לדלג לתוכן

דער פונדאמענט פון דער וועלט

פֿון װיקיביבליאָטעק

דער פונדאמענט פון דער וועלט

אז דעם אייבערשטן איז ארויף אויף דער מחשבה צו באשאפן די וועלט, האט ער געצייכענט פלענער ווי די וועלט צו מאכן, אבער ער האט איינגעזען אז זי וועט זיך ניט האלטן.

מען קען דאס פארגלייכן מיט א משל: א מלך וואס וויל זיך בויען א פאלאץ. איידער ער צייכענט ניט אויס ריכטיק זיינע פונדאמענטן, זיינע אריינגאנגען און זיינע אויסגאנגען, הויבט ער ניט אן צו בויען.

אזוי האט דער אייבערשטער געצייכענט פאר זיך דעם גאנצן פלאן דער וועלט, אבער ער האט איינגעזען אז די וועלט וועט זיך ניט קענען האלטן צוליב די זינד פון די מענשן...

האט ער פריער באשאפן די תשובה, אז מענשן וואס גייען אוועק אויף א שלעכטן וועג, זאלן קענען חרטה האבן, און ווערן צוריק ארענטלעך, און אזוי האלט זיך די וועלט אויף תשובה.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]