לדלג לתוכן

דע חכמה לנפשך קבלה וירא תשס"ז המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה וירא תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה וירא תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת וירא תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

גודל התועלת בהתקשרות לצדיקי אמת ושם הוי"ה חקוק על מצחם

און די עצה דערפאר איז צו מקשר זיין די צורות הצדיקים האמתיים צוזאמען מיטן שם הוי"ה הק', דהיינו זיך מצייר זיין די הייליגע צורות הצדיקים אין זייער גרויסע הייליגע עבודה, און זיך מדמה זיין די שם הוי"ה הק' ווי עס איז אויפגעקריצט אויף זייערע פנימ'ער, וכנ"ל אז אהבה איז בסוד שם הוי"ה בניקוד סגול מיטן פארב ווייס א.א.וו., ממילא איז די כח קדושת התקשרות צום צדיק האמת צוזאמען מיטן ציור שם הוי"ה הק', איז גאר שנעל מקרב דעם מענטש צום עבודה האמיתי, ווייל דער צדיק האמת ער איז דאך אויסגעאיידלט און אויסגעארבעט, וואס ער זעהט דאך ממש די גוונין עילאין פון יענע וועלט, און אויסער דעם איז דאך דער גאנצע מהות הצדיק א מרכבה עליונה צום עולם היצירה, ווייל ער איז דאך בטל ומבוטל מיט זיין גאנצע קומה שלימה צו אלוקותו ית"ש, וואס דער גאנצע תכלית התגלות העולמות איז דאך נאר אויף דעם תכלית, צו מבטל זיין די גאנצע ישות און מגלה זיין אלוקותו ית"ש, בסוד ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, און וויבאלד דער צדיק האמת איז דאך שוין אין די מדרגה, איז דער התקשרות צום צדיק פונקט די זעלבע ווי מען איז זיך מקשר מיטן עולם היצירה אליינס, נאר די תועלת פון דעם איז גאהר אסאך פאר אונז פשוט'ע מענטשן, ווייל דורכדעם קענען מיר אסאך שנעלער דערגרייכן די דרך העבודה דהיינו די דביקות אין די שמות הק' וכנ"ל.

מדרגתו של אברהם אע"ה ששם הוי"ה היה חקוק על מצחו תמיד בגוונין נהורין אפי' במצב של ירידה

ה] און דאס איז די בחי' וואס שטייט ביי אברהם אבינו ע"ה, וואס נאכן גרויסן קיום המצוה מצות ברית מילה מיט מסי"נ, דהיינו די אלע בחי' פון חתיכה פריעה מציצה, האט ער זוכה געווען אז השי"ת האט זיך מגלה געווען צו איהם, בסוד הפסוק וירא אליו הוי"ה, און ווי הרה"ק רבי צדוק הכהן מלובלון זי"ע שרייבט (פרי צדיק וירא אותי' א'-ז'), אז אברהם אבינו ע"ה האט זוכה געווען צו די בחי' פון ראיה העליונה אברה"ם מלשון ראי"ה [אברהם אותי' ראה], און דאס האט השי"ת געבענטשט אברהם אבינו ע"ה ווען ער איז איהם געקומען באזוכן, אז נישט נאר ווען ער וועט זיך מתאמץ זיין אינעם עבודה וועט ער זעהן פאר זיך די שם הוי"ה הק', נאר ער האט זוכה געווען צו מקיים זיין די פסוק שויתי הוי"ה לנגדי תמיד, דהיינו אז שטענדיג איז געשטאנען פאר איהם די שם הוי"ה מיט די גוונין עילאין, דהיינו מיט די הייליגע אמת'ע פארבן בסוד עולם היצירה, און דאס האט דערנאך אברהם אבינו ע"ה איבערגעגעבן פאר יצחק אבינו ע"ה, און יצחק אע"ה האט מיט דעם געבענטשט יעקב אע"ה, ווי דער פסוק זאגט ויתן לך האלהי"ם וגו' און ווי חז"ל זאגן (בראשית רבה) ויתן לך אלהותא, דהיינו אז ער זאל זוכה זיין צו אמת'דיגע ג-טליכקייט, והיינו אז אפי' ווען מען איז בבחי' תורה שבעל פה וואס ווערט אנגערופן בבחי' חשכות בסוד הפסוק במחשכים הושיבני, אפי' אין אזעלעכע מצבים זאל די שם הוי"ה הק' נישט אפגעטוהן ווערן פונעם מענטש ח"ו.

שלשת המלאכים נגד בחי' חג"ת, ועי"ז יוצאים מכל בחי' מ"ט [בגימ' חולה] שעיר טומאה

און דאס איז אויך די בחי' פון די דריי מלאכים וואס זענען געקומען צו אברהם אבינו ע"ה, וואס זיי זענען די דריי עיקרי בחי' פונעם דביקות אינעם שם הוי"ה, דהיינו חסד גבורה תפארת[1], וואס דורך דעם דביקות אין אהבת השי"ת און יראת השי"ת און דביקות תמידית בעצמי' השי"ת, קען מען צוקומען צו באלייכטן די אלע בחי' פון שחרורית דהיינו מגלה זיין די "מלכות" שמים אויף די וועלט, און דורכדעם קען דער מענטש ארויסקריכן פון אלע זיינע מחלות הגוף והנפש ברוחני' ובגשמי', און דאס איז דער סוד וואס רש"י הק' ברענגט לבקר את החולה, כידוע אז חול"ה איז בגימ' מ"ט, וואס דאס מיינט מען די מ"ט שערי טומאה, וואס ליידער איז די גאנצע וועלט איין שטיק טומאה מיט זוהמת הנחש הקדמוני, און דער שטן דרייט זיך שטענדיג ארום בפרט צווישן די ריינע נשמות און איז זיי מבלבל בעבודתו ית"ש, און מאכט זיי די גאנצע עבדות השי"ת עס זאל זיין טריקן און קאלט אן קיין שום בהירות און אן קיין שום אור, נאר אלעס זאל זיין מלא בילבולים און חשכות מיט ירידות און נפילות רח"ל, דארף מען צו וויסן אז דער איינציגסטער וועג וואס מען קען ארויסקריכן און געראטעוועט ווערן פון דעם אלעם, איז דורכן מדבק זיין זיך אין די עבודה בסוד שלשת מלאכים, וואס די מלאכים זענען געקומען מיטן צורה ווי מענטשן, וואס דאס איז מרמז אז מען דארף קודם כל זעהן זיך מתבודד זיין, און זיך מדבק זיין אינעם צורת שם הוי"ה הק' מיט איהרע גוונין, ביז מען וועט זוכה זיין צו דער אמת'ע התגלות בסוד מלאכי ושרפי מעלה.

גודל המדרגה ע"י שדבקים בקדושת שם הוי"ה ב"ה

און ווי הרה"ק רבי אברהם הלוי זי"ע האט געזאגט, אז ער האט א קבלה אז דער וואס איז אמת'דיג דבוק אינעם שם הוי"ה הק', ווי עס שטייט געשריבן מיט גרויסע לעכטיגע אותי' וואס שיינט פאר איהם ווי די לעכטיגקייט פון הימל, איז אפי' מען וועט איהם אין די מינוט אנמאכן די גרעסטע יסורים אכזריים רח"ל בבחי' התנא רבי עקיבא, וועט ער שרייען מיט א גלייכגילטיקייט אז א איד בין איך און א איד וויל איך שטארבן, און ער וועט נישט פילן קיין שום יסורים און צער, ווייל די דביקות אינעם שם הוי"ה הק' איז גאהר גרויס, און עס איז מקשר די שורש נשמת האדם מיטן מאציל העליון, ביז דער מענטש פיהלט זיך אין די העכערע וועלטן, און ווי הרה"ק דער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אינעם הייליגן צעטיל קטן, אז שטענדיג אין יעדן געלעגנהייט דארף זיך דער מענטש מדמה זיין כל הנ"ל, און דאס מיינט די ריכטיגע דביקות אינעם שם הוי"ה הק'.

עליות המדרגות בדביקות שם הוי"ה, אבל יש הרבה סייעתא דשמיא בזה בפרט בדור שלנו

אבער די אנהייב דארף צו זיין בסוד וירא אליו הוי"ה, דהיינו זיך מתבודד זיין און זעהן פאר זיך די שם הוי"ה הק' פאר די אויגן וכנ"ל מיט די התקשרות לצדיקים, און דאס איז אן עבודה וואס גייט צוביסלעך, עס איז נישט מעגליך אין איין מינוט משיג צו זיין גאהר אן הויעכן אור, ווייל יעדע אור פאר זיך איז בבחי' א נייע עולם, און ממילא דארף יעדע עליה וואס דער מענטש האט צו א נייעם עולם, א נייע מצוות ברית מילה, דהיינו קודם כל צו פארשניידן אלע נישט גוטע חלקים וואס ער פארמאגט, וואס ביז די יעצטיגע מצב איז עס נישט געווען קיין חיסרון, אבער כלפי די העכערע מדרגה איז דאס א פגם, און דערנאך ערשט קען ער מגלה זיין [לשון פריעה] די אור פונעם העכערן עולם, און דערנאך קען ער זיך בפועל מדבק זיין אינעם העכערן עולם, אבער יעדע איד דארף צו וויסן אז עס איז פארהאן אין יעדן איד באזונדער א מורא'דיגע כח פון אברהם אע"ה בסוד הפסוק כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו, דהיינו אז אברהם אע"ה האט אריינגעפלאנצט אין יעדע אידישע נשמה א כח זיך צו קענען מדבק זיין אין די הויעכע שמות ויחודים הק', און בפרט אין אונזער דור די דור של עקבתא דמשיחא, וואס ליידער איז די גאנצע וועלט איין שטיק טומאה וחולאת, דארף מען זיך מדבק זיין אין די בחי' שלשת המלאכים שבאו לבקר את "החולה", און נאר אזוי קען מען ניצול ווערן פון די מים הזידונים.

בפרט בדור האחרון שנתגלה גוונין דקש"ת בעולם

און ווי עס ברענגט הרה"ק ר' יעקב צמח זי"ע, אז די גרויסע אורות און די כתבי האר"י הק' זי"ע, זענען נתגלה געווארן דייקא אין אונזערע דורות די לעצטע דורות פאר ביאת הגואל ב"ב, ווייל אין די פיסטערע זמנים קען מען זיך האלטן און מחזק זיין נאר מיט די התגלות האור פון רבינו האר"י הק' זי"ע, און אזוי אויך מיט די הייליגע ספרי הבעש"ט הק' זי"ע ותלמידיו הק' זי"ע, וואס האבן מפרש געווען יעדע גילוי אור און יעדע נקודה פון פנימי' התורה"ק בדרך עבודה מלמטה למעלה, אז יעדער איינער זאל זיך קענען מחזק זיין און מגלה זיין און מאיר זיין זיין הייליגע נשמה מיטן אור הגדול בבחי' תורה דעתיקא סתימאה, און ממילא דארף מען זעהן זיך צו מייגע זיין מעהר און מעהר ביז מען וועט זוכה זיין צו די אמת'ע השגת האלוקות, און די אמת'ע גילוי רזי התורה"ק, וואס דאס איז די בחי' פון הארת עולם אדם קדמון, ביז מען וועט שוין זוכה זיין צו דער אמת'ע הארה פונעם שם הוי"ה בבחי' גוונין עילאין, וואס דעמאלס וועט נתגלה ווערן די גאולה שלימה בביאת משיח צדקנו, ווי התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע האט געזאגט צו זיין זוהן רבי אלעזר זי"ע (תיקוני זוה"ק תיקון ל"ז), אז פאר משיח צדקנו וועט קומען וועט קודם געזעהן ווערן די קשת [רעגנבויגן] מיט איהרע שיינענדיגע פארבן, דהיינו כנ"ל אז עס וועט שיינען פאר כלל ישראל די שם הוי"ה הק' מיט איהרע הייליגע פארבן, וכידוע אז קשת"י איז ר"ת ק'דושתך ש'מך ת'ורתך י'מינך, וואס אין טור ווערט געברענגט (או"ח סימן קכ"ב) אז דער וואס איז זהיר דאס צו זאגן איז זוכה און ער איז מקבל פני השכינה, והיינו כנ"ל אז ער טוהט זיך מדבק זיין בקדושת שם הוי"ה און איז מגלה די רזין דאורייתא, ביז עס טוהט איהם לייכטן די פני השכינה בגוונין נהירין.

יזכיר לו יום המיתה היינו שלא ירגיש שום צער בעולם מגודל דביקות בשם הוי"ה

און דאס איז די בחי' וואס חז"ל זאגן (ברכות ה.) טאמער דער יצה"ר פארדרייט א מענטש אין זיין עבודה, זאל ער ערשט זיך מדבק זיין אין די תורה"ק די סם החיים און די תבלין אקעגן דעם יצה"ר, אבער טאמער עס העלפט איהם נישט זאל ער ליינען קרי"ש און מקבל זיין עול מלכות שמים באמת, דהיינו זיך מתבונן זיין אין שמות הק', און טאמער דער יצה"ר טוהט איהם נאך אלס פארדרייען זאל ער זיך דערמאנען דעם יום המר די יום המיתה, דהיינו אז ער זאל זיך אזוי שטארק מדבק זיין אינעם שם הוי"ה הק' מיט גוונין נהורין, ביז ער וועט ווערן אין די מדרגה וואס אפי' עס וועט אריבער גיין אויף איהם די שווערסטע יסורים רח"ל, זאל ער דאס בכלל נישט פיהלן מרוב דביקות בו ית' וית'.

דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך נצור מצות קדושך שמור שבת קדשך

און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך, דהיינו אז מיר האבן גע'ירש'נט די גרויסן כח פון אברהם אע"ה, אז מיר זאלן זיך קענען מדמה זיין מיטן כח השכל העליון, וואס דמיון איז בבחי' נפש, אבער מיטן ציור האותי' הק', קען מען זוכה זיין צו א ראיה העליונה בבחי' חכמה, און ווי חז"ל דרש'ענען אויפן פסוק והוי"ה ברך את אברהם בכל, בת היתה לאברהם ובכל שמה (ב"ב ט"ז:), בת איז בבחי' נוק' בסוד מלכות, וואס מלכות איז בבחי' דמיון[2], דהיינו אז מען דארף זיך קודם כל מדבק זיין אין מצוות אהבת ויראת השי"ת און אין מצוות דביקות בהשי"ת, וואס די דריי ענינים זענען בבחי' האותיות אמ"ש[3], דהיינו מים בחי' חסד אהבה, אש בחי' גבורה יראה, אויר בחי' תפארת דביקות, וואס דאס זענען כולל די פארבן ווייס [חסד] רויט [גבורה] געל [תפארת], און דערנאך קען מען משפיע זיין אינעם בחי' מלכות [שווארץ] די אור הגדול, און מהפך זיין אלע חשכיות אויף אורות גדולים ועליונים, און דערנאך קען מען זיך אויסארבעטן מיט אלע זיבן מידות הק' און מיט זייערע עבודות פרטיות, וואס די זיבן מידות הק' איז אקעגן די אותי' בג"ד כפר"ת, און דערנאך קען מען זיך אויסארבעטן מיט די אלע י"ב גבולי האלכסון פונעם וועלט, און ממילא וועט מען מגלה זיין די אור השי"ת ב"ה אין אלע פרטים און פרטי פרטים פונעם גאנצן בריאה, און מעורר זיין און מאיר זיין אלע בחי' פון חשכות בבחי' אש עפר דהיינו בבחי' בינה מלכות [וואס ביידע ספי' זענען בצד שמאל צד הגבורה], און מגלה זיין די אור הרוח ומים דהיינו חכמה און ז"א [זעיר אנפין] דהיינו די צד הימין, און דורכדעם וועט מען צו איילן ביאת המשיח מיטן התגלות פון אליהו הנביא וואס קומט פון שבט גד, וואס גד איז בבחי' חודש אלול וואס חודש אלול איז מאיר די שם הק' ההו"י, דהיינו קודם מאיר זיין די בחי' פונעם אות ה"ה וואס איז בצד שמאל דהיינו בינה מלכות, און דערנאך מאיר זיין די אותי' ו"י דהיינו די צד החסדים, אבער דאס אלעס קען נאר זיין דורכן דביקות אינעם שם הוי"ה הק' בדביקות תמידית, און ממילא איז מען זוכה צו והיא כתר לראשך דהיינו צו די אמת'ע התגלות רזי דאורייתא, און דורכדעם איז מען ממילא זוכה צו נצור מצות קדושיך שמור שבת קדשך, דהיינו ממשיך צו זיין די אור הגאולה וואס איז בבחי' שבת מנוחה, און ווי מיר זעהן אין חז"ל (סנהדרין ס"ה:) אז רבי חנינא מיט רב אושעיא זענען געזעצן ערב שבת קודש און עוסק געווען אינעם ספר יצירה דאברהם אבינו ע"ה, דהיינו אז דאס קומט אונז מרמז זיין אז פאר ביאת משיח צדקנו, וואס איז בבחי' ערב שבת בבחי' סוף הגלות, דעמאלס וועט זיין א גרויסן כח און עזר אלוקי ממעל, אז מיר זאלן זיך קענען ריכטיג מדבק זיין אין די הייליגע אותי' און אינעם שם הוי"ה הק', וואס דאס איז בבחי' ספר יצירה ספר דאברהם אבינו ע"ה. זאלן אונז השי"ת טאקע העלפן מיר זאלן זוכה זיין לחזות בנועם הוי"ה ולבקר בהיכלו, און צו גיין בדרכי אברהם אבינו ע"ה צו באלייכטן די כ"ב אותי' התורה מיט אלע בחי' און עבודות כנ"ל, און צו מגלה זיין כבוד השי"ת אין יעדן פרט ופרט פונעם גאנצן בריאה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו גילוי אליהו הנביא ז"ל וואס איז בבחי' גילוי אליהו מלאך הברית, בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימינו אמן

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. בדרך רמז קען מען מבאר זיין, אז דער מלאך וואס איז געקומען מבשר זיין לידת יצחק אע"ה איז בבחי' חסד, ווייל זיין גאנצע מעשה איז געווען בבחי' חסד, און דער מלאך וואס האט איבערגעדרייט סדום איז בבחי' גבורה, און דער מלאך וואס האט געהיילט אברהם אע"ה און גערוואטעוועט לויט, איז בבחי' תפארת, וואס איז בבחי' רחמים וואס רפואה און הצלת לויט איז בסוד רחמנות, ודו"ק.
  2. מלכות איז די קלענסטע פון די ספי' בבחי' נפש וואס איז די קלענסטע חלק פונעם נשמה, און אזוי אויך איז עס מרמז אויף דער וועלט די עולם העשיה, ווייל דאס איז די קלענסטע ספי' אזוי ווי די עולם העשיה איז די קלענסטע עולם. און אויסער דעם איז אין דער וועלט דער עיקר העבודה פון מגלה זיין מלכות שמים, און די אלוהות אויף דער וועלט, ביז עס ווערט מקוים ווערן די פסוק ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, און דערפאר איז דמיון בסוד מלכות, ווייל דמיון געהערט נאר צו דער וועלט וואס מען וויל מדמה זיין און מצייר זיין אורות עליונות, וד"ל.
  3. בקיצור נמרץ כידוע אז די אלע כ"ב אותי' זענען איינגעטיילט און דריי חלקים: 1. אמ"ש. 2. בג"ד כפר"ת. 3. און די איבעריקע י"ב אותי', און מיט די אלע כ"ב אותי' הק' איז דער וועלט באשאפן געווארן, איסתכל באורייתא וברא עלמא, און ממילא איז יעדער פון די חלקי האותי' כולל אין זיך עולם שנה נפש, וואס זענען די דריי כללים פון דער בריאה.
    והיינו: 1. אמ"ש איז בבחי' [עולם] – אויר, מים, אש. [שנה] – קור חום רויה (ממוצע). [נפש]- ראש בטן גויה. 2. בג"ד כפר"ת איז בבחי' [עולם] – ז' כוכבי לכת. [שנה] – ז' ימי השבוע. [נפש] – ז' נקבי הראש (ב' אוזנים ב' עינים ב' נחירי האף והפה). 3. די איבעריקע י"ב אותי' איז בבחי' [עולם] – י"ב מזלות. [שנה] – י"ב חודשים. [נפש] – י"ב אברים העיקריים, און די י"ב גבולי אלכסון. איז דער פשט: אז אין דער וועלט איז פאראן ו' קצוות מזרח מערב דרום צפון למעלה למטה, און אלכסון איז דער פשט: אז די אלע בחי' און עבודות איז בבחי' מלמעלה למטה און מלמטה למעלה.
    און דאס וועט מבואר באריכות אינעם ספר יצירה לאברהם אבינו עליו השלום, אן אזוי אויך וועט דאס מבואר בדרך עבודת השי"ת אינעם ספה"ק בני יששכר בדרך כלל דרוש א' יעדן חודש.