טייטש יהואש עמוס

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

עָמוֹס


/1:1 די װערטער פֿון עָמוֹסן, װאָס איז געװען פֿון די שאָפֿלײַט פֿון תּקוֹעַ; װאָס ער האָט געזען אױף ישׂראל אין די טעג פֿון עוזִיָה דעם מלך פֿון יהודה, און אין די טעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון יוֹאָשן, דעם מלך פֿון ישׂראל, צװײ יאָר פֿאַר דער ערדציטערניש.

/1:2 און ער האָט געזאָגט: גאָט װעט ברילן פֿון צִיוֹן, און פֿון ירושָלַיִם װעט ער אַרױסלאָזן זײַן קָול, און די פֿיטערפּלעצער פֿון די פּאַסטוכער װעלן טרױערן, און דער שפּיץ כַּרמֶל װעט פֿאַרטריקנט װערן.

/1:3 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון דַמֶשֶׂק, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן: פֿאַר זײער דרעשן גִלעָד מיט אײַזערנע דרעששליטנס. /1:4 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף דעם הױז פֿון חזָאֵל, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון בן-הַדַד. /1:5 און איך װעל צעברעכן דעם ריגל פֿון דַמֶשֶׂק, און װעל פֿאַרשנײַדן אַ באַװוינער פֿון בקעַת-אָוֶן, און דעם װאָס האַלט אַ צעפּטער פֿון ביתּ-עֶדֶן; און דאָס פֿאָלק פֿון אַרָם װעט אין גלות גײן קײן קיר, זאָגט גאָט. /1:6 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון עַזָה, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן: פֿאַר זײער פֿאַרטרײַבן אַ גאַנצע געפֿאַנגענשאַפֿט, כּדי איבערצוענטפֿערן צו אֶדוֹם. /1:7 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף דער מױער פֿון עַזָה, און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן. /1:8 און איך װעל פֿאַרשנײַדן אַ באַװוינער פֿון אַשדוֹד, און דעם װאָס האַלט אַ צעפּטער פֿון אַשקלוֹן; און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף עֶקרוֹן, און דער איבערבלײַב פֿון די פּלִשתּים װעט אונטערגײן, זאָגט גאָט דער האַר.

/1:9 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון צוֹר, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן: פֿאַר װאָס זײ האָבן איבערגעענטפֿערט אַ גאַנצע געפֿאַנגענשאַפֿט צו אֶדוֹם, און ניט געדאַכט אָן דעם בונד פֿון ברידער. /1:10 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף דער מױער פֿון צוֹר, און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן.

/1:11 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון אֶדוֹם, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן: פֿאַר װאָס ער האָט נאָכגעיאָגט זײַן ברודער מיטן שװערד, און דערשטיקט זײַן רחמנות, און זײַן כּעס האָט שטענדיק פֿאַרצוקט, און ער האָט אײביק געהאַלטן זײַן גרימצאָרן. /1:12 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף תֵּימָן, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון בָצרָה.

/1:13 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן: פֿאַר זײער אױפֿשפּאַלטן די טראָגעדיקע פֿון גִלעָד, כּדי צו דערברײטערן זײער געמאַרק. /1:14 און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אױף דער מױער פֿון רַבה, און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן, מיט שאַלונג אין טאָג פֿון מלחמה, מיט שטורעם אין טאָג פֿון געװיטער. /1:15 און זײער מלך װעט גײן אין גלות, ער און זײַנע האַרן אין אײנעם, זאָגט גאָט.


/2:1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון מוֹאָבֿ, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן: פֿאַר זײַן פֿאַרברענען די בײנער פֿון דעם מלך פֿון אֶדוֹם אױף קאַלך. /2:2 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף מוֹאָבֿ, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון קריוֹת, און שטאַרבן מיט געטומל װעט מוֹאָבֿ, מיט שאַלונג און אַ קָול פֿון שוֹפֿר. /2:3 און איך װעל פֿאַרשנײַדן אַ ריכטער פֿון איר מיט, און אַלע אירע האַרן װעל איך הרגען מיט אים, זאָגט גאָט.

/2:4 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון יהודה, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַראַכט די תּוֹרה פֿון גאָט, און זײַנע געזעצן ניט געהיט; און זײערע ליגנס האָבן זײ פֿאַרפֿירט, די װאָס זײערע עלטערן זײַנען נאָכגעגאַנגען נאָך זײ. /2:5 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף יהודה, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ירושָלַיִם.

/2:6 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון ישׂראל, יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן: פֿאַר זײער פֿאַרקױפֿן פֿאַר געלט דעם גערעכטן, און דעם אביון פֿאַר אַ פּאָר שיך. /2:7 זײ, װאָס װילן אײַנשלינגען דעם שטױב ערד אױפֿן קאָפּ פֿון די אָרימע, און דעם װעג פֿון די געדריקטע פֿאַרדרײען זײ; און אַ מאַן און זײַן פֿאָטער גײען צו אײן מײדל, כּדי צו פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען. /2:8 און אױף פֿאַרמשכּונטע קלײדער ציען זײ זיך אױס לעבן איטלעכן מזבח, און װײַן פֿון באַשטראָפֿטע טרינקען זײ אין הױז פֿון זײער גאָט. /2:9 און איך האָב פֿאַרטיליקט פֿאַר זײ דעם אֶמוֹרי, װאָס װי די הײך פֿון צעדערן איז געװען זײַן הײך, און שטאַרק איז ער געװען װי אײכנבײמער; און איך האָב פֿאַרטיליקט זײַן פֿרוכט פֿון אױבן, און זײַנע װאָרצלען פֿון אונטן. /2:10 און איך האָב אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, און אײַך געפֿירט אין דער מדבר פֿערציק יאָר, צו אַרבן דאָס לאַנד פֿון אֶמוֹרי. /2:11 און איך האָב אױפֿגעשטעלט פֿון אײַערע זין פֿאַר נבֿיאים, און פֿון אײַערע יונגעלײַט פֿאַר נזירים; צי איז דאָס ניט אַזױ, קינדער פֿון ישׂראל? זאָגט גאָט. /2:12 אָבער איר האָט געמאַכט טרינקען די נזירים װײַן, און די נבֿיאים האָט איר באַפֿױלן אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט נבֿיאות זאָגן. /2:13 זעט, איך דריק אײַך אַרונטער װי עס דריקט דער װאָגן פֿול מיט גאַרבן. /2:14 און אַנטרינונג װעט פֿאַרלאָרן זײַן פֿון דעם פֿלינקן, און דער שטאַרקער װעט ניט אָנהאַלטן זײַן כּוח, און דער גיבור װעט ניט ראַטעװען זײַן נפֿש. /2:15 און דער בױגנהאַלטער װעט ניט באַשטײן, און דער פֿלינקער אױף זײַנע פֿיס װעט זיך ניט ראַטעװען, און דער רײַטער אױף אַ פֿערד װעט ניט ראַטעװען זײַן נפֿש און דער שטאַרקהאַרציקער צװישן די גיבוֹרים װעט אַ נאַקעטער אַנטלױפֿן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט.

/3:1 הערט דאָס דאָזיקע װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט אױף אײַך, קינדער פֿון ישׂראל – אױף דער גאַנצער משפּחה װאָס איך האָב אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן:

/3:2 נאָר אײַך האָב איך דערקענט פֿון אַלע משפּחות פֿון דער ערד, דרום װעל איך זיך רעכענען מיט אײַך פֿאַר אַלע אײַערע זינד.

/3:3 גײען צװײ באַנאַנדער, אַחוץ אַז זײ האָבן אָפּגערעדט? /3:4 ברילט אַ לײב אין װאַלד, װוּ ער האָט ניט קײן רױב? לאָזט אַ יונגלײב אַרױס זײַן קָול פֿון זײַן נאָרע, אַחוץ אַז ער האָט עפּעס געכאַפּט? /3:5 פֿאַלט אַ פֿױגל אין פּאַסטקע אױף דער ערד, װוּ זי האָט ניט קײן שטרױכלונג? שפּרינגט-אױף אַ פּאַסטקע פֿון דער ערד, װוּ כאַפּן זאָל זי ניט האָבן געכאַפּט? /3:6 צי װערט אַ שוֹפֿר געבלאָזן אין שטאָט, און דאָס פֿאָלק זאָל ניט ציטערן? צי געשעט אַן אומגליק אין שטאָט, װוּ גאָט האָט דאָס ניט געטאָן? /3:7 פֿאַר װאָר, גאָט דער האַר טוט ניט קײן זאַך, סײַדן ער האָט אַנטפּלעקט זײַן סָוד צו זײַנע קנעכט די נבֿיאים. /3:8 אַ לײב האָט געברילט, װער זאָל ניט מוֹרא האָבן? גאָט דער האַר האָט גערעדט, װער קען ניט נבֿיאות זאָגן? /3:9 מאַכט הערן אױף די פּאַלאַצן אין אַשדוֹד, און אױף די פּאַלאַצן אין לאַבד מִצרַיִם, און זאָגט: זאַמלט אײַך אײַן אױף די בערג פֿון שוֹמרוֹן, און זעט די גרױסע מהומות דערין, און די דריקונגען אין איר מיט. /3:10 װאָרום זײ װײסן ניט צו טאָן רעכט, זאָגט גאָט, זײ װאָס זאַמלען גזלה און רױב אין זײערע פּאַלאַצן. /3:11 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט: אַ פֿײַנט, און רונד אַרום לאַנד! און ער װעט נידערן פֿון דיר דײַן שטאַרקײט, און דײַנע פּאַלאַצן װעלן צערױבט װערן. /3:12 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַזױ װי אַ פּאַסטוך איז מציל פֿון דעם לײבס מױל אַ פּאָר קני, אָדער אַ לעפּל פֿון אַן אױער, אַזױ װעלן די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זיצן אין שוֹמרוֹן, זיך מציל זײַן מיט אַ װינקל פֿון אַ שלאָפֿבאַנק, און מיט אַ פֿוס פֿון אַ בעט.

/3:13 הערט און װאָרנט דעם הױז פֿון יעקבֿ, זאָג גאָט יהוה, דער גאָט פֿון צבָֿאות. /3:14 װאָרום אין דעם טאָג װאָס איך רעכן זיך פֿאַר די פֿאַרברעכן פֿון ישׂראל מיט אים, װעל איך זיך רעכענען פֿאַר די מזבחות פֿון בית-אֵל, און די הערנער פֿון מזבח װעלן אָפּגעהאַקט װערן, און װעלן אַנידערפֿאַלן צו דער ערד. /3:15 און איך װעל שלאָגן דאָס װינטערהױז מיט דעם זומערהױז, און די הײַזער פֿון עלפֿנבײן װעלן אונטערגײן, און די גרױסע הײַזער װעלן פֿאַרלענדט װערן, זאָגט גאָט.


/4:1 הערט דאָס דאָזיקע װאָרט, איר בָשָן-קי װאָס אױפֿן באַרג שוֹמרוֹן, די װאָס באַרױבן די אָרימע, װאָס דריקן די אבֿיוֹנים, װאָס זאָגן צו זײערע האַרן: ברענג מיר זאָלן טרינקען. /4:2 גאָט דער האַר האָט געשװאָרן בײַ זײַן הײליקײט, אַז, זע, טעג קומען אױף אײַך, און מע װעט אײַך אַװעקנעמען מיט האָקן, און אײַער איבערבלײַב מיט פֿישערשטאַנגען. /4:3 און דורך מױערבראָכן װעט איר אַרױסגײן, איטלעכע אַקעגן זיך, און איר װעט פֿאַרלאָזן די פּאַלאַצן, זאָגט גאָט.

/4:4 קומט קײן בית-אֵל און פֿאַרברעכט, קײן גִלגָל, און מערט פֿאַרברעכן, און ברענגט צום פֿרימאָרגן אײַערע שלאַכטאָפּפֿער, אױפֿן דריטן טאָג אײַערע מעשׂרס; /4:5 און דעמפֿט פֿון געזײַערט ברױט דאַנקאָפּפֿער, און רופֿט אױס פֿרײַװיליקע גאָבן, מאַכט הערן, װאָרום אַזױ האָט איר ליב, איר קינדער פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר.

/4:6 און איך אױך האָב אײַך געגעבן לײדיקע צײן אין אַלע אײַערע שטעט, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.

/4:7 און איך האָב אױך פֿאַרמיטן פֿון אײַך דעם רעגן, װען נאָך דרײַ חדשים צום שניט, און איך האָב געלאָזט רעגענען אױף אײן שטאָט, און אױף אײן שטאָט פֿלעג איך ניט לאָזן רעגענען; אײן שטיק פֿלעגט באַרעגנט װערן, און דאָס שטיק װאָס דערױף פֿלעגט ניט רעגענען, פֿלעגט פֿאַרטריקנט װערן. /4:8 און צװײ דרײַ שטעט האָבן געװאַנדערט צו אײן שטאָט, צו טרינקען װאַסער, און פֿלעגן ניט קריגן צו זאַט, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.

/4:9 איך האָב אײַך געפּלאָגט מיט קאָרנבראַנד און מיט װעלקעניש; די מערסטע פֿון אײַערע גערטנער און אײַערע װײַנגערטנער און אײַערע פֿײַגנבײמער און אײַערע אײלבערטבײמער עסט דער הײשעריק אױף, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.

/4:10 איך האָב אָנגעשיקט אױף אײַך אַ פּעסט, אױפֿן שטײגער פֿון מִצרַיִם, איך האָב געהרגעט מיטן שװערד אײַערע יונגעלײַט, דערצו געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון אײַערע פֿערד. און איך האָב געלאָזט אױפֿגײן דעם געשטאַנק פֿון אײַערע מחנות אין אײַער נאָז, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.

/4:11 איך האָב איבערגעקערט צװישן אײַך, אַזױ װי גאָטס איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה, און איר זײַט געבליבן װי אַ שײַט אַרױסגעריסן פֿון אַ שׂרפֿה, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.

/4:12 דרום װעל איך אַזױ טאָן צו דיר, ישׂראל: – װײַל איך װעל דאָס דאָזיקע טאָן צו דיר, ברײט זיך אָן אַנטקעגן דײַן גאָט, ישׂראל. /4:13 װאָרום זע, ער פֿורעמט די בערג, און באַשאַפֿט דעם װינט, און ער זאָגט דעם מענטשן װאָס זײַן טראַכטונג איז; ער מאַכט פֿון פֿרימאָרגן פֿינצטערניש, און ער טרעט אױף די הײכן פֿון דער ערד;ְ יהוה דער גאָט פֿון צבָֿאות איז זײַן נאָמען.


/5:1 הערט דאָס דאָזיקע װאָרט װאָס איך הײב אױף פֿאַר אַ קלאָגליד אױף אײַך, איר הױז פֿון ישׂראל:

/5:2 געפֿאַלן ניט מער אױפֿצושטײן איז די יונגפֿרױ ישׂראל. זי ליגט אַנידערגעװאָרפֿן אױף איר ערד, ניטאָ װער זאָל זי אױפֿשטעלן. /5:3 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: די שטאָט װאָס פֿלעגט אַרױס מיט טױזנט, װעט בלײַבן בײַ הונדערט, און די װאָס פֿלעגט אַרױס מיט הונדערט, װעט בלײַבן בײַ צען, פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל. /5:4 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט צום הױז פֿון ישׂראל:

זוכט מיך, און לעבט; /5:5 און איר זאָלט ניט זוכן בית-אֵל, און קײן גִלגָל זאָלט איר ניט קומען, און קײן באֵר-שֶבַע זאָלט איר ניט אַריבערגײן; װאָרום גִלגָל װעט אין גלות גײן, און בית-אֵל װעט צו נישט װערן. /5:6 זוכט גאָט, און לעבט; כּדי ער זאָל ניט אױסברעכן װי אַ פֿײַער אין הױז פֿון יוֹסף, און עס װעט פֿאַרצערן, אַז קײן לעשער װעט ניט זײַן פֿאַר בית-אֵל; /5:7 די װאָס פֿאַרקערן גערעכטיקײט אין װערמוט, און רעכטפֿאַרטיקײט לײגן זײ צו דער ערד. /5:8 דעם װאָס מאַכט דעם זיבנשטערן און דעם אָריאָנשטערן, און פֿאַרקערט טױטשאָטן אין פֿרימאָרגן, און פֿאַרפֿינצטערט טאָג אין נאַכט; דעם װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים, און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, יהוה איז זײַן נאָמען; /5:9 דעם װאָס בליצט אַרױס אַ בראָך אױפֿן שטאַרקן, און אַ בראָך קומט אױף דער פֿעסטונג.

/5:10 זײ האָבן פֿײַנט דעם װאָס מוסרט אין טױער, און דעם װאָס רעדט ערלעך פֿאַראומװערדיקן זײ. /5:11 דרום, װײַל איר טרעט אױפֿן אָרימאַן, און אָפּגאָב פֿון תּבֿואה נעמט איר פֿון אים, האָט איר הײַזער פֿון געהאַקטע שטײנער געבױט, און װעט אין זײ ניט װױנען; האָט איר גלוסטיקע װײַנגערטנער געפֿלאַנצט, און װעט ניט טרינקען זײער װײַן. /5:12 װאָרום איך װײס, אײַערע פֿאַרברעכן זײַנען פֿיל, און שטאַרק אײַערע זינד, איר, װאָס דריקט דעם גערעכטן, װאָס נעמט שוֹחד, און קריװדעט די אבֿיוֹנים אין טױער. /5:13 דרום שװײַגט דער פֿאַרשטאַנדיקער אין אַזאַ צײַט, װאָרום אַ בײזע צײַט איז דאָס.

/5:14 זוכט גוטס און ניט שלעכטס, כּדי איר זאָלט לעבן, און יהוה, דער גאָט פֿון צבָֿאות, װעט זײַן מיט אײַך, אַזױ װי איר פֿאַרלאַנגט. /5:15 האָט פֿײַנט שלעכטס, און האָט ליב גוטס, און שטעלט אױף אין טױער גערעכטיקײט, אפֿשר װעט יהוה, דער גאָט פֿון צבָֿאות, לײַטזעליקן דעם איבערבלײַב פֿון יוֹסף.

/5:16 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט, דער גאָט פֿון צבָֿאות, יהוה: אין אַלע מערק װעט זײַן אַ קלאָג, און אין אַלע גאַסן װעט מען זאָגן: אָי! אָי!

און מע װעט רופֿן דעם אַקערמאַן צו טרױער, און צו קלאָג די געניטע אין יאָמערן. /5:17 און אין אַלע װײַנגערטנער װעט זײַן אַ קלאָג, אַז איך װעל דורכגײן צװישן דיר, זאָגט גאָט.

/5:18 װײ, די װאָס באַגערן דעם טאָג פֿון גאָט! צוּ װאָס אײַך דען דער טאָג פֿון גאָט? ער איז פֿינצטער און ניט ליכטיק. /5:19 אַזױ װי װען אַ מענטש אַנטלױפֿט פֿון אַ לײב, און אים באַגעגנט אַ בער, און ער קומט אין הױז, און לענט זײַן האַנט אָן דער װאַנט, און אַ שלאַנג בײַסט אים אײַן. /5:20 פֿאַר װאָר, חוֹשך איז דער טאָג פֿון גאָט, און ניט ליכטיק, און פֿינצטער און אָן אַ שימער אין אים. /5:21 איך האָב פֿײַנט, איך פֿאַראַכט אײַערע יָום-טוֹבים, און איך קען ניט שמעקן אײַערע אײַנזאַמלונגען. /5:22 אַפֿילו אַז איר ברענגט מיר אױף בראַנדאָפּפֿער און אײַערע שפּײַזאָפּפֿער, באַװיליק איך ניט, און אײַערע געשטאָפּטע פֿרידאָפּפֿער קוק איך ניט אָן. /5:23 טו אָפּ פֿון מיר די ברומונג פֿון דײַנע געזאַנגען, און דאָס שפּיל פֿון דײַנע גיטאַרן לאָמיך ניט הערן. /5:24 נאָר לאָז קװעלן װי װאַסער גערעכטיקײט, און רעכטפֿאַרטיקײט װי אַ שטראָם אַ שטאַרקער. /5:25 האָט איר מיר שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער געבראַכט אין דער מדבר, פֿאַר די פֿערציק יאָר, איר הױז פֿון ישׂראל? /5:26 דרום װעט איר טראָגן סִכּות אײַער קיניג, און כִּיאָן, אײַערע געצנבילדער, אײַער שטערנגאָט װאָס איר האָט אײַך געמאַכט. /5:27 און איך װעל אײַך פֿאַרטרײַבן פֿון יענער זײַט דַמֶשֶׂק, זאָג יהוה – גאָט פֿון צבָֿאות איז זײַן נאָמען.


/6:1 װײ, די רואיקע אין צִיוֹן, און די זיכערע אױפֿן באַרג שוֹמרוֹן, די באַרופֿענע פּער פֿון די פֿעלקער, װאָס צו זײ קומט דאָס הױז פֿון ישׂראל! /6:2 גײט אַריבער קײן כַּלנֵה, און זעט, און גײט פֿון דאָרט קײן גרױס-חמָת, און נידערט אין גַת פֿון די פּלִשתּים; איז זײ בעסער פֿון די דאָזיקע קיניגרײַכן? צי איז זײער געמאַרק גרעסער פֿון אײַער געמאַרק? /6:3 איר װאָס שטױסט אָפּ דעם בײזן טאָג, און רוקט צו דעם טראָן פֿון רױב! /6:4 די װאָס ליגן אױף בעטן פֿון עלפֿנבײן, און אױסגעצױגן אױף זײערע געלעגערס, און עסן לעמער פֿון די שאָף, און קעלבער פֿון שטאַל; /6:5 די װאָס צימבלען אױף דער גיטאַר – אַזױ װי דוד האָבן זײ זיך אױסגעטראַכט כּלֵי-זֶמֶר; /6:6 די װאָס טרינקען אין שפּרענגבעקנס װײַן, און מיט די בעסטע אײַלן זאַלבן זײ זיך, און קימערן זיך ניט אום דעם בראָך פֿון יוֹסף. /6:7 דרום װעלן זײ אַצונד פֿאַרטריבן װערן פֿאַרױס פֿון אַלע פֿאַרטריבענע, און אָפּגעטאָן װעט װערן דער ליאַרעם פֿון די אױסגעצױגענע. /6:8 גאָט יהוה האָט געשװאָרן בײַ זיך אַלײן, זאָגט יהוה דער גאָט פֿון צבָֿאות: איך פֿאַראומװערדיק דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ, און זײַנע פּאַלאַצן האָב איך פֿײַנט געקראָגן. און איך װעל איבערענטפֿערן די שטאָט מיט איר פֿולקײט!

/6:9 און עס װעט זײַן, אױב עס װעלן איבערבלײַבן צען מענטשן אין אײן הױז, װעלן זײ שטאַרבן. /6:10 און אַז עמיצנס פֿעטער, און דער װאָס דאַרף אים פֿאַרברענען, װעט אים אױפֿהײבן כּדי אַרױסצוטראָגן דאָס געבײן פֿון הױז, װעט ער זאָגן צו דעם װאָס אין װינקל פֿון הױז: איז נאָך װער דאָ מיט דיר? און אַז יענער װעט זאָגן: נײַן, ניטאָ; און ער װעט זאָגן: שאַ! װאָרום מע טאָר ניט דאַכטן, בײַם נאָמען פֿון גאָט.

/6:11 װאָרום זע, גאָט באַפֿעלט, און מע װעט צעהאַקן דאָס גרױסע הױז אין שטיקער, און דאָס קלײנע הױז אױף שפּענדלעך.

/6:12 לױפֿן דען פֿערד איבער אַ פֿעלז! צי אַקערט מען אים מיט רינדער? װאָס איר האָט פֿאַרקערט גערעכטיקײט אין ביטערקרױט, און פֿרוכט פֿון רעכטפֿאַריקײט אין װערמוט; /6:13 איר װאָס פֿרײט זיך אום גאָרנישט, װאָס זאָגט: פֿאַר װאָר, מיט אונדזער שטאַרקײט האָבן מיר זיך גענומען הערנער. /6:14 פֿאַרװאָר, זע, איך שטעל אָן אױף אײַך אַ פֿאָלק, איר הױז פֿון ישׂראל, זאָגט יהוה, דער גאָט פֿון צבָֿאות, און זײ װעלן אײַך דריקן פֿון װוּ מע קומט קײן חמָת ביז דעם טײַך פֿון דעם פּלױן.

/7:1 אַזױ האָט מיר גאָט דער האַר געװיזן: ערשט ער האָט באַשאַפֿן אַ הײשעריק אין אָנהײב אױפֿגײן פֿון דער שפּעט-תּבֿואה, און זע, דאָס איז געװען די שפּעט-תּבֿואה נאָך דעם מלכס שניט. /7:2 און עס איז געװען, אַז ער האָט געענדיקט אױפֿעסן דאָס גראָז פֿון לאַנד, האָב איך געזאָגט:

װי, גאָט דו האַר, פֿאַרגיב, איך בעט דיך; װי קען באַשטײן יעקב, אַז ער איז אַזױ קלײן?

/7:3 האָט גאָט חרטה געהאַט דערױף: ”דאָס װעט ניט געשען“, האָט גאָט געזאָגט.

/7:4 אַזױ האָט מיר גאָט דער האַר געװיזן: ערשט גאָט דער האַר האָט אױסגערופֿן אַ קריג דורך פֿײַער, און עס האָט פֿאַרצערט דעם גרױסן תּהָום, און װאָלט פֿאַרצערט דאָס לאַנד. /7:5 האָב איך געזאָגט:

גאָט דו האַר, הער אױף, איך בעט דיך; װי קען באַשטײן יעקבֿ, אַז ער איז אַזױ קלײן?

/7:6 האָט גאָט חרטה געהאַט דערױף: ”דאָס אױך װעט ניט געשען“, האָט גאָט דער האַר געזאָגט.

/7:7 אַזױ האָט ער מיר געװיזן: ערשט גאָט שטײט אױף אַ שנורגלײַכער מױער, און אין זײַן האַנט איז אַ װאָגשנור. /7:8 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ װאָגשנור. האָט גאָט געזאָגט:

זע, איך צי אַ װאָגשנור צװישן מײַן פֿאָלק ישׂראל, איך װעל אים מער װידער ניט פֿאַרגעבן. /7:9 און די במות פֿון יִשׂחק װעלן פֿאַרװיסט װערן, און די הײליקטומען פֿון ישׂראל װעלן חרבֿ װערן, און איך װעל אױפֿשטײן אױפֿן הױז פֿון יָרָבֿעָם מיטן שװערד.

/7:10 און אַמַציָה דער כֹּהן פֿון בית-אֵל האָט געשיקט צו יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: עָמוֹס האָט געמאַכט אַ בונט אױף דיר צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; דאָס לאַנד קען ניט אױסהאַלטן אַלע זײַנע רײד. /7:11 װאָרום עָמוֹס האָט אַזױ געזאָגט:

דורכן שװערד װעט שטאַרבן יָרָבֿעָם, און ישׂראל װעט אין גלות אַװעק פֿון זײַן ערד.

/7:12 און אַמַציָה האָט געזאָגט צו עָמוֹסן: זעער, גײ אַנטלױף דיר קײן לאַנד יהודה, און עס דאָרטן ברױט, און דאָרטן זאָלסטו נבֿיאות זאָגן. /7:13 אָבער אין בית-אֵל זאָלסטו מער װידער נבֿיאות ניט זאָגן װאָרום עס איז אַ מלכס הײליקטום, און עס איז אַ הױז פֿון מלוכה. /7:14 האָט געענטפֿערט עָמוֹס און האָט געזאָגט צו אַמַציָהן; ניט קײן נבֿיא בין איך, און ניט קײן זון פֿון אַ נבֿיא בין איך, נײַערט אַ פּאַסטוך פֿון רינדער בין איך, און אַ צוריכטער פֿון װילדע פֿײַגן. /7:15 און גאָט האָט מיך גענומען פֿון הינטער די שאָף, און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: גײ זאָג נבֿיאות צו מײַן פֿאָלק ישׂראל. /7:16 און אַצונד הער דאָס װאָרט פֿון גאָט:

דו זאָגסט: זאָלסט ניט נבֿיאות זאָגן אױף ישׂראל, און ניט דַרשען אױף דעם הױז פֿון יִשׂחק. /7:17 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: דײַן װײַב װעט אין שטאָט אַ זוֹנה זײַן, און דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן פֿאַלן דורכן שװערד, און דײַן ערד װעט מיט אַ שנור צעטײלט װערן, און דו װעסט שטאַרבן אױף אומרײנער ערד, און ישׂראל װעט אין גלות אַװעק פֿון זײַן ערד.


/8:1 אַזױ האָט מיר גאָט דער האַר געװיזן: ערשט אַ קאָרב זומעראױבס. /8:2 און ער האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ קאָרב זומעראױבס. האָט גאָט צו מיר געזאָגט:

געקומען איז דער סָוף אױף מײַן פֿאָלק ישׂראל, איך װעל אים מער װידער ניט פֿאַרגעבן. /8:3 און יאָמערן װעלן די געזאַנגען פֿון פּאַלאַץ אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט דער האַר; פּגרים װעלן זײַן פֿיל, אין יעטװעדער אָרט װעט זײַן אָנגעװאָרפֿן אַ שטילקײט.

/8:4 הערט דאָס צו, איר װאָס װילט אײַנשלינגען דעם אבֿיון, און פֿאַרטיליקן די אָרימע פֿון לאַנד, /8:5 אַזױ צו זאָגן: װען װעט אַריבער רֹאש-חוֹדש, אַז מיר זאָלן פֿאַרקױפֿן תּבֿואה, און שבת, אַז מיר זאָלן עפֿענען קאָרן, צו פֿאַרקלענערן די אֵיפָֿה, און צו פֿאַרגרעסערן דעם שֶקל, און צו פֿאַרדרײען מיט פֿאַלשע װאָגשאָלן; /8:6 כּדי צו קױפֿן פֿאַר געלט די אָרימע, און דעם אבֿיון פֿאַר אַ פּאָר שיך, און דעם אָפּפֿאַל פֿון קאָרן זאָלן מיר פֿאַרקױפֿן. /8:7 גאָט האָט געשװאָרן בײַ דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ: אױב איך װעל אײביק פֿאַרגעסן אַלע זײערע מעשׂים! /8:8 זאָל איבער דעם ניט ציטערן די ערד, און טרױערן איטלעכער װאָס װוינט אױף איר? יאָ, זי װעט זיך אױפֿהײבן אין גאַנצן װי דער טײַך, און צערודערט װערן און זיך אַראָפּזעצן װי דער טײַך פֿון מִצרַיִם. /8:9 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט דער האַר, װעל איך מאַכן אונטערגײן די זון אין מיטן טאָג, און פֿינצטער מאַכן די ערד אין העלן טאָג. /8:10 און איך װעל פֿאַרקערן אײַערע יָום-טוֹבים אין טרױער, און אַלע אײַערע געזאַנגען אין אַ קלאָג, און איך װעל אַרױפֿברענגען אױף אַלע לענדן זאַק, און אױף איטלעכן קאָפּ אַ פּליך, און איך װעל עס מאַכן װי דער טרױער נאָך אַן אײנאײנציקן, און איר סָוף, װי אַ ביטערן טאָג. /8:11 זע, טעג קומען, זאָגט גאָט דער האַר, און איך װעל שיקן אַ הונגער אין לאַנד, ניט אַ הונגער נאָך ברױט, און ניט אַ דאָרשט נאָך װאַסער, נײַערט צו הערן די װערטער פֿון גאָט. /8:12 און זײ װעלן װאָגלען פֿון ים צו ים, און פֿון צפֿון ביז מזרח; זײ װעלן אומװאַנדערן צו זוכן גאָטס װאָרט, און זײ װעלן ניט געפֿינען. /8:13 אין יענעם טאָג װעלן חלשן די שײנע יונגפֿרױען און די בחורים פֿון דאָרשט. /8:14 די װאָס שװערן בײַ דער זינד פֿון שוֹמרוֹן, און זאָגן: ”אַזױ װי עס לעבט דײַן גאָט, דָן!“ און: ”אַזױ װי עס לעבט דער װעג באֵר-שֶבַע!“ און זײ װעלן פֿאַלן, און װעלן מער ניט אױפֿשטײן.


/9:1 איך האָב געזען גאָט שטײן אױפֿן מזבח, און ער האָט געזאָגט:

שלאָג די זײַלנקעפּ, אַז די בײַשטידלעך זאָלן ציטערן, און צעברעך זײ איבער זײערע אַלעמענס קעפּ; און זײער איבערבלײַב װעל איך הרגען מיטן שװערד; ניט אַנטלױפֿן װעט פֿון זײ אַן אַנטלאָפֿענער, און ניט ראַטעװען װעט זיך פֿון זײ אַן אַנטרונענער. /9:2 אַז זײ װעלן זיך פֿאַרגראָבן אין אונטערערד, װעט זײ פֿון דאָרטן אַרױסנעמען מײַן האַנט, און אַז זײ װעלן אַרױפֿגײן אין הימל, װעל איך זײ פֿון דאָרטן אַראָפּנידערן. /9:3 און אַז זײ װעלן זיך באַהאַלטן אױפֿן שפּיץ כַּרמֶל, װעל איך פֿון דאָרטן אױפֿזוכן און זײ צונעמען, און אַז זײ װעלן זיך פֿאַרבאָרגן פֿון פֿאַר מײַנע אױגן אױפֿן גרונט פֿון ים, װעל איך דאָרטן באַפֿעלן דער שלאַנג, און זי װעט זײ אײַנבײַסן. /9:4 און אַז זײ װעלן גײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט פֿאַר זײערע פֿײַנט, װעל איך דאָרטן באַפֿעלן דער שװערד, און זי װעט זײ הרגען, און איך װעל טאָן אױף זײ מײַן אױג צום בײזן און ניט צום גוטן.

/9:5 װאָרום גאָט דער האַר פֿון צבָֿאות איז דער װאָס רירט אָן די ערד און זי װאַקלט זיך, און אַלע װוינער אױף איר טרױערן; און זי הײבט זיך אױף אין גאַנצן װי דער טײַך, און זעצט זיך אַראָפּ װי דער טײַך פֿון מִצרַיִם. /9:6 דער װאָס בױט אין הימל זײַנע אױבערקאַמערן, און גרונטפֿעסט זײַן געװעלב אױף דער ערד; װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים, און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד; יהוה איז זײַן נאָמען. /9:7 פֿאַר װאָר, אַזױ װי די קינדער פֿון כּושים זײַט איר מיר, קינדער פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט. פֿאַר װאָר, איך האָב אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם, און די פּלִשתּים פֿון כַּפֿתּוֹר, און אַרָם פֿון קיר. /9:8 זע, די אױגן פֿון גאָט דײַן האַר זײַנען אױף דעם זינדיקן קינגרײַך, און איך פֿאַרטיליק עס פֿון געזיכט פֿון דער ערד, אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך ניט פֿאַרטיליקן דאָס הױז פֿון יעקבֿ, זאָגט גאָט. /9:9 װאָרום זע, איך באַפֿעל און װעל לאָזן שאָקלען דאָס הױז פֿון ישׂראל צװישן אַלע פֿעלקער, אַזױ װי עס װערט געשאָקלט אין אַ זיפּ; אָבער ניט אַ קערנדל װעט פֿאַלן צו דער ערד. /9:10 דורכן שװערד װעלן שטאַרבן אַלע זינדיקע פֿון מײַן פֿאָלק, װאָס זאָגן: ניט גענענען און זיך פֿעדערן אױף אונדז װעט דאָס בײז. /9:11 אין יענעם טאָג װעל איך אױפֿשטעלן דאָס אײַנגעפֿאַלענע בײַדל פֿון דוד, און איך װעל פֿאַרמױערן אירע בראָכן, און זײַנע חורבֿות װעל איך אױפֿשטעלן, און װעל עס אױפֿבױען װי אין אַמאָליקע טעג; /9:12 כּדי עס זאָלן אַרבן דעם איבערבלײַב פֿון אֶדוֹם און אַלע פֿעלקער די װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף זײ, זאָגט גאָט, דער װאָס טוט דאָס דאָזיקע. /9:13 זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און דער אַקערער װעט זיך אָנשטױסן אָן דעם שניטער, און דער טרױבנטרעטער אָן דעם זריעה-װאַרפֿער; און די בערג װעלן טריפֿן זאַפֿט, און אַלע הײכן װעלן צעגײן. /9:14 און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק ישׂראל, און זײ װעלן אָפּבױען פֿאַרװיסטע שטעט און זיך באַזעצן, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער און טרינקען זײער װײַן, און מאַכן גערטנער און עסן זײער פֿרוכט. /9:15 און איך װעל זײ אײַנפֿלאַנצן אױף זײער ערד, און זײ װעלן מער ניט אױסגעריסן װערן פֿון דער ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן, זאָגט יהוה דײַן גאָט.