לדלג לתוכן

דער בעסטער שדכן

פֿון װיקיביבליאָטעק

דער בעסטער שדכן

א רוימישע דאמע (= א חשובע פרוי = א הערשערין) פון דער הויכער געזעאשאפט האט
איינמאל געפרעגט ביי ר' יוסי בר חלפתא: "אין וויפיל טעג
האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט?"

"אין זעקס טעג". האט ער געענטפערט. "דען אזוי
שטייט אין דער תורה אז אין זעקס טעג צייט, האט דער
אייבערשטער באשאפן הימל און ערד".

"און וואס טוט ער זייט דאן?" האט די דאמע
געפרעגט.
"זייט דאן זיצט ער און שדכנ'ט פארלעך. ער קלייבט
אויס און פּארט צוזאמען מענער מיט פרויען"[1].

"אט דאס איז דען א גרויסע קונסט?" האט די דאמע
געזאגט. "איך קען דאס אויך טאן. איך האב דאך אזוי
פיל דינער און דינסטן, אין א גאנץ קורצע צייט קען
איד זיי צוזאמענפארן".

"אויב ביי דיר קומט עס אויס לייכט. איז דאס ביי דעם
אייבערשטן אזוי שווער ווי שפאלטן דעם ים". האט ר' יוסי
בר חלפתא געזאגט, און איז אוועקגעגאנגען.

וואס האט די דאמע געטאן? זי האט גענומען טויזענד (= טויזענט)
פון אירע קנעכט און טויזענד פון אירע דינסטן. האט
זיי אויסגעשטעלט אין רייען. און האט זיי געפּארט, דער
זאל נעמען יענער, און יענע זאל נעמען דעם.

אויר מארגן זיינען זיי געקומען פאר איר. דער מיט
א געשפאלטנעם מח, דער מיט אז אויסגעשלאגענער אויג,
דער מיט א צובראכענער פוס...

"וואס איז מיט אייך?" האט די דאמע געפרעגט ביי
די נייע פארהייראטע פארלעך.
האבן זיי אנגעהויבן צו ליארמען און צו מומלען, און
פילדערן, דער האט געשריען: "איך וויל זי ניט פאר א
ווייב!" און די האט געשריען: "איר וויל אים ניט פאר
א מאן!" און אלע צוזאמען האבן געשריען: "אז זיי האבן
חרטה אויפן שדוך".

האט די דאמע געשיקט רופן ר' יוסי בר חלפתא און
זי האט צו אים געזאגט:
"עס איז ניטא אזא גאט ווי אייער גאט. אמת איז אייער
תורה, שיין איז זי און לויבענסווערטע (= לויבנווערדיק). און דו האסט גוט
געזאגט!"

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. ר' יוסי הוא נישט געמיינט נאר כפשוטו מענער מיט פרויען, ווי די פרוי האט פארשטאנען. ער האט געגעבן די באוואוסטע זאך פון שידוכים וואס דאס איז מענער מיט פרויען, אבער למעשה, ער האט געמיינט אז דער אייבערשטער מזווג זיווגים אין טויזנטער אופנים.
    די פרוי האט געמאכט א פרווו מיט מענער און פרויען, און ס'איז נישט געגאנגען, און זי האט פארשטענען, אז אויך ביי די אנדערע זאכן, איז נישט לייכט מאכן די שידוכים.
    ווען ס'נעמט זיך יארן צו טרעפן דעם אמת'ן זיווג, דער פשט איז אז דער אייבערשטער ארבעט מיט דעם מענטש די גאנצע צייט, ער איז אים מקרב צו זיין זיווג פאמעלעך, ער גיט אים צו פארשטיין פאמעלעך לויט זיין פארנעם, די לעקציעס וואס ער דארף לערנען אויף דער וועלט, ביז ער וועט געפינען אלערליי שידוכים און זיווגים, וואס ער האט צו געפינען.