די נבואה

פֿון װיקיביבליאָטעק

די נבואה

איך זעה די נבואה,
ווי א גרויסע ישועה,
וועט קומען אויף מיין ליב פאלק ישראל.
פון גרויסע די גרעסטע,
פון פיינע די בעסטע,
וועלען די ישראלים זיין נאכאמאל.
געארבייט מיט זיי שווער,
גאר אהן איין אויפהער,
האט פרעה דער מלך פון מצרים.
נאר דער רחום וחנון,
וועט אין זיי זיך נאך דערמאנען,
און זיי פיהרען אין דעם לאנד דעם נייעם.
נאר איין ג-ט, וועט זיין מיט אונז,
אין דעם לאנד, דעם שיינעם,
שירה זינגען וועלען מיר אלע אינאיינעם.
אויף דעם ביימעלע,
אין זיין היימעלע,
הענגען וועט דער גלות פידעלע.
אויף דעם בענדעלע,
אין זיין וועלדעלע,
זינגען וועט ער א לידעלע.
ישראל עס וועט זיין גוט, דאס זעה איך פון נבואה,
ג-טעניו ... וועט קומען די ישועה,
אויף דעם ביימעלע,
אין זיין היימעלע,
הענגען וועט דער גלות פידעלע.
אויף דעם בענדעלע,
אין זיין וועלדעלע,
זינגען וועט ער א לידעלע. אמן.