לדלג לתוכן

דע חכמה לנפשך קבלה כי תצא תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה כי תצא תשס"ט - - דע חכמה לנפשך קבלה כי תצא תשס"ט המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת כי תצא תשס"ו

כי תצא למלחמה על איבך ונתנו הוי"ה אלהי"ך בידך ושבית שביו: (דברים כ"א, י')

וברש"י הק' כי תצא למלחמה. במלחמת הרשות הכתוב מדבר שבלחמת ארץ ישראל אין לומר ושבית שביו שהרי כבר נאמר בשבעה אומות לא תחיה כל נשמה. ושבית שביו. לרבות כנענים שבתוכה ואע"פ שהן משבעה אומות.

רשות בחי' תפילה ולכאורה הא עיקר מקום התפילה היא דייקא בא"י ולא בחו"ל

א] עס ווערט געברענגט אין ספה"ק אז דער שם הק' שקוצי"ת איז בגימ' רשות, וואס דאס איז דער ר"ת פון אנא בכח וגו' שועתינו קבל ושמע צעקתינו יודע תעלומות וואס איז מרמז אויפן עבודת התפילה, וכידוע אז ארץ ישראל איז מרמז אויפן שכינה הק' וואס די שכינה הק' איז בחי' ארץ, [ווייל ארץ איז דער התגלות פונעם מלכות שמים וואס איז מרמז אויף מדת מלכות, און אזוי אויך איז די שכינה הק' די בחי' פון מלכות], און מלכות איז דער בחי' פון פה ווי עס ווערט געברענגט (מאמר פתח אליהו) מלכות פה תורה שבעל פה, וואס דאס איז דער בחי' פונעם עבודת התפילה וואס איז דורכן אמירת הפה, אויב אזוי קומט דאך אויס אז ארץ ישראל דווקא דאס איז דער בחי' פון תפילה, איז אויב אזוי וואס איז דער קשר צווישן מלחמת הרשות צו דער עבודה פון תפילה וואס דאס איז דער גימ' פון רשות.

תכלית הבריאה הן נשמות תרין משיחין, בחי' משיח בן יוסף צדיק מעיקרא בחי' חכמה

ב] דאס צו מבאר זיין וועלן מיר מקדים זיין דאס וואס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אר"י זי"ע, כידוע וואס עס ווערט געברענגט אין חז"ל אז דער עיקר תכלית פונעם בריאת העולם איז געווען אראפצוברענגען די הייליגע נשמות פון די תרין משיחין דהיינו משיח בן דוד און משיח בן יוסף, וואס משיח בן יוסף איז די בחי' פון ספי' חכמה און משיח בן דוד איז די בחי' פון ספי' כתר, דהיינו אז עס איז פארהאנען צוויי מיני אופנים פון די עבודת הצדיקים, וואס די צוויי אופנים זענען די צוויי תכליתים פון בריאת העולם בראשי"ת ב' ראשית, די ערשטע בחי' איז די אופן פון א צדיק תמים א קדוש מרחם אמו, וואס דאס איז געווען פון שאול המלך וואס חז"ל זאגן אויף איהם בן שנה במלכו, דהיינו אז ער איז געווען ריין ווי א קליין קינד שלא טעם טעם חטא מימיו (יומא כ"ב ע"ב), וואס דאס איז מרמז אויפן צדיק אמת וואס איז איין שטיק קדושה וטהרה מיט א מורא'דיגע לויטערקייט כל ימיו, און דאס ווערט אנגערופן די בחי' פון נשמת משיח בן יוסף, וואס משיח בן יוסף איז די בחי' פון רחל וואס רחל איז בחי' נוק' דהיינו מלכות, און ווי באקאנט אז דער פנימי' פון מלכות קומט פונעם שורש החכמה ווי דער לשון הזוהר הקודש אבא יסד ברתא, וואס דאס ווייזט אויפן דרך פונעם צדיק וואס איז בטל ומבוטל צו השי"ת אן קיין שום פגם.

בחי' נשמת משיח בן דוד אלו בעלי תשובה, וגדולי בעלי תשובה יותר וכו'

און דער צווייטע דרך איז דער בחי' פון נשמת משיח בן דוד, ווי חז"ל זאגן אז ווער עס זאגט אז דוד המלך ע"ה האט געזינדיגט אינו אלא טועה (שבת נ"ו ע"א), און די גאנצע ענין וואס ווערט געברענגט ביי דוד המלך ע"ה וואס עס זעהט אויס ווי א פגם, איז נאר געווען כדי אויסצולערנען גאנץ כ"י אין אלע דורות, אז אין וואספארא מצב א איד זאל זיך געפונען אפי' אין די טיפסטע מדריגות פון שאול תחתית ה"י, קען ער זיך פון דארטן מחזק זיין און תשובה טוהן צו השי"ת, און דורכדעם צוקומען צו די גרעסטע מדריגות דהיינו ווי חז"ל זאגן (יומא פ"ו ע"א פסחים נ"ד ע"א) גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד, און אזוי אויך שטייט אין חז"ל אז תשובה איז באשאפן געווארן נאך פאר בריאת העולם, וואס דאס איז די בחי' פון כתר וואס כתר איז דער סוד פון שם אהי"ה, [ווייל כתר איז דער שורש פון אלע ספי', דהיינו אז אין ספי' כתר ליגט שוין בכח אלע ספי' וואס דאס איז דער סוד פון שם אהי"ה, וואס דאס איז דער סוד פונעם לשון "עס גייט זיין" דהיינו אז פון כתר גייט ארויסקומען אלע ספי'], און דאס איז די עבודה פון די צדיקים וואס זענען בבחי' נשמת משיח בן דוד, דהיינו אז דייקא נאך די נפילה און נאך די ירידה איז מען זיך מחזק מיטן עבודת התשובה, און דורכדעם קומט מען אן צו די גרעסטע מדריגות בבחי' כסא הכבוד און בבחי ספי' כתר.

שתי בחי' יש בחוה אשת אדם הראשון חוה א' דקלי', חוה ב' דקדושה, ובחי' יעקב שנשא את לאה

ג]דער ביאור הענין איז ווי עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אר"י זי"ע אויפן פסוק כי תהיין לאיש שתי נשים האחת אהובה והאחת שנואה וגו', דהיינו אז בשעת השי"ת האט באשאפן אדם הראשון איז געווען צוויי בחי' פון חוה, דהיינו אז צום ערשט איז חוה די פרוי פון אדם הראשון געווען בבחי' קלי' לילי', און אדם הראשון האט געוואוינט מיט איר און דאס איז געווען א גרויסע פגם, און דערנאך האט השי"ת באשאפן די צווייטע פרוי וואס ווערט אנגערופן חוה דקדושה, וואס זי איז בבחי' ספי' מלכות דקדושה וואס דאס איז דער בחי' פון רחל, שרייבט דער הייליגע אר"י זי"ע אז דער שורש פונעם חוה דקלי' איז דער בחי' פון לאה, און ווי עס ווערט געברענגט אין חז"ל אויפן פסוק ועיני לאה רכות, דהיינו אז לאה האט בעצם געדארפט חתונה האבן מיט עשו הרשע ווייל זי איז געווען בבחי' חוה דקלי', נאר יעקב אבינו ע"ה וואס חז"ל זאגן אויף איהם (ב"מ פ"ד ע"א) שופריה דיעקב מעין שופריה דאדם הראשון, דהיינו אז יעקב אבינו ע"ה האט אנגעהויבן צו מתקן זיין די פגם פון אדם הראשון, דורכדעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט לאה און ער האט איהר אריינגעברענגט אינעם צד הקדושה, און ווי עס ווערט געברענגט דער ענין באריכות אין די כתי"ק פון הרה"ק ר' אייזיק'ל מזידיטשוב זי"ע.

ביאור ענין ספי' כתר עתיק ואריך

[דער ביאור הענין איז כידוע אז אין ספי' כתר איז פארהאנען פנימיות און חיצוניות, עתיק איז בבחי' פנימי', אריך אנפין איז בבחי' חיצוני', און אין די מוחין פון עתיק איז נישט געווען קיין שום פגם ווייל זייערע מקום איז גאהר הויך בבחי' רדל"א, און די ז' מדות פון עתיק זענען זיך מתלבש אין ספי' אריך, דהיינו אז חסד דעתיק איז זיך מתלבש אין כתר דאריך, גבורה דעתיק איז זיך מתלבש אין חכמה דאריך וכו', דהיינו אז דער פנימי' איז מאיר און משפיע אויפן חיצוני', און ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים הק', אז בעצם איז די מקום פון די ז' מדות דעתיק אויך גאהר הויך בבחי' רדל"א, נאר זייערע הארה שיינט אריין אין די פרצוף פון אריך, און ווי עס ווערט געברענגט פונעם אר"י הק' זי"ע אז די מקום פון בינה דאריך איז נישט אין זיין געווענליכע מקום דהיינו אינעם ראש, נאר זיין מקום איז אינעם גרון דאריך.

בחי' השבירה בז' מידות דאריך, וסיבת הירידה של בינה

דער ביאור הענין איז כידוע אז אין די ז' מדות דאריך אנפין איז געווען דער גרויסע שבירה בשעת בריאת העולם, וואס דאס איז די בחי' פון די ז' מלכין קדמאין, און דאס איז אונזער גאנצע עבודה צו מתקן זיין און מעלה זיין די אלע ניצוה"ק וואס זענען דעמאלס אריינגעפאלן אין די עולמות בי"ע, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו דער תיקון השלם בב"א, און די שבירה איז מרמז אויף דינים, און וויבאלד ספי' בינה איז די משפיע אויף די ז' מידות ווי דער פסוק רופט אן בינה אם הבנים, (ווייל כתר איז משפיע אויף חכמה, חכמה איז משפיע אויף בינה, און בינה איז די ספי' וואס בויעט אויף די מדות וואס ווערן אנגערופן בנים, בסוד הפסוק בנים אתם להוי"ה וגו'), און ממילא ווערט בינה אנגערופן די מקום פון שורש הדינים ווייל זי איז משפיע אין די מקום הדינים בחי' ז' מידות דאריך וואס אין זיי איז געווען די שבירה, און ווי דער לשון הזוה"ק (מאמר פתח אליהו) בינה מיניה דינין מתערין, און וויבאלד די ראש פון אריך איז א מקום פון בלויז רחמים גדולים, ווי מיר זעהן טאקע אז די מקום ההתעוררות פון די י"ג מדות של רחמין איז אין אריך, ממילא קען בינה זיך נישט געפונען אין איהר מקום נאר אינעם גרון.

ספי' כתר וספי' מלכות מחוברים בבחי' "אנא אמלוך"

און ווי עס איז באקאנט אז די שורש פון מלכות וואס דאס איז די קלענסטע ספי' אין ספי' כתר וואס איז די גרעסטע ספי' וואס דאס איז דער סוד פון "אנא אמלוך", דהיינו אנא איז בבחי' ספי' כתר וואס כתר איז דער סוד פון אני וישות דקדושה (ווי שוין אסאך מאהל מבאר געווען, אז דייקא אינעם גרעסטן מקום הביטול ווערט נתגלה די ישות דקדושה ודו"ק), און אמלוך איז דער סוד פון מלכות די לעצטע ספי', דער ביאור הענין איז אז אזוי ווי ספי' כתר איז דער סוד און דער שורש פון די גאנצע בריאה, וכנ"ל אז דער ספי' כתר איז דער סוד פון שם אהי"ה וואס איז כולל די גאנצע עתיד און דער גאנצע להבא, די זעלבע זאך אויפן פארקערטן זייט איז דער ספי' מלכות דער תכלית המטרה פונעם התגלות השי"ת אויף די וועלט.

עבודת הבעל תשובה להאיר החשכות ולהעלות המלכות וע"י להעלות ספי' בינה לכתר

און ווי מיר האבן אויבן געשמעוסט אז דער תכלית הבריאה איז געווען אויף די צוויי בחי' פון נשמת משיח בן יוסף און נשמת משיח בן דוד, וואס דאס איז די צוויי בחי' פון די עבודת הצדיקים, דהיינו א' די בחי' פונעם צדיק אמת וואס איז דבוק אין השי"ת בקדושה ובטהרה אן קיין שום פגם, ב' איז דער צדיק וואס איז זיך מחזק מיטן עבודת התשובה און ער הייבט זיך אויף פון די נידריגסטע מקומות, און שיינט אריין דעם אור השי"ת אין די גרעסטע חשכות און אין די גרעסטע הסתרות, ממילא דער צדיק וואס איז בבחי' משיח בן דוד וואס איז דבוק אינעם אור התשובה, וואס תשובה איז דאך בסוד ספי' בינה בסוד הפסוק ולבבו יבין ושב ורפא לו, דייקא ער איז מעלה די אלע ניצוה"ק הק' וואס זענען אראפגעפאלן דורך די שבירה, ממילא איז ער מעלה און מתקן אז די ספי' פון בינה זאל שוין נישט זיין קיין שורש הדינים, ווייל ער האט דאך מתקן געווען די גאנצע שבירה וואס איז מרמז אויף די דינים, וואס כנ"ל אז דאס ווערט נתעורר פון בינה בבחי' אם הבנים, אבער וויבאלד ער האט שוין אלעס מתקן געווען, קען דאך ספי' בינה צוריקגיין צו איהר מקום אינעם ראש פון אריך אנפין, און ממילא טוהט דער צדיק האמת איבערדרייען פונעם ווארט כר"ת צו כת"ר, און דאס איז אלעס דורך די גרעסטע גילוי האלוקות וואס ער האט מגלה געווען אין די טיפסטע מקום פון ספי' מלכות, ממילא איז דער צדיק וואס איז בבחי' נשמת משיח בן דוד, עולה פון דער מדריגה בבחי' מלכות צו דער מדריגה בבחי' כתר, און אלעס איז מכח די תשובה האמיתי בבחי' ספי' בינה].

יעקב העלה את ספי' בינה ממקום הדינים והקלי'

ד] און דאס איז געווען בשעת בריאת העולם וואס דעמאלס איז געווען די גרויסע שבירה און דערפאר איז די ערשטע חוה פון אדם הראשון וואס זי איז די שורש פון לאה געווען אין די קלי', ביז יעקב אבינו ע"ה איז געקומען און ער האט חתונה געהאט מיט לאה, און דורכדעם האט ער אנגעהויבן צו מתקן די ספי' בינה, דהיינו אז ער האט אנגעהויבן מעלה צו זיין די ספי' בינה פון די שבירה וואס קומט ארויס פונעם ספי' בינה, אבער ער האט איהר נאר מעלה געווען אויף איהר מקום אין בינה, דהיינו אז לאה איז נאך אלס געבליבן אין די שורש פון די דינים אבער זי אליינס איז ארויס פונעם עצם מקום הדינים.

משה רבינו ע"ה הלעה ותיקון את לאה במדריגה גדולה יותר מיעקב אבינו ע"ה

און שפעטער איז געקומען נשמת משה רבינו ע"ה וואס ווערט אנגערופן רעיא מהימנא קדישא, און ער האט חתונה געהאט מיט צפורה וואס ווערט אנגערופן אין פסוק האשה ה'כושית א'שר ל'קח [ר"ת לאה], וואס כושית איז מרמז אויף דינים וואס דאס איז דער בחי' פון לאה, וואס דאס איז אויך דער סוד פון ויהי ביום "כלת" משה און אזוי אויך "הלכה" למשה מסיני, דהיינו אז משה רבינו ע"ה האט מעלה געווען לאה אויף א גרעסערע מקום, און דאס איז געווען דער גאנצע ענין וואס אהרן הכהן ע"ה און מרים הנבואה ע"ה האבן גערעדט אויף משה רבינו ע"ה אודות ה'אשה ה'כושית ל'קח וגו', דהיינו אז זיי האבן נישט געקענט משיג זיין וואס איז פשט אז משה רבינו ע"ה פארעט זיך מיטן עבודה וואס איז בבחי' לאה בבחי' דינים, אבער אין אמת'ן איז די כוונה פון משה רבינו ע"ה געווען נאר אויפצוהיייבן די מקום פון לאה און איהר מתקן זיין.

ענין ה' פרצופים ומקום הנוק' של לאה ורחל

נאר דער חילוק פון די עבודה און דער תיקון בבחי' משה רבינו ע"ה און דער עבודה און דער תיקון בבחי' יעקב אבינו ע"ה איז, [כידוע אז אינעם עולם האצילות (וואס אינעם עולם האצילות איז די עיקר מקום פון די מידות און ספי' הק'), איז פארהאנען פינעף פרצופים א' כתר, ב' חכמה, ג' בינה, ד' זעיר אנפין (זעקס מידות), ה' נוקבא (מלכות), און די ז' מידות זענען מקבל זייערע השפעה פון די מוחין און דער עיקר משפיע איז די ספי' בינה כנ"ל, און אזוי ווי מיר האבן אויבן געזאגט אז די העכערע פרצופים זענען זיך מתלבש איבער די קלענערע פרצופים, אזוי אויך טוהט די פרצוף פון בינה באדעקן די אויבערשטע חלק פון די פרצוף זעיר אנפין, וכידוע אז אינעם ספי' נוקבא איז פארהאן צוויי חלקים די העכערע חלק פון נוקבא איז בחי' לאה, די קלענערע חלק פון נוקבא איז בחי' רחל, (און דאס וואס לאה איז די העכערע חלק פון נוקבא הגם בעצם איז דאך לאה די בחי' פון דינים, אבער וויבאלד ווען מען איז מתקן די דינים קומט מען דאך אן צו דער העכסטע מדריגה וואס איז בבחי' כתר, ממילא איז לאה בפנימיות די העכערע מדריגה פון רחל), און דער אויסשטעל פון ספי' נוקבא איז אז פרצוף לאה ווערט נתלבש פונעם שפיץ פון די פרצוף זעיר אנפין ביז אינמיטן ספי' תפארת, און פון דארטן אויף אראפ איז די נוקבא פון רחל, און ווי מיר האבן אויבן געזאגט אז בינה דעקט צו די חלק פון זעיר אנפין ביז תפארת, ממילא קומט אויס אז די השפעה וואס איז בבחי' לאה זענען נישט מגולה ווייל זיי זענען צוגעדעקט פונעם העכערן פרצוף דהיינו בינה, (וואס דאס ווייזט אויך אויף דין פארמאכט), ממילא כדי צו צוקומען אויף צו מתקן זיין די בחי' לאה, דארף רחל אראפנידערן פון איהר מקום, דהיינו אז רחל גייט אינגאנצן אוועק פונעם עולם האצילות און זי פאלט אריין אין די עולמות בריאה יצירה עשי'ה, און דורכדעם קען מען פארלענגערן די קומה פון לאה, אז זי זאל אויך פארנעמען די ארט פון רחל, ממילא דעמאלס קען מען אנהייבן צו מתקן זיין לאה וואס איז בשורש ספי' בינה].