דער קראקא רב מיט דעם גביר
צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן
אין קראקא איז אויסגעקלעפט געווארן פלאקאטן אויף די ווענט וועלכע מעלדן, אז דער גיבור זושע ברייטבארט וועט דערשיינען די וואך אין שטאט.
זושע ברייטבארט איז געווען א איד אן אויסגעוויינליכער גיבור, ביי די פארשטעלונגען וואו ער פלעגט דערשיינען, פלעגט ער באווייזן גבורות, צוברעכן שטיקער אייזן, אויפהייבן שווערע משאות, און נאך אויסטערילישע זאכן.
אין די פלאקאטן איז געווען געמאלדן, אז די פארשטעלונגען וועט פארקומען אין דעם שבתדיקן טאג.
אלע פראבעס צו ענדערן דעם טאג פארשטעלונגען האט נישט געהאלפן.
האט דער רב פון קראקא דער גאון רבי יוסף נחמיה קורניצער זצ"ל געשיקט רופן זושע'ן, זיך פארמאכט מיט אים אין א צימער, אין פראבירט צו ווירקן אויף אים ער זאל ענדערן דעם דאטום.
דו ביסט דאך באקאנט אלס א גיבור, האט דער רב אים געזאגט צווישן אנדערע, יעצט האסטו די מעגליכקייט צו באווייזן די אמתע גבורה, ווי חז"ל זאגן "איזהו גיבור הכובש את יצרו".
ווען זושע איז ארויס פון רב'ס צימער, היא ער באלד געמאלדן פאר דער דערשטוינטער ארגאניזאציע: שבת וועל איך נישט קומען.
מקורות
[רעדאַקטירן]דער אידישער שטראל
הערות
[רעדאַקטירן]הגאון רבי יוסף נחמיה קוניצער איז געווען א רב אין קראקא (קרקוב). און ער איז געווען פון די חתם סופר צאצאים. ער איז געקומען קיין קראקא אין שנת תרפ"ה,
(1925), און נפטר געווארן אין שנת תרצ"ג, (1933)
[רבנים שנספו בשואה]
ועיין [קהילת קראקוב]