לדלג לתוכן

טייטש יהואש חגי

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

חַגַי


/1:1 אין צװײטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶש, אין זעקסטן חוֹדש, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט דורך חַגַי דעם נבֿיא צו זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, דעם פֿירשט פֿון יהודה, און צו יהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כֹּהן-גָדול, אַזױ צו זאָגן:

/1:2 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן: דאָס דאָזיקע פֿאָלק זאָגט: די צײַט איז נאָך ניט געקומען, די צײַט אַז דאָס הױז פֿון גאָט זאָל געבױט װערן – /1:3 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען דורך חַגַי דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: /1:4 איז דאָס אײַך אַ צײַט, איר זאָלט זיצן אין אײַערע צוגעדעקטע הײַזער, בעת דאָס דאָזיקע הױז איז חרבֿ? /1:5 און אַצונד האָט גאָט פֿון צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט:

נעמט אײַך צום האַרצן אײַערע װעגן:

/1:6 איר זײַט פֿיל, און ברענגט אַרײַן װינציק, איר עסט, אָבער ניט צו זאַט, איר טרינקט, אָבער ניט גענוג זיך אָנצוטרינקען, איר קלײדט זיך, און קײנעם איז ניט װאַרעם, און דער װאָס פֿאַרדינט, פֿאַרדינט אין אַ לעכערדיקן בײַטל. /1:7 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת: נעמט אײַך צום האַרצן אײַערע װעגן. /1:8 גײט אַרױף אין דעם געבערג, און איר זאָלט ברענגען האָלץ, און בױט דאָס הױז, און איך װעל עס באַװיליקן, און איך װעל געערלעכט װערן, זאָגט גאָט. /1:9 איר ריכט זיך אױף פֿיל, ערשט עס װערט װינציק, און אַז איר ברענגט עס אַהײם, בלאָז איך עס אַװעק. איבער װאָס? זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת; איבער מײַן הױז װאָס איז חרבֿ, בעת איר לױפֿט איטלעכער אין זײַן הױז. /1:10 דרום האָבן די הימלען איבער אײַך פֿאַרמיטן דעם טױ, און די ערד האָט פֿאַרמיטן איר געװעקס. /1:11 און איך האָב אױסגערופֿן אַ טריקעניש אױפֿן לאַנד, און אױף די בערג, און אױף דער תּבֿואה, און אױפֿן װײַן, און אױפֿן אײל, און אױף װאָס נאָר די ערד ברענגט אַרױס, און אױפֿן מענטשן, און אױף דער בהמה, און אױף יעטװעדער מי פֿון די הענט.

/1:12 האָט זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון יהוֹצָדָקן, דער כֹּהן-גָדול, און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון דעם פֿאָלק, צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה זײער גאָט, און צו די װערטער פֿון חַגַי דעם נבֿיא, אַזױ װי יהוה זײער גאָט האָט אים געשיקט; און דאָס פֿאָלק האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר יהוה. /1:13 און חַגַי דער שליח פֿון גאָט האָט געזאָגט אין דער שליחות פֿון גאָט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: איך בין מיט אײַך, זאָגט גאָט.

/1:14 און גאָט האָט דערװעקט דעם גײַסט פֿון זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, דעם פֿירשט פֿון יהודה, און דעם גײַסט פֿון יהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כֹּהן-גָדול, און דעם גײַסט פֿון גאַנצן איבערבלײַב פֿון דעם פֿאָלק, און זײ זײַנען געקומען, און האָבן געטאָן אַרבעט אױף דעם הױז פֿון יהוה פֿון צבָֿאוֹת זײער גאָט, /1:15 אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חוֹדש, אין זעקסטן חוֹדש, אין צװײטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶש.


/2:1 אין זיבעטן חוֹדש, אין אײן און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חוֹדש, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען דורך חַגַי דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: /2:2 זאָג נאָר צו זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, דעם פֿירשט פֿון יהודה, און צו יהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כֹּהן-גָדול, און צום איבערבלײַב פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן:

/2:3 װער צװישן אײַך איז געבליבן, װאָס האָט געזען דאָס דאָזיקע הױז אין זײַן ערשטן פּֿראַכט? און װי קוקט איר עס אָן אַצונד? איז עס ניט װי גאָרנישט אין אײַערע אױגן? /2:4 אָבער זײַ שטאַרק אַצונד, זרובבֿל, זאָגט גאָט, און זײַ שטאַרק, יהוֹשועַ זון פֿון יהוֹצָדָקן, דו כֹּהן-גָדול, און זײַט שטאַרק, דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, זאָגט גאָט, און טוט, װאָרום איך בין מיט אײַך, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, /2:5 לױט דעם װאָרט װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אײַך בײַ אײַער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם; און מײַן גײַסט, שטײט צװישן אײַך; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן. /2:6 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת: נאָך אײן קלײן װײַלע, און איך שטורעם-אױף די הימלען און די ערד, און דעם ים און די יבשה. /2:7 און איך װעל אױפֿשטורעמען אַלע פֿעלקער, און אָנקומען אַהער װעלן די גלוסטיקסטע זאַכן פֿון אַלע פֿעלקער, און איך װעל אָנפֿילן דאָס דאָזיקע הױז מיט פּֿראַכט, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת. /2:8 מײַן איז דאָס זילבער, און מײַן איז דאָס גאָלד, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת. /2:9 גרעסער װעט זײַן די פּֿראַכט פֿון דעם דאָזיקן לעצטן הױז װי פֿון דעם ערשטן, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת; און אין דעם דאָזיקן אָרט װעל איך געבן שלום, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת.

/2:10 אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג אין נײַנטן חוֹדש, אין צװײטן יאָר פֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען דורך חַגַי דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: /2:11 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת: פֿרעג אַקאָרשט די כֹּהנים אַ דין, אַזױ צו זאָגן: /2:12 אַז אַ מאַן װעט טראָגן הײליק פֿלײש אין ברעג פֿון זײַן קלײד, און װעט זיך אָנרירן מיט זײַן ברעג אָן ברױט, אָדער אָן געקעכטס, אָדער אָן װײַן, אָדער אָן אײל, אָדער אָן װאָסער עס איז עסנװאַרג, װעט עס הײליק װערן? האָבן געענטפֿערט די כֹּהנים און האָבן געזאָגט: נײן! /2:13 האָט חַגַי געזאָגט: אױב אײנער װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן, װעט זיך אָנרירן אָן אַל דעם דאָזיקן, װעט עס װערן אומרײן? האָבן געענטפֿערט די כֹּהנים און האָבן געזאָגט: עס װעט װערן אומרײן. /2:14 האָט חַגַי זיך אָפּֿגערופֿן און האָט געזאָגט:

אַזױ איז דער דאָזיקער עוֹלם, און אַזױ איז דאָס דאָזיקע פֿאָלק פֿאַר מיר, זאָגט גאָט, און אַזױ איז יעטװעדער טוּונג פֿון זײערע הענט; און װאָס זײ זײַנען דאָרטן מקריבֿ, איז אומרײן. /2:15 און אַצונד לײגט צו, איך בעט אײַך, אײַער האַרץ פֿון הײַנטיקן טאָג אָן און װײַטער. אײדער מע האָט געלײגט אַ שטײן אױף אַ שטײן אין דעם טעמפּל פֿון גאָט, /2:16 אַז מע פֿלעגט קומען צו אַ הױפֿן פֿון צװאַנציק מאָס, פֿלעגט זײַן צען; מע איז געקומען צום קעלטער אָנשעפּן פֿופֿציק פּוּרָה, און עס פֿלעגט זײַן צװאַנציק. /2:17 איך האָב אײַך געשלאָגן מיט קאָרנבראַנד און מיט װעלקעניש און מיט האָגל אין אַלדער אַרבעט פֿון אײַערע הענט, אָבער איר האָט זיך ניט געקערט צו מיר, זאָגט גאָט. /2:18 לײגט צו, איך בעט אײַך, אײַער האַרץ פֿון הײַנטיקן טאָג אָן און װײַטער; פֿון פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג אין נײַנטן חוֹדש, פֿון דעם טאָג אָן װאָס דער טעמפּל פֿון גאָט איז געגרונטפֿעסט געװאָרן, לײגט צו אײַער האַרץ. /2:19 איז דען נאָך דאָ זאָמען אין שפּײַכלער? און צו מאָל דער װײַנשטאָק, און דער פֿײַגנבױם, און דער מילגרױמבױם, און דער אײלבערטבױם, האָט ניט געטראָגן; פֿון הײַנטיקן טאָג אָן װעל איך בענטשן.

/2:20 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען אַ צװײט מאָל צו חַגַין, אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חוֹדש, אַזױ צו זאָגן: זאָג צו זרובבֿל דעם פֿירשט פֿון יהודה, אַזױ צו זאָגן:

איך שטורעם-אױף די הימלען און די ערד. און איך װעל איבערקערן דעם טראָן פֿון מלוכות, און װעל פֿאַרטיליקן די שטאַרקײט פֿון די מלוכות פֿון די פֿעלקער, /2:22 און װעל איבערקערן דעם רײַטװאָגן מיט זײַנע רײַטער, און נידערן װעלן פֿערד מיט זײערע רײַטער, אײנער דורכן אַנדערנס שװערד. /2:23 אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, װעל איך דיך נעמען, זרובבֿל זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, מײַן קנעכט, זאָגט גאָט, און איך װעל דיך מאַכן װי אַ זיגלרינג, װאָרום דיך האָב איך אױסדערװײלט, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת.