דע חכמה לנפשך קבלה נח תשס"ז
דע חכמה לנפשך קבלה נח תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה נח תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת נח תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן
אלה תולדת נח נח איש צדיק תמים היה בדרתיו וגו': (בראשית ו', ט') עשה לך תבת עצי גפר וגו': (שם י"ד) תחתים שנים ושלשים תעשה: (שם ט"ז)
פירש רש"י: תחתים שנים ושלשים. ג' עליות זו על גב זו עליונים לאדם אמצעיים למדור תחתים לזבל.
א] עס ווערט געברענגט פון צדיקי אמת זי"ע (עיין בעש"ט הק' עה"ת) אז די בחי' פונעם תיבה גייט ארויף אויף די תיבות התורה הק' ותפילה, וואס א מענטש דארף זעהן זיך אריינצולייגן און זיך פארשפארן אינגאנצן אין די הייליגע תורה און אין די אותי' התפילה, און בפרט אין אונזערע שווערע צייטן וואס די גאנצע וועלט איז גלייך ווי א גרויסע פינסטערע מבול בבחי' מים הזידונים, וואס די גאנצע וועלט איז אנגעפוהלט מיט אפיקורסות און די אמונה טהורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן איז ליידער בדיוטא התחתונה, און אזוי אויך איז די וועלט אנגעפוהלט מיט תאוות רעות וואס עס איז שוועהר זיך צו האלטן בשלימות הקדושה כרצון השי"ת, און ווי רש"י הק' שרייבט הורגת טובים ורעים אז אפי' צדיקים דארפן האבן אסאך סייעתא דשמיא, דארף מען האבן א גרויסע שמירה אויף זיך, און די גרעסטע שמירה וואס קען נאר זיין איז זיך אריין צו ווארפן אינעם הייליגן תורה און זיך מדבק זיין אין די הייליגע ווערטער פונעם דאווענען, און אין זוה"ק ווערט געברענגט אז די תיבה איז מרמז אויף די הייליגע סודות התורה ויחודי שמות הק' (עיין זוה"ק פר' נח דף ס"ז:), און נאר אזוי קען מען ניצול ווערן פון די שווערע מבול העולם, און פון אלע בחי' פונעם מבול און בילבולים בפרט אין עניני רוחניות.
ב] און די עבודה איז אז יעדער איינער דארף זיך פאר זיך זעלבסט אויפבויען זיין אייגענע תיבה, וואס אין די תיבה דארף ער זיך מזכך זיין און זיך באהאלטן פון די טומאת העולם הזה, און ווי מיר זעהן אז די תיבה האט פארמאגט אין זיך דריי חלקים תחתים אמצעים עליונים, אזוי אויך דארף זיך דער מענטש אליינס אויפבויען.
והנה צום ערשט דארף דער מענטש זעהן אויסצורייניגן די אינטערשטע חלק פונעם תיבה, וואס איז בבחי' ספי' נצח הוד יסוד, וואס די ספי' ווערן אנגערופן בבחי' רגלים וואס דער גאנצע מענטש שטייט אויף זיי, און ווי די פסוק זאגט רגליה יורדות מות, דהיינו די בחי' נה"י וואס אין זיי כאפן זיך אן די מערסטע די קלי' הטמאות[1], און אינעם תיבה איז דאס געווען די מדור פון די זבל, וואס איז מרמז אויף די אלע קלי' הטמאות וואס די וועלט איז פוהל פון זיי, איז די תחילת ועיקר העבודה זיך אוועק צו רייסן פון די אלע קלי' מיטן גאנצן כח.
און די עיקר תחילת העבודה איז ווי חז"ל הק' זאגן העין רואה והלב חומד וכו', און טאקע דערפאר דארף מען אריינלייגן גרויסע כוחות אויף שמירת וקדושת העינים, וואס די אלע מראות הטמאות והשפילות וואס דער מענטש וויל זעהן, איז דאך אויך בבחי' לבר מגופא בבחי' נצח הוד יסוד, דהיינו אז ער איז נייגעריג צו זעהן וואס עס טוהט זיך ארום איהם אויפן נידריגן וועלט.
און דער מענטש כאפט זיך נישט אז די עיקר העבודה שטייט אויפן מידת היסוד, וואס איז בבחי' יסוד הבנין, און די עיקר קדושת היסוד איז תלוי אין די הייליגע אויגן, וואס יעדער האט באקומען א מתנה פון השי"ת, כדי צו זעהן די הייליגע אותי' התורה און אזוי זיך מדבק זיין אין זיי בבחי' ראייה העליונה, און ווי צדיקים האבן געטייטשט איה הקדשה היא בעינים אז די עיקר קדושה פונעם מענטש, איז תלוי לויט וויפיהל עבודה ער לייגט אריין אין שמירת וקדושת העינים (עיין תפארת שלמה פר' בלק), און דער וואס ער היט זיך נישט אפ די הייליגע אויגן רח"ל, און ער איז פוגם אינעם ראיה העליונה, איז ער זיך מדבק אינעם גרעסטן פארנעם פונעם קלי' רח"ל, און ווי עס ווערט געברענגט (עיין נהר שלום דף כ"ב:) אז די וועלט ווערט אנגערופן בבחי' בטן הנחש הקדמוני, און דער וואס איז מקשר און מדבק זיינע אויגן אין די חלקי השפל פון די עוה"ז, איז ער זיך ממילא מדבק אין די שטערקסטע חלק פון די סט"א אין די עצמי' נחש הקדמוני, און ממילא קען ער נישט זוכה זיין צו קיין שום העכערע מדרגה און ראיה האלוקי, און אפי' ער זאל לערנען אלע מקצועות התורה"ק הן נגלות התורה והן נסתרות התורה, קען ער בשום פנים ואופן זוכה זיין צו אן אמתע התעלות בעבודת השי"ת, און ווי דער רבי הרש"ב זי"ע זאגט אז אפי' ער מיינט אז ער זעהט יא עפעס און איז מרגיש געוויסע אורות, זאל ער וויסן אז אלעס איז הוילע דמיונות שוא, און עס איז נישט קיין אמת'ע ראיות הקדושה ואלוקית, ווייל דער וואס היט נישט די הייליגע אויגן וואס זענען בבחי' עיני העדה, איז זיין גאנצע עבודה ווי א גרויסע בנין וואס שטייט אן קיין עמודים און אן קיין יסודות, וואס עס איז נאר בלויז א אויפגעבלאזענע בנין של שקר, און ווי חז"ל הק' דרש'ענען (ברכות ס"א.) אויפן פסוק יד ליד לא ינקה אז איינער וואס היט נישט די אויגן כרצון השי"ת, איז אפי' ער זאל זיין גרויס ווי משה רבינו רעיא מהימנא ע"ה וואס פה אל פה אדבר בו זאגט די תורה"ק, דאך לא ינצל מדינה של גיהנם, און ער וועט נענש ווערן אויף אלע זיינע חטאים עוונות ופשעים וואס ער האט פוגם געווען אין זיינע הייליגע אויגן רח"ל.
אבער איינער וואס היט זיך די אויגן און ער איז זיך מקדש ומטהר כרצון השי"ת, און בפרט היינטיגע שווערע צייטן, איז לפום צערא אגרא, וועט ער זיכער זוכה זיין אז זיין הארץ זאל זיך עפענן אינעם הייליגן תורה, און ער וועט זוכה זיין צו גרויסע השגות און ראיות העליונות ואור פני מלך חיים, און בפרט אין די סודות התורה הק' וועט ער האבן די ריכטיגע סייעתא דשמיא, צו וויסן די ריכטיגע וועג ווי אנצוקומען צום תכלית השלימות.
און דאס איז די וועג פון אלע צדיקי אמת, און ווי דער רבי זי"ע רופט אן די צדיקים עוורים, דהיינו ווי בלינדע מענטשן וואס ווייסן נישט בכלל ווי אזוי די וועלט זעהט אויס (עיין סיפורי מעשיות מעשה מהז' בעטלערס), און דאס איז די וועג פון אלע וואס ווילן זיך מחזק זיין אין עבודת השי"ת, זיך אנהייבן צוביסלעך צו היטן די אויגן, דהיינו קודם זיך צוגעוואינען זיך צו אפהיטן מכל ראיה האסורה, וואס השי"ת האט אונז געהייסן אינעם הייליגן תורה"ק ולא תתורו וגו' ואחרי עיניכם, און ווי מיר דארפן זיך פירן לויט וואס אונזערע חכמים האבן אונז געלערנט און ווי עס ווערט געפסק'נט אין שו"ע, און אויף דעם דארף מען האבן מסירות נפש צו מקיים זיין מצוות השי"ת בשלימות הגמור, און זיך נישט אוועקצורוהרען פונעם תורת משה רבינו ע"ה, און דערנאך דארף מען זיך צוגעוואינען זיך אפצוהיטן פון צו מדבק זיין אויגן אפי' אין ראיות המותרות, ווייל הגם עס רעדט זיך נישט ח"ו פון איסורים, מיט דעם אלעס איז עס דאך מראות העוה"ז הגשמי, וואס ווי מעהר מען ווערט דבוק אינעם עולם הגשמי, איז דאך די עבודה פונעם דביקות עילאה אסאך שווערער, און ווי מיר האבן געזעהן ביי אלע צדיקי אמת זי"ע, אז זיי האבן גענומען אלע מראות וואס זיי האבן נאר געזעהן, און דאס מברר און מעלה געווען מיט יחודי שמות הק' צו דברים ומראות שבקדושה, און ממילא איז מען בעצם אינגאנצן אויסגעטוהן פון די וועלט, און א יעדע הסתכלות איז בבחי' לאסתכלא ביקרא דמלכא באור פני מלך חי וקים. און דאס איז די ערשטע עבודה פונעם מדור התחתון פונעם תיבה, וואס איז מרמז אויף די ספי' נצח הוד יסוד מלכות, והיינו מלכות מיינט מען די עצמי' הגשמי' פון די וועלט וואס איז די תמונה החיצונה וואס מען זעהט, און דערנאך האט מען די תענוג פון די מראה וואס איז בבחי' יסוד, און דערנאך די התקשרות צו די דברים שפלים איז בבחי' נצח הוד, וואס דאס איז די מעמידים וואס האלטן די מענטש, און די ערשטע עבודה איז זיך אינגאנצן אויסרייניגן וכנ"ל.
ג] און דערנאך איז די עבודה אויפצובויען די בנין פונעם מדור האמצעי פונעם תיבה, וואס איז מרמז אויף די ספי' חסד גבורה תפארת, דהיינו אהבה יראה דביקות, דהיינו זיך צו אויסצוארבעטן צו זיין שטענדיג מלא אהבת השי"ת, און בפרט ווען מען איז מקיים א מצות עשה, צו מקיים זיין די מצוות השי"ת מיט א ברען פון אמת'דיגע אהבת השי"ת, און ווען עס קומט אן די עבודה פון צו זיין א סור מרע, זיך פארכטן פארן בורא כ"ע מלך מלכי המלכים הקב"ה מלא כל הארץ כבודו, און צו זיין מלא אימה ויראה רתת וזיעה, צו בבחי' יראה תתאה ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון, ויזכיר לו יום המיתה מיט אלע ענינים הכלולים בה, צו יראה עילאה וכנ"ל בגין דאיהו רב ושליט ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון, און דערנאך זוכה זיין צו די שלימות דהיינו דביקות, והיינו צו זיין אמת'דיג דבוק אין השי"ת און ממילא צו קענען זיין אין איין מינוט, מלא אהבת השי"ת אהבה עילאה און אויך מלא יראת השי"ת יראה עילאה.
און דערפאר איז אינעם מדור האמצעי געווען די מקום חיות ובהמות, און נח מיט זיינע דריי קינדער האבן זיך מטפל געווען מיט זיי, ווייל די ג' מידות אהבה יראה תפארת איז זייער מקום בעיקר אינעם הארץ, וואס די הארץ איז די עיקר מקום פון אהבה יראה דביקות, און אינעם הארץ איז פארהאן די אלע מלחמות מיטן יצה"ר, ווייל דארטן איז פארהאן די חלל הימני און די חלל השמאלי (עיין ספה"ק תניא פרק ט'), וואס דאס איז די בחי' פונעם נפש הבהמית און די נפש האלוקית, און ממילא איז אינעם מדור האמצעי האבן זיך געדרייט סיי נח מיט זיינע קינדער וואס זענען בבחי' נפש האלוקית, און סיי חיות ובהמות ועופות וואס זענען בבחי' נפש הבהמית, און דער עיקר העבודה איז אז די נפש האלוקית זאל זיך מתגבר זיין און משפיע זיין אויף די נפש הבהמית, אזוי ווי נח און זיינע קינדער האבן משפיע געווען אויף די חיות ובהמות, און נישט ח"ו פארקערט.
ד] און דערנאך דארף מען זעהן אויפצובויען די מדור העליון וואס איז געווען מיוחד נאר פאר נח מיט זיינע קינדער, דהיינו זיך אויסצוארבעטן בבחי' ג' ספי' העליונות דהיינו כתר חכמה בינה, וואס די מקום המוחין איז בבחי' לבי חלל בקרבי, ווייל עס געפינט זיך נאר די נפש האלוקית, און די נפש הבהמית פארנעמט בכלל נישט קיין ארט, ווייל מען איז אויסגעטוהן אינגאנצן פונעם גשמי' און גופניות, און מען איז דבוק אינעם בורא כ"ע בבחי' התפשטות הגשמי'[2], און די עבודה איז בבחי' התבוננות אין גדלות ורוממות השי"ת, ביז מען ווערט דבוק אין השי"ת בהתפשטות הגשמי', און דערנאך איז די עבודה בבחי' חכמה דהיינו די התבטלות צו השי"ת, וואס מען איז זיך אינגאנצן מבטל צו השי"ת בביטול הישות, און דערנאך איז מען זוכה צו בחי' כתר דהיינו אז מען איז איין שטיק דביקות בעצמי' הקב"ה ואכהמ"ל.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ די ספירת נה"י ווערט אנגערופן לבר מגופא, דהיינו אינדרויסן פון דעם גוף, ווי מיר זעען טאקע אז זי פיס קומען ארויס נאכן עיקר בנין הגוף, און ווי מיר זעען ביי די הייליקע ספירות, אז די ספירות נצח הוד יסוד זענען אויף לבר מגופא, דהיינו אז ביי די מידות נה"י ווערן אלע ספירות ארומגענומען מיט דעם כח פון ספירת בינה דהיינו אימא, אבער די ספירות נה"י זענען אויפגעדעקט, און טאקע דערפאר אז אין זיי פאראן א גרויסע אחיזת הקליפות, ווייל זיי האבן נישט די שמירה פון אימא עלאה. וד"ל.
- ↑ וואס דאס איז די בחינה פון מוחין, וואס איז העכער די זעקס מידות הקדושות, וואס די מידות הקדושות איז מרמז אויף די הנהגת העולם מיט די מידות אהבה ויראה וכו', אבער די מוחין איז בבחינת למעלה מן הטבע, וד"ל.