לדלג לתוכן

טייטש יהואש צפניה

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

צפֿניָה


/1:1 דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו צפֿניָה דעם זון פֿון כּושי, דעם זון פֿון גדַליָה, דעם זון פֿון אַמַריָה, דעם זון פֿון חִזקִיָהן, אין די טעג פֿון יֹאשִיָהו דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהוּדה.

/1:2 פֿאַרלענדן װעל איך פֿאַרלענדן אַלצדינגפֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד, זאָגט גאָט. /1:3 איך װעל פֿאַרלענדן מענטשן און בהמות, איך װעל פֿאַרלענדן די פֿױגלען פֿון הימל, און די פֿישן פֿון ים, און די שטרױכלונגען אין אײנעם מיט די רשָעים;און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם מענטשן פֿון געזיכט פֿון דער ערד, זאָגט גאָט. /1:4 און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף יהוּדה, און אױף אַלע באַװױנער פֿון ירושלים, און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דעם דאָזיקן אָרטדעם איבערבלײַב פֿון בַעַל, דעם נאָמען פֿון די פּריסטער מיט די כּהנים;/1:5 און די װאָס בוקן זיך אױף די דעכערצו דעם חיל פֿון הימל, און די װאָס אי זײ בוקן זיך און שװערן צו יהוה, אי זײ שװערן בײַ מַלכָּם;/1:6 און די װאָס טרעטן אָפּ פֿון הינטער יהוה, און װאָס זוכן ניט יהוה, און פֿרעגן זיך ניט אױף אים.

/1:7 שטיל פֿאַר גאָט דעם האַר!װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט, װאָרום גאָט האָט אָנגעברײט אַ שלאַכטונג, פֿאַרבעטן זײַנע גערופֿענע. /1:8 און עס װעט זײַן אין דעם טאָג פֿון גאָטס שלאַכטונג, װעל איך זיך רעכענען מיט די האַרן, און מיט דעם מלכס זין, און מיט אַלע װאָס קלײדן זיך אין פֿרעמדלענדישע קלײדער. /1:9 און איך װעל זיך רעכענען אין יענעם טאָגמיט אַלע װאָס שפּרינגען איבערן שװעל, װאָס פֿילן אָן דאָס הױז פֿון זײער האַרמיט אומרעכט און באַטרוג.

/1:10 און אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, װעט זײַן אַ קָול פֿון געשרײ פֿון דעם פֿישטױער, און אַ יללה פֿון צװײטן שטאָטפֿערטל, און אַ גרױסער בראָך פֿון די בערג. /1:11 יאָמערט, איר באַװױנער פֿון מַכתֵּש, װאָרום אומגעקומען איז דאָס גאַנצע האַנדלפֿאָלק, פֿאַרשניטן געװאָרן אַלע אָנגעלאָדענע מיט זילבער. /1:12 און עס װעט זײַן אין יענער צײַט, װעל איך דורכזוכן ירושלים מיט ליכט, און איך װעל זיך רעכענען מיט די לײַטװאָס גליװערן אױף זײערע הײװן, װאָס זאָגן אין זײער האַרצן:ניט גוטס טאָן קען גאָט און ניט שלעכטס טאָן. /1:13 און זײער פֿאַרמעג װעט זײַן צו רױב, און זײערע הײַזער צו װיסט;און זײ װעלן בױען הײַזער, און ניט באַװױנען, און פֿלאַנצען װײַנגערטנער, און ניט טרינקען זײער װײַן. /1:14 נאָנט איז דער גרױסער טאָג פֿון גאָט, נאָנט און געשװינט זײער;האָרך! דער טאָג פֿון גאָט!ביטער שרײַט דענצמאָל דער גִבור. /1:15 אַ טאָג פֿון צאָרן איז יענער טאָג, אַ טאָג פֿון נױט און קלעם, אַ טאָג פֿון װיסטקײט און פֿאַרװיסטונג, אַ טאָג פֿון חושך און פֿינצטערניש, אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל, /1:16 אַ טאָג פֿון שופֿר און שאַלונגאַקעגן די באַפֿעסטיקטע שטעט, און אַקעגן די הױכע טורעמס. /1:17 און איך װעל ענג מאַכן די מענטשן, און זײ װעלן אומגײן װי בלינדע, װײַל זײ האָבן צו גאָט געזינדיקט;און זײער בלוט װעט פֿאַרגאָסן װערן װי שטױב, און זײער פֿלײש װי מיסט. /1:18 אַפֿילו זײער זילבער, אַפֿילו זײער גאָלד, װעט זײ ניט קענען מציל זײַן אין טאָג פֿון גאָטס צאָרן;און אין דעם פֿײַער פֿון זײַן כּעסװעט פֿאַרצערט װערן די גאַנצע ערד, װאָרום אַ פֿאַרלענדונג אַזש אַ שרעקלעכע, װעט ער מאַכן פֿון אַלע באַװױנער פֿון דער ערד.


/2:1 זאַמלט אײַך אײַן און פֿאַרזאַמלט אײַך, איר אומפֿאַרשעמט פֿאָלק, /2:2 אײדער דער גזַר װערט געבאָרןװי שפּרײ פֿאַרגײט דער טאָגאײדער עס קומט אױף אײַך דער גרימצאָרן פֿון גאָט, אײדער עס קומט אױף אײַך דער טאָג פֿון גאָטס כּעס. /2:3 זוכט גאָט, איר אַלע פֿאַרליטענע פֿון לאַנד, װאָס האָט געטאָן זײַן געזעץ;זוכט גערעכטיקײט, זוכט עניװת, אפֿשר װעט איר פֿאַרבאָרגן װערן אין טאָג פֿון גאָטס כּעס. /2:4 װאָרום עזָה װעט אַ פֿאַרלאָזענע זײַן, און אַשקלון אַ װיסטעניש;אַשדוד, זי װעט מען אין מיטן טאָג אַרױסטרײַבן, און עקרון װעט אױסגעריסן װערן. /2:5 װײ, איר באַװױנער פֿון דער ים-געגנט, איר פֿאָלק פֿון כּרֵתים!דאָס װאָרט פֿון גאָט איז אױף אײַך, כּנַעַן, דו לאַנד פֿון די פּלִשתּים;און איך װעל דיך אונטערברענגעןאַז קײן באַװױנער זאָל ניט זײַן. /2:6 און די געגנט פֿון ים װעט זײַן פֿיטערפּלעצער, לאָנקעס פֿאַר פּאַסטוכער, און געהעפֿטן פֿאַר שאָף, /2:7 און עס װעט זײַן אַ חלקפֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה;זײ װעלן זיך דערױף פֿיטערן;אין די הײַזער פֿון אַשקלון װעלן זײ הױערן אין אָװנט;װאָרום יהוה זײער גאָט װעט זיך דערמאָנען אָן זײ, און װעט אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט. /2:8 איך האָב געהערט די לעסטערונג פֿון מואָבֿ, און די זידלערײַען פֿון די קינדער פֿון עמון, װאָס זײ האָבן געלעסטערט מײַן פֿאָלק, און זיך געגרײסט אַקעגן זײער געמאַרק. /2:9 דרום אַזױ װי איך לעב, זאָגט יהוה, דער גאָט פֿון צבֿאות, דער גאָט פֿון ישׂראל, אַז מואָבֿ װעט װי סדום װערן, און די קינדער פֿון עמון װי עַמורָה, אַ װירטשאַפֿט פֿון דערנער, און אַן אױסגראָבונג פֿון זאַלץ, און אַ װיסטעניש אױף אײביק;דער איבערבלײַב פֿון מײַן אומה װעט זײ צערױבן, און דער רעשט פֿון מײַן פֿאָלק װעט זײ אַרבן. /2:10 דאָס װעט זײ זײַן פֿאַר זײער שטאָלץ, װאָס זײ האָבן געלעסטערט, און זיך געגרײסטקעגן דער אומה פֿון גאָט פֿון צבֿאות. /2:11 מוראדיק איז גאָט אַקעגן זײ, װאָרום ער מאַכט אײַנגײן אַלע אָפּגעטער פֿון דער ערד, און בוקן װעלן זיך צו אים, איטלעכער פֿון זײַן אָרט, אַלע אינדזלען פֿון די פֿעלקער. /2:12 אױך איר כּוּשים, װעט זײַן דערשלאָגענע פֿון מײַן שװערד.

/2:13 און ער װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט אַקעגן צפֿון, און װעט אונטערברענגען אשור, און מאַכן נינוֵה פֿאַר אַ װיסטעניש, אַ טריקעניש אַזױ װי אַ מדבר. /2:14 און הױערן אין איר װעלן סטאַדעס, חיות פֿון יעטװעדער מין;אי דער פּעליקאַן אי דער זומפּבושלװעלן נעכטיקן אױף אירע זײַלנקעפּ;קולות װעלן זינגען אין פֿענצטער, אַ חורבן װעט זײַן אױף דער שװעל, װאָרום איר צעדערװערק דעקט מען אָפּ. /2:15 דאָס איז די לוסטיקע שטאָטװאָס איז געזעסן אין זיכערקײט, װאָס האָט געזאָגט אין איר האַרצן:איך, און אחוץ מיר איז מער ניטאָ. װי איז זי געװאָרן צו װיסט, אַ הױעראָרט פֿאַר חיות!איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ, װעט שמוצערן, װעט װיגן זײַן האַנט.


/3:1 װײ, די קױטיקע און אומװערדיקע, די דריקערישע שטאָט!/3:2 זי האָט ניט צוגעהערט דעם קָול, זי האָט ניט גענומען קײן מוסר, זי האָט זיך ניט פֿאַרזיכערט אױף יהוה, זי האָט זיך ניט דערנענטערט צו איר גאָט. /3:3 אירע האַרן אין איר זײַנען לײבן ברומיקע, אירע ריכטער זײַנען אָװנטװעלף, זײ לאָזן ניט אַ בײן ביז פֿרימאָרגן. /3:4 אירע נבֿיאים זײַנען לױזגעלאָזט, מענטשן אומגעטרײַע;אירע כּהנים פֿאַרשװעכן די הײליקײט, פֿאַרברעכן אַקעגן דער תּורה. /3:5 גאָט דער גערעכטער איז אין איר מיט, ער טוט ניט קײן אומרעכט;פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן לאָזט ער אַרױסזײַן גערעכטיקײט אין ליכט, ניט פֿאַרפֿעלט;אָבער דער פֿאַרברעכער װײס ניט פֿון קײן בושה. /3:6 איך האָב פֿאַרשניטן פֿעלקער, פֿאַרװיסט געװאָרן זײַנען זײערע װינקלען;איך האָב חרובֿ געמאַכט זײערע גאַסן, אַז קײנער גײט ניט דורך;צעשטערט זײַנען זײערע שטעט, אָן אַ מענטשן, אָן אַ באַװױנער. /3:7 האָב איך געטראַכט: װעסט געװיס מורא האָבן פֿאַר מיר, װעסט אַ מוסר נעמען;כּדי איר װױנונג זאָל ניט פֿאַרשניטן װערן, לױט אַלץ װאָס איך האָב באַפֿױלן װעגן איר;אָבער זײ האָבן זיך געפֿעדערטפֿאַרדאָרבן צו זײַן אין אַלע זײערע מעשׂים.

/3:8 דרום ריכט זיך אױף מיר, זאָגט גאָט, אױף דעם טאָג װאָס איך שטײ אױף צום רױב, װאָרום מײַן משפּט איז אײַנצוזאַמלען די פֿעלקעראיך זאָל אױפֿקלײַבן די קיניגרײַכן, אױסצוגיסן אױף זײ מײַן כּעס, מײַן גאַנצן גרימצאָרן;װאָרום אין דעם פֿײַער פֿון מײַן פֿאַרדראָסװעט פֿאַרצערט װערן די גאַנצע ערד. /3:9 װאָרום דענצמאָל װעל איך איבערמאַכן די פֿעלקעראַ ליפּ אַ רײנע, אַז זײ זאָלן אַלע רופֿן צום נאָמען יהוה, אים צו דינען אַזױ װי אײן מאַן. /3:10 פֿון יענער זײַט טײַכן פֿון כּוּשװעלן זײ ברענגען מײַנע בעטער, די טאָכטער פּוּצַי, אַ מתּנה צו מיר. /3:11 אין יענעם טאָג װעסטו זיך מער ניט שעמעןװעגן אַלע דײַנע מעשׂים, װאָס דו האָסט פֿאַרבראָכן קעגן מיר, װאָרום דענצמאָל װעל איך אָפּטאָן פֿון צװישן דירדײַנע שטאָלצלוסטיקע, און װעסט זיך מער װידער ניט גרײסן, אױף מײַן הײליקן באַרג. /3:12 און איך װעל איבערלאָזן אין דירדאָס געדריקטע און אָרימע פֿאָלק, און זײ װעלן זיך באַשיצןאין דעם נאָמען יהוה. /3:13 דער איבערבלײַב פֿון ישׂראל װעט ניט טאָן קײן אומרעכט, און ניט רעדן קײן ליגן, און אין זײער מױל װעט זיך ניט געפֿינעןאַ צונג פֿון באַטרוג;יאָ, זײ װעלן זיך פֿיטערן און הױערן, און קײנער װעט ניט שרעקן.

/3:14 זינג, טאָכטער צִיון, טוט שאַלן, ישׂראל;פֿרײ זיך און זײַ לוסטיק פֿון גאַנצן האַרצן, טאָכטער ירושלים. /3:15 גאָט טוט אָפּ דײַנע משפּטים, ער ראַמט אָפּ דײַנע פֿײַנט;דער קיניג פֿון ישׂראל, גאָט, איז צװישן דיר, זאָלסט מער ניט מורא האָבן פֿאַר בײז. /3:16 אין יענעם טאָג װעט געזאָגט װערן צו ירושלים:זאָלסט ניט מורא האָבן;צִיון, ניט שלאַף װערן זאָלן דײַנע הענט. /3:17 יהוה דײַן גאָט איז צװישן דיר, אַ גִבור װאָס העלפֿט;ער װעט זיך פֿרײען מיט שִׂמחה אױף דיר, ער װעט פֿאַרשװײַגן אין זײַן ליבשאַפֿט, ער װעט זיך פֿרײען אױף דיר מיט געזאַנג. /3:18 איך זאַמל אײַן די דערװײַטערטע פֿון אַ יום-טובֿ -די װאָס זײַנען אַװעק פֿון דיר, װאָס דו האָסט געטראָגן װעגן דעם שאַנד. /3:19 זע, איך רעכן זיך מיט אַלע דײַנע פּײַניקער, אין יענער צײַט, און איך װעל העלפֿן די װאָס איז הינקעדיק, און די פֿאַרשטױסענע װעל איך אײַנזאַמלען;און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ לױב און פֿאַר אַ שם, די װאָס איבער דער גאַנצער ערד איז געװען זײער שאַנד. /3:20 אין יענער צײַט װעל איך אײַך ברענגען, און אין יענער צײַט טו איך אײַך אײַנזאַמלען;װאָרום איך װעל אײַך מאַכן פֿאַר אַ שם און פֿאַר אַ לױבצװישן אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, װען איך קער אום אײַער געפֿאַנגענשאַפֿטפֿאַר אײַערע אױגן, זאָגט גאָט.