דעם בעכער

פֿון װיקיביבליאָטעק

פון מארק וואַרשאַווסקי 1848 – 1907


דעם בעכער

טייערע מלכה,
געזונט זאָלסטו זיין,
גיס אָן דעם בעכער,
דעם בעכער מיט וויין.
בים, באָם, באַ, בים, באָם........

דער דאָזיקער בעכער,
ער גלאַנצט אזוי שיין,
האָט געטרונקען מיין זיידע,
מיין זיידע אליין.
בים, באָם, באַ, בים, באָם........

געווען שלעכטע צייטן,
ווי עס מאַכט זיך אַמאָל,
נאָר דעם בעכער האָב איך געהאַלטן,
אייזן און שטאָל.
בים, באָם, באַ, בים, באָם........

טייערע מלכה,
געזונט זאָלסטו זיין,
פאַר וועמען זאָל איך טרינקען,
דעם דאָזיקן וויין?
בים, באָם, באַ, בים, באָם........