לדלג לתוכן

דער צדיק רבי נפתלי ראפשיצער נאך נישט תשובה געטאן

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן


נאך נישט תשובה געטאן

דער צדיק רבי נפתלי (צבי הורוויץ) ראפשיצער זצ"ל, האט אמאל פארשפעטיגט קומען אין שול צו כל נדרי, דער עולם האט נישט געוואוסט וואס איז געשען. האט מען געשיקט זיין זון, ער זאל זען פארוואס ער איז נאך נישט געקומען.

ווען זיין זון איז אריין צו אים אין צימער, האט ער אים געטראפן זיצן און וויינען ווי א קליין קינד. דער זון האט זיך שטארק דערשראקן און ער רופט אויס. טאטע פארוואס וויינסטו?

פארוואס זאל איך נישט וויינען – האט דער ראפשיצער געענטפערט – אז א גאנץ יאר טראך איך, אז אין די ימים נוראים וועל איך תשובה טאן, און דא איז שוין פאר יום כפור און איך האב נאך נישט תשובה געטאן – זאל איך נישט וויינען? ....

מקורות

[רעדאַקטירן]

דער אידישער שטראל