דע חכמה לנפשך קבלה וישלח תשס"ז המשך
דע חכמה לנפשך קבלה וישלח תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה וישלח תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת וישלח תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן
דרך העבודה בבחי' רצוא ושוב היינו רצוא בסוד מסי"נ ושוב בסוד תענוג העליון
דער ביאור הענין איז, כידוע אז דער תכלית פון א איד איז, צוצוקומען צו דער אמת'ע ריכטיגע דביקות אין השי"ת בתמידית ממש, און מקיים זיין דער פסוק שמע ישראל הוי"ה אלו' הוי"ה אחד, אויפן זעלבן אופן ווי די אבות הק' ע"ה, דארף מען אבער צו וויסן אז דער דרך העבודה דארף שטענדיג זיין אויפן אופן פון רצוא ושוב וואס עס שטייט ביי די מלאכים[1], דהיינו אז קודם ווען דער צדיק איז משיג די גרויסע מדרגות אינעם גדלות השי"ת מיט אלע ספי' הק', און ער איז משיג און מכיר בהכרה גמורה אז וואס ער האט משיג געווען איז דאך כאין וכאפס וואס השי"ת איז באמת, ממילא ווערט ער בטל ומבוטל ביי זיך כאין וכאפס, און ער איז זיך מוסר נפש צו דינען השי"ת אויפן גרעסטן און שטערקסטן אופן וואס איז נאר שייך אין זיין מצב, וואס די מסירות נפש איז בבחי' אריך, וואס אריך איז דער בחי' פון התבטלות גמורה מיט מסי"נ ממש, און די בחי' פונעם עבודה און יגיעה וואס דער מענטש נעמט אויף זיך איז בבחי' רצוא, דהיינו אז ער איז גרייט צו טוהן אלעס וואס איז נאר אין זיינע כוחות און אפי' מעהר פון דעם פאר השי"ת, אבער דערנאך קומט דער צדיק אן אין אן העכערן מדרגה, אז ער ווערט אזוי בטל ומבוטל צום אור השי"ת, ביז ער קומט אן אין די מדרגה פונעם תענוג האלוקי, דהיינו אז ער דארף שוין גארנישט טוהן בפועל ידיו, ווייל זיין גאנצע קומה שלימה איז איין שטיק תענוג האלוקות בדביקות ובאחדות גמורה מיטן אור אין סוף, וואס דאס איז די בחי' פון ושוב דהיינו אז ער טוהט שוין נישט קיין פעילות און יגיעות מיטן עבודת השי"ת, נאר ער ווערט בבחי' "יש דקדושה", דהיינו אז עס ווערט נתגלה אין איהם די עצמי' האלוקותו ית"ש, בסוד "אני" הוי"ה אלוקיכם, און דאס זענען די ביידע בחי' פון די אותי' כ-ת וואס באטרעפט כתית, דהיינו אז קודם הייבט מען אן מיטן עבודה פון מסירות נפש ממש פאר השי"ת, און דערנאך איז מען זוכה צו דער מדרגה פון י-ש, דהיינו אז מען ווערט בבחי' "אני ויש דקדושה", וואס דאס איז די בחי' פון ישרא"ל דהיינו די צירוף פון י-ש און א-ל [די ערשטע פונעם סדר האותי' כנ"ל], דהיינו אז די גאנצע ישות איז ממש די בחי' פון א"ל בסוד הפסוק "אני" הוי"ה אלוקיכם.
עבודת ימי חנוכה הק' היא בבחי' א' לראותם בלבד ב' עד שתהא שלהבת עולה מאליה
און דאס איז די עבודה פון די הייליגע ימי החנוכה הבעל"ט, וואס מען צינדט אן די הייליגע לעכטיגע נרות הללו קודש הם, ואין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד, דהיינו אז די ערשטע עבודה דארף צו זיין, זיך צו מדבק זיין אין די אור השי"ת אור כי טוב, און צו באלייכטן אלע חשכיות פון די וועלט מיטן אור השי"ת, וואס דאס קומט דורכדעם וואס דער מענטש אנערקענט די גדלות הבורא ב"ה, וואס מיט די הכרה האמיתית קומט ער אן אין די מדרגה פון זיך מקריב זיין פאר השי"ת מיט מסי"נ ממש, ביז ער ווערט ממש בבחי' כתית למאור, דהיינו אז ער צוברעכט זיין גאנצן חלק הגשמי מיטן אור הבורא ית"ש, אבער דערנאך קומט ער אן אין די מדרגה בבחי' עד שתהא שלהבת עולה מאליה, דהיינו אז ער ווערט אזוי שטארק דבוק אין השי"ת, ביז זיין גאנצע מציאות ווערט איין שטיק מציאות האלוקות מיטן תענוג אלוקי, און דעמאלס ווערט ער ניצול פון אלע פגעי הזמן און תאוות עוה"ז, ווייל ווי נאר עס קומט איהם אינטער א געוויסע תאוה רעה אדער מידה רעה, זעהט ער גלייך מיט א קלארע פארשטאנד אז דאס איז פשוט א כלי קיבול, צו משפיע זיין די אור האלוקות אינעם טיפסטן מקום הרע, כדי צו באלייכטן מעהר און מעהר די אור השי"ת, און דורכדעם ווערט די גרעסטע העלאת הניצוה"ק, ביז עס וועט זיין ממש ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, דהיינו אז די גאנצע מציאות ביז די נידריגסטע מקומות, וועלן זיין איין שטיק אלוקות בהתגלות ממש.
העבודה למעשה בבחי' משיח בן יוסף נתחלק לב' חלקי העבודה בבחי' יעקב ובבחי' ישראל
ד] און דאס איז די עבודה בבחי' משיח בן יוסף, וואס ער איז דער צדיק וואס איז בבחי' אין לו ידים, וואס ער קומט מתקן זיין די אלע פגמים במידת יסוד דקדושה און די פגם אין רחל מידת הוד כנ"ל, וואס די עבודה למעשה איז בבחי' יעקב און בבחי' ישראל, דהיינו אז קודם טוהט ער זיך מתבונן זיין מעהר און מעהר אינעם גדלות הבורא ב"ה, און איז מגלה די אור קדושת הבורא ית"ש אינעם חשכות הבריאה, אז די גאנצע בריאה איז בלויז מציאות האלוקות ממש, וואס דאס איז דער בחי' פון יעקב, וואס יעק"ב באטרעפט י' עקב, דהיינו אז ער שיינט אריין די גדלות וקדושת הבורא ית"ש בסוד אות י', אינעם עקב דהיינו אין די גרעסטע טיפסטע חשכות, און דערנאך איז ער זוכה צו בחי' ישראל, דהיינו אז נישט נאר ער שיינט אריין די קדושת ומציאות האלוקות אינעם חשכות הבריאה, נאר ער איז מגלה אז אדרבה די גאנצע חשכות הבריאה, איז ממש בלויז אלוקות, דהיינו אז די עצם חשכות איז א כלי קיבול כדי עס זאל קענען אריינשיינען אין איהר מעהר און מעהר גדלות שם שמים ב"ה, ווייל ווי טיפער און נידריגער די כלי איז, אלס מעהר ווערט נתגלה אויף א גרעסערע פארנעם גדלות שם השי"ת אז מלא כל הארץ כבודו, און דאס איז דער בחי' פון ישרא"ל לי ראש, דהיינו אז די עצמי' פונעם חשכות איז א כלי קיבול און א היכי תמצא צו מגלה זיין מעהר און מעהר די ראש דהיינו דעם נאמען פון השי"ת.
גילו הראשון של משה רבינו ע"ה היה בסנה דייקא
און ווי דער הייליגע רוקח ברענגט, אז דאס וואס השי"ת האט זיך מגלה געווען צו משה רבינו ע"ה דווקא אינעם סנה, איז צו ווייזן אז דאס איז דער תכלית פונעם גילוי האלוקות, אז אינעם סנה דהיינו אין די נידריגסטע מקומות, דייקא דארטן דארף מען מגלה זיין די גדלות הבורא ב"ה וב"ש, און די עבודה איז בבחי' ובסוד שם ע"ב[2].
אבל תכלית התיקון הוא ע"י התקשרות לצדיקים בסוד משיח בן דוד
ה] אבער די עבודה בבחי' משיח בן יוסף אליינס איז נישט גענוג, ווייל די עבודה איז נאר בבחי' רחל, וואס די עבודה בבחי' רחל איז צו באלייכטן די וועלט מיטן אור השי"ת, אבער מיט דעם אלעם בלייבט נאך אלס איבער די בחי' פון נחשים און עקרבים אינעם בריאה, ווייל הגם דער מענטש האט שוין אריינגעשיינט די קדושת שם השי"ת אינעם מציאות הבריאה, איז עס נאר בבחי' אורות און יחודים, אבער כדי די וועלט זאל ווערן בפועל ממש איין שטיק מציאות האלוקות, דאס איז נאר מיטן עבודה פון משיח בן דוד וואס איז בבחי' העבודה בדרך לאה, וואס דער עיקר התיקון וועט טאקע נאר זיין ווען משיח בן דוד וועט קומען, נאר ערשט דעמאלס וועט זיין די שלימות הגאולה, משא"כ דורך משיח בן יוסף איז נאך נישט דא די שלימות התיקון, וכנ"ל אז עס פאדערט זיך אז די עצמי' הבריאה זאל באמת ווערן א מציאות האלוקות ממש, וואס די עבודה איז בבחי' אמונה פשוטה, דהיינו די עבודה פון תפילות ותמימות והתקשרות לצדיקים.
אור ימי הפורים הוא בסוד משיח בן דוד בסוד שם מ"ב
דהיינו כנ"ל אז די עבודה וואס איז בבחי' משיח בן יוסף איז, אז דער עובד השי"ת זאל זיך מייגע זיין אין זיין עבודה, צו מגלה זיין און מאיר זיין די אלע חשכיות הבריאה, אבער די עבודה איז נאך נישט גענוג, ווייל די עצם הבריאה איז צוזאמענגעשטעלט פון אלע נשמות ישראל, ווי חז"ל הק' זאגן בראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית, וואס נשמת ישראל איז בעצם איין שורש הנשמה, וואס ווי נאר די שורש וועט מתוקן ווערן וועט גלייך זיין דער תיקון השלימה, און דאס קען נאר זיין ווען דער מענטש איז זיך מבטל מיט אמונה פשוטה ובתמימות, און ער גלייבט נישט אפי' איין רגע אין זיינע מעשים טובים ויגיעות יתירות, נאר ער איז זיך מקשר צו נשמות הצדיקים וואס דורכדעם איז ער זיך מקשר צו אלע נשמות בני ישראל, וואס די נשמות הצדיקים זענען דאך כולל אלע נשמות בני ישראל, און ער פארלאזט זיך נאר אויף השי"ת מיט תפילות ותחנונים, ממילא מיט די כח העבודה בבחי' ביטול והתקשרות הנשמות, איז ער משלים דער שלימות התיקון, וואס כנ"ל אז דער שלימות התיקון וועט זיין ווען עס וועט נתחבר ווערן די אור פון משיח בן יוסף מיטן אור פון משיח בן דוד, וואס דאס איז דער רמז פונעם צדיק שאין לו רגלים, דהיינו אז עס פעהלט נאך אויס פארן צדיק די עבודה פון התקשרות לצדיקים און נשמות כל בני ישראל, [וואס נשמות בני ישראל איז די בחי' פון רגלים אקעגן דעם צדיק וואס איז העכער די רגלים], כדי דורכדעם וועט נתגלה ווערן די אור פון שם מ"ב, וואס איז דער שלימות התיקון והבירורים[3], וואס דער עיקר אור דערפון שיינט אינעם יו"ט פורים, וואס דעמאלס האט מרדכי הצדיק מתקן געווען אלע נשמות בני ישראל, און ווי מיר זעהן אין חז"ל הדר קבלוה בימי אחשורוש, דהיינו אז עס איז געווען א בחי' פון א נייע בריאה ממש און קרוב צום תיקון השלם, אבער אינעם הייליגן יו"ט חנוכה הבעל"ט קען מען שוין אויך זיך מדבק זיין אין די עבודה, וואס די עבודה איז בבחי' משיח בן דוד וואס ער איז דער משלים פונעם גרויסן תיקון וואס נשמת משיח בן יוסף האט אנגעהויבן, וואס דאס איז די בחי' פון לאה[4].
ג' מדרגות הנ"ל מרומזים בג' שמותיו של יעקב אע"ה א' יעקב ב' ישראל ג' ישורון
און די דריי עבודות זענען אקעגן די דריי שמות פון יעקב אע"ה, יעקב ישראל ישורון, יעקב איז די עבודה בסוד י' עקב, דהיינו מאיר זיין פונעם י' העליון ביזן טיפסטן און נידריגסטן מקום וואס איז בבחי' עקביים, ישראל איז די עבודה בבחי' לי ראש דהיינו צו באלייכטן די חשכיות, עס זאל אליינס ווערן בבחי' ראש, דהיינו אז עס זאל ווערן בבחי' כלי קיבול צו די קדושה, און דאס איז אלס בבחי' משיח בן יוסף, ישורון איז די עבודה בבחי' י'ש ש'ישים ר'בוא נ'פשות, דהיינו זיך מבטל זיין צום צדיק האמת וואס איז כולל אלע נשמות בני ישראל, מיט אמונה פשוטה ותמימות און התבטלות גמורה בסוד משיח בן דוד, און ממילא דורכדעם טוהט מען באלייכטן די אלע עולמות הנפרדים דהיינו בריאה יצירה עשיה, און ווי עס ווערט געברענגט (רזא דמהימנותא דף מ"א) אז יעקב איז בסוד עולם הבריאה, ישראל איז בסוד עולם היצירה, ישורון איז בסוד עולם העשיה[5], און לויט ווי מיר האבן אויבן געשמיסט קומט אויס אז חנוכה שיינט די אור פון בריאה יצירה, וכנ"ל אז די העכסטע אור איז פון יצירה, און פורים שיינט די אור פון עשיה, וואס דערפאר איז פורים די יו"ט וואס מען האט אויך תענוגי גשמי', ווייל די גאנצע בריאה מיט אלע פרטי נשמות פון כלל ישראל ווערט ממש איינס מיטן התגלות האלוקותו ית"ש, און דערפאר איז פורים די יו"ט וואס די עבודה איז שמחה וריקודים, וואס מען טאנצט אין די גאסן מיט א מורא'דיגע שמחה, וואס דער ביאור הענין איז אז מען הייבט אויף די עולם העשיה העכער און העכער צו אלוקות ממש.
עיקר העבודה צ"ל בהבחי' של ימי החנוכה דהיינו בסוד שם ישראל
אבער מען דארף צו וויסן אז דער עיקר העבודה איז די עבודה פון די ימי החנוכה בסוד כתית למאור עד שתהא שלהבת עולה מאליה, וואס דאס איז בבחי' ישראל בסוד עולם היצירה בבחי' משיח בן יוסף, ווייל די עבודה איז די מיטלדיגע עבודה וואס איז מקשר צווישן יעקב מיט ישורון, דהיינו ווען דער מענטש האלט אויפן מדרגה בבחי' יעקב דהיינו אז זיין עבודה איז אריינצושיינען גדלות הבורא והכרת מציאותו אינעם חשכות, איז ער אבער אין די צייט ארומגענומען מיט הסתרות און העלמות וואס ער דארף זיך שלאגן מיט דעם א גאנצע צייט, אבער משא"כ דער וואס זיין עבודה איז בבחי' ישראל, דהיינו אז די עצמי' הבריאה איז ביי איהם איין שטיק אלוקות ממש, ביי איהם איז זיין עבודה בדרך ובבחי' אור גדול בסוד ישראל לשון שררה, און דורכדעם קען ער דערנאך לייכטערהייט צוקומען צום עבודה פון ביטול והתקשרות לצדיקים, און דאס איז די בחי' וואס ווערט געברענגט אז דער מלאך הקדוש מטטרו"ן איז צוטיילט אין די דריי עולמות בריאה יצירה עשיה, דהיינו אז די אות מ' איז בבחי' עולם הבריאה, און די אותי' ט"ט איז בבחי' עולם היצירה, און די אותי' רו"ן איז בבחי' עולם העשיה וואס אינעם עולם העשיה איז פארהאן די שם נוריא"ל וואס איז בגימ' רמו"ן וואס דאס זענען די צוויי צדדים החיצוני' פון מ'טט'רון [רמון], און אין חז"ל ווערט געברענגט (חגיגה ט"ו: ועיין ספר הליקוטים פר' עקב) רבי מאיר רימון מצא תוכו אכל וקליפתו זרק, [וואס דאס גייט ארויף אויפן לימוד התורה וואס רבי מאיר האט געלערנט פון אחר], דהיינו אז די עיקר העבודה איז בבחי' ט"ט די מיטלסטע אותי' בסוד אור ימי החנוכה הק' הבעל"ט, וואס נאר דורך די עבודה פון חנוכה קען מען צוקומען צו די עבודה פון ימי הפורים הבעל"ט.
שלושה נשמות הקדושים האר"י הק' והבעש"ט הק' והבעל התניא הק' והליקו"מ הק' באו לעוה"ז לגלות עיקרי העבודות הנ"ל
ו] און כדי צו צוהעלפן אונזערע שוואכע דורות מיר זאלן זיך קענען מיטכאפן מיט די עבודות הק', האט השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו אראפגעשיקט אויפן וועלט די הייליגע נשמות פונעם אר"י הק' זי"ע, וואס ער האט מגלה געווען די ערשטע דרך דהיינו די עבודה פון כוונות שמות הק', צו ממשיך זיין אינעם חשכות הבריאה די אור האלוקי, און דערנאך האט השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו אראפגעשיקט דעם הייליגן אור שבעת הימים דער בעש"ט זי"ע, וואס ער האט מגלה געווען די דרך העבודה בסוד היחוד, דהיינו אז נישט נאר מען שיינט אריין אינעם חשכות די אור האלוקי, נאר די עצם חשכות ווערט א כלי קיבול צום אור האלוקי, און אדרבה נאר דורכן חשכות קען מען מגלה זיין מהר און מעהר פונעם אור האלוקי, און די דרך האט דער הייליגע בעל התניא זי"ע מעהר מגלה געווען, ווי ער אליינס האט געזאגט אויף זיך אז בשעת זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די עולם, האט ער צוגענומען פון סט"א די מפתח [שליסל] פון אור היחודים, און בפרט אין חודש כסליו וואס איז דער גרויסע יו"ט, וואס די תורת החסידות איז באפרייט געווארן פון די מקטרגים [י"ט כסליו חג הגאולה], דהיינו אז עס האט אנגעהויבן שיינען די אור הגדול פון משיח צדקנו, וואס דאס אלעס איז מרמז אינעם אור ימי החנוכה, און דערנאך האט השי"ת אראפגעשיקט אויף דעם עולם די הייליגע נשמה פון הייליגן רבי'ן דער ליקו"מ זי"ע, וואס ער האט אראפגעברענגט אויפן וועלט די צווייטע מפתח פונעם סט"א, דהיינו די עבודה פון התקשרות נשמות בני ישראל צו צדיקי אמת, וואס דורכדעם ווערט נשלם די עבודת הקודש פון די תרין משיחין משיח בן יוסף און משיח בן דוד, וואס דאס איז דער אור ימי הפורים הק' הבעל"ט.
סוד סעודת הרשו"ת שעל ידי זה יכולים להאיר אור ימי הפורים הק' הבעל"ט
אבער דאס איז זיכער אז אין די ימי החנוכה הק' קען מען שוין מתקן זיין ביידע עבודות בסוד הפסוק ערכתי נר למשיחי, וואס כידוע איז נר דער סוד פונעם יחוד פון חנוכה[6], קען מען שוין יעצט חנוכה מקשר זיין די עבודה מיטן עבודה פון משיח צדקנו דהיינו משיח בן דוד וואס איז מרמז אויף פורים, און ווי דער זוה"ק ברענגט (ח"א ר"ו) אויפן פסוק ויגש אליו יהודה, אז יהודה האט דעמאלס געוואלט מאכן דער יחוד צווישן משיח בן דוד [יהודה] און משיח בן יוסף [יוסף], און בפרט חנוכה וואס ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין הלכה אז די סעודות חנוכה זענען סעודות הרשות, וואס רשו"ת איז די ר"ת פון ש'ועתינו ק'בל ו'שמע צ'עקתינו י'ודע ת'עלומות, וואס כנ"ל אז די שם שק"ו צי"ת איז פונעם שם מ"ב וואס איז מרמז אויפן עבודה פון משיח בן דוד, והיינו אז אויב א מענטש איז זיך מתאמץ אין די הייליגע ימי החנוכה מיט תפילות ובקשות, קען ער זוכה זיין צו די שלימות האור דהיינו די אור הפורים הק' אין די ימי החנוכה הק', און ווי מיר זעהן אויך ביי יעקב אע"ה וואס ער האט מתקן געווען תפילת מעריב, וואס תפילת ערבית איז נאר א תפילה הרשות (ברכות כ"ו: ד:), וואס צדיקים זי"ע האבן מאריך געווען אז תפילת מעריב איז די העכסטע תפילה פון אלע תפילות, און ווי דער אר"י הק' זי"ע ברענגט אז ביי קרי"ש פון מעריב איז מען זיך מקשר מיט אלע נשמות הצדיקים, וכנ"ל אז מיטן כח הרשות קען מען אנקומען צו די העכסטע מדרגות, דהיינו הגם מען איז נאר בבחי' חנוכה וואס חנוכה איז נישט די העכסטע מדרגה, מיט דעם אלעם מיט יגיעה והתאמצות קען מען שוין חנוכה דעגרייכן די עבודה פון פורים, ובפרט כנ"ל אז חנוכה הייבט שוין אן צו שיינען די גרויסע אור פון פורים.
דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך
און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך דהיינו אז קודם דארף מען ממשיך זיין אינעם נפש דהיינו אין די וועלט די אור החכמה, וואס חכמה איז בבחי' משיח בן יוסף[7], דארף מען זעהן ממתיק צו זיין מיט די ל"ו נרות חנוכה די אלע חשכיות בסוד הפסוק א"ל הוי"ה ויאר לנו, וואס לנ"ו איז אותי' ל"ו און אויך לנ"ו איז בגימ' אלהי"ם, דהיינו דין וגבורה וואס ווערט נמתק דורך די הייליגע נרות חנוכה, און דורכדעם איז מען זוכה צו והיא כתר לראשך דהיינו די עבודה פון התקשרות לצדיקי אמת וואס זענען בבחי' די קרוין די כתר פונעם דור, וואס דאס איז די סוד פונעם שמש לעכט, בסוד הפסוק שרפים עומדים ממעל ל"ו, וואס דורכדעם איז מען זוכה צו דער אמת'ע אור השבת והמצוות, נצור מצוות קדושך שמור שבת קדשך.
און כאטשיג אונז שטייען ווייט פון די גרויסע מראה, דאך דארף מען צו וויסן אני הוי"ה לא שניתי ואתם בני יעקב לא כליתם, דהיינו אז דער רצון הבורא ית"ש איז אז מיר זאלן זיך מדבק זיין מיט די הייליגע עבודות כדי צו ברענגן אינגיכן ביאת הגואל, און ווי דער הייליגע בעש"ט זי"ע האט געהערט פון משיח צדקנו אינעם היכל קן ציפור, אז ווען עס וועט זיין יפוצו מעינותיך חוצה ויוכלו לעשות יחודים כמותך, וואס דאס איז מרמז אויף די אלע דריי עבודות הנ"ל, זאל אונז השי"ת העלפן מיר זאלן זוכה זיין זיך צו מקשר זיין מיטן אור שבעת הימים רבינו הבעש"ט ותלמידיו זי"ע און מיר זאלן גיין אין זייערע הייליגע וועגן צו נכלל ווערן אינעם עבודה פון כהן גדול מיט די שמן זית זך כתית למאור להעלות נר תמיד דהיינו די אור החנוכה וואס איז משפיע אפי' למטה מעשרה טפחים ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ערכתי נר למשיחי בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימינו ממש אמן.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ דער פשוט'ע פשט פון רצוא ושוב מיינט, אז קודם טוט דער מלאך לויפן צו השי"ת מיט א מורא'דיגע ברען און התלהבות בבחי' רצוא, אבער דערנאך פון רוב פחד השי"ת גייט ער אויף צוריק, ווייל ער קען אויסגיין פון פחד והדר גאונו ית"ש און דאס איז בחי' ושוב, און בדרך העבודה איז דער טייטש, רצוא ווען דער מענטש באקומט גרויסע אורות און מדרגות, ושוב ווען ער כאפּט א ירידה איז עס נאר לצורך עליה, כידוע פונעם בעש"ט הק' זי"ע תענוג תמידי אינו תענוג. ודו"ק.
- ↑ די שם ע"ב מיינט מען די ע"ב שמות הק' וואס זייער שורש איז פון די דריי פסוקים ויסע ויבא ויט, וואס ששייט ביי קריעת ים סוף, וואס דורך די שמות הק' האט משה רבינו ע"ה געשפּאלטן דעם ים, והיינו אז די עבודה פונעם שם ע"ב איז צו מגלה זיין און מאיר זיין אז די גאנצע גשמי' הבריאה איז משעובד און איז א מציאות האלוקות ממש
- ↑ כידוע אז דער שם מ"ב וואס איר שורש איז אינעם תפילה פון אנא בכח וכו', איז דער שם פון מעלה זיין און מתקן זיין אלע ניצוה"ק און אלע שבירות הכלים, וואס דאס איז דער דריטע עבודה, דהיינו אז נאך דער עבודה פון בחי' משיח בן יוסף דהיינו הארת הקדושה אין דער חשכות, דארף מען דערנאך מעלה זיין אלע בחי' פון שבירת הכלים, וואס דאס איז דורכן שם מ"ב, וואס דער שם מ"ב איז מרמז אויפן עבודת הביטול, דהיינו אז נאך אלע עבודות בבחי' משיח בן יוסף, איז מען אין דער בחי' פון התבטלות, און מען גלייבט מיט אמונה פשוטה ותפילות ותחנונים אז מיטן כח קדושת הצדיק קען מען מעלה זיין אלע כלים הנשברים, דורכדעם ווערט באמת דער תיקון השלם.
- ↑ לסיכום הענין - כידוע אז לאה און רחל זענען ביידע בחי' אין דער מלכות, נאר רחל איז דער אונטערשטער חלק און דער קלענערער, און לאה איז דער העכערער חלק, דהיינו אז די פרצוף המלכות וואס איז בבחי' לאה, איז אקעגן דעם אויבערשטן חלק פונעם ז"א ביזן דעת דז"א [ווי אסאך מאל דערמאנט אז יעדער פרצוף פאר זיך האם אויך י' ספי' פרטיים], און דער פרצוף דרחל איז אקעגן דעם אונטערשטן חלק דז"א, און דערפאר איז רחל בחי' משיח בן יוסף, און לאה בחי' משיח בן דוד וואס ער גייט משלים זיין דעם תיקון, ווייל משיח בן יוסף גייט נאר זיין דער עיקר מתחיל פונעם גאולה, וואס ער איז דער צדיק שאין לו ידים וואס איז מרמז אויף יסוד, וואס מידת יסוד געהערט צום ז"א די מקום הידיים, אבער משיח בן דוד ער גייט משלים זיין די עבודה, דהיינו אז נישט נאר די עבודה בבחי' משיח כן יוסף מאיר צו זיין אלע מקומות החשכיות, נאר מקשר זיין אלע נשמות בנ"י, וואס דורך די התקשרות פון אלע נשמות בנ"י, ווערט אינגאנצן געענדיגט די קומה פון משיח צדקנו, וואס ביז יעצט פעלט אים די פיס, וואס דאס איז מרמז אויף נשמת כלל ישראל, וואס מיר זענען אויף דער וועלט בבחי' רגלים דשכינה הק', און דאס פעלט פאר משיח בן דוד [און ווי חז"ל רופן דאס, תצפו לרגליו דמשיח].
דהיינו ווי צדיקי אמת זי"ע האבן מבאר געווען, אז א יעדער איד דארף זיך משלים זיין מיט צווי עבודות, א'. אליינס ארבעטן וכנ"ל צו באלייכטן מיטן אור האלוקי די אלע מקומות החושך [בחי' יעקב בסוד כוונות השמות הק'], און מגלה זיין אז די עצם החושך איז בפנימי' א כלי צו מקבל זיין א גרעסערע אור [בחיי ישראל בסוד יחודים], דאס איז אלס די עבודה בבחי' משיח בן יוסף בסוד שם ע"ב.
ב'. דארף מען צו האבן א צווייטן עבודה, דהיינו די עבודה שלילית נישט צו ארבעטן, דהיינו צו וויסן אז מען טוט גארנישט אויף מיטן עבודה עצמי'; און מעז דארף זיך מבטל זיין צו צדיקי אמת, וואס זיי זענען בבחי' ראש בני ישראל, וואס נאר דורך זיי קען מען זוכה זיין צו גילוי אלוקות באמת ובשלמות, ווייל די צדיקי אמת זענען בטל ומבוטל צום בורא כ"ע מיט א שלימות, און ממילא דורך זיי קען מען זיך מדבק זיין מיט אן אמת צו השי"ת, און דאס איז דער סוד פון אמונה פשוטה, דער צדיק שאין לו רגליים וואס איז מתקן די אמונה און אפיקורסות, און דעמאלסט וועט קענען נתגלה ווערן נשמת משיח בן דוד.
און דאס איז דער עיקר עבודה צו משלב זיין ביידע עבודות בבחי' משיח בן יוסף און משיח בן דוד, וואס אזוי ווערט דער יחוד פון לאה און רחל, בסוד שם מ"ב. - ↑ הגם מיר האבן מבאר געווען אז דער סדר גייט מלמעלה למטה יעקב ישראל ישורון, דארף מען אבער צו וויסן דער באקאנטער כלל, אז ווי נידריק א מקום איז דהיינו מיט חשכות און הסתרות, אלס א גרעסערע קדושה ליגט אין דעם מקום, ווייל דאס איז דאך פשוט אז יעדע מציאות הבריאה האט אין זיך א חיות האלוהי א חיות דקדושה, נאר מען זעט עס נישט און עס איז בהסתר ווייל דאס איז השי"ת, און ממילא אזוי ווי אין מצרים שטייט אני ולא מלאך אני ולא שליח אני ולא שרף וגו', וואס דער טעם הענין איז, וויבאלד איז געווען ממש די מקום הקלי' ערות הארץ, האט אפי' א מלאך אויך נישט געקענט אריינגיין דארטן, נאר השי"ת אליינס, און דאס איז אויך דער ביאור פון די גדלות קדושת בין המצרים, און אזוי אויך די גדלות פון די הייליקע ימי החנוכה, ווייל וויבאלד דער זמן איז מרמז אויף חשכות, מוז זיין אז דארטן שיינט אריין גאר א שטארקערע קדושה ואור אלוהי, און ולכן איז די בחינה פון יעקב נאר אין עולם הבריאה וכו', אבער ישורון וואס איז די שטארקסטע קדושה און אור קען אריינשיינען ביזן עולם העשיה, וואס דאס איז די בחי' פון רגלי משיח בסוד עולם העשיה. ודו"ק והבן.
- ↑ כידוע אז די כוונה פון נר איז די גימ' פון די יחודי שמות הוי"ה הקד', וואס איז מרומז אויפן עבודה פון מאיר זיין און מגלה זיין אז די עצמי' הגשמ' והחושך איז בלויז א מיטל צו מגלה זיין א שטארקערע אלוקות אויף דער וועלט.
- ↑ א'. משיח בן יוסף איז בבחי' יסוד, וואס יסוד אקעגן מלכות איז יסוד אויף דער רעכטער זייט, און אויך איז חכמה אויף דער רעכטער זייט קעגן בינה. ב'. ווייל משיח בן יוסף איז די אור פון רחל דהיינו מלכות, וכידוע אז הגם מלכות איז אויפן צד השמאל, איז אבער איר יניקה פון חכמה דהיינו פונעם צד הימין בסוד אבא [חכמה] יסד ברתא [מלכות].