ווען די אוונט זון פארגייט

פֿון װיקיביבליאָטעק
לייבוש לערער 1887 – 1964

אַ שבת־ליד איז באַזירט אויפֿן גשם־ניגון:

ווען די אָוונט־זון פֿאַרגייט פון לייבוש לערער

ווען די אָוונט-זון פֿאַרגייט,
טוט זי אָן איר פּורפּור-קלייד.
נאַכט וועט באַלד ווערן,
זילבערנע שטערן
וועלן אַלע לײַכטן
אויף אונדז, אויף אונדז.

שטילער, שטילער, אָוונט שײַן
הילט ער זיך אין בלויען אײַן.
נאַכט וועט באַלד ווערן,
זילבערנע שטערן
וועלן אַלע לײַכטן
אויף אונדז, אויף אונדז.

וועגן לייבוש לערער[רעדאַקטירן]

פארווערטס