דעם גבֿירס וווּנטשן
מראה
מאָטקע חבד האָט אַמאָל פאַרבראַכט מיט אַ גביר. האָט דער גביר אויסדערציילט פאַר מאָטקען זײַן ביטער האַרץ. "מיר פעלט, זאָגט ער, קיין זאַך ניט. נאָר צוויי זאַכן אַז כ׳וועל דערגרייכן, וואָלט איך געווען דער גליקלעכסטער מענטש. די ערשטע זאַך: כ׳וואָלט וועלן ניט שטאַרבן, און די אַנדערע זאַך: מײַנע קינדער האָבן זייער מיאוסע אויגן, וואָלט איך וועלן, זיי זאָלן האָבן שוואַרצע אויגן".
האָט זיך מאָטקע אָנגערופן: "אויב איר וועט מיר געבן 5 רובל, וועל איך אײַך געבן אַן עצה אויף ביידע זאַכן". דער גביר האָט אים געגעבן 5 רובל, האָט זיך מאָטקע אָפּגערופן: "שמדט זיך, וועט איר שוין קיין מאָל נישט שטאַרבן, נאָר פּגרן — און די קינדער וועט איר מיט דעם פֿאַרשוואַרצן די אויגן".