דער סבא מסלאבאדקע
צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן
ווען ר' נתן צבי פינקל דער סבא פון סלאבאדקע איז געלעגן קראנק, זיינע לעצטע יארן, אין ירושלים, פלעגט אין בדינען
לויט א ליסטע, פון תלמידי הישיבה פון חברון.
האט פאסירט אמאל ווען איינער פון די תלמידים האט אים באדינט, איז אנשטאט אים אנצוגיסן א לעפל וואסער, האט ער א טעות געהאט און אים דערלאנגען א לעפל ווייסער ספירט פון א פלאש וואס איז דארטן געשטאנען, און דער תלמיד האט געמיינט אז עס איז וואסער.
דער ספירט האט אים כמעט דערשטיקט, מען האט באלד געשיקט רופן נאך א דאקטאר, און ער האט באהאנדלען דעם קראנקן ביז ער איז צוריקגעקומען צו זיך.
דער תלמיד פון גרויס בושה און צער האט אפגעצויגן[1] פון שטוב. ווען דער "סבא" האט עס באמערקט, האט ער געשיקט נאך אים אין די שווערע מאמענטן. דער תלמיד איז געקומען צו אים אויף מארגן מיט אן אראפגעלאזטן קאפ. דער "סבא" האט אים אבער באגעגענט מיט א פריילעכן פנים, און געזאגט צו אים:
דו האסט דאך מיר גורם געווען נעכטן שמחה, אין אנפאנג האב איך זיך דערשראקן, און נאכער ווען עס איז מיר לייכטער געווארן, און איך האב געזען אז עס מיר איז גארנישט – האב איך שמחה געהאט.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ אפגעצויגן = ברח. אפציען = לברוח, ליסוג.
מקורות
[רעדאַקטירן]דער אידישער שטראל