פֿון פֿאַרגעבונג זאָל ער אײן מאָל אין יאָר מכפּר זײַן אױף אים, אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות; אַ הײליקסטע הײליקײט איז ער צו גאָט.
כִּי תִשָׂא
[רעדאַקטירן]/30:11 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /30:12 אַז דו װעסט אױפֿנעמען דעם מספּר פֿון די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײער צײלונג, זאָלן זײ געבן איטלעכער אַן אױסלײז פֿאַר זײַן נפֿש צו גאָט, װען מע צײלט זײ, כּדי עס זאָל ניט זײַן צװישן זײ אַ מגפֿה, װען מע צײלט זײ. /30:13 דאָס זאָלן זײ געבן, איטלעכער װאָס גײט אַרײַן אין דער צײלונג: אַ האַלבן שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל – צװאַנציק גֵרָה אַ שֶקל – אַ האַלבן שֶקל אַן אָפּשײדונג צו גאָט. /30:14 איטלעכער װאָס גײט אַרײַן אין דער צײלונג, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, זאָל געבן די אָפּשײדונג פֿון גאָט. /30:15 דער רײכער זאָל ניט מערן, און דער אָרימער זאָל ניט מינערן פֿון אַ האַלבן שֶקל, בײַם געבן די אָפּשײדונג פֿון גאָט, כּדי מכפּר צו זײַן אױף אײַערע נפֿשות. /30:16 און זאָלסט נעמען דאָס געלט פֿון פֿאַרגעבונג, פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט עס געבן פֿאַר דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד, און עס זאָל זײַן די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר אַ דערמאָנונג פֿאַר גאָט, מכפּר צו זײַן אױף אײַערע נפֿשות.
/30:17 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /30:18 זאָלסט אױך מאַכן אַ האַנטפֿאַס פֿון קופּער, מיט זײַן געשטעל פֿון קופּער, זיך צו װאַשן; און זאָלסט אים אַװעקשטעלן צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנטאָן אַהין װאַסער. /30:19 און אַהרן און זײַנע זין זאָלן װאַשן פֿון אים זײערע הענט און זײערע פֿיס. /30:20 װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, זאָלן זײ זיך װאַשן מיט װאַסער, כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן; אָדער װען זײ גענענען צום מזבח צו דינען, צו דעמפֿן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. /30:21 און זײ זאָלן װאַשן זײערע הענט און זײערע פֿיס, כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן; און עס זאָל זײ זײַן אַן אײביק געזעץ, אים און זײַן זאָמען אױף דוֹר-דוֹרות.
/30:22 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /30:23 דו נעם דיר אױך הױפּטגעװירצן, פֿליסיקע מירע פֿינף הונדערט [שֶקל] , און געװירציקן צימערינג אַ העלפֿט דערפֿון, צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און געװירצראָר צװײ הונדערט און פֿופֿציק, /30:24 און קאַנײל פֿינף הונדערט, אױפֿן הײליקן שֶקל, און בױמל אַ הין. /30:25 און זאָלסט מאַכן דערפֿון אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג, אַ בשׂמים צובאַרײט אַזױ װי דער בשׂמים-מישער מאַכט; אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג זאָל עס זײַן. /30:26 און זאָלסט זאַלבן דערמיט דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם אָרון פֿון געזעץ, /30:27 און דעם טיש און אַלע זײַנע כּלים, און די מנוֹרה און אירע כּלים, און דעם מזבח פֿאַר װײַרױך, /30:28 און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל. /30:29 און זאָלסט זײ הײליקן, זײ זאָלן זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן זײ אָן זאָל װערן הײליק. /30:30 און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו זאַלבן און זײ הײליקן צו זײַן כֹּהנים צו מיר. /30:31 און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג זאָל דאָס זײַן צו מיר אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות. /30:32 אױף אַ מענטשנס לײַב זאָל עס ניט געגאָסן װערן, און איר זאָלט ניט מאַכן אַזױנס, לױט דער צונױפֿמישונג דערפֿון; הײליק איז דאָס, הײליק זאָל עס אײַך זײַן. /30:33 איטלעכער װאָס װעט צוברײטן אַזױנס, אָדער װאָס װעט אַרױפֿטאָן דערפֿון אױף אַ פֿרעמדן, װעט פֿאַרשניטן װערן פֿון זײַן פֿאָלק.
/30:34 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: נעם דיר שמעקעדיקע געװירצן, טריפֿגעװירץ, און רײכערנעגל, און גאַלאַבאַן; שמעקעדיקע געװירצן, און לױטערן װײַרױך; גלײַך אױף גלײַך זאָלן זײ זײַן. /30:35 און זאָלסט מאַכן דערפֿון אַ רײכערװאַרג, אַ בשׂמים אַזױ װי דער בשׂמים-מישער מאַכט, צוגעריכט מיט זאַלץ, רײן, הײליק. /30:36 און זאָלסט דערפֿון דין צערײַבן, און אַרױפֿטאָן דערפֿון פֿאַר דעם געזעץ און אוֹהל-מוֹעד, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו דיר; אַ הײליקסטע הײליקײט זאָל עס אײַך זײַן. /30:37 און דאָס רײכערװאַרג װאָס דו װעסט מאַכן – לױט זײַן צונױפֿמישונג זאָלט איר פֿאַר זיך ניט מאַכן; הײליק צו גאָט זאָל עס דיר זײַן. /30:38 איטלעכער װאָס װעט מאַכן אַזױנס, צו שמעקן דערפֿון, װעט פֿאַרשניטן װערן פֿון זײַן פֿאָלק.
/31:1 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן אַזױ צו זאָגן: /31:2 זע, איך האָב גערופֿן מיטן נאָמען בצַלאֵל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהודה, /31:3 און איך האָב אים אָנגעפֿילט מיטן גײַסט פֿון גאָט, אין חכמה, און אין פֿאַרשטאַנדיקײט און אין קענשאַפֿט, און אין יעטװעדער מלאָכה, /31:4 אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן, צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער; /31:5 און אין שנײַדונג פֿון שטײנער צום אײַנפֿאַסן, און אין שניצונג פֿון האָלץ, צו אַרבעטן אין יעטװעדער מלאָכה. /31:6 און איך, זע, האָב צוגעגעבן צו אים אָהליאָב דעם זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן; און אין האַרצן פֿון אַלע קלוגהאַרציקע האָב איך אַרײַנגעגעבן חכמה, אַז זײ זאָלן מאַכן אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן: /31:7 דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם אָרון פֿאַרן געזעץ, און דעם דעק װאָס איבער אים, און אַלע כּלים פֿון געצעלט; /31:8 און דעם טיש און זײַנע כּלים, און די רײנע מנוֹרה און אַלע אירע כּלים, און דעם מזבח פֿאַר װײַרױך; /31:9 און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; /31:10 און די געשטריקטע קלײדער, און די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרן דעם כֹּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה; /31:11 און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן פֿאַרן הײליקטום; אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן, זאָלן זײ טאָן.
/31:12 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /31:13 דו רעד אױך צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נאָר אָפּהיטן מײַנע שבתים, װאָרום אַ צײכן איז דאָס צװישן מיר און צװישן אײַך אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, כּדי איר זאָלט װיסן, אַז איך יהוה הײליק אײַך. /31:14 און איר זאָלט היטן שבת, װאָרום ער איז הײליק פֿאַר אײַך; דער װאָס פֿאַרשװעכט אים, זאָל טײטן געטײט װערן; װאָרום איטלעכער װאָס טוט אין אים אַן אַרבעט, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן איר פֿאָלק. /31:15 זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ שבת פֿון רוּונג, הײליק צו גאָט; איטלעכער װאָס טוט אַן אַרבעט אין טאָג פֿון שבת, זאָל טײטן געטײט װערן. /31:16 און די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן היטן שבת, צו האַלטן שבת אױף זײערע דוֹר-דוֹרות; אַן אײביקער בונד. /31:17 צװישן מיר און צװישן די קינדער פֿון ישׂראל איז דאָס אַ צײכן אױף אײביק, אַז זעקס טעג האָט גאָט געמאַכט דעם הימל און די ערד, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער אױפֿגעהערט און גערוט.
/31:18 און ער האָט געגעבן משהן, װי ער האָט געענדיקט רעדן מיט אים אױפֿן באַרג סינַי, די צװײ לוחות פֿון געזעץ, שטײנערנע לוחות געשריבן מיט דעם פֿינגער פֿון גאָט.
/32:1 און װי דאָס פֿאָלק האָט געזען, אַז משה זאַמט זיך אַראָפּצונידערן פֿון באַרג, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק זיך אײַנגעזאַמלט אַרום אַהרֹנען, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: שטײ אױף, מאַך אונדז אַ גאָט װאָס זאָל גײן פֿאַר אונדז; װאָרום דערדאָזיקער מאַן משה, װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װײסן מיר ניט װאָס מיט אים איז געװאָרן.
/32:2 האָט אַהרן צו זײ געזאָגט: נעמט אַראָפּ די גילדערנע אױרינגען װאָס אין די אױערן פֿון אײַערע װײַבער, אײַערע זין, און אײַערע טעכטער, און ברענגט צו מיר.
/32:3 האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אַראָפּגענומען פֿון זיך די גילדערנע אױרינגען װאָס אין זײערע אױערן, /32:4 און געבראַכט צו אַהרֹנען. און ער האָט צוגענומען פֿון זײער האַנט, און האָט עס אױסגעפֿורעמט אין אַ פֿורעם, און האָט דערפֿון געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב; און זײ האָבן געזאָגט: דאָס איז דײַן גאָט, ישׂראל, װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם.
/32:5 און װי אַהרן האָט דאָס געזען, אַזױ האָט ער געבױט פֿאַר אים אַ מזבח, און אַהרן האָט אױסגערופֿן און געזאָגט: אַ יָום-טובֿ צו יהוה איז מאָרגן. /32:6 און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן, און האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער, און גענענט פֿרידאָפּפֿער; און דאָס פֿאָלק האָט זיך געזעצט עסן און טרינקען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען זיך לוסטיק צו מאַכן.
/32:7 האָט גאָט גערעדט צו משהן: גײ נידער אַראָפּ, װאָרום פֿאַרדאָרבן געװאָרן איז דײַן פֿאָלק, װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם; /32:8 זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן; זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב, און האָבן זיך געבוקט צו אים, און געשלאַכט צו אים, און געזאָגט: דאָס איז דײַן גאָט, ישׂראל, װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם. /32:9 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: איך האָב געזען דאָסדאָזיקע פֿאָלק, ערשט עס איז אַ האַרטנעקיק פֿאָלק; /32:10 און אַצונד לאָז מיך, און מײַן צאָרן װעט גרימען אױף זײ, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן, און װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק.
/32:11 האָט משה געבעטן פֿאַר יהוה זײַן גאָט, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס, גאָט, זאָל גרימען דײַן צאָרן אױף דײַן פֿאָלק, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מצרַיִם מיט גרױס כּוֹח און מיט אַ שטאַרקער האַנט? /32:12 פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די מִצרים, אַזױ צו זאָגן: צום בײזן האָט ער זײ אַרױסגעצױגן, כּדי זײ צו הרגען אין די בערג, און זײ צו פֿאַרלענדן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד? קער זיך אָפּ פֿון דײַן גרימצאָרן, און האָב חרטה אױף דעם בײז צו דײַן פֿאָלק. /32:13 דערמאָן זיך אָן אַברהם, אָן יצחק, און אָן ישׂראל, דײַנע קנעכט, װאָס דו האָסט זײ געשװאָרן בײַ זיך, און האָסט צו זײ גערעדט: איך װעל מערן אײַער זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און דאָסדאָזיקע גאַנצע לאַנד װאָס איך האָב געזאָגט, װעל איך געבן צו אײַער זאָמען, און זײ װעלן עס אַרבן אױף אײביק.
/32:14 האָט גאָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט געזאָגט צו טאָן צו זײַן פֿאָלק.
/32:15 און משה האָט זיך אומגעקערט, און האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, מיט די צװײ לוחות פֿון געזעץ אין זײַן האַנט, לוחות באַשריבן פֿון זײערע בײדע זײַטן; פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט זײַנען זײ געװען באַשריבן. /32:16 און די לוחות זײַנען געװען די אַרבעט פֿון גאָט, און דער כּתב איז געװען דער כּתב פֿון גאָט, אױסגעקריצט אױף די לוחות.
/32:17 און יהוֹשועַ האָט געהערט דעם קָול פֿון דעם פֿאָלק אין זײַן שאַלן, און ער האָט געזאָגט צו משהן: אַ קָול פֿון מלחמה איז אין לאַגער. /32:18 האָט ער געזאָגט: עס איז ניט אַ קָול פֿון געשרײ פֿון גבורה, און ניט אַ קָול פֿון געשרײ פֿון שװאַכקײט; אַ קָול פֿון זינגען הער איך.
/32:19 און עס איז געװען, װי ער האָט גענענט צום לאַגער, און האָט געזען דאָס קאַלב און די טענץ, אַזױ האָט געגרימט דער צאָרן פֿון משהן, און ער האָט אַ װאָרף געטאָן פֿון זײַנע הענט די לוחות, און האָט זײ צעבראָכן אונטערן באַרג. /32:20 און ער האָט גענומען דאָס קאַלב, װאָס זײ האָבן געמאַכט, און האָט פֿאַרברענט אין פֿײַער, און צעמאָלן ביז װאַנען עס איז געװאָרן דין, און האָט צעשאָטן אױפֿן װאַסער, און געגעבן טרינקען די קינדער פֿון ישׂראל.
/32:21 און משה האָט געזאָגט צו אהרֹנען: װאָס האָט דיר דאָסדאָזיקע פֿאָלק געטאָן, װאָס דו האָסט געבראַכט אױף אים אַ גרױסע זינד?
/32:22 האָט אַהרן געזאָגט: זאָל ניט גרימען דער צאָרן פֿון מײַן האַר; דו קענסט דאָס פֿאָלק, אַז ער איז שלעכט. /32:23 האָבן זײ צו מיר געזאָגט: מאַך אונדז אַ גאָט װאָס זאָל גײן פֿאַר אונדז, װאָרום דערדאָזיקער מאַן משה, װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װײסן מיר ניט װאָס מיט אים איז געװאָרן. /32:24 האָב איך צו זײ געזאָגט: װער עס האָט גאָלד, נעמט אַראָפּ פֿון זיך; און זײ האָבן מיר געגעבן, און איך האָב עס אַרײַנגעװאָרפֿן אין פֿײַער, און עס איז אַרױסגעקומען דאָסדאָזיקע קאַלב.
/32:25 און משה האָט געזען דאָס פֿאָלק, אַז עס איז צעװילדערט, װײַל אַהרן האָט עס צעװילדערט, צו שאַנד בײַ זײערע פֿײַנט. /32:26 האָט משה זיך געשטעלט אין טױער פֿון לאַגער, און האָט געזאָגט: װער פֿאַר יהוה, צו מיר! האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צו אים אַלע קינדער פֿון לֵוִי. /32:27 און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: טוט אָן איטלעכער זײַן שװערד אױף זײַן דיך, גײט דורך הין און צוריק פֿון טױער צו טױער אין לאַגער, און הרגעט איטלעכער זײַן ברודער, און איטלעכער זײַן חבֿר, און איטלעכער זײַן קרוב.
/32:28 האָבן די קינדער פֿון לֵוִי געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און עס זײַנען געפאַלן פֿון פֿאָלק אין יענעם טאָג אַרום דרײַ טױזנט מאַן. /32:29 און משה האָט געזאָגט: דערפֿילט אײַער האַנט הײַנט צו גאָט, װײַל איטלעכער איז געװען אַקעגן זײַן זון, און אַקעגן זײַן ברודער, און כּדי אײַך הײַנט צו געבן אַ ברכה.
/32:30 און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר האָט געזינדיקט אַ גרױסע זינד; און אַצונד װעל איך אַרױפֿגײן צו גאָט, אפֿשר װעל איך מכפּר זײַן אױף אײַער זינד.
/32:31 האָט משה זיך אומגעקערט צו גאָט, און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, דאָסדאָזיקע פֿאָלק האָט געזינדיקט אַ גרױסע זינד, און זײ האָבן זיך געמאַכט אַ גאָט פֿון גאָלד. /32:32 איז, אַצונד, אױב דו װעסט פֿאַרגעבן זײער זינד –, און אױב ניט, מעק מיך אױס, איך בעט דיך, פֿון דײַן בוך װאָס דו האָסט געשריבן.
/32:33 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: װער עס האָט געזינדיקט צו מיר, אים װעל איך אױסמעקן פֿון מײַן בוך. /32:34 און אַצונד גײ פֿיר דאָסדאָזיקע פֿאָלק אַהין װוּ איך האָב דיר געזאָגט; זע, מײַן מלאך װעט גײן דיר פֿאַרױס; אָבער אין דעם טאָג, װאָס איך רעכן זיך, װעל איך זיך רעכענען מיט זײ פֿאַר זײער זינד.
/32:35 און גאָט האָט געפּלאָגט דאָס פֿאָלק פֿאַר װאָס זײ האָבן געמאַכט דאָס קאַלב, װאָס אַהרן האָט געמאַכט.
/33:1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן: קום, גײ אַרױף פֿון דאַנען, דו און דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, צו דעם לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אַברהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך עס געבן – /33:2 און איך װעל שיקן דיר פֿאַרױס אַ מלאך, און װעל פֿאַרטרײַבן דעם כּנַעֲני, דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, דעם חוי, און דעם יבֿוסי – /33:3 צו אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק – װאָרום איך װעל ניט אַרױפֿגײן צװישן דיר, װײַל אַ האַרטנעקיק פֿאָלק ביסטו; איך קען דיך נאָך פֿאַרלענדן אױפֿן װעג.
/33:4 האָט דאָס פֿאָלק געהערט דעם דאָזיקן שלעכטן אָנזאָג, און זײ האָבן געטרױערט, און האָבן קײנער ניט אָנגעטאָן זײַן צירונג אױף זיך.
/33:5 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו די קינדער פֿון ישׂראל: איר זײַט אַ האַרטנעקיק פֿאָלק; אײן רגע װען איך זאָל אַרױפֿגײן צװישן דיר, װעל איך דיך פֿאַרלענדן. און אַצונד נעם אַראָפּ דײַן צירונג פֿון זיך, און איך װעל באַטראַכטן, װאָס איך זאָל טאָן צו דיר. /33:6 האָבן די קינדער פֿון ישׂראל זיך אױסגעטאָן זײער צירונג פֿון באַרג חוֹרֵב אָן.
/33:7 און משה פֿלעגט נעמען דאָס געצעלט, און פֿלעגט עס זיך אױפֿשטעלן אױסן לאַגער, װײַט פֿון לאַגער, און פֿלעגט עס רופֿן אוֹהל-מוֹעד. און עס איז געװען, איטלעכער װאָס האָט געזוכט גאָט, פֿלעגט אַרױסגײן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס אױסן לאַגער. /33:8 און עס איז געװען, װי משה איז אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט, אַזױ פֿלעגט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אױפֿשטעלן, און שטײן איטלעכער אין אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, און נאָכקוקן משהן, ביז ער גײט אַרײַן אין געצעלט. /33:9 און עס איז געװען, װי משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין געצעלט, פֿלעגט אַראָפּנידערן דער װאָלקנזײַל, און שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און גאָט פֿלעגט רעדן מיט משהן. /33:10 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט זען דעם װאָלקנזײַל שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט אױפֿשטײן, און זיך בוקן איטלעכער בײַם אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט.
/33:11 און גאָט פֿלעגט רעדן צו משהן פּנים אֶל פּנים, אַזױ װי אַ מענטש רעדט צו זײַן חבֿר. און ער פֿלעגט זיך אומקערן אין לאַגער, אָבער זײַן באַדינער יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, אַ יונגער מאַן, פֿלעגט ניט אָפּטרעטן פֿון געצעלט.
/33:12 און משה האָט געזאָגט צו גאָט: זע, דו זאָגסט צו מיר: ברענג אױף דאָסדאָזיקע פֿאָלק, אָבער דו האָסט מיך ניט געלאָזט װיסן, װעמען דו װעסט שיקן מיט מיר. דו האָסט דאָך געזאָגט: איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען, און האָסט אױך געפֿונען לײַטזעליקײט אין מײַנע אױגן. /33:13 און אַצונד, אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, לאָז מיך װיסן, איך בעט דיך, דײַנע װעגן, אַז איך זאָל דיך קענען, כּדי איך זאָל געפֿינען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן; און זע אַז דאָסדאָזיקע פֿאָלק איז דאָך דײַן פֿאָלק.
/33:14 האָט ער געזאָגט: מײַן פּנים װעט מיטגײן, און איך װעל דיך באַרוען.
/33:15 האָט ער צו אים געזאָגט: אױב דײַן פּנים גײט ניט מיט אונדז, זאָלסטו אונדז ניט אױפֿברענגען פֿון דאַנען. /33:16 װאָרום מיט װאָס דען זאָל דערקענט װערן, אַז איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, איך און דײַן פֿאָלק, אױב ניט דורך דײַן גײן מיט אונדז, אַז מיר זאָלן זײַן אױסגעצײכנט, איך און דײַן פֿאָלק, פֿון אַלעם פֿאָלק װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד?
/33:17 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: אױך די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט געזאָגט, װעל איך טאָן, װײַל דו האָסט געפֿונען לײַטזעליקײט אין מײַנע אױגן, און איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען.
/33:18 האָט ער געזאָגט: לאָז מיך זען דײַן פּראַכט, איך בעט דיך.
/33:19 האָט ער געזאָגט: איך װעל מאַכן פֿאַרבײַגײן אַל מײַן גוטסקײט פֿאַר דײַן פּנים, און איך װעל אױסרופֿן פֿאַר דיר דעם נאָמען יהוה; און איך װעל לײַטזעליקן װעמען איך װעל לײַטזעליקן, און װעל דערבאַרימען װעמען איך װעל דערבאַרימען. /33:20 און ער האָט געזאָגט: קענסט ניט זען מײַן פּנים, װאָרום אַ מענטש קען מיך ניט זען און בלײַבן לעבן. /33:21 און גאָט האָט געזאָגט: אָן איז אַן אָרט בײַ מיר; זאָלסטו זיך שטעלן אױפֿן פֿעלז. /33:22 און עס װעט זײַן, װען מײַן פּראַכט גײט פֿאַרבײַ, װעל איך דיך אַרײַנטאָן אין אַ שפּאַלט פֿון דעם פֿעלז, און איך װעל אַרױפֿדעקן מײַן האַנט אױף דיר, ביז איך װעל פֿאַרבײַגײן. /33:23 און אַז איך װעל אָפּטאָן מײַן האַנט, װעסטו זען מײַן רוקן; אָבער מײַן פּנים קען ניט געזען װערן.
/34:1 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: האַק דיר אױס צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע, און איך װעל אױפֿשרײַבן אױף די לוחות די װערטער װאָס זײַנען געװען אױף די ערשטע לוחות, װאָס דו האָסט צעבראָכן. /34:2 און זײַ אָנגעברײט אין דער פֿרי, און גײ אַרױף אין דער פֿרי אױפֿן באַרג סינַי, און שטעל זיך פֿאַר מיר דאָרטן אױפֿן שפּיץ באַרג. /34:3 און קײן מענטש זאָל ניט אַרױפֿגײן מיט דיר, און קײן מענטש זאָל אױך ניט געזען װערן אױפֿן גאַנצן באַרג; אַפילו די שאָפּ און די רינדער זאָלן זיך ניט פֿיטערן אַקעגן יענעם באַרג.
/34:4 האָט ער אױסגעהאַקט צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע; און משה האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג סינַי, אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן, און ער האָט גענומען אין זײַן האַנט די צװײ שטײנערנע לוחות. /34:5 און יהוה האָט אַראָפּגענידערט אין דעם װאָלקן; און ער האָט זיך געשטעלט מיט אים דאָרטן; און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען יהוה. /34:6 און יהוה איז פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַר זײַן פּנים, און האָט אױסגערופֿן: יהוה, יהוה איז אַ דערבאַרימדיקער און לײַטזעליקער גאָט, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און רײַך אין גענאָד און טרײַשאַפֿט; /34:7 ער האַלט גענאָד ביזן טױזנטסטן גליד, ער פֿאַרטראָגט זינד און פֿאַרברעכן און חטאים, נאָר שענקען שענקט ער ניט; ער רעכנט זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס, מיט די קינדער, און מיט די קינדסקינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דָור.
/34:8 האָט משה זיך גענײַגט אױף גיך צו דער ערד, און זיך געבוקט. /34:9 און ער האָט געזאָגט: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, גאָט, זאָל, איך בעט דיך, גאָט גײן צװישן אונדז, װאָרום אַ האַרטנעקיק פֿאָלק איז דאָס; און זאָלסט פֿאַרגעבן אונדזער זינד און אונדזער חטא, און אונדז מאַכן פֿאַר דײַן אַרב.
/34:10 האָט ער געזאָגט: זע, איך שליס אַ בונד; אַנטקעגן פֿאַר דײַן גאַנצן פֿאָלק װעל איך טאָן װוּנדער װאָס זײַנען ניט באַשאַפֿן געװאָרן אױף דער גאַנצער ערד, און צװישן אַלע אומות; און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס דו ביסט צװישן אים, װעט זען די טוּונג פֿון גאָט װאָס איך טו מיט דיר, אַז זי איז פֿאָרכטיק. /34:11 היט דיר װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט; זע, איך פֿאַרטרײַב פֿון פֿאַר דיר דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און דעם חוי, און דעם יבֿוסי. /34:12 היט זיך, זאָלסט ניט שליסן אַ בונד דעם באַװוינער פֿון דעם לאַנד װאָס דו קומסט דערױף, כּדי ער זאָל ניט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג צװישן דיר. /34:13 נײַערט זײערע מזבחות זאָלט איר צעשטױסן, און זײערע זײַלשטײנער זאָלט איר צעברעכן, און זײערע געצנבײמער זאָלט איר אָפּהאַקן. /34:14 װאָרום טאָרסט זיך ניט בוקן צו אַן אַנדער גאָט, װײַל יהוה – זײַן נאָמען איז צערענער, אַ צערנדיקער גאָט איז ער. /34:15 טאָמער װעסטו שליסן אַ בונד די באװױנער פֿון לאַנד, און זײ װעלן זײַן פֿאַרפֿירט נאָך זײערע געטער, און שלאַכטן צו זײערע געטער, װעלן זײ דיך רופֿן, און װעסט עסן פֿון זײער שלאַכטאָפּפֿער; /34:16 און װעסט נעמען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר דײַנע זין, און זײערע טעכטער װעלן זײַן פֿאַרפֿירט נאָך זײערע געטער, און װעלן פֿאַרפֿירן דײַנע זין נאָך זײערע געטער. /34:17 קײן געגאָסענע געטער זאָלסטו דיר ניט מאַכן.
/34:18 דעם יָום-טובֿ פֿון מצות זאָלסטו היטן: זיבן טעג זאָלסטו עסן מצות, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן, אין דער געשטעלטער צײַט אין חוֹדש אָביב, װאָרום אין חוֹדש אָביב ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם.
/34:19 איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט געהערט צו מיר; און פֿון אַל דײַן פֿי זאָלסטו הײליקן דעם זָכר, דעם ערשטלינג פֿון אָקס און שעפּס. /34:20 און דעם ערשטלינג פֿון אַן אײזל זאָלסטו אױסלײזן מיט אַ שעפּס; און אױב דו װעסט ניט אױסלײזן, זאָלסטו אים אָפּהאַקן דאָס געניק. יעטװעדער בכָור פֿון דײַנע זין זאָלסטו אױסלײזן.
און מע זאָל זיך ניט װײַזן פֿאַר מיר מיט לײדיקן.
/34:21 זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלסטו רוען; אַפֿילו אין אַקערצײַט און אין שניטצײַט זאָלסטו רוען.
/34:22 און דעם יָום-טובֿ פֿון שבועות זאָלסטו דיר מאַכן, בײַ די ערשטצײַטיקע פֿון װײצשניט; און דעם יָום-טובֿ פֿון אײַנזאַמלונג בײַם אומדרײ פֿון יאָר.
/34:23 דרײַ מאָל אין יאָר זאָלן אַלע דײַנע מאַנספּאַרשױנען זיך װײַזן פֿאַר דעם האַר יהוה, דעם גאָט פֿון ישׂראל. /34:24 װאָרום איך װעל פֿאַריאָגן די פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר, און װעל דערברײטערן דײַן געמאַרק; און קײנער װעט ניט גלוסטן דײַן לאַנד, װען דו גײסט אַרױף זיך װײַזן פֿאַר יהוה דײַן גאָט דרײַ מאָל אין יאָר.
/34:25 זאָלסט ניט מקריב זײַן מיט געזײַערטן ברױט דאָס בלוט פֿון מײַן שלאַכטאָפּפֿער, און דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון דעם יָום-טובֿ פֿון פּסח זאָל ניט איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי.
/34:26 די ערשטע פֿריצײַטיקע פֿון דײַן ערד זאָלסטו ברענגען אין הױז פֿון יהוה דײַן גאָט.
זאָלסט ניט קאָכן אַ ציקעלע אין זײַן מוטערס מילך.
/34:27 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: שרײַב דיר אױף די דאָזיקע װערטער, װאָרום לױט די דאָזיקע װערטער האָב איך געשלאָסן אַ בונד מיט דיר און מיט ישׂראל. /34:28 און ער איז דאָרטן געװען מיט גאָט פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָט ער ניט געגעסן, און קײן װאַסער האָט ער ניט געטרונקען. און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף די לוחות די װערטער פֿון דעם בונד, די צען געבאָט.
/34:29 און עס איז געװען, אַז משה האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג סינַי – און די צװײ לוחות פֿון געזעץ זײַנען געװען אין משהס האַנט, װען ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג – האָט משה ניט געװוּסט, אַז די הױט פֿון זײַן פּנים האָט געשטראַלט פֿון זײַן רעדן מיט אים. /34:30 און אַהרן און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזען משהן, ערשט די הױט פֿון זײַן פּנים שטראַלט, און זײ האָבן מוֹרא געהאַט צו גענענען צו אים. /34:31 האָט זײ משה צוגערופֿן, און אַהרן, און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן זיך אומגעקערט צו אים, און משה האָט צו זײ גערעדט. /34:32 און דערנאָך האָבן גענענט אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און ער האָט זײ באַפֿױלן אַלץ װאָס גאָט האָט מיט אים גערעדט אױפֿן באַרג סינַי.
/34:33 און װי משה האָט געענדיקט רעדן מיט זײ, האָט ער אָנגעטאָן אױף זײַן פּנים אַ צודעק. /34:34 און אַז משה איז געקומען פֿאַר גאָט צו רעדן מיט אים, פֿלעגט ער אָפּטאָן דעם צודעק ביז זײַן אַרױסגײן; און ער פֿלעגט אַרױסגײן און רעדן צו די קינדער פֿון ישׂראל דאָס װאָס ער איז באַפֿױלן געװאָרן. /34:35 און די קינדער פֿון ישׂראל פֿלעגן זען דעם פּנים פֿון משהן, אַז די הױט פֿון משהס פּנים שטראַלט; און משה פֿלעגט װידער אָנטאָן דעם צודעק אױף זײַן פּנים, ביז ער איז אַרײַנגעגאַנגען צו רעדן מיט אים.
וַיַקְהֵל
[רעדאַקטירן]/35:1 און משה האָט אײַנגעזאַמלט די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און האָט צו זײ געזאָגט: דאָס זײַנען די װערטער װאָס גאָט האָט באַפֿױלן זײ צו טאָן: /35:2 זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל אײַך זײַן הײליק, אַ שבת פֿון רוּונג צו גאָט; איטלעכער װאָס טוט אין אים אַן אַרבעט, זאָל געטײט װערן. /35:3 איר זאָלט ניט אָנצינדן קײן פֿײַער אין אַלע אײַערע װױנערטער אין טאָג פֿון שבת.
/35:4 און משה האָט געזאָגט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: /35:5 נעמט אײַך אַן אָפּשײדונג צו גאָט, איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז װיליק זאָל זי ברענגען, די אָפּשײדונג פֿון גאָט, גאָלד, און זילבער, און קופּער; /35:6 און בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען און ציגנהאָר; /35:7 און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תַּחַש-פֿעלן, און שִטים-האָלץ; /35:8 און אײל פֿאַר דער לײַכטונג, און בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; /35:9 און אָניקלשטײנער, און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַרן אֵפֿוֹד און פֿאַרן חושן. /35:10 און אַלע קלוגהאַרציקע צװישן אײַך זאָלן קומען און מאַכן אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן: /35:11 דעם מִשכּן, זײַן געצעלט, און זײַן צודעק, זײַנע האָקן, און זײַנע ברעטער, זײַנע ריגלען, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; /35:12 דעם אָרון און זײַנע שטאַנגען, דעם דעק און דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד; /35:13 דעם טיש און זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים, און דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט; /35:14 און די מנוֹרה פֿאַר לײַכטונג, און אירע כּלים, און אירע רערלעך, און דאָס אײל פֿאַר לײַכטונג; /35:15 און דעם מזבח פֿאַר װײַרױך און זײַנע שטאַנגען, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; און דעם טירפֿאָרהאַנג צום אײַנגאַנג פֿון מִשכּן; /35:16 דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים; דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; /35:17 די אַרומהאַנגען פֿון הױף, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף; /35:18 די פֿלעקלעך פֿון מִשכּן, און די פֿלעקלעך פֿון הױף, און זײערע שטריק; /35:19 די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרן דעם כֹּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה.
/35:20 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר משהן. /35:21 און זײ זײַנען געקומען, איטלעכער אײנער װאָס זײַן האַרץ האָט אים געטריבן, און איטלעכער װאָס זײַן גײַסט האָט אים באַװיליקט; זײ האָבן געבראַכט די אָפּשײדונג פֿון גאָט, פֿאַר דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד, און פֿאַר זײַן גאַנצן דינסט, און פֿאַר די הײליקע קלײדער. /35:22 און עס זײַנען געקומען מענער מיט װײַבער, איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז געװען װיליק; זײ האָבן געבראַכט נאָזרינגען, און אױרינגען, און פֿינגערלעך, און האַלדזבענדער – אַלערלײ גילדערנע זאַכן; איטלעכער אײנער װאָס האָט אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿון גאָלד צו גאָט. /35:23 און איטלעכער אײנער װאָס בײַ אים האָט זיך געפֿונען בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען, און ציגנהאָר, און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תַּחַש-פֿעלן, האָט געבראַכט. /35:24 איטלעכער װאָס האָט אָפּגעשײדט אַן אָפּשײדונג פֿון זילבער און קופּער, האָט געבראַכט די אָפּשײדונג פֿון גאָט; און איטלעכער װאָס בײַ אים האָט זיך געפֿונען שִטים-האָלץ פֿאַר אַלערלײ מלאָכות פֿון דער אַרבעט, האָט געבראַכט. /35:25 און אַלע קלוגהאַרציקע װײַבער האָבן מיט זײערע הענט געשפּונען, און האָבן געבראַכט דאָס געשפּינס, די בלאָע װאָל, און דעם פּורפּל, דאָס װערמילרױט, און דעם לײַנען. /35:26 און אַלע װײַבער װאָס זײער האַרץ האָט זײ געטריבן מיט חכמה, האָבן געשפּונען די ציגנהאָר. /35:27 און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די אָניקלשטײנער, און די שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַרן אֵפֿוֹד און פֿאַרן חושן; /35:28 און די בשׂמים, און דאָס אײל, פֿאַר לײַכטונג, און פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן. /35:29 די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געבראַכט נדבות צו גאָט – איטלעכער מאַן און פרױ װאָס זײער האַרץ האָט זײ באַװיליקט צו ברענגען פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט, װאָס גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן צו מאַכן.
/35:30 און משה האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל: זעט, גאָט האָט גערופֿן מיטן נאָמען בצַלאֵל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהודה. /35:31 און ער האָט אים אָנגעפֿילט מיטן גײַסט פֿון גאָט, אין חכמה, אין פֿאַרשטאַנדיקײט, און אין קענשאַפֿט, און אין יעטװעדער מלאָכה; /35:32 און אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן, צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער; /35:33 און אין שנײַדונג פֿון שטײנער צום אײַנפֿאַסן, און אין שניצונג פֿון האָלץ, צו אַרבעטן אין יעטװעדער קונציקער מלאָכה. /35:34 אױך צו לערנען אַנדערע האָט ער אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן, אים, און אָהליאָב דעם זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן. /35:35 ער האָט זײ אָנגעפֿילט מיט קלוגהאַרציקײט צו מאַכן יעטװעדער מלאָכה פֿונעם מײנסטער, און פֿונעם קינצלער, און פֿונעם שטיקער אין בלאָער װאָל און אין פּורפּל, אין װערמילרױט און אין לײַנען און פֿונעם װעבער – פֿון די װאָס מאַכן אַלערלײ מלאָכות, און קינצלען אױס קונציקע זאַכן.
/36:1 און בצַלאֵל און אָהליאָב, און אַלע קלוגהאַרציקע לײַט, װאָס גאָט האָט אַרײַנגעגעבן חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט אין זײ, צו װיסן װי צו טאָן יעטװעדער מלאָכה פֿון דער אַרבעט פֿון הײליקטום, זאָלן מאַכן אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן.
/36:2 און משה האָט גערופֿן בצַלאֵלן, און אָהליאָבֿן, און איטלעכן קלוגהאַרציקן מאַן, װאָס גאָט האָט אַרײַנגעגעבן חכמה אין זײַן האַרצן, איטלעכן װאָס זײַן האַרץ האָט אים געטריבן צו גענענען צו דער אַרבעט, זי צו טאָן. /36:3 און זײ האָבן גענומען פֿון משהן די גאַנצע אָפּשײדונג װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געבראַכט פֿאַר דער מלאָכה פֿון דער אַרבעט פֿון הײליקטום, כּדי זי צו מאַכן. און די האָבן נאָך אַלץ געהאַלטן אין ברענגען צו אים נדבות, פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן.
/36:4 זײַנען געקומען אַלע קלוגע לײַט װאָס האָבן געמאַכט די גאַנצע אַרבעט פֿון הײליקטום, איטלעכער מאַן פֿון זײַן אַרבעט װאָס ער האָט געטאָן, /36:5 און זײ האָבן געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: דאָס פֿאָלק ברענגט מער װי עס איז נײטיק צו דער אַרבעט, פֿאַר דער מלאָכה װאָס גאָט האָט באַפֿױלן זי צו מאַכן.
/36:6 האָט משה באַפֿױלן, און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין לאַגער, אַזױ צו זאָגן: קײן מאַן און קײן פרױ זאָל מער ניט מאַכן אַרבעט פֿאַר דער הײליקער אָפּשײדונג. און דאָס פֿאָלק איז אָפּגעהאַלטן געװאָרן פֿון ברענגען. /36:7 און דאָס אױסגעאַרבעטע איז זײ געװען גענוג פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט, זי צו מאַכן, און נאָך איבערצולאָזן.
/36:8 און אַלע קלוגהאַרציקע צװישן די װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט, האָבן געמאַכט דעם מִשכּן אין צען פאָרהאַנגען; פֿון געדרײַטן לײַנען, און בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט; מיט כּרובֿים, קונציק אױסגעאַרבעט האָט מען זײ געמאַכט. /36:9 די לענג פֿון איטלעכן פאָרהאַנג אַכט און צװאַנציק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר אַלע פֿאָרהאַנגען. /36:10 און מע האָט באַהעפֿט פֿינף פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן, אױך די אַנדערע פֿינף פֿאָרהאַנגען האָט מען באַהעפֿט אײנעם צום אַנדערן. /36:11 און מע האָט געמאַכט שלײפֿן פֿון בלאָער װאָל אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג אין עק פֿון אײן באַהעפֿטונג; אַזױ האָט מען געמאַכט אױף דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. /36:12 פֿופֿציק שלײפֿן האָט מען געמאַכט אױף דעם אײן פֿאָרהאַנג, און פֿופֿציק שלײפֿן האָט מען געמאַכט אױף דעם ברעג פֿון דעם פֿאָרהאַנג װאָס אין דער צװײטער באַהעפֿטונג; די שלײפֿן זײַנען געװען אײנער קעגן אַנדערן. /36:13 און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק גילדערנע האָקן, און מע האָט באַהעפֿט די פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן מיט די האָקן, און דער מִשכּן איז געװען אײנס.
/36:14 און מע האָט געמאַכט פֿאָרהאַנגען פֿון ציגנהאָר פֿאַר אַ געצעלט איבערן מִשכּן; עלף פֿאָרהאַנגען האָט מען זײ געמאַכט. /36:15 די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג דרײַסיק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר די עלף פֿאָרהאַנגען. /36:16 און מע האָט באַהעפֿט פֿינף פֿאָרהאַנגען באַזונדער, און זעקס פֿאָרהאַנגען באַזונדער. /36:17 און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין אײן באַהעפֿטונג, און פֿופֿציק שלײפֿן האָט מען געמאַכט אױף דעם זױם פֿון דעם פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. /36:18 און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק קופּערנע האָקן צו באַהעפֿטן דאָס געצעלט, אַז עס זאָל זײַן אײנס. /36:19 און מע האָט געמאַכט אַ צודעק פֿאַר דעם געצעלט, פֿון רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און אַ צודעק פֿון תַּחַש-פֿעלן פֿון אױבן. /36:20 און מע האָט געמאַכט די ברעטער צום מִשכּן, פֿון שִטים-האָלץ, שטײעדיק. /36:21 צען אײלן די לענג פֿון אַ ברעט, און אַן אײל און אַ האַלב די ברײט פֿון איטלעכן ברעט. /36:22 צװײ צאַפּנס צו איטלעכן ברעט, אײנער קעגן אַנדערן אַזױ װי שטאַפּלען. אַזױ האָט מען געמאַכט צו אַלע ברעטער פֿון מִשכּן. /36:23 און מע האָט געמאַכט די ברעטער פֿאַרן מִשכּן: צװאַנציק ברעטער פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום. /36:24 און פֿערציק זילבערנע שװעלן האָט מען געמאַכט אונטער די צװאַנציק ברעטער: צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס. /36:25 און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿון מִשכּן, צו צפֿון-זײַט, האָט מען געמאַכט צװאַנציק ברעטער, /36:26 און זײערע פֿערציק זילבערנע שװעלן: צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. /36:27 און פֿאַר דער הינטערשטער זײַט פֿון מִשכּן, צו מערבֿ, האָט מען געמאַכט זעקס ברעטער. /36:28 און צװײ ברעטער האָט מען געמאַכט פֿאַר די װינקלען פֿון דעם מִשכּן, אױף דער הינטערשטער זײַט. /36:29 און זײ זײַנען געװען אַרײַנגעפּאַסט אונטן, און דעס גלײַכן זײַנען זײ געװען אַרײַנגעפּאַסט אױבן ביז צום ערשטן רינג; אַזױ האָט מען געמאַכט בײַ זײ בײדן, פֿאַר די צװײ װינקלען. /36:30 און עס זײַנען געװען אַכט ברעטער מיט זײערע זילבערנע שװעלן – זעכצן שװעלן: צו צװײ שװעלן, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. /36:31 און מע האָט געמאַכט ריגלען פֿון שִטים-האָלץ: פֿינף פֿאַר די ברעטער פֿון אײן זײַט מִשכּן, /36:32 און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער צװײטער זײַט מִשכּן, און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון מִשכּן אױף דער הינטערשטער זײַט, צו מערבֿ. /36:33 און מע האָט געמאַכט דעם מיטלסטן ריגל דורכצוריגלען אין מיטן פֿון די ברעטער פֿון עק צו עק. /36:34 און די ברעטער האָט מען איבערגעצױגן מיט גאָלד, און מע האָט געמאַכט צו זײ רינגען פֿון גאָלד, אױערן פֿאַר די ריגלען; און מע האָט איבערגעצױגן די ריגלען מיט גאָלד.
/36:35 און מע האָט געמאַכט דעם פָּרוֹכֶת פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען; קונציק אױסגעאַרבעט האָט מען אים געמאַכט, מיט כּרובֿים. /36:36 און מע האָט געמאַכט צו אים פֿיר זײַלן פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד, מיט זײערע העקלעך פֿון גאָלד; און מע האָט אױסגעגאָסן צו זײ פֿיר זילבערנע שװעלן.
/36:37 און מע האָט געמאַכט אַ פֿאָרהאַנג פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט; /36:38 און פֿינף זײַלן צו אים, מיט זײערע העקלעך; און מע האָט איבערגעצױגן זײערע קעףּ און זײערע רײפֿבענדער מיט גאָלד. און זײערע פֿינף שװעלן זײַנען געװען קופּער.
/37:1 און בצַלאֵל האָט געמאַכט דעם אָרון פֿון שִטים-האָלץ, צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. /37:2 און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק, און געמאַכט צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. /37:3 און ער האָט אױסגעגאָסן צו אים פֿיר גילדערנע רינגען פֿאַר זײַנע פֿיר פֿיס; צװײ רינגען אױף זײַן אײן זײַט, און צװײ רינגען אױף זײַן צװײטער זײַט. /37:4 און ער האָט געמאַכט שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד. /37:5 און ער האָט אַרײַנגעצױגן די שטאַנגען אין די רינגען אױף די זײַטן פֿון אָרון, צו טראָגן דעם אָרון.
/37:6 און ער האָט געמאַכט אַ דעק פֿון רײנעם גאָלד, צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט. /37:7 און ער האָט געמאַכט צװײ כּרובֿים פֿון גאָלד; געהאַמערט האָט ער זײ געמאַכט, אױף בײדע עקן פֿון דעק: /37:8 אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער זײַט, און אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער אַנדער זײַט; פֿון דעק גופֿא האָט ער געמאַכט די כּרובֿים אױף זײַנע בײדע עקן. /37:9 און די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט זײערע פֿליגלען צו דער הײך, שירעמענדיק מיט זײערע פֿליגלען איבער דעם דעק, מיט זײערע פּנימער אײנער קעגן אַנדערן; צום דעק צו זײַנען געװען די פּנימער פֿון די כּרובֿים.
/37:10 און ער האָט געמאַכט דעם טיש פֿון שִטים-האָלץ, צװײ אײלן זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. /37:11 און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד, און געמאַכט צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. /37:12 און ער האָט געמאַכט צו אים אַ לײַסט פֿון אַ האַנטברײט רונד אַרום, און געמאַכט אַ גילדערנעם קראַנץ צו זײַן לײַסט רונד אַרום. /37:13 און ער האָט אױסגעגאָסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿגעטאָן די רינגען אױף די פֿיר װינקלען װאָס אױף זײַנע פֿיר פֿיס. /37:14 לעבן דעם לײַסט זײַנען געװען די רינגען, אױערן פֿאַר די שטאַנגען, צו טראָגן דעם טיש. /37:15 און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד, צו טראָגן דעם טיש /37:16 און ער האָט געמאַכט די כּלים װאָס אױפֿן טיש, זײַנע שיסלען, און זײַנע שאָלן, און זײַנע בעכערס, און די קאַנען װאָס מיט זײ װערט געגאָסן, פֿון רײנעם גאָלד.
/37:17 און ער האָט געמאַכט די מנוֹרה פֿון רײנעם גאָלד: געהאַמערט האָט ער געמאַכט די מנוֹרה, איר פֿוסגעשטעל, און איר שטאַם; אירע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען – זײַנען געװען פֿון איר גופֿא. /37:18 און זעקס רערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון אירע זײַטן, דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר אײן זײַט, און דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר צװײטער זײַט; /37:19 דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ מיט אַ בלום אױף אײן רער, און דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ מיט אַ בלום אױפֿן אַנדער רער; אַזױ פֿאַר די זעקס רערן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער מנוֹרה. /37:20 און אױף דער מנוֹרה אַלײן פֿיר מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען; /37:21 און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, פֿאַר די זעקס רערן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון איר. /37:22 אירע קנעףּ און אירע רערן זײַנען געװען פֿון איר גופֿא, אין גאַנצן אײן אױסהאַמערונג פֿון רײנעם גאָלד. /37:23 און ער האָט געמאַכט אירע זיבן רערלעך, און אירע צװענגלעך, און אירע אַשפֿענדלעך, פֿון רײנעם גאָלד. /37:14 פֿון אַ צענטנער רײנעם גאָלד האָט ער זי געמאַכט מיט אַלע אירע כּלים.
/37:25 און ער האָט געמאַכט דעם מזבח פֿאַר װײַרױך, פֿון שִטים-האָלץ, אַן אײל זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט, פֿירעקעכדיק, און צװײ אײלן זײַן הײך; פֿון אים גופֿא זײַנען געװען זײַנע הערנער. /37:26 און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד, זײַן אױבערדעק, און זײַנע װענט רונד אַרום, און זײַנע הערנער; און ער האָט געמאַכט צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. /37:27 און צװײ גילדערנע רינגען האָט ער געמאַכט צו אים אונטער זײַן קראַנץ אױף זײַנע צװײ פֿלאַנקען – אױף זײַנע צװײ זײַטן, פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען, אים צו טראָגן אױף זײ. /37:28 און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד.
/37:29 און ער האָט געמאַכט דאָס הײליקע אײל פֿון זאַלבונג, און דעם רײנעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, אַזױ װי דער בשׂמים-מישער מאַכט.
/38:1 און ער האָט געמאַכט דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, פֿון שִטים-האָלץ, פֿינף אײלן זײַן לענג, און פֿינף אײלן זײַן ברײט, פֿירעקעכדיק, און דרײַ אײלן זײַן הײך. /38:2 און ער האָט געמאַכט זײַנע הערנער אױף זײַנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זײַנען געװען זײַנע הערנער; און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט קופּער. /38:3 און ער האָט געמאַכט אַלע כּלים פֿון מזבח, די טעףּ, און די שופֿלען, און די שפּרענגבעקנס, די גאָפּלען, און די פֿײַערפֿאַנען; אַלע זײַנע כּלים האָט ער געמאַכט פֿון קופּער. /38:4 און ער האָט געמאַכט צום מזבח אַ קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט אונטער זײַן געזימס, פֿון אונטן ביז זײַן העלפֿט. /38:5 און ער האָט אױסגעגאָסן פֿיר רינגען פֿאַר די פֿיר עקן פֿון דער קופּערנער זיףּ, אױערן פֿאַר די שטאַנגען. /38:6 און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט קופּער. /38:7 און ער האָט אַרײַנגעצױגן די שטאַנגען אין די רינגען אױף די זײַטן פֿון מזבח, אים צו טראָגן אױף זײ; הױל אינעװײניק, פֿון ברעטער, האָט ער אים געמאַכט.
/38:8 און ער האָט געמאַכט דעם האַנטפֿאַס פֿון קופּער, און זײַן געשטעל פֿון קופּער, פֿון די שפּיגלען פֿון די װײַבער װאָס פֿלעגן זיך אײַנזאַמלען בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
/38:9 און ער האָט געמאַכט דעם הױף: פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום, אַרומהאַנגען פֿון הױף פֿון געדרײַטן לײַנען, הונדערט אײלן; /38:10 די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. /38:11 און פֿאַר דער צפֿון-זײַט, הונדערט אײלן; די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. /38:12 און פֿאַר דער מערבֿ-זײַט, אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן; די זײַלן דערצו צען, און זײערע שװעלן צען; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. /38:13 און פֿאַר דער מזרח-זײַט צו זונאױפֿגאַנג, פֿופֿציק אײלן. /38:14 אַרומהאַנגען פֿאַר אײן זײַט פֿון טױער , פֿופֿצן אײלן; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. /38:15 און אַזױ אױף דער צװײטער זײַט; אי אױף דער זײַט אי אױף דער אַנדער זײַט פֿון טױער פֿון הױף אַרומהאַנגען פֿופֿצן אײלן; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. /38:16 אַלע אַרומהאַנגען פֿון הױף רונד אַרום, פֿון געדרײַטן לײַנען. /38:17 און די שװעלן צו די זײַלן, פֿון קופּער: די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער; און דער איבערצוג פֿון זײערע קעףּ, פֿון זילבער; און זײ זײַנען געװען אַרומגערײפֿט מיט זילבער, אַלע זײַלן פֿון הױף. /38:18 און דער טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף איז געװען געשטיקטע אַרבעט, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען; און צװאַנציק אײלן די לענג, און די הײך – פֿאַר ברײט – פֿינף אײלן, גלײַך מיט די אַרומהאַנגען פֿון הױף. /38:19 און די זײַלן דערצו פֿיר, און זײערע שװעלן פֿיר, פֿון קופּער; זײערע העקלעך, פֿון זילבער, דער איבערצוג פֿון זײערע קעףּ, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער; און אַלע פֿלעקלעך פֿון מִשכּן און פֿון הױף רונד אַרום, פֿון קופּער.
פְּקודֵי
[רעדאַקטירן]/38:21 דאָס זײַנען די איבערצײלונגען פֿון מִשכּן, דעם מִשכן פֿון געזעץ, װאָס זײַנען איבערגעצײלט געװאָרן לױט דעם מױל פֿון משהן דורך דער אַרבעט פֿון די לוִיִים אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן. – /38:22 און בצַלאֵל דער זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהודה, האָט געמאַכט אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן. /38:23 און מיט אים איז געװען אָהליאָב דער זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן, אַ מײנסטער, און אַ קינצלער, און אַ שטיקער אין בלאָער װאָל, און אין פּורפּל, און אין װערמילרױט, און אין לײַנען. – /38:24 דאָס גאַנצע גאָלד װאָס איז פֿאַרטאָן געװאָרן אױף דער אַרבעט בײַ דער גאַנצער אַרבעט פֿון הײליקטום, דאָס גאָלד פֿון דער אױפֿהײבונג, איז געװען נײַן און צװאַנציק צענטנער, און זיבן הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל. /38:25 און דאָס זילבער פֿון דער צײלונג פֿון דער עדה איז געװען הונדערט צענטנער, און טױזנט און זיבן הונדערט און פֿינף און זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל. /38:26 אַ בקַע אױף אַ קאָפּ, אַ האַלבער שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל, פֿאַר איטלעכן װאָס איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער צײלונג, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, פֿאַר זעקס הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק. /38:27 און די הונדערט צענטנער זילבער זײַנען געװען אױף אױסצוגיסן די שװעלן פֿון הײליקטום, און די שװעלן פֿון פָּרוֹכֶת; הונדערט שװעלן פֿון הונדערט צענטנער, אַ צענטנער אױף אַ שװעל. /38:28 און פֿון די טױזנט און זיבן הונדערט און פֿינף און זיבעציק האָט מען געמאַכט העקלעך צו די זײַלן, און איבערגעצױגן זײערע קעףּ, און זײ אַרומגערײפֿט. /38:29 און דאָס קופּער פֿון דער אױפֿהײבונג איז געװען זיבעציק צענטנער, און צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט שֶקל. /38:30 און מע האָט דערפֿון געמאַכט די שװעלן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און דעם קופּערנעם מזבח, און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, און אַלע כּלים פֿון מזבח, /38:31 און די שװעלן פֿון הױף רונד אַרום, און די שװעלן פֿון דעם טױער פֿון הױף, און אַלע פֿלעקלעך פֿון מִשכּן, און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף רונד אַרום.
/39:1 און פֿון דער בלאָער װאָל, און דעם פּורפּל, און דעם װערמילרױט, האָט מען געמאַכט די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, און געמאַכט די הײליקע קלײדער װאָס פֿאַר אהרֹנען, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
/39:2 און מע האָט געמאַכט דעם אֵפֿוֹד פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען. /39:3 און מע האָט אױסגעשלאָגן בלעכן פֿון גאָלד, און צעהאַקט אױף פֿעדים, אױף אַרײַנצואַרבעטן אין דער בלאָער װאָל, און אין דעם פּורפּל, און אין דעם װערמילרױט, און אין דעם לײַנען, מיט קונציקער אַרבעט. /39:4 אַקסלבענדער האָט מען צו אים געמאַכט, באַהעפֿטע; בײַ זײַנע בײדע עקן איז ער געװען באַהעפֿט. /39:5 און זײַן גאַרטלבאַנד װאָס אױף אים, איז געװען פֿון אים גופֿא, אַזױ װי זײַן אַרבעט, פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן. /39:6 און מע האָט געמאַכט די אָניקלשטײנער אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד, אױסגעקריצט װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /39:7 און מע האָט זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד – שטײנער פֿון דערמאָנונג פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
/39:8 און מע האָט געמאַכט דעם חושן קונציק אױסגעאַרבעט, אַזױ װי די אַרבעט פֿון אֵפֿוֹד, פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען. /39:9 פֿירעקעכדיק איז ער געװען; געטאָפּלט האָט מען געמאַכט דעם חושן, אַ שפּאַן זײַן לענג, און אַ שפּאַן זײַן ברײט, געטאָפּלט. /39:10 און מע האָט אַרײַנגעזעצט אין אים פֿיר צײלן שטײנער: אַ צײל פֿון רובין, טאָפּאַז, און שמאָראַק, אײן צײל; /39:11 און די צװײטע צײל: גאַרפֿונקל, סאַפּירשטײן, און דימענט; /39:12 און די דריטע צײל: יאַכצום, אַגאַט, און אַמעטיסט; /39:13 און די פֿירטע צײל: גאָלדשטײן, אָניקל, און יאַשפּיז; אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד אין זײערע אײַנזעצונגען. /39:14 און די שטײנער זײַנען געװען לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, צװעלף, לױט זײערע נעמען, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, איטלעכער לױט זײַן נאָמען, אַקעגן די צװעלף שבֿטים. /39:15 און מע האָט געמאַכט צום חושן געדרײַטע קײטן, פֿלעכטאַרבעט, פֿון רײנעם גאָלד. /39:16 און מע האָט געמאַכט צװײ אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד, און צװײ גילדערנע רינגען, און מע האָט אַרױפֿגעטאָן די צװײ רינגען אױף די צװײ עקן פֿון חושן. /39:17 און מע האָט אַרײַנגעטאָן די צװײ גילדערנע פֿלעכטן אין די צװײ רינגען אױף די עקן פֿון חושן. /39:18 און די צװײ עקן פֿון די צװײ פֿלעכטן האָט מען אַרױפֿגעטאָן אױף די צװײ אײַנפֿאַסונגען, און זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד, אױף זײַן פֿאָדערזײַט. /39:19 און מע האָט געמאַכט צװײ גילדערנע רינגען, און אַרױפֿגעזעצט אױף די צװײ עקן פֿון חושן, בײַ זײַן זױם װאָס צו דער זײַט פֿון אֵפֿוֹד, אינעװײניק צו. /39:20 און מע האָט געמאַכט צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די צװײ אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד, פֿון אונטן, אױף זײַן פֿאָדערזײַט, בײַ זײַן באַהעפֿטונג, איבער דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפֿוֹד. /39:21 און מע האָט צוגעשנירט דעם חושן דורך זײַנע רינגען צו די רינגען פֿון אֵפֿוֹד, מיט אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי ער זאָל זײַן אױף דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפֿוֹד, און דער חושן זאָל זיך ניט אַראָפּרוקן פֿון אֵפֿוֹד; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
/39:22 און מע האָט געמאַכט דעם מאַנטל פֿון אֵפֿוֹד, װעבאַרבעט, פֿון לױטער בלאָער װאָל. /39:23 און די עפֿענונג פֿון דעם מאַנטל איז געװען אין זײַן מיטן, אַזױ װי די עפֿענונג פֿון אַ פּאַנצערהעמד, מיט אַ זױם בײַ זײַן עפֿענונג רונד אַרום, ער זאָל זיך ניט צערײַסן. /39:24 און מע האָט געמאַכט אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל מילגרױמען פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, געצװערנט. /39:25 און מע האָט געמאַכט גלעקלעך פֿון רײנעם גאָלד, און אַרױפֿגעטאָן די גלעקלעך צװישן די מילגרױמען אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום, צװישן די מילגרױמען: /39:26 אַ גלעקל און אַ מילגרױם, אַ גלעקל און אַ מילגרױם, אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום, אױף צו דינען; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
/39:27 און מע האָט געמאַכט לײַנענע העמדלעך, װעבאַרבעט, פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין; /39:28 און די לײַנענע הױב, און די שײנע היטלען פֿון לײַנען, און די לײַנענע הױזן פֿון געדרײַטן לײַנען; /39:29 און דעם גאַרטל פֿון געדרײַטן לײַנען, און בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, געשטיקטע אַרבעט, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
/39:30 און מע האָט געמאַכט דאָס שטערנבלעך, די הײליקע קרױן, פֿון רײנעם גאָלד, און אױפֿגעשריבן אױף אים אַ געשריפֿטס, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל ”הײליק צו גאָט“. /39:31 און מע האָט אַרױפֿגעטאָן אױף אים אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי אים אָנצוטאָן אױף דער הױב פֿון אױבן, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
/39:32 אַזױ איז פֿאַרענדיקט געװאָרן די גאַנצע אַרבעט פֿון דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן; גענױ אַזױ האָבן זײ געטאָן.
/39:33 און זײ האָבן געבראַכט דעם מִשכּן צו משהן: דאָס געצעלט און אַלע זײַנע זאַכן, זײַנע האָקן, זײַנע ברעטער, זײַנע ריגלען, און זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; /39:34 און דעם צודעק פֿון רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און דעם צודעק פֿון תַּחַש-פֿעלן, און דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד; /39:35 דעם אָרון פֿון געזעץ, און זײַנע שטאַנגען, און דעם דעק; /39:36 דעם טיש אַלע זײַנע כּלים, און דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט; /39:37 די רײנע מנוֹרה, אירע רערלעך – די רערלעך אױף אָנצוריכטן – און אַלע אירע כּלים, און דאָס אײל פֿאַר לײַכטונג; /39:38 און דעם גילדערנעם מזבח, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון געצעלט; /39:39 דעם קופּערנעם מזבח, און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים; דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; /39:40 די אַרומהאַנגען פֿון הױף, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און דעם פֿאָרהאַנג צום טױער פֿון הױף, זײַנע שטריק, און זײַנע פֿלעקלעך, און אַלע אַרבעטגעצײַג פֿון דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד; /39:41 די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, די הײליקע קלײדער פֿאַר אהרן דעם כֹּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה.
/39:42 אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געמאַכט די גאַנצע אַרבעט. /39:43 און משה האָט געזען די גאַנצע אַרבעט, אַז זײ האָבן זי געמאַכט; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן, אַזױ האָבן זײ געמאַכט; און משה האָט זײ געבענטשט.
/40:1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /40:2 אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש זאָלסטו אױפֿשטעלן דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. /40:3 און זאָלסט אַרײַנטאָן אַהין דעם אָרון פֿון געזעץ, און פֿאַרהענגען דעם אָרון מיטן פָּרוֹכֶת. /40:4 און זאָלסט אַרײַנברענגען דעם טיש, און אױסלײגן זײַן אױסלײגונג; /40:5 און זאָלסט אַרײַנברענגען די מנוֹרה, און אָנצינדן אירע רערלעך. און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם גילדערנעם מזבח פֿאַר װײַרױך, פֿאַר דעם אָרון פֿון געזעץ, און אַרױפֿטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום מִשכּן. /40:6 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. /40:7 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנטאָן אַהין װאַסער. /40:8 און זאָלסט אױפֿשטעלן דעם הױף רונד אַרום, און אַרױפֿטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף.
/40:9 און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און זאַלבן דעם מִשכּן, און אַלץ װאָס אין אים, און הײליקן אים און אַלע זײַנע זאַכן, און ער זאָל זײַן הײליק. /40:10 און זאָלסט זאַלבן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און אַלע זײַנע כּלים, און הײליקן דעם מזבח; און דער מזבח זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײלקײט. /40:11 און זאָלסט זאַלבן דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל, און אים הײליקן.
/40:12 און זאָלסט מאַכן גענענען אַהרֹנען און זײַנע זין צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ װאַשן מיט װאַסער. /40:13 און זאָלסט אָנטאָן אַהרֹנען די הײליקע קלײדער, און זאָלסט אים זאַלבן, און אים הײליקן, אַז ער זאָל זײַן אַ כֹּהן צו מיר. /40:14 און זאָלסט מאַכן גענענען זײַנע זין, און זײ אָנטאָן העמדלעך. /40:15 און זאָלסט זײ זאַלבן, אַזױ װי דו האָסט געזאַלבט זײער פֿאָטער, אַז זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר; און זײער זאַלבונג זאָל זײ זײַן פֿאַר אַן אײביקער כּהונה אױף זײערע דוֹר-דוֹרות.
/40:16 און משה האָט דאָס געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן.
/40:17 און עס איז געװען אין ערשטן חודש אין צװײטן יאָר, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש, איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן דער מִשכּן. /40:18 און משה האָט אױפֿגעשטעלט דעם מִשכּן: ער האָט אַװעקגעלײגט זײַנע שװעלן, און אַרײַנגעטאָן זײַנע ברעטער, און אַרײַנגעצױגן זײַנע ריגלען, און אױפֿגעשטעלט זײַנע זײַלן. /40:19 און ער האָט פֿאַרשפּרײט דאָס געצעלט איבערן מִשכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם צודעק פֿון געצעלט אױבן איבער אים, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
/40:20 און ער האָט גענומען און אַרײַנגעלײגט דאָס געזעץ אין דעם אָרון, און אַרױפֿגעטאָן די שטאַנגען אױפֿן אָרון, און אַרױפֿגעלײגט דעם דעק אױבן איבערן אָרון. /40:21 און ער האָט אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון אין מִשכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד, און פֿאַרהאַנגען דעם אָרון פֿון געזעץ, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
/40:22 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם טיש אין אוֹהל-מוֹעד, אין צפֿון-זײַט מִשכּן, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת. /40:23 און ער האָט אױסגעלײגט אױף אים אַן אױסלײגונג פֿון ברױט, פֿאַר גאָט, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
/40:24 און ער האָט אַװעקגעשטעלט די מנוֹרה אין אוֹהל-מוֹעד אַקעגן דעם טיש אין דָרום-זײַט מִשכּן. /40:25 און ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאַר גאָט, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
/40:26 און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם גילדערנעם מזבח אין אוֹהל-מוֹעד פֿאַרן פָּרוֹכֶת. /40:27 און ער האָט גערײכערט אױף אים װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
/40:28 און ער האָט אַרױפֿגעטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום מִשכּן. /40:29 און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער האָט ער אַװעקגעשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿגעבראַכט אױף אים דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
/40:30 און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנגעטאָן אַהין װאַסער, זיך צו װאַשן – /40:31 כּדי משה און אַהרן און זײַנע זין זאָלן דערפֿון װאַשן זײערע הענט און זײערע פֿיס; /40:32 װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, און װען זײ גענענען צום מזבח, זאָלן זײ זיך װאַשן – אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
/40:33 און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם הױף רונד אַרום דעם מִשכּן און דעם מזבח, און אַרױפֿגעטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף.
און משה האָט געענדיקט די אַרבעט.
/40:34 און דער װאָלקן האָט אײַנגעדעקט דעם אוֹהל-מוֹעד, און די פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דעם מִשכּן. /40:35 און משה האָט ניט געקענט אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, װײַל דער װאָלקן האָט אױף אים גערוט, און די פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דעם מִשכּן.
/40:36 און װען דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון מִשכּן, פֿלעגן די קינדער פֿון ישׂראל ציען אױף אַלע זײערע ציִונגען. /40:37 און אַז דער װאָלקן פֿלעגט זיך ניט אױפֿהײבן, פֿלעגן זײ ניט ציען, ביז דעם טאָג װאָס ער האָט זיך אױפֿגעהױבן. /40:38 װאָרום דער װאָלקן פֿון גאָט איז געװען אױפֿן מִשכּן בײַ טאָג, און אַ פֿײַער פֿלעגט זײַן דרינען בײַ נאַכט, פֿאַר די אױגן פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל, אין אַלע זײערע ציִונגען.