דער מגיד אין מדבר
געזונגען דורך יום טוב עהרליך
אין מדבר
אין מדבר איז פארהאנען, אן ארט פאר קאראוואנען
לעבן בוים אן אלטן, מיט א קוואל א קאלטן
דער בעל שם טוב האט געהייסן, דעם מגיד דעם גרויסן
גיין צום בוים צום אלטן, און זיך דארט באהאלטן
דער מגיד איז געלאפן, און דעם בוים געטראפן
און אין זיינע שפאלטן, האט ער זיך באהאלטן
ער דארף דארטן ווארטן, א האלבע שעה באטראכטן
וואס קומט פאר אין לעבן, דערציילן עס דעם רבי'ן
2
זעט ער אויף די וועגן, א רייטער קומט אנטקעגן
טראגט מיט זיך א פעקל, געלט א פולע זעקל
ער איז אראפגעשפרונגען, געגעסן און געטרונקען
און אין די הויכע גראזן, דאס געלט איבערגעלאזן
דער מגיד כאפט התפעלות, די קאפ איז פוהל מיט שאלות
ער וויל דעם רייטער יאגן, נאר ער טאר איהם גארניט זאגן
הייליקער באשעפער, ווער קען זיין א טרעפער
פארוואס זאל עס פאסירן, אזויפיהל געלט פארלירן
3
זעט ער אויף די וועגן, א סוחר קומט אנטקעגן
פירט מיט א פארמעגן, סחורה גאנצע וועגן
ער איז אראפגעלאפן, דאס געלט האט ער געטראפן
און דערפרייט געווארן, און איז אוועקגעפארן
דער מגיד כאפט התפעלות, דער קאפ איז פול מיט שאלות
דער רייטער וועט באלד קומען, דאס געלט איז צוגענומען
הייליקער באשעפער, ווער קען זיין א טרעפער
דער סוחר איז א עושר, איז עס דען א יושר
4
זעט ער אויף די וועגן, א בעטלער קומט אנטקעגן
אויסגעדארט כסדר, צוריסן זיינע קליידער
ער האט נישט וואס צו עסן, איז ער אזוי געזעסן
און א ארט געטראפן, און געלייגט זיך שלאפן
דער מגיד כאפט התפעלות, דער קאפ איז פול מיט שאלות
ווען ער וואלט פריער קומען, וואלט ער די געלט גענומען
הייליקער באשעפער, ווער קען זיין א טרעפער
דער סוחר איז א רייכער, פאר דעם וואלט זיין פיל גלייכער
5
דער רייטער איז געקומען, זוכן די געלט גענעמען
וואס האט ער געטראפן, נאר דעם בעטלער שלאפן
ער הייבט איהם אן צו וועקן, גיב אפ מיין פארמעגן
שלאגט איהם שווער כסדר, צורייסט איהם מער די קליידער
דער מגיד כאפט התפעלות, דער קאפ איז פול מיט שאלות
פארוואס קומט איהם צו שלאגן, אז ער ווייסט ניט וואס צו זאגן
הייליקער באשעפער, ווער קען זיין א טרעפער
דער רייכער קריגט א פעקל, דער ארימאן א שטעקל
6
א האלבע שעה פארלאפען, זינט דאס האט געטראפען
דער מגיד לויפט צום רבי'ן, טוט איהם איבערגעבן
דער בעל שם טוב טוט עס הערן, און ער נעמט דערקלערן
אלץ איז מיט א סדר, ארנטלעך כסדר
מען דארף זען פון ווייטען, פון די אלטע צייטן
וואס עס האט פאסירן, ווי דער אויבערשטער טוט פירן
און איר וועט באלד הערן, פארוואס עס טוט געהערן
דעם ארימאן - א שטעקל, דעם רייכן - געלט א פעקל
7
דריי הונדערט יארן פריער, געלעבט א איד ר' מאיר
האט ער איינעם געלט געליגן, צוריק ניט געקריגן
האט ער גענומען שרייען, געלאפען צו דעם דיין
דער דיין האט געלט געקריגן, געזאגט עס איז א ליגן
דוכגעגאנגען יארן, מען האט זיי צוריק געבארן
מאיר א סוחר ווייטער, און דער פארכאפער איז א רייטער
און דער פארכאפער טוט זיך יאגן, די אלטע חובות טראגן
און דער ארימאן טוט שרייען, ווייל דאס איז געווען דער דיין
8
דער מגיד כאפט התפעלות, ער האט שוין נישט קיין שאלות
אלץ איז מיט א יושר, דער ארימאן דער עושר
הייליגער באשעפער, מען דארף נישט זיין קיין טרעפער
אלץ איז מיט א סדר, ס'איז ארנטלעך כסדר