טייטש יהואש יונה

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

יוֹנָה


/1:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יוֹנה דעם זון פֿון אַמִתַּין, אַזױ צו זאָגן: /1:2 שטײ אױף, גײ צו דער גרױסער שטאָט נינוֵה, און רוף אױס אױף איר, װאָרום זײער שלעכטיקײט איז אױפֿגעגאַנגען פֿאַר מיר.

/1:3 איז יוֹנה אױפֿגעשטאַנען צו אַנטלױפֿן קײן תַּרשיש פֿון פֿאַר גאָט, און ער האָט גענידערט קײן יָפֿוֹ, און האָט געפֿונען אַ שיף װאָס גײט קײן תַּרשיש; האָט ער אָפּגעצאָלט איר לױן, און האָט גענידערט אין איר, כּדי צו גײן מיט זײ קײן תַּרשיש פֿון פֿאַר גאָט.

/1:4 האָט גאָט אָנגעװאָרפֿן אַ גרױסן װינט אױפֿן ים, און עס איז געװאָרן אַ גרױסער שטורעם אױפֿן ים, און די שיף האָט געהאַלטן בײַם צעבראָכן װערן. /1:5 האָבן די שיפֿלײַט זיך דערשראָקן, און זײ האָבן געשריען איטלעכער צו זײַן גאָט, און זײ האָבן אַרײַנגעװאָרפֿן די זאַכן װאָס אױפֿן שיף, אין, כּדי זיך לײַכטער צו מאַכן. און יוֹנה האָט אַראָפּֿגענידערט אין װינקל שיף, און האָט זיך געלײגט און איז אײַנגעשלאָפֿן. /1:6 האָט דער עלטסטער פֿון די שיפֿלײַט גענענט צו אים, און האָט געזאָגט: װאָס איז מיט דיר, װאָס דו שלאָפֿסט? שטײ אױף און רוף צו דײַן גאָט, אפֿשר װעט זיך גאָט באַדאַכטן אָן אונדז, און מיר װעלן ניט אונטערגײן.

/1:7 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: קומט לאָמיר װאַרפֿן גוֹרל, כּדי מיר זאָלן װיסן איבער װעמען דאָס דאָזיקע בײז איז אױף אונדז. /1:8 האָבן זײ געװאָרפֿן גוֹרל, און דער גוֹרל איז געפֿאַלן אױף יוֹנהן. האָבן זײ צו אים געזאָגט: זאָג אונדז אַקאָרשט, דו איבער װעמען דאָס דאָזיקע בײז איז אױף אונדז: װאָס איז דײַן טאָן? און פֿון װאַנען קומסטו? װאָס איז דײַן לאַנד? און פֿון װאָסער פֿאָלק ביסטו? /1:9 האָט ער צו זײ געזאָגט: אַ עִברי בין איך, יהוה דעם גאָט פֿון די הימלען טו איך פֿאָרכטן, דעם װאָס האָט געמאַכט דעם ים און די יבשה. /1:10 האָבן די מענטשן מוֹרא געקראָגן אַ גרױס מוֹרא, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן? װאָרום די מענטשן האָבן פֿאַרשטאַנען אַז ער אַנטלױפֿט פֿון גאָט, אַז ער האָט דאָס זײ געזאָגט.

/1:11 האָבן זײ צו אים געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דיר, כּדי דער ים זאָל זיך אײַנשטילן פֿאַר אונדז? װאָרום דער ים איז געװאָרן אַלץ שטורעמדיקער. /1:12 האָט ער צו זײ געזאָגט: הײבט מיך אױף און װאַרפֿט מיך אַרײַן אין ים, און דער ים װעט זיך אײַנשטילן פֿאַר אײַך; װאָרום איך װײס אַז איבער מיר איז דער דאָזיקער גרױסער שטורעם אױף אײַך.

/1:13 און די מענטשן האָבן גערודערט זיך אומצוקערן צו דער יבשה, אָבער זײ האָבן ניט געקענט, װאָרום דער ים האָט נאָכאַנאַנד געשטורעמט אַקעגן זײ. /1:14 האָבן זײ גערופֿן צו גאָט, און האָבן געזאָגט: מיר בעטן דיך, גאָט, לאָמיר ניט אונטערגײן פֿאַר דעם לעבן פֿון דעם דאָזיקן מענטשן, און זאָלסט ניט ברענגען אױף אונדז אומשולדיק בלוט, װאָרום דו גאָט, אַזױ װי דו באַגערסט טוסטו.

/1:15 און זײ האָבן אױפֿגעהױבן יוֹנה, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין ים, און דער ים האָט זיך אָפּֿגעשטעלט פֿון זײַן שטורעמען. /1:16 און די מענטשן האָבן מוֹרא געהאַט אַ גרױס מוֹרא פֿאַר גאָט און זײ האָבן געשלאַכט אַ שלאַכטאָפֿפֿער צו גאָט, און גענומען אױף זיך נדרים.


/2:1 און גאָט האָט אָנגעברײט אַ גרױסן פֿיש אײַנצושלינגען יוֹנהן, און יוֹנה איז געװען אין די אינגעװײד פֿון פֿיש דרײַ טעג און דרײַ נעכט. /2:2 און יוֹנה האָט מתפֿלל געװען צו יהוה זײַן גאָט, פֿון די אינגעװײד פֿון דעם פֿיש. /2:3 און ער האָט געזאָגט:

איך האָב גערופֿן פֿון מײַן נױט צו גאָט, און ער האָט מיר געענטפֿערט; פֿון דעם בױך פֿון אונטערערד האָב איך געשריען, האָסטו צוגעהערט מײַן קָול. /2:4 װאָרום האָסט מיך אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער טיפֿעניש, אין האַרצן פֿון די ימען, און דער שטראָם האָט מיך אַרומגענומען; אַלע דײַנע װעלן און אינדן זײַנען אַריבערגעגאַנגען איבער מיר. /2:5 און איך האָב געװעסט געזאָגט: איך בין פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר דײַנע אױגן; אָבער איך װעל װידער נאָך קוקן אױף דײַן הײליקן טעמפּֿל. /2:6 װאַסערן האָבן מיך אַרומגערינגלט ביזן נפֿש, דער תּהָום האָט מיך אַרומגענומען, טײַכגראָז איז געװען געװיקלט אַרום מײַן קאָפּ. /2:7 צו די גרונטן פֿון די בערג האָב איך גענידערט, די ערד [האָט פֿאַרשלאָסן] פֿאַר מיר אירע ריגלען אױף אײביק. אָבער דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון גרוב מײַן לעבן, דו יהוה מײַן גאָט. /2:8 װען מײַן זעל איז געװען פֿאַרחלשט אין מיר, האָב איך אָן גאָט געדאַכט, און מײַן תּפֿילה איז געקומען צו דיר, אין דײַן הײליקן טעמפּֿל. /2:9 די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן פֿאַרלאָזן זײער גענאָדיקן; /2:10 אָבער איך װעל שלאַכטן צו דיר, מיט אַ קָול פֿון דאַנקעניש; װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן װעל איך באַצאָלן. די ישועה איז בײַ גאָט.

/2:11 און גאָט האָט געהײסן דעם פֿיש, און ער האָט אױסגעשפּֿיגן יוֹנהן אױף דער יבשה.


/3:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יוֹנהן אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: /3:2 שטײ אױף, גײ צו דער גרױסער שטאָט נינוֵה, און רוף אױס צו איר די אױסרופֿונג װאָס איך רעד צו דיר.

/3:3 איז יוֹנה אױפֿגעשטאַנען, און ער איז געגאַנגען קײן נינוֵה, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט; און נינוֵה איז געװען אַ געװאַלטיק גרױסע שטאָט פֿון דרײַ טעג גאַנג. /3:4 און יוֹנה האָט אָנגעהױבן אַרײַנגײן אין שטאָט אײן טאָג גאַנג, און ער האָט אױסגערופֿן און האָט געזאָגט: נאָך פֿערציק טעג און נינוֵה װערט איבערגעקערט.

/3:5 און די מענטשן פֿון נינוֵה האָבן געגלױבט אין גאָט, און זײ האָבן אױסגערופֿן אַ פֿאַסטטאָג, און האָבן זיך אָנגעטאָן אין זאַק פֿון זײער גרעסטן ביז זײער קלענסטן. /3:6 און די זאַך האָט דערגרײַכט צום מלך פֿון נינוֵה, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון זײַן טראָן, און האָט אױסגעטאָן זײַן מאַנטל פֿון זיך, און האָט זיך צוגעדעקט מיט זאַק, און זיך געזעצט אױף אַש. /3:7 און ער האָט געלאָזט אױסרופֿן און אָנגעזאָגט אין נינוֵה אױף דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך און זײַנע גרױסע לײַט, אַזױ צו זאָגן: קײן מענטש און קײן בהמה, רינדער אָדער שאָף, זאָל ניט פֿאַרזוכן דאָס מינדסטע; ניט זײ זאָלן זיך פֿיטערן, און ניט זײ זאָלן טרינקען װאַסער. /3:8 מענטשן און בהמות זאָלן זײַן צוגעדעקט מיט זאַק; און מע זאָל רופֿן צו גאָט מיט שטאַרקײט, און מע זאָל זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און פֿון דעם אומרעכט װאָס אין זײערע הענט. /3:9 װער װײס, אפֿשר װידער װעט גאָט חרטה האָבן, און זיך אָפּֿקערן פֿון זײַן גרימצאָרן, און מיר װעלן ניט אונטערגײן.

/3:10 האָט גאָט געזען זײערע מעשׂים, אַז זײ האָבן זיך אומגעקערט פֿון זײער שלעכטן װעג, און גאָט האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט גערעדט זײ צו טאָן, און ער האָט עס ניט געטאָן.


/4:1 און יוֹנהן האָט פֿאַרדראָסן אַ גרױס פֿאַרדראָס, און אים האָט געערגערט. /4:2 און ער האָט מתפּֿלל געװען צו גאָט, און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, גאָט, זײַנען דאָס ניט געװען מײַנע װערטער, װען איך בין נאָך געװען אױף מײַן ערד? דרום האָב איך זיך געפֿעדערט צו אַנטלױפֿן קײן תַּרשיש, װײַל איך האָב געװוּסט אַז דו ביסט אַ לײַטזעליקער און דערבאַרימדיקער גאָט, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און רײַך אין גענאָד, און האָסט חרטה אױף דעם בײז. /4:3 און אַצונד, גאָט, נעם צו, איך בעט דיך, פֿון מיר מײַן נפֿש, װאָרום בעסער איך זאָל שטאַרבן, אײדער איך זאָל לעבן.

/4:4 האָט גאָט צו אים געזאָגט: ערגערט דיך גוט?

/4:5 און יוֹנה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט, און האָט זיך געזעצט אין מזרח פֿון שטאָט, און ער האָט זיך דאָרטן געמאַכט אַ בײַדל, און איז געזעסן אונטער אים אין שאָטן, ביז ער װעט זען װאָס װעט געשען מיט דער שטאָט. /4:6 האָט גאָט דער האַר אָנגעברײט אַ ריצנבױם, און ער איז אױסגעװאַקסן איבער יוֹנהן צו זײַן אַ שאָטן איבער זײַן קאָפּ, כּדי אים אַרױסצונעמען פֿון זײַן בײז געמיט, און יוֹנה האָט זיך געפֿרײט מיטן ריצנבױם אַ גרױס פֿרײד.

/4:7 האָט גאָט אָנגעברײט אַ װאָרעם, װען דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען אױפֿן אַנדערן טאָג, און ער האָט צענאָגט דעם ריצנבױם, און ער איז פֿאַרטריקנט געװאָרן. /4:8 און עס איז געװען, װי די זון איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָט גאָט אָנגעברײט אַ שטילן מזרח-װינט, און די זון האָט געשלאָגן אױף יוֹנהס קאָפּ, און ער איז פֿאַרחלשט געװאָרן, און האָט געבעטן אױף זיך דעם טױט, און האָט געזאָגט: בעסער איך זאָל שטאַרבן, אײדער איך זאָל לעבן.

/4:9 האָט גאָט געזאָגט צו יוֹנהן: ערגערט דיך גוט װעגן דעם ריצנבױם? האָט ער געזאָגט: מיך ערגערט גוט, ביז צום טױט. /4:10 האָט גאָט געזאָגט: דיר איז אַ שאָד אױף דעם ריצנבױם, װאָס ניט דו האָסט זיך אױף אים געמיט, און ניט דו האָסט אים אױפֿגעבראַכט; װאָס איז איבער נאַכט געװאָרן, און איבער נאַכט אונטערגעגאַנגען; /4:11 און מיר זאָל ניט זײַן אַ שאָד אױף דער גרוסיער שטאָט נינוֵה, װאָס אין איר זײַנען דאָ מער װי צװעלף מאָל צען טױזנט מענטשן, װאָס װײסן ניט צװישן זײער רעכטער האַנט און זײער לינקער, און אױך בהמות אַ סך?