דער בעש"ט מיט זיין תלמיד רבי וואלף קיצעס, תקיעות ראש השנה
צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן
דער בעל שם טוב זצ"ל האט א מאל באפוילן זיין תלמיד רבי וואלף קיצעס, ער זאל דורך לערנען די כוונות פון די תקיעות, ווייל ער וועט זיין ביי אים דער בעל תוקע ראש השנה.
האט רבי וואלף געלערנט די כוונות, און עס אפגעשריבן אויף א פאפיר און אריינגעלייגט אין קעשענע, כדי ער זאל עס האבן אנגעגרייט אריינצוקוקן ווען ער דארף בלאזן. דעם בעש"ט איז אבער נישט געפעלן.
ווען רבי וואלף איז צוגעגאנגען צו די תקיעות, האט ער גענומען זוכן דאס פאפיר, און עס נישט געפונען. איז ער געווארן זייער צובראכן ביי זיך און מיט א ביטערן געוויין האט ער געבלאזן אן די כוונות.
נאכן דאווענען האט דער בעש"ט צו אים געזאגט.
אין דעם קעניג'ס פאלאץ געפינען זיך פיל צימערן און זאלן, און יעדע טיר האט א ספעציעלן שליסל. איין זאך איז אבער דא וואס קען עפענען אלע טירן, דאס איז א האק. די כוונות דאס זיינען די שליסלען צו די טויערן, יעדער טויער האט אן אנדער כוונה, אבער מיט א צובראכענעם האק קען מען עפענען אלע טירן.
מקורות
[רעדאַקטירן]דער אידישער שטראל