דריי ליבע לידער
שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: רוסלאנד.
דריי ליבע לידער
איך ווייס, אַז ביסט ניטאָ דאָרט, אַז אומזיסט
איז איצט מיין גאַנג אַהער – אָן דיר איז וויסט
די שטוב, דער זומער־הויף, אַ מייל אַרום,
נאָר ס'פירן מיך אַליין די פיס... איך קום:
דאָס טירל כ'עפן שטיל און שטיל כ'פאַרמאַך,
ווייל זיין דאָ אויך אָן דיר באַטייט אַ סך
פאַר מיר – אַ זאַך אַ זייער, זייער נויטיקע,
מיין איילבירט־אויגיקע, מיין טונקלהויטיקע.
1947
און אפשר...
און אפשר הייבט זיך איצטער אָן אַ נייער קאָן,
אַ לעבן־קרייז אַ נייער הייבט פאַר אונדז זיך אָן,
וואָס איז פון יענעם אָפּגעשיידט אָן הויכע ווענט,
נאָר מיט אַ שוועל, אין גאָר אַ נייער זייט געווענדט,
און מיט אַ שויב, וואָס קוקט אין גאָר אַן אַנדער וועלט,
אַ וועלט, וואָס איז ביז היינט פון אונדז געווען פאַרשטעלט,
פאַרדעקט, ווען ביידע זיינען מיר געוועזן יינגער,
מיט דיינע בלאָנדע האָר און דורכזיכטיקע פינגער?
1955
אַזוי אָט בענקט מען עס ביי זעכציק יאָר,
אַז איבער נאַכט די ביינער זאָלן וויי טאָן
פון קערן זיך פון איין זייט אויפן צווייטן,
פון קוים דערוואַרטן זיך אויפן קאַיאָר
אויף צו דערהערן כאָטש אין ווייט דיין קול,
דאָס טרייבל אין דער פויסט אַזוי פאַרקלעמען,
אַז ווען פאַר זיך אַליין כ'וואָלט זיך ניט שעמען –
צעזינגען וואָלט איך זיך, ווי גאָר אַמאָל.
אַזוי אָט ליבט מען עס אין אונדזער שטאַנד?
אַז ציטערן דאָס טרייבל זאָל אין האַנט?
איך הער דאָך ניט קיין וואָרט, כ'פיל נאָר אַ הויך...
וואָס איז? ס'האָט אָטעם דיר פאַרפעלט, דיר אויך?
1959