לדלג לתוכן

זיבן גוטע יאר

פֿון װיקיביבליאָטעק

1 י.-ל. פּרץ / זיבן גוטע יאָר

https://drive.google.com/open?id=1ajg14wI8p1RRAjUOOggKxbnfPVNwTkWU

https://soundcloud.com/ephraim-berkovitch/ylperets-zibn-gute-yor-reads-sara-blacher-retter

דאָס איז אַ געשיכטע, װאָס איז געשען אין טורבין. אין טורבין איז געװען אַ מאָל אַ טרעגער, האָט ער געהײסן טוביה און איז געװען אַ גרױסער אָרעמאַן, אײן מאָל, דאָנערשטיק, שטײט ער אַזױ אין מאַרק, מיט די פּאָלעס פֿאַרשאַרצט אונטערן שטריק אױף די לענדן, און קוקט אױס, פֿון װאַנען עס װעט קומען זײַן הילף, ער זאָל פֿאַרדינען עפּעס אױף שבת. און דאָ שטײען די געװעלבן אַרום און אַרום לײדיק. אין יוצא ואין בא, מען זעט נישט, עס זאָל עמעצער קומען סחורה קױפֿן, עס זאָל זײַן װאָס אָפּצוטראָגן. הײבט ער, נעבעך, אױף די אױגן צום הימל מיט אַ געבעט, ער זאָל, חלילה, קײן פֿאַרשטערטן שבת נישט האָבן, און זײַן װײַב סערל מיט די קינדערלעך זאָלן, חס-ושלום, נישט הונגערן אום שבת.

װי ער איז אַזױ מתפּלל, דערפֿילט ער, אַז עמעץ גיט אים אַ צי פֿאַר דער פּאָלע. קוקט ער זיך אום, זעט ער פֿאַר זיך אַ דײַטשל, אָנגעטאָן װי אַ שיסער אין װאַלד, מיט אַ פֿעדער אױפֿן קאַפּעלושל און אַ גרינעם אױפֿלאָג אױפֿן שפּענצער. און דאָס דײַטשל זאָגט צו אים אױף רײן דײַטש, װאָס מיר זעצן דאָ איבער אױף עברי-טײַטש, מיט די װערטער׃

– הער, טוביה, דיר איז באַשערט געװאָרן זיבן גוטע יאָר, זיבן יאָר פֿון מזל און הצלחה, און אוצרות געלט. װענדט זיך עס אָבער אין דיר, װען דו װילסט האָבן די גוטע יאָר. װילסטו, – װעט דיר אױפֿשײַנען דײַן מזל נאָך דעם הײַנטיקן טאָג, און אײדער עס װעט אונטערגײן די זון, װאָס שטײט דיר איבערן קאָפּ, װעסטו קאָנען אפּקױפֿן גאַנץ טורבין מיט דער סביבה, אָבער נאָך זיבן יאָר װעסטו צוריק װערן אַן אָרעמאַן, װי דו ביסט געװען, און װילסטו, – װעט די גוטע, געבענטשטע צײַט קומען ערשט צום סוף פֿון 2 דײַנע יאָרן, און דו װעסט אַװעקגײן פֿון דער װעלט דער גרעסטער גביר.

געװעזן איז עס, װי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אליהו הנביא, װאָס האָט זיך, װי זײַן שטײגער איז, אין אַ דײַטשל פֿאַרשטעלט. טוביה אָבער האָט געמײנט, אַז עס איז, להבדיל אלף הבדלות, אַ פּראָסטער כּישוף-מאַכער, ענטפֿערט אים׃

מײַן ליב דײַטשל, לאָז דו מיך געמאַך, װאַרום איך בין, נישט פֿאַר דיר געדאַכט, אַ גרױסער עני ואביון, איך האָב אױף שבת נישט. און איך האָב דיר נישט מיט װאָס צו באַצאָלן פֿאַר דײַנע עצות מיט דײַן טרחה.

אַז דאָס דײַטשל אָבער האָט אים נישט אָפּגעלאָזט און איבערגעחזרט אים די װערטער אײן מאָל, צװײ מאָל און דרײַ מאָל, איז עס טוביהן שױן אַרײַן אין קאָפּ, ענטפֿערט ער אים׃ – װײסטו װאָס, ליב דײַטשל, אױב דו מײנסט עס ערנסט מיט מיר און ביסט נישט קײן לועג לרש, און דו פֿרעגסט מיר באמת, מוז איך דיר זאָגן, אַז איך בין מיך נוהג, בײַ יעדער זאַך, װאָס קומט מיר פֿאָר, זיך אַן עצה צו האַלטן מיט מײַן װײַב סערל און אָן איר קאָן איך דיר קײן קלאָרע תשובה נישט געבן.

זאָגט אים דאָס דײַטשל, אַז עס איז זײער אַ גוטע זאַך, זיך אַן עצה צו האַלטן מיט דער פֿרױ, און ראָט אים, ער זאָל זי גײן פֿרעגן, און ער, דאָס דײַטשל הײסט עס, װעט דאָ שטײן און װאַרטן אױף אַ תשובה.

טוביה קוקט זיך נאָך אַ מאָל אום אין אַלע זײַטן, קײן פֿאַרדינסט זעט ער נישט, טראַכט ער זיך, װאָס ער קאָן דאָ אָנװערן, ער װעט אַהײמגײן פֿרעגן. לאָזט ער אַראָפּ די פּאָלעס און גײט אַרױס הינטער דער שטאָט װוּ ער האָט געװױנט, כּמעט שױן אױפֿן פֿעלד, אין אַ לײמען שטיבל, איבערשמועסן זיך מיט סערל זײַן װײַב. װי סערל האָט אים דערזען דורך דער אָפֿענער טיר (עס איז זומער געװען), איז זי אים אַרױסגעלאָפֿן אַנטקעגן מיט גרױס שׂמחה, זי האָט געמײנט, אַז ער ברענגט איר אָן התחלה אױף שבת, זאָגט ער איר אָבער׃

3 – נײן, סערל, זײַן ליבער נאָמען האָט מיר נאָך קײן מאָל פֿאַרדינסט נישט באַשערט, דערפֿאַר אָבער איז צו מיר געקומען אַ דײַטשל...

און ער דערצײלט איר אַזױ און אַזױ, באשר בכן, דאָס דײַטשל זאָגט, אַז עס איז אים באַשערט זיבן גוטע יאָר, און עס װענדט זיך אָן אים, װען די גוטע יאָר זאָלן קומען, אַצינד אָדער פֿאַר דער פּטירה, פֿרעגט ער בײַ איר אַן עצה׃ װען?

טראַכט סערל נישט לאַנג און ענטפֿערט אים׃

– גײ, מײַן ליבער מאַן, און זאָג דעם דײַטשל, אַז דו װילסט די זיבן גוטע יאָר אױף דער רגע!

– פֿאַר װאָס, סערל? – פֿרעגט טוביה פֿאַרװוּנדערט, – נאָך זיבן יאָר, װעלן מיר דאָך װערן צוריק אָרעמע לײַט, און דעם יורד איז דאָך ערגער, װי אַ פּראָסטן אָרעמאַן?

– פֿאַרזאָרגט נישט, מײַן ליבער גוטער פֿרײַנט, די װעלט. דערװײַל נעם, װאָס מען גיט דיר און זאָג׃ ברוך ה' יום יום! בפֿרט, אַז מען דאַרף חדר-געלט פֿאַר די קינדער, מען האָט זײ מיר אַהײמגעשיקט, אָט זע, װי זײ שפּילן זיך אין זאַמד.

דאָס איז גענוג געװען, טוביה זאָל צוריק לױפֿן צום דײַטשל מיט אַ קלאָרער תשובה, אַז ער װיל די זיבן גוטע יאָר תוך כּדי דבור. זאָגט אים דאָס דײַטשל׃

– רעכן נאָר איבער, טוביה, הײַנט ביסטו אַ מענטש מיט כּוח און קאָנסט פֿאַרדינען, אַ מאָל מער, אַ מאָל װײניקער... װאָס װעט אָבער זײַן שפּעטער, אַז דו װעסט עלטער װערן און װעסט זײַן אַ יורד, און אַזױ פֿיל כּוח צו דער אַרבעט װעסטו אױך נישט האָבן – 4 ענטפֿערט טוביה׃

– הער, דײַטשל, מײַן װײַב סערל װיל באַלד. ערשטנס, זאָגט זי, ברוך ה' יום יום און הײסט אױף שפּעטער נישט זאָרגן, און צװײטנס, האָט מען אונדז די קינדער פֿון חדר אַהײמגעשיקט... אױב אַזױ – זאָגט אים דאָס דײַטשל, – גײ אַהײם, און אײדער דו װעסט קומען אין שטוב אַרײַן, װעסטו זײַן אַן עושר!

װיל ער אים פֿאָרט איבערפֿרעגן װעגן נאָך די זיבן יאָר, איז אים אָבער דערװײַל דאָס דײַטשל פֿאַרשװוּנדן געװאָרן.

גײט ער, טוביה, אַ הײם. געװױנט, האָבן מיר שױן געזאָגט, האָט טוביה הינטער דער שטאָט, כּמעט אױפֿן פֿרײַען פֿעלד. קומט ער צו צו דער שטוב, זעט ער, װי די קינדער שפּילן זיך הינטער דער שטוב אין זאַמד, גײט ער צו, דערזעט ער, אַז זײ שאַרן אַרױס פֿון אַ גריבל נישט קײן זאַמד, נאָר רײן גאָלד, טאַקע זהב טהור... פֿאַרשטײט זיך, אַז מער האָט מען נישט געדאַרפֿט, עס האָבן זיך שױן אָנגעהױבן די זיבן יאָר, די זיבן מזלדיקע יאָר...

____________ די צײַט לױפֿט אָבער פֿײל פֿון בױגן און זיבן יאָר גײען אַריבער געשװינד. קומט נאָך די זיבן יאָר דאָס דײַטשל צו טוביהן, אים אָנצוזאָגן, אַז די זיבן יאָר זענען אַריבער און אַז הײַנט פֿאַר נאַכט װעט נעלם װערן דאָס גאָלד אין דער ערד. דאָס גאָלד אין שטוב און אפֿילו דאָס גאָלד, װאָס זײ האָבן געקאָנט באַהאַלטן בײַ

לײַטן...

טרעפֿט ער טוביהן, װי ער שטײט אין מיטן מאַרק, װי פֿאַר זיבן יאָר, מיט די זעלביקע פֿאַרשאַרצטע פּאָלעס אונטער די לענדן און קוקט אױס אױף אַ פֿאַרדינסט. זאָגט ער אים׃ הער, טוביה, די זיבן יאָר זענען אַריבער!

ענטפֿערט אים טוביה׃ גײ זאָג מײַן װײַב סערל, װײַל דאָס עשירות איבער די גאַנצע זיבן יאָר איז געװען בײַ איר אין דער האַנט. 5 גײען זײ בײדע אַרױס הינטער דער שטאָט, און קומען צום זעלביקן לײמענעם הײַזל אױפֿן פֿעלד און טרעפֿן סערלען פֿאַר דער טיר. און זי איז אױך אָרעם געקלײדט װי אַ מאָל, נאָר איר פּנים שמײכלט.

זאָגט איר דאָס דײַטשל מיט די זעלביקע װערטער, אַז די זיבן גוטע יאָר זענען אַװעק.

ענטפֿערט זי אים, אַז זײ האָבן קײן גוטע יאָר נאָך נישט אָנגעהױבן צו האָבן, אַז זײ האָבן קײן מאָל נישט געהאַלטן דאָס געלד פֿאַר זײער אײגנס, װײַל, װאָס אַ מענטש פֿאַרדינט מיט זײַנע צען פֿינגער, דאָס איז זײַנס, און אַזױ עשירות, װאָס קומט אָן שװײס און אומגעזוכט, איז נאָר אַ פּקדון, װאָס זײַן ליבער נאָמען לאָזט איבער בײַ מענטשן אין די הענט פֿאַר אָרעמע לײַטס װעגן... זי האָט נאָר פֿון גאָלד אױף שכר למוד גענומען, דאָס איז גאָטס תּורה, מעג מען פֿאַר זײַן תּורה מיט זײַן גאָלד צאָלן, מער נישט! און אױב זײַן ליבער נאָמען האָט פֿון הײַנט אָן אַ בעסערן בעל פּקדון פֿאַר זײַן געלד, מהיכא תּיתא, זאָל ער צונעמען און איבערגעבן אַן אַנדערן!

אליהו הנביא האָט עס אױסגעהערט און איז נעלם געװאָרן. ער האָט עס איבערגעגעבן דעם בית-דין של מעלה, און דער בית-דין של מעלה האָט געפּסקנט, אַז עס איז קײן בעסערער בעל פּקדון נישט פֿאַראַן, און די זיבן יאָר האָבן זיך נישט אױסגעלאָזט כּל-זמן טוביה און זײַן װײַב סערל האָבן געלעבט.