טייטש יהואש יואל

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

יוֹאֵל


/1:1 דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו יוֹאֵל דעם זון פֿֿון פּתואֵלן:

/1:2 הערט דאָס צו, איר זקנים, און פֿֿאַרנעמט אַלע באַװױנער פֿֿון לאַנד: איז אַזױ װאָס געשען אין אײַערע טעג, צי אין די טעג פֿֿון אײַערע עלטערן? /1:3 דערצײלט װעגן דעם אײַערע קינדער, און אײַערע קינדער צו זײערע קינדער, און זײערע קינדער צו דעם אַנדער דָור. /1:4 װאָס איז געבליבן פֿֿון דעם װאָרעם האָט אױפֿֿגעגעסן דער הײשעריק, און װאָס איז געבליבן פֿֿון דעם הײשעריק האָט אױפֿֿגעגעסן דער גראָזפֿֿרעסער, און װאָס איז געבליבן פֿֿון דעם גראָזפֿֿרעסער האָט אױפֿֿגעגעסן דער גריל. /1:5 כאַפּט זיך אױף, שיכּורים, און װײנט, און יאָמערט, אַלע טרינקער פֿֿון װײַן, אױף דער טרױבנזאַפֿֿט װאָס זי איז פֿֿאַרשניטן געװאָרן פֿֿון אײַער מױל. /1:6 װאָרום אַ פֿֿאָלק איז אַרױפֿֿגעקומען אױף מײַן לאַנד, מאַכטיק און אָן אַ צאָל; זײַנע צײן זײַנען צײן פֿֿון אַ לײב, און באַקצײנער פֿֿון אַ לײבינטע האָט ער. /1:7 ער האָט געמאַכט מײַן װײַנשטאָק צו װיסט, און צו שפּענדלעך מײַן פֿֿײַגנבױם; אָפּגעהױלט הױל האָט ער אים און אַנידערגעװאָרפֿֿן, זײַנע צװײַגן זײַנען װײַס געװאָרן. /1:8 קלאָג װי אַ יונגפֿֿרױ אָנגעגורט מיט זאַק נאָך דעם מאַן פֿֿון איר יוגנט. /1:9 פֿֿאַרשניטן געװאָרן איז אַ שפּײַזאָפּפֿֿער און אַ גיסאָפּפֿֿער פֿֿון דעם הױז פֿֿון גאָט; עס טרױערן די כֹּהנים, די באַדינער פֿֿון גאָט. /1:10 פֿֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס פֿֿעלד, עס טרױערט די ערד, װאָרום פֿֿאַרװיסט געװאָרן איז די תּֿבֿואה, אױסגעטריקנט האָט דער װײַן, אײַנגעגאַנגען איז דאָס אײל, /1:11 צו שאַנד זײַנען די אַקערלײַט, עס יאָמערן די װײַנגערטנירער, אױפֿֿן װײץ און אױפֿֿן גערשטן; װאָרום דער שניט פֿֿון פֿֿעלד איז פֿֿאַרלאָרן. /1:12 דער װײַנשטאָק איז פֿֿאַרטריקנט, און דער פֿֿײַגנבױם איז פֿֿאַרװעלקט; דער מילגרױם, אױך דער טײטלבױם און דער עפּלבױם, אַלע בײמער פֿֿון פֿֿעלד, זײַנען פֿֿאַרטריקנט; יאָ, אױסגעטריקנט האָט די פֿֿרײד פֿֿון די מענטשנקינדער. /1:13 גורט אײַך אָן און קלאָגט, איר כֹּהנים, יאָמערט, איר באַדינער פֿֿון מזבח; קומט נעכטיקט אין זאַקקלײדער, באַדינער פֿֿון מײַן גאָט, װאָרום פֿֿאַרמיטן איז פֿֿון אײַער גאָטס הױז אַ שפּײַזאָפּפֿֿער און אַ גיסאָפּפֿֿער. /1:14 הײליקט אַ פֿֿאַסטטאָג, רופֿֿט אַן אײַנזאַמלונג, קלײַבט צונױף די עלטסטע, אַלע באַװוינער פֿֿון לאַנד, אין הױז פֿֿון יהוה אײַער גאָט, און טוט שרײַען צו גאָט. /1:15 װײ אױף דעם טאָג! װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿֿון גאָט, און װי אַ בראָך פֿֿון אַלמאַכטיקן קומט ער. /1:16 פֿֿאַר װאָר, פֿֿאַר אונדזערע אױגן איז פֿֿאַרשניטן די שפּײַז; פֿֿון אונדזער גאָטס הױז, די פֿֿרײד און די לוסטיקײט. /1:17 אײַנגעדאַרט זײַנען די זאָמען אונטער זײערע גרודעס, װיסט געװאָרן זײַנען די שפּײַכלערס, אײַנגעפֿֿאַלן זײַנען די שײַערן װאָרום אױסגעטריקנט איז די תּבואה. /1:18 װי קרעכצט די בהמה! צעטומלט זײַנען די סטאַדעס רינדער, װאָרום ניטאָ פֿֿאַר זײ קײן פֿֿיטערונג; אַפֿֿילו די סטאַדעס שאָף זײַנען פֿֿאַרװיסט. /1:19 צו דיר, גאָט, טו איך רופֿֿן, װאָרום אַ פֿֿײַער האָט פֿֿאַרצערט די פֿֿיטערפּלעצער פֿֿון מדבר, און אַ פֿֿלאַם האָט צעפֿֿלאַקערט אַלע בײמער פֿֿון פֿֿעלד. /1:20 אַפֿֿילו די בהמות פֿֿון פֿֿעלד שמאַכטן צו דיר, װאָרום אױסגעטריקנט זײַנען די גראָבנס װאַסער, און אַ פֿֿײַער האָט פֿֿאַרצערט די פֿֿיטערפּלעצער פֿֿון מדבר.


/2:1 בלאָזט אַ שוֹפֿר אין צִיוֹן, און שאַלט אױף מײַן הײליקן באַרג, זאָלן ציטערן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד, װאָרום דער טאָג פֿון גאָט קומט אָן, װאָרום ער איז נאָנט; /2:2 אַ טאָג פֿון חוֹשך און פֿינצטערניש, אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל, װי אַ שװאַרצקײט אױסגעשפּרײט אױף די בערג; אַ גרױס פֿאָלק און אַ מאַכטיקס, אַזאַ װי ער איז ניט געװען פֿון אײביק אָן און װעט נאָך אים מער ניט זײַן ביז די יאָרן פֿון דוֹר-דוֹרות. /2:3 אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער, און הינטער אים פֿלאַקערט אַ פֿלאַם; װי דער גאָרטן פֿון עֵדֶן איז דאָס לאַנד פֿאַר אים, און הינטער אים אַ מדבר אַ װיסטער, און צו מאָל קײן אַנטרינונג איז ניטאָ פֿון אים. /2:4 װי דאָס אױסזען פֿון פֿערד איז זײַן אױסזען, און װי רײַטער אַזױ לױפֿן זײ.

/2:5 װי דאָס גערױש פֿון רײַטװעגן, איז זײער שפּרינגען אױף די שפּיצן בערג; װי דער קנאַל פֿון אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט שטרױ; װי אַ פֿאָלק אַ מאַכטיקס געגרײט צו מלחמה. /2:6 פֿאַר אים ציטערן פֿעלקער, אַלע פּנימער האָבן אָנגענומען אַ פֿינצטערניש. /2:7 װי גיבוֹרים לױפֿן זײ, װי מלחמה-לײַט קלעטערן זײ אױף דער מױער, און איטלעכער אין זײַנע װעגן גײען זײ, און זײ פּלאָנטערן ניט זײערע שטעגן. /2:8 און אײנער דעם אַנדערן שטױסן זײ ניט, איטלעכער אין זײַן שליאַך גײען זײ, און דורך װאָפֿן װאַרפֿן זײ זיך, און װערן ניט געשעדיקט. /2:9 זײ שפּרינגען אױף דער שטאָט, זײ לױפֿן אױף דער מױער, זײ גײען אַרױף אין די הײַזער, זײ קומען דורך די פֿענצטער װי אַ גנבֿ. /2:10 פֿאַר אים ציטערט די ערד, שטורעמען די הימלען; די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ, און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן. /2:11 און גאָט לאָזט אַרױס זײַן קָול פֿאַרױס פֿאַר זײַן חיל; װאָרום זײער גרױס איז זײַן מחנה, װאָרום מאַכטיק איז דער װאָס טוט זײַן באַפֿעל; װאָרום גרױס איז דער טאָג פֿון גאָט און מוֹראדיק זײער, און װער קען אים אױסהאַלטן? /2:12 אָבער נאָך איצט, זאָגט גאָט, קערט אײַך אום צו מיר מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט פֿאַסטן און מיט געװײן און מיט קלאָג; /2:13 און צערײַסט אײַער האַרץ און ניט אײַערע קלײדער, און קערט אײַך אום צו יהוה אײַער גאָט, װאָרום ער איז לײַטזעליק און דערבאַרימדיק, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און רײַך אין גענאָד, און ער האָט חרטה אױף דעם בײז. /2:14 װער װײס, אפֿשר װידער װעט ער חרטה האָבן, און לאָזן אַ ברכה הינטער זיך – אַ שפּײַזאָפּפֿער און אַ גיסאָפּפֿער פֿאַר יהוה אײַער גאָט.

/2:15 בלאָזט אַ שוֹפֿר אין צִיוֹן, הײליקט אַ פֿאַסטטאָג, רופֿט אַן אײַנזאַמלונג; /2:16 זאַמלט אײַן דאָס פֿאָלק, פֿאַררופֿט די עדה, קלײַבט צונױף די זקנים, זאַמלט אײַן די קלײנע קינדער, און די װאָס זײגן די ברוסט; זאָל דער חתן אַרױסגײן פֿון זײַן קאַמער, און די כּלה פֿון איר געצעלט. /2:17 צװישן דעם פּאָליש און דעם מזבח זאָלן װײנען די כֹּהנים, די דינער פֿון גאָט, און זאָלן זײ זאָגן: דערבאַרים זיך גאָט אױף דײַן פֿאָלק, און זאָלסט ניט געבן דײַן אַרב צו שאַנד, אַז פֿעלקער זאָלן זיך װערטלען איבער זײ; נאָך װאָס זאָל מען זאָגן צװישן די אומות: אַװוּ איז זײער גאָט?

/2:18 און גאָט האָט זיך אָנגענומען פֿאַר זײַן לאַנד, און האָט זיך דערבאַרימט אױף זײַן פֿאָלק. /2:19 און גאָט האָט געענטפֿערט און געזאָגט צו זײַן פֿאָלק: זעט, איך שיק אײַך תּבֿואה און װײַן און אײל, און איר װעט זײ האָבן צו זאַט; און איך װעל אײַך מער ניט געבן צו שאַנד בײַ די פֿעלקער. /2:20 און דעם צפֿונדיקן װעל איך דערװײַטערן פֿון אײַך, און װעל אים פֿאַרשטױסן אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש און װיסטעניש, מיט זײַן פּנים צום פֿעדערשטן ים, און זײַן עק צום הינטערשטן ים; און זײַן פֿױלגערוך װעט אױפֿגײן, און זײַן געשטאַנק װעט אױפֿגײן, װײַל ער האָט גרױס זיך פֿאַרנומען.

/2:21 זאָלסט ניט מוֹרא האָבן, ערד, פֿרײ זיך און זײ לוסטיק, װאָרום גרױס געטאָן האָט גאָט. /2:22 איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן, בהמות פֿון פֿעלד, װאָרום די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר זײַנען באַגראָזט, װאָרום דער בױם טראָגט זײַן פֿרוכט, דער פֿײַגנבױם און דער װײַנשטאָק גיבן זײער קריפֿט. /2:23 און איר קינדער פֿון צִיוֹן, זײַט לוסטיק און פֿרײט זיך מיט יהוה אײַער גאָט, װאָרום ער גיט אײַך דעם פֿרירעגן ריכטיק; יאָ, ער מאַכט נידערן פֿאַר אײַך רעגן, פֿרירעגן און שפּעטרעגן אין ערשן חוֹדש . /2:24 און די שײַערן װעלן פֿול זײַן מיט תּבֿואה, און די קעלטערן װעלן איבערלױפֿן מיט װײַן און אײל. /2:25 און איך װעל אײַך אָפּצאָלן די יאָרן װאָס דער הײשעריק האָט אױפֿגעגעסן, דער גראָזפֿרעסער, און דער גריל, און דער װאָרעם, מײַן גרױס חיל װאָס איך האָב אָנגעשיקט אױף אײַך. /2:26 און עסן װעט איר עסן און זאַט זײַן, און איר װעט לױבן דעם נאָמען פֿון יהוה אײַער גאָט, װאָס האָט געטאָן מיט אײַך װוּנדערלעך; און מײַן פֿאָלק װעט אױף אײביק ניט פֿאַרשעמט װערן. /2:27 און איר װעט װיסן אַז איך בין צװישן ישׂראל, און איך בין יהוה אײַער גאָט, און מער איז ניטאָ; און מײַן פֿאָלק װעט אױף אײביק ניט פֿאַרשעמט װערן.


/3:1 און עס װעט זײַן נאָך דעם, װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט אױף יעטװעדער לײַב, און אײַערע זין און אײַערע טעכטער װעלן נבֿיאות זאָגן, אײַערע זקנים װעלן חלוֹמות חלומען, אײַערע בחורים װעלן זעונגען זען. /3:2 און אױך אױף די קנעכט און אױף די דינסטן װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט אין יענע טעג. /3:3 און איך װעל װײַזן װוּנדער אין הימל און אױף דער ערד, בלוט און פֿײַער און זײַלן רױך. /3:4 די זון װעט פֿאַרקערט װערן אין פֿינצטערניש, און די לבֿנה אין בלוט, אײדער עס קומט דער טאָג פֿון גאָט, דער גרױסער און דער מוֹראדיקער. /3:5 און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון גאָט, װעט אַנטרונען װערן, װאָרום אױף באַרג צִיוֹן און אין ירושָלַיִם װעט זײַן אַן אַנטרינונג, אַזױ װי גאָט האָט געזאָגט; און די געבליבענע װעלן זײַן די װאָס גאָט טוט רופֿן.


/4:1 װאָרום זע, אין יענע טעג און אין יענער צײַט, אַז איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהודה און ירושָלַיִם, /4:2 װעל איך אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער, און איך װעל זײ מאַכן נידערן אין טאָל פֿון יהוֹשָפָֿט, און איך װעל זיך דאָרטן משפּטן מיט זײפֿאַר מײַן פֿאָלק און מײַן אַרב ישׂראל, װאָס זײ האָבן זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער, און צעטײלט מײַן לאַנד. /4:3 און אױף מײַן פֿאָלק האָבן זײ גוֹרל געװאָרפֿן, און געגעבן אַ ייִנגל פֿאַר אַ זוֹנה, און אַ מײַדל פֿאַרקױפֿט פֿאַר װײַן, און געטרונקען.

/4:4 און װאָס זײַט איר מיר גאָר, צוֹר און צידוֹן, און אַלע געגנטן פֿון פּלֶשֶת? צי פֿאַרגעלטונג צאָלט איר דאָס אָפּ פֿון מײַנעטװעגן? איז, אױב איר פֿאַרגעלט דאָס פֿון מײנטעװעגן, װעל איך אײַליק גיך אומקערן אײַער פֿאַרגעלטונג אױף אײַער קאָפּ; /4:5 װאָס מײַן זילבער און מײַן גאָלד האָט איר צוגענומען, און מײַנע בעסטע גלוסטיקײטן געבראַכט אין אײַערע פּאַלאַצן /4:6 און די קינדער פֿון יהודה און די קינדער פֿון ירושָלַיִם האָט איר פֿאַרקױפֿט צו די קינדער פֿון די יוָנים, כּדי זײ צו דערװײַטערן פֿון זײער געמאַרק. /4:7 זעט, איך דערװעק זײ פֿון דעם אָרט װאָס איר האָט זײ פֿאַרקױפֿט דאָרטן, און איך װעל אומקערן אײַער טוּונג אױף אײַער קאָפּ. /4:8 און איך װעל פֿאַרקױפֿן אײַערע זין און אײַערע טעכטער אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון יהודה, און זײ װעלן זײ פֿאַרקױפֿן צו די שבֿאים, צו אַ װײַטן פֿאָלק, װאָרום גאָט האָט גערעדט.

/4:9 רופֿט דאָס אױס צװישן די פֿעלקער, ברײט אָן אַ מלחמה, װעקט אױף די גיבוֹרים; זאָלן גענענען, זאָלן אַרױפֿגײן אַלע מענער פֿון מלחמה. /4:10 שמידט אײַערע אַקעראײַזנס אױף שװערדן, און אײַערע צװײַגמעסערס אױף שפּיזן; דער שלאַפֿער זאָל זאָגן: אַ גיבור בין איך. /4:11 אײַלט און קומט אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום, און לאָמען זיך אײַנזאַמלען; אַהין מאַך נידערן, גאָט, דײַנע גיבוֹרים! /4:12 זאָלן זיך דערװעקן די פֿעלקער און אַרױפֿגײן צום טאָל פֿון יהוֹשָפֿט װאָרום דאָרטן װעל איך זיצן צו משפּטן אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום. /4:13 לײגט צו דעם שנײַדמעסער, װאָרום צײַטיק איז דער שניט; קומט טרעט, װאָרום פֿול איז דער קעלטער, די קובלען לױפֿן איבער; װאָרום גרױס איז זײער בײז.

/4:14 מחנות, מחנות אין טאָל פֿון גזַר! װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט אין טאָל פֿון גזַר. /4:15 די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ, און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן. /4:16 און גאָט װעט ברילן פֿון צִיוֹן, און פֿון ירושָלַיִם װעט ער אַרױסלאָזן זײַן קָול, און שטורעמען װעלן הימל און ערד; אָבער גאָט װעט זײַן אַ באַשיצונג פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אַ פֿעסטונג פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /4:17 און איר װעט װיסן אַז איך, יהוה אײַער גאָט, רו אױף צִיוֹן, מײַן הײליקן באַרג; און ירושָלַיִם װעט זײַן הײליק, און פֿרעמדע װעלן מער ניט דורכגײן אין איר.

/4:18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן די בערג טריפֿן זאַפֿט, און די הײכן װעלן איבערגײן מיט מילך, און אַלע גראָבנס פֿון יהודה װעלן איבערגײן מיט װאַסער. און אַ קװאַל װעט אַרױסגײן פֿון גאָטס הױז, און װעט אָנטרינקען דעם טאָל שִטים. /4:19 מִצרַיִם װעט אַ װיסטעניש װערן, און אֶדוֹם װעט אַ װיסטער מדבר װערן, פֿאַר דעם אומרעכט צו די קינדער פֿון יהודה, װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט אין זײער לאַנד. /4:20 אָבער יהודה װעט זײַן אײביק באַזעצט, און ירושָלַיִם אױף דוֹר-דוֹרות. /4:21 און װאָס איך װעל שענקען, זײער בלוט װעל איך ניט שענקען; און גאָט טוט רוען אין צִיוֹן.