דע חכמה לנפשך קבלה שופטים תשס"ו
דע חכמה לנפשך קבלה שופטים תשס"ו - - דע חכמה לנפשך קבלה שופטים תשס"ו המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת שופטים תשס"ו פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן
ראשית דגנך תירשך ויצהרך וראשית גז צאנך תתן לו: (דברים י"ח, ד')
א] הנה ימים באים די הייליגע ימי אלול, די גרויסע ימי הרחמים והסליחות זענען שוין ממש דא מיט אונז צוזאמען, יעדער איינער באקומט דאך אין די גרויסע זמנים אמת'ע הרהורי תשובה, אשובה אלכה אל אישי הראשון, יעדער וויל זיך באמת צירוק קערן צו אונזער גרויסע טאטע אין הימל, אונזערע אמת'ע פאטער וואס מיר האבן ליידער ליידער מזלזל געווען אין איהם א גאנצע יאהר, אבער אין די לעצטע טעג פון יאהר פארן יום הדין הגדול, וויל דאך יעדער איינער זיך מטהר ומקדש זיין צו זיין ריין ביים גרויסן הייליגן יום הדין הבעל"ט, און אין דער אמת'ן דארף מען תשובה צו טוהן א גאנץ יאהר יעדן איינציגער טאג.
אבער לאו כל מוחא סביל דא נישט יעדער האט די כוחות צו דעם, אבער לכל הפחות אין די לעצטע זמן און חודש פון יאהר וויל יעדער זיך אומקערן צו אונזער טאטע אין הימל, דארף מען צו וויסן די דרכי התשובה ווי אזוי צו גיין אין די ריכטיגע וועגן פון תשובה שלימה.
ב] והנה עס ווערט געברענגט אין כתבי אר"י הק' זי"ע (שער הפסוקים פר' שופטים) אויפן פסוק ראשית ג"ז צאנך וגו' אז דער מצוה פון ראשית הגז איז כולל אין זיך אלע תרי"ג מצוות, ווייל דער ר"ת און ס"ת פון ר'אשי'ת ה'ג'ז איז בגימ' תרי"ג, דער ביאור און סוד פון דעם ענין איז, כידוע אז דער עיקר תכלית פון קיום מצוות השי"ת איז, אז דורכן קיום המצוות בפועל ובמעשה וואס דאס ווערט אנגערופן בבחי' ו"ק [ו' קצוות זעיר אנפין בחי' מידות], זאל מען דערגרייכן און ממשיך זיין די עבודה פון קיום המצוות בבחי' מוחין און בבחי' מחשבה וואס ווערט אנגערופן בחי' כתר חכמה בינה בחי' עבודת היחוד, און כידוע אז אין די פרצוף המוחין געפונען זיך די גרויסע אורות פון די י"ג מכילין דרחמי, וואס ווי עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אר"י זי"ע (שעה"כ דרושי ר"ה בהקדמה) ווערן אין חודש אלול נתעורר די גרויסע הייליגע אור און השפעה פון די י"ג מכילין דרחמי, און ווי מיר זעהן טאקע אז ביי די סליחות איז מען כסדר פארנומען מיטן מעורר זיין די י"ג מידות של רחמים, און די שורש פון זייער מקום איז אינעם פרצוף אריך אנפין דהיינו די ספי' פון כתר, און עס זענען פארהאן דריי בחי' אין די י"ג מכילין דרחמי, בחי' י"ג חיוורתא [דהיינו די ווייסע חלק פונעם הויט אינטער די האר] בחי' י"ג נימין [דהיינו די האר] בחי' י"ג דיקנא [דהיינו די פנים], און בפרטות זענען זיי די בחי' פון כתר חכמה בינה וואס איז אינעם פרצוף הכתר, דהיינו אז די בחי' פון די י"ג חיוורתא איז בבחי' כתר, און די י"ג נימין איז די בחי' פון חכמה, וואס די שערות איז די בחי' פון די אורות וואס שפראצן ארויס פונעם מח דהיינו די חכמה, און ווי עס ווערט געברענגט פונעם אר"י הק' איז דאס די בחי' פון ראשית הגז (עיין ליקוטי תורה שופטים), וואס ביידע איז די בחי' פון שערות, און דאס איז דער ערשטע דרך אינעם עבודת התשובה.
ג] און ווי עס ווערט געברענגט אין ליקוטי מוהר"ן (תורה ו') אז דער עיקר מדרגה פון תשובה איז בבחי' כתר העליון עתיקא סתימאה וואס ווערט אנגערופן בבחי' אות א', און אין די מדרגה איז פארהאן עטליכע עבודות, די ערשטע עבודה ווי אזוי תשובה צו טוהן, דארף צו זיין דורכן בחי' פון מקבל זיין בזיונות און שפיכות דמים, דהיינו די עבודה פון מקבל זיין צער און בזיונות און אלעס מקבל צו זיין באהבה און פארשווייגן, און די עבודה דארף נישט זיין דוקא דורך בזיונות פון אנדערע מענטשן, עס קען אויך זיין די בחי' פון קבלת יסורים באהבה ביי זיך זעלבסט, דהיינו אז דער מענטש האט א מורא'דיגע צער און בזיון פון דעם וואס ער קען נישט ריכטיג שטייגן אין עבודת השי"ת, און ער פאלט אדורך מיט גרויסע ירידות און נפילות, אבער ער האלט זיך שטארק נישט אריינצופאלן אין יאוש נאר ער איז מקבל די בזיונות און יסורים באהבה, און ער גלייבט אז יעדער קלייניקייט איז פונעם בורא עולם אבינו אב הרחמן, אפי' זיין יעצטיגע שפל המדרגה איז אויך פונעם רבוש"ע, און ממילא איז נישט דא אויף וואס צו אריינפאלן אין מרה שחורה רח"ל, [אודאי ווען א מענטש האלט ביי א נסיון מעג ער ח"ו ח"ו נישט טראכטן אז עס איז באשערט צו טוהן די עבירה, מיר רעדן דא נאר נאכן חרטה האבן ווען ער וויל זיך מחזק זיין מכאן ולהבא], נאר אדרבה אזוי זעהט מען קלאר און דייטליך אז אין עוד מלבדו און אז אפי' אין רוחני' דארף מען זיך אינגאנצן מבטל זיין צו השי"ת און האפן צו א ישועה שלימה.
און דאס איז דער בחי' פונעם אות א [וואס איז מרמז אויף כתר] וואס דער צורה פונעם אות א' איז י' פון אויבן און י' פון אינטן און ו' אינמיטן, דהיינו אז דער אנהייב פונעם דרך התשובה דארף צו זיין מיטן עבודת הביטול, דהיינו צו מבטל זיין דער גאנצע ישות וואס דאס איז דער מקור צו אלע נפילות און צו אלע מחשבות פון יאוש און מרה שחורה, וויבאלד דער מענטש זעהט זיך פאר א גאנצע יש און א גאנצע אנכי, און ממילא פאסט איהם נישט זיין מצב פארוואס ער איז אין אזא נידריגע מדרגה, און ממילא ווערט ער אינגאנצן במרה שחורה און בעצבות, ממילא ווען דער מענטש וויל זיך אויפהייבן און אנהייבן צו תשובה טוהן און זיך מקרב זיין צו השי"ת, דארף ער קודם כל מבטל זיין דעם אנכי און דער יש, און ער דארף צו זיין בבחי' י' התחתונה דהיינו די אינטערשטע י' פונעם אות א', וואס די אות א' איז בבחי' כתר, וואס כתר איז דער בחי' פון המתנה מלשון הפסוק כתר לי זעיר דהיינו ווארט מיר אביסל, וואס דאס איז די בחי' פון ביטול הישות, צו האבן געדולד און מצפה זיין אויף רחמי השי"ת, און אזוי אויך איז די י' התחתונה פונעם אות א' מרמז אויפן בחי' פון מלכות, וואס מלכות איז בבחי' דלה ועניה דלית ליה מגרמיה כלום, דהיינו אז דער מענטש געוואוינט זיך צו צו די הנהגה פון ווארטן.
דהיינו אז אפי' עס גייט איהם נישט פונקט ווי ער האט געוואלט און געהאפט, דאך איז ער זיך מבטל און ער ווארט און איז א עומד ומצפה מתי אבוא ואראה פני הוי"ה, און הגם יעצט כרגע אין זיין מצב זעהט ער נישט קיין שום אויסוועג ער זאל קענען ארויסקריכן פון זיין ביטערע מצב, דאך איז ער אינגאנצן מבטל זיינע שאיפות רצונות און זיינע מחשבות, און ער פארלאזט נאר אויפן בורא כל עולמים ער זאל טוהן מיט איהם ווי זיין הייליגע רצון איז.
און דאס איז אלעס מרומז אינעם פסוק נסגו אחור יבשו בושת, דהיינו אז טאמער א מענטש פאלט ח"ו אריין אין א ירידה און אין א נפילה וואס דאס איז בבחי' נסגו אחור דהיינו ער פאלט אויף צירוקוועגס, דארף ער צום ערשט זיין בבחי' יבשו דהיינו צו מקבל זיין בושות און בזיונות פון זיך אליינס, מי אנכי מה חיי אני הבל וריק אני רומה ותולעה, און בכח די בושה וועט ער צוקומען צו אן אמת'ע ביטול עצמיות, און ער וועט אנקומען צו דער מדרגה פונעם י' התחתונה וואס איז בבחי' מלכות בחי' חיריק [בחי' נקודה התחתונה בחי' ביטול], וואס מלכות איז בבחי' ביטול הישות הגמור צו השי"ת, וואס דורך די עבודה טוהט ער מאיר זיין אויף זיך די שם ס"ג וואס איז בבחי' י"ג נימין וואס דאס איז בבחי' אור החכמה וואס דאס איז דער סוד פון נסג"ו לשון ס"ג, דהינו אז ער איז מקבל אויף זיך זיין התרחקות פון השי"ת בשתיקה ובביטול, וואס דאס איז דער סוד פון אבא יסד ברתא (זוה"ק ח"ג רמ"ח.) דהיינו אז ווען מען איז זיך מדבק אינעם עבודה פון ברתא דהיינו נוק' מלכות איז מען ממשיך אויף זיך די אור החכמה אבא[1], וואס חכמה איז אויך דער בחי' פון ביטול הישות, דהיינו אז דער מענטש קומט אן צו א מדרגה וואס ער ווערט קלאר אינעם עבודה פון אין עוד מלבדו, אז אין יעדן מצב זעהט ער נאר די בהירות האלוקותו ית"ש.
און ממילא מיט דעם כח און אור החכמה איז ער זיך מחזק צו לוחם זיין מלחמת השי"ת [ביז היינט אז עס רעדט זיך נאר פון אנכי מיט אני, האט ער נישט די כח המלחמה, ווייל ער איז דאך אינגאנצן צובראכן פון זיין מצב, אבער טאמער עס האנדלט זיך נאר בלויז וועגן כבוד השי"ת, דהיינו אז עס האט גארנישט מיטן מנעטש פרעזענליך נאר עס איז בלויז אלוקות, האט מען א מורא'דיגע כח צו לוחם זיין מיטן יצה"ר].
און דאס זעהן מיר טאקע ביי די גרויסע מלחמה מיט עמלק ימ"ש, וואס דער גאנצע עמלק איז די בחי' פון ישות [כידוע אז עמלק איז בגימ' רם], און ווי ער האט משפיע געווען אויף כ"י די שווערע ספיקות פון צו טראכטן היש הוי"ה בקרבנו אם אין, וואס דאס קומט נאר דורכן היפך פון ביטול הישות, האט משה רבינו ע"ה געשיקט צו די מלחמה דווקא יהושע, וואס כידוע אז פני משה כחמה פני יהושע כלבנה, וואס די לבנה איז די בחי' פון נוק' מלכות דלית לה מגרמה כלום, נאר וואס זי איז מקבל פונעם אור החמה, דהיינו כנ"ל אז דער ערשטע עבודה ארויסצורייסן די רע איז נאר דורכן עבודה פון ביטול בחי' חיריק בחי' י' התחתונה בחי' מלכות, און נאר אזוי קען מען פארשניידן די גאנצע רע.
און דערנאך קען מען זוכה זיין צו די אנדערע מדרגות, ווי חז"ל דרש'ענען (סנהדרין כ:) אז דריי מצוות זענען כלל ישראל באפוילן געווארן פארן אריינגיין קיין ארץ ישראל, א' אויסצומעקן דעם עמלק ימ"ש ב' צו ממנה זיין א מלך ג' אויפצובויען דעם ביהמ"ק, והיינו אז די ערשטע עבודה דארף צו זיין די עבודה פון ביטול הישות, און צו גלייבן באמונה בהירה ושלימה אז אלעס איז בלויז בלויז אבינו אב הרחמן, און אזוי קען מען זיך שטארקן איבערן יצה"ר און איהם פארשניידן, וואס דאס איז דער בחי' פון ממעמקים קראתיך הוי"ה, דהיינו אז דייקא ווען דער מענטש איז אין די גרעסטע ירידה, און דייקא אין די מקום איז ער זיך מבטל צו השי"ת, וואס דאס איז בבחי' מלכות למנות עליהם מלך דהיינו די התבטלות פאר השי"ת, וואס דורכדעם איז ער זוכה צו די גרויסע אור בבחי' הוי"ה בחי' חכמה וואס יעדע שער [האר] ווערט בבחי' שער [טויער] צו עבודת השי"ת, וואס דאס איז די בחי' פון אור החכמה וואס דער אר"י הק' שרייבט אז די שערות החכמה זענען משפיע אויף אלע מידות הק', דהיינו אז בכח די עבודה בבחי' חכמה וואס דער מענשט איז זיך מבטל אינגאנצן פאר השי"ת, און עס איז איהם נישט קיין שום נפק"מ צו ער וועט עפעס דערגרייכן אין עבודת השי"ת אדער נישט, ווייל ער זיכט בכלל נישט ממלא זיין זיינע אייגענע רצונות און שאיפות, נאר ער פרובירט אלס צו ממלא זיין נאר די רצון השי"ת, ממילא איז ער בבחי' שם ס"ג בסוד נסגו אחור, וואס דאס איז די בחי' פון ראשית הגז ווי דער פסוק זאגט כרחל לפני גזזיה נאלמה ולא יפתח פיו, און ממילא איז ער מעורר די בחי' פון חכמה העליונה בחי' י"ג נימין.
דאס איז דער ערשטע עבודה פון תשובה בבחי' י' התחתונה פונעם אות א', וואס די עבודה ווערט אנגערופן בבחי' ושוב [רצוא ושוב], דהיינו אז דער מענטש איז בבחי' ביטול בסוד מלכות בבחי' בושות ויסורין שומעין חרפתן ואינן משיבין, דהיינו די עבודה בבחי' כתר דהיינו די שתיקה און דמימה.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ כידוע אז מלכות איז בבחי' נוק' וואס נוק' איז בבחי' דין בחי' חיסרון, ווייל זי פארמאגט נישט קיין אייגענע כוחות, נאר וואס מען איז משפיע אויף איהר, און ז"א איז בבחי' דוכרא בחי' חסדים, [און ווי מיר זעהן טאקע אז די ה' חסדים גייען צום ז"א משא"כ די ה' גבורות גייען ווייטער צום נוק'], אבער בפנימי' איז דער שורש פון מלכות חכמה, ווייל בפנימי' איז דאך נישט פארהאן קיין דינים נאר רחמים וחסדים וואס דאס איז בחי' חכמה, און חכמה איז דאך אויך די פנימי'דיגע מוחין, וד"ל ואכהמ"ל.