לדלג לתוכן

טייטש יהואש חבקוק

פֿון װיקיביבליאָטעק

תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

חבֿקוק


/1:1 די נבֿואה װאָס חבֿקוק דער נבֿיא האָט געזען. /1:2 ביז װאַנען, גאָט, װעל איך רופֿן, און דו װעסט ניט הערן? שרײַען צו דיר געװאַלט, און דו װעסט ניט העלפֿן? /1:3 פֿאַר װאָס לאָזטו מיך זען אומרעכט, און קוקסט-צו אומגליק? און רױב און גזלה זײַנען פֿאַר מיר, און עס איז קריג, און שטרײט הײבט זיך אױף. /1:4 דרום איז אָפּגעשלאַפֿט די תּוֹרה, און קײן מאָל קומט ניט אַרױס אַ משפּט; װײַל דער רשע רינגלט אַרום דעם צדיק, דרום קומט אַרױס דער משפּט פֿאַרדרײט.

/1:5 זעט בײַ די פֿעלקער און קוקט-צו, און װוּנדערן פֿאַרװוּנדערט אײַך, װאָרום אַ טוּונג טוט מען אין אײַערע טעג איר װעט ניט גלױבן, אַז עס װעט דערצײלט װערן. /1:6 װאָרום זעט, איך מאַך אױפֿשטײן די כַּשׂדים, דאָס ביטערע און דאָס האַסטיקע פֿאָלק, װאָס גײט איבער דער ברײט פֿון דער ערד, צו אַרבן װוינונגען ניט זײַנע. /1:7 פֿאָרכטיק און מוֹראדיק איז ער, פֿון אים אַלײן גײט אַרױס זײַן רעכט און זײַן מאַכט. /1:8 און פֿלינקער פֿון לעמפּערטן זײַנען זײַנע פֿערד, און שאַרפֿער פֿון אָװנטװעלף; און זײַנע רײַטער פֿאַרשפּרײטן זיך, יאָ, זײַנע רײַטער קומען פֿון דער װײַטן, זײ פֿליען װי אַן אָדלער װאָס אײַלט צו פֿאַרצערן. /1:9 זײ אַלע קומען אױף רױב, דאָס ציען פֿון זײערע פּנימער איז פֿאַרױס צו; און ער זאַמלט װי זאַמד געפֿאַנגענע. /1:10 און ער שפּאָט פֿון מלָכים, און פֿירשטן זײַנען אַ שפּילכל בײַ אים; ער לאַכט פֿון איטלעכער פֿעסטונג, װאָרום ער שיט אָן ערד, און באַצװינגט זי. /1:11 דענצמאָל גײט אים אַריבער אַ גײַסט, און ער טרעט איבער און פֿאַרשולדיקט זיך; זײַן דאָזיקער כּוֹח װערט בײַ אים צום גאָט.

/1:12 פֿאַר װאָר, דו ביסט דאָך פֿון אײביק אָן, יהוה מײַן גאָט, מײַן הײליקער, לאָמיר ניט אומקומען; גאָט, דו האָסט אים פֿאַר אַ משפּט געמאַכט, און דו, פֿעלז, האָסט אים צו שטראָפֿן געשטעלט. /1:13 דײַנע אױגן זײַנען צו רײן צו זען שלעכטס, און צוקוקן אומרעכט קענסטו ניט; פֿאַר װאָס קוקסטו-צו די װאָס פֿעלשן, שװײַגסט װען דער רָשע שלינגט אײַן דעם װאָס איז גערעכטער פֿון אים? /1:14 און האָסט געמאַכט מענטשן װי די פֿישן פֿון ים, װי װערים אָן אַ געװעלטיקער איבער זײ; /1:15 ער ציט זײ אַלע אַרױף מיט אַ װענטקע, ער שלעפּט זײ אַרױף אין דער נעץ, און ער זאַמלט זײ אײַן אין זײַן פֿאַַנגנעץ; דרום פֿרײט ער זיך און קװעלט. /1:16 דרום שלאַכט ער צו זײַן נעץ, און רײַכערט צו זײַן פֿאַנגנעץ, װאָרום דורך זײ איז פֿעט זײַן חלק, און זײַן עסן איז זאַפֿטיק. /1:17 זאָל ער דרום אױסלײדיקן זײַן נעץ, און תּמיד הרגען פֿעלקער אָן דערבאַרימונג?


/2:1 איך שטײ אױף מײַן װאַך, און איך שטעל זיך אױפֿן טורעם, און קוק צו זען װאָס ער װעט מיט מיר רעדן, און איך זאָל ענטפֿערן, אױף דער טענה צו מיר. /2:2 האָט מיר גאָט געענטפֿערט און געזאָגט, פֿאַרשרײַב די זעאונג, און פֿאַרצײכן קלאָר אױף טאָװלען, כּדי מע זאָל עס געלױפֿיק לײענען. /2:3 װאָרום די זעונג איז נאָך אױף אַ צײַט, און זי רעדט פֿון דעם קֶץ, און זאָגט ניט קײן ליגן; אױב ער װעט זיך זאַמען, טו האַרן אױף אים, װאָרום קומען װעט ער קומען, ער װעט ניט פֿאַרשפּעטיקן.

/2:4 זע, האָפֿערדיק, ניט רעכטפֿאַרטיק, איז זײַן זעל אין אים, אָבער דער גערעכטער לעבט מיט זײַן אמונה. /2:5 און פֿאַר װאָר, װי דער װײַן טוט פֿעלשן, אַזױ װעט דער שטאָלצער מענטש ניט אָנהאלטן; דער װאָס מאַכט ברײט װי די אונטערערד זײַן באַגער, און ער װעט װי דער טױט ניט זאַט, און זאַמלט צו זיך אַלע פֿעלקער, און קלײַבט צו זיך אַלע אומות. /2:6 פֿאַר װאָר, די אַלע װעלן אױפֿהײבן אַ משל אױף אים, און אַ שפּאָטרעטעניש איבער אים, און מע װעט זאָגן: װײ, דער װאָס מערט ניט-זײַנס – ביז װאַנען? – און לאָדט אױף זיך חובֿות! /2:7 פֿאַר װאָר, פּלוצלינג װעלן אױפֿשטײן דײַנע צינזמאָנער, און דערװעקן װעלן זיך דײַנע אױפֿטרײסלער, און װעסט װערן צו רױב פֿאַר זײ. /2:8 װײַל דו האָסט באַרױבט פֿיל פֿעלקער, װעלן דיך באַרױבן אַלע איבעריקע אומות; פֿון װעגן מענטשנס בלוט, און דעם אומרעכט צום לאַנד, צו דער שטאָט און אַלע װוינער אין איר.

/2:9 װײ, דער װאָס האַװעט נאָך בײזן געװין פֿאַר זײַן הױז, צו מאַכן אין דער הײך זײַן נעסט, ניצול צו װערן פֿון דער האַנט פֿון בײז! /2:10 האָסט באַראָטן שאַנד פֿאַר דײַן הױז; פֿאַרשניטן פֿיל פֿעלקער, און פֿאַרזינדיקט דײַן זעל. /2:11 װאָרום אַ שטײן פֿון דער װאַנט װעט שרײַען, און אַ באַלקן פֿון דעם האָלץ װעט אים ענטפֿערן. /2:12 װײ, דער װאָס בױט אַ שטאָט מיט בלוט, און שטעלט אױף אַ כּרַך אױף אומרעכט! /2:13 פֿאַר װאָר, זע, עס איז פֿון גאָט פֿון צבֿאוֹת, אַז פֿעלקער זאָלן זיך מאַטערן פֿאַרן פֿײַער, און אומות זאָלן זיך מיען אומנישט. /2:14 װאָרום די ערד װעט פֿול װערן מיט דערקענונג פֿון גאָטס פּראַכט, אַזױ װי די װאַסערן באַדעקן דעם ים.

/2:15 װײ, דער װאָס טרינקט אָן זײַן חבֿר! מישסט-צו דײַן גיפֿט, און מאַכסט אױך שיכּור, כּדי צו קוקן אױף זײער נאַקעטקײט! /2:16 האָסט זיך געזעטיקט מיט שאַנד אָנשטאָט כּבוד – טרינק דו אױך און װער אָפּגעדעקט. אומדרײען װעט זיך צו דיר דער בעכער פֿון גאָטס רעכטער האַנט, און קױט װעט זײַן אױף דײַן כּבוד. /2:17 װאָרום דאָס אומרעכט צום לבָנוֹן װעט דיך צודעקן, און די פֿאַרװיסטונג פֿון די חיות װאָס האָט זײ צעבראָכן; פֿון װעגן מענטשנס בלוט, און דעם אומרעכט צום לאַנד, צו דער שטאָט און אַלע װוינער אין איר.

/2:18 װאָס נוצט דער געשניצטער געץ, אַז זײַן פֿורעמער האָט אים אױסגעשניצט? װאָס דער געגאָסענער געץ, און דער פֿאַלשער לערער, אַז דער פֿורעמער פֿון זײַן פֿורעמונג האָט זיך פֿאַרזיכערט דערױף, צו מאַכן אָפּגעטער שטומע? /2:19 װײ, דער װאָס זאָגט צו אַ האָלץ: כאַפּ זיך אױף! דערװעק דיך! צו אַ שטײן אַ שטומען. ער זאָל לערנען? זע, ער איז אײַנגעפֿאַסט אין גאָלד און זילבער, און אַ שום אָטעם איז אין אים ניטאָ. /2:20 אָבער יהוה איז אין זײַן הײליקן טעמפּל; שטיל פֿאַר אים, די גאַנצע ערד!


/3:1 אַ תּפֿילה פֿון חבֿקוק דעם נבֿיא אױף שִגיוֹנות. /3:2 גאָט, איך האָב געהערט דײַן הערונג; איך שרעק מיך; גאָט, לעב אױף דײַן װערק אין די נאָנטע יאָרן, אין די נאָנטע יאָרן מאַך עס באַקאַנט; אין צאָרן געדענק אָן דערבאַרימען.

/3:3 גאָט קומט פֿון תֵּימָן, און דער הײליקער פֿון באַרג פּאָרָן. סֶלָה. זײַן גלאַנץ באַדעקט די הימלען, און מיט זײַן ליכטיקײט איז פֿול די ערד. /3:4 און דער שימער איז װי זונליכט, שטראַלן האָט ער פֿון זײַן זײַט; און דאָרטן איז די באַהעלטעניש פֿון זײַן מאַכט. /3:5 אים פֿאַרױס גײט די פּעסט, און דער בליץ גײט אַרױס נאָך זײַנע פֿיס. /3:6 ער שטײט אױף, און צעטרײסלט די ערד, ער גיט אַ קוק, און מאַכט שפּרינגען די פֿעלקער, און די אײביקע בערג װערן צעפּיצלט, די אוראַלטע הײכן פֿאַלן אַנידער;ְ דאָס זײַנען זײַנע אײביקע װעגן. /3:7 אונטער אומגליק זע איך די געצעלטן פֿון כּושַן, די פֿאָרהאַנגען פֿון מִדיָן-לאַנד ציטערן. /3:8 האָט אױף די טײַכן, גאָט, האָט אױף די טײַכן געגרימט דײַן צאָרן? צי איז אױף דעם אים דײַן כּעס? װאָס דו רײַטסט אױף דײַנע פֿערד, אױף דײַנע רײַטװעגן פֿון זיג? /3:9 בלױז אַנטבלױזט איז דײַן בױגן, באַשװאָרן די פֿײַלן פֿון דײַן װאָרט. סֶלָה. אין טײַכן צעשפּאַלטסטו די ערד. /3:10 געזען דיך – ציטערן די בערג, אַ פֿלײצונג װאַסער איז אַריבערגעגאַנגען, דער תּהָום האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קָול, ער האָט אױפֿגעהױבן אין דער הײך זײַנע הענט. /3:11 די זון, די לבֿנה, האָט זיך אָפּגעשטעלט אין איר װוינונג, פֿאַר דעם שײַן פֿון דײַנע פֿײַלן װאָס לױפֿן, פֿאַר דעם שימער פֿון דײַן בליציקן שפּיז. /3:12 מיט צאָרן שפּרײַזטו איבער דער ערד, מיט כּעס דרעשסטו די אומות.

/3:13 ביסט אַרױס צו הילף דײַן פֿאָלק, צו הילף דײַן געזאַלבטן; האָסט צעהאַקט דעם קאָפּ, פֿון דעם רשעס הױז, האָסט אױפֿגעדעקט דעם גרונט ביזן האַלדז. סֶלָה.

/3:14 האָסט צעלעכערט מיט זײַנע פֿײַלן דעם קאָפּ פֿון זײַנע פֿירער, װאָס שטורעמען מיך צו צעשפּרײטן; װאָס זײער פֿרײד איז װי אױפֿצועסן דעם אָרימאַן אין פֿאַרבאָרגעניש. /3:15 האָסט געטרעטן דעם ים מיט דײַנע פֿערד, דעם שױם פֿון די גרױסע װאַסערן. /3:16 איך האָב געהערט, און מײַן לײַב האָט געציטערט, פֿון דעם קָול האָבן מײַנע ליפּן געקלאַפּט; אַ פֿױלונג איז אַרײַן אין מײַנע בײנער, און איך ציטער אױף מײַן אָרט: אַז איך זאָל זײַן באַרוט אין טאָג פֿון נױט, װען מע קומט אױפֿן פֿאָלק אים צו באַפֿאַלן. /3:17 פֿאַר װאָר, דער פֿײַגנבױם בליט ניט, און ניטאָ קײן פֿרוכט אױף די װײַנשטאָקן, געפֿעלשט האָט דער אײַנקום פֿון אײלבערטבױם, און די פֿעלדער גיבן ניט קײן שפּײַז, פֿאַרשניטן פֿון געהעפֿט איז די שאָף, און ניטאָ קײן רינדער אין די שטאַלן. /3:18 אָבער איך װעל מיך פֿרײען מיט יהוה, און לוסטיק זײַן מיט דעם גאָט פֿון מײַן הילף. /3:19 יהוה מײַן גאָט איז מײַן שטאַרקײט, און ער מאַכט מײַנע פֿיס װי די הינדן, און אױף מײַנע הײכן מאַכט ער מיך טרעטן.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער. מיט מײַן סטרונעשפּיל.