לדלג לתוכן

דער בעכער

פֿון װיקיביבליאָטעק

שמעון פרוג (1860 – 1916)


דער בעכער

זאג מיר מאמעשי, איך בעט דיך,
איז דאס אמת וואס עס האט
מיר פארציילט דעם אלטער זיידן,
אז אין הימל דארט פאר גאט,

אז פאר גאט דארט שטייט א בעכער –
און ווען מיר קוועלן (= פּיינען) דא שווער,
האט דער גרויסער גאט רחמנות,
לאז אין כוס ארייין א טרער?

אמת , קינד מיינס! –אך מאמע, מאמע,
איז אויך אמת, איז אויך זיכער,
אז משיח דער וועט קומען,
קוים וועט ווערן פול דער בעכער?!

אמת- און דאס קינד פארקלערט זיך,
ווארט א וויילע טרויעריק, שטיל,
פרעגט דערנאך : אבער, מאמע,
ווען דער בעכער וועט זיין פול?

און עס הייבט די בלויע אויגן
טרויעריק צו דער מוטער אויף,
צי איז אן א דנא דער בעכער,
וואס מיר ליידן אן א סוף?

ווי לאנג מיר ליידן שוין אין גלות
און דער כוס וויל פול נישט ווערן!
אפשר טריקענען דורך די יארן
אינעם בעכער אויס די טרערן?

און צערודערט בלייבט די מוטער
איבערן פרומען קינד געבויגן,
און עס ציטערן די ברעמען...
פון די מוטערלעכע פייכטע אויגן,

פאלן טרערן- צווי בריליאנטן
אויפן קינדס פארקלערטן שטערן.

גאט אין הימל, האב רחמנות,
נעם אין כוס אריין די טרערן!