לדלג לתוכן

טייטש יהואש ישעיהו

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

יְשַעְיָה


/1:1 די זעונג פֿון ישַעיָהו דעם זון פֿון אָמוצן, װאָס ער האָט געזען אױף יהוּדה און ירושלים, אין די טעג פֿון עוּזִיָהו, יוֹתָם, אָחָז, יחִזקִיָהו, די מלכים פֿון יהוּדה.

/1:2 הערט איר הימלען, און פֿאַרנעם דו ערד, װאָרום גאָט האָט גערעדט:קינדער האָב איך דערצױגן און אױפֿגעבראַכט, און זײ האָבן געבראָכן אָן מיר. /1:3 אַן אָקס װײס זײַן בעל-הבית, און אַן אײזל די קאָריטע פֿון זײַן האַר;ישׂראל װײס ניט, מײַן פֿאָלק קוקט זיך ניט אום.

/1:4 װײ, זינדיקע אומה, פֿאָלק מיט פֿאַרברעכן באַשװערט, זאָמען פֿון שלעכטסטוער, קינדער פֿאַרדאָרבענע!פֿאַרלאָזט האָבן זײ גאָט, געלעסטערט דעם הײליקן פֿון ישׂראל, אַהינטער זיך אָפּגעקערט. /1:5 װוּ נאָך װילט איר געשלאָגן װערן, װאָס איר קערט אײַך נאָך מער אָפּ?דער גאַנצער קאָפּ איז קראַנק, און דאָס גאַנצע האַרץ איז אין װײטאָג;/1:6 פֿון פֿוסטריט ביזן קאָפּאיז אין אים קײן גאַנץ גליד ניטאָ, נאָר אַ ריס און אַ בײל און אַן אײַטעריק װוּנד;ניט אױסגעדריקט זײַנען זײ געװאָרן, און ניט פֿאַרבונדן, און ניט מיט אײל דערװײכט. /1:7 אײַער לאַנד איז אַ װיסטעניש, אײַערע שטעט זײַנען אין פֿײַער פֿאַרברענט;אײַער ערד – פֿרעמדע פֿאַרצערן זי אײַך אַנטקעגן, און װיסט איז זי װי דער איבערקער פֿון אַ פֿלײצונג.

/1:8 און געבליבן איז טאָכטער צִיון, װי אַ בײַדל אין אַ װײַנגאָרטן, װי אַ נאַכטלעג אין אַ פּלוצערפֿעלד, װי אַ װאַכבוד פֿון ריטלעך. /1:9 װען ניט גאָט פֿון צבֿאותװאָלט אונדז אַ קלײן איבערבלײַב געלאָזט, װאָלטן מיר װי סדום געװאָרן, צו עַמורָה װאָלטן מיר געװען געגליכן.

/1:10 הערט דאָס װאָרט פֿון יהוה, איר פֿירער פֿון סדום;פֿאַרנעמט די לער פֿון אונדזער גאָט, איר פֿאָלק פֿון עַמורָה. /1:11 צו װאָס מיר אײַערע פֿיל שלאַכטאָפּפֿער?זאָגט גאָט, איך בין זאַט מיט בראַנדאָפּפֿער פֿון װידערס, און מיט פֿעטס פֿון געשטאָפּטע;און בלוט פֿון אָקסן און שעפּסן און בעקװיל איך ניט האָבן. /1:12 אַז איר קומט זיך װײַזן פֿאַר מיר, װער בעט דאָס פֿון אײַך מײַנע הױפֿן צו טרעטן?/1:13 ניט ברענגט מער קרבנות אומזיסט, אַן אומװערדיקע דעמפֿונג איז דאָס מיר;ראש-חודש און שבת, רופֿן אַ צונױפֿרופֿונג –אומרעכט מיט אײַנזאַמלונג קען איך ניט לײַדן;/1:14 אײַערע ראש-חודשן און אײַערע יום-טובֿיםהאָט פֿײַנט מײַן זעל;זײ זײַנען מיר צו לאַסט געװאָרן, איך קען זײ ניט פֿאַרטראָגן. /1:15 און אַז איר שפּרײט אױס אײַערע הענט, װעל איך פֿאַרהױלן מײַנע אױגן פֿון אײַך;און פֿיל איר זאָלט ניט תּפֿילה טאָן, הער איך ניט צו;אײַערע הענט זײַנען פֿול מיט בלוט. /1:16 װאַשט אײַך, רײניקט אײַך, טוט אָפּ אײַערע שלעכטע מעשׂיםפֿון קעגן מײַנע אױגן, הערט אױף שלעכטס טאָן;/1:17 לערנט גוטס טאָן, זוכט גערעכטיקײט, שטאַרקט דעם געדריקטן, טוט רעכט דעם יתום, נעמט זיך אָן פֿאַר דער אלמנה.

/1:18 קומט נאָר, און לאָמיר זיך דורכרעדן, זאָגט גאָט:אױב אײַערע זינד װעלן װי קאַרמין זײַן, װעלן זײ װײַס װי שנײ װערן;אױב זײ װעלן רױט זײַן װי װערמילפֿאַרב, װעלן זײ װי װאָל װערן. /1:19 אױב איר װעט װעלן און װעט צוהערן, װעט איר עסן דאָס גוטס פֿונעם לאַנד;/1:20 אָבער אַז איר װעט ניט װעלן, און װעט װידערשפּעניקן, װעט איר פֿון דער שװערד געגעסן װערן;װאָרום דאָס מױל פֿון גאָט האָט גערעדט.

/1:21 װי איז אַ זונה געװאָרןדי געטרײַע שטאָט!געװען פֿול מיט גערעכטיקײט, רעכטפֿאַרטיקײט פֿלעגט רוען אין איר, און אַצונדערטאָ – מערדערס. /1:22 דײַן זילבער איז פּסולת געװאָרן, דײַן טראַנק איז מיט װאַסער געמישט. /1:23 דײַנע האַרן זײַנען אָפּקערערס, און חבֿרים פֿון גנבֿים;איטלעכער האָט ליב שוחד, און יאָגט זיך נאָך געצאָלט;דעם יתום טוען זײ ניט קײן רעכט, און דער שטרײַט פֿון דער אלמנה גײט זײ ניט אָן.

/1:24 דרום זאָגט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות, דער מאַכטיקער פֿון ישׂראל:אָ, איך װעל זיך שטילן אָן מײַנע פֿײַנט, און זיך נוקם זײַן אָן מײַנע שׂונאים. /1:25 און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף דיר, און לײַטערן װי מיט לױג דײַנע פּסולת, און אָפּטאָן אַלע דײַנע בלײַען. /1:26 און איך װעל אומקערן דײַנע ריכטער װי צוערשט, און דײַנע יועצים װי אין אָנהײב;דערנאָך װעט מען דיך רופֿןדער כּרך פֿון גערעכטיקײט, די געטרײַע שטאָט. /1:27 צִיון װעט דורך גערעכטיקײט דערלײזט װערן, און אירע צוריקגעקערטע דורך רעכטפֿאַרטיקײט. /1:28 און אַ בראָך אױף די פֿאַרברעכער און זינדיקע אין אײנעם;און די װאָס פֿאַרלאָזן גאָט, װעלן פֿאַרלענדט װערן. /1:29 װאָרום מע װעט צו שאַנד װערןפֿון די אײַכנבײמער װאָס איר האָט געגלוסט, און איר װעט זיך שעמעןמיט די גערטנער װאָס איר האָט אױסדערװײלט. /1:30 װאָרום איר װעט זײַן װי אַ טערעבינטװאָס זײַן בלאַט װערט פֿאַרװעלקט, און װי אַ גאָרטןװאָס האָט ניט קײן װאַסער. /1:31 און דער שטאַרקער װעט װערן װי פֿלאַקסשטרױ, און זײַן װערק אַ פֿונקאון בײדע אין אײנעם װעלן ברענען, און קײן לעשער װעט ניט זײַן.


/2:1 דאָס װאָרט װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען אױף יהוּדה און ירושלים.

/2:2 און עס װעט זײַן אין סָוף פֿון די טעג, װעט שטײן פֿעסט דער באַרג פֿון גאָטס הױזאױבן אָן פֿון די בערג, און דערהױבן איבער די הײכן;און אַלע פֿעלקער װעלן צו אים שטראָמען. /2:3 און פֿיל אומות װעלן גײן און װעלן זאָגן:קומט, און לאָמיר אַרױפֿגײן צום באַרג פֿון יהוה, צום הױז פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ;און ער װעט אונדז לערנען פֿון זײַנע װעגן, און מיר װעלן גײן אין זײַנע שטעגן;װאָרום פֿון צִיון װעט אַרױסגײן אַ תּורה, און גאָטס װאָרט פֿון ירושלים. /2:4 און ער װעט משפּטן צװישן די פֿעלקער, און אַנטשײדן איבער פֿיל אומות;און זײ װעלן שמידן זײערע שװערדן אױף אַקעראײַזנס, און זײערע שפּיזן אױף צװײַגמעסערס;אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק װעט ניט הײבן אַ שװערד, און מע װעט ניט מער לערנען מלחמה.

/2:5 הױז פֿון יעקבֿ, קומט, און לאָמיר גײןאין דעם ליכט פֿון גאָט. /2:6 װאָרום האָסט פֿאַרלאָזט דײַן פֿאָלק, דאָס הױז פֿון יעקבֿ, װײַל זײ זײַנען פֿול מיט כּישוף פֿון מזרח, און מיט װאָרזאָגער אַזױ װי די פּלִשתּים, און מיט פֿרעמדגעבאָרענע זאַכן גיבן זײ זיך אָפּ. /2:7 און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט זילבער און גאָלד, און ניטאָ קײן שיעור צו זײַנע אוֹצרות;/2:8 און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט פֿערד, און ניטאָ קײן שיעור צו זײַנע רײַטװעגן. און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט אָפּגעטער;צום װערק פֿון זײערע הענט טוען זײ זיך בוקן, צו װאָס זײערע פֿינגער האָבן געמאַכט. /2:9 און געבױגן איז דער מענטש, און נידעריק איז דער מאַן, און דו קענסט זײ ניט פֿאַרגעבן.

/2:10 גײ אַרײַן אין פֿעלדז, און באַהאַלט זיך אין שטױב, פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון גאָט, און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט. /2:11 די האָפֿערדיקע אױגן פֿון מענטשן װערן דערנידערט, און די הױכקײט פֿון לײַט װעט געבױגן װערן, און גאָט אַלײן װעט זײַן דערהױבן אין יענעם טאָג.

/2:12 װאָרום אַ טאָג איז דאָ בײַ גאָט פֿון צבֿאות, אױף אַלעם שטאָלצן און הױכן, און אױף אַלעם דערהױבענעם, עס זאָל דערנידערט װערן;/2:13 און אױף אַלע צעדערן פֿון לבֿנון, די הױכע און דערהױבענע, און אױף אַלע אײַכנבײמער פֿון בשן;/2:14 און אױף אַלע הױכע בערג, און אױף אַלע דערהױבענע הײכן;/2:15 און אױף יעטװעדער הױכן טורעם, און אױף יעטװעדער באַפֿעסטיקטער מױער;/2:16 און אױף אַלע שיפֿן פֿון תַּרְשִיש, און אױף אַלע גלוסטיקע געמעלן. /2:17 און די האָפֿערדיקײט פֿון מענטשן װעט געבױגן װערן, און די הױכקײט פֿון לײַט װעט דערנידערט װערן, און גאָט אַלײן װעט זײַן דערהױבן אין יענעם טאָג. /2:18 און די אָפּגעטער װעלן אין גאַנצן פֿאַרגײן. /2:19 און מע װעט אַרײַנגײן אין הײלן פֿון פֿעלדזן, און אין לעכער פֿון דער ערד, פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון גאָט, און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט, װען ער שטײט אױף די ערד אױפֿצוטרײסלען.

/2:20 אין יענעם טאָג װעט אַװעקװאַרפֿן דער מענטשזײַנע אָפּגעטער פֿון זילבער, און זײַנע אָפּגעטער פֿון גאָלד, װאָס זײ האָבן זיך געמאַכט, זיך צו בוקן, פֿאַר די קראָטן און פֿאַר די פֿלעדערמײַז;/2:21 כּדי אַרײַנצוגײן אין לעכער פֿון פֿעלדזן, און אין שפּאַלטן פֿון שטײנער, פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון גאָט, און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט, װען ער שטײט אױף די ערד אױפֿצוטרײסלען.

/2:22 פֿאַרמײַדט אײַך פֿונעם מענטשן װאָס אַ הױך איז אין זײַן נאָז, װאָרום װאָס איז ער גערעכנט?


/3:1 װאָרום זע, דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות, טוט אָפּ פֿון ירושלים און פֿון יהוּדהאַן אונטערלען און אַן אָנלען;יעטװעדער אונטערלען פֿון ברױט, און יעטװעדער אונטערלען פֿון װאַסער. /3:2 דעם גִבור און דעם מאַן פֿון מלחמה, דעם ריכטער און דעם נבֿיא, און דעם װאָרזאָגער און דעם עלטסטן;/3:3 דעם הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק, און דעם אָנגעזעענעםאון דעם בַעַל-יועץ, און דעם קלוגן צױבערער, און דעם שפּרוכקענער. /3:4 און איך װעל מאַכן ייִנגלעך פֿאַר זײערע האַרן, און קינדער װעלן געװעלטיקן איבער זײ. /3:5 און דאָס פֿאָלק װעט זיך דריקן, אײנער דעם אַנדערן, און איטלעכער זײַן חבֿר;אַ ייִנגל װעט זיך גרײסן קעגן זקן, און דער נִבֿזה קעגן נִכבד. /3:6 אַז עמעצער װעט אָנכאַפּןזײַן ברודער פֿון זײַן פֿאָטערס הױז:אַ בגד האָסטו, אַ פֿירער זאָלסטו אונדז זײַן, און די דאָזיקע שטרױכלעניש זאָל זײַן אונטער דײַן האַנט, /3:7 װעט ער שװערן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן:איך װעל ניט זײַן קײן הײלער, אַז אין מײַן הױז איז ניטאָ קײן ברױט און קײן בגד;איר װעט מיך ניט מאַכן פֿאַרן פֿירער פֿון פֿאָלק. /3:8 װאָרום געשטרױכלט איז ירושלים, און יהוּדה איז געפֿאַלן;װײַל זײער צונג און זײערע מעשׂים זײַנען קעגן גאָט, צו װידערשפּעניקן די אױגן פֿון זײַן כּבֿוד.

/3:9 דער אָנבליק פֿון זײער פּנים זאָגט עדות אױף זײ;און זײער זינד זאָגן זײ אױס װי סדום, זײ פֿאַרלײקענען ניט. װי צו זײער זעל, װאָס זײ האָבן זיך אַלײן בײז געטאָן. /3:10 זאָגט דעם גערעכטן אַז אים װעט זײַן גוט, װײַל די פֿרוכט פֿון זײערע מעשׂים װעלן זײ עסן. /3:11 װי צו דעם רָשע, אים װעט זײַן שלעכט, װאָרום די טוּונג פֿון זײַנע הענט װעט אים געשען. /3:12 מײַן פֿאָלק – זײַנע באַצװינגער זײַנען קינדער, און װײַבער געװעלטיקן איבער אים. מײַן פֿאָלק! דײַנע פֿירער זײַנען פֿאַרפֿירער, און דעם װעג פֿון דײַנע שטעגן האָבן זײ צעמישט. /3:13 גאָט שטײט אױף זיך צו קריגן, און ער שטעלט זיך צו משפּטן די פֿעלקער. /3:14 גאָט װעט גײן אין אַ משפּטמיט די עלטסטע פֿון זײַן פֿאָלק און זײַנע האַרן:דאָס האָט איר אָפּגעגעסן דעם װײַנגאָרטן, די גזלה פֿון אָרימאַן איז אין אײַערע הײַזער. /3:15 װאָס מײנט איר, װאָס איר צעדריקט מײַן פֿאָלק, און דעם פּנים פֿון די אָרימע צעמאָלט איר?זאָגט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות.

/3:16 און גאָט האָט געזאָגט:װײַל די טעכטער פֿון צִיון זײַנען האָפֿערדיק, און גײען פֿאַרריסן דעם האַלדז, און װינקענדיק מיט די אױגן;גײען שװעבנדיק גײען זײ, און מיט זײערע פֿוסרינגען קלינגען זײ;/3:17 דרום װעט גאָט קרעציק מאַכןדעם קאָפּ פֿון די טעכטער פֿון צִיון, און גאָט װעט זײער שאַנד אַנטפּלעקן.

/3:18 אין יענעם טאָג װעט גאָט אָפּטאָן די שײנקײט פֿון די פֿוסרינגען, און די שטערנבענדער, און די לבֿנהלעך; /3:19 די באָמבערלעך, און די אָרעמבענדער, און די שלײערס; /3:20 די קאָפּטיכער, און די טריטקײטלעך, און די גאַרטלען, און די לײַבלעך, און די קמֵיעות; /3:21 די פֿינגערלעך, און די נאָזרינגען; /3:22 די פֿאַרטיכטער, און די מאַנטלען, און די איבערדעקן, און די בײַטלען; /3:23 די טולן, און די לײַנענע טיכער, און די הױבן, און די דעקטיכער.

/3:24 און עס װעט זײַן, אָנשטאָט בשׂמים װעט זײַן צעפֿױלטקײט, און אָנשטאָט אַ גאַרטל, אַ שטריק, און אָנשטאָט קרױזן, אַ פּליך, און אָנשטאָט אַ ברוסטטוך, אַ זאַקגורט;אַ בראַנד אָנשטאָט שײנקײט.

/3:25 דײַנע מענער װעלן דורכן שװערד פֿאַלן, און דײַנע גיבורים אין מלחמה. /3:26 און קלאָגן און טרױערן װעלן אירע טױערן, און אױסגעלײדיקט װעט זי װערן, אױף דער ערד װעט זי זיצן.


/4:1 און זיבן װײַבער װעלן אָנהאַלטן אײן מאַן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן:אונדזער ברױט װעלן מיר עסן, און אונדזער קלײד װעלן מיר אָנטאָן, נאָר דײַן נאָמען זאָל גערופֿן װערן אױף אונדז;טו אָפּ אונדזער שאַנד.

/4:2 אין יענעם טאָג װעט די שפּראָצונג פֿון גאָטזײַן פֿאַר אַ שײנקײט און פֿאַר אַ כּבֿוד, און די פֿרוכט פֿון לאַנד פֿאַר אַ שטאָלץ און פֿאַר אַ צירונג, פֿאַר די אַנטרונענע פֿון ישׂראל. /4:3 און עס װעט זײַן, דער װאָס איז געבליבן אין צִיון, און דער װאָס האָט זיך אָפּגעשטעלט אין ירושלים, װעט ״הײליקער״ געזאָגט װערן צו אים –איטלעכער װאָס איז פֿאַרשריבן צום לעבן אין ירושלים;/4:4 װען גאָט האָט אָפּגעװאַשן דעם קױט פֿון די טעכטער פֿון צִיון, און דאָס בלוט פֿון ירושלים שװענקט ער אָפּ פֿון איר מיט, מיט אַ װינט פֿון גערעכטיקײט, און מיט אַ װינט פֿון פֿאַרטיליקונג. /4:5 און גאָט װעט באַשאַפֿן אױפֿן גאַנצן פּלאַץ פֿון באַרג צִיון, און אױף אירע זאַמלערטער, אַ װאָלקן און רױך בײַ טאָג, און אַ שײַן פֿון פֿלאַמפֿײַער בײַ נאַכט;װאָרום, איבער אַל דער פּראַכטיקײט װעט זײַן אַ חופּה. /4:6 און אַן איבערדעק װעט זײַןפֿאַר אַ שאָטן פֿון היץ בײַ טאָג, און פֿאַר אַ באַשיצונג און פֿאַר אַ פֿאַרבאָרגענישפֿון גוס און פֿון רעגן.


/5:1 לאָמיך זינגען פֿון מײַן ליבן פֿרײַנט, דאָס געזאַנג פֿון מײַן באַליבטן אױף זײַן װײַנגאָרטן. אַ װײַנגאָרטן האָט מײַן ליבער פֿרײַנט געהאַט, אױף אַ בערגל אַ פֿעטן. /5:2 און ער האָט אים צעגראָבן און אים אױסגעשטײנט, און אים באַפֿלאַנצט מיט טײַערן װײַנשטאָק, און אױסגעבױט אַ טורעם אין אים, און אױך אַ קעלטער אױסגעהאַקט דערין;און ער האָט געהאָפֿט ער זאָל װײַנטרױבן ברענגען, און ער האָט װילדטרױבן געבראַכט. /5:3 און אַצונד, איר באַװױנער פֿון ירושלים, און מענער פֿון יהוּדה, משפּט, איך בעט אײַך, צװישן מיר און צװישן מײַן װײַנגאָרטן. /5:4 װאָס נאָך איז געװען צו טאָן פֿאַר מײַן װײַנגאָרטן, װאָס איך האָב אין אים ניט געטאָן?פֿאַר װאָס, אַז איך האָב געהאָפֿט ער זאָל װײַנטרױבן ברענגען, האָט ער װילדטרױבן געבראַכט?/5:5 און אַצונד, לאָמיך אײַך לאָזן װיסן, װאָס איך װעל טאָן צו מײַן װײַנגאָרטן:אָפּטאָן זײַן צאַם, און ער זאָל אָפּגעגעסן װערן;צעברעכן זײַן פּלױט, און ער זאָל צעטרעטן װערן. /5:6 און איך װעל אים מאַכן אַ װיסטעניש;ניט באַשניטן און ניט אַרומגעגראָבן װעט ער װערן, און ער װעט פֿאַרװאַקסן מיט דערנער און װילדגעװעקס, און אױך די װאָלקנס װעל איך באַפֿעלן, ניט צו רעגענען אױף אים קײן רעגן. /5:7 װאָרום דער װײַנגאָרטן פֿון גאָט פֿון צבֿאות, איז דאָס הױז פֿון ישׂראל;און די מענער פֿון יהוּדה, זײַן געצערטלטע פֿלאַנצונג;און ער האָט געהאָפֿט אױף גערעכטיקײט, ערשט עס איז שלעכטיקײט, אױף רעכטטוערײַ, ערשט עס איז אַ יאָמערײַ.


/6:1 אין דעם יאָר װאָס דער מלך עוּזִיָהו איז געשטאָרבן, האָב איך געזען גאָט זיצן אױף אַ הױכן און דערהױבענעם טראָן, און זײַנע ברעגן האָבן אָנגעפֿילט דעם הֵיכל. /6:2 שׂרָפֿים זײַנען געשטאַנען איבער אים; צו זעקס פֿליגלען, צו זעקס פֿליגלען האָט איטלעכער געהאַט: מיט צװײ האָט ער פֿאַרדעקט זײַן פּנים, און מיט צװײ האָט ער פֿאַרדעקט זײַנע פֿיס, און מיט צװײ איז ער געפֿלױגן. /6:3 און אײנער האָט גערופֿן צום אַנדערן, און האָט געזאָגט:

הײליק, הײליק, הײליק איז גאָט פֿון צבֿאות, די גאַנצע ערד איז פֿול מיט זײַן פּראַכט.

/6:4 און די בײַשטידלעך פֿון די שװעלן האָבן זיך געטרײסלט פֿון דעם קָול פֿון די רופֿער, און דאָס הױז איז פֿול געװאָרן מיט רױך. /6:5 האָב איך געזאָגט:

װײ מיר, װאָרום איך בין פֿאַרשניטן;װײַל אַ מענטש מיט אומרײנע ליפּן בין איך, און צװישן אַ פֿאָלק מיט אומרײנע ליפּן זיץ איך;װאָרום דעם קיניג גאָט פֿון צבֿאותהאָבן געזען מײַנע אױגן.

/6:6 איז צוגעפֿלױגן צו מיר אײנער פֿון די שׂרָפֿים, און אין זײַן האַנט איז געװען אַן אָנגעברענטער שטײן, װאָס ער האָט מיט אַ פֿײַערצװאַנג גענומען פֿון מזבח; /6:7 און ער האָט אים צוגערירט צו מײַן מױל, און האָט געזאָגט:

זע, דאָס דאָזיקע האָט אָנגערירט אױף דײַנע ליפּן, אָפּטאָן װעט זיך דײַן פֿאַרברעך, און דײַן זינד װעט פֿאַרגעבן װערן.

/6:8 און איך האָב געהערט דעם קָול פֿון גאָט װי ער זאָגט:

װעמען זאָל איך שיקן, און װער זאָל אונדז גײן?

האָב איך געזאָגט: דאָ בין איך; שיק מיך. /6:9 האָט ער געזאָגט: גײ און זאָלסט זאָגן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק:

הערן זאָלט איר הערן, אָבער ניט פֿאַרשטײן, און זען זאָלט איר זען, אָבער ניט מערקן. /6:10 מאַך פֿעט דאָס האַרץ פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, און זײַנע אױערן מאַך שװער, און זײַנע אױגן פֿאַרקלעפּ, טאָמער װעט ער זען מיט זײַנע אױגן, און מיט זײַנע אױערן הערן, און זײַן האַרץ װעט פֿאַרשטײן, און ער װעט זיך אומקערן, און געהײלט װערן.

/6:11 האָב איך געזאָגט: ביז װאַנען, גאָט? און ער האָט געזאָגט:

ביז אַז שטעט װעלן זײַן װיסט אָן אַ באַװױנער, און הײַזער אָן אַ מענטשןאון די ערד װעט פֿאַרװיסט װערן אין אַ װיסטעניש;/6:12 און גאָט װעט דערװײַטערן די מענטשן, און די פֿאַרלאָזנקײט װעט זײַן גרױס אין לאַנד. /6:13 און בלײַבט נאָך אַ צענט-חלק דרינען, װעט עס װידער אױסגעראַמט װערן;װי אַ טערעבינט און װי אַן אײַכנבױם, װאָס נאָר זײער שטאַם בלײַבט װען בלעטער צעפֿאַלן;דער הײליקער זאָמען װעט זײַן איר שטאַם.


/7:1 און עס איז געװען אין די טעג פֿון אָחָז דעם זון פֿון יוֹתָם דעם זון פֿון עוּזִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז רצין דער מלך פֿון ארם, און פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון, דער מלך פֿון ישׂראל, אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושלים, אין מלחמה אױף איר, אָבער זײ האָבן זי ניט געקענט בײַקומען. /7:2 און עס איז אָנגעזאָגט געװאָרן אין הױז פֿון דוד, אַזױ צו זאָגן: ארם לאַגערט אין אײנעם מיט אפֿרים. און זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַן פֿאָלק האָט זיך געטרײסלט, אַזױ װי עס טרײסלען זיך די בײמער פֿון װאַלד פֿאַרן װינט.

/7:3 האָט גאָט געזאָגט צו ישַעיָהון: גײ אַקאָרשט אַרױס אַנטקעגן אָחָזן, דו און דײַן זון שאָר-יָשובֿ, בײַם ברעג גראָבן פֿון דעם אױבערשטן טײַך, אױף דעם װעג פֿון װעשערפֿעלד, /7:4 און זאָלסט זאָגן צו אים:

זײַ געזעצט און רויִק, זאָלסט ניט מורא האָבן, און דײַן האַרץ זאָל ניט שלאַף װערן, פֿאַר די דאָזיקע צװײ רײכערדיקע עקן פֿײַערהעלצער;איבער דעם גרימצאָרן פֿון רצין און ארם, און דעם זון פֿון רמַליָהון. /7:5 װײַל ארם האָט באַראָטן אױף דיר בײז, אפֿרים און דער זון פֿון רמַליָהון, אַזױ צו זאָגן:/7:6 לאָמיר אַרױפֿגײן אױף יהוּדה און זי אײַנשרעקן, – און לאָמיר זי אײַנברעכן פֿאַר אונדז, און לאָמיר מאַכן פֿאַר אַ מלך אין אירדעם זון פֿון טָבֿאֵלן –/7:7 האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:עס װעט ניט באַשטײן, און װעט ניט געשען. /7:8 װאָרום דער קאָפּ פֿון ארם איז דמשׂק, און דער קאָפּ פֿון דמשׂק איז רצין;און אין נאָך פֿינף און זעכציק יאָרװעט אפֿרים צעבראָכן װערן פֿאַר אױס פֿאָלק. /7:9 און דער קאָפּ פֿון אפֿרים איז שומרון, און דער קאָפּ פֿון שומרון איז דער זון פֿון רמַליָהון. אַז איר װעט ניט גלױבן, װעט איר זיכער ניט בלײַבן.

/7:10 און גאָט האָט װידער גערעדט צו אָחָזן, אַזױ צו זאָגן: /7:11 בעט דיר אַ צײכן פֿון יהוה דײַן גאָט; בעט פֿון דער טיפֿעניש, אָדער פֿון אױבן אין דער הײך. /7:12 האָט אָחָז געזאָגט: איך װעל ניט בעטן, און ניט פּרוּװן יהוה. /7:13 האָט ער געזאָגט: הערט אַקאָרשט, איר הױז פֿון דוד: איז אײַך װינציק מיד צו מאַכן מענטשן, אַז איר װילט אױך מײַן גאָט מיד מאַכן? /7:14 דרום װעט יהוה אַלײן אײַך געבן אַ צײכן: אָט װערט די יונגע פֿרױ טראָגעדיק, און זי געבערט אַ זון, און װעט רופֿן זײַן נאָמען עִמָנוּאֵל. /7:15 שמאַנט און האָניק װעט ער עסן, װען ער װעט װיסן פֿײַנט צו האָבן שלעכטס, און אױסצוקלײַבן גוטס. – /7:16 יאָ, נאָך אײדער דער ייִנגל װעט װיסן פֿײַנט צו האָבן שלעכטס, און אױסצוקלײַבן גוטס, װעט פֿאַרלאָזן װערן די ערד װאָס דו שרעקסט זיך פֿאַר אירע צװײ מלכים. – /7:17 גאָט װעט ברענגען אױף דיר, און אױף דײַן פֿאָלק, און אױף דײַן פֿאָטערס הױז, טעג װאָס זײַנען ניט געװען פֿון דעם טאָג װאָס אפֿרים האָט זיך אָפּגעקערט פֿון יהוּדה – דעם מלך פֿון אשור.

/7:18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט גאָט אַ שמוצער טאָן צו דער פֿליגװאָס אין עק טײַכן פֿון מצרַיִם, און צו דער בין װאָס אין לאַנד אשור. /7:19 און זײ װעלן קומען, און װעלן אַלע רועןאין די װיסטע טאָלן און אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדזן, און אין אַלע דערנער און אין אַלע װילדע בײמלעך. /7:20 אין יענעם טאָג װעט גאָט אָפּגאָלןמיט דעם גאָלמעסער געדונגען אױף יענער זײַט טײַך –מיט דעם מלך פֿון אשור, דעם קאָפּ און די האָר פֿון די פֿיס, און אױך די באָרד װעט עס אַראָפּנעמען.

/7:21 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, אַז אַ מאַן װעט אױפֿהאָדעװען אַ יונגע קו און צװײ שאָף, /7:22 איז, פֿון פֿיל מילך װאָס זײ װעלן געבן, װעט ער עסן שמאַנט;װאָרום שמאַנט און האָניק װעט עסןאיטלעכער װאָס איז געבליבן אין לאַנד. /7:23 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, איז, איטלעכער אָרט װוּ עס זײַנען דאָטױזנט װײַנשטאָקן װערט טױזנט זילבערשטיק, װעט פֿאַר דערנער און פֿאַר װילדגעװעקס זײַן. /7:24 מיט פֿײַלן און מיט בױגןװעט מען קומען אַהין, װאָרום דערנער און װילדגעװעקסװעט זײַן דאָס גאַנצע לאַנד. /7:25 און אַלע בערג װאָס װערןמיט אַ גראָבאײַזן געגראָבן, װעסטו אַהין ניט קומען אױס מוראפֿאַר דערנער און װילדגעװעקס, נאָר עס װעט זײַן פֿאַר אָקסן אַרױסצולאָזן, און פֿאַר שאָף צום טרעטן.


/8:1 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: נעם דיר אַ גרױסן טאָװל, און שרײַב אָן דערױף מיטן שריפֿט פֿון פֿאָלק: דער זאַקרױב אײַלט, דער רױב קומט גיך. /8:2 און איך זאָל מיר שטעלן באַגלױבטע עדות, אוּרִיה דעם כּהן, און זכַריהו דעם זון פֿון יבֶרֶכיָהון.

/8:3 און איך האָב גענענט צו דער נבֿיאָה, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון. און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: רוף זײַן נאָמען: מַהֵר-שָלָל-חָש-בַז. /8:4 װאָרום אײדער דער ייִנגל װעט װיסן צו רופֿן טאַטע און מאַמע, װעט מען אַװעקטראָגן דעם פֿאַרמעג פֿון דמשׂק, און דעם זאַקרױב פֿון שומרון, פֿאַרױס פֿאַר דעם מלך פֿון אשור.

/8:5 און גאָט האָט נאָך װידער צו מיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן:

/8:6 װײַל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט פֿאַראַכטדי װאַסערן פֿון שִלוֹחַ װאָס גײען פּאַמעלעך, און זיך געפֿרײט מיט רצין און דעם זון פֿון רמַליָהון, /8:7 דרומעך זע, גאָט ברענגט אַרױף אױף זײדי גרױסע און מאַכטיקע װאַסערן פֿון טײַך, דעם מלך פֿון אשור מיט זײַן גאַנצער מחנה, און ער װעט איבערלױפֿן איבער אַלע זײַנע גראָבנס, און אַריבערגײן איבער זײַנע אַלע ברעגן;/8:8 און ער װעט דורכציִען דורך יהוּדה, פֿלײצנדיק װעט ער דורכשטראָמען, ביזן האַלדז װעט ער גרײכן, און די שפּרײטונגען פֿון זײַנע פֿליגלעןװעלן אָנפֿילן די ברײט פֿון דײַן לאַנד, עִמָנוּאֵל!

/8:9 ליאַרעמט, איר פֿעלקער, אָבער איר װעט צעבראָכן װערן;יאָ, פֿאַרנעמט אַלע װײַטענישן פֿון דער ערד;גורט אײַך אָן, אָבער איר װעט צעבראָכן װערן, גורט אײַך אָן, אָבער איר װעט צעבראָכן װערן. /8:10 עצהט אַן עצה, און זי װעט פֿאַרשטערט װערן, רעדט אָפּ אַ זאַך, און זי װעט ניט באַשטײן, װאָרום גאָט איז מיט אונדז. /8:11 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט צו מיר מיט אַ שטאַרקער האַנט, און ער האָט מיך געװאָרנט, ניט צו גײן אין װעג פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן:/8:12 איר זאָלט ניט זאָגן בונט אױף אַלץװאָס דאָס דאָזיקע פֿאָלק זאָגט בונט, און זײַן מורא זאָלט איר ניט מורא האָבן, און ניט פֿאָרכטן. /8:13 גאָט פֿון צבֿאות, אים זאָלט איר הײליקן, און ער זאָל זײַן אײַער מורא, און ער אײַער פֿאָרכט. /8:14 און ער װעט זײַן פֿאַר אַ הײליקטום, אָבער אױך פֿאַר אַ שטײן פֿון אָנשטױסונג, און פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון שטרױכלונג, פֿאַר בײדע הײַזער פֿון ישׂראל;פֿאַר אַ נעץ און פֿאַר אַ פּאַסטקעפֿאַר דעם באַװױנער פֿון ירושלים. /8:15 און פֿיל צװישן זײ װעלן געשטרױכלט װערן, און פֿאַלן און צעבראָכן װערן, און געפֿאַנגען און באַצװוּנגען װערן.

/8:16 פֿאַרבינדן די װאָרעניש, פֿאַרחתמען די לערנונג צװישן מײַנע לערנער!

/8:17 און איך װעל האַרן אױף גאָט װאָס פֿאַרבאָרגט זײַן פּנים פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און װעל האָפֿן צו אים. /8:18 אָט בין איך און די קינדער װאָס גאָט האָט מיר געגעבן, פֿאַר סימנים און פֿאַר צײכנס אין ישׂראל פֿון גאָט פֿון צבֿאות װאָס רוט אױף באַרג צִיון. /8:19 און אַז זײ װעלן זאָגן צו אײַך: פֿרעגט בײַ די גײַסטער און בײַ די רוחות װאָס פּיפּסן און װאָס מורמלען, זאָלט איר זאָגן: דאַרף ניט אַ פֿאָלק פֿרעגן בײַ זײַן גאָט? צו װאָס פֿרעגן פֿאַר די לעבעדיקע בײַ די טױטע /8:20 לערנונג און װאָרעניש? פֿאַר װאָר, זײ װעלן זאָגן אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט װאָס האָט ניט קײן זין.

/8:21 און דורכגײן װעט דורך דאַנעןאַ געדריקטער און אַ הונגעריקער;און עס װעט זײַן, אַז ער װעט הונגערן, װעט ער צערענען, און װעט שילטן זײַן מלך און זײַן גאָט;און ער װעט זיך קערן צו דער הײך, /8:22 און װעט קוקן צו דער ערד, ערשט נױט און פֿינצטערניש, אַנגסטיקע טונקלעניש, און חושכניש אױסגעשפּרײט. /8:23 װאָרום ניטאָ קײן מיד װערן בײַ דעם װאָס דריקט זי;אַצונד האָט דער ערשטער לײַכט אָנגערירט, לאַנד זבֿולון און לאַנד נפֿתּלי, אָבער דער לעצטער װעט אָנפֿאַלן שװעראױפֿן װעג פֿון אים, פֿון יענער זײַט ירדן, אין דער געגנט פֿון די פֿעלקער.


/9:1 דאָס פֿאָלק װאָס איז געגאַנגען אין פֿינצטערניש, האָט דערזען אַ גרױס ליכטיקײט;די װאָס זײַנען געזעסן אין לאַנד פֿון טױטשאָטן, אױף זײ האָט אַ ליכטיקײט געשײַנט. /9:2 האָסט געמערט דאָס פֿאָלק, האָסט געגרײסט זײַן פֿרײד;זײ פֿרײען זיך פֿאַר דיר, װי די פֿרײד בײַם שניט, װי מען קװעלט װען מע טײלט זיך מיט רױב. /9:3 װאָרום דעם יאָך פֿון זײַן לאַסט, און דעם שטאַנג פֿון זײַן נאַקן, די רוט פֿון זײַן דריקער, האָסטו צעבראָכן װי אין טאָג פֿון מדין. /9:4 װאָרום יעטװעדער שוך װאָס האָט געשאַרט מיט רַעש, און יעטװעדער מאַנטל געװעלגערט אין בלוט, װעט זײַן צו בראַנד, אַ שפּײַז פֿאַרן פֿײַער. /9:5 װאָרום אַ קינד איז אונדז געבאָרן געװאָרן, אַ זון איז אונדז געגעבן געװאָרן, און די הערשאַפֿט איז אױף זײַן אַקסל;און מע רופֿט זײַן נאָמען:פֶּלֶא-יועץ-אֵל-גִבוראַבֿי-עד-שַׂר-שלום;/9:6 צו מערן די הערשאַפֿט, און צו שלום אָן שיעור, אױף דעם טראָן פֿון דוד, און אױף זײַן מלוכה;זי צו פֿעסטיקן און זי אונטערצולענעןמיט רעכט און גערעכטיקײט, פֿון אַצונד און ביז אײביק;דאָס אָננעמען זיך פֿון גאָט פֿון צבֿאות טוט דאָס דאָזיקע.

/9:7 גאָט האָט אַ װאָרט געשיקט אין יעקבֿ, און עס איז געפֿאַלן אין ישׂראל. /9:8 און װיסן װעט דאָס גאַנצע פֿאָלק, אפֿרים און דער באַװױנער פֿון שומרון, װאָס זאָגט מיט גאװה און מיט גדלות פֿון האַרצן:/9:9 ציגל זײַנען אײַנגעפֿאַלן, און געהאַקטע שטײנער װעלן מיר בױען;װילדע פֿײַגנבײמער זײַנען אָפּגעהאַקט געװאָרן, און מיט צעדערן װעלן מיר זײ פֿאַרבײַטען. /9:10 דרום דערהײבט גאָט די פֿײַנט פֿון רצין אױף אים, און זײַנע שׂונאים װעט ער אָנרײצן;/9:11 ארם פֿון פֿאָרנט, און פּלִשתּים פֿון הינטן;און זײ עסן ישׂראל מיטן גאַנצן מױל.

בײַ אַלעם דעם איז ניט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס, און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.

/9:12 אָבער דאָס פֿאָלק קערט זיך ניט צו זײַן שלעגער, און גאָט פֿון צבֿאות זוכן זײ ניט. /9:13 און גאָט פֿאַרשנײַדט פֿון ישׂראל קאָפּ און עק, טײטלצװײַג און טײַכריטל, אין אײן טאָג. /9:14 דער זקן און דער אָנגעזעענער, דאָס איז דער קאָפּ, און דער נבֿיא װאָס לערנט ליגן, דאָס איז דער עק. /9:15 און די פֿירער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק זײַנען פֿאַרפֿירער, און זײערע געפֿירטע זײַנען צעמישט. /9:16 דרום פֿרײט זיך ניט גאָט מיט זײַנע יונגע לײַט, און זײַנע יתומים און אלמנות דערבאַרימט ער ניט;װאָרום איטלעכער איז זינדיק און טוט שלעכטס, און איטלעך מױל רעדט שענדלעכקײט.

בײַ אַלעם דעם איז ניט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס, און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.

/9:17 װאָרום די שלעכטיקײט ברענט װי אַ פֿײַער, זי פֿאַרצערט דערנער און װילדגעװעקס, און צינדט די געצװײַגן פֿון װאַלד, ביז זײ קנױלן זיך אין זײַלן פֿון רױך. /9:18 דורך דעם צאָרן פֿון גאָט פֿון צבֿאותאיז צעפֿלאַקערט דאָס לאַנד, און דאָס פֿאָלק איז װי שפּײַז פֿאַרן פֿײַער;זײ דערבאַרימען זיך ניט קײנער אױף זײַן ברודער, /9:19 און מע רײַסט רעכטס, און בלײַבט הונגעריק, און מע עסט לינקס, און װערט ניט זאַט;זײ עסן איטלעכער דאָס פֿלײש פֿון זײַן אָרעם:/9:20 מנשה אֶפֿרַיִמען, און אפֿרַיִם מנשהן, זײ אין אײנעם אױף יהוּדה.

בײַ אַלעם דעם איז ניט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס, און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.


/10:1 װײ, די װאָס קריצן געזעצן פֿון אומגליק, און שרײַבער װאָס האָבן אומעכט געשריבן, /10:2 כּדי אָפּצונײַגן פֿון משפּט די באַדערפֿטיקע, און גזלען דאָס רעכט פֿון די אָרימע פֿון מײַן פֿאָלק;כּדי אלמנות זאָלן זײַן זײער רױב, און יתומים זאָלן זײ באַראַבעװען!/10:3 און װאָס װעט איר טאָן אין טאָג פֿון רעכנשאַפֿט, און אין דער פֿאַרװיסטונג װאָס קומט פֿון דער װײַט?צו װעמען װעט איר לױפֿן נאָך הילף?און װוּ װעט איר איבערלאָזן אײַער רײַכטום?/10:4 ניט אַנדערש װי קניִען אונטער געפֿאַנגענע, און אונטער הרוּגים צו פֿאַלן.

בײַ אַלעם דעם איז ניט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס, און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.

/10:5 װײ, אשור, די רוט פֿון מײַן צאָרן, װאָס מײַן כּעס איז אַ שטעקן אין זײער האַנט!/10:6 אױף אַ זינדיקן פֿאָלק טו איך אים שיקן, און אױף דער אומה פֿון מײַן צאָרן טו איך אים באַפֿעלן, צו רױבן זאַקרױב, און צו ראַבעװען רױב, און זי מאַכן צו טרעטן װי קױט פֿון די גאַסן. /10:7 אָבער ניט אַזױ מײנט ער, און ניט אַזױ טראַכט זײַן האַרץ, נײַערט צו פֿאַרטיליקן איז אין זײַן האַרצן, און צו פֿאַרשנײַדן פֿעלדער ניט װינציק. /10:8 װאָרום ער זאָגט:זײַנען ניט מײַנע האַרן מלכים אַלע?/10:9 איז ניט װי כַּרכּמיש כַּלנו?צי איז ניט װי אַרפַּד חַמת?צי איז ניט װי דמשׂק שומרון?/10:10 אַזױ װי מײַן האַנט האָט דערגרײכטדי קיניגרײַכן פֿון די אָפּגעטער, װאָס זײערע געצן זײַנען מער געװעןװי פֿון ירושלים און פֿון שומרון –/10:11 פֿאַר װאָר, אַזױ װי איך האָב געטאָן צו שומרוןאון צו אירע אָפּגעטער, אַזױ װעל איך טאָן צו ירושליםאון צו אירע געצנבילדער.

/10:12 אָבער עס װעט זײַן, אַז גאָט װעט ענדיקן אַל זײַן װערק אױף באַרג צִיון און אױף ירושלים, װעל איך זיך רעכענען פֿאַר דער פֿרוכט פֿון דעם שטאָלצן האַרצן פֿון דעם מלך פֿון אשור, און פֿאַר דער רימערײַ פֿון זײַנע האָפֿערדיקע אױגן.

/10:13 װאָרום ער האָט געזאָגט:

מיט כּוח פֿון מײַן האַנט האָב איך אױפֿגעטאָן, און מיט מײַן חכמה, װײַל איך בין פֿאַרשטאַנדיק;און איך טו אָפּ די געמאַרקן פֿון פֿעלקער, און זײערע שאַצן האָב איך צערױבט, און מאַכטיק טו איך נידערן די באַװױנער. /10:14 און מײַן האַנט האָט געפֿונען װי אַ נעסטדעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער, און װי מע קלײַבט אױף אײַער פֿאַרלאָזענע, האָב איך די גאַנצע ערד אױפֿגעקליבן;און ניט געװען װער זאָל אַ פֿליגל רירן, אָדער עפֿענען אַ מױל און אַ פּיפּס טאָן.

/10:15 קען די האַק זיך רימען קעגן דעם װאָס האַקט מיט איר?קען די זעג זיך גרײסן קעגן דעם װאָס ציט זי?װי אַ רוט זאָל פֿאָכן מיט אירע אױפֿהײבער, װי אַ שטעקן זאָל אױפֿהײבן דעם װאָס ניט האָלץ!/10:16 דרום װעט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאותאָנשיקן אַ דער אױף זײַן פֿעטקײט;און אונטער זײַן פּראַכט װעט זיך צעברענען אַ בראַנד, װי די בראַנד פֿון אַ פֿײַער. /10:17 און דאָס ליכט פֿון ישׂראל װעט זײַן אַ פֿײַער, און זײַן הײליקער אַ פֿלאַם, און זי װעט ברענען און פֿאַרצערן זײַנע דערנעראון זײַן װילדגעװעקס אין אײן טאָג. /10:18 און די פּראַכט פֿון זײַן װאַלד און זײַן פֿרוכטגאָרטןװעט ער לײַב און זעל פֿאַרלענדן;און עס װעט זײַן װי דאָס אױסגײן פֿון אַ גוסס. /10:19 און דער רעשט בײמער פֿון זײַן װאַלד װעלן זײַן געצײלטע, און אַ ייִנגל װעט זײ קענען אױפֿשרײַבן.

/10:20 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט דער איבערבלײַב פֿון ישׂראל, און די אַנטרונענע פֿון הױז פֿון יעקבֿ, זיך מער ניט אָנלענען אױף זײער שלעגער, נאָר זיך אָנלענען מיט אמתאױף יהוה, דעם הײליקן פֿון ישׂראל. /10:21 אַן איבערבלײַב װעט זיך אומקערן, אַן איבערבלײַב פֿון יעקבֿ, צו גאָט דעם מאַכטיקן. /10:22 װאָרום אױב דײַן פֿאָלק, ישׂראל, זאָל זײַן װי זאַמד פֿון ים, װעט נאָר אַן איבערבלײַב פֿון אים זיך אומקערן;אַ פֿאַרלענדונג איז נִגזר געװאָרן, זי פֿלײצט מיט גערעכטיקײט. /10:23 װאָרום אַ פֿאַרלענדעניש און אַ גזַרמאַכט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות, אין גאַנצן לאַנד.

/10:24 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות:זאָלסט ניט מורא האָבן, מײַן פֿאָלק, באַװױנער פֿון צִיון, פֿאַר אשור װאָס שלאָגט דיך מיט דער רוט, און הײבט זײַן שטעקן אױף דיר, אױפֿן שטײגער פֿון מצרַיִם. /10:25 װאָרום נאָך אַ קלײן װײַל, און דער כּעס װעט זיך ענדיקן, און מײַן צאָרן װעט זײַן צו זײער פֿאַרטיליקונג. /10:26 און גאָט פֿון צבֿאות װעט דערװעקן אױף אים אַ רוט, אַזױ װי אין דעם שלאַק פֿון מדין אין צור-עוֹרֵבֿ, און װי זײַן שטעקן איבערן ים;און ער װעט זי אױפֿהײבן אױפֿן שטײגער פֿון מצרַיִם. /10:27 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט אָפּגעטאָן װערן זײַן לאַסט פֿון דײַן רוקן, און זײַן יאָך פֿון דײַן האַלדז, און דער יאָך װעט צעבראָכן װערן פֿונעם פֿעטס.

/10:28 ער איז געקומען אױף עַיָת, ער איז דורכגעגאַנגען מִגרון, אין מיכמאָש לאָזט ער איבער זײַן געפּעק;/10:29 זײ זײַנען אַריבער דעם איבערפֿאָר, אין גֶבֿע האָבן זײ נאַכטלעג געהאַלטן. רמה טוט ציטערן, גבֿעת-שָאול איז אַנטלאָפֿן. /10:30 שרײַ אױפֿן קָול, טאָכטער גַלים!האָרך, לַיִש! אָרימע ענָתות!/10:31 מַדמֵנָה װאָגלט, די װױנער פֿון גֵבֿים אַנטרינען. /10:32 נאָך הײַנט װעט ער זיך אָפּשטעלן אין נוֹבֿ;ער פֿאָכט זײַן האַנט אױפֿן באַרג פֿון טאָכטער צִיון, אױף דעם הױכן אָרט פֿון ירושלים.

/10:33 זע, דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות, ברעכט אָפּ די צװײַגן מיט מוֹראדיקײט, און די הױכגעװאַקסענע װערן אָפּגעשניטן, און די דערהױבענע װעלן דערנידערט װערן. /10:34 און ער װעט אָפּהאַקן די געצװײַגן פֿון װאַלד מיט אַן אײַזן, און דער לבֿנון װעט דורך אַ מאַכטיקן פֿאַלן.


/11:1 און אַ ריטל װעט אַרױס פֿון דעם שטאַם פֿון יִשַי, און אַ צװײַג פֿון זײַנע װאָרצלען װעט שפּראָצן. /11:2 און רוען װעט אױף אים דער גײַסט פֿון גאָט, דער גײַסט פֿון חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט, דער גײַסט פֿון עצה און גבֿורה, דער גײַסט פֿון דערקענונג און גאָצפֿאָרכטיקײט. /11:3 און זײַן קװיקונג װעט זײַן אין גאָצפֿאָרכטיקײט;און ניט נאָך דער זעונג פֿון זײַנע אױגן װעט ער משפּטן, און ניט נאָך דער הערונג פֿון זײַנע אױערן װעט ער אַנטשײדן;/11:4 נאָר ער װעט משפּטן מיט גערעכטיקײט די אָרימע, און אַנטשײדן מיט יושר פֿאַר די געדריקטע פֿון לאַנד;און ער װעט שלאָגן דאָס לאַנד מיט דער רוט פֿון זײַן מױל, און מיטן אָטעם פֿון זײַנע ליפּן װעט ער טײטן דעם רָשע. /11:5 און גערעכטיקײט װעט זײַן דער אָנגורט פֿון זײַנע לענדן, און טרײַשאַפֿט דער גאַרטל פֿון זײַנע דיכן. /11:6 און אַ װאָלף װעט הױזן מיט אַ שעפּס, און אַ לעמפּערט מיט אַ ציקעלע װעט הױערן, און אַ קאַלב און אַ יונגלײב און אַ פֿעט רינד באַנאַנד;און אַ קלײן ייִנגל װעט זײ פֿירן. /11:7 און אַ קו מיט אַ בער װעלן זיך פֿיטערן, באַנאַנד װעלן הױערן זײערע יונגע;און אַ לײב װעט װי אַ רינד עסן שטרױ. /11:8 און אַ זױגעדיקער װעט זיך שפּילןאױפֿן לאָך פֿון אַ שלאַנג, און אױף דער נאָרע פֿון אַ נאָטערװעט אַן אַנטװױנטער זײַן האַנט לײגן. /11:9 זײ װעלן ניט בײז טאָן און ניט פֿאַרדאַרבןאױף מײַן גאַנצן הײליקן באַרג;װאָרום די ערד װעט זײַן פֿול מיט דערקענונג פֿון גאָט, װי די װאַסערן באַדעקן דעם ים.

/11:10 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג:דער װאָרצל פֿון יִשַי, װאָס שטײט פֿאַר אַ פֿאָן פֿון די פֿעלקער-צו אים װעלן די אומות זיך װענדן, און זײַן רוּונג װעט זײַן אַ פּראַכטיקײט.

/11:11 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט גאָט װידער אױסשטרעקן זײַן האַנט, אַ צװײט מאָל, אױסצוקױפֿן דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס װעט בלײַבן פֿון אשור, און פֿון מצרַיִם, און פֿון פַּתרוס, און פֿון כּוּש, און פֿון אֵלֶם, און פֿון שִנעָר, און פֿון חַמת, און פֿון די אינדזלען פֿון ים. /11:12 און ער װעט אױפֿהײבן אַ פֿאָן צו די פֿעלקער, און װעט אײַנזאַמלען די פֿאַרשטױסענע פֿון ישׂראל, און די צעשפּרײטע פֿון יהוּדה װעט ער אױפֿקלײַבןפֿון די פֿיר עקן פֿון דער ערד. /11:13 און אָפּגעטאָן װעט װערן די קנאה פֿון אפֿרים, און די פֿײַנט פֿון יהוּדה װעלן פֿאַרשניטן װערן;אפֿרים װעט ניט מקנא זײַן יהוּדה, און יהוּדה װעט ניט פֿײַנטן אפֿרים. /11:14 און זײ װעלן אָנפֿליִען באַנאַנד אױף די פּלִשתּים צו מערבֿ, אין אײנעם װעלן זײ רױבן די קינדער פֿון מזרח, אױף אדום און מואָבֿ װעלן זײ שטרעקן זײער האַנט, און די קינדער פֿון עמון װעלן געהאָרכן צו זײ. /11:15 און גאָט װעט פֿאַרװיסטן די צונג פֿון דעם ים פֿון מצרַיִם;און ער װעט פֿאָכן זײַן האַנט אױפֿן טײַך מיט זײַן הײסן װינט, און װעט אים צעשלאָגן אױף זיבן בעכן, און מאַכן מיט שיך אַריבערצושפּרײַזן. /11:16 און אַ װעג װעט זײַן פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס װעט בלײַבן פֿון אשור, אַזױ װי עס איז געװען פֿאַר ישׂראלאין טאָג פֿון זײַן אַרױפֿגײן פֿון לאַנד מצרַיִם.

/12:1 און װעסט זאָגן אין יענעם טאָג:איך דאַנק דיר, גאָט, הגם דו האָסט געצערנט אױף מיר;אָפּגעגאַנגען איז דײַן כּעס, און דו האָסט מיך געטרײסט. /12:2 זע, גאָט איז מײַן ישועה;איך בין זיכער און אַנגסט ניט, װאָרום מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז יָה יהוה, און ער איז מיר געװען אַ ישועה. /12:3 און איר װעט שעפּן װאַסער מיט שִׂמחה, פֿון די קװאַלן פֿון ישועה. /12:4 און אין יענעם טאָג װעט איר זאָגן:דאַנקט צו גאָט, רופֿט אױס זײַן נאָמען, לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען, דערצײלט אַז דערהױבן איז זײַן נאָמען. /12:5 זינגט צו גאָט װאָרום ער האָט אױפֿגעטאָן גרױס, באַװוּסט זאָל דאָס זײַן אױף דער גאַנצער ערד. /12:6 שרײַ אױס און זינג, באַװױנערין פֿון צִיון, װאָרום גרױס צװישן דיר איז דער הײליקער פֿון ישׂראל.


/13:1 די נבֿואה אױף בָבֿל, װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען:/13:2 אױף אַ הױכן באַרג שטעלט אױף אַ פֿאָן, הײבט אױף דעם קָול צו זײ, פֿאָכט מיט דער האַנט, זײ זאָלן קומעןאין די טױערן פֿון פֿירשטן. /13:3 איך האָב באַפֿױלן מײַנע געהײליקטע, יאָ, גערופֿן מײַנע גיבורים פֿאַר מײַן צאָרן, מײַנע שטאָלצלוסטיקע.

/13:4 האָרך! אַ טומל אױף די בערג, גלײַך װי פֿון פֿאָלק אַ סך. האָרך! אַ גערױש פֿון מלוכות, פֿון אומות פֿאַרזאַמלטע. גאָט פֿון צבֿאות באַפֿעלטאַ חיל פֿון מלחמה. /13:5 זײ קומען פֿון אַ לאַנד אַ װײַטן, פֿון עק פֿונעם הימל –גאָט און די געצײַג פֿון זײַן צאָרן, די גאַנצע ערד צו צעשטערן.

/13:6 יאָמערט, װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט, װי אַ בראָך פֿון אַלמאַכטיקן װעט ער קומען. /13:7 דרום װעלן אַלע הענט שלאַף װערן, און איטלעך האַרץ פֿון אַ מענטשן װעט צעגײן. /13:8 און זײ װעלן דערשראָקן װערן;יסורים און װײען װעלן זײ קריגן, װי אַ געװינערין װעלן זײ זיך דרײען;אײנער אױפֿן אַנדערן װעלן זײ גאַפֿן, זײערע פּנימער, פּנימער פֿון פֿלאַמען.

/13:9 זע, דער טאָג פֿון גאָט קומטאומדערבאַרימדיק, מיט כּעס און גרימצאָרן, צו מאַכן די ערד פֿאַר אַ װיסטעניש, און פֿאַרטיליקן אירע זינדיקע פֿון איר. /13:10 װאָרום די שטערן פֿון הימל און זײַנע מזלותװעלן ניט שײַנען זײער ליכט;די זון װעט זײַן פֿינצטער אין איר אױפֿגאַנג, און די לבֿנה װעט ניט שימערן איר ליכט. /13:11 און איך װעל זיך רעכענען מיט דער װעלט פֿאַרן בײז, און מיט די רשָעים פֿאַר זײער זינד;און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די מוטװיליקע, און די גאװה פֿון די מאַכטיקע װעל איך דערנידערן. /13:12 איך װעל מאַכן אַ מאַן זעלטענער פֿון גינגאָלד, און אַ מענטשן, פֿון אוֹפֿיר-גאָלד. /13:13 װעגן דעם װעל איך מאַכן ציטערן די הימלען, און די ערד װעט אױפֿשטורעמען פֿון איר אָרט, אין דעם כּעס פֿון גאָט פֿון צבֿאות, און אין דעם טאָג פֿון זײַן גרימצאָרן.

/13:14 און עס װעט זײַן: אַזױ װי אַ הירש אַ געיאָגטער, און אַזױ װי שאָף אָן אַן אײַנזאַמלער, װעלן זײ איטלעכער צו זײַן פֿאָלק זיך קערן, און איטלעכער צו זײַן לאַנד װעלן זײ אַנטלױפֿן. /13:15 איטלעכער װאָס װערט געפֿונען, װעט דערשטאָכן װערן, און איטלעכער װאָס װערט געכאַפּט, װעט פֿאַלן דורכן שװערד. /13:16 און זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן פֿאַר זײערע אױגן;זײערע הײַזער װעלן צערױבט װערן, און זײערע װײַבער װעלן געשענדט װערן.

/13:17 זע, איך דערװעק אױף זײ מָדַי, װאָס זילבער אַכטן זײ ניט, און גאָלד, דאָס װילן זײ ניט. /13:18 און בױגנס װעלן צעהאַקן ייִנגלעך, און אױף פֿרוכט פֿון לײַב װעלן זײ ניט רַחמָנות האָבן, אױף קינדער װעט זיך ניט דערבאַרימען זײער אױג. /13:19 און בָבֿל, דאָס שײנדל פֿון מלוכות, די שטאָלצע פּראַכט פֿון די כַּשׂדים, װעט זײַן װי גאָטס איבערקערענישפֿון סדום און עַמורָה. /13:20 זי װעט אײביק ניט באַזעצט װערן, און ניט באַװױנט זײַן אױף דָור-דורות;און קײן אַראַבער װעט דאָרט ניט אױפֿשטעלן אַ געצעלט, און קײן פּאַסטוכער װעלן דאָרט ניט מאַכן הױערן. /13:21 נאָר װילדע קעץ װעלן דאָרטן הױערן, און זײערע הײַזער װעלן פֿול זײַן מיט קלאָג-חיות;און שטרױספֿױגלען װעלן דאָרט רוען, און שֵדים װעלן דאָרט אומטאַנצן. /13:22 און שאַקאַלן װעלן װױען אין זײערע פּאַלאַצןאון מדבר-הינט אין די פּאַלײַען פֿון תּענוג;און נאָנט איז איר צײַט צו קומען, און אירע טעג װעלן זיך ניט פֿאַרציִען.

/14:1 װאָרום גאָט װעט דערבאַרימען יעקבֿ, און װעט װידער אױסדערװײלן ישׂראל, און זײ באַרוען אױף זײער ערד;און פֿרעמדע װעלן זיך באַהעפֿטן צו זײ, און װעלן צושטײן צום הױז פֿון יעקבֿ. /14:2 און פֿעלקער װעלן זײ נעמען, און װעלן זײ ברענגען אױף זײער אָרט, און דאָס הױז פֿון ישׂראל װעט זײ אַרבן אױף גאָטס ערדפֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן;און זײ װעלן װערן די פֿאַנגערס פֿון זײערע פֿאַנגערס, און װעלן געװעלטיקן איבער זײערע דריקער.

/14:3 און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס גאָט באַרוט דיךפֿון דײַן פּײַן און פֿון דײַן ציטערניש, און פֿון דער שװערער אַרבעטװאָס מע האָט געאַרבעט מיט דיר, /14:4 װעסטו אױפֿהײבן דעם דאָזיקן משלאױפֿן מלך פֿון בָבֿל, און זאָגן:װי האָט אױפֿגעהערט דער דריקער, אױפֿגעהערט די גאָלדגײציקע!/14:5 צעבראָכן האָט גאָט דעם שטעקן פֿון די רשָעים, די רוט פֿון די געװעלטיקער, /14:6 װאָס האָט געשלאָגן די פֿעלקער מיט כּעס, שלעק אָן אַן אױפֿהער, װאָס האָט געװעלטיקט מיט צאָרן אױף די אומות, גערודפֿט אָן אָפּהאַלט. /14:7 רויִק באַרוט איז די גאַנצע ערד, זײ ברעכן אױס אין געזאַנג. /14:8 אַפֿילו די ציפּרעסן פֿרײען זיך איבער דיר, די צעדערן פֿון לבֿנון:פֿון זינט דו האָסט זיך אַװעקגעלײגט, קומט ניט דער העקער אױף אונדז.

/14:9 די אונטערערד פֿון אונטן ציטערט אױף צוליב דיר, אַנטקעגן דײַן קומען;זי װעקט די טױטע צוליב דיר, אַלע פֿירער פֿון דער ערד;זי מאַכט אױפֿשטײן פֿון זײערע טראָנעןאַלע מלכים פֿון די פֿעלקער. /14:10 זײ אַלע רופֿן זיך אָפּ, און זאָגן צו דיר:דו אױך ביסט אַװעקגעפֿאַלן װי מיר, געגליכן געװאָרן צו אונדז!/14:11 גענידערט אין אונטערערד איז דײַן שטאָלץ, די ברומונג פֿון דײַנע האַרפֿן;אונטער דיר זײַנען װערים געבעט, און דײַן צודעק איז מאָיל.

/14:12 װי ביסטו פֿון הימל געפֿאַלן, דו ליכטיקער מאָרגנשטערן!װי ביסטו אָפּגעהאַקט געװאָרן צו דער ערד, דו גורל-װאַרפֿער אױף פֿעלקער!/14:13 און דו האָסט געזאָגט אין דײַן האַרצן:אין הימל װעל איך אַרױפֿגײן, איבער די שטערן פֿון גאָטװעל איך מײַן טראָן דערהײבן;און איך װעל זיצן אױפֿן באַרג פֿון אײַנזאַמלונג, אין די עקן פֿון צפֿון.

/14:14 איך װעל אַרױפֿגײן איבער די הײכן פֿון װאָלקן, איך װעל צום אױבערשטן זיך גלײַכן. /14:15 אָבער אין אונטערערד װעסטו גענידערט װערן, אין די עקן פֿון גרוב.

/14:16 דײַנע זעער װעלן דיך באַטראַכטן, זײ װעלן דיך אָנקוקן:איז דאָס דער מאַן װאָס האָט געמאַכט ציטערן די ערד, װאָס האָט אױפֿגעשטורעמט מלוכות, /14:17 געמאַכט די װעלט װי אַ מדבר, און צעשטערט אירע שטעט;זײַנע געפֿאַנגענע ניט פֿרײַ געלאָזט אַהײם?/14:18 אַלע מלכים פֿון די פֿעלקער ליגן אין כּבֿוד אַלע, איטלעכער אין זײַן הײם. /14:19 און דו ביסט אַװעקגעװאָרפֿן װײַט פֿון דײַן קבֿר, װי אַן אומװערדיק ריטל, אַרומגעטאָן מיט הרוּגים, פֿון שװערד דערשטאָכענע, װאָס נידערן צו די שטײנער פֿון גרוב, װי אַ פּגר אַ צעטרעטענער. /14:20 װעסט ניט באַנאַנד זײַן מיט זײ אין קבֿר, װאָרום דײַן לאַנד האָסטו אומגעבראַכט, דײַן פֿאָלק האָסטו געהרגעט;אױף אײביק זאָל ניט אָנגערופֿן װערןדער זאָמען פֿון שלעכטסטוער.

/14:21 ברײט אָן אױף זײַנע קינדער אַ שחיטה, פֿאַר דער זינד פֿון זײערע עלטערן, זײ זאָלן ניט אױפֿשטײן און יַרשען די ערד, און אָנפֿילן דאָס געזיכט פֿון דער װעלט מיט שטעט.

/14:22 און איך װעל אױפֿשטײן אױף זײ, זאָגט גאָט פֿון צבֿאות, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון בָבֿל אַ נאָמען און אַן איבערבלײַב, און אַ קינד און אַ קינדסקינד, זאָגט גאָט. /14:23 און איך װעל זײ מאַכן צום אַרב פֿאַרן זומפּבושל, און געמױזעכצן װאַסער;און איך װעל זײ אַװעקבעזעמען מיטן בעזעם פֿון פֿאַרטיליקונג, זאָגט גאָט פֿון צבֿאות.

/14:24 געשװאָרן האָט גאָט פֿון צבֿאות, אַזױ צו זאָגן:פֿאַר װאָר, װי איך האָב געטראַכט, אַזױ װעט געשען, און װי איך האָב באַראָטן, דאָס װעט באַשטײן:/14:25 איך זאָל צעברעכן אשור אין מײַן לאַנד, און אױף מײַנע בערג אים צעטרעטן;און אָפּגעטאָן זאָל װערן פֿון זײ זײַן יאָך, און זײַן לאַסט זאָל אָפּגעטאָן װערן פֿון זײער רוקן. /14:26 דאָס איז דער באַראָט װאָס איז באַראָטןאױף דער גאַנצער ערד, און דאָס איז די האַנט װאָס איז אױסגעשטרעקט אױף אַלע פֿעלקער. /14:27 װאָרום גאָט פֿון צבֿאות האָט באַראָטן, און װער װעט פֿאַרשטערן?און זײַן האַנט איז אױסגעשרעקטאון װער װעט זי אָפּהאַלטן?

/14:28 אין דעם יאָר װאָס דער מלך אָחָז איז געשטאָרבן, איז געװען די דאָזיקע נבֿואה:

/14:29 ניט פֿרײט זיך גאַנץ פּלֶשֶת, װאָס די רוט פֿון דײַן שלעגער איז צעבראָכן;װאָרום פֿון װאָרצל פֿון דער שלאַנג װעט אַרױס אַ נאָטער, און זײַן פֿרוכט איז אַ פֿליִעדיקער לינדװאָרעם. /14:30 און די אָרימסטע פֿון די אָרימע װעלן זיך פֿיטערן, און די באַדערפֿטיקע װעלן הױערן אין זיכערקײט;און איך װעל טײטן מיט הונגער דײַן װאָרצל, און דײַן איבערבלײַב װעט מען אױסהרגען.

/14:31 יאָמער, דו טױער, שרײַ, דו שטאָט, װער צעגאַנגען, גאַנץ פּלֶשֶת, װאָרום פֿון צפֿון קומט אַ רױך, און ניטאָ קײן אָפּגעשטאַנענער אין זײַנע מחנות. /14:32 און װאָס זאָל מען ענטפֿערן די שלוחים פֿון דעם פֿאָלק? –אַז גאָט האָט געגרונטפֿעסט צִיון, און אין איר װעלן זיך שיצן די אָרימע פֿון זײַן פֿאָלק.


/15:1 די נבֿואה אױף מואָבֿ. פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן עָר-מואָבֿ, פֿאַרשניטן געװאָרן;פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן קיר-מואָבֿ, פֿאַרשניטן געװאָרן. /15:2 ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן בַיִת און דיבֿון, אױף די בָמות צו װײנען;אױף נבֿוֹ און אױף מֵידבֿאָטוט יאָמערן מואָבֿ;אױף אַלע זײַנע קעפּ איז אַ פּליך, יעטװעדער באָרד איז אָפּגעשניטן. /15:3 אין זײַנע גאַסן גורט מען אָן זאַק;אױף אירע דעכער און אין אירע מערק, טוט איטלעכער יאָמערן, צעגײט אין געװײן. /15:4 און קלאָגן טוט חשבון און אֶלעָלֵה, ביז יַהַץ װערט געהערט זײער קָול;דרום שרײַען די באַװאָפֿנטע פֿון מואָבֿ;זײַן זעל טוט אים ציטערן. /15:5 מײַן האַרץ אױף מואָבֿ טוט קלאָגן, אירע אַנטלאָפֿענע גרײכן ביז צועַר, דער דרײַיאָריקער קו;װאָרום דער אַרױפֿגאַנג פֿון לוחית, אים גײט מען אַרױף מיט געװײן;װאָרום אױף דעם װעג פֿון חוֹרוֹנַיִםאַ בראָכגעשרײ הײבן זײ אױף. /15:6 װאָרום די װאַסערן פֿון נִמריםװעלן אַ װיסטעניש װערן;װאָרום פֿאַרדאַרט איז דאָס קרײַטעכץ, פֿאַרלענדט איז דאָס גראָז, קײן גרינס איז ניטאָ. /15:7 דרום, די שפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעזאַמלט, און דאָס װאָס זײ האָבן באַהאַלטן, װעלן זײ צום טײַך פֿון די װערבעס אַװעקטראָגן. /15:8 װאָרום דאָס געשרײ האָט אַרומגערינגלטדעם געמאַרק פֿון מואָבֿ;ביז אֶגלַיִם גײט איר יללה. און ביז באֵר-אֵלים, איר יללה. /15:9 װאָרום די װאַסערן פֿון דימון זײַנען פֿול מיט בלוט;

װאָרום איך װעל דימון נאָך געבן אַ צולאָג:אַ לײב פֿאַר די אַנטרונענע פֿון מואָבֿ, און פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון לאַנד.

/16:1 שיקט לעמער צום געװעלטיקער פֿון לאַנד, פֿון די פֿעלדזן װאָס צום מדבר, צום באַרג פֿון טאָכטער צִיון. /16:2 און עס װעט זײַן:װי אַ פֿױגל אַ פֿאַרװאָגלטער, װי אַ נעסט אַ צעטריבענער, װעלן זײַן די טעכטער פֿון מואָבֿ, בײַ די איבערפֿאָרן פֿון אַרנון. /16:3 ״ברענג אַן עצה, שאַף אַ באַשײד;מאַך דײַן שאָטן װי די נאַכט, אין מיטן העלן טאָג;פֿאַרבאָרג די פֿאַרשטױסענע, דעם פֿאַרװאָגלטן זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן. /16:4 זאָלן װױנען בײַ דיר מײַנע – מואָבֿס – פֿאַרשטױסענע, זײַ זײ אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון דעם רױבער, ביז אַװעק איז די דריקונג, געענדיקט דער רױב, פֿאַרלענדט די צעטרעטער אױסן לאַנד;/16:5 װאָרום אױפֿגעשטעלט אױף גענאָד איז דער טראָן, און אױף אים זיצט מיט אמת, אין דָוִדס געצעלט, אַ ריכטער װאָס זוכט רעכט, און איז גיך אױף גערעכטיקײט״.

/16:6 ״מיר האָבן געהערט די שטאָלצקײט פֿון מואָבֿ, װי זײער שטאָלץ ער איז;זײַן גאװה און זײַן שטאָלצקײט און זײַן חוצפּה, זײַנע באַרימערײַען אָן אַ האַפֿט״.

/16:7 דרום װעט יאָמערן מואָבֿ אױף מואָבֿ, איטלעכער װעט יאָמערן;נאָך די ראָזינקעקוכנס פֿון קיר-חַרֶשֶׂתװעט איר זיפֿצן, אין גאַנצן דערשלאָגענע. /16:8 װאָרום די פֿעלדער פֿון חשבון זײַנען פֿאַרװעלקט, דער װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה, װאָס זײַנע רױטטרױבן האָבן פֿאַרטומלטדי האַרן פֿון די פֿעלקער;ביז יַעזֵר האָבן זײ דערגרײכט, ביזן מדבר האָבן זײ געװאַנדערט;אירע צװײַגן האָבן זיך צעשפּרײט, ביז צום ים זײַנען זײ אַריבער. /16:9 דרום באַװײן איך אין דעם געװײן פֿון יַעזֵר, דעם װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה;איך טרינק דיך אָן מיט מײַנע טרערן, חשבון און אֶלעָלֵה;װאָרום אױף דײַן האַרבסטונג און אױף דײַן שניטאיז אַ קריגגעשרײ געפֿאַלן.

/16:10 און אײַנגעטאָן איז די פֿרײד און די לוסטיקײטפֿון דעם פֿרוכטגאָרטן;און אין די װײַנגערטנער װערט ניט געזונגען, װערט ניט געשאַלט;קײן װײַן אין די קעלטערןטרעט ניט דער טרעטער;איך האָב געמאַכט אױפֿהערן ״הֵידָד!״11דרום ברומען װי אַ האַרף מײַנע געדערים אױף מואָבֿ, און מײַנע אינגעװײד אױף קיר-חֶרֶשׂ.

/16:12 און עס װעט זײַן, אַז עס װעט זיך אַרױסװײַזן אַז מואָבֿ האָט זיך אומזיסט אײַנגעמיט אױף דער בָמָה, װעט ער אַרײַנגײן אין זײַן הײליקטום תּפֿילה טאָן, אָבער ער װעט גאָרנישט אױסריכטן.

/16:13 דאָס איז דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט אױף מואָבֿ אַ מאָל. אָבער אַצונד האָט גאָט גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אין דרײַ יאָר, װי די יאָרן פֿון אַ געדונגענעם, װעט גרינגעשאַצט װערן דער כּבֿוד פֿון מואָבֿ, בײַ אַל דעם גרױסן טומל; און דער איבערבלײַב װעט זײַן אַ קלײן װינציקײט אָן שטאַרקײט.


/17:1 די נבֿואה אױף דמשׂק. זע דמשׂק װערט אױס שטאָט, און װעט װערן אַ חורבֿה-הױפֿן. פֿאַרלאָזן די שטעט פֿון ערוער, פֿאַר סטאַדעס װעלן זײ זײַן;און זײ װעלן הױערן, און קײנער װעט ניט אָפּשרעקן. /17:3 און אָפּגעטאָן װעט װערן אַ פֿעסטונג פֿון אפֿרים, און אַ מלוכה פֿון דמשׂק;און דער איבערבלײַב פֿון ארם װעט װערןװי די פּראַכט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט פֿון צבֿאות.

/17:4 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט פֿאַראָרימט װערן די פּראַכט פֿון יעקבֿ, און די פֿעטקײט פֿון זײַן לײַב װעט אָפּגעצערט װערן. /17:5 און עס װעט זײַן װי אַ שניטער זאַמלט תּבֿואה, און שנײַדט מיט זײַן אָרעם די זאַנגען;און עס װעט זײַן װי מע קלײַבט זאַנגעןאין טאָל פֿון רפֿאים. /17:6 נאָר אַ נאָכקלײַב װעט בלײַבן אױף אים, װי בײַם אָפּקלאַפּן אַן אײלבערטבױם, צװײ דרײַ פּערלעך אױבן בײַם שפּיץ, פֿיר פֿינף אױף זײַנע צװײַגן, אױב פֿרוכטיק, זאָגט יהוה, דער גאָט פֿון ישׂראל.

/17:7 אין יענעם טאָג װעט דער מענטש זיך קערן צו זײַן באַשעפֿער, און זײַנע אױגן װעלן קוקן צום הײליקן פֿון ישׂראל. /17:8 און ער װעט זיך ניט קערן צו די מזבחות, די װערק פֿון זײַנע הענט, און ניט אָנקוקן װאָס זײַנע פֿינגער האָבן געמאַכט, און די געצנבײמער און די זונזײַלן.

/17:9 אין יענעם טאָג װעלן זײַנע פֿעסטע שטעט זײַןװי די פֿאַרלאָזנקײט פֿון די װעלדער און די באַרגשפּיצן, װאָס מע האָט פֿאַרלאָזן פֿון װעגן די קינדער פֿון ישׂראל;און עס װעט זײַן אַ װיסטעניש. /17:10 װאָרום האָסט פֿאַרגעסן דעם גאָט פֿון דײַן הילף, און דעם פֿעלדז פֿון דײַן שטאַרקײט האָסטו ניט דערמאָנט;דרום האָסטו ליבלעכע פֿלאַנצן געפֿלאַנצט, און אַ פֿרעמדן צװײַג אײַנגעזעצט דרינען;/17:11 אין טאָג פֿון דײַן פֿלאַנצונג האָסט עס געמאַכט װאַקסן, און פֿרימאָרגנס האָסטו דײַן זאָמען געמאַכט בליִען –אַ הױפֿן ריטלעך אין טאָג פֿון קראַנקשאַפֿטאון מסוכּנעם װײטאָג.

/17:12 װײ, די ברומונג פֿון פֿיל אומות, װאָס ברומען װי דאָס ברומען פֿון ימען;און די רױשונג פֿון פֿעלקער, װאָס רױשן װי די רױשונג פֿון מאַכטיקע װאַסערן!/17:13 די פֿעלקער רױשן װי די רױשונג פֿון פֿיל װאַסערן, אָבער ער װעט אָנשרײַען אױף זײ, און זײ װעלן אַנטלױפֿן אין דער װײַט, און געיאָגט װערן װי שפּרײ פֿון די בערג פֿאַרן װינט, און װי אַ שטױבראָד פֿאַרן שטורעם. /17:14 צו אָװנטצײַט, זע, אַ שרעקעניש!אײדער פֿרימאָרגן זײַנען זײ ניטאָ. דאָס איז דער חלק פֿון אונדזערע רױבער, און דער גורל פֿאַר אונדזערע אױסרױבער.


/18:1 אָ, דאָס לאַנד פֿון פֿליגלזשומערײַ, װאָס פֿון יענער זײַט טײַכן פֿון כּוּש;/18:2 װאָס שיקט איבערן ים שלוחים, און אין שיפֿן פֿון יאַמש אױפֿן װאַסער!גײט, שלוחים פֿלינקע, צו דער הױכער און גלאַנציקער אומה, צו אַ פֿאָלק מוראדיק פֿון אײביק אָן, אַן אומה פֿון מאַכט און צעטרעטונג, װאָס טײַכן שנײַדן דורך איר לאַנד. /18:3 איר אַלע װױנער פֿון דער װעלט, און איר װאָס רוט אױף דער ערד, װען מע הײבט אױף אַ פֿאָן אױף די בערג, װעט איר זען, און װען מע בלאָזט אַ שופֿר, װעט איר הערן.

/18:4 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט צו מיר:איך װעל רויִק צוקוקן אין מײַן אָרט, װי קלאָרע היץ אין זונליכט, װי אַ טױװאָלקן אין דער היץ פֿון שניט. /18:5 װאָרום פֿאַרן שניט, װען געענדיקט די בליִעכץ, און דער שפּראָץ װערט אַ װײַנטרױב װאָס צײַטיקט זיך, װעט ער אָפּשנײַדן די הענגלעך מיט צװײַגמעסערס, און די צװײַגן טוט ער אָפּ און װאַרפֿט אַװעק. /18:6 זײ װעלן איבערגעלאָזט װערן אין אײנעםפֿאַרן רױבפֿױגל פֿון די בערג, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד;און װעט זומערן דערױף דער רױבפֿױגל, און איטלעך חיה פֿון דער ערד װעט דערױף װינטערן.

/18:7 אין יענער צײַט װעט געבראַכט װערןאַ מתּנה צו גאָט פֿון צבֿאות, פֿון דער הױכער און גלאַנציקער אומה, פֿון אַן אומה מוראדיק פֿון אײביק אָן, אַ פֿאָלק פֿון מאַכט און צעטרעטונג, װאָס טײַכן שנײַדן דורך זײַן לאַנד, צום אָרט פֿון דעם נאָמען פֿון גאָט פֿון צבֿאות, צום באַרג צִיון.


/19:1 די נבֿואה אױף מצרַיִם. זע, גאָט רײַט אױף אַ װאָלקן אַ פֿלינקן, און ער קומט קײן מצרַיִם;און די אָפּגעטער פֿון מצרַיִם װעלן זיך טרײסלען פֿאַר אים, און דאָס האַרץ פֿון מצרַיִם װעט צעגײן אין אים. /19:2 און איך װעל אָנרײצן מצרַיִם אױף מצרַיִם, און זײ װעלן מלחמה האַלטן איטלעכער קעגן זײַן ברודער, אַ שטאָט קעגן אַ שטאָט, אַ קינגרײַך קעגן אַ קיניגרײַך. /19:3 און אױסגעלײדיקט װעט װערן דער גײַסט פֿון מצרַיִם אין איר, און איר עצה װעל איך צונישט מאַכן;און זײ װעלן פֿאָרשן בײַ די אָפּגעטער, און בײַ די פּרעפּלער, און בײַ די גײַסטער, און בײַ די רוחות. /19:4 און איך װעל איבערענטפֿערן מצרַיִםאין דער האַנט פֿון אַ האַרטן האַר, און אַ שטרענגער מלך װעט געװעלטיקן איבער זײ, זאָגט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות.

/19:5 און די װאַסערן װעלן אױסגײן פֿון ים, און דער טײַך װעט אױסגעטריקנט און טרוקן װערן. /19:6 און דומפּיק װעלן װערן די טײַכן, פֿאַרמינערט און אױסגעטריקנט װערן די פֿלוסן פֿון מצרַיִם;ראָר און אַאיר װערן פֿאַרװעלקט. /19:7 הױל װערט בײַם נילוס, בײַם ראַנד פֿונעם נילוס, און אַל דאָס פֿאַרזײטע בײַם נילוסװערט פֿאַרטריקנט, פֿאַרװײט, און ניטאָ. /19:8 און קלאָגן װעלן די פֿישער, און טרױערן װעלן אַלע װאָס װאַרפֿן אַ װענטקע אין נילוס, און די װאָס שפּרײטן אַ נעץ אױפֿן װאַסער װערן פֿאַרשניטן. /19:9 און פֿאַרשעמט װעלן װערןדי אַרבעטער פֿון געקאַמטן פֿלאַקס, און די װעבער פֿון װײסצײַג. /19:10 און אירע װאַרשטאַטן װעלן זײַן צעקלאַפּט;אַלע לױנאַרבעטער באַטריבט אין געמיט.

/19:11 לױטער נאַרן זײַנען די האַרן פֿון צועַן, די קליגסטע יועצים פֿון פּרעהןזײַנען אַ נאַרישער באַראָט. װי קענט איר זאָגן צו פּרעהן:אַ זון פֿון חכמים בין איך, אַ זון פֿון מלכים פֿאַרצײַטיקע?/19:12 װוּ זײַנען זײ דען דײַנע חכמים?זאָלן זײ אַקאָרשט דיר זאָגן;און לאָמען װיסן װאָס גאָט פֿון צבֿאותהאָט באַראָטן אױף מצרַיִם. /19:13 פֿאַרנאַרישט זײַנען די האַרן פֿון צועַן, אָפּגענאַרט זײַנען די האַרן פֿון נוֹף;פֿאַרפֿירט האָבן מצרַיִםדי פּנֵי פֿון אירע שבֿטים. /19:14 גאָט האָט אַרײַנגעגאָסן אין איראַ גײַסט פֿון פֿאַרדרײעניש;און זײ האָבן געמאַכט מצרַיִם זיך װאַקלען אין אַל זײַן טוּונגװי אַ שכּור טוט זיך װאַקלען בײַ זײַן ברעכן. /19:15 און אין מצרַיִם װעט ניט זײַן אַן אױפֿטוװאָס אַ קאָפּ אָדער אַן עק, אַ טײטלצװײַג אָדער אַ טײַכריטל זאָל אױפֿטאָן.

/19:16 אין יענעם טאָג װעט מצרַיִם זײַן אַזױ װי װײַבער, און ער װעט ציטערן און אַנגסטןפֿאַרן פֿאָך פֿון דער האַנט פֿון גאָט פֿון צבֿאות, װאָס ער טוט פֿאָכן אױף אים. /19:17 און דאָס לאַנד פֿון יהוּדה װעט װערן פֿאַר מצרַיִם אַ שרעקעניש;װען נאָר מע װעט עס אים דערמאָנען, װעט ער אַנגסטןפֿאַר דעם באַראָט פֿון גאָט פֿון צבֿאות, װאָס ער טוט באַראָטן אױף אים.

/19:18 אין יענעם טאָג װעלן זײַן אין לאַנד מצרַיִםפֿינף שטעט װאָס רעדן די שפּראַך פֿון כּנַעַן, און שװערן צו גאָט פֿון צבֿאות;די שטאָט פֿון צעשטערונג װעט אײנע גערופֿן װערן.

/19:19 אין יענעם טאָגװעט זײַן אַ מזבח צו גאָט אין מיטן לאַנד מצרַיִם, און אַ זײַלשטײן צו גאָט בײַ איר געמאַרק. /19:20 און עס װעט זײַן צום צײכן און צום עדותפֿאַר גאָט פֿון צבֿאות אין לאַנד מצרַיִם;אַז זײ װעלן שרײַען צו גאָט פֿון װעגן דריקער, װעט ער זײ שיקן אַ העלפֿער און אַ שטרײַטער, און ער װעט זײ מציל זײַן. /19:21 און גאָט װעט זיך לאָזן דערקענען צו מצרַיִם, און די מִצרים װעלן דערקענען גאָט אין יענעם טאָג, און דינען מיט שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער, און מנדר זײַן אַ נדר צו גאָט און באַצאָלן. /19:22 און גאָט װעט פּלאָגן מצרַיִם –פּלאָגן און הײלן;און אַז זײ װעלן זיך אומקערן צו גאָט, װעט ער זיך איבערבעטן צו זײ, און זײ הײלן. /19:23 אין יענעם טאָג װעט זײַן אַ װעג פֿון מצרַיִם קײן אשור, און אשור װעט קומען אין מצרַיִם, און מצרַיִם אין אשור, און מצרַיִם װעט דינען גאָט מיט אשור.

/19:24 אין יענעם טאָג װעט ישׂראל זײַןאַ דריטער צו מצרַיִם און צו אשור, אַ בענטשונג אין מיטן פֿון דער ערד;/19:25 װײַל גאָט פֿון צבֿאות האָט אים געבענטשט, אַזױ צו זאָגן:געבענטשט זאָל זײַן מײַן פֿאָלק מצרַיִם, און דאָס װערק פֿון מײַנע הענט, אשור, און מײַן אַרבונג, ישׂראל.


/20:1 אין דעם יאָר װאָס תַּרתָּן איז געקומען קײן אַשדוד, װען סַרגון דער מלך פֿון אשור האָט אים געשיקט, און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַשדוד, און האָט זי באַצװוּנגען; /20:2 אין יענער צײַט האָט גאָט גערעדט דורך ישַעיָהו דעם זון פֿון אָמוצן, אַזױ צו זאָגן: גײ, און זאָלסט אָפּבינדן דאָס זאַק פֿון דײַנע לענדן, און דײַן שוך זאָלסטו אַראָפּציִען פֿון דײַן פֿוס. האָט ער אַזױ געטאָן: אַרומגעגאַנגען נאַקעט און באָרװעס.

/20:3 און גאָט האָט געזאָגט:אַזױ װי מײַן קנעכט ישַעיָהו איז אַרומגעגאַנגעןנאַקעט און באָרװעס דרײַ יאָר, פֿאַר אַ סימן און אַ צײכן אױף מצרַיִם און אױף כּוּש, /20:4 אַזױ װעט דער מלך פֿון אשור אַװעקפֿירןדי געפֿאַנגענע פֿון מצרַיִם, און די פֿאַרטריבענע פֿון כּוּש, יונגע און אַלטע, נאַקעט און באָרװעס, מיט אָפּגעדעקטן הינטער-לײַב, צו דער שאַנד פֿון מצרַיִם. /20:5 און זײ װעלן זײַן צעבראָכן און פֿאַרשעמטפֿון װעגן כּוּש, זײער אױסקוק, און פֿון װעגן מצרַיִם, זײער באַרימונג. /20:6 און דער באַװױנער פֿון דאָזיקן ברעגלאַנדװעט זאָגן אין יענעם טאָג:זע, אַזױ איז געװאָרן פֿון אונדזער אױסקוק, װאָס מיר זײַנען אַהין געלאָפֿן נאָך הילף, ניצול צו װערן פֿון מלך פֿון אשור, און װי װעלן מיר אַנטרונען װערן?


/21:1 די נבֿואה אױף דעם מדבר בײַם ים. װי שטורעמס אין דָרום װעט עס דורכגײן;פֿון מדבר קומט עס, פֿון אַ מוראדיקן לאַנד. /21:2 אַ שװערע זעונג איז מיר אָנגעזאָגט געװאָרן:דער פֿעלשער פֿעלשט, און דער רױבער רױבט. גײ, אַרױף אֵלֶם! באַלעגער, מָדַי!אַלע זיפֿצן װאָס דורך איר מאַך איך אױפֿהערן. /21:3 דרום זײַנען מײַנע לענדן פֿול מיט ציטערניש, װײען האָבן מיך אָנגענומעןװי װײען פֿון אַ געװינערין;איך בין צעקרימט און קען ניט הערן, איך בין צעטומלט און קען ניט זען. /21:4 צעדולט איז מײַן האַרץ, אַן אַנגסט האָט מיך צעגרױלט;מײַן גלוסטיקן אָװנטהאָט מען מיר צו שױדער געמאַכט. /21:5 מע גרײט דעם טיש, מע דעקט די דעקע, מע עסט, מע טרינקט –״שטײט אױף, איר האַרן, באַזאַלבט דעם שילד!״

/21:6 װאָרום אַזױ האָט צו מיר גאָט געזאָגט:גײ שטעל אַ װעכטער;װאָס ער װעט זען זאָל ער זאָגן. /21:7 און אַז ער װעט זען אַ גערײַט, געשפּאַנען פֿערד, אַ גערײַט אײזלען, אַ גערײַט קעמלען, זאָל ער האָרכן אַ האָרכונג, אַ האָרכונג אַ גרױסע.

/21:8 האָט ער אױסגעשריִען װי אַ לײב:אױפֿן װאַכטורעם, גאָט, שטײ איך תּמיד בײַ טאָג, און אױף מײַן היטונגבין איך געשטעלט אַלע נעכט.

/21:9 און זע, אָט איז געקומעןאַ גערײַט מענטשן, געשפּאַנען פֿערד;און ער האָט אױסגערופֿן און געזאָגט:געפֿאַלן, געפֿאַלן איז בָבֿל, און אַלע אירע שניצגעטערהאָט מען צעבראָכן צו דער ערד.

/21:10 דו געדראָשענע מײַנע, און קינד פֿון מײַן שײַער, װאָס איך האָב געהערט פֿון יהוה פֿון צבֿאותדעם גאָט פֿון ישׂראל, אײַך האָב איך דערצײלט,

/21:11 די נבֿואה אױף דוּמָה.

צו מיר רופֿט מען פֿון שֵׂעִיר:װעכטער, װאָס פֿון דער נאַכט?װעכטער, װאָס פֿון דער נאַכט?/21:12 זאָגט דער װעכטער:געקומען פֿרימאָרגן און אױך נאַכט;אױב איר װילט פֿרעגן, פֿרעגט, קומט װידער צו גײן.

/21:13 די נבֿואה אױף עַרָבֿ. װי אין װאַלד װעט איר נעכטיקן אין עַרָבֿ, קאַראַװאַנען פֿון דדָנים. /21:14 ברענגט װאַסער אַנטקעגן דעם דאָרשטיקן;די באַװױנער פֿון לאַנד תֵּימאזאָלן באַגעגענען מיט ברױט פֿאַר אים דעם פֿאַרװאָגלטן. /21:15 װאָרום פֿון שװערדן זײַנען זײ אַנטלאָפֿן, פֿון דער געצױגענער שװערד, און פֿון דעם געשפּאַנטן בױגן, און פֿון דער שװערער מלחמה.

/21:16 װאָרום אַזױ האָט צו מיר גאָט געזאָגט:אין נאָך אַ יאָר, װי די יאָרן פֿון אַ געדונגענעם, װעט פֿאַרלענדט װערן די גאַנצע פּראַכט פֿון קֵדר, /21:17 און די געבליבענע צאָל בױגנלײַט, די גיבורים פֿון די קינדער פֿון קֵדר, װעלן זײַן װינציק, װאָרום יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט גערעדט.


/22:1 די נבֿואה אױף דעם טאָל פֿון זעונג. װאָס איז דיר דעןװאָס דו ביסט אין גאַנצן אױף די דעכער אַרױף, /22:2 דו פֿולע מיט טומל, דו רױשיקע שטאָט, דו לוסטיקער כּרך?דײַנע דערשלאָגענע זײַנען ניט פֿון שװערד דערשלאָגן, און ניט אין מלחמה געטײטע. /22:3 אַלע דײַנע פֿירער זײַנען אין אײנעם אַנטלאָפֿן, אָן אַ בױגן זײַנען זײ געפֿאַנגען געװאָרן;אַלע דײַנע געפֿונענע זײַנען אין אײנעם געפֿאַנגען געװאָרן –די װאָס זײַנען אין דער װײַט אַנטלאָפֿן. /22:4 דרום האָב איך געזאָגט: קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, לאָמיך ביטערלעך װײנען;איר זאָלט ניט צושטײן מיך צו טרײסטן, אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק. /22:5 װאָרום אַ טאָג פֿון טומל און טרעטונג און צעטומלטקײטאיז בײַ דעם האַר, גאָט פֿון צבֿאות, אין טאָל פֿון זעונג;מע ברעכט מױערן, און אַ געשרײ ביזן באַרג. /22:6 און אֵלֶם טראָגט דעם פֿײַלבײַטל, מיט אַ מחנה מענטשן רײַטער, און קיר האָט אַנטבלױזט דעם שילד. /22:7 און עס איז געװען, אַז דײַנע בעסטע טאָלן זײַנען פֿול געװאָרן מיט רײַטװעגן, און די רײַטער האָבן שטעלן זיך אױסגעשטעלט קעגן טױער, /22:8 און דעם צודעק פֿון יהוּדה האָט מען אָפּגעדעקט, אין יענעם טאָג האָסטו אױסגעקוקט אױפֿן װאַפֿן פֿון װאַלד-הױז. /22:9 און די שפּאַלטן פֿון דָוִדס-שטאָט האָט איר געזעןאַז זײ זײַנען פֿיל;און איר האָט אײַנגעזאַמלט דאָס װאַסער פֿון אונטערשטן טײַך. /22:10 און די הײַזער פֿון ירושלים האָט איר פֿאַרצײכנט, און אײַנגעװאָרפֿן די הײַזער צו באַפֿעסטיקן די מױער. /22:11 און אַ זאַמלאָרט צװישן די צװײ מױערן האָט איר געמאַכט, פֿאַר דעם װאַסער פֿון אַלטן טײַך. און איר האָט ניט געקוקט צו דעם װאָס האָט עס געטאָן, און דעם װאָס האָט עס באַשערט פֿון לאַנג אָןהאָט איר ניט געזען. /22:12 און דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות, האָט גערופֿן אין יענעם טאָג, צו געװײן און צו קלאָג און צו פּליכעניש, און צום אָנגורטן זאַק;/22:13 ערשט עס איז שָׂשׂון-וּשִׂמחה, קױלן רינדער און שעכטן שאָף, עסן פֿלײש, און טרינקען װײַן;״עסן און טרינקען, װאָרום מאָרגן װעלן מיר שטאַרבן״. /22:14 און גאָט פֿון צבֿאות האָט זיך אַנטפּלעקט אין מײַנע אױערן:אױב די דאָזיקע זינד װעט אײַך פֿאַרגעבן װערןביז איר װעט שטאַרבן!האָט געזאָגט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות. /22:15 אַזױ האָט געזאָגט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות:גײ קום צו דעם דאָזיקן אױפֿזעער, צו שֶבֿנאָ װאָס איבערן פּאַלאַץ:/22:16 װאָס האָסטו דאָ, און װעמען האָסטו דאָ, װאָס דו האָסט דיר דאָ אַ קבֿר אױסגעהאַקט, דו װאָס האָסט אױסגעהאַקט אין דער הײך דײַן קבֿר, זיך אױסגעשניטן אין פֿעלדז אַ װױנונג?/22:17 זע, גאָט שלײַדערט דיך אַ מאַכטיקן שלײַדער, און דרײט דיך אום דרײענדיק;/22:18 קוליִען אין אַ קול װעט ער דיך אַװעקקוליען, װי אַ באַל, אין אַ ברײטרױמיק לאַנד. דאָרטן װעסטו שטאַרבן, און דאָרטן װעלן זײַן דײַנע פּראַכטיקע רײַטװעגן, דו שאַנד פֿון דעם הױז פֿון דײַן האַר!/22:19 און איך װעל דיך אַראָפּשטױסן פֿון דײַן שטאַנד, און פֿון דײַן שטעל װעט מען דיך אַראָפּװאַרפֿן. /22:20 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך רופֿן מײַן קנעכל אֶליָקים דעם זון פֿון חִלקִיָהון. /22:21 און איך װעל אים אָנטאָן דײַן העמדל, און דײַן גאַרטל װעל איך אים אַרומבינדן, און דײַן ממשלה װעל איך געבן אין זײַן האַנט;און ער װעט זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער צום באַװױנער פֿון ירושלים, און צום הױז פֿון יהוּדה. /22:22 און איך װעל געבן דעם שליסל פֿון דָוִדס הױז אױף זײַן אַקסל, און ער װעט עפֿענען, און קײנער װעט ניט פֿאַרשליסן, און ער װעט פֿאַרשליסן, און קײנער װעט ניט עפֿענען. /22:23 און איך װעל אים באַפֿעסיטקן װי אַ פֿלעקלאין אַ זיכערן אָרט;און ער װעט זײַן אַ טראָן פֿון כּבֿוד פֿאַר זײַן פֿאָטערס הױז. /22:24 און דאָס גאַנצע געזעמל פֿון זײַן פֿאָטערס הױז, קינד און קײט, װעלן אָנהענגען אױף אים אַלע קלײנע געפֿעסן, פֿון די בעקנגעפֿעסן און ביז אַלע קרוגגעפֿעסן. /22:25 אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט פֿון צבֿאות, װעט אָפּגעטאָן װערן דאָס פֿלעקלװאָס איז באַפֿעסטיקט אין אַ זיכערן אָרט, און װעט אָפּגעהאַקט װערן און אַראָפּפֿאַלן, און די משׂא װאָס אױף אים װעט פֿאַרשניטן װערן;װאָרום גאָט האָט גערעדט.


/23:1 די נבֿואה אױף צור. יאָמערט איר שיפֿן פֿון תַּרְשִיש, װאָרום זי איז פֿאַרװיסט, אָן אַ הױז, אָן אַן אײַנגאַנג;פֿון לאַנד פֿון די כִּתּיםאיז דאָס זײ אַנטפּלעקט געװאָרן. /23:2 זײַט שטיל, איר באַװױנער פֿון ברעג;דו װאָס די סָוחרים פֿון צידון, די ים-פֿאָרער, האָבן דיך אָנגעפֿילט. /23:3 און איבער גרױסע װאַסערן איז דער זאָמען פֿון שיחור, דער שניט פֿון נילוס, איר אײַנקום געװען;און זי איז געװען דער מאַרק פֿון די פֿעלקער. /23:4 שעם זיך צידון, װאָרום דער ים האָט געזאָגט, די פֿעסטונג פֿון ים, אַזױ צו זאָגן:װי איך װאָלט גאָר ניט געװײטאָקט און ניט געבאָרן, און קײן בחורים ניט דערצױגן, אָדער יונגפֿרױען אױפֿגעבראַכט. /23:5 אַז מע װעט הערן אין מצרַיִם, װעט מען ציטערן בײַ דער הערונג פֿון צור.

/23:6 גײט אַריבער קײן תַּרְשִיש, יאָמערט, איר באַװױנער פֿון ברעג. /23:7 איז דאָס אײַך די לוסטיקע, װאָס פֿון פֿריִע פֿאַרצײַטיקע טעג פֿלעגן זי פֿירן אירע פֿיסאין דער װײַטן צו װױנען?/23:8 װער האָט דאָס באַראָטן אױף צור דער באַקרױנטער, װאָס אירע סָוחרים זײַנען געװען שׂרָרות, אירע האַנדלסלײַט די נִכבָדים פֿון דער ערד?/23:9 גאָט פֿון צבֿאות האָט דאָס באַראָטן, צו פֿאַרשװעכן דעם שטאָלץ פֿון אַל דער שײנקײט, צו מאַכן גרינגגעשאַצט אַלע נִכבָדים פֿון דער ערד. /23:10 איבערפֿלײץ דײַן לאַנד װי דער נילוס, טאָכטער תַּרְשִיש, ניטאָ מער קײן אײַנצאַם. /23:11 ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט איבערן ים, ער האָט געמאַכט ציטערן מלוכות;גאָט האָט באַפֿױלן װעגן כּנַעַן, צו פֿאַרטיליקן אירע פֿעסטונגען. /23:12 און ער האָט געזאָגט: װעסט ניט מער לוסטיק זײַן, געשענדטע יונגפֿרױ טאָכטער צידון. שטײ אױף, גײ אַריבער קײן כִּתּים;אױך דאָרט װעסטו קײן מנוחה ניט האָבן.

/23:13 זע, דאָס לאַנד פֿון די כַּשׂדים –די דאָזיקע אומה איז נאָך ניט געװעןװען אשור האָט עס געגרונטפֿעסט פֿאַר מדבר-לײַט –זײ האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע באַלעגערטורעמס, זײ האָבן אײַנגעװאָרפֿן אירע פּאַלאַצן;מע האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ חוּרבֿה. /23:14 יאָמערט איר שיפֿן פֿון תַּרְשִיש, װאָרום פֿאַרװיסט געװאָרן איז אײַער פֿעסטונג.

/23:15 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג:װעט צור זײַן פֿאַרגעסן זיבעציק יאָר, אַזױ װי די טעג פֿון אײן מלך;צום סָוף פֿון זיבעציק יאָר װעט געשען מיט צוראַזױ װי אין געזאַנג פֿון דער זונה:

/23:16 נעם אַ האַרף, גײ אום אין שטאָט, פֿאַרגעסענע זונה;שפּיל שײן, זינג פֿיל, כּדי זאָלסט דערמאָנט װערן.

/23:17 און עס װעט זײַן צום סָוף פֿון זיבעציק יאָר, װעט גאָט זיך דערמאָנען אָן צור, און זי װעט זיך אומקערן צו איר זונה-לױן, און װעט װידער פֿאַרקערן מיט אַלע קיניגרײַכן פֿון דער װעלטאױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. /23:18 אָבער איר פֿאַרדינסט און איר זונה-לױןװעט זײַן הײליק צו גאָט;ער װעט ניט באַהאַלטן און ניט אײַנגעשלאָסן װערן;נײַערט פֿאַר די װאָס זיצן פֿאַר גאָט װעט זײַן איר פֿאַרדינסט, צו עסן צו זאַט, און פֿאַר אַ צודעק אַ שײנעם.


/24:1 זע, גאָט לײדיקט אױס די ערד און פֿאַרװיסט זי, און װעט צעדרײען איר פּנים, און צעשפּרײטן אירע באַװױנער. /24:2 און עס װעט זײַן, אַזױ דאָס פֿאָלק אַזױ דער כּהן, אַזױ דער קנעכט אַזױ זײַן האַר, אַזױ די דינסט אַזױ איר האַרינטע, אַזױ דער קױפֿער אַזױ דער פֿאַרקױפֿער, אַזױ דער מלוה אַזױ דער לײַער, אַזױ דער מאָנער אַזױ דער װאָס מע מאָנט פֿון אים. /24:3 אױסגעלײדיקט װעט אױסגעלײדיקט װערן די ערד, און צערױבט װעט זי צערױבט װערן;װאָרום גאָט האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט. /24:4 פֿאַראָבֿלט, פֿאַרװעלקט איז די ערד, פֿאַרשניטן, פֿאַרװעלקט איז די װעלט, פֿאַרשניטן די הױכע לײַט פֿון דער ערד. /24:5 און די ערד איז זינדיק אונטער אירע באַװױנער, װאָרום זײ האָבן עובֿר געװען אױף די לערנונגען, איבערגעטרעטן דאָס געזעץ, פֿאַרשטערט דעם אײביקן בונד. /24:6 דרום עסט אױף אַ קללה די ערד, און פֿאַרשולדיקט זײַנען די װױנער דערין;דרום גײען אײַן די באַװױנער פֿון דער ערד, און מענטשן בלײַבן װינציק. /24:7 עס טרױערט דער װײַן, פֿאַרװעלקט איז דער װײַנשטאָק, עס זיפֿצן אַלע פֿרײלעכע הערצער. /24:8 אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון די פּױקן, פֿאַרמיטן איז דער ליאַרעם פֿון די לוסטיקע, אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון דער האַרף. /24:9 מע טרינקט ניט קײן װײַן מיט געזאַנג, ביטער איז דער טרונק זײַנע טרינקער. /24:10 צעבראָכן איז די נישטיקע שטאָט, פֿאַרשלאָסן איטלעך הױז ניט אַרײַנצוגײן. /24:11 אַ װײגעשרײ אין די גאַסן בײַם װײַן;פֿאַרפֿינצטערט איז איטלעכע שִׂמחה, פֿאַרװאָגעלט די פֿרײד פֿונעם לאַנד. /24:12 געבליבן איז אַ װיסטקײט אין שטאָט, און צעהאַקט אין אַ חוּרבֿה איז דער טױער. /24:13 װאָרום אַזױ װעט עס זײַן אין מיטן פֿון דער ערד, צװישן די פֿעלקער;װי בײַם אָפּקלאַפּן אַן אײלבערטבױם, װי אַ נאָכקלײַב װען די לעז איז געענדיקט. /24:14 די דאָזיקע װעלן אױפֿהײבן זײער קָול אין געזאַנג, װעגן דער גרױסקײט פֿון יהוה טוען זײ שאַלן פֿון אים. /24:15 דרום טוט ערלעכן יהוהאין די לענדער פֿון ליכט, אױף די אינזלען פֿון ים, דעם נאָמען פֿון יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל.

/24:16 פֿון עק ערד האָבן מיר געזאַנגען געהערט:״פּראַכט צו דעם גערעכטן!״אָבער איך זאָג:איך גײ אײַן, איך גײ אײַן, װי איז מיר!די פֿעלשער טוען פֿעלשן, יאָ, אַ פֿעלשונג פֿעלשן די פֿעלשער. /24:17 אַ גרױל און אַ גרוב און אַ נעץ אױף דיר, באַװױנער פֿון דער ערד. /24:18 און עס װעט זײַן, דער װאָס אַנטלױפֿט פֿון דעם קָול פֿון גרױל, װעט אַרײַנפֿאַלן אין גרוב, און דער װאָס קומט אַרױף פֿון גרוב, װעט געפֿאַנגען װערן אין נעץ;װאָרום די פֿענצטער פֿון דער הײך האָבן זיך געעפֿנט, און עס שטורעמען די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד. /24:19 ברעכן צעברעכט זיך די ערד, ברעקלען צעברעקלט זיך די ערד, װאַקלען טוט זיך װאַקלען די ערד. /24:20 שאָקלען װי אַ שיכּורער װעט זיך שאָקלען די ערד, און װעט זיך טרײסלען װי אַ נאַכטבײַדל;און שװער װעט זײַן איר פֿאַרברעך אױף איר, און זי װעט פֿאַלן, און מער ניט אױפֿשטײן.

/24:21 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט גאָט זיך רעכענען מיט דעם חיל פֿון דער הײךאין דער הײך, און מיט די מלכים פֿון דער ערדאױף דער ערד. און זײ װעלן אײַנגעזאַמלט װערןװי מע זאַמלט געפֿאַנגענע אין תּפֿיסה, /24:22 און זײ װעלן אײַנגעשלאָסן װערן אין פֿעסטונג, און ערשט נאָך פֿיל טעג װעלן זײ דערמאָנט װערן. /24:23 און די לבֿנה װעט זיך שעמען, און די זון װעט פֿאַרשעמט װערן, װאָרום גאָט פֿון צבֿאות טוט קיניגןאױף באַרג צִיון, און אין ירושלים;און אַנטקעגן זײַנע עלטסטע װעט זײַן אַ פּראַכטיקײט.


/25:1 יהוה, דו ביסט מײַן גאָט, איך װעל דיך דערהײבן, איך װעל לױבן דײַן נאָמען, װאָרום האָסט אױפֿגעטאָן װוּנדער;די באַראָטן פֿון לאַנג אָן –מיט טרײַער געטרײַשאַפֿט. /25:2 װאָרום האָסט געמאַכט פֿון אַ שטאָט אַ הױפֿן, אַ באַפֿעסטיקטן כּרך פֿאַר אַ חוּרבֿה, די פּאַלאַצן פֿון פֿרעמדע פֿאַר אױס שטאָט, זײ זאָלן אײביק ניט אָפּגעבױט װערן. /25:3 דרום װעט דיך ערלעכן די שטאַרקע אומה, דער כּרך פֿון מאַכטיקע פֿעלקער װעט דיך פֿאָרכטן. /25:4 װאָרום ביסט געװען אַ פֿעסטונג דעם אָרימאַן, אַ פֿעסטונג דעם באַדערפֿטיקן אין זײַן נױט, אַ שוץ פֿון גוסרעגן, אַ שאָטן פֿון היץ;װאָרום דער צאָרן פֿון די מאַכטיקעאיז װי אַ גוסרעגן אױף אַ װאַנט. /25:5 אַזױ װי היץ אין אַ טרוקענעם לאַנד, דאָס גערױש פֿון די פֿרעמדע אונטערטעניקסטו;װי היץ דורך אַ װאָלקנשאָטן, װערט דאָס געזאַנג פֿון די מאַכטיקע פֿאַרדריקט.

/25:6 און גאָט פֿון צבֿאות װעט מאַכןפֿאַר אַלע פֿעלקער אױף דעם דאָזיקן באַרג, אַ מאָלצײַט פֿון פֿעטשפּײַזן, אַ מאָלצײַט פֿון הײװנװײַנען, פֿעטשפּײַזן מאַרכיקע, הײװנװײַנען געלײַטערטע. /25:7 און ער װעט פֿאַרטיליקן אױף דעם דאָזיקן באַרגדעם צודעק װאָס דעקט צו אַלע פֿעלקער, און דעם שלײער װאָס איז געשלײערט אױף אַלע אומות. /25:8 ער װעט פֿאַרטיליקן דעם טױט אױף אײביק;און גאָט דער האַר װעט אָפּװישןדי טרער פֿון איטלעכן פּנים, און די שאַנד פֿון זײַן פֿאָלקװעט ער אָפּטאָן פֿון דער גאַנצער ערד;װאָרום גאָט האָט גערעדט.

/25:9 און מע װעט זאָגן אין יענעם טאָג:זע, דאָס איז אונדזער גאָט, װאָס מיר האָבן געהאָפֿט צו אים ער זאָל אונדז העלפֿן, דאָס איז יהוה װאָס מיר האָבן געהאָפֿט צו אים, לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען מיט זײַן הילף. /25:10 װאָרום די האַנט פֿון גאָט װעט רוען אױף דעם דאָזיקן באַרג, און מואָבֿ װעט צעטרעטן װערן אױף זײַן אָרט, װי שטרױ װערט צעטרעטן אין מיסטהױפֿן. /25:11 און ער װעט אױסשפּרײטן דערין זײַנע הענט, װי אַ שװימער שפּרײט אױס צום שװימען;אָבער מע װעט דערנידערן זײַן גאװהמיט די קונצן פֿון זײַנע הענט:/25:12 און די הױכע פֿעסטונג פֿון דײַנע מױערןבײגט ער, דערנידערט ער, ברענגט ער צו דער ערד ביזן שטױב.


/26:1 אין יענעם טאָג װעט געזונגען װערןדאָס דאָזיקע געזאַנג אין לאַנד יהוּדה:אַ שטאַרקע שטאָט האָבן מיר;מױערן און פֿעסטונגען מאַכט ער פֿאַר הילף. /26:2 עפֿנט די טױערן, און זאָל אַרײַנגײן דאָס גערעכטע פֿאָלק, װאָס היט אָפּ געטרײַשאַפֿט. /26:3 דאָס געמיט װאָס פֿאַרלאָזט זיךבאַהיטסטו אין שלום;אין שלום, װײַל עס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר. /26:4 פֿאַרזיכערט אײַך אױף יהוה ביז אײביק, װאָרום אין יָה יהוה איז אַן אײביקער פֿעלדז. /26:5 װאָרום ער האָט געבײגט די װאָס זיצן אין דער הײך, די דערהױבענע שטאָט;ער דערנידערט זי, ער דערנידערט זי ביז דער ערד, ער ברענגט זי ביזן שטױב. /26:6 דער פֿוס װעט זי צעטרעטן, די פֿיס פֿון דעם אָרימען, די טריט פֿון באַדערפֿטיקע.

/26:7 דער װעג פֿון גערעכטן איז גלײַך;דו רעכטפֿאַרטיקער, מאַכסט גלאַט דעם שטעג פֿון גערעכטן;/26:8 יאָ, אױף דעם װעג פֿון דײַנע משפּטיםהאָבן מיר געהאָפֿט אױף דיר, גאָט;צו דײַן נאָמען און צו דײַן געדעכענישאיז די גלוסטונג פֿון דער זעל. /26:9 מיט מײַן זעל האָב איך דיך געגלוסט בײַ נאַכט, יאָ, מיט מײַן גײַסט אין מיר האָב איך דיך געזוכט, װאָרום אַז דײַנע משפּטים זײַנען אױף דער ערד, לערנען גערעכטיקײט די באַװױנער פֿון דער װעלט. /26:10 װערט דער רָשע געלײַטזעליקט, לערנט ער ניט גערעכטיקײט;אין לאַנד פֿון ערלעכקײט טוט ער אומרעכט, און ער זעט ניט די גרױסקײט פֿון גאָט.

/26:11 גאָט, אױפֿגעהױבן איז דײַן האַנט, אָבער זײ זעען ניט;זאָלן זײ זען און זיך שעמעןדײַן אָננעמען זיך פֿאַרן פֿאָלק;יאָ, אַ פֿײַער זאָל דײַנע פֿײַנט פֿאַרצערן. /26:12 גאָט, באַשער אונדז שלום, װאָרום אױך אַלע אונדזערע אױפֿטועןהאָסט דו אױסגעפֿירט פֿאַר אונדז. /26:13 יהוה אונדזער גאָט, האַרן אחוץ דיר האָבן געהערשט איבער אונדז. אָבער נאָר דיך האָבן מיר דערמאָנט – דײַן נאָמען. /26:14 די מתים װעלן ניט לעבעדיק װערן, די טױטע װעלן ניט אױפֿשטײן;פֿאַר װאָר האָסט געשטראָפֿט און זײ פֿאַרטיליקט, און אונטערגעבראַכט יעטװעדער זכר פֿון זײ. /26:15 האָסט געמערט בײַ די פֿעלקער, גאָט, האָסט געמערט בײַ די פֿעלקער דײַן כּבֿוד;האָסט דערגרײכט אַלע װײַטע עקן פֿון דער ערד.

/26:16 גאָט, אין נױט האָבן זײ דיך דערמאָנט, זײ האָבן אױסגעגאָסן אַ שטיל געבעט, װען דײַן שטראָף איז געװען אױף זײ. /26:17 װי אַ טראָגעדיקע װאָס גײט צו קינד, דרײט זיך, שרײַט אין אירע װײען, אַזױ זײַנען מיר געװען פֿאַר דיר, גאָט. /26:18 מיר האָבן געטראָגן, מיר האָבן געװײטאָקט, און אַזױ װי מיר װאָלטן װינט געבאָרן;קײן ישועות האָבן מיר ניט אױסגעװירקט אין לאַנד, און ניט אױפֿגעלעבט האָבן די באַװױנער פֿון דער װעלט. /26:19 זאָלן אױפֿלעבן דײַנע מתים, מײַנע טױטע לײַבער זאָלן אױפֿשטײן!װאַכט אױף און זינגט, איר װאָס רוט אין שטױב;װאָרום אַ טױ פֿון ליכטיקײט איז דײַן טױ, און די ערד װעט די טױטע אַרױסגעבן.

/26:20 קום, מײַן פֿאָלק, גײ אַרײַן אין דײַנע קאַמערן, און פֿאַרשליס דײַן טיר הינטער דיר;באַהאַלט זיך אױף אַ קלײן װײַלע, ביז דער צאָרן װעט אַריבער. /26:21 װאָרום זע, גאָט גײט אַרױס פֿון זײַן אָרט, צו באַשטראָפֿן די באַװױנער פֿון דער ערד פֿאַר זײער זינד, און די ערד װעט אַנטפּלעקן איר בלוט, און װעט מער ניט פֿאַרדעקן אירע הרוּגים.


/27:1 אין יענעם טאָג װעט גאָט באַשטראָפֿןמיט זײַן האַרטער און גרױסער און שטאַרקער שװערד, דעם לִויָתן, די לױפֿיקע שלאַנג, און דעם לִויָתן, די געדרײטע שלאַנג;און ער װעט טײטן דעם קראָקאָדיל װאָס אין ים. /27:2 אין יענעם טאָג זינגט צו איר:װײַנגאָרטן פֿון שױמיקן װײַן!/27:3 איך גאָט בין זײַן היטער, אַלע רגע באַװעסער איך אים;טאָמער װעט מען אים בײז טאָן, אים היט איך בײַ נאַכט און בײַ טאָג. /27:4 קײן צאָרן איז ניטאָ אין מיר;װען דאָס איז מיר דערנער און װילדגעװעקס!איך װאָלט אין מלחמה געטרעטן דערױף;איך װאָלט עס פֿאַרברענט מיט אַנאַנדער. /27:5 װען ער זאָל זיך נאָר האַלטן אָן מײַן שטאַרקײט, מאַכן שלום מיט מיר, מיט מיר שלום מאַכן!

/27:6 אין די קומעדיקע טעג װעט זיך אײַנװאָרצלען יעקבֿ, שפּראָצן און בליִען װעט ישׂראל, און דאָס געזיכט פֿון דער װעלט װעט פֿול זײַן מיט פֿרוכט.

/27:7 האָט ער אים געשלאָגן װי ער האָט זײַן שלעגער געשלאָגן?אָדער איז ער װי די טײטונג פֿון זײַנע געטײטע געטײט געװאָרן?/27:8 װען פֿול די מאָס, באַשטראָפֿסטו זי מיט אַװעקשיקן;ער האָט זי פֿאַרטריבן אין זײַן שװער געמיטאין טאָג פֿון מזרח-װינט. /27:9 דרום װעט דערמיט פֿאַרגעבן װערן די זינד פֿון יעקבֿ, און דאָס איז אַל דער אָפּצאָל פֿאַר אָפּטאָן זײַן חטא:װען ער װעט מאַכן אַלע מזבח-שטײנערװי קאַלכשטײנער צעהאַקטע, אַז מער זאָלן ניט אױפֿשטײןקײן געצנבײמער און קײן זונזײַלן. /27:10 װאָרום די באַפֿעסטיקטע שטאָט איז אַלײן, אַ װױנונג אַװעקגעװאָרפֿן און פֿאַרלאָזט װי אַ מדבר;דאָרט װעט זיך פֿיטערן אַ קאַלב, און דאָרט װעט עס הױערן, און פֿאַרלענדן אירע צװײַגן. /27:11 װען אירע ריטלעך זײַנען פֿאַרדאַרט, װעלן זײ אָפּגעבראָכן װערן;װײַבער קומען און צינדן זי אָן. װאָרום אַ פֿאָלק אָן פֿאַרשטאַנדיקײט איז דאָס;דרום װעט אים ניט דערבאַרימען זײַן בורא, און זײַן באַשעפֿער װעט אים ניט לײַטזעליקן.

/27:12 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט גאָט אָפּקלאַפּן זײַן פֿרוכטפֿון שטראָם פֿון דעם טײַך [פּרת], ביז דעם טײַך פֿון מצרַיִם, און איר װעט אױפֿגעקליבן װערן אײנציק-אײנציקװײַז, קינדער פֿון ישׂראל.

/27:13 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט געבלאָזן װערן אין אַ גרױסן שופֿר, און עס װעלן קומען די פֿאַרלאָרענע אין לאַנד אשור, און די פֿאַרשטױסענע אין לאַנד מצרַיִם, און זײ װעלן זיך בוקן צו גאָטאױפֿן הײליקן באַרג אין ירושלים.


/28:1 װײ, די שטאָלצע קרױןפֿון די שכּורים פֿון אפֿרים, און די װעלקעדיקע בליִעכץפֿון זײַן פּראַכטיקער שײנקײט, װאָס אױפֿן שטאָלצבאַזאַלבטן קאָפּפֿון די װײַנפֿאַרטומלטע!/28:2 זע, גאָט האָט אַ שטאַרקן און אַ מאַכטיקן, װי אַ האָגלגעװיטער, אַ שטורעם פֿון צעשטערונג, װי אַ שטראָם פֿון שטאַרקע, פֿלײציקע װאַסערן, װאָס לײגט צו דער ערד מיט געװאַלט. /28:3 מיט די פֿיס װעט צעטרעטן װערןדי שטאָלצע קרױן פֿון די שכּורים פֿון אפֿרים. /28:4 און די װעלקעדיקע בליִעכץ פֿון זײַן פּראַכטיקער שײנקײט, װאָס אױפֿן שטאָלצבאַזאַלבטן קאָפּ, װעט זײַן װי אַן ערשטפֿרוכט פֿאַר זומער, װאָס אַז דער זעער דערזעט זי, שלינגט ער זי אײַן װען זי איז נאָך אין זײַן האַנט.

/28:5 אין יענעם טאָג װעט גאָט פֿון צבֿאות זײַןפֿאַר אַ קרױן פֿון שײנקײט, און פֿאַר אַ קראַנץ פֿון פּראַכטיקײט, פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק, /28:6 און פֿאַר אַ גײַסט פֿון משפּטפֿאַר דעם װאָס זיצט איבערן משפּט, און פֿאַר גבֿורהצו די װאָס שלאָגן צוריק די מלחמה בײַם טױער.

/28:7 און אױך די דאָזיקע װאַקלען זיך פֿון װײַן, און שאָקלען זיך פֿון טרונק;דער כּהן און דער נבֿיא װאַקלען זיך פֿון טרונק, זײ זײַנען צעמישט פֿון װײַן, זײ שאָקלען זיך פֿון טרונק, זײ װאַקלען זיך אין דער זעונג, זײ װערן געשטרױכלט בײַם משפּט. /28:8 װאָרום אַלע טישן זײַנען פֿול מיט שמוציקער מײקעכץ, ביז ניטאָ אַן אָרט אַ רײנער .

/28:9 װעמען זאָל מען לערנען װיסן?און װעמען געבן צו פֿאַרשטײן די הערונג?פֿון מילך אַנטװױנטע?פֿון ברוסט אַװעקגענומענע?/28:10 װאָרום עס איז אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ ביסל דאָ, אַ ביסעל דאָרט. /28:11 װאָרום מיט אַ שטאַמלדיקער ליפּ, און מיט אַ פֿרעמדן לשון, מוז מען רעדן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק, /28:12 װאָס מע האָט צו זײ געזאָגט: דאָס איז די רוּונג , מאַכט רוען דעם מידן;און דאָס איז די מנוחה;אָבער זײ האָבן ניט געװאָלט הערן. /28:13 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז בײַ זײאַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ ביסל דאָ, אַ ביסל דאָרט;כּדי זײ זאָלן גײן און געשטרױכלט װערן אַהינטער, און צעבראָכן און געפֿאַנגען און באַצװוּנגען װערן.

/28:14 דרום הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר לײַט פֿון געשפּעט, איר װערטלזאָגער פֿון דאָזיקן פֿאָלק װאָס אין ירושָלַיִם:/28:15 װײַל איר האָט געזאָגט:מיר האָבן געשלאָסן אַ בונד מיטן טױט, און מיט דער אונטערערד האָבן מיר אַן אָפּמאַך געמאַכט;אַז די פֿלײציקע רוט װעט דורכגײן, װעט זי צו אונדז ניט קומען, װאָרום מיר האָבן ליגן געמאַכט אונדזער באַשיצונג, און אין פֿאַלשקײט האָבן מיר זיך פֿאַרבאָרגן;/28:16 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:זע, איך גרונטפֿעסט אין צִיון אַ שטײן, אַ געפּרוּװטן שטײן, אַ טײַערן װינקל, אַ פֿעסטן גרונטפֿעסט;דער װאָס גלױבט, זאָל ניט אײַלן. /28:17 און איך װעל מאַכן גערעכטיקײט פֿאַר אַ מעסטשנור, און רעכטפֿאַרטיקײט פֿאַר אַ בױגעװיכט;און אַ האָגל װעט אַװעקקערן די באַשיצונג פֿון ליגן, און די פֿאַרבאָרגעניש װעלן װאַסערן אַװעקפֿלײצן. /28:18 און אָפּגעמעקט װעט װערן אײַער בונד מיטן טױט, און אײַער אָפּמאַך מיט דער אונטערערד װעט ניט באַשטײן. אַז די פֿלײציקע רוט װעט דורכגײן, װעט איר פֿון איר צעטרעטן װערן. /28:19 װי אָפֿט זי גײט דורך װעט זי אײַך נעמען;װאָרום פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן װעט זי דורכגײן, בײַ טאָג און בײַ נאַכט;און אַ הױלע שרעק װעט זײַן צו באַנעמען די הערונג. /28:20 װאָרום דאָס בעט איז צו קורץ זיך אױסצוציִען, און דער צודעק צו שמאָל אַז מע דרײט זיך צונױף. /28:21 װאָרום אַזױ װי אױף באַרג פּרָצים װעט גאָט אױפֿשטײן, אַזױ װי אין טאָל פֿון גבֿעון װעט ער צערענען, צו טאָן זײַן טוּונג – פֿרעמד איז זײַן טוּונג, און צו װערקן זײַן װערק – אױסטערליש איז זײַן װערק. /28:22 און אַצונד זאָלט איר ניט שפּעטן, כּדי אײַערע בינדשטריק זאָלן ניט פֿעסטער װערן;װאָרום אַ פֿאַרלענדונג און אַ גזַרהאָב איך געהערט פֿון דעם האַר, גאָט פֿון צבֿאות, אױפֿן גאַנצן לאַנד.

/28:23 לײגט צו דאָס אױער, און הערט מײַן קָול, פֿאַרנעמט און הערט מײַן װאָרט;/28:24 אַקערט דען נאָכאַנאַנד דער אַקערער אױף צו זײען, און עפֿנט און צעהאַקט זײַן ערד?/28:25 פֿאַר װאָר, אַז ער האָט אױסגעגליכן איר אױבערפֿלעך, צעשפּרײט ער שװאַרצקימל, און קימל װאַרפֿט ער אױס, און טוט אַרײַן װײץ אין שורות, און גערשט אױפֿן אָנגעצײכנטן אָרט, און טונקלװײץ בײַם ראַנד דערפֿון. /28:26 װאָרום אים האָט ריכטיק געלערנט, אים טוט װײַזן זײַן גאָט. /28:27 יאָ, ניט מיט אַ דרעששליטן װערט שװאַרצקימל געדראָשן, און אַ ראָד פֿון אַ װאָגן װערט ניט אױף קימל געדרײט;נײַערט מיט אַ שטעקן װערט שװאַרצקימל געקלאַפּט, און קימל מיט אַ רוט. /28:28 װערט ברױטקאָרן צעדריקט?פֿאַר װאָר, ניט אײביק דרעשן דרעשט ער עס;הגם עס רַעַשט דער װאַלץ פֿון זײַן װאָגן מיט זײַנע צאַקן –צעדריקן װעט ער עס ניט. /28:29 דאָס אױך איז אַרױס פֿון גאָט פֿון צבֿאות;װוּנדערלעך איז ער אין באַראָט, גרױס איז ער אין חכמה.


/29:1 װײ, אַריאֵל, אַריאֵל, שטאָט װוּ דוד האָט גערוט!מערט אַ יאָר אױף אַ יאָר, זאָלן די יום-טובֿים זיך אַרומדרײען, /29:2 און איך װעל דריקן אַריאֵל, און עס װעט זײַן אַ קלאָג און אַ קלאָגעניש, און ער װעט מיר זײַן אַזױ װי אַן אַריאֵל. /29:3 און איך װעל לאַגערן אַרום דיר װי אַ ראָד, און װעל דיך באַלעגערן מיט אַן ערדװאַל, און אױפֿשטעלן אױף דיר באַלעגערװערק. /29:4 און נידעריק פֿון דער ערד װעסטו רעדן, און טיף פֿון שטױב װעט קומען דײַן װאָרט;און װי אַ גײַסט פֿון דער ערד װעט זײַן דײַן קָול, און פֿון שטױב װעט פּיפּסן דײַן װאָרט. /29:5 אָבער די דינע שטױב װעט װערן דער המון פֿון דײַנע פֿײַנט, און װי שפּרײ װאָס פֿאַרגײט דער המון פֿון די מאַכטיקע;און פּלוצים-פּלוצלינג װעט עס געשען. /29:6 פֿון גאָט פֿון צבֿאות װעט קומען די שטראָף, מיט דונער און מיט ערדציטערניש און גרױס געפּילדער, שטורעם און געװיטער און פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט. /29:7 און אַזױ װי אַ חָלום, אַ זעונג פֿון דער נאַכט, װעט זײַן דער המון פֿון אַלע פֿעלקערװאָס האַלטן מלחמה אױף אַריאֵל –אי אַלע װאָס האַלטן מלחמה אױף איר, אי די באַלעגערפֿעסטונג אַרום איר, אי די װאָס דריקן זי. /29:8 און עס װעט זײַן:אַזױ װי אַ הונגעריקן חלומט זיך, ערשט ער עסט, און ער כאַפּט זיך אױף, און זײַן לײַב איז לײדיק, און אַזױ װי אַ דאָרשטיקן חלומט זיך, ערשט ער טרינקט, און ער כאַפּט זיך אױף, ערשט ער איז שלאַף, און זײַן זעל איז פֿאַרשמאַכט, אַזױ װעט זײַן דער המון פֿון אַלע פֿעלקער, װאָס האַלטן מלחמה אױף באַרג צִיון.

 /29:9 פֿאַרדולט אײַך און זײַט צעדולט!פֿאַרבלענדט אײַך און זײַט בלינד!איר װאָס זײַט שכּור און ניט פֿון װײַן, װאָס שאָקלט זיך און ניט פֿון טרונק. /29:10 װאָרום גאָט האָט אױסגעגאָסן אױף אײַךאַ גײַסט פֿון הינערפּלעט, און האָט צוגעמאַכט אײַערע אױגן, די נבֿיאים, און אײַערע קעפּ, די זעערס, האָט ער פֿאַרדעקט.

/29:11 און די זעונג פֿון אַלץ דינג איז פֿאַר אײַך אַזױ װי װערטער פֿון אַ פֿאַרחתמעטן געשריפֿטס, װאָס אַז מע גיט עס צו דעם װאָס קען געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: לײען דאָס, איך בעט דיך, זאָגט ער: איך קען ניט, װאָרום עס איז פֿאַרחתמעט. /29:12 און אַז דאָס געשריפֿטס װערט געגעבן צו דעם װאָס קען ניט קײן געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: לײען דאָס, איך בעט דיך, זאָגט ער: איך קען ניט קײן געשריפֿטס.

/29:13 און גאָט האָט געזאָגט:װײַל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט גענענט מיט זײַן מױל, און מיט זײַנע ליפּן מיך געערלעכט, אָבער זײַן האַרץ האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר, און זײער מורא פֿאַר מיראיז װי אַן אײַנגעלערנט געבאָט פֿון מענטשן, /29:14 דרום זע, איך טו נאָך מער פֿאַרװוּנדערן דאָס דאָזיקע פֿאָלק, װוּנדערלעך פֿאַרװוּנדערן;און פֿאַרלאָרן װערן װעט די חכמה פֿון זײַנע חכמים, און די פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון זײַנע פֿאַרשטאַנדיקעװעט פֿאַרהױלן װערן.

/29:15 װײ, די װאָס פֿאַרהױלן טיף זײער באַראָט פֿון גאָט, און אין דער פֿינצטער זײַנען זײערע מעשׂים, און זײ זאָגן: װער זעט אונדז? און װער װײס אונדז?/29:16 די פֿאַרקערטקײט אײַערע!צי איז דער טעפּער װי לײם גערעכנט, אַז דאָס װערק זאָל זאָגן אױף זײַן מײַנסטער:ער האָט מיך ניט געמאַכט?און דער באַשאַף זאָל זאָגן אױף זײַן באַשעפֿער:ער פֿאַרשטײט ניט?

/29:17 פֿאַר װאָר, אין נאָך אַ קלײן װײַלע, װעט דער לבֿנון פֿאַרקערט װערן אין אַ פֿרוכטגאָרטן, און דער פֿרוכטגאָרטן װעט פֿאַר אַ װאַלד גערעכנט װערן. /29:18 און די טױבע אין יענעם טאָגװעלן הערן די װערטער פֿון אַ בוך, און פֿון חושך און פֿינצטערנישװעלן זען די אױגן פֿון בלינדע. /29:19 און די פֿאַרליטענע װעלן מערןזײער שִׂמחה אין גאָט, און די באַדערפֿטיקע צװישן מענטשןװעלן מיטן הײליקן פֿון ישׂראל זיך פֿרײען. /29:20 װאָרום אַװעק דער מאַכטיקער, און פֿאַרלענדט װעט זײַן דער שפּעטער, און פֿאַרשניטן אַלע װאָס לױערן אױף אומרעכט;/29:21 די װאָס מאַכן שולדיק אַ מענטשן מיט אַ װאָרט, און דעם שטראָפֿזאָגער לײגן זײ אַ שטרױכלונג אין טױער, און פֿאַרדרײען מיט נישט דעם גערעכטן.

/29:22 דרום האָט גאָט, װאָס האָט אױסגעלײזט אַבֿרהמען, אַזױ געזאָגט אױפֿן הױז פֿון יעקבֿ:אַצונד װעט ניט פֿאַרשעמט װערן יעקבֿ, און אַצונד װעט זײַן פּנים ניט בלאַס װערן;/29:23 יאָ, אַז ער װעט זען זײַנע קינדער, דאָס װערק פֿון מײַנע הענט, אין זײַן מיט, װי זײ הײליקן מײַן נאָמען;װאָרום זײ װעלן הײליקן דעם הײליקן פֿון יעקבֿ, און דעם גאָט פֿון ישׂראל װעלן זײ פֿאָרכטן. /29:24 און די פֿאַרפֿירטע אין גײַסט װעלן װיסן צו פֿאַרשטײן, און די מורמלער װעלן לערנען אַ מוסר.


/30:1 װײ, קינדער אָפּקערער, זאָגט גאָט, צו מאַכן עצות װאָס ניט פֿון מיר, און צו װעבן געװעבן װאָס ניט מײַן גײַסט, כּדי צו מערן זינד אױף זינד!/30:2 די װאָס גײען נידערן קײן מצרַיִם, און מײַן מױל האָבן זײ ניט געפֿרעגט;זיך צו שיצן אין דער באַשיצונג פֿון פּרעהן, און זיך צו באַשירעמען אין שאָטן פֿון מצרַיִם. /30:3 אָבער די באַשיצונג פֿון פּרעהן װעט אײַך װערן צו בושה, און די באַשירעמונג אין שאָטן פֿון מצרַיִם צו שאַנד. /30:4 װאָרום אין צועַן זײַנען געװען זײַנע האַרן, און זײַנע שלוחים טוען קײן חָנֵס דערגרײכן. /30:5 אַלע װעלן זײ זיך שעמעןאיבער דעם פֿאָלק װאָס קען זײ ניט נוצן, װאָס זײַנען ניט צו הילף און ניט צו נוץ, נאָר צו בושה און צו חרפּה.

/30:6 די נבֿואה אױפֿן װאַסערפֿערד פֿון דָרום. דורך אַ לאַנד פֿון נױט און אַנגסט, װאָס די לײבינטע און דער לײב איז פֿון דאָרטן, דער פּיפּערנאָטער און דער פֿליִעדיקער לינדװאָרעם, פֿירן זײ אױפֿן רוקן פֿון יונגאײזלען זײערע פֿאַרמעגנס, און אױפֿן הױקער פֿון קעמלען זײערע אוֹצרות, צו אַ פֿאָלק װאָס קען ניט נוצן. /30:7 װאָרום נישטיק און אָן האַפֿט העלפֿט מצרַיִם;דרום רוף איך דאָס: שטאָלץ זײַנען זײ אױף לײדיק צו זיצן. /30:8 אַצונד קום פֿאַרשרײַב עס אױף אַ טאָװל בײַ זײ, און אין אַ בוך פֿאַרצײכן עס, און עס זאָל זײַן ביזן לעצטן טאָג, אױף אײביק און שטענדיק. /30:9 װאָרום אַ װידערשפּעניק פֿאָלק איז דאָס, קינדער לײקענער, קינדער װאָס װילן ניט הערןדי לערנונג פֿון גאָט;/30:10 װאָס זאָגן צו די נבֿיאים:איר זאָלט ניט נבֿיאות זאָגן;און צו די זעערס:איר זאָלט אונדז ניט זען די ריכטיקײט;רעדט אונדז גלאַטע רײד, זעט גענאַרענישן. /30:11 קערט אײַך אָפּ פֿון װעג, נײַגט אײַך אָפּ פֿון שטעג, טוט אָפּ פֿון אונדזער פּניםדעם הײליקן פֿון ישׂראל!/30:12 דרום האָט דער הײליקער פֿון ישׂראל אַזױ געזאָגט:װײַל איר פֿאַראַכט דאָס דאָזיקע װאָרט, און איר האָט אײַך פֿאַרזיכערט אױף רױב און באַטרוג, און אײַך אָנגעלענט דערױף, /30:13 דרום װעט אײַך זײַן די דאָזיקע זינדאַזױ װי אַן אָנקרײטיקער בראָךאַנטפּלעקט אין אַ הױכער מױער, װאָס פּלוצים-פּלוצלינג װעט קומען איר צעברעכעניש. /30:14 און ער װעט זי צעברעכן װי מע צעברעכט אַ טעפּערגעפֿעסצעהאַקן און ניט שױנען;און אין אירע שטיקער װעט זיך ניט געפֿינען אַ שאַרבןאױף אַרױסשאַרן פֿײַער פֿון אױװן, אָדער אָנשעפּן װאַסער פֿון גרוב. /30:15 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר, דער הײליקער פֿון ישׂראל:אין שטילקײט און מנוחה װעט איר געהאָלפֿן װערן, אין רו און זיכערקײט װעט זײַן אײַער גבֿורה;אָבער איר האָט ניט געװאָלט. /30:16 און איר האָט געזאָגט:נײן, נײַערט אױף פֿערד װעלן מיר לױפֿן;דרום װעט איר לױפֿן;און: אױף פֿלינקע װעלן מיר רײַטן;דרום װעלן פֿלינק זײַן אײַערע נאָכיאָגערס. /30:17 אַ טױזנט פֿאַר דעם אָנגעשרײ פֿון אײנעם, פֿאַר דעם אָנגעשרײ פֿון פֿינף װעט איר אַלע אַנטלױפֿן;ביז װאַנען איר װעט בלײַבן װי אַ שטאַנג אױף אַ שפּיץ באַרג, און װי אַ פֿאָן אױף אַ הױכן אָרט. /30:18 אָבער פֿון דעסט װעגן טוט גאָט האַרן אײַך צו לײַטזעליקן, און פֿון דעסט װעגן טוט ער גאַרן אײַך צו דערבאַרימען;װאָרום אַ גאָט פֿון גערעכטיקײט איז יהוה, װױל צו די װאָס האַרן אױף אים.

/30:19 װאָרום דו פֿאָלק װאָס זיצסט אין צִיון, אין ירושלים, װײנען װעסטו מער ניט װײנען;לײַטזעליקן װעט ער דיך לײַטזעליקןאױף דעם קָול פֿון דײַן געשרײ, װי ער װעט הערן, טוט ער דיר ענטפֿערן. /30:20 און גאָט װעט אײַך געבן קאַרג ברױט און קנאַפּ װאַסער, אָבער דײַן לערער װעט מער ניט זײַן פֿאַרהױלן, און דײַנע אױגן װעלן זען דײַן לערער. /30:21 און דײַנע אױערן װעלן הערן אַ װאָרט הינטער דיר, אַזױ צו זאָגן: ״דאָס איז דער װעג, גײט אױף אים״, סײַ איר װעט זיך קערן רעכטס, און סײַ איר װעט זיך קערן לינקס. /30:22 און איר װעט פֿאַראומרײניקןדעם איבערצוג פֿון דײַנע זילבערגעצן, און דעם באַקלײד פֿון דײַן געגאָסענעם גאָלדגעץ. אַװעקװאַרפֿן װעסטו זײ אַזױ װי אומרײנס;״אַרױס!״ װעסטו זאָגן דערצו. /30:23 און ער װעט געבן רעגן פֿאַר דײַן זריעהװאָס דו װעסט זײען אין דער ערד, און דאָס ברױט פֿון דער תּבֿואה פֿון דער ערדװעט זײַן פֿעט און זאַפֿטיק. דײַן פֿי װעט זיך פֿיטערן אין יענעם טאָגאױף אַ לאָנקע אַ ברײטער. /30:24 און די רינדער און די יונגאײזלעןװאָס באַאַרבעטן די ערד, װעלן עסן געשמאַקע פֿוטער, װאָס מע װינטשופֿלט מיט אַ פֿײַער און מיט אַ װינטשופֿל. /30:25 און אױף יעטװעדער הױכן באַרג, און אױף יעטװעדער דערהױבענעם בערגל, װעלן זײַן בעכן, שטראָמען װאַסער, אין דעם טאָג פֿון גרױס טײטונג, װען טורעמס טוען פֿאַלן. /30:26 און דאָס ליכט פֿון דער לבֿנהװעט זײַן װי דאָס ליכט פֿון דער זון, און דאָס ליכט פֿון דער זוןװעט זײַן זיבנפֿאַך – װי דאָס ליכט פֿון זיבן טעג, אין דעם טאָג װאָס גאָט פֿאַרבינדט דעם בראָך פֿון זײַן פֿאָלק, און דעם ריס פֿון זײַן װוּנד טוט ער הײלן.

/30:27 זע, דער נאָמען פֿון גאָט קומט אָן פֿון דער װײַט, זײַן צאָרן ברענט, און אַ שװערער רױך הײבט זיך אױף;זײַנע ליפּן זײַנען פֿול מיט צאָרן, און זײַן צונג װי אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט;/30:28 און זײַן אָטעם װי אַ פֿלײציקער שטראָם, װאָס גרײכט ביז צום האַלדז;צו זיפּן די פֿעלקער אין אַ זיפּ פֿון פֿאַרװיסטונג, מיט אַ פֿאַרפֿיריקער צאַם אױף די באַקן פֿון די אומות. /30:29 אַ געזאַנג װעט בײַ אײַך זײַן, װי אין דער נאַכט װאָס אַ יום-טובֿ װערט געהײליקט, און אַ האַרציקע שִׂמחה, װי בײַ דעם װאָס גײט מיט אַ פֿלײט, צו קומען אױפֿן באַרג פֿון גאָט, צום פֿעלדז פֿון ישׂראל. /30:30 און גאָט װעט לאָזן הערן דעם הילך פֿון זײַן קָול, און װעט װײַזן דעם אַראָפּלאָז פֿון זײַן אָרעם, מיט גרימצאָרן און פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט, מיט װאָלקנבראָך און פֿלײצונג און האָגלשטײן. /30:31 װאָרום פֿון דעם קָול פֿון גאָט װעט צעבראָכן װערן אשור, די רוט מיט װאָס ער פֿלעגט שלאָגן. /30:32 און װוּ נאָר עס גײט דורך דער שטעקן פֿון באַשערונג, װאָס גאָט װעט אַראָפּלאָזן אױף אים, װעט עס זײַן מיט פּױקן און מיט האַרפֿן;און מיט מלחמות פֿון פֿעכטונג װעט ער מלחמה האַלטן אױף זײ. /30:33 װאָרום אָנגעגרײט פֿון נעכטן איז דער פֿײַעראָרט, יאָ, פֿאַרן מלך איז ער צוגעגרײט, טיף איז ער, ברײט איז ער;זײַן הױפֿן האָט פֿײַער און האָלץ אַ סך, גאָטס אָטעם טוט ברענעןװי אַ טײַך שװעבל דערין.


/31:1 װײ, די װאָס נידערן קײן מצרַיִם נאָך הילף, און אױף פֿערד פֿאַרלאָזן זײ זיך;און זײ פֿאַרזיכערן זיך אױף רײַטװעגן, װײַל זײ זײַנען פֿיל, און אױף רײַטער, װײַל זײ זײַנען מאַכטיק זײער;און זײ קערן זיך ניט צו דעם הײליקן פֿון ישׂראל, און גאָט טוען זײ ניט זוכן!/31:2 אָבער פֿאַר װאָר, ער איז קלוג, און ער ברענגט דאָס בײז, און זײַנע װערטער טוט ער ניט אָפּ. און ער װעט אױפֿשטײן קעגן הױז פֿון די שלעכטסטוער, און קעגן דער הילף פֿון די װאָס װערקן אומרעכט. /31:3 און די מִצרים זײַנען מענטשן, און ניט גאָט, און זײערע פֿערד זײַנען פֿלײש, און ניט גײַסט;און גאָט װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט, און שטרױכלען װעט דער העלפֿער, און פֿאַלן װעט דער געהאָלפֿענער, און אַלע אין אײנעם װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן. /31:4 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט צו מיר:אַזױ װי דער לײב און דער יונגלײב ברומט איבער זײַן רױב, הגם אַ פֿולע פּאַסטוכער זײַנען אײַנגעזאַמלט אַרום אים;פֿאַר זײער קָול דערשרעקט ער זיך ניט, און פֿאַר זײער ליאַרעם בײגט ער זיך ניט;אַזױ װעט גאָט פֿון צבֿאות נידערן, צו האַלטן מלחמה אױפֿן באַרג פֿון צִיוןאון אױף איר הױכן אָרט. /31:5 װי פֿױגלען פֿלאַטערנדיק, אַזױ װעט גאָט פֿון צבֿאות באַשירעמען ירושלים, באַשירעמען און מציל זײַן, פֿאַרשױנען און ראַטעװען.

/31:6 קערט אײַך אום צו װעמען איר האָט טיף װידערשפּעניקט, קינדער פֿון ישׂראל. /31:7 פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג װעלן זײ פֿאַראַכטןאיטלעכער זײַנע אָפּגעטער פֿון זילבער, און זײַנע אָפּגעטער פֿון גאָלד, װאָס אײַערע הענט האָבן אײַך געמאַכט צו זינד. /31:8 און אשור װעט פֿאַלן דורך דער שװערד פֿון ניט אַ מאַן, און די שװערד פֿון ניט אַ מענטשן װעט אים פֿאַרצערן;און ער װעט אַנטלױפֿן פֿאַרן שװערד, און זײַנע יונגע לײַט װעלן צו צינדז װערן. /31:9 און זײַן פֿעלדז װעט פֿון מורא פֿאַרגײן, און אַנגסטן פֿאַר דער פֿאָן װעלן זײַנע האַרן, זאָגט גאָט, װאָס זײַן פֿײַער איז אין צִיון, און זײַן אױװן אין ירושלים.


/32:1 זע, מיט רעכטפֿאַרטיקײט װעט קיניגן דער קיניג, און האַרן – זײ װעלן הערשן מיט גערעכטיקײט. /32:2 און איטלעכער װעט זײַןװי אַ באַהעלטעניש פֿון װינט, און אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון גוסרעגן;װי אַ בעכן װאַסער אין אַ טריקעניש, װי דער שאָטן פֿון אַ שװערן פֿעלדזאין אַ פֿאַרשמאַכטן לאַנד. /32:3 און ניט פֿאַרקלעפּט זײַן װעלן די אױגן פֿון די זעער, און די אױערן פֿון די הערער װעלן פֿאַרנעמען. /32:4 און דאָס האַרץ פֿון די איבעראײַלטע װעט פֿאַרשטײן צו װיסן, און די צונג פֿון די שטאַמלער װעט רעדן געלױפֿיק קלאָר. /32:5 און דעם געמײנעם װעט מען ניט רופֿן מער אַדלמאַן, און אױפֿן גײציקן װעט מען ניט זאָגן מער נַדבֿן. /32:6 װאָרום דער געמײנער רעדט געמײן, און זײַן האַרץ אַרבעט אומרעכט, צו טאָן פֿאַלשקײט, און צו רעדן װעגן גאָט מיט גענאַר;צו לאָזן לײדיק דעם לײַב פֿון דעם הונגעריקן, און דעם טראַנק פֿון דעם דאָרשטיקן צו מינערן. /32:7 און דער גײציקער, זײַנע געצײַג זײַנען שלעכט, בײזע מחשבֿות באַראָט ער, אומצוברענגען דעם אָרימאַן מיט רײד פֿון ליגן, אַפֿילו װען דער אבֿיון טענהט גערעכט. /32:8 אָבער דער אַדלמאַן באַראָט אַדלקײט, און אױף אַדלקײט װעט ער באַשטײן.

/32:9 איר רויִקע װײַבער, שטײט אױף, הערט מײַן קָול;איר זיכערע טעכטער, פֿאַרנעמט מײַן זאָג. /32:10 טעג און יאָרן װעט איר ציטערן, איר זיכערע, װאָרום די לעז איז פֿאַרלענדט, קײן אײַנזאַמלונג װעט ניט קומען. /32:11 שױדערט, איר רויִקע, ציטערט, איר זיכערע;טוט אײַך אױס און אַנטבלױזט אײַך, און גורט זאַק אױף די לענדן, /32:12 אױף די בריסט זיך שלאָגנדיק, איבער די גלוסטיקע פֿעלדער, איבערן פֿרוכטיקן װײַנשטאָק;/32:13 איבער דער ערד פֿון מײַן פֿאָלק, פֿאַרװאַקסן מיט דערנער און װילדגעװעקס;יאָ, איבער אַלע הײַזער פֿון לוסטיקײט, איבערן פֿרײלעכן כּרך. /32:14 װאָרום דער פּאַלאַץ איז פֿאַרלאָזט, דער טומל פֿון שטאָט האָט אױפֿגעהערט;דער ערדװאַל און דער טורעםזײַנען פֿאַר הײלן אױף אײביק, אַ פֿרײד פֿאַר װאַלדאײזלען, אַ פֿיטערונג פֿאַר סטאַדעס. /32:15 ביז אױסגעגאָסן װעט װערן אױף אונדזאַ גײַסט פֿון דער הײך, און דער מדבר װעט װערן אַ פֿרוכטגאָרטן, און דער פֿרוכטגאָרטן װעט פֿאַר אַ װאַלד גערעכנט װערן. /32:16 און אין מדבר װעט רוען גערעכטיקײט, און רעכטפֿאַרטיקײט װעט װױנען אין פֿרוכטגאָרטן. /32:17 און דאָס װערק פֿון רעכטפֿאַרטיקײט װעט זײַן שלום, און דער אױפֿטו פֿון רעכטפֿאַרטיקײט –רו און זיכערקײט אױף אײביק. /32:18 און מײַן פֿאָלק װעט זיצן אין אַ װױנונג פֿון שלום, און אין װױנערטער זיכערע, און אין רוּונגען שטילע. /32:19 און מע װעט זיך צעשפּרײטן אױף דעם אַראָפּגאַנגפֿון װאַלד, און ביז אין דער נידערונג װעט נידערן די שטאָט. /32:20 װױל צו אײַך װאָס זײט בײַ אַלע װאַסערן, װאָס לאָזט אַרױס פֿרײַ דעם פֿוס פֿון דעם אָקס און דעם אײזל.


/33:1 װײ, דו פֿאַרװיסטער װאָס װערסט ניט פֿאַרװיסט, און דו פֿעלשער װאָס מע פֿעלשט ניט אָן דיר!אַז דו װעסט אױפֿהערן פֿאַרװיסטן, װעסטו פֿאַרװיסט װערן, אַז דו װעסט ענדיקן פֿעלשן, װעט מען פֿעלשן אָן דיר. /33:2 גאָט לײַטזעליק אונדז, צו דיר האָבן מיר געהאָפֿט;זײַ זײער אָרעם אַלע פֿרימאָרגן, און אונדזער הילף אין צײַט פֿון נױט.

/33:3 פֿון קָול פֿון דעם טומל זײַנען די אומות אַנטלאָפֿן, פֿון דײַן אױפֿהײבן זיך װערן די פֿעלקער צעשפּרײט. /33:4 און אױפֿגעקליבן װעט װערן אײַער רױבװי דער הײשעריק קלײַבט אױף, װי גרילן שפּרינגען, טוט מען שפּרינגען דערױף.

/33:5 דערהױבן איז גאָט, װאָרום ער רוט אין דער הײך;ער פֿילט אָן צִיון מיט רעכט און גערעכטיקײט. /33:6 און די זיכערקײט פֿון דײַנע צײַטן װעט זײַןאַ שאַץ מיט ישועות: חכמה און דערקענונג;מורא פֿאַר גאָט, דאָס װעט זײַן זײַן אוצר.

/33:7 זע, זײערע העלדן קלאָגן דרױסן, די שלוחים פֿון שלום טוען ביטער װײנען. /33:8 פֿאַרװיסט זײַנען די װעגן, אױפֿגעהערט דער װעגפֿאָרער;ער האָט פֿאַרשטערט דעם בונד, ער האָט פֿאַראַכט די שטעט, ער אַכט ניט אױף קײן מענטשן. /33:9 פֿאַרטרױערט, פֿאַרשניטן איז דאָס לאַנד, פֿאַרשעמט איז דער לבֿנון, פֿאַרװעלקט;דער שָרון איז װי אַ מדבר געװאָרן, און אָפּגעטרײסלט איז בשן און כַּרמל. אַצונד װעל איך אױפֿשטײן, זאָגט גאָט, /33:10 אַצונד װעל איך זיך דערהײכן, אַצונד װעל איך זיך אױפֿהײבן. /33:11 איר טראָגט שפּרײ, װעט איר געבערן שטרױ;אײַער אָטעם – אַ פֿײַער װאָס װעט אײַך פֿאַרצערן. /33:12 און די פֿעלקער װעלן זײַן װי קאַלך פֿאַרברענטע, װי דערנער אָפּגעהאַקטע װאָס װערן אין פֿײַער געצונדן. /33:13 הערט, איר װײַטע, װאָס איך האָב געטאָן, און װײסט, איר נאָנטע, מײַן גבֿורה. /33:14 עס אַנגסטן אין צִיון די זינדיקע, אַ ציטערניש האָט אָנגענומען די פֿאַלשע:װער פֿון אונדז קען װײַלן אין דעם פֿײַער װאָס פֿאַרצערט?װער פֿון אונדז קען װײַלן אין די אײביקע בראַנדן?/33:15 דער װאָס גײט אין רעכטפֿאַרטיקײט, און רעדט ערלעך, דער װאָס פֿאַראַכט דעם געװין פֿון רױב, דער װאָס שאָקלט אָפּ זײַנע הענט פֿון אָננעמען שוחד, דער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער פֿון הערן װעגן בלוט, און פֿאַרדריקט זײַנע אױגן פֿון קוקן אױף שלעכטס. /33:16 ער װעט רוען אין דער הײך;פֿעסטונגען פֿון פֿעלדזן װעלן זײַן זײַן באַשיצונג;זײַן ברױט איז געגעבן, זײַן װאַסער איז זיכער.

/33:17 דעם מלך אין זײַן שײנקײט װעלן אָנקוקן דײַנע אױגן;זײ װעלן זען אַ לאַנד פֿון װײַטענישן. /33:18 דײַן האַרץ װעט טראַכטן אָן דער אימה:װוּ איז דער װאָס האָט געצײלט?װוּ דער װאָס האָט געװױגן?װוּ דער װאָס האָט די טורעמס געצײלט?/33:19 דאָס פֿאַרשײַטע פֿאָלק װעסטו מער ניט זען, דאָס פֿאָלק מיט אַ טונקעלער שפּראַך, ניט צו פֿאַרשטײן, מיט אַ שטאַמלדיקן לשון, ניט קלוג צו װערן. /33:20 קוק אָן צִיון, די שטאָט פֿון אונדזער אײַנזאַמלונג;דײַנע אױגן װעלן זען ירושלים, אַ װױנונג אַ רויִקע, אַ געצעלט װאָס װעט ניט אַװעקגערוקט װערן, װאָס זײַנע פֿלעקלעך װעלן אײביק ניט אַרױסגעצױגן װערן, און אַלע זײַנע שטריק װעלן ניט אָפּגעריסן װערן. /33:21 נאָר דאָרטן װעט גאָט אונדז זײַן מאַכטיק, װי אַן אָרט פֿון טײַכן, שטראָמען ברײטרױמיקע, װאָס קײן רודערשיף קען אױף אים ניט גײן, און קײן שטאַרקער אָקרענט קען אים ניט איבערפֿאָרן. /33:22 װאָרום גאָט איז אונדזער ריכטער, גאָט איז אונדזער געזעצגעבער, גאָט איז אונדזער מלך;ער װעט אונדז העלפֿן. /33:23 לױז געװאָרן זײַנען דײַנע שטריק, זײ האַלטן ניט פֿעסט זײער מאַכט, זײ שפּרײטן דעם זאַגל ניט אױס. דענצמאָל װערט פֿאַנג פֿון פֿיל זאַקרױב צעטײלט, הינקעדיקע רױבן רױב. /33:24 און קײן אײַנװױנער װעט ניט זאָגן: איך בין קראַנק;דעם פֿאָלק װאָס זיצט דערין איז פֿאַרגעבן די זינד.


/34:1 גענענט, איר פֿעלקער, צו הערן, און איר אומות, פֿאַרנעמט;זאָל הערן די ערד און איר פֿולקײט, די װעלט און אַלע אירע שפּראָצונגען. /34:2 װאָרום גאָט האָט אַ כּעס אױף אַלע פֿעלקער, און אַ גרימצאָרן אױף זײער גאַנצן חיל;ער האָט זײ צו חרם געמאַכט, זײ איבערגעגעבן צו דער שחיטה. /34:3 און זײערע דערשלאָגענע װעלן זיך װאַלגערן, – און פֿון זײערע פּגָרים װעט אױפֿגײן אַ געשטאַנק, און די בערג װעלן צעגײן פֿון זײער בלוט. /34:4 און דער גאַנצער חיל פֿון הימל װעט צעקריכן, און די הימלען װעלן װי אַ מגילה זיך אױפֿװיקלען, און זײער גאַנץ חיל װעט אַראָפּװעלקן, װי אַ בלאַט װעלקט פֿון װײַנשטאָק, און װי פֿאַרװעלקטס פֿון אַ פֿײַגנבױם. /34:5 װאָרום אָנגעטרונקען אין הימל האָט זיך מײַן שװערד, אָט װעט זי אױף אדום אַראָפּנידערן, און אױף דעם פֿאָלק פֿון מײַן חרם, צום משפּט. /34:6 גאָטס שװערד איז פֿול מיט בלוט, געזעפֿטיקט מיט פֿעטס, מיט בלוט פֿון לעמער און בעק, מיט נירנפֿעטס פֿון װידערס;װאָרום גאָט האָט אַ שלאַכטונג אין בָצרָה, און אַ גרױסע שעכטונג אין לאַנד אדום. /34:7 און נידערן װעלן װיזלטירן מיט זײ, און בולן מיט אָקסן;און אָנטרינקען װעט זיך זײער ערד מיט בלוט, און זײער שטױב װעט זיך זעפֿטיקן מיט פֿעטס. /34:8 װאָרום אַ טאָג פֿון נקמה איז בײַ גאָט, אַ יאָר פֿון באַצאָלונג פֿאַר דעם קריג פֿון צִיון. /34:9 און פֿאַרקערט װערן אין פּעך װעלן אירע שטראָמען, און איר שטױב אין שװעבל, און איר ערד װעט װערן ברענענדיקע פּעך. /34:10 טאָג און נאַכט װעט זי ניט פֿאַרלאָשן װערן, אױף אײביק װעט אױפֿגײן איר רױך;פֿון דָור צו דָור װעט זי װיסט זײַן, אױף אײביקאײביקײטן װעט קײנער ניט דורכגײן דורך איר. /34:11 און יַרשען װעלן זי דער פּעליקאַן און דער זומפּבושל, און די אײל און דער ראָב װעלן רוען אין איר;און ער װעט ציִען אױף איר אַ שנור פֿון װיסטקײט, און אַ גרונטװאָג פֿון לײדיקײט. /34:12 פֿון אירע אַדללײַט װעט ניט זײַן דאָרטװער עס זאָל אַ מלוכה אױסרופֿן;און אַלע אירע שׂרָרות װעלן װערן צו נישט. /34:13 און אױפֿגײן װעלן דערנער אין אירע פּאַלאַצן, און קראָפּיװע און שטעכגעװעקס אין אירע פֿעסטונגען;און זי װעט זײַן אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן, אַ געהעפֿט פֿאַר שטרױספֿױגלען. /34:14 און װילדע קעץ װעלן אָנטרעפֿן מדבר-הינט, און אַ שד װעט רופֿן צו זײַן חבֿר;יאָ, דאָרטן טוט לילית רוען, און געפֿינט איר מנוחה. /34:15 דאָרט מאַכט די פֿײַלשלאַנג איר נעסט, און לײגט, און בריט און װאַרעמט אין איר שאָטן;יאָ, דאָרט זאַמלען זיך האַביכפֿױגלעןאײנער צום אַנדערן. /34:16 פֿאָרשט אין גאָטס בוך, און לײענט;קײנס פֿון די דאָזיקע איז ניט געמינערט, קײנס פֿעלט ניט צום אַנדערן. װאָרום מײַן מױל האָט באַפֿױלן, און זײַן אָטעם האָט זײ אײַנגעזאַמלט. /34:17 און ער האָט זײ געװאָרפֿן אַ גורל, און זײַן האַנט האָט עס זײ צעטײלט מיט אַ שנור;ביז אײביק װעלן זײ עס יַרשען, אױף דָור-דורות װעלן זײ רוען דערין.


/35:1 לוסטיק זײַן װעלן דער מדבר און די טריקעניש, און פֿרײען װעט זיך די װיסטע, און בליִען װי אַ רױז. /35:2 בליִען װעט זי בליִען, און זיך פֿרײען, יאָ, מיט פֿרײד און געזאַנג;די פּראַכט פֿון לבֿנון איז איר געגעבן, די שײנקײט פֿון כַּרמל און שָרון;זײ װעלן זען די פּראַכט פֿון יהוה, די שײנקײט פֿון אונדזער גאָט. /35:3 שטאַרקט די שלאַפֿע הענט, און די שטרױכלדיקע קני טוט פֿעסטיקן. /35:4 זאָגט צו די אומרויִקע הערצער:זײַט שטאַרק, האָט ניט מורא;אָט איז אײַער גאָט, ער װעט קומען מיט נקמה, מיט פֿאַרגעלטונג פֿון גאָטװעט ער קומען און אײַך העלפֿן. /35:5 דענצמאָל װעלן אױפֿגעמאַכט װערן די אױגן פֿון בלינדע, און די אױערן פֿון טױבע װעלן געעפֿנט װערן. /35:6 דענצמאָל װעט אַ הינקעדיקער שפּרינגען װי אַ הינד, און די צונג פֿון אַ שטומען װעט זינגען;װאָרום אין מדבר ברעכן אױס װאַסערן, און בעכן אין דער װיסטע. /35:7 און דאָס הײסע געזעמד װעט װערן צום געמױזעכץ, און אַ דאָרשטעניש צו קװאַלן װאַסער;אין װױנאָרט פֿון שאַקאַלן װעט זײַן אַ הױערונג פֿון שאָף , אַ געהעפֿט פֿאַר ראָר און יאַמש. /35:8 און דאָרט װעט זײַן אַ שטעג און אַ װעג, און דער הײליקער װעג װעט מען אים רופֿן;ניט דורכגײן װעט אים אַן אומרײנער, נײַערט פֿאַר זײ װעט ער זײַן;װעגגײער אַפֿילו אומגעניטע װעלן ניט בלאָנדזשען. /35:9 דאָרט װעט ניט זײַן קײן לײב, און קײן װילדע חיה װעט ניט אַרױפֿגײן אױף אים –זײ װעלן זיך דאָרט ניט געפֿינען. און די אױסגעלײזטע װעלן גײן, /35:10 און די דערלײזטע פֿון גאָט װעלן צוריקקערן, און װעלן קומען קײן צִיון מיט געזאַנג, און אַן אײביקע שִׂמחה װעט זײַן אױף זײער קאָפּ;שָׂשׂון-וּשִׂמחה װעט זײ אָניאָגן, און אַנטלױפֿן װעלן טרױער און זיפֿצעניש.


/36:1 און עס איז געװען אין פֿערצנטן יאָר פֿון מלך חִזקִיָהון, איז אַרױפֿגעגאַנגען סַנהֵריבֿ דער מלך פֿון אשור אױף אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון יהוּדה, און האָט זײ אײַנגענומען. /36:2 און דער מלך פֿון אשור האָט געשיקט רַבֿשָקֵהן פֿון לָכיש קײן ירושלים צום מלך חִזקִיָהון מיט אַ גרױסן חיל. און ער האָט זיך געשטעלט בײַ דעם גראָבן פֿון דעם אױבערשטן טײַך אױפֿן װעג פֿון װעשערפֿעלד. /36:3 איז אַרױסגעגאַנגען צו אים אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהון, װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דער שרײַבער, און יוֹאָח דער זון פֿון אָסָפֿן, דער דערמאָנער.

/36:4 און רַבֿשָקֵה האָט צו זײ געזאָגט: זאָגט אַקאָרשט צו חִזקִיָהון: אַזױ האָט געזאָגט דער גרױסער מלך, דער מלך פֿון אשור: װאָס איז די דאָזיקע פֿאַרזיכערונג װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך? /36:5 איך זאָג: דאָס איז נאָר ליפּגערײד; אַן עצה און גבֿורה דאַרף מען פֿאַר מלחמה. אַצונד, אױף װעמען פֿאַרזיכערסטו זיך, װאָס דו האָסט װידערשפּעניקט אָן מיר? /36:6 זע, דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף דעם שטעקן פֿון דעם דאָזיקן צעבראָכענעם ראָר – אױף מצרַיִם – װאָס אַז אַ מענטש לענט זיך אױף אים אָן, גײט ער אים אַרײַן אין דער האַנט, און לעכערט זי דורך; אַזױ איז פּרעה דער מלך פֿון מצרַיִם פֿאַר אַלע װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף אים. /36:7 און אַז דו װעסט מיר זאָגן: מיר פֿאַרזיכערן זיך אױף יהוה אונדזער גאָט; איז דאָס ניט דער װאָס חִזקִיָהו האָט אָפּגעטאָן זײַנע בָמות און זײַנע מזבחות, און האָט געזאָגט צו יהוּדה און צו ירושלים: פֿאַר דעם דאָזיקן מזבח זאָלט איר זיך בוקן? /36:8 און אַצונד, פֿאַרװעט זיך אַקאָרשט מיט מײַן האַר דעם מלך פֿון אשור, און איך װעל דיר געבן צװײ טױזנט פֿערד, אױב דו קענסט דיר אַרױפֿזעצן רײַטער אױף זײ. /36:9 הײַנט װי קענסטו אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון אַ הױפּטמאַן, אײנעם פֿון די קלענסטע קנעכט פֿון מײַן האַר? פֿון דעסט װעגן פֿאַרזיכערסטו זיך אױף מצרַיִם װעגן רײַטװעגן און רײַטער. /36:10 און אַצונד, בין איך דען אָן יהוה אַרױפֿגעקומען אױף דעם דאָזיקן לאַנד, עס צו פֿאַרװיסטן? יהוה האָט צו מיר געזאָגט: גײ אַרױף אױף דעם דאָזיקן לאַנד, און פֿאַרװיסט עס.

/36:11 האָט אֶליָקים און שֶבֿנאָ און יוֹאָח געזאָגט צו רַבֿשָקֵהן: רעד, איך בעט דיך, צו דײַנע קנעכט אַראַמיש, װאָרום מיר פֿאַרשטײען עס, און רעד ניט צו אונדז יהוּדיש אין די אױערן פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק װאָס אױף דער מױער.

/36:12 האָט רַבֿשָקֵה געזאָגט: האָט דען צו דײַן האַר און צו דיר מיך געשיקט מײַן האַר צו רעדן די דאָזיקע װערטער, און ניט צו די מענטשן װאָס זיצן אױף דער מױער, צו עסן זײער קױט, און צו טרינקען זײער לײַב-װאַסער, בײַ אײַך?

/36:13 און רַבֿשָקֵה האָט זיך געשטעלט, און האָט אױסגערופֿן אױף אַ הױכן קָול, אױף יהוּדיש, און האָט געזאָגט: הערט די װערטער פֿון דעם גרױסן מלך, דעם מלך פֿון אשור: /36:14 אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: זאָל אײַך חִזקִיָהו ניט נאַרן, װאָרום ער קען אײַך ניט מציל זײַן. /36:15 און זאָל אײַך חִזקִיָהו ניט פֿאַרזיכערן אױף יהוה, אַזױ צו זאָגן: מציל זײַן װעט אונדז מציל זײַן יהוה; די דאָזיקע שטאָט װעט ניט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. /36:16 איר זאָלט זיך ניט צוהערן צו חִזקִיָהון, װאָרום אַזױ האָט געזאָגט דער מלך פֿון אשור: מאַכט מיט מיר שלום, און קומט אַרױס צו מיר, און עסט איטלעכער פֿון זײַן װײַנשטאָק און איטלעכער פֿון זײַן פֿײַגנבױם, און טרינקט איטלעכער דאָס װאַסער פֿון זײַן ברונעם; /36:17 ביז איך קום, און װעל אײַך נעמען אין אַ לאַנד אַזױ װי אײַער לאַנד, אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װײַן, אַ לאַנד פֿון ברױט און װײַנגערטנער. /36:18 זאָל אײַך נאָר חִזקִיָהו ניט אײַנרעדן, אַזױ צו זאָגן: יהוה װעט אונדז מציל זײַן. האָבן דען מציל געװען די געטער פֿון די פֿעלקער איטלעכער זײַן לאַנד פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור? /36:19 װוּ זײַנען די געטער פֿון חַמת און אַרפַּד? װוּ זײַנען די געטער פֿון ספֿרוַיִם? און האָבן זײ דען מציל געװען שומרון פֿון מײַן האַנט? /36:20 װער זײַנען צװישן אַלע געטער פֿון די דאָזיקע לענדער, װאָס האָבן מציל געװען זײער לאַנד פֿון מײַן האַנט, אַז יהוה זאָל מציל זײַן ירושלים פֿון מײַן האַנט?

/36:21 האָבן זײ געשװיגן, און האָבן אים אַ װאָרט ניט געענטפֿערט, װאָרום דער באַפֿעל פֿון מלך איז געװען, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט אים ניט ענטפֿערן.

/36:22 איז געקומען אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהון, װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דער שרײַבער, און יוֹאָח דער זון פֿון אָסָפֿן, דער דערמאָנער, צו חִזקִיָהון, מיט צעריסענע קלײדער, און זײ האָבן אים דערצײלט די װערטער פֿון רַבֿשָקֵהן.


/37:1 און עס איז געװען, װי דער מלך חִזקִיָהו האָט עס געהערט, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און זיך צוגעדעקט מיט זאַק, און ער איז געקומען אין הױז פֿון גאָט. /37:2 און ער האָט געשיקט אֶליָקימען װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דעם שרײַבער, און די עלטסטע פֿון די כּהנים, צוגעדעקטע מיט זאַקקלײדער, צו ישַעיָהו הנבֿיא דעם זון פֿון אָמוצן. /37:3 און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט חִזקִיָהו: אַ טאָג פֿון נױט און שטראָף און שמאַך איז דער הײַנטיקער טאָג; װאָרום די קינדער זײַנען געקומען צום מוטערמױל, און ניטאָ קײן כּוח צו געבערן. /37:4 אפֿשר װעט יהוה דײַן גאָט הערן די װערטער פֿון רַבֿשָקֵהן, װאָס זײַן האַר דער מלך פֿון אשור האָט אים געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן גאָט, און ער װעט שטראָפֿן פֿאַר די רײד װאָס יהוה דײַן גאָט האָט געהערט; דרום זאָלסטו אױפֿהײבן אַ תּפֿילה פֿאַר דעם איבערבלײַב װאָס געפֿינט זיך דאָ.

/37:5 און װי די קנעכט פֿון חִזקִיָהון זײַנען געקומען צו ישַעיָהון, /37:6 האָט ישַעיָהו צו זײ געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו אײַער האַר: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר די װערטער װאָס דו האָסט געהערט, מיט װאָס די יונגען פֿון דעם מלך פֿון אשור האָבן מיך געשענדט. /37:7 זע, איך גיב אַרײַן אין אים אַ גײַסט, און ער װעט הערן אַ הערונג, און װעט זיך אומקערן צו זײַן לאַנד; און איך װעל אים מאַכן פֿאַלן דורכן שװערד אין זײַן לאַנד.

/37:8 און רַבֿשָקֵה האָט זיך אומגעקערט, און האָט געפֿונען דעם מלך פֿון אשור מלחמה האַלטנדיק אױף לִבֿנָה; װאָרום ער האָט געהאַט געהערט אַז ער האָט אַװעקגעצױגן פֿון לָכיש.

/37:9 און [סַנהֵריבֿ] האָט געהערט אױף תִּרהָקָה דעם מלך פֿון כּוּש, אַזױ צו זאָגן: ער איז אַרױסגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט דיר. און װי ער האָט דאָס געהערט, האָט ער געשיקט שלוחים צו חִזקִיָהון, אַזױ צו זאָגן: /37:10 אַזױ זאָלט איר זאָגן צו חִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: זאָל דיר ניט נאַרן דײַן גאָט װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף אים, אַזױ צו זאָגן: ירושלים װעט ניט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. /37:11 אָט האָסטו געהערט װאָס די מלכים פֿון אשור האָבן געטאָן צו אַלע לענדער, זײ צו פֿאַרװיסטן, און דו װילסט ניצול װערן? /37:12 האָבן די געטער פֿון די פֿעלקער מציל געװען די װאָס מײַנע עלטערן האָבן צעשטערט, גוֹזָן, און חרן, און רֶצֶף, און די קינדער פֿון עדן װאָס אין תּלַשָׂר? /37:13 װוּ איז דער מלך פֿון חַמת, און דער מלך פֿון אַרפַּד, און דער מלך פֿון דער שטאָט ספֿרוַיִם, פֿון הֵנַע, און עִוָה?

/37:14 האָט חִזקִיָהו צוגענומען דעם בריװ פֿון דער האַנט פֿון די שלוחים, און האָט אים איבערגעלײענט, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון גאָט. /37:15 און חִזקִיָהו האָט אים אױסגעשפּרײט פֿאַר גאָט. און חִזקִיָהו האָט מתפּלל געװען צו גאָט, אַזױ צו זאָגן: /37:16 יהוה פֿון צבֿאות, גאָט פֿון ישׂראל װאָס זיצסט איבער די כּרובֿים; דו אַלײן ביסט דער גאָט איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד; דו האָסט געמאַכט די הימלען און די ערד. /37:17 נײַג, יהוה, דײַן אױער, און הער; עפֿן, יהוה, דײַנע אױגן, און זע; און הער די אַלע װערטער פֿון סַנהֵריבֿן, װאָס האָט געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן גאָט. /37:18 אמת, יהוה, די מלכים פֿון אשור האָבן חרובֿ געמאַכט די אַלע מדינות מיט זײער לאַנד, /37:19 און זײ האָבן איבערגעגעבן זײערע געטער צום פֿײַער; װאָרום זײ זײַנען קײן געטער ניט געװען, נאָר בלױז דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט, האָלץ און שטײן; דרום האָבן זײ זײ אונטערגעבראַכט. /37:20 און אַצונד, יהוה אונדזער גאָט, העלף אונדז פֿון זײַן האַנט, און זאָלן אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד װיסן אַז דו אַלײן ביסט יהוה.

/37:21 האָט ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן געשיקט צו חִזקִיָהון, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: װאָס דו האָסט מתפּלל געװען צו מיר װעגן סַנהֵריבֿ דעם מלך פֿון אשור – /37:22 איז דאָס דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט װעגן אים גערעדט:

עס פֿאַראַכט דיך, עס שפּאָט פֿון דירדי יונגפֿרױ טאָכטער צִיון;עס שאָקלט דעם קאָפּ הינטער דירדי טאָכטער ירושלים. /37:23 װעמען האָסטו געלעסטערט און געשענדט?און אױף װעמען האָסטו דײַן קָול אױפֿגעהױבן?יאָ, האָסט געהױבן דײַנע אױגן אין דער הײך, אַקעגן דעם הײליקן פֿון ישׂראל. /37:24 דורך דײַנע קנעכט האָסטו געלעסטערט גאָט, און געזאָגט: מיט מײַנע פֿיל רײַטװעגןבין איך צו דער הײך פֿון די בערג אַרױף, צו די װינקלען פֿון לבֿנון;און איך האַק אָפּ זײַנע הױכע צעדערן, זײַנע געקליבענע ציפּרעסבײמער;און איך קום צו זײַן העכסטן שפּיץ, צום װאַלד פֿון זײַן פֿרוכטגאָרטן. /37:25 איך האָב געגראָבן און געטרונקען װאַסער, און טריקן אױס מיט מײַנע פֿוסטריטאַלע טײַכן פֿון מצרַיִם.

/37:26 האָסטו דען ניט געהערט?פֿון לאַנג אָן האָב איך עס צוגעגרײט, פֿון אַלטע טעג האָב איך עס געפֿורעמט;אַצונד האָב איך עס געבראַכט עס זאָל געשען, צו פֿאַרװיסטן אױף חוּרבֿה-הױפֿנסבאַפֿעסטיקטע שטעט. /37:27 דרום זײַנען זײערע באַװױנער קורצמאַכטיק, זײ זײַנען צעבראָכן און פֿאַרשעמט;זײ זײַנען געװאָרן גראָז פֿון פֿעלד, און קרײַטעכץ גרינע, מאָך פֿון די דעכער, און אַ פֿעלד אײדער אױפֿגעװאַקסן.

/37:28 אָבער איך װײס דײַן זיצןאון דײַן גײן און דײַן קומען, און דײַן שטורעמען קעגן מיר. /37:29 װײַל דײַן שטורעמען קעגן מיראון דײַן ליאַרעם איז אַרױף אין מײַנע אױערן, דרום װעל איך אַרײַנטאָן מײַן רינג אין דײַן נאָז, און מײַן צאַם אין דײַנע ליפּן, און איך װעל דיך אומקערן אױף דעם װעגװאָס דו ביסט געקומען אױף אים.

/37:30 און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן:איר װעט עסן הײַיאָר נאָכװוּקס, און אױפֿן צװײטן יאָר װידערװוּקס;און אױפֿן דריטן יאָר זײט און שנײַדט, און פֿלאַנצט װײַנגערטנער, און עסט זײער פֿרוכט. /37:31 און דער אַנטרונענער איבערבלײַב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדהװעט װידער װאָרצלען אונטן, און טראָגן פֿרוכט אױבן. /37:32 װאָרום פֿון ירושלים װעט אַרױסקומען אַן איבערבלײַב, און אַן אַנטרינונג פֿון באַרג צִיון;דאָס אָננעמען זיך פֿון גאָט פֿון צבֿאות װעט דאָס טאָן.

/37:33 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף דעם מלך פֿון אשור:ער װעט ניט אַרײַנקומען אין דער דאָזיקער שטאָט, און ניט אַרײַנשיסן אַהין אַ פֿײַל, און ניט קומען פֿאַר איר מיט אַ שילד, און ניט אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל. /37:34 אױף דעם װעג װאָס ער איז געקומען, אױף אים װעט ער זיך אומקערן, און אין דער דאָזיקער שטאָטװעט ער ניט אַרײַנקומען, זאָגט גאָט. /37:35 און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט, זי צו העלפֿן, פֿון מײַנעט װעגן און פֿון מײַן קנעכט דָוִדס װעגן.

/37:36 און אַ מלאך פֿון גאָט איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט געשלאָגן אין דעם לאַנגער פֿון אשור הונדערט און פֿינף און אַכציק טױזנט; און אַז מע איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, ערשט זײ זײַנען אַלע טױטע פּגָרים.

/37:37 און סַנהֵריבֿ דער מלך פֿון אשור האָט אַװעקגעצױגן, און איז געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט; און ער איז געבליבן אין נינוֵה.

/37:38 און עס איז געװען, װי ער בוקט זיך אין הױז פֿון זײַן גאָט נִסרוך, אַזױ האָבן זײַנע זין אַדרַמֶלֶך און שַׂראֶצֶר אים דערשלאָגן מיטן שװערד; און זײ זײַנען אַנטרונען געװאָרן אין לאַנד אַרָרָט. און זײַן זון אֵסַר-חַדון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.


/38:1 אין יענער צײַט איז חִזקִיָהו קראַנק געװאָרן צו שטאַרבן; איז צו אים געקומען ישַעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: מאַך דײַן צַװָאֶה װעגן דײַן הױזגעזינט, װאָרום דו שטאַרבסט, און װעסט ניט גענעזן װערן.

/38:2 האָט חִזקִיָהו אומגעדרײט זײַן פּנים צו דער װאַנט, און האָט מתפּלל געװען צו גאָט, /38:3 און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, גאָט, געדענק װי איך בין געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט אַ גאַנצן האַרצן, און װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן.

און חִזקִיָהו האָט געװײנט אַ גרױס געװײן.

/38:4 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו ישַעיָהון, אַזױ צו זאָגן: /38:5 גײ און זאָלסט זאָגן צו חִזקִיָהון: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון דײַן פֿאָטער דוד: איך האָב געהערט דײַן תּפֿילה, איך האָב געזען דײַן טרער; זע, איך לײג-צו צו דײַנע טעג פֿופֿצן יאָר. /38:6 און פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור װעל איך דיך און די דאָזיקע שטאָט מציל זײַן, און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט. /38:7 און דאָס װעט דיר זײַן אַ צײכן פֿון גאָט, אַז גאָט װעט טאָן די דאָזיקע זאַך װאָס ער האָט גערעדט: /38:8 זע, איך קער אום דעם שאָטן פֿון די שטאַפּלען װאָס האָט אַראָפּגענידערט אױף די זונשטאַפּלען פֿון אָחָזן, צוריק צען שטאַפּלען. און די זון האָט זיך אומגעקערט צען שטאַפּלען, אױף די שטאַפּלען װאָס זי האָט אַראָפּגענידערט.

/38:9 אַ געשריפֿטס פֿון חִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, װען ער איז קראַנק געװען, און איז גענעזן געװאָרן פֿון זײַן קראַנקשאַפֿט.

/38:10 איך האָב געװעסט געזאָגט:אין מיטן פֿון מײַנע טעג װעל איך אַװעקגײןאין די טױערן פֿון אונטערערד;איך װער געמינערט דעם רעשט פֿון מײַנע יאָרן. /38:11 איך האָב געזאָגט: איך װעל ניט זען גאָט, גאָט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע;איך װעל מער אַ מענטשן ניט אָנקוקןמיט די באַװױנער פֿון דער װעלט. /38:12 מײַן װױנונג איז אַװעקגערוקט און אָפּגעטאָן פֿון מיר, אַזױ װי אַ פּאַסטוכגעצעלט;איך האָב אױפֿגעװיקלט װי אַ װעבער מײַן לעבן;פֿון דער צױט װעט ער מיך אָפּרײַסן;פֿון טאָג ביז נאַכט װעסטו מיך ענדיקן. /38:13 איך האָב געטראַכט: ביז פֿרימאָרגן, װי אַ לײב, אַזױ װעט ער אַלע מײַנע בײנער צעברעכן;פֿון טאָג ביז נאַכט װעסטו מיך ענדיקן. /38:14 װי אַ שװאַלב, װי אַ בושל, אַזױ האָב איך געפּיפּסט, איך האָב געברומט װי אַ טױב;מײַנע אױגן זײַנען אױסגעגאַנגען צו דער הײך:גאָט, געדריקט בין איך, שטעל זיך אײַן פֿאַר מיר.

/38:15 װאָס זאָל איך רעדן?אַז ער האָט מיר געזאָגט, און ער האָט געטאָן;זאַכט װעל איך גײן אַלע מײַנע יאָרן, איבער דער ביטערניש פֿון מײַן זעל. /38:16 גאָט, דערױף לעבט מען, און אין גאַנצן דערין איז דאָס לעבן פֿון מײַן גײַסט;דרום שטאַרק מיך, און לאָז מיך לעבן. /38:17 זע, צום גוטן איז מיר פֿאַרביטן געװאָרן די ביטערניש, און דו האָסט געגלוסט מײַן זעל, פֿון דער גרוב פֿון אונטערגאַנג;װאָרום האָסט אַװעקגעװאָרפֿן הינטער דײַן רוקןאַלע מײַנע זינד. /38:18 װאָרום ניט די אונטערערד טוט דיך לױבן, ניט דער טױט טוט דיך רימען;עס האָפֿן ניט אױף דײַן אמתדי װאָס נידערן אין גרוב. /38:19 דער לעבעדיקער, דער לעבעדיקער, ער טוט דיך לױבן, אַזױ װי איך הײַנט;אַ פֿאָטער מאַכט װיסן די קינדער דײַן אמת. /38:20 גאָט איז דאָ מיך צו העלפֿן;און מײַנע געזאַנגען װעלן מיר זינגען, אַלע טעג פֿון אונדזער לעבן אין הױז פֿון גאָט.

/38:21 און ישַעיָהו האָט געזאָגט: זאָל מען נעמען געפּרעסטע פֿײַגן, און אָנרײַבן אױף דעם אױסשלאָג, און ער װעט גענעזן װערן. /38:22 האָט חִזקִיָהו געזאָגט: װאָס איז דער צײכן אַז איך װעל אַרױפֿגײן אין הױז פֿון גאָט?


/39:1 אין יענער צײַט האָט מרודַך-באַלְאַדָן דער זון פֿון באַלְאַדָנען, דער מלך פֿון בָבֿל, געשיקט אַ בריװ און אַ מתּנה צו חִזקִיָהון; װאָרום ער האָט געהערט אַז ער איז געװען קראַנק, און איז געזונט געװאָרן. /39:2 האָט חִזקִיָהו זיך דערפֿרײט מיט זײ, און ער האָט זײ געװיזן זײַן שאַצהױז, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און די בשׂמים, און דאָס גוטע אײל, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַנע װאָפֿן, און אַלץ װאָס האָט זיך געפֿונען אין זײַנע שאַצקאַמערן; ניט געװען אַ זאַך אין זײַן הױז, און אין זײַן גאַנצער געװעלטיקײט, װאָס חִזקִיָהו האָט זײ ניט געװיזן. /39:3 איז ישַעיָהו הנבֿיא געקומען צום מלך חִזקִיָהון, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָבן די דאָזיקע מענער געזאָגט? און פֿון װאַנען קומען זײ צו דיר? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: פֿון אַ װײַטן לאַנד זײַנען זײ צו מיר געקומען, פֿון בָבֿל. /39:4 האָט ער געזאָגט: װאָס האָבן זײ געזען אין דײַן הױז? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: אַלץ װאָס אין מײַן הױז האָבן זײ געזען; ניט געװען אַ זאַך אין מײַנע שאַצקאַמערן װאָס איך האָב זײ ניט געװיזן. /39:5 האָט ישַעיָהו געזאָגט צו חִזקִיָהון: הער דאָס װאָרט פֿון גאָט פֿון צבֿאות: /39:6 זע, טעג קומען, און אַלץ װאָס אין דײַן הױז, און װאָס דײַנע עלטערן האָבן אָנגעקליבן ביז הײַנטיקן טאָג, װעט אַװעקגעטראָגן װערן קײן בָבֿל; קײן זאַך װעט ניט איבערבלײַבן, זאָגט גאָט. /39:7 און פֿון דײַנע זין װאָס װעלן אַרױסגײן פֿון דיר, װאָס דו װעסט געבערן, װעט מען נעמען, און זײ װעלן זײַן הױפֿדינער אין פּאַלאַץ פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל.

/39:8 האָט חִזקִיָהו געזאָגט צו ישַעיָהון: גוט איז דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס דו האָסט גערעדט. און ער האָט געזאָגט: אױב שלום און זיכערקײט װעט זײַן אין מײַנע טעג!


/40:1 טרײסט, טרײסט מײַן פֿאָלק, זאָגט אײַער גאָט. /40:2 רעדט צום האַרצן פֿון ירושלים, און רופֿט צו איר, אַז זי האָט דערפֿילט איר צײַט, אַז אָפּגעצאָלט איז איר פֿאַרברעך;אַז זי האָט געקריגן פֿון גאָטס האַנטטאָפּל פֿאַר אַלע אירע זינד.

/40:3 אַ קָול רופֿט:ראַמט אָפּ אין מדבר דעם װעג פֿון יהוה, גלײַכט אױס אין דער װיסטעאַ שטעג פֿאַר אונדזער גאָט. /40:4 יעטװעדער טאָל זאָל דערהױבן װערן, און יעטװעדער באַרג און הײך זאָל דערנידערט װערן;און דאָס קרומע זאָל װערן גלײַך, און די באַרגקײטן אַ פּלױן. /40:5 און דער כּבֿוד פֿון גאָט װעט אַנטפּלעקט װערן, און אַלע לײַבער אין אײנעם װעלן זען;װאָרום דאָס מױל פֿון גאָט האָט גערעדט.

/40:6 אַ קָול זאָגט: רוף!און ער זאָגט: װאָס זאָל איך רופֿן?אַלע לײַבער זײַנען גראָז, און אַל זײער חן װי אַ בלום פֿון פֿעלד;/40:7 פֿאַרטריקנט װערט דאָס גראָז, פֿאַרװעלקט װערט די בלום, אַז דער אָטעם פֿון גאָט בלאָזט דערױף;פֿאַר װאָר, גראָז איז דאָס פֿאָלק. /40:8 פֿאַרטריקנט װערט דאָס גראָז, פֿאַרװעלקט װערט די בלום, אָבער דאָס װאָרט פֿון אונדזער גאָטװעט אױף אײביק באַשטײן. /40:9 אױף אַ הױכן באַרג גײ דיר אַרױף, אָנזאָגערין פֿון צִיון;הײב אױף מיט כּוח דײַן קָול, אָנזאָגערין פֿון ירושלים;הײב אױף, האָב ניט מורא, זאָג צו די שטעט פֿון יהוּדה:אָט איז אײַער גאָט!

/40:10 זע, גאָט דער האַר קומט אַ מאַכטיקער, און זײַן אָרעם געװעלטיקט פֿאַר אים;זע, זײַן שׂכַר איז מיט אים, און זײַן לױן אים פֿאַרױס;/40:11 װי אַ פּאַסטוך װאָס פֿיטערט זײַן סטאַדע;אין זײַן אָרעם קלײַבט ער אױף די לעמער, און טראָגט אין זײַן בוזעם;די זױגעדיקע פֿירט ער פּאַמעלעך.

/40:12 װער האָט געמאָסטן מיט זײַן הױפֿן די װאַסערן, און די הימלען מיט אַ שפּאַן מאַרקירט, און פֿאַרנומען אין אַ מאָס דעם שטױב פֿון דער ערד, און געװױגן די בערג אױפֿן װאָג, און די הײכן אױף װאָגשאָלן?

/40:13 װער האָט דערפֿאָרשט דעם גײַסט פֿון גאָט?און װער איז זײַן בַעַל-עצה װאָס האָט אים צוגעװיזן?/40:14 מיט װעמען האָט ער זיך געעֵצֶהט, װאָס האָט אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, און אים געלערנט דעם װעג פֿון גערעכטיקײט, און אים געלערנט קענשאַפֿט, און דעם װעג פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט אים געמאַכט װיסן?/40:15 זע, פֿעלקער זײַנען װי אַ טריף פֿון אַן עמער, און װי שטױב פֿון װאָגשאָלן זײַנען זײ גערעכנט;זע, אינדזלען הײבט ער אױף װי אַ זעמדל. /40:16 און דער לבֿנון איז ניט גענוג ברענװאַרג, און זײַנע חיות ניט גענוג בראַנדאָפּפֿער. /40:17 אַלע פֿעלקער זײַנען װי גאָרניט קעגן אים, פֿון נישט און גאָרנישט זײַנען זײ גערעכנט בײַ אים. /40:18 און צו װעמען קענט איר צוגלײַכן גאָט?און װאָסער געשטאַלט קענט איר אים גלײַך שטעלן?/40:19 דעם געץ װאָס אַ מײַנסטער האָט אױסגעגאָסן, און אַ שמעלצער ציט אים איבער מיט גאָלד, און שמעלצט-צו קײטלעך פֿון זילבער?/40:20 אַ שטײנדעמב װערט אױסגעקליבן, האָלץ װאָס פֿױלט ניט װײלט מען אױס;אַ קלוגן מײַנסטער זוכט מען זיך, אױפֿצושטעלן אַ געץ װאָס זאָל זיך ניט װאַקלען.

/40:21 װײסט איר דען ניט?הערט איר דען ניט?איז אײַך פֿון אָנהײב אָן ניט דערצײלט געװאָרן?פֿאַרשטײט איר ניט די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד?/40:22 ער איז דער װאָס זיצט איבער דעם צירקל פֿון דער ערד, און אירע באַװױנער זײַנען װי הײשעריקן;דער װאָס שפּרײט װי אַ טול די הימלען, און ציט זײ אױס װי אַ געצעלט צום װױנען;/40:23 דער װאָס פֿאַרקערט פֿירשטן צו ניװעץ, װאָס מאַכט װי גאָרניט די ריכטער פֿון דער ערד. /40:24 נאָך צו מאָל ניט אײַנגעפֿלאַנצט זײַנען זײ, נאָך צו מאָל ניט פֿאַרזײט זײַנען זײ, נאָך צו מאָל ניט אײַנגעװאָרצלט אין דער ערד זײער שטאַם, און שױן טוט ער אַ בלאָז אױף זײ, און זײ װערן פֿאַרטריקנט, און אַ שטורעם טראָגט זײ װי שטרױ אַװעק. /40:25 און צו װעמען קענט איר מיך צוגלײַכן, איך זאָל גלײַך זײַן?זאָגט דער הײליקער. /40:26 הײבט אױף אין דער הײך אײַערע אױגן, און זעט: װער האָט באַשאַפֿן די דאָזיקע?ער, װאָס פֿירט אַרױס מיט אַ צאָל זײער חיל, זײ אַלע רופֿט ער מיטן נאָמען;דורך גרױס מאַכט, און װײַל ער איז שטאַרק אין כּוח, איז קײנער ניט געמינערט.

/40:27 פֿאַר װאָס זאָלסטו זאָגן יעקבֿ, און זאָלסטו רעדן, ישׂראל:פֿאַרבאָרגן איז מײַן װעג פֿון יהוה, און פֿון מײַן גאָט איז מײַן משפּט אַװעק. /40:28 װײסטו דען ניט?צי האָסטו ניט געהערט?יהוה איז דער אײביקער גאָט, דער באַשעפֿער פֿון די עקן פֿון דער ערד. ער װערט ניט מיד און ניט מאַט;ניט צו דערפֿאָרשן איז זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט. /40:29 ער גיט דעם מידן כּוח, און דעם אוממאַכטיקן מערט ער שטאַרקײט. /40:30 און יונגע לײַט װעלן מיד און מאַט װערן, און יונגע װעלן שטרױכלען געשטרױכלט װערן;/40:31 אָבער די װאָס האָפֿן אױף גאָט װעלן באַנײַען דעם כּוח, זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;זײ װעלן לױפֿן און ניט מיד װערן, זײ װעלן גײן און ניט מאַט װערן.


/41:1 שװײַגט פֿאַר מיר, איר אינדזלען, און זאָלן די פֿעלדער באַנײַען דעם כּוח;זאָלן זײ זיך נענטערן, דענצמאָל זאָלן זײ רעדן;באַנאַנד לאָמיר צום משפּט גענענען. /41:2 װער האָט דערװעקט פֿון מזרחדעם װאָס זיג באַגעגנט אױף זײַן טריט?ער גיט די פֿעלקער פֿאַר אים, און מאַכט אים געװעלטיקן איבער מלכים;װי שטױב מאַכט זײ זײַן שװערד, װי געטריבענעם שטרױ זײַן בױגן. /41:3 ער יאָגט זײ נאָך, ער גײט בשלום אַריבעראַ װעג װאָס ער האָט מיט זײַנע פֿיס ניט באַטרעטן. /41:4 װער האָט דאָס געמאַכט און געטאָן?דער װאָס רופֿט אױס די דורות פֿון אָנהײב. איך יהוה בין דער ערשטער, און מיט די לעצטע בין איך דער אײגענער. /41:5 די אינדזלען האָבן געזען, און האָבן מורא, די עקן פֿון דער ערד טוען ציטערן;זײ האָבן גענענט און זײַנען געקומען.

/41:6 אײנער העלפֿט דעם אַנדערן, און ער זאָגט צו זײַן ברודער: זײַ שטאַרק;/41:7 און דער טישלער שטאַרקט דעם שמעלצער, דער װאָס גלעט מיטן האַמער, דעם װאָס קלאַפּט אױפֿן אַמבאָס;ער זאָגט אױפֿן צונױפֿלײט: ער איז גוט;און באַפֿעסטיקט עס מיט נעגל, עס זאָל זיך ניט װאַקלען.

 /41:8 און דו ישׂראל מײַן קנעכט, יעקבֿ, װאָס איך האָב דיך אױסדערװײלט, דער זאָמען פֿון אבֿרהם מײַן ליבהאָבער, /41:9 װאָס איך האָב דיך אָנגענומען פֿון די עקן ערד, און פֿון אירע ברעגן דיך גערופֿן, און געזאָגט צו דיר: מײַן קנעכט ביסטו, איך האָב דיך אױסדערװײלט און דיך ניט פֿאַראַכט;/41:10 זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום איך בין מיט דיר, זאָלסט זיך ניט אומקוקן, װאָרום איך בין דײַן גאָט;איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך, און איך לען דיך אונטערמיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט. /41:11 זע, פֿאַרשעמט און צו שאַנד װעלן װערןאַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף דיר;װי נישט װעלן װערן און אונטערגײןדי מענטשן אין קריג מיט דיר;/41:12 װעסט זײ זוכן און זײ ניט געפֿינען, די מענטשן אין שטרײַט מיט דיר;װי נישט און װי גאָרנישט װעלן װערןדי מענטשן אין מלחמה מיט דיר. /41:13 װאָרום איך בין יהוה דײַן גאָטװאָס האַלט דײַן רעכטע האַנט, דער װאָס זאָגט צו דיר:זאָלסט ניט מורא האָבן, איך העלף דיך.

/41:14 זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרעם יעקבֿ, הײפֿעלע ישׂראל;איך העלף דיך, זאָגט גאָט, און דײַן אױסלײזער איז דער הײליקער פֿון ישׂראל. /41:15 זע, איך מאַך דיך פֿאַר אַ דרעששליטן אַ נײַעם, מיט שפּיצן אַ סך;/41:16 װעסט דרעשן בערג און צעמאָלן, – און הײכן װעסטו װי שפּרײ מאַכן. װעסט זײ װינטשופֿלען, און אַ װינט װעט זײ אַװעקטראָגן, און אַ שטורעם װעט זײ צעשפּרײטן;און דו װעסט זיך פֿרײען מיט גאָט, מיט דעם הײליקן פֿון ישׂראל װעסטו זיך רימען.

/41:17 די אָרימע און באַדערפֿטיקע זוכן װאַסער און ניטאָ, זײער צונג איז פֿאַרטריקנט פֿון דאָרשט;איך, יהוה, װעל זײ ענטפֿערן, איך, גאָט פֿון ישׂראל, װעל זײ ניט פֿאַרלאָזן. /41:18 איך װעל עפֿענען שטראָמען אױף הױכע ערטער, און קװאַלן אין מיטן פֿון טאָלן;איך װעל מאַכן דעם מדבר פֿאַר אַ געמױזעכץ װאַסער, און טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער. /41:19 איך װעל געבן אין מדבר צעדער, אַקאַציע, און מירט, און אײלבױם;איך װעל אײַנזעצן אין דער װיסטע ציפּרעס, טענענבױם און בוקסנבױם אין אײנעם;/41:20 כּדי זײ זאָלן זען און װיסן, און באַטראַכטן און פֿאַרשטײן צוגלײַך, אַז די האַנט פֿון גאָט האָט דאָס געטאָן, און דער הײליקער פֿון ישׂראל האָט עס געשאַפֿן.

/41:21 ברענגט אַהער אײַער קריג, זאָגט גאָט, גענענט אײַערע טענות, זאָגט דער קיניג פֿון יעקבֿ. /41:22 זאָלן זײ גענענען און אונדז זאָגןדי זאַכן װאָס געשעען;די פֿריִערדיקע – װאָס זײַנען זײ?זאָגט, כּדי מיר זאָלן צולײגן אונדזער האַרץ, און דערקענען זײער אױסלאָזן;אָדער די קומעדיקע לאָזט אונדז הערן. /41:23 דערצײלט אונדז װאָס װעט קומען שפּעטער, און מיר װעלן װיסן אַז איר זײַט געטער;יאָ, טוט גוטס אָדער טוט שלעכטס, און מיר װעלן זיך אומקוקן און זען צוגלײַך. /41:24 זעט, איר זײַט פֿון נישט, און אײַער װערק פֿון גאָרנישט;אומװערדיק איז דער װאָס טוט אײַך אױסװײלן.

/41:25 איך האָב דערװעקט פֿון צפֿון, און ער איז געקומען, פֿון זונאױפֿגאַנג דעם װאָס רופֿט מײַן נאָמען;און ער גײט אױף פֿירשטן װי אױף קױט, און װי אַ טעפּער טרעט לײם. /41:26 װער האָט אָנגעזאָגט פֿון אָנהײב, אַז מיר זאָלן װיסן, און פֿון פֿריִער, אַז מיר זאָלן זאָגן: ער איז גערעכט?קײנער צו מאָל האָט ניט אָנגעזאָגט, קײנער צו מאָל האָט ניט געלאָזט הערן, קײנער צו מאָל האָט ניט געהערט אײַערע װערטער. /41:27 אַן ערשטער [װעט קומען] קײן צִיון: זע, אָן זײַנען זײ!און ירושלים װעל איך געבן אַן אָנזאָגער. /41:28 אָבער איך קוק, און קײנער איז ניטאָ, און פֿון די דאָזיקע איז ניטאָ קײן יועץ, װאָס איך זאָל זײ פֿרעגן, און זײ זאָלן ענטפֿערן אַ װאָרט. /41:29 זע, זײ אַלע זײַנען גאָרנישט, נישטיק זײַנען זײערע װערק, װינט און װיסטקײט זײערע געצן.


/42:1 אָט איז מײַן קנעכט װאָס איך לען אים אונטער, מײַן אױסדערװײלטער װאָס מײַן זעל באַגערט;איך האָב אַרױפֿגעטאָן מײַן גײַסט אױף אים, אַ משפּט צו די פֿעלקער װעט ער אַרױסלאָזן. /42:2 ער װעט ניט שרײַען, און ניט הילכן, און ניט לאָזן הערן אין גאַס זײַן קָול. /42:3 אַן אײַנגעבראָכן שטעקל װעט ער ניט צעברעכן, און אַ טונקעלן קנױט װעט ער ניט פֿאַרלעשן;לױטן אמת װעט ער אַרױסלאָזן אַ משפּט. /42:4 ער װעט ניט מאַט װערן און ניט געבראָכן װערן, ביז ער װעט טאָן אױף דער ערד גערעכטיקײט;און אינדזלען װעלן װאַרטן אױף זײַן תּורה.

/42:5 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר, װאָס האָט באַשאַפֿן די הימלען און זײ אױסגעצױגן, װאָס האָט אױסגעשפּרײט די ערד מיט אירע שפּראָצונגען, װאָס גיט אָטעם דעם פֿאָלק אױף איר, און אַ גײַסט די װאָס גײען אױף איר:/42:6 איך גאָט האָב דיך גערופֿן אין גערעכטיקײט, און איך װעל אָננעמען דײַן האַנט, און דיך היטן, און דיך מאַכן פֿאַר אַ בונד מיט די פֿעלקער, פֿאַר אַ ליכט פֿון די אומות;/42:7 צו עפֿענען בלינדע אױגן, אַרױסצוציִען פֿון געפֿענקעניש דעם געפֿאַנגענעם, פֿון תּפֿיסה די װאָס זיצן אין פֿינצטערניש. /42:8 איך בין יהוה, דאָס איז מײַן נאָמען;און מײַן כּבֿוד װעל איך צו קײן אַנדערן ניט געבן, און מײַן לױב – צו קײן געצן. /42:9 דאָס פֿריִערדיקע, זע, איז אָנגעקומען, און נײַס װעל איך אָנזאָגן;אײדער עס שפּראָצט אַרױסװעל איך עס אײַך מאַכן הערן.

/42:10 זינגט צו גאָט אַ נײַ געזאַנג, זײַן לױב פֿון עק פֿון דער ערד, איר װאָס נידערט אױפֿן ים און זײַן פֿולקײט, אינדזלען און זײערע באַװױנער. /42:11 זאָלן הילכן דער מדבר און זײַנע שטעט, די דערפֿער װאָס קֵדר באַװױנט;זאָלן זינגען די באַװױנער פֿון פֿעלדז, פֿון שפּיץ בערג זאָלן זײ שרײַען. /42:12 זאָלן זײ טאָן כּבֿוד צו גאָט, און זײַן לױב אין די אינדזלען דערצײלן. /42:13 גאָט װעט אַרױסגײן װי אַ גִבור, װי אַ קריגסמאַן װעט ער װעקן זײַן צאָרן;ער װעט שאַלן און װעט שרײַען, איבער די פֿײַנט זײַנע װעט ער זיך שטאַרקן.

/42:14 איך האָב געשװיגן פֿון לאַנג אָן, איך פֿלעג שטיל זײַן, זיך אײַנהאַלטן;אַצונד װעל איך שרײַען װי אַ געװינערין, איך װעל העשען און סאָפּען אין אײנעם. /42:15 איך װעל פֿאַרװיסטן די בערג און די הײכן, און אַל זײער גראָז װעל איך פֿאַרדאַרן;און איך װעל מאַכן טײַכן פֿאַר אינדזלען, און געמױזעכץ װעל איך פֿאַרטריקענען. /42:16 און איך װעל מאַכן גײן בלינדעאױף אַ װעג װאָס זײ האָבן ניט געװוּסט, אױף שטעגן װאָס זײ האָבן ניט געװוּסטװעל איך זײ פֿירן;איך װעל מאַכן זײ פֿאַרױס פֿינצטערניש צו ליכט, און קרומענישן פֿאַר אַ פּלױן. די דאָזיקע זאַכן, זײ טו איך, און לאָז זײ ניט אױס. /42:17 אָפּטרעטן אַהינטער, שעמען װעלן זיך שעמען, די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױפֿן געשניצטן בילד, די װאָס זאָגן צו געגאָסענע געצן:איר זײַט אונדזערע געטער.

/42:18 איר טױבע הערט, און איר בלינדע, קוקט זעט. /42:19 װער איז בלינד אױב ניט מײַן קנעכט?אָדער טױב װי מײַן שָלִיח װאָס איך שיק?װער איז בלינד װי דער איבערגעבענער, און בלינד װי דער קנעכט פֿון גאָט?/42:20 געזען פֿיל, אָבער דו מערקסט ניט;אָפֿן די אױערן, אָבער ער הערט ניט. /42:21 גאָט האָט באַװיליקט פֿון װעגן זײַן גערעכטיקײט, ער זאָל גרײסן די תּורה און פּראַכטיקן. /42:22 אָבער עס איז אַ באַרױבט און באַראַבעװעט פֿאָלק, געפֿאַנגען אין לעכער האָט מען זײ אַלע, און אין תּפֿיסות זײַנען זײ באַהאַלטן;זײ זײַנען געװאָרן צו רױב, און ניטאָ װער זאָל מציל זײַן, צו אױסרױבונג, און ניטאָ װער זאָל זאָגן: קער אום!

/42:23 װער צװישן אײַך װיל פֿאַרנעמען דאָס דאָזיקע, האָרכן און פֿאַרשטײן פֿאַרױס?/42:24 װער האָט געגעבן צו אױסרױבונג יעקבֿ, און ישׂראל צו רױבער?איז דאָס ניט גאָט, װאָס מיר האָבן געזינדיקט צו אים, און אין זײַנע װעגן האָט מען ניט געװאָלט גײן, און זײַן תּורה האָט מען ניט צוגעהערט?/42:25 דרום האָט ער אױסגעגאָסן אױף אים דעם גרים פֿון זײַן צאָרן, און די שטאַרקײט פֿון מלחמה;און זי האָט אים אָנגעצונדן רונד אַרום, און ער האָט ניט געמערקט, און זי האָט אים געברענט, און ער נעמט ניט צום האַרצן.


/43:1 און אַצונד האָט אַזױ געזאָגט גאָט דײַן בורא, יעקבֿ, און דײַן באַשעפֿער, ישׂראל;זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום איך לײז דיך אױס, איך רוף דיך בײַם נאָמען, מײַנער ביסטו. /43:2 אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר, און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך ניט פֿאַרפֿלײצן;און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו ניט אָנגעברענט װערן, און קײן פֿלאַם װעט דיך ניט אָנצינדן. /43:3 װאָרום איך בין יהוה דײַן גאָט, דער הײליקער פֿון ישׂראל, דײַן העלפֿער;איך גיב מצרַיִם פֿאַר דײַן אױסלײז, כּוּש און סבֿא אָנשטאָט דיר. /43:4 װײַל טײַער ביסטו אין מײַנע אױגן, געאַכט, און איך האָב דיך ליב;דרום גיב איך מענטשן אָנשטאָט דיר, און פֿעלקער אָנשטאָט דײַן לעבן. /43:5 זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום איך בין מיט דיר;פֿון מזרח װעל איך ברענגען דײַן זאָמען, און פֿון מערבֿ װעל איך דיך אײַנזאַמלען;/43:6 איך װעל זאָגן צו צפֿון: גיב אַהער!און צו דָרום: זאָלסט ניט צוריקהאַלטן!ברענג מײַנע זין פֿון דער װײַט, און מײַנע טעכטער פֿון עק ערד;/43:7 איטלעכן װאָס װערט גערופֿן מיט מײַן נאָמען, און װאָס איך האָב אים פֿאַר מײַן כּבֿוד באַשאַפֿן, אים געפֿורעמט און אים געמאַכט. /43:8 ציט אַרױס דאָס פֿאָלק װאָס איז בלינד, און האָט אױגן, און די װאָס זײַנען טױב, און האָבן אױערן.

/43:9 אַלע פֿעלקער זאָלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם, און לאָזן זיך אױפֿקלײַבן די אומות;װער צװישן זײ קען דאָס זאָגן, און פֿאַרױסגעזענס אונדז לאָזן הערן?זאָלן זײ ברענגען זײערע עדות, און גערעכט זײַן, און זאָל מען הערן און זאָגן: עס איז אמת. /43:10 איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט גאָט, און מײַן קנעכט װאָס איך האָב אױסדערװײלט, כּדי איר זאָלט װיסן, און גלױבן אין מיר, און פֿאַרשטײן אַז איך בין דאָס;פֿאַר מיר איז ניט געשאַפֿן געװאָרן קײן גאָט, און נאָך מיר װעט ניט זײַן. /43:11 איך, איך בין יהוה, און חוץ מיר איז קײן העלפֿער ניטאָ. /43:12 איך האָב אָנגעזאָגט און געהאָלפֿן, און איך האָב געמאַכט הערן, און ניט אַ פֿרעמדער איז געװען צװישן אײַך;און איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט יהוה, אַז איך בין גאָט. /43:13 אױך הײַנט בין איך דער אײגענער, און ניטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון מײַן האַנט;איך טו, און װער קען עס אָפּהאַלטן?

/43:14 אַזױ האָט געזאָגט אײַער אױסלײזער, דער הײליקער פֿון ישׂראל:פֿון אײַערט װעגן שיק איך קײן בָבֿל, און װעל זײ אַלע מאַכן נידערן אַנטלאָפֿענע, און די כַּשׂדים – אין זײערע לוסטיקע שיפֿן. /43:15 איך בין יהוה, אײַער הײליקער, דער באַשעפֿער פֿון ישׂראל, אײַער קיניג.

/43:16 אַזױ האָט גאָט געזאָגט, דער װאָס האָט געגעבן דורכן ים אַ װעג, און דורך מאַכטיקע װאַסערן אַ שטעג;/43:17 װאָס האָט געלאָזט אַרױסציִען רײַטװעגן און פֿערד, חיל און שטאַרקײט, זײ זאָלן ליגן אין אײנעם, זײ זאָלן ניט אױפֿשטײן –זײ האָבן געצאַנקט, זײ האָבן װי אַ קנױט זיך אױסגעלאָשן:/43:18 איר זאָלט ניט דערמאָנען דאָס פֿריִערדיקע, און דאָס אַמאָליקע זאָלט איר ניט באַרטראַכטן. /43:19 אָט טו איך אַ נײַס;אַצונד שפּראָצט עס; דערקענט איר עס ניט?יאָ, איך װעל מאַכן אין מדבר אַ װעג, אין דער װיסטעניש טײַכן. /43:20 ערלעכן װעט מיך די חיה פֿון פֿעלד, שאַקאַלן און שטרױספֿױגלען, װײַל איך גיב אין מדבר װאַסער, טײַכן אין דער װיסטעניש, אָנצוטרינקען מײַן פֿאָלק, מײַן אױסדערװײלטס;/43:21 דאָס פֿאָלק װאָס איך האָב מיר באַשאַפֿן, זײ זאָלן דערצײלן מײַן לױב. /43:22 און מיך האָסטו ניט גערופֿן, יעקבֿ, אַז דו זאָלסט זײַן מיד פֿון מיר, ישׂראל;/43:23 האָסט מיר ניט געבראַכט דאָס לאַם פֿון דײַנע בראַנדאָפּפֿער, און מיט דײַנע שלאַכטאָפּפֿער האָסטו מיך ניט געערלעכט;איך האָב דיך ניט באַשװערט מיט שפּײַזאָפּפֿער, און דיך ניט מיד געמאַכט מיט װײַרױך. /43:24 האָסט מיר ניט געקױפֿט פֿאַר געלט געװירצראָר, און מיט פֿעטס פֿון דײַנע שלאַכטאָפּפֿער מיך ניט געזעט;נײַערט האָסט מיך באַשװערט מיט דײַנע חטאים, מיך מיד געמאַכט מיט דײַנע זינד. /43:25 איך, איך בין דער װאָס מעק אױסדײַנע פֿאַרברעכן פֿון מײַנעט װעגן, און דײַנע חטאים װעל איך ניט דערמאָנען. /43:26 דערמאָן מיר, לאָמיר זיך משפּטן מיט אַנאַנדער, דערצײל דו, כּדי זאָלסט גערעכט זײַן. /43:27 דײַן ערשטער פֿאָטער האָט געזינדיקט, און דײַנע פֿירשפּרעכער האָבן געבראָכן אָן מיר. /43:28 דרום האָב איך פֿאַרשװעכט די האַרן פֿון הײליקטום, און געגעבן צו פֿאַרװיסטונג יעקבֿ, און ישׂראל צו לעסטערונג.

/44:1 און אַצונד, הער, יעקבֿ מײַן קנעכט, און ישׂראל, װעמען איך האָב אױסדערװײלט;/44:2 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דײַן באַשאַפֿער, און דײַן פֿורעמער פֿון מוטערלײַב, װאָס העלפֿט דיך:זאָלסט ניט מורא האָבן, מײַן קנעכט יעקבֿ, און ישוּרון, װעמען איך האָב אױסדערװײלט. /44:3 װאָרום איך װעל גיסן װאַסער אױף דאָרשטיק לאַנד, און פֿלוסן אױף טריקעניש;איך װעל אױסגיסן מײַן גײַסט אױף דײַן זאָמען, און מײַן ברכה אױף דײַנע שפּראָצן. /44:4 און זײ װעלן שפּראָצן װי צװישן גראָז, װי װערבעס בײַ בעכן װאַסער. /44:5 דער װעט זאָגן: איך געהער צו יהוה;און דער װעט זיך רופֿן מיטן נאָמען פֿון יעקבֿ, און דער װעט אױפֿשברײַבן אױף זײַן האַנט ״צו יהוה״, און מיטן נאָמען ישׂראל זיך טיטלען.

/44:6 אַזױ האָט געזאָגט יהוה, דער קיניג פֿון ישׂראל, און זײַן אױסלײזער, יהוה פֿון צבֿאות:איך בין דער ערשטער, און איך בין דער לעצטער, און חוץ מיר איז ניטאָ קײן גאָט. /44:7 און װער װי איך קען פֿאַרױסרופֿן –זאָל ער עס זאָגן און אױסלײגן פֿאַר מיר –פֿון זינט איך האָב באַשאַפֿן דאָס עלטסטע פֿאָלק?און דאָס קומעדיקע און װאָס װעט געשעןזאָלן זײ דערצײלן. /44:8 איר זאָלט ניט אַנגסטן און ניט פֿאָרכטן;פֿאַר װאָר, פֿון לאַנג אָןהאָב איך דיך געלאָזט הערן און דערצײלט, און איר זײַט מײַנע עדות. איז דען דאָ אַ גאָט אחוץ מיר, אַז ניטאָ אַ באַשיץ איך זאָל ניט װיסן?

/44:9 די פֿורעמער פֿון אַ געץ זײַנען נישטיק אַלע, און זײערע גלוסטיקע בילדער נוצן ניט;און זײ אַלײן זײַנען זײערע עדות, אַז זײ הערן ניט און װײסן ניט;דרום װעלן זײ פֿאַרשעמט װערן. /44:10 װער פֿורעמט עס אַ גאָט, און גיסט אױס אַ געץ װאָס נוצט ניט!/44:11 זע, אַלע באַהעפֿטע אין אים װעלן זיך שעמען, און די מײַנסטערס– זײ מער פֿון אַלע מענטשן;זאָלן זײ אַלע זיך אײַנזאַמלען, זיך שעמען, אין אײנעם.

/44:12 דער אײַזנשמיד [מאַכט] אַ האַק, און אַרבעט אױף קױלן, און מיט האַמערס טוט ער זי פֿורעמען, און אַרבעט זי אױס מיט זײַן שטאַרקן אָרעם;אױך װערט ער הונגעריק, און איז אָן כּוח, ער טרינקט ניט קײן װאַסער, און װערט פֿאַרשמאַכט. /44:13 דער האָלצמײַנסטער ציט אױס אַ שנור;ער צײכנט עס מיט אַ שטיפֿט, ער מאַכט עס מיט הובלען צורעכט, און מיט אַ צירקל צײכנט ער עס אַרום, און ער מאַכט עס לױט דער געשטאַלט פֿון אַ מאַן, לױט דער שײנקײט פֿון אַ מענטשן, אױף צו װױנען אין אַ הױז.

/44:14 ער האַקט זיך אױס צעדערן, און נעמט אַ האַרטדעמב אָדער אַן אײַכנבױם, און װײלט זיך אױס צװישן די בײמער פֿון װאַלד;ער פֿלאַנצט אַ פֿיכטבױם, און דער רעגן מאַכט װאַקסן. /44:15 און עס איז פֿאַר דעם מענטשן אױף צו ברענען;און ער נעמט דערפֿון, און װאַרעמט זיך, אױך הײצט ער, און באַקט ברױט;דערצו מאַכט ער אַ גאָט און בוקט זיך;מאַכט עס צום געץ, און קניט דערצו. /44:16 טײל דערפֿון האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער, אױף טײל דערפֿון עסט ער פֿלײש –בראָט בראָטן און זעטיקט זיך, אױך װאַרעמט ער זיך, און זאָגט: אַה!מיר איז װאַרעם, איך שפּיר דאָס פֿײַער;/44:17 און דעם איבערבלײַב דערפֿוןמאַכט ער פֿאַר אַ גאָט – פֿאַר זײַן געץ;קניט צו אים און בוקט זיך און טוט תּפֿילה צו אים, און זאָגט: ראַטעװע מיך, װאָרום מײַן גאָט ביסטו.

/44:18 זײ װײסן ניט, און זײ פֿאַרשטײען ניט, װאָרום פֿאַרקלעפּט פֿון צו זען זײַנען זײערע אױגן, פֿון צו פֿאַרשטײן – זײערע הערצער. /44:19 און קײנער איבערלײגט ניט אין זײַן האַרצן, און ניטאָ קײן דערקענונג און קײן שׂכל צו זאָגן:טײל דערפֿון האָב איך פֿאַרברענט אין פֿײַער, און אױך געבאַקט אױף זײַנע קױלן ברױט, געבראָטן פֿלײש און געגעסן;און דעם רעשט דערפֿוןזאָל איך פֿאַר אַן אומװערדיקײט מאַכן?צו אַ שײַט האָלץ זאָל איך קניִען?/44:20 ער יאָגט זיך נאָך אַש, אַ פֿאַרנאַרט האַרץ האָט אים אַראָפּגעפֿירט, און ער איז ניט מציל זײַן נפֿש, און זאָגט ניט:פֿאַר װאָר, ליגן איז אין מײַן רעכטער האַנט.

/44:21 געדענק דאָס דאָזיקע, יעקבֿ, און ישׂראל, אַז מײַן קנעכט ביסטו;איך האָבן דיך געפֿורעמט, אַ קנעכט ביסטו מיר;ישׂראל, זאָלסט מיך ניט פֿאַרגעסן. /44:22 איך האָב אָפּגעמעקט װי אַ כמאַרע דײַנע פֿאַרברעכן, און װי אַ װאָלקן דײַנע זינד;קער זיך אום צו מיר, װאָרום איך האָב דיך אױסגעלײזט.

/44:23 זינגט איר הימלען, װאָרום גאָט האָט אױפֿגעטאָן;שאַלט, איר טיפֿענישן פֿון דער ערד, ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג, דער װאַלד און יעטװעדער בױם אין אים;װאָרום גאָט האָט אױסגעלײזט יעקבֿ, און מיט ישׂראל טוט ער זיך רימען.

/44:24 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דײַן אױסלײזער, און דײַן פֿורעמער פֿון מוטערלײַב:איך בין יהוה װאָס האָב אַלץ דינג געמאַכט, װאָס האָב אױסגעצױגן די הימלען אַלײן, װאָס האָב אױסגעשפּרײט די ערד פֿון מיר זעלבערט;/44:25 װאָס פֿאַרשטערט די צײכנס פֿון די ליגנערס, און די װאָרזאָגער מאַכט ער צעדולט;װאָס קערט די חכמים אַהינטער, און זײער שׂכל באַנאַרישט ער;/44:26 װאָס איז מקיים דאָס װאָרט פֿון זײַן קנעכט, און דעם באַראָט פֿון זײַנע שלוחים פֿירט ער אױס;װאָס זאָגט אױף ירושלים: זײ זאָל באַזעצט װערן;און אױף די שטעט פֿון יהוּדה: זײ זאָלן אָפּגעבױט װערן, און אירע חורבֿות װעל איך אױפֿריכטן;/44:27 װאָס זאָגט צו דער טיפֿעניש: װער טרוקן, און דײַנע טײַכן װעל איך אױסטריקענען;/44:28 װאָס זאָגט אױף כּוֹרֶשן: ער איז מײַן פּאַסטוך, און אַל מײַן באַגער װעט ער אױספֿירן, צו זאָגן אױף ירושָלַיִם: זי זאָל געבױט װערן, און צום טעמפּל: זאָלסט געגרונטפֿעסט װערן.


/45:1 אַזױ האָט געזאָגט גאָט צו זײַן געזאַלבטן, צו כּוֹרֶשן װאָס איך האַלט זײַן רעכטע האַנט, צו מאַכן אונטערטעניק פֿאַר אים פֿעלקער, און איך זאָל לױז מאַכן די לענדן פֿון מלכים;צו עפֿענען פֿאַר אים טירן, און טױערן זאָלן ניט פֿאַרשלאָסן זײַן:/45:2 איך װעל גײן דיר פֿאַרױס, און קרומע ערטער װעל איך אױסגלײַכן;קופּערנע טירן װעל איך צעברעכן, און אײַזערנע ריגלען װעל איך צעהאַקן. /45:3 און איך װעל דיר געבן די אוֹצרות פֿון דער פֿינצטערניש, און די שאַצן פֿון פֿאַרבאָרגענישן, כּדי זאָלסט װיסן אַז איך בין יהוה, װאָס רופֿט דיך בײַם נאָמען, דער גאָט פֿון ישׂראל. /45:4 פֿון װעגן דעם קנעכט מײַנעם יעקבֿ, און ישׂראל מײַן אױסדערװײלטן, האָב איך דיך גערופֿן בײַ דײַן נאָמען, דיך באַטיטלט, הגם דו האָסט מיך ניט געקענט. /45:5 איך בין יהוה, און מער איז ניטאָ, חוץ מיר איז קײן גאָט ניט פֿאַראַן;איך האָב דיך באַגורט, הגם דו האָסט מיך ניט געקענט;/45:6 כּדי מע זאָל װיסן פֿון אױפֿגאַנג פֿון זוןאון פֿון איר אונטערגאַנג, אַז ניטאָ אױסער מיר;איך בין יהוה, און מער איז ניטאָ;/45:7 דער װאָס פֿורעמט ליכט, און באַשאַפֿט פֿינצטערניש, מאַכט פֿריד, און באַשאַפֿט בײז;איך יהוה מאַך אַל די דאָזיקע.

/45:8 טריפֿט, איר הימלען, פֿון אױבן, און די װאָלקנס זאָלן רינען גערעכטיקײט;זאָל די ערד זיך עפֿענען, און ישועות זאָלן זיך פֿרוכפּערן. און רעכטפֿאַרטיקײט זאָל זײ מאַכן שפּראָצן באַגלײַך;איך יהוה האָב דאָס באַשאַפֿן.

/45:9 װײ, דער װאָס קריגט זיך מיט זײַן באַשעפֿער –אַ שערבל צװישן שערבלעך פֿון דער ערד!װעט דען זאָגן דער לײם צו זײַן פֿורעמער: װאָס טוסטו?אָדער: דײַן אַרבעט איז אָן הענט?/45:10 װײ, דער װאָס זאָגט צו דעם פֿאָטער:נאָך װאָס מאַכסטו געבערן?און צו דער פֿרױ:נאָך װאָס האָסטו װײען?

/45:11 אַזױ האָט גאָט געזאָגט, דער הײליקער פֿון ישׂראל און זײַן באַשעפֿער:פֿרעגט מיך דאָס קומעדיקע, באַפֿעלט מיר װעגן מײַנע קינדער און װעגן דעם װערק פֿון מײַנע הענט. /45:12 איך האָב געמאַכט די ערד, און דעם מענטשן אױף איר באַשאַפֿן;איך – מײַנע הענט האָבן אױסגעצױגן די הימעלן, און זײער גאַנצן חיל האָב איך באַפֿױלן. /45:13 איך האָב אים דערװעקט מיט גערעכטיקײט, און אַלע זײַנע װעגן װעל איך אױסגלײַכן;ער װעט בױען מײַן שטאָט, און מײַנע פֿאַרטריבענע װעט ער אַרױסלאָזן, ניט אום געצאָלט, און ניט אום שוחד, זאָגט גאָט פֿון צבֿאות.

/45:14 אַזױ האָט גאָט געזאָגט:די מי פֿון מצרַיִם, און דער מסחר פֿון כּוּש, און די סבֿאים, די װוּקסיקע לײַט, װעלן איבערגײן צו דיר, און דײַנע װעלן זײ װערן;הינטער דיר װעלן זײ גײן, אין קײטן װעלן זײ אַריבערקומען, און בוקן װעלן זײ זיך צו דיר;בעטן װעלן זײ זיך בײַ דיר:נאָר בײַ דיר איז גאָט, און מער איז ניטאָ;ניט פֿאַראַן נאָך אַ גאָט.

/45:15 פֿאַר װאָר, ביסט אַ גאָט װאָס פֿאַרבאָרגט זיך, גאָט פֿון ישׂראל, דו העלפֿער. /45:16 פֿאַרשעמט און אױך צו שאַנד װערן זײ אַלע, מיט שאַנד גײען אַװעק אין אײנעםאַלע מײַנסטערס פֿון געצנבילדער. /45:17 ישׂראל װערט געהאָלפֿן פֿון גאָטאַן אײביקע הילף;איר װעט ניט פֿאַרשעמט און ניט צו שאַנד װערןביז אײביקאײביקײטן.

/45:18 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער באַשעפֿער פֿון די הימלען, – ער, גאָט, װאָס האָט געפֿורעמט די ערד און זי געמאַכט;ער װאָס האָט זי אױפֿגעשטעלט, ניט פֿאַר אַ װיסטעניש זי באַשאַפֿן, נאָר צום װױנען זי געפֿורעמט:איך בין יהוה, און מער איז ניטאָ. /45:19 ניט אין פֿאַרבאָרגעניש האָב איך גערעדט, אין אַן אָרט פֿון פֿינצטערלאַנד;איך האָב ניט געזאָגט צו דעם זאָמען פֿון יעקבֿ:אין װיסטעניש זוכט מיך;איך יהוה רעד גערעכטיקײט, זאָג אָן די ריכטיקײט. /45:20 זאַמלט אײַך אײַן און קומט גענענט אין אײנעם, איר אַנטרונענע פֿון די פֿעלקער;אָן פֿאַרשטאַנד זײַנען די װאָס טראָגן זײער האָלצגעשניץ, און טוען תּפֿילה צו אַ גאָט װאָס העלפֿט ניט. /45:21 זאָגט אָן, און מאַכט זײ גענענען, און לאָמען האַלטן אַן עצה אין אײנעם:װער האָט דאָס געלאָזט הערן פֿון פֿאַרצײַטן, פֿון לאַנג אָן דאָס אָנגעזאָגט?פֿאַר װאָר, איך יהוה, און ניטאָ מער קײן גאָט אחוץ מיר, אַ גאָט אַ גערעכטער און אַ העלפֿער;ניטאָ אױסער מיר. /45:22 קערט אײַך צו מיר, און װערט געהאָלפֿן, אַלע עקן פֿון דער ערד;װאָרום איך בין גאָט, און מער איז ניטאָ. /45:23 איך האָב געשװאָרן בײַ מיר:אַ װאָרט איז אַרױס פֿון מײַן מױל אין גערעכטיקײט, און װעט זיך ניט אומקערן, אַז צו מיר זאָל זיך בײגן יעטװעדער קני, זאָל שװערן יעטװעדער צונג. /45:24 נאָר אין יהוה – װעט מען זאָגן –איז מיר גערעכטיקײט און שטאַרקײט;צו אים װעלן קומען און זיך שעמעןאַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף אים. /45:25 דורך גאָט װעט גערעכט װערן און זיך רימעןדער גאַנצער זאָמען פֿון ישׂראל.

/46:1 געקניט איז בֵל, געבױגן איז נבֿוֹ;זײערע געצן זײַנען אױף בהמות און אױף לאַסטפֿי;די װאָס איר פֿלעגט זיך אומטראָגן מיט זײ, זײַנען אױפֿגעלאָדן, אַ משׂא אױף מידע בהמות. /46:2 זײ זײַנען געבױגן, געקניט אין אײנעם;זײ האָבן ניט געקענט ראַטעװען די משׂא, און זײ אַלײן זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט אַװעק.

/46:3 הערט מיר צו, איר הױז פֿון יעקבֿ, און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון הױז ישׂראל, איר געפּעסטעטע פֿון מוטערלײַב, איר געטראָגענע פֿון געבערמוטער:/46:4 אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער, און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן;איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן, און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען.

/46:5 צו װעמען װילט איר מיך צוגלײַכן און גלײַכשטעלן, און מיך פֿאַרגלײַכן, אַז מיר זאָלן גלײַך זײַן?/46:6 איר װאָס שיט גאָלד פֿון בײַטל, און װעגט זילבער אױפֿן װאָגשטאַנג;װאָס דינגט אַ שמעלצער ער זאָל דערפֿון מאַכן אַ גאָט, מע זאָל זיך קניִען און בוקן. /46:7 מע נעמט אים אױפֿן אַקסל, מע טראָגט אים, און מע שטעלט אים אַװעק אױף זײַן פּלאַץ, און ער שטײט, ער רירט זיך ניט פֿון זײַן אָרט;אַפֿילו עמעצער שרײַט צו אים, ענטפֿערט ער ניט, פֿון זײַן נױט טוט ער ניט העלפֿן.

/46:8 געדענקט דאָס, און מינטערט אײַך אױף, נעמט, איר פֿאַרברעכער, צום האַרצן. /46:9 געדענקט דאָס פֿריִערדיקע פֿון אײביק אָן:אַז איך בין גאָט, און מער איז ניטאָ, גאָט, און נישטאָ מײַן גלײַכן. /46:10 איך זאָג אָן פֿון אָנהײב דעם סָוף, און פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס איז נאָך ניט געשען;איך זאָג: מײַן באַראָט זאָל באַשטײן, און אַל מײַן באַגער װעל איך טאָן. /46:11 איך רוף פֿון מזרח דעם רױבפֿױגל, פֿון אַ װײַטן לאַנד דעם מאַן פֿון מײַן באַראָט;יאָ, איך האָב גערעדט, און איך װעל עס ברענגען, איך האָב באַשערט, און איך װעל עס טאָן.

/46:12 הערט מיר צו, איר שטאַרקהאַרציקע, װאָס שפּירט זיך װײַט פֿון גערעכטיקײט:/46:13 איך דערנען מײַן גערעכטיקײט, זי איז ניט װײַט, און מײַן ישועה װעט ניט זאַמען;און איך װעל געבן אין צִיון אַ ישועהפֿאַר ישׂראל מײַן צירונג.


/47:1 נידער אַראָפּ און זיץ אין שטױביונגפֿרױ טאָכטער בָבֿל;זיץ אױף דער ערד אָן אַ טראָן, טאָכטער פֿון כַּשׂדים;װאָרום מער װעט מען דיך ניט רופֿןאײדעלע און פֿאַרצערטלטע. /47:2 נעם אַ זשאָרנע, און מאָל מעל;דעק אָפּ דײַן שלײער, הײב אױף די שלעפּ, אַנטפּלעק די היפֿט, גײ טײַכן אַריבער. /47:3 אָפּגעדעקט װעט װערן דײַן נאַקעטקײט, אױך געזען װערן װעט דײַן שאַנד;נקמה װעל איך נעמען, און ניט לאָזן אַ מענטשן זיך אָפּבעטן. /47:4 אונדזער אױסלײזער – יהוה פֿון צבֿאות איז זײַן נאָמען, דער הײליקער פֿון ישׂראל. /47:5 זיץ שטיל, און גײ אַרײַן אין פֿינצטערניש, טאָכטער פֿון כַּשׂדים, װאָרום מער װעט מען דיך ניט רופֿןהאַרינטע פֿון קיניגרײַכן. /47:6 איך האָב געצערנט אױף מײַן פֿאָלק, איך האָב פֿאַרשװעכט מײַן אַרב, און זײ געגעבן אין דײַן האַנט;האָסטו זײ קײן רַחמָנות ניט געשענקט, אױף אַ זקן האָסטו באַשװערט דײַן יאָך ביז גאָר. /47:7 און האָסט געזאָגט:אױף אײביק װעל איך אַ האַרינטע זײַן;אַזױ אַז דו האָסט דאָס ניט גענומען צום האַרצן, ניט געדאַכט אָן דעם סָוף דערפֿון.

/47:8 און אַצונד הער דאָס צו, דו װױלטאָגערין, – װאָס זיצט אין זיכערקײט, װאָס זאָגט אין איר האַרצן:איך, און חוץ מיר איז ניטאָ מער. איך װעל ניט זיצן אַן אלמנה, און ניט װיסן פֿון בלײַבן אָן קינדער:/47:9 אָבער די דאָזיקע בײדע װעלן קומען אױף דיראין אַ רגע אין אײן טאָג:בלײַבן אָן קינדער און אלמנהשאַפֿט;אין זײער פֿולער מאָס קומען זײ אױף דיר, בײַ אַל דײַנע פֿיל כּישופֿן, בײַ אַל דער גרױס שטאַרקײט פֿון דײַנע שפּרוכן. /47:10 און ביסט געװען זיכער אין דײַן שלעכטיקײט, האָסט געזאָגט: קײנער זעט מיך ניט;דײַן חכמה און דײַן קענשאַפֿט, זי האָט דיך פֿאַרפֿירט;און האָסט געזאָגט אין דײַן האַרצן:איך, און חוץ מיר איז ניטאָ מער. /47:11 אָבער קומען װעט אױף דיר אַ בײזװאָס דו װעסט ניט װיסן װי עס אָפּצושפּרעכן, און אָנפֿאַלן װעט אױף דיר אַ בראָךװאָס דו װעסט אים ניט קענען אָפּטאָן, און קומען װעט אױף דיר פּלוצלינג אַ פֿאַרװיסטונג, אַז דו װעסט גאָר ניט מערקן. /47:12 שטײ אַקאָרשט אױף מיט דײַנע שפּרוכן, און מיט דײַנע פֿיל כּישופֿן, אױף װאָס דו האָסט זיך געמיט פֿון דײַן יוגנט אָן;אפֿשר װעסטו קענען נוצן, אפֿשר װעסטו אָנשרעקן. /47:13 ביסט מיד פֿון דײַנע פֿיל עצות;זאָלן די הימלקוקער, די שטערנזעער, די פֿאַרױסזאָגער פֿון די חדשים, אַקאָרשט אױפֿשטײן און דיך העלפֿןפֿון די װאָס װעלן קומען אױף דיר. /47:14 זע, זײ װערן אַזױ װי שטרױ, אַ פֿײַער טוט זײ פֿאַרברענען, זײ װעלן זיך אַלײן ניט מציל זײַןפֿון דער מאַכט פֿון דער פֿלאַם;ניט אַ קױל זיך צו װאַרעמען װעט עס זײַן –אַ פֿײַער צו זיצן פֿאַר אים. /47:15 אַזױ װערן צו דירדי װאָס דו האָסט זיך געמיט אום זײ;די װאָס האָבן געהאַנדלט מיט דיר פֿון דײַן יוגנט אָן, װאַנדערן איטלעכער אין זײַן זײַט, קײנער העלפֿט דיך ניט.


/48:1 הערט דאָס צו, איר הױז פֿון יעקבֿ, די װאָס װערן גערופֿן מיטן נאָמען ישׂראל, און פֿון קװאַל פֿון יהוּדה זײַנען זײ אַרױס;װאָס שװערן בײַם נאָמען יהוה, און דעם גאָט פֿון ישׂראל דערמאָנען זײ –ניט מיט אמת, און ניט מיט גערעכטיקײט. /48:2 װאָרום אױף דער הײליקער שטאָט רופֿן זײ זיך, און אױף דעם גאָט פֿון ישׂראל לענען זײ זיך, װאָס יהוה פֿון צבֿאות איז זײַן נאָמען. /48:3 דאָס פֿריִערדיקע האָב איך פֿון אַ מאָל אָנגעזאָגט, און פֿון מױל איז עס אַרױס, און איך האָב עס געלאָזט הערן;פּלוצים האָב איך געטאָן, און עס איז געשען. /48:4 װײַל איך האָב געװוּסט אַז האַרט ביסטו, און אַן אײַזערנער אָדער איז דײַן נאַקן, און דײַן שטערן איז קופּער;/48:5 דרום האָב איך דיר אָנגעזאָגט פֿון אַ מאָל, אײדער עס איז געקומען, האָב איך דיך געלאָזט הערן;כּדי זאָלסט ניט זאָגן: מײַן געץ האָט עס געטאָן, און מײַן געשניצט און מײַן געגאָסן בילד האָט עס באַפֿױלן. /48:6 האָסט געהערט, זע, אַל דאָס דאָזיקע, און איר װעט עס דאָך צוגעבן;איך האָב דיך געלאָזט הערן נײַסן אַצונד, און פֿאַרבאָרגנס װאָס דו האָסט ניט געװוּסט. /48:7 אַצונד איז עס באַשאַפֿן געװאָרן, און ניט פֿון אַ מאָל, און אַ טאָג פֿריִער האָסטו פֿון דעם ניט געהערט;כּדי זאָלסט ניט זאָגן: זע, איך האָב עס געװוּסט. /48:8 ניט צו מאָל געהערט האָסטו, ניט צו מאָל געװוּסט האָסטו, ניט צו מאָל געעפֿנט האָט זיך דײַן אױער פֿון אַ מאָל;װאָרום איך האָב געװוּסט אַז פֿעלשן װעסטו פֿעלשן, און פֿאַרברעכער פֿון מוטערלײַב האָט מען דיך גערופֿן. /48:9 פֿון מײַן נאָמען װעגן װעל איך אײַנהאַלטן מײַן צאָרן, פֿון מײַן לױב װעגן װעל איך מיך צאַמען קעגן דיר, כּדי דיך ניט צו פֿאַרשנײַדן. /48:10 זע, איך האָב דיך געלײַטערט, אָבער ניט װי זילבער, איך האָב דיך געפּרוּװט אין שמעלצאױװן פֿון פּײַן. /48:11 פֿון מײַנעט װעגן, פֿון מײַנעט װעגן װעל איך טאָן;װאָרום װי זאָל מײַן נאָמען פֿאַרשװעכט װערן?און מײַן כּבֿוד װעל איך קײן אַנדערן ניט געבן.

/48:12 הער מיר צו, יעקבֿ, און ישׂראל מײַן גערופֿענער:איך בין דאָס; איך בין דער ערשטער, איך בין אױך דער לעצטער. /48:13 יאָ, מײַן האַנט האָט געגרונטפֿעסט די ערד, און מײַן רעכטע האָט אױסגעשפּרײט די הימלען;איך רוף צו זײ, שטעלן זײ זיך אױף אין אײנעם. /48:14 זאַמלט אײַך אײַן, איר אַלע, און הערט:װער צװישן זײ האָט פֿאַרױסגעזאָגט דאָס דאָזיקע?דער װאָס גאָט האָט אים ליב, װעט טאָן זײַן באַגער אין בָבֿל, און זײַן אָרעם װעט זײַן אױף די כַּשׂדים. /48:15 איך, איך האָב גערעדט, און האָב אים גערופֿן, אים געבראַכט, און ער װעט באַגליקן אױף זײַן װעג.

/48:16 גענענט צו מיר, הערט דאָס צו:פֿון אָנהײב אָן האָב איך ניט אין פֿאַרבאָרגעניש גערעדט, פֿון זינט עס געשעט בין איך דערבײַ;און אַצונד האָט גאָט דער האַר מיך געשיקט מיט זײַן גײַסט. /48:17 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דײַן אױסלײזער, דער הײליקער פֿון ישׂראל. איך, יהוה דײַן גאָט, לערן דיך צו נוץ, פֿיר דיך אױף דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן. /48:18 הלװאי װאָלסטו פֿאַרנומען מײַנע געבאָט, װאָלט געװען װי אַ טײַך דײַן פֿרײד, און דײַן הילף װי די אינדן פֿון ים;/48:19 און געװען װי זאַמד װאָלט דײַן זאָמען, און די שפּראָצן פֿון דײַן לײַב װי זײַנע קערנער;ניט פֿאַרשניטן און ניט פֿאַרטיליקטװאָלט װערן זײַן נאָמען פֿון פֿאַר מיר.

/48:20 גײט אַרױס פֿון בָבֿל, אַנטלױפֿט פֿון די כַּשׂדים, מיט אַ קָול פֿון געזאַנג;זאָגט אָן, מאַכט דאָס הערן, טראָגט עס פֿאַנאַנדערביז צום עק פֿון דער ערד;זאָגט: גאָט האָט אױסגעלײזטיעקבֿ זײַן קנעכט. /48:21 און זײ האָבן ניט געדאָרשטװען ער האָט זײ דורך װיסטענישן געפֿירט;װאַסער פֿון פֿעלדזהאָט ער געמאַכט רינען פֿאַר זײ;יאָ, אַ פֿעלדז האָט ער געשפּאָלטן, און װאַסער האָט געפֿלאָסן.

/48:22 ניטאָ קײן שלום, זאָגט גאָט, פֿאַר די רשָעים.


/49:1 הערט מיר צו, איר אינדזלען, און פֿאַרנעמט, איר פֿעלקער פֿון דער װײַט:גאָט האָט מיך פֿון טראַכט גערופֿן, פֿון מײַן מוטערס לײַב האָט ער מײַן נאָמען דערמאָנט. /49:2 און ער האָט געמאַכט מײַן מױל װי אַ שאַרפֿע שװערד, אין שאָטן פֿון זײַן האַנט האָט ער מיך באַהאַלטן;און ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ בלאַנקער פֿײַל, אין זײַן פֿײַלבײַטל האָט ער מיך פֿאַרבאָרגן. /49:3 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מײַן קנעכט ביסטו, ישׂראל, װאָס איך רים זיך מיט דיר. און איך האָב געװעסט געזאָגט: אומנישט האָב איך מיך געמיט, /49:4 אױף נישט און ניװעץ האָב איך מײַן כּוח פֿאַרלענדט;אָבער מײַן משפּט איז בײַ יהוה, און מײַן לױן בײַ מײַן גאָט. /49:5 און אַצונד האָט גאָט געזאָגט –דער װאָס האָט מיך געפֿורעמט פֿון טראַכטפֿאַר אַ קנעכט צו אים –אומצוקערן צו זיך יעקבֿ, און ישׂראל זאָל אײַנגעזאַמלט װערן צו אים;און איך בין געמאַכט אין די אױגן פֿון יהוה, און מײַן גאָט איז מײַן שטאַרקײט. /49:6 און ער האָט געזאָגט:קנאַפּ איז – װײַל דו ביסט מײַן קנעכט –אױפֿצוריכטן די שטאַמען פֿון יעקבֿ, און די צװײַגן פֿון ישׂראל אומצוקערן;נאָר איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ ליכט פֿון די פֿעלקער. אַז מײַן הילף זאָל זײַן ביז צום עק פֿון דער ערד.

/49:7 אַזױ האָט גאָט געזאָגט, דער אױסלײזער פֿון ישׂראל, און זײַן הײליקער, צו דעם פֿאַראַכטן פֿון מענטשן, צו דעם פֿאַרומװערדיקטן פֿון פֿעלקער, צו דעם קנעכט פֿון געװעלטיקער:מלכים װעלן זען און װעלן אױפֿשטײן, שׂרָרות – און װעלן זיך בוקן, פֿון װעגן גאָט װאָס איז געטרײַ, דעם הײליקן פֿון ישׂראל װאָס האָט דיך אױסדערװײלט.

/49:8 אַזױ האָט גאָט געזאָגט:אין צײַט פֿון באַװיליקונג טו איך דיר ענטפֿערן, און אין טאָג פֿון ישועה טו איך דיך העלפֿן;און איך װעל דיך היטן, און דיך מאַכןפֿאַר אַ בונד מיט די אומות, כּדי אױפֿצוריכטן דאָס לאַנד, צו מאַכן אַרבן נַחלות פֿאַרװיסטע;/49:9 צו זאָגן צו די געפֿאַנגענע: גײט אַרױס!צו די װאָס אין פֿינצטערניש: אַנטפּלעקט אײַך!בײַ די װעגן װעלן זײ זיך פֿיטערן, און אױף אַלע הױכע ערטער װעט זײַן זײער פֿיטערונג. /49:10 זײ װעלן ניט הונגערן און ניט דאָרשטן, און ניט פּלאָגן װעט זײ היץ און זון, װאָרום זײער דערבאַרימער װעט זײ באַלײטן, און בײַ קװאַלן װאַסער װעט ער זײ פֿירן. /49:11 און איך װעל מאַכן אַלע מײַנע בערג פֿאַר אַ װעג, און מײַנע שטעגן װעלן דערהײכט װערן. /49:12 זע, די װעלן קומען פֿון דער צײַט, און די-אָ װעלן קומען פֿון צפֿון און פֿון מערבֿ, און די, פֿון לאַנד סינים.

/49:13 זינגט, איר הימלען, און פֿרײ זיך, דו ערד, און ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג, װאָרום גאָט האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק, און זײַנע אָרימע טוט ער דערבאַרימען. /49:14 און צִיון האָט געזאָגט: פֿאַרלאָזן האָט מיך יהוה, און גאָט האָט פֿאַרגעסן אָן מיר. /49:15 קען אַ פֿרױ פֿאַרגעסן איר ברוסטקינד, ניט צו דערבאַרימען דעם זון פֿון איר לײַב?אַפֿילו די דאָזיקע זאָלן פֿאַרגעסן, װעל איך אָן דיר ניט פֿאַרגעסן. /49:16 זע, אױף די האַנטפֿלעכן האָב איך דיך אױסגעקריצט, דײַנע מױערן זײַנען תּמיד פֿאַר מיר. /49:17 אײַליק קומען דײַנע קינדער;דײַנע צעשטערער און דײַנע פֿאַרװיסטערװעלן אַרױס פֿון דיר. /49:18 הײב אױף רונד אַרום דײַנע אױגן, און זע:זײ אַלע זײַנען אײַנגעזאַמלט, און קומען צו דיר. אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט, אַז זײ אַלע װעסטו װי אַ צירונג אָנטאָן, און װעסט זײ אָנקניפּן אַזױ װי אַ כּלה;/49:19 װאָרום דײַנע חורבֿות און דײַנע װיסטענישן, און דײַן לאַנד דאָס צעשטערטע –פֿאַר װאָר, װעסט אַצונד ענג זײַן פֿון װױנער, און דערװײַטערט װעלן זײַן דײַנע אומברענגער. /49:20 זאָגן װעלן נאָך אין דײַנע אױערןדײַנע אָנגעװאָרענע קינדער:ענג איז מיר דער אָרט, טרעט מיר אָפּ, איך זאָל קענען װױנען. /49:21 און װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן:װער האָט מיר די דאָזיקע געבאָרן?איך בין געװען אָן קינדער און עלנד, פֿאַרטריבן און פֿאַרװאָגעלט;און די דאָזיקע װער האָט אױפֿגעצױגן?זע, איך בין דאָך געבליבן אַלײן, די דאָזיקע װוּ זײַנען געװען?

/49:22 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך װעל אױפֿהײבן צו די פֿעלקער מײַן האַנט, און צו די אומות װעל איך אױפֿשטעלן מײַן פֿאָן, און זײ װעלן ברענגען דײַנע זין אין בוזעם, און דײַנע טעכטער װעלן אױפֿן אַקסל געטראָגן װערן. /49:23 און מלכים װעלן זײַן דײַנע דערציִער, און זײער שׂרָרותטעס דײַנע אַמען;מיטן פּנים צו דער ערד װעלן זײ זיך בוקן צו דיר, און דעם שטױב פֿון דײַנע פֿיס װעלן זײ לעקן;און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה, װאָס ניט פֿאַרשעמט װערן די װאָס האָפֿן צו מיר.

/49:24 װערט אַװעקגענומען פֿון דעם גִבור דער רױב, צי װערט דער פֿאַנג פֿון דעם זיגער אַנטרונען?/49:25 פֿאַר װאָר, אַזױ זאָגט יהוה:אַפֿילו דער פֿאַנג פֿון דעם גִבור זאָל אַװעקגענומען װערן, און דער רױב פֿון דעם שטאַרקן זאָל אַנטרונען װערן, אָבער מיט דײַנע קריגער װעל איך קריגן, און דײַנע קינדער װעל איך העלפֿן. /49:26 און איך װעל מאַכן עסן דײַנע דריקער זײער פֿלײש, און װי טרױבנזאַפֿט װעלן זײ זײער בלוט שיכּורן;און אַלע לײַבער װעלן װיסן אַז איך יהוה בין דײַן העלפֿער, און דײַן אױסלײזער איז דער מאַכטיקער פֿון יעקבֿ.


/50:1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט:װוּ איז דער גט פֿון אײַער מוטער, אַז איך האָב זי אַװעקגעשיקט?אָדער װער איז פֿון מײַנע מאָנער, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרקױפֿט צו אים?זעט, איבער אײַערע זינדזײַט איר פֿאַרקױפֿט געװאָרן, און איבער אײַערע פֿאַרברעכןאיז אײַער מוטער אַװעקגעשיקט געװאָרן. /50:2 פֿאַר װאָס בין איך געקומען, און קײן מענטש איז ניט געװען?גערופֿן, און קײנער האָט ניט געענטפֿערט?איז דען קורץ מײַן האַנט אױסצולײזן, צי ניטאָ קײן כּוח אין מיר, אײַך מציל צו זײַן?זעט, מיט מײַן אָנגעשרײ טריקן איך אױס דעם ים. איך מאַך פֿון טײַכן אַ מדבר;זײערע פֿיש װערן דומפּיק אָן װאַסער, און שטאַרבן פֿון דאָרשטיקײט. /50:3 איך קלײד די הימלען אין שװאַרצקײט, און מאַך זאַק זײער צודעק.

/50:4 גאָט דער האַר האָט מיר געגעבןאַ צונג פֿון געלערנטע, צו װיסן צו העלפֿן דעם מידן מיט אַ װאָרט;ער װעקט פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, ער װעקט מיר דאָס אױער, צו הערן אַזױ װי די געלערנטע. /50:5 גאָט דער האַר האָט מיר געעפֿנט דאָס אױער, און איך האָב ניט װידערשפּעניקט, ניט אָפּגעטרעטן אַהינטער. /50:6 מײַן רוקן האָב איך געגעבן צו די שלעגער, און מײַנע באַקן צו די פֿליקער;איך האָב ניט פֿאַרבאָרגן מײַן פּניםפֿון שאַנדן און שפּײַעכץ. /50:7 אָבער גאָט דער האַר װעט מיר העלפֿן, דרום װער איך ניט פֿאַרשעמט;דרום האָב איך געמאַכט מײַן פּנים װי קיזל, און איך װײס אַז איך װעל ניט אין בִיוש בלײַבן. /50:8 נאָנט איז מײַן גערעכטגעבער;װער װיל זיך לאָדן מיט מיר?לאָמיר זיך שטעלן באַנאַנד;װער איז מײַן בַעַל-דין?זאָל ער גענענען צו מיר. /50:9 זע, גאָט דער האַר װעט מיר העלפֿן;װער איז דער װאָס װעט מיך אומגערעכט מאַכן?זע, זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעפֿאַלן, מאָיל װעט זײ אױפֿעסן.

/50:10 װער איז צװישן אײַך װאָס האָט מורא פֿאַר גאָט, װאָס הערט צו דעם קָול פֿון זײַן קנעכט?װאָס איז געגאַנגען אין פֿינצטערניש, און האָט קײן ליכט ניט געהאַט?זאָל ער זיך פֿאַרזיכערן אױף דעם נאָמען פֿון יהוה, און זיך אָנלענען אױף זײַן גאָט. /50:11 אָט איר אַלע װאָס צינדט אָן אַ פֿײַער, װאָס גורט אָן פֿונקען –גײט אין דער פֿלאַם פֿון אײַער פֿײַער, און אין די פֿונקען װאָס איר האָט אָנגעצונדן!פֿון מײַן האַנט געשעט דאָס אײַך, אין װײטאָג װעט איר ליגן.


/51:1 הערט מיר צו, איר װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט, איר װאָס זוכט גאָט:קוקט אױף דעם פֿעלדז פֿון װאַנען איר זײַט אױסגעהאַקט, און אױף דער ברונעמגרוב פֿון װאַנען איר זײַט אױסגעגראָבן;/51:2 קוקט אױף אבֿרהם אײַער פֿאָטער, און אױף שׂרהן װאָס האָט אײַך געבאָרן;הגם אײנער, האָב איך אים גערופֿן, כּדי איך זאָל אים בענטשן, און זאָל אים מערן. /51:3 פֿאַר װאָר, גאָט טוט טרײסטן צִיון, ער טרײסט אַלע אירע חורבֿות;

/51:4 האָרכט צו מיר, מײַן פֿאָלק, און פֿאַרנעמט צו מיר, מײַן אומה, װאָרום אַ תּורה װעט אַרױסגײן פֿון מיר, און מײַן משפּט װעל איך צום ליכט פֿון די פֿעלקער אַרױסלאָזן. /51:5 נאָנט איז מײַן גערעכטיקײט, אַרױס איז מײַן הילף, און מײַנע אָרעמס װעלן משפּטן די פֿעלקער;די אינדזלען װעלן האָפֿן אױף מיר, און אױף מײַן אָרעם װעלן זײ האַרן. /51:6 הײבט אױף צו די הימלען אײַערע אױגן, און קוקט אױף דער ערד פֿון אונטן, װאָרום די הימלען װערן װי רױך צעקראָכן, און די ערד װעט װי אַ בגד צעפֿאַלן, און אירע באַװױנער װעלן װי אומגעציפֿער שטאַרבן;אָבער מײַן הילף װעט זײַן אײביק, און מײַן גערעכטיקײט װעט ניט אָפּגעבראָכן װערן. /51:7 הערט מיר צו, איר װאָס װײסט גערעכטיקײט, דאָס פֿאָלק װאָס מײַן תּורה איז אין זײער האַרצן:איר זאָלט ניט מורא האָבן פֿאַרן שמאַך פֿון מענטשן, און פֿאַר זײערע לעסטערונגען זאָלט איר ניט אַנגסטן. /51:8 װאָרום אַזױ װי אַ בגד װעט זײ מאָיל אױפֿעסן, און אַזױ װי װאָל װעט זײ דער װאָרעם אױפֿעסן, אָבער מײַן גערעכטיקײט װעט זײַן אײביק, און מײַן הילף אױף דָור-דורות.

/51:9 דערװעק דיך, דערװעק דיך, באַקלײד דיך מיט שטאַרקײט, דו אָרעם פֿון גאָט;דערװעק דיך װי אין די טעג פֿון אַ מאָל, אין די דורות פֿון פֿאַרצײַטן. /51:10 ביסטו ניט דער װאָס האָט צעהאַקט רַהַבֿ, װאָס האָט דערשטאָכן די שלאַנג?ביסטו ניט דער װאָס האָט אױסגעטריקנט דעם ים, די װאַסערן פֿון דעם תּהָום דעם גרױסן;װאָס האָט געמאַכט די טיפֿענישן פֿון ים פֿאַר אַ װעג, פֿאַר די אױסגעלײזטע אַריבערצוגײן?/51:11 און די דערלײזטע פֿון גאָט זאָלן זיך אומקערן, און קומען קײן צִיון מיט געזאַנג, און אַן אײביקע שִׂמחה זאָל זײַן אױף זײער קאָפּ;שָׂשׂון-וּשִׂמחה זאָל זײ אָניאָגן, אַנטלױפֿן זאָלן טרױער און זיפֿצעניש.

/51:12 איך, איך בין אײַער טרײסטער;װער ביסטו, זאָלסט מורא האָבןפֿאַר אַ מענטשן װאָס שטאַרבט, און פֿאַר אַ מענטשנקינד װאָס װערט צו גראָז געמאַכט?/51:13 און האָסט פֿאַרגעסן אָן גאָט דײַן באַשעפֿער, װאָס האָט אױסגעשפּרײט די הימלען, און געגרונטפֿעסט די ערד;און האָסט געאַנגסט נאָכאַנאַנד אַ גאַנצן טאָגפֿאַרן גרימצאָרן פֿון דעם דריקער, װי ער האָט זיך אָנגעברײט אומצוברענגען;אָבער װוּ איז דער גרימצאָרן פֿון דעם דריקער?/51:14 גיך װערט דער געבױגענער אָפּגעבונדן, און ער װעט ניט שטאַרבן אין גרוב, און ניט געמינערט װערן װעט זײַן ברױט. /51:15 װאָרום איך בין יהוה דײַן גאָט, װאָס צערודערט דעם ים, און זײַנע אינדן ברומען, װאָס יהוה פֿון צבֿאות איז זײַן נאָמען. /51:16 און איך האָב אַרײַנגעטאָן מײַנע װערטער אין דײַן מױל, און מיטן שאָטן פֿון מײַן האַנט האָב איך דיך צוגעדעקט, כּדי צו פֿלאַנצן די הימלען, און צו גרונפֿעסטן די ערד, און זאָגן צו צִיון: מײַן פֿאָלק ביסטו.

/51:17 דערװעק דיך, דערװעק דיך, שטײ אױף, ירושלים, דו װאָס האָסט געטרונקען פֿון גאָטס האַנטדעם כָּוס פֿון זײַן גרימצאָרן;דעם בעכער, דעם כָּוס פֿון פֿאַרטומלעניש, געטרונקען און אױסגעזױגן. /51:18 ניטאָ װער זאָל זי פֿירן, פֿון אַלע זין װאָס זי האָט געבאָרן, און ניטאָ װער זאָל האַלטן איר האַנט, פֿון אַלע זין װאָס זי האָט אױפֿגעצױגן. /51:19 די בײדע האָבן דיך געטראָפֿן –װער קען דיך באַקלאָגן?פֿאַרװיסטונג און בראָך, און הונגער און שװערד –װי קען איך דיך טרײסטן?/51:20 דײַנע זין ליגן געחלשטע אין אַלע עק גאַסן, װי אַ װילדציג אין נעץ;פֿול מיט דעם גרימצאָרן פֿון יהוה, מיט דעם אָנגעשרײ פֿון דײַן גאָט.

/51:21 דרום הער נאָר צו דאָס דאָזיקע, דו אָרימע, און פֿאַרשיכּורטע, אָבער ניט פֿון װײַן;/51:22 אַזױ האָט געזאָגט דײַן האַר יהוה, און דײַן גאָט װאָס נעמט זיך אָן פֿאַר זײַן פֿאָלק:זע, איך האָב אַװעקגענומען פֿון דײַן האַנטדעם כָּוס פֿון פֿאַרטומלעניש, דעם בעכער, דעם כָּוס פֿון מײַן גרימצאָרן;װעסט אים מער װידער ניט טרינקען. /51:23 און איך װעל אים אַרײַנטאָן אין דער האַנט פֿון דײַנע װײטוער, װאָס האָבן געזאָגט צו דײַן זעל:בײג זיך אײַן, מיר זאָלן אַריבערגײן;און האָסט געמאַכט װי די ערד דײַן רוקן, און װי די גאַס פֿאַר אַריבערגײער.


/52:1 דערװעק דיך, דערװעק דיך, טו אָן דײַן שטאַרקײט, צִיון;טו אָן דײַנע פּראַכטיקע בגדים, ירושלים, דו הײליקע שטאָט;װאָרום מער װידער װעט ניט קומען אין דיראַן אומבאַשניטענער און אומרײנער. /52:2 שאָקל דיך אָפּ פֿון שטױב, הײב דיך אױף, זעץ דיך, ירושלים;מאַך דיר לױז די בינדשטריק פֿון דײַן האַלדז, געפֿאַנגענע טאָכטער צִיון.

/52:3 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט:אומזיסט זײַט איר פֿאַרקױפֿט געװאָרן, און ניט פֿאַר געלט װעט איר אױסגעלײזט װערן. /52:4 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:קײן מצרַיִם האָט גענידערט מײַן פֿאָלק צוערשט, דאָרטן צו װױנען, און אשור האָט אים פֿאַר גאָרנישט געדריקט. /52:5 און אַצונד, װאָס האָב איך דאָ, זאָגט גאָט, װען מײַן פֿאָלק איז אַװעקגענומען געװאָרן פֿאַר אומזיסט?זײַנע געװעלטיקער רימען זיך, זאָגט גאָט, און תּמיד אַ גאַנצן טאָג װערט מײַן נאָמען געלעסטערט. /52:6 דרום װעט מײַן פֿאָלק געװאָר װערן מײַן נאָמען;פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג –אַז איך בין דער װאָס רעדט; דאָ בין איך.

/52:7 װי שײן זײַנען אױף די בערגדי פֿיס פֿון דעם אָנזאָגערװאָס לאָזט הערן שלום, װאָס זאָגט גוטס, װאָס לאָזט הערן הילף:װאָס זאָגט צו צִיון:דײַן גאָט טוט קיניגן. /52:8 האָרך! דײַנע װעכטער הײבן אױף זײער קָול, זײ זינגען אין אײנעם, װאָרום אױג אין אױג זעען זײװי גאָט קערט זיך אום קײן צִיון. /52:9 ברעכט אױס, זינגט אין אײנעם, איר חורבֿות פֿון ירושלים, װאָרום גאָט האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק, ער האָט אױסגעלײזט ירושלים. /52:10 גאָט האָט אַנטבלױזט זײַן הײליקן אָרעםפֿאַר די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער, און אַלע עקן פֿון דער ערד װעלן זעןדי ישועה פֿון אונדזער גאָט.

/52:11 טוט אײַך אָפּ, טוט אײַך אָפּ, גײט אַרױס פֿון דאָרטן, אומרײנס זאָלט איר ניט אָנרירן;גײט אַרױס פֿון איר מיט, רײניקט אײַך, איר טרעגער פֿון די כּלים פֿון גאָט!/52:12 פֿאַר װאָר, ניט אין אײַלעניש װעט איר אַרױס, און ניט אין געלאַף װעט איר גײן;װאָרום אײַך פֿאַרױס גײט יהוה, און אײַך נאָכבאַלײט דער גאָט פֿון ישׂראל.

/52:13 זע, באַגליקן װעט מײַן קנעכט, ער װעט דערהײכט און דערהױבן װערן און זײַן זײער הױך. /52:14 אַזױ װי פֿיל האָבן געגאַפֿט אױף דיר –אַזױ פֿאַרקריפּלט, ניט פֿון אַ מענטשן איז געװען זײַן אױסזען, און זײַן געשטאַלט ניט פֿון מענטשנקינדער –/52:15 אַזױ װעט ער מאַכן אױפֿשפּרינגען פֿיל פֿעלקער, מלכים װעלן צומאַכן זײער מױל פֿאַר אים;װאָרום װאָס זײ איז ניט דערצײלט געװאָרן, װעלן זײ זען, און װאָס זײ האָבן ניט געהערטװעלן זײ אָנקוקן.


/53:1 װער װאָלט געגלױבט אונדזער הערונג?און דער אָרעם פֿון גאָט האָט זיך אױף װעמען אַנטפּלעקט?/53:2 װאָרום ער איז אױפֿגעגאַנגען װי אַ שפּראָץ גלײַך אַרױף, און װי אַ װאָרצל פֿון טרוקענער ערד;ער האָט קײן געשטאַלט ניט געהאַט און קײן שײנקײט, אַז מיר זאָלן אים אָנקוקן, און קײן אױסזען, אַז מיר זאָלן אים גלוסטן. /53:3 ער איז געװען פֿאַראַכט, און אױסגעמיטן פֿון מענטשן, אַ מענטש מיט װײטאָגן און צו קראַנקשאַפֿט געװױנט, און װי אײנער װאָס מע פֿאַרבאָרגט דעם פּנים פֿון אים;פֿאַראַכט, און מיר האָבן אים גערעכנט פֿאַר גאָרנישט. /53:4 אָבער דאָס האָט ער אונדזער קראַנקשאַפֿט געליטן, און אונדזערע װײטאָגן, זײ האָט ער געטראָגן, בעת מיר האָבן אים גערעכנט פֿאַר אַ געפּלאָגטן, פֿאַר אַ געשלאָגענעם פֿון גאָט און געפּײַניקטן. /53:5 און ער איז פֿאַרװוּנדט געװען איבער אונדזערע פֿאַרברעכן, צעדריקט איבער אונדזערע זינד;די אָפּקומעניש פֿאַר אונדזער גליק איז געװען אױף אים, און דורך זײַנע בײלן זײַנען מיר געהײלט געװאָרן. /53:6 מיר אַלע האָבן װי שאָף געבלאָנדזשעט, איטלעכער צו זײַן װעג זיך געקערט;און גאָט האָט אױסגעלאָזט אױף איםדי זינד פֿון אונדז אַלעמען. /53:7 ער איז געדריקט געװאָרן, אָבער ער האָט זיך געבױגן, און פֿלעגט זײַן מױל ניט עפֿענען, װי אַ לאַם װאָס װערט צו דער שחיטה געפֿירט, און װי אַ שעפּס װאָס איז שטום פֿאַר אירע שערער;יאָ, ער פֿלעגט זײַן מױל ניט עפֿענען. /53:8 דורך דריקונג און דורך שטראָף איז ער אַװעקגענומען געװאָרן, און מיט זײַן דָור װער האָט אײַנגעטענהט?װאָרום ער איז פֿאַרשניטן געװאָרן פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע, פֿאַר דעם פֿאַרברעך פֿון מײַן פֿאָלקװאָס די פּלאָג האָט זײ געקומט. /53:9 און מע האָט געמאַכט מיט רשָעים זײַן קבֿר, און מיטן תַּקיף זײַן בערגל, הגם ער האָט קײן אומרעכט ניט געטאָן, און קײן באַטרוג איז ניט געװען אין זײַן מױל. /53:10 אָבער גאָט האָט אים געװאָלט צעדריקן מיט קראַנקשאַפֿט, צו זען אױב זײַן זעל װעט זיך מאַכן פֿאַר אַ קרבן;כּדי ער זאָל זען זאָמען, דערלענגערן זײַנע טעג, און דער רָצון פֿון גאָט דורך זײַן האַנט זאָל געלינגען. /53:11 מאַטערניש פֿון זײַן זעל װעט ער זיך אָנזען צו זאַט;מיט זײַן דערקענונג װעט מײַן קנעכט דער גערעכטערגערעכט מאַכן פֿיל, און זײערע זינד װעט ער טראָגן. /53:12 דרום װעל איך אים אײַנטײלן צװישן די גרױסע, און מיט מאַכטיקע װעט ער טײלן רױב;דערפֿאַר װאָס ער האָט אַנטבלױזט צום טױט זײַן זעל, און איז מיט פֿאַרברעכער געצײלט געװאָרן, בעת דעם חטא פֿון פֿיל האָט ער געטראָגן, און פֿלעגט פֿאַר פֿאַרברעכער זיך אײַנשטעלן.


/54:1 זינג, דו עקרה, װאָס האָט ניט געבאָרן, ברעך אױס אין געזאַנג און שרײַ אױס, דו װאָס האָסט ניט געװײטאָקט;װאָרום מער זײַנען די קינדער פֿון דער װיסטער, װי די קינדער פֿון דער באַמאַנטער, זאָגט גאָט. /54:2 ברײט אױס דעם אָרט פֿון דײַן געצעלט, און די אומהאַנגען פֿון דײַנע װױנונגען זאָל מען אױסשטרעקן;ניט שפּאָר, מאַך לאַנג דײַנע שטריק, און דײַנע פֿלעקלעך באַפֿעסטיק. /54:3 װאָרום רעכטס און לינקס װעסטו זיך שפּרײטן, און דײַן זאָמען װעט אַרבן די פֿעלקער, און שטעט פֿאַרװיסטע װעלן זײ באַזעצן. /54:4 זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום װעסט ניט אין בִיוש בלײַבן, און זאָלסט ניט פֿאַרשעמט זײַן, װאָרום װעסט ניט צו שאַנד װערן. /54:5 װאָרום דעם בִיוש פֿון דײַן יוגנט װעסטו פֿאַרגעסן, און די חרפּה פֿון דײַן אלמנהשאַפֿט װעסטו מער ניט דערמאָנען. װאָרום דײַן באַשעפֿער איז דײַן מאַן, יהוה פֿון צבֿאות איז זײַן נאָמען;און דײַן אױסלײזער איז דער הײליקער פֿון ישׂראל, גאָט פֿון דער גאַנצער ערד װערט ער גערופֿן. /54:6 װאָרום װי אַ װײַב פֿאַרלאָזן און פֿאַראומערט אין געמיטטוט דיך צוריקרופֿן יהוה;און אַ יוגנטװײַב, קען זי דען נמאס װערן?זאָגט דײַן גאָט. /54:7 אױף אַ קלײן רגע האָב איך דיך פֿאַרלאָזן, אָבער מיט גרױס דערבאַרימונג װעל איך דיך אײַנזאַמלען. /54:8 אין אױסגוס פֿון כּעסהאָב איך אַ רגע פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון דיר, אָבער מיט אײביקער גענאָדטו איך דיך דערבאַרימען, זאָגט דײַן אױסלײזער, גאָט. /54:9 װאָרום דאָס געװיסער פֿון נֹח איז דאָס מיר:אַזױ װי איך האָב געשװאָרן אַז דאָס געװיסער פֿון נֹחזאָל מער ניט אַריבערגײן איבער דער ערד, אַזױ האָב איך געשװאָרן ניט צו צערענען אױף דיר, און ניט אָנצושרײַען אױף דיר. /54:10 װאָרום די בערג מעגן זיך אָפּטאָן, און די הײכן מעגן זיך װאַקלען, אָבער מײַן גענאָד װעט זיך פֿון דיר ניט אָפּטאָן, און מײַן בונד פֿון שלום װעט זיך ניט װאַקלען, זאָגט דײַן דערבאַרימער, גאָט.

/54:11 דו אָרימע, פֿון שטורעם געטריבענע, דו ניט געטרײסטע, זע, איך לײג אױס דײַנע שטײנער אין פֿאַרבן, און װעל דיך גרונטפֿעסטן מיט סאַפּירשטײנער. /54:12 און איך װעל מאַכן דײַנע טורעמשפּיצן פֿון רובין, און דײַנע טױערן פֿון גאַרפֿונקלשטײנער, און דײַן גאַנצן געמאַרק פֿון גלוסטיקע שטײנער. /54:13 און אַלע דײַנע קינדער װעלן זײַן געלערנטע פֿון גאָט;און גרױס װעט זײַן דער שלום פֿון דײַנע קינדער. /54:14 אױף גערעכטיקײט װעסטו אױפֿגעשטעלט װערן;זײַ װײַט פֿון דריקונג, װאָרום דאַרפֿסט ניט מורא האָבן, און פֿון אַ בראָך, װאָרום ער װעט ניט גענענען צו דיר. /54:15 זע, זאַמלען מעג מען זיך זאַמלען, אָבער אָן מײַן װילן;װער עס זאַמלט זיך אױף דיר, װעט פֿאַלן פֿון װעגן דיר. /54:16 זע, איך האָב באַשאַפֿן דעם מײַנסטער, װאָס בלאָזט אין דעם קױלפֿײַער, און ברענגט אַרױס אַ געצײַג פֿאַר זײַן אַרבעט;און איך האָב באַשאַפֿן דעם פֿאַרװיסטער צו צעשטערן. /54:17 איטלעך געצײַג װאָס װעט געפֿורעמט װערן קעגן דיר, װעט ניט געלינגען, און איטלעך צונג װאָס װעט זיך שטעלן אין משפּט מיט דיר, װעסטו שולדיק מאַכן. דאָס איז די אַרב פֿון די קנעכט פֿון גאָט, און זײער גערעכטער לױן פֿון מיר, זאָגט גאָט.


/55:1 העי, אַלע דאָרשטיקע, קומט נאָך װאַסער, צו מאָל דער װאָס האָט ניט קײן געלט;קומט שאַפֿט אײַך אײַן און עסט, און קומט שאַפֿט אײַך אײַן אָן געלטאון אָן געצאָלט װײַן און מילך. /55:2 נאָך װאָס זאָלט איר געלט צאָלן פֿאַר ניט-ברױט?און אײַער מי פֿאַר װאָס זעטיקט ניט?הערן הערט מיר צו, און עסט גוטס, און אײַער זעל װעט זיך קװיקן מיט פֿעטס. /55:3 נײַגט אײַער אױער, און קומט צו מיר, הערט, און אײַער זעל װעט לעבן;און איך װעל אײַך שליסן אַן אײביקן בונד, װי די געטרײַע חסדים צו דָוִדן. /55:4 זע, אַן עדות צו די פֿעלקער האָב איך אים געמאַכט, אַ פֿירשט און באַפֿעלער פֿון די אומות. /55:5 זע, אַ פֿאָלק װאָס דו קענסט ניט, װעסטו רופֿן, און אַ פֿאָלק װאָס קען דיך ניט, װעט לױפֿן צו דיר, פֿון װעגן יהוה דײַן גאָט, און צוליב דעם הײליקן פֿון ישׂראל, װײַל ער האָט דיך באַשײנט. /55:6 זוכט גאָט װען ער קען געפֿונען װערן, רופֿט אים װען ער איז נאָנט. /55:7 זאָל דער רָשע פֿאַלאָזן זײַן װעג, און דער מאַן פֿון אומרעכט זײַנע טראַכטונגען;און זאָל ער זיך אומקערן צו יהוה, און ער װעט אים דערבאַרימען, און צו אונדזער גאָט, װאָרום ער פֿאַרגיט אַ סך. /55:8 װאָרום ניט מײַנע טראַכטונגען זײַנען אײַערע טראַכטונגען, און ניט אײַערע װעגן זײַנען מײַנע װעגן, זאָגט גאָט. /55:9 װאָרום װי דער הימל איז העכער פֿון דער ערד, אַזױ זײַנען מײַנע װעגן העכער פֿון אײַערע װעגן, און מײַנע טראַכטונגען פֿון אײַערע טראַכטונגען. /55:10 װאָרום אַזױ װי עס נידערט פֿון הימלדער רעגן און דער שנײ, און קערט זיך אַהין צו ניט אום, נײַערט ער טרינקט אָן די ערד, און באַפֿרוכט זי און באַשפּראָצט זי, און גיט זריעה צו דעם זײער, און ברױט צו דעם עסער;/55:11 אַזױ װעט זײַן מײַן װאָרט װאָס גײט אַרױס פֿון מײַן מױל:עס װעט זיך ניט אומקערן צו מיר לײדיק, נײַערט עס װעט טאָן װאָס איך האָב געװאָלט, און באַגליקן אום װאָס איך האָב עס געשיקט. /55:12 װאָרום מיט שִׂמחה װעט איר אַרױסגײן, און בשלום װעט איר געפֿירט װערן;די בערג און די הײכןװעלן אױסברעכן פֿאַר אײַך אין געזאַנג, -און אַלע בײמער פֿון פֿעלדװעלן קלאַפּן די הענט. /55:13 אָנשטאָטן דאָרן װעט אױפֿגײן אַ ציפּרעס, און אָנשטאָטן װילדגעװעקס װעט אױפֿגײן אַ מירט;און עס װעט זײַן פֿאַר אַ נאָמען צו גאָט, פֿאַר אַן אײביקן צײכן װאָס װעט ניט פֿאַרשניטן װערן.


/56:1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט:היט רעכט, און טוט גערעכטיקײט, װאָרום נאָנט איז מײַן הילף צו קומען, און מײַן גערעכטיקײט זיך צו אַנטפּלעקן. /56:2 װױל צו דעם מאַן װאָס טוט דאָס דאָזיקע, און דעם מענטשנקינד װאָס האַלט זיך דעראָן!װאָס היט שבת, אים ניט צו פֿאַרשװעכן, און היט זײַן האַנט פֿון צו טאָן אַ שום בײז. /56:3 און ניט זאָגן זאָל דער פֿרעמדגעבאָרענער, װאָס באַהעפֿט זיך צו גאָט, אַזױ צו זאָגן:אָפּזונדערן װעט מיך אָפּזונדערןגאָט פֿון זײַן פֿאָלק;און ניט זאָגן זאָל דער סָריס:זע, איך בין אַ טרוקענער בױם. /56:4 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגטאױף די סָריסים װאָס היטן מײַנע שבתים, און װײלן אױס דאָס װאָס איך װיל, און האַלטן זיך אָן מײַן בונד:/56:5 זײ װעל איך געבן אין מײַן הױזאון אין מײַנע מױערןאַן אָנדענק און אַ נאָמען, בעסער פֿון זין און פֿון טעכטער;אַן אײביקן נאָמען װעל איך זײ געבן, װאָס װעט ניט פֿאַרשניטן װערן. /56:6 און די פֿרעמדגעבאָרענע װאָס באַהעפֿטן זיך צו גאָט, אים צו טאָן דינסט, און ליב צו האָבן דעם נאָמען פֿון גאָט, אים צו זײַן פֿאַר קנעכט;איטלעכער װאָס היט שבת אים ניט צו פֿאַרשװעכן, /56:7 זײ װעל איך ברענגען צו מײַן הײליקן באַרג, און װעל זײ דערפֿרײען אין מײַן הױז פֿון געבעט;זײערע בראַנדאָפּפֿער און זײערע שלאַכטאָפּפֿערװעלן זײַן צו באַװיליקונג אױף מײַן מזבח;װאָרום מײַן הױז װעט גערופֿן װערןדאָס הױז פֿון געבעט פֿאַר אַלע פֿעלקער. /56:8 אַזױ זאָגט גאָט דער האַר, דער װאָס זאַמלט אײַן די פֿאַרשטױסענע פֿון ישׂראל:איך װעל נאָך אײַנזאַמלען צו אים, די װאָס פֿלעגן זיך אײַנזאַמלען קעגן אים.

/56:9 אַלע חיות פֿון פֿעלד, קומט אַהער עסן, אַלע חיות אין װאַלד!/56:10 זײַנע װעכטער זײַנען בלינדע אַלע, זײ װײסן גאָרניט;שטומע הינט זײַנען זײ אַלע, זײ קענען ניט בילן;זײ ליגן און חלומען, זײ האָבן ליב שלאָפֿן. /56:11 און די הינט זײַנען װילד זשעדנע, זײ װײסן ניט פֿון זעט;און יענע זײַנען פּאַסטוכערװאָס װײסן ניט אַכט צו געבן;זײ אַלע קערן זיך צו זײער װעג, איטלעכער צו זײַן גײציקײט, פֿון עק צו עק. /56:12 ״קומט, איך װעל ברענגען װײַן, און לאָמיר זױפֿן דעם טרונק;און װי דער אַזױ זאָל זײַן מאָרגעדיקער טאָג, און גרעסער נאָך פֿיל״.

/57:1 דער גערעכטער גײט אונטער, און קײן מענטש נעמט ניט צום האַרצן, און פֿרומע לײַט װערן אַװעקגענומען, און קײנער באַטראַכט ניט, אַז פֿון װעגן דער שלעכטיקײטאיז אַװעקגענומען געװאָרן דער גערעכטער. /57:2 ער גײט צו זײַן פֿריד;אױף זײערע קבֿר-געלעגערס רועןדי װאָס זײַנען געגאַנגען אין זײער ערלעכקײט.

/57:3 און איר גענענט אַהער, זין פֿון אַ כּישופֿמאַכערין, זאָמען פֿון אַ נואף און אַ זונה. /57:4 אױף װעמען מאַכט איר אײַך לוסטיק?אױף װעמען רײַסט איר אױף דאָס מױל, שטעקט איר אַרױס אַ צונג?פֿאַר װאָר, איר זײַט קינדער פֿון פֿאַרברעך, זאָמען פֿון ליגן, /57:5 איר װאָס דערהיצט אײַך צװישן די אײַכנבײמער, אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם;װאָס שעכט די קינדער אין די טאָלן, אונטער די שפּאַלטן פֿון די פֿעלדזן. /57:6 צװישן די גלאַטע שטײנער פֿון טאָל איז דײַן טײל, זײ, זײ זײַנען דײַן גורל;צו זײ אױך האָסטו געגאָסן גיסאָפּפֿער, האָסטו אױפֿגעבראַכט שפּײַזאָפּפֿער. זאָל איך װעגן דעם זיך באַרוען?/57:7 אױף אַ הױכן און דערהױבענעם באַרגהאָסטו דײַן געלעגער געמאַכט;אַהין אױך ביסטו אַרױפֿגעגאַנגעןשלאַכטאָפּפֿער צו שלאַכטן. /57:8 און הינטער דער טיר און דעם בײַשטידלהאָסטו אַרױפֿגעטאָן דײַן דערמאָנצײכן, װאָרום פֿון מיר ביסטו אָפֿן אַװעקגעגאַנגען;האָסט ברײט געמאַכט דײַן געלעגער, און האָסט דיר אױסגעקליבן פֿון דיװאָס דו האָסט זײער געלעגער ליב געהאַט, זײער האַנט געזען. /57:9 און ביסט געגאַנגען צום מלך מיט זאַלב, און האָסט געמערט דײַנע בשׂמים;און האָסט געשיקט דײַנע שלוחים ביז אין דער װײַט, און ביז אין אונטערערד געמאַכט נידערן. /57:10 פֿון דײַנע פֿיל װעגן ביסטו מיד געװאָרן, אָבער האָסט ניט געזאָגט: פֿאַרפֿאַלן!שטאַרקײט אין דײַן האַנט האָסטו געפֿונען, דרום האָסטו זיך ניט געקימערט. /57:11 און פֿאַר װעמען האָסטו זיך געשראָקן און מורא געהאַט, אַז דו זאָלסט זיך פֿאַרשטעלן?אַז אָן מיר האָסטו ניט געדאַכט, ניט גענומען זיך צום האַרצן;פֿאַר װאָר, איך שװײַג, און פֿון אײביק אָן, דרום האָסטו ניט מורא פֿאַר מיר. /57:12 װעל איך דערצײלן דײַן ״גערעכטיקײט״, און דײַנע מעשׂים, זײ װעלן דיר ניט גוטס טאָן. /57:13 אַז דו שרײַסט, זאָלן דײַנע געזעמלען דיך מציל זײַן;אָבער זײ אַלעמען װעט דער װינט אַװעקטראָגן, װעט אַ הױך אַװעקנעמען;און דער װאָס באַשיצט זיך אין מירװעט אַרבן דאָס לאַנד, און יַרשען מײַן הײליקן באַרג. /57:14 און ער װעט זאָגן:טרעט אױס, טרעט אױס, ראַמט אָפּ דעם װעג, הײבט אױף די שטרױכלונגפֿון דעם װעג פֿון מײַן פֿאָלק. /57:15 װאָרום אַזױ זאָגט דער הױכער און דערהױבענער, דער װאָס רוט אײביק, און הײליק איז זײַן נאָמען:אין הױכקײט און הײליקײט טו איך רוען, אָבער אױך בײַם דערשלאָגענעם און געפֿאַלענעם אין געמיט, אױפֿצולעבן דאָס געמיט פֿון געפֿאַלענע, און אױפֿצולעבן דאָס האַרץ פֿון דערשלאָגענע. /57:16 װאָרום ניט אײביק טו איך קריגן, און ניט תּמיד טו איך צערענען;װאָרום דער גײַסט װאָס באַקלײדט זיך, איז פֿון מיר, און די נשמות האָב איך געמאַכט. /57:17 פֿאַר דער זינד פֿון זײַן גײציקײטהאָב איך געצערנט, און אים געשלאָגן, מיך פֿאַרבאָרגן און געצערנט, װײַל ער איז אָפּקערעריש געגאַנגעןאין װעג פֿון זײַן האַרצן. /57:18 איך האָב געזען זײַנע װעגן, אָבער איך װעל אים הײלן, און װעל אים פֿירן, און װעל באַצאָלן נחמותאים און זײַנע טרױערער. /57:19 איך באַשאַף אַ ליפּנפֿרוכט:״שלום, שלום צום נאָנטן און צום װײַטן!״זאָגט גאָט, און איך װעל אים הײלן. /57:20 אָבער די רשָעים זײַנען װי אַ ים אַ געטריבענער, װאָס קען זיך ניט אײַנשטילן, און זײַנע װאַסערן טרײַבן קױט און לײם. ניטאָ קײן שלום, זאָגט מײַן גאָט, פֿאַר די רשָעים.


/58:1 רוף מיט קעל, זאָלסט ניט צוריקהאַלטן, אַזױ װי אַ שופֿר הײב אױף דײַן קָול, און זאָג מײַן פֿאָלק זײער פֿאַרברעך, און דעם הױז פֿון יעקבֿ זײערע זינד. /58:2 און זײ זוכן מיך נאָך טאָג פֿאַר טאָג, און װיסן מײַנע װעגן באַגערן זײ!אַזױ װי אַ פֿאָלק װאָס טוט גערעכטיקײט, און פֿאַרלאָזט ניט דאָס געזעץ פֿון זײַן גאָט, פֿאַרלאַנגען זײ פֿון מיר משפּטים גערעכטע, די נאָנטקײט פֿון גאָט באַגערן זײ. /58:3 ״פֿאַר װאָס פֿאַסטן מיר, און דו זעסט ניט?פּײַניקן מיר אונדזער זעל, און דו מערקסט ניט?״זעט, אין טאָג פֿון אײַער פֿאַסטן געפֿינט איר אַן עסק, און אַלע אײַערע אַרבעטער טוט איר דריקן. /58:4 איר פֿאַסט דאָך נאָר פֿאַר קריג און שטרײַט, און צו שלאָגן מיטן פֿױסט פֿון אומרעכט;איר פֿאַסט ניט אין אַזאַ טאָגצו מאַכן הערן אין דער הײך אײַער קָול. /58:5 איז אַזאַ דאָס פֿאַסטן װאָס איך האָב אױסגעװײלט?אַ טאָג פֿאַר אַ מענטשן צו פּײַניקן זײַן זעל?צו בײגן װי אַ װאַסערריטל זײַן קאָפּ, און זאַק און אַש זאָל ער זיך אױסבעטן?צי דאָס רופֿסטו פֿאַסטן, און אַ טאָג פֿון באַװיליקונג צו גאָט?/58:6 איז ניט דאָס דאָס פֿאַסטן װאָס איך האָב אױסגעװײלט:לױז מאַכן די קײטן פֿון אומרעכט, אָפּבינדן די בינדשטריק פֿון יאָך, און אַרױסלאָזן פֿרײַ די געדריקטע, און יעטװעדער יאָך זאָלט איר צעברעכן?/58:7 איז עס ניט, אָפּצוברעכן פֿון דײַן ברױט דעם הונגעריקן, און פֿאַרװאָגלטע אָרימע זאָלסטו אַרײַנברענגען אין הױז?אַז דו זעסט אַ נאַקעטן, זאָלסטו אים באַדעקן, און פֿון דײַן אײגן פֿלײש זאָלסטו זיך ניט פֿאַרהױלן?/58:8 דענצמאָל װעט אױסברעכן װי דער פֿרימאָרגן דײַן ליכט, און דײַן הײלונג װעט אַרױסשפּראָצן גיך;און דיר פֿאַרױס װעט גײן דײַן גערעכטיקײט, און די פּראַכט פֿון גאָט װעט דיך נאָכבאַלײטן. /58:9 דענצמאָל װעסטו רופֿן, און גאָט װעט ענטפֿערן;װעסט שרײַען, און ער װעט זאָגן: דאָ בין איך!אַז דו װעסט אָפּטאָן פֿון צװישן דיר פֿאַריאָכונג, טײטלען מיטן פֿינגער, און רעדן אומרעכט;/58:10 און װעסט אױסשטרעקן צום הונגעריקן דײַן זעל, און די געדריקטע זעל װעסטו זעטן;דענצמאָל װעט אױפֿשײַנען אין חושך דײַן ליכט, און דײַן פֿינצטערקײט װי מיטן טאָג. /58:11 און גאָט װעט דיך פֿירן תּמיד, און װעט זעטן אין טריקענישן דײַן זעל, און דײַנע בײנער װעט ער שטאַרקן;און װעסט זײַן װי אַ גאָרטן אַן אָנגעטרונקענער, און װי אַן אױסגאַנג װאַסערװאָס זײַנע װאַסערן טוען ניט פֿעלשן. /58:12 און מע װעט אָפּבױען בײַ דיר אײביקע חורבֿות, גרונטפֿעסטן פֿון דָור-דורות װעסטו אױפֿשטעלן;און מע װעט דיך רופֿן פֿאַרמױערער פֿון בראָכן, באַנײַער פֿון װעגן צום װױנען. /58:13 אַז דו װעסט אָפּהאַלטן צוליב שבת דײַן פֿוס, פֿון טאָן דײַנע עסקים אין מײַן הײליקן טאָג;און װעסט רופֿן שבת אַ תּענוג, דעם הײליקן [טאָג] פֿון גאָט, געערלעכט;און װעסט אים ערלעכן, ניט צו טאָן דײַנע גאַנגען, ניט צו געפֿינען דיר אַן עסק, אָדער אָפּרעדן אַ זאַך.

/58:14 דענצמאָל װעסטו זיך קװיקן מיט גאָט, און איך װעל דיך אַרױפֿזעצן אױף די הײכן פֿון דער ערד, און דיך מאַכן עסן די אַרב פֿון דײַן פֿאָטער יעקבֿ;װאָרום דאָס מױל פֿון גאָט האָט גערעדט.


/59:1 זעט, די האַנט פֿון גאָט איז ניט קורץ צו העלפֿן, און זײַן אױער איז ניט שװער צו הערן;/59:2 נאָר אײַערע זינד פֿלעגן צעשײדןצװישן אײַך און אײַער גאָט, און אײַערע חטאים האָבן פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים פֿון אײַך, ניט צוצוהערן. /59:3 װאָרום אײַערע הענט זײַנען באַפֿלעקט מיט בלוט, און אײַערע פֿינגער מיט זינד;אײַערע ליפּן זאָגן ליגן, אײַערע צונג רעדט אומרעכט. /59:4 קײנער לאָדט ניט מיט גערעכטיקײט, און קײנער טענהט ניט מיט אמת;מע פֿאַרזיכערט זיך אױף נישט, און מע רעדט פֿאַלש, מע טראָגט אומגליק, און מע געבערט אומרעכט. /59:5 אײער פֿון אַ שלאַנג בריִען זײ אױס, און שפּינװעבס טוען זײ װעבן;דער װאָס עסט פֿון זײערע אײער שטאַרבט, און דאָס צעדריקטע ברעכט אױס אין אַ נאָטערשלאַנג. /59:6 זײערע געװעבן זײַנען ניט אױף אַ בגד, און מען קען זיך ניט צודעקן מיט זײערע אַרבעט;זײערע אַרבעט איז אַרבעט פֿון אומרעכט, און אױפֿטו פֿון רױב איז אין זײערע הענט. /59:7 זײערע פֿיס לױפֿן צו שלעכטס, און זײ אײַלן צו פֿאַרגיסן אומשולדיק בלוט;זײערע טראַכטונגען זײַנען טראַכטונגען פֿון אומרעכט, פֿאַרװיסטונג און בראָך זײַנען אין זײערע שליאַכן. /59:8 דעם װעג פֿון שלום װײסן זײ ניט, און ניטאָ קײן גערעכטיקײט אין זײערע גענג;זײ האָבן פֿאַרקרימט זײערע שטעגן, קײנער װאָס טרעט דערױף װײס ניט פֿון שלום.

/59:9 דרום איז גערעכטיקײט װײַט פֿון אונדז, און אונדז דערגרײכט ניט קײן הילף;מיר האָפֿן אױף ליכט, ערשט עס איז חושך, אױף שײַן, און מיר גײען אין פֿינצטערניש. /59:10 מיר טאַפּן װי בלינדע אָן דער װאַנט, און אַזױ װי אָן אױגן טאַפּן מיר אַרום;מיר שטרױכלען אין מיטן טאָג, װי אין אָװנט, מיר זײַנען אין חושכנישן אַזױ װי די מתים. /59:11 מיר ברומען װי די בערן אַלע, און קלאָגן װי די טױבן קלאָגן מיר;מיר האָפֿן אױף גערעכטיקײט, און ניטאָ, אױף אַ ישועה, און זי איז װײַט פֿון אונדז. /59:12 װאָרום פֿיל זײַנען אונדזערע פֿאַרברעכן פֿאַר דיר, און אונדזערע חטאים זאָגן עדות קעגן אונדז;װאָרום אונדזערע פֿאַרברעכן זײַנען בײַ אונדז, און אונדזערע זינד – זײ װײסן מיר װױל:/59:13 ברעכן און לײקענען אָן יהוה, און זיך אָפּקערן פֿון הינטער אונדזער גאָט, רעדן רױב און אָפּקערונג, טראָגן און אַרױסברענגען פֿון האַרצן פֿאַלשע רײד. /59:14 און אָפּגעטרעטן אַהינטער איז גערעכטיקײט, און רעכטפֿאַרטיקײט שטײט פֿון דער װײַטן, װאָרום געשטרױכלט אין גאַס איז דער אמת, און ערלעכקײט קען ניט אַרײַנקומען. /59:15 און דער אמת פֿעלט, און דער װאָס קערט זיך אָפּ פֿון בײז, װערט פֿאַר משוגע געהאַלטן.

און גאָט האָט געזען, און עס איז געװען שלעכט אין זײַנע אױגן, װאָס קײן גערעכטיקײט איז ניטאָ. /59:16 און ער האָט געזען, אַז קײן מענטש איז ניטאָ, און זיך פֿאַרװוּנדערט, װאָס קײנער שטעלט זיך ניט אײַן;האָט אים זײַן אָרעם געהאָלפֿן, און זײַן גערעכטיקײט, זי האָט אים אונטערגעלענט. /59:17 און ער האָט אָנגעטאָן גערעכטיקײט װי אַ פּאַנצער, און אַ קיװער פֿון הילף אױף זײַן קאָפּ;און ער האָט אָנגעטאָן קלײדער פֿון נקמה צום מלבוש, און זיך אײַנגעװיקלט װי אין אַ מאַנטל אין צאָרן. /59:18 אַזױ װי נאָך די טוּונגען, אַזױערנאָך װעט ער באַצאָלן, גרימצאָרן צו זײַנע פֿײַנט, פֿאַרגעלטונג צו זײַנע שׂונאים;צו די אינדזלען װעט ער פֿאַרגעלטונג באַצאָלן. /59:19 און מע װעט מורא האָבן פֿאַרן נאָמען יהוה פֿון מערבֿ, און פֿון אױפֿגאַנג פֿון זון פֿאַר זײַן פּראַכט;װאָרום דער פֿײַנט װעט קומען װי אַ שטראָם, װאָס דער אָטעם פֿון גאָט טרײַבט אים אָן.

/59:20 און קומען װעט אַן אױסלײזער פֿאַר צִיון, און פֿאַר די אָפּגעקערטע פֿון זינד אין יעקבֿ, זאָגט גאָט. /59:21 און איך – דאָס איז מײַן בונד מיט זײ, זאָגט גאָט:מײַן גײַסט װאָס אױף דיר, און מײַנע װערטער װאָס איך האָב אַרײַנגעטאָן אין דײַן מױל, װעלן זיך ניט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און פֿון דעם מױל פֿון דײַנע קינדער, און פֿון דעם מױל פֿון דײַנע קינדסקינדער, זאָגט גאָט, פֿון אַצונד און ביז אײביק.


/60:1 שטײ אױף, לײַכט אױף, װאָרום דײַן ליכט איז געקומען, און די פּראַכט פֿון גאָט שײַנט אױף איבער דיר. /60:2 װאָרום זע, פֿינצטערניש װעט באַדעקן די ערד, און אַ נעבל די פֿעלקער, אָבער אױף דיר װעט אױפֿשײַנען גאָט, און זײַן פּראַכט װעט זיך װײַזן אױף דיר. /60:3 און פֿעלקער װעלן גײן פֿאַר דײַן ליכט, און מלכים פֿאַר דער העלקײט פֿון דײַן שײַן.

/60:4 הײב אױף רונד אַרום דײַנע אױגן, און זע:זײ אַלע זײַנען אײַנגעזאַמלט, זײ קומען צו דיר:דײַנע זין קומען אָן פֿון דער װײַט, און דײַנע טעכטער װערן אױפֿן זײַט געטראָגן. /60:5 דענצמאָל װעסטו זען און װעסט לײַכטן, און ציטערן און ברײט װערן װעט דײַן האַרץ;װאָרום איבערגײן צו דיר װעט די רײַכקײט פֿון ים, דער פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער װעט קומען צו דיר. /60:6 אַ שפֿע פֿון קעמלען װעט דיך באַדעקן, יונגקעמלען פֿון מדין און עֵיפֿה, אַלע פֿון שבֿא געקומען;גאָלד און װײַרױך װעלן זײ טראָגן, און די לױבן פֿון גאָט װעלן זײ אָנזאָגן. /60:7 אַלע שאָף פֿון קֵדר װעלן אײַנגעזאַמלט װערן צו דיר, די װידערס פֿון נבֿיות װעלן זײַן דיר צו דינסט;זײ װעלן אױפֿגײן מיט באַװיליקונג אױף מײַן מזבח;און מײַן הױז פֿון שײנקײט װעל איך באַשײנען.

/60:8 װער זײַנען די דאָזיקע װאָס פֿליִען װי אַ װאָלקן, און װי די טױבן צו זײערע שלאָגן?/60:9 פֿאַר װאָר, צו מיר װעלן די אינדזלען זיך זאַמלען, און די שיפֿן פֿון תַּרְשִיש צוערשט, צו ברענגען דײַנע קינדער פֿון דער װײַט, זײער גאָלד און זײער זילבער מיט זײ, צום נאָמען פֿון יהוה דײַן גאָט, און צום הײליקן פֿון ישׂראל, װײַל ער האָט דיך באַשײנט. /60:10 און פֿרעמדגעבאָרענע װעלן בױען דײַנע מױערן, און זײערע מלכים װעלן דיך באַדינען;װאָרום אין מײַן צאָרן האָב איך דיך געשלאָגן, און אין מײַן באַװיליקונג האָב איך דיך דערבאַרימט. /60:11 און אָפֿן װעלן זײַן דײַנע טױערן תּמיד, טאָג און נאַכט װעלן זײ ניט פֿאַרשלאָסן װערן, כּדי צו ברענגען דעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער צו דיר;און זײערע מלכים װעלן מיטפֿאָרן. /60:12 װאָרום דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגרײַך, װאָס װעלן דיר ניט דינען, װעלן אונטערגײן, און די פֿעלקער װעלן װיסט פֿאַרװיסט װערן.

/60:13 די פּראַכט פֿון לבֿנון װעט קומען צו דיר, ציפּרעס, טענענבױם, און בוקסנבױם אין אײנעם, צו באַשײנען דעם אָרט פֿון מײַן הײליקטום;און דעם אָרט פֿון מײַנע פֿיס װעל איך ערלעכן. /60:14 און געבױגן װעלן קומען צו דירדי זין פֿון דײַנע פּײַניקער, און בוקן זיך צו דײַנע פֿוסטריטװעלן אַלע דײַנע לעסטערער;און זײ װעלן דיך רופֿן די שטאָט פֿון גאָט, צִיון פֿון דעם הײליקן פֿון ישׂראל.

/60:15 אָנשטאָט דײַן זײַן פֿאַרלאָזט און פֿאַרהאַסט, און אָן אַ דורכגײער, װעל איך דיך מאַכן צום אײביקן שטאָלץ, אַ פֿרײד אױף דָור-דורות. /60:16 און װעסט זײגן דאָס מילך פֿון די פֿעלקער, און די ברוסט פֿון מלכים װעסטו זײגן;/60:17 אָנשטאָטן קופּער װעל איך ברענגען גאָלד, און אָנשטאָטן אײַזן װעל איך ברענגען זילבער, און אָנשטאָט די האָלצן, קופּער, און אָנשטאָט די שטײנער, אײַזן;און איך װעל מאַכן פֿאַר דײַן אױפֿזעער שלום, און פֿאַר דײַנע הערשער גערעכטיקײט. /60:18 מער װעט ניט געהערט װערן רױב אין דײַן לאַנדפֿאַרװיסטונג און בראָך אין דײַנע געמאַרקן;און װעסט רופֿן דײַנע מױערן ״ישועה״, און דײַנע טױערן ״לױב״.

/60:19 די זון װעט דיר מער ניט זײַן פֿאַר ליכט בײַ טאָג, און פֿאַר העלקײט װעט דיר ניט שײַנען די לבֿנה, נאָר יהוה װעט דיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן ליכט, און דײַן גאָט פֿאַר דײַן שײנקײט. /60:20 ניט אונטערגײן װעט דײַן זון מער, און דײַן לבֿנה װעט ניט אײַנגעטאָן װערן, װאָרום גאָט װעט דיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן ליכט, און געענדיקט װעלן זײַן די טעג פֿון דײַן טרױער.

/60:21 און דײַן פֿאָלק װעלן זײַן אַלע גערעכטע, אױף אײביק װעלן זײ אַרבן דאָס לאַנד –דער צװײַג פֿון מײַן פֿלאַנצונג, דאָס װערק פֿון מײַנע הענט זיך צום רימען. /60:22 דער קלענסטער װעט װערן צו טױזנט, און דער מינדסטער צום מאַכטיקן פֿאָלק;איך גאָט װעל דאָס אײַלן אין זײַן צײַט.


/61:1 דער גײַסט פֿון גאָט דעם האַר איז אױף מיר, װײַל גאָט האָט מיך געזאַלבטצו ברענגען אַ בשׂורה צו די פֿאַרליטענע;מיך געשיקט צו פֿאַרבינדן די צעבראָכענע הערצער, אױסצורופֿן פֿרײַשאַפֿט צו די געפֿאַנגענע, און לױזלאָזונג צו די געבונדענע;/61:2 אױסצורופֿן אַ יאָר פֿון באַװיליקונג פֿון יהוה, און אַ טאָג פֿון נקמה פֿון אונדזער גאָט;צו טרײסטן אַלע טרױערער;/61:3 צו באַשערן די טרױערער פֿון צִיון, זײ צו געבן אַ הױב אָנשטאָט שטױב, אײל פֿון פֿרײד אָנשטאָט טרױער, אַ מאַנטל פֿון לױב אָנשטאָט אַ באַטריבט געמיט;און מע װעט זײ רופֿן די אײַכנבײמער פֿון גערעכטיקײט, די פֿלאַנצונג פֿון גאָט זיך צום רימען. /61:4 און זײ װעלן אָפּבױען אײביקע חורבֿות, װיסטענישן פֿון פֿאַרצײַטן װעלן זײ אױפֿריכטן, און זײ װעלן באַנײַען חרבֿע שטעט, װיסטענישן פֿון דָור-דורות. /61:5 און פֿרעמדע װעלן שטײןאון פֿיטערן אײַערע שאָף, און פֿרעמדגעבאָרענע װעלן זײַןאײַערע אַקערלײַט און אײַערע װײַנגערטנירער. /61:6 און איר װעט כּהנים פֿון יהוה גערופֿן װערן, דינער פֿון אונדזער גאָט װעט געזאָגט װערן אױף אײַך. דעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער װעט איר עסן, און זײער פּראַכט װעט איר איבערנעמען. /61:7 פֿאַר אײַער טאָפּעלער בושה, און װײַל מע פֿלעגט זינגען: ״שאַנד איז זײער חלק״, דרום װעלן זײ יַרשען טאָפּל אין זײער לאַנד;אַן אײביקע פֿרײד װעט בײַ זײ זײַן.

/61:8 װאָרום איך גאָט האָב ליב גערעכטיקײט;איך האָב פֿײַנט גזלה מיט אומרעכט, און איך װעל געבן װאָרהאַפֿטיק זײער לױן, און אַן אײביקן בונד װעל איך זײ שליסן. /61:9 און באַװוּסט בײַ די פֿעלקער װעט זײַן זײער זאָמען, און זײערע שפּראָצן צװישן די אומות;אַלע װאָס זעען זײ װעלן זײ דערקענען, אַז זײ זײַנען דער זאָמען װאָס גאָט האָט געבענטשט.

/61:10 פֿרײען פֿרײ איך זיך מיט יהוה, לוסטיק איז מײַן זעל מיט מײַן גאָט, װאָרום ער האָט מיר אָנגעטאָן קלײדער פֿון הילף, אַ מאַנטל פֿון זיג מיר אַרומגעװיקלט, װי אַ חתן טוט אָן אַ כּהן-הױב, און װי אַ כּלה צירט זיך אָן מיט אירע תַּכשיטין. /61:11 װאָרום װי די ערד לאָזט אַרױס איר שפּראָצונג, און װי אַ גאָרטן מאַכט שפּראָצן זײַנע זאָמען, אַזױ װעט גאָט דער האַר מאַכן שפּראָצן זיג און לױב, אַנטקעגן פֿאַר אַלע פֿעלקער.


/62:1 פֿון װעגן צִיון װעל איך ניט שװײַגן, און פֿון װעגן ירושלים װעל איך ניט רוען, ביז אַרױס װי דער שײַן װעט איר גערעכטיקײט, און איר הילף װי אַ פֿלאַם װאָס ברענט. /62:2 און די פֿעלקער װעלן זען דײַן גערעכטיקײט, און אַלע מלכים דײַן כּבֿוד;און מע װעט דיך רופֿן אַ נײַעם נאָמען, װאָס דאָס מױל פֿון גאָט װעט אים אָנרופֿן. /62:3 און װעסט זײַן אַ קרױן פֿון שײנקײטאין דער האַנט פֿון יהוה, און אַ מַלכותדיקע הױבאין דער האַנטפֿלעך פֿון דײַן גאָט. /62:4 אױף דיר װעט מער ניט געזאָגט װערן ״פֿאַרלאָזטע״, און אױף דײַן לאַנד װעט מער ניט געזאָגט װערן ״װיסטעניש״, נאָר דיך װעט מען רופֿן ״מײַן-גלוסט-צו-איר״, און דאָס לאַנד דײַנס ״באַמאַנטע״;װאָרום גאָט טוט דיך גלוסטן, און דײַן לאַנד װעט באַמאַנט װערן. /62:5 װאָרום װי אַ בחור באַמאַנט אַ יונגפֿרױ, װעלן דיך באַמאַנען דײַנע קינדער;און װי די פֿרײד פֿון אַ חתן מיט דער כּלה, װעט זיך פֿרײען מיט דיר דײַן גאָט.

/62:6 אױף דײַנע מױערן, ירושלים, האָב איך אױפֿגעשטעלט שָומרים, אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט, זײ זאָלן תּמיד ניט שװײַגן. איר דערמאָנער פֿון גאָט, קײן רו ניט צו אײַך!/62:7 און איר זאָלט ניט געבן קײן רו צו אים, ביז ער װעט אױפֿריכטן, און ביז ער װעט מאַכן ירושליםאַ לױב אױף דער ערד. /62:8 גאָט האָט געשװאָרן בײַ זײַן רעכטער האַנט, און בײַ זײַן מאַכטיקן אָרעם:אױב איך װעל מער געבן דײַן תּבֿואהפֿאַר שפּײַז צו דײַנע פֿײַנט!און אױב פֿרעמדגעבאָרענע װעלן טרינקען דײַן װײַןװאָס דו האָסט זיך געמיט אױף אים!/62:9 נײַערט אירע אַרײַננעמער װעלן זי עסן, און װעלן לױבן גאָט;און זײַנע אײַנזאַמלער װעלן אים טרינקעןאין די הױפֿן פֿון מײַן הײליקטום.

/62:10 גײט דורך, גײט דורך דורך די טױערן, ראַמט אָפּ דעם װעג פֿון דעם פֿאָלק!טרעט אױס, טרעט אױס דעם שטעג, רײניקט אָפּ פֿון שטײנער!הײבט אױף אַ פֿאָן צו די פֿעלקער!/62:11 זע, גאָט האָט געמאַכט הערןביז צום עק פֿון דער ערד:זאָגט צו טאָכטער צִיון:זע, דײַן הילף איז געקומען;זע, זײַן לױן איז מיט אים, און זײַן פֿאַרגעלטונג אים פֿאַרױס. /62:12 און מע װעט זײ רופֿן דאָס הײליקע פֿאָלק, די אױסדערלײזטע פֿון גאָט;און דיך װעט מען רופֿן ״געזוכטע״, ״ניט פֿאַרלאָזענע שטאָט״.

/63:1 װער איז דער װאָס קומט פֿון אדום, אין גערױטיקטע בגדים פֿון בָצרָה?דער װאָס איז פּראַכטיק אין זײַן מלבוש, אױסגעבױגן אין זײַן גרױס שטאַרקײט?

איך װאָס רעד מיט גערעכטיקײט, װאָס בין מאַכטיק צו העלפֿן.

/63:2 פֿאַר װאָס איז רױט אױף דײַן קלײד, און דײַנע בגדים װי בײַם טרעטער אין אַ קעלטער?

/63:3 איך האָב געטרעטן אַ קעלטער אַלײן, און פֿון די פֿעלקער איז קײנער מיט מיר ניט געװען;און איך האָב זײ געטרעטן אין מײַן כּעס, און זײ געטראַמפּלט אין מײַן גרימצאָרן;האָט געשפּריצט זײער זאַפֿט אױף מײַנע בגדים, און אַלע מײַנע קלײדער האָב איך באַפֿלעקט. /63:4 װאָרום אַ טאָג פֿון נקמה איז אין מײַן האַרצן, און מײַן יאָר פֿון דערלײזונג איז געקומען. /63:5 און איך האָב מיך אומגעקוקט, און ניט געװען קײן העלפֿער, און איך האָב מיך געװוּנדערט, און ניט געװען קײן אונטערלענער;האָט מיך מײַן אָרעם געהאָלפֿן, און מײַן גרימצאָרן, ער האָט מיך אונטערגעלענט. /63:6 און איך האָב געטרעטן די פֿעלקער אין מײַן כּעס, און זײ פֿאַרשיכּורט מיט מײַן גרימצאָרן, און געמאַכט נידערן צו דער ערד זײער זאַפֿט.

/63:7 די חסדים פֿון יהוה װעל איך דערמאָנען, די לױבונגען פֿון גאָט, װעדליק אַלץ װאָס גאָט האָט אונדז געטאָן, און די פֿיל טובֿות צום הױז פֿון ישׂראל, װאָס ער האָט געטאָן צו זײ לױט זײַן באַרימהאַרציקײט, און לױט זײַנע פֿיל חסדים. /63:8 װאָרום ער האָט געזאָגט: זײ זײַנען פֿאָרט מײַן פֿאָלק, קינדער װאָס װעלן ניט פֿעלשן;און ער איז זײ געװען פֿאַר אַ העלפֿער. /63:9 אין אַל זײער לײַד האָט ער געליטן, און דער מלאך פֿון זײַן פּנים האָט זײ געהאָלפֿן;אין זײַן ליבשאַפֿט און אין זײַן דערבאַרימונגהאָט ער זײ אױסגעלײזט, און זײ געהױבן און זײ געטראָגןאַלע טעג פֿון פֿאַרצײַטן. /63:10 אָבער זײ האָבן װידערשפּעניקטאון באַטריבט זײַן הײליקן גײַסט, און ער איז זײ פֿאַרקערט געװאָרן אין אַ פֿײַנט;ער האָט מלחמה געהאַלטן אױף זײ. /63:11 און זײַן פֿאָלק האָט געדאַכטאָן די טעג פֿון פֿאַרצײַטן, פֿון משהן:װוּ איז דער װאָס האָט זײ אױפֿגעבראַכט פֿון אים, דורך דעם פּאַסטוך פֿון זײַנע שאָף?װוּ איז דער װאָס האָט אַרײַנגעטאָן אין איםזײַן הײליקן גײַסט?/63:12 װאָס האָט באַלײט די רעכטע האַנט פֿון משהןמיט דעם אָרעם פֿון זײַן פּראַכט?װאָס האָט געשפּאָלטן די װאַסערן פֿון פֿאַר זײ, זיך צו מאַכן אַן אײביקן נאָמען?/63:13 װאָס האָט זײ געפֿירט דורך תּהומעןװי אַ פֿערד דורך אַ סטעפּ, זײ זאָלן ניט געשטרױכלט װערן?/63:14 װי פֿי װאָס טוט נידערן אין טאָל, האָט דער גײַסט פֿון גאָט זײ באַרוט;אַזױ האָסטו געפֿירט דײַן פֿאָלק, דיר צו מאַכן אַ פּראַכטיקן נאָמען.

/63:15 לוג פֿון הימל און זע, פֿון דײַן הײליקער און פּראַכטיקער װױנונג;װוּ איז דײַן אָננעמען זיך און דײַנע גבֿורות?די ברומונג פֿון דײַנע אינגעװײד און דײַן באַרימהאַרציקײטהאַלטן זיך אײַן קעגן מיר. /63:16 פֿאַר װאָר, דו ביסט אונדזער פֿאָטער;װאָרום אבֿרהם װײס אונדז ניט, און ישׂראל קען אונדז ניט;דו, גאָט, ביסט אונדזער פֿאָטער, אונדזער אױסלײזער איז דײַן נאָמען פֿון אײביק אָן. /63:17 פֿאַר װאָס, גאָט, לאָזטו אונדז בלאָנדזשען פֿון דײַנע װעגן, מאַכסט האַרט אונדזער האַרץ, ניט מורא צו האָבן פֿאַר דיר?קער זיך אום פֿון װעגן דײַנע קנעכט, די שבֿטים פֿון דײַן אַרב. /63:18 כּמעט פֿאַרטריבן האָבן זײ דײַן הײליק פֿאָלק;אונדזערע פֿײַנט האָבן צעטרעטן דײַן הײליקטום. /63:19 מיר זײַנען געװאָרן װי דיװאָס דו האָסט קײן מאָל ניט געװעלטיקט אױף זײ, װאָס דײַן נאָמען איז ניט גערופֿן געװאָרן אױף זײ.

הלװאי צערײַסטו די הימלען און נידערסט אַראָפּ, די בערג זאָלן זיך טרײסלען פֿאַר דיר;


1 אַזױ װי פֿײַער צינדט אָן טרוקענע צװײַגן, װי פֿײַער טוט װאַסער צעבלעזלען –כּדי צו מאַכן װיסן דײַן נאָמען צו דײַנע פֿײַנט;די פֿעלקער זאָלן ציטערן פֿאַר דיר, /64:2 װען דו טוסט פֿאָרכטיקע זאַכןװאָס מיר האָבן צו מאָל ניט געהאָפֿט –הלװאי נידערסטו אַראָפּ, די בערג זאָלן זיך טרײסלען פֿאַר דיר! –/64:3 און װאָס זײ האָבן קײן מאָל ניט געהערט, ניט פֿאַרנומען, װאָס קײן אױג האָט ניט געזען, אַז אַ גאָט אחוץ דיר זאָל טאָןפֿאַר דעם װאָס טוט האַרן אױף אים. /64:4 האָסט געשלאָגן דעם װאָס האָט זיך געפֿרײט צו טאָן רעכט, די װאָס האָבן געדאַכט אָן דיר מיט דײַנע װעגן;זע, דו האָסט געצערנט, װײַל מיר האָבן געזינדיקט, דורך זײ אָבער פֿלעגן מיר אײביק געהאָלפֿן װערן. /64:5 און מיר זײַנען געװאָרן װי אַ טמא אַלע, און װי אַ באַפֿלעקט קלײד אַלע אונדזערע גערעכטיקײטן;און מיר װעלקן אַזױ װי אַ בלאַט אַלע, און אונדזער זינד טראָגט אונדז װי דער װינט אַװעק. /64:6 און ניטאָ װער זאָל רופֿן דײַן נאָמען, װער זאָל זיך דערװעקן זיך צו האַלטן אָן דיר;װאָרום האָסט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים צו אונדז, און אונדז געמאַכט צעגײן דורך אונדזערע זינד.

/64:7 און אַצונד, גאָט, דו ביסט אונדזער פֿאָטער, מיר זײַנען דער לײם, און דו ביסט אונדזער טעפּער, און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען מיר אַלע. /64:8 ניט צערענען זאָלסטו, גאָט, ביז גאָר, און ניט אױף אײביק געדענקען די זינד;זע, לוג, איך בעט דיך, דײַן פֿאָלק זײַנען מיר אַלע. /64:9 דײַנע הײליקע שטעט זײַנען געװאָרן אַ מדבר, צִיון איז אַ מדבר געװאָרן, ירושלים אַ װיסטעניש;/64:10 אונדזער הײליק און אונדזער פּראַכטיק הױז, װוּ אונדזערע עלטערן האָבן דיך געלױבט, איז אַװעק אין בראַנדפֿײַער, און אַלע אונדזערע גלוסטיקײטן זײַנען געװאָרן צו װיסט. /64:11 װילסטו אױף דעם זיך אײַנהאַלטן, גאָט?װילסטו שװײַגן און אונדז פּײַניקן ביז גאָר?


/65:1 איך בין געװען צו דערבעטן פֿאַר די װאָס האָבן ניט געפֿרעגט;איך בין געװען צו געפֿינען פֿאַר די װאָס האָבן מיך ניט געזוכט;איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך, דאָ בין איך!צו אַ פֿאָלק װאָס רופֿט זיך ניט אױף מײַן נאָמען. /65:2 איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט אַ גאַנצן טאָג צו אַ פֿאָלק אַן אָפּקערער װאָס גײט אױפֿן ניט גוטן װעג, נאָך די טראַכטונגען זײערע; /65:3 צו אַ פֿאָלק װאָס דערצערנט מיך אין מײַן פּנים נאָכאַנאַנד; װאָס שלאַכטן אין די גערטנער, און רײַכערן אױף די ציגל; /65:4 װאָס זיצן צװישן די קבֿרים, און אין באַהעלטענישן נעכטיקן זײ; װאָס עסן פֿלײש פֿון חזיר, און זופּ פֿון אומװערדיקײטן איז אין זײערע כּלים; /65:5 װאָס זאָגן: רוק דיך אָפּ, זאָלסט ניט גענענען צו מיר, װאָרום איך בין דיר הײליק. די דאָזיקע זײַנען אַ רױך אין מײַן נאָז, אַ פֿײַער װאָס ברענט אַ גאַנצן טאָג. . /65:6 זע, אױפֿגעשריבן איז דאָס פֿאַר מיר; איך װעל ניט שװײַגן סײַדן איך האָב אָפּגעצאָלט, יאָ, אָפּגעצאָלט אין זײער בוזעם, /65:7 אײַערע זינד אין אײנעם מיט די זינד פֿון אײַערע עלטערן, זאָגט גאָט, װאָס האָבן גערײַכערט אױף די בערג, און אױף די הײכן מיך געלעסטערט; דרום װעל איך אָפּמעסטן צוערשט זײער לױט אין זײער בוזעם.

/65:8 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַזױ װי אַז דער װײַן געפֿינט זיך אין הענגל, זאָגט מען: זאָלסט עס ניט צעשטערן, װאָרום אַ בענטשונג איז אין אים; אַזױ װעל איך טאָן פֿון װעגן מײַנע קנעכט, ניט צו צעשטערן אין גאַנצן. /65:9 און איך װעל אַרױסברענגען פֿון יעקבֿ אַ זאָמען, און פֿון יהודה דעם יוֹרש פֿון מײַנע בערג; און ירשען װעלן עס מײַנע אױסדערװײלטע, און מײַנע קנעכט װעלן דאָרט װוינען. /65:10 און דער שָרוֹן װעט זײַן פֿאַר אַ פֿיטערפּלאַץ פֿון שאָף, און דער טאָל עָכוֹר פֿאַר אַ הױערונג פֿון רינדער, פֿאַר מײַן פֿאָלק װאָס האָט מיך געזוכט. /65:11 אָבער איר װאָס פֿאַרלאָזט גאָט, װאָס פֿאַרגעסט אָן מײַן הײליקן באַרג, װאָס גרײט אַ טיש צום מזל, און פֿילט אָן אַ מישטראַנק צום באַשער, /65:12 איך װעל אײַך באַשערן צום שװערד, און איר אַלע װעט קניִען צו דער שחיטה; װײַל איך האָב גערופֿן און איר האָט ניט געענטפֿערט, גערעדט, און איר האָט ניט געהערט; נאָר איר האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, און װאָס איך האָב ניט געװאָלט, האָט איר אױסגעװײַלט.

/65:13 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט: זע, מײַנע קנעכט װעלן עסן, און איר װעט זײַן הונגעריק; זע, מײַנע קנעכט װעלן טרינקען, און איר װעט זײַן דאָרשטיק; זע, מײַנע קנעכט װעלן זיך פֿרײען, און איר װעט פֿאַרשעמט װערן. /65:14 זע, מײַנע קנעכט װעלן זינגען פֿון האַרצפֿרײד, און איר װעט שרײַען פֿון האַרצװײ, און פֿון אַ צעבראָכן געמיט װעט איר יאָמערן. /65:15 און איר װעט לאָזן אײַער נאָמען פֿאַר אַ קללה צו מײַנע אױסדערװײלטע: "אַזױ זאָל גאָט דער האַר דיך טײטן!" און זײַנע קנעכט װעט ער רופֿן אַן אַנדער נאָמען; /65:16 אַז דער װאָס בענטשט זיך אױף דער ערד, װעט זיך בענטשן בײַם גאָט פֿון אמת, און דער װאָס שװערט אױף דער ערד, װעט שװערן בײַם גאָט פֿון אמת; װײַל פֿאַרגעסן זײַנען די פֿריִערדיקע צרות, און װײַל זײ זײַנען פֿאַרבאָרגן פֿון מײַנע אױגן. /65:17 װאָרום זע, איך באַשאַף הימלען נײַע, און אַן ערד אַ נײַע; און דאָס פֿריִערדיקע װעט ניט געדאַכט װערן, און אױפֿן זינען ניט אַר אױפֿקומען. /65:18 נאָר זײַט לוסטיק און פֿרײט זיך ביז אײביק מיט דעם װאָס איך באַשאַף; װאָרום זע, איך באַשאַף ירושלים פֿאַר אַ לוסטיקײט, און איר פֿאָלק פֿאַר אַ פֿרײד. /65:19 און איך װעל זיך פֿרײען מיט ירושלים, און װעל לוסטיק זײַן מיט מײַן פֿאָלק; און ניט געהערט װערן װעט אין איר מער אַ קָול פֿון געװײן, און אַ קָול פֿון געשרײ. /65:20 מער װעט ניט זײַן פֿון דאָרטן אַ קינד אין טעג, אָדער אַ זקן, װאָט װעט ניט דערפֿילן זײַנע טעג; װאָרום דער ייִִנגסטער װעט צו הונדערט יאָר שטאַרבן, און אַ זינדיקער װעט מיט הונדערט יאָר געשאָלטן װערן. /65:21 און זײ װעלן בױען הײַזער און באַװוינען, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער און עסן זײער פֿרוכט. /65:22 זײ װעלן ניט בױען, און אַן אַנדערער זאָל באַװוינען, זײ װעלן ניט פֿלאַנצן, און אַן אַנדערער זאָל עסן; װאָרום אַזױ װי די טעג פֿון אַ בױם װעלן זײַן די טעג פֿון מײַן פֿאָלק, און מײַנע אױסדערװײלטע װעלן פֿאַרנוצן דאָס װערק פֿון זײערע הענט. /65:23 זײ װעלן זיך ניט מיען אומנישט, זײ װעלן ניט געבערן פֿאַר אַ בהלה, װאָרום אַ זאָמען געבענטשט פֿון גאָט זײַנען זײ, און זײערע שפּראָצן מיט זײ. /65:24 און עס װעט זײַן, אײדער זײ רופֿן, װעל איך ענטפֿערן, װי זײ רעדן נאָך, אַזו װעל איך צוהערן. /65:25 אַ װאָלף און אַ לאַם װעלן זיך פֿיטערן אין אײנעם, און אַ לײב װעט װי אַ רינד עסן שטרױ; און אַ שלאַנג - איר שפּײַז װעט זײַן שטױב; זײ װעלן ניט בײז טאָן און ניט פֿאַרדאַרבן אױף מײַן גאַנצן הײליקן באַרג, זאָגט גאָט.

/66:1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט:דער הימל איז מײַן טראָן, און די ערד איז מײַן פֿוסבענקל;װוּ איז דאָס הױז װאָס איר קענט מיר בױען?און װוּ דער אָרט פֿון מײַן רוּונג ?/66:2 אַז די אַלע האָט מײַן האַנט געמאַכט, און אַזױ זײַנען די אַלע געװאָרן, זאָגט גאָט. אָבער אױף אַזעלכן טו איך קוקן:אױף דעם אָרימאַן און דערשלאָגענעם אין געמיט, און דעם װאָס ציטערט איבער מײַן װאָרט.

/66:3 דער װאָס שעכט אַן אָקס, דערשלאָגט אַ מענטשן;דער װאָס שלאַכט אַ שעפּס, האַקט אָפּ דאָס געניק פֿון אַ הונט;דער װאָס ברענגט אױף אַ שפּײַזאָפּפֿער, ברענגט אױף בלוט פֿון אַ חזיר;דער װאָס רײכערט װײַרױך, בענטשט אַן אָפּגאָט. אַזױ װי זײ האָבן אױסגעװײלט זײערע װעגן, און זײערע אומװערדיקײטן האָט באַגערט זײער זעל, /66:4 אַזױ װעל איך אױך אױסװײלן געשפּעטן איבער זײ, און זײערע שרעקענישן װעל איך ברענגען אױף זײ;

װײַל איך האָב גערופֿן, און קײנער האָט ניט געענטפֿערט, גערעדט, און זײ האָבן ניט געהערט;נאָר זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, און װאָס איך האָב ניט געװאָלט האָבן זײ אױסגעװײלט.

/66:5 הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר װאָס ציטערט איבער זײַן װאָרט:עס האָבן געזאָגט אײַערע ברידער װאָס האָבן אײַך פֿײַנט, די װאָס פֿאַרשטױסן אײַך פֿון װעגן מײַן נאָמען:״זאָל גאָט געערלעכט װערן, און לאָמיר זען אײַער שִׂמחה!״אָבער זײ װעלן פֿאַרשעמט װערן. /66:6 אַ קָול פֿון טומל פֿון דער שטאָט, אַ קָול פֿון דעם טעמפּל!אַ קָול פֿון גאָט װאָס באַצאָלטפֿאַרגעלטונג צו זײַנע פֿײַנט. /66:7 אײדער זי האָט געװײטאָקט, האָט זי געבאָרן, אײדער װײעניש איז געקומען אױף איר, אַזױ האָט זי אַ ייִנגל געהאַט. /66:8 װער האָט געהערט אַזױנס?װער האָט געזען אַזױ-װאָס?װערט אַ לאַנד אױסגעװײטאָקט אין אײן טאָג?װערט געבאָרן אַ פֿאָלק מיט אײן מאָל?װאָרום װי זי האָט געװײטאָקט, אַזױ האָט צִיון אירע קינדער געבאָרן. /66:9 װעל איך ביז געבורט ברענגען, און ניט מאַכן געבערן?זאָגט גאָט;װעל איך, װאָס מאַך געבערן, פֿאַרהאַלטן?זאָגט דײַן גאָט.

/66:10 פֿרײט זיך מיט ירושלים, און קװעלט אָן אין איר, אַלע אירע ליבהאָבער;לוסטיקט אײַך לוסטיק מיט איר, איר אַלע װאָס טרױערט אױף איר;/66:11 װײַל איר װעט זײגן און זיך זעטןפֿון דער ברוסט פֿון אירע נחמות, װײַל איר װעט זופּן און זיך קװיקןפֿון דעם זױגנאָפּל פֿון איר שפֿע. /66:12 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט:זע, איך נײַג צו איר שלום װי אַ טײַך, און װי אַ פֿלײציקן שטראָם די רײַכקײט פֿון די פֿעלקער, און איר װעט זײגן דערפֿון. אױפֿן זײַט װעט איר געטראָגן װערן, און אױף די קני װעט איר געצערטלט װערן. /66:13 װי אײנער װאָס זײַן מוטער טוט אים טרײסטן, אַזױ װעל איך אײַך טרײסטן;און אין ירושלים װעט איר געטרײסט װערן. /66:14 און איר װעט זען, און אײַער האַרץ װעט זיך פֿרײען, און אײַערע בײנער װעלן װי גראָז בליִען;און די האַנט פֿון גאָט װעט דערװוּסט װערן בײַ זײַנע קנעכט, און ער װעט צערענען אױף זײַנע פֿײַנט.

/66:15 װאָרום זע, גאָט װעט קומען מיט פֿײַער, און װי אַ שטורעמװינט זײַנע רײַטװעגן, אױסצולאָזן מיט גרים זײַן צאָרן, און זײַן אָנגעשרײ מיט פֿלאַמען פֿײַער.

/66:16 װאָרום מיט פֿײַער טוט זיך משפּטן גאָט, און מיט זײַן שװערד, מיט אַלע לײַבער;און פֿיל װעלן זײַן די דערשלאָגענע פֿון גאָט. /66:17 די װאָס הײליקן זיך און רײניקן זיךצו גײן אין די גערטנער, הינטער אײנער אין מיטן, די װאָס עסן פֿלײש פֿון חזיר, און אומװערדיקײטן און מײַז, װעלן אין אײנעם פֿאַרלענדט װערן, זאָגט גאָט. /66:18 װאָרום [איך װײס] זײערע מעשׂים און זײערע טראַכטונגען;די צײַט קומט אײַנצוזאַמלען אַלע פֿעלקער און לשונות, זײ זאָלן קומען און זען מײַן כּבֿוד.

/66:19 און איך װעל טאָן צװישן זײ אַ װוּנדערצײכן, און איך װעל שיקן פֿון זײ אַנטרונענע צו די פֿעלקער, צו תַּרְשִיש, פּול, און לוד, די בױגנשפּאַנערס, צו תּובֿל און יָוֶן, די װײַטע אינדזלען, װאָס האָבן ניט געהערט מײַן הערונג, און ניט געזען מײַן כּבֿוד;און זײ װעלן דערצײלן מײַן כּבֿוד צװישן די פֿעלקער. /66:20 און זײ װעלן ברענגען אַלע אײַערע ברידער, פֿון אַלע פֿעלקער, אַ מתּנה צו גאָט, אױף פֿערד און אױף קאָטשן און אױף טראָגװעגן, און אױף מױלאײזלען, און אױף יאָגקעמלען, צו מײַן הײליקן באַרג ירושלים, זאָגט גאָט, אַזױ װי די קינדער פֿון ישׂראל ברענגען דאָס שפּײַזאָפּפֿעראין אַ רײנער כּלי אין הױז פֿון גאָט. /66:21 און אױך פֿון זײ װעל איך נעמעןפֿאַר כּהנים און פֿאַר לוִיִים, זאָגט גאָט. /66:22 װאָרום װי די נײַע הימלען, און די נײַע ערד, װאָס איך מאַך, װעלן באַשטײן פֿאַר מיר, זאָגט גאָט, אַזױ װעט באַשטײן אײַער זאָמען און אײַער נאָמען. /66:23 און עס װעט זײַן, ראש-חודש אין ראש-חודש, און שבת אין שבת, װעלן קומען אַלע לײַבער, זיך בוקן פֿאַר מיר, זאָגט גאָט. /66:24 און זײ װעלן אַרױסגײן און װעלן קוקןאױף די פּגָרים פֿון די מענטשןװאָס האָבן געבראָכן אָן מיר;װאָרום זײער װאָרעם װעט ניט שטאַרבן, און זײער פֿײַער װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן, און זײ װעלן זײַן אַן עקל פֿאַר אַלע לײַבער.

[און עס װעט זײַן, ראש-חודש אין ראש-חודש, און שבת אין שבת, װעלן קומען אַלע לײַבער, זיך בוקן פֿאַר מיר, זאָגט גאָט.]