טייטש יהואש מיכה

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

מִיכָה


/1:1 דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו מיכָהן פֿון מוֹרֶשֶת, אין די טעג פֿון יוֹתָם, אָכָז, יחזקִיָה, די מלכים פֿון יהודה, װאָס ער האָט געזען אױף שוֹמרוֹן און ירושָלַיִם.

/1:2 הערט איר פֿעלקער אַלע, פֿאַרנעם דו ערד און איר פֿולקײט; און גאָט דער האַר װעט זײַן צום עדות קעגן אײַך, גאָט פֿון זײַן הײליקן טעמפּל. /1:3 װאָרום זע, גאָט גײט אַרױס פֿון זײַן אָרט, און װעט נידערן און טרעטן אױף די הײכן פֿון דער ערד. /1:4 און די בערג װעלן צעגײן אונטער אים, און די טאָלן װעלן זיך שפּאַלטן, װי װאַקס פֿאַרן פֿײַער, װי װאַסער אױסגעגאָסן אין אַ נידערונג. /1:5 איבער דעם פֿאַרברעך פֿון יעקבֿ איז דאָס אַלץ, און איבער די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל. װער איז דער פֿאַרברעך פֿון יעקבֿ אױב ניט שוֹמרוֹן? און װער די במות פֿון יהודה אױב ניט ירושָלַיִם?

/1:6 דרום װעל איך מאַכן שוֹמרוֹן פֿאַר אַ פֿעלדהױפֿן, פֿאַר פֿלאַנצונגען פֿון װײַנגערטנער. און איך װעל שלײַדערן צום טאָל אירע שטײנער, און אירע גרונטפֿעסטן װעל איך אַנטפּלעקן. /1:7 און אַלע אירע געשניצטע געצן װעלן צעהאַקט װערן, און אַלע אירע זוֹנה-לױנען װעלן פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער, און אַלע אירע געצנבילדער װעל איך מאַכן צו װיסט; װאָרום פֿון זוֹנה-לױן האָט זי זײ אױפֿגעקליבן, און צו זוֹנה-לױן זאָלן זײ װידער װערן. /1:8 דערױף װעל איך קלאָגן און יאָמערן, איך װעל אומגײן באָרװעס און נאַקעט, איך װעל מאַכן אַ קלאָג װי די שאַקאַלן, און אַ טרױער װי שטרױספֿױגלען. /1:9 װאָרום שװער זײַנען אירע שלעק, װאָרום עס איז געקומען ביז יהודה, עס גרײַכט ביזן טױער פֿון מײַן פֿאָלק, ביז ירושָלַיִם. /1:10 ניט דערצײלן זאָלט איר אין גַת, װײנען זאָלט איר ניט װײנען; אין בית-לעָפֿרָה אין שטױב טו זיך קײַקלען. /1:11 גײ דיר אַװעק, באַװױנערין פֿון שָפֿיר, נאַקעט צו שאַנד; ניט אַרױסגײן דערװעגט זיך די באַװױנערין פֿון צַעֲנָן אַ קלאָג איז אין בית-אֵצֶל; מע נעמט פֿון אײַך אָפּ זײַן באַשטאַנד. /1:12 יאָ, געאַנגסט נאָך גוטס האָט די באַװױנערין פֿון מָרוֹת, אָבער גענידערט האָט בײז פֿון גאָט צום טױער פֿון ירושָלַיִם. /1:13 שפּאַן דעם רײַטװאָגן צו די לױפֿפֿערד, באַװױנערין פֿון לָכיש; זי איז דער אָנהײב זינד געװען פֿאַר דער טאָכטער צִיוֹן;ְ װאָרום בײַ דיר זײַנען געפֿונען געװאָרן די פֿאַרברעכן פֿון ישׂראל. /1:14 דרום װעסטו געזענג-מתּנות געבן צו מוֹרֶשֶת-גַת; די הײַזער פֿון אַכזיבֿ װעלן װערן צום אָפּנאַר פֿאַר די מלכים פֿון ישׂראל. /1:15 איך װעל נאָך ברענגען אַ יוֹרש אױף דיר, באַװױנערין פֿון מָרֵשָה, ביז קײן עַדולָם װעט קומען דער כּבֿוד פֿון ישׂראל. /1:16 מאַך דיר אַ פּליך און שער דיך אָפּ, איבער דײַנע געצערטלטע קינדער, מאַך ברײט דײַן פּליך װי דער גײערפֿױגל, װאָרום זײ זײַנען אין גלות אַװעק פֿון דיר.


/2:1 װײ צו די װאָס טראַכטן אומרעכט, און אַרבעטן אױס בײז אױף זײערע געלעגערס! אין ליכט פֿון פֿרימאָרגן פֿירן זײ עס אױס, װײַל עס איז אין דער מאַכט פֿון זײער האַנט. /2:2 און זײ גלוסטן פֿעלדער און גזלען, און הײַזער און נעמען צו; און באַרױבן אַ מאַן מיט זײַן הױז, און אַ מענטשן מיט זײַן נחלה. /2:3 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: זע, איך טראַכט אױף דער דאָזיקער משפּחה אַ בײז װאָס איר װעט ניט קענען אָפּטאָן דערפֿון אײַערע העלדזער, און איר װעט ניט גײן מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ, װאָרום אַ בײזע צײַט װעט דאָס זײַן. /2:4 אין יענעם טאָג װעט מען אױפֿהײבן אױף אײַך אַ שפּרוך, און מע װעט קלאָגן אַ קלאָג פֿון באַקלאָגעניש, מע װעט זאָגן: פֿאַרװיסטן פֿאַרװיסט זײַנען מיר געװאָרן; דעם טײל פֿון מײַן פֿאָלק טוט ער בײַטן. װי טוט ער מיך דערװײַטערן! דעם אַװעקרױבער צעטײלט ער אונדזערע פֿעלדער. /2:5 פֿאַר װאָר, קײנער פֿון דיר װעט ניט װאַרפֿן אַ שנור לױט גוֹרל אין דער עדה פֿון גאָט. /2:6 ”איר זאָלט ניט דַרשען!“ דַרשען זײ; מע דאַרף ניט דַרשען צו די דאָזיקע, װעט מען קײן חרפּות ניט קריגן. /2:7 טו איך זיך דען בײַטן, הױז פֿון יעקבֿ? צי איז קורץ געװאָרן דאָס געמיט פֿון גאָט? זײַנען דאָס זײַנע טוּונגען? טוען ניט מײַנע װערטער גוטס מיט דעם װאָס גײט גלײַך? /2:8 אָבער מײַן פֿאָלק פֿון אַנוסטן שטעלט זיך אױף פֿאַר אַ פֿײַנט; פֿון דעם װאָס קומט אַנטקעגן ציט איר קלײד און מאַנטל אַראָפּ, פֿון רויִקע דורכגײער, אָפּגענײגטע פֿון מלחמה. /2:9 די װײַבער פֿון מײַן פֿאָלק פֿאַרטרײַבט איר פֿון זײער נחתדיקער הײם; פֿון זײערע עוֹפֿעלעך נעמט איר אַװעק מײַן צירונג אױף אײביק. /2:10 שטײט אױף און גײט, װאָרום ניטאָ דאָ קײן רוּונג, פֿון װעגן דער טומאה װאָס צעשטערט, און אַ שטאַרקע צעשטערונג.

/2:11 אַז אַ מאַן װאָס גײט אום מיט װינט און ליגן, זאָל פֿעלשן: ”איך װעל דיר דַרשען פֿון װײַן און פֿון טרונק“, װאָלט ער װערן אַ דַרשן בײַ דעם דאָזיקן פֿאָלק.

/2:12 זאַמלען אײַנזאַמלען װעל איך דיך, יעקבֿ, אין גאַנצן, קלײַבן אױפֿקלײַבן װעל איך דעם איבערבלײַב פֿון ישׂראל. איך װעל זײ צונױפֿטאָן אין אײנעם װי שאָף אין געהעפֿט, װי אַ סטאַדע אין איר פֿיטערפּלאַץ; זײ װעלן רױשן מיט מענטשן. /2:13 דער דורכברעכער גײט אַרױף זײ פֿאַרױס, זײ ברעכן דורך און גײען װײַטער, דורך דעם טױער און אַרױס דורך אים, און זײער מלך גײט זײ פֿאַרױס, און גאָט איז זײער אָנפֿירער.

/3:1 און איך האָב געזאָגט: הערט אַקאָרשט צו, איר קעפּ פֿון יעקבֿ, און פֿירער פֿון הױז פֿון ישׂראל; ליגט ניט אױף אײַך צו װיסן גערעכטיקײט? /3:2 איר װאָס האָט פֿײַנט גוטס און האָט ליב שלעכטס, װאָס גזלט זײער הױט פֿון זײ, און זײער פֿלײש פֿון זײערע בײנער; /3:3 און װאָס האָט געגעסן דאָס פֿלײש פֿון מײַן פֿאָלק, און זײער הױט פֿון זײ אָפּגעשונדן, און זײערע בײנער צעבראָכן, און צעהאַקט אַזױ װי אין אַ טאָפּ, און װי פֿלײש אין אַ קעסל. /3:4 דרום װעלן זײ שרײַען צו גאָט, און ער װעט זײ ניט ענטפֿערן;ְ און ער װעט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים פֿון זײ אין יענער צײַט, אַזױ װי זײ האָבן שלעכטס געטאָן אין זײערע מעשׂים.

/3:5 אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף די נבֿיאים װאָס פֿאַרפֿירן מײַן פֿאָלק, װאָס שרײַען: ”שלום!“ װען זײערע צײן האָבן צו בײַסן, און דער װאָס גיט זײ ניט אין מױל ברײטן זײ אָן אױף אים אַ מלחמה. /3:6 דרום װעט אײַך זײַן נאַכט, אָן אַ זעונג, און אײַך װעט זײַן פֿינצטער, אָן װאָרזאָגן, און אונטערגײן װעט די זון אױף די נבֿיאים, און שװאַרץ װערן װעט דער טאָג אױף זײ. /3:7 און די זעער װעלן זײַן צו שאַנד, און די װאָרזאָגער װעלן זיך שעמען, און זײ װעלן אַלע פֿאַרדעקן זײערע אױבערשטע ליפּ, װײַל קײן ענטפֿער פֿון גאָט װעט ניט זײַן. /3:8 אָבער פֿאַר װאָר, איך בין פֿול מיט כּוֹח דורך דעם גײַסט פֿון גאָט, און מיט גערעכטיקײט און גבורה, צו זאָגן יעקבֿן זײַן פֿאַרברעך, און ישׂראלן זײַן זינד.

/3:9 הערט דאָס צו אַקאָרשט, איר קעפּ פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און פֿירער פֿון הױז פֿון ישׂראל, װאָס פֿאַראומװערדיקט גערעכטיקײט, און פֿאַרדרײט אַלץ װאָס איז גלײַך; /3:10 מע בױט צִיוֹן מיט בלוט, און ירושָלַיִם מיט אומרעכט. /3:11 אירע קעפּ משפּטן פֿאַר שוֹחד, און אירע כֹּהנים לערנען פֿאַר געצאָלט, און אירע נבֿיאים װאָרזאָגן פֿאַר געלט. און זײ לענען זיך אױף גאָט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, גאָט איז צװישן אונדז, אױף אונדז װעט ניט קומען קײן בײז. /3:12 דרום װעט איבער אײַך צִיוֹן װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן, און ירושָלַיִם װעט װערן הױפֿנס, און דער באַרג פֿון גאָטס הױז – װאַלדיקע הײכן.


/4:1 און עס װעט זײַן אין סָוף פֿון די טעג, װעט שטײן פֿעסט דער באַרג פֿון גאָטס הױז, אױבנאָן פֿון די בערג, און ער װעט זײַן דערהױבן איבער די הײכן; און אומות װעלן צו אים שטראָמען. /4:2 און פֿיל פֿעלקער װעלן גײן און װעלן זאָגן: קומט און לאָמיר אַרױפֿגײן צום באַרג פֿון יהוה, און צום הױז פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ, און ער װעט אונדז לערנען פֿון זײַנע װעגן, און מיר װעלן גײן אין זײַנע שטעגן; װאָרום פֿון צִיוֹן װעט אַרױסגײן אַ תּוֹרה, און גאָטס װאָרט פֿון ירושָלַיִם. /4:3 און ער װעט משפּטן צװישן פֿיל אומות, און אַנטשײדן איבער מאַכטיקע פֿעלקער ביז אין דער װײַט; און זײ װעלן איבערשמידן זײערע שװערדן אױף אַקעראײַזנס, און זײערע שפּיזן אױף צװײַגמעסערס; אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק װעט ניט הײבן אַ שװערד, און מע װעט ניט מער לערנען מלחמה. /4:4 און זײ װעלן זיצן איטלעכער אונטער זײַן װײַנשטאָק און אונטער זײַן פֿײַגנבױם, און קײַנער װעט ניט שרעקן; װאָרום דאָס מױל פֿון גאָט פֿון צבָֿאוֹת האָט גערעדט.

/4:5 װאָרום אַלע פֿעלקער מעגן גײן איטלעכס אין נאָמען פֿון זײַן גאָט, אָבער מיר װעלן גײן אין נאָמען פֿון יהוה אונדזער גאָט אױף אײביק און שטענדיק.

/4:6 אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, װעל איך אײַנזאַמלען די װאָס הינקט, און צונױפֿקלײַבן די װאָס איז פֿאַרשטױסן, און די װעמען איך האָב שלעכטס געטאָן. /4:7 און איך װעל מאַכן די הינקעדיקע פֿאַר אַן איבערבלײַב, און די דערװײַטערטע פֿאַר אַ מאַכטיקן פֿאָלק, און גאָט װעט קיניגן איבער זײ אױפֿן באַרג צִיוֹן פֿון אַצונד און ביז אײביק.

/4:8 און דו מִגדַל-עֵדֶר, פֿעסטונגבאַרג פֿון טאָכטער צִיוֹן, צו דיר װעט עס אָנקומען; יאָ, קומען װעט די פֿריערדיקע ממשלה, די מלוכה פֿון טאָכטער ירושָלַיִם. /4:9 אַצונד נאָך װאָס שרײַסטו מיט געשרײען? איז קײן מלך ניטאָ אין דיר, איז דײַן בעל-יוֹעץ אונטערגעגאַנגען, װאָס װײעניש האָט דיך אָנגענומען װי אַ געװינערין? /4:10 דרײ זיך און האָב װײען, טאָכטער צִיוֹן, אַזױ װי אַ געװינערין, װאָרום אַצונד װעסטו אַרױסגײן פֿון דער שטאָט, און װעסט װױנען אין פֿעלד, און װעסט קומען קײן בבֿל; דאָרטן װעסטו ניצול װערן, דאָרטן װעט דיך אױסלײזן גאָט פֿון דער האַנט פֿון דײַנע פֿײַנט.

/4:11 און אַצונד האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױף דיר פֿיל פֿעלקער, װאָס זאָגן: זאָל זי פֿאַרשװעכט װערן, און זאָל אונדזער אױג זיך אָנקוקן אױף צִיוֹן. /4:12 אָבער זײ װײסן ניט די טראַכטונגען פֿון גאָט, און זײ פֿאַרשטײען ניט זײַן באַראָט, אַז ער האָט זײ אײַנגעזאַמלט װי אַ גאַרב אין שײַער. /4:13 שטײ אױף און דרעש, טאָכטער צִיוֹן, װאָרום דײַן האָרן װעל איך מאַכן אײַזן, און דײַנע קלױען װעל איך מאַכן קופּער, און װעסט צעשטױסן פֿיל פֿעלקער, און מאַכן חרם צו גאָט זײער רױב, און זײער פֿאַרמעג צום האַר פֿון דער גאַנצער ערד. /4:14 אַצונד װעסטו זיך דעם לײַב שנײַדן, טאָכטער פֿון מחנות, אַ באַלעגערונג האָט מען געמאַכט אױף אונדז; מיט אַ רוט אױפֿן באַק שלאָגט מען דעם ריכטער פֿון ישׂראל.


/5:1 און דו, בית-לֶחֶם אין אֶפֿרָת, װאָס קלײן ביסטו צװישן די טױזנטן פֿון יהודה, פֿון דיר װעט מיר אַרױסגײן דער װאָס װעט זײַן אַ געװעלטיקער איבער ישׂראל, און זײַן אָפּשטאַם איז פֿון פֿאַרצײַטן, פֿון אַמאָליקע טעג. /5:2 פֿאַר װאָר, ער װעט זײ איבערגעבן ביז דער צײַט װען די געװינערין האָט געװוּנען; אָבער דער איבערבלײַב פֿון זײַנע ברידער װעט זיך אומקערן מיט די קינדער פֿון ישׂראל. /5:3 און ער װעט אױפֿשטײן און פֿיטערן מיט מאַכט פֿון גאָט, מיטן שטאָלצן נאָמען פֿון יהוה זײַן גאָט; און זײ װעלן זיצן רואיק, װאָרום ער װעט דענצמאָל זײַן גרױס ביז די עקן פֿון דער ערד. /5:4 און אַזאַ װעט זײַן דער שלום: אַז אַשור װעט קומען אין אונדזער לאַנד, און אַז ער װעט טרעטן אין אונדזערע פּאַלאַצן, װעלן מיר אױפֿשטעלן אױף אים זיבן פּאַסטוכער, און אַכט פֿירשטלעכע לײַט. /5:5 און זײ װעלן צעברעכן דאָס לאַנד אַשור מיטן שװערד, און לאַנד נִמרוֹד מיט אירע אײגענע קלינגען. און מע װעט אונדז מציל זײַן פֿון אַשור, אַז ער װעט קומען אין אונדזער לאַנד, און אַז ער װעט טרעטן אין אונדזער גבֿול.

/5:6 און דער איבערבלײַב פֿון יעקבֿ װעט זײַן צװישן די פֿיל אומות, װי טױ פֿון גאָט, װי שפּרײרעגן אױף גראָז, װאָס האָפֿט ניט אױף אַ מענטשן, און װאַרט ניט אױף מענטשנקינדער. /5:7 און דער איבערבלײַב פֿון יעקבֿ װעט זײַן צװישן די פֿעלקער, אין מיטן פֿון די פֿיל אומות, װי אַ לײב צװישן די חיות פֿון װאַלד, װי אַ יונגלײב צװישן סטאַדעס שאָף, װאָס אַז ער גײט דורך צעטרעט ער און פֿאַרצוקט, און ניטאָ װער זאָל מציל זײַן. /5:8 דײַן האַנט װעט זײַן דערהױבן איבער דײַנע דריקער, און אַלע דײַנע פֿײַנט װעלן פֿאַרשניטן װערן.

/5:9 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, װעל איך פֿאַרשנײַדן דײַנע פֿערד פֿון צװישן דיר, און איך װעל אונטערברענגען דײַנע רײַטװעגן. /5:10 און איך װעל פֿאַרשנײַדן די שטעט פֿון דײַן לאַנד, און צעשטערן אַלע דײַנע פֿעסטונגען. /5:11 און איך װעל פֿאַרשנײַדן די כּישופֿן, פֿון דײַן האַנט, און בײַ דיר װעלן ניט זײַן קײן װאָרזאָגערס. /5:12 און איך װעל פֿאַרשנײַדן דײַנע געשניצטע געצן און דײַנע זײַלשטײנער פֿון צװישן דיר, און װעסט זיך מער ניט בוקן צום װערק פֿון דײַנע הענט. /5:13 און איך װעל אױסרײַסן דײַנע געצנבײמער פֿון צװישן דיר; און איך װעל פֿאַרטיליקן דײַנע פֿײַנט. /5:14 און איך װעל נקמה נעמען מיט כּעס און מיט גרימצאָרן פֿון די פֿעלקער װאָס האָבן ניט צוגעהערט.

/6:1 הערט אַקאָרשט צו װאָס גאָט זאָגט: שטײ אױף, טענה פֿאַר די בערג, און זאָלן הערן די הײכן דײַן קָול. /6:2 הערט צו, איר בערג, דעם קריג פֿון גאָט, און איר מאַכטיקע, די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד; װאָרום גאָט האָט אַ קריג מיט זײַן פֿאָלק, און מיט ישׂראל װעט ער אַ װיכּוח האָבן. /6:3 מײַן פֿאָלק, װאָס האָב איך דיר געטאָן? און מיט װאָס האָב איך דיך מיד געמאַכט? זאָג עדות אַקעגן מיר. /6:4 װאָרום איך האָב דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, און פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט דיך אױסגעלײזט, און דיר פֿאַרױס געשיקט משהן, אַהרֹנען, און מרימען. /6:5 מײַן פֿאָלק, דערמאָן זיך אַקאָרשט װאָס בלָק דער מלך פֿון מוֹאָב האָט באַראָטן, און װאָס אים האָט געענטפֿערט בלעָם דער זון פֿון בעוֹרן; װאָס איך האָב געטאָן פֿון שִטים ביז גִלגָל, כּדי מע זאָל װיסן די גערעכטיקײט פֿון גאָט.

/6:6 ”מיט װאָס זאָל איך קומען פֿאַר יהוה, זיך בײגן פֿאַר גאָט אין דער הײך? זאָל איך קומען פֿאַר אים מיט בראַנדאָפּפֿער, מיט קעלבער אײניאָריקע? /6:7 װעט יהוה באַװיליקן טױזנטן װידערס, צען טױזנטן טײַכן מיט אײל? זאָל איך געבן מײַן בכָור פֿאַר מײַן פֿאַרברעך, די פֿרוכט פֿון מײַן לײַב פֿאַר דער זינד פֿון מײַן זעל?“

/6:8 מע האָט דיר אָנגעזאָגט, מענטש, װאָס איז גוט, און װאָס יהוה פֿאַרלאַנגט פֿון דיר: נאָר בלױז טאָן גערעכטיקײט און ליב האָבן גענאָד, און אומגײן שטיל פֿאַר דײַן גאָט. /6:9 האָרך! יהוה רופֿט צו דער שטאָט -- און דער קלוגער װעט אַכטן אױף דײַן נאָמען – הערט דעם שטעקן, און װער דאָס האָט באַשערט. /6:10 קען איך נאָכאַנאַנד פֿאַרגעסן דאָס הױז פֿון דעם אומגערעכטן, די שאַצן פֿון אומרעכט און די קאַרגע מאָס די פֿאַרשאָלטענע? /6:11 קען איך רײן מאַכן פֿאַר אומגערעכטע װאָגשאָלן, און פֿאַר אַ בײַטל מיט פֿאַלשע װאָגשטײנער? /6:12 װאָרום אירע רײַכע לײַט זײַנען פֿול מיט רױב, און אירע באַװױנער רעדן פֿאַלש, און זײער צונג איז באַטרוג אין זײער מױל. /6:13 דרום האָב איך אױך דיך געשלאָגן ביז קראַנק, דיך פֿאַרװיסט פֿאַר דײַנע זינד. /6:14 דו װעסט עסן און ניט זאַט װערן, און דײַן הונגער װעט זײַן אין דײַנע אינגעװײד; און װעסט טראָגעדיק װערן, און ניט געװינען, און װאָס דו װעסט געװינען װעל איך צום שװערד איבערגעבן. /6:15 דו װעסט זײען, און ניט שנײַדן, דו װעסט טרעטן אײלבערטן, און זיך ניט זאַלבן מיט אײל, און טרױבנזאַפֿט, און ניט טרינקען קײן װײַן. /6:16 װײַל אָפּגעהיט װערן די מנהגים פֿון עָמרין, און אַלדי טועניש פֿון אַחאָבֿס הױז, און איר זײַט געגאַנגען אין זײערע עצות; דרום װעל איך דיך מאַכן פֿאַר אַ שרעק, און אירע באַװױנער פֿאַר אַ שמוצערונג; און די שאַנד פֿון מײַן פֿאָלק װעט איר טראָגן.


/7:1 װײ מיר, װאָס איך בין װי בײַם נאָכזאַמל פֿון זומער, װי בײַם נאָכקלײַב פֿון דער לעז! ניטאָ אַ הענגל צום עסן, אַן ערשטפֿרוכט װאָס מײַן זעל געלוסט. /7:2 אונטערגעגאַנגען איז דער פֿרומער פֿון לאַנד, און קײן רעכטפֿאַרטיקער צװישן מענטשן איז ניטאָ; אַלע לױערן זײ אױף בלוט, אײנער דעם אַנדערן פֿאַנגען זײ אין נעץ. /7:3 אױף שלעכטס טאָן זײַנען די הענט װאָס דאַרפֿן גוטס טאָן; דער שׂרָרה פֿאַרלאַנגט, און דער ריכטער איז פֿאַר באַצאָלט, און דער גרוסיער מאַן, ער רעדט די געריקײט פֿון זײַן זעל; אַזױ האָבן זײ עס פֿאַרדרײט. /7:4 דער בעסטער פֿון זײ איז װי אַ דאָרן, דער רעכטפֿאַרטיקער, ערגער פֿון אַ שטעכיקער צאַם. דער טאָג פֿון דײַנע זעער, דײַן רעכנשאַפֿט, איז געקומען; אַצונד װעט געשען זײער צעטומלעניש. /7:5 זאָלט איר ניט גלױבן אין אַ חבֿר, זאָלט איר אײַך ניט פֿאַרזיכערן אױף אַ גוטן פֿרײַנט; פֿון דער װאָס ליגט אין דײַן בוזעם, היט די טירן פֿון דײַן מױל. /7:6 װאָרום אַ זון באַנַװלט אַ פֿאָטער, אַ טאָכטער שטעלט זיך קעגן איר מוטער, אַ שנור קעגן איר שװיגער, די שָׂונאים פֿון אַ מענטשן זײַנען זײַנע הױזלײַט. /7:7 אָבער איך קוק אױס אױף יהוה, איך האַר צום גאָט פֿון מײַן הילף, מײַן גאָט װעט מיך צוהערן. /7:8 ניט פֿרײען זאָלסטו זיך אױף מיר, מײַן שׂוֹנאטע, אַז איך בין געפֿאַלן, װעל איך אױפֿשטײן, אַז איך זיץ אין פֿינצטערניש, איז גאָט מיר אַ ליכט. /7:9 דעם צאָרן פֿון גאָט װעל איך טראָגן, װאָרום איך האָב געזינדיקט צו אים; ביז ער װעט קריגן מײַן קריג, און װעט טאָן מײַן רעכט; ער װעט מיך אַרױספֿירן אין ליכטיקײט, איך װעל זען זײַן גערעכטיקײט. /7:10 און מײַן שׂוֹנאטע װעט זען, און אַ בושה װעט זי באַדעקן, די װאָס זאָגט צו מיר: װוּ איז ער, יהוה דײַן גאָט? מײַנע אױגן װעלן זיך אָנזען אױף איר; אַצונד װעט זי צעטראָטן װערן װי קױט פֿון די גאַסן.

/7:11 אַ טאָג װעט זײַן צו בױען דײַנע מױערן, מעג יענער טאָג זײַן זײער װײַט. /7:12 אַ טאָג װעט דאָס זײַן װען מע װעט קומען צו דיר, פֿון אַשור און די שטעט פֿון מִצרַיִם, און פֿון מִצרַיִם און ביזן טײַך, און פֿון אים ביז אים, און פֿון באַרג ביז באַרג. /7:13 און די ערד װעט זײַן װיסט פֿאַר אירע באַװױנער, פֿון װעגן דעם פֿרוכט פֿון זײערע מעשׂים.

/7:14 פֿיטער דײַן פֿאָלק מיט דײַן רוט, די שאָף פֿון דײַן אַרב, װאָס װױנען באַזונדער אַ װאַלד אין מיטן כַּרמֶל; לאָזן זײ זיך פֿיטערן אין בשָן און גִלעָד, װי אין די טעג פֿון אַמאָל. /7:15 װי אין די טעג פֿון דײַן אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, װעל איך אים װוּנדער באַװײַזן.

/7:16 פֿעלקער װעלן זען און זיך שעמען מיט אַל זײער גבֿורה, זײ װעלן אַרױפֿטאָן די האַנט אױפֿן מױל, זײערע אױערן װעלן טױב װערן. /7:17 זײ װעלן לעקן דעם שטױב װי אַ שלאַנג, װי די װאָס קריכן אױף דער ערד; זײ װעלן ציטערן פֿון זײערע פֿעסטונגען, צו יהוה אונדזער גאָט װעלן זײ אַנגסטן, און זײ װעלן מוֹרא האָבן פֿאַר דיר. /7:18 װער איז אַ גאָט װי דו, װאָס פֿאַרגיט זינד, און גײט פֿאַרבײַ דעם פֿאַרברעך פֿון דעם איבערבלײַב פֿון זײַן אַרב? ער האַלט ניט אױף אײביק זײַן צאָרן, װאָרום ער האָט ליב גענאָד. /7:19 ער װעט אונדז װידער דערבאַרימען, ער װעט פֿאַרדריקן אונדזערע זינד; און װעסט אַרײַנװאַרפֿן אין די טיפֿענישן פֿון אים אַלע זײערע חטאים. /7:20 װעסט װײַזן טרײַשאַפֿט צו יעקבֿן, חסד צו אַברהמען, װי דו האָסט געשװאָרן אונדזערע עלטערן פֿון די טעג פֿון פֿאַרצײַטן.