לדלג לתוכן

זאמד און שטערן

פֿון װיקיביבליאָטעק

שמעון פרוג (1860 – 1916)


זאמד און שטערן

עס שיינט די לבנה, עס גלאנצן די שטערן.
די נאכט שוועבט אויף בערג און אויף טאל.
דאס אלטיטשקע ביכעלע ליגט פאר מיר אפן,
איך לייען עס, לייען עס טויזנטער מאל.

איך לייען די הייליקע, טייערע ווערטער,
מיר הערט זיך א שטימע : "איך שווער -
מיין פאלק, דו וועסט זיין ווי די שטערן אין הימל,
ווי זאמד אויפן ברעג פונעם מער..."

ריבונו של עולם! עס ווערט ניט פארפאלן
פון דיינע הבטחות קיין איינציק ווארט;
מקוים מוז ווערן דיין הייליקער ווילן,
אלץ קומט אין זיין צייט, אויף זיין ארט.

און איינס איז שוין טאקע מקוים געווארן -
דאס פיל איך, דאס ווייס איך געוויס;
מיר זיינען געווארן ווי זאמד וואס איז הפקר,
וואס יעדערער טרעט מיט די פיס...

יא, גאטניו, אמת, ווי זאמד און ווי שטיינער,
צעשפרייט און צעווארפן אויף שאנד און אויף שפאס ...
נו, אבער די שטערן, די ליכטיקע קלארע -
די שטערן, די שטערן - וואו זיינען זיי, גאט?