דע חכמה לנפשך קבלה וישב תשס"ז המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה וישב תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה וישב תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת וישב תשס"ו פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

בחי' י"ב שבטי י-ה הן בבחי' י' ספירות הק'

ה] און עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (סבא דמשפטים ק"ד.), אז די הייליגע י"ב שבטי י-ה זענען אקעגן די הייליגע י' ספירות, ראובן איז בבחי' מידת חסד, שמעון איז בבחי' מידת גבורה, לוי איז בבחי' מידת תפארת, יהודה איז בבחי' מידת מלכות [וכנ"ל אז די העכערע מלכות איז בבחי' לאה וואס לאה איז די העכערע פרצוף המלכות ווי רחל], יששכר גד אשר זענען די דריי חלקים וואס איז אין מידת נצח, זבולון דן נפתלי זענען די דריי חלקים וואס איז אין מידת הוד, יוסף און בנימין זענען בבחי' מידת יסוד און עטרת היסוד, ע"כ.

בחי' משיח בן יוסף בבחי' יחודא עילאה

וכנ"ל אז משיח בן דוד איז בבחי' מידת נצח און משיח בן יוסף איז בבחי' מידת הוד, ממילא קומט אויס אז אין מידת נצח איז נכלל די שבטים י'ששכר ג'ד א'שר, וואס זייער ר"ת איז יג"א, און אין מידת הוד איז נכלל די שבטים ז'בולון ד'ן נ'פתלי, וואס זייער ר"ת איז זד"ן, דהיינו כנ"ל אז די עבודה פון משיח בן יוסף איז צו מגלה זיין די גוונין נהורין, דהיינו צו זעהן און אנערקענען אז די גאנצע בריאה איז ממש אלוקות, וואס דעמאלס קומט מען צו צו תשובה מאהבה, און ממילא ווערן אלע זדונות פאר זכיות, וואס דאס איז די בחי' און רמז פון זד"ן, וואס דאס איז דער רמז פון שבט ז'בולון וואס איז בבחי' מידת הוד, וואס די תפקיד פון זבולון איז געווען זיך מתעסק זיין מיט סחורה און דברי עוה"ז, דהיינו אז זייער עבודה איז בבחי' מידת הוד וכנ"ל, מגלה צו זיין אז די גאנצע בריאה איז ממש בלויז אלוקות, און דורכדעם קומט מען צו מגלה צו זיין די אמת'דיגע שמחה בבחי' נ'פתלי, וואס דער פסוק זאגט נפתלי שבע רצון, דהיינו אז עס איז בכלל נישט פארהאן עפעס שלעכטס אויפן וועלט, ווייל ער זעהט נאר די אלוקות פון יעדע זאך (עיין פי' הראב"ד לס' יצירה פרק ה' משנה א').

בחי' משיח בן דוד יחודא תתאה

אבער די עבודה פון משיח בן דוד איז בחי' מידת נצח איז, אז אפי' אין די שווערסטע מצבים טוהט מען זיך מבטל זיין צו השי"ת בתכלית הביטול, דהיינו אז אדרבה מען לאזט זיך אראפ אין די וועלט, און מען לעבט מיט די אלע עליות און ירידות פונעם עוה"ז עולם ההסתר פנים, און מען ווערט נישט דערשראקן און צוקלאפט, און ווי מיר זעהן טאקע אז יעקב אע"ה איידער ער איז אנגעקומען קיין מצרים ערות הארץ, האט ער געשיקט יהודה ווי דער פסוק זאגט ואת יהודה שלח לפניו, און ווי רש"י הק' שרייבט לתקן לו בית תלמוד, דהיינו אז דער עיקר עבודה פון יהודה איז געווען בבחי' תורה שבע"פ, וואס די בחי' פון תורה שבכתב איז בבחי' משיח בן יוסף דהיינו אז אלעס איז אלוקות, אבער די עבודה פון תורה שבע"פ איז, אז מען לעבט אינעם חשכות און מען ווערט נישט געבראכן ביי זיך, און דאס זעהן מיר ווייטער ביי דוד המלך, וואס חז"ל דרש'ענען אויפן פסוק והוי"ה עמו שהלכה כמותו בכל מקום (סנהדרין צ"ג:), און דאס איז דער בחי' פון שבט י'ששכר בבחי' מידת נצח, דהיינו ויט שכמו לסבול עול התורה, דהיינו אז מען בייגט זיך אראפ דער קאפ, און אפי' עס קלאפט נישט אלעס און מען איז נישט צופרידן ברוחני' בגשמי', וועט מען נישט צוקלאפט, נאר מען לעבט מיטן אמת'ע בליק אז אלעס איז פון השי"ת, און מיר דארפן זיך מבטל זיין צו השי"ת בתכלית הביטול, און נאר אזוי קומט אראפ די גרויסע ישועות בבחי' לידת משיח וגאולה שלימה[1], און אז מען לעבט אזוי ממילא פאדערט זיך בכלל נישט פארן מענטש אז עס זאל שיינען פאר איהם די גרויסע אורות פון גוונין נהירין אדער די אורות פון זדונות נעשין לו לזכיות, ווייל אפי' ער איז נישט אין די מדרגה, איז ער אויך דבוק אינעם מאציל העליון, ווייל דער עיקר עבודה איז צו מגלה זיין די עצמי' האלוקות בבחי' אריך אנפין, וואס ווען מען איז דבוק אין השי"ת מיט די בחי' און עבודה, פעהלט שוין גארנישט אויס פארן מענטש, און דאס איז די רמז פון יג"א, דהיינו א' אז מען איז דבוק אינעם אלופו של עולם בעצמיות ממש, דעמאלס י"ג איז מען מעורר די י"ג מכילין דרחמי וואס זייער מקום איז אינעם פרצוף אריך אנפין, און דאס איז די רמז פון שבט אשר וואס עס שטייט ביי איהם מאשר שמנה לחמו, וואס לח"ם איז בגימ' מזל"א, וכידוע אז בני חיי מזוני במזלא תליא, דהיינו דורך די י"ג מכילין דרחמי וואס עס ווערט נתעורר דער מזל העליון (ספר הליקוטים פר' תולדות).

תכלית העבודה לאחד שני הבחי'

אבער דער תכלית האמיתי איז אז די צוויי בחי' פון משיח בן יוסף און משיח בן דוד, זענען בעצם איין נשמה ממש, און ממילא דארף מען זיך מדבק זיין מיט ביידע עבודות, דהיינו אז מצד אחד זיך מדבק זיין אין די גוונין נהורין, און צו מגלה זיין אין די אלע חלקי הבריאה אז אלעס איז בלויז אלוקות ממש, און פון צווייטן זייט צו לעבן מיט הכנעה אז אפי' מען אנערקענט נישט די אלוקות אינעם בריאה, דארף מען זיך אבער מבטל זיין צו השי"ת בתכלית הביטול, דהיינו אז אפי' ווען מען איז אינעם גרעסטן חשכות און נפילה זאל מען נישט ווערן מרה שחורה'דיג דורכדעם, נאר זיך מחזק זיין מיטן אמת'ע אמונה און לויטערע התבטלות צו השי"ת.

סוד מיתת משיח בן יוסף וכל הנסיונות שעבר מכיון שהיה רק בדרך של יחודא עילאה וזה סוד מה שפתר החלומות של שר האופים ושר המשקים

ווייל אויב מען איז נאר בבחי' משיח בן יוסף דהיינו בסוד מידת הוד גוונין נהורין, וואס דער גאנצע בריאה איז ביי איהם איין שטיק אלוקות, און כנ"ל אז דאס איז בבחי' זד"ן דהיינו אז פון אלע זדונות ווערן בלויז זכיות ווייל אלעס איז בלויז אלוקות, ממילא אפי' די ירידות און נפילות זענען ביי איהם אויך בבחי' אלוקות, איז טאקע דערפאר משיח בן יוסף אין א סכנה וואס דאס איז די בחי' פון הריגת משיח בן יוסף, און ווי דער פסוק זאגט ויתנכלו אותו להמיתו, וואס דערפאר האט יוסף הצדיק ע,ה געהאט מורא'דיגע נסיונות אין מצרים, דהיינו די אלע נפילות און ירידות בילבולים און הסתרות וואס דער צדיק האט, ווען ער איז זיך נישט מייגע אין עבודת השי"ת בבחי' בינה, נאר אלעס איז ביי איהם מיט רוהיגקייט בחי' חכמה בחי' יוסף, ווייל דער תכלית העבודה איז בסוד הפסוק אדם לעמל יולד, דהיינו אז מען דארף זיך מייגע זיין אין עבודת השי"ת, און דאס האט יוסף הצדיק ע,ה מתקן געווען ווען ער איז געקומען פותר זיין די חלומות פונעם שר המשקים און שר האופים, וכידוע אז דער שר האופים איז בבחי' בינה און דער שר המשקים איז בבחי' חכמה (שער הפסוקים וישב), און דערפאר טאקע האט יוסף הצדיק געזאגט פארן שר האופים אז נאך דריי טעג וועט מען איהם הרג'ענען, ווייל ער איז געווען בבחי' בינה וואס בינה איז מרמז אויף ביטול מיט מסירות נפש, וואס דאס איז די בחי' פון מיתה מסירות נפש אינגאנצן פאר השי"ת, און פארן שר המשקים וואס איז געווען בבחי' חכמה בבחי' הוד כנ"ל, האט ער געזאגט אז נאך דריי טעג [דריי טעג איז מרמז אויף די דריי חלקים אינעם מידת הוד], וועט ער צוריקגיין צו זיין אמט, דהיינו אז דער וואס איז אן עובד השי"ת בבחי' הוד בסוד חכמה, הגם ער איז אראפגעפאלן מיט א גרויסע נפילה אין זיין עבודה און עס איז אלעס חושך ביי איהם, דארף ער זיך מחזק זיין מיטן בחי' פון בינה, וכנ"ל אז בינה איז בבחי' אריך אנפין דהיינו התבטלות במציאות כאין וכאפס ממש, וואס דאס איז דער סוד פון ולא זכר שר המשקים את יוסף וישכחהו, דהיינו אז ער האט זיך מדבק געווען אין בחי' בינה און נישט אין חכמה [חכמה בחי' זכירה], וואס בינה איז בבחי' אריך אנפין וואס אריך אנפין איז בבחי' עתיק און דורכן עתיק קומט מען אן צו די מוחין פון עתיק, וואס דאס איז דער בחי' פון רישא דלא איתידע, דהיינו די בחי' פון שכחה אז מען איז בטל במציאות פאר השי"ת, און ממילא דורכדעם האט דערנאך יוסף הצדיק ע"ה זיך געקענט צוריק מקשר זיין מיט יהודה.

עיקר תיקון פגם יוסף הצדיק הוא בבחי' יעקב סוד הרגלין נצח והוד וזהו סדר העבודה בימי החנוכה הק'

און דורכדעם וואס מען איז מקשר די צוויי עבודות בחי' משיח בן יוסף און משיח בן דוד, איז מען מתקן די פגם פון יוסף הצדיק ע"ה, וואס דאס איז בבחי' יעק"ב דהיינו די י' טיפין וואס זענען נפגם געווארן ביי די עקביים פון יוסף הצדיק ע"ה, וואס דאס איז די בחי' פון י' עקב (ספר הליקוטים וישב), וואס דער עיקר תיקון איז דורך די בחי' פון רגלים דהיינו מידת נצח און הוד, וואס דאס איז די בחי' פון דער עבודה אין די ימי החנוכה הק', וואס פון איין זייט איז פארהאן די עבודה זיך צו מתבונן זיין אין די נרות חנוכה, דהיינו זיך צו מדבק זיין אין די גוונין נהורין, וואס דאס איז אויך די בחי' פון די ל"ו מסכתות וואס זענען אקעגן די ל"ו נרות וואס מעו צינדט במשך די גאנצע ימי החנוכה הק', דהיינו די עבודה פון מגלה זיין מציאות האלוקות אין דער גאנצע בריאה, דהיינו אז אלע דרכים און אופנים פון די מציאות הבריאה איז בלויז אלוקותו ית"ש ממש, וואס דאס איז דער עבודה בבחי' מידת הוד בסוד גוונין עילאין, וואס דורכדעם קומט מען צו צו הלל והודיה, וויבאלד אלעס איז דאך בלויז אלוקות ממש איז אויב אזוי אלעס נאר רחמים וחסדים, אבער פון צווייטן זייט איז פארהאן די עבודה פון לימוד תורה שבע"פ און די עבודה פון פארמעהרן מיט געבן צדקה, וואס דאס איז די עבודה בבחי' יששכר און גד, וואס יששכר איז דער בחי' פון תורה און גד איז בבחי' צדקה ג'ומל ד'לים, וואס דאס קומט צו ווייזן דעם דרך בבחי' יהודה להורות לפניו בחי' מידת נצח, דהיינו אז אינעם חשכות והסתרת עוה"ז אפי' מען זעהט נישט דעם אלוקות מיט די פליישיגע אויגן, וואס דאס איז דער בחי' פון תורה שבע"פ וואס איז מרמז אויפן חשכות עוה"ז, דאך זאל מען זיך מחזק זיין מיטן עבודה פון זיך מבטל זיין און צו זיין בטל ומבוטל בתכלית הביטול כאין וכאפס, וואס דורכדעם ווערט מען דבוק אינעם אור פון אריך אנפין און מען איז מעורר די י"ג מכילין דרחמי, און דאס איז געווען די עבודה פון די הייליגע חשמונאים, וואס פון איין זייט זענען זיי געווען כהנים, וואס כהנים זענען בבחי' ספי' הוד בחי' גוונין נהורין בחי' יוסף הצדיק כנ"ל, און פון צווייטן זייט איז זייער גאנצע עבודה געווען, מיטן כח הניצחון און מיט א שטארקע בטחון מי להוי"ה אלי, און ווי חז"ל זאגן אז זייער בטחון איז געווען אזוי שטארק, אז זיי האבן געזאגט אז אפי' זיי זענען נישט ראוי עס זאל זיי געשעהן א נס, מיט דעם אלעס האבן זיי בטחון אין השי"ת אז ער וועט זיי זיכער העלפן, דהיינו כנ"ל אז אפי' מען איז נישט ראוי מיט דעם אלעם מיטן כח הבטחון און ביטול, קומט מען אן ביז אריך און מען איז מעורר די י"ג מכילין דרחמי, וואס דאס איז מרמז אויפן יחוד פון "נוצר" און "ונקה", וואס די צוויי מידות ווערן נתעורר זאת חנוכה, וואס דאס איז מרמז אויפן יחוד חכמה בינה, דהיינו דער יחוד צווישן יוסף און יהודה, און ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק אז די הייליגע ח' ימי חנוכה איז מרומז אינעם פסוק א"ז ירננו עצי היער, וואס א"ז איז בגימ' ח', דהיינו אז די עבודה פון די הייליגע ימי החנוכה איז צו מייחד זיין די ביידע בחי' פון יהודה און יוסף, וואס דורכדעם איז מען מעורר לידת משיח דהיינו די גאולה שלימה, וואס דעמאלס וועט מקויים ווערן די פסוק א"ז ימלא שחוק פינו.

סוד יום הולדת פרעה שאין שום יאוש בעולם כלל

און מיט די עבודות דארף מען זיך שטענדיג מחזק זיין, און איבערהויפט נישט צו טראכטן ח"ו אז ער איז שוין פארקרימט און עס איז שוין אביסל צו שפעט, אדרבה ואדרבה עס איז נישט פארהאן אזא מין מושג פון צו שפעט, ווייל אפי' דער מענטש איז ליידער אריינגעפאלן אין שאול תחתית ממש רח"ל, דארף ער אויך צו וויסן אז אויב ער איז זיך מחזק און ער הייבט זיך אויף פון זיין טיפן פלאטץ, קומט אויס אז ער איז מגלה דעם אלוקותו ית"ש אין זיין מקום, וואס ער געפינט זיך דארט און ער הייבט זיך אויף פון דארט, און דאס זעהן מיר פון דעם וואס די תורה"ק האט מאריך געווען און דערציילט וועגן דעם יום הולדת פון פרעה, וואס ער האט געמאכט א שמחה און א סעודה לכל עבדיו וישא את ראש שר המשקים, דהיינו אז בדרך כלל ווען א מענטש קומט אן צו זיין יום הולדת, און ער זעהט ווי אלט ער איז און ער מאכט זיך א חשבון הנפש וואס ער האט שוין אלס אויפגעטוהן אויף די וועלט, און ער זעהט אז ער איז א כלי ריקן וואס האט נאך גארנישט אויפגעטוהן, און אויב שוין האט ער נאר שלעכטס געטוהן, און אפי' די ביסל גוטס וואס ער האט שוין יא געטוהן, איז אלעס געווען מלא פניות און נישט בשלימות, ממילא ווערט ער דאך צובראכן אויף שברי שברים מיט יאוש און מרה שחורה, און דאס איז דער לשון ויהי לשון צער, וואס דאס קומט טאקע דורכן התבוננות וואס פרעה דקדושה איז בבחי' בינה (ספר הליקוטים וישב), דארף מען זיך מחזק זיין בבחי' שר המשקים בבחי' יוסף בחי' גוונין נהירין בחי' זד"ן זדונות נעשין לו לזכיות, און אנקומען צו דער בחי' פון וישכחהו דהיינו כנ"ל די בחי' פון אריך און עתיק, דהיינו דער יחוד פון יוסף און יהודה, דהיינו די עבודה פון התבוננות און די עבודה פון חכמה בחי' גוונין נהירין, ביז מען ווערט בבחי' ביטול בעצמי' האלוקות בחי' וישכחהו.

ועיקר תחילת העבודה הוא בסוד יעקב היינו אמונה פשוטה וטהורה

און דער עיקר ההתחלה איז דורכן עבודה פון אמונה פשוטה, וואס דאס איז געווען די בחי' פון דמות דיוקנו של אביו נראה לו, דהיינו אז די עיקר הגאולה

זאל השי"ת העלפן אז אין די הייליגע טעג זאלן מיר זיך מחזק זיין מיטן אור האמונה און מיטן אור היחודים און מיר פרטית ביי יוסף הצדיק וואס ער אויסגעלייזט געווארן פונעם שטן, איז געווען דורכן זיך מדבק זיין בבחי' יעקב אבינו ע"ה, וואס יעקב איז בבחי' עקביים, וואס דאס איז בסוד שם ב"ן די אינטערשטע שם בצירוף שם הוי"ה, וואס איז מרמז אויף מלכות דהיינו גילוי האמונה טהורה בסוד שמע ישראל הוי"ה אלו' הוי"ה אחד, וואס מיטן חיזוק באמונה פשוטה קומט מען אן צו דער גרעסטע טהרה בסוד העלאת הניצוה"ק, וכנ"ל אז בחי' מלכות דהיינו די אינטערשטע בחי' פון מלכות וואס איז מרמז אויף אונזער וועלט בחי' עשיה שבעשיה, איז מקושר מיטן מלכות העליונה וואס איז אינעם שורש פון אור אין סוף, וואס דאס איז די העכסטע אור וואס קען נאר זיין דורך אונזער השגה, וואז מיטן אמונה פשוטה ואמונה טהורה איז מען זיך ממילא מקשר מיטן שורש האמונה, און דאס איז וואס אלישע האט געבעטן פון זיין רבי אליהו הנביא ז"ל פארן זיך אפשיידן פון איהם, ויהי נא פי שנים ברוחך, דהיינו כידוע אז אליה"ו איז בגימ' די שם ב"ן, וואס איז מרמז אויפן סוד האמונה וואס דאס איז אויך די שורש הגאולה, וואס די גאנצע גאולה וועט זיין דורך אליהו הנביא זכור לטוב, און דאס האט איהם אלישע הנביא געבעטן אז ער זאל זוכה זיין צו אמונה שלימה אמונה טהורה, וואס דעמאלס וועט ער ממילא זיין מקושר מיטן מלכות העליונה בבחי' אור אין סוף.

זאלן זוכה זיין אנצוצינדן די מנורה דורכן אמת'ע יחוד והתבננות באור יחודו של עולם, און דורכן שמחה האמיתית און מיט א שטארקן בטחון אין השי"ת אז ער וועט אונז שוין צוברענגן צו אלע גרויסע תיקונים און אורות און קדושות ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו עין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון בביאת גואל צדק במהרה בימנו אמן.


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. בדרך אגב בידוע אז ביים הייליקן מגיד ממעזריטש זי"ע איז אמאל געקומען אן עושר און זיך געדרייט ביי אים, ויהי היום און ער איז געווארן א יורד רח"ל, האט אים דער מגיד זי"ע געזאגט אז געקומען אהער ביסטו כדי קונה צו זיין חכמה, ממילא ביסטאו געווען בבחי' הרוצה להחכים ידרים, ממילא האסטו פארלוירן די עשירות, נאר אויב דו ווילסט צוריק זוכה זיין צו דעם, דארפסטו ווערן בבחי' אין, ע"כ. און ווי הרה"ק דער ליקו"מ האט מבאר געווען אז ער האט אים געמיינט צו זאגן אז ער זאל זיך מבטל זיין צום צדיק האמת, וואס איז בבחי' אין.
    דער ביאור הענין ע"פ הנ"ל איז דאס ווארט, אז מען ווערט בבחי' אין דהיינו בבחי' משיח בן דוק, אז מען איז מבטל בתכלית הביטול בבחי' אריך אנפין, ממילא ווערט נתעורר די י"ג מידות של רחמים, און דער מזל עליון בני חיי מזוני, בסוד לידת משיח.