דע חכמה לנפשך קבלה וארא תשס"ז המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה וארא תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה וארא תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת וארא תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

ה] והנה עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (שמות צ"ה ע"ב) אויפן פסוק ומטה האלוקים בידי, א משל צו א נחש וואס עס זענען אריין אין אים נמלים און זיי געפונען זיך אין זיין מויל, איז טאמער די נחש לויפט שנעל און ער שפרינגט אין די לופט שטערט עס גאר שטארק פאר די נמלים, און טאמער די נחש גייט אויפן וועג מיט א רוהיגקייט שטערט עס אויך פאר די נמלים אבער שוואכער, אבער בשעת די נחש רוהט במנוחה דעמאלס האבן די נמלים אויך זייערע מנוחה, ע"כ עיי"ש, לעניננו קען מען מסביר זיין דעם זוה"ק ווי חז"ל זאגן אז די שדרה פונעם מענטש איז רומז אויפן נחש, ווי חז"ל זאגן אז דער וואס ביקט זיך נישט ביי מודים ווערט זיין שדרה א נחש נאך 70 יאר פון זיין פטורה, און די סוד פון שדרה איז כידוע אז די השפעה הייבט זיך אן ביי דעם מוח דהיינו דער דעת פונעם מענטש, און דאס גייט אראפ דורכן חוט השדרה צום הארץ און שפעטער מכח אל הפועל בסוד הפסוק וידעת היום והשבות אל לבבך[1], און דער מענטש דארף צו שטייגן אין עבודת השי"ת און זוכה זיין דורכן דעת ההתבוננות צו אמת'ע אהבה ויראת ה' וואס עס זאל ווערן נשפע ביי זיין הארץ באופן תמידי וטבעי בבחי' בהמ"ק בסוד הפסוק ושכנתי בתוכם בתוך כל אחד ואחד, בבחי' ידים דבינה וואס זענען מקושר מיטן יסוד דנוקבא.

און דורך דעם וועט דער מענטש זוכה זיין צו דער אמת'ע גאולה פון זיינע אלע מצרים, וואס כידוע איז דער עיקר גורם צו אלע יסורים וואס א מענטש גייט אדורך, דער חוסר העבודה פון יראה ואהבת ה' און דביקות האמיתית, דהיינו אז דער מענטש לעבט נישט מיטן שטענדיגע דביקות אין שויתי ה' לנגדי תמיד, טוט אים דער בורא ית"ש דערמאנען מיט רמזים אז דער מענטש זאל זיך צוריקכאפן צו השי"ת און וויסן אז אין עוד מלבדו און נאר אין אים דארף מען זיך מדבק זיין, און דאס איז דער בחי' וואס ווערט געברענגט אין ספה"ק (עיין שעה"כ ק"ש א' ועיין שער הגלגולים ל"ב ועיין ספר הליקוטים בראשית ג') אז די נשמות וואס קומען משורשי הנשמות נדב ואביהו ואליהו הנביא וואס זיי זענען די נשמות בסוד הגאולה בבחי' יסוד דנוקבא[2], די נשמות גייען אדורך גרויסע ירידות און שוועריגקייטן און עגמ"נ און מרה שחורה, אזוי ווי מיר זעהן ביי דוד המלך ע"ה און נאך צדיקים וואס האבן מיטגעמאכט יסורים נוראים, דאס אלעס איז כדי דער מענטש זאל זוכה זיין צו העכערע מדריגת אין יראה ואהבת השי"ת, און דורכדעם זיך מדבק זיין אין השי"ת בסוד הבינה וואס איז מרמז אויפן שם אקי"ק, וואס דאס איז דער שם פון בינה[3] וואס די חילוף האותיות פונעם שם אקי"ק איז בוכ"ו וואס איז דער צירוף ב"ו כ"ו [כ"ו בגימ' שם הוי"ה] דהיינו זוכה צו זיין צו דער פנימיות'דיגע דביקות אין השי"ת, און אז מען גייט אויף דער וועג ווערן ממילא בטל די אלע עגמת נפש וחלישת הדעת וואס דער מענטש גייט אדורך בבחי' אין עוד מלבדו, דהיינו אז דורכן דביקות אין השי"ת וועט דער מענטש זוכה זיין צו דער אמת'ע שמחה שלימה ואך טוב וחסד בסוד הגאולה, גאולה פרטית, בבחי' שם שד"י מ"ב, און דערנאך קען דער מענטש זוכה זיין צו דער דביקות בבחי' שם הוי"ה דהיינו בחי' עץ חיים מקום החזה ולמעלה דהיינו דער אמת'ע התגלות אלוקות.

ו] און דאס איז דער משל וואס שטייט אין זוה"ק, נמל"ה איז בגימ' שם אדנ"י בריבוע [א אד אדנ אדנ"י], דהיינו דער נחש איז מרמז אויף דער מענטש וואס דארף צו מעורר זיין אין זיין דעת דער דביקות פון אהבה ויראת השי"ת, יעדער איינער אין זיין בחי', און דערנאך דארף מען דאס ממשיך זיין מכח אל הפועל צו התגלות בהטבע בחי' פ"ה מלכות [דהיינו שם אדנ"י וואס איז רומז אויף מלכות][4], און ווי צדיקים האבן געזאגט אז די עבודה איז שייך צו יעדער איד באזונדער, כידוע פונעם בעש"ט הק' זי"ע אז ער האט געוואלט אז אידן זאלן עוסק זיין יומם ולילה און יראה ואהבת השי"ת, און הגם דער מענטש איז נאכנישט מרגיש א פנימיות'דיגע יראת ה' וועט ער מיט דער צייט מרגיש זיין די יראה ואהבת השי"ת באופן טבעי ממש, און דאס איז דער ערשטע הקדמה זוכה צו זיין צו דער שלימות התיקון, דהיינו הגם דער עיקר תשובה אויף תיקון הברית דארף צו זיין בפשטות ווי עס שטייט אין הלכות תשובה חרטה על העבר באמת וקבלה על העתיד עד שיעיד עליו יודע תעלומות אז דער מענטש האט אמת'דיג תשובה געטוהן, ווי צדיקים זאגן ראי"ה אותי' ירא"ה דהיינו אז דורכן פגם העניים קען דער מענטש נישט זוכה זיין צו אמת'ע יראה ואהבת השי"ת, עכ"ז דער פנימיות'דיגע תיקון איז צו לעבן שטענדיג מיטן דביקות אין השי"ת בבחי' שם שד"י מיט אמונה פשוטה עכ"כ ביז ער וועט זוכה זיין נישט צו ווערן געשטערט פון קיין שום טירדה און הסתרה אדער העלמה בבחי' שם מ"ב בבחי' מקום החזה ולמטה.

ז] און די נמלה וואס געפונט זיך אינעם מויל פונעם נחש וואס דורך איר באקומט מען דער השפעה ווייטער צום הארץ, וואס איז מרמז אויפן שכינה הק' בסוד שם אדנ"י, איז אין די מקום פארהאנען גרויסע מחיצות והסתרות וואס טוהן צושטערן אז די השפעה זאל נישט אראפגיין צום הארץ, די ערשטע און גרעסטע גורם צו די מחיצות איז דער וואס איז פוגם אינעם ברית הלשון דהיינו אינעם פה מיט לה"ר און רכילות און ק"ו אז מען רעדט דיבורים האסורים אויף צדיקי אמת איז מען גורם אז אפי' מען האט דעם ריכטיגן התבוננות אין השי"ת און מען האט גרויסע ידיעות אין די ספרים הק' וואס רעדן ארום פון אהבה ויראת השי"ת, מיט דעם אלעם קען דער מענטש נישט זוכה זיין צו די מדריגה באמת ובשלימות וויבאלד עס געפונען זיך מחיצות המבדילים אין זיין פה, און דאס איז דער בחי' וואס שטייט אין זוה"ק אז ווען דער שלאנג שפרינגט אין דער ליפט האט די נמלה אינגאנצן נישט קיין מנוחה דהיינו אז דער גאנצע דעת דקדושה פונעם מענטש פליט אוועק פון אים און האט נישט קיין כוח השפעה ממשיך צו זיין פונעם דעת ביזן יסוד די עבודה פונעם דביקות אין השי"ת.

דער צווייטע מעכב איז אז אפי' דער מענטש האט זוכה געווען צו זיין א שומר פיו ולשונו, אבער מיט דעם אלעם האט ער נישט דער אמת'ע אחדות מיט יעדער איד, קען ער אויך נישט זוכה זיין צו דער אמת'ע דביקות אין השי"ת, און הגם די פגם איז א שוואכערע ווי דער וואס איז נישט קיין שומר פיו אויף דעם זאגט דער זוה"ק אז דער נחש גייט ארום אויפן ערד וואס דעמאלס האט די נמלה אויך נישט די גאנצע מנוחה, דהיינו הגם דער דעת דקדושה פארמאגט ער נאך אלס, עכ"ז ממשיך צו זיין און מגלה זיין דער עבודה מכח אל הפועל איז שווער פאר אים, וויבאלד ער האט נישט קיין אחדות מיט כללות נשמת ישראל וואס ווערט אנגערופן די בחי' פון נוקבא, און די צוויי בחי' זענען אקעגן די צוויי בחי' פון נוקבא דהיינו בחי' לאה ורחל, לאה איז די בחי' פון נוקבא וואס איז ביים מקום החזה ולמעלה[5] און אז דער מענטש איז פוגם אינעם פה איז ער פוגם בבחי' לאה, און רחל איז די בחי' פונעם נוקבא וואס איז ביי מקום החזה ולמטה און אז דער מענטש איז פוגם אין אחדות איז ער פוגם בבחי' רחל.

נאר דער עיקר איז צו האבן דער אמת'ע אהבה ואחדות צווישן אידן, און דורכדעם ממשיך צו זיין די השפעה פונעם נמלה פון דער דעת ביזן יסוד, און זוכה זיין צו דער תיקון היסוד בבחי' שם א"ל שד"י בסוד שם מ"ב, און דערנאך זוכה זיין צו דער עבודה פון נעשה ונשמע בבחי' עולם האצילות.

ח] דארף אבער א מענטש צו וויסן אז הגם ער איז נכשל געווארן אין דיבורי לה"ר און רכילות און אין מחלוקת טאר מען זיך נישט מייאש זיין, ווי עס ווערט געברענגט אין ליקוטי מוהר"ן (תורת ס"ג), אז דער עיקר גורם צו דער נסיונות אויף אחדות קומט דורכדעם וואס עס ווערן נתעורר די חוקרים און פילוסופן אויף די וועלט און זיי ברענגען אריין א גרויסע פירוד הדעת וואס איז גורם דערנאך צו פירוד הלבבות אין דער וועלט, אבער וויבאלד אפי' די אנשים רעים דארפן דאך אויך האבן מנוחה פון זייערע ארבעט דהיינו צו שלאפן עסן וכו', איז דעמאלס די צייט בשעת עס איז נישטא זייערע השפעה זיך צו מחזק זיין מיט תשובה שלימה צו השי"ת מיט אהבה ויראת ה' בסוד שם מ"ב, און דורכדעם וועט דער מענטש צוביסלעך זוכה זיין צו דער אור ה' און עבודתו ית"ש.

ט] און דאס שרייבט דער ליקוטי מוהר"ן (שם) אז דאס איז דער ענין וואס מיר זעהן ביי צדיקי אמת, אמאהל אן עבודה בהתגליא און אסאך מאל זעהן מיר ביי זיי אן עבודה באתכסיא, בסוד הפסוק שלום שלום לרחוק ולקרוב וגו', ווי רבי נתן ז"ל שרייבט אויפן פסוק כי יקרא קן ציפור לפניך שלח תשלח את האם, דהיינו אז מען דארף דינען השי"ת מיט יראת ה' וואס איז מרמז אויפן ריחוק בבחי' בשתים יכסה רגליו דהיינו אז מרוב פחד השי"ת איז זיך דער מענטש מרחק פון התלהבות בעבודת השי"ת, און דאס איז דער בחי' פון שלום לרחוק און דאס איז אויך דער בחי' פון שלח תשלח דהיינו דער בחי' פון ריחוק שלח תשלח, און שפעטער איז דא דער עבודה פון אהבת ה' דהיינו די התלהבות און התקרבות צו השי"ת מרוב אהבה בבחי' ולקרוב און די בחי' פון את האם וואס איז רומז אויף אהבה [כמאמרם ז" דרכו של איש לילך אחר האשה דהיינו אז דער עיקר עבודה איז בבחי' יראה איש, און דערנאך וועט מען ממילא צוקומען צום אשה בחי' אהבה], און דאס איז אויך דער בחי' פונעם פסוק הלא על כי אין אלק"י בקרב"י מצאוני הרעות האלה, דהיינו אז דער עיקר גלות און די צרות ועגמ"נ וואס קומען אויפן מענטש איז וויבאלד מען טוט נישט תשובה צו השי"ת כדי צו מבטל זיין די אלע מחיצות און מבדילות, און דערנאך אים צו דינען מיט יראה בחי' אלוקי דהיינו דין, און מיט אהבה בחי' בקרבי דהיינו התקרבות, וואס דורכדעם טוט מען מעורר זיין די בחי' פון יסוד דנוקבא און זוכה זיין צו דער אור פון בנין בהמ"ק, און ממילא איז מען זוכה צו דער אור התורה בחי' נעשה ונשמע [בחי' אצילות ואדם קדמון], און דער התגלות הגאולה בבחי' אליה"ו בסוד שם מ"ב, און צו א טבעות'דיגע דביקות אין השי"ת.

י] און דאס איז דער פירוש דעה חכמה לנפשך, דהנה דער תורה הק' איז די בחי' פון חכמה וואס איז רומז אויפן עולם אצילות און אדם קדמון, וואס איז מרמז אויף די עבודה פון התבטלות גמורה צו השי"ת מיט דער עבודה יחודי שמות הק', און כל זמן א מענטש איז נאכנישט מזוכך טראכט ער ביי זיך כסדר אז די אלע הויכע מדריגות געהערן בכלל נישט צו אים, אויף דעם זאגן מיר דעה חכמה לנפשך דהיינו אז דער בחי' פון חכמה געהערט יא צו יעדן נפש שבישראל, כידוע אז נפש איז די בחי' פון די עולמות בריאה יצירה עשי'ה וואס זיי זענען די עולמות וואס זענען אפגעטיילט פון אצילות [אזוי ווי דער נפש איז דער מערסטע מגושם כלפי די רוח נשמה חיה יחידה], און די כללות העולמות זענען בריאה אקעגן מחשבה, יצירה אקעגן דיבור, עשי'ה אקעגן מעשה, און די בחי' פון עשי'ה מיינט מען דער פשטות העבודה בעבודת השי"ת, דיבור מיינט מען דער פשטות העבודה פון לימוד התוה"ק, מחשבה איז די בחי' פון שם מ"ב בסוד א"ל שד"י, דהיינו דער עבודה פון יראה ואהבה וואס דאס איז גאר א דקות'דיגע עבודה בבחי' שלום שלום לרחוק ולקרוב, וואס א מענטש קען צוקומען צו דעם נאר מיט תשובה שלימה, זיך אויסצורייניגן פון אלע פגמים און אפי' פון פגמים פון די פריערדיגע גילגולים, און דורכדעם קען א מענטש זוכה זיין ממשיך צו זיין דורך אסאך התבוננות בגדלות הבורא און א שטארקע תשוקה זיך צו דערנענטערן צו השי"ת איז ער זוכה צו דער בחי' פון שלום שלום ולרחוק ולקרוב, דהיינו דער עבודה פון אמת'ע יראה ואהבה, און ווי דער בעל התניא שרייבט אז דורך גרויסע עבודות און התבוננות האלוקות איז מען זוכה ממשיך צו זיין אויף זיך יראה ואהבה אמיתית, און דערנאך אז מען איז זוכה צו דער שלימות העבודה פונעם עולם הבריאה, איז מען זוכה צו דער עבודה פון דער ביטול האמיתי בבחי' עולם אצילות, און צו דער עבודה פון מסירת נפש ממש בבחי' עולם אדם קדמון, וואס צו דעם קען מען נאר זוכה זיין טאמער דער מענטש איז שוין בבחי' התפשטות התגלות יראה פנימיות און אהבה פנימיות, און דורך דעם איז מען זוכה צו עיקר תיקון הברית, ווייל דורך דעם וואס א מענטש איז בבחי' שם מ"ב ווערט זיין גאנצע מהות איין שטיק טהרה און איין שטיק קדושה בבחי' אין עוד מלבדו, מיט יראה עילאה וואס דורכדעם איז דער מענטש אויך זוכה צו אהבה עילאה בסוד הפסוק לרחוק און ממילא איז מען זוכה צו לקרוב, ווייל דער עיקר דארף מען אריינלייגן כוחות אין יראת שמים און פחד ה', און אז א מענטש איז אנגעפילט מיט פחד ה' איז ער ממילא זוכה צו דער קירוב פון אהבת ה'.

יא] און דאס איז אויך די בחי' פון בנין בהמ"ק וואס דורכדעם איז מען זוכה צו דער גאולה זלימה, כידוע פון דער מחלוקת הפוסקים וואס וועט זיין קודם צו בנין בהמ"ק אדער ביאת משיח, (עיין בתיו"ט בשם הירושלמי מסכת מע"ש כ"ט ע"ב, ועיין ברמב"ם הלכות מלכים י"א ד'), אבער דאס איז זיכער אז דער בנין בהמ"ק של אש איז זיכער תלוי אין אונזערע עבודה פון יראה ואהבה, וואס דורכדעם איז מען מעורר די בחי' פון אליה"ו הנביא בבחי' יסוד דנוקבא וואס ער וועט קומען אונז אויסלייזן בגאולה פרטית ובגאולה כללית, און דאס קען נאר זיין דורכן עבודה בבחי' א"ל שד"י, וואס קען נאר זיין דורכן התבוננות האמיתית בגדלות הבורא אן קיין שום מחיצות והסתרות וואס קומען דורך לה"ר אדער מחלוקת, וויבאלד דער עיקר עבודה איז צוצוקומען צו זיין דבוק צו קוב"ה, איז טאמער א מענטש איז פוגם אין מחלוקת דהיינו אז ער איז נישט משיג אז יעדער איד פאר זיך איז א חלק אלוקי ממש און ווי קען מען זיין אפגעטיילט פון א אידישע נשמה, און ווי דער בעל הסולם שרייבט אז מען דארף זיך מקשר זיין צו אלע נשמות הצדיקים פון אלע דורות ווייל די נשמת הצדיק פונעם דור איז די שורש פון אלע נשמות פון זיין דור, ממילא אז מען איז זיך מקשר מיט די אלע צדיקים איז מען זיך ממילא מקשר מיט גאנץ כ"י פון אלע דורות, קען מען דורך דעם צוקומען צו דער גרעסטע דביקות אין הקב"ה.

יב] און אוודאי דארף מען וויסן אז עס איז פארהאן אין דעם פארשידענע בחי', דהיינו פאר פשוטי עם אויף זייער מדריגה, פאר צדיקים אויף זייערע מדריגה, אבער דאס איז גלייך פאר אלעמען אז טאמער א מענטש איז זוכה צו דער אמת'ע אחדות זעהט גלייך אז ער איז מרגיש א נאטורליכע יראה ואהבת השי"ת, אבער פארשטייט זיך אז אפילו מען האלט נאכנישט אויף די מדריגה, דארף מען זיך כסדר מדבק זיין און לערנען אין די ספה"ק וואס רעדן פון עניני יראה ואהבה, און אזוי ווי דער הייליגע בעל התניא האט אוועקגעשטעלט זיין ספר אויפן פסוק כי יקרוב אליך הדבר מאד וגו', וואס כידוע איז דאס די שורשי יראה ואהבה בבחי' שם מ"ב, וואס דאס ברענגט די גאולה שלימה וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, און אפי' דער מענטש איז זוכה צו דעם אויף א צייטוויליגע שעה האט עס אויך א גרויס חשיבות, ווי עס ווערט געברענגט אין ספה"ק (ועיין במאור ושמש) אז בשעת א מענטש האט אן אמת'ע השתוקקות צום בורא כ"ע איז ער זוכה צייטווייליג צו בחינת גילוי אליה"ו, וואס דורכדעם קען ער זוכה זיין צו בחי' חכמה און ביטול הגמור צו השי"ת, וואס דורך די עבודה פונעם חכמה בחי' דעה חכמה לנפשך דהיינו די התקשרות פון בחי' חכמה צו בחי' נפש בחי' א"ל שד"י, איז מען זוכה צו והיא כתר לראשך דהיינו בחינת הביטול וואס איז בחינת אצילות, און בחי' מסירת נפש וואס איז בסוד אדם קדמון בסוד הכתר, און דורכדעם איז מען זוכה צו דער ריכטיגע שמחה בעבודת השי"ת בבחי' נצור מצוות קדושך צו מקיים זיין דער תוה"ק באמת ובתמימית, און מען איז זוכה צו שמור שבת קדשך דהיינו ליום שכולו שבת בביאת גוא"צ ברחמים במהרה אמן.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. כידוע אז דער חוט השדרה איז מרמז אויפן קו האמצעי דהיינו תפארת [תפארת איהו גופא דהיינו פונעם מענטש] און דערנאך יסוד ומלכות.
  2. כידוע אליה"ו איז בגימ' ב"ן וואס איז מרמז אויפן עולם העשיה בחי' נוקבא דהיינו מלכות, וואס דער נוקבא איז זיך משתוקק צו דער זעיר אנפין בבחי' יסוד דנוקבא כדי דורך דעם צו באקומען די השפעות פונעם זעיר אנפין, ולעניננו זעען מיר אז די גאולה וואס דארף קומען דורך אליה"ו הנביא איז דער עיקר דורכן עבודה פון יסוד דנוקבא בחי' אהבה ויראת ה'.
  3. כידוע איז דער שם אקי"ק דער שם פון תשובה דהיינו אהיה טוב איך וועל זיין גוט, און בינה איז דער ספי' פון תשובה, ווי דער פסוק זאגט ולבבו יבין ושב ורפא לו, און אזוי אויך ווערט דער ספי' פון בינה אנגערופן אימא, ווי חז"ל זאגן תבא אמו ותקנח צואת בנה דהיינו דער סוד פון תשובה.
  4. כידוע איז דער פה דהיינו די דיבורים די בחי' פון מכח אל הפועל פון דער מחשבה, דהיינו מחשבה איז דער ערשטע מדריגה וואס דער געדאנק איז אינגאנצן בהעלם, און דערנאך איז דער בחי' פון קול דהיינו אז דער מענטש ברענגט ארויס דער מחשבה בפועל, אבער דער קול איז נישט מצומצם אין קיין ווערטער בבחי' קול פשוט, און דערנאך איז דער בחי' פון דיבור בסוד הפה מלכות וואס דער מענטש איז מצמצם זיינע מחשבות אין דיבורי התיבות.
  5. כידוע איז דער נוקבא צעטיילט אין צוויי חלקים, וואס מיר רופן כסדר אן נוקבא מיינט מען ספי' מלכות וואס איז בחי' רחל, אבער עס איז פאראנען א העכערן חלק פונעם נוקבא דהיינו בחי' לאה, וואס זי איז נישט יונק פון זעיר אנפין אזוי ווי בחי' רחל, נאר פון רגליים [נה"י] דבינה, און ווי מיר זעען אינעם סדר התפילה, אז עס איז פאראנען זמנים וואס דער יחוד איז נישט מיט רחל נאר מיט לאה.