לדלג לתוכן

טייטש יהואש ירמיהו

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

יִרְמְיָה


/1:1 די װערטער פֿון יִרמיָהו דעם זון פֿון חִלקִיָהון, פֿון די כֹּהנים װאָס אין עַנָתוֹת אין לאַנד בנימין, /1:2 װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז צו אים געװען אין די טעג פֿון יֹאשִיָהו, דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהודה, אין דרײַצנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, /1:3 און איז אױך געװען אין די טעג פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, ביזן סָוף פֿון עלפֿטן יאָר פֿון צִדקִיָהו דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, ביז דעם גלות פֿון ירושָלַיִם אין פֿינפֿטן חוֹדש.

/1:4 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/1:5 אײדער איך האָב דיך אין מוטערלײַב געפֿורעמט, האָב איך דיר דערקענט, און אײדער דו ביסט פֿון טראַכט אַרױס, האָב איך דיך געהײליקט; אַ נבֿיא פֿאַר די פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט.

/1:6 האָב איך געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, איך קען דאָך ניט רעדן, װאָרום איך בין אַ ייִנגל. /1:7 האָט גאָט צו מיר געזאָגט:

זאָלסט ניט זאָגן: איך בין אַ ייִנגל, נײַערט אומעטום װוּ איך װעל דיך שיקן זאָלסטו גײן, און אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן זאָלסטו רעדן. /1:8 זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ, װאָרום איך בין מיט דיר, דיך מציל צו זײַן, זאָגט גאָט.

/1:9 און גאָט האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט און צוגערירט, צו מײַן מױל, און גאָט האָט צו מיר געזאָגט:

אָט האָב איך געגעבן מײַנע װערטער אין דײַן מױל; /1:10 זע, איך, האָב דיך געשטעלט הײַנטיקן טאָג איבער די פֿעלקער און איבער די קיניגרײַכן, אױסצורײַסן און אײַנצוּװאַרפֿן, און אונטערצוברענגען און צו צעשטערן; צו בױען און צו פֿלאַנצן.

/1:11 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: װאָס זעסטו, יִרמיָהו? האָב איך געזאָגט: אַ מאַנדלשטאָק זע איך. /1:12 האָט גאָט צו מיר געזאָגט: האָסט װױל געזען, װאָרום איך פּאַס-אױף אױף מײַן װאָרט עס צו טאָן.

/1:13 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט: אַ זודיקן טאָפּ זע איך, און זײַן פֿאָדערזײַט איז קעגן צפֿון. /1:14 האָט גאָט צו מיר געזאָגט:

פֿון צפֿון װעט אױסברעכן דאָך בײז אױף אַלע באַװױנער פֿון לאַנד. /1:15 װאָרום זע, איך רוף צו אַלע משפּחות פֿון די קיניגרײַכן צו צפֿון, זאָגט גאָט, און זײ װעלן קומען, און װעלן שטעלן איטלעכער זײַן טראָן בײַם אײַנגאַנג פֿון די טױערן פֿו ירושָלַיִם, און קעגן אַלע אירע מױערן רונד אַרום, און קעגן אַלע שטעט פֿון יהודה. /1:16 און איך װעל זײ אַרױסזאָגן מײַן משפּט פֿאַר אַל זײער שלעכטיקײט, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און גערײכערט צו פֿרעמדע געטער, און זיך געבוקט צו די װערק פֿון זײערע הענט. /1:17 און דו זאָלסט אָנגורטן דײַנע לענדן, און זאָלסט אױפֿשטײן און רעדן צו זײ אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן; זאָלסט זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ, כּדי איך זאָל דיך ניט דערשרעקן פֿאַר זײ. /1:18 װאָרום זע, איך האָב דיך הײַנט געמאַכט פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער שטאָט, און פֿאַר אַן אײַזערנעם זײַל, און פֿאַר קופּערנע מױערן אַקעגן גאַנצן לאַנד, קעגן די מלכים פֿון יהודה, קעגן אירע האַרן, קעגן אירע כֹּהנים, און קעגן דעם פֿאָלק פֿון לאַנד. /1:19 און זײ װעלן מלחמה האַלטן אַקעגן דיר, און װעלן דיך ניט בײַקומען, װאָרום איך בין מיט דיר, זאָגט גאָט, דיך מציל צו זײַן.


/2:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /2:2 גײ און זאָלסט רופֿן אין די אױערן פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט:

איך געדענק דיר די גינציקײט פֿון דײַן יוגנט, די ליבשאַפֿט פֿון דײַן כּלה-צײַט; דײַן גײן נאָך מיר אין דער מדבר, אין אַ לאַנד ניט געזײט. /2:3 הײליק בײַ גאָט איז ישׂראל, דאָס ערשטע פֿון זײַן תּבואה; אַלע זײַנע פֿאַרצערער װעלן פֿאַרװיסט װערן; אַ בײזעניש װעט קומען אױף זײ, זאָגט גאָט.

/2:4 הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר הױז פֿון יעקב, און אַלע משפּחות פֿון הױז פֿון ישׂראל; /2:5 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װאָס האָבן אײַערע עלטערן אין מיר אַן עװלה געפֿונען, װאָס זײ האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר, און געגאַנגען נאָך נישט און נישטיק געװאָרן? /2:6 און זײ האָבן ניט געזאָגט: װוּ איז גאָט װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װאָס האָט אונדז געפֿירט דורכן מדבר, דורך אַ לאַנד פֿון װיסטעניש און גריבער, דורך אַ לאַנד פֿון טריקעניש און טױטשאָטן, דורך אַ לאַנד װאָס קײן מענטש איז ניט דורכגעגאַנגען דערין, און קײן מוטערמענטש האָט ניט געװױנט דאָרטן? /2:7 און איך האָב אײַך געבראַכט אין אַ פֿרוכטיקן לאַנד, צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס; און איר זײַט געקומען און האָט פֿאַראומרײניקט מײַן לאַנד, /2:8 די כֹּהנים האָבן ניט געזאָגט: װוּ איז גאָט? און די אױפֿהאַלטער פֿון דער תּוֹרה האָבן מיך ניט געקענט, און די פּאַסטוכער האָבן געבראָכן אָן מיר, און די נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר בעַל, און נאָך די װאָס נוצן ניט, זײַנען זײ געגאַנגען. /2:9 דרום װעל איך נאָך קריגן מיט אײַך, זאָגט גאָט, און מיט אײַערע קינדסקינדער װעל קריגן. /2:10 װאָרום פֿאָרט דורך די אינדזלען פֿון די כִּתּים, און זעט, און קײן קֵדָר שיקט, און קוקט זיך גוט צו, און זעט אױב אַזױנס איז געשען. /2:11 האָט דען אַ פֿאָלק פֿאַרביטן זײַנע געטער? װאָס זײ זײַנען קײן געטער ניט; און מײַן פֿאָלק האָט פֿאַרביטן זײַן כּבוד אױף װאָס נוצט ניט. /2:12 גרױלט איר הימלען איבער דעם, און שױדערט, װערט באַנומען ביז גאָר, זאָגט גאָט. /2:13 װאָרום אַ צװײַעדיק בײז האָט געטאָן מײַן פֿאָלק: זײ האָבן פֿאַרלאָזן מיך, דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער, זיך צו האַקן ברונעמער, צעבראָכענע ברונעמער, װאָס קענען דאָס װאַסער ניט האַלטן.

/2:14 איז אַ קנעכט ישׂראל? צי אַ הױזגעבאָרענער שקלאַף איז ער? פֿאַר װאָס איז ער צו רױב געװאָרן? /2:15 אױף אים ברילן די יונגלײַבן, זײ לאָזן אַרױס זײער קָול, און זײ האָבן געמאַכט זײַן לאַנד צו װיסט; זײַנע שטעט זײַנע כָרב, אָן אַ באַװױנער. /2:16 אױך די זין פֿון נוֹף און תַּכפַּכיס טוען אױף דײַן שאַרבן פֿיטערן. /2:17 פֿאַר װאָר, דאָס האָט דיר אָנגעמאַכט װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן יהוה דײַן גאָט, בעת ער האָט דיך אױפֿן װעג געפֿירט. /2:18 און אַצונדערט װי קומסטו אױפֿן װעג קײן מִצרַיִם, צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון שיכִֹר? און װי קומסטו אױפֿן װעג קײן אַשור, צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון טײַך? /2:19 דײַן שלעכטיקײט װעט דיך אָנלערנען, און דײַנע אָפּקערונגען װעלן דיך שטראָפֿן; און װײס און זע, אַז שלעכט איז און ביטער װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן יהוה דײַן גאָט, און מײַן מוֹרא איז ניט אױף דיר, זאָגט יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת.

/2:20 װאָרום פֿון אײביק אָן האָב איך צעבראָכן דײַן יאָך, צעריסן דײַנע בינדשטריק, און דו האָסט געזאָגט: איך װעל ניט איבערטרעטן; אָבער אױף יעטװעדער הױכן בערגל, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם, שטרעקסטו װי אַ זוֹנה זיך אױס. /2:21 און איך האָב דיך געפֿלאַנצט אַ װױל װײַנריטל, לױטער ריכטיקן זאָמען; און װי ביסטו מיר פֿאַרקערט געװאָרן אין װיל װוּקסן פֿון פֿרעמדן װײַנשטאָק! /2:22 װאָרום, אַז דו זאָלסט זיך װאַשן מיט לױג, און זאָלסט מערן אױף דיר זײף, איז געפֿלעקט דײַן זינד פֿאַר מיר, זאָגט גאָט דער האַר.

/2:23 װי קענסטו זאָגן: איך האָב מיך ניט פֿאַראומרײניקט, נאָך די בעַל-געטער בין איך ניט געאַגאַנגען? זע דײַן פֿירונג אין טאָל, מערק װאָס דו האָסט געטאָן, דו פֿלינקע קעמעלין, װאָס פֿאַרדרײט אירע װעגן; /2:24 אַ װילדע אײַזעלין צום מדבר געװױנט, װאָס שלינגט דעם װינט אין דער גלוסטונג פֿון איר זעל; פֿון איר פּאָרונג װער קען זי אָפּהאַלטן? אַלע אירע זוכער דאַרפֿן זיך ניט אײַנמיען, אין איר חוֹדש װעלן זײ זי געפֿינען. /2:25 ”פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון באָרװעס זײַן, און דײַן קעל פֿון דאָרשטיקײט“; אָבער דו האָסט געזאָגט: אומזיסט, נײן! נײַערט פֿרעמדע האָב איך ליב, און נאָך זײ װעל איך גײן.

/2:26 װי די שאַנד פֿון אַ גנב אַז ער װערט געפֿונען, אַזױ איז צו שאַנד דאָס הױז פֿון ישׂראל, זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן, און זײערע כֹּהנים, און זײערע נבֿיאים. /2:27 זײ זאָגן צו אַ האָלץ: ביסט מײַן פֿאָטער! און צו אַ שטײן: דו האָסט אונדז געבאָרן! װאָרום זײ האָבן געקערט דעם רוקן צו מיר, און ניט דעם פּנים; נאָר אין צײַט פֿון זײער אומגליק זאָגן זײ: שטײ אױף און העלף אונדז. /2:28 און װוּ זײַנען דײַנע געטער װאָס דו האָסט דיר געמאַכט? זאָלן זײ אױפֿשטײן אױב זײ קענען דיר העלפֿן אין צײַט פֿון דײַן אומגליק; װאָרום אַזױ װי די צאָל פֿון דײַנע שטעט, זײַנען דײַנע געטער, יהודה. /2:29 פֿאַר װאָס קריגט איר אױף מיר? איר אַלע האָט געבראָכן אָן מיר, זאָגט גאָט. /2:30 אומזיסט האָב איך געשלאָגן אײַערע קינדער, זײ האָבן קײן מוסר ניט גענומען; אײַער שװערד האָט פֿאַרצערט אײַערע נבֿיאים, װי אַ מערדערישער לײַב. /2:31 איר דָור, זעט דאָס װאָרט פֿון גאָט: בין איך דען געװען אַ מדבר צו ישׂראל? צי אַ לאַנד פֿון שטאָקפֿינצטערניש? פֿאַר װאָס זאָגט מײַן פֿאָלק: מיר װילן זיך אומטרײַבן, מיר װעלן מער ניט קומען צו דיר? /2:32 קען אַ יונגפֿרױ פֿאַרגעסן איר צירונג, אַ כּלה אירע שלײפֿן? און מײַן פֿאָלק האָט מיך פֿאַרגעסן טעג אָן אַ צאָל.

/2:33 װי באַשײנסטו דײַן װעג ליבשאַפֿט צו זוכן! פֿאַר װאָר, אַפֿילו די ערגסטע קענסטו דײַנע װעגן לערנען. /2:34 אין דײַנע ברעגן געפֿינט זיך אױך בלוט פֿון נפֿשות פֿון אומשולדיקע אָרימע – ניט בײַ אַן אײַנברעכונג האָסטו זײ געפֿונען; אָבער בײַ אַלעם דעם /2:35 זאָגסטו: פֿאַר װאָר, איך בין אומשולדיק, זײַן צאָרן האָט זיך געװיס אָפּגעקערט פֿון מיר. זע, איך משפּט זיך מיט דיר פֿאַר דײַן זאָגן: איך האָב ניט געזינדיקט. /2:36 װי זײער װאָלװל דו מאַכסט זיך צו בײַטן דײַן װעג! װעסט אױך פֿון מִצרַיִם פֿאַרשעמט װערן, װי דו ביסט פֿאַרשעמט געװאָרן פֿון אַשור. /2:37 אױך פֿון דעם דאָזיקן װעסטו אַרױסגײן מיט דײַנע הענט איבער דײַן קאָפּ, װאָרום גאָט פֿאַראַכט דײַנע בטכוֹנות, און װעסט מיט זײ ניט באַגליקן.


/3:1 . . . . אַזױ צו זאָגן: אַז אַ מאַן שיקט אַװעק זײַן װײַב, און זי גײט אַװעק פֿון אים, און װערט אַן אַנדער מאַנס, װעט ער דען זיך װידער אומקערן צו איר? װאָלט ניט זינדיק פֿאַרזינדיקט װערן יענע לאַנד? און דו האָסט מזַנה געװען מיט ליבהאָבער אַ סך, און װילסט זיך אומקערן צו מיר, זאָגט גאָט. /3:2 הײב אױף דײַנע אױגן אױף די הױכע ערטער, און זע, װוּ ביסטו ניט געשענדט געװאָרן? אױף די װעגן האָסטו געלױערט אױף זײ, װי אַן אַראַבער אין דער מדבר; און האָסט זינדיק געמאַכט דאָס לאַנד מיט דײַן זנות און מיט דײַן שלעכטיקײט. /3:3 דרום זײַנען די פֿרירעגנס פֿאַרמיטן געװאָרן, און שפּעטרעגן איז ניט געװען; אָבער אַ שטערן פֿון אַ זוֹנה איז געװען בײַ דיר, /3:4 האָסטו זיך ניט געװאָלט שעמען. האָסטו ניט אַקאָרשט גערופֿן צו מיר: פֿאָטער מין, װעט ער אױף אײביק אַ שׂנאה טראָגן? /3:5 װעט ער שטענדיק זי אָנהאַלטן? אָט האָסטו גערעדט, און דאָך געטאָן דאָס בײז, און געפּוֹעלט בײַ זיך.

/3:6 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט אין די טעג פֿון מלך יֹאשִיָהו: האָסטו געזען װאָס די אָפּגעקערטע ישׂראל האָט געטאָן? זי איז געגאַנגען אױף יעטװעדער הױכן גערגל, און אונטער יעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם, און האָט דאָרטן מזַנה געװען. /3:7 און איך האָב געװעסט געזאָגט: נאָכדעם אַז זי האָט געטאָן דאָס אַלץ, װעט זי זיך אומקערן צו מיר; אָבער זי האָט זיך ניט אומגעקערט. און די פֿעלשערין איר שװעסטער יהודה האָט דאָס געזען. /3:8 אָבער איך האָב געזען, אַז הגם דערפֿאַר װאָס די אָפּגעקערטע ישׂראל האָט אומטרײַשאַפֿט באַגאַנגען, האָב איך זי אַװעקגעשיקט, און איר געגעבן איר שײדבריװ, האָט פֿון דעסטװעגן ניט מוֹרא געהאַט די פֿעלשערין יהודה איר שװסטער, און זי אױך איז געגאַנגען און האַט מזַנה געװען. /3:9 און עס איז געװען, פֿון װעגן דער לײַכטיקײט פֿון איר זנות האָט זי זינדיק געמאַכט דאָס לאַנד, און זי האָט אומטרײַשאַפֿט באַגאַנגען מיט שטײן און מיט האָלץ. /3:10 אָבער אַפֿילו נאָך אַלעם דעם האָט די פֿעלשערין איר שװעסטער יהודה זיך ניט אומגעקערט צו מיר מיט איר גאַנצן האַרצן, נאָר בלױז מיט ליגן, זאָגט גאָט. /3:11 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: די אָפּגעקערטע ישׂראל האָט זיך אַרױסגעװיזן מער רעכטפֿאַרטיק פֿון דער פֿעלשערין יהודה. /3:12 גײ און זאָלסט רופֿן די דאָזיקע װערטער קען צפֿון, און זאָגן:

קער זיך אום, דו אָפּגעקערטע ישׂראל, זאָגט גאָט: איך װעל ניט װאַרפֿן אַ בײז פּנים אױף אײַך, װאָרום איך בין גענאָדיק, זאָגט גאָט, איך האַלט ניט אַ שׂנאה אױף אײביק. /3:13 נאָר זײ װיסן דײַן זינד, אַז אָן יהוה דײַן גאָט האָסטו געבראָכן, און האָסט צעשפּרײט דײַנע װעגן צו פֿרעמדע, אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם; און צו מײַן קָול הט איר ניט צוגעהערט, זאָגט גאָט.

/3:14 קערט אײַך אום, קינדער אָפּקערער, זאָגט גאָט, װאָרום איך בין אײַער האַר, און איך װעל אײַך נעמען אײנעם פֿון אַ שטאָט, און צװײ פֿון אַ משפּחה, און װעל אײַך ברענגען קײן צִיוֹן. /3:15 און איך װעל אײַך געבן פּאַסטוכער נאָך מײַן האַרצן, און זײ װעלן אײַך פֿיטערן מיט קענשאַפֿט און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט.

/3:16 און עס װעט זײַן, אַז איר װעט זיך מערן און פֿרוכפּערן אין לאַנד, אין יענע טעג, זאָגט גאָט, װעט מען מער ניט זאָגן: דער אָרון פֿון גאָטס בונד; און ער װעט אױפֿן זינען ניט אַרױף, און מע װעט אים ניט דערמאָנען און ניט דאַכטן; און ער װעט מער ניט געמאַכט װערן.

/3:17 אין יענער צײַט װעט מען רופֿן ירושָלַיִם דער טראָן פֿון גאָט, און אײַנזאַמלען װעלן זיך צו איר אַלע פֿעלקער, פֿון װעגן גאָטס נאָמען, קײן ירושָלַיִם, און זײ װעלן מער ניט גײן נאָך דער אײַנגעשפּאַרטיקײט פֿון זײער בײזן האַרצן.

/3:18 אין יענע טעג װעט גײן דאָס הױז פֿון יהודה מיט דעם הױז פֿון ישׂראל, און זײ װעלן קומען אין אײנעם פֿון צפֿון-לאַנד אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געמאַכט אַרבן אײַערע עלטערן.

/3:19 און איך האָב געװעסט געזאָגט: װי װעל איך דיך אױסריכטן צװישן די קינדער, און דיר געבן אַ גלוסטיק לאַנד, די שײנשענסטע נחלה פֿון די פֿעלקער! און איך האָב געזאָגט: ”פֿאָטער מײַן“ װעסטו מיך רופֿן, און פֿון הינטער מיר װעסטו זיך ניט אָפּקערן.

/3:20 אָבער אַזױ װי אַ װײַב װאָס פֿעלשט אָן איר מאַן, אַזױ האָט איר געפֿעלשט אָן מיר, הױז פֿון ישׂראל, זאָט

/3:21 אַ קָול װערט אױף די הױכע ערטער געהערט, אַ תּכנונים-געװײן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָרום זײ האָבן פֿאַרקרימט זײער װעג, פֿאַרגעסן אָן יהוה זײער גאָט. /3:22 קערט אײַך אום, קינדער אָפּקערער, איך װעל הײלן אײַערע אָפּקערונגען. דאָ זײַנען איר, געקומען צו דיר, װאָרום דו ביסט יהוה אונדזער גאָט. /3:23 פֿאַר װאָר, פֿאַלש איז װאָס פֿון די הײכן, דער טומל פֿון די בערג; פֿאַר װאָר, אין יהוה אונדזער גאָט איז די הילף פֿון ישׂראל. /3:24 און די שאַנדגעטערײַ האָט אױפֿגעגעסן די מי פֿון אונדזערע עלטערן, פֿון אונדזער יוגנט אָן, זײערע שאָף און זײערע רינדער, זײערע זין און זײערע טעכטער. /3:25 לאָמיר ליגן אין אונדזער שאַנד, און זאָל אונדז באַדעקן אונדזער שמאַך, װאָרום צו יהוה אונדזער גאָט האָבן מיר געזינדיקט, מיר און אונדזערע עלטערן, פֿון אונדזער יוגנט און ביז הײַנטיקן טאָג, און מיר האָבן ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה אונדזער גאָט.


/4:1 אַז דו װעסט זיך אומקערן, ישׂראל, זאָגט גאָט, צו מיר זיך אומקערן, און אַז דו װעסט אָפּטאָן דײַנע אומװערדיקײטן פֿון מײַן פּנים, און װעסט זיך ניט װאַקלען, /4:2 און װעסט שװערן: ”אַזױ װי גאָט לעבט“. מיט אמת, מיט רעכט, און מיט גערעכטיקײט, װעלן זיך בענטשן מיט אים פֿעלקער, און מיט אים װעלן זײ זיך רימען.

/4:3 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט צו די מענער פֿון יהודה און צו ירושָלַיִם: אַקערט אײַך אַן אַקער, און איר זאָלט ניט זײען אױף דערנער. /4:4 באַשנײַדט אײַך צו גאָט, און טוט אָפּ די פֿאָרהױטן פֿון אײַער האַרץ, איר מענער פֿון יהודה און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, כּדי מײַן גרימצאָרן זאָל ניט אַרױסגײן װי אַ פֿײַער, און ברענען אַז קײן לעשער זאָל ניט זײַן, פֿון װעגן אײַערע שלעכטע מעשׂים.

/4:5 דערצײלט אין יהודה, און מאַכט הערן אין ירושָלַיִם, און זאָגט: בלאָזט אַ שוֹפֿר אין לאַנד; רופֿט מיט אַ פֿולער קעל, און אַאָגט: זאַמלט אײַך אײַן, און לאָמיר אַרײַן אין די פֿעסטונגשטעט. /4:6 הײבט אױף אַ פֿאָן קײן צִיוֹן, אַנטרינט, איר זאָלט אײַך ניט אָפּשטעלן, װאָרום איך ברענג אַן אומגליק פֿון צפֿון, און אַ בראָך אַ גרױסן. /4:7 אַ לײַב איז אױפֿגעגאַנגען פֿון זײַן געצװײַג, און אַן אומבפֿענגער פֿון פֿעלקער האָט געצױגן, איז אַרױס פֿון זײַן אָרט, צו מאַכן דײַן לאַנד צו װיסט, דײַנע שטעט זאָלן כָרב זײַן, אָן אַ באַװױנער. /4:8 איבער דעם גורט אָן זאַקקלײדער, טוט קלאָגן און יאָמערן; װאָרום ניט אָפּגעקערט האָט זיך גאָטס גרימצאָרן פֿון אונדז. /4:9 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָװט גאָט װעט פֿאַרגײן דאָס האַרץ פֿון דעם מלך, און דאָס האַרץ פֿון די האַרן; און די כֹּהנים װעלן באַנומען װערן, און די נבֿיאים װעלן גאַפֿן.

/4:10 האָב איך געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, פֿאַר װאָר, נאַרן גענאַרט האָסטו דאָס דאָזיקע פֿאָלק און ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: ”שלום װעט זײַן צו אײַך“, און די שװערד דערגרײַכט ביזן נפֿש.

/4:11 אין יענער צײַט װעט באַפֿױלן װערן אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק און אױף ירושָלַיִם אַ הײסער װינט פֿון די הױכער ערטער אין מדבר, אױפֿן װעג צו דער טאָכטער מײַן פֿאָלק; ניט צו װינטשופֿלען, און ניט צו רײניקן; /4:12 אַ װינט שטאַרקער פֿון דעם װעט קומען פֿון מיר; אַצונד װעל איך אױך אַרױסזאָגן אַ משפּט אױף זײ. /4:13 זע, װי װאָלקנס גײט ער אױף, און װי דער שטורעמװינט זײַנען זײַנע רײַטװעגן; פֿלינקער פֿון אָדלערס זײַנען זײַנע פֿערד: װײ אונדז, װאָרום מיר זײַנען פֿאַרװיסט. /4:14 װאַש אָפּ פֿון בײז דײַן האַרץ, ירושָלַיִם, כּדי זאָלסט געהאָלפֿן װערן. ביז װאַנען װעלן רוען אין דיר דײַנע מכשבות פֿון אומרעכט? /4:15 װאָרום אַ קָול זאָגט אָן פֿון דָן, און מאַכט הערן אומגליק פֿון געבערג פֿון אפֿרים: /4:16 דערצײלט די פֿעלקער: אָט איז עס! מאַכט הערן װעג ירושָלַיִם: באַלעגערער קומען פֿון אַ װײַטן לאַנד, און לאָזן אַרױס אױף די שטעט פֿון יהודה זײער קָול. /4:17 װי פֿעלדהיטער זײַנען זײ אױף איר פֿון רונד אַרום, װײַל זי האָט מיר װידערשפּעניקט, זאָגט גאָט. /4:18 דײַן פֿירונג און דײַנע מעשׂים האָבן דיר דאָס אָנגעמאַכט – די דאָזיקע שלעכטיקײט דײַנע – װאָס עס איז ביטער, װאָס עס רירט אָן ביז דײַן האַרצן.

/4:19 מײַנע אינגעװײד, מײַנע אינגעװײד! איך דרײַ מיך פֿון װײַטאָק! אָ די װענט פֿון מײַן האַרצן! מײַן האַרץ טוט ברומען אין מיר, איך קען ניט שװײַגן! װאָרום אַ קָול פֿון שוֹפֿר האָסטו געהערט, מײַן זעל, אַ שאַל פֿון מלחמה. /4:20 אַ בראָך אױף אַ בראָך גערשעט, װאָרום פֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס גאַנצע לאַנד, פֿלוצים זײַנען פֿאַרװיסט געװאָרן מײַנע געצעלטן, אין אַ רגע – מײַנע פֿאָרהאַנגען. /4:21 ביז װאַנען װעל איך זען די פֿאָן, װעל איך הערן דעם קֹול פֿון דעם שוֹפֿר

/4:22 װאָרום נאַריש איז מײַן פֿאָלק, מיך קענען זײ ניט; קינדער נאַרן זײַנען זײ, און ניט פֿאַרשטאַנדיק זײַנען זײ; זײ זײַנען חכמים אױף טאָן שלעכטס, און פֿון גוטס טאָן װײסן זײ ניט.

/4:23 איך האָב געזען די ערד, ערשט זי איז װיסט און לײדיק און די הימלען – און זײער ליכט איז ניטאָ. /4:24 איך האָב געזען די בערג, ערשט זײ ציטערן, און אַלע הײכן האָבן זיך געטרײַסלט. /4:25 איך האָב געזען, ערשט קײן מענטשן איז ניטאָ, און אַלע פֿױגלען פֿון הימל זײַנען אַװעק. /4:26 איך האָב געזען, ערשט דער כַּרמֶל איז אַ מדבר, און אַלע זײַנע שטעט זײַנען צעשטערט, פֿאַר דעם אָנגעזיכט אפֿון גאָט, פֿאַר דעם גרים פֿון זײַן צאָרן.

/4:27 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַ װיסטעניש װעט װערן דאָס גאַנצע לאַנד, הגם קײן פֿאַרלענדונג װעל איך ניט מאַכן. /4:28 אױף דעם װעט טרױערן די ערד, און פֿינצטער װערן װעלן די הימלען פֿון אױבן, װײַל איך האָב גערדט, איך האָב געטראַכט, און איך האָב ניט חרטה, און װעל זיך ניט אָפּקערן דערפֿון. /4:29 פֿאַר דעם קָול פֿון רײַטער און בױגנשיסער, אַנטלױפֿט די גאַנצע שטאָט; זײ זײַנען אַרײַן אין געדיכטע װעלדער, און אױף פֿעלזן זײַנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען; יעטװעדער שטאָט איז פֿאַרלאָזן, און אין זײ װױנט ניט קײן מענטש. און דו באַרױבטע, װאָס טוסטו, /4:30 װאָס דו קלײדסט דיך אין רױט, װאָס דו צירסט דיך מיט צירונג פֿון גאָלד, װאָס דו רײַסט אױף דײַנע אױגן מיט פֿאַרב? אומזיסט מאַכסטו זיך שײן, דײַנע ליבהאָבער פֿאַראַכטן דיך, זײ זוכן דײַן לעבן. /4:31 װאָרום אַ קָול װי פֿון אַ װײערין האָב איך געהערט, אַנגסט װי פֿון אַן ערשטגעװינערין. דעם קָול פֿון טאָכטער צִיוֹן װאָס פֿאַרקײַכט זיך, װאָס שפּרײט אירע הענט פֿאַנאַנדער: װײ מיר, װאָרום מײַן זעל איז אוממאַכטיק פֿאַר די טײטער.

/5:1 װאַנדער אום אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, און אַעט אַקאָרשט און װערט געװאָר, און זוכט אין אירע מערק, אױב איר װעט געפֿינען אַ מענטשן, אױב עס איז דאָ װער עס טוט גערעכטיקײט, װער עס זוכט אמת, און איך װעל איר פֿאַרגעבן. /5:2 אַפֿילו װען זײ זאָגן: אַזױ װי גאָט לעבט! שװערן זײ פֿון דעסטװעגן פֿאַלש.

/5:3 גאָט, דײַנע אױגן זײַנען דאָך אױף אמת; האָסט זײ געשלאָגן, און זײ האָבן זיך ניט געקימערט, האָסט זײ פֿאַרלענדט, און זײ האָבן קײן מוסר ניט גענומען; זײ האָבן געמאַכט זײער פּנים האַרטער פֿון פֿעלז, זײ האָבן זיך ניט געװאָלט אומקערן. /5:4 און איך האָב געװעסט געזאָגט: דאָס זײַנען נאָר די אָרימע, זײ זײַנען נאַריש, װײַל זײ װײסן ניט דעם װעג פֿון יהוה, דאָס געזעץ פֿון זײער גאָט. /5:5 איך װעל מיר גײן צו די גרױסע, און װעל רעדן מיט זײ; װאָרום זײ װײסן דעם װעג פֿון יהוה, דאָס געזעץ פֿון זײער גאָט. אָבער זײ האָבן דעסגלײַכן צעבראָכן דעם יאָך, צעריסן די בינדשטריק. /5:6 דרום דערשלאָגט זײ אַ לײַב פֿון װאַלד, אַ װאָלף פֿון מדבריאָת װעט זײ פֿאַרװיסטן, אַ לעמפּערט טוט לױערן אױף זײערע שטעט, איטלעכער װאָס גײט אַרױס פֿון זײ, װעט פֿאַרצוקט װערן; װאָרום פֿיל זײַנען זײערע פֿאַרברעכן, שטאַרק זײַנען זײערע אָפּקערונגען.

7װי זאָל איך װאַר דעם דיר פֿאַרגעבן? דײַנע קינדער האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און געשװאָרן בײַ אומגעטער; אַז איך האָב זײ אָנגעזעט, האָבן זײ מזַנה געװען, און אין הײַזער פֿון זוֹנות קלײַבן זײ זיך אױף. /5:8 פֿערד אָפּגעפֿיטערטע, אָגערס זײַנען זײ, איטלעכער דו זײַן חברס װײַב הירזשען זײ; /5:9 זאָל איך דערפֿאַר זיך ניט אָפּרעכענען? זאָגט גאָט; און זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע זיך ניט נוֹקם זײַן מײַן זעל?

/5:10 גײט אַרױף אין אירע רײען, און צעשטערט, נאָר אַ פֿאַרלענדונג זאָלט איר ניט מאַכן; טוט אָפּ אירע צװײַגן, װאָרום ניט גאָטס זײַנען זײ. /5:11 װאָרום פֿעלשן געפֿעלשט האָבן אָן מיר דאָס הױז פֿון ישׂראל און דאָס הױז פֿון יהודה, זאָגט גאָט. /5:12 זײ האָבן געלײקנט אָן גאָט, און געזאָגט: דאָס איז ניט ער, און בײז װעט ניט קומען אױף אונדז, און שװערד און הונגער װעלן מיר ניט אָנזען. /5:13 און פֿון די נבֿיאים װעט זיך אױסלאָזן אַ װינט, װאָרום דאָס װאָרט איז אין זײ ניטאָ; אַזױ זאָל זײ אַלײן געשען! /5:14 דרום האָט יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת אַזױ געזאָגט: װײַל איר רעדט דאָס דאָזיקע גערײד, אָט מאַך איך מײַנע װערטער אין דײַן מױל צו פֿײַער, און דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָלץ, און עס װעט זײ פֿאַרצערן. /5:15 זע, איך ברענג אױף אײַך אַ פֿאָלק פֿון דער װײַט, איר הױז פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט; אַ מאַכטיק פֿאָלק איז דאָס, אַ פֿאָלק פֿון פֿאַרצײַטן איז דאָס, אַ פֿאָלק װאָס דו װײסט ניט זײַן לשון, און פֿאַרשטײסט ניט פֿאָס ער רעדט. /5:16 זײַן פֿײַלבײַטל איז װי אַן אָפֿענער קבר; זײ זײַנען אַלע גיבוֹרים.

/5:17 און ער װעט אױפֿעסן דײַן שניט, און דײַן ברױט; זײ װעלן אױפֿעסן דײַנע זין און דײַנע טעכטער; ער װעט אױפֿעסן דײַנע שאָף און דײַנע רינדער, ער װעט אױפֿעסן דײַן װײַנשטאָק און דײַן פֿײַגנבױם; ער װעט צעקלאַפּן מיטן שװערד דײַנע פֿעסטונגשטעט װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף זײ. /5:18 הגם אױך אין יענע טעג, זאָגט גאָט, װעל איך ניט מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון אײַך.

/5:19 און עס װעט זײַן, אַז איר װעט זאָגן: פֿאַר װאָס האָט יהוה אונדזער גאָט אונדז געטאָן דאָס אַלץ? זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ װי איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, און געדינט פֿרעמדע געטער אין אײַער לאַנד, אַזױ זאָלט איר דינען פֿרעמדע אין אַ לאַנד ניט אײַערס.

/5:20 זאָגט דאָס אָן אין הױז פֿון יעקב, און מאַכט עס הערן אין יהודה, אַזױ צו זאָגן: /5:21 הערט דאָס צו אַקאָרשט, איר נאַריש פֿאָלק אָן שׂכל, װאָס האָבן אױגן און זעען ניט, װאָס האָבן אױערן און הערן ניט;

/5:22 האָט איר דען ניט מוֹרא פֿאַר מיר? זאָגט גאָט, צי ציטערט איר ניט פֿאַר מײַן אָנגעזיכט? איך װאָס האָב געמאַכט זאַמד אַ גרענעץ צום ים, אַן אײביק געזעץ װאָס ער קען ניט אַריבערגײן; און זײַנע אינדן װאַרפֿן זיך, און קענען ניט בײַקומען, און זײ ברומען, און קענען עס ניט אַריבערגײן. /5:23 אָבער בײַ דעם דאָזיקן פֿאָלק איז אַן אָפּגעקערט און װידערשפּעניק האַרץ, זײ האָבן זיך אָפּגעקערט און זײַנען אַװעק. /5:24 און זײ האָבן ניט געזאָגט אין זײער האַרצן: לאָמיר מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה אונדזער גאָט, װאָס גיט רעגן, פֿרירעגן, און שפּעטערגן, אין זײַן צײַט, װאָס היט פֿאַר אונדז אָפּ די געשטעלטע װאָכן פֿון שניט. /5:25 אײַערע זינד האָבן אָפּגענײַגט די דאָזיקע, און אײַערע חטאים האָבן פֿאַרמיטן דאָס גוטס פֿון אײַך. /5:26 װאָרום צװישן מײַן פֿאָלק געפֿינען זיך רשעים; זײ קוקן נאָך, אַזױ װי פֿױגלפֿאַנגען לױערן, זײ שטעלן אַ פּאַסטקע, מענטשן פֿאַנגען זײ. /5:27 װי אַ שטײַג פֿון מיט פֿױגלען, אַזױ זײַנען זײערע הײַזער פֿול ם איט באַטרוג; דרום זײַנען זײ גרױס און רײַך געװאָרן. /5:28 פֿעט, גראָב זײַנען זײ געװאָר; יאָ, זײ שטײַג אַריבער אין בײזע שטיק. פֿאַר רעכט נעמען זײ זיך ניט אָן, פֿאַרן רעכט פֿון יתום, אַז זײ זאָלן עס דורכפֿירן; און דעם משפּט פֿון די ראָימע משפּטן זײ ניט. /5:29 זאָל איך דערפֿאַר זיך ניט אָפּרעכענען? זאָגט גאָט; זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע זיך ניט נוֹקם זײַן מײַן זעל?

/5:30 אַ שרעק און שױדער געשעט אין לאַנד: /5:31 די נבֿיאים זאָגן נבֿיאות אױף ליגן, און די כְֹּהנים געװעלטיקן זײ צו דער האַנט, און מײַן פֿאָלק האָט עס ליב אַזױ; אָבער װאָס װעט איר טאָן צום סָוף דערפֿון?


/6:1 אַנטרינט, איר קינדער פֿון בנימין, אַרױס פֿון ירושָלַיִם, און אין תּקוֹעַ בלאָזט אַ שוֹפֿר, און אין בעת-כֶּרֶם הײבט אױף אַ צײכן, װאָרום אַן אומגליק קוקט אַרױס פֿון צפֿון, און אַ בראָך אַ ברױסער. /6:2 די שײנע און פֿאַרצערטלטע, די טאָכטער צִיוֹן טאָ איך פֿאַרשנײַדן. /6:3 צו איר קומען פֿאַרסטוכער מיט זײערע סטאַדעס, זײ שטעלן אױף געצעלטן רונד אַרום איר, זײ פֿיטערן איטלעכער זיך צו דער האַנט.

/6:4 ”ברײט אָן אַ מלחמה אױף איר! שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן אין מיטן טאָג!“ – ”װײ אונדז! װאָרום דער טאָג קערט זיך אָפּ, װאָרום עס שטרעקן זיך די שאָטנס פֿון אָװנט“ – /6:5 ”שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן בײַ נאַכט, און לאָמיר צעשטערן אירע פּאַלאַצן!“

/6:6 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: שנײַדט אָן געהילץ, און שיט אָן אַרום ירושָלַיִם אַן ערדװאַל; דאָס איז די שטאָט װאָס איז אין גאַנצן אָנגעלײגט מיט רױב אין איר. /6:7 װי אַ ברונעם קװעלט אַרױס זײַנע װאַסער, אַזױ קװעלט זי אַרױס איר בײז; אומרעכט און רױב הערט זיך אין איר, פֿאַר מײַן פּנים איז תּמיד קראַנקשאַפֿט און שלעג. /6:8 נעם אַ מוסר, ירושָלַיִם, כּדי מײַן זעל זאָל זיך ניט אָפּעקלען פֿון דיר, אַ לאַנד ניט באַװױנט.

/6:9 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: אַרומקלײַבן װי אַ װײַנשטאָק װעט מען אַרומקלײַבן דעם איבערבלײַב פֿון ישׂראל; קער װידער און װידער דײַן האַנט, װי אַ האַרבסטער אױף די צװײַגלעך.

/6:10 צו װעמען זאָל איך רעדן און װאָרענען. אַז זײ זאָלן הערן? זע, זײער אױער איז פֿאַרשטאָפּט, און זײ קענען ניט פֿאַרנעמען; זע, גאָטס װאָרט איז בײַ זײ צום געשפּעט, זײ װילן עס ניט. /6:11 דרום בין איך פֿול מיט דעם גרימצאָרן פֿון גאָט, איך קען מער ניט אײַנהאַלטן: גיס אים אױך אױף די קינדער אין גאַס, און אױף דעם געזעמל פֿון יונגע לײַט מיטאַנאַנדער; װאָרום אי מאַן אי װײַב װעלן באַצװוּנגען װערן, דער זקן מיטן פֿולבאַטאָגטן. /6:12 און זײערע הײַזער װעלן איבערגײן צו אַנדערע, פֿעלדער און װײַבער מיטאַנאַנדער; װאָרום איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף די באַװױנער פֿון לאַנד, זאָגט גאָט. /6:13 װאָרום פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן איז איטלעכער גײציק גאָך געװין, און פֿון נבֿיא ביזן כֹּהן טוט איטלעכער פֿאַלשקײט. /6:14 און זײ הײלן דעם בראָך פֿון מײַן פֿאָלק אױף גרינג, אַזױ צו זאָגן: שלום! שלום! װען קײן שלום איז ניטאָ. /6:15 זײ װעלן צו שאַנד װערן, װײַל אומװערדיקײט האָבן זײ געטאָן; צו מאָל שעמען שעמען זײ זיך ניט, צו מאָל פֿון קײן בושה װײסן זײ ניט; דרום װעלן זײ פֿאַלן צװישן די געפֿאַלענע; בעת איך רעכן זיך מיט זײ װעלן זײ געשטרױכלט װערן, זאָגט גאָט.

/6:16 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: שטײט אױף די װעגן און זעט, און פֿרעגט אױף די אַלטע שטעגן, װוּ איז דער װעג צום גוטן, און גײט אױף אים, און געפֿינט אַן אָפּרו פֿאַר אײַער זעל. אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן ניט גײן. /6:17 און איך פֿעלג אױפֿשטעלן װעכטער איבער אײַך: פֿאַרנעמט דעם קָול פֿון שוֹפֿר! אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן ניט פֿאַרנעמען. /6:18 דרום הערט, איר פֿעלקער, און זײ װיסן, דו אײַנזאַמלונג, װאָס אױף זײ קומט. /6:19 הער, דו ערד; זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק, די פֿרוכט פֿון זײערע טראַכטונגען, װײַל זײ האָבן מײַנע װערטער ניט פֿאַרנומען, און מײַן תּוֹרה – זי האָבן זײ פֿאַראַכט. /6:20 צו װאָס מיר דען װײַרױך װאָס קומט פֿון שבאָ, און גוטער געװירצראָר פֿון אַ װײַטן לאַנד? אײַערע בראַנדאָפּפֿער זײַנען ניט צו באַװיליקונג, און אײַערע שלאַכטאָפּפֿער זײַנען מיר ניט אָנגעלײגט. /6:21 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: זע, איך לײג שטרױכלונגען פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און שטרױכלען װעלן דורך זײ פֿאָטערס און זין אין אײנעם דער שכן און זײַן חבר; און זײ װעלן אונטערגײן.

/6:22 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, אַ פֿאָלק קומט פֿון צפֿון-לאַנד, און אַ גרױסע אומה דערװעקט זיך פֿון די עקן ערד. /6:23 בױגן און שפּיז האַלטן זײ, אַכזָרים זײַנען זײ, און האָבן קײן רכמנות ניט; זײער קָול ברומט װי דער אים, און אױף פֿערד רײַטן זײ; אױסגעשטעלט װי אײן מאַן צו מלחמה אױף דיר, טאָכטער צִיוֹן. /6:24 מיר האָבן געהערט זײַן הערונג, אונדזערע הענט זײַנען שלאַף געװאָרן, אַן אַנגסט האָט אונדז באַנומען, אַ װײַטאָק װי אַ געװינערין. /6:25 זאָלסט ניט אַרױס אין פֿעלד, און אין װעג זאָלסטו ניט גײן, װאָרום די שװערד פֿון דעם פֿײַנט איז אַ שרעק רונד אַרום. /6:26 טאָכטער מײַן פֿאָלק, גורט אָן זאַק, און קײַקל זיך אין אַש; אַ טרױער װי נאָך אַן אײנאײניציקן מאַך דיר, אַ ביטערע קלאָג, װאָרום פּלוצים װעט קומען דער פֿאַרװיסטער אױף אונדז.

/6:27 אַ פּרוּװער האָב איך דיך געמאַכט, אַ גאָלדטיגל צװישן מײַן פֿאָלק, כּדי זאָלסט געװאָר װערן און פּרוּװן זײער װעג. /6:28 אָפּגעקערטע אָפּקערער זײַנען זײ אַלע, רכילות-טרײַבער; קופּער און אײַזן זײַנען זײ, אַלע פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ. /6:29 געסאָפּעט האָט דער בלאָזזאַק, פֿאַרלענדט געװאָרן פֿון פֿײַער איז דאָס בלײַ – אומזיסט האָט מען לײַטערן געלײַטערט, װאָרום די שלעכטע זײַנען ניט אָפּגעשײדט געװאָרן. /6:30 פֿאַראַכטע זילבער רופֿט מען זײ, װאָרום פֿאַראַכט האָט זײ גאָט.


/7:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: /7:2 שטעל זיך אין טױער פֿון גאָטס הױז, און זאָלסט אױסרופֿן דאָרטן דאָס דאָזיקע װאָרט, און זאָגן: הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, גאַנץ יהודה, װאָס קומט אין די דאָזיקע טױערן זיך צו בוקן צו גאָט.

/7:3 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת דער גאָט פֿון ישׂראל: בעסערט אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים, און איך װעל אײַך לאָזן רוען אין דעם דאָזיקן אָרט. /7:4 איר זאָלט אײַך ניט פֿאַרזיכערן אױף די װערטער פֿון ליגן, אַזױ צו זאָגן: דער טעמפּל פֿון גאָט, דער טעמפּל פֿון גאָט, דער טעמפּל פֿון גאָט איז דאָס. /7:5 נײַערט, אױב בעסערן װעט איר בעסערן אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים; אױב טאָן װעט איר טאָן גערעכטיקײט צװישן איטלעכן און זײַן חבר, /7:6 דעם פֿרעמדן, דעם יתום, און די אַלמנה װעט איר ניט דריקן, און אומשולדיק בלוט װעט איר ניט פֿאַרגיסן אין דעם דאָזיקן אָרט, און נאָך פֿרעמדע געטער װעט איר ניט גײן, צו אײַער אײגענער רעה, /7:7 װעל איך אײַך לאָזן רוען אין דעם דאָזיקן אָרט, אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן אײַערע עלטערן פֿון אײביק און ביז אײביק. /7:8 זעט, איר פֿאַרזיכערט אײַך אױף װערטער פֿון ליגן אָן אַ נוץ. /7:9 װילט איר גנבען, טײטן, און נוֹאפֿן, און שװערן פֿאַלש, און רײַכערן צו באַקעַל, און גײן נאָך פֿרעמדע געטער, װאָס איר קענט ניט, /7:10 און קומען און זיך שטעלן פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן הױז, װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, און זאָגן: ”מיר זײַנען געראַטעװעט!“ כּדי צו טאָן אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן! /7:11 איז אַ הײל פֿון רױבער געװאָרן אין אײַערע אױגן דאָס דאָזיקע הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים? אָבער איך, זעט, האָב צוגעקוקט, זאָגט גאָט. /7:12 װאָרום גײט אַקאָרשט צו מײַן אָרט װאָס אין שילוֹ, װאָס איך האָב געמאַכט רוען מײַן נאָמען דאָרטן צוערשט, און זעט װאָס איך האָב געטאָן צו אים, פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון מײַן פֿאָלק ישׂרא. /7:13 און אַצונד, װײַל איר טוט אַלע די דאָזיקע מעשׂים, זאָגט גאָט, און איך האָב צו אײַך גערעדט, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעצט, און איר האָט ניט צוגעהערט, און איך האָב אײַך גערופֿן, און איר האָט ניט געענטפֿערט – /7:14 דרום װעל איך טאָן צו דעם הױז, װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, װאָס איר פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים, װאָס איר פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים, און צו דעם אָרט װאָס איך האָב געגעבן אײַך אוון אײַערע עלטערן, אַזױ װי איך האָב געטאָן צו שילוֹ. /7:15 און איך װעל אײַך אַװעקװאַרפֿן פֿון פֿאַר מײַן פּנים, אַזױ װי איך האָב אַװעקגעװאָרװן אַלע אײַערע ברידער, דעם גאַנצן זאָמען פֿון אפֿרים.

/7:16 און דו, זאָלסט ניט מתפּלל זײַן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און ניט אױפֿהײבן אַ געשרײ און אַ תּפֿילה פֿאַר זײ, און זיך ניט שתַּדלען בײַ מיר, װאָרום איך הער דיך ניט צו. /7:17 זעסטו ניט װאָס איזי טוען אין די שטעט פֿון יהודה און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם? /7:18 די קינדער קלײַבן האָלץ, און די פֿאָטערס צינדן אָן דאָס פֿײַער, און די װײַבער קנעטן טײג צו מאַכן קוכנס צו דער מלכּה פֿון הימל, און זײ גיסן גיסאָפּפֿער צו פֿרעמדע געטער, כּדי מיך װי צו טאָן. /7:19 טוען זײ דען מיר װײ, זאָגט גאָט, צי ניט זיך אַלײן, צו דער שנאַד פֿון זײער פּנים? /7:20 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט: זע, מײַן כּעס און מײַן גרימצאָרן גיסט זיך אױס אױף דעם דאָזיקן אָרט, אױף מענטשן, און אױף בהמות, און אױף דעם בױם פֿון פֿעלד, און אױף דער פֿרוכט פֿון דער ערד, און ער װעט ברענען און ניט פֿאַרלאָשן װערן.

/7:21 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: לײגט צו אײַערע בראַנדאָפּפֿער צו אײַערע שלאַכטאָפּפֿער, און עסט זיך אָן מיט פֿלײש. /7:22 װאָרום איך האָב ניט גערעדט מיט אײַערע עלטערן, און האָב זײ ניט באַפֿױלן, אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, װעגן אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער. /7:23 נאָר בלױז דאָס דאָזיקע װאָרט האָב איך זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: הערט צו מײַן קָול, און איך װעל אײַך זײַן צום גאָט, און איר װעט מיר זײַן צום פֿאָלק; און איר זאָלט גײן אין אַלדעם װעג װאָס איך באַפֿעל אײַך, כּדי אײַך זאָל גוט זײַן. /7:24 אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט, און ניט צוגענײַגט זײער אױער, און זײ זײַנען געגאַנגען אין די עצות, אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער בײזן האַרצן, און זײַנען געװען אַהינטער און ניט פֿאַרױס, /7:25 פֿון דעם טאָג װאָס אײַערע עלטערן זײַנען אַרױס פֿון לאַנד מִצרַיִם ביז אױף הײַנטיקן טאָג; און איך האָב געשיקט צו אײַך אַלע מײַנע קנעכט די נבֿיאים, טאָגטעגלעך, נאָכאַנאַנד געשיקט, /7:26 אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו מיר, און ניט צוגענײַגט זײער אױער, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן; זײ האָבן געטאָן ערגער פֿון זײערע עלטערן. /7:27 און װעסט רעדן צו זײ די אַלע װערטער, אָבער זײ װעלן ניט צוהערן צו דיר, און װעסט רופֿן צו זײ, אָבער זײ װעלן דיר ניט ענטפֿערן. /7:28 זאָלסטו זאָגן צו זײ: דאָס איז דאָס פֿאָלק װאָס האָט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה זײַן גאָט, און ניט גענומען קײן מוסר; אונטערגעגאַנגען איז דער אמת, און פֿאַרשניטן פֿון זײער מױל. /7:29 שנײַד אָפּ דײַן קרױן האָר און װאַרף אַװעק, און אױף די הױכע ערטער הײב אױף אַ קלאָג, װאָרום פֿאַראַכט האָט גאָט און פֿאַרלאָזן דעם דָור פֿון זײַן צאָרן. /7:30 װאָרום די קינדער פֿון יהודה האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אואיגן, זאָגט גאָט; זײ האָבן אַרײַנגעטאָן זײערע אומװערדיקײטן אין דעם הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, עס צו פֿאַראומרײניקן. /7:31 און זײ האָבן געבױט די במות פֿון תּוֹפֶֿת װאָס אין טאָל פֿון בן-הִנוֹ, צו פֿאַרברענען זײערע זין און זײערע טעכטער אין פֿײַער, װאָס ניט איך האָב באַפֿױלן, און ניט עס איז אױף מײַן זינען אַרױפֿגעקומען. /7:32 דרום זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און עס װעט מער ניט געזאָגט װערן ”תּוֹפֶֿת“ און ”טאָל פֿון ב-הִנוֹם“, נײַערט ”טאָל פֿון טײטונג“, און מע װעט באַגראָבן אין תּוֹפֶֿת, װײַל מער קײן אָרט װעט ניט זײַן. /7:33 און די טױטע לײַבער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד, און קײַנער װעט זײ ניט אָפּשרעקן. /7:34 און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון די שטעט פֿון יהודו, און פֿון די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, דעם קֹול פֿון לוסטיקײט און דעם קָול פֿון פֿרײד, דעם קָול פֿון אַ כתן און דעם קָונל פֿון אַ כּלה, װאָרום צו װיסטעניש װעט װערן דאָס לאַנד.


/8:1 אין יענער צײַט, זאָגט גאָט, װעט מען אַרױסציען די בײַנער פֿון די מלכים פֿון יהודה, און די בײַנער פֿון זײַנע האַרן, און די בײַנער פֿון די כֹּהנים, און די בײַנער פֿון די נבֿיאים, און די בײַנער פֿון די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, פֿון זײערע קברים; /8:2 און מע װעט זײ אױסשפּרײַטן פֿאַר דער זון, און פֿאַר דער לבנה, און פֿאַר דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, אָס זײ האָבן זײ ליב געהאַט, און װאָס זײ האָבן זײ געדינט, און װאָס זײ זײַנען געגאַנגען נאָך זײ, און װאָס זײ האָבן זײ געזוכט, און װאָס זײ האָבן זיך געבױקט צו זײ; ניט אײַנגעזאַמלט און ניט באַגראָבן װעלן זײ װערן; צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ זײַן. /8:3 און טױט װעט זײַן ליבער פֿון לעבן דעם גאַנצן איבערבלײַב װאָס װעט בלײַבן פֿון דער דאָזיקער בײזער משפּחה, די װאָס װעלן איבערבלײַבן אין אַלע ערטער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין, זאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת.

/8:4 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַלט מען און מע שטײט ניט אױף? צי קערט מען זיך אָפּ, און מע קערט ניט צוריק? /8:5 פֿאַר װאָס האָט זיך אָפּגעקערט דאָס דאָזיקע פֿאָלק, ירושָלַיִם, אַן אײביקע אָפּקערונג? זײ האַלטן זיך אָן באַטרוג, זײ װילן ניט צוריקקערן. /8:6 איך האָב געהאָרכט און זיך צוגעהער, ט ניט די ריכטיקײט רעדן זײ. קײַנער האָט ניט חרטה אױף זײַן שלעכטיקײט, צו זאָגן: װאָס האָב איך געטאָן! איטלעכער קערט זיך אַװעק אין זײַן געלאַף, װי אַ פֿערד װאָס יאָגט אין מלחמה. /8:7 אַפֿילו דער שטאָרך אין הימל װײס זײַנע געשטעלטע צײַטן, און די טורטלטױב און די שװאַלב און דער בושל היטן די צײַט פֿול זײער קועמן; נאָר מײַן פֿאָלק װײס ניט דאָס געזעץ פֿון גאָט. /8:8 װי קענט איר זאָגן: חכמים זײַנען מיר, און די תּוֹרה פֿון גאָט איז בײַ אונדז? פֿאַר װאָר, זע, אומנישט האָט געאַרבעט די פֿאַלשע פּען פֿון די שרײַבער. /8:9 פֿאַרשעמט זײַנען די חכמים, דערשראָקן און באַצװוּנגען; זע, דאָס װאָרט פֿון גאָט האָבן זײ פֿאַראַכט, און װאָסער חכמה איז בײַ זײ?

/8:10 דרום װעל איך געבן זײערע װײַבער צו אַנרערע, און זײערע פֿעלדער צו אָפּיַרשער; װאָרום פֿון קלענסטן ביזן גרעסטן איז איטלעכער גײציק נאָך געװין; פֿון נבֿיא ביזן כֹּהן טוט איטלעכער פֿאַלשקײט. /8:11 און זײ הײלן דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק אױף גרינג, סאַזױ צו זאָגן: שלום! שלום! װען קײן שלום איז ניטאָ. /8:12 זײ װעלן צו שאַנד װערן, װײַל אומװערדיקײט האָבן זײ געטאָן; צו מאָל שעמע שעמען זײ זיך ניט, און פֿון קין בושה װײסן זײ ניט; דרום װעלן זײ פֿאַלן צװישן די געפֿאַלענע; אין דער צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ געשטרױכלט װערן, זאָגט גאָט.

/8:13 פֿאַרלענדן װעל איך זײ פֿאַרלענדן, זאָגט גאָט; קײן רױבן אױפֿן װײַנשטאָק, און קײן פֿײַגן אױפֿן פֿײַגנבױם, און דאָס בלאַט פֿאַרװעלקט! און װאָס איך האָב זײ געגעבן, װעט אַװעק פֿון זײ.

/8:14 נאָך װאָס זיצן מיר? זאַמלט אײַך אײַן און לאָמיאָר אַרײַן אין די פֿעסטונגשטעט, און דאָרטן פֿאַרשניטן װערן; װאָרום יהוה אונדזער גאָט האָט אונדז פֿאַרשניטן, און אונדז אָנגעטרונקען מיט געפֿטװאַסער, װײַל מיר האָבן געזינדיקט צו גאָט. /8:15 געהאָפֿט אױף שלום, און קײן גוטס איז ניטאָ; אױף אַ צײַט פֿון הײלונג, ערשט אַ שרעקעניש.

/8:16 פֿון דָן הערט זיך דאָס סאָפּען פֿון זײַנע פֿערד, פֿון דעם קָול פֿון די הירזשעס פֿון זײַנע אָגערס ציטערט דאָס גאַנצע לאַנד; און זײ קומען און פֿאַרצערן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט, די שטאָט און די װױנער אין איר. /8:17 װאָרום זעט, איך שיק אָן אױף אײַך שלענג פּיפּערנאָטערס, װאָס פֿאַר זײ איז קײן שפּרוך ניטאָ, און זײ װעלן אײַך בײַסן, זאָגט גאָט.

/8:18 איך װיל מיך דערמונטערן אין קומער, איז מײַן האַרץ אין מיר קראַנק.

/8:19 זע, אַ קָול פֿון געשרײ פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק, פֿון אַ לאַנד אַ װײַטן: איז גאָט ניטאָ אין צִיוֹן? איז איר קיניג ניטאָ אין איר? פֿאַר װאָס האָבן זײ מיך דערצערנט מיט זײערע געצן, מיט נישטיקײטן פֿון דער פֿרעמד? /8:20 אַריבער דער שניט, געענדיק דער זומער, און מיר זײַנען ניט געהאָלפֿן געװאָרן. /8:21 איבער דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק בין איך צעבראָכן, פֿינצטער בין איך, אַ שרעק האָט מיך אָנגענומען. /8:22 איז קײן באַלזאַם ניטאָ אין גָלעָד? צי איז קײן רוֹפֿא ניטאָ דאָרט? פֿאַר װאָס דען קומט ניט קײן הײלונג צו דער טאָכטער מײַן פֿאָלק? װער מאַכט מײַן קאָפּ װאַסער, און מײַן אױג אַ קװאַל טרערן, און מײַן אױג אַ קװאַל טרערן, איך װאָלט באַװײנט טאָג און נאַכט די דערשלאָגענע פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק!

/9:1 װער גיט מיר אין מדבר אַ האַרבעריק פֿאַר װאַנדערער, איך װאָלט פֿאַרלאָזן מײַן פֿאָלק, און אַװעקגײן פֿון זײ! װאָרום אַלע זײַנען זײ נוֹאפֿים, אַ געזעמל פֿון פֿעלשער. /9:2 און זײ שפּאַנען זײער צונג – זײער בױגן פֿון ליגן, און ניט פֿאַר אמת זײַנען זײ שטאַרק אין לאַנד; װאָרום פֿון בײז צו בײז גײען זײ און מיך קענען זײ ניט, זאָגט גאָט. /9:3 היט אײַך איטלעכער פֿון זײַן חבר, און אױף קײן ברודער זאָלט איר אײַך ניט פֿאַרזיכערן, װאָרום נאַרן נאַרט איטלעכער ברודער, און איטלעכער חבר טרײַבט רכילות. /9:4 און אײנער דעם אַנדערן גענאַרן זײ, און אמת זאָגן זײ ניט; זײ האָבן אײַנגעװױנט זײער צונג זאָגן ליגן, זײ מאַטערן זיך צו פֿאַרברעכן. /9:5 דײַן זיצן אי צװישן באַטרוג; פֿוהן װעגן באַטרוג װילן זײ מיך ניט קענען, זאָגט גאָט.

/9:6 דרום האָט גאָט פֿון צבָאומת אַזױ געזאָגט: זע, איך לײַטער זײ, און װעל זײ פּרוּװן, װאָרום װי דען זאָל איך טאָן פֿון װעגן דער טאָכטער מײַן פֿאָלק? /9:7 אַ פֿאַרשפּיצטע פֿײַל איז זײער צונג, זי רעצט באַטרוג; מיטן מױל רעדט מען שלוט מיטן חבר, און אין זיך מאַכט מען אַ לױערונג אױף אים. /9:8 זאָל איך דערפֿאַר זיך ניט אָפּרעכענען מיט זײ, זאָגט גאָט; זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע זיך ניט נוֹקם זײַן מײַן זעל?

/9:9 װעגן די בערג װעל איך אױפֿהײבן אַ געװײן און יאָמער, און װעגן די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר אַ קלאָג, װאָרום זײ זײַנען פֿאַרװיסט, אַז קײן מענטש גײט ניט דורך, און זײ הערן ניט קײן קָול פֿון פֿי; פֿון אַ פֿױגל פֿון הימל ביז אַ בהמה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַװעק. /9:10 און איך װעל מאַכן ירושָלַיִם פֿאַר הױפֿנט, אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן, און די שטעט פֿון אינודה װעל איך מאַכן אַ װיסטעניש, אָן אַ באַװױנער.

/9:11 װער איז דער קלוגער מאַן, ער זאָל דאָס פֿאַרשטײן? און דער װאָס גאָטס מױל האָט צו אים גערעדט, ער זאָל דאָס זאָגן? פֿאַר װאָס איז אונטערגעגאַנגען דאָס לאַנד, פֿאַרװיסט װי אַ מדבר, אָן אַ דורכגײער? /9:12 און גאָט האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן מײַן תּוֹרה, װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר זײ, און זײ האָבן ניט צוגעהערט צו מײַן קָול, און ניט געגאַנגען אין איר; /9:13 נײַערט געגאַנגען אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער האַרצן, און נאָך די בעַל-געטער װאָס זײערע עלטערן האָבן זײ געלערנט. /9:14 דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך מאַך זײ עסן, דאָס דאָזיקע פֿאָלק, װערמוט, און איך װעל זײ מאַכן טרינקען גיפֿטװאַסער. /9:15 און איך װעל זײ צעשפּרײַטן צװישן די פֿעלקער, װאָס ניט זײ און ניט זײערע עלטערן האָבן געקענט, און איך װעל נאָכשיקן נאָך זײ די שװערד, ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן.

/9:16 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: קוקט זיך אום, און רופֿט די קלאָגערינס, זײ זאָלן קומען, און נאָך די קלוגע װײַבער שֵקט, זײ זאָלן קומען; /9:17 און זאָלן זײ אײַלן און אױפֿהײבן אױף אונדז אַ יאָמער, אַז אונדזערע אױגן זאָלן צעגײן אין טרערן, און אונדזערע ברעמען זאָלן פֿליסן מיט װאַסער. /9:18 װאָרום אַ יאָמער-קָול הערט זיך פֿון צִיוֹן: װי זײַנען מיר פֿאַרװיסט געװאָרן! מיר זײַנען פֿאַרשעמט ביז גאָר, װײַל מיר האָבן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, װײַל אַרױסגעװאָרפֿן האָבן אונדז אונדזערע װױנונגען. /9:19 װאָרום הערט, איר װײַבער, דאָס װאָרט פֿון גאָט, און לערנט אײַערע טעכטער אַ יאָמער, און אײנע די אַנדערע אַ קלאָג. /9:20 װאָרום דער טױט איז אַרױפֿגעגאַנגען אין אונדזערע פֿענצטער, געקומען אין אונדזערע פּאַלאַצן, צו פֿאַרשנײַדן אַ קינד פֿון דער גאַס, בכורים פֿון די מערק. – /9:21 רעד: אַזױ איז דער שפּרוך פֿון גאָט – און די טױטע לײַבער פֿון מענטשן װעלן פֿאַלן װי מיסט אױף פֿרײַען פֿעלד, און װי אַ הײַפֿל הינטערן שניטער, װאָס קײַנער קלײַבט ניט אױף. /9:22 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זאָל זיך ניט רימען דער חכם מיט זײַן חכמה, און זאָל זיך ניט רימען דער גיבור מיט זײַן גבורה; זאָל זיך ניט רימען דער עוֹשר מיט זײַן עשירות; /9:23 נאָר דערמיט זאָל זיך רימען דער װאָס רימט זיך, מיט פֿאַרשטײן און קענען מיך, אַז איך יהוה טו חסד, רעכט, און גערעכטיקײט, אױף דער ערד; װיל די דאָזיקע באַגער איך, זאָגט גאָט.

/9:24 זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איך װעל זיך רעכענען מיט אַלע באַשניטענע און אומבאַשניטענע: /9:25 מיט מִצרַיִם, און מיט יהודה, און מיט אֶדוֹן, און מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און מיט מואבֿ, אוהן מיט אַלע װאָס מיט אָפּגעהאַקטע האָרעקן, װאָס װױנען אין מדבר; װאָרום אַלע פֿעלקער זײַנען אומבאַשניטן, און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל זײַנען אומבאַשניטן אין האַרצן.


/10:1 הערט דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט אױף אײַך גערעדט, איר הױז פֿון ישׂראל: /10:2 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: דעם װעג פֿון די פֿעלקער זאָלט איר זיך ניט אָפּלערנען, און פֿאַר די צײכנס פֿון הימל זאָלט איר זיך ניט שרעקן, װײַל די פֿעלקער שרעקן זיך פֿאַר זײ. /10:3 װאָרום די מנהגים פֿון די אומות, דאָס איז נישטיקײט; װאָרום עס איז אַ האָלץ װאָס מע האָט פֿון װאַלד אױסגעהאַקט, דאָס װערק פֿון אַ מײַנסטערס הענט מיט דער הובל. /10:4 מיט זילבער און מיט גאָלד באַשײנט מען עס, מיט נעגל און מיט האַמערס באַפֿעסטיקט מען עס, עס זאָל זיך ניט װאַקעלן. /10:5 װי אַ פֿאָלקן אין אַ פּלוצערפֿעלד זײַנען זײ, און זײ קענען ניט רעדן; טראָגן מוזן זײ געטראָגן װערן, װײַל זײ קענען ניט שפּרײזן. איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ, װאָרום זײ קענען ניט בײז טאָן, און אױך גוטס טאָן איז ניטאָ אין זײ.

/10:6 ניטאָ דײַן גלײַכן, יהוה, גרױס ביסטו, און גרױס איז דײַן נאָמען אין גבורה. /10:7 װער זאָל דיך ניט פֿאָרכטן, קיניג פֿון די פֿעלקער? פֿאַר װאָר, דיר קומט עס, װאָרום צװישן אַלע קליגסטע פֿעלקער, און אין אַל זײער מלוכה, איז ניטאָ דײַן גלײַכן. /10:8 און אַלע אין אײנעם זײַנען זײ פֿאַרגרעבט און נאַריש; אַ נישטיקע לערנונג, אַ האָלץ איז דאָס. /10:9 זילבערבלעך פֿון תַּרשיש געבראַכט, און גאָלד פֿון אױפָֿז, די אַרבעט פֿון אַ מײַנסטער, און אַ שמעלצערס הענט; בלאָ און פּורפּל איז זײער מלבוש, די אַרבעט פֿון קינצלער זײַנען זײ אַלע. /10:10 אָבער יהוה איז דער אמתער גאָט, ער איז דער לעבעדיקער גאָט, און דער אײביקער קיניג; פֿון זײַן כּעס ציטערט די ערד, און פֿעלקער קענען ניט אױסהאַלטן זײַן צאָרן. /10:11 אַזױ זאָלט איר זאָגן צו זײ: די געטער װאָס האָבן די הימלען און די ערד ניט געמאַכט, װעלן אונטערגײן פֿון דער ערד און פֿון אונטער די דאָזיקע הימלען. /10:12 ער האָט געמאַכט די ערד מיט זײַן כּוֹך, באַפֿעסטיקט די װעלט מיט זײַן חכמה, און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט די הימלען פֿאַרשפּרײט. /10:13 בײַם קָול פֿון זײַן דונערן װערט אַ פֿילקײט פֿון װאַסער אין הימל; און ער ברענגט אױף װאָלקן פֿון עק פֿון דער ערד; ער מאַכט בליצן צום רעגן, און ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט. /10:14 איטלעכער מענטש איז פֿאַרגרעבט, אָן פֿאַרשטאַנד, איטלעכער שמעלצער װערט צו שאַנד פֿון דעם געץ; װאָרום פֿאַלש איז זײַן געגאָסענער אָפּגאָט, און קײן אָטעם איז אין זײ ניטאָ. /10:15 נישטיק זײַנען זײ, אַ װערק פֿון פֿאַרפֿירעניש; אין דער צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ אונטערגײן. /10:16 ניט װי די דאָזיקע איז דער חלק פֿון יעקב; װאָרום ער איז דער באַשעפֿער פֿון אַלץ, און ישׂראל איז דער שבט פֿון זײַן אַרב; יהוה פֿון צבָאות איז זײַן נאָמען.

/10:17 קלײַב אױף פֿון דער ערד דײַן בינטל, דו װאָס זיצסט אין באַלעגערונג. /10:18 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך שלײַדער אַרױס דאָס מאָל די באַװױנער פֿון לאַנד, און װעל זײ צודריקן, כּדי זײ זאָלן דערשפּירן.

/10:19 װײ מיר אױף מײַן בראָך! שװער אין מײַן װוּנד! און איך האָב געװעסט געזאָגט: אַ קראַנקשאַפֿט נאָר איז דאָס, און איך װעל זי אַריבערטראָגן. /10:20 מײַן געצעלט אין פֿאַרװיסט, און אַלע מײַנע שטריק זײַנען צעריסן, מינע קינדער זײַנען אַרױס פֿון איר און זײַנען ניאָט. ניטאָ װער זאָל אױסשפּרײַטן װידער מײַן געצעלט, און װער זאָל אױפֿציען מײַנע פֿאָרהאַנגען. /10:21 װאָרום פֿאַרגרעבט זײַנען די פּאַסטוכער, און גאָט האָבן זײ ניט געזוכט; דרום האָב זײ ניט באַגליקט, און זײער גאַנצע סטאַדע איז צעשפּרײט געװאָרן. /10:22 האָרך! אַ הערונג אָט קומט, און אַ גרױסער רַעַש פֿון צפֿון-לאַנד, צו מאַכן די שטעט פֿון יהודה אַ װיסטעניש, אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן.

/10:23 איך װײס, גאָט, אַז ניט בײַם מענטשן איז זײַן װעג, ניט בײַם מענטשן איז גײענדיק צו לענקען זײַן טריט. /10:24 שטראָף מיך, גאָט, אָבער מיט גערעכטיקײט, ניט אין דײַן צאָרן, כּדי זאָלסט מיך ניט פֿאַרמינערן. /10:25 גיס אױך דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער װאָס קענען דיך ניט, און אױף די משפּחות װאָס רופֿן ניט דײַן נאָמען, װאָרום פֿאַרצערט האָבן זײ יעקב, יאָ, אים פֿאַרצערט און אים פֿאַרלענדט, און זײַן װױנונג פֿאַרװיסט.


/11:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: /11:2 הערט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד, און איר זאָלט רעדן צו די מענער פֿון יהודה, און צו די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, /11:3 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: פֿאַרשאָלטן דער מאַן װאָס װעט ניט צוהערן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד, /11:4 װאָס איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם אײַזנשמעלצאױװן, אַזױ צו זאָגן: הערט צו מײַן קָול; און איר זאָלט זײ טאָן, אַזױ װי אַלץ װאָס איך באַפֿעל אײַך: און איר װעט מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל אײַך זײַן צום גאָט; /11:5 כּדי מקיים צו זײַן די שבועה װאָס איך האָב געשװאָרן אײַערע עלטערן, זײ צו געבן אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. האָב איך געענטפֿערט און געזאָגט: אָמן, גאָט!

/11:6 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: רוף אױס די אַלע װערטער אין די שטעט פֿון יהודה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן:

הערט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד, און איר זאָלט זײ טאָן.

/11:7 װאָרום װאָרענען האָב איך געװאָרנט אײַערע עלטערן פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, ביז אױף הײַנטיקן טאָג, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געװאָרנט, אַזױ צו זאָגן: הערט צו מײַן קָול. /11:8 אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט, און ניט צוגענײַגט זײער אױערן, און זײ זײַנען געגאַנגען איטלעכער אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער בײזן האַרצן, אָ און איך האָב געבראַכט אױף זײ אַלע װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד, װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן צו טאָן, און זײ האָבן ניט געטאָן.

/11:9 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: אַ בונט געפֿינט זיך בײַ די מענער פֿון יהודה, און בײַ די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. /11:10 זײ האָבן זיך אומגעקערט צו די זינד פֿון זײערע אורעלטערן, װאָס האָבן ניט געװאָלט צוהערן מײַנע װערטער; און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע געטער זײ צו דינען; פֿאַרשטערט האָבן דאָס הױז פֿון ישׂראל און דאָס הױז פֿון יהודה מײַן בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט זײערע עלטערן. /11:11 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט:

זע, איך ברענג אױף זײ אַן אומגליק װאָס זײ װעלן פֿון אים ניט קענען אַרױסגײן, און זײ װעלן שרײַען צו מיר, און איך װעל ניט צוהערן צו זײ. /11:12 און די שטעט פֿון יהודה און די באַװוֹּנער פֿון ירושָלַיִם װעלן גײן און װעלן שרײַען צו די געטער װאָס זײ רײַכערן צו זײ, אָבער העלפֿן װעלן זײ זײ ניט העלפֿן, אין דער צײַט פֿון זײער אומגליק. /11:13 װאָרום אַזױ װי די צאָל פֿון דײַנע שטעט זײַנען דײַנע געטער, יהודה, און אַזױ װי די צאָל פֿון די גאַסן פֿון ירושָלַיִם האָט איר געמאַכט מזבכות צו שאַנדגעצן, מזבכות פֿאַר רײַכערן צו בעַל. /11:14 און דו, זאָלסט ניט מתפּלל זײַן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און ניט אױפֿהײבן אַ געשרײ און אַ תּפֿילה פֿאַר זײ. װאָרום איך הער ניט צו בעת זײ רופֿן צו מיר פֿון װעגן זײער אומגליק.

/11:15 װאָס טוט מײַן ליבפֿרײַנט אין מײַן הױז, אַז זי באַגײט שענדלעכקײט מיט פֿיל? און זאָל דורך הײליק פֿלײש דאָס אָפּגעטאָן װערן פֿון דיר? אַז בײַ דײַן שלעכטיקײט, דענצמאָל פֿרײסטו זיך. /11:16 אַ צװײַגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם, שײן מיט פֿרוכט פֿײַנע, האָט גאָט גערופֿן דײַן נאָמען; אָבער מיט גרױס ליאַרעמגעפּילדער האָט ער אָנגעצונדן אַ פֿײַער דערױף, און זײַנע צװײַגן װעלן צעשטער װערן. /11:17 װאָרום גאָט פֿון צבָאוֹת, װאָס האָט דיך געפֿלאַנצט, האָט אָנגעזאָגט שלעכטס אױף דיר, פֿונװ עגן דער שלעכטיקײט פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל און דעם הױז פֿון יהודה, װאָס זײ האָבן בײַ זיך געטאָן, מיך צו דערצערענען מיט רײַכערן צו בעַל.

/11:18 און גאָט האָט מיך געלאָזט װיסן, און איך װײס; דענצמאָל האָסטו מיר באַװיזן זײערע מעשׂים. /11:19 און איך בין געװען װי אַ שאָף אַ מילדע, װאָס װערט צו דער שכֵטה געפֿירט; און איך האָב ניט געװוּסט אַז זײ טראַכטן אױף מיר טראַכטונגען: ”לאָמיר אומברענגען דעם בױם מיט זײַן פֿרוכט, י און אים פֿאַרשנײַדן פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע, אַז זײַן נאָמען זאָל מער ניט געדאַכט װערן“. /11:20 און דו גאָט פֿון צבָאוֹת װאָס משפּטסט גערעכט, װאָס פּרוּװסט די נירון און דאָס האַרץ, לאָמיך זען דײַן נקמה אױף זײ, װאָרום צו דיר האָב איך אַנטפּלעקט מײַן קריג.

/11:21 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט אױף די לײַט פֿון עַנָתוֹת װאָס זוכן דײַן לעבן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט ניט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון גאָט, כּדי זאָלסט ניט שטאַרבן פֿון אונדזער האַנט; /11:22 דרום האָט גאָט פֿון צבָאוֹת אַזױ געזאָגט: זע, איך רעכן זיך אָפּ מיט זײ; די יונגעלײַט װעלן שטאַרבן פֿון שװערד, זײערע זין און זײערע טעכטער װעלן שטאַרבן פֿון הונגער. /11:23 און קײן איבערבלײַב פֿעט ניט זײַן פֿון זײ, װאָרום איך ברענג אַן אומגליק אױף די לײַט פֿון עַנָתוֹת, דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט.


/12:1 גערעכט װעסטו בלײַבן, גאָט, װען איך זאָל זיך קריגן מיט דיר; אָבער גערעכטיקײט װיל איך רעדן צו דיר: פֿאַר װאָס איז דער װעג פֿון רשעים מצליך? פֿאַר װאָס לעבן רואיק אַלע פֿעלשער פֿאַלשע? /12:2 פֿלאַנצסט זײ, און זײ װאָרצלען זיך אײַן, זײ גײען אױף און טראָגן פֿרוכצט; נאָנט ביסטו אין זײער מױל, און װײַט פֿון זײערע נירן. /12:3 און דו, גאָט, קענסט מיך, זעסט מיך, און האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ צו דיר; שלעפּ זײ אַװעק װי שאָף צו דער שכיטה, און גיב זײ אָפּ צום טאָג פֿון טײטונג.

/12:4 ביז װאַנען װעט טרױערן דאָס לאַנד, און דאָס גראָז פֿון גאַנצן פֿעלד װעט זײַן פֿאַרטריקנט? פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר זײַנען אומגעקומען בהמות און פֿױגלען; װײַל זײ האָבן געזאָגט: ער זעט ניט אונדזער סָוף.

/12:5 אױב מיט פֿוסגײער ביסטו געלאָפֿן, און זײ האָבן דיך מיד געמאַכט, הינט װי װילסטו זיך מיט פֿערד פֿאַרמעסטן? און ביסטו זיכער אין לאַנד פֿון פֿריד, װי װעסטו אָבער טאָן אין דעם געװעלד פֿון יַרדן? /12:6 װאָרום אַפֿילו דײַנע ברידער אין דײַן פֿאָטערס הױז, אַפֿילו זײ האָבן געפֿעלשט אָן דיר, אַפֿילו זײ האָבן דיר נאָפּכגעשריען מיט אַ פֿולער קעל; ניט גלױב זײ װען זײ רעדן גוט צו דיר.

/12:7 איך האָב פֿאַרלאָזן מײַן הױז, איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן מײַן אַרב; איך האָב איבערגעגעבן די פֿעליבטע פֿון מײַן זעל אין דער האַנט פֿון אירע פֿײַנט. /12:8 מײַן אַרב איז מיר געװאָרן װי אַ לײב אין װאַלד, זי האָט אױפֿגעהױבן איר קָול אױף מיר, דרום האָב איך זי פֿײַנט געקראָגן. /12:9 איז אַ קלױאיקער רױבפֿױגל מײַן אַרב מיר? די רױבפֿױגלען זײַנען רונד אַרום איר; גײט זאַמלט אַלע קחיות פֿון פֿעלד, ברענגט זײ אַהער צו עסן.

/12:10 פֿיל פּאַסטוכער האָבן פֿאַרדאָרבן מײַן װײַנגאָרטן, צעטרעטן מײַן פֿעלד; זײ האָבן געמאַכט מײַן פֿלוסטיק פֿעלד פֿאַר אַ מדבר אַ פֿיסטן. /12:11 מע האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ װיסטעניש, עס טרױערט צו מיר װיסטערהײט; פֿאַרװיסט איז דאָס גאַנצע לאַנד, װאָרום קײן מענטש נעמט ניט צום האַרצן. /12:12 אױף אַלע הױכע ערטער אין מדבר זײַנען פֿאַרװיסטער געקומען, װאָרום גאָטס שװערד פֿאַרצערט פֿון עק לאַנד ביז עק לאַנד, ניטאָ קײן פֿריד פֿאַר קײן לײַב. /12:13 זײ האָבן געזײט װײץ, און דערנער געשניטן, זיך געפּלאָגט – קײן נוץ ניט געבראַכט; דרום שעמט אײַך מיט אײַערע תּבואות, פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון גאָט.

/12:14 אַזױ האָט גאָט געזאָגט – אױף אַלע מײַנע בײזע שכנים, װאָס רירן אָן די אַרב װאָס איך האָב געמאַכט אַרבן מײַן פֿאָלק ישׂראל:

זע, איך רײַס זײ אױס פֿון זײער ערד, און דאָס הױז פֿון יהודה װעל איך אױסרײַסן פֿון צװישן זײ.

/12:15 און עס װעט זײַן, נאָכדעם װי איך רײַס זײ אױס װעל איך זײ װידער דערבאַרימען, און װעל זײ אומקערן איטלעכן צו זײַן נחלה, און איטלעכן צו זײַן לאַנד. /12:16 און עס װעט זײַן, אױב לערנען װעלן זײ לערנען די װעגן פֿון מײַן פֿאָלק, צו שװערן בײַ מײַן נאָמען: ”אַזױ װי יהוה לעבט!“ אַזױ װי זײ האָבן געלערנט מײַן פֿאָלק. /12:17 אױב אָבער זײ װעלן ניט צוהערן, װעל איך אױסרײַסן יענע אומה, אױסרײַסן און אונטערברענגען, זאָגט װאָט.


/13:1 אַזױ האָט גאָט צו מיר געזאָגט: גײ און זאָלסט דיר קױפֿן אַ פֿלאַקסענעם גאַרטל, און אים אָנטאָן אױף דײַנע לענדן, און אין װאַסער זאָלסטו אים ניט לאָזן קומען. /13:2 האָב איך געקױפֿט דעם גאַרטל אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט, און אָנגעטאָן אױף מײַנע לענדן. /13:3 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: /13:4 נעם דעם גאַרטל װאָס דו האָסט געקױפֿט, װאָס אױף דײַנע לענדן, און שטײ אױף, גײ דיר קײן פּרָת, און באַהאַלט אים דאָרטן אין אַ שפּאַלט פֿון פֿעלז. /13:5 בין איך געגאַנגען און האָב אים באַהאַלטן אין פּרָת אַזױ װי גאָט האָט מיר באַפֿױלן. /13:6 און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿיל טעג, האָט גאָט צו מיר געזאָגט׃ שטײ אױף, גײ קײן פּרָת, און נעם אַרױס פֿון דאָרטן דעם גאַרטל, װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן אים דאָרטן צו באַהאַלטן. /13:7 בין איך געגאַנגען קײן פּרָת, און האָב אױפֿגעגאָרבן, און אַרױסגענומען דעם גאַרטל פֿון דעם אָרט װאָס איך האָב אים דאָרטן באַהאַלטן; ערשט דער גאַרטל איז געװען פֿאַרדאָרבן, ער האָט ניט געטױגט צו קײן זאַץ. /13:8 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/13:9 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַזױ װעל איך פֿאַרדאַרבן דעם שטאָלץ פֿון יהודה, אַזױ װעל איך פֿאַרדאַרבן דעם שטאָלץ פֿון יהדוה, און דעם שטאָלץ פֿון ירושָלַיִם, דעם גרױסן. /13:10 דאָס דאָזיקע בײזע פֿאָלק װאָס װילן ניט הערן מײַנע װערטער, װאָס גײען אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער האַרצן, און זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע געטער זײ צו דינען, און זיך צו בוקן צו זײ, װעלן װערן װי דער דאָזיקער גאַרטל װאָס טױג ניט צו קײן זאַך. /13:11 װאָרום אַזױ װי דער גאַרטל איז גאַהעפֿט צו די לענדן פֿון אַ מאַן, אַזױ האָב איך באַהעפֿט צו מיר דאָך גאַנצע הױז פֿון ישׂראל, און דאָס גאַנצע הױז פֿון יהודײַה, זאָגט װאָט, מיר צו זײַן פֿאַר אַ פֿאָלק, און פֿאַר אַ נאָמען, און פֿאַר אַ לױב, און פֿאַר אַ שײנקײט; אָבער זײ האָבן ניט צוגעהרט. /13:12 און זאָלסט זאָגן צו זײ דאָס דאָזיקע װאָרט: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: יעטװעדער קרוג װערט אָנגעפֿילט מיט װײַן. און אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר: װײסן מיר דען ניט װױל, אַז יעטװעדער קרוג װערט אָנגעפֿילט מיט װײַן? /13:13 זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך פֿיל אָן אַלע באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד, און די מלכים װאָס זיצן פֿון דודן אױף זײַן טראָן, און די כֹּהנים, און די נבֿיאים, און אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, מיט שיכּרות. /13:14 און איך װעל זײ צעהאַקן אײנעם אָן אַנדערן, אי די פֿאָטערס אי די זין אין אײנעם, זאָגט גאָט; איך װעל ניט שױנען, און ניט דערבאַרימען, און ניט רכמנות האָבן, זײ ניט אומצוברענגען.

/13:15 הערט און לײגט צו דאָס אױער, איר זאָלט אײַך ניט דערהײבן, װאָרום גאָט האָט גערעדט; /13:16 גיט כּבוד צו יהוה אײַער גאָט, אײדער עס װעט פֿינצטער װערן, און אײדער אײַערע פֿיס װעלן זיך אָפּשלאָגן אױף די נאַכטיקע בערג, און איר װעט האָפֿן אױף ליכט, און ער װעט עס מאַכן צו טױטשאָטן, און פֿאַרקערן אין כִֹשכניש. /13:17 און אַז איר װעט דאָס ניט צוהערן, װעט װײַנען אין פֿאַרבאָרגעניש מײַן זעל פֿון װעגן דער האָפֿערדיקײט, און טרערן װעט טרערן, און צעגײן װעט אין טרערן, מײַן אױג, װאָס די סטאַדע פֿון גאָט װערט געפֿאַנגען.

/13:18 זאָג צו דעם מלך און צו דער מוטער-מלכּה: זזצט אײַך אַראָפּ נידעריק, װאָרום גינדערט האָט אײַער קאָפּצירונג, אײַער פּראַכטיקע קרױן. /13:19 די שטעט פֿון דָרום זײַנען פֿאַרשלאָסן, און ניאָט װער זאָל עפֿענען; גאַנץ יהודה איז פֿאַרטריבן געװאָרן, פֿאַרטריבן געװאָרן אין גאַנצן.

/13:20 הײבט אױף אײַערע אױגן, און זעט די װאָס קומען פֿון צפֿון; װוּ איז די סטאַדע װאָס איז דיר געגעבן געװאָרן? די שײנע שאָף דײַנע? /13:21 װאָס װעסטו זאָגן װען ער װעט אָנזעצן אױף דיר, די װאָס דו האָסט זײ אײַנגעװױנט פֿאַר פֿירשטן איבער דיר? פֿאַר װאָר, װײען װעלן דיך אָננעמען, װי אַ פֿרױ צו קינד. /13:22 און אױב דו װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: פֿאַר װאָס האָט דאָס מיר געטראָפֿן? פֿאַר דײַן גרױס זינד זײַנען אױפֿגעדעקט געװאָרן דײַנע ברעגן, אַנטבלױזט געװאָרן דײַנע טריט. /13:23 קען אַ כּושי בײַטן זײַן הױט, און אַ לעמפּערט זײַנע פֿלעקן? אַזױ קענט איר גוטס טאָן, איר צוגעװױנטע בײז צו טאָן. /13:24 דרום װעל איך זײ צעשפּרײַטן װי שפּרײ װאָס פֿאַרגײט פֿאַרן װינט פֿון מדבר. /13:25 דאָס איז דײַן גוֹרל, דײַן צוגעמאָסטענער טײל פֿון מיר, זאָגט גאָט, װײַל דו האָסט פֿאַרגעסן אָן מיר, און זיך פֿאַרזיכערט אױף ליגן. /13:26 דרום דעק איך אױך אױף דײַנע ברעגן איבער דײַן פּנים, אתּון געזען װערן װעט דײַן שאַנד. /13:27 דײַן ניאוף און דײַנע הירזשעס, די שענדלעכקײט פֿון דײַן זנות – אױף די הײכן אין פֿעלד האָב איך געזען דײַנע אומװערדיקײטן. װײ דיר, ירושָלַיִם, װיסט ניט רײן װערן! ביז איבער װאַנען נאָך?


/14:1 װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון װעגן די טריקענישן. /14:2 עס טרױערט יהודה, און אירע טױערן זײַנען פֿאַרשמאַכט, און אירע טױערן זײַנען פֿאַרשמאַכט, זײ זײַנען פֿינצטער צו דער ערד; און דאָס געשרײ פֿון ירושָלַיִם גײט אױף.

/14:3 און זײער פּנֵי שיקן זײערע יונגען נאָך װאַסער; זײ קומען צו די גריבער, געפֿינען זײ ניט קײן װאַסער, זײער כּלים קערן זיך אום לײדיק; זײ זײַנען אין ביאָש און פֿאַרשעמט, און פֿאַרדעקן זײערע קעפּ. /14:4 פֿון װעגן דער ערד װאָס איז צעפּלאַצט, װײַל קײן רעגן איז ניטאָ אין לאַנד, זײַנען די אַקערלײַט אין ביאָש, זײ פֿאַרדעקן זײערע קעפּ. /14:5 װאָרום אַפֿילו אַ הינדין אין װעלד געבערט און פֿאַרלאָזט, װײַל קײן גראָז איז ניטאָ. /14:6 און די װילדע אײזלען שטײען אױף די הױכע ערטער, זײ שלינגען דעם װינט װי שאַקאַלן; זײערע אױגן גײען אױס, װײַל קײן קרײַטעכץ איז ניטאָ.

/14:7 אױב אונדזערע זינד זאָגן עדות קעגן אונדז, גאָט, טו פֿון דײַן נאָמען װעגן; װאָרום פֿיל זײַנען אונדזערע אָפּקערונגען, מיר האָבן געזינדיקט צו דיר.

/14:8 דו האָפֿענונג פֿון ישׂראל, זײַן העלפֿער אין צײַט פֿון נױט, פֿאַר װאָס זאָלסטו זײַן װי אַ פֿרעמדער אין לאַנד, און װי אַ װאַנדערער װאָס פֿאַרקערט צו נעכטיקן? /14:9 פֿאַר װאָס זאָלסטו זײַן װי אַ צעטומלטער מענטש, װי אַ גיבור װאָס קען ניט העלפֿן? דו ביסט דאָך צװישן אונדז, גאָט, און דײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אונדז; ניט טו אונדז פֿאַרלאָזן.

/14:10 אַזױ האָט גאָט געזאָגט צו דעם דאָזיקן פֿאָלק: אַזױ האָבן זײ ליב אומצוּװאַנדערן, זײ האַלטן ניט אָפּ זײערע פֿיס; אַצונד װעט ער געדענקען זײער פֿאַרברעך, און דערמאָנען זײערע זינד.

/14:11 און גאָט נאָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט ניט מתפּלל זײַן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק צום גוטן. /14:12 אַז זײ פֿאַסטן, הער איך ניט צו זײער געשרײ, און אַז זײ בפֿענגען אױף בראַנדאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער, באַװיליק איך זײ ניט- נײַערט מיט שװערד אונמיט הונגער און מיט פּעסט טו איך זײ פֿאַרלענדן.

/14:13 האָב איך געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, זע, די נבֿיאים זאָגן צו זײ: איר װעט ניט אָנזען קײן שװערד, און קײן הונגער װעט בײַ אײַך ניט זײַן, װאָרום אַ זיכערן שלום װעל איך אײַך געבן אין דעם דאָזיקן אָרט.

/14:14 האָט גאָט צו מיר געזאָגט:

ליגן זאָגן נבֿיאות דו נבֿיאים אין מײַן נאָמען; ניט איך האָב זײ געשיקט, און ניט איך האָב זײ באַפֿױלן, און איט איך האָב צו זײ גערעדט; זעאונג פֿון ליגן, און װאָרזאָגעכץ און נישטיקײט, און באַטרוג פֿון זײער האַרצן, זאָגן זײ אײַך נבֿיאות. /14:15 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט – אױף די נבֿיאים װאָס זאָגן נבֿיאות אין מײַן נאָמען, װען איך האָב זײ ניט געשיקט, און זײ זאָגן: קײן שװערד און קײן הונגער װעט ניט זײַן אין דעם דאָזיקן לאַנד – פֿון שװערד און פֿון הונגער װעלן פֿאַרלענדט װערן יענע נבֿיאים. /14:16 און דאָס פֿאָלק װאָס זײ זאָגן נבֿיאות צו זײ, װעלן ליגן אַװעקגעװאָרפֿן אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם פֿון װעגן דעם הונגער און דער שװערד, און זײ װעלן קײן באַגרעבער ניט האָבן; זײ, זײערע װײַבער, און זײערע זין, און זײערע טעכטער; און איך װעל אױסגיסן אױף זײ זײער שלעכטיקײט.

/14:17 און זאָלסט זאָגן צו זײ דאָס דאָזיקע װאָרט: צעגײן זאָלן מײַנע אױגן אין טרערן טאָג און נאַכט, און ניט אױפֿהערן, װאָרום אַ גרױס בראָך איז צעבראָכן געװאָרן די יונגפֿױ טאָכטער מײַן פֿאָלק; אַ שװערן שלאַק ביז גאָר. /14:18 אַז איך גײ אַרױס אין װעלד, ערשט, דערשלאָגענע פֿון שװערד; און אַז איך קום אַרײַן אין שטאָט, ערשט, יסורים פֿון הונגער. װאָרום אי דער נבֿיא אי דער כֹּהן דרײען זיך איבערן לאַנד, און װײסן גאָרנישט.

/14:19 האָסטו פֿאַראַכטן פֿאַראַכט יהודה? צי האָט זיך פֿון צִיוֹן פֿאַרעקלט דײַן זעל? פֿאַר װאָס האָסטו אונדז געשלאָגן, אַז פֿאַר אונדז איז קײן הײלונג ניטאָ? געהאָפֿט אױף שלום, און קײן גוטס איז ניטאָ; און אױף אַ צײַט פֿון הײלונג, ערשט אַ שרעקעניש! /14:20 מיר װײסן, גאָט, אונדזער שלעכטיקײט, די זינד פֿון אונדזערע עלטערן; װאָרום מיר האָבן געזינדיקט צו דיר. /14:21 ניט פֿאַראַכט אונדז פֿון דײַן נאָמען װעגן, ניט שענד דעם טראָן פֿון דײַן כּבוד; דערמאָן זיך, זאָלסט ניט פֿאַרשטערן דײַן בונד מיט אונדז. /14:22 זײַנען דאָ צװישן די נישטיקע געצן פֿון די פֿעלקער רעגנ-געבער? אָדער גיבן די הימלען אַלײן שפּרײרעגן? פֿאַר װאָר, דו ביסט יהוה אונדזער גאָט, און מיר האָפֿן צו דיר, װאָרום דו מאַכסט דאָס אַלץ.


/15:1 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װען אױפֿשטײן זאָל משה און שמואל פֿאַר מיר, איז מײַן זעל ניט מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק; שיק זײ אַװעק פֿון מײַן פּנים, און זאָלן זײ אַװעקגײן. /15:2 און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר: װוּהין זאָלן מיר אַװעקגײן? זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װער צום טױט, צום טױט, און װער צום שװערד, צום שװערד, און װער צום הונגער, צום הונגער, און װער צו געפֿאַנגענשאַפֿט, צו געפֿאַנגענשאַפֿט. /15:3 און איך װעל אָנזעצן אױף זײ פֿיר משפּחות, זאָגט גאָט: די שװערד צו הרגען, און די הינט צו שלעפּן, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און די חיה פֿון דער ערד, צו עסן און אומצוברענגען. /15:4 און איך װעל זײ מאַכן צו שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿון װעגן מנשה דעם זון פֿון איכִזקִיָהון, אי דעם מלך פֿון יהודה, פֿאַר װאָס ער האָט געטאָן אין ירושָלַיִם.

/15:5 װאָרום װער װעט דיך דערברימען, ירושָלַיִם? און װער װעט דיך באַדױערן? און װער װעט זיך אָפּקערן דיך צו פֿרעגן אױף פֿריד? /15:6 דו האָסט מיך אַװעקגעװאָרפֿן, זאָגט גאָט, אַהינטער טוסטו גײן, דרום שטרעק איך אױס מײַן האַנט אױף דיר און צעשטער דיך; איך בין מיד געװאָרן זיך צו דערבאַרימען. /15:7 און איך װינטשופֿל זײ מיט אַ װינטשופֿל אין די טױערן פֿון לאַנד; איך לאָז אָן קינדער, איך ברענג אונטער מײַן פֿאָלק, װײַל זײ קערן זיך ניט אום פֿון זײערע װעגן. /15:8 זײערע אַלמנות װערן דורך מיר מער װי זאַמד פֿון די ימען; איך ברענג אױף זײ – אױף דער מוטער – אַן אױסדערװײלטן, אַ פֿאַרװיסטער אין מיטן טאָג. איך װאַרף אָן אױף איר פּאָוצים אַנגסט און שרעקענישן. /15:9 פֿאַרװעלקט װערט די געװינערין פֿון זיבן, זי הױכט אױס איר נשמה; איר זון גײט אונטער װען נאָך טאָג, זי װערט צו שאַנד און פֿאַרשעמט. און זײער איבערבליב װעל איך איבערגעבן צום שװערד פֿאַר זײערע פֿײַנט, זאָגט גאָט.

/15:10 װײ מיר, מוטער מײַנע, װאָס דו האָסט מיך געבאָרן אַ מענטש פֿון קריג, און אַ מענטש פֿון שטרײט קעגן גאַנצן לאַנד; ניט איך מאָן, און ניט מע מאָנט בײַ מיר, פֿון דעסטװעגן שילטן זײ מיך אַלע.

/15:11 האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, איך װעל דיך דערלײזן צום גוטן; פֿאַר װאָר, איך װעל מאַכן דעם פֿײַנט זיך בעטן בײַ דיר אין צײַט פֿון אומגליק און אין צײַט פֿון נױט. /15:12 קען מען אײַזן צעברעכן – אײַזן פֿון צפֿון, און קופּער?

/15:13 דײַן פֿאַרמעג און דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב אָן געצאָלט; יאָ, פֿאַר אַלע דײַנע זינד אַזש אין אַלע דײַנע געמאַרקן. /15:14 און איך װעל דיך אַריבערפֿירן בײַ דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט ניט; װאָרום אַ פֿײַער איז אָנגעצונדן אין מײַן נאָז, אױף אײַך װעט עס ברענען.

/15:15 דו, גאָט װײסט דאָך, געדענק מיך, און דערמאָן זיך אָן מיר, און זײ זיך נוֹקם אָן מײַנע נאָכיאָגער; פֿון װעגן דײַן לאַנגגעמיט ניט נעם מיך אַװעק; מערק מײַן לײַדן פֿון דײַנעטװעגן שאַנד. /15:16 װי דײַנע װערטער זײַנען געפֿונען געװאָרן, אַזױ האָב איך זײ אײַנגעשלונגען, און דײַן װאָרט איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿרײד, און פֿאַר אַ שׂמכה פֿון מײַן האַרצן, װײַל דײַן נאָמענם איז אױף מיר גערופֿן געװאָרן, יהוה דו גאָט פֿון צבָאומת. /15:17 איך בין ניט געזעסן אין געזעמל פֿון פֿרײלעכע און זיך לוסטיק געמאַכט; פֿון װעגן דײַן האַנט בין איך געזעסן אַלײן, װאָרום מיט צאָרן האָסטו מיך אָנגעפֿילט. /15:18 פֿאַר װאָס איז אײביק מײַן װײַטאָק, און מײַן װ אונד איז מסוכּן, זי װיל זיך ניט הײלן? װילסטו מיר זײַן װי אַ טײַך אַ פֿאַלשעתּר, װי װאַסערן אומגעטרײַע?

/15:19 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: אַז דו װעסט זיך אומקערן, און איך װעל דיך אומקערן, װעסטו שטײן פֿאַר מיר; און אַז דו װעסט אַרױסציען טײַערס פֿון געמײַנעם, װעסטו אַזױ װי מײַן מױל זײַן; זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר, און דו װעסט זיך גניט אומקערן צו זײ. /15:20 און איך װעל דיך מאַכן אַקעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער מױער פֿון קופּער, און זײ װעלן מלחמה האַלטן קעגן דיר, און װעלן דיך ניט בײַקומען; װאָרום איך בין מיט דיר, דיך צו העלפֿן, און דיך מציל צו זײַן, זאָגט גאָט. /15:21 און איך װעל דיך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטע, און װעל דיך אױסלײַזן פֿון דעם פֿױסט פֿון די מאַכטיקע.


/16:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /16:2 זאָלסט דיר ניט נעמען קײן װײַב, און ניט האָבן קײן זין און קײן טעכטער אין דעם דאָזיקן אָרט. /16:3 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף די זין און אױף די טעכטער װאָס װערן געבאָרן אין דעם דאָזיקן אָרט, און אױף זײערע מוטערס אָס האָבן זײ געהאַט, און אױף זײערע פֿאָטערס װאָס האָבן זײ געבאָרן אין דעם דאָזיקן לאַנד: /16:4 טױטן פֿון יסורים װעלן זײ שטאַרבן; ניט באַקלאָגט און ניט באַגראָבן װעלן זײ װערן, צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ זײַן; און פֿון שװערד און פֿון הונגער װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן; און זײערע טױטע לײַבער װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, י און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד. /16:5 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זאָלסט ניט קומען אין הױז פֿון יאָמער, און זאָלסט ניט גײן באַקלאָגן, און זאָלסט זײ ניט באַדױערן, װאָרום איך האָב אַװעקגענומען מײַן שלום פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, זאָגט גאָט, די גענאָד, און די דערבאַרימונג. /16:6 און גרױס און קלײן װעלן שטאַרבן אין דעם דאָזיקן לאַנד; ניט זײ װעלן באַגראָבן װערן, און ניט מע װעט קלאָגן נאָך זײ, און ניט מע װעט זיך אײַנשנײַדן, און ניט מע װעט זיך אַ פּליך מאַכן נאָך זײ; /16:7 און ניט מע װעט ברעכן ברױט פֿאַר זײ אין אַבֵלות, זײ צו טרײסטן נאָך אַ טױטן, און ניט מע װעט זײ געבן טרינקען אַ בעכער פֿון טרײסטונג נאָך זײער פֿאָטער און נאָך זײער מוטער. /16:8 און אין הױז פֿון אַ סעודה זאָלסטו ניט גײן, צו זיצן מיט זײ, צו עסן און צו טרינקען. /16:9 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך פֿאַרשטער פֿון דעם דאָזיקן אָרט, פֿאַר אײַערע אױגן און אין אײַערע טעג, דעם קָול פֿון לוסטיקײט און דעם קָול פֿון פֿרײד, דעם קָול פֿון אַ כתן און דעם קָול פֿון אַ כּלה.

/16:10 און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט זאָגן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק די אַלע װערטער, און זײ װעלן זאָגן צו דיר: פֿאַר װאָס האָט גאָט אָנגעזאָגט אױף אונדז אַלדאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און װאָס איז אונדזער פֿאַרברעך, און װאָס איז אונדזער זינד װאָס מיר האָבן געזינדיקט צו יהוה אונדזער גאָט? /16:11 זאָלסטו זאָגן צו זײ: פֿאַר װאָס אײַערע עלטערן האָבן מיך פֿאַרלאָזן, זאָגט גאָט, און זזײ זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמע געטער, און האָבן זײ געדינט, און זיך געבוקט צו זײ, און מיך האָבן זײ פֿאַרלאָזן, און מײַן תּוֹרה האָבן זײ ניט געהיט. /16:12 און איר האָט נאָך ערגער געטאָן פֿון אײַערע עלטערן, און אָט גײט איר איטלעכער נאָך דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײַן בײזן האַאַרצן, מיך ניט צו הערן. /16:13 דרום װעל איך אײַך פֿאַרװאַרפֿן פֿון דעם דאָזיקן לאַנד אין אַ לאַנד װאָס ניט איר און ניט אײַערע עלטערן האָבן געקענט, און איר װעט דאָרטן דינען פֿרעמדע געטער טאָג און נאַכט; װאָרום איך װעל אײַך ניט געבן קײן לײַטזעליקײט.

/16:14 פֿאַר װאָר, זע טעג קומען, זאָגט גאָט, און עס װעט מער ניט געזאָגט װערן: אַזױ װי עס לעבט גאָט װאָס האָט אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם! /16:15 נײַערט: אַזױ װי סעס לעבט גאָט װאָס האָט אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון ישׂראל פֿון צפֿון-לאַנד און פֿון אַלע לענדער װאָס ער האָט זײ פֿאַרשטױסן אַהין! און איך װעל זײ אומקערן אױף זײער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן.

/16:16 זע, איך שיק נאָך פֿישערס אַ סך, זאָגט גאָט, און זײ װעלן זײ אַרױספֿישן; און דערנאָך װעל איך שיקן נאָך אַ סך יעגערס, און זײ װעלן זײ צענױפֿיאָגן פֿון יעטװעדער גאַרג, און פֿון יעטװעדער הײך, און פֿון די שפּאַלטן פֿון די װעלזן. /16:17 װאָרום מײַנע אױגן זײַנען אױף אַלע זײערע װעגן, ניט פֿאַרבאָרגן זײַנען זײ פֿון פֿאַר מיר, און ניט פֿאַרהױלן איז זײער פֿאַרברעך פֿון אַקעגן מײַנע אױגן. /16:18 און איך װעל צוערשט באַצאָלן טאָפּל זײער פֿאַרברעך און זײער זינד, פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרשװעכט מײַן לאַנד מיט די נבֵלות פֿון זײערע מיאוסע אָפּגעטער, און זײערע אומװערדיקײטן האָבן אָנגעפֿילט מײַן אַרב.

/16:19 גאָט, מײַן פֿעסטיקײט און מײַן פֿעסטונג, און מײַן אַנטרינונג אין טאָג פֿון נױט צו דיר װעלן פֿעלקער קומען פֿון די עקן ערד, און װעלן זאָגן: נאָר ליגן האָבן געיַרשעט אונדזערע עלטערן, נישטיקײטן װאָס אין זײ איז קײן נוץ ניטאָ. /16:20 קען אַ מענטש זיך מאַכן געטער, אַז זײ זײַנען קײן געטער ניט?

/16:21 פֿאַר װאָר, זע, איך מאַך זײ װיסן, דאָס מאָל װעל איך זײ מאַכן װיסן מײַן האַנט און מײַן בבורה, און זײ װעלן װיסן אַז מײַן נאָמען איז יהוה.


/17:1 די זינד פֿון יהודה איז אױפֿגעשריבן מיט אַן אײַזערנער פּען, מיט אַ דימענטענעם שפּיץ; אױסגעקריצט אױפֿן טאָװל פֿון זײער האַרצן, י און אױף די הערנער פֿון אײַערע מזבכות. /17:2 װי זײ בענקען נאָך זײערע קינדער – אַזױ נאָך זײערע מזבחות, און זײערע געצנשטאַנגען בײַם צװײַגהאַפֿטיקן בױם, אױף די בערגלעך די הױכע.

/17:3 מײַן געבערג אין פֿעלד! דײַן פֿאַרמעג, אַלע דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב, דײַנע היכן – פֿאַר די זינד אין אַלע דײַנע געמאַרקן. /17:4 און װעסט זיך אָפּװאַרפֿן פֿון זיך אַלײן פֿון דײַן נחלה, װאָס איך האָב דיר געגעבן; און איך װעל דיך מאַכן דינען דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט ניט; װאָרום אַ פֿײַער האָט איר אָנגעצונדן אין מײַן נאָז, ביז אײביקן װעט עס ברענען.

/17:5 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַרשאָלטן דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף אַ מענטשן, און מאַכט פֿלײש זײַן אָנהאַלט, און פֿון גאָט קערט זיך אָפּ זײַן האַרץ! /17:6 װאָרום ער װעט זײַן װי אַ טאַמאַריסק אין דער װיסטע, און װעט ניט זען װען עס קומט גוטס, און װעט װױנען אין טריקענישן אין דער מדבר, אין אַ לאַנד אַ זאַלציקן װאָס איז ניט באַזעצט. /17:7 געבענטשט דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, און גאָט איז זײַן פֿאַרזיכערונג! /17:8 װאָרום ער װעט זײַן װי אַ בױם געפֿלאַנצט בײַ װאַסער, װאָס בײַ אַ באַך לאָזט ער אַרױס זײַנע װאָרצלען, און ער מערקט ניט װען עס קומט אַ היץ, און זײַן בלאַט איז גרין, און אין אַ יאָר פֿון טריקעניש דאגהט ער ניט, און הערט ניט אױף טראָגן פֿרוכט.

/17:9 פֿאַרדרײטער פֿון אַלץ איז דאָס האַרץ, און שװאַך איז עס – װער קען עס קאָנען? /17:10 איך, גאָט, טו פֿאָרשן דאָס האַרץ, טו פֿרוּװן די נירן, כּדי צו געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן, לױט דער פֿרוכט פֿון זײַנע מעשׂים.

/17:11 אַ פֿעלדהון װאָס בװריט אױף װאָס זי האָט ניט געלײגט, איז דער װאָס מאַכט אַן עשירות, אָבע רניט מיט גערעכטיקײט; אין העלפֿט פֿון זײַנע טעג װעט ער עס פֿאַרלאָזן, און אין זײַן סָוף װעט ער בלײַבן אַ מנוּװל.

/17:12 דו טראָן פֿון פּראַכטיקײט, דערהױבן פֿון אָנהײב אָן, דו אָרט פֿון אונדזער הײליקײט, /17:13 דו האָפֿענונג פֿון ישׂראל, גאָט, אַלע װאָס פֿאַרלאָזן דיך, װעלן פֿאַרשעמט װערן; און די אָפּגעקערטע פֿון מיר װעלן אין דער ערד װאַרשריבן װערן, װײַל זײ האָבן פֿאַרלאָזן גאָט, דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער.

/17:14 הײל מיך, גאָט, איך זאָל געהײלט װערן, העלף מיך, איך זאָל גהאָלפֿן װערן, װאָרום דו ביסט מײַן לױב. /17:15 זע, זײ זאָגן צו מיר: װוּ איז דאָס װאָרט פֿון גאָט? זאָל עס נאָר קומען. /17:16 און איך, ניט איך בין אַנטלאָפֿן פֿון זײַן אַ פּאַסטוך הינטער דיר, און ניט איך האָב באַגערט דעם אומגליקלעכן טאָג; דו בײַסט עס; װאָס איז אַרױס פֿון מײַנע ליפּן, איז פֿאַר דײַן פּנים געװען. /17:17 זאָל עס מיר ניט זײַן צום בראָך; דו ביסט דאָך מײַן באַשיצונג אין טאָג פֿון אומגליק. /17:18 זאָלן מײַנע נאָכיאָגער פֿאַרשעמט װערן, און איך זאָל ניט פֿאַרשעמט װערן; זאָלן זײ דערשראָקן װערן, און איך זאָל ניט דערשראָקן װערן. ברענג אױף זײ דעם טאָג פֿון אומגליק, און אַ צװײאיקן בראָך צעברעך זײ.

/17:19 אַזױ האָט צו מיר גאָט געזאָגט: גײ און זאָלסט זיך שטעלן אין טױער פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק, װאָס דורך אים קומען אַרײַן די מלכים פֿון יהודה, און װאָס דורך אים גײען זײ אַרױס, און אין אַלע טױערן פֿון ירושָלַיִם; /17:20 און זאָלסט זאָגן צו זײ: הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר מלכים פֿון יהודה, און גאַנץ יהודה, און אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, װאָס קומען אין די דאָזיקע טױערן; /17:21 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: היט אײַך אום אײַער זעל, און איר זאָלט ניט טראָגן קײן משׂא אין טאָג פֿון שבת און אַרײַנברענגען אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם. /17:22 און איר זאָלט ניט אַרױסטראָגן קײן משׂא פֿון אַײַערע הײַזער אין טאָג פֿון שבת, און קײן שום אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן, און איר זאָלט האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן. /17:23 אָבער זײ האָבן ניט געהערט און ניט צוגענײַגט זײער אױער, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן ניט צוצוהערן, און ניט צו נעמען קײן מוסר. /17:24 דרום װעט זײַן: אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מיר, זאָגט גאָט, ניט אַרײַנצוברענגען קין משׂא אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט אין טאָג פֿון שבת, נײַערט צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, ניט צו טאָן אין אים קײן שִם אַרבעט, /17:25 װעלן קומען אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט מלכים און האַרן װאָס זיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד, װאָס רײַטן אױף רײַטװעגן און אױף פֿערד, זײ, און זײערע האַרן, די מענער פֿון יהודה, און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם; און די דאָזיקע שטאָט װעט זײַן באַזעצט אױף אײביק. /17:26 און מע װעט קומען פֿון די שטעט פֿון יהודה, און פֿון רונד אַרום ירושָלַיִם, און פֿון לאַנד בנימין, און פֿון דער נידערונג, און פֿונעם געבערג, און פֿונעם דָרום, ברענגענדיק בראַנדאָפּפֿער, און שלאַכטאָפּפֿער, און שפּײַזאָפּפֿער, און װײַרױך, און ברענגענדיק דאַנקאָפּפֿער, אין הױז פֿון גאָט. /17:27 אױב אָבער איר װעט ניט צוהערן צו מיר, צו הלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, און ניט צו טראָגן קײן משׂא און אַרײַנקומען דערמיט אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם אין טאָג פֿון שבת, װעל איך אָנצינדן אַ פֿײַער אין אירע טױערן, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ירושָלקיִם, און װעט ניט פֿאַלאָשן װערן.


/18:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: /18:2 שטײ אױף, און זאָלסט אַראָפּנידערן צום הױז פֿון דעם טעפּער, און דאָרטן װעל איך דיך מאַכן הערן מײַנע װערטער. /18:3 האָב איך אַראָפּגענידערט צום הױז פֿון דעם טעפּער, ערשט ער מאַכט אַרבעט אױפֿן װערקשטײן. /18:4 און אַז די כּלי װאָס ער האָט געמאַכט פֿון לײם איז פֿאַרדאָרבן געװאָרן אין דער האַנט פֿון דעם טעפּער, האָט ער זי איבערגעמאַכט אין אַן אַנדער כּלי, אַזױ װי עס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון דעם טעפּער צו מאַכן.

/18:5 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן:

/18:6 קער איך דען ניט טאָן מיט אײַך אַזױ װי דער דאָזיקער טעפּער, איר הױז פֿון ישׂראל? זאָגט גאָט. זעט, װי לײם אײן דער האַנט פֿון דעם טעפּער, זײַט איר אין מײַן האַנט, הױז פֿון ישׂראל. /18:7 אײן רגע רעד איך אױף אַ פֿאָלק און אױף אַ קיניגרײַך, אױסצורײַסן און אײַנצוּװאַרפֿן און אונטערצוברענגען; /18:8 אָבער אַז דאָס פֿאָלק װאָס איך האָב אױף אים גערעדט, קערט זיך אום פֿון זײַן שלעכטיקײט, האָב איך חרטה אױף דעם בײז װאָס איך האָב געטראַכט אים צו טאָן. /18:9 און אײן רגע רעד איך אױף אַ פֿאָלק און אױף אַ קיניגרײַך, צו בױען און צו פֿלאַנצן; /18:10 אָבער אַז עס טוט װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, ניט צוצוהערן מײַן קָול, האָב איך חרטה אױף דעם גוטס װאָס איך האָב געזאָגט אים צו באַגיטיקן. /18:11 און אַצונד זאָג אַקאָרשט צו די מענער פֿון יהודה, און צו די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זעט, איך באַשאַף אױף אײַך אַן אומגליק, און גראַכט אױף אײַך אַ טראַכטונג; קערט אײַך אום פֿאָרט איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און בעסערט אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים. /18:12 אָבער זײ זאָגן: אומזיסט! נײַערט נאָך אונדזערע געדאַנקען װעלן מיר גײן, און איטלעכער לױט דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײַן בײזן האַרצן װעלן מיר טאָן.

/18:13 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: פֿרעגט אַקראָשט בײַ די פֿעלקער, װער האָט אַזױנס געהערט? שױדערהאַפֿטיקס ביז גאָר האָט באַגאַנגען די יונגפֿרױ ישׂראל. /18:14 װעט פֿון װעגן אַ פֿעלז פֿון פֿעלד דער שנײ דעם לבָנוֹן פֿאַרלאָזן? װעט צוליב דומפּיקע װאַסער קאַלטע פֿליסעדיקע אַװעקגעװאָרפֿן װערן? /18:15 װאָרום מײַן פֿאָלק האָט פֿאַרגעסן אָן מיר, צו נישטיקײט רײַכערן זײ, און מע האָט זײ געמאַכט שטרױכלען אין זײערע װעגן – די אײביקע שטעגן, /18:16 כּדי צו גײן אױף בײַשטעגן, אױף אַ װעג ניט אױסגעטרעטן. כּדי צו מאַכן זײַן לאַנד פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַן אײביקער שמוצערונג. איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ װעט זיס דערשרעקן, /18:17 װי מיט אַ מזרח-װינט װעל איך זײ צעשפּרײַטן פֿאַר דעם פֿײַנט; זײער רוקן און ניט זײער פּנױם װעל איך זען, אין טאָג פֿון זײער בראָך.

/18:18 יאָ, זײ האָבן געזאָגט: קומט לאָמיר אױסטראַכטן תּכבולות קעגן יִמיָהון; װאָרום די תּוֹרה װעט ניט אונטערגײן פֿון דעם כֹּהן, און די עטש פֿון דעם חכם, און דאָס װאָרט פֿון דעם נבֿיא. קומט און לאָמיר אים שלאָגן מיט דער צונג, און ניט פֿאַרנעמען אַלע זײַנע רײד. /18:19 פֿאַרנעם צו מיר, גאָט, און הנער צו דעם קָול פֿון מײַנע קריגער. /18:20 זאָל פֿאַר אַ טוֹבה אַ רעה באַצאָלט װערן? װאָרום זײ האָבן געגראָבן אַ גרוב פֿאַר מײַן לעבן. געדענק מײַן שטײן פֿאַר דיר, צו רעדן גוטס אױף זײ, אָפּצוקערן דײַן גרימצאָרן פֿון זײ. /18:21 דרום גיב זײערע קינדער צום הונגער, און שלײַדער זײ אין דער מאַכט פֿון שװערד; און זאָלן זײערע װײַבער בלײַבן אָן קינדער, און אַלמנות, און זײערע מענער זאָלן זײַן הרוגים פֿון פּעסט, זײערע בכורים, דערשלאָגן פֿון שװערד אין מלחמה. /18:22 זאָל זיך הערן אַ געשרײ פֿון זײערע הײַזער, װען דו װעסט ברענגען אױף זײ פּלוצים אַ מחנה; װאָרום זײ האָבן געגראָבן אַ גרוב מיך צו פֿאַנגען, און נעצן באַהאַלטן פֿאַר מײַנע פֿיס. /18:23 און דו, גאָט, װײסט זײער גאַנצן באַראָט מיך צו טײטן; ניט פֿאַרגעבן זאָלסטו זײער פֿאַרברעך, און ניט פֿאַרמעקן זאָלסטו זײער זינד פֿון פֿאַר דיר, און זאָלן זײ געשטרױכלט װערן פֿאַר דיר; אין צײַט פֿון דײַן צאָרן רעכן זיך מיט זײ.


/19:1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: גײ און זאָלסט דיר קױפֿן אַ טעפּערקרוג און נעם מיט פֿון די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און פֿון די עלטסטע פֿון די כֹּהנים, /19:2 און זאָלסט אַרױסגײן צום טאָל פֿון בן-הִנוֹ, װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער חרסית, און אױסרופֿן דאָרטן די װערטער װאָס איך װעל רעדן צו דיר, /19:3 און זאָלסט זאָגן:

הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר מלכים פֿון יהודה, און באַװױנער פֿון ירושָליִם: אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן אָרט, אַז איטלעכער װאָס הערט עס, װעלן אים די אױערן קלינגען; /19:4 פֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן פֿאַרפֿרעמדט דעם דאָזיקן אָרט, און גערײדערט אין אים צו פֿרעמדע געטער, װאָס ניט זײ, און ניט זײערע עלטערן, און ניט די מלכים פֿון יהודה, האָבן זײ געקענט; און זײ האָבן אָנגעפֿילט דעם דאָזיקן אָרט מיט בלוט פֿון אומשולדיקע. /19:5 און זײ האָבן געבױט די במות צו בעַל, צו פֿאַרברענען זײערע קינדער אין פֿײַער, בראַנדאָפּפֿער צו בעַל, װאָס ניט איך האָב באַפֿױלן, און ניט איך האָב געזאָגט, און ניט עס איז מיר אױפֿן זינען אַרױפֿגעקומען. /19:6 דרום זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און דער דאָזיקער אָרט װעט ניט מער גערופֿן װערן ”תּופֶֿת“, און ”דער טאָל פֿון בן-הִנוֹם“, נײַערט ”דער טאָל פֿון טײטונג“. /19:7 און איך װעל מאַכן צו נישט דעם באַראָט פֿון יהודה און ירושָלַיִם אין דעם דאָזיקן אָרט, און װעל זײ מאַכן פֿאַלן דורכן שװערד פֿאַר זײערע פֿײַנט, און דורך דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײַער לעבן; און איך װעל געבן זײערע טױטע לײַבער צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער כֵה פֿון דער ערד. /19:8 און איך װעל מאַכן די דאָזיקע שטאָט פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ שמוצערונג; איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ װעט זיך דערשרעקן, אונװ עט שֹוצערן אױף אַלע אירע פּלאָגן. /19:9 און איך װעל זײ מאַכן עסן דאָס פֿלײש פֿון זײערע זין, און דאָס פֿלײש פֿון זײערע טעכטער, און אײנר דעם אַנדערנס פֿלײש װעלן זײ עסן, אין דער באַלעגרונג און אין דער דריקונג, װאָס זײערע פֿײַנט, און די װאָס זוכן זײער לעבן, װעלן זײ דריקן.

/19:10 און זאָלסט צעברעכן דעם קרוג פֿאַר די אױגן פֿון די מענטשן װאָס גײען מיר דיר, /19:11 און זאָלסט זאָגן צו זײ:

אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: אַזױ װעל איך צעברעכן דאָס דאָזיקע פֿאָלק און די דאָזיקע שטאָט, אַזױ װי מע צעברעכט אַ כּלי פֿון אַ טעפּער, אַז זי קען ניט מער פֿאַרריכט װערן; און מע װעט באַגראָבן אין תּוֹפֶֿת, װײַל מער קײן אָרט װעט ניט זײַן אױף צו באַגראָבן. /19:12 אַזױ װעל איך טאָן צו דעם דאָזיקן אָרט, זאָגט גאָט, און צו זײַנע באַװױנער, כּדי צו מאַכן די דאָזיקע שטאָט אַזױ װי תּוֹפֶֿת. /19:13 און די הײַזער פֿון ירושָלַיִם, און די הײַזער פֿון די מלכים פֿון יהודה, די אומרײנע, װעלן זײַן אַזױ װי דער אָרטפֿון תּוֹפֶֿת – אַלע הײַזער װאָס מע האָט גערײכערט אױף זײערע דעכער צום גאַנצן חיל פֿון הימל, און געגאָסן גיסאָפּפֿער צו פֿרעמדע געטער.

/19:14 און יִרמיָהו איז געקומען פֿון תּוֹפֶֿת, װאָס גאָט האָט אים אַהין געשיקט נבֿיאות זאָגן, און ער האָט זיך געשטעלט אין הױף פֿון גאָטס הױז, און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק:

/19:15 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך ברענג אױף דעם דאָזיקן כּרַך, און אױף אַלע זײַנע שטעט, דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אױף אים, װײַל זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, ניט צוצוהערן מײַנע װערטער.

/20:1 און פַּשחור דער זון פֿון אִמֵר דעם כֹּהן, װאָס איז געװען דער אױבעראױפֿזעער אין הױז פֿון גאָט האָט געהערט יִרמיָהון נבֿיאותתּ זאָגן די דאָזיקע װערטער. /20:2 און פַּשחור האָט געשלאָגן יִרמיָהו הנבֿיאן, און האָט אים אַרײַנגעשטעלט אין דעם צװאַנגלאָץ װאָס אין אױבערשטן טױער פֿון בנימין, װאָס אין הױז גאָט. /20:3 און עס איז געװען אױף מאָרגן, אַז פַּשחור האָט אַרױסגענומען יִרמיָהון פֿון צװאַנגקלאָץ, האָט יִרמיָהו צו אים געזאָגט: ניט פַּשחור האָט גאָט גערופֿן דײַן נאָמען, נײַערט מָגוֹר-מִסָביב.

/20:4 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך מאַך דיך פֿאַר אַ שרעק פֿאַר דיר אַלײן, און פֿאַר אַלע דײַנע ליבהאָבער; און זײ װעלן פֿאַלן דורך דער שװערד פֿון זײערע פֿײַנט, און דײַנע אױגן װעלן עס זצוזען; און גאַנץ יהודה װעל איך געבן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, און ער װעט זײ פֿאַרטרײַבן קײן בבֿל, און װעט זײ דערשלאָגן מיטן שװערד. /20:5 און איך װעל געבן אַל דאָס רײַכטום פֿון דער דאָזיקער שטאָט, און אַל איר מי, און אַל איר טײַערקײט, אױך אַלע אוֹצרות פֿון די מלכים פֿון יהודה װעל איך געבן, אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ װעלן זײ צערױבן, און װעלן זײ נעמען און זײ ברענגען קײן בבֿל. /20:6 און דו, פַּשחור, און אַלע באַװױנער פֿון דײַן הױז, װעט גײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט, און קײן בבֿל װעסטו קומען, און דאָרטן װעסטו שטאַרבן, און דאָרטן װעסטו באַגראָבן װערן, דו און אַלע דײַנע ליבהאָבער װאָס דו האָסט זײ נבֿיאות געזאָגט מיט ליגן.

/20:7 האָסט מיך איבערגערעדט, גאָט, און איך בין איבערגערעדט געװאָרן, האָסט מיך איבערגעשטאַרקט, און ביסט בײַגעקומען; איך בין געװאָרן צום געלעכטער אַ גאַנצן טאָג, איטלעכער טוט שפּעטן פֿון מיר. /20:8 װאָרום װען נאָך איך רעד, טו איך שרײַען, ”אומרעכט און רױב!“ רוף איך אױס. פֿאַר װאָר, דאָס װאָרט פֿון גאָט איז מיר געװאָרן צו שאַנד און אוצו לעסטערונג אַ גאַנצן טאָג. /20:9 און איך האָב געװעסט געזאָגט: איך װעל אים ניט דער-מאָנען, און װעל מער ניט רעדן אין זײַן נאָמען; אָבער עס איז אין מײַן האַרצן װי אַ ברענעדיק פֿײַער, אײַנגעשלאָסן אין מײַנע בײַנער, און איך מאַטער זיך עס אײַנצוהאַלטן, אָבער איך קען ניט. /20:10 יאָ, איך האָב געהערט די בײזע רײד פֿון פֿיל, אַ שרעק רונד אַרום: ”מַסרט, און לאָמיר אים פֿאַרמַסרן!“ אַלע מײַנע גוטע פֿרײַנט לױערן אױף מײַן בראָך: אפֿשר װעט ער פֿאַרנאַרט װערן, אונמיר װעלן אים בײַקומען, און נעמען אונדזער נקמה פֿון אים. /20:11 אָבער גאָט איז מיט מיר װי אַ גיבור אַ מאַכטיקער, דרום װעלן מײַנע נאָכיאָגער געשטרױכלט װערן, און װעלן ניט אױספֿירן; זײ װערן פֿאַרשעמט זײער, װײַל זײ האָבן ניט באַגליקט, אַן אײביקע שאַנד װאָס װעט ניט פֿאַרגעסן װערן. /20:12 און דו גאָט פֿון צבָאוֹת, װאָס פּרוּװסט דעם גערעכטן, אָ װאָס זעסט די נירן און דאָס האַרץ, לאָמיך זען דײַן נקמה פֿון זײ, װאָרום צו דיר האָב איך אַנטפּלעקט מײַן קריג.

/20:13 זינגט צו גאָט, טוט לױבן גאָט, װאָרום ער האָט מציל געװען די זעל פֿון דעם אָרימען פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטסטוער.

/20:14 פֿאַרשאָלטן דער טאָג װאָס איך בין אין אים געבאָרן געװאָרן! דער טאָג װאָס מײַן מוטער האָט מיך געבאָרן זאָל זײַן ניט געבענטשט! /20:15 פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס האָט מײַן פֿאָטער די בשׂורה געבראַכט, אַזױ צו זאָגן: אַ ייִנגל איז דיר געבאָרן געװאָרן; פֿרײען דערפֿרײט האָט ער אים! /20:16 יענער מענטש זאָל זײַן װי די שטעט װאָס גאָט האָט איבערגעקערט און ניט דערבאַרימט; און ער זאָל הערן אַ איללה אין דער פֿרי, און אַ געשרײ אין מיטן טאָג; /20:17 פֿאַר װאָס ער האָט מיך ניט געטײט פֿון טראַכט, אַז מײַן מוטער זאָל מײַן קבר זײַן, און איר טראַכט אײביק טראָגעדיק. /20:18 נאָך װאָס גאָר בין איך פֿון טראַכט אַרױס צו זען מאַטערניש און קומער, און אױסגײן אין שאַנד זאָלן מײַנע טעג?


/21:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, װען דער מלך צִדקִיָהו האָט צו אים געשיקט פַּשחור דעם זון פֿון מַלכִּיָהן, און צפַֿניָה דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כֹּהן, אַזױ צו זאָגן: /21:2 פֿרעג, איך בעט דיך, פֿאַר אונדז בײַ גאָט, װאָרום נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל האַלט מלחמה אױף אונדז; אפֿשר װעט גאָט טאָן מיט אונדז אַזױ װי אַלע זײַנע װוּנדער, און ער װעט אָפּציען פֿון אונדז.

/21:3 האָט יִרמיָהו צו זײ געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו צִדקִיָהון: /21:4 אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך דרײַ אום די כּלֵי-מלחמה װאָס אין אײַער האַנט, װאָס איר האַלט דערמיט מלחמה דרױסן פֿון דער מױער אַקעגן דעם מלך פֿון בבֿל, און אַקעגן די כַּשׂדים, װאָס לעגערן אױף אײַך, און איך װעל זײ אײַנזאַמלען אין דער דאָזיקער שטאָט. /21:5 און איך גופֿא װעל מלחמה האַלטן מיט אײַך, מיט אַן אױסגעשטרעקטער האַנט און מיט אַ שטאַרקן אָרעם, און מאָיט כּעס, און מיט גרים, און מיט גרױס צאָרן. /21:6 און איך װעל שלאָגן די באַװױנער פֿון דער דאָזיקער שטאָט, אי מענטש אי בהמה; פֿון אַ גרױסער פּעסט װעלן זײ שטאַעבן. /21:7 און דערנאָך, זאָגט גאָט, װעל איך געבן צִדקִיָהו דעם מלך פֿון אינודה, און זײַנע קנעכט, און דאָס פֿאָלק, די װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין דערדפֿאָזיקער שטאָט פֿון דער פּעסט, פֿון דער שװערד, און פֿון דעם הונגער, אין דער האַנט פֿון נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, און אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן; און עסװ עט זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; ער װעט זײ ניט שױנען, און װעט ניט דערבאַרימען און ניט רכמנות האָבן.

/21:8 און צו דעם דאָזיקן פֿאָלק זאָלסטו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך לײג פֿאַר אײַך דעם װעג פֿון לעבן און דעם װעג פֿון טױט. /21:9 דער װאָס בלײַבט זיצן אין דער דאָזיקער שטאָט, װעט שטאַרבן פֿון שװערד, און פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, אָבער דער װאָס גײט אַרױס און װעט צופֿאַלן צו די כַּשׂדים װאָס לעגערן אױף אײַך, װעט בלײַבן לעבן, און זײַן נפֿש װעט אים זײַן צום געװינס. /21:10 װאָרום איך האָב געטאָן מײַן פּנים קעגן דער דאָזיקער שטאָט צום בײזן און ניט צום גוטן, זאָגט גאָט; אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װעט זי איבערגעגעבן װערן און ער װעט זי פֿאַרברענען אין פֿײַער.

/21:11 און צום הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה: הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט. /21:12 הױז פֿון דוד, אַזױ האָט גאָט געזאָגט: האַלט אַ משפּט אין דער פֿרי, און זײַט מציל דעם באַגזלטן פֿון דעם דריקערס האַנט, כּדי מײַן גרימצאָרן זאָל ניט אַרױסגײן װי אַ פֿײַער, און ברענען אַז קײן לעשער זאָל ניט זין, פֿון װעגן אײַערע בײזע מעשׂים.

/21:13 זע, איך קום צו דיר, באַװױנערין פֿון טאָל, דו פֿעלז פֿון פּלױן, זאָגט גאָט; איר װאָס זאָגט: װער װעט נידערן אױף אונדז? און װער װעט קומען אין אונדזערע װױנונגען? /21:14 און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט אײַך לױט דער פֿרוכט פֿון אײַערע מעשׂים, זאָגט גאָט; און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין איר װאַלד, און עס װעט פֿאַרצערן אַלץ װאס אַרום איר.


/22:1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: נידער אַראָפּ צום הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה, און זאָלסט רעדן דאָרטן דאָס דאָזיקע װאָרט, /22:2 און זאָגן: הער דאָס װאָרט פֿון גאָט, דו מלך פֿון יהודה װאָס זיצסט אױפֿן טראָן פֿון דוד, דו, און דײַנע קנעכט, און דײַן פֿאָלק, װאָס קומען אין די דאָזיקע טױערן. /22:3 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: טוט רעכט און גערעכטיקײט, און זײַט מציל דעם באַגזלטן פֿון דעם דריקערס האַנט; און אַ פֿרעמדן, אַ יתום, און אַן אַלמנה, זאָלט איר ניט קריװדען, ניט באַרױבן, און אומשולדיק בלוט זאָלט איר ניט פֿאַרגיסן אין דעם דאָזיקן אָרט. /22:4 װאָרום אױב טאָן װעט איר טאָן די דאָזיקע זאַך, װעלן קומען אין די טױערן פֿון דעם דאָזיקן הױז מלכים װאָס זיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד, װאָס רײַטן אױף רײַטװעגן און אױף פֿערד, ער, און זײַנע קנעכט, און זײַן פֿאָלק. /22:5 אױב אָבער איר עט ניט צוהערן די דאָזיקע װערטער, שװער איך בײַ מיר, זאָגט גאָט, אַז צו װיסט װעט װערן דאָס דאָזיקע הױז. /22:6 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף דעמהױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה:

גָלעָד ביסטו מיר געװען, דער שפּיץ פֿון לבָנון; אױב איך װעל דיך ניט מאַכן פֿאַר אַ מדבר, פֿאַר שטעט ניט באַװױנטע! /22:7 און איך װעל אָנברײַטן אױף דיר צעשטערער, איטלעכן מיט זײַן געצײַג, און זײ װעלן אָפּהאַקן דײַנע געקליבענע צעדערן, און אַרײַנװאַרפֿן אין פֿײַער.

/22:8 און פֿיל פֿעלקער װעלן פֿאַרבײַגײן פֿאַרבײַ דער דאָזיקער שטאָט, און זײ װעלן זאָגן אײנער צום אַנדערן: פֿאַר װאָס האָט גאָט אַזױ געטאָן צו דער דאָזיקער גרױסער שטאָט? /22:9 און מע װעט זאָגן: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן דעם בונד פֿון יהוה זײער גאָט, און האָבן זיך געבוקט צו פֿרעמדע געטער, און זײ געדינט.

/22:10 איר זאָל ניט װײַנען אױפֿן טױטן, און איט באַדױערן אױף אים; װײנען װײנט אױף דעם װאָס גײט אַװעק, װאָרום ער װעט זיך מער ניט אומקערן און זען דאָס לאַנד פֿון זײַן געבורט.

/22:11 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף שַלום דעם זון פֿון יֹאשִיָהו דעם מלך פֿון יהודה, װאָס האָט געקיניגט אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער יֹאשִיָהון, און װאָס איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דעם דאָזיקן אָרט: ער װעט זיך מער ניט אומקערן אַהין. /22:12 נײַערט אין דעם אָרט װוּהין מע האָט אים פֿאַרטריבן, דאָרטן װעט ער שטאַרבן, און דאָס דאָזיקע לאַנד װעט ער מער ניט אָנזען.

/22:13 װײ, דער װאָס בױט זײַן הױז מיט אומערלעכקײט, און זײַנע אױבערשטובן מיט אומרעכט; װאָס אַרבעט מיט זײַן חבר אומזיסט, און גיט אים ניט זײַן לױן; /22:14 װאָס זאָגט: איך װעל מיר אױפֿבױען אַ גרױס הױז, און אױבערשטובן געראַמע; און ער שנײַדט זיך אױס גענצטער; און ער באַדעקט עס מיט צעדער, און באַשמירט עס מיט פֿאַרב! /22:15 װילסטו קיניגן, װײַל דו פֿאַרמעסט זיך מיט צעדערהאָלץ? דײַן פֿאָטער, פֿאַר װאָר, האָט געגעסן און געטרונקען, אָבער ער האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט, דרום איז אים גוט געװען. /22:16 ער האָט געמשפּט דעם משפּט פֿון אָרימאַן און אביאָן, דרום איז געװען גוט. פֿאַר װאָר, דאָס איז דערקענען מיך, זאָגט גאָט. /22:17 אָבער דײַנע אױגן און דײַן האַרץ זײַנען ניט מער װי נאָר אױף דײַן געװין, און אױף אומשולדיק בלוט צו פֿאַרגיסן, און אױף רױב און אױף דריקונג צו באַגײן.

/22:18 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט אױף יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון דעם מלך פֿון יהודה: מע װעט ניט קלאָגן אױף אים: ”װײ מײַן ברודער!» און: ”װײ שװעסטער!“ מע װעט ניט קלאָגן אױף אים: ”װײ האַר!“ און: ”װײ זײַן גלאַנץ!“ /22:19 די באַגפֿעבעניש פֿון אַן אײזל װעט ער באַגראָבן װערן, געשלעפּט און אַװעקגעװאָרפֿן, אַװעק פֿון די טױערן פֿון ירושָלקיִם. /22:20 גײ אַרױף צום לבָנוֹן און שרײַ, און אין גָשָן לאָז אַרױס דײַן קָול, און שרײַ פֿון עקבָרים, װאָרום צעבראָכן זײַנען אַלע דײַנע ליבהאָבער. /22:21 איך האָב גערעדט צו דיר אין דײַן שַלװה, האָסטו געזאָגט: איך װעל ניט הערן; דאָס איז דײַן װעג פֿון דײַן יוגנט אָן, אַז דו הערסט ניט צו מײַן קָול. /22:22 אַלע דײַנע פֿיטערער װעט פֿיטערן דער װינט, און דײַנע ליבהאָבער װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן; ערשט דענצמאָל װעסטו זיך שעמען און צו שאַנד װערן פֿון װעגן אַל דײַן שלעכטיקײט. /22:23 דו באַװױנערין פֿון לבָנוֹן, דו אײַנגענעסטע אין צעדערן, װי באַכנט װעסטו זײַן, װען אױף דיר קומען װײען, אַ װײַטאָק װי פֿון אַ געװינערין!

/22:24 אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט, װען כָּניָהו דער זון פֿון יהוֹיָקימען, דער מלך פֿון יהודה, זאָל זײַן דער זיגלרינג אױף מײַן רעכטער האַנט, װעל איך דיך פֿון דאָרטן אַראָפּרײַסן! /22:25 און איך װעל דיך געבן אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן דײַן לעבן, און אין דער האַנט פֿון די װאָס דו שרעקסט זיך פֿאַר זײ, און אין דער האַנט פֿון נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, אָ און אין ער האַנט פֿון די כַּשׂדים. /22:26 און איך װעל פֿאַרװאַרפֿן דיך, און דײַן מוטער װאָס האָט דיך געבאָרן, אין אַן אַנדער לאַנד, װאָס איר זײַט דאָרטן ניט געבאָרן געװאָרן; און דאָרטן װעט איר שטאַרבן. /22:27 און אין דעם לאַנד װאָס זײער האַרץ ציט זײ זיך אומצוקערן אַהין, אַהין װעלן זײ זיך ניט אומקערן.

/22:28 איז אַ פֿאַראַכט געפֿעס אַ צעבראָכנס דער דאָזיקער מאַן כָּניָהו? איז ער אַ כּלי אַ נישטװערטיקע? פֿאַר װאָס זײַנען זײ פֿאַר װאָרפֿן געװאָרן, ער און זײַן זאָמען, און פֿאַרשלײַדערט אין דעם לאַנד װאָס זײ קענען ניט? /22:29 לאַנד, לאַנד, לאַנד, הער דאָס װאָרט פֿון גאָט!

/22:30 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַרשיריבט דעם דאָזיקן מענטשן אָן קינדער, אַ מאַן װאָס באַגליקט ניט אין זײַנע טעג, װאָרום קינער פֿון זײַן זאָמען װעט ניט באַגליקן, צו זיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד, און װײַטער געװעלטיקן אױף יהודה.

/23:1 װי, די פּאַסטוכער װאָס ברענגען אום און צעשפּרײַטן די שאָף פֿון מײַן פֿיטערונג, זאָגט גאָט. /23:2 דרום האָט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל אַזױ געזאָגט אױף די פּאַסטוכער װאָס פֿיטערן מײַן פֿאָלק: איר האָט צעשפּרײט מײַנע שאָף, און זײ פֿאַרשטױסן, און האָט ניט אַכטונג געגעבן אױף זײ; זעט, איך רעכן זיך מיט אײַך פֿאַר אײַערע בײזע מעשׂים, זאָגט גאָט. /23:3 און איך װעל אײַנזאַמלען דעם איבערבלײַב פֿון מײַנע שאָף פֿון אַלע לענדער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין, און איך װעל זײ אומקערן צו זײער פֿיטערפּלאַץ, און זײ װעלן זיך פֿרוכפּערן און מערן. /23:4 און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ פּאַסטוכער, און זײ װעלן זײ פֿיטערן; און זײ װעלן מער ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן, און זײ װעלן ניט געמינערט װערן, זאָגט גאָט.

/23:5 זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איך װעל אױפֿשטעלן פֿון דודן אַ גערעכטן שפּראָץ, און קיניגן װעט אַ קיניג װאָס װעט באַגליקן, און טאָן רעכט און גערעכטיקײט אין לאַנד. /23:6 אין זײַנע טעג װעט געהאָלפֿן װערן יהודה, און ישׂראל װעט רוען אין זיכערקײט; און דאָס איז זײַן נאָמען װאָס מע װעט אים רופֿן: ”גאָט איז אונדזער גערעכטיקײט!“ /23:7 פֿאַר װאָר, זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און מע װעט מער ניט זאָגן: אַזױ װי עס לעבט גאָט װאָס האָט אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם! /23:8 נײַערט: אַזױ װי עס לעבט גאָט װאָס האָט אױפֿגעבראַכט און װאָס האָט אַהערגעפֿירט דעם זאָמען פֿון דעם הױ פֿון ישׂראל, פֿון צפֿון-מלאַנד און פֿון אַלע לענדער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין! און זײ װעלן זיצן אױף זײער ערד. /23:9 װערן די נבֿיאים. צעבראָכן איז מײַן האַרץ אין מיר, אַלע מײַנע בײַנער ציטערן; איך בין געװאָרן װי אַ מענטש אַ שיכּורער, און װי אַ מאַן װאָס װײַן האָט אים איבערגעשטאַרקט; פֿון װעגן גאָט, און פֿון װעגן זײַנע הײליקע װערטער. /23:10 װאָרום פֿול איז מיט נוֹאפֿים דאָס אַלנד, װאָרום פֿון װעגן אַ קללה טרױערט דאָס לאַנד, זײַנען פֿאַרטריקנט די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר; און זײער לױפֿעניש איז צום בײזן, און זײער גבורה איז ניט ערלעך. /23:11 װאָרום אי דער נבֿיא אי דער כֹּהן זײַנען זינדיק, אַפֿילו אין מײַן הױז האָב איך געפֿונען זײער בײז, זאָגט גאָט. /23:12 דרום װעט זײער װעג זײ זײַן װי אַ גליטשיקער אָרט אין דער פֿינצטער. זײ װעלן געשטױסן װערן און פֿאַלן אױף אים, װאָרום איך װעל ברענגען אַן אומגליק אױף זײ, דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט, זאָגט גאָט.

/23:13 אױך בײַ די נבֿיאים פֿון שוֹמרוֹן האָב איך געזען לעסטערונג; זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר בעַל, און האָבן פֿאַרפֿירט מײַן פֿאָלק ישׂראל. /23:14 אָבער בײַ די נבֿיאים פֿון ירושָלַיִם האָב איך שױדערהאַפֿטיקס געזען: מזַנה זײַן, און אומגײן מיט ליגן; און זײ שטאַרקן די הענט פֿון די שלעכטסטוער, אַז זײ זאָלן זיך ניט אומקערן קײַנער פֿון זײַן בײז; זײ זײַנען מיר אַלע װי סדוֹם געװאָרן, און אירע באַװױנער אַזױ װי עַמוֹרָה. /23:15 דרום האָט גאָט פֿון צבָאוֹת אַזױ געזאָגט אױף די נבֿיאים: זע, איך מאַך זײ עסן װערמוט, און װעל זײ מאַכן טרינקען גיפֿטװאַסער, װאָרום פֿון די נבֿיאים פֿון ירושָלַיִם איז אַרױס די זינדיקײט איבערן גאַנצן לאַנד.

/23:16 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: איר זאָלט ניט הערן צו די װערטער פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות; זײ פֿאַרנאַרישן אײַך; די זעאונג פֿון זײער האַרצן רעדן זײ, ניט אױסן מױל פֿון גאָט. /23:17 זאָגן זאָגן זײ צו די װאָס פֿאַראַכטן מיך: גאָט האָט גערעדט: איר עט האָבן שלום; און איטלעכן װאָס גײט אין דער אײַנגעשפּאַרטיקײט פֿון זײַן האַרצן, זאָגן זײ: אױף אײַך װעט ניט קומען קײן בײז. /23:18 אָבער װער איז געשטאַנען אין דעם סָוד פֿון גאָט, אַז ער זאָל מערקען און הערן זײַן װאָרט? װער האָט פֿאַרנומען זײַן װאָרט און זיך צוגעהערט?

/23:19 זע, אַ שטורעם פֿון גאָט, אַ גרימצאָרן איז אַרױס, יאָ, אַ דרײֵַאיקער שטורעמװינט; אױף די קעפּ פֿון די רשעים װעט ער פֿאַלן. /23:20 ניט אָפּגײן װעט דער צאָרן פֿון גאָט, ביז ער טוט, און ביז ער איז מקיים, די גראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן; אין סָוף פֿון די טעג װעט איר דאָס גוט פֿאַרשטײן. /23:21 איך האָב ניט געשיקט די נבֿיאים, און זײ זײַנען געלאָפֿן, איך האָב ניט גערעדט צו זײ, און זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט. /23:22 און אױב זײ זײַנען געשטאַנען אין מײַן סָוד, זאָלן זײ לאָזן הערן מײַן פֿאָלק מײַנע װערטער, און זאָלן זײ זײ אומקרעקן פֿון זײער שלעכטן װעג, און פֿון זײערע שלעכטע מעשׂים.

/23:23 בין איך דען אַ גאָט פֿון נאָנטן, זאָגט יהוה, און ניט אַ גאָט פֿון דער װײַטן? /23:24 צי קען זיך פֿאַרבאָרגן אַ מענטש אין פֿאַרבאָרגענישן, אַז איך זאָל אימ ניט זען? זאָגט גאָט. בין איך ניט פֿול די הימלען און די ערד? זאָגט גאָט. /23:25 איך האָב געהערט װאָס די נבֿיאים זאָגן, די װאָס זאָגן נבֿיאות אין מײַן נאָמען ליגן, אַזױ צו זאָגן: מיר האָט זיך געחלומט, מיר האָט זיך געחלומט! /23:26 ביז װאַנען נאָך? איז דען אין האַרצן פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן נבֿיאות ליגן, און די נבֿיאים פֿון דעם באַטרוג פֿון זײער האַרצן – /23:27 טראַכטן זײ דען צו מאַכן מײַן פֿאָלק פֿאַרגעסן מײַן נאָמען מיט זײערע חלוֹמות װאָס זײ דערדצײלן אײנער דעם אַנדערן, אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן פֿאַרגעסן מײַן נאָמען דורך בעַל? /23:28 דער נבֿיא װאָס בײַ אים איז אַ חלום, זאָל דערצײלן אַ חלום, און דער װאָס מײַן װאָרט איז בײַ אים, זאָל רעדן מײַן װאָרט װאָרהאַפֿטיק. װאָס האָט שטרױ צו קאָרן? זאָגט גאָט.

/23:29 פֿאַר װאָר, מײַן װאָרט איז אַזױ װי פֿײַער, זאָגט גאָט, און װי אַ האַמער װאָס צעהאַקט פֿעלז.

/23:30 דרום זע, איך קום אױף די נבֿיאים, זאָגט גאָט, װאָס גנבען מײַנע װערטער אײנער פֿון אַנדערן. /23:31 זע, איך קום אױף די נבֿיאים, זאָגט גאָט,

װאָס נעםען זײער צונג און זאָגט אַ געזאָג. /23:32 זע, איך קום אױף די װאָס זאָגן נבֿיאות פֿאַלשע חלוֹמות, זאָגט גאָט, און דערצײלן זײ, און פֿאַרפֿירן מײַן פֿאָלק מיט זײערע שקָרים און מיט זײער לױזגעלאָזטקײט, װען איך האָב זײ ניט געשיקט און זײ ניט באַפֿױלן; און נוצן נוצן זײ ניט דעם דאָזיקן פֿאָלק, זאָגט גאָט.

/23:33 און אַז דאָס דאָזיקע פֿאָלק, אָדער דער נבֿיא, אָדער אַ כֹּהן, װעט דיך װרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס איז די משׂא עף פֿון גאָט? זאָלסטו זאָגן צו זײ: װאָס איז די משׂא? – אַז איך װעל אײַך פֿאַרװאַרפֿן, זאָגט גאָט. /23:34 און דער נבֿיא, און דער כֹּהן, און דאָס פֿאָלק, װאָס װעט זאָגן ”די משׂא פֿון גאָט“, װעל איך זיך אָפּרעכענען מיט יענעם מענטשן און מיט זײַן הױז. /23:35 אַזױ זאָלט איר זאָגן איטלעכער צו דײַן חבר, און איטלעכער צו זײַן ברודער: װאָס האָט גאָט געענטפֿערט? און: װאָס האָט גאָט געדערט? /23:36 אָבער ”משׂא פֿון גאָט“ זאָלט איר מער ניט דערמאָנען װאָרום אַ משׂא װעט װערן פֿאַר איטלעכן זײַן אײגן װאָרט, װײַל איר פֿאַרדרײט די װערטער פֿון דעם לעבעדיקן גאָט, יהוה פֿון צבָאוֹת אונדזער גאָט. /23:37 אַזױ זאָלסטו זאָגן צום נבֿיא: װאָס האָט דיר גאָט געענטפֿערט? און: װאָס האָט גאָט גערעדט? /23:38 אָבער אַז איר זאָגט ”די משׂא פֿון גאָט“ – פֿאַר װאָר, אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װײַל איר האָט געזאָגט דאָס דאָזיקע װאָרט ”די משׂא פֿון גאָט“, װען איך האָב געשיקט צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט זאָגן ”די משׂא פֿון גאָט“, /23:39 דרום זעט, איך װעל אײַך רײַסנדיק אױסרײַסן, און װעל אַװעקװאַרפֿן אײַך, און די שטאָט װאָס איך האָב געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן, פֿון מײַן פּנים. /23:40 און איך װעל ברענגען אױף אײַך אַן אײביקע כרפּה, און אַן אײביקע שאַנד, װאָס װעט ניט פֿאַרגעסן װערן.


/24:1 גאָט האָט מיר געװיזן, ערשט צװײ קערב פֿײַגן זײַנען אַװעקגעשטעלט פֿאַר דעם טעמפּל פֿון גאָט; נאָכדעם װי נבאַכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט פֿאַרגריבן יכָניָהו דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, דעם מלך פֿון יהודה, און די האַרן פֿון יהודה, און אי מײַנסטערס און די שלעסערס, פֿון ירושָלַיִם, און זײ געבראַכט קײן בבֿל. /24:2 אײן קאָרב זײער גוטע פֿײַגן, אַזױ װי ערשטצײַטיקע פֿײַגן, און אײן קאָרב זײער שלעכטע פֿײַגן, װאָס קענען ניט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטקײט. /24:3 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו יִרמיָהו? האָב איך געזאָגט: פֿײַגן; די גוטע פֿײַגן זײַנען זײער גוטע, און די שלעכטע זײַנען זײער שלעכטע, װאָס קענען ניט געגעסן װערן פֿאַר שלעסטקײט. /24:4 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/24:5 אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: אַזױ װי די דאָזיקע גוטע פֿײַגן אַזױ װעל איך דערקענען צום גוטן די פֿאַרטריבענע פֿון יהודה. װאָס איך האָב אַרױסגעשיקט פֿון דעם דאָזיקן אָרט, אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים. /24:6 און איך װעל טאָן מײַן אױג אױף זײ צום גוטן, און װעל זײ אוקערן אין דעם דאָזיקן לאַנד; און איך װעל זײ אױפֿבױען, און ניט צעשטערן, און איך װעל זײ אײַנפֿלאַנצן, און ניט אױסרײַסן. און אי װעל זײ געבן אַ האַרץ מיך צו קענען, אַז איך בין יהוה, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, /24:7 און איך װעל זײ זײַן צום גאָט, װאָרום זײ װעלן זיך אומקערן צו מיר מיט זײער גאַנצן האַרצן. /24:8 און אַזױ װי די שלעכטע פֿײַגן, װאָס קענען ניט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטקײט – פֿאַר װאָר, אַזױ האָט גאָט געזאָגט – אַזױ װעל איך מאַכן צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה, און זײַנע האַרן, און דעם איבערבלײַב פֿון ירושָלַיִם, װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין דעם דאָזיקן לאַנד, און די װאָס זיצן אין לאַנד מִצרַיִם. /24:9 און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שױדער צום בײזן בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד; פֿאַר אַ שאַנד און פֿאַר אַ שפּריכװאָרט, פֿאַר אַ שפּאָט און פֿאַר אַקללה, אין אַלע ערטער װאָס איך װעל זײ פֿאַרשטױסן אַהין. /24:10 און איך װעל אָנשיקן אױף זײ די שװערד, דעם הונגער, און די פּעסט, ביז זײ װעלן פֿאַרלענדט װערן פֿון דער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײ און זײערע עלטערן.


/25:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון יהודה אין פֿירטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה – דאָס איז דאָס ערשטע יאָר פֿון נבוכַדראָאצקר דעם מלך פֿון בבֿל – /25:2 װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט גערעדט צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון יהודה, און צו אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן:

/25:3 פֿון דרײַנצנטן יאָר פֿון יֹאשִיָהו דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהודה, אוהן ביז אױף הײַנטיקן טאָג, שִין דרײַ און צװאַנציק יאָר איז דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, און איך האָב גערעדט צו אײַך, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעדט, און איר האָט ניט צוגעהערט. /25:4 און גאָט האָט צו אײַך געשיקט אַלע זײַנען קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט, – אָבער איר האָט ניט צוגעהערט און ניט צוגענײַגט אײַער אױער צו הערן – /25:5 אַזױ צו זאָגן: קערט אײַך אום פֿאָרט איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און פֿון אײַערע שלעכטע מעשׂים, און בלײַבט זיצן אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן פֿון אײביק און ביז אײביק, /25:6 און איר זאָלט ניט גײן נאָך פֿרעמדע געטער זײ צו דינען, און זיך צו בוקן צו זײ, און איר זאָלט מיך ניט דערצערענען מיט דעם װערק פֿון אײַערע הענט, און איך װעל אײַך ניט בײז טאָן. /25:7 אָבער איר האָט ניט צוגעהערט צו מיר, זאָגט גאָט, כּדי מיך צו דערצערענען מיט דעם װערק פֿון אײַערע הענט, צו אײַער אײגענער רעה.

/25:8 דרום האָט גאָט פֿון צבָאוֹת אַ אוזי געזאָגט: װײַל איר האָט ניט צוגעהערט מײַנע װערטער, /25:9 אָט שיק איך און װעל נעמען אַלע משפּחות פֿון צפֿון, זאָגט גאָט, און צו נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, מײַן קנעכט; און איך װעל זײ ברענגען אױף דעם דאָזיקן לאַנד, און אױף אירע באַװױנער, און אױף אַלע די דאָזיקע פֿעלקער רונד אַרום, און איך װעל זײ פֿאַרװיסטן, און װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אײביקע כורבות. /25:10 און איך װעל פֿאַרטיליקן פֿון זײ דעם קָול פֿון לוסטיקײט און דעם קָול פֿון פֿרײד, דעם קָול פֿון אַ כתן און דעם קָול פֿון אַ כּלה, דאָס געריאָיש פֿון אַ האַנטמיל, און דעם שײן פֿון אַ ליכט. /25:11 און דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד װעט װערן אַ כורבן און אַ װיסטעניש, און די דאָזיקע פֿעלקער װעלן דינען דעם מלך פֿון בבֿל זיבעציק יאָר.

/25:12 און עס װעט זײַן, אַז די זיבעציק יאָר װערן פֿול, װעל איך זיך רעכענען מיט דעם מלך פֿון בבֿל, און מיט יענעם פֿאָלק, זאָגט גאָט, פֿאַר זײער זינד, און מיט דעם לאַנד פֿון די כַּשׂדים; אױן איך װעל עס מאַכן פֿאַר אײביקע װיסטענישן. /25:13 און איך װעל ברענגנע אױף יענעם לאַנד אַלע מײַנע װערטער װאָס איך האָב גערעצט דערױף, אַלץ װאָס שטײט געשרטיבן אין דעם דאָזיקן בוך, װאָס יִרמיָהו האָט נבֿיאות געזאָגט אױף אַלע פֿעלקער. /25:14 װאָרום פֿיל פֿעלקער און גרױסע מלכים װעלן אױך זײ פֿאַרקנעכטן; און איך װעל זײ באַצאָלן לױט זײער טואונג און לױט דעם װערק פֿון זײערע הענט.

/25:15 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל צו מיר:

נעם דעם דאָזיקן כָּוס מיט װײַן פֿון גרימצאָרן, פֿון מײַן האַנט, און זאָלסט אים געבן טרינקען אַלע פֿעלקער װאָס איך שיק דיך צו זײ. /25:16 און זײ װעלן טרינקען, און זיך װאַקלען, און משוגע װערן, פֿון װעגן דער שװערד װאָס איך שֵק צװישן זײ.

/25:17 און איך האָב גענומענם דעם כָּוס פֿון גאָטס האַנט, און האָב געגעבן טרינקען אַלע פֿעלקער װאָס גאָט האָט מיך צו זײ געשיקט: /25:18 ירושָלקיִם, און די שטעט פֿון יהודה, און אירע מלכים, אירע האַרן, כּדי זײ צו מאַכן פֿאַר אַ כורבן, פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אַ קללה, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג; /25:19 פּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און זײַנע קנעכט, און זײַנע האַרן, און זײַן גאַנצן פֿאָלק; /25:20 און אַלע געמישטע פֿעלקער, און אַלע מלכים פֿון לאַנד עוץ, און אַלע מלכים פֿון לאַנד פּלִשתּים, און אַשקלוֹן, און עַזָה, און עֶקרוֹן, און דעם איבערבלײַב פֿון אַשדוֹד; /25:21 אֶדוֹם, און מִאָב, און די קינדער פֿון עַמוֹן; /25:22 און אַלע מלכים פֿון צוֹר, און אַלע מלכים פֿון צידוֹן, און די מלכים פֿון דעם אינדזל װאָס אױף יענער זײַט אים; /25:23 דדָן, און תֵּימאָ, און בוז, און אַלע װאָס מיט אָפּגעהאַקטע האָרעקן; /25:24 און אַלע מלכים פֿון עַרָב, און אַלע מלכים פֿון די געמישטע פֿעלקער, װאָס װױנען אין מדבר; /25:25 און אַלע מלכים פֿון זמרי, און אַלע מלכים פֿון עֵילָם, און אַלע מלכים פֿון מָדַי; /25:26 און אַלע מלכים פֿון צפֿון, די נאָנטע און די װײַטע, אײנעם נאָכן אַנדערן, און אַלע קיניגרײַכן פֿון דער װעלט װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. און דער מלך פֿון שֵשַך זאָל טרינקען נאָך זײ. /25:27 און זאָלסט זאָגן צו זײ:

אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל; טרינקט און װערט שיכּור, און ברעכט, און פֿאַלט און שטײט ניט אױף, פֿון װעגן דער שװערד װאָס איך שיק צװישן אײַך.

/25:28 און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן ניט װעלן נעמען דעם כָּוס פֿון דײַן האַנט, צו טרינקען, זאָלסטו זאָגן צו זײ:

אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: טרינקען מוזט איר טרינקען! /25:29 װאָרום זעט, מיט דער שטאָט װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף איר, הײב איך אָן בײז צו טאָן, און איר זאָלט שױנען פֿאַרשוֹינט װערן? איר װעט ניט פֿאַרשױנט װערן, װאָרום איך רוף אַ שװערד אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד, זאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת.

/25:30 און דו זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף זײ אַלע די דאָזיקע װערטער, און זאָגן צו זײ:

גאָט ברילט פֿון דער הײך, און פֿון זײַן הײליקער װױנונג לאָזט ער אַרױס זײַן קָול: ברילן ברילט ער איבער זײַן פֿיטערפּלאַץ, ”הֵידָד!“ װי װײַנטערעטער שרײַט ער אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד. /25:31 דער ליאַרעם גרײַכט ביז עק ערד, װאָרום גאָט האָט אַ קריג מיט די פֿעלקער, ער משפּט זיך מיט אַלע לײַבער; די רשעים, זײ גיט ער איבער צום שװערד, זאָגט גאָט.

/25:32 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: זע, אַן אומגליק גײט אַרױס פֿון פֿלאָק צו פֿאָלק, און אַ גרױסער שטורעם װעט זיך דערװעקן אין די עקן פֿון דער ערד. /25:33 און די דערשלאָגענע פֿון גאָט װעלן זײַן אין יענעם טאָג פֿון עק ערד ביז עק ערד; זײ װעלן ניט באַקלאָגט, און ניט אײַנגעזאַמלט און ניט באַגראָבן װערן; צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ זײַן. /25:34 יאָמערט, איר פּאַסטוכער, און שרײַט, און קײַקלט אײַך אין שטױב, איר פֿירער פֿון די שאָף, װאָרום אײַערע טעג זײַנען פֿול צום שעכטן; און איך װעל אײַך צעברעכן, און איר װעט פֿאַלן װי אַ כּלי אַ טײַערע. /25:35 און קײן אַנטלױפֿונג װעט ניט זײַן פֿאַר די פּאַסטוכער, און קײן אַנטרינונג פֿאַר די פֿירער פֿון די שאָף. /25:36 אַ קָול פֿון געשרײ פֿון די פּאַסטוכער, און אַ איללה פֿון די פֿירער פֿון די שאָף! װאָרום גאָט פֿאַרװיסט זײער פֿיטערונג. /25:37 און פֿאַרשניטן װעלן װערן די פֿרידלעכע פֿיטער פּלעצער, פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון גאָט. /25:38 ער האָט פֿאַרלאָזן װי אַ יונגלײַב זײ צודעק; זײער לאַנד איז געװאָפֿן צו װיסט פֿון װעגן דעם גרים פֿון דער פֿאַרטיליקערין, און פֿון װעגן דעם גרים פֿון זײַן צאָרן.

/26:1 אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: /26:2 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: שטעל זיך אין הױף פֿון גאָטס הױז, און זאָלסט רעדן צו אַלע שטעט פֿון יהודה װאָס קומען זיך בוקן אין הױז פֿון גאָט, אַלע װערטער װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן צו רעדן צו זײ; זאָלסט ניט מינערן אַ װאָרט. /26:3 אפֿשר װעלן זײ הערן, און זײ װעלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײ שלעכטן װעג, און איך װעל חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס איך טראַכט זײ צו טאָן, פֿון װעגן זײערע שלעכטע מעשׂים. /26:4 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אױב איר װעט ניט צוהערן צו מיר, צו גײן אין מײַן תּוֹהר װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך, /26:5 צוצוהערן צו די װערטער פֿון מײַנע קנעכט די נבֿיאים, װאָס איך שיק צו אײַך, און שיק נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד, און איר האָט ניט צוגעהערט, /26:6 װעל איך מאַכן דאָס דאָזיקע אױז אַזױ װי שילוֹ, און די דאָזיקע שאָט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ קללה בײַ אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד.

/26:7 און די כֹּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געהערט יִרמיָהון רעדן די דאָזיקע װערטער אין הױז פֿון גאָט. /26:8 און עס איז געװען, װי יִרמיָהו האָט געענדיקט רעדן אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן צו רעדן צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ האָבן די כֹּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק אים אָנגעכאַפּט, אַזױ צו זאָגן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן! /26:9 אַלמאַי האָסטו נבֿיאות געזאָגט אין נאָמען פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי שילוֹ װעט װערן דאָס דאָזיקע הױז, און די דאָזיקע שטאָט װעט זײַן װיסט אָן אַ באַװױנער? און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אײַנגעזאַמלט קעגן יִרמיָהון אין הױז פֿון גאָט.

/26:10 און די האַרן פֿון יהודה האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער, און זײ זײַנען אַרױפֿגעקומען פֿון דעם מלכס הױז אין הױז פֿון גאָט, און האָבן זיך געזעצט אין אײַנגאַנג פֿון דעם נײַעם טױער פֿון גאָט. /26:11 און די כֹּהנים און די נבֿיאים האָבן געאָגט צו די האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: טױטשטראָף קומט דעם דאָזיקן מאַן, װײַל ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט, אַזױ װי איר האָט געהערט מיט אײַערע אױערן. /26:12 האָט יִרמיָהו געזאָגט צו אַלע האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: גאָט האָט מיך געשיקט נבֿיאות צו זאָגן אױף דעם דאָזיקן הױז און אױף דער דאָזיקער שאָטט אַלע װערטער װאָס איר האָט געהערט. /26:13 און אַצונד בעסערט אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים, און הערט צו דעם קָול פֿון יהוה אײַער גאָט, און יהוה װעט חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף אײַך. /26:14 און איך, אָט בין איך אין אײַערע הענט, טוט מיט מיר אַזױ װי עס איז װױל און װי עס איז רעכטפֿאַרטיק אין אײַערע אױגן. /26:15 אָבער װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז אױב איר טײט מיך, ברענגט איר אומשולדיק בלוט אױף אײַך, און אױף דער דאָזיקער שטאָט, און אױף אירע באַװױנער, װאָרום גאָט האָט מיך באמת געשיקט צו אײַך, צו רעדן אין אײַערע אױערן אַלע די דאָזיקע װערטער.

/26:16 האָבן די האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק געזאָגט צו די כֹּהנים און צו די נבֿיאים: דעם דאָזיקן מאַן קומט ניט טױטשטראָף, װאָרום אין נאָמען פֿון יהוה אונדזער גאָט האָט ער גערעדט צו אונדז. /26:17 און מענער פֿון די עלטסטע פֿון לאַנד זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: /26:18 מיכָה פֿון מוֹרֶשֶת פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין די טעג פֿון כִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה, און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק פֿון יהודה אַזױ צו זאָגן:

אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאומת: צִיוֹן װעט װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן, און ירושָלַיִם װעט הױפֿנס װערן, און דער באַרג פֿון גאָטס הױז צו װאַלדיקע הײכן.

/26:19 האָבן אים דען טײטן געטײט כִזקִיָהו דער מלך פֿון יהודה און גאַנץ יהודה? פֿאַר װאָרק, ער האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט, און ער האָט געבעטן בײַ גאָט, און גאָט האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף זײ; און מיר טוען זיך אַלײן אַ גרױס בײז.

/26:20 און נאָך אַ מאַן פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון גאָט, אורִיָהו דער זון פֿון שמַעיָהון, פֿון קִריַת-יעָרים; און ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט און אױף דעם דאָזיקן לאַנד, אַזױ װי אַלע װערטער פֿון יִרמיָהױן. /26:21 און דער מלך יהוֹיָקים, און אַלע זײַנע גיבוֹרים, און אַלע האַרן, האָבן געהערט זײַנע װערטער, און דער מלך האָט אים געזוכט צו טײטן; אָבער אורִיָהו האָט געהערט דערפֿון, און ער האָט מוֹרא געקריגן, און איז אַנטלאָפֿן און געקומען קײן מִצרַיִם. /26:22 האָט דער מלך יהוֹיָקים געשיקט מענטשן קין מִצרַיִם, אֶלנָתָן דעם זון פֿון עַכבוֹרן, און נאָך מענטשן מיט אים, קײן מִצרַיִם. /26:23 און זײ האָבן אַרױסגעצױגן אַורִיָהון פֿון מִצרַיִם, און האָבן אים געבראַכט צום מלך יהוֹיָקים, און ער האָט אים דערשלאָגן מיטן שװערד, און אַװעקגעװאָרפֿן זײַן טױט לײַב צװישן די קברים פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק. /26:24 אָבער די האַנט פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען איז געװען מיט יִרמיָהון, אַז מע זאָל אים ניט געבן אין דער האַנט פֿון פֿאָלק אים צו טײטן.


/27:1 אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט צו יִרמיָהן פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: /27:2 אַזױ האָט געזאָגט גאָט צו מיר: מאַך דיר בינדשטריק און יאָכשטאַנגען, און זאָלסט זײ אָנטאָן אױף דײַן האַלדז. /27:3 און זאָלסט זײ שיקן צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם, און צו דעם מלך פֿון מואבֿ, און צו דעם מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און צו דעם מלך פֿון צוֹר, און צו דעם מלך פֿון צידוֹן, דורך דער האַנט פֿון די שלוחים װאָר קומען קײן ירושָלַיִם צו צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה. /27:4 און זאָלסט זײ באַפֿעלן פֿאַר זײערע האַרן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו אײַערע האַרן: /27:5 איך האָב געמאַכט די ערד, די מענטשן און די בהמות װאָס אױפֿן װעזיכט פֿון דער ערד, מיט מײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט מײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם; און איך גיב עס צו דעם װאָס איז װױלגעפֿעלן אין מײַנע אױגן. /27:6 און אַצונד האָב איך געגעבן אַלע די דאָזיקע לענדער אין דער האַנט פֿון נבוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בבֿל, מײַן קנעכט, און אױך די חיה פֿון פֿעלד האָב איך אים געגעבן אים צו דינען. /27:7 און אַלע פֿעלקער װעלן דינען אים, און זײַן זון, און זײַן זונס זון, ביז עס קומט די צײַט אױך פֿון זײַן לאַנד, און פֿיל פֿעלקער און גרױסע מלכים װעלן אים פֿאַרקנעכטן. /27:8 און עס װעט זײַן, דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגרײַך װאָס װעט אים, נבוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בבֿל, ניט דינען, און װאָס װעט ניט אַרײַנטאָן זײַן האַלדז אין דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, װעל איך מיט שװערד און מיט הונגער און מיט פּעסט זיך אָפּרעכענען מיט יענעם פֿאָלק, זאָגט גאָט, ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן דורך זײַן האַנט. /27:9 און איר זאָלט ניט צוהערן צו אײַערע נבֿיאים, און צו אײַערע װאָרזאָגער, און צו אײַערע חלוֹמות, און צו אײַערע צײכנזעער, און צו אײַערע מכשפֿים, װאָס זאָגן אײַך, אַזױ צו זאָגן: איר װעט ניט דינען דעם מלך פֿון בבֿל. /27:10 װאָרום ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות, כּדי אײַך צו דערװײַטערן פֿון אײַוער ערד, און כּדי איך זאָל אײַך פֿאַרשטױסן, און איר זאָלט אונטערגײן. /27:11 אָבער דאָס פֿאָלק װאָס װעט אַרײַנברענגען זײַן האַלדז אין דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, און װעט אים דינען, װעל איך אים לאָזן אױף זײַן ערד, זאָגט גאָט, און ער עט זי באַאַרבעטן, און זיצן אױף איר.

/27:12 אױך צו צִדקִיָה דעם מלך פֿון יהודה האָב איך גערעדט אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן: ברענגט אַרײַן אײַער האַלדז אין דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, און דינט אים און זײַן פֿאָלק, און בלײַבט לעבן. /27:13 נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, דו און דײַן פֿאָלק, פֿון שװערד, פֿון הונװער, און פֿון פּעסט, אַזױ װי גאָט האָט אָנגעזאָגט אױף דעם פֿאָלק װאָס װעט ניט דינען דעם מלך פֿון בבֿל? /27:14 און איר זאָלט ניט צוהערן צו די װערטער פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט דינען דעם מלך פֿון בבֿל; װאָרום ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות. /27:15 װאָרום איך האָב זײ ניט געשיקט, זאָגט גאָט, און זײ זאָגן נבֿיאות אין מײַן נאָמען אױף ליגן, כּדי איך זאָל אײַך פֿאַרשטױסן, און אי איר זאָלט אונטערגײן, אי די נבֿיאים װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות.

/27:16 און צו די כֹּהנים און צו דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק האָב איך גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איר זאָלט ניט צוהערן צו די װערטער פֿון אײַערע נבֿיאים װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות, אַזױ צו זאָגן: אָט װעלן די כּלים פֿון גאָטס הױז אַצונד אין גיכן אומגעקערט װערן פֿון בבֿל; װאָרום ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות. /27:17 איר זאָלט ניט צוהערן צו זײ; דינט דעם מלך פֿון בבֿל, און בלײַבט לעבן; נאָך װאָס זאָל די דאָזיקע שטאָט װערן אַ װיסטעניש? /27:18 און אױב זײ זײַנען נבֿיאים, און אױב דאָס װאָרט פֿון גאָט איז בײַ זײ, זאָלן זײ אַקאָרשט בעטן בײַ גאָט פֿון צבָאוֹת, אַז די כּלים װאָס זײַנען נאָך געבליבן אין הױז פֿון גאָט, און אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה, און אין ירושָלַיִם, זאָלן ניט אָנקומען קײן בבֿל. /27:19 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאומת אױף די זײַלן, און אױף דעם אים, און אױף די געשטעלן, און אױף דעם רעשט כּלים, װאָס זײַנען געבליבן אין דער דאָזיקער שטאָט, /27:20 די װאָס נבוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט זײ ניט צוגענומען, װען ער האָט פֿאַרטריבן יכָניָה דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, דעם מלך פֿון יהודה, פֿון ירושָלַיִם קײן בבֿל, מיט אַלע אַדללײַט פֿון יהודה און ירושָלַיִם; /27:21 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאומת, דער גאָט פֿון ישׂראל, אױף די כּלים װאָס זײַנען געבליבן אין הױז פֿון גאָט, און אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה, און אין ירושָלַיִם: /27:22 קײן בבֿל װעלן זײ געבראַכט װערן, און דאָרטן װעלן זײ זײַן, ביז דעם טאָג װאָס איך טו זיך דערמאָנען אָן זײ, זאָגט גאָט, און װעל זײ אױפֿברענגען און זײ אומקערן צו דעם דאָזיקן אָרט.


/28:1 און עס איז געװען אין יענעם יאָר, אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון צִדקִיָה דעם מלך פֿון יהודה, אין פֿירטן יאָר, אין פֿינפֿטן חוֹדש, האָט צו מיר געזאָגט חנַניָה דער זון פֿון עַזור דעם נבֿיא װאָס פֿון גִבְעוֹן, אין הױז פֿון גאָט פֿאַר די אױגן פֿון די כֹּהנים און פֿון גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: /28:2 אַזױ האָט גערעדט יהוה פֿון צבָאומת, דער גאָט פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: איך האָב צעבראָכן דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל. /28:3 אין נאָך צװײ יאָר צײַט קער איך אױם צו דעם דאָזיקן אָרט אַלע כּלים פֿון גאָטס הױז, װאָס נבוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט אַװעקגענומען פֿון דעם דאָזיקן אָרט, און זײ געבראַכט קײן בבֿל; /28:4 און יכָניָה דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, דעם מלך פֿון יהודה, און אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהודה, װאָס זײַנען געקומען קײן בבֿל, קער איך אום צו דעם דאָזיקן אָרט, זאָגט גאָט; װאָרום איך װעל צעברעכן דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל.

/28:5 האָט יִרמיָה הנבֿיא געזאָגט צו חנַניָה דעם נבֿיא פֿאַר די אױגןפֿון די כֹּהנים, און פֿאַר די אױגן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָס זײַנען געשטאַנען אין הױז פֿון גאָט – /28:6 האָט יִרמיָה הנבֿיא געזאָגט: אָמן! זאָל גאָט טאָן אַזױ! זאָל גאָט מקיים זײַן דײַנע װערטער װאָס דו האָסט נבֿיאות געזאָגט, אומצוקערן די כּלים פֿון גאָטס הױז, און אַלע פֿאַרטריבענע, פֿון בבֿל צו דעם דאָזיקן אָרט. /28:7 אָבער הער אַקאָרשט דאָס דאָזיקע װאָרט, װאָס איך רעד אין דײַנע אױערן, און אין די אױערן פֿון גאַנצן פֿאָלק: /28:8 די נבֿיאים װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר און פֿאַר דיר פֿון אײביק אָן, האָבן נבֿיאות געזאָגט איבער פֿיל לענדער, און איבער גרױסע מלוכות, אױף מלחמה, און אױף אומגליק, און אױף פּעסט. /28:9 דער נבֿיא װאָס זאָגט נבֿיאות אױף שלום, איז, ערשט אַז דאָס װאָרט פֿון דעם נבֿיא קומט אָן, װערט דער נבֿיא דערקענט, אַז גאָט האָט אים מיט אַן אמת געשיקט.

/28:10 האָט חנַניָה דער נבֿיא אַראָפּגענומען דעם יאָכשטאַנג פֿון יִרמיָה הנבֿיאס האַלדז, און האָט אים צעבראָכן. /28:11 און חנַניָה האָט געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַזױ װעל איך צעברעכן דעם יאָך פֿון נבוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בבֿל, אין נאָך צװײ יאָר צײַט, פֿון דעם האַלדז פֿון אַלע פֿעלקער. – און יִרמיָה הנבֿיא איז געגאַנגען אױף זײַן װעג.

/28:12 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהן, נאָכדעם װי חנַניָה דער נבֿיא האָט צעבראָכן דעם יאָכשטאַנג פֿון יִרמיָה הנבֿיאס האַלדז, אַזױ צו זאָגן: /28:13 גײ, און זאָלסט זאָגן צו חנַניָהן, אַזױ צו זאָגן:

אַזױ האָט גאָט געזאָגט: הילצערנע שטאַנגען האָסטו צעבראָכן, און װעסט מאַכן אָנשטאָט זײ אײַזערנע שטאַנגען. /28:14 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: אַן אײַזערנעם יאָך האָב איך געגעבן אױפֿן האַלדז פֿון אַלע די דאָזיקע פֿעלקער, צו דינען נבוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בבֿל, און זײ װעלן אים דינען; און אַפֿילו די חיה פֿון פֿעלד האָב איך אים געגעבן.

/28:15 און יִרמיָה הנבֿיא האָט געזאָגט צו חנַניָה דעם נבֿיא: הער אַקאָרשט, חנַניָה, גאָט האָט דיך ניט געשיקט, און דו האָסט פֿאַרזיכערט דאָס דאָזיקע פֿאָלק אױף ליגן. /28:16 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: זע, איך שיק דיך אַװעק פֿון געזיכט פֿון דער ערד; הײַיאָר װעסטו שטאַרבן, װײַל אָפּקערונג האָסטו גערעדט קעגן גאָט. – /28:17 און חנַניָה דער נבֿיא איז געשטאָרבן אין יענעם יאָר אין זיבעטן חוֹדש.


/29:1 און דאָס זײַנען די װערטער פֿון דעם בריװ װאָס יִרמיָה הנבֿיא האָט געשיקט פֿון ירושָלַיִם צו דעם איבערבלײַב פֿון די עלטסטע פֿון די פֿאַרטריבענע, און צו די כֹּהנים, און צו די נבֿיאים, און צו דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָס נבוכַדנֶצַר האָט פֿאַרטריבן פֿון ירושָלַיִם קײן בבֿל; /29:2 נאָכדעם װי יכָניָה דער מלך, און די מוטער-מלכּה, און די הױפֿדינער, די האַרן פֿון יהודה און ירושָלַיִם, און די מײַנסטערס און די שלעסערס, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָליִם; /29:3 דורך דער האַנט פֿון אֶלעָשָׂה דעם זון פֿון שָפָֿנען, און גמַריָה דעם זון פֿון חִלקִיָהן, װאָס צִדקִיָה דער מלך פֿון יהודה האָט געשיקט צו נבוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בבֿל קײן בבֿל – אַזױ צו זאָגן:

/29:4 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל, צו אַלע פֿאַרטריבענע װאָס איך האָב פֿאַרטריבן פֿון ירושָלַיִם קײן בבֿל: /29:5 בױט הײַזער און באַװױנט, און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער פֿרוכט; /29:6 נעמט װײַבער, און געבערט זין און טעכטער, און נעמט װײַבער פֿאַר אײַערע זין, און גיט אױס אײַערע טעכטער צו מאַנען, און זאָלן זײ געבערן זין און טעכטער, און מערט אײַך דאָרטן, און מינערט אײַך ניט. /29:7 און זוכט דעם פֿריד פֿון דער שטאָט װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן אַהין, און זײַט מתפּלל פֿאַר איר צו גאָט, װאָרום אין איר פֿריד װעט זײַן פֿריד צו אײַך.

/29:8 װאָרום זזי האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאומת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זאָל אײַך ניט נאַרן אײַערע נבֿיאים װאָס צװישן אײַך, און אײַערע װאָרזאָגערס, און איר זאָלט ניט צוהערן צו אײַערע חלוֹמות װאָס איר לאָזט חלומען. /29:9 װאָרום מיט ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות אין מײַן נאָמען; איך האָב זײ ניט געשיקט, זאָגט גאָט.

/29:10 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װאַרװאָר, װען זיבעציק יאָר װערן פֿון אױף בבֿל, װעל איך זיך דערמאָנען אָן אײַך, און װעל מקיים זײַן מײַן גוטן צוזאָג, אײַך אומצוקערן צו דעם דאָזיקן אָרט. /29:11 װאָרום איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט גאָט, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און ניט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ לעצט און אַ האָפֿנונג. /29:12 און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צױהערן צו אײַך. /29:13 און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן. /29:14 און איך װעל זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך, זאָגט גאָט, און איך װעל אומקערן אײַער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע פֿעלקער, און פֿון אַלע ערטער, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרשטױסן אַהין, זאָגט גאָט, און איך װעל אײַך אומקערן צו דעם אָרט, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן. /29:15 װײַל איר האָט געזאָגט: גאָט האָט אונדז אױפֿגעשטעלט נבֿיאים אין בבֿל.

/29:16 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף דעם מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון דוד, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס זיצט אין דער דאָזיקער שטאָט – אײַערע ברידער װאָס זײַנען ניט אַרױס מיט אײַך אין גלות: /29:17 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאומת: זע, איך שיק אָן אױף זײ די שװערד, דעם הונגער, און די פּעסט, און איך װעל זײ מאַכן אַזױ װי עקלדיקע פֿײַגן װאָס קענען ניט געגעסן װאָרן פֿאַר שלעכטקײט. /29:18 און איך װעל זײ נאָכיאָגן מיט דער שװערד, מיטן הונגער, און מט דער פּעסט, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אַ שאַנד, צװישן אַלע פֿעלקער, װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין; /29:19 פֿאַר װאָס זײ האָבן ניט צוגעהערט צו מײַנע װערטער, זאָגט גאָט, װען איך האָב בעשיקט צו זײ מײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט; און איר האָט ניט צוגעהערט, זאָגט גאָט.

/29:20 דרום הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר אַלע פֿאַרטריבענע, װאָס איך האָב אַרױסגעשיקט פֿון ירושָלַיִם קײן בבֿל: /29:21 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל, אױף אַכְאב דעם זון פֿון קוֹלָיָהן, און אױף צִדקִיָהו דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות אין מײַן נאָמען ליגן: זע, איך גיב זײ אין דער האַנט פֿון נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, און ער װעט זײ דערשלאָגן פֿאַר אײַערע אױגן.

/29:22 און פֿון זײ װעט גענומען װערן אַ קללה בײַ אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהודה װאָס אין בבֿל, אַזױ צו זאָגן: זאָל דיך גאָט מאַכן אַזױ װי צִדקִיָהו און אַזױ װי אֶכָב, װאָס דער מלך פֿון בבֿל האָט זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער! /29:23 װײַל זײ האָבן געטאָן נבָלות אין ישׂראל, און מזַנה געװען מיט די װײַבער פֿון זײערע חברים, און פֿאַלש גערעדט אין מײַן נאָמען װערטער װאָס איך האָב זײ ניט באַפֿױלן; אָבער איך װײס, און בין עדות, זאָגט גאָט.

/29:24 און אױף שמַעיָהון פֿון נֶכלָם זאָלסטו זאָגן, אַזױ צו זאָגן: /29:25 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: װײַל דו האָסט געשיקט אין דײַן נאָמען בריװ צום גאַנצן פֿאָלק װאָס אין ירושָלקיִם, און צו צפַֿניָה דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כֹּהן, און צו אַלע כֹּהנים, אַזױ צו זאָגן: /29:26 גאָט האָט דיך געמאַכט פֿאַר אַ כֹּהן אױפֿן אָרט פֿון יהוֹיָדָע דעם כֹּהן, כּדי עס זאָלן זײַן אױפֿזעער אין הױז פֿון גאָט איבער איטלעכן משוגענעם און נבֿיאות-זאָגער, און דו זאָלסט אים אַרײַנטאָן אין דעם צװאַנגקלאָץ און אין דעם האַלזרינג. /29:27 און אַצונד, אַלמאַי האָסטו ניט אָנגעשריען אױֿף יִרמיָהון פֿון עַנָתוֹת, װאָס מאַכט זיך פֿאַר אַ נבֿיא צו אײַך? /29:28 װאָרום ער האָט דאָך געשיקט צו אונדז קײן בבֿל: אַזױ צו זאָגן: דאָס איז אױף לאַנג; בױט הײַזער און באַװױנט, און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער פֿרוכט.

/29:29 און צפַֿניָה דער כֹּהן האָט געלײַענט דעם דאָזיקן בריװ אין די אױערן פֿון יִרמיָהו הנבֿיא. /29:30 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: /29:31 שיק צו אַלע פֿאַרטריבענע, אַזױ צו זאָגן:

אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף שמַעיָהן פֿון נֶכלָם: װײַל שמַעיָה האָט אײַך נבֿיאוס געזאָגט, װען איך האָב אים ניט געשיקט, און ער האָט אײַך פֿאַרזיכערט אױף ליגן, /29:32 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: זע, איך רעכן זיך מיט שמַעיָהן פֿון נֶכלָם, און מיט זײַן זאָמען; פֿון אים װעט ניט בלײַבן אַ מאַן צו זיצן צװישן דעם דאָזיקן פֿאָלק, און ער װעט ניט זען דאָס גוטס װאָס איך טו מײַן פֿאָלק, זאָגט גאָט, װײַל אָפּקערונג האָט ער גערעדט קעגן גאָט.


/30:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: /30:2 אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט װוּן ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: שרײַב דיר אױף אַלע װערטער װאָס איך האָב גערעדט צוב דיר, אױף אַ בוך. /30:3 װאָרום זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק ישׂראל און יהודה, זאָגט גאָט, און װעל זײ װידערקערן צו דעם לאַנד, װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן, און זײ װעלן עס אַרבן.

/30:4 און דאָס זײַנען די װערטער װאָס גאָט האָט גערעדט אױף ישׂראל און אױף יהודה:

/30:5 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַ קָול פֿון ציטערניש האָבן מיר געהערט; אַנטסט און ניט פֿירד /30:6 פֿרעגט אַקאָרשט און זעט אױב אַ מאַנספּאַרשִין קען געװינען; פֿאַר װאָס זע איך יעטװעדער מאַן מיט זײַנע הענט אױף זײַנע לענדן, אַזױ װי אַ געװינערין, און איטלעך פּנים איז פֿאַרקערט אין גרינקײט? /30:7 װײ, װאָרום גרױס איז יענער טאָג, אָן אַ גלײַכן צו אים; און אַ צײַט פֿון נױט איז דאָס פֿאַר יעקב, אָבער פֿון איר װעט ער געהאָלפֿן װערן. /30:8 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת, װעל איך צעברעכן זײַן יאָך פֿון דײַן האַלדז, און דײַנע בינדשטריק װעל איך צערײַסן; און מער װעלן ניט אַרבעטן מיט אים פֿרעמדע. /30:9 נײַערט זײ װעלן דינען יהוה זײער גאָט, און דוד זײער מלך, װאָס איך װעל זײ אױפֿשטעלן. /30:10 און דו זאָלסט ניט מוֹרא האָבן, מײַן קנעכט, יעקב, זאָגט גאָט, און ניט אַנגסטן, ישׂראל, װאָרום זע, איך העלף דיך פֿון דער װײַט, און דײַן זאָמען פֿון לאַנד פֿון זײער געפֿאַנגענשאַפֿט; און יעקב װעט װידער זײַן רואיק און זיכער, און קײַנער װעט ניט שרעקן. /30:11 װאָרום איך בין מיט דיר, זאָגט גאָט, דיך צו העלפֿן; װאָרום איך װעל מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון אַלע פֿעלקער װאָס איך האָב דיך אַהין צעשפּרײט, אָבער פֿון דיר װעל איך קײן פֿאַרלענדונג ניט מאַכן, און איך װעל דיך שטראָפֿן לױט גערעכטיקײט, אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך דיך ניט פֿאַרטיליקן.

/30:12 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: מסוכּן איז דײַן בראָך, שװער איז דײַן װוּנד. /30:13 קײַנער האַלט ניט פֿון דײַן גענעזן װערן, ניטאָ קײן הײלמיטל פֿאַר דיר. /30:14 אַלע דײַנע ליבהאָבער האָבן פֿאַרגעסן אָן דיר, זײ פֿרעגן ניט אױף דיר; װאָרום אַ שלאַק פֿון אַ פֿײַנט האָב איך דיך געשלאָגן, אַ שטראָף אומדערבאַרימדיק, פֿאַר דײַן גרױס פֿאַרברעך, װײַל דײַנע זינד זײַנען פֿיל. /30:15 װאָס שרײַסטו אױף דײַן בראָך, װאָס מסוכּן איז דײַן װײַטאָק? פֿאַר דײַן גרױס פֿאַרברעך, װײַל דײַנע זינד זײַנען פֿיל, האָב איך דאָס געטאָן צו דיר. /30:16 אָבער אַלע דײַנע פֿאַרצערער װעלן פֿאַרצערט װערן, און אַלע דײַנע פֿײַנט װעלן אַלע אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן, און דײַנע רױבער װעלן צו רױב װערן, און אַלע דײַנע אױסרױבער װעל איך געבן צו אױסרױבונג. /30:17 װאָרום איך װעל ברענגען אַ רופֿאה צו דיר, און פֿון דײַנע װוּנדן װעל איך דיך הײלן, זאָגט גאָט; װײַל מען האָט דיך גערופֿן פֿאַרשטױסענע: ”צִיוֹן איז זי, קײַנער פֿרעגט ניט אױף איר“.

/30:18 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך קער אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון די געצעלטן פֿון יעקב, און זײַנע װױנונגען װעל איך דערבאַרימען; און די שטאָט װעט אָפּגעבױט װערן אױף איר הױפֿן, און דער פּלאַץ װעט באַװױנט זײַן אױף זײַן שטײגער. /30:19 און אַרױסגײן װעט פֿון זײ אַ לױבונג, און אַ קָול פֿון לוסטיקע; און איך װעל זײ מערן, און זײ װעלן ניט געמינערט װערן, און איך װעל זײ פֿאַרברעסערן, און זײ װעלן ניט געװינציקט װערן. /30:20 און זײַנע קינדער װעלן זײַן װי פֿריער, און זײַן עדה װעט שטײן פֿעסט פֿאַר מיר; און איך װעל זיך רעכענען מיט אַלע זײַנע דריקער. /30:21 און זײַן פֿירשט װעט זײַן פֿון אים אַלײן, און זײַן געװעלטיקער װעט פֿון זײַן מיט אַרױס; /30:22 און איך װעל אים דערנענטערן, און ער װעט גענען צו מיר; װאָרום װער איז דער װאָס קען אײַנשטעלן זײַן האַרץ צו גענענען צו מיר? זאָגט יהוה. און איר װעט מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל אײַך זײַן צום גאָט.

/30:23 זע, אַ שטורעם פֿון גאָט, אַ גרימצאָרן איז אַרױס, אַ רײַסיקער שטורעמװינט; אױף דעם קאָפּ פֿון די רשעים װעט ער פֿאַלן. /30:24 ניט אָפּגײן װעט דער צאָרן פֿון גאָט, ביז ער טוט, און ביז ער איז מקיים, די טראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן; אין סָוף פֿון די טעג װעט איר דאָס פֿאַרשטײן. /30:25 אין יענער צײַט, זאָגט יהוה, װעל איך זײַן צום גאָט בײַ אַלע משפּחות פֿו ישׂראל, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק.


/31:1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: געפֿונען האָט לײַטזעליקײט אין מדבר דאָס פֿאָלק פֿון שװערד געבליבן; גײ אים באַרוען, ישׂראל. /31:2 פֿון װײַטן האָט גאָט זיך באַװיזן צו מיר: יאָ, אײביקע ליבשאַפֿט האָב איך דיך ליב, דרום צי איך דיך צו מיט גענאָד. /31:3 איך װעל דיך נאָך אױפֿבױען, און װעסט אױפֿגעבױט װערן, יונגפֿרױ ישׂראל; /31:4 װעסט נאָך אָנטאָן דײַנע פּײַקלעך, און אַרױסגײן אין לוסטיקן טאַנץ. װעסט נאָך פֿלאַנצן װײַנגערטנער אױף די בערג פֿון שוֹמרוֹן; פֿלאַנצן װעלן פֿלאַנצער און פֿאַרניצן אַלײן. /31:5 װאָרום זײַן װעט אַ טאָג, װען די װעכטער רופֿן אױפֿן געבערג פֿון אפֿרים: שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן קײן צִיוֹן, צו יהוה אונדזער גאָט.

/31:6 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זינגט מיט פֿרײד װעגן יעקב, און שאַלט װעגן דעם קאָפּ פֿון די פֿעלקער; מאַכט הערן, לױבט, און זאָגט: העלף, גאָט, דײַן פֿאָלק, דעם איבערבלײַב פֿון ישׂראל.

/31:7 זע, איך ברענג זײ פֿון צפֿון-לאַנד, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די עקן ערד; צװישן זײ דעם בלינדן און דעם הינקעדיקן, די טראָגעדיקע און די געװינערין אין אײנעם; אַ גרױס געזעמל װעלן זײ זיך אומקערן אַהער. /31:8 מיט געװײן װעלן זײ קומען, און מיט לײַטזעליקײט װעל איך זײ ברענגען; איך װעל זײ פֿירן בײַ טײַכן װאַסער, אױף אַ װעג אַ גלײַכן װאָס זײ װעלן דרין ניט געשטרױכלט װערן; װאָרום איך בין אַ פֿאָטער צו ישׂפֿאל, און אפֿרים, ער איז מײַן בכָור.

/31:9 הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר װעלקער, און דערצײלט אין די אינדזלען פֿון דער װײַט, און זאָגט: דער װאָס האָט צעשפּרײט ישׂראל, טוט אים אײַנזאַמלען, און היט אים װי אַ פּאַסטוך זײַן סטאַדע. /31:10 װאָרום גאָט האָט אױסגעקױפֿט יעקב, און אים אױסגעלײַזט פֿון דער האַנט פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים. און זײ װעלן קומען און זינגען אױף דער הײך פֿון צִיוֹן, /31:11 און זײ װעלן שטראָמען צו גאָטס גוטס, צו תּבואה, און צו װײַן, און צו אײל, און צו יונגע שאָף און רינדער; און זײער זעל װעט זײַן װי אַ באַװעסערטער גאָרטן, און זײ װעלן מער װידער ניט שמאַכטן. /31:12 דענצמאָל װעט די יונגפֿרױ זיך פֿרײען אין טאַנץ, און בכורים און זקנים אין אײנעם; און איך װעל פֿאַרקערן זײער טרױער אין פֿרײד, און װעל זײ טרײסטן און זײ דערפֿרײען אין זײער קומער. /31:13 און איך װעל זעטן די זעל פֿון די כֹּהנים מיט פֿעטקײט, און מײַן פֿאָלק װעט זײַן זאַט מיט מײַן גוטס, זאָגט גאָט.

/31:14 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַ קָול װערט אין רָמָה געהערט, אַ יאָמער, אַ ביטער געװײן; רחל װײנט אױף אירע קינדער, זי װיל זיך ניט טרײסטן נאָך אירע קינדער, װאָס זײ זײַנען מער ניטאָ.

/31:15 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַרמײַד דײַן קָול פֿון געװײן, און דײַנע אױגן פֿון רטרערן, װאָרום פֿאַראַן אַ לױן פֿאַר דײַן מי, זאָגט גאָט; און זײ װעלן זיך אומקערן פֿון לאַנד פֿון דעם פֿײַנט. /31:16 און פֿאַראַן אַ האָפֿונג פֿאַר דײַן לעצט, זאָגט גאָט, און די קינדער װעלן זיך אומקערן צו זײער געמאַרק. /31:17 הערן האָב איך געהערט אפֿרים זיך קלאָגן: האָסט מיך געשטראָפֿט, און איך בין געשטראָפֿט, און איך בין געשטראָפֿט געװאָרן, װי אַ קאַלב ניט געלערנט; לאָז מיך אומקערן, און איך װעל זיך אומקערן, װאָרום דו ביסט יהוה מײַן גאָט. /31:18 װאָרום נאָך מײַן אָפּקערונג האָב איך חרטה געהאַט, און נאָך מײַן געװאָרן װערן, האָב איך זיך געשלאָגן אױפֿן דיך; איך שעם זיך און בין אין בִיוש, װײַל איך טראָג די שאַנד פֿון מײַן יוגנט. /31:19 איז מיר אַ טײַער זון אפֿרים, צי אַ קינד אַ געצערטלטס? װאָרום װי נאָר איך רעד פֿון אים; בענקען בענק איך װידער נאָך אים: דרום ברומען מײַנע אינגעװײד צו אים; דערבאַרימען װעל איך אים דערבאַרימען, זאָגט גאָט. /31:20 שטעל דיר צײכנס, מאַך דיר װעגשטאַנגען, גיב אַכט אױף דעם שטעג, דעם װעג װאָס דו ביסט געגאַנגען; קער זיך אום, יונגפֿרױ ישׂראל, קער זיך אום צו די דאָזיקע שטעט דײַנע. /31:21 ביז װאַנען װעסטו זיך אָפּדרײען, טאָכטער װידערשפּעניקע? פֿאַר װאָר, גאָט האָט באַשאַפֿן אַ נײַס אױף דער ערד: די װײַבספּאַרשױן זאָל זיך שַדכען צום מאַן.

/31:22 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: מע װעט נאָך זאָגן דאָס דאָזיקע װאָרט אין לאַנד פֿון יהודה, און אין זײַנע שטעט, װען איך קער אום זײער געװאַנגענשאַפֿט: גאָט זאָל דיך גענטשן, װױנונג פֿון גערעכטיקײט, הײליקער באַרג! /31:23 און יהודה און אַלע זײַנע שטעט װעלן דרינען זיצן אין אײנעם: אַקערלײַט, און די װאָס ציען מיט סטאַדיעס. /31:24 װאָרום איך דערקװיק די מידע זעל, און איטלעך זעל װאָס שמאַכט, טו איך אָנפֿילן.

/31:25 דערױף האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט און מיך אומגעקוקט; און מײַן שלאָף איז מיר זיך געװען.

/31:26 זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איאָך װעל פֿאַרזײֵען דאָס הױז פֿון ישׂראל און דאָס הױז פֿון יהודה, מיט זאָמען פֿון מענטשן, און מיט זאָמען פֿון בהמות. /31:27 און עס װעט זײַן, אַזױ װי איך האָב אױפֿגעפּאַסט אױף זײ, אױסצורײַסן און אײַנצוּװאַרפֿן, און צו צעשטערן און אונטערצוברענגען, און בײז צו טאָן, אַזױ װעל איך אױפֿפּאַסן אױף זײ, צו בױען און צו פֿלאַנצן, זאָגט גאָט.

/31:28 אין יענע טעג װעט מען מער ניט זאָגן: די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װײַנטרױבן, און די צײן פֿון די זין זײַנען האַיליק. /31:29 נײַערט איטלעכער פֿאַר זײַן זינד װעט שטאַרבן; יעטװעדער מענטש װאָס עסט די זױערע װײַנטרױבן, זײַנע צײן װעלן האַיליק װערן.

/31:30 זע, טעג קומע, זאָגט גאָט, און איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון ישׂראל, און מיאָט דעם הױז פֿון יהודה, אַ נײַעם בונד; /31:31 ניט װי דער בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט זײערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב אָנגענומען זײער האַנט זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם; װאָרום זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן בונד, הגם איך בין געװען זײער האַר, זאָגט גאָט. /31:32 נײַערט דאָס װעט זײַן דער בונד װאָס איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון ישׂראל נאָך יענע טאָג, זאָגט גאָט: איך גיב אַרײַן מײַן תּוֹרה אין זײ, און אױף זײער האַרצן װעל איך זי אױפֿשרײַבן; און איך װעל זײ זײַן צום גאָט, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק. /31:33 און זײ װעלן מער ניט לערנען איטלעכער זײַן חבר, און איטלעכר זײַן ברודער, אַזױ צו זאָגן: קענט גאָט! װאָרום זײ אַלע װעלן מיך קענען, פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן, זאָגט גאָט; װאָרום איך װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און זײער חטא װעל איך מער ניט דערמאָנען. /31:4 אַזױ האָט גאָט געזאָגט, דער װאָס גיט די זון פֿאַר אַ ליכט בײַ טאָג, און אי געזעצן פֿון לבנה און שטערן פֿאַר אַ ליכט בײַ נאַכט; דער װאָס רודערט אױף דעם אים, אַז זײַנע װעלן ברומען – יהוה פֿון צבָאומת איז זײַן נאָמען: /31:35 אױב די דאָזיקע געזעצן װעלן אָפּגעטאָן װערן פֿון פֿאַר מיר, זאָגט גאָט, װעט אױך דער זאָמען פֿון ישׂראל אױפֿהערן צו זײַן אַ פֿאָלק פֿאַר מיר אַלע טעג.

/31:36 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אױב די הימלען פֿון אױבן װעלן אױסגעמאָסטן װערן, און די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד אונטן װעלן דערפֿאָרשט װערן, װעל איך אױך פֿאַראַכטן אַלדעם זאָמען פֿון ישׂראל, פֿאַר אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן, זאָגט גאָט.

/31:37 זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און די שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן צו גאָט, פֿון דעם טורעם פֿון כַנַנאֵל ביזן װינקלטױער. /31:38 און די מעסטשנױר װעט אַרױסגײן װײַטער, גלײַך אַקעגן, ביזן בערגל גָרֵב, און װעט זיך פֿאַרדרײען קײן גוֹעָה. /31:39 און דער גאַנצער טאָל פֿון פּגרים און אַש, און אַלע פֿעלדער ביז באַק קִדרוֹן, ביזן װינקל פֿון פֿערדטױער אין מזרח, װעלן זײַן הײליק צו גאָט; עס װעט מער ניט אױסגעריסן װערן, און ניט צעשטערט װערן, אױף אײביק.


/32:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, אין צענטן יאָר פֿון צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה, דאָס איז דאָס אַכצנטע יאָר פֿון נבוכַדרֶאצַר. /32:2 און דער חיל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל האָט דענצמאָל געלעגערט אױף ירושָלַיִם, און יִרמיָהו הנבֿיא איז געװען אײַנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך, װאָס אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה. אױף ירושָלַיִם, און יִרמיָהו הנבֿיא איז געװען אײַנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך, װאָס אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה. /32:3 װאָרום צִדקָיָהו דער מלך פֿון יהודה האָט אים אײַנגעשפּאַרט, אַזױ צו זאָגן: אַלמאַי זאָגסטו נבֿיאות, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען; /32:4 און צָדקִיָהו דער מלך פֿון יהודה װעט ניט אַנטרונען װערן פֿון דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, נײַערט איבערגעגעבן װעט ער איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, און ער װעט רעדן צו אים מױל צו מױל, און אױג אין אױג װעט ער אים זען; /32:5 און קײן בבֿל װעט ער אַװעקפֿירן צִדקִיָהון, און דאָרטן װעט ער זײַן ביז איך דערמאָן זיך אָן אים, זאָגט גאָט; אַז איר װעט מלחמה האַלטן מיט די כּקשׂדים, װעט איר ניט באַגליקן?

/32:6 און יִרמיָהו האָט געזאָגט: דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן: /32:7 זע, חנַמאֵל דער זון פֿון שַלום דײַן פֿעטער קומט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: קױף דיר מײַן פֿעלד װאָס אין עַנָתוֹת, װאָרום דיר געהערט דאָס אױסלײַזרעכט אָפּצוקױפֿן.

/32:8 און חנַמאֵל מײַן פֿעטערס זון איז געקומען צו מיר אין הױף פֿון דער װאַך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט, און דער האָט צו מיר געזאָגט: קױף אָפּ, איך בעט דיך, מײַן פֿעלד װאָס אין עַנָתוֹת, װאָס אין לאַנד בנימין, װאָרום דיר געהערט דאָס רעכט פֿון ירושה, און דיר געהערט די אױסלײַזונג; קױף עס דיר אָפּ. האָב איך געװוּסט אַז דאָס איז דאָס װאָרט פֿון גאָט. /32:9 און איך האָב אָפּגעקױפֿט דאָס פֿעלד פֿון כקנַמאֵל, מײַן פֿעטערס זון, װאָס אין עַנָתוֹת, און איך האָב אים אָפּגעװױגן דאָס געלט, זיבן שֶקל און צען, זילבער. /32:10 און איך האָב אױפֿגעשריבן אױף אַ געשריפֿטס, און פֿאַרחתמעט, און װעשטעלט עדות, און אָפּגעװױגן דאָס געלט אױף אַ װאָגשאָל. /32:11 און איך האָב גענומען דעם שטַר-מכירה, דעם פֿאַרכחתמעטן מיט די באַדינגען און די אָפּמאַכן, און דעם אָפֿענעם. /32:12 און איך האָב געגעבן דעם שטַר-מכירה צו ברוך דעם זון פֿון נֵריָה דעם זון פֿון מַחסֵיָהן, פֿאַר די אױגן פֿון חנַמאֵל דעם זון פֿון מײַן פֿעטער, און פֿאַר די אױגן פֿון די עדות װאָס האָבן זיך אונטערגעשריבן אױף שטַר-מכירה, פֿאַר די אױגן פֿון אַלע ייִדן װאָס זײַנען געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך. /32:13 און איך האָב באַפֿױלן ברוכן פֿאַר זײערע אױגן, אַזױ צו זאָגן: /32:14 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאומת, דער גאָט פֿון ישׂראל: נעם די דאָזיקע געשריפֿטסן, דעם דאָזיקן שטַר-מכירה, אי דאָס פֿאַרחתמעטע, אי דאָס דאָזיקע אָפֿענע געשריפֿטס, און זאָלסט זײ אַרײַנטאָן אין אַ לײמענער כּלי, כּדי זײ זאָלן האַלטן פֿיל טעג. /32:15 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: עס װעלן נאָך געקױפֿט װערן הײַזער און פֿעלדער און װײַנגערטנער אין דעם דאָזיקן לאַנד.

/32:16 און איך האָב מתפּלל געװען צו גאָט נאָכדעם װי איך האָב איבערגעגעבן דעם שטַר-מכירה צו ברוך דעם זון פֿון נֵריָהן, אַזױ צו זאָגן: /32:17 װײ, גאָט דו האַר! זע, דו האָסט געמאַכט די הימלען און די ערד מיט דײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם; פֿון דיר איז ניט פֿאַרמיטן קײן זאַך. /32:18 טוסט חסד מיטן טױזנטסטן גליד, און באַצאָלסט די זינד פֿון די עלטערן אין דעם בוזעם פֿון זײערע קינדער נאָך זײ; דו גרױסער, מאַכטיקער גאָט, װאָס יהוה פֿון צבָאוֹת איז זײַן נאָמען, /32:19 גרױס אין באַראָט, און שטאַרק אין טואונג, װאָס דײַנע אױגן זײַנע אָפֿן אױף אַלע װעגן פֿון די מענטשנקינדער, צו געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן און לױט דער פֿרוכט פֿון זײַנע מעשׂים; /32:20 דו װאָס האָסט געטאָן צײכנס און װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם, און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אי צװישן ישׂראל, אי צװישן אַנדערע מענטשן, און האָסט זיך געמאַכט אַ נאָמען, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג; /32:21 און האָסט אַרױסגעצױגן דײַן פֿאָלק ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם מיט צײכנס און מיט װוּנדער, און מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױס פֿאָרכטיקײט; /32:22 און האָסט זײ געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, װאָס דו האָסט געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק; /32:23 און זײ זײַנען געקומען, און האָבן עס געאַרבט; אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו דײַן קָול, און אין דײַן תּוֹרה זײַנען זײ ניט געגאַנגען; אַלץ װאָס דו האָסט זײ באַפֿױלן צו טאָן האָבן זײ ניט געטאָן, און דו האָסט געמאַכט געשען צו זײ אַלדאָס דאָזיקע בײז. /32:24 זע, די ערדװאַלן זײַנען געקומען װיז דער שטאָט, זי צו באַצװינגען, און די שטאָט װערט איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף איר, פֿױן װעגן דער שװערד און דעם הונגער און דער פּעסט; און װאָס דו האָסט גערעדטר איז געשען, און אָט זעסטו עס. /32:25 פֿון דעסטװעגן האָסטו, גאָט דו האַר, געזאָגט צו מיר: קױף דיר דאָס פֿעלד װאַר געלט, און שטעל עדות; װען די שטאָט װערט איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים.

/32:26 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט װעװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: /32:27 זע, איך בין יהוה דער גאָט פֿון אַלע לײַבער; איז דען פֿאַרמיטן פֿון מיר אַ שום זאַך? /32:28 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, און אין דער האַנט פֿון נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען. /32:29 און די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף דער דאָזיקער שטאָט, װעלן קומען און װעלן אָנצינדן די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער, און װעלן זי פֿאַרברענען מיט די הײַזער װאָס מע האָט גערײכערט אױף זײערע דעכער צו בעַ, און געגאָסן גיסאָפּפֿער צו פֿרעמדע געטער, כּדי מיך צו דערצערענען. /32:30 װאָרום די קינדער פֿון ישׂראל און די קינדער פֿון יהודה פֿלעגן פֿון זײער יוגנט אָן רק טאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן; װאָרום די קינדער פֿון ישׂראל טוען מיך רק דערצערענען מיט דעם װערק פֿון זײערע הענט, זאָגט גאָט. /32:31 װאָרום צו מײַן פֿאַרדראָס און צו מײַן גרימצאָרן איז מיר געװען די דאָזיקע שטאָט פֿון דעם טאָג װאָס מען האָט זי געבױט. און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אַזױ אַז איך מוז זי אָפּטאָן פֿון מײַן פּנים, /32:32 איבער אַלדעם בײז פֿון די קינדער פֿון ישׂראל און די קינדער פֿון יהודה, װאָס זײ האָבן געטאָן מיך צו דערצערענען, זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן פֿון ישׂראל און די קינדער פֿון יהודה, װאָס זײ האָבן געטאָן מיך צו דערצערענען, זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן, זײערע כֹּהנים, און זײערע נבֿיאים, און די מענער פֿון יהודה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. /32:33 און זײ האָבן געקערט צו מיר דעם רוקן און ניט דעם פּנים, און איך האָב זײ געלערנט, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געלערנט, אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו נעמען אַ מוסר. /32:34 און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן זײערע אומװערדיקײטן אין דעם הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, עס צו פֿאַראומרײניקן. /32:35 און זײ האָבן געבױט די במות פֿון בעַל װאָס אין טאָל פֿון בן-הִנוֹם, אױף מקריב צו זײַן זײערע זין און זײערע טעכטער צום אוֹלֶך, װאָס ניט איך האָב זײ באַפֿױלן, און ניט מיר איז אױפֿן זינען אַרױפֿגעקומען, מע זאָל טאָן די דאָזיקע אומװערדיקײט, כּדי צו מאַכן זינדיקן יהודה. /32:36 אָבער אַצונד, פֿאַר װאָר, האָט אַזױ געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל אױף דער דאָזיקער שטאָט, װאָס איר זאָגט, זי איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל דורך דער שװערד, און דורך דעם הונגער, און דורך דער פּעסט:

/32:37 זע, איך זאַמל זײ אײַן פֿון אַלע לענדער, װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין אין מײַן כּעס, און אין מײַן גרים, און אין גרױס צאָרן, און איך װעל זײ אומקערן צו דעם דאָזיקן אָרט, און זײ מאַכן װױנען אין זיכערקײט. /32:38 און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום גאָט. /32:39 און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אײן װעג, מוֹרא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג, כּדי זײ זאָל גוט זײַן, און זײערע קינדער נאָך זײ. /32:40 און איך װעל זײ שליסן אַן אײביקן בונד, אַז איך װעל זיך ניט אָפּקערן פֿון הינטער זײ – כּדי איך זאָל זײ באַגיטיקן; און מײַן פֿאָרכט װעל איך אַרײַנגעבן אין זײער האַרצן, ניט אַװעקצוגײן פֿון מיר. /32:41 און איך װעל מיך פֿרײען איבער זײ, זײ צו באַגיטיקן, און װעל זײ אײַנפֿלאַנצן אין דעם דאָזיקן לאַנד מיט אַן אמת, מיט מײַן גאַנצן האַרצן, און מיט מײַן גאַנצער זעל. /32:42 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַזױ װי איך האָב געבראַכט אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, אַזױ ברענג איך אױף זײ דאָס גאַנצע גוטס װאָס איך זאָג אָן װעג זײ. /32:43 און פֿעלד װעט געקױפֿט װערן אין דעם דאָזיקן לאַנד, װאָס איר זאָגט, עס איז אַ װיסטעניש, אָן אַ מענטש אָדער אַ בהמה, עס איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים. /32:44 מע װעט קױפֿן פֿעלדער פֿאַר געלט, און מע װעט שרײַבן שטַר-מכירהס, און פֿאַרחתמען, און שטעלן עדות, אין לאַנד בנימין, און אַרום ירושָלַיִם, און אין די שטעט פֿון יהודה, און אין די שטעט פֿון דעם געבערג, און אין די שטעט פֿון דער נידערונג, אואן אין די שטעט פֿון דָרום; װאָרום איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, זאָגט גאָט.


/33:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון אַ צװײט מאָל, װען ער איז נאָך געװען אײַנגעשפֿאַרט אין הױף פֿון דער װאַך, אַזױ צו זאָגן:

/33:2 אַזױ האָט געזאָגט יהוה װאָס האָט עס געמאַכט, יהוה װאָס האָט דאָס געפֿורעמט עס אָנצוברײַטן, דער װאָס זײַן נאָמען איז יהוה: /33:3 רוף מיך, און די װעל דיר ענטפֿערן, און איך װעל דיר דערצײלן גרױסע זאַכן, און פֿאַרבאָרגענע װאָס דו װײסט ניט.

/33:4 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל אױף די הײַזער פֿון דער דאָזיקער שטאָט, און אױף די הײַזער פֿון די מלכים פֿון יהודה, װאָס זײַנען אײַנגעװאָרפֿן געװאָרן פֿאַר די ערדװאַלן און פֿאַר דער שטרײטמױער, /33:5 װאָס זײ קומען מלחמה האַלטן דערױף מיט די כַּשׂדים, און זײ אָנצופֿילן מיט די פּגרים פֿון די מענטשן װאָס איך האָב געשלאָגן אין מײַן כּעס און אין מײַן גרימצאָרן, און װאָס איבער אַל זײער בײז האָב איך פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון דער דאָזיקער שטאָט:

/33:6 זע, איך ברענג אױף איר אַ גענעזונג און אַ הײלונג, און װעל זי הײלן;

און איך װעל זײ אַנטפּלעקן אַ שֶפֿע פֿון שלום און זיכערקײט. /33:7 און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהודה, און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון ישׂראל, און װעל זײ אױפֿבױען אַזױ װי פֿריער. /33:8 און איך װעל זײ רײניקן פֿון אַל זײער חטא װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו מיר, און װעל פֿאַרגעבן אַלע זײערע חטאים װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו מיר, און װאָס זײ האָבן פֿאַרבראָכן אַקעגן מיר. /33:9 און עס װעט מיר זײַן פֿאַר אַ נאָמען פֿון פֿרײד, פֿאַר אַ לױב, און פֿאַר אַ שײנקײט, בײַ אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, װאָס װעלן הערן אַל דאָס גוטס װאָס איך טו מיט זײ, און װעלן אַנגסטן און ציטערן פֿון װעגן אַלדעם גוטס און פֿון װעגן אַלדעם גליק װאָס איך באַשער איר.

/33:10 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: עס װעט נאָך געהערט װערן אין דעם דאָזיקן אָרט, װאָס איר זאָגט, ער איז װיסט, אָן אַ מענטשן און אָן אַ בהמה, אין די שטעט פֿון יהודה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, װאָס זײַנען פֿאַרװיסט, אָן אַ מענטשן, און אָן אַ באַװױנער, און אָן אַ בהמה, /33:11 דער קָול פֿון לוסטיקײט און דער קָול פֿון פֿרײד, דער קָול פֿון אַ כתן און דער קָול פֿון אַ כּלה, דער קָול פֿון די װאָס זאָגן: ”לױבט גאָט פֿון צבָאוֹת, װאָרום גאָט איז גוט, װאָרום אײביק איז זײַן חסד!“, פֿון די װאָס ברענגען דאַנקאָפּפֿער אין הױז פֿון גאָט; װאָרום איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון דעם לאַנד אַזױ װי פֿריער, זאָגט גאָט.

/33:12 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: עס װעט נאָך זײַן אין דעם דאָזיקן אָרט װאָס איז װיסט, אָן אַ מענטשן אָדער אַ בהמה, און אין אַלע זײַנע שטעט, אַ פֿיטערפּלאַץ פֿאַר פּאַסטוכער װאָס מאַכן הױערן שאָף. /33:13 אין די שטעט פֿון דעם געבערג, אין די שטעט פֿון דער נידערונג, און אין די שטערט פֿון דָרום, און אין לאַנד בנימין, און אַרום ירושָלַיִם, און אין די שטערט פֿון יהודה, װעלן װידער דורכגײן שאָף דורך דעם צײלערס הענט, זאָגט גאָט.

/33:14 זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איך װעל מקיים זײַן דעם גוטן צוזאָג װאָס איך האָב צוגעזאָגט אױף דעם הױז פֿון ישׂראל, און אױף דעם הױז פֿון יהודײַה. /33:15 אין יענע טעג, און אין יענע צײַט, װעל איך מאַכן שפּראָצן פֿון דודן אַ שפּראָץ פֿון גערעכטיקײט, און ער װעט טאָן רעכט און גערעכטיקײט אין לאַנד. /33:16 אין יענע טעג װעט געהאָלפֿן װערן יהודה, און ירושָלַיִם װעט רוען אין זיכערקײט; און דאָס איז װאָס מע װעט זי רופֿן: ”גאָט איז אונדזער גערעכטיקײט!“

/33:17 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: עס װעט ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון דודן אַ מאַן צו זיצן אױף טראָן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; /33:18 און אױך פֿון די כֹּהנים פֿון שבט לֵוִי װעט ניט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן פֿון פֿאַר מיר, אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער, און צו דעמפֿן שפּײַזאָפּפֿער, און צו מאַכן שלאַכטאָפּפֿער, אַלע טעג.

/33:19 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן׃

/33:20 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אױב איר קענט פֿאַרשטערן מײַן בונד מיטן טאָג, און מײַן בונד מיט דער נאַכט, אַז טאָג און נאַכט זאָלן ניט זײַן אין זײער צײַט, /33:21 װעט אױך מײַן בונד פֿאַרשטערט װערן מיר דוד מײַן קנעכט, אַז פֿון אים זאָל ניט זײַן אַ זון כו קיניגן אױף זײַן טראָן, און מיט די כֹּהנים פֿון שבט לֵוִי מײַנע דינער. /33:22 אַזױ װי דער חיל פֿון הימנל קען ניט געצײלט װערן, און דער זאַמד פֿון ים קען ניט געמאָסטן װערן, אַזױ װעל איך מערן דעם זאָמען פֿון מײַן קנעכט דוד, און די לויִים װאָס דינען מיר.

/33:23 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: /33:24 האָסטו ניט געמערקט װאָס די דאָזיקע לײַט רעדן, אַזױ צו זאָגן: די צװײ משפּחות װאָס גאָט האָט זײ געװעסט אױסדערװײלט, זײ האָט ער פֿאַראַכט? און מײַן פֿאָלק לעסטערן זײ, אַז עס איז מער ניט קײן אומה בײַ זײ.

/33:25 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אױב איך האָב ניט מײַן בונד מיט טאָג און נאַכט, די געזעצן פֿון ערד און הימל, ניט געמאַכט, /33:26 װעל איך אױך פֿאַראַכטן דעם זאָמען פֿון יעקב, און דוד מײַן קנעכט, ניט צו נעמען פֿון זײַן זאָמען געװעלטיקער איבער דעם זאָמען פֿון אַברהם, יצחק, און יעקב; װאָרום איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעל זײ דערבאַרימען.


/34:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, בעת נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל, און זײַן גאַנצער חיל, און אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד אונטער דער ממשלה פֿון זײַן האַנט, און אַלע פֿעלקער, האָבן מלחמה געהאַלטן אױף ירושָלַיִם און אױף אַלע אירע שטעט; אַ זױ צו זאָגן:

/34:2 אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: גײ, און זאָלסט רעדן צו צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה, און זאָגן צו אים:

אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, או ער װעט זי פֿאַרברענען אין פֿײַער. /34:3 און דו װעסט ניט אַנטרונען װערן פֿון זײַן האַנט, נאָר כאַפּן װעסטו געכאַפּט װערן, און אין זײַן האַנט װעסטו איבערגעגעבן װערן, און אױג אין אױג װעסטו זען דעם מלך פֿון בבֿל, און מױל צו מױל װעט ער מיט דיר רעדן, און קײן בבֿל װעסטו קומען.

/34:4 אָבער הער דאָס װאָרט פֿון גאָט, צִדקִיָהו מלך פֿון יהודה: אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף דיר: װעסט ניט שטאַרבן דורכן שװערד. /34:5 בשלום װעסטו שטאַרבן, און לױט די פֿאַרברענונגען פֿון דײַנע עלטערן, די פֿרידיקע מלכים װאָס זײַנען געװען פֿאַר דיר, אַזױ װעט מען פֿאַרברענען נאָך דיר; און ”װײ האַר!“ װעט מען קלאָגן אױף דיר, װאָרום איך האָב אַ װאָרט גערעדט, זאָגט גאָט.

/34:6 און יִרמיָהו הנבֿיא האָט גערעדט צו צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה אַלע די דאָזיקע װערטער אין ירושָלַיִם, /34:7 בעת דער חיל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל האָט מלכמײַ געהאַלטן אױף ירושָליִם, און אױף אַלע געבליבענע שטעט פֿון יהודה, אױף לָכיש, און אױף עַזֵקָה; װאָרום זײ זײַנען געבליבן צװישן די שטעט פֿון יהודה באַפֿעסטיקטע שטעט.

/34:8 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, נאָכדעם אַז דער מלך צִדקִיָהו הו האָט געשלאָסן אַ בונד מיטן בגאַנצן פֿאָלק אין ירושָלַיִם, אױסצורופֿן בײַ זיך אַ פֿרײַלאָזונג; /34:9 אַרױסצולאָזן איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, דעם ייִדישן און די ייִדישע, פֿרײַ, אַז קײַנער זאָל ניט אַרבעטן מיט זײ, מיט זײַן ייִדישן ברודער. /34:10 האָבן געװעסט צוגעהערט אַלע האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס זײַנען אַרײַן אין דעם בונד אַרױסצולאָזן איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, פֿרײַ, ניט צו אַרבעטן מיט זײ מער, און זײ האָבן געהאָרכט און האָבן אַרױסגעלאָזט. /34:11 אָבער דערנאָך האָבן זײ חרטה געקריגן, און האָבן צוריקגענומען די קנעכט און די דינסטן, װאָס זײ האָבן אַרױסגעלאָזט פֿרײַ, און זײ האָבן זײ באַצװוּנגען פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן. /34:12 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו יִרמיָהוהן, פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן:

/34:13 אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: איך האָב געשלאָסן אַ בונד איט אײַערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, אַזױ צו זאָגן: /34:14 צום סָוף פֿון זיבן יאָר זאָלט איר אַר אױסלאָזן איטלעכער זײַן ייִדישן ברודער, װאָס האָט זיך פֿאַרקױפֿט צו דיר, און האָט דיר געדינט זעקס יאָר; זאָלסט אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿון דיר. אָבער אײַערע עלטערן האָבן ניט צוגעהערט צו מיר, און ניט צוגענײַגט זײער אױער. /34:15 און איר האָט הײַנט תּשובה געטאָן, און האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, אױסצורופֿן אַ פֿרײַלאָזונג איטלעכער צו זײַן חבר, און איר האָט געשלאָסן אַ בונד פֿאַר מיר אין דעם הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים. /34:16 אָבער איר האָט חרטה געקריגן, און איר האָט פֿאַרשװעכט מײַן נאָמען, און האָט צוריקגענומען איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, װאָס איר האָט אַרױסגבעלאָזט פֿרײַ פֿאַר זיך; און איר האָט זײ באַצװוּנגען צו זײַן פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן צו אײַך. /34:17 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: איר האָט ניט צו געהערט צו מיר, אױסצורופֿן אַ פֿרײַלאָזונג איטלעכער צו זײַן ברודער, און איטלעכער צו זײַן חבר, אָט ריף איך אײַך אױס אַ פֿרײַלאָזונג זאָגט גאָט, צאַר דער שװערד, פֿאַר דער פּעסט, און פֿאַר דעם הונגער, און איך װעל אײַך מאַכן פֿאַר אַ שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד. /34:18 און איך װעל געבן די מענטשן װאָס האָבן איבערגעטרעטן מײַן בונד. װאָס האָבן ניט מקיים געװען די װערטער פֿון דעם בונד װאָס זײ האָבן געשלאָסן פֿאַר מיר, בײַ דעם קאַלב װאָס זײ האָבן צעשניטן אין צװײַען, און זײַנען דורכגעגאַנגען צװישן זײַנע שטיקער – /34:19 די האַרן פֿון יהודה, און די האַרן פֿון ירושָלַיִם, די הױפֿדינער, און די כֹּהנים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, װאָס זײַנען דורכגעגאַנגען צװישן די שטיקער פֿון דעם קאַלב – /34:20 איך װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן, און זײערע טױטע לײַבער װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד. /34:21 און צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה און זײַנע האַרן װעל איך געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן, און אין דער האַנט פֿון דעם איל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װאָס האָט אָפּגעצױגן פֿון אײַך. /34:22 זע, איך באַפֿעל, זאָגט גאָט, און װעל זײ אומקערן צו דער דאָזיקער שטאָט, און זײ װעלן מלחמה האַלטן אױף איר, און װעלן זי באַצװינגען, און װעלן זי פֿאַרברענען אין װײער, און די שטעט פֿון יהודה װעל איך מאַכן אַ װיסטעניש אָן אַ באַװױנער.


/35:1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט אין די טעג פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, אַזױ צו זאָגן: /35:2 גײ צו דעם הױז פֿון די רֵכָבים, און זאָלסט רעדן צו זײ, און זײ ברענגען אין הױז פֿון גאָט, אין אײנער פֿון די קאַמערן, און זײ געבן טרינקען װײַן. /35:3 האָב איך גענומען יַאֲזַניָה דעם זון פֿון יִרמיָהו דעם זון פֿון כַבַצִניָהן, און זײַנע ברידער, און אַלע זײַנע זין, און דאָס גאַנצע הױז פֿון די רֵכָבים. /35:4 און איך האָב זײ געבראַכט אין הױז פֿון גאָט, אין דער קאַמער פֿון די זין פֿון כָנָן דעם זון פֿון יִגדַליָהו דעם געטלעכן מאַן, װאָס לעבן דער קאַמער פֿון די האַרן, װאָס איבער דער קאַמער פֿון מַעֲשֵׂיָהו דעם זון פֿון שַלום דעם שװעלהיטער. /35:5 און איך האָב דערלאַנגט פֿאַר די קינדער פֿון דעם הױז פֿון די רֵכָבים קריגלעך פֿון מיט פֿײַן און בעכערס, און איך האָב צו זײ געזאָגט: טרינקט װײַן. /35:6 האָבן זײ געזאָגט: מיר טרינקען ניט קײן װײַן, װאָרום יוֹנָדָב דער זון פֿון רֵכָבן, אונדזער פֿאָטער, האָט אונדז באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט טרינקען קײן װײַן, איר, און אײַערע קינדער ביז אײביק; /35:7 און קײן הױז זאָלט איר ניט בױען, און קײן זאָמען זאָלט איר ניט זײען, און קײן װײַנגאָרטן זאָלט איר ניט פֿלאַנצן, און ניט האָבן; נײַערט אין געצעלטן זאָלט איר זיצן אַלע אײַערע טעג, כּדי איר זאָלט לעבן פֿיל טעג אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װאָס איר װױנט דאָרטן. /35:8 און מיר האָבן צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבן, אונדזער פֿאָטער, אין אַלץ װאָס ער האָט אונדז באַפֿױלן, ניט צו רטרינקען קײן װײַן אַלע אונדזערע טעג, מיר, אונדזערע װײַבער, אונדזערע זין, און אונדזערע טעכטער; /35:9 און ניט צו בױען קײן הײַזער פֿאַר אונדז צום װױנען, און קײן װײַנגאָרטן, און קײן פֿעלד, און קײן זאָמען, זאָל בײַ אונדז ניט זײַן. /35:10 און מיר זײַנען געזעסן אין געצעלטן, און מיר האָבן געהאָרכט און געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס אונדזער פֿאָטער יוֹנָדָב האָט אונדז באַפֿױלן. /35:11 און עס איז געװען, אַז נבוכַדראָאצַר דער מלך פֿון בבֿלאיז אַרױפֿגעקומען אױפֿן לאַנד, האָבן מיר געזאָגט: קומט, און לאָמיר אַרײַנגײן אין ירושָלַיִם פֿון װעגן דעם כֵל פֿון די כַּשׂדים, און פֿון װעגן דעם חיל פֿון אַרָם; און מיר האָבן זיך באַזעצט אין ירושָלַיִם.

/35:12 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: /35:13 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאומת, דער גאָט פֿון ישׂראל: גײ, און זאָלסט זאָגן צו די מענער פֿון יהודײַה, און צו די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם: װילט איר ניט אַ מוסר אַראָפּנעמען צוצוהערן צו מײַנע װערטער? זאָגט גאָט. /35:14 געהאַלטן װערן די װערטער פֿון יהוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבן, װאָס האָט באַפֿױלן זײַנע קינדער ניט צו טרינקען קײן װײַן, און זײ רטרינקען ניט ביז אױף הײַנטיקן טאָג, װײַל זײ געהאָרכן דעם באַפֿעל פֿון זײער פֿאָטער, און איך האָב גערעדט צו אײַך, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעדט, און איר האָט ניט צוגעהערט צו מיר. /35:15 און איך האָב געשיקט צו אײַך אַלע מײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט, אַ אוזי צו זאָגן: קערט אײַך אום איטלעכר אופֿן זײַן שלעכטן װעג, און בעסערט אײַערע מעשׂים, און איר זאָלט ניאָט גײן נאָך פֿרעמדע געטער זײ צו דינען, און בלײַבט זיצן אױף דער ערד װאָס איך האָב געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן; אָבער איר האָט ניט צוגענײַגט אײַער אױער, און ניט צוגעהערט צו מיר. /35:16 איז, װײַל די קינדער פֿון יהוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבן האָבן מקיים געװען דעם באַפֿעל פֿון זײער פֿאָטער, װאָס ער האָט זײ באַפֿױלן, און דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט ניט צוגעהערט צו מיר, /35:17 דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל:

זע, איך ברענג אױף יהודה און אױף אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב גאָנגעזאָגט אױף זײ; װײַל איך האָב גערעדט צו זײ, אוקן זײ האָבן ניט צוגעהערט, און איך האָב גערופֿן צו זײ און זײ האָבן זיך ניט אָפּגערופֿן.

/35:18 און צו דעם הױז פֿון די רֵכָבים האָט יִרמיָהו געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: װײַל איר האָט צוגעהערט צו דעם באַפֿעל פֿון יהוֹנָדָב אײַער פֿאָטער, און איר האָט אָפּגעהיט אַלע זײַנע באַפֿעלן, און איר האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן, /35:19 דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון צבָאומת, דער גאָט פֿון ישׂראל: עס װעט ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון יוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבן אַ מאַן צו שטײן פֿאַר מיר אַלע טעג.


/36:1 און עס איז געװען אין פֿריטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט צו יִרמיָהון פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: /36:2 נעם דיר אַ מגילה, און זאָלסט אָנשרײַבן אױף איר אַלע װערטער װאָס איך האָב גערעדט אוצו דיר אױף ישׂראל, און אױף יהודה, און אױף אַלע פֿלעקער, פֿון דעם טאָג װאָס איך רעד צו דיר, פֿון די טעג פֿון יֹאשָיָהון און ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /36:3 אפֿשר װעט דאָס הױז פֿון יהודה הערן דאָס גאַנצע בײז װאָס איך טראַכט זײ צו טאָן; כּדי זײ זאָלן זיך אומקערן איטלעכר פֿון זײַן שלעכטן װעג, און איך זאָל פֿאַרגעבן זײער פֿאַרברעך און זײער זינד.

/36:4 האָט יִרמיָהו גערופֿן ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהן, און ברוך האָט אױפֿגעשריבן פֿון יִרמיָהוס מױל אַלע װערטער פֿון גאָט, װאָס ער האָט או אים גערעדט, אױף אַ מגילה. /36:5 און יִרמיָהו האָט באַפֿױלן ברוכן, אַזױ צו זאָגן: איך בין פֿאַרהאַלטן, איך קען ניט קומען אין הױז פֿון גאָט; /36:6 דרום זאָלסט דו גײן, און לײַענען פֿון דער מגילה װאָס דו האָסט אױפֿגעשריבן פֿון מײַן מױל, די װערטער פֿון גאָט, אין די אױערן פֿון פֿאָלק, אין הױז פֿון גאָט אין אַ פֿאַסטאָג; און אױך אין די אױערן פֿון גאַנץ יהודה װאָס קומען פֿון זײערע שטעט, זאָלסטו זײ לײַענען. /36:7 אפֿשר װעט פֿאַלן זײער געבעט פֿאַר גאָט, און זײ װעלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג; װאָרום גרױס איז דער כּעס און דער גרימצאָרן װאָס גאָט האָט גערעדט אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק.

/36:8 האָט ברוך דער זון פֿון נֵרִיָהן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט אים באַפֿױלן – צו לײַענען פֿון דעם בוך די װערטער פֿון גאָט אין גאָטס הױז.

/36:9 און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשָיָהון דעם מלך פֿון יהודה, אין נײַנטן חוֹדש, האָבן אױסגערופֿן אַ תָּענית פֿאַר גאָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין ירושָלַיִם, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז געקומען פֿון די שטעט פֿון יהודה אין ירושָלַיִם. /36:10 און ברוך האָט געלײַענט פֿון דעם בוך די װערטער פֿון יִרמיָהון אין הױז פֿון גאָט, אין דער קאַמערפֿון גמַריָהו דעם זון פֿון שָפָֿן דעם שרײַבער, אין דעם אױבערשטן הױף, אין אײַנגאַנג פֿון דעם נײַעם טױער פֿון גאָטס הױז, אין די אױערן פֿון גאַנצן פֿאָלק. /36:11 האָט מיכָיהו דער זון פֿון גמַריָהו דעם זון פֿון שָפָֿנען געהערט פֿון בוך אַלע װערטער פֿון גאָט, /36:12 און ער האָט אַראָפּגענידערט צום הױז פֿון מלך, אין דעם שרײַבערס קאַמער; ערשט דאָרטן זיצן אַלע האַרן, אֶלישָמָע דער שרײַבער, און דלָיָהו דער זון פֿון שמַעיָהון, און אֶלנָתָן דער זון פֿון עַכבוֹרן, און גמַריָהו דער זון פֿון שָפָֿנען, און צִדקִיָהו דער זון פֿון חנַניָהון, און אַלע האַרן. /36:13 האָט זײ מיכָיהו דערצײלט אַלע װערטער װאָס ער האָט געהערט, װען ברוך האָט געלײַענט פֿון בוך אין די אױער פֿון פֿאָלק. /36:14 און אַלע האַרן האָט געשיקט צו ברוכן יהודי דעם זון פֿון נתַניָהו דעם זון פֿון שֶלֶמיָהו דעם זון פֿון כּושין, אַזױ צו זאָגן: די מגילה װאָס דו האָסט פֿון איר געלײַענט אין די אױערן פֿון פֿאָלק, נעם זי אין דײַן האַנט, און קום אַהער. האָט ברוך דער זון פֿון נַריָהן גענומען די מגילה אין זײַן האַנט, און איז געקומען צו זײ. /36:15 האָבן זײ געזאָגט צו אים: זעץ אַקאָרשט, און לײַען זי אין אונדזערע אױערן; און ברוך האָט געלײַענט אין זײערע אױערן. /36:16 און עס איז געװען, װי זײ האָבן געהערט אַלע װערטער, אַזױ האָבן זײ אײנער דעם אַנדערן אָנגעקוקט אין אַנגסט, און זײ האָבן געזאָגט צו ברוכן: דערצײלט מוזן מיר דערצײלן דעם מלך אַלע די דאָזיקע װערטער. /36:17 און ברוכן האָבן זײ געפֿרעגט, אַזױ צו זאָגן: זאָג אונדז אַקאָרשט, װי אַזױ האָסטו אױפֿגעשריבן די אַלע װערטער פֿון זײַן מױל? /36:18 האָט ברוך צו זײ געזאָגט: ער פֿלעגט אױסרופֿן צו מיר מיט זײַן מױל אַלע די דאָזיקע װערטער, און איך פֿלעג אױפֿשרײַבן אױפֿן בוך מיט טינט. /36:19 האָבן די האַרן געזאָגט צו ברוכן: גײ באַהאַלט זיך, דו, און יִרמיָהו, און קײַנער זאָל ניט װיסן װוּ איר זײַט. /36:20 און זײ זײַנען געגאַנגען צום מלך אין הױף; און די מגיאָה האָבן זײ אַװעקגעלײגט אין דער קאַמער פֿון אֶלישָמָע דעם שרײַבער; און זײ האָבן דעריצילט אין די אױערן פֿון מלך אַלע װערטער. /36:21 האָט דער מלך געשיקט יהודים צו ברענגען די מגילה, און ער האָט זי געברטאַכט פֿון דער קאַמער פֿון אֶלישָמָע דעם שרײַגבער; און יהודי האָט זי געלײַענט אין די אױערן פֿון מלך, און אין די אױערן פֿון די האַרן װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן מלך. /36:22 און דער מלך איז געזעסן אין דעם װינטערהױז – דאָס איז געװען אין נײַנטן חוֹדש – און דער פֿײַערטאָפּ איז געװען אָנגעצונדן פֿאַר אים. /36:23 איז װי יהודי האָט אָפּגעלײַענט דרײַ עַמודים אָדער פֿיר, אַזױ האָט ער עס אָפּגעשניטן מיטן שרײַבערמעסער, און אַרױפֿגעװאָרפֿן אױפֿן פֿײַער װאָס אין פֿײַערטאָפּ, ביז די גאַנצע מגילה איז פֿאַרלענדט געװאָרן אױף דעם פֿײַער װאָס אין פֿײַערטאָפּ. /36:24 און זײ האָבן זיך ניט דערשראָקן, און ניט צעריסן זײערע קלײדער, דער מלך און אַלע זײַנע קנעכט װאָס האָבן געהערט אַלע די דאָזיקע װערטער. /36:25 און הגם אֶלנָתָן און דלָיָהו און גמַריָהו האָבן זיך געבעטן בײַם מלך ניט צו פֿאַרברענען די מגילה, האָט ער דאָך ניט צוגעהערט צו זײ. /36:26 און דער מלך האָט באַפֿױלן אירַכמְאֵל דעם זון פֿון מלך, און שׂרָיָהו דעם זון פֿון עַזריאֵלן, און שֶלֶמיָהו דעם זון פֿון עַבדְאַלן, צו ברענגען ברוך דעם שרײַבער און יִרמיָהו הנבֿיא, אָבער גאָט האָט זײ באַהאַלטן.

/36:27 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון, נאָכדעם װי דער מלך האָט פֿאַרברענט די מגילה מיט די װערטער װאָס ברוך האָט אױפֿגעשריבן פֿון יִרמיָהוס מױל – אַזױ צו זאָגן: /36:28 נעם דיר װידער אַן אַנדער מגילה, און שרײַב אָן אױף איר אַלע פֿריערדיקע װערטער װאָס זײַנען געװען אױף דער ערשטער מגילה, װאָס יהוֹיָקים דער מלך פֿון יהודה האָט פֿאַרברענט. /36:29 און אױף יהוֹיָקים דעם מלך פֿו יהודה זאָלסטו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: דו האָסט פֿאַרברענט די דאָזיקע מגילה, אַזױ צו זאָגן: אַלמאַי האָסטו געשריבן אױף איר, אַזױ צו זאָגן: קומען װעט קומען דער מלך פֿון בבֿל, און ער װעט צעשטערן דאָס דאָזיקע לאַנד, און װעט פֿאַרטיליקן פֿון איר מענטשן און בהמות? /36:30 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט אױף יהוֹיָקים דעם מלך פֿון יהודה:

קײַנער פֿון אים װעט ניט אַיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד, און זײַן טױטער לײַב װער זיך װאַלגערן אױף דער היץ בײַטאָג, און אױף דער קעלט בײַנאַכט. /36:31 און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט אים, און מיט זײַן זאָמען, און מיט זײַנע קנעכט, פֿאַר זײערע זינד, און איך װעל ברענגען אױף זײ, און אױף די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און אױף די מענער פֿון יהודה, דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אױף זײ, און זײ האָבן ניט צוגעהערט.

/36:32 און יִרמיָהו האָט גענומען אַן אַנדער מגילה, און האָט זי געגעבן צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהון, דעם שרײַבער און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף איר פֿון יִרמיָהוס מױל אַלע װערטער פֿון דעם בוך װאָס יהוֹיָקים דער מלך פֿון יהודה האָט פֿאַרברענט אין פֿײַער; און צו זײ זײַנען צוגעלײגט געװאָרן נאָך פֿיל װערטער אַזױ װי זײ.


/37:1 און צִדקִיָהו דער זון פֿון יֹאשִיָהון איז געװאָרן מלך אױף דעם אָרט פֿון כֳּניָהו דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, װאָס נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט געמאַכט פֿאַר אַ מלך אין לאַנד יהודה. /37:2 און ער און זײַנע קנעכט און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד האָבן ניט צוגעהערט צו די װערטער פֿון גאָט, װאָס ער האָט גערעדט דורך יִרמיָהו הנבֿיא.

/37:3 און דער מלך צִדקִיָהו האָט געשיקט יהוכַל דעם, זון פֿון שֶלֶמיָהן, און צפַֿניָהו דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כֹּהן, צו יִרמיָהו הנבֿיא, אַזױ צו זאָגן: זײַ, איך בעט דיך, מתפּלל פֿאַר אונדז צו יהוה אונדזער גאָט. /37:4 און יִרמיָהו פֿלעגט קומען און גײן צװישן פֿאָלק, װאָרום מע האָט אים נאָך ניט געהאַט אַרײַנגעגעבן אין תּפֿיסה. /37:5 און דער חיל פֿון פּרעהן איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; און די כַּשׂדים װאָס האָבן געלעגערט אױף ירושָלַיִם, האָבן געהערט די הערונג װעגן זײ, און האָבן אָפּגעצױגן פֿון ירושָלַיִם. /37:6 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא, אַזױ צו זאָגן: /37:7 אַזױ האָט געזאָגט יהודה דער גאָט פֿון ישׂראל: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו דעם מלך פֿון יהודה װאָס שיקט אײַך צו מיר מיך צו פֿרעגן: זע, דער כֵל פֿון פַּרעהן װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אײַך צו הילף, קערט זיך אום צו זײַן לאַנד, מִצרַיִם. /37:8 און די כַּשׂדים װעלן זיך אומקערן, און װעלן מלחמה האַלטן אױף דער דאָזיקער שטאָט, און זײ װעלן זי באַצװינגען, און װעלן זי פֿאַרברענען אין פֿײַער. /37:9 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איר זאָלט אײַך ניט אײַנרעדן, אַזױ צו זאָגן: אַװעקגײן װעלן אַװעקגײן פֿון אונדז די כַּשׂדים; װאָרום זײ װעלן ניט אַװעקגײן. /37:10 װאָרום אַז איר זאָלט שלאָגן דעם גאַנצן חיל פֿון די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף אײַך, און עטלעכע געשטאָכענע זאָלן בלײַבן פֿון זײ, װעלן זײ אױפֿשטײן איטלעכער אין זײַן געצעלט, און װעלן פֿאַרברענען די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער.

/37:11 און עס איז געװען, אַז דער כֵל פֿון די כַּשׂדים האָט אָפּגעצױגן פֿון ירושָלַיִם פֿאַר דעם כֵל פֿון פַּרעהן, /37:12 איז יִרמיָהו אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם צו גײן קײן לאַנד בנימין, כּדי צו קריגן דאָרטן זײַן חלק ירושה צװישן דעם פֿאָלק. /37:13 איז, װי ער איז געװען אין טױער פֿון בנימין, איז דאָרטן געװען דער הױפּטמאַן פֿון דער װאַס, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יִראיָיה דער זון פֿון שֶלֶמיָה דעם זון פֿון חנַניָהן; האָט ער אָנגעכאַפּט יִרמיָהו הנבֿיאן, אַזױ צו זאָגן: צו די כַּשׂדים װילסטו צופֿאַלן. /37:14 האָט יִרמיָהו געזאָגט: אַליגן! איך װיל ניט צופֿאַלן צו די כַּשׂדים. אָבער ער האָט ניט צוגעהערט צו אים, און יִראיָיה האָט אָנגעכאַפּט יִרמיָהון, און האָט אים געבראַכט צו די האַרן. /37:15 און די האַרן האָבן געצערנט אױף יִרמיָהון, און האָבן אים געשלאָגן, און אים אַרײַנגעגעבן אין געפֿענקעניש, אין הױז פֿון יהוֹנָתָן דעם שרײַבער; װאָרום דאָס האָט מען געמאַכט פֿאַר אַ תּפֿיסה.

/37:16 אַז יִרמיָהו איז געקומען אין געפֿענקעניש און אין די געװעלבן, און יִרמיָהו איז דאָרטן אָפּגעזעסן פֿיל טעג, /37:17 האָט דער מלך צִדקִיָהו געשיקט, און האָט אים אַרױסגענומען; און דער מלך האָט אים געפֿרעגט בײַ זיך אין הױז, אין פֿאַרבאָרגעניש, און האָט געזאָגט: פֿאַראַן אַ װאָרט פֿון גאָט? האָט יִרמיָהו געזאָגט: פֿאַראַן; און ער האָט געזאָגט: אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װעסטו איבערגעגעבן װערן. /37:18 און יִרמיָהו האָט געזאָגט צום מלך צִדקִיָהון: װאָס האָב איך געזינדיקט קעגן דיר, און קעגן דײַנע קנעכט, און קעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס איר האָט מיך אַרײַנגעגעבן אין תּפֿיסה? /37:19 און אַװוּ זײַנען אײַערע נבֿיאים װאָס האָבן אײַך נבֿיאות געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: דער מלך פֿון בבֿל װעט ניט קומען אױף אײַך און אױף דעם דאָזיקן לאַנד? /37:20 און אַצונד, הער צו, איך בעט דיך, מײַן האַר קיניג; זאָל, איך בעט דיך, פֿאַלן מײַן געבעט פֿאַר דיר, און זאָלסט מיך ניט אומקערן אין הױז פֿון יהוֹנָתָן דעם שרײַבער, און לאָמיך ניט שטאַרבן דאָרטן. /37:21 האָט דער מלך צִדקִיָהו באַפֿױלן, און מע האָט אַרײַנגעזעצט יִרמיָהון אין האָ פֿון דער װאַך, און מע האָט אים געגעבן אַ לאַבן ברױט אַ טאָג פֿון דער בעקערגאַס ביז דאָס גאַנצע ברױט איז אױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט. אַזױ איז יִרמיָהו געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך.

/38:1 און שפֿקטיָה דער זון פֿון מקתָּנען, און גדַליָהו דער זון פֿון פַּשחורן, און יאָכַל דער זון פֿון שֶלֶמיָהון, און פַּשחור דער זון פֿון מַלכִּיָהן, האָבן געהערט די װערטער װאָס יִרמיָהו רעדט צום באַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: /38:2 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: דער װאָס לבײַבט זיצן אין דער דאָזיקער שטאָט װעט שטאַרבן פֿון דער שװערד, פֿון דעם הונגער, און פֿון דער פּעסט, און דער װאָס גײט אַרױס צו די כַּשׂדים, װעט בלײַבן לעבן; זײַן נפֿש װעט אים זײַן צום געװינס, און ער װעט בלײַבן לעבן. /38:3 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איבערגעגעבן װעט איבערגעגעבן װערן די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם כֵל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען. /38:4 האָבן די האַרן געזאָגט צום מלך: זאָל געטײט װערן, איך בעט דיך, דער דאָזיקער מאַן, װאָרום ער שלאַפֿט דאָך אָפּ די הענט פֿון די המלחמהלײַט װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין דער דאָזיקער שטאָט, און די הענט פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, אז דער רעדט צו זײ אַזױ װי די דאָזיקע רײד; װאָרום דער דאָזיקער מאַן זוכט ניט פֿריד פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק נאָר בלױז אַ רעה. /38:5 האָט דער מלך צִדקִיָהו געזאָגט: אָט איז ער אין אײַער האַנט; װאָרום דער מלך קען מיט אײַך גאָרנישט אױספֿירן. /38:6 האָבן זײ גענומען יִרמיָהון, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער גרוב פֿון מַלכִּיָהו דעם זון פֿון מלך, װאָס אין הױף פֿון דער װאַך; און זײ האָבן אַראָפּגעלאָזט יִרמיָהון מיט שטריק. און אין דער גרוב איז קײן װאַסער ניט געװען, נאָר בלױז לײם; און יִרמיָהו איז אַרײַנגעזונקען אין דעם לײם.

/38:7 האָט געהערט עֶבֶד-מֶלֶך דער כּושי, אַ מאַן אַ הױפֿדינער װאָס איז געװען אין הױז פֿון מלך, אַז מע האָט יִרמיָהון אַרײַנגעטאָן אין דער גרוב; און דער מלך איז געזעסן אין טױער פֿון בנימין. /38:8 איז עֶבֶד-מֶלֶך אַרױסגעגאַנגען פֿון מלכס הױז, און האָט גערעטדט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: /38:9 מײַן האַר מלך, שלעכט באַגאַנגען האָבן זיך די דאָזיקע לײַט מיט אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן צו יִרמיָהו הנבֿיא, װאָס זײ האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין גרוב; און ער שטאַרבט אױף זײַן אָרט פֿאַר הונגער; װאָרום ניטאָ קײן ברױט מער אין שטאָט. /38:10 האָט דער מלך באַפֿױלן עֶבֶד-מֶלֶך דעם כּושי, אַזױ צו זאָגן: נעם מיט דיר פֿון דאַנען דרײַסיק מאַן, און זאָלסט אַרױפֿברענגען כיִרמיָהו הנבֿיאן פֿון דער גרוב אײדער ער װעט שטאַרבן. /38:11 האָט עֶבֶד-מֶלֶך גענומען די מענטשן מיט זיך, און ער איז געקומען אין הױז פֿון מלך אונטער דער שאַצקאַמער, און האָט פֿון דאָרטן גענומען אַלטע קאָדרעס און אַלטע שמאַטעס, און ער האָט זײ אַראָפּגעלאָזט צו יִרמיָהון אין גרוב מיט שטריק. /38:12 און עֶבֶד-מֶלֶך דער כּושי האָט געזאָגט צו יִרמיָהון: טו, איך בעט דיך, די אַלטע קאָדרעס און די שמאַטעס אונטער דײַנע אָרעמס אונטער די שטריק. און יִרמיהו האָט אַזױ געטאָן. /38:13 און זײ האָבן געצױגן יִרמיָהון מיט שטריק, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער גרוב. און יִרמיָהו איז געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך.

/38:14 האָט דער מלך צִדקִיָהו געשיקט און גענומען יִרמיָהו הנבֿיאן צו זיך, צום דריטן אײַנגאַנג װאָס אינהױז פֿון גאָט; און דער מלך האָט געזאָגט צו יִרמיָהון: איך װעל דיך פֿרעגן אַ זאַך; זאָלסט ניט פֿאַרלײקענען פֿון מיר אַ װאָרט. /38:15 האָט יִרמיָהו געזאָגט צו צִדקִיָהון: אַז איך װעל דיר זאָגן װעסטו דאָך טײטן מיך טײטן, און אַז איך װעל דיר געבן אַן עטש, װעסטו ניט צוהערן צו מיר. /38:16 האָט דער מלך צִדקִיָהו געשװאָרן יִרמיָהון אין פֿאַרבאָרגעניש, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי עס לעבט גאָט װאָס האָט אונדז באַשאַפֿן די דאָזיקע זעל, אױב איך װעל דיך טײטן, און אױב איך װעל דיך איבערגעבן אין דער האַנט פֿון די דאָזיקע לײַט װאָס זוכן דײַן לעבן!

/38:17 האָט יִרמיָהו געזאָגט צו צִדקָיָהון: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: אױב אַרױסגײן װעסטו אַרױסגײן צו די האַנר פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, װעט דײַן נפֿש בלײַבן לעבן, און די דאָזיקע שטאָט װעט ניט פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער; אי דו װעסט בלײַבן לעבן, אי דײַן הױזגעזינט. /38:18 אױב אָבער װעסט ניט אַרױסגײן צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, װעט די דאָזיקע שטאָט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, און זײ װעלן זי פֿאַרברענען אין פֿײַער, און דו װעסט ניט אַנטרונען װערן פֿון זײער האַנט. /38:19 האָט דער מלך צִדקִיָהו געזאָגט צו יִמיָהון: איך האָב מוֹרא פֿאַר די ייִדן װאָס זײַנען צוגעפֿאַלן צו די כַּשׂדים, מע זאָל מיך ניט איבערגעבן אין זײער האַנט, און זײ װעלן זיך אָנטאָן אָן מיר. /38:20 האָט יִרמיָהו געזאָגט: מע װעט דיך ניט איבערגעבן. הער צו, איך בעט דיך, צו דעם קָול פֿון גאָט אין װאָס איך רעד צו דיר, און עס װעט זײַן גוט פֿאַר דיר, און דײַן נפֿש װעט בלײַבן לעבן.

/38:21 אױב אָבער דו װילסט ניט אַרױסגײן, איז דאָס דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט מיר געװיזן: /38:22 ערשט אַלע װײַבער װאָס זײַנען געבליבן אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה, װערן אַרױסגעפֿירט צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, און זײ זאָגן:

דיך אײַנגערעדט און דיך בײַגעקומען האָבן די גוטע פֿרײַנט דײַנע; אײַנגעזונקען אין אַ זומפּ זײַנען דײַנע פֿיס – זײַנען זײ אָפּגעטרעטן אַהינטער.

/38:23 און אַלע דײַנע װײַבער און דײַנע קינדער פֿירט מען אַרױס צו די כַּשׂדים, און דו װעסט ניט אַנטרונען װערן פֿון זײער האַנט, נײַערט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װעסטו געכאַפּט װערן, און װעסט מאַכן פֿאַרברענען די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער.

/38:24 האָט צִדקִיָהו געזאָגט צו יִרמיָהון: זאָל קײַ מענטש ניט װיסן פֿון די דאָזיקע װערטער, און װעסט ניט שטאַרבן. /38:25 און אַז די האַרן װעלן הערן אַז איך האָב גערעדט מיט דיר, און זײ װעלן קומען צו דיר און זאָגן צו דיר: זאָג אונדז אַקאָרשט, װאָס האָסטו גערעדט צום מלך; זאָלסט ניט פֿאַרלײקענען פֿון אונדז און מיר װעלן דיך ניט טײטן; און װאָס האָט גערעדט צו דיר דער מלך? /38:26 זאָלסטו זאָגן צו זײ: איך האָב געלאָזט פֿאַלן מײַן געבעט פֿאַרן מלך, מיך ניט אומצוקערן אין יהוֹנָתָנס הױז, צו שטאַרבן דאָרטן.

/38:27 זײַנען געקומען אַלע האַרן צו יִרמיָהון, און האָבן אים געפֿרעגט, און ער האָט זײ געזאָגט אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס דער מלך האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן אים צו רו געלאָזט, װאָרום דאָס גערײד איז ניט געהערט געװאָרן. /38:28 און יִרמיָהו איז געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך ביז דעם טאָג װאָס ירושָלַיִם איז באַצװוּנגען געװאָרן.

און עס איז געװען, אַז ירושָלַיִם איז באַצװוּנגען געװאָרן –


/39:1 אין נײַנטן יאָר פֿון צִדקִיָהו דעם מלך פֿו יהודה, אין צענטן חוֹדש, איז געקומען נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל און זײַן גאַנצער כֵל אױף ירושָלַיִם, און זײ האָבן געלעגערט אױף איר; /39:2 אין עלפֿטן יאָר פֿון צִדקִיָהון, אין פֿירטן חוֹדש, אין נײַנטן טאָג פֿון חוֹדש, איז אײַנגעבראָכן געװאָרן די שטאָט. – /39:3 זײַנען געקומען אַלע האַרן פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, און האָבן זיך געזעצט אין מיטלסטן טױער: נֵרגַל-שַׂראֶצֶר, סַמגַר-נבוֹ, שַׂרסכים רַב-סָריס, און אַלע איבעריקע האַרן פֿון דעם מלך פֿון בבֿל. /39:4 און עס איז געװען, װי צִדקִיָהו דער מלך פֿון יהודה און אַלע מלחמה-לײַט האָבן זײ דערזען, אַזױ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען בײַ נאַכט פֿון שטאָט דורך דעם מלכס גאָרטן, דורך דע, טױער צװישן די צװײ מױערן; און ער איז אַרױסגעגאַנגען אױפֿן װעג פֿון פּלױן. /39:5 האָט דער חיל פֿון די כַּשׂדים זײ נאָכגעיאָגט, און זײ האָבן אָנגעיאָגט צִדקִיָהון אין די פּלױנען פֿון איריכוֹ; און זײ האָבן אים גענומען און אים אַרױפֿגעבראַכט צו נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל קײן רבלָה אין לאַנד חַמָת, און ער האָט אַרױסגעזאָגט אַ משפּט אױף אים. /39:6 און דער מלך פֿון בבֿל האָט געשאָכטן די זין פֿון צִדקִיָהון אין רָבלָה פֿאַר זײַנע אױגן; אױך אַלע אַדללײַט פֿון יהודה האָט דער מלך פֿון בבֿל געשאָכטן. /39:7 און די אױגן פֿון צִדקִיָהון האָט ער בלינד געמאַכט, און ער האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן, אים צו ברענגען קײן בבֿל. /39:8 און דאָס הױז פֿון דעם מלך, און דאָס הױז פֿון פֿאָלק, האָבן די כַּשׂים פֿאַרברענט אין פֿײַער, און די מױערן פֿון ירושָלַיִם האָבן זײ אײַנגעװאָרפֿן. /39:9 און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין דער שטאָט, און די צוגעפֿאַלענע װאָס זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים, און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן, האָט נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל פֿאַרטריבן קײן בבֿל. /39:10 אָבער פֿון דעם אָרימען פֿאָלק װאָס האָבן גאָרנישט געהאַט, האָט נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל איבערגעלאָזט אין לאַנד יהודה, און ער האָט זײ געגעבן װײַנגערטנער און פֿעלדער אין יענעם טאָג.

/39:11 און נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט באַפֿױלן דורך נבוזַרְאַדָן דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל װעגן יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: /39:12 נעם אים, און טו דײַנע אױגן אױף אים, און זאָלסט אים ניט טאָן קײן שום בײז; נײַערט אַזױ װי ער װעט דיר זאָגן, אַזױ טו מיט אים. /39:13 האָט געשיקט נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל, און נבושַזבן רַב-סָריס, און נֵרגַל-שַׂראֶצֶר רַב-מָג, און אַלע גרױסע לײַט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל – /39:14 האָבן זײ געשיקט, און האָבן אַרױסגענומען יִרמיָהון פֿון הױף פֿון דער װאַך, און האָבן אים איבערגעגעבן צו גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען, אים אַרױסצונעמען אַהײם. און ער איז געזעסן צװישן פֿאָלק.

/39:15 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון, װען ער איז געװען אײַנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך, אַזױ צו זאָגן: /39:16 גײ, און זאָלסט זאָגן צו עֶבֶד-מֶלֶך דעם כּושי, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך ברענג מײַנע װערטער אױף דער דאָזיקער שטאָט צום בײזן, און ניט צום גוטן; און זײ װעלן געשען פֿאַר דיר אין יענעם טאָג. /39:17 אָבער איך װעל דיך מציל זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, און װעסט ניט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון די מענטשן װאָס דו שרעקסט זיך פֿאַר זײ. /39:18 װאָרום אַנטרינען װעל איך דיך מאַכן אַנטרינען, און דורכן שװערד װעסטו ניט פֿאַלן, און דײַן נפֿש װעט דיר זײַן צום געװינס, װײַל דו האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף מיר, זאָגט גאָט.


דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט נאָכדעם אַז נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט אים אַװעקגעלאָזט פֿון רָמָה, װען ער האָט אים געהאַט גענומען אַ געשמידטן אין קײטן צװישן אַלע פֿאַרטריבענע פֿון ירושָלַיִם און יהודה װאָס זײַנען פֿאַרטריבן געװאָרן קײן בבֿל. /39:2 און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט גענומען יִרמיָהון, און האָט צו אים געזאָגט: יהוה דײַן גאָט האָט אָנגעזאָגט דאָס דאָזיקע בײז אױף דעם דאָזיקן אָרט, /39:3 און יהוה האָט געבראַכט און געטגאָן אַזױ װי ער האָט גערעדט; װאָרום איר האָט געזינדיקט צו יהוה, און איר האָט ניט צוגעהערט צו זײַן קָול, דרום איז אײַך געשען די דאָזיקע זאַך. /39:4 און אַצונד, זע, איך האָב דיך הײַנט לױז געמאַכט פֿון די קײטן װאָס אױף דײַן האַנט. אױב עס איז גוט אין דײַנע אױגן צו קומען מיט מיר קײן בבֿל, קום, און איך װעל טאָן מײַן אױג אױף דיר; אױב אָבער עס איז שלעכט אין דײַנע אױגן צו קומען מיט מיר קײן בבֿל, לאָז עס. זע, דאָס גאַנצע לאַנד ליגט פֿאַר דיר; װוּ עס איז גוט און װוּ עס איז רעכט אין דײַנע אױגן אַהין צו גײן, גײ. /39:5 און אַז ער האָט אַלץ זיך ניט געװאָלט אומקערן האָט נבוזַרְאַדָן געזאָגט: טאָ קער זיך אום צו גדַליָה דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען, װאָס דער מלך פֿון בבֿל האָט אױפֿגעזעצט איבער די שטעט פֿון יהודה, און זיץ מיט אים צװישן דעם פֿאָלק; אָדער װוּהין נאָר עס איז רעכט אין דײַנע אױגן צו גײן, גײ. און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט אים געגעבן צערונג און אַ מתּנה, און האָט אים אַװעקגעשיקט. /39:6 און יִרמיָהו איז געקומען צו גדַליָה דעם זון פֿון אַחיקָמען קײן מִצפָּה. און איז געזעסן מיט אים צװישן דעם פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין לאַנד.

/39:7 און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס אין פֿעלד, זײ מיט זײערע מענטשן, האָבן געהערט אַז דער מלך פֿון בבֿל האָט אױפֿגעזעצט גדַליָהו דעם זון פֿון אַַכיקָמען איבערן לאַנד, און אַז ער האָט געלאָזט אונטער אים מענער און װײַבער אונקינדער, און פֿון די אָרימע פֿון לאַנד, פֿון די װאָס זײַנען ניט פֿאַרטריבן געװאָרן קײן בבֿל; /39:8 און זײ זײַנען געקומען צו גדַליַָהן קײן מִצפָּה: יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהון, און יוֹחנָן און יוֹנָתָן די זין פֿון קָרֵחן, און שׂרָיָה דער זון פֿון תַּנחומְתן, און די זין פֿון עֵיפַֿין פֿון נטוֹפָֿה, און איזַניָהו דער זון פֿון דעם מַעֲכָתי, זײ מיט זײערע מענטשן. /39:9 און גדַליָהו דער זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען האָט געשװאָרן זײ און זײערע מענטשן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן צו דינען די כַּשׂדים. זיצט אין לאַנד, און דינט דעם מלך פֿון בבֿל, און אײַך װעט זײַן גוט. /39:10 און איך, אָט בלײַב איך אין מִצפָּה צו שטײן פֿאַר די כַּשׂדים װאָס װעלן קומען צו אונדז; און איר זאַמלט אײַן װײַן, און זומעראױבס, און אײל, און טוט אַרײַן אין אײַערע כּלים, און זיצט אין אײַערע שטעט װאָס איר האָט פֿאַרכאַפּט.

/39:11 און אױך אַלע ייִדן װאָס אין מואבֿ, און צװישן די קינדער פֿון עַמוֹן, און אין אֶדוֹם, און די װאָס אין אַלע לענדער, האָבן געהערט אַז דער מלך פֿון בבֿל האָט געלאָזט אַן איבערבלײַב פֿון יהודה, און אַז ער האָט אױפֿגעזעצט איבער זײ גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען. /39:12 און אַלע ייִדן האָבן זיך אומגעקערט פֿון אַלע ערטער װאָס זײ זײַנען פֿאַרשטױסן געװאָרן אַהין, און זײ זײַנען געקומען קײן לאַנד יהודה צו גדַליָהון קײן מִצפָּה; און זײ האָבן אײַנגעזאַמלט װײַן און זומעראױבס זײער פֿיל.

/39:13 און יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס אױפֿן פֿעלד, זײַנען געקומען צו גדַליָהון קײן מִצפָּה, /39:14 און זײ האָבן צו אים געזאָגט: צי װײסן װײסטו אַז בעַליס דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן האָט געשיקט יִשמָעֵאל דעם זון פֿון נתַניָהן צו נעמען דײַן לעבן? אָבער גדַליָהו דער זון פֿון אַחיקָמען האָט זײ ניט געגלױבט. /39:15 האָט יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן געזאָגט צו גדַליָהון אין פֿאַרבאָרגעניש אין מִצפּלָה, אַזױ צו זאָגן: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, און איך װעל דערשלאָגן יִשמָעֵאל דעם זון פֿון נתַניָהן, און קײן מענטש װעט ניט װיסן. נאָך װאָס זאָל ער דיר נעמען דאָס לעבן, און גאַנץ יהודה װאָס זײַנען אײַנגעזאַמלט אַרום דיר, װעלן צעשפּרײט װערן, און דער איבערבלײַב פֿון יהודה װעט אונטערגײן? /39:16 אָבער גדַליָהו דער זון פֿון אַחיקָמען האָט געזאָגט צו יוֹחנָן דעם זון פֿון קָרֵחן: זאָלסט ניט טאָן די דאָזיקע זאַך, װאָרום ליגן זאָגסטו אױף יִשמָעֵאלן.


/40:1 און עס איז געװען אין זיבעטן חוֹדש, איז געקומען יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָה דעם זון פֿון אֶלישָמָען פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם, און די גרױסע לײַט פֿון דעם מלך, און צען מאַן מיט אים, צו גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָמען קײן מִצפָּה, און זײ האָבן דאָרטן געגעסן ברױט אין אײנעם אין מִצפָּה. /40:2 איז אױפֿגעשטאַנען יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן, און די צען מאַן װאָס מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען מיטן שװערד; און ער האָט אים געטײט – דעם װאָס דער מלך פֿון בבֿל האָט אױפֿגעזעצט איבערן לאַנד. /40:3 אױך אַלע ייִדן װאָס זײַנען געװען מיט אים, מיט גדַליָהון, אין מִצלפָּה, און די כַּשׂדים װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, די מלחמה-לײַט, האָט יִשמָעֵאל דערשלאָגן.

/40:4 און עס איז געװען אױפֿן צװײטן טאָג נאָכן טײטן גדַליָהון, װען קײַ מענטש האָט נאָך ניט געװוּסט, /40:5 זײַנען אָנגעקומען מענטש פֿון שכֶם, װוּן שילוֹ, און פֿון שוֹמרוֹן, אַכציק מאַן מיט אָפּגעגאָלטע בערד, און צעריסענע קלײדע, ר און שניטן אױפֿן לײַב; מיט שפּײַזאָפּפֿער און װײַרױך אין זײער האַנט, אױף צו ברענגען אין הױז פֿון גאָט. /40:6 איז אַרױסגעגאַנגען ישמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן זײ אַנטקעגן פֿון מִצפָּה, געגאַנגען און גײענדיק געװײנט; און עס איז געװען, װי ער האָט זײ באַגעגנט, אַזױ האָט ער צו זײ געזאָגט: קומט צו בדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָמען. /40:7 איז, װי זײ זײַנען אַרײַנגעקומען אין מיטן שטאָט, אַזױ האָט יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן זײ געשאָכטן אין דער גרוב אַרײַן, ער און די מענטשן װאָס מיט אים. /40:8 און צען מאַן האָבן זיך געפֿונען צװישן זײ, װאָס האָבן געזאָגט צו יִשמָעֵאלן: טײט אונדז ניט װאָרום מיר האָבן, באַהאַלטן אין פֿעלד, װײץ און גערשטן און אײל און האָניק. האָט ער זיך אָפּגעהאַלטן, און האָט זײ ניט געטײט צװישן זײערע ברידער. /40:9 און די גרוב װאָס יִשמָעֵאל האָט אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן די טױטע לײַבער פֿון די מענטשן װאָס ער האָט דערשלאָגן לעבן גדַליָהון, דאָס איז געװען די װאָס דער מלך אָסאָ האָט געמאַכט אױס מוֹרא פֿאַר בעְשאָ דעם מלך פֿון ישׂראל; זי האָט יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן אָנגעפֿילט מיט דערשלאָגענע.

/40:10 און יִשמָעֵאל האָט געפֿאַנגען דעם גאַנצן איבערבלײַב פֿון פֿאָלק װאָס אין מָצפָּה, די טעכטער פֿון מלך, און דאָט גאַנצע פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין מִצפָּה, װאָס נבוזַרְאַדָן דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט געלאָזן אונטער גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָמען; האָט זײ יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן געפֿאַנגען, און ער איז אַװעק אַריבערצוגײן צו די קינדער פֿון עַמוֹן.

/40:11 האָט געהערט יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס מיט אים, דאָס גאַנצע בײז װאָס יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן האָט אָפּגעטאָן. /40:12 און זײ האָבן גענומען אַלע מענער, און זײַנען געגאַנגען מלחמה האַלטן מיט יִשמָעֵאל דעם זון פֿון נתַניָהן, און האָבן אים געפֿונען בײַם גרױסן װאַסער װאָס אין גבֿעון. /40:13 און עס איז געװען, װי דאָס גאַנצע פֿאָלק מיט ישמעאלן האָבן דערזען יוֹחנָן דעם זון פֿון קָרֵחן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל מיט אים, אַזױ האָבן זײ זיך דערפֿרײט. /40:14 און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס יִשמָעֵאל האָט גענומען געפֿאַנגען פֿון מצפּה, האָבן זיך אױסגעדרײט און זיך אוםמגקערט, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו יוֹחנָן דעם זון פֿון קָרֵחן. /40:15 און יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן איז אַנטרונען געװאָרן פֿון יוֹחנָנען, מיט אַכט מאַן, און איז אַװעק צו די קינדער פֿון עמון.

/40:16 און יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס מיט אים, האָבן גענומען דעם גאַנצן איבערבלײַב פֿון דעם פֿאָלק װאָס ער האָט אומגעקערט פֿון יִשמָעֵאל דעם זון פֿון נתַניָהן, פֿון מצפּה, נאָכדעם װי יענער האָט דערשלאָגן גדליה דעם זון פֿון אַחיקמען – די מענער די מלחמה-לײַט, און דיװ אײַבער, און די קינדער, און די הױפֿדינער, װאָס ער האָט אומגעקערט פֿון גבֿעון; /40:17 און זײ זײַנען געגאַנגען, און זײַנען געזעסן אין גרות-כּמהם װאָס בײַ בית-לחם, כּדי צו גײן קומען קײן מצרים. /40:18 פֿון װעגן די כַּשׂדים: װאָרום זײ האָבן מורה געהאַט פֿאַר זײ, װײַל יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן האָט דערשלאָגן גדליה דעם זון פֿון אַחיקמען, װאָס דער מלך פֿון בבֿל האָט אױפֿגעזעצט איבערן לאַנד.


/41:1 און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל, און יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן, און איזַניָה דער זון פֿון הוֹשַעיָהן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס, האָבן געגענט, /41:2 און האָבן געזאָגט צו יִרמיָהו הנבֿיא: זאָל, איך בעט דיך, פֿאַלן אונדזער געבעט פֿאַר דיר, און זײ מתפּלל צו יהוה דײַן גאָט פֿאַר אונדז, פֿאַר דעם דאָזיקן גאַנצן איבערבלײַב, װאָרום מיר זײַנען פֿון פֿיל געבליבן װינציק, אַזױ װי דײַנע אױגן זעען אונדז. /41:3 און זאָל יהוה דײַן גאָט אונדז זאָגן דעם װעג װאָס מיר זאָלן אױף אים גײן, און די זאַך װאָס מיר זאָלן טאָן.

/41:4 האָט יִרמיָהו הנבֿיא צו זײ געזאָגט: איך האָב געהערט; אָט בין איך מתפּלל צו יהוה אײַער גאָט, אַזױ װי אײַערע װערטער; און עס װעט זײַן, איטלעך װאָרט װאָס יהוה װעט אײַך ענטפֿערן, װעל איך אײַך דערצײלן; איך װעל ניט פֿאַרמײַדן פֿון אײַך אַ װאָרט.

/41:5 האָבן זײ געזאָגט צו יִרמיָהון: זאָל יהוה זײַן אַן אמתער און באַגלױבטער עדות אַקעגן אונדז, אױב ניט אַזױ װי איטלעך װאָרט מיט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט דיך שיקן צו אונדז, אַזױ װעלן מיר טאָן. /41:6 סײַ גוט און סײַ שלעכט װעלן מיר צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה אונדזער גאָט, װאָס מיר שיקן דיך צו אים; כּדי אונדז זאָל גוט זײַן, אַז מיר װעלנם צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה אונדזער גאָט.

/41:7 און עס איז געװען צום סָוף פֿון צען טעג, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו יִרמיָהון. /41:8 און ער האָט גערופֿן יוֹחנָן דעם זון פֿון קָרֵחן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון כֵל װאָס מיט אים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק אופֿן קלײן ביז גרױס. /41:9 און ער האָט צו זײ געזאָגט:

אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל, װאָס איר האָט מיך צו אים געשיקט, צו מאַכן פֿאַלן אײַער געבעט פֿאַר אים: /41:10 אױב בלײַבן װעט איר בלײַבן אין דעם דאָזיקן לאַנד װעל איך אײַך אױפֿבױען און ניט צעשטערן, און װעל אײַך אײַנפֿלאַנצן און ניט אױסרײַסן, װאָרום איך האָב חרטה אױף דעם בײז װאָס איך האָב אײַך געטאָן. /41:11 איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר דעם מלך פֿון בבֿל, װאָס איר האָט מוֹרא פֿאַר אים; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר אים, זאָגט גאָט, װאָרום איך בין מיט אײַך, אײַך צו העלפֿן, און אײַך מציל צו זײַן פֿון זײַן האַנט. /41:12 און איך װעל אײַך געבן דערבאַרימונג, און ער װעט אײַך דערבאַרימען, אונװ עט אײַך אומקערן אױף אײַער ערד.

/41:13 אױב אָבער איר זאָגט: מיאָר װעלן ניט בלײַבן אין דעם דאָזיקן לאַנד – ניט צוצוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה אײַער גאָט, /41:14 אַזױ צו זאָגן: נײן, נײַערט קײן לאַנד מִצרַיִם װעלן מיר גײן, װוּ מיר װעלן ניט זען קײן מלחמה, און ניט הערן דעם קָול פֿון אַ שוֹפֿר, און מיר װעלן ניט הונגערן נאָך ברױט; און דאָרטן װעלן מיר װױנען – /41:15 טאָ אַצונד הערט דרום דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר איבערבלײַב פֿון יהודה:

אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: אױב קערן װעט איר קערן אײַער פּנים צו קומען קײן מִצרַיִם, און איר װעט קומען װױנען דאָרטן, /41:16 איז, די שװערד װאָס איר האָט מוֹרא פֿאַר איר, װעט אײַך דאָרטן דערגרײכן אין לאַנד מִצרַיִם, און דער הונגער װאָס איר האגהט זיך װעטן אים, װעט אײַך אָניאָגן דאָרטן אין מִצרַיִם, און דאָרטן װעט איר שטאַרבן. /41:17 און געשען װעט מיט אַלע מענטשן װאָס האָבן געקערט זײער פּנים צו קומען קײן מִצרַיִם, צו װױנען דאָרטן, אַז זײ װעלן שטאַרבן און דער שװערד, פֿונעם הונגער, און פֿון דערם פּעסט, און פֿון זײ װעט ניט זײַן אַ געבליבענער אָדער אַנטרונענער, פֿון װעגן דעם בײז װאָס איך ברענג אױף זײ. /41:18 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: אַזױ װי מײַן כּעס און מײַן גרימצאָרן איז אױסגעגאָסן געװאָרן אױף די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ װעט אױסגעגאָסן װערן מײַן גרימצאָרן אױף אײַך, װען איר קומט קײן מִצרַיִם, און איר װעט זײַן פֿאַר אַ פֿולך, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שאַנד; און איר װעט מער ניט אָנזען דעם דאָזיקן אָרט.

/41:19 גאָט האָט אָנגעזאָגט װעגן אײַך, איר איבערבלײַב פֿון יהודה: איר זאָלט ניט גײן קײן מִצרַיִם; װיסן זאָלט איר װיסן זײַן אַז איך האָב אײַך הײַנט געװאָרנט. /41:20 װאָרום איר האָט אַן אָפּנאַר באַגאַנגען אַקעגן אײַער זעל, װען איר האָט מיך געשיקט צו יהוה אײַער גאָט, אַזױ צו זאָגן: זײַ מתפּלל פֿאַר אונדז צו יהוה אונדזער גאָט, און אַזױ װי אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט װעט הײסן, אַזױ זאָג אונדז, און מיר װעלן טאָן. /41:21 און איך האָב אײַך הײַנט געזאָגט, אָבער איר הערט ניט צו דעם קָול פֿון יהוה אײַער גאָט, און צו אַלץ מיט װאָס ער האָט מיך געשיקט צו אײַך. /41:22 און זצונד װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז פֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט װעט איר שטאַרבן אין דעם אָרט װאָס איר װילט קומען װױנען דאָרטן.


/42:1 און עס איז געװען, װי יִרמיָהו האָט געענדיקט רעדן צום גאַנצן פֿאָלק אַלע װערטער פֿון יהוה זײער גאָט, מיט װאָס יהוה זײער גאָט האָט אים געשיקט צו זײ, אַלץ דידאָזיקלע װערטער, /42:2 אַזױ האָט גערעדט עַזַריָה דער זון פֿון הוֹשַעיָהן, און יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן, און אַלע מוטװיליקע לײַט, זאָגנדיק צו יִרמיָהון: ליגן זאָגסטו! ניט יהוה אונדזער גאָט האָט דיך געשיקט זאָגט: איר זאָלט ניט קומען קײן מִצרַיִם צו װױנען דאָרטן; /42:3 נײַערט ברוך דער זון פֿון נֵריָהן רעדט דיך אָן אױף אונדז, כּדי אונדז איבערצוגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים אונדז צו טײטן, אָדער אונדז צו פֿאַרטרײַבן קײן בבֿל.

/42:4 און יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון כֵל, און דאָס גאַנצע פֿאָלק, האָבן ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון גאָט, צו בלײַבן אין לאַנד יהודה. /42:5 און יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל, האָבן גענומען דעם גנאַצן איבערבלײַב פֿון יהודה װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון אַלע פֿעלקער װאָס זײ זײַנען פֿאַרשטױסן געװאָרן אַהין, כּדי צו װױנען אין לאַנד יהודה: /42:6 די מענער, און די װײַבער, און די קינדער, און דעם מלכס טעכטער, און אַלע נפֿשות װאָס נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-כֵל האָט געלאָזט מיט גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען, און יִרמיָהו הנבֿיאן, און ברוך דעם זון פֿון נֵריָהון; /42:7 און זײ זײַנען געקומען קײן לאַנד מִצרַיִם; װאָרום זײ האָבן ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון גאָט; און זײ זײַנען געקומען ביז תַּכפַּנכֵס.

/42:8 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון אין תַּכפַּנכֵס, אַזױ צו זאָגן: /42:9 נעם מיט דײַן האַנט גרױסע שטײנער, און זאָלסט זײ באַהאַלטן אין װאַפּנע, אין דעם ציגלפֿלאַסטער װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון פּרעהס הױז אין תַּכפַּנכֵס, פֿאַר די אױגן פֿון די מענער פֿון יהודה; /42:10 מאון זאָלסט זאָגן צו זײ:

אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך שיק און װעל נעמען נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, מײַן קנעכט, און איך װעל שטעלן זײַן טראָן איבער די דאָזיקע שטײנער װאָס איך האָב באַהאַלטן, אואן ער װעט אױסשפּרײַטן זײַן פּראַכטגעצעלט איבער זײ. /42:11 און ער װעט קומען, און װעט שלאָגן דאָס לאַנד מִצרַיִם; װעמען צום טױט צום טױט, און װעמען צו געצאַנגענשאַפֿט צו געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעמען צום שװערד צום שװערד. /42:12 און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין די הײַזער פֿון די געטער פֿון מִצרַיִם; און ער װעט זײ פֿאַרברענען, אָדער זײ נעמען געפֿאַנגען; און ער װעט צונױפֿװיקלען דאָס לאַנד מִצרַיִם, װי אַ פּאַסטוך װיקל צונױף זײַן בגד; און ער װעט אַרױס פֿון דאָרטן בשלום. /42:13 און ער װעט צעברעכן די זײַלשטײנער פֿון בית-שֶמֶש װאָס אין לאַנד מִצרַיִם; און די הײַזער פֿון די געטער פֿון מִצרַיִם װעט ער פֿאַרברענען אין פֿײַער.


/43:1 דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון װעגן אַלע ייִדן װאָס זײַנען געזעסן אין לאַנד מִצרַיִם, די װאָס זײַנען געזעסן אין מִגדוֹל, און אין תַּכפַּכֵס, און אין נוֹף, און אין לאַנד פַּתרוֹס, אַזױ צו זאָגן: /43:2 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: איר האָט געזען דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב געבראַכט אױף ירושָלַיִם, און אױף אַלע שטעט פֿון יהודה; און אָט זײַנען זײ אַ װיסטעניש הײַנט איקן טאָג, און קײַנער װױנט ניט אין זײ; /43:3 פֿון װעגן זײער בײז װאָס זײ האָבן געטאָן, מיך צו דערצערענען, צו גײן רײַכערן און דינען צו פֿרעמדע געטער װאָס ניט זײ האָבן זײ געקענט, ניט איר, און ניט אײַערע עלטערן. /43:4 און איך האָב צו אײַך געשיקט אַלע מײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גע, שיקט, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט טאָן די דאָזיקע אומװערדיקע זאַך װאָס איך האָב פֿײַנט. /43:5 אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט שלעכטיקײט, ניט צו רײַכערן צו פֿרעמדע געטער. /43:6 און מײַן גרימצאָרן און מײַן כּעס איז אױסגעגאָסן געװאָרן, און נאָט געברענט אין די שטעט פֿון יהודה, און אין די גאַסן פֿון ירושָליִם, און זײ זײַנען געװאָרן אַ חורבן, אַ װיסטעניש, אַזױ װי נײַנטיקן טאָג. /43:7 און אַצונד האָט אַזױ געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: צוּװאָס טוט איר אײַך אַלײן אַ גרױסע רעה, מע זאָל אײַך פֿאַרשנײַדן מאַן און װײַב, קינד און ברוסטקינד, פֿון צװישן יהודה, אוך ניט צו לאָזן אַן איבערבלײַב? /43:8 מיך צו דערצערענען מיט די װערק פֿון אײַערע הענט, צו רײַכערן צו פֿרעמדע געטער אין לאַנד מִצרַיִם, װוּ איר זײַט געקומען װױנען, כּדי מע זאָל אײַך פֿאַרשנײדן, און כּדי איר זאָלט װערן פֿאַר אַ קללה און פֿאַר אַ שאַנד צװישן אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד. /43:9 האָט איר פֿאַרגעסן די שלעכטיקײטן פֿון אײַערע עלטערן, און די שלעכטיקײטן פֿון די מלכים פֿון יהודה, און די שלעכטיקײטן פֿון זײערע װײַבער, און אײַערע שלעכטיקײטן, און די שלעכטיקײטן פֿון אײַערע װײַבער, װאָס זײ האָבן געטאָן אין לאַנד יהודה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם? /43:10 זײ זײַנען ניט אונטערטעניק געװאָרן ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און זײ האָבן ניט מוֹרא געהאַט, און זײַנען ניט געגאַנגען אין מײַן תּוֹרה און אין מײַנע געזעצן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך און פֿאַר אײַערע עלטערן.

/43:11 דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זעט, איך קער מײַן פּנים אױף אײַך צום ביזן, און צו פֿאַרשנײַדן גאַנץ יהודה. /43:12 און איך װעל נעמען דעם איבערבלײַב פֿון יהודה װאָס האָבן געקערט זײער פּנים צו קומען קײן לאַנד מִצרַיִם צו װױנען דאָרטן, און אַלע װעלן פֿאַרלענדט װערן; אין לאַנד מִצרַיִם װעלן זײ פֿאַלן; פֿון שװערד, פֿון הונגער, װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן; פֿון קלײן ביז גרױס, פֿון שװערד און פֿון הונגער װעלן זײ שטאַרבן; און זײ װעלן זײַן פֿאַר אַ פֿלוך, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שאַנד. /43:13 און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט די װאָס זיצן אין לאַנד מִצרַיִם, װי איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט ירושָלַיִם, מיט שװערד, מיט הונגער, און מיט פּעסט. /43:14 און פֿון דעם רעשט פֿון יהודה װאָס קומען קײן לאַנד מִצרַיִם צו װױנען דאָרטן, װעט ניט זײַן אַ געבליבענער אָדער אַנטרונענער זיך אומצוקערן קײן לאַנד יהודה, װאָס זײער האַרץ ציט זײ זיך װידער צו באַזעצן דאָרטן; װאָרום זײ װעלן זיך ניט אומקערן, צו מאָל װי אַנטרונענע.

/43:15 האָבן געענטפֿערט יִרמיָהון אַלע מענער װאָס האָבן געװוּסט אַז זײער װײַבער רײַכערן צו פֿרעמדע געטער, און אַלע װײַבער װאָס זײַנען געשטאַנען אַרום, אַ גרױס געזעמל, און דאָס גענצע פֿאָלק װאָס זײַנען געזעסן אין לאַנד מִצרַיִם, אין פַּתרוֹס, אַזױ צו זאָגן: /43:16 דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט צו איאָנדז אין נאָמען פֿון גאָט, הערן מיר דיר ניט צו. /43:17 נײַערט טאָן װעלן מיר טאָן איטלעך װאָרט װאָס איז אַרױס פֿון אונדזער מױל, צו רײַכערן צו דער מלכּה פֿון הימל, און גיסן צו איר גיסאָפּװער, אַזױ װי איר האָבן געטאָן, מיר און אונדזערע עלטערן, אונדזערע מלכים און אונדזערע האַרן, אין די שטעט פֿון יהודה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם; און מיר האָבן געהאַט ברױט צו זאַט, און אונדז איז געװען גוט, און שלעכטס האָבן מיר ניט אָנגעזען. /43:18 און פֿון זינט מיר האָבן אױפֿגעהערט רײַכערן צו דער מלכּה פֿון הימל, און גיסן צו איר גיסאָפּפֿער, זײַנען מיר געמינערט פֿון אַלץ, און פֿון שװערד און פֿון הונגער װערן מיר פֿאַרלענדט. /43:19 און אַז מיר האָבן גערײכערט צו דער מלכְּה פֿון הימל, און געגאָסן צו איר גיסאָפּפֿער, האָבן מיר דען אָן אונדזערע מאַנען איר געמאַכט קוכנס אין איר געשטאַלט, און געגאָסן צו איר גיסאָפּפֿער?

/43:20 האָט יִרמיָהו געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק – צו די מענער און צו די װײַבער צו דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס האָאַבן אים געגעבן אַן ענטפֿער – אַזױ צו זאָגן: /43:21 פֿאַר װאָר, די רײַכערונג װאָס איר האָט גערײכערט אין די שטעט פֿון יהודה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, איר און אײַערע עלטערן, אײַערע מלכים און אײַערע האַרן, און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד, דעראָן האָט גאָט געדאַכט, און עס איז אים אַרױפֿגעקומען אױפֿן זינען; /43:22 און גאָט האָט מער ניט געקענט פֿאַרטראָגן, פֿון װעגן אײַערע בײזע מעשׂים, פֿון װעגן די אומװערדיקײטן װאָס איר האָט געטאָן, און אײַער לאַנד איז געװאָרן פֿאַר אַ װיסטעניש, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ קללה, אָן אַ באַװױנער, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. /43:23 װײַל איר האָט גערײכערט, און װײַל איר האָט געזינדיקט צו גאָט, און האָט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון גאָט, און אין זײַן תּוֹרה און אין זײַנען געזעצן און אין זײַנע אָנזאָגן זײַט איר ניט געגאַנגען, דרום האָט אײַך געטראָפֿן דאָס דאָזיקע בײז, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.

/43:24 און יִרמיָהו האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק, און צו אַלע װײַבער: הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר גאַנץ יהודה װאָס אין לאַנד מִצרַיִם. /43:25 אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: איר און אײַערע װײַבער האָט אי גערעדט מיט אײַער מױל, אי מיט אײַערע הענט דערפֿילט, אַזױ צו זאָגן: ”טאָן װעלן מיר טאָן אונדזערע נדרים װאָס מיר האָבן אַ נדר געטאָן, צו רײַכערן צו דער מלכּה פֿון הימל, און צו גיסן צו איר גיסאָפּפֿער“; מקיים מוזט איר מקיים זײַן אײַערע נדרים, און טאָן מוזט איר טאָן אײַערע נדרים!

/43:26 דרום הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר גאַנץ יהודה װאָס זיצט אין לאַנד מִצרַיִם, אָט שװער איך בײַ מײַן גרױסן נאָמען, זאָגט גאָט, אױב מײַן נאָמען װעט מער גערופֿן װערן פֿון דעם מױל פֿון אַ שום מענטשן פֿון יהודה איאן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, װאָס זאָל זאָגן: אַזױ װי גאָט יהוה לעבט! /43:27 זע, איך פּאַס-אױף אױף זײ צום בײזן און ניט צום גוטן; און אומקומען װעלן אַלע מענער פֿון יהודה װאָס אין לאַנד מִצרַיִם פֿון שװערד און פֿון הונגער, ביז זײ װעלן פֿאַרלענדט װערן. /43:28 און אַנטרונענע פֿון שװערד װעלן זיך אומקערן פֿון לאַנד מִצרַיִם קײן לאַנד יהודה, געצײלטע מענטשן; און װיסן װעט דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון יהודה װאָס זײַנען געקומען קײן לאַנד מִצרַיִם צו װױנען דאָרטן, װעמעס װאָרט װעט מקױם װערן, מײַנס אָדער זײערס. /43:29 און דאָס איז אײַך אַ צײכן, זאָגט גאָט, אַז איך רעכן זיך אָפּ מיט אײַך אין דעם דאָזיקן אָרט, כּדי איר זאָלט װיסן אַז מקױם װעלן מקױם װערן מײַנע װערטער אױף אײַך צום בײזן; /43:30 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך גיב איבער פַּרעה-כָפֿרַע דעם מלך פֿון מִצרַיִם אין דער האַנט פֿון זײַנע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײַן לעבן, װי איך האָב איבערגעגעבן צָדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה אין דער האַנט פֿון נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, זײַן פֿײַנט און דער װאָס האָט געזוכט זײַן לעבן.


/44:1 דאָס װאָרט װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט גערעדט צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהן, װען ער האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע װערטער אױף אַ בוך פֿון יִרמיָהוס מױל, אין פֿירטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, אַזױ צו זאָגן: /44:2 אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל װעגן דיר, ברוך:

/44:3 האָסט געזאָגט: אָ װײ איז מיר! װאָרום גאָט האָט געמערט קומער אױף מײַן װײַטאָק; איך בין מיד פֿון מײַן זיפֿצן, און געפֿין ניט קײן רו. /44:4 אַזױ זאָלסט זאָגן צו אים: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, װאָס איך האָב געבױט צעשטער איך, און װאָס איך האָב געפֿלאַנצט רײַס איך אױס; און אַזױ איז דאָס אין גאַנצן לאַנד. /44:5 און דו פֿאַרלאַנגסט דיר גרױסע זאַכן? זאָלסט ניט פֿאַרלאַנגען. װאָרום זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף אַלע לײַבער, זאָגט גאָט; אָבער דיר װעל איך געבן דײַן נפֿש צום געװינס, אין אַלע ערטער װאָס דו װעסט גײן אַהין.


/45:1 װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף די פֿעלקער.

/45:2 אױף מִצרַיִם: אױף דעם חיל פֿון פַּרעה-נכוֹ דעם מלך פֿון מִצרַיִם, װאָס איז געװען בײַם טײַך פּרָת אין כַּרכּמיש, װאָס נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט געשלאָגן אין פֿירטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה.

/45:3 ברײט אָן פּאַנצער און שֵלד, און גענענט אױף מלחמה! /45:4 שפּאַנט די פֿערד, און זעצט זיך אַרױף, איר רײַטער, און שטעלט זיך אױס אין די קיװערס; שלײַפֿט די שפּיזן, טוט אָן די װאָפֿנקלײדער! /45:5 פֿאַר װאָס זע איך זײ דערשראָקענע אָפּטרעטן אַהינטער? און זײערע גיבוֹרים װערן צעקלאַפּט, און לױפֿן אין געלאַף, און קערן זיך ניט אום; אַ שרעק רונד אַרום, זאָגט גאָט. /45:6 דער פֿלינקער קען ניט אַנטלױפֿן, און דער גיבור קען ניט אַנטרונען װערן; אין צפֿון בײַם ברעג פֿון טײַך פּרָת װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.

/45:7 װער איז דער װאָס גײט אױף װי דער נילוס, װאָס װי שטראָמען שטורעמען זײַנע װאַסער? /45:8 מִצרַיִם גײט אױף װי דער נילוס, און װי שטראָמען שטורעמען די װאַסערן; און ער זאָגט: איך װעל אױפֿגײן, איך װעל באַדעקן די ערד, איך װעל אונטערברענגען די שטאָט און די װױנער אין איר. /45:9 שפּרינגט אױף, איר פֿערד, אָ אױן װילדעװעט, איר רײַטװעגן, און זאָלן אַר אױסגײן די גיבוֹרים, כּוש און פּוט װאָס האַלטן אַ שֵלד, און די לודים װאָס האַלטן – שפּאַנען אַ בױגן.

/45:10 און יענער טאָג װעט זײַן בײַ יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת אַ טאָג פֿון נקמה זיך נוֹקם צו זײַן אָן זײַנע פֿײַנט; און עסן װעט די שװערד און זיך זעטן, און זיך אָנטרינקען מיט זײער בלוט; װאָרום אַ שלאַכטונג איז בײַ יהוה דעם גאָט פֿון צבָאוֹת אין צפֿון-לאַנד בײַם טײַך פּרָת. /45:11 גײ אַרױף קײן גָלעָד, און נעם באַלזאַם, יונגפֿרױ טאָכטער מִצרַיִם; אונזיסט האָסטו רפֿואות געמערט, ניטאָ קײן גענעזונג פֿאַר דיר. /45:12 געהערט האָבן די פֿעלקער דײַן שאַנד, און מיט דײַן געשרײ איז פֿול די ערד; װאָרום אַ גיבור אָן אַ גיבור האָט געשטרױכלט, אין אײנעם געפֿאַלן זײַנען זײ בײַדע.

/45:13 דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט צו יִרמיָהו הנבֿיא װעטן דעם קומען פֿון נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל צו שלאָגן מִצרַיִם.

/45:14 זאָגט אָן אין מִצרַיִם, און מאַכט הערן אין מִגדוֹל, און מאַכט הערן אין נוֹף און תַּכפַּנכֵס; זאָגט: שטעל זיך און ברײט דיך אָן, װאָרום די שװערד פֿאַרצערט רונד אַרום דיר. /45:15 פֿאַר װאָס איז דײַן שטאַרקער אַנדערגעװאָרפֿן געװאָרן? ער איז ניט באַשטאַנען, װאָרום גאָט האָט אים געשטױסן. /45:16 ער האָט געמערט די געשטרױכלטע; יאָ, אײנער אױפֿן אַנדערן זײַנען זײ געפֿאַלן, און זײ האָבן געזאָגט: שטײט אױף, און לאַמיר זיך אומקערן צו אונדזער פֿאָלק, און צום לאַנד פֿון אונדזער געבורט, פֿון װעגן דער שװערד װאָס פֿאַרטיליקט. /45:17 זײ האָבן דאָרטן גערופֿן: פַּרעה דער מלך פֿון מִצרַיִם איז בלױז טומל; ער האָט געלאָזט די צײַט אַריבערגײן. /45:18 אַזױ װי איך לעב, זאָגט דער קיניג – יהוה פֿון צבָאוֹת איז זײַן נאָמען, אַז װי תָּבוֹר צװישן די בערג, און װי כַּרמֶל בײַם אים, װעט ער קומען. /45:19 מאַך דיר װאַנדער-כְּלים, טאָכטער באַװוּמינערין פֿון מִצרַיִם; װאָרום נוֹף װעט צו װיסט װערן, און חרב זײַן אָן אַ באַװױנער. /45:20 אַ װוּנדערשײן קאַלב איז מִצרַיִם, אָבער די שטעכפֿליג פֿון צפֿון איז געקומען, געקומען. /45:21 אַפֿילו אירע געדונגענע קריגסלײַט אין איר זינען װי קעלבער געשטגאָפּטע, װאָרום זײ אױך האָבן זיך אומגעקערט, זײ זײַנען אַנטלאָפֿן אין אײנעם, זײ זײַנען ניט באַשטאַנען; װאָרום דער טאָג פֿון זײער בראָך איז געקומען אױף זײ, די צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט. /45:22 איר קָול גײט װי פֿון אַ שלאַנג, אַ װאָרום מיט חיל גײט מען, און מיט העק קומט מען אױף איר, אַזױ װי האָלטשעקער. /45:23 זײ האַקן אױס איר װאַלד, זאָגט גאָט, װי ער איז ניט צו דערפֿאָרשן; װאָרום מער װי הײשעריקן זײַנען זײ, און ניטאָ קײן צאָל צו זײ. /45:24 געװאָרן צו שאַנד איז די טאָכטער מיצרקיִם, געגעבן אין דער האַנט פֿון דעם פֿאָלק פֿון צפֿון.

/45:25 געזאָגט האָט יהוה פֿון צבמאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך רעכן זיך אָפּ מיט אָמוֹן פֿון נוֹא, און מיט פַּרעהן, און מיט מִצרַיִם, און מיט אירע געטער, און מיט אירע מלכים; אי מיט פּקרעה אין מיט די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף אים. /45:26 און איך װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן, און אין דער האַנט פֿון נבוכַדראָאצקר דעם מלך פֿון בבֿל, און אין דער האַנט פֿון איזינע קנעכט; און דער נאָך װעט זי באַװױנט װערן, אַזױ װי אין די טעג פֿון אַ מאָל, זאָגט גאָט.

/45:27 אָבער דו זאָלסט ניט מוֹרא האָבן, מײַן קנעכט יעקב, און זאָלסט ניט אַנגסטן, ישׂראל, װאָרום זע, איך העלף דיך פֿון דער װײַט, און דײַן זאָמען פֿון לאַנד פֿון זײער געפֿאַנגענשאַפֿט; און יעקב װעט ניט שרעקן. /45:28 דו זאָלסט ניט מוֹרא האָבן, מײַן קנעכט יעקב, זאָגט גאָט, װאָרום איך בין מיט דיר. װאָרום איך װעל מאַכן אַ פֿאַרלענדױנג פֿון אַלע פֿעלקער װאָס איך האָב דיך פֿאַרשטױסן אַהין, אָבער פֿון דיר װעל איך קײן פֿאַרלענדונג ניט מכן; און איך װעל דיך שטראָפֿן לױט גערעכטיקײט, אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך דיך ניט פֿאַרטיליקן.


/46:1 װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף די פּלִשתּים, אײדער פַּרעה האָט געשלאָגן עַזָה.

/46:2 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, װאַסערן גײען אױף פֿון צפֿון, און װעלן װערן אַ פֿלײציקער טײַך, און פֿאַרפֿלײצן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט, די שטאָט און די װױנער אין איר; און שרײַען װעלן די מענטשן, און יאָמערן װעלן אַלע װױנער פֿון לאַנד. /46:3 איבער דעם טריטגעפּלידער פֿון די קלױען פֿון זײַנע אָגערס, איבער דעם רַעַש פֿון זײַנע רײַטװעגן, דעם טומל פֿון זײַנע רעדער, קערן זיך עלטערן ניט צו קינדער, פֿון אָפּהענטיקײט. /46:4 פֿון װעגן דעם טאָג װאָס קומט צו פֿאַרװיסטן אַלע פּלִשתּים, צו פֿאַרשנײַדן פֿון צוֹר און פֿון ידוֹן איטלעך געבליבענעם העלפֿער; װאָרום גאָט טוט פֿאַרװיסטן די פּלִשתּים, דעם רעשט פֿון אינדזל כַּפֿתּוֹר. /46:5 געקומען איז אַ פּליכעניש אױף עַזָה פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַשקלוֹן, דער רעשט פֿון זײער טאָל. ביז װאַנען װעסטו זיך דעם לײַב שנײַדן? /46:6 װײ, דו שװערד פֿון גאָט, װיז װי לאַנג נאָך װעסטו ניט דוען? װער אײַנגעטאָן אין דײַן שײד, באַרו זיך און װער שטיל. /46:7 װי קענסטו זײַן רואיק? אַז גאָט האָט איר באַפֿױלן; אױף אַשקלוֹן און אױפֿן באָרטן פֿון אים, אַהין האָט ער זי באַשערט.

/47:1 אױף מואבֿ. אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: װײ צו נבוֹ, װאָרום זי איז פֿאַרװיסט; צו שאַנד, באַצװוּנגען, איז קִריָתַים, צו שאַנד און צעבראָכן איז מִשׂגָב. /47:2 ניטאָ מער דער לױב פֿון מואבֿ, אין חשבוֹן האָט מען באַקלערט בײז אױף איר: קומט, און לאָמיר זי פֿאַרשנײַדן פֿון צו זײַן אַ פֿאָלק! דו אױך, מַדמֵן, װעסט שטיל װערבן, עף דיר װעט נאָכגײן די שװערד. /47:3 אַ קָול פֿון געשרײ פֿון כִֹרוֹנַיִם, אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך אַ גרױסער. /47:4 צעבראָכן געװאָרן איז מואבֿ, אירע יונגע לאָזן הערן אַ געשרײ. /47:5 װאָרום דעם אױפֿגאַנג פֿון לוכית גײט מען אַר אױף מיט געװײן אױף געװײן; װאָרום דעם אױפֿגאַנג פֿון לוכית גײט מען אַרױף מיט געװײן אױף געװײן; װאָרום אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון כוֹרוֹנַיִם הערט מען אַן אַנגסטגעשרײ פֿון בראָך. /47:6 אַנטלױפֿט, ראַטעװעט אײַער נפֿש, און זײַט װי אַ טאַמאַריסק אין דער מדבר.

/47:7 װאָרום װײַל דו האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַנע אױפֿטוען און אױף דײַנע אוֹצרות, װעסט דו אױך באַצװוּנגען װערן; און כּמוֹש װעט אין גלות אַװעק, זײַנע פּריסטער און זײַנע האַרן אין אײנעם. /47:8 און אַ פֿאַרװיסטער װעט קומען אױף איטלעכער שטאָט, און קײן שטאָט װעט ניט אַנטרונען װערן; און אונטערגײן װעט דער טאָל, און פֿאַרטיליקט װערן װעט דער פּלױן, אַזױ װי גאָט האָט געזאָגט. /47:9 גיט פֿליגלען צו מואבֿ, װאָרום פֿליען אַװעקפֿליען װעט זי; און אירע שטעט װעלן צו װיסט װערן, אָן אַ באַװױנער אין זײ. /47:10 פֿאַרשאָלטן דער װאָס טוט אָפּגעלאָזט די אַרבעט פֿון גאָט, און פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרמײַדט זײַן שװערד פֿון בלוט! /47:11 רואיק געװען איז מואבֿ פֿון זײַן יוגנט אָן, און אָפּגעזעצט איז ער אױף זײַנע הײװן, און ניט איבערגעלײדיקט געװאָרן פֿון כּלי אין כּלי, און אין גלות איז ער ניט געגאַנגען; דערפֿאַר האָט זיך אָפּגעשטעלט זײַן טעם בײַ אים, און זײַן ריך האָט זיך ניט געביטן. /47:12 אָבער זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איך װעל שיקן צו אים אומבײַגערס, און זײ װעלן אים אומבײַגן, און זײַנע כּלים װעלן זײ אױסלײדיקן, און זײערע קריג װעלן זײ צעברעכן. /47:13 און מואבֿ װעט זיך שעמן מיט כּמוֹש, װי דאָס הױז פֿון ישׂראל האָט זיך געשעמט מיט בית-אֵל זײער פֿאַרזיכערונג. /47:14 װי קענט איר זאָגן: גיבוֹרים זײַנער מיר, און העלדישע לײַט פֿאַר מלחמה? /47:15 פֿאַרװיסט געװאָרן איז מואבֿ, און אױף אירע שטעט איז מען אַרױפֿגעגאַנגען; און זײַנע געקליבענע יונגען האָבן גענידערט צו דער שכיטה, זאָגט דער קיניג – יהוה פֿון צבָאוֹת איז זײַן נאָמען. /47:16 נאָנט איז דער בראָך פֿון מואבֿ צו קומען, און זײַן אומגליק אײַלט זײער. /47:17 באַדױערט אים אַלע זײַנע אַר אומיקע, און אַלע װאָס קענט זײַן מאָען; זאָגט: װי איז צעבראָכן דער מאַכטיקער שטעקן, דער פּראַכטיקער שטאָק! /47:18 נידער פֿון כּבוד, און זיץ אין דאָרשטיקײט, טאָכטער באַװױנערין פֿון דיבוֹן, װאָרום דער פֿאַרװיסטער פֿון מואבֿ איז אַרױפֿגעקומען אױף דיר, ער האָט צעשטערט דײַנע פֿעסטונגען. /47:19 בײַם װעג שטײ, און קוק אױס, באַװױנערין פֿון עַרוֹעֵר; פֿרעג דעם אַנטלאָפֿענעם און די אַנטרונענע; זאָג: װאָס איז געשען? /47:20 צו שאַנד געװאָרן איז מואבֿ, װאָרום זי איז צעבראָכן געװאָרן; יאָמערט און שרײַט, זאָגט אָן אין אַרנון, אַז פֿאַרװיסט געװאָרן איז מואבֿ. /47:21 און אַ משפּט איז געקומען אױף דעם לאַנד פֿון פּלױן; אױף חוֹלוֹן, און אױף יַהצָה, און אױף מֵיפָֿעַת; /47:22 און אױף דיבוֹן, און אױף נבוֹן, און אױף בית-דִבלָתַיִם; /47:23 און אױף קִריָתַיִם, און אױף בײַת-גָמול, און אױף בית-מְעוֹן; /47:24 און אױף קריוֹת, און אױף בצרָה, און אױף אַלע שטעט פֿון לאַנד מואבֿ, די װײַטע און די נאָנטע. /47:25 אָפּגעהאַקט געװאָרן איז דער האָרן פֿון מואבֿ, און זײַן אָרעם איז צעבראָכן געװאָרן, זאָגט גאָט. /47:26 פֿאַרשיכּורט אים, װאָרום קעגן גאָט האָט ער זיך געגרײַסט; און מואבֿ װעט זיך פּאַטשן אין זײַן מײקעכץ, און ער אױך װעט צום געלעכטער װערן. /47:27 װאָרום איז ניט אַ געלעכטער געװען דיר ישׂראל? צי איז ער צװישן גנבים געפֿונען געװאָרן, װאָס װען נאָר דו האָסט גערעדט פֿון אים, פֿלעגסטו זיך אױפֿטרײַסלען? /47:28 פֿאַרלאָזט די שטעט, און רוט אין פֿעלז, באַװױנער פֿון מואבֿ, און זײַט װי אַ טױב װאָס טוט נעסטן בײַ די זײַטן פֿון דעם מױל פֿון אַ גרוב.

/47:29 מיר האָבן געהערט די שטאָלצקײט פֿון מואבֿ, װי זײער שטאָלץ ער איז; זײַן גרױסקײט און זײַן שטאָלצקײט און זײַן גאװה, און די הױכקײט פֿון זײַן האַרצן. /47:30 איך װײס, זאָגט גאָט, זײַן כוצפּה, און זײַנע באַרימערײַען אָן אַ האַפֿט, זײער טאָן אָן אַ האַפֿט. /47:31 דרום יאָמער איך אױף מואבֿ, און אױף גאַנץ מואבֿ טו איך קלאָגן; אױף די באַװױנער פֿון קיר-כֶרֶשׂ מוז מען זיפֿצן. /47:32 מער פֿון דעם געװײן אױף יַעְזֵר װײַן איך אױף דיר, װײַנשטאָק פֿון שִׂבמָה; דײַנע צװײַגן זײַנען ביז צום ים אַריבער, ביזן אים פֿון יַעְזֵר האָבן זײ דערגרײַכט; אױף דײַן האַרבסטונג און אױף דײַן לעז איז אַ פֿאַרװיסטער אָנגעפֿאַלן. /47:33 און אײַנגעטאָן איז די פֿרײד און די לוסטיקײט פֿון דעם פֿרוכטגאָרטן, און פֿון לאַנד מואבֿ, און װײַן פֿון די קעלטערס האָב איך פֿאַרשטערטג;: מע טרעט ניט מיט ”הֵידָד“! דער ”הַידָד“ איז ניט ”הֵידָד“. /47:34 דאָס געשערײַ פֿון כֶשבוֹן איז ביז אֶלעָלֵה, ביז יַהַץ לאָזן זײ אַרױס זײער קָול, פֿון צוֹעַר ביז כוֹרוֹנַיִם, דער דרײַיאָריקער קו; װאָרום אױך די װאַסערן פֿון נִמרים װעלן צו װיסט װערן.

/47:35 און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון מואבֿ, זאָגט גאָט, דעם װאָס ברענגט-אױף אױף אַ במָה, און דעם װאָס רײכערט צו זײַנע געטער. /47:36 דרום מײַן האַרץ אױף מואבֿ טוט װי פֿלײַטן ברומען, און מײַן האַרץ אױף די מענער פֿון קיר-כֶרֶשׂ, טוט װי פֿלײַטן ברומען, פֿאַר װאָס די שֶפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעשאַפֿט איז אונטערגאַנגען. /47:37 װאָרום יעװעדער קאָפּ איז אַ פּליץ, און יעװעדער װאָרד איז אָפּגעשניטן, אױף אַלע הענט זײַנען שניטן, און אױף די לענדן איז זאַק. /47:38 אױף אַלע דעכער פֿון מואבֿ, און אין אירע גאַסן, איז לױטער קלאָגערײַ; װאָרום איך האָב צעבראָכן מואבֿ װי אַ נישטװערטיקע כּלי, זאָגט גאָט. /47:39 װי איז זי צעבראָכן געװאָרן! – יאָמערט – װי האָט מואבֿ אין ביאָש דעם רוקן געקערט! און מואבֿ װעט װערן צו געלעכטער און צו שרעק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.

/47:40 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, װי אַן אָדלער װעט ער שװעבן, און שפּרײַטן זײַנע פֿליגלען צו מואבֿ. /47:41 באַצװוּנגען װערן די שטעט, און די פֿעסטונגען װערן אײַנגענומען; און דאָס האַרץ פֿון די גיבוֹרים פֿון מואבֿ אין יענעם טאָג װעט זײַן װי דאָס האַרץ פֿון אַ פֿרױ אין װײען. /47:42 און מואבֿ װערט פֿאַרטיליקט װערן פֿון צו זײַן אַ פֿאָלק, פֿאַר װאָס ער האָט זיך קעגן גאָט געגרײַסט. /47:43 אַ גרױל און אַ גרוב און אַ נעץ אױף דיר, באַװױנער פֿון מואבֿ, זאָגט גאָט. /47:44 דער װאָס אַנטלױפֿט פֿון דעם גרױל, בעט אַרײַנפֿאַלן אין גרוב, און דער װאָס קומט אַרױף פֿון גרוב, װעט געװאַנגען װערן אין נעץ; װאָרום איך װעל ברענגען אױף איר, אױף מואבֿ, דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט, זאָגט גאָט.

/47:45 אין שאָטן פֿון כֶשבוֹן האָבן זיך אָפּגעשטעלט אָן כּוֹך אַנטרונענע; װאָרום אַ פֿײַער איז אַרױס פֿון כֶשבוֹן, און אַ פֿלאַם פֿון מיטן סיכִֹן, און זי האָט פֿאַרצערט די שלײף פֿון מואבֿ, און דעם שאַרבן פֿון די ליאַרעמיונגען. /47:46 װײ דיר, מואבֿ! אונטערגעגאַנגען איז דאָס פֿאָלק פֿון כּמוֹש; װאָרום דײַנע זין זײַנען גענומען געװאָרן אין געפֿאַנג, און דײַנע טעכטער אין געפֿאַנגענשאַפֿט. /47:47 אָבער איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מואבֿ אין סָוף פֿון די טעג, זאָגט גאָט. ביז דאַנען איז דער משפּט פֿון מואבֿ.


/48:1 אױף די קינדער פֿון עַמוֹן. אַזױ האָט גאָט געזאָגט: האָט ישׂראל קײן קינדער ניט? צי האָט ער קײן יוֹרש ניט? פֿאַר װאָס האָט מַלכָּם געיַרשעט גָד, און זײַן פֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין זײַנע שטעט? /48:2 דרום זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איך װעל מאַכן הערן אױף רַבה פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן אַ שאַלונג פֿון מלחמה; און זי װעט װערן אַ װיסטער הױפֿן, און אירע טעכטערשטעט װעלן אין פֿײַער אָנגעצונדן װערן; און ישׂראל װעט ירשען זײַנע ירשער, זאָגט גאָט. /48:3 יאָמער, כֶשבוֹנק װאָרום פֿאַרװיסט געװאָרן איז עַי; שרײַט, איר טעכטער פֿון רַבה, גורט אָן זאַקקלײדער, קלאָגט און לױפֿט אום צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן, װאָרום מַלכָּם װעט אין גלות גײן, זײַנע פּריסטער און זײַנע האַרן אין אײנעם. /48:4 װאָס רימסטו זיך מיט די טאָלן, מיט דײַן פֿלוסיקן טאָל, דו טאָכטער װידערשפּעניקע, װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף אירע אוֹצרות: ”װער קען קומען צו מיר?“ /48:5 זע, איך ברענג אױף דיר אַ פּחד, זאָגט יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת, פֿון אַלע דײַנע אַר אומיקע, און איר װעט פֿאַרשטױסן װערן איטלעכער גלײַך אַקעגן זיך, און קײַנער װעט ניט אײַנזאַמלען דעם פֿאַרװאָגלטן. /48:6 אָבער דערנאָך װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, זאָגט גאָט.

/48:7 אױף אֶדוֹם. אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: איז מער קײן חכמה ניטאָ אין תֵּימָן? איז אַן עטש אױסגעגאַנגען פֿון די פֿאַרשטאַנדיקע? איז אױסגעװעפּט געװאָרן זײער חכמה? /48:8 אַנטלױפֿט, פֿאַרקערט אײַך, באַזעצט אײַך טיף, באַװױנער פֿון דדָן; אָרום דער בראָך פֿון עֵשָׂון ברענג איך אױף אים, בעת איך רעכן זיך מיט אים. /48:9 אױב האַרבסטער װאָלטן געקומען צו דיר, װאָלטן זײ דאָך אַ נאָכקלײַב געלאָזט; אױב נגבים בײַ דער נאַכט, װאָלטן זײ דאָך בלױז צעשטערט גענוג פֿאַר זיך. /48:10 אָבער איך האָב אַנטלױזט עֵשָׂון, איך האָב אַנטפּלעקט זײַנע פֿאַרבאָרגענישן, און באַהאַלטן קען ער זיך ניט; פֿאַרװיסט געװאָרן אין זײַן זאָמען, און זײַנע ברידער און זײַנע שכנים, און ער איז מער ניטאָ. /48:11 לאָז איבער דײַנע יתוֹמים, איך זאָל זײ דערנערן, און דײַנע אַלמנות זאָלן אױף מיר זיך פֿאַרזיכערן.

/48:12 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, די װאָס זײ האָט ניט געקומט טרינקען דעם כָּוס, זײ זאָלן יאָ טרינקען, און דו זאָלסט זײַן דער װאָס זאָל שױנען פֿאַרשױנט װערן? װעסט ניט פֿאַרשױנט װערן, נײַערט טרינקען װעסטו טרינקען. /48:13 װאָרום איך שװער בײַ מיר, זאָגט גאָט, אַז פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַ שאַנד, פֿאַר אַ װיסטעניש, און פֿאַר אַ קללה, װעט בצרָה װערן, און אַלע אירע שטעט װעלן װערן אײביקע כורבות.

/48:14 אַ הערונג האָב איך געהערט פֿון גאָט, און אַ שליך איז געשיקט צװישן די פֿעלקער: זאָלמט אײַך אײַן, און קומט אױף איר, און שטײט אױף צו מלחמה. /48:15 װאָרום זע, קלײן מאַך איך דיך צװישן די פֿעלקער, פֿאַראַכט צװישן מענטשן. /48:16 דײַן מוֹראדיקײט האָט דיך פֿאַרפֿירט, די מוטװיליקײט פֿון דײַן האַרצן, דו װאָס װױנסט אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלז, װאָס פֿאַרנעמסט די הײך פֿון באַרג. װען זאָלסט דערהײכן װי אַן אָדלער דײַן נעסט, װעל איך פֿון דאָרט דיך אַראָפּנידערן, זאָגט גאָט. /48:17 און אֶדוֹם װעט װערן פֿאַר אַ שרעק, איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ װעט זיך דערשרעקן, און װעט שמוצערן אױף אַלע אירע פּלאָגן. /48:18 אַזױ װי די איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה און אירע שכנים, זאָגט גאָט, װעט קײן מענטשן דאָרט ניט װױנען, און קײן מענטשנקינד װעט זיך ניט אױפֿהאַלטן אין איר. /48:19 זע, װי אַ לײַב פֿון דעם געװעלד פֿון יַרדן, װעט ער אַרױפֿגײן אױף דער פֿעסטער װױנונג; װאָרום אין אַ רגע װעל איך אים אָניאָגן אױף איר, און װער דער אױסדערװײלטער, דעם װעל איך אױפֿזעצן איבער איר. װאָרום װער איז מײַן גלײַכן? און װער קען מיך אַרױסרופֿן? און װער איז דער פּאַסטוך װאָס קען באַשטײן פֿאַר מיר? /48:20 דרום הערט דעם באַראָט פֿון גאָט װאָס ער האָט באַראָטן אױף אֶדוֹם, און זײַנע טראַכטונגען װאָס ער טראַכט אױף די באַװױנער פֿון תֵּימָן: אױב די מינדסטע פֿון די שאָף װעלן זײ ניט אַװעקשלעפּן! אױב מע װעט ניט פֿאַרװיסטן זײער װױנונג איבער זײ! /48:21 פֿון דעם הילף פֿון זײער פֿאַל ציטערט די ערד; אַ געשרײ װאָס זײַן הילך װערט אױפֿן ים-סוף געהערט. /48:22 זע, װי אַן אָדלער װעט ער זיך אױפֿהײבן און שװעבן, און שפּרײַטן זײַנע פֿליגלען קעגן בצרָה; און דאָס האַרץ פֿון די גיבוֹרים פֿון אֶדוֹם אין יענעם טאָג װעט זײַן װי דאָס האַרץ פֿון אַ פֿרױ אין װײען. /48:23 אױף דַמֶשֶׂק. פֿאַרשעמט איז חַמָת און אַרפַּד, װאָרום אַ שלעכטע הערונג האָבן זײ געהערט; צעגאַנגען זײַנען זײ געװאָרן; אױפֿן אים איז אַן אומרו, ער קען זיך ניט אײַנשטילן. /48:24 שלאַף געװאָרן איז דַמֶשֶׂק, זי קערט זיך צו אַנטלױפֿן, און אַ ציטערניש האָט זי אָנגענומען; אַנגסט און װײען האָבן זי אָנגעכאַפּט װי אַ געװינערין. /48:25 װי ניט פֿאַרשוֹינט געװאָרן איז דער גערימטער כּרַך, די שטאָט פֿון מײַן פֿרײד! /48:26 פֿאַר װאָר, אירע יונגע לײַט װעלן פֿאַלן אין אירע גאַסן, און אַלע מלחמה-לײַט װעלן פֿאַרשניטן װערן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת. /48:27 און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין דער מױער פֿון דַמֶשֶׂק, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון בן-הַדַד.

/48:28 אױף קַדָר, און אױף די קיניגרײַכן פֿון חצוֹר װאָס נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט געשלאָגן.

אַזױ האָט גאָט געזאָגט: שטײט אױף, גײט אַרױף אױף קֵדָר, און פֿאַרװיסט די קינדער פֿון מזרח. /48:29 זײערע געצעלטן און זײערע שאָף װעט מען צונעמען; זײערע פֿאָרהאַנגען, און אַלע זײערע כּלים, און זײערע קעמלען װעט מען צונעמען פֿאַר זיך; און מען װעט אױסרופֿן אױף זײ: אַ שרעק רונד אַרום! /48:30 אַנטרינט, אַנטלױפֿט װײַט, באַזעצט אײַך טיף, באַװױנער פֿון חצוֹר, זאָגט גאָט; װאָרום נבוכַדרָאצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט באַראָטן אױף אײַך אַ בסראָט און טראַכט אױף אײַך אַ טראַכטונג. /48:31 שטײט אױף, גײט אַרױף אױף אַ רואיקן פֿאָלק װאָס זיצט אין זיכערקײט, זאָגט גאָט; קײן טירן און ריגל האָט ער ניט, אָפּגעזונדערט װױנען זײ. /48:32 און זײערע קעמלען װעלן זײַן צו רױב, און זײער מחנה פֿי צו פֿנג; און איך װעל זײ צעשפּרײַטן אױף אַלע װינטן – די װאָס מיט אָפּגעהאַקטע האָרעקן; און פֿון אַלע זײערע זײַטן װעל איך ברענגען זײער בראָך, זאָגט גאָט. /48:33 און חצוֹר װעט זײַן פֿאַר אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן, אַ װיסטעניש ביז אײביק; קײן מענטש װעט ניט װױנען דאָרט, און קײן מענטשנקינד װעט זיך ניט אױפֿהאַלטן אין איר.

/48:34 װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף עֵילָם, אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון צִדקִיָה דעם מלך פֿון יהודה, אַזױ צו זאָגן:

/48:35 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: זע, איך צעברעך דעם בױגן פֿון עֵילָם, די פּער פֿון זײערע גיבוֹרים. /48:36 און איך װעל ברענגען אױף עֵילָם די פֿיר װינטן פֿון די פֿיר עקן הימל, און איך װעל זײ צעשפּרײַטן צו אַלע די דאָזיקע װינטן; און עס װעט ניט זײַן אַ פֿאָלק, װאָס די פֿאַרשױסענע פֿון עֵילָם װעלן ניט קומען אַהין. /48:37 און איך װעל צעברעכן עֵילָם פֿאַר זײערע פֿײַנט, און פֿאַר די װאָס זוכן זײער לעבן, און איך װעל ברענגען אױף זײ אַן אומגליק – דעם גרים פֿון מײַן צאָרן, זאָגט גאָט; /48:38 און איך װעל נאָכשיקן נאָך זײ די שװערד, ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן. און איך װעל שטעלן מײַן טראָן אין עֵילָם, און װעל אונגערברענגען פֿון דאָרטן קיניג און האַרן, זאָגט גאָט. /48:39 אָבער עס װעט זײַן אין סָוף פֿון די טעג, װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון עֵילָם, זאָגט גאָט.


/49:1 דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט אױף בבֿל, אױפֿן לאַנד פֿון די כַּשׂדים, דורך יִרמיָהו הנבֿיא. /49:2 זאָגט אָן צװישן די פֿעלקער, און מאַכט הערן, און הײבט אױף אַ פֿאָן; מאַכט הערן, איר זאָלט ניט פֿאַרהױלן; זאָגט: באַצװוּנגען איז בבֿל, צו שאַנד איז בל, צעבראָכן איז מרוֹדַך, צו שאַנד זײַנען אירע געצנבליקדער, צעבראָכן אירע אָפּגעטער. /49:3 װאָרום אַ פֿאָלק פֿון צפֿון איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף איר, ער װעט מאַכן איר לאַנד צו װיסט, און קײן באַװױנער װעט אין איר ניט זײַן; פֿון אַ מענטש ביז אַ בהמה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַװעק. /49:4 אין יענע טעג און אין יענער צײַט, זאָגט גאָט, װעלן קומען די קינדער פֿון ישׂראל, זײ און די קינדער אופֿן יהודה אין אײנעם; גײן װײַנענדיק װעלן זײ גײן, און יהוה זײער גאָט װעלן זײ זוכן. /49:5 אױף צִיוֹן װעלן זײ פֿרעגן, אױפֿן װעג אַהער זײער פּנים: קומט, און לאָמען זיך באַהעפֿטן אָן יהוה, אין אַן אײביקן בונד װאָס זאָל ניט פֿאַרגעסן װערן.

/49:6 בלודנע שאָף איז געװען מײַן פֿאָלק; זײערע פּאַסטוכער האָבן זײ געלאָזט בלאָנדזשען, אױף די בערג זײ אַװעקגעלאָזט; פֿון באַרג צו בערגל זײַנען זײ געגאַנגען, פֿאַרגעסן זײער הױעראָרט. /49:7 אַלע װאָס האָבן זײ געפֿונען האָבן זײ פֿאַרצערט, און זײערע פֿײַנט האָבן געזאָגט: מיר װעלן ניט שולדיק זײַן, װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו גאָט, צו דער װױנונג פֿון גערעכטיקײט, און דער האָפֿונג פֿון זײערע עלטערן, גאָט.

/49:8 אַנטלױפֿט פֿון בבֿל, און פֿון לאַנד כַּשׂדים גײט אַרױס, און זײַט װי בעק פֿאַרױס פֿאַר די שאָף. /49:9 װאָרום זע, איך דערװעק און ברענג אַרױף אױף בבֿל אַ געזעמל גרױסע פֿעלקער פֿון צפֿון-לאַנד, און זײ װעלן זיך אױסשטעלן קעגן איר; פֿון דאָרטן װעט זי באַצװוּנגען װערן; זײערע פֿײַלן זײַנען װי פֿון אַ באַגליקטן גיבור, װאָס קערט זיך ניט אום מיט לײדיקן. /49:10 און כַּשׂדים װעט זײַן צו רױב; אַלע אירע ר אױבער װעלן זיך אָנזעטן, זאָגט גאָט. /49:11 װײַל איר פֿרײט זיך, װײַל איר זײַט לוסטיק, איר אױסרױבער פֿון מײַן אַרב, װײַל איר שפּרינגט װי אַ קאַלב אױף גראָז, און הירזשעט װי די אָגערס, /49:12 װעט זײַן אין גרױס שאַנד אײַער מוטער, װעט זיך שעמען אײַער געװינערין. זע, דאָס לעצטע פֿון די פֿעלקער װעט װערן אַ מדבר, אַ טריקעניש, און אַ װילדערניש. /49:13 פֿון װעגן דעם צאָרן פֿון גאָט װעט זי זײַן ניט באַװױנט, און זי װעט זײַן אַ װיסטעניש אין גאַנצן; איטלעכער װאָס גײט פֿאַרבײַ בבֿל װעט זיך דערשרעקן, און װעט שמוצערן אױף אַלע אירע פּלאָגן. /49:14 שטעלט זיך אױס קעגן בבֿלרונד אַרום, אַלע שפּאַנער פֿון בױגן, װאַרפֿט אױף איר, איר זאָלט ניט שפּאָרן קײן פֿײַלן, װאָרום צו גאָט האָט זי געזינדיקט. /49:15 שאַלט אױף איר רונד אַרום, זי האָט זיך אונטערגעגעבן; געפֿאַלן זײַנען אירע גרונטפֿעסטן, צעשטערט געװאָרן אירע מױערן; װאָרום דאָס איז די נקמה פֿון גאָט, זײַט זיך נוֹקם אָן איר; װי זי האָט געטאָן, טו צו איר. /49:16 פֿאַרשנײַדט אַ זײֵער פֿון בבֿל, און דעם װאָס האַלט אַ שנײַדמעסער אין שניטצײַט; פֿון װעגן דער שװערד װאָס פֿאַרטיליקט, װעלן זײ איטלעכער צו זײַן פֿאָלק זיך קערן, און איטלעכער צו זײַן לאַנד װעלן זײ אַנטלױפֿן.

/49:17 אַ צעשפּרײטע שאָף איז ישׂראל, לײַבן האָבן אים פֿאַרשטױסן; דער ערשער האָט אים געגעסן דער מלך פֿון אַשור, און דער דאָזיקער לעצטער האָט אים צעבײַנערט – נבוכַדראָאצַר דעם מלך פֿון בבֿל. /49:18 דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך רעכן זיך מיט דעם מלך פֿון בבֿל און מיט זײַן לאַנד, אַזױ װי איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט דעם מלך פֿון אַשור. /49:19 און איך װעל אומקערן ישׂראל צו זײַן פֿיטערפּלאַץ, און ער װעט זיך פֿיטערן אױפֿן כַּרמֶל און בשָן, און אױפֿן געבערג פֿון אפֿרים און גָלעָד װעט זיך זעטן זײַן זעל. /49:20 אין יענע טעג און אין יענער צײַט, זאָגט גאָט, װעט געזוכט װערן די זינד פֿון ישׂראל, און זי װעט ניט זײַן, און די חטאים פֿון יהודה, און זײ װעלן ניט געפֿונען װערן, װאָרום איך װעל פֿאַרגעבן די װאָס איך װעל איבערלאָזן. /49:21 אױף דעם לאַנד מרָתַיִם מאַך חָרב און חרם הינטער זײ, זאָגט גאָט, און טו אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן. /49:22 אַ קָול פֿון מלחמה אין לאַנד, און אַ בראָך אַ גרױסער! /49:23 װי איז צעהאַקט און צעבראָכן געװאָרן דער האַמער פֿון דע גאַנצער ערד! װי איז בבֿל צו װיסט געװאָרן װי איז בבֿל צו װיסט געװאָרן צװישן די פֿעלקער! /49:24 איך האָב דיר אַ נעץ געשטעלט און ביסט אױף געפֿאַנגען געװאָרן, בבֿל, און דו האָסט ניט געמערקט; ביסט געפֿונען געװאָרן און אױך געכאַפּט געװאָרן, װײַל דו האָסט זיך מיט גאָט אָנגעהױבן. /49:25 גאָט האָט געעפֿנט זײַן שאַצקאַמער, און אַרױסגעצױגן די געצײַג פֿון זײַן צאָרן, װאָרום אַן אַרבעט פֿאַר יהוה דעם גאָט פֿון צבָאוֹת איז דאָ אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים. /49:26 קומט אױף איר פֿון אַלע עקן, עפֿנט אירע שפּײַכלערס, װאַרפֿט זי אָן אַזױ װי הױפֿנס, און פֿאַרװיסט זי; זאָל ניט זײַן פֿון איר אַן איבערבלײַב. /49:27 קױלעט אַלע אירע אָקסן, זאָלן זײ נידערן צו דער שכיטה; װײ צו זײ! װאָרום געקומען איז זײער טאָג, די צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט. /49:28 אַ קָול פֿון אַנטלאָפֿענע און אַנטרונענע פֿון לאַנד בבֿל! אַנצוזאָגן אין צִיוֹן די נקמה פֿון יהוה אונדזער גאָט, די נקמה פֿאַר זײַן טעמפּל. /49:29 רופֿט צונױף די שיסערס אױף בבֿל, אַלע שפּאַנער פֿון בױגן, לעגערט אױף איר רונד אַרום, זאָל איר ניט זײַן קין אַנטרינגונג; באַצאָלט איר לױט איר װערק, אַזױ װי אַלץ װאָס זי האָט געטאָן, טוט צו איר. װאָרום אַקעגן גאָט האָט זי געמוטװיליקט, אַקעגן דעם הײליקן פֿון ישׂראל. /49:30 דרום װעלן פֿאַלן אירע יונגעלײַט אין אירע גאַסן, און אַלע אירע מלחמה-לײַט װעלן פֿאַרשניטן װערן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט.

/49:31 זע, איך קום אױף דיר, מוטװיליקער, זאָגט יהוה, דער גאָט פֿון צבָאוֹת, װאָרום געקומען איז דײַן טאָג, די צײַט װאָס איך רעכן זיך מיט דיר. /49:32 און דער מוטװיליקער װעט געשטרױכלט װערן און פֿאַלן, און ניט האָבן װער זאָל אים אױפֿשטעלן; און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין זײַנע שטעט, און עס װעט פֿאַרצערן אַלץ װאָס אַרום אים.

/49:33 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבאוֹת: געדריקט װערן די קינדער פֿון ישׂראל און די קינדער פֿון יהודה אין אײנעם, און אַלע זײערע פֿאַנגערס האַלטן זײ פֿעסט, זײ װילן זײ ניט אַװעקלאָזן. /49:34 זײער אױסלײַזער איז שטאַרק, יהוה פֿון צבָאוֹת איז זײַן נאָמען; קריגן װעט ער קריגן זײער קריג, כּדי צו באַרוען די ערד, און מאַכן ציטערן די באַװױנער פֿון בבֿל. /49:35 אַ שװערד אױף די כַּשׂדים, זאָגט גאָט, און אױף די באַװױנער פֿון בבֿל, און אױף אירע האַרן, און אױף אירע חכמים! /49:36 אַ שװערד אױף די באַרימער, און זײ װעלן באַנאַרישט װערן! אַ שװערד אױף אירע גיבוֹרים, און זײ װעלן צעבראָכן װערן! /49:37 אַ שװערד אױף זײערע פֿערד, און אױף זײער רײַטװעגן, און אױף אַלע געמישטע פֿעלקער װאָס אין איר, און זײ װעלן װערן װי װײַבער! אַ שװערד אױף אירע אוֹצרות, און זײ װעלן צערױבט װערן! /49:38 אַ טריקעניש אױף אירע װאַסערן, און זײ װעלן אױסגעטריקנט װערן! װאָרום אַ לאַנד פֿון געצן איז דאָס, און מיט שרעקבילדער זײַנען זײ משוגע. /49:39 דרום װעלן דאָרט װױנען װילדע קעץ פֿממיט שאַקאַלן, און װױנען אין איר װעלן שטרױספֿױגלען, און זי װעט ניט באַזעצט װערן אױף אײביק, און ניט באַװױנט װערן אױף דוֹר-דוֹרות. /49:40 אַזױ װי גאָטס איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה און אירע שכנים, זאָגט גאָט, װעט קײן מענטש דאָרט ניט װױנען, און קין מענטשנקינד װעט זיך ניט אױפֿהאַלטן אין איר.

/49:41 זע, אַ פֿאָלק קומט פֿון צפֿון, און אַ גרױסע אומה און פֿיל מלכים דערװעקן זיך פֿון די עקן ערד. /49:42 בױגן און שפּיז האַלטן זײ, אַכזָרים זײַנען זײ, און האָבן קײן רכמנות ניט; זײער קָול ברומט װי דער אים, און אױף פֿערד רײַטן זײ; אױסגעשטעלט װי אײן מאַן אױף מלחמה, אַקעגן דיר, טאָכטער בבֿל. /49:43 דער מלך פֿון בבֿל האָט געהערט זײער הערונג, און זײַנע הענט זײַנען שלאַף געװאָרן, אַן אַנגסט האָט אים אָנגענומען, אַ װײַטאָק װי אַ געװינערין. /49:44 זע, װי אַ לײַב פֿון דעם געװעלד פֿון יַרדן, װעט ער אַרױפֿגײן אױף דער פֿעסטער װױנונג; װאָרום אין אַ רגע װעל איך װײ אָניאָגן אױף איר, און װער דער אױסדערװײלטער, דעם װעל איך אױפֿזעצן איבער איר. װאָרום װער איז מײַן גלײַכן? און װער קען מיך אַר אױסרופֿן? אונװ ער איז דער פּאַסטוך װאָס קען באַשטײן פֿאַר מיר? /49:45 דרום הערט דעם באַראָט פֿון גאָט, װאָס ער האָט באַראָטן אױף בבֿל, און זײַנע טראַכטונגען װאָס ער טראַכט אױפֿן לאַנד פֿון די כַּשׂדים: אױב די מינדסטע פֿון די שאָף װעלן זײ ניט אַװעקשלעפּן! אױב ער עט ניט פֿאַרװיסטן די װוֵֹּנונג איבער זײ! /49:46 פֿון דעם קלאַנג ”בבֿל איז אײַנגענומען!“ װערט אױפֿגעציטערט די ערד, און אַ געשרײ צװישן די פֿעלקער װערט געהערט.


/50:1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך דערװעק אױף בבֿל, און אױף די באַװױנער פֿון לֵב-קָמַי, עף אַ װינט אַ צעשטעריקן. /50:2 און איך װעל אָנשיקן אױף בבֿל פֿרעמדע, און זײ װעלן זײ װינטשופֿלען, עף און װעלן אױסלײדיקן איר לאַנד; װאָרום פֿון רונד אַרום װעלן זײ זײַן אױף איר, אין דעם טאָג פֿון אומגליק. /50:3 אַהין זאָל שפּאַנען דער שפּאַנער זײַן בױגן, און אַהין זאָל ער זיך אױפֿהײבן אין זײַן פּאַנצער; און איר זאָלט ניט שױנען אירע יונגעלײַט; פֿאַרװיסט איר גאַנצן חיל. /50:4 און דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים, און דערשטאָכענע אין אירע גאַסן. /50:5 װאָרום ניט פֿאַראַלמנט איז ישׂראל און יהודה פֿון זײַן גאָט, פֿון יהוה פֿון צבָאוֹת; װאָרום זײער לאַנד איז פֿול מיט שולד אַקעגן דעם הײליקן פֿון ישׂראל. /50:6 אַנטלױפֿט פֿון בבֿל, און ראַטעװעט איטלעכער זײַן נפֿש, אירזאָלט ניט פֿאַרשניטן װערן דורך איר זינד; װאָרום אַ צײַט פֿון ן קמה איז דאָס בײַ גאָט, אַ פֿאַרגעלטונג באַצאָלט ער איר. /50:7 אַ גילדערנער כָּוס איז בבֿל געװען אין גאָטס האַנט, די גאַנצע ערד האָט זי פֿאַרשיכּורט; פֿון איר װײַן האָבן די פֿעלקער געטרונקען, דרום זײַנען די פֿעלקער צעדולט געװאָרן. /50:8 פּלוצלינג איז געפֿאַלן בבֿל און צעבראָכן געװאָרן; טוט יאָמערן אױף איר; קריגט אַ באַלזאַם פֿאַר איר װײַטאָק, אפֿשר עט זי געהײלט װערן. /50:9 ”מיר האָבן געהײלט בבֿל, אָבער זי איז ניט געהײלט געװאָרן; פֿאַרלאָזט זי, און לאָמיר גײן איטלעכער צו זײַן לאַנד; װאָרום ביז צום הימל גרײַכט איר משפּט, און ער הײבט זיך אױף ביז די װאָלקנס“. /50:10 גאָט האָט אַרױסגעבראַכט אונדזער גערעכטיקײט; קומט, און לאָמיר דערצײלן אין צִיוֹן דעם אױפֿטו פֿון יהוה אונדזער גאָט.

/50:11 מאַכט בלאַנק די פֿײַלן, פֿילט אָן די פֿײַלבײַטלען, גאָט האָט דערװעקט דעם גײַסט פֿון די מלכים פֿון מָדַי; װאָרום אױף בבֿל איז זײַן טראַכטונג, זי צו צעשטערן, װײַל די נקמה פֿון גאָט איז דאָס, די נקמה פֿאַר זײַן טעמפּל. /50:12 קעגן די מױערן פֿון בבֿל הײבט אױף אַ פֿאָן, פֿאַרשטאַרקט די װאַך, שטעלט אױף װעכטער, ברײט אָן לױערער, װאָרום אי געטראַכט האָט גאָט אי געטאָן װאָס ער האָט גערעדט אױף די באַװױנער פֿון בבֿל.

/50:13 דו װאָס װױנסט בײַ גרױסע װאַסערן, דו רײַכע אין אוֹצרות, געקומען איז דײַן סָוף, די מאָס פֿון דײַן גײציקײט. /50:14 גאָט פֿון צבָאוֹת האָט געשװאָרן בײַ זיך: פֿאַר װאָר, איך פֿיל דיך אָן מיט מענטשן װי הײשעריקן, און זײ װעלן אױסרופֿן קעגן דיר ”הֵידָד“!

/50:15 ער האָט געמאַכט די ערד מיט זײַן כּוֹך, ער האָט אױפֿגעשטעלט די װעלט מיט זײַן חכמה, און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט אױסגעשפּרײט די הימלען. /50:16 בײַם קָול פֿון זײַן דונערן װערט אַ פֿילקײט פֿון װאַסער אין הימל, און ער ברטענגט אױף װאָלקנס פֿון עק פֿון דער ערד; ער מאַכט בליצן צום רעגן, און ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט. /50:17 איטלעכער מענטש אי פֿאַרגרעבט, אָן פֿאַרשטאַנד, איטלעכער שמעלצער װערט צו שאַנד פֿון דעם געץ, װאָרום פֿאַלש איז זײַן געגאָסענער אָפּגאָט, און קין אָטעם איז אין זײ ניטאָ. /50:18 נישטיק זײַנען זײ, אַ װערק פֿון פֿאַרפֿירעניש; אין דער צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ אונטערגײן. /50:19 ניט אַזױ װי די דאָזיקע איז דער טײל פֿון יעקב, װאָרום ער איז דער באַשעפֿער פֿון אַלץ, און ישׂראל איז דער שבט פֿון זײַן אַרבונג; יהוה פֿון צבָאוֹת איז זײַן נאָמען.

/50:20 אַ האַמער ביסטו מיר, אַ געצײַג פֿון מלחמה, און איך װעל צעברעכן מיט דיר פֿעלקער, און צעשטערן מיט דיר קיניגרײַכן. /50:21 און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם פֿערד און זײַן רײַטער, און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם רײַטװאָגן און זײַן רײַטער; /50:22 און איך װעל צעברעכן מיט דיר מאַן און װײַב, און איך װעל צעברעכן מיט דיר אַלט און יונג, און איך װעל צעברעכן מיט דיר בכור און מײדל; /50:23 און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם פּאַסטוך און זײַן סטאַדע, און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם אַקערמאַן און זײַן געשפּאַן, און איך װעל צעברעכן מיט דיר דוכּסים און פֿירשטן. /50:24 אָבער איך װעל באַצאָלן בבֿל און אַלע באַװױנער פֿון כּקשׂדים אַל זײער בײז װאָס זײ האָבן געטאָן אין צִיוֹן פֿאַר אײַערע אױגן, זאָגט גאָט.

/50:25 זע, איך קום צו דיר, דו צעשטעריקער באַרג, זאָגט גאָט, װאָס צעשטערט די גאַנצע ערד; און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דיר, און װעל דיך אַראָפּקײַקלען פֿון די װעלזן, און דיך מאַכן פֿאַר אַן אױסגעברענטן באַרג. /50:26 און מע װעט ניט נעמען פֿון דיר אַ שטײן פֿאַר אַ װינקל, און אַ שטײן פֿאַר גרונטפֿעסטן; נײַערט אײביקע װיסטענישן װעסטו זײַן, זאָגט גאָט.

/50:27 הײבט אױף אַ פֿאָן אין לאַנד, בלאָזט אַ שוֹפֿר צװישן די פֿעלקער, ברײט אָן קעגן איר די פֿעלקער, רופֿט צונױף קעגן איר די קיניגרײַכן אַרָרָט, מִני, און אַשכּנַז; זעצט אױף קעגן איר אַ חיל-פֿירער, ברענגט אַרױף פֿערד װי האָריקע הײשעריקן. /50:28 ברײט אָן קעגן איר די פֿעלקער, די מלכים פֿון מָדַי, אירע דוכּסים און אַלע אירע פֿירשטן, און דאָס גאַנצע לאַנד פֿון זײַן ממשלה. /50:29 און די ערד שטורעמט און ציטערט, װאָרום מקױם געװאָרן זײַנען אױף בבֿל די טראַכטונגען פֿון גאָט, צו מאַכן לאַנד בבֿל צו װיסט, אָן אַ װױנער. /50:30 די גיבוֹרים פֿון בבֿל האָבן אױפֿגעהערט מלחמה האַלטן, זײ זיצן אין די פֿעסטונגען; אָפּגעטאָן האָט זיך זײער גבורה, זײ זײַנען געװאָרן װי װײַבער; מע האָט אָנגעצונדן אירע װוִּינונגען, צעבראָכן געװאָרן זײַנען אירע ריגלען. /50:31 אַ לױפֿער קעגן אַ לױפֿער לױפֿט, און אַן אָנזאָגער קעגן אַן אָנזאָגער, אָנצוזאָגן דעם מלך פֿון בבֿל, אַז זײַן שטאָט איז באַצװוּנגען פֿון אַלע עקן; /50:32 און די איבערפֿאָרן זײַנען פֿאַרכאַפּט, און די פֿעסטונגען האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער, און די מלחמה-לײַט זײַנען צעטומלט.

/50:33 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: טאָכטער בבֿל איז װי אַ שײַער אין דער צײַט װאָס מע טרעט אים; נאָך אַ קלײן װײַלע, און קומען װעט די שניטצײַט אױף איר.

/50:34 פֿאַרצערט האָט מיך, צעדריקט האָט מיך, נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל; װי אַ לײדיקע כּלי האָט ער מיך אָפּגעשטעלט, װי אַ קראָקאָדיל האָט ער מיך אײַנגעשלונגען; ער האָט אָנגעפֿילט זײַן בױך מיט מײַנע געריכטן; אַװעקגעשװענקט האָט ער מיך. /50:35 ”דאָס אומרעכט צו מיר און מײַן פֿלײש אױף בבֿל!“ זאָגט די באַװױנערין פֿון צִיוֹן; און: ”מײַן בלוט אױף די באַװױנער פֿון כַּשׂדים!“ זאָגט ירושָלַיִם.

/50:36 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: זע, איך קריג דײַן גריג, און װעל זיך נוֹקם זײַן דײַן נקמה; און איך װעל אױסטריקענען איר אים, און טרוקן מאַכן איר קװאַל. /50:37 און בבֿל װעט װערן צו הױפֿנס, אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן, אַ שרעק און אַ שמוצערונג, אָן אַ באַװױנער. /50:38 אין אײנעם װי יונגלײַבן װעלן זײ ברילן, װי קלײנע לײַבן װעלן זײ שרײַען. /50:39 מיט גיפֿט װעל איך צוריכטן זײער טראַנק, און איך װעל זײ פֿאַרשיכּורן, כּדי זײַן זאָלן זיך צאַפּלען, און אײַנשלאָפֿן אַן אײביקן שלאָף, און זיך ניט אױפֿכאַפּן, זאָגט גאָט. /50:40 איך װעל זײ מאַכן נידערן װי לעמער צו דער שכיטה, װי װידערס מיט בעק. /50:41 װי איז באַװוּנגען געװאָרן שֵשַך, און אײַנגענומען געװאָרן דער לױב פֿון דער גאַנצער ערד! װי איז בבֿל צו װיסט געװאָרן צװישן די פֿעלקער! /50:42 אױפֿגעגאַנגען איז ער אים אױף בבֿל; פֿון זײַנע פֿיל אינדן איז זי פֿאַרדעקט געװאָרן. /50:43 אירע שטעט זײַנען געװאָרן אַ װיסטעניש, אַ טרוקן לאַנד און אַ מדבר, אַ לאַנד װאָס קײן שוממענטש װױנט ניט דערין, און קײן מענטשנקינד גײט ניט דורך דערין. /50:44 און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט בל אין בבֿל, עף און װעל אַרױסציען זײַן שלונג פֿון זײַן מױל, און מער װעלן ניט שטראָמען צו אים פֿעלקער; אױך די מױער פֿון בבֿל טוט פֿאַלן.

/50:45 גײט אַרױס פֿון איר, מײַן פֿאָלק, און ראַטעװעט איטלעכער זײַן נפֿש, פֿון דעם גרימצאָרן פֿון גאָט. /50:46 און זאָל ניט שלאַף װערן אײַער האַרץ, אַז איר זאָלט מוֹרא האָבן פֿאַר דער הערונג װאָס װערט געהערט אין לאַנד; װאָרום אַ הערונג װעט קומען אײן יאָר, און דאָס יאָר נאָכדעם אַ הערונג, און רױב װעט זײַן אין לאַנד, אַ געװעלטיקער קעגן אַ געװעלטיקער. /50:47 פֿאַר װאָר, זע, טעג קומען, און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט די געצן פֿון בבֿל, און איר גאַנץ לאַנד װעט זיך שעמען, און אַלע אירע דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין איר מיט. /50:48 און זינגען װעלן איבער גָבל הימל און ערד און אַלץ װאָס אין זײ; װאָרום פֿון צפֿון װעלן קומען אױף איר די פֿאַרװיסטערס, זאָגט גאָט. /50:49 אױך בבֿל איז צום פֿאַלן, איר דערשלאָגענע פֿון ישׂראל! אױך אין בבֿל טוט מען פֿאַלן, איר דערשלאָגענע פֿון דער גאַנצער ערד! /50:50 איר אַנטרונענע פֿון שװערד, גײט, איר זאָלט אײַך ניט אָפּשטעלן; דערמאָנט פֿון דער װײַטן גאָט, און ירושָלַיִם זאָל אױפֿגײן אױף אײַער האַרצן. /50:51 ”מיר שעמען זיך, װײַל כרפּות האָבן מר זיך אָנגעהערט, אַ בושה באַדעקט אונדזער פּנים, װײַל פֿרעמדע זײַנען געקומען אױף די הײליקטומען פֿון גאָטס הױז“. /50:52 אָבער זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט איר געצן, און אין איר גאַנצן לאַנד װעלן קרעכצן דערשלאָגענע. /50:53 װען אַרױפֿגײן אין הימל זאָל בבֿל, און װען זי זאָל באַפֿעסטיקן די הײך פֿון איר מאַכט, װעלן פֿון מיר קומען פֿאַרװיסטערס אױף איר, זאָגט גאָט. /50:54 אַ קָול פֿון געשרײ פֿון בבֿל, און אַ גרױסער בראָך פֿון לאַנד כַּשׂדים! /50:55 װאָרום גאָט פֿאַרװיסט בבֿל, און עט אונטערברענגען פֿון איר דעם גרױסן טומל; און זײערע אינדן װעלן ברומען װי גרױסע װאַסערן; עס הילכט דער ליאַרעם פֿון זײער קָול. /50:56 װאָרום עס קומט אױף איר, אױף בבֿל, אַ פֿאַרװיסטער, און אירע גיבוֹרים װעלן באַצװוּנגען װערן, זײערע בױגנס װערן צעבראָכן; װאָרום אַ גאָט פֿון פֿאַרגעלטונג איז יהוה, באַצאָלן װעט ער באַצאָלן. /50:57 און איך װעל פֿאַרשיכּורן אירע האַרן און אירע חכמים, אירע דוכּסים און אירע פֿירשטן און אירע גיבוֹרים, און זײ װעלן אײַנשלאָפֿן אַן אײביקן שלאָף, און װעלן זיך ניט אױפֿכאַפּן, זאָגט דער קיניג – יהוה פֿון צבָאוֹת איז זײַן נאָמען.

/50:58 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: אײַנגעװאָרפֿן װעלן אײַנגעװאָרפֿן װערן די ברײטע מױערן פֿון בבֿל, אָ און אירע הױכע טױערן װעלן אין פֿײַער אָנגעצונדן װערן; און די פֿעלקער װעלן זיך מיען אומנישט, און די אומות פֿאַרן פֿײַער; און זײ װעלן פֿאַרמאַטערט װערן.

/50:59 דאָס װאָרט װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט באַפֿױלן שׂפָֿיָה דעם זון פֿון נֵרִיָה דעם זון פֿון מַחסֵיָהן, װען ער איז געגאַנגען מיט צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה קײן בבֿל, אין פֿירטן יאָר פֿון זין מלוכה; און שׂרָיָה איז געװען דער לאַגערמײַסטער. /50:60 און יִרמיָהו האָט אױפֿגעשריבן דאָס גאַנצע בײז װאָס װעט קומען אױף בבֿל, אין אײן בוך, אַלד די דאָזיקע װערטער װאָס זײַנען געשריבן אױף בבֿלל. /50:61 און יִרמיָהו האָט געזאָגט צו שׂרָיָהן: װי דו קומסט קײן בבֿל, אַזױ זאָלסטו זען און איבערלײענען אַלע די דאָזיקע װערטער, /50:62 און זאָלסט זאָגן: גאָט, דו האָסט גערעדט אױף דעם דאָזיקן אָרט, אים צו פֿאַרשנײַדן, אַז קײן װױנער זאָל אין אים ניט זײַן, פֿון אַ מענטש ביז אַ בהמה, נײַערט אײביקע װיסטענישן זאָל עס זײַן. /50:63 און עס װעט זײַן, װי דו ענדיקסט לײַענען דאָס דאָזיקע בוך, זאָלסטו אָנבינדן אָן אים אַ שטײן, און עס אַרײַנװאַרפֿן אין מיטן פּרָת; /50:64 און זאָלסט זאָגן: אַזױ װעט אײַנגעזונקען װערן בבֿל, און ניט אױפֿשטײן, פֿון װעגן דעם בײז װאָס איך ברענג אױף איר. און זײ װעלן פֿאַרמאַטערט װערן.

ביז דאַנען זײַנען די װערטער פֿון יִרמיָהון.


/51:1 אײן און צװאַנציק יאָר איז צִדקִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם; און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חַמוטַל די טאָכטער פֿון יִרמיָהון פֿון לִבנָה. /51:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אַזױ װי אַלץ װאָס יהוֹיָקים האָט געטאָן. /51:3 װאָרום פֿון װעגן דעם צאָרן פֿון גאָט איז דאָס געשען אין ירושָלַיִם און יהודה, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים.

/51:4 און צִדקִיָהו האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון בבֿל. און עס איז געװען אין נײַנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אין צענטן חוֹדש, אין צענטן טאָג פֿון חוֹדש, איז געקומען נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל, ער מיט זײַן גאַנצן חיל, אױף ירושָלַיִם, און זײ האָבן געלעגערט אױף איר, און געבױט אַ באַלעגערומױער רונד אַרום איר. /51:5 און די שטאָט איז געװען אין באַלעגערונג ביזן עלפֿטן יאָר פֿון מלך צִדקִיָהון. /51:6 אין פֿירטן חוֹדש, אין נײַנטן טאָג פֿון חוֹדש, האָט זיך געשטאַרקט דער הונגער אין שטאָט, און עס איז ניט געװען קײן ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד. /51:7 איז אײַנגעבראָכן געװאָרן די שטאָט; און אַלע מלחמהלײַט זײַנען אַנטלאָפֿן, און זײַנען אַרױס פֿון שטאָט בײַ נאַכט דורך דעם טױער צװישן די צװײ מױערן װאָס בײַם מלכס גאָרטן – און די כַּשׂדים זײַנען געװען בײַן שטאָט רונד אַרום – און זײ זײַנען אַװעק מיטן װעג פֿון פּלױן. /51:8 האָט דער כֵל פֿון די כַּשׂדים נאָכגעיאָגט דעם מלך, און זײ האָבן אָנגעיאָגט צִדקִיָהון אין די פּלױנען פֿון יריחו; און זײַן גאַנצער חיל איז זיך צעלאָפֿן פֿון אים. /51:9 און זײ האָבן געכאַפּט דעם מלך, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט צו דעם מלך פֿון בבֿל קײן רִבלָה אין לאַנד חמָת; און ער האָט אַרױסגעזאָגט אױף אים אַ משפּט. /51:10 און דער מלך פֿון בבֿל האָט געשאָכטן די זין פֿון צִדקִיָהוה פֿאַר זײַנע אױגן; און אױך אַלע האַרן פֿון יהודה האָט ער געשאָכטן אין רבלָה. /51:11 און צִדקִיָהוס אױגן האָט ער בלינד געמאַכט, און האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן; און דער מלך פֿון בבֿל האָט אים געבראַכט קײן בבֿל, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַכהױז ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט.

/51:12 און אין פֿינפֿטן חוֹדש, אין צענטן טאָג פֿון חוֹדש – דאָס איז דאָס נײַנצנטע יאָר פֿון מלך נבוכַדראָאצַר, דעם מלך פֿון בבֿל – איז געקומען נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל, װאָס איז געשטאַנען פֿאַר דעם מלך פֿון בבֿל אין ירושָלַיִם. /51:13 און ער האָט פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון גאָט, און דעם מלכס הױז; און אַלע הײַזער פֿון ירושָלַיִם, װוּ נאָר אַ הױז פֿון אַ גרױסן מאַן, האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער. /51:14 און אַלד מױערן פֿון ירושָלַיִם רונד אַרום האָט דער גאַנצער כֵל פֿון די כַּשׂדים װאָס מיט דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל אײַנגעװאָרפֿן. /51:15 און פֿון די ראָימע פֿון פֿאָלק און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין שטאָט, און די צוגעפֿאַלענע װאָס זײַנען צוגעפֿאַלן צו דעם מלך פֿון בבֿל, און דעם רעשט פֿון די מײַנסטער, האָט נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל פֿאַרטריבן. /51:16 אָבער פֿון די אָרימע פֿון לאַנד האָט נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל איבערגעלאָזט פֿאַר װײַנגערטנירער און פֿאַר אַקערלײַט.

/51:17 און די קופּערנע זײַלן װאָס אין הױז פֿון גאָט, און די געשטעלן, און דעם קופּערנעם אים װאָס אין הױז פֿון גאָט, האָבן די כַּשׂדים צעבראָכן, און האָבן אַװעקגעטראָגן זײער גאַנצע קופּער קײן בבֿל. /51:18 אױך די טעפּ, און די שופֿלען, און די שנײַצמעסערס, און די שפּרענגבעקנס, און די שאָלן, און אַלע קופּערנע כּלים װאָס מע פֿלעגט דינען מיט זײ, האָבן זײ צוגענומען. און די בעקנס, און די פֿײַערפֿאַנען, און די שפּרענגבעקנס, און די טעפּ, און די מנוֹרות, און די שאָלן, און די שיסלען, װאָס גאָלד, גאָלד, און װאָס זילבער, זילבער, האָט דער הױפּט פֿון לײַב-חיל צוגענומען. /51:19 און די בעקנס, און די פֿײַערפֿאַנען, און די שפּרענגבעקנס, און די טעפּ, און די מנוֹרות, און די שאָלן, און די שיסלען, װאָס גאָלד, גאָלד, און װאָס זילבער, זילבער, האָט דער הױפּט פֿון לײַב-כֵל צוגענומען. /51:20 די צװײ זײַלן, דער אײן ים, און די צװעלף קופּערנע רינדער װאָס אונטער די געשטעלן, װאָס שלמה המלך האָט געמאַכט פֿאַרן הױז פֿון גאָט – דאָס קופּער פֿון אַלע די דאָזיקע כּלים איז ניט געװען אָפּצוּװעגן. /51:21 און די זײַלן: אַכצן אײַלן איז געװען די הײך פֿון אײן זײַל, און אַ פֿאָדים פֿון צװעלף אײַלן האָט אים אַרומגערינגלט, און זײַן גרעב איז געװען פֿיר פֿינגער; הױל אינעװײניק. /51:22 און אַ קרױן איז געװען אױף אים פֿון קופּער; און די הײך פֿון אײן זײַל איז געװען פֿינף אײַלן, מיט אַ נעצװערק און מילגרױמען אױף דער קרױן רונד אַרום, אַלצדינג פֿון קופּער; און אַזױ װי די דאָזיקע אױפֿן צװײטן זײַל, מיט מילגרױמען. /51:23 און די מילגרױמען זײַנען געװען זעקס און נײַנציק צו דערױסן צו; אַלע מילגרױמען אױפֿן נעצװערק רונד אַרום זײַנען געװען הונדערט.

/51:24 און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-כֵל האָט גענומען שׂרָיָה דעם אױבער-כּהן, און צפַֿניָה דעם צװײטן כּהן, און די דרײַ שװעלהיטער; /51:25 און פֿון דער שטאָט האָט ער גענומען אײן הױפֿדינער װאָס איז געװען דער אױפֿזעער איבער די מלחמה-לײַט, און זיבן מענער פֿון די װאָס פֿלעגן זען דעם מלכס פּנים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט, און דעם שרײַבער פֿון דעם כֵל-פֿירער, װאָס פֿלעגט אױפֿנעמען אין חיל דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד, און זעכציק מאַן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט. /51:26 און נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט זײ גענומען, און האָט זײ אַװעקגעפֿירט צום מלך פֿון בבֿל קײן רִבלָה. /51:27 און דער מלך פֿון בבֿל האָט זײ געשלאָגן און זײ געטײט אין רִבֿלָה אין לאַנד חַמָת. אַזױ איז יהודה אין גלות אַװעק פֿון זײַן לאַנד.

/51:28 דאָס איז דאָס פֿאָלק װאָס נבוכַדרֶאצַר האָט פֿאַרטריבן: אין זיבעטן יאָר, יהודהער דרײַ טױזנט און דרײַ און צװאַנציק; /51:29 אין אַכצנטן יאָר פֿון נבוכַדרֶאצַרן, און ירושָלַיִם אַכט הונדערט און צװײ און דרײַסיק נפֿשות; /51:30 אין דרײַ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון נבוכַדרֶאצַרן האָט נבוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל פֿאַרטריבן יהודהער זיבן הונדערט און פֿינף און פֿערציק נפֿשות; אַלע נפֿשות, פֿיר טױזנט און זעקס הונדערט.

/51:31 און עס איז געװען אין זיבן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון דעם גלות פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהודה, אין צװעלפֿטן חוֹדש, אין פֿינף און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חוֹדש, האָט אֶויל-מרוֹדַך דער מלך פֿון בבֿל, אין דעם יאָר װאָס ער איז געװאָרן מלך, אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהודה, און האָט אים אַרױסגעצױגן פֿון תּפֿיסה. /51:32 און ער האָט גערעדט צו אים פֿרײַנטלעך, און האָט געשטעלט זײַן שטול איבער די שטולן פֿון די מלכים װאָס בײַ אים זין גָבל. /51:33 און ער האָט אומגעביטן זײַנע תּפֿיסה-קלײדער; און ער האָט געגעסן בײַ אים גרױט תּמיד, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. /51:34 און זײַן אױסקומעניש, אַ שטענדיקע אױסקומעניש, איז אים געגעבן געװאָרן פֿון דעם מלך פֿון בבֿל טאָגטעגלעך ביז צום טאָג פֿון זײַן טױט, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.