דער טראָפּן טוי

פֿון װיקיביבליאָטעק

שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: רוסלאנד.


דער טראָפּן טוי


דו קוקסט אויף מיר אַזוי,

ווי ס'קוקט אַמאָל אַראָפּ פון צווייג אַ טראָפּן טוי

און ווייסט ניט: פאַלן אויף דער ערד צי ניין?

ווייל אויפן צווייגל איז אים קיילעכדיק,

ווייל אויפן צווייגל איז ער ריין,

און ס'שיינט די זון אויף אים,

און ער איז מלא־חן:

אי דורכזיכטיק, אי פול מיט זיך אַלײן


מקורות[רעדאַקטירן]

דער טראָפּן טוי