די יידישע אגדות/באַנד 3/מאָדערנער אויסלייג
די יידישע אגדות | |
מחברים: | |
---|---|
אויסגאַבע: | בערלין, 1921 |
פאַרלאַג: | מוריה |
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive: | diyudisheagodefo03bialuoft |
די צאָל זייטן: | 154 |
אינהאַלט: | זע אונטן |
אַלע בענד: | |
„דו האָסט אויסדערוויילט גאָט און גאָט האָט דיך אויסדערוויילט” — איר, זאָגט גאָט צו יידן, האָט מיך באַרימט געמאַכט פאַר אַן איינציקן אין דער וועלט, מאַך איך אייך דערפאַר אויך באַרימט פאַר איינציקע אין דער וועלט. פון איין זייט: „שמע ישראל — הער, ישראל, גאָט אונדזער גאָט איז איין־איינציקער גאָט”, און פון דער אַנדערער זייט: „מי כעמך ישראל — וואו איז נאָך אַזוינס ווי ישראל אַ איין־איינציק פאָלק אין דער וועלט!”
פאַרבונדן האָט גאָט אויף אייביק זיין גרויסן נאָמען מיטן נאָמען ישראל (דער סוף פון ישראל איז „אל” — גאָט).
אַ קיניג האָט געהאַט ביי זיך אַ קליין שליסעלע פונעם שענסטן און בעסטן אוצר זיינעם. האָט ער איבערגעטראַכט: אויב איך לאָז עס אַזוי ווי ס׳איז, קען עס אַמאָל גאָר לייכט פאַרלוירן גיין און פאַרפאַלן ווערן. גלייכער איך זאָל דאָס צובינדן צו אַ קייטל, וועט מען עס שוין צוליב דעם קייטל גיך און גרינג אויפזוכן.
אַזוי האָט אויך גאָט געטאָן מיט זיין ליב פאָלק ישראל. אַ קליינס איז עס, האָט ער זיך געטראַכט, זאָל איך עס איבערלאָזן אַזוי ווי עס איז צווישן אַזוי פיל פעלקער, וועט עס דורך זיי פאַרשלונגען ווערן און פאַרלוירן גיין. איך וועל עס דעריבער פאַרבינדן מיט מיין נאָמען — און צוליב דעם וועט עס שוין אויף דער וועלט פאַרבלייבן אייביק.
דער תנא ר׳ אליהו דערציילט:
— בשעת מיין וואַנדערן אויף דער וועלט איז מיר אויסגעקומען איינמאָל זיך צו באַגעגענען מיט אַ לייטישן מענטשן, אַ בן־תורה און אַ וואַרעמען ייד. האָט ער פאַרפירט מיט מיר אַ שמועס וועגן פאַרשידענע תורה זאַכן.
— רבי, — גיט ער מיר אַ זאָג — צוויי זאַכן זענען מיר טיף איינגעבאַקן אין האַרצן, איך האָב זיי ליב ווי דאָס לעבן. דאָס זענען: תורה און יידן. איך ווייס אָבער נישט ווער פון די צוויי איז בילכער.
ענטפער איך אים דערויף:
— מענטשן געוויינלעך מיינען, אַז בילכערס פון דער תורה איז גאָר נישטאָ. איך אָבער וואָלט געזאָגט: יידן, ליבע הייליקע יידן, זיי זענען בילכער.
מ׳גיט איבער אין נאָמען פון ר׳ מאיר:
— ווי קומט עס וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן דווקא יידן און נישט איינעם פון אַלע אַנדערע פעלקער?
— ווייל די יידן זענען אַ פאָלק אַ איינגעשפּאַרטס, מיט אַ שטאַרקן גייסט און מיט אַ פעסטן ווילן.
— אַנדערע זאָגן: דערפאַר, ווייל די יידן זענען אַ פאָלק אַ ברען, מיט אַ הייסער, שטענדיק־אומרואיקער נשמה; ווען נישט זיי זאָלן זיין דורך דער תורה איינגעצאַמט, וואָלט קיין אומה ולשון נישט געקענט פון זיי אויסשטיין.
אויף דעם האָט ר׳ אמי געזאָגט: מיינט מען דאָך אַז דאָס איז זייערער אַ חסרון; ניין, ס׳איז דווקא די גרעסטן מעלה זייערע: אָדער בלייב אַ ייד, אָדער גיי אויף דער תליה!
און דערפאַר טאַקע — זאָגט ר׳ אבין — רופט מען יידן נאָך ביז היינטיקן טאָג „אַן עם־קשה־עורף” — אַ האַרט־נאַקענדיק, איינגעשפּאַרט פאָלק.
ר׳ אלעזר בן ר׳ יוסי הגלילי האָט געדרשעט אַזוי:
— „נישט ווייל איר זענט גרעסער פון אַלע פעלקער — האָט משה ↰ 5 רבנו געזאָגט צו די יידן — נישט דערפאַר האָט עס גאָט געצויגן צו אייך; פאַרקערט, איר זענט קלענער פון אַלע פעלקער”. און אָט איבער דעם אַליין — זאָגט גאָט — זענט איר, יידן, מיר אַזוי ליב: וואָרעם ווי גרויס אַפילו און ווי אָן שיעור זאָל נישט זיין דאָס גליק וואָס איך באַשער אייך — נעמט איר זיך דערמיט נישט איבער און בלייבט אַלץ אַקעגן מיר קליין ביי זיך אין די אויגן: נעמט אַלע גרויסע ביי די איבעריקע אומות, ווי אַ נמרוד, אַ פּרעה, אַ סנחריב, אַ נבוכדנצר — קוים זענען זיי נאָר עולה לגדולה געוואָרן, האָבן זיי פאַרריסן דעם קאָפּ ביזן הימל, מיט שטאָלץ זיך מיר אַקעגענגעשטעלט און געמיינט אַז קיינער איז צו זיי נישט גלייך. איר יידן אָבער זענט נישט אַזוי, איך האָב באַגליקט אברהם׳ען, האָט ער געזאָגט: „איך בין נישט מער ווי שטויב אין אש”; משה מיט אהרנען — האָבן זיי געזאָגט: „וואָס זענען מיר”? דוד׳ן — האָט ער געזאָגט: „אַ ווערעמל בין איך, נישט קיין מענטש”.
ר׳ יוסף בן נהוראי זאָגט:
— אַלעמאָל שטעלט זיך גאָט אויף דער זייט פונעם באַליידיקטן אַקעגן דעם באַליידיקער זיינעם. אַזוי איז דאָס שוין פון אייביק אָן. נעמט, אַ שטייגער, קין מיט הבל׳ן: קין האָט גערודפט הבל׳ן — ווער פון די צוויי איז ביי גאָט ליבער געווען? הבל דער נרדף! נעמט ווייטער אברהם מיט זיין שונא נמרוד (וואָס האָט אים אין קאַלך־אויוון אַריינגעוואָרפן), יעקב מיט זיין שונא עשו. יוסף מיט זיינע ברידער, דוד מיט שאול׳ן — אומעטום און אַלעמאָל האָט זיך גאָט געשטעלט אויף דער זייט פונעם נרדף און אים צו זיך מקרב געווען.
דאָס אייגענע איז אויך מיט יידן: נרדפים זענען זיי צווישן אַלע פעלקער — האָט זיי גאָט אויסדערוויילט.
„ווי די כושים — אַזוי זאָגט דער נביא אין גאָטס נאָמען צו יידן — ווי די כושים זענט איר דאָך ביי מיר, יידישע קינדער”. וואָס איז עפּעס אויסגעקומען דעם נביא אָנצורופן יידן מיטן נאָמען כושים (עפיאָפּן)? ווייל אַזוי ווי די כושים אונטערשיידן זיך שאַרף פון אַלע איבעריקע מענטשן מיט זייער שוואַרצער הויט, אַזוי זענען יידן מיט אַלע זייערע גענג און אויפפירונגען אַן אויסנאַם פון אַלע פעלקער אויף דער וועלט.
ר׳ לוי זאָגט: געוויס אַזוי, יידן זענען טאַקע אויסגענומען פון די איבעריקע פעלקער מיט אַלע זייערע מעשים: מיט זייער אַקערן און זייען, מיט זייער שניידן, בינדן און דרעשן, אין זייערע תבואות־שייערן און וויין־קעלטער, מיט זייער ציילן חדשים און רעכענען די צייטן. אַקערן זיי איז — נישט געאַקערט מיט קיין אָקס און אייזל צוזאַמען; זייען זיי — מיש זיך נישט אויס פאַרשידענע מינים צוזאַמען; שניידן זיי — לאָז איבער דעם אָפּפאַל פון די זאַנגען פאַר אָרעמע לייט; בינדן זיי גאַרבן — גיב אָפּ ווידער דעם פאַרגעסענעם גאַרב די אָרעמע לייט; דרעשן זיי — דאָס מויל נישט פאַרשליס דעם אָקס ביים דרעשן; האָבן זיי אַ שייער תבואה און קעלטער וויין — טייל איין מיט דער פולער האַנט פון די ביידע דעם קנעכט ביים באַפרייען; ציילן זיי חדשים און רעכענען צייטן — איז נישט נאָך דער זון ווי אַלע אַנדערע פעלקער, נאָר נאָך דער לבנה.
און פאַר וואָס ציילן נישט אויך יידן נאָך דער זון?
ווייל אַזוי איז שוין דער שטייגער: גרויס — צו גרויס און קליין — צו קליין. עשו, דער גרעסערער, ציילט נאָך דער גרעסערער ליכט, נאָך דער זון, און יעקב, דער קלענערער — נאָך דער קלענערער ליכט, נאָך דער לבנה.
— און דאָס איז דווקא אַ גוטער סימן — זאָגט אויף דעם ר׳ נחמן — אַזוי ווי די זון געוועלטיקט נאָר ביי טאָג און נישט ביינאַכט, אַזוי איז עשו׳ס ממשלה נאָר עולם הזה, אויף דער וועלט, אָבער נישט אויף עולם הבא, אויף יענער קומענדיקער וועלט; און אַזוי ווי די לבנה זעט זיך אָן סיי בייטאָג סיי ביינאַכט, אַזוי איז יעקב אָנגעזען סיי אויף דער וועלט סיי אויף יענער וועלט.
— געוויינלעך — זאָגט ווייטער ר׳ נחמן — ווי לאַנג די גרויסע ליכט שיינט אויף דער וועלט מיט איר גאַנצן גלאַנץ, זעט זיך די קליינע ווייניק אָן; וויבאַלד אָבער די גרויסע פאַרגייט — באַווייזט זיך די קליינע מיט איר גאַנצן שיין.
יידן זענען פאַרשידן פון אַנדערע פעלקער אויך מיט זייער עסן און טרינקען; יידן אויף אַן אונטערהאַלט — עסן זיי און טרינקען מיט אַ מאָס, שמועסן צווישן זיך דברי תורה, מ׳זאָגט אַ יידיש וואָרט; ווערט מען פריילעך און מען זינגט — הערט מען ביי זיי אַ הייליק וואָרט, אַ לויב־געזאַנג ↰ 7 צו גאָט. די אומות־העולם אָבער פרעסן און זויפן זיך אָן אַ מאָס און מ׳גייט גלייך איבער צו גראָבע ווערטלעך און אויסגעלאַסענע לידלעך.
ר׳ דוסתאי דערציילט דערויף אַזאַ מעשה:
— מיינער אַ באַקאַנטער, זייער אַ רייכער גוי, האָט איינמאָל געמאַכט אַ גרויס מאָלצייט, איינגעלאַדן אַלע שטאָט־לייט, און מיך אויך. טרעפן מיר דעם טיש צוגעגרייט מיט אַלע פעסטע און טייערסטע שפּייזן און געטרונקען פון דער וועלט. געקומען צו די פרוכט, קוקט זיך דער גוי אום אַז עס פעלט דאָרט אַ מין פּיסטאַציע־נוס. ווערט ער אָנגעצונדן, כאַפּט די טייערע דעק פון טיש, פון אַ זעקס צענטנער זילבער די ווערט, און צעברעכט זי אויף שטיקלעך. פרעג איך אים: וואָס הייסט עס? וואָס טוסטו? ענטפערט ער מיר: איר יידן אַליין זאָגט, אַז די וועלט איז אונדזערע און יענע וועלט איז אייערע, אויב מיר וועלן ניט געניסן פון אַלעמען דאָ אויף דער וועלט — ווען־זשע דען וועלן מיר עס קענען געניסן?
— דאָס האָט מיר דערמאָנט — זאָגט ר׳ דוסתאי — דאָס קלוגע שפּריכוואָרט פון שלמה המלך אין משלי: דער צדיק עסט צו זאַט, דער רשע אָבער קען קיינמאָל נישט אָנפילן דעם בויך.
צוויי ירושות האָט אונדזער פאָטער יצחק איבערגעלאָזט זיינע צוויי קינדער: יעקבן דאָס קול — הקול קול יעקב, עשו׳ן די הענט — הידים ידי עשו. נעמט זיך עשו שטאַרק איבער מיט זיין ירושה און וואָס עפּעס שרעקט ער מיט דער האַנט זיינער: „אָט טרעט איך אַרויס קעגן דיר מיט דער שווערד!” יעקב ווידער האַלט זיך פעסט ביי זיין ירושה, און ווי נאָר עס ווערט אים ענג לאָזט ער זיך הערן מיט דעם קול זיינעם: „גאָטעניו, גאָט פון מיינע עלטערן, קום מיר צו הילף!”
עס וועט קומען אַמאָל די צייט, אַז יעדן פון זיי וועט אָפּגעצאָלט ווערן מיט דעם זייניקן: עשו׳ן מיט דער שווערד, ווי דער נביא זאָגט:
- מיין שווערד אין הימל ווערט אָנגעזאַפּט מיט בלוט,
- איבער אדום (עשו׳ן) לאָזט זי זיך אַראָפּ”.
- יעקבן מיטן קול, ווי דער נביא זאָגט:
- „די איצט פאַרוויסטע שטעט יהודה׳ס,
- די ליידיקע גאַסן פון ירושלים,
- וועלן נאָך הילן אַמאָל פון קולות —
- אַ קול פון פרייד, אַ קול פון גליק,
- אַ געהילך פון חתן־כלה לידער,
- אַ לויב־געזאַנג צו גאָט אין הימל
- פאַר זיינע גרויסע חסדים צו זיין פאָלק”.
- „קום, מיין פריינד, מיין האַרציקער,
- קום מיט מיר אין פעלד אַרויס,
- קום אין דערפלעך רואיקע.
- אין די שטילע זומער־נעכט,
- וועלן מיר דאָרט נעכטיקן
- מיט דער זון זיך אויפהייבן,
- לאָזן זיך אין וויינגערטנער,
- יעדעס איינציק ביימעלע
- וועלן מיר באַקוקן דאָרט:
- בליט שוין אויף דאָס וויינשטאָקל?
- פּיקן זיך שוין די טרויבעלעך?
- שפּראָצן שוין די מילגרוימען?
- דאָרטן וועל איך אָפּגעבן
- מיין גאַנצע ליבע דיר —
קום, פריינד מיינער — זאָגט צו גאָט, ברוך הוא, די כנסת־ישראל מיט אָט די ווערטער פון שיר־השירים — קום וואָס ווייטער פון די גרויסע רוישנדע, גויאישע שטעט, דאָרט זענען מענטשן פאַרזונקען איבערן קאָפּ אין זינד און אומריינקייט, עס הערשט דאָרט טאָג און נאַכט קנאה, שנאה, מ׳רויבט, מ׳פעלשט, מ׳פרעסט, מ׳זויפט, מ׳נואפט, — מ׳האָט פאַרגעסן אַז ס׳איז דאָ אַ גאָט אין דער וועלט. אין די קליינע שטילע ערטער קום מיט מיר, גאַנץ פרי זאָלן מיר אין די שולן און בתי מדרשים אַריינגיין, וועלן מיר דאָרט זען ווי יונגע צווייגעלעך, קליינע יידישע קינדערלעך, זיצן איבער די חומשים׳לעך, און זייערע קולעכלעך קלינגען; עלטערע לערנען אַ פּרק משניות, און דערוואַקסענע אַ בלאַט גמרא — דאָרט, גאָטעניו, וועסטו זען מיין גאַנצן כבוד און מיין גאַנצע גדולה, מיינע ערלעכע זין און ריינע טעכטער.
אויפן פעלד בשעת שניט־צייט האָבן די שטרוי, דער שטאָפּל און די שפּריי צווישן זיך אַ שמועס פאַרפירט און אָנגעהויבן זיך צו אַמפּערן. דער זאָגט: צוליב מיר איז דאָס פעלד געזייט געוואָרן און דער זאָגט: ניין, צוליב מיר. רופן זיך אָן די קליינע קערנער ווייץ אין דער שטיל: שאַט, צו וואָס איז דאָס קריגעריי? וואַרט בעסער ביז איר וועט קומען אין שייער, וועלן מיר שוין דאָרט קלאָר געוואויר ווערן צוליב וועמען דאָס פעלד איז געזייט געוואָרן.
געקומען אין שייער, האָט דער פעלדמאַן נאָכן אויסדרעשן די תבואה זיך געשטעלט ווייען — איז די שפּריי אַוועק מיטן ווינט, מיט דער שטרוי האָט ער באַמיסטיקט דאָס פעלד, דעם שטאָפּל געוואָרפן אין פייער, און די אויסגערייניקטע קערנער ווייץ האָט ער פאָרזיכטיק צונויפגעשאַרט און געמאַכט פון זיי אַ הויפן, און יעדער פאַרבייגייער נעמט אָן פון זיי אַ פולע האַנט, באַטראַכט מיט ליבע און ווינטשעוועט אָן דעם בעל הבית אַלעס גוטס.
דאָס אייגענע איז אויך מיט די אומות־העולם. די זאָגן: מיר זענען דער גאַנצער עיקר, די גאַנצע וועלט איז צוליב אונדז באַשאַפן געוואָרן; און די זאָגן: ניין, צוליב אונדז. זאָגן יידן: וואַרט ביז דער גרויסער טאָג וועט קומען, וועלן מיר שוין דעמאָלט זיך דערוויסן צוליב וועמען די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן. און אַזוי זאָגט דער נביא:
- עס קומט אַ טאָג אַ ברענענדיקער ווי אַן אויבן,
- און אַלע פרעכע, אַלע בייזע וועלן גלייך ווי שטרוי
- פאַרברענט ווערן אויף אַש אין פלאַמערדיקן פייער
- פון יענעם קומענדיקן גרויסן טאָג — — —
- ווי שפּריי וועט זיי דער ווינט צעבלאָזן
- און ווייט וועט זיי דער שטורעם פאַרטראָגן.
- נאָר דו אַליין, מיין פאָלק, אַ מונטערן, אַ שטאַרקער,
- וועסט פרייען זיך מיט גאָט דעם גרויסן
- און מיט דעם הייליקטום זיך רימען.
לעתיד לבוא, אין דער קומענדיקער צייט, וועט גאָט, ברוך הוא, ברענגען אַ ספר תורה מיט זיך אין שויס און וועט אויסרופן: ווער עס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט אָט דער תורה זאָל אַריינגיין און באַקומען ↰ 10 זיין לוין. קומען באַלד אַלע פעלקער צוזאַמען און שטופּן זיך אַריינצוגיין. זאָגט זיי גאָט: דרענגט זיך נישט אַלע צוזאַמען, איינציקווייז גייט אַריין, יעדעס פאָלק באַזונדער מיט זיינע געלערטע לייט.
גייט אַריין צום ערשטן דאָס גרויסע רוימישע פאָלק.
— זאָגט, וואָס האָט איר אַזוינס אויפגעטאָן אויף דער וועלט? — פרעגט זיי גאָט, ברוך הוא.
ענטפערן זיי:
— האַר פון דער וועלט, פיל מאַרקן און שיינע גאַסן האָבן מיר איינגעאָרדנט, פיל פּרעכטיקע באַדער האָבן מיר אויפגעבויט, פיל גאָלד און זילבער האָבן מיר צונויפגעזאַמלט, און מיט דעם אַלעמען זענען מיר קיין זאַך נישט אויסן געווען, נאָר צו מאַכן דאָס לעבן אַלץ באַקוועמער און שענער, כדי דיין פאָלק ישראל זאָל זיך קענען רואיק מיט דער תורה אָפּגעבן און זי אָפּהיטן.
רופט זיך אָן צו זיי גאָט:
— אַ, נאַרישע מענטשן! מיר וועט איר עס דערציילן? מיט דעם אַלעמען וואָס איר האָט אויפגעטאָן זענט איר דאָך אויסן געווען נאָר אייער אייגענעם וואוילטאָג. אויסגעפּוצט האָט איר די מאַרקן — דאָרט צו געזעצן אייערע אויסגעלאַסענע פרויען; פּרעכטיקע באַדער — דאָרט זיך אָנטאָן אַלערליי תענוגים; דאָס גאָלד און זילבער אייערס — איז גאָטס און פרעמדס. דערציילט מיר בעסער וועגן דער תורה, ווער פון אייך קען זאָגן אָט דאָס?
גייען זיי אַרויס מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ.
אַוועק דאָס רוימישע פאָלק, קומט באַלד נאָכדעם אַריין דאָס פּערסישע, פרעגט זיי גאָט, ברוך הוא:
זאָגט, וואָס האָט איר אַזוינס אויפגעטאָן אויף דער וועלט?
ענטפערן זיי:
— האַר פון דער וועלט, פיל בריקן האָבן מיר אויפגעבויט, פיל באַפעסטיקטע שטעט האָבן מיר איינגענומען, פיל מלחמות האָבן מיר געפירט — און מיט דעם אַלעמען זענען מיר אויסן געווען דיין פאָלק ישראל, עס זאָל קענען אינגאַנצן זיך איבערגעבן דער תורה.
רופט זיך אָן צו זיי גאָט:
— וועמען וועט איר עס דערציילן? מיט דעם אַלעמען וואָס איר האָט אויפגעטאָן זענט איר אויסן געווען נאָר זיך אַליין: בריקן אויפגעבויט — צו נעמען אָפּצאָל, פעסטע שטעט איינגענומען — צו נעמען פון דאָרט מענטשן אויף אַרבעטן פאַר דער קרוין, די מלחמות ↰ 11 אייערע — האָב איך געפירט. דערציילט מיר בעסער וועגן דער תורה, ווער פון אייך קען זאָגן אָט דאָס?
גייען די אויך אַוועק מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ. און אַזוי איז מיט יעדן פאָלק באַזונדער.
נעמען אַלע פעלקער טענהן פאַר גאָט:
— האַר פון דער וועלט, האָסטו געפּרואווט אויף אונדז, ווי אויף די יידן, די תורה דיינע אָנוואַרפן און מיר האָבן זי נישט אָנגענומען?
זאָגט זיי גאָט:
— און די זיבן מצוות, וואָס איר האָט אַמאָל אויף זיך יאָ אָנגענומען, האָט איר דען אויסגעהאַלטן?
ענטפערן זיי גאָט:
— האַר פון דער וועלט, און די יידן דיינע האַלטן דען די אַלע מצוות וואָס זיי האָבן אויף זיך גענומען?
— יאָ — זאָגט גאָט — איך בין אַן עדות, אַז זיי האָבן מקיים געווען אַלע מצוות פון דער תורה.
טענהן זיי ווייטער:
— קען דען אַ פאָטער זאָגן עדות אויף זיין אייגן קינד?
זאָגט גאָט:
— אויב אַזוי, זאָלן הימל און ערד אויף זיי עדות זאָגן אַז זיי האָבן געהאַלטן די גאַנצע תורה.
זאָגן זיי:
— די עדות פון הימל און ערד קען אויך אויף יידן נישט אָנגענומען ווערן, ווייל אָן דער תורה, וואָס דו האָסט יידן געגעבן, קענען די קיין קיום נישט האָבן.
זאָגט גאָט:
— אויב אַזוי, לאָזן קומען פון אייערע און עדות זאָגן אויף יידן, אַז זיי האָבן געהאַלטן די תורה: זאָל קומען נמרוד און עדות זאָגן אויף אברהם׳ן, אַז געלאָזט האָט ער זיך אין פייער וואַרפן און די עבודה זרה נישט געדינט; זאָל קומען לבן און עדות זאָגן אויף יעקבן, ווי טריי און ערלעך ער האָט אים געדינט, נישט אָנגערירט פרעמדס אויף אַ האָר; זאָל קומען פּוטיפר׳ס פרוי און עדות זאָגן אויף יוסף׳ן, אַז ער איז געבליבן ריין, אָן אַ פלעק פון זינד; זאָל קומען נבוכדנצר און עדות זאָגן אויף חנניה מישאל ועזריה, אַז זיי האָבן געלאָזט זיך אין קאַלכאויבן וואַרפן און צום צלם נישט געבוקט? זאָל קומען דריוש און עדות זאָגן אויף דניאל׳ן, אַז ער האָט זיך געלאָזט אין לייבנגרוב וואַרפן און פון ↰ 12 תפילה טון זיך נישט אָפּגעזאָגט; זאָלן קומען די פרומע און ערלעכע פון אייך; בלדר השוחי, צופר הנעמתי, אליפז התימני און אליהו בן ברכאל הבוזי און לאָזן זיי עדות זאָגן אויף יידן, אַז זיי האַלטן זיך טריי אין דער תורה.
זאָגן זיי:
— האַר פון דער וועלט, גיב אונדז איצט דיין תורה פון דאָס ניי, זענען מיר אויך גרייט זיך אין איר האַלטן טריי.
זאָגט ער זיי:
— נאַרישע מענטשן! ווער ס׳האָט זיך נישט באַמיט ערב־שבת, פון וואַנען וועט ער האָבן אויף שבת צו עסן?... נאָר פון דעסטוועגן אָט איז ביי מיר פאַראַן אַ מצווה׳לע אַ גרינגס, סוכה הייסט עס — גייט טוט עס.
נעמט באַלד יעדער איינציקער פון זיי און כאַפּט זיך מאַכן אַ סוכה ביי זיך אויפן פלאַכן דאַך. אין אַ הייסן טאָג איז טאַקע זייער אַנגענעם צו זיצן אין דער קילער סוכה. לאָזט אָבער גאָט אויף זיי אַרויס אַ הייס פייערדיקע תמוזדיקע זון און זי שטעכט דורך די סוכה מיט אירע ברענענדיקע שטראַלן, ווערט די מצווה זיי שווער און יעדער פון זיי גיט אַ שפּיי אויף דער סוכה און אַנטלויפט פון דאָרט ווי אַן אָפּגעבריטער.
דאָס יידישע פאָלק איז אין דער תורה געגליכן אַמאָל צו שטויב פון דער ערד און אַמאָל צו שטערן איז הימל: פאַלן יידן — איז נידעריק ביז צו דער ערד, ווערן זיי דערהויבן — איז הויך ביז צו די שטערן.
און זעסטו אַז יידן זענען שוין געפאַלן גאָר־גאָר נידעריק, ביז צו דער ערד — זאָלסטו וויסן, אַז באַלד־באַלד וועלן זיי זיך טון אַ הויב אויף אין דער הויך.
יידן זענען ווידער געגליכן צו זאַמד אויפן ברעג פון ים: גלייך ווי די זאַמד אויפן ברעג, מעגסט דאָרטן פאַרנאַכט אויסגראָבן אַ גריבל, קומסטו אַהין אין דער פרי און געפינסט שוין דאָס אָרט צוריק פאַרשאָטן און אָנגעפילט ווי פריער, אַזוי זענען אויך יידן: וויפיל עס זאָל אין די שלעכטע פינצטערע צייטן פון זיי נישט אָפּפאַלן, קומט עס זיי באַלד צו צוריק אין די בעסערע ליכטיקערע צייטן און עס ווערט פון זיי גאָר ניט געמינדערט.
וויפיל פון די יידן זענען אומגעקומען אין די שווערע דוד המלך׳ס צייטן, בשעת די גרויסע פאַרביטערטע מלחמות, וואָס ער האָט געפירט ↰ 13 מיט אַלע אַרומיקע פעלקער, איז דאָס באַלד זיי צוגעקומען דערנאָך אין די בעסערע רואיקערע צייטן פון זיין זון שלמה המלך. אַזוי איז עס געווען אַמאָל און אַזוי איז אין אַלע צייטן.
אין איין מזמור פון תהילים ווערן יידן געגליכן צו אַ פּאַלמענבוים. אַ פּאַלמענבוים האָט ניט אין זיך קיין שום פּסולת, אַלץ אין אים קומט צונוץ: די טייטלען זיינע — צום געניסן, די גרינע לולבים — צו לויבלידער און קרענץ, די טרוקענע צווייגן — צו באַדעקן סוכות, דער באַסט — אויף שטריק, די דינע פרענדזל־צווייגלעך — צו פלעכטן דערפון זיפּן, דער שטאַם — צו הויז־באַלקענס. אַזוי זענען אויך יידן — קיין פּסולת וועט מען ביי זיי נישט געפינען: די פאַרשטייען אַ פּסוק חומש, די — אַ פּרק משניות, אַנדערע — אַ בלאַט גמרא און אַנדערע — אַ שטיקל מדרש.
„ווי אַן עפּלבוים צווישן וואַלד־ביימער” — אַזוי זענען יידן געגליכן אין שיר־השירים. גלייך ווי דער עפּלבוים גיט די פרוכט זיינע פאַר די בלעטער, אַזוי האָבן יידן בשעת מתן־תורה אויסגערופן „נעשה” — מיר וועלן טון, פריער פאַר „ונשמע” — איידער נאָך מיר וועלן הערן.
און נאָך ווערן דאָרט יידן געגליכן צו אַ נוסענבוים. אַזוי ווי אַ נוס, ווי אומריין און פאַרשמירט זאָל ביי אים נישט זיין די שאָלעכץ פון דרויסן, דאָך בלייבט דער יאָדער זיינער אינעווייניק שטענדיק זויבער־ריין, אַזוי אויך יידן: וויפיל זיי זאָלן זיך נישט איינשמירן אינעם וואָכעדיקן אַלטעגליכן לעבן, בלייבן זיי אינעם תוך זייערן ריין, און קומט אַ שבת, אַ יום־טוב, אַ ימים־נוראים, וואַרפן זיי פון זיך אַראָפּ די אומריינע שאָלעכץ און די יידישע נשמה באַווייזט זיך אין איר גאַנצער ריינקייט.
און נאָך מיט איין זאַך זענען יידן געגליכן צו ניס; פּרואווט פון אַ הויפן ניס אַרויסשלעפּן איינס, הויבן זיך אַלע אָן צו רירן און צו קויקלען זיך פונעם אָרט. אַזוי אויך יידן — רירט מען נאָר איינעם פון זיי, דערלאַנגט עס דעם גאַנצן כלל און אַלע דערפילן עס.
יידן ווערן דאָרט ווידער געגליכן צו בוימל.
ווי דעם בוימל באַקומט מען אַרויס אַ לויטערן נאָר דורכן דריקן, אַזוי ווערן יידן געלייטערט נאָר דורך צרות.
ווי בוימל קען זיך נישט אויסמישן מיט אַלע אַנדערע פליסיקייטן, אַזוי קענען יידן נישט ווערן איינס מיט אַלע איבעריקע פעלקער.
ווי בוימל ברענגט ליכט אויף דער וועלט, אַזוי האָבן יידן געבראַכט ליכט דער גאַנצער מענטשהייט.
ווי בוימל שווימט שטענדיק אַרויף אויף וואַסער פון אויבן, אַזוי זענען יידן גייסטיק העכער איבער אַלע פעלקער.
און ווי בוימל פליסט שטיל און רואיק אָן דעם קלענסטן גערויש, אַזוי גייען יידן אויף דער וועלט שטיל זייער וועג צווישן די רוישיקע פעלקער, נישט צו לאָזן זיך הערן.
„ווי אַ רויז צווישן דערנער” — אַזוי זענען יידן צווישן פעלקער.
ר׳ חנינא בר אבא טייטשט אויס דאָס פאַרגלייכעניש אַזוי:
ווי די רויז וואָס וואַקסט צווישן דערנער — גיט אויף איר אַ בלאָז אַ צפון־ווינט און בייגט זי איין קיין דרום־זייט, באַקומט זי דאָרט אַ שטאָך פונעם דאָרן; בלאָזט אויף איר צוריק אַ דרום־ווינט און גיט זי אַ בייג קיין צפון זייט, באַקומט זי דאָרט אַ שטאָך פונעם דאָרן, און וואוהין זי זאָל זיך נישט קערן און בייגן, אַלץ שלאָגט זי זיך אָן אינעם דאָרן און קריגט אַלעמאָל אַ שטאָך אין דער זייט — און דאָך בלייבט איר אומבאַרירט הערצל שטענדיק געווענדט אַרויף גלייך צום הימל. אַזוי אויך יידן צווישן פעלקער: וואוהין דער ווינט זאָל זיי נישט פאַרטראָגן, אויף וועמען פון די אַרומיקע פעלקער זיי זאָלן זיך נישט אָנשפּאַרן, אַלץ קומט זיי אויס צו ליידן שווערע באַליידיקונגען און גרויסע צרות און דאָך בלייבט דאָס האַרץ זייערס שטענדיק געווענדט אַרויף, צו זייער פאָטער אין הימל.
ר׳ אבין טייטשט עס אויס אַזוי:
ווי די רויז — כל זמן עס ברענט די זון בייגט זי אָן איר קעפּל און וועלקט, קוים פאַלט אויף איר טוי גלייכט זי זיך אויס און בליט אַן אויפגעלעבטע ווייטער; אַזוי אויך יידן — כל זמן זיי גייען אין שווערן יאָך פון גלות זעען זיי אויס ווי פאַרוועלקטע און איינגעטריקנטע, קוים פאַלט פון זיי דער יאָך אַראָפּ גלייכן זיי אויס דעם רוקן און ווערן אָפּגעפרישט.
ווי די רויז האַלט זיך אויף נאָר צוליב איר איידלן ריח, אַזוי אויך יידן האַלטן זיך אויף דער וועלט נאָר צוליב זייערע איידעלע מידות און גוטע מעשים.
ווי די רויז ווערט באַמערקט צווישן אַלע אַרומיקע גראָזן, אַזוי זענען אויך יידן אָנגעזען צווישן אַלע אַנדערע פעלקער.
„פון מצרים האָסטו איבערגעפירט אַ וויינשטאָק” — דאָס הייסט דאָס יידישע פאָלק.
אַ וויינשטאָק האָט אין זיך אַלערליי שטענגלעך, קלענערע און גרעסערע, און וואָס גרעסער איז דאָס שטענגל אַלץ נידעריקער האַלט זיך דאָס צו דער ערד; אַזוי איז אויך דאָס יידישע פאָלק: וואָס גרעסער איז אַ ייד אַלץ קלענער האַלט ער זיך פונעם אַנדערן.
אַ וויינשטאָק ווידער ווערט די פרוכט זיינע פריער מיט די פיס געטראָטן, דערנאָך אָבער שפּאַרט עס אָן אויפן קיניגלעכן טיש; אַזוי איז אויך מיט יידן: אין די איצטיקע צייטן זענען זיי פון אַלע זייטן אַרומגערינגלט מיט שונאים און ווערן מיט די פיס געטראָטן, עס וועט אָבער קומען אַ צייט אַז קיניגן וועלן זיך מיט זיי אַרומטראָגן.
אַ וויינשטאָק קען געוויינלעך נישט גוט וואַקסן און פריש בלייבן סיידן ער האָט זיך אָנצושפּאַרן אויף טרוקענע שטעקלעך; דאָס אייגענע איז אויך מיט יידן: דאָס אָנהאַלט זייערס אין לעבן איז נאָר זכות־אבות — דער זכות פון זייערע גרויסע, לאַנג פאַרשטאָרבענע עלטערן. ריש לקיש זאָגט:
דאָס יידישע פאָלק איז אין אַלעמען געגליכן צו אַ וויינשטאָק: די צווייגלעך פון וויינשטאָק — דאָס זענען די בעלי־בתים פון פאָלק; די שטענגלעך טרויבן — די געלערטע; די בלעטער — דער פּשוט׳ער עולם; די ליידיקע פרענזלעך־ריטלעך — די גאָר פּוסטע לייט.
און דערפאַר האָט מען באַפוילן פון ארץ ישראל קיין בבל: זאָלן די שטענגלעך טרויבן גאָט נעמען פאַר די בלעטער, ווייל אויב נישט די בלעטער, וואָלטן נישט געהאַט קיין קיום די שטענגלעך.
די טויב צייכנט זיך אויס מיט איר שטילקייט און צניעות און איבערגעבנקייט און אויך מיט איר שיינעם גאַנג; אַזוי אויך יידן צייכענען זיך אויס מיט זייער שטילקייט און פרומקייט און געטריישאַפט צו גאָט, און אויך מיט זייערע שיינע גענג און אויפפירונגען.
די טויב ווען מען רויבט אַפילו פון אונטער איר אַוועק די יונגע טייבעלעך אירע דאָך פאַרלאָזט זי נישט איר טויבנשלאַק; אַזוי אויך יידן, נאָכדעם אַפילו וואָס זייער לאַנד און בית המקדש זענען חרוב געוואָרן ציט עס זיי אַלץ אַהין אין זייער אַלטער נעסט.
די טויב ווי ווייט זי זאָל נישט פאַרפליען פון איר נעסט, געפינט זי אַלץ דעם וועג צוריק; אַזוי אויך יידן, ווי ווייט זיי זאָלן נישט פאַרוואָרפן ווערן און פאַרוואָגלט זיין אין פרעמדע לענדער — איז באַלד ווי די צייט וועט קומען, וועלן זיי פון עק וועלט זיך איילן און פלאַטערן צוריקפליען צו זיך אַהיים אין אייגן לאַנד אַריין.
די טויב, ווען זי קומט צעפליען צוריק אין איר טויבנשלאַק, ציט זי מיט זיך מיט נאָך אַנדערע, פרעמדע טויבן; יידן אויך, ווען זיי וועלן אויפגעריכט ווערן, וועלן צושטיין צו זיי און נאָך זיי זיך נאָכציען פיל פון אַנדערע פעלקער.
די טויב ביים שעכטן ציט אויס דאָס העלדזל אונטער׳ן חלף און טוט אַפילו דערביי קיין צאַפּל נישט; אַזוי זענען אויך יידן גרייט מוסר־נפש צו זיין פאַר זייער גאָט און זייער גלויבן.
די טויב האַלט זיך תמיד ביי איר פּאָר, נישט איבערצוגיין צו קיין אַנדערן; אַזוי האַלטן זיך יידן פעסט ביי זייער איינציקן גאָט, קיינמאָל זיך מיט אים נישט צו שיידן.
„טייבעלע מיינס, פאַריאָגטע אין פעלדזנשפּאַלט” — אַזוי ווענדט זיך גאָט צום יידישן פאָלק מיט ליבע — „שלויע שלאַנג” רופן דיך די פאַרביסענע שונאים דיינע, אין אַ פינצטערן שפּאַלט האָבן זיי דיך פאַרטריבן. איך אָבער קען דיך ווי פרום און ערלעך דו ביסט, ביי מיר אין די אויגן ביסטו פון אייביק אָן אַ שטיל ריין טייבעלע.
„אַן איילבירטבוים אַ צווייגהאַפטיקער מיט די שענסטע פרוכט באַצירט” — אַזוי רופט אָן דער נביא דאָס יידישע פאָלק. פאַר וואָס גראַד אַן איילבירטבוים? ווייל די ביידע, יידן און אָט דער בוים, זענען איינס אויפן אַנדערן זייער ענלעך. זעט דעם איילבירט — אַנדערש גיט ער נישט פון זיך אַרויס דאָס אייל סיידן מען קלאַפּט אים פריער גוט אָן, נאָכדעם מאָלט מען אים, דערנאָך לייגט מען אויף אים שווערע שטיינער און גראָבע קלעצער און מען דריקט אים אַזוי לאַנג ביז מען באַקומט פון אים אַרויס דעם ריינעם לויטערן בוימל. דאָסגלייכן איז אויך מיט יידן: מען קלאַפּט און דריקט זיי, מען טרייבט זיי, מען פּייניקט און מען טוט זיי אָן געברענטע ליידן — און ערשט דערנאָך קערן זיי זיך אום אויסגעלייטערטע צו גאָט און באַווייזן זיך פאַר דער וועלט אין זייער גאַנצן שיין.
„רירט ווער אייך אָן — זאָגט דער נביא זכריה צו די יידן — איז ווי ער וואָלט אָנגערירט אין שוואַרצאַפּל פונעם אויג”. דאָס אויג — זאָגט ר׳ שמעון בן אלעזר — איז ביים מענטשן דאָס טייערסטע און דאָס ציטערדיקסטע פונעם גאַנצן גוף זיינעם. וויל מען איינעם דערלאַנגען אַ קלאַפּ אין קאָפּ אָדער אין אַן אַנדערן אבר, גיט יענער דאָס ערשטע אַ פּינטל מיטן אויג און שליסט עס. און יידן ביי גאָט זענען ווי דאָס אויג אין קאָפּ.
ריש לקיש זאָגט: קומט אַ צרה אויף דער וועלט, אָדער עס קומט אַ שמחה אויף דער וועלט — ווער דערפילט עס די ערשטע? — יידן. יידן זענען דאָס האַרץ פון דער וועלט.
ווידער זאָגט ריש לקיש: אַלעמאָל גרייט גאָט צו פאַר יידן די רפואה פריער פאַר דער מכה.
דריי סימנים האָט דאָס יידישע פאָלק: זיי האָבן רחמנות און בושה און טוען גמילות חסדים — און אָנקלעפּן זיך אין דער אומה מעג נאָר דער, וואָס האָט אין זיך אָט די דריי סימנים.
ר׳ אחא בר אבא זאָגט: ס׳איז גאָר נישט צום פאַרשטיין די טבע פון דער דאָזיקער אומה: מאָנט מען ביי זיי אויפן משכן — גיט מען; מאָנט מען אויפן עגל — גיט מען אויך.
„קינדער זענט איר ביי אייער גאָט” — האָט משה געזאָגט צו יידן.
פירט איר זיך אויף אַקעגן אים ווי קינדער — זאָגט דערויף ר׳ יהודה — הייסט איר ביי אים קינדער, אויב נישט — זענט איר נישט זיינע קינדער. ר׳ מאיר אָבער זאָגט: קינדער, נאַרישע קינדער, זינדיקע, אומטרייע קינדער, נאָר פאָרט קינדער. אַ ייד — זאָגט ר׳ אבא — ווי זינדיק ער זאָל נישט זיין, הייסט אַלץ אַ ייד. ווי זאָגט די וועלט: אין דערנער אַ רויז — ווערט ניט אויס.
איינער אַ שונא ישראל האָט אַמאָל געזאָגט רבי חנינא׳ן: איצט אַרומשלעפּנדיק זיך אין גלות זענט איר געוויס פאַרשמוצטע און פאַראומרייניקטע ↰ 18 פון קאָפּ ביז פיס; ווי שוין לאַנג האָט דער נביא ירמי געזאָגט נאָכן חורבן אויף דער יידישער אומה: „איר אומריינקייט איז ביי איר אויף די קליידער־זוימען”.
— אמת — ענטפערט אים ר׳ חנינא — משה רבנו אָבער האָט נאָך פריער געזאָגט אויף יידן: „גאָט רוט ביי זיי אינמיטן זייער אומריינקייט” — ווי אומריין יידן זאָלן נישט זיין, דאָך רוט צווישן זיי די שכינה.
בשעת יידן האָבן זיך פאַרזינדיקט מיטן עגל האָט גאָט געזאָגט משהן: „גיי אַראָפּ (פון באַרג סיני), דיין פאָלק האָט זיך שווער פאַרזינדיקט”. און דערנאָך ווען משה האָט תפילה געטאָן, אַז גאָט זאָל זיי די זינד מוחל זיין, האָט ער געטענהט: „באַשטראָף נישט שווער דיין פאָלק דיין אייגנס... זיי זענען דאָך דיין פאָלק דיין אייגנס”.
מען דערציילט אויף דעם אין ר׳ לוי׳ס נאָמען אַזאַ משל:
אַ רייכער גוט־באַזיצער האָט איבערגעגעבן זיין וויינגאָרטן איינעם אַ פּאַכטער און פלעגט דערפאַר באַקומען אַ געוויסן טייל פון די טרויבן. איז אויב דער וויין איז געווען דאָס יאָר געראָטן — פלעגט ער זיך מיט אים קוויקן און פאַר יעדן זיך באַרימען: אַך ווי גוט איז דער וויין פון מיין וויינגאָרטן! איז אָבער אַמאָל דער וויין נישט געראָטן פלעגט ער זיך קלאָגן: אַך ווי שלעכט איז דעם פּאַכטער׳ס וויין! רופט זיך אָן דער פּאַכטער: ליבער האַר! געראָט דער וויין איז ער דיינער, געראָט ער נישט איז ער מיינער! ניין, מיין ליבער האַר, סיי גוט סיי שלעכט, איז ער תמיד אַלץ נישט קיינעמס נאָר דיינער.
דאָס זעלבע איז אויך מיט גאָט און משהן. אַז גאָט האָט זיך משהן געוויזן און אים געשיקט אויסלייזן די יידן פון מצרים, האָט ער אים געזאָגט: „גיי באַפריי מיין פאָלק די יידישע קינדער”. וויבאַלד אָבער זיי האָבן זיך פאַרזינדיקט מיטן עגל האָט גאָט אים שוין געזאָגט: „גיי אַראָפּ, דיין פאָלק האָט זיך שווער פאַרזינדיקט”. טענהט משה פאַר גאָט: רבונו של עולם, פאַרזינדיקן זיי זיך זענען זיי מיינע, און אַז זיי זענען גוט און פרום זענען זיי דיינע! ניין, גרויסער גאָט, זינדיקע אָדער פרומע, סיי ווי סיי זענען זיי דיינע — „דיין פאָלק דיין אייגנס”...
ר׳ שמעון חסידא פלעגט זאָגן:
— אַ תענית אין אַ עת צרה אויף יידן, וואָס אין אים באַטייליקן זיך נישט אויך די פּושעי ישראל, איז גאָר קיין תענית נישט. דער מין ↰ 19 חלבנה האָט זייער אַ שלעכטן ריח, פון דעסטוועגן נעמט אים די תורה אַריין צווישן די געווירצן פון די קטורת...
„איר האָט נישט נאָכגעטאָן אייערע אַרומיקע פעלקער” — אַזוי קלאָגט זיך אין איין אָרט דער נביא יחזקאל אויף יידן, און דער זעלבער נביא זאָגט אויף אַן אַנדער אָרט אין זיינע שטראָף־רייד צו יידן: „איר האָט יאָ נאָך געטאָן די פעלקער”.
— אויף דעם טאַקע שרייט דער נביא — גיט צו פאַרשטיין ר׳ יהושע בן לוי — די בעסערע פון זיי טוט איר נישט נאָך — דווקא די ערגערע פון זיי.
אַז דער נביא ישעיה האָט ביים ערשטן אַרויסטריט אויסגעשריגן פאַר גאָט: „איך געפין זיך צווישן אַ פאָלק מיט אומריינע ליפּן”, — האָט זיך באַלד אַראָפּגעלאָזט איינער פון די שרפים, געכאַפּט פונעם מזבח מיט אַ צוואַנג אַ פליענדיקע קויל און זי צוגעלייגט צום נביא׳ס מויל, דאָס הייסט: פאַרברענט זאָל ווערן דאָס מויל, וואָס עפענט זיך צו רעדן אויף יידן רכילות!
ר׳ אבהו און ר׳ שמעון בן לקיש זענען אַמאָל דורכרייזנדיק אַריינגעקומען אין דער גרויסער שטאָט קיסריה. רופט זיך אָן ר׳ אבהו: צו וואָס זאָלן מיר אַריינקומען אין אַזאַ קאַנט פון לויטער פּושעי ישראל! שפּרינגט אַראָפּ ר׳ שמעון בן לקיש פונעם אייזל, נעמט אָן אַ הויפן זאַמד און פאַרשטופּט אים דאָס מויל.
— פאַר וואָס איז אַזוי? פרעגט ר׳ אבהו פאַרוואונדערט.
גאָט וויל נישט ליידן — ענטפערט אים ר׳ שמעון בן לקיש — אַז מען זאָל אויף זיינע קינדער רכילות רעדן.
די תורה הייסט יידן נעמען אין סוכות אַ פּראַכט־פרוכט (אתרוג), אַ פּאַלמענצווייג (לולב), אַ מירטנצווייג (הדס) און אַ וויידנצווייג (ערבה) און מיט די פיר צוזאַמען פאַרבונדענע מינים זאָלן אַלע יידן אינאיינעם זיך פרייען מיט דעם יום־טוב פאַר גאָט.
יידן צווישן זיך זענען אַזוי פאַרשידן ווי אָט די פיר מינים:
דער אתרוג פאַרמאָגט סיי אַ שאַרפן טעם סיי אַ ליבן, איידלן ↰ 20 ריח — אַזוי זענען פאַראַן יידן, וואָס פאַרמאָגן ביידע זאַכן: סיי תורה סיי גוטע מעשים;
די פּאַלמענפרוכט (דער טייטל) האָט אַ זיסן טעם אָן אַ שום ריח — אַזוי זענען פאַראַן יידן, וואָס תורה פאַרמאָגן זיי, אָבער נישט קיין גוטע מעשים;
דער מירטנצווייג האָט, פאַרקערט, אַן איידלן ריח אָן אַ שום טעם — אַזוי זענען פאַראַן יידן, וואָס פאַרמאָגן גוטע מעשים אָן אַ ביסל תורה;
די ערבה אָבער פאַרמאָגט איר אייגנס גאָרנישט, ניט קיין טעם און נישט קיין ריח — אַזוי זענען פאַראַן יידן, וואָס האָבן ניט קיין תורה און ניט קיין גוטע מעשים.
וואָס־זשע זאָל גאָט טון מיט אַזעלכע — אומברענגען זיי פון דער וועלט? ניין, זאָגט גאָט — זאָלן נאָר אַלע פיר מינים זיך צוזאַמען האַלטן פעסט און איין בינטל, וועלן די בעסערע פון זיי באַשיצן אויף די ערגערע.
און אַלעמאָל ווען יידן טוען דאָס און פאַרבינדן זיך אַלע אינאיינעם אין איין בונד, ווערט דער גרויסער נאָמען פון זייער איינציקן גאָט דערהויבן אויף דער וועלט.
די גאַנצע מאַכט פון יידן איז נאָר אין זייער אייניקייט.
אַ גאַנץ בינטל ריטלעך אַלע אינאיינעם איז קיינער נישט אימשטאַנד מיט אַמאָל צעברעכן, שלעפּט מען אָבער אַרויס פון דאָרט איינציקווייז אַ ריסל נאָך אַ ריסל, צעברעכט זיי אַפילו אַ קליין קינד.
יידן וועלן אַנדערש נישט אויסגעלייזט ווערן, ביז זיי וועלן ווערן איין פאַרבאַנד.
אַלע יידן זענען איינער פאַרן אַנדערן פאַראַנטוואָרטלעך.
ברעכט זיך דורך אַ לאָך אין איין שיפסקאַמער, הייסט דאָס נישט — געלעכערט איז אַ שיפסקאַמער, נאָר די שיף איז געלעכערט.
„צעשפּרייטע שעפעלעך זענען יידן” — אַזוי ווי די שעפעלעך ווי נאָר איינס פון זיי ווערט געפּלאָגט, דערפילן עס אַלע איבעריקע; אַזוי זענען אויך יידן, פאַרזינדיקט זיך איינער פון זיי, דערלאַנגט עס אַלעמען — „איינער זינדיקט און דער צאָרן איז אויף דעם גאַנצן כלל”.
— עס קומט אויס — זאָגט אויף דעם ר׳ שמעון בן יוחאי — ווי יענע וואָס רייזן אין מיטן ים אויף אַ שיף. נעמט איינער אַן עקבויער און הייבט אָן אונטער זיך צו בויערן.
— וואָס טוסטו דאָרט אַזוינס? פרעגן אים די חברים מיט גרויס שרעק.
— וואָס גייט עס אייך אָן? — ענטפערט יענער — איך בויער דאָך אונטער זיך.
— די גאַנצע שיף וועט דאָך איבער דיר איינעם גיין צו גרונט!
„טריי זענען — זאָגט שלמה המלך אין משלי — די וואונדן פון אַ גוטן פריינד און איבערדריסיק זענען דעם שונא׳ס קושן”. ר׳ יונתן זאָגט אויף דעם: די קללה, אַ שטייגער, וואָס דער יידישער נביא אחיה השילוני האָט געשאָלטן, איז בעסער ווי בלעם הרשע׳ס ברכה. אחיה השילוני אין זיינע שטראָף־רייד אויף יידן רופט אויס: „גאָט וועט שטראָפן יידן און זיי וועלן זיין ווי אַ שילף־רערל וואָס וואַקלט זיך אין וואַסער”; בלעם אין זיינע ברכות אויף יידן גלייכט זיי צו צעדערביימער. אַ שילף־רערל וואַקסט ביים וואַסער, זיין שטענגל באַנייט זיך פון יאָר צו יאָר און זיינע וואָרצלען זענען פיל. און מעגן בלאָזן אויף אים די שטאַרקסטע ווינטן פון דער וועלט — בויגן זיי אים אַהין און אַהער אָבער זיי רירן אים נישט פונעם אָרט; ווערן די ווינטן געשטילט, בלייבט ער ווידער רואיק אויף זיין אָרט ווי פריער. אַ צעדערבוים אָבער שטייט געוויינטלעך נישט ביי וואַסער, זיין שטאַם באַנייט זיך נישט אינגאַנצן און זיינע וואָרצלען זענען נישט פיל; ווינטן געוויינלעכע רירן אים נישט פונעם אָרט, נאָר כאַפּט זיך אַמאָל אויף אַ שטאַרקער דרום־ווינט, רייסט ער אים און קערט אים איבער אינגאַנצן.
און נאָך אַ זאַך: דאָס קליינע שילף־רערל איז זוכה דערצו, מען זאָל מאַכן דערפון אַ פּען און מיט דעם שרייבן אַ ספר תורה.
אַ גאַנצע תוכחה מיט שאַרפע און ביטערע שטראָף־רייד איז יידן אויסגעקומען צו הערן פון משה רבנו׳ס מויל, דאַקעגן האָבן זיי פון בלעם׳ן אויסגעהערט פיל שבחים און ברכות. אייגנטלעך וואָלט באַדאַרפט זיין פאַרקערט: משה זאָל זיי לויבן און בענטשן, און בלעם זאָל זיי שענדן און שעלטן. נאָר וואָלט זיי בלעם שאַרף געשטראָפט, וואָלטן זיך יידן דערפון גאָר נישט געמאַכט: ווייס איך וואָס אַ שונא קען אויסטראַכטן; און וואָלט זיי ווידער משה רבנו געלויבט, וואָלט עס ביי ↰ 22 די גויים קיין שום ווערט ניט געהאַט: מילא, וואָס זייער אַן אייגענער גוטער פריינד לויבט! און דערפאַר איז ביי גאָט געבליבן, אַז בענטשן זאָל זיי דער שונא בלעם און שטראָפן זאָל זיי דער גוטער פריינד משה, וועלן ביידע, סיי די ברכות סיי די תוכחות, האָבן אויף אַזאַ אופן מער האַפט און קראַפט.
- אַ גערויש פון פילע פעלקער
- אַ ליאַרעם ווי פון אויפגעברויזטע מערן — — —
- און בייזע מענטשן ווי אַ ים
- אַן אויפגערעגטער בלייבן אַלץ נישט רואיק.
- און וואַלן שמוציקע און טריבע
- שנעל יאָגן זיך ווי ווילדע איינע נאָך דעם צווייטן
- און טראָגן האַסטיק זיך צום ברעג —
די יידישע שונאים זענען ווי די וואַלן פון אַ שטורעמדיקן ים: דער ים, אַז ער צעשפּילט זיך, הייבט זיך אויף פון אים אַ ווילדער וואַל, לויפט לויפט מיט צאָרן און מיט שוים, גיט זיך ראַש אַ לאָז צום ברעג: אָט נעם איך און פאַרפלייץ די וועלט! — ווי נאָר עס שלאָגט זיך אָבער אָן אין דעם זאַמד, בלייבט ער באַלד אין אָנמאַכט און פאַלט אָפּ צוריק. וואָלט דאַכט זיך אַ צווייטער זיך באַדאַרפט אַראָפּנעמען אַ מוסר, ווילט זיך אים אָבער אויך נאָכטון דעם ערשטן — און האָט אויך דעם זעלבן סוף.
דאָסזעלבע איז אויך מיט די יידישע שונאים: קומט פּרעה און פאַלט אָן מיט זיין בייזער מאַכט אויף יידן — האָט ער געהאַט די רעכטע מפּלה און ווערט פאַרזונקען אין ים, ער מיט זיין גאַנצן חייל. וואָלט דאַכט זיך פּרעה באַדאַרפט דינען עמלק׳ן פאַר אַ ביישפּיל, איז ניין: יידן האָבן זיך נאָר געלאָזט ווייטער אין וועג — „ויבוא עמלק”, עמלק באַפאַלט — און באַקומט אויך די מפּלה. וואָלטן זיך איצט באַדאַרפט סיחון און עוג אַוודאי אַראָפּנעמען אַ מוסר — קוקן זיי נישט אויף קיין זאַך און גייען אויך איינער נאָך דעם אַנדערן אַרויס קעגן יידן — און באַקומען, פאַרשטייט זיך, דעם פינצטערן סוף, וואָס אַלע פריערדיקע. און דאָס אייגענע איז אויך געווען דערנאָך מיט בלק׳ן און מיט אַלע אַנדערע יידישע שונאים נאָך אים.
אין איינער פון זיינע נבואות זאָגט דער נביא ירמיו צו די יידן אין גאָטס נאָמען:
- „די גענג פון די פעלקער ניט לערנט זיך אָב,
- פאַר די צייכן אין הימל נישט שרעקט זיך;
- זאָלן זיך שרעקן די פעלקער פאַר זיי,
- דען די איינגלויבענישן פון די פעלקער זענען נאַריש”.
אַז עס טרעפט אַ לקוי־חמה (זונפינצטערניש) ווערט עס אָנגענומען אַלס אַ שלעכטער סימן פאַר דער גאַנצער וועלט. עס קומט עפּעס אויס ווי אַ קיניג וואָס האָט געמאַכט פאַר זיינע לייט אַ גרויסן מאָלצייט ביי זיך אין פּאַלאַץ און האָט לכבוד זיי געהייסן אָנצינדן דאָס שענסטע און העלסטע ליכט. איז ער אויף זיי פאַר עפּעס אויפגעבראַכט געוואָרן, גיט ער אַ געשריי זיין דינער: נעם צו פון זיי דאָס ליכט און לאָז זיי זיצן אין דער פינצטער!
ר׳ מאיר זאָגט: די ערשטע וואָס נעמען עס אָן פאַר זיך פאַר אַ שלעכטן סימן זענען די יידן, ווייל אַזוי זענען זיי שוין געוויינט, אַז וואָס עפּעס אַ שלאַק טרעפט דאָס זיי צום ערשטן. באַווייזט זיך אין חדר דער רבי מיטן קאַנטשיק אין דער האַנט — ווער פון די תלמידים גיט דער ערשטער אַ ציטער? דער וואָס כאַפּט שמיץ אַלע טאָג.
יידן אָבער, קוים נאָר זיי טוען גאָטס ווילן, האָבן זיי פאַר די אַלע צייכנס און סימנים זיך גאָרניט וואָס צו שרעקן — זאָלן זיך דערפאַר שרעקן די, וועלכע זענען איינגעגלויבט אין זייערע נאַרישקייטן.
אויף יידן האָט דאָס מזל קיין שליטה נישט.
אין ירמיו׳ס צייטן האָבן יידן שוין געהאַלטן דערביי, זיי זאָלן זיך אָפּלערנען פון די בבל׳ער גענג און אָננעמען פאַר אַן אמת דאָס גלויבן פון די שטערנזעער אין דעם כוח פון די מזלות — האָט זיי דער נביא אין גאָטס נאָמען געוואָרנט דערפון מיט יענע ווערטער:
- פאַר די צייכן פון הימל נישט שרעקט זיך,
- זאָלן זיך שרעקן די פעלקער פאַר זיי,
אַמאָל האָט שוין געהאַלטן דערביי אייער פאָטער אברהם — האָב איך אים אויך נישט דערלאָזט. בשעת איך האָב אים צוגעזאָגט אויף דער עלטער אַ זון, האָט ער פאַר מיר געטענהט: „מיר איז דאָך אָבער פון דיר קיין קינד נישט באַשטימט” — דאָס מזל שטעכט מיר די אויגן און זאָגט: „אברהם, דיר איז נישט באַשערט קיין קינד האָבן”. האָב איך אים באַלד אין גאַס אַרויסגעפירט, אָנגעוויזן אים אויף די שטערן־וועגן אין הימל און געזאָגט: „אברהם, וואַרף אַוועק דיין שטערנזעעריי, אַ נביא ביסטו אָבער נישט קיין אַסטראָלאָג!”
אינעם נאָמען פון ר׳ יוחנן זאָגט מען, אַז גאָט האָט אויפגעהויבן אברהם׳ן העכער פון דער הימל־ספערע און אים אַזוי געזאָגט: קוק פון אויבן אַראָפּ אויף די שטערן. ווער ס׳איז אונטער דעם מזל, דער זאָל פאַר אים מורא האָבן; דו, וואָס דו ביסט איבער אים, גיי אַקעגן אים מיט אַן אויפגעהויבענעם קאָפּ.
ר׳ חנינא׳ס צוויי תלמידים זענען אַמאָל אַרויסגעגאַנגען פון שטאָט אין דערבייאיקן וועלדל אַריין אָנהאַקן פאַר זיך האָלץ. באַמערקט זיי ביים אַרויסגאַנג איינער אַן אַסטראָלאָג, זאָגט ער צו די מענטשן וואָס שטייען דאָרט: ווי איך זיי אַרויס, וועלן אָט די צוויי שוין צוריק לעבעדיקע נישט קומען, זיי וועט דאָרט אַ ביס טון אַ גיפטיקע שלאַנג.
ווי נאָר די צוויי זענען אַרויס פון שטאָט, באַגעגענען זיי אַן אַלטן מאַן אַ שטאַרק פאַרשמאַכטן:
— האָט אין מיר אַ מצווה — בעט זיך ביי זיי פאַר׳חלשט דער אַלטער מאַן — שוין דריי טעג אַז איך האָב נישט געהאַט אין מיין מויל.
נעמען זיי באַלד אַרויס דעם איינציקן לאַבן ברויט, וואָס זיי האָבן געהאַט מיט זיך, ברעכן אָפּ פון דעם אַ האַלבן און גיבן דעם אַלטן. עסט ער אָפּ און ווינטשעוועט זיי צו: „גאָט זאָל אייך אַזוי דערהאַלטן ביים לעבן ווי איר האָט מיך דערהאַלטן”
נאָכדעם זענען זיי אַוועק אין וואַלד, אָנגעהאַקט האָלץ און קערן זיך אום אין שטאָט בשלום. ווענדן זיך צום אַסטראָלאָג די מענטשן וואָס האָבן פריער געהערט זיינע ווערטער:
זעסטו — זאָגן זיי אים — ווי דו האָסט געטראָפן? וואו זענען דיינע ווערטער, אַז די לייט וועלן נישט קומען צוריק קיין לעבעדיקע?
— טאַקע אַ חידוש! — ענטפערט דער אַסטראָלאָג — אָדער איך האָב דאָס מאָל אַ טעות געהאַט, אָדער די אַסטראָלאָגיע לייגט! פון דעסטוועגן לאָמיר גיין זען וואָס טוט זיך ביי זיי דאָרט אין די בינטלעך האָלץ.
זוכט מען און מען געפינט אין איין בינטל איין העלפט פון אַן איבערגעהאַקטער שלאַנג און די צווייטע העלפט אין צווייטן בינטל. בלייבט דער עולם שטיין פאַרגאַפט.
— וואָס פאַר אַ גוטע זאַך האָט איר היינט געטאָן, וואָס אייך אי געשען אַזאַ גרויסער נס? — פרעגט מען ביי ר׳ חנינא׳ס צוויי תלמידים.
דערציילן זיי די מעשה מיטן אַלטן אָרעמאַן.
רופט זיך אָן דער אַסטראָלאָג:
וואָס קען מען מאַכן מיטן יידישן גאָט, אַז ער לאָזט זיך איבערקויפן מיט אַ האַלבן לאַבן ברויט!
„ווי די פיר ווינטן פון דער וועלט — זאָגט דער נביא זכריה צו יידן אין גאָטס נאָמען — אַזוי האָב איך אייך אומעטום פאַרשפּרייט”. ווי די וועלט קען נישט אויסקומען אָן ווינטן, אַזוי קען זי נישט אויסקומען אָן דעם יידישן פאָלק. יידן טראָגן אַריין באַוועגונג אין דער וועלט.
„האָב ניט קיין פורכט, מיין קנעכט יעקב!” — זאָגט גאָט צו יידן.
יעקב אבינו, אַנטלויפנדיק פון דער היים אין דער פרעמד, האָט אויפן וועג געזען אַ חלום ווי אויף אַ לייטער גייען מלאכים אַרויף און אַראָפּ. דאָס האָט אים גאָט געוויזן, איינעם נאָכן אַנדערן, די הימלישע שרים פון אַלע גרעסטע קיניגרייכן, וואָס וועלן קומען אויף דער וועלט. דער שר פון בבל, פון מדי און פון יוון הויכן זיך אויף פריער ביז דער העכסטער מדרגה פון גרויסקייט און מאַכט און נאָכדעם פאַלן זיי אַראָפּ ביז צום גרונט, נישט צו האָבן שוין מער קיין תקומה.
— זעסטו — זאָגט אים גאָט — אָט ווי די שרים וועסטו אויך אַמאָל זיך אויפהייבן גאַנץ הויך.
— רבונו של עולם! — רופט אויס יעקב דערשראָקן — וועל איך אפשר אויך ווי זיי אַראָפּפאַלן דערנאָך און אינגאַנצן פאַרלוירן גיין?
— דו, מיין קנעכט יעקב — זאָגט אים גאָט — „האָב קיין פורכט נישט”. נאָכדעם ווי דו וועסט זיך אויפהייבן וועסטו שוין קיינמאָל נישט פאַלן.
„איך גאָט — זאָגט דער נביא ישעיהו אין גאָטס נאָמען — האָב נישט ווידערהאָלט” — פון איין קלאַפּ מיינעם קומט אום אַ פאָלק און איך דאַרף שוין נישט ווידערהאָלן; „און איר, יעקבס קינדער, זענט נישט אומגעקומעך — אַלע פיילן מיינע אין אייך געציילטע וועלן זיך אויסלאָזן, איר אָבער וועט זיך ניט אויסלאָזן. אַזוי לאָזט אַרויס אַ גיבור אַלע זיינע פיילן אין אַ מעכטיקן שטאַם פון אַן אַלטן שטאַרקן דעמב. די פיילן לאָזן זיך אויס, און דער שטאַם בלייבט פעסט ווי פריער אויף זיין אָרט.
„צו אַ סאַפּפיר־שטיין זענען יידן געגליכען” — זאָגט ירמיו אין זיינע קינות. עס מאַכט זיך אַ טייערער סאַפּפיר־שטיין, וואָס מען לייגט ↰ 26 אים אַוועק אויף אַ אייזערנעם קלאָץ און מען קלאַפּט אויף אים מיט אַ האַמער, ווערט דער קלאָץ צעשפּאָלטן, דער האַמער צעבראָכן — און דער סאַפּפיר־שטיין בלייבט גאַנץ.
יידן זענען פיל מאָל ווידער געגליכן צו שטויב פון דער ערד.
ווי די שטויב פון דער ערד איז צעשפּרייט אויף דער גאַנצער וועלט — אַזוי זענען אויך יידן; און ווי דער שטויב פון דער ערד ווערט געטראָטן אונטער יעדנס פיס און לעבט אַלץ איבער — אַזוי זענען אויך יידן: אַלע פעלקער, וואָס טרעטן יידן מיט די פיס, קומען אום און יידן בלייבן.
„אַ דור גייט אַוועק, אַ דור קומט אָן — זאָגט שלמה אין קהלת — און די ערד בלייבט שטיין אייביק”.
אַראָפּ אַ דור, אַרויף אַ דור; אַרויס אַ קיניגרייך, אַריין אַ קיניגרייך; אַ גזירה אויס, אַ גזירה איין — און דאָס יידיש פאָלק קומט אַלץ איבער און בלייבט ווי די ערד שטיין. גאָט האָט די יידן נישט פאַרלאָזט און וועט זיי נישט פאַרלאָזן, זיי זענען ביז אַהער נישט אומגעקומען און וועלן אויף ווייטער נישט אומקומען. „איך גאָט האָב זיך נישט געענדערט” — און וועל זיך נישט ענדערן; און איר, יעקבס קינדער, זענט נישט אומגעקומען — און וועט נישט אומקומען. „קוים זענט איר געהעפט אין אייער אייביקן גאָט, לעבט איר אַלע אייביק”.
אַ גר, אַ צוגעשטאַנענער פון דער פרעמד, איז שעדלעך פאַרן יידישן פאָלק ווי אַן אָנוואוקס צום גוף.
קומט אַ גר היינטיקע צייטן אָננעמען יידישקייט דאַרף מען זיך פריער פּרואוון אים דערפון אָפּרעדן: „וואָס האָסטו אַזוינס ביי אונדז דערזען — זאָגט מען אים — וואָס דיר האָט זיך פאַרוואָלט אָננעמען יידישקייט? ווייסטו דען נישט ווי יידן זענען היינטיקע צייטן פאַרווייטיקט און דערשלאָגן, געיאָגט און געפּלאָגט, פול מיט צרות און ליידן פון אַלע זייטן? אויב ער ענטפערט דערויף: „איך ווייס דאָס, און דאָך הלוואי זאָל איך האָבן די זכיה” — נעמט מען אים גלייך אויף און מען ערקלערט אים אַ טייל פון די לייכטערע מצוות און אַ טייל פון די האַרבערע. אויסער דעם ערקלערט מען אים נאָך, וואָס אַ ייד איז מחויב צו טון פאַר אָרעמע לייט, מען מוז זיי אַוועקשענקען דעם לקט (די אָפּגעפאַלענע ↰ 27 ביים שניט זאַנגען), שכחה (דעם פאַרגעסענעם גאַרב אין פעלד), פּאה (דעם פּאַס זאַנגען אין עק פעלד) און מעשר עני (אַ צענטל פון דער אָפּגעשניטענער תבואה). ווייטער ערקלערט מען אים די שווערע שטראָף וואָס ער נעמט אויף זיך פאַר איבערטרעטן די מצוות. „וויסן זאָלסטו — זאָגט מען אים — אַז ביז איצט האָסטו געמעגט עסן חלב, נישט היטן שבת, און ס׳איז דיר דערפאַר גאָרנישט געקומען; פון איצט אָן אָבער עסטו חלב — קומט דיר כרת, פאַרשטערסטו שבת — ביסטו חייב מיתה. און פון דער אַנדערער זייט דערציילט מען אים אויך דעם גרויסן לוין, וואָס אים ערוואַרטעט פאַרן אָפּהיטן מצוות. „וויסן זאָלסטו — זאָגט מען אים — אַז יענע וועלט איז אָנגעגרייט נאָר פאַר גוטע און פרומע, יידן אויף דער וועלט אָבער קענען נישט אויפנעמען צופיל גוטס און ניט צופיל שלעכטס.
אויף אַזאַ אָרט דאַרף מען איבעררעדן פריער מיטן גר; מען טאָר אָבער נישט איבערכאַפּן די מאָס און נישט צופיל אים אָפּשרעקן.
רבה בר רב הונא האָט געזאָגט: יידן געבוירענע האָבן אַקעגן גרים אַ גרויסע מעלה: אויף יידישע קינדער ווערט געזאָגט: „איך בין זיי געוואָרן אַ גאָט און זיי מיר אַ פאָלק”. גאָט זייערער, הייסט עס, האָט זיך מיט זיי פאַרבונדן פון אייביקע יאָרן אָן, נאָך איידער זיי האָבן זיך אַליין דערקענט. וועגן די אָבער וואָס נעמען אָן יידישקייט ווערט געזאָגט: „איר, וואָס האָט מוט געהאַט זיך צו מיר דערנענטערן, וועט איר מיר ווערן אַ פאָלק און איך אייך אַ גאָט” פריער, הייסט עס האָבן זיי זיך דערקענט אַלס פאָלק און ערשט שפּעטער האָבן זיי זיך באַהעפט אין גאָט.
אַ גר — זאָגט אַן אַנדערער — האָט נישט קיין גרייטע זכות אבות, און אויף אים איז געזאָגט געוואָרן: „יגיע כפּיך כי תאכל” — דו געניסט די מי פון דיינע אייגענע הענט.
דריי מינים זענען פאַראַן גרים:
איינער נעמט אָן יידישקייט דערפאַר וואָס ס׳איז אים געפעלן געוואָרן דאָס יידישע הויז מיט זיינע שבתדיקע און יום־טובדיקע מאכלים, אַ יידיש שטיקל פיש, אַ כשר שטיקל פלייש א. ד. ג. — מאַכט ער זיך אַ האַרץ און ווערט אַ ייד.
אויף אַזאַ גר האָט גאָט אָנגעזאָגט די יידן: קינדער מיינע, ווי דער האָט ליב געקומען דאָס יידישע הויז, אַזוי ווייזט איר אים אַרויס ליבע — „ליבט דעם גר”.
אַן אַנדערער ווידער נעמט אָן יידישקייט ווי אַמאָל שכם, חמור׳ס זון, ווייל ער האָט שטאַרק ליב באַקומען אַ יידישע פרוי, און אַז מען וויל זי אים נישט געבן ביז ער וועט ווערן אַ ייד, גיט ער זיך אונטער און ווערט אַ ייד.
אויף אַזאַ גר האָט גאָט אָנגעזאָגט די יידן: קינדער מיינע, אָט דער זוכט ביי אייך רו פאַר זיין האַרץ, גיט אים די רו — „פאַרשאַפט נישט קיין ליידן דעם גר”.
ס׳איז אָבער אויך פאַראַן אַן אמת׳ער גר, ווי אברהם אבינו, נאָכדעם וואָס ער האָט אויסגעפּרואווט די גלויבנס פון אַלע פעלקער, איז ער דערגאַנגען, אַז דאָס יידישקייט שטייט זייער גרויס ביי יעדן אין די אויגן און דערפאַר איז ביי אים געבליבן: „איך וועל ווערן אַ ייד און אויך אַרונטער אונטער די פליגל פון דער שכינה”.
אויף אַזעלכע האָט גאָט געזאָגט: „איך וועל זיי אָפּגעבן אין מיין הויז און אין מיינע מויערן אַ בכבוד׳יגן פּלאַץ”.
„דעם גר פאַרשאַף נישט קיין ליידן” —אַזוי האָט די תורה אין פיל ערטער אָנגעזאָגט די יידן — באַליידיק אים נישט אַפילו מיט ווערטער. טאָרסט אים נישט זאָגן: ערשט נעכטן ביסטו געווען אַ צלמניק און דער חזיר שמעקט דיר נאָך ביז איצט פונעם פּיסק אַרויס...
„דעם מעשר (אַ צענטל) פון דיין תבואה — האָט גאָט אָנגעזאָגט די יידן דורך משהן — זאָלסטו אַוועקלייגן פאַרן לוי און פאַרן גר”. רופט אויס משה פאַרוואונדערט: וואָס, אַ גר איז ביי דיר גלייך ווי דער לוי?
— ניין — זאָגט אים גאָט — ער איז נאָך אין מיינע אויגן חשוב׳ער, ווייל ער איז געקומען צו מיין גלויבן מיט זיין אייגענעם ווילן.
עס קומט אויס ווי יענער פּאַסטעך וואָס האָט זיך אַרומגעפירט מיט זיינע שאָף אין דער מדבר. איינמאָל איז געקומען פון ערגעץ אַ הירש און איז צוגעשטאַנען צו די שאָף און צווישן זיי זיך אויסגעהאַלטן. האָט זיך דער פּאַסטעך מיט אים זייער אָפּגעגעבן, אים אונטערגעטראָגן עסן און טרינקען אין דער צייט און אים אַרויסגעוויזן ליבע מער ↰ 29 ווי צו אַלע זיינע שאָף. פרעגט מען אים: וואָס קעכלעסטו אַזוי דעם אָנגעקומענעם הירש מער ווי דיינע אייגענע שאָף? ענטפערט ער: וויפיל האָבן מיר די שאָף אָפּגעקאָסט מי, אַרויסלאָזן זיי אַלע אין דער פרי, אַרייננעמען זיי אַלע פאַר נאַכט, זוכן פאַר זיי אַלעמאָל פרישע גראָז, פירן זיי צום טייך, היטן זיי פאַר ווילדע חיות — ביז איך האָב זיי דערצויגן; און אָט דער הירש, גאָר אַ ווילד־פרעמדער, אויסגעוואַקסן אין מדבר און אין וואַלד, איז אַליין פון זיך געקומען און צוגעשטאַנען צו די שאָף — איז ער נישט ווערט מען זאָל אים קעכלען?
אַזוי זאָגט גאָט ברוך הוא: וויפיל מי האָבן מיר מיינע יידן אָפּגעקאָסט: זיי אַרויסגעפירט פון מצרים, באַלויכטן פאַר זיי דעם וועג מיט מיין פייערזייל, געשפּייזט זיי מיטן מן, געבראַכט זיי צעפליען וואַכטלען, אַ ברונעם וואַסער זיי צוגעשטעלט אין דער וויסטעניש, געשיצט זיי פון אַלע זייטן מיט מיינע פּראַכט־וואָלקנס — ביז זיי האָבן אויף זיך מקבל געווען מיין תורה; און דאָ קומט איינער אַ פרעמדער פון זיך און לעהעפט זיך אין מיר — זאָל ער נישט זיין חשוב ביי מיר ווי אַ ייד און ווי אַ לוי?
פיל פון די פאָרנעמע און געלערטע גריכן אין די צייטן פון בית שני האָבן זיך באַקאַנט מיט דער יידישער תורה אין איר גריכישער איבערזעצונג און דורך דעם זיך דערנענט אָדער אינגאַנצן איבערגעגאַנגען צו יידישקייט.
איבער דעם אָננעמען יידישקייט פון אייניקע אַזעלכע גרים, ווערט דערציילט אַזוי:
די צוויי זין פון דעם קיניג תלמי (פּטאָלאָמעאוס), מונבז און איזטס, זענען אַמאָל געזעסן און צוזאַמען געלייענט אין דער יידישער תורה דעם ספר בראשית. געקומען צום פּסוק „איר זאָלט באַשניידן די פאָרהויט אין אייער לייב”, האָט זיך יעדער פון זיי אומגעקערט מיטן פּנים צו דער וואַנט און שטיל פאַר זיך געוויינט. באַלד נאָכדעם האָבן זיך ביידע באַשניטן, ניט וויסנדיק איינער פונעם אַנדערן.
אין אַ צייט שפּעטער זיצן ביידע ברידער ווידער צוזאַמען און לייענען דעם ספר בראשית. געקומען צום זעלבן פּסוק, קוקן זיי זיך ביידע איבער און איינער רופט זיך אָן: וויי מיר אויף דיר, ברודער מיינער! זאָגט דער צווייטער: ניט דיר אויף מיר, נאָר מיר אויף דיר ↰ 30 איז וויי! — און ביידע האָבן אויפגעדעקט איינער פאַרן אַנדערן דעם סוד זייערן.
דערוואוסט זיך דערפון זייער מוטער העלענאַ, האָט זי מורא טאָמער דערגייט עס צום פאָטער און די קינדער וועלן שווער באַשטראָפט ווערן, קומט זי און זאָגט אים אַזוי:
— ס׳האָט זיך עפּעס געמאַכט ביי די קינדער אויפן לייב אַ געשוויר, האָט דער דאָקטאָר געהייסן, ניט אַנדערש נאָר זיי זאָלן זיך באַשניידן.
— זאָלן זיי — זאָגט דער פאָטער.
עקילס, דער זון פונעם קיסר אַדריאַנוס׳עס אַ שוועסטער, האָט געוואָלט זיך מגייר זיין. האָט ער זיך אָבער געפאָרכטן עס צו טון פאַר זיין פעטער אַדריאַנוס. קומט ער איינמאָל אַריין צום קיסר און זאָגט אים: ביי מיר איז געבליבן מאַכן מסחר. רופט זיך אָן צו אים דער קיסר: אפשר פעלט דיר אויס דערויף גאָלד און זילבער, זענען פאַר דיר אָפן אַלע מיינע שאַצקאַמער, נעם זיך וויפיל דו דאַרפסט.
— ניין — זאָגט אים עקילס — איידער איך לאָז זיך אין דער וועלט צו טון מסחר דעכן איך פאַר גלייך מיט דיר זיך צו באַראַטן.
זאָגט אים אַדריאַנוס: דעם כלל זאָלסטו האָבן — טרעפט זיך דיר אַ מין סחורה וואָס איז שטאַרק געפאַלן ביז צו דער ערד, זאָלסטו זיך באַלד אין איר אָנכאַפּן, ווייל זי וועט שפּעטער געוויס שטייגן און וועסט ביי דעם שעהן פאַרדינען.
לאָזט זיך עקילס אַוועק אין ארץ ישראל און נעמט זיך דאָרט צו דער יידישער תורה און לערנט טאָג און נאַכט. באַגעגענען אים אַמאָל זיינע באַקאַנטע יידישע געלערטע ר׳ אליעזר און ר׳ יהושע, באַמערקן זיי ווי ער זעט אויס שלעכט, זאָגן זיי איינער צום אַנדערן: אַפּנים עקילס לערנט די תורה גאַנץ געטריי. הויבן זיי אָן מיט אים צו שמועסן אין תורה, האָט ער זיי פאַרוואָרפן מיט פאַרשידענע שאלות. ער האָט אַלץ אָפּגעפרעגט און זיי אים אָפּגעענטפערט.
אין אַ צייט אַרום קומט עקילס ווידער צו זיין פעטער אַדריאַנוס, פרעגט אים אַדריאַנוס: עקילס, וואָס זעסטו אַזוי אויס שלעכט? ווייזט אויס, דו האָסט געמאַכט שלעכטע געשעפטן, און אפשר, זאָג מיר, האָט דיך עמעצער שטאַרק באַליידיקט?
— ניין — ענטפערט ער — אַז איך האָב דיך פאַר אַ פעטער, ווער וועט זיך וועגן מיך עפּעס באַליידיקן?
— דאָך, וואָס ביסטו אַזוי פונעם פּנים אַראָפּ?
— איך האָב געלערנט די יידישע תורה — ענטפערט ער אים — און דערצו נאָך זיך געלאָזט באַשניידן.
— וואָס זאָגסטו? — שרייט אויס אַדריאַנוס אין צאָרן — ווי פאַלסטו אויס אַזוינס צו טון?
— דו אַליין האָסט מיר דאָס געראַטן, האָב איך דיך געפאָלגט.
— ווי, ווען? — שטוינט אַדריאַנום נאָך מער.
— געדענקסט, ווען איך האָב דיר דערציילט אַז איך לאָז זיך אַוועק אויף דער וועלט האַנדלען, האָסטו מיר אַליין אַן עצה געגעבן מיט די ווערטער: „טרעפט זיך דיר אַ מין סחורה וואָס איז שטאַרק געפאַלן ביז צו דער ערד, זאָלסטו זיך באַלד אין איר אָנכאַפּן, ווייל זי וועט שפּעטער געוויס שטייגן”. מוז איך דיר זאָגן, אַז פון אַלע פעלקער וואָס איך האָב איבערגעזען אויף דער וועלט, שטייט נישט איינס אַזוי נידעריק ביז צו דער ערד ווי דאָס יידישע פאָלק; האָב איך, לויט דיין ראַט אין זיי זיך אָנגעכאַפּט, ווייל זיי וועלן געוויס דערהייבט ווערן, און אַזוי האָט לאַנג אויף זיי פאָראויסגעזאָגט זייער נביא ישעיה:
- „אַזוי זאָגט גאָט
- דער אויסלייזער, דער הייליקער ישראל׳ס:
- דו, דער פאַראַכטעסטער פון יעדער זעל,
- דער העסלעכסטער פון יעדן פאָלק,
- דער קנעכט ביי הערשער,
- זעלבסט קיניגן ביים זען דיך — וועלן אויפשטיין
- און הערן וועלן זיך צו דיר בוקן”...
אַז בלעם האָט געמערקט אין דער מדבר קיני׳ס שטאַם, וואָס איז צו יידן צוגעשטאַנען, האָט ער איבער אים אַזוי געזאָגט:
- „פעסט איז דיין זיץ־פּלאַץ
- אין פעלדז האָסטו דיין נעסט געמאַכט”.
ס׳קומט אויס ווי יענס פייגעלע, וואָס איז אַנטלאָפן פונעם יעגערן, זיך געדרייט אַהין און אַהער, איבערגעפלויגן פון איין אָרט אויפן אַנדערן — ביז ס׳איז צום סוף אַרויפגעפלויגן אויף דער האַנט פון אַ קיניגלעכן מאָנומענט־בילד און דאָרט שטיין געבליבן. דערזען דאָס, רופט אויס דער יעגער: ווי שיין און קלוג זיין איצטיק אַנטלויף אַהער!
אַזוי האָט בלעם געלוינט קין׳ן: „פעסט איז דיין זיץ־פּלאַץ” — דו האָסט פאַרשטאַנען אויף וואָס פאַר אַ פעלדז דיין נעסט איבערצוטראָגן.
איינער פון די רוימישע קיסרים, אַ פאַרברענטער שונא ישראל, האָט איינמאָל, אין אַ געשפּרעך מיט זיינע מיניסטאָרן וועגן יידן, זיך צו זיי געווענדט מיט אַזאַ פראַגע:
— ווי מיינט איר, האָט זיך עמעצן אַריינגעכאַפּט די בראַנד אינעם פוס, וואָס איז פאַר יענעם גלייכער: צי אַראָפּנעמען דעם פוס און לעבן בלייבן, צי איבערלאָזן אים אַזוי און ליידן גרויסע ווייטיקן און אפשר גאָר אומקומען?
— געוויס — האָבן זיי געענטפערט — גלייכער זיך לאָזן אָפּשניידן דעם פוס און לעבן בלייבן.
— עס וועט דיר אָבער גאָרנישט העלפן — רופט זיך אָן צום קיניג איינער פון די שרים, אַ יידנפריינד, קטיעא בר שלום — ערשטנס וועט זיך דיר פאַר קיין פאַל נישט איינגעבן אויסצוראָטן זיי אַלע מיט אַמאָל: יידן זענען דאָך ווי די ווינטן צעזייט און צעשפּרייט אין אַלע פיר עקן וועלט; צווייטנס, פּאַסט גאָר נישט אַזאַ זאַך פאַר דער קיניגרייך: וואָס וועט די וועלט זאָגן — אַ קיניגרייך אַ אונטערגעהאַקטס!
— ביסט אפשר נישט אומגערעכט — זאָגט דערויף דער קיסר — נאָר דער וואָס טרעט אַרויס דעם קיסר אַקעגן קומט אים אַריינוואַרפן אין קאַלך־אויוון.
און באַלד האָט מען דעם שר אַוועקגעפירט אין געפענקעניש. אויפן וועג הערט ער ווי אַ מאַטראָנע, איינע פון די רוימישע פאָרנעמע פרויען וואָס האָבן באַהאַלטענערהייט אָנגענומען יידישקייט, שרייט אים נאָך: „וויי איז דער שיף וואָס גייט אָפּ פונעם ברעג אָן אָפּצאָל!” דער געפאַנגענער האָט פאַרשטאַנען דעם מיין פון דעם אויסרוף און האָט באַלד דערנאָך זיך אַליין מיט די אייגענע הענט געשניטן.
— דער אָפּצאָל איז שוין אָנגעגעבן געוואָרן — האָט ער געזאָגט ווען מען האָט אים געפירט פאַרברענען — איצט מעג שוין די שיף פונעם ברעג אָפּשווימען.
און פאַרן פאַרברענען האָט ער אָנגעזאָגט אינגאַנצן דאָס רייכע פאַרמעגן זיינס פאַר דעם יידישן תנא ר׳ עקיבא און זיינע חברים.
האָט זיך געלאָזט הערן אַ בת קול:
— קטיעא בר שלום איז באַוואָרנט מיטן אייביקן לעבן!
און ווען רבי פלעגט הערן רעדן פון דער מעשה פלעגט ער דערביי זאָגן מיט טרערן:
— איינער געווינט דאָס אייביקע לעבן אין איין רגע; אַן אַנדערן קומט עס אָן מיט פיל־יאָריקער מי!...
דער באַוואוסטער אונקלוס בר קלונימוס האָט זיך מגייר געווען.
שיקט דער רוימישער קיסר זיינעם אַ לעגיאָן אים צו נעמען אין געפענקעניש. האָט אונקלוס גענומען שמועסן מיט זיי פון דער יידישער תורה און זיי אַזוי לאַנג איינגערעדט ביז זיי האָבן זיך אויך מגייר געווען.
שיקט דער קיסר אַ צווייטן לעגיאָן און זאָגט זיי אָן: נישט דערוועגן זאָלט איר זיך מיט אים אַריין אין אַ שמועס! ווי זיי האָבן אונקלוס געפאַנגען און זיך געלאָזט מיט אים גיין, זאָגט ער זיי:
הערט, איך וועל אייך זאָגן עפּעס אַ זאַך גלאַט אַזוי זיך: לויט דעם געוויינלעכן צערעמאָניאַל, טראָגט דער נידעריקער הויפּטבאַאַמטער דעם פאַקעל פאָראויס דעם העכערן פון זיך — דער ניפּיור פאַרן אַפּיפיור, דער אַפּיפיור פאַרן דוכס, דער דוכס פאַרן הגמון, דער הגמון פאַרן קיסר, דער קיסר אַליין אָבער פאַר וועמען האָט צו טראָגן?
— פאַר קיינעם נישט — ענטפערן זיי.
— און דער יידישער גאָט — זאָגט ער זיי — טראָגט דעם פאַקעל זיינעם פאָראויס זיין ליב פאָלק ישראל, ווי עס ווערט דערציילט אין דער תורה: „גאָט איז געגאַנגען פאָראויס זיי בייטאָג מיטן וואָלקן זייל און ביינאַכט מיטן פייערזייל”.
און ער האָט גערעדט איבער זיי אַזוי לאַנג ביז זיי האָבן זיך אויך מגייר געווען.
שיקט דער קיסר נאָך אונקלוס׳ן אַ דריטן לעגיאָן און זאָגט זיי אַן נאָך שטרענגער — קיין איין וואָרט מיט אים נישט אויסצורעדן.
ווי זיי האָבן אים געפאַנגען און זיך געלאָזט מיט אים גיין, זעען זיי ווי ער לייגט אַרויף די האַנט אויף דער מזוזה פון דער טיר און שמייכלט דערביי. קענען זיי זיך נישט איינהאַלטן און גיבן אים אַ פרעג, וואָס באַדייט דאָס שמייכלען זיינס.
— ווי דער שטייגער איז — זאָגט ער זיי — זיצט דער קיניג ביי זיך אין פּאַלאַץ אינעווייניק און זיינע באַדינער שטייען אין דרויסן ביי ↰ 34 די טירן אויף דער וואַך. ביים יידישן גאָט איז אָבער פאַרקערט: די באַדינער זיינע זיצן אינעווייניק און ער שטייט אין דרויסן ביי זייערע טירן אויף דער וואַך. ווי עס זאָגט זייער מלך דוד אין תהילים: „גאָט היט דיין אַרויסגאַנג און דיין אַריינגאַנג פון איצט ביז אייביק”.
האָבן די אויך אָנגענומען יידישקייט.
און מער האָט שוין דער קיסר נאָך אים נישט געשיקט.
ר׳ יוחנן האָט געזאָגט:
דער שלאַנג, וואָס האָט אָנגערעדט חוה׳ן צו זינדיקן האָט אַריינגעלאָזט זיין שמוץ אין אַלע מענטשן־קינדער: יידן, וואָס זענען ביים באַרג סיני געשטאַנען און מקבל געווען די תורה, זענען פון דעם שמוץ אינגאַנצן לויז געוואָרן; די איבעריקע פעלקער, וואָס זענען ביים באַרג סיני נישט געשטאַנען, זענען פון אים נישט לויז געוואָרן.
— און ווי איז מיט גרים? — האָט איינער געפרעגט.
— גרים — האָט מען אים געענטפערט — כאָטש זיי אַליין זענען ביים באַרג סיני נישט געווען, איז אָבער געווען דאָרט זייער מזל.
ר׳ אלעיזר האָט געזאָגט:
— גאָט האָט פאַרטריבן די יידן צווישן די פעלקער נאָר צוליב דעם, כדי עס זאָלן צו זיי צושטיין גרים פון אַלע פעלקער, ווי דער נביא הושע זאָגט איבערן יידישן פאָלק: „איך וועל מיר עס צעזייען איבער דער ערד” — פאַרזייט אַ מענטש אַ מעסטל איז נאָר כדי עס זאָל אים איינברענגען פיל מאָל מער וויפיל ער האָט פאַרזייט.
ר׳ שמעון בן גמליאל דערציילט:
— איך בין אַמאָל געגאַנגען אין וועג, האָט מיך עפּעס איינער אָנגעטראָפן און איז צו מיר שטאַרק צוגעשטאַנען.
— האָט איר דען אַליין נישט געזאָגט — האָט ער געטענהט — אַז די אומות־העולם אַמאָל אין גאָר די אַלטע צייטן האָבן אויך געהאַט זייערע אייגענע עטלעכע נביאים, ווי בלעם, איוב און אַנדערע, וועלכע האָבן זיי געוואָרנט מיט שטראָף־רייד, און דערפאַר וואָס די אומות האָבן זיי נישט געפאָלגט וועלן זיי דעריבער פאַרלוירן גיין אין גיהנום?
— יאָ, מיין זון — האָב איך אים געענטפערט — אַזוי איז דאָס.
— אויב אַזוי זאָגט יענער — קענען דאָך די פעלקער, וואָס זענען שפּעטער געקומען אויף דער וועלט האָבן אַזאַ טענה: וויבאַלד קיין תורה האָט מען אונדז נישט געגעבן, קיין נביאים אין אונדזערע צייטן האָבן אונדז אויך נישט געוואָרנט, — פאַרוואָס קומט אונדז באַשטראָפט צו ווערן?
— ווייסטו פאַר וואָס, זון מיינער — זאָג איך אים — ווייל אויך פאַר זיי זענען תמיד די פליגל פון דער שכינה געווען אויסגעשפּרייט, און ווער ס׳האָט נאָר געוואָלט, האָבן אים יידן אין אַלע צייטן אויסגעשטרעקט די הענט און געהאַלטן אים אונטער די פליגל אַרונטערפירן — זאָלן די גרים פון יעדן דור אַקעגן זיי פאַר אַ באַווייז דינען.
גאָט וואַרפט זיך נישט מיט קיינעם; יעדן נעמט ער אָן. די טויערן זענען צו אַלע צייטן ברייט אָפן און ווער ס׳וויל אַריין קען אַריינגיין. און אַזוי האָט שוין לאַנג געזאָגט דער נביא ישעיה: „עפענט די טויערן און זאָל אַריינקומען אַ פאָלק אַ גערעכטס” — ער זאָגט נישט „זאָלן אַריינקומען כהנים, לויים און ישראלים”, נאָר „אַ פאָלק אַ גערעכטס”, וויבאַלד אַ גערעכטס מעג זיין יעדעס פאָלק וועלכעס ס׳איז.
הימל און ערד שטעל איך פאַר עדות — זאָגט אליהו רבא — אַז סיי אַ גוי סיי אַ ייד, צי אַ מאַן צי אַ פרוי, מעג זיין אַ קנעכט אָדער אַ דינסט — יעדער לויט זיין פאַרדינסט רוט אויף אים דער רוח הקודש.
ווען יידן נאָך יציאת־מצרים זענען בשלום איבערגעגאַנגען דעם ים סוף און די מצרים זענען דאָרט איינגעזונקען געוואָרן, האָבן די מלאכים אין הימל געוואָלט זיך שטעלן זינגען אַ לויב־געזאַנג פאַר גאָט. זאָגט זיי גאָט: איר זעט מיינע באַשעפענישן זינקען אין ים — און איר שטעלט זיך פאַר מיר זינגען?
אין אַלע צייטן זאָל אַ ייד בעסער וואוינען אין ארץ ישראל אַפילו אין אַ שטאָט וואו דאָס רוב איינוואוינער זענען גויים, איידער אין חוץ לארץ אַפילו אין אַ יידישער שטאָט, וואָרעם דער ייד וואָס וואוינט אין ארץ ישראל האָט אַן אייגענעם גאָט, יענער ייד אָבער וואָס וואוינט דאָרט נישט — לעבס ער נישט קיין יידיש לעבן און ס׳איז גלייך ווי ער זאָל חלילה קיין גאָט נישט האָבן.
און דערפאַר האָט זיך דוד באַקלאָגט אויף יענע וואָס האָבן אים פאַריאָגט פון זיין היים און געטריבן אין דער פרעמד צווישן די פּלשתים מיט די ווערטער: „פאַרטריבן האָבן זיי מיך און אָנגעריסן פון דעם גאָטס ערב־זיץ, געהייסן מיר: גיי דינען פרעמדע געטער”, געהייסן אַזוי האָט אים אייגנטלעך קיינער נישט, נאָר קוים האָט ער געמוזט וואוינען אויסער ארץ ישראל, האָט דאָס שוין געהייסן ביי אים גלייך ווי ער זאָל דינען עבודה זרה.
- „אָ ווען מען גיט מיר פליגל ווי אַ טויב,
- וואָלט איך געפלויגן זוכן זיך אַ רו,
- ווייט־ווייט וואָלט איך געוואַנדערט,
- גענעכטיקט אין דער וויסטע, —
מיט די ווערטער זאָגט אַרויס דער משורר אין תהלים זיין טיף ↰ 37 בענקעניש נאָכן יידישן לאַנד. נישט ווי אַנדערע פייגל, וואָס מיד ווערנדיק בשעת דעם פליען זייערסן, לאָזן זיי זיך אַראָפּ רוען אויף אַ פעלדז אָדער אויף אַ בוים; ניין, ווי אַ טויב פליט צוריק אין איר נעסט אַזוי וויל איך זיין; די טויב, ווי מיד אין וועג זי זאָל נישט ווערן, שטעלט זי זיך נישט אָב, נאָר איין פליגעלע פאַרמאַכט זי און מיטן אַנדערן פאָכעט זי נאָך אַלץ און פליט זיך אין איר וועג ווייטער, און אַזוי „וואָלט איך געוואַנדערט ווייט־ווייט” — אַלץ ווייטער־ווייטער געצויגן זיך אַלץ נענטער־נענטער צו מיין אייגן לאַנד, „נעכטיקן דאָרט אין דער וויסטע” — ליבער איז מיר צו פאַרברענגען די נאַכט ערגעץ דאָרט אין אַ מדבר, נאָר אין מיין אייגענעם לאַנד, איידער אויסצורוען זיך אין די שענסטע פּאַלאַצן פון דער פרעמד.
איינמאָל האָבן פיר גרויסע תנאים: ר׳ יהודה בן בתירא, ר׳ מתיא בן חרש, ר׳ יהושע און זיין ברודער׳ס זון ר׳ חנינא, געמוזט זיך אַוועקלאָזן קיין חוץ לארץ. געקומען קיין פּלטוס, אַ שטאָט ביי דער גרענעץ, האָבן זיי דערפילט ווי שווער ס׳איז זיי זיך אָפּצושיידן פון ארץ ישראל. האָבן זיי אויפגעהויבן זייערע אויגן אָנגעפילטע מיט טרערן, לאַנג־ לאַנג געקוקט פונדערווייטנס אויף זייער ליב לאַנד, צעריסן אויף זיך אין טרויער די קליידער און דערביי געזאָגט יענע ווערטער פון דער תורה: „איר וועט דאָס לאַנד אייננעמען, וואוינען אין דעם און אָפּהיטן אַלע געזעצן” — שוין דאָס וואוינען אַליין אין ארץ ישראל באַשטייט קעגן אַלע מצוות צוזאַמען.
ר׳ זירא, אויפן וועג פון בבל קיין ארץ ישראל, איז געקומען צו אַ טייך, וואו ער האָט נישט געפונען דעם פראַם (פאָר־שיף) אויף איבערצופאָרן. וואַרט ער ניט ביז דער פראַם וועט אָנקומען, כאַפּט זיך געשווינד אָן ביים שטריק, וואָס איז דאָרט איבערגעצויגן איבערן טייך פון איין עק צום אַנדערן. און אַזוי איז ער מיט מסירת־נפש אַריבער דעם טייך. דערזעט עס איינער פון די כופרים, לאַכט ער אים אויס:
— אַז מען זאָגט אַן „עמא פזיזא”, אַ פאָלק אַ מבוהל, זאָל מען גלויבן. ווי אַמאָל אויפן באַרג סיני, וואו איר האָט געכאַפּט מיטן מויל פאַר די אויערן: געשריגן „נעשה” (מיר וועלן טון) פאַר „נשמע” (מיר ↰ 38 וועלן הערן) — אַזוי ביז היינטיקן טאָג האַלט איר אַלץ אין איין כאַפּעניש און איילעניש!
— וואָס רעדסטו? — זאָגט אים דערויף ר׳ זירא — אַן אָרט וואָס משה מיט אהרן האָבן די זכיה נישט געהאַט אַהין צו קומען, ווער ווייסט צי איך וועל צו דעם די זכיה האָבן?
ר׳ אבא איז צוגעפאַלן צו די שטיינער פון עכו און זיי געקושט, ר׳ חנינא פלעגט מיט די אייגענע הענט פאַרריכטן און אויסגלייכן די וועגן אין ארץ ישראל. ר׳ חיא בר גמרא פלעגט זיך אויסקויקלען אינעם שטויב פון דעם הייליקן לאַנד.
עולא האָט געמוזט אַוועק פון ארץ ישראל קיין בבל און איז דאָרט פאַרבליבן. פאַר זיין פּטירה האָט ער אָנגעהויבן וויינען. פרעגט מען אים: וואָס וויינסטו, מיר וועלן דאָך צוריק איבערפירן דיך קיין ארץ ישראל.
— וואָס קומט דערפון אַרויס? — ענטפערט ער — איך פאַרליר דעם פּערל מיינעם אין דעם אומריינעם לאַנד. ס׳איז גאָר אַ גרויסער אונטערשיד צי מען גיט אָפּ די נשמה אין דער מוטער׳ס שויס, צי אינעם שויס פון אַ ווילד־פרעמדער.
אַז מ׳איז דערנאָך געקומען און אָנגעזאָגט ר׳ אלעזר׳ן אין ארץ ישראל די שלעכטע בשורה פון עולא׳ס פּטירה, האָט ער אויסגערופן:
— אַך עולא! ס׳איז דיר באַשערט געווען אויף אַן אומריינער ערד צו שטאַרבן!
זאָגט מען אים: זיין ארון האָט מען אַהער געבראַכט.
— ס׳איז אָבער אַ גרויסער חילוק — זאָגט ר׳ אלעזר — צי די הייליקע ערד נעמט אויף דעם מענטשן ביי זיין לעבן, צי ערשט נאָך זיין טויט.
צוויי תנאים, ר׳ ברוקה און ר׳ אליעזר בן פּדת, האָבן געשפּאַצירט אונטער דער שטאָט טבריה. ביים טויער זעען זיי ווי עס קומט אָן ארונות מיט מתים פון חוץ לארץ. רופט זיך אָן ר׳ ברוקה צו ר׳ אליעזר׳ן:
— וואָס קומט אָט די דאָזיקע אַרויס דערפון? ביים לעבן האָבן זיי דאָס לאַנד פאַרלאָזט און איצט, נאָכן טויט, זענען זיי צו דעם ווידער ↰ 39 געקומען. אויף אַזעלכע זענען אָנגעפּאַסט די ווערטער פונעם נביא ירמי: „מיין נחלה איז אייך געווען דערווידער” — ביי אייער לעבן, „און געקומען זענט איר פאַראומרייניקן מיין לאַנד” — נאָך אייער טויט.
— ניין! — זאָגט אים ר׳ אליעזר — ס׳איז נישט אינגאַנצן אַזוי. קוים זענען זיי באַגראָבן אין הייליקן לאַנד און עס געדעקט זיי אַ רודע ארץ ישראל־ערד, איז עס שוין אויף זיי מכפּר, ווי די תורה זאָגט: „גאָטס ערד איז מכפּר אויף זיין פאָלק”.
אַז אויף משה רבנו איז נגזר געוואָרן ער זאָל שטאַרבן אין דער מדבר, האָט ער גענומען טענהן פאַר גאָט:
רבונו של עולם, יוסף׳ס נייגער האָבן יאָ געהאַט די זכיה אַריינקומען אין יידישן לאַנד, און מיר איז נישט באַשערט אַהין אַריינצוקומען?
— אַזוי באַדאַרף צו זיין — ענטפערט אים גאָט — יוסף האָט זיך פאַר קיינעם נישט געשעמט מיט זיין לאַנד און זייענדיק אין דער פרעמד, אין מצרים, האָט ער אָפן דערציילט: „מ׳האָט מיך אַוועקגעגנבעט פון יידישן לאַנד” — דערפאַר איז אים באַשערט געווען קומען צו קבורה אין זיין לאַנד. דו אָבער האָסט געהערט ווי יתרו׳ס טעכטער אין מדין דערציילן דעם פאָטער וועגן דיר: „אַ מאַן אַן עגיפּטער האָט אונדז גערעטעט פון די פּאַסטעכער׳ס הענט”, און דו האָסט דיין לאַנד פאַרשוויגן — דערפאַר איז דיר נישט באַשערט זאָלסט קומען צו קבורה אין דיין לאַנד.
ליבער איז ביי מיר — זאָגט גאָט — אַ קליין בינטל חכמים אין ארץ ישראל פון אַ גרויסן סנהדרין אין חוץ לארץ.
אַ לענגערע צייט נאָכן חורבן פונעם צווייטן בית המקדש איז דאָס רעכט אויף צו באַשטימען עיבור־יאָרן און ראשי חדשים פאַרבליבן, ווי פריער, נאָר אין די הענט פון די יידישע חכמים וואָס וואוינען אין ארץ ישראל. דורך דעם זענען יידן פון אַלע לענדער פעסט צוגעבונדן געווען צו זייער הייליק לאַנד.
און די ארץ ישראלדיקע חכמים האָבן זיך שטאַרק איינגעשטעלט פאַר דעם רעכט זייערסן, נישט דערלאָזט עס אָנצורירן. די גרעסטע צדיקים און חכמים — האָבן זיי געזאָגט — מעגן זיך געפינען אין חוץ לארץ, און עס זאָל נישט מער פאַרבלייבן אין ארץ ישראל ווי פּאַסטעכער פון שאָף און רינדער, דאַרף דאָס באַשטימען פון עיבור־יאָרן איינשטיין אין די הענט פון די פּאַסטעכער. נאָך מער, עס מעגן אין חוץ לארץ זיין ↰ 40 די גרעסטע נביאים און אין ארץ ישראל זאָלן נאָר פאַרבלייבן פּראָסטאַקעס, דאַרף דאָס באַשטימען פון עיבור־יאָרן געמאַכט ווערן דורך די פּראָסטאַקעס פון ארץ ישראל.
ר׳ אבהו פלעגט דערציילן וועגן דעם אַזאַ מעשה:
אַז דער גרויסער געלערטער ר׳ חנינא, דער זון פון ר׳ יהושע׳ס ברודער, איז אַוועק פון ארץ ישראל און האָט זיך געזעצט אין בבל, האָט ער אָנגעהויבן דאָרט באַשטימען עיבור־יאָרן און ראשי חדשים. שיקט מען אַהין פון ארץ ישראל צוויי תלמידי חכמים, ר׳ יוסי בן כיפּר און ר׳ זכריה בן קבוטל׳ס אַן אייניקל, זיי זאָלן מיט אים איינטענהן און דערפון אָפּהאַלטן. ווי ער האָט זיי דערזען פרעגט ער זיי: צוליב וואָס זענט איר אַהער געקומען?
— לערנען תורה זענען מיר אַהער געקומען — ענטפערן זיי.
מאַכט ער זיי אַ שיינעם קבלת־פּנים און לאָזט וועגן זיי מעלדן אין זיין שולע אַזוי: אָט די צוויי אָנגעקומענע געסט זענען פון די גרעסטע לייט אין אונדזער דור, פון די שענסטע מיוחסים — די עלטערן זייערע האָבן געדינט פאַר גאָט אין בית המקדש.
דערנאָך, בשעת ר׳ חנינא האָט זיך געשטעלט לערנען דעם שיעור פאַר די תלמידים, האָבן די צוויי לייט זיך גענומען אים אַלץ אָפּווענדן און דערווייזן פאַרקערט: זאָגט ער אויף אַ פאַל: אומריין, דערווייזן זיי: ריין; זאָגט ער: דאָס טאָר מען נישט, דרינגען זיי אויס: מען מעג. ווערט ער אויפגעבראַכט און לאָזט אויף זיי אויסרופן: אָט די דאָזיקע לייט זענען נישטיקע פּאַרשוינען, הוילע גאָרנישטן!
— פאַרפאַלן — זאָגן זיי — דו האָסט שוין איינמאָל געבויט, קענסטו נישט צעוואַרפן; איינמאָל פאַרצוימט — איז שווער די צוים אויסצעברעכן.
— פאַרוואָס־זשע — פרעגט ער זיי מיט אַ בייזער — רעדט איר מיר אַלץ דערווידער? איך זאָג: אומריין, זאָגט איר: ריין; איך זאָג: מען טאָר נישט, זאָגט איר: מען מעג!
— דערפאַר — זאָגן זיי — וואָס דו דערלויבסט זיך צו באַשטימען עיבור־יאָרן און ראשי הדשים אין חוץ לארץ.
זאָגט ער זיי: עקיבא בן יוסף האָט דאָך עס נאָך פאַר מיר געטאָן.
לאָז־געמאַך ר׳ עקיבאן — זאָגן זיי — ער האָט נישט איבערגעלאָזט אין ארץ ישראל נאָך איינעם אַזעלכן ווי ער.
— איך האָב אויך — שרייט ער אויס — נישט איבערגעלאָזט אין ארץ ישראל אַזוינעם ווי איך!
— דאַרפסט וויסן — זאָגן זיי אים — אַז די יונגע ציגעלעך וואָס דו האָסט איבערגעלאָזט זענען אויסגעוואַקסן און געוואָרן גרויסע צאַפּעס מיט שאַרפע הערנער, און זיי האָבן עס אונדז צו דיר געשיקט און אָנגעזאָגט אַזוי: גייט און גיט אים איבער אין אונדזער נאָמען: וועט ער פאָלגן איז רעכט; אויב נישט — וועט ער זיין אין חרם. און אונדזערע ברידער דאָרט אין גלות־לאַנד זאָלט איר זאָגן: פאָלגן זיי איז רעכט; אויב נישט — זאָלן זיי זיך אַלע אויפהייבן אויף אַ באַרג, זייער גרויסער אחיה זאָל אויסבויען דאָרט אַ מזבח, חנניה דער לוי זאָל צושפּילן אויפן פידל, און אַלע זאָלן זיך אָפּזאָגן פון גאָט און צוזאַמען אויסשרייען: זיי האָבן קיין חלק נישט אין יידישן גאָט!
דערהערט אַזעלכע ווערטער, האָט דער גאַנצער עולם אויסגעבראָכן אין אַ געוויין און אויסגעשריגן אויף אַ קול: חס ושלום, מיר האָבן אַ חלק אין יידישן גאָט!
און דער גאַנצער רעש איז געווען דערפאַר, ווייל נאָר „פון ציון דאַרף אַרויסגיין די תורה און גאָטס וואָרט פון ירושלים”.
ר׳ אליעזר הקפּר האָט געזאָגט:
ס׳וועט קומען אַ צייט, אַז אַלע שולן אין בתי מדרשים פון חוץ לארץ, וואו יידן לערנען און פאַרשפּרייטן תורה און חכמה, וועלן זיך איבערטראָגן און איינגעפלאַנצט ווערן אין ארץ ישראל.
— ווילסטו זוכה זיין צו זען די שכינה אויף דער וועלט — האָט געזאָגט ר׳ יוסי בן חלפתא צו זיין זון ר׳ ישמועאל — זאָלסטו לערנען תורה אין ארץ ישראל.
די תורה אין ארץ ישראל איז אַ „באר מים חיים” — אַ קוואַל פון לעבעדיק וואַסער.
די לופט פון ארץ ישראל מאַכט קלוג.
אַפילו פון אַ געוויינלעכן וואָכעדיקן שמועס פון די ארץ ישראל לייט קען מען אויך פיל לערנען.
אויב פונעם הימל האָט מען איינגעטיילט דער וועלט צען מאָס חכמה, איז ניין פון זיי אָנגעקומען אויפן חלק פון ארץ ישראל.
„די חכמה — זאָגט שלמה אין משלי — שפּילט זיך פאַר גאָט אויף דער וועלט זיין לאַנד” — אין גאָטס לאַנד האָט זיך די חכמה ↰ 42 וואו צו שפּילן: ס׳איז פאַר זיך אַ גאַנץ וועלטל: באַשאָנקען איז דאָס לאַנד פון גאָטס האַנט מיט אַלעס גוטן פון דער גאַנצער וועלט. אַלע אַנדערע לענדער — פאַרמאָגט איינס וואָס דעם אַנדערן פעלט. ארץ ישראל אָבער איז נישטאָ איין זאַך וואָס ס׳זאָל דעם פעלן. די ערד דאָרט איז געצירט פון אויבן מיט אַלע מיני געוויקסן און רייך אינעווייניק מיט אַלע מיני מעטאַלן.
„אַ גאָטס געבענטשטס איז דאָס לאַנד” — געבענטשטער פון אַלע לענדער. דער טוי באַפייכט די ערד אַלע צייטן און לעבעדיקע קוואַלן פרישן זי אָב. שטענדיק אָפן אַקעגן די וואַרעמע זון־שטראַלן און אָפן אַקעגן דער קילער לבנה־שיין, באַלאָדן מיט אַלעס גוטן און גאָטס ברכה פעלט אין זיין לאַנד קיינמאָל נישט אויס.
„אַ לאַנד פון בערג און טאָלן” — און פאַרשידנאַרטיק איז דאָרט דער באָדן. לייכטע ערד אין דער הויך אויף די בערג און פעסטע — אונטן אין די טאָלן. אַלערליי געוויקסן זעט דאָרט דאָס אויג אין איין און דער זעלבער צייט, בערג־געוויקסן פון אויבן און דערביי נאָענט טאָל־געוויקסן אין דער נידער, יעדעס געוויקס נאָך דער נאַטור פון זיין באָדן.
„נישט ווי דאָס לאַנד מצרים” — די נאָענטע שכנה, אַ לאַנד אָן רעגן, וואו די ערד איז פאַרטריקנט און פאַרשטיינערט, און אויב דער ערד־אַרבעטער באַגיסט זי נישט מיט זיין שווייס און מיט זיך נישט מיטן האַק און מיטן גראָב־אייזן און באַרויבט נישט פון זיינע אויגן דעם שלאָף — האָט ער פון איר גאָרנישט. נישט אַזוי איז ארץ ישראל: יידן דאָרטן שלאָפן נאָך רואיק אין די בעטן — און גאָט ברוך הוא שיקט פון זייערטוועגן פון הימל אַראָפּ מזל־ברכהדיקע רעגנס.
„אין דער צייט גיט גאָט די רעגנס” און מיט אַ מאָס — נישט צופיל, די ערד זאָל נישט איבערגעוואַסערט ווערן, און נישט צו ווייניק, זי זאָל נישט דאָרשטיק בלייבן, נאָר מיטלמעסיק, אויף יעדן פּלאַץ אַזוי, ווי פיל ס׳איז דאָרט פאַר די געוויקסן נייטיק.
זעלטן שיינע, פעטע און געראָטענע וואַקסן אויס אין ארץ ישראל די פרוכט און די תבואה. עס טרעפט זיך אַמאָל, ווי אַ שטייגער אין דער צייט פון ר׳ שמעון בן שטח׳ן, וואָס די ערד האָט אַרויסגעגעבן ווייצן, יעדער קערן ווי אַ ניר די גרויס, גערשטן ווי די יאָדערן פון איילבירטן און לינדזן ווי די גאָלדענע רענדלעך, און מוסטערן. דערפון האָט ↰ 43 מען איינגעבונדן און באַהאַלטן אויף חדשים צו ווייזן די שפּעטערדיקע דורות.
רמי בר יחזקאל איז געקומען אין דער שטאָט בני ברק, זעט ער ווי ציגן שטייען און עסן אונטער טייטלביימער. האָט פון די צייטיקע טייטלען געטריפט האָניק־זאַפט און פון די ציגן בריסט האָט גערונען מילך, און די ביידע, דער האָניק מיטן מילך, האָבן זיך צונויפגעמישט צוזאַמען.
— אָט וואָס הייסט ”ארץ זבת חלב ודבש”. אַ לאַנד וואָס פליסט מילך מיט האָניק! — האָט ער אויסגערופן.
ר׳ יהודה פון סיכנין האָט איינמאָל געזאָגט דעם זון: גיי אַרויף אויפן בוידעם און ברענג אונדז אַראָפּ פונעם פעסל דאָרט עטלעכע געפּרעסטע פייגן. גייט ער אַהין אַרויף, שטעקט אַריין די האַנט אין פעסל — איז דאָס גאָר פול מיט האָניק. קומט ער אַראָפּ און דערציילט עס דעם פאָטער.
— דער האָניק — זאָגט אים דער פאָטער — נעמט זיך פון די געפּרעסטע פייגן וואָס אין פעסל. פּרואוו אַריינשטעקן די האַנט טיפער וועסטו באַקומען די פייגן.
ר׳ חנינא דערציילט:
— אַז איך בין אָנגעקומען פון בבל קיין ארץ ישראל איז מיר געקומען צו דער האַנט אַ באָקסער, האָב איך אים געעפנט, האָט פון אים זיך אַרויסגעצויגן מיר אַ פולע האַנט מיט האָניק.
אַן אַנדערס מאָל — דערציילט ווידער ר׳ חנינא — האָב איך זיך אָנגעשלאָגן אויף אַזאַ גרויסן דיקן באָקסנבוים, אַז איך האָב אַראָפּגענומען מיין גאַרטל מיט מיין פאָטער׳ס און דערצו צוגעבונדן דעם לאַנגן גורט פון מיין בהמה, און געפּרואווט אַרומנעמען אַרום דעם שטאָק פונעם בוים — און ס׳האָט אַלץ נישט געקלעקט.
ר׳ חיא בר אבא האָט געלערנט מיט ריש לקיש׳ס קינדער. איינמאָל איז ער דריי טעג נאָכאַנאַנד נישט געקומען לערנען. אַז ער איז דערנאָך געקומען, פרעגט אים ריש לקיש: פאַרוואָס האָסטו איבערגעריסן דאָס לערנען?
— פון מיין פאָטער — ענטפערט ער אים — איז מיר איבערגעבליבן בירושה אַ וויינשטאָק, האָב איך פון אים געקליבן טרויבן דריי טעג כסדר: דעם ערשטן טאָג דריי הונדערט שטענגלעך, פון יעדן שטענגל אַ פעסעלע וויין; דעם צווייטן טאָג אויך דריי הונדערט שטענגלעך, קלענערע, פון צוויי אויף אַ פעסעלע וויין; דעם דריטן טאָג ווידער דריי הונדערט, שוין דריי אויף אַ פעסעלע וויין. און נאָך בין איך מיט דעם אינגאַנצן נישט פאַרטיק געוואָרן, און מער פון העלפט האָב איך געמוזט לאָזן הפקר.
ווער ווייסט — זאָגט אים ריש לקיש — ווען דו זאָלסט נישט געווען מבטל זיין פון לערנען וואָלט דיר דיין וויינשטאָק איינגעבראַכט פיל מער.
איינער אַ כופר האָט אַמאָל געזאָגט ר׳ חנינא׳ן:
— איר מעגט זיך טאַקע מיט אייער לאַנד איבערנעמען: מיין פאָטער האָט מיר איבערגעלאָזט בירושה אַ קליין שטיקל לאַנד אויף איין מעסטל זייען די גרויס, באַקום איך פון דעם אי בוימל, אי וויין, אי ברויט, אי אַרבעס, אי פוטער פאַר מיין בהמה.
ר׳ שמעון בן חלפתא האָט דערציילט:
— דער פאָטער האָט אונדז איבערגעלאָזט בירושה אין גאָרטן זיינעם אַ העפטל קרויט אויפן וואָרצל, איז עס אויסגעוואַקסן אַזוי הויך, אַז מיר פלעגן אויף דעם קלעטערן דורך אַ לייטער.
ר׳ יוסף פלעגט דערציילן:
— איינעם אין שיחון איז איבערגעבליבן פונעם פאָטער אין גאָרטן זיינעם אַ בוים מיט דריי צווייגלעך זענעפט, האָט מען פון איין צווייגל, וואָס האָט זיך אָפּגעריסן, גאַנצע ניין טעפּ זענעפט אַראָפּגענומען און מיט די ריטלעך זיינע האָט מען געדעקט אַ גאַנצן דאַך פון אַ סוכה.
ר׳ יהושע בן לוי איז איינמאָל געקומען קיין גבל, גייט ער פאַרביי וויינגערטנער, וואו די וויינשטאָקן זענען געשטאַנען שווער באַהאַנגען און געדיכט אָנגעזעצט מיט שטענגלעך טרויבן, ווייזט זיך אים אויס אַז קעלבלעך שטייען דאָרט. פרעגט ער: וואָס איז דאָרט פאַר קעלבלעך צווישן די וויינשטאָקן? ענטפערט מען אים: דאָס איז אַזעלכע גרויסע שטענגלעך טרויבן. זאָגט ער מיט אַ קרעכץ:
— אוי לאַנד, לאַנד! פאַר וועמען גיסטו אַרויס די פרוכט דיינע; אָט פאַר די אַראַבער, וואָס זענען אויף אונדז אָנגעשיקט געוואָרן איבער די גרויסע זינד אונדזערע! האַלט איין די פרוכט דיינע!
שפּעטער מיט אַ יאָר איז אַהין אָנגעקומען ר׳ חייא. זענען שוין די שטענגלעך טרויבן קלענערע געווען און האָבן זיך אים אויסגעוויזן ווי ציגעלעך. פרעגט ער: וואָס איז דאָס פאַר ציגעלעך צווישן די וויינשטאָקן? זאָגט מען אים:
— גיי שוין גיי! טו אונדז נישט ווי פאַראַיאָרן דער חבר דיינער...
דריי תנאים ר׳ חלבו, ר׳ עוירא און ר׳ יוסי בר חנינא, זענען געקומען קיין ארץ ישראל, איז מען זיי מכבד דאָרט מיט איין פערשקע די גרויס ווי אַ פינפמעסטלדיקער קעסל, האָבן זיי אַ דריטל דערפון אויפגעגעסן, אַ דריטל געגעבן זייער שטיק פי און אַ דריטל נאָך איבערגעלאָזט.
אין אַ יאָר אַרום איז געקומען ר׳ אליעזר, דערלאַנגט מען אים אויך פערשקעס שוין גאָר קליינע. נעמט ער זיי אין דער האַנט, באַטראַכט זיי און זאָגט: „דאָס פרוכטבאַרע לאַנד ווערט וויסט איבער דעם שלעכטס פון זיינע איינוואוינער”.
אַרום ירושלים האָבן געוואַקסן וועלדלעך פון צימערינגביימער, און ווען מען פלעגט מיט זיי הייצן, פלעגט דער געשמאַקער ריח זייערער זיך טראָגן איבער גאַנץ ארץ ישראל. דערנאָך, אַז ירושלים איז חרוב געוואָרן, זענען זיי אינגאַנצן פאַרשוואונדן געוואָרן, נאָר איין קליין שטיקעלע, ווי אַ גערשטן די גרויס, געפינט זיך נאָך דערפון אין שאַצקאַמער פון דער קיניגין צימצימאַי.
אויב פונעם הימל האָט מען איינגעטיילט דער וועלט צען מאָס שיינקייט, איז ניין פון זיי אָנגעקומען אויפן חלק פון ירושלים.
ירושלים איז דאָס אָרט, וואוהין עס ווענדן זיך אַלע יידישע הערצער פון דער גאַנצער וועלט.
ירושלים איז אַ שטאָט, וואָס מאַכט אַלע יידן פאַר חברים, ברידער פון איין פאָלק.
ירושלים איז דאָס פּלאַץ פון וואַנען עס שטאַמען אַרויס אַלע נביאישע גייסטער.
רוים און ירושלים — זאָגט דיר איינער, אַז ביידע זענען חרוב — גלויב נישט; זאָגט ער אַז ביידע זענען געבויט — גלויב נישט. איז די חרוב מוז יענע געבויט זיין, איז יענע חרוב — מוז די געבויט זיין.
ר׳ שמואל בר נחמני זאָגט: מיר האָבן אַ קבלה פון אבות־אבותינו, אַז ירושלים וועט אַנדערש נישט געבויט ווערן ביז ס׳וועלן זיך פריער אין ארץ ישראל פאַרזאַמלען יידן פון אַלע גלות־לענדער.
אין נאָמען פון ר׳ מאיר ווערט איבערגעגעבן:
יעדער איינציקער וואָס געזעצט זיך אויף שטענדיק אין ארץ ישראל און רעדט אויף לשון קודש, פאַרזיכערט ער זיך דאָס אייביקע לעבן.
ר׳ יוסי בן עקיבא האָט געזאָגט:
די תורה זאָגט אָן: „איינלערנען זאָלט איר זיי (גאָטס ווערטער) מיט אייערע קינדער צו רעדן אין זיי” — דאָס הייסט, האָבן אויף דעם די חכמים געזאָגט, אַז ווי אַ יידיש קינד הייבט נאָר אָן צו רעדן, דאַרף דער פאָטער זיינער רעדן מיט אים לשון קודש און לערנען תורה; טוט ער נישט אַזוי — איז גלייך ווי ער זאָל אים באַגראָבן אַ לעבעדיקן, ווי די תורה זאָגט דאָרט: „איינלערנען זאָלט איר זיי מיט אייערע קינדער צו רעדן אין זיי — כדי איר זאָלט האָבן לאַנגע יאָרן, איר און אייערע קינדער”; טוט איר אָבער דאָס נישט, האָט איר זיך און אייערע קינדער פאַרקירצט די יאָרן.
יידן האָבן זוכה געווען אויסגעלייזט צו ווערן פון מצרים דערפאַר וואָס זיי האָבן זיך פעסט געהאַלטן ביי זייערס, נישט איבערגענומען פרעמדע מנהגים; זיי האָבן נישט געענדערט זייערע נעמען: אָנגעקומען זענען זיי אַהין „ראובנס” מיט „שמעונס”, און „ראובנס” מיט „שמעונס” ↰ 48 זענען זיי פון דאָרט אַרויסגעגאַנגען; נישט איבערגעדרייט „ראובן” אויף „רופוס”, „יהודה” אויף „יוליאַן”, „יוסף” אויף „יוסטוס”, „בנימין” אויף „אלכסנדר”. זיי האָבן אויך נישט געענדערט זייער שפּראַך, גערעדט נישט אויף מצרים־לשון, נאָר אויף זייער אייגענעם לשון קודש.
אין ארץ ישראל, וואו דאָס רוב יידן האָבן צו דער צייט פון נאָכן חורבן גערעדט סיריש (אַן אַראַמישער דיאַלעקט), פלעגט ר׳ יהודה הנשיא זאָגן: צו וואָס טויג יידן דאָ אין ארץ ישראל די סירישע שפּראַך? אָדער מען דאַרף רעדן אויף דער אמת׳ער יידישער שפּראַך, אויף לשון קודש, אָדער אויף דער וועלט שפּראַך, אויף גריכיש.
אין בבל, וואו דאָס רוב יידן האָבן גערעדט אַראַמיש, פלעגט ר׳ יוסי זאָגן: וואָס טויג יידן אין בבל די אַראַמישע שפּראַך? — אָדער די אייגענע שפּראַך, לשון קודש, אָדער די רעגירונגס־שפּראַך — פּערסיש!
ר׳ שמעון בר נחמן זאָגט: האַלט נישט די סירישע (אַראַמישע) שפּראַך פאַר גרינג, מיר געפינען, אַז אומעטום, סיי אין דער תורה, סיי אין די נביאים און סיי אין כתובים, האָט גאָט איר אָפּגעגעבן כבוד אין דער תורה און אין די נביאים געפינען זיך איינציקע ווערטער און אַמאָל אויך אַ גאַנצער פּסוק אויף אַראַמיש, און אין כתובים געפינען זיך אַראַמישע גאַנצע קאַפּיטלען און כמעט אַ גאַנצער ספר.
אַז גאָט־ברוך הוא איז אַראָפּגעקומען אויפן באַרג סיני צו געבן יידן די תורה, איז דאָס ערשטע וואָרט, מיט וועלכן ער האָט זיך צו זיי געווענדט, געווען אויף יענער שפּראַך, וואָס זיי זענען געוויינט געווען צו הערן אין מצרים — אויף דער עגיפּטישער: „אנכי ה׳ אלהיך” — איך בין גאָט דיין גאָט — האָט ער זיי געזאָגט, נישט „אני ה׳ אלהיך”; אויף „איך” זאָגן די עגיפּטער „אָנך”.
עס קומט אויס, ווי ביי איינעם אַ קיניג האָבן רויבער געפאַנגען זיין געליבטן זון. האָט ער דאָרט, צווישן זיינע פענגער, פאַרבראַכט אַ לאַנגע צייט ביז ער האָט זיך צוגעוויינט צו זייער לשון. דערנאָך האָט זיך דער פאָטער דערוואוסט וואו דער זון זיינער געפינט זיך, איז ער געקומען ↰ 49 אַהין, זיך אָנגערעכנט מיט די רויבער און באַפרייט דעם זון זיינעם.
נעמט ער מיט אים רעדן, זעט ער אַז דער זון פאַרשטייט די ווערטער נישט גאָר קלאָר; האָט ער געמוזט צום אָנהייב זיך מיט אים צונויפרעדן אויף יענער שפּראַך פון די רויבער: „איך, זון מיינער, בין דיין פאָטער”.
אויפן באַפעל פונעם קיניג תלמי האָבן יידישע געלערטע, אין דער צייט פונעם צווייטן בית המקדש, גענומען איבערזעצן די תורה אויף גריכיש. און יענער טאָג איז געווען פאַר יידן אַ שווערער פינצטערער טאָג ווי דער טאָג ווען יידן האָבן געמאַכט דעם עגל; ווייל איבערזעצן די תורה ווי עס געהער צו זיין איז אַן אוממעגלעכע זאַך.
ר׳ יוסי זאָגט:
די הייליקע שריפטן אין זייער איבערזעצונג האָבן נישט די קדושה ווי אין לשון קודש. מיין פאָטער חלפתא איז אַמאָל געקומען צו רבן גמליאל׳ן אין טבריה, האָט ער אים געפונען ווי ער זיצט ביים טיש און לייענט דעם ספר איוב אין אַ איבערזעצונג. זאָגט מיין פאָטער צו אים: „מיר געדענקט זיך אַז דער עלטער־פאָטער דיינער, רבן גמליאל הזקן, איז אַמאָל געזעסן אויף די טרעפּ פון הר־הבית, האָט מען געבראַכט פאַר אים דעם ספר איוב אין אַן איבערזעצונג. נעמט ער דעם ספר, דערלאַנגט אים דעם מויערער, וואָס איז געשטאַנען דערנעבן, און זאָגט אים: „פאַרמויער אים אונטער די שטיינער פון דער וואַנט; זאָל מען אים נישט לייענען”. דערהערט אַזעלכע ווערטער פון מיין פאָטער, האָט רבן גמליאל אויך זיין איבערגעזעצטן ספר איוב געהייסן באַלד פאַרשטעקן אין דער גניזה (אַן אָרט, וואו מען פלעגט געהאַלטן צעריסענע אָדער פּסול׳ע ספרים).
„אַ נישטיקס האָב איך דיך פאַררעכנט צווישן די פעלקער — זאָגט דער נביא עובדיה אויף די בני אדום אין גאָטס נאָמען — זייער אַ מבוזהדיקס ביסטו” — דאָס איז דערפאַר ווייל אדום האָט נישט קיין אייגענע שריפט און קיין אייגענע שפּראַך.
צום זינגען איז די פּאַסנדסטע שפּראַך — גריכיש; צום מושטירן און קאָמאַנדירן — רוימיש (לאַטייניש); אויף עלעגיען און קלאָג־לידער ↰ 50 — פּערסיש; צום שמועסן און דערציילן — העברעאיש; צום שרייבן — ווי אייניקע מיינען — אַשוריש.
רב זאָגט: די יהודה־לייט אין ארץ ישראל, וואָס האָבן געלייגט אַכט אויף זייער שפּראַך און זיך געהיט זי זאָל ביי זיי אין מויל נישט פאַרגרייזט ווערן, האָט זיך דערפאַר ביי זיי די תורה פעסט געהאַלטן; די גליל לייט, וואָס האָבן ווייניק געלייגט אַכט אויף זייער שפּראַך, האָט זיך אויך די תורה ביי זיי נישט געהאַלטן און זיי זענען מיט דער צייט געוואָרן פאַרגרעבט.
די יהודה־לייט ביים רעדן פלעגן אויסדריקן זייער געדאַנק שאַרף און קלאָר, מיט אַ ריינער אויסשפּראַך, אַזוי, אַז מען זאָל נישט קענען קיין טעות האָבן אינעם מיין פון די ווערטער. די גליל לייט אָבער פלעגן רעדן נישט מיט קיין קלאָרער אויסשפּראַך, איינגעשלונגען האַלבע ווערטער, אַזוי אַז ס׳איז אָפט שווער געווען צו פאַרשטיין זייער מיין. גייט אַ גלילער אין מאַרק און פרעגט ווער האָט חמר צו פאַרקויפן, מוז מען זיך ביי אים דערפרעגן וואו דער חמר שטייט, צי אין שטאַל (חמור — אַן אייזל) צי אין קעלער (חמר — וויין).
שרעקלעכע קללות, איינע שווערער און ביטערער פון דער אַנדערער, שיטן זיך אין דער תוכחה אויף די יידישע קעפּ. די ביטערסטע פון זיי אַלע — איז גלות.
„איך וועל אייך צעוויין צווישן די פעלקער” — האָט געזאָגט דער נביא יחזקאל צו די יידן אין גאָטס נאָמען, און אין דעם ליגט טאַקע אַ מוראדיקער שטראָף פאַר די יידן. ווערן מענטשן פאַרטריבן פון זייער לאַנד אין דער פרעמד, קוים אָבער זיי זיצן צוזאַמען אין איין אָרט — זעען זיי זיך איינער מיטן אַנדערן און געפינען אין דעם אַ שטיקל טרייסט. אויף יידן אָבער איז אַרויס אַ גזר: „צעווייט וועט איר זיין צווישן די פעלקער”, צעווייט און צעשפּרייט, צעווייט צווישן פעלקער און צעשפּרייט אין פרעמדע לענדער, איינער דערווייטערט און אָפּגעזונטערט פונעם אַנדערן, אַזוי גלייך ווי די קערנער פון תבואה בשעת ווייען מיטן שופל וואָס צעשיטן זיך אין דער לופטן איינציקווייז, נישט אָנצורירן זיך איינס אינעם אַנדערן.
ס׳איז פאַראַן נאָך אַנדערע פעלקער, וואָס זענען פאַרטריבן צווישן פרעמדע, ווייסן זיי נישט דעם אמת׳ען טעם פון גלות: פאָרט ווי אייגענע, די זעלבע מידות, די זעלבע אויפפירונגען. יידישער גלות אָבער איז טאַקע אַן אמת׳ער גלות עלנט זענען זיי צווישן די פעלקער, קענען זיך ↰ 52 נישט מיט זיי צונויפגיין, נישט עסן, נישט טרינקען צוזאַמען, און אָפּגעזונטערט זענען זיי פון אַלעמען מיט זייערע גענג, מיט זייער גאַנצן אַרט לעבן.
„פאַרקויף מיר היינטיקן טאָג”... — האָט זיך יעקב געבעטן ביי עשו׳ן, פאַרן אָפּקויפן די בכורה — אַ כאָטש איין און איינציקן טאָג אַזעלכן ווי דיינעם. פאַרקויף מיר! לאָמיך איין טאָג וויסן פון אַ וועלט צו זאָגן און רואיק ווי דו געניסן פון מיין לעבן.
אויף דעם זאָגט ר׳ אחי: מען זאָל נעמען באַרעכענען ווי געהער צו זיין אַלץ וואָס יעקב האָט איבערגעלעבט אינעם לאַנגן גלות, וועט מען געפינען קוים איין טאָג וואָס יעקב איז געזעסן אַביסל רואיק אונטער׳ן שאָטן פון עשו׳ן.
„אַ פריי אָרט זאָלט איר לאָזן צווישן איין הערדע און דער אַנדערער” — האָט יעקב אָנגעזאָגט זיינע פּאַסטעכער ווען זיי האָבן אָפּגעפירט די מתנות עשו׳ן, און געטענהט האָט ער דערביי:
רבונו של עולם! איז שוין יאָ באַשערט מיינע קינדער זיי זאָלן ליידן צרות פון עשו׳ס קינדער, זאָלן די צרות נישט שיטן זיך איינע נאָך דער אַנדערער, לאָז זיין אין מיטן אַ פרייע שעה די קינדער מיינע זאָלן קענען אָפּאַטעמען און אַביסל צו זיך קומען.
- „אויף מיין געלעגער אין די נעכט
- האָב איך מיין ליבהאַרציקן געזוכט,
- געזוכט און נישט געפונען”.
— רבונו של עולם — טענהט די כנסת ישראל פאַר גאָט — אַמאָליקע צייטן פלייגסטו צווישן איין פינצטערער נאַכט און דער אַנדערער באַווייזן מיר די ליכטיקע שיין. אַזוי איז געווען אַמאָל צווישן דער נאַכט פון גלות מצרים און דער נאַכט פון גלות בבל, דערנאָך צווישן דער נאַכט פון בבל און דער נאַכט פון פּרס, צווישן דער נאַכט פון פּרס און דער נאַכט פון יוון (גריכן), צווישן דער נאַכט פון יוון און דער נאַכט פון אדום (רוימער), — היינט אָבער ציט זיך פאַר מיר דער גלות ווי איין לאַנגע פינצטערע נאַכט אָן איין ביסעלע שיין צווישן.
ווער האָט אָנגעשריבן די מגילת תענית, דעם איינציקן ספר הזכרון, וואו ס׳זענען פאַרצייכנט כסדר די אַלע צרות און אומגליקן וואָס ↰ 53 יידן אין די צייטן פון בית שני זענען איבערגעקומען? — חנניה בן חזקיהו מיט זיינע לייט, וועלכע האָבן טייער געשעצט די ליידן פון יידישן פאָלק און האָבן זיך געזאָרגט דערפאַר עס זאָל נישט פאַרגעסן ווערן פון די שפּעטערדיקע דורות.
— אייגנטלעך — האָט געזאָגט וועגן דעם ר׳ שמעון בן גמליאל — ווייסן מיר אויך ווי טייער צו שעצן די יידישע צרות, נאָר וואָס זאָלן מיר טון? אויב מיר זאָלן זיך נעמען פאַרצייכענען אַלץ וואָס יידן ליידן־איבער אין אונדזערע צייטן וואָלטן מיר קיינמאָל נישט געענדיקט.
אַנדערע זאָגן דערויף: דאָס לייב פון אַן אָפּגעשטאָרבענעם פילט שוין נישט דעם שנייד־מעסער.
די רוימישע קיניגרייך האָט איינמאָל אַרויסגעלאָזט אַ גזירה אויף יידן, זיי זאָלן זיך נישט פאַרנעמען מיט תורה לערנען, זיי זאָלן נישט מל זיין זייערע קינדער און זיי זאָלן מוזן מחלל שבת זיין. איז אַוועקגעגאַנגען ר׳ יהודה בן שמוע מיט זיינע חברים צו אַ רוימישער מאַטראָנע וואָס איז געווען באַפריינדעט מיט די פאַרנעמסטע רוימער, און האָבן זיך מיט איר אַן עצה געהאַלטן וואָס מען טוט. רופט זי זיך אָן צו זיי: קלייבט זיך צונויף ביינאַכט איבער די גאַסן און שרייט מיט קולות — האָבן זיי אַזוי געטאָן. אַ גאַנצע נאַכט זענען זיי איבער די גאַסן אַרומגעגאַנגען און מיט קולות געשריגן:
אוי, גאָט אין הימל! צי זענען מיר נישט אייערע ברידער? צי זענען מיר נישט קינדער פון איין פאָטער און פון איין מוטער? מיט וואָס זענען מיר אַנדערש פון אַלע איבעריקע פעלקער, וואָס איר לאָזט אַרויס אויף אונדז אַזעלכע שווערע גזירות?
און דאָס געשריי האָט געהאָלפן: די גזירות זענען באַלד בטל געוואָרן.
„די באַליידיקער אירע זענען געוואָרן אַן אויבערהאַר” — קלאָגט דער מקונן אין זיינע קינות אויפן חורבן פון ציון. אויף דעם האָט ר׳ יוחנן געזאָגט: אַזוי איז שוין, דער וואָס טוט אָן צרות יידן ווערט ער אַן אויבערהאַר.
ר׳ יוסי האָט געזאָגט:
— אַלע מיינע יאָרן איז מיר אויסגעקומען קשהדיק די ווערטער פון דער תוכחה אויף יידן: „דו וועסט טאַפּן אין מיטן העלן טאָג ↰ 54 ווי דער בלינדער טאַפּט אין דער פינצטערניש” — וואָס הייסט עס, איז דעם בלינדן דען נישט אַלץ איינס פינצטער צי ליכטיק? ביז ס׳האָט זיך מיט מיר געמאַכט אַזאַ צופאַל: איינמאָל אין אַ שטאָק־פינצטערער נאַכט בין איך געגאַנגען אין וועג, באַגעגן איך אַ בלינדן וואָס קומט מיר אַקעגן און האַלט אַ אָנגעצונדענעם פאַקעל אין דער האַנט, פרעג איך אים: זאָג מיר, זון מיינער, וואָס טויג דיר אָט דער פאַקעל?
— פאַרשטייסטו מיך — ענטפערט דער בלינדער — אַזוי לאַנג איך טראָג דעם פאַקעל זעען מיך די פאַרבייגייער און זיי היטן מיך שוין אָפּ פון אַ גרוב אָדער אַ שטיין צי אַ קלאָץ אויפן וועג.
ר׳ אליעזר בן עזריה האָט געזאָגט:
איך נעם זיך אונטער צו באַפרייען אַלע יידן פון שטראָף פאַר זייערע זינד פון נאָכן חורבן אָן ביז היינטיקן טאָג. ווי רופט אָן דער נביא די יידישע אומה אין גלות: „אָרעמע און שיכור׳ע נישט פון וויין” — אָרעם און דערשלאָגן זענען יידן, פאַרדרייט דער קאָפּ און שיכור נישט פון וויין, נאָר פון צרות און פּיין. און אַ שיכור׳ער קען דען זיין פאַראַנטוואָרטלעך פאַר דעם וואָס ער טוט אָב?
אין דער צייט פונעם גרויסן הונגער אין גאַנצן לאַנד כנען, ווען יעקב האָט געזאָלט שיקן די קינדער קיין מצרים איינקויפן דאָרט ברויט פאַר זייער הויזגעזינד, האָט ער זיך צו זיי געווענדט מיט די ווערטער:
— „קינדער מיינע, צו וואָס זאָלט איר זיך אַרויסווייזן?” — באַווייזן זאָלט איר זיך נישט ווי קיין זאַטע נישט פאַר עשו׳ן און נישט פאַר ישמעאלן, איר זאָלט נישט אויפרייסן די אויגן.
ר׳ יהושע בן קרחה דערציילט:
— איינמאָל בין איך מיט נאָך עטלעכע חברים געזעסן אונטער אַ בוים. פּלוצים האָט אַ בלאָז געטאָן אַ ווינטעלע און געמאַכט אַ גערויש צווישן די בלעטער. האָבן מיר זיך אויפגעכאַפּט און גענומען אַנטלויפן אין איין שרעק: „אוי וויי, דעם שונא׳ס ריטער זענען אויף אונדז אָנגעפאַלן”. דערנאָך קוקן מיר זיך אום. לאָזט זיך אויס אַז ס׳איז נישטאָ ↰ 55 קיינער. האָבן מיר זיך אַנידערגעזעצט און זיך צעוויינט: אָך און וויי איז אונדז צו וואָס מיר זענען געקומען! מקוים געוואָרן איז אויף אונדז די קללות פון דער תוכחה: „דער גערויש פון אַ בלאַט וועט אייך פאַריאָגן”.
אין דער שטאָט ציפּורי איז אַמאָל אָנגעקומען פון דער רעגירונג שווערע גזירות אויף יידן. קומען די פאָרשטייער פון שטאָט אַן עצה פרעגן ביי ר׳ אליעזר בן פּרטה:
— רבי — זאָגן זיי אים — ס׳איז אָנגעקומען אויף אונדז פון דער רעגירונג שווערע גזירות און מיר קענען זיך פון זיי אויסבאַהאַלטן. ווי מיינסטו, אַנטלויפן?
האָט ער מורא געהאַט אָפן זיי אַרויסצוזאָגן און האָט געענטפערט פאַרשטעלט:
— וואָס פרעגט איר מיך? פרעגט בעסער ביי יעקב אבינו, ביי משה רבנו, ביי דוד המלך.
וואָס שטייט ביי יעקבן, ווען עשו האָט פאַרטראַכט אים אומצוברענגען? — „ויברח יעקב”, איז ער אַנטלאָפן. דאָס אייגענע האָט געטאָן משה פאַר פּרעהן און דוד פאַר שאול׳ן.
און דאָסזעלבע ראָט דער נביא אין נאָמען פון גאָט דעם יידישן פאָלק: „גיי מיין פאָלק, אַריין אין דיינע צימערן, באַהאַלט זיך אַ קליינע וויילע ביז דער צאָרן וועט איבער” — זעסטו אַז עס קומט אָן אַ ווילדע צייט, שטעל זיך איר נישט אַקעגן, טרעט איר בעסער אָפּ דאָס אָרט ביז זי וועט איבערגיין. קוקט אויף מיר: איך אַפילו, דער אַלמעכטיקער, טרעט אויך אַמאָל אָפּ דעם וועג דער צייט. ווי דער מקונן זאָגט אין דער צייט פונעם חורבן: „צוריקגעהאַלטן האָט ער (גאָט) זיין רעכטע האַנט”.
ר׳ פּנחס דערציילט: צוויי אויסגעלאַסענע שיכורע גויות אין אשקלון האָבן זיך אַמאָל צעקריגט. אינעם רעכטן ברען פון קריג שרייט אויס איינע דער אַנדערער: „גייסט נישט אַוועק פון דאַנען? דו אַזוינע און אַזעלכע, דו יידישע צורה איינע!” אין אַ צייט אַרום האָבן זיי זיך ביידע איבערגעבעטן, זאָגט די באַליידיקטע צו דער אַנדערער: אויף אַלע זלזולים דיינע בין איך דיר מוחל, נאָר איינס וועל איך דיר אייביק נישט מוחל זיין — וואָס דו האָסט זיך דערלויבט מיך אָנצורופן „יידישע צורה”.
און אויף דעם קלאָגט דער מקונן אין איכה:
- אָ, זע גאָט, קוק־צו
- ווי איך בין געוואָרן אַ שימפּפוואָרט!
אַלעמאָל ווען גאָט ברוך הוא דערמאָנט זיך, אַז די קינדער זיינע געפונען זיך אין גרויסע ליידן צווישן די פעלקער, לאָזט ער, כביכול, פאַלן צוויי טרערן אין גרויסן ים אַריין און זייער אָפּקלאַנג לאָזט זיך הערן פון איין עק וועלט אין דעם אַנדערן — און דערפון נעמט זיך דאָס ערדציטערניש.
אַנדערע זאָגן: ער לאָזט דאַמאָלס אַרויס אַ לייבנגעבריל און אַלע וועלטן הויבן אָן ציטערן, ווי דער נביא זאָגט:
- גאָט גיט אַ בריל פון דער הויך,
- און פון זיין הייליקן וואוינאָרט לאָזט ער אַרויס זיין שטים,
- ברילן ברילט ער איבער זיין רו־פּלאַץ (ירושלים).
אַ רוימער האָט געפרעגט ר׳ עקיבאן:
— פון וואַנען, ערקלער מיר, נעמט זיך דאָס ערדציטערניש?
האָט ער אים געענטפערט:
— אַלעמאָל ווען דער אייבערשטער דערזעט די טעמפּלען פון פרעמדע געטער און די אַלע אַנדערע פעלקער, ווי זיי זיצן זיך רואיקע און צופרידענע און ווייסן נישט פון קיין זאָרג אין דער וועלט, און ער זעט ווידער ווי זיין אייגענער טעמפּל איז פאַרוויסט און זיין אייגן פאָלק איז איבערגעגעבן אין גויאישע הענט, גיט אים, כביכול, אַ ברען און ער לאָזט אַרויס אַ בריל — און דערפון ווערן הימל און ער דערציטערט.
ר׳ יוסי דערציילט:
— איינמאָל בין איך געגאַנגען אין וועג, האָב איך אָפּגעטראָטן אין איינע פון די הייליקע ירושלימער חורבות דאָרט תפילה צו טון. איז געקומען אליהו, דערמאָנט זאָל ער זיין צום גוטן, מיך אָפּגעוואַרט ביי דער טיר ביז איך האָב געענדיקט מיין תפילה. דערנאָך באַגריסט ער מיך: פריד צו דיר, רבי!
ענטפער איך אים צוריק: פריד צו דיר, רבי און לערער מיינער!
— זון מיינער — פרעגט ער מיך — צוליב וואָס ביסטו אָפּגעטראָטן אין דער חורבה?
— תפילה טון — ענטפער איך אים.
— האָסטו געזאָלט תפילה טון אין וועג.
— איך האָב מורא געהאַט, די וועגגייער זאָלן מיך נישט איבעררייסן.
פרעגט ער מיך ווייטער:
— זון מיינער, וואָס פאַר אַ שטים האָט זיך דיר געלאָזט הערן אין דער חורבה?
— געהערט האָב איך אַ בת קול ברומט שטיל ווי אַ טויב און זאָגט:
- וויי מיר, פאַרוויסט געמאַכט מיין הויז,
- פאַרברענט מיין טעמפּל,
- פאַרטריבן מיינע קינדער
- צווישן פעלקער!
זאָגט ער מיר:
— זון מיינער, ווי דו זעסט מיך לעבן, נישט דאָס מאָל אַליין, נאָר טאָג־טעגלעך דריי מאָל אין טאָג לאָזט זיך אַזאַ שטים הערן. און איבערהויפּט אַלעמאָל ווען יידן גייען אַריין אין די שולן און בתי מדרשים און ענטפערן אויף אַ קול: „אמן יהא שמי רבא מבורך (אָמן, זאָל זיין גרויסער נאָמען געלוינט זיין), שאָקלט, כביכול, גאָט ברוך הוא מיטן קאָפּ און זאָגט דערביי:
- — אַז וואויל איז דעם קיניג,
- וואָס מען לוינט אים אַזוי אין זיין אייגן הויז!
- וואָס האָט אָבער דער פאָטער,
- וואָס האָט פאַרטריבן זיינע אייגענע קינדער?
- און וויי איז די קינדער,
- וואָס זענען פאַרטריבן פונעם פאָטערס טיש!
„מיט אים (מיטן פאָלק מיינעם) בין איך אין אומגליק” — זאָגט דער משורר אין תהלים אין נאָמען פון גאָט. און אַזוי זאָגט אויך דער נביא: „אין אַלע לייד זייערע איז אים לייד”.
און אַז גאָט ברוך הוא האָט זיך געוויזן צו משה רבנו פונעם דאָרן־בוים, האָט ער דערמיט געגעבן אָנצוהערן: משה, צי פילסטו נישט, ↰ 58 אַז איך לייד מיט די יידן צוזאַמען? אָט זע דאָס אָרט פון וואַנען איך רעד מיט דיר, פון די דערנער אַרויס — דאָס הייסט: איך בין, כביכול, אַ שותף אין זייערע ליידן.
- אויב איר הערט עס נישט —
- אין געהיים וויינט מיין זעלע
- איבערן שטאָלץ” —
אַזוי זאָגט דער נביא ירמיו אין נאָמען פון גאָט. אויף דעם האָט רב געזאָגט: אַן אָרט אַזוינס איז פאַראַן ביי גאָט ברוך הוא, „מסתרים” (געהיים) הייסט עס. אַהין פאַרקלייבט זיך די שכינה און אַן איינזאַמע וויינט זי פאַר זיך.
„איבערן שטאָלץ” וויינט זי — זאָגט רב שמואל בר יצחק — איבער דעם שטאָלץ וואָס איז אַוועק פון יידן און איבערגעגעבן געוואָרן אַנדערע פעלקער.
און אַזוי איז שוין אַלעמאָל — זאָגט זבדי בן לוי — איידער יידן זענען אויסגעלייזט געוואָרן פון מצרים זענען זיי געווען פאַר זיך און די שכינה פאַר זיך. ווי נאָר זיי זענען אויסגעלייזט געוואָרן זענען זי צוזאַמענגעבונדן געוואָרן ווי איינס. דערנאָך, אַז די יידן זענען ווידער פאַרטריבן געוואָרן (קיין בבל), איז ווידער די שכינה געבליבן איינזאַם. און אויף דעם קלאָגט דער מקונן: „איכה ישבה בדד” — אָ, ווי איינזאַם זי איז געבליבן זיצן!
נישט אומזיסט ווערן די גרויסע לייט פון עזרא׳ס און נחמי׳ס דור אָנגערופן מיטן נאָמען „אנשי כנסת הגדולה” (די מענער פון דער גרויסער פאַרזאַמלונג), ווייל זיי האָבן אומגעקערט די געטלעכע קרוין צו איר אַמאָליקער פּראַכט. משה רבנו אַז ער האָט גאָט געלויבט האָט ער אים גערופן מיטן נאָמען: „דער גאָט דער גרויסער, דער שטאַרקער און דער פאָרכטיקער”. ירמיו הנביא אָבער, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן פונעם בית המקדש, האָט זיך געטראַכט: פרעמדע פעלקער האָבן זיך אַריינגעריסן צו אים אין זיין טעמפּל און ברעכן די ווענט זיינע — וואו־זשע איז זיין פאָרכטיקייט? האָט ער דערפאַר אין זיין לויב צו גאָט שוין נאָר געזאָגט: „דער גרויסער, דער שטאַרקער”, און ↰ 59 נישט „דער פאָרכטיקער”. דערנאָך דניאל, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם גלות בבל האָט זיך געטראַכט: פרעמדע פעלקער אונטערדריקן אַזוי די קינדער זיינע — וואו־זשע איז זיין גבורה? האָט ער שוין אין זיין לויב צו גאָט נאָר געזאָגט: „דער גרויסער און דער פאָרכטיקער”, און נישט „דער שטאַרקער”. זענען געקומען דערנאָך די אנשי כנסת הגדולה און האָבן געזאָגט: אַדרבא, אין דעם אַליין שטעקט טאַקע די אמת׳ע גבורה זיינע, וואָס ער געוועלטיקט איבער זיך אַליין און האַלט איין דעם צאָרן זיינעם, נישט אויסלאָזן אים באַלד אויף די רשעים; און אין דעם אַליין ווידער ליגט זיין גאַנץ פאָרכטיקייט: ווען נישט די שרעק פאַר גאָט ברוך הוא ווי וואָלט דען מעגלעך געווען, אַז איין קליינע אומה זאָל קענען לעבן בלייבן צווישן זיבעציק אומות!
דער קיסר אדרינוס האָט איינמאָל אַ זאָג געטאָן ר׳ יהושע׳ן:
— ווי גרויס איז דאָס שעפעלע וואָס קען זיך האַלטן צווישן זיבעציק וועלף!
— ווי גרויס איז דער פּאַסטעך — רופט זיך אָן ר׳ יהושע — וואָס רעטעט און געהיט פון זיי דאָס שעפעלע און ברעכט זיי פאַר דעם איין! ווי דער נביא זאָגט וועגן יידישן פאָלק: „וואָס פאַר אַ מיטל עס זאָל נישט צוגעטראַכט ווערן אַקעגן דיר, וועט עס נישט געראָטן”.
„גאָט, נישט מיט דיין צאָרן זאָלסטו מיך שטראָפן” — בעט זיך דער ייד ביי גאָט ברוך הוא מיט די ווערטער פונעם משורר אין תהלים — אויב שטראָפן מוזסטו מיך פאַר די זינד מיינע, לאָז עס נישט זיין מיט גרויס צאָרן, איך זאָל האָבן כוח עס איבערצוטראָגן.
ר׳ חנינא זאָגט דערויף אַ משל:
אַ קיניג איז בעז געוואָרן אויף זיין זון. האָט ער זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַ שבועה, אַז ער וועט וואַרפן דעם גרויסן שטיין וואָס ליגט פאַר זיינע אויגן דעם זון אין קאָפּ. נאָכדעם, אַז דאָס האַרץ איז אים אָנגעגאַנגען, האָט זיך דער פאָטער געטראַכט: וועל איך מיין שבועה אויסהאַלטן, וועט עס אים דאָס לעבן קאָסטן, נישט האַלטן די שבועה קען איך אָבער אויך נישט. וואָס־זשע טוט מען דאָ? פאַלט דער קיניג אויף אַן עצה און הייסט באַלד צעשטויסן דעם שטיין אויף ברעקלעך און וואַרפט זיי אויפן זון איינציקווייז. קומט אויס אַז ער האָט אי די שבועה מקיים געווען, אי דעם זון האָט עס נישט געשאַדט.
פון שעיר רופט צו מיר אַ שטים:
- „אָ היטער!
- ווי האַלט די נאַכט?
- אָ היטער!
- וואָס וועט זיין פון דער נאַכט?”
דער היטער ענטפערט:
- „באַלד קומט דער מאָרגן
- און אויך אַ נאַכט...
- באַגערט איר דאָס — באַגערט עס!
- צוריק־קערט און קומט!”
אַ לערער אונדזערער און וועגווייזער — פרעגן יידן ביים נביא אין דער פינצטערער גלות־נאַכט — וואָס וועט זיין פון דער נאַכט? ווען וועט נעמען אַ סוף צו דער לאַנגער פינצטערער נאַכט?
— וואַרט מיר — זאָגט דער נביא — וואַרט ביז איך וועל זיך אָנפרעגן.
און אַז דער נביא האָט זיך אָנגעפרעגט און געקומען צוריק, הערט ער ווידער די שטים פון פאָלק רופט:
— וואָס האָט דער אייביקער שומר ישראל געזאָגט?
ענטפערט דער נביא:
— אַזוי האָט דער שומר ישראל געזאָגט: באַלד קומט אַ מאָרגן און אויך אַ נאַכט.
— און אויך אַ נאַכט? — פרעגן זיי אין גרויס שרעק.
— שרעקט זיך נישט — זאָגט ער זיי, — נישט אַזוי האָט איר מיך פאַרשטאַנען: דער מאָרגן — פאַר גערעכטע, די נאַכט — פאַר אומגערעכטע; דער מאָרגן — פאַר די געפּייניקטע, די נאַכט — פאַר די פּייניקער.
— אָ, ווען־זשע וועט עס געשען?
— ווען איר באַגערט עס, באַגערט ער דאָס אויך.
— וואָס פעלט דערצו? — פרעגן יידן.
— תשובה! — ענטפערט דער נביא — צוריקקערט!
- „שטיי אויף און לייכט,
- ווייל אָנגעקומען איז דיין ליכט,
- גאָטס פּראַכט האָט איבער דיר דערשיינט” —
ר׳ יוחנן זאָגט דערויף אַ משל:
איינער איז געגאַנגען פאַרטאָג אין וועג, איז געקומען עמעצער און האָט אָנגעצונדן פאַר אים אַ ליכט, האָט עס דער ווינט פאַרלאָשן; קומט אַ צווייטער און צינדט ווידער פאַר אים אָן אַ ליכט, האָט עס אויך דער ווינט פאַרלאָשן. טראַכט ער זיך: בעסער וועל איך שוין איצטער וואַרטן אויף דעם ליכט פון פרימאָרגן.
אַזוי האָבן אויך די יידן געזאָגט פאַר גאָט: מיר האָבן פאַר דיר אָנגעצונדן אַ מנורה אין די צייטן פון משה — איז זי אויסגעלאָשן געוואָרן; אין די צייטן פון שלמה — איז זי ווידער אויסגעלאָשן געוואָרן. בעסער שוין צו וואַרטן ביז דיין ליכט וועט איבער אונדז אַלעמען דערשיינען. ווי עס זאָגט דער משורר אין תהלים: „ביי דיר איז דער קוואַל פון לעבן, אין דיין ליכט וועלן מיר זען די אמת׳ע ליכט”.
אויף דער טויב, וואָס נח האָט נאָכן מבול אַרויסגעשיקט פון דער תבה, ווערט דערציילט: „זי האָט נישט געפונען קיין רו, האָט זי זיך פאַרנאַכט צוריקגעקערט אין דער תבה” — וואָלט זי אָבער יאָ געפונען אַ רו, וואָלט זי געוויס צוריק זיך שוין נישט געקערט.
דאָס זעלבע ווערט געזאָגט אויף דער יידישער אומה: „זי זיצט צווישן פעלקער, געפינט נישט קיין רו” — וואָלט זי אָבער יאָ געפונען רו — ווער ווייסט, צי זי וואָלט שוין אַמאָל זיך צוריקגעקערט אין איר אייגענער היים.
משה האָט געזאָגט אין דער תוכחה אויף יידן: „איר וועט פאַרלוירן ווערן צווישן די פעלקער און אויפעסן וועט אייך דאָס לאַנד פון אייערע פיינד”. איז געקומען דער נביא ישעיהו און האָט נבואה געזאָגט. „און עס וועט זיין אין יענעם טאָג וועט געבלאָזן ווערן אין אַ גרויסן שופר וועלן צוריקקומען די פאַרלוירענע אין לאַנד אַשור”.
רב פלעגט זאָגן:
— מיך שרעקן די ווערטער פון יענעם פּסוק: „איר וועט פאַרלוירן ווערן צווישן די פעלקער”.
— אפשר ווערט געמיינט ווי אַ פאַרלוירענע זאַך, וואָס מען קען זי צוריק אויפזוכן?
— מיך שרעקט אָבער נאָך מער דער סוף פון יענעם פּסוק: „און אויפעסן וועט אייך דאָס לאַנד פון אייערע פיינד”.
ר׳ אושעיא פלעגט זאָגן:
— ס׳איז נאָך אַ גליק פאַר יידן, וואָס ער האָט זיי צעשפּרייט צווישן פאַרשידענע פעלקער.
איינער אַ גוי האָט אַמאָל געזאָגט ר׳ חנינא׳ן: מיר זענען בעסער פון אייך. אויף אייערע לייט ווערט דערציילט, אַז „זעקס מאָנאַט דורכאַנאַנד איז יואב, דער עלטעסטער פון דוד׳ס חיל, מיט זיינע מענטשן געזעסן אין אדום, ביז מ׳האָט דאָרט אומגעבראַכט וואו אַ מאַנסביל”. מיר אָבער — אָט זיצט איר צווישן אונדז אַזויפיל יאָרן און מיר לאָזן אייך לעבן.
רופט זיך אָפּ צו אים ר׳ חנינא: אויב דו ווילסט, וועט דיר אָפּענטפערן דערויף איינער פון די תלמידים.
האָט זיך ר׳ אושעיא צוגעזעצט צו יענעם גוי און אים געזאָגט: ווייסטו פאַרוואָס איר ברענגט אונדז נישט אום? ווייל איר קענט זיך קיין עצה נישט געבן ווי דאָס אויסצופירן: אומברענגען אַלע יידן מיט אַמאָל — זענען נישט אַלע אינאיינעם ביי אייך; וועט איר אומברענגען די אַלע וואָס געפינען זיך ביי אייך — וועט איר באַקומען דעם נאָמען: אָפּגעשניטענע קיניגרייך”.
דערהערט די ווערטער, האָט דער גוי אויסגערופן: איך שווער אייך ביים טויער פון רוים — וועגן דעם טאַקע הערן מיר נישט אויף זיך צו ברעכן דעם קאָפּ.
זע ווי ליב זענען די יידן ביי גאָט — זאָגט ר׳ שמעון בן יוחאי — וואוהין זיי זאָלן נישט פאַרטריבן ווערן גייט־מיט די שכינה מיט זיי. קין מצרים זענען זיי פאַרטריבן געוואָרן — איז די שכינה מיטגעקומען מיט זיי; קיין בבל — ווידער מיט זיי אינאיינעם די שכינה. און ווען זיי וועלן אין די שפּעטערדיקע צייטן אויסגעלייזט ווערן. וועט צוזאַמען מיט זיי אויך די שכינה אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות.
ר׳ יוחנן זאָגט:
— גאָט האָט געשוואוירן: נישט אַריינקומען וועל איך אין ירושלים של מעלה (אייבערשטן ירושלים) ביז איך וועל פריער נישט אַריינקומען ווידער אין ירושלים של מטה (אונטערשטן ירושלים).
און נאָך דעם אַלעמען — זאָגט משה אין גאָטס נאָמען — וואו זיי זאָלן נישט זיין אינעם לאַנד פון זייערע פיינד, האָב איך זיי נישט אָפּגעוואָרפן און האָב זיי נישט פאַראַכטעט ביז צום פאַרניכטן זיי, צו צעשטערן מיין בונד מיט זיי, ווייל איך בין גאָט זייער גאָט”.
„איך האָב זיי נישט אָפּגעוואָרפן” — אין די טעג פון כשדים (גלות בבל), אויך דעמאָלט האָבן זיי אַרויסגעגעבן פון זיך אַזעלכע גרויסע קלוגע און פרומע לייט ווי דניאל, חנניה, מישאל און עזריה.
„איך האָב זיי נישט פאַראַכטעט” — אין די טעג פון המנ׳ען (אין גלות פּרס), זיי האָבן דעמאָלט אַרויסגעגעבן פון זיך אַזעלכע געהויבענע מענטשן ווי מרדכי און אסתר, וואָס זענען זיי בייגעשטאַנען אין די נויטן און גערעטעט פונעם גרויסן אומגליק.
„זיי זענען נישט פאַרניכטעט געוואָרן” — אין די טעג פון די גריכן, זיי האָבן דעמאָלט אַרויסגעגעבן פון זיך אַזעלכע גרויסע לייט ווי שמעון הצדיק און ווי דער חשמונאי מתתיהו בן יוחנן כהן גדול מיט זיינע קינדער.
„איך האָב נישט צעשטערט מיין בונד מיט זיי” — אין די טעג פון די רוימער, זיי האָבן דעמאָלט אַרויסגעגעבן פון זיך רבי׳ס הויז מיט זיינע תלמידים,
„ווייל איך בין גאָט זייער גאָט” — אין אַלע צייטן, קיינמאָל וועל איך ניט דערלאָזן זייער ליכט זאָל אויסגעלאָשן ווערן און קיין אומה ולשון וועט זיי קיינמאָל נישט בייקומען.
„וויסן זאָלסטו וויסן — האָט גאָט געזאָגט צו אברהם׳ן — אַז גרים וועלן זיין דיינע קינדער אין אַ פרעמד לאַנד” — וויסן זאָלסטו, אַז איך וועל זיי צעשפּרייטן, און ווידער זאָלסטו וויסן, אַז איך וועל זיי צונויפנעמען; וויסן זאָלסטו, אַז איך וועל זיי ווי אַ משכון פאַרזעצן, און ווידער זאָלסטו וויסן, אַז איך וועל זיי צוריק אויסלייזן; וויסן זאָלסטו, אַז איך וועל זיי פאַרשקלאַפן, און ווידער זאָלסטו וויסן, אַז איך וועל זיי באַפרייען.
ר׳ ישמעאל דערציילט:
— אַז די רוימישע רעגירונג, די מרשעת, האָט אַרויסגעלאָזט אַ גזירה אומצוברענגען די גרעסטע יידישע מענער, האָב איך, לויט דעם ווילן פון מיינע חברים, אויפגעהויבן זיך אויפן הימל דאָרט צו דערגיין ווי עס האַלט מיט דער גזירה. נאָך דעם ווי איך האָב זיך אויפן הימל דערוויסט אַז די גזירה איז שוין אַ געחתמעטע — האָב איך זיך דאָרט באַגעגענט מיטן שר־הפּנים, דער נאָענטסטער מלאך גאָט צו. זאָגט ער מיר: האַרציקער פריינד, זעץ זיך ביי מיר אין שויס וועל איך דיר אויסדערציילן וואָס וועט זיין מיטן הייליקן פאָלק ישראל. האָב איך זיך געזעצט ביי אים אין שויס אין ער האָט זיך איינגעקוקט אין מיר און געוויינט, און טרערן האָבן זיך געגאָסן פון זיינע אויגן און געפאַלן מיר אויפן געזיכט.
זאָג איך אים: פּרעכטיקע שיין מיינע, וואָס וויינסטו?
זאָגט ער מיר: פריינד מיינער, קום מיט מיר, וועל איך דיך אַריינברענגען אין די טיפסטע צימערן און אין די באַהאַלטנסטע קאַמערן.
האָט ער מיך אָנגענומען פאַר דער האַנט, מיך ערגעץ אַריינגעבראַכט, אַרויסגענומען די ביכער און מיר אָנגעוויזן אויף פּאַפּירן, פאַרשריבענע מיט שלעכטע גזירות, איינע ווילדער פון דער אַנדערער.
פרעג איך אים: פאַר וועמען?
— פאַר יידן — ענטפערט ער מיר.
פרעג איך אים ווייטער: וועלן יידן קענען אויסשטיין אַזעלכעס!
— וואַרט — זאָגט ער — מאָרגן וועל איך דיר באַווייען נאָך גזירות, שרעקלעכערע פון די.
אויף מאָרגן האָט ער מיך אַריינגעבראַכט אין די גאָר טיפסטע חדרים און מיר געוויזן ליידן פיל ערגערע פון די פריערדיקע. ער האָט מיר געוויזן מענטשן ווערן איבערגעגעבן די צו דער שווערד, די צום הונגער, די צום רויב — די צום געפענקעניש.
זאָג איך אים: פּרעכטיקע שיין מיינע! האָבן דען נאָר יידן אַזוי זיך פאַרדינט?
ענטפערט ער מיר: טאָג־טעגלעך ווערן צוגעטראַכט אויף זיי אַלץ נייע גזירות נאָך ערגערע פון די, נאָר אַז יידן גייען אַריין אין שולן און בתי מדרשים און שרייען דאָרט אויס: אמן יהא שמי רבא מבורך לעלמי עלמיא (אמן, זיין גרויסער נאָמען זאָל זיין געלויבט אין אַלע אייביקייטן), לאָזן מיר די גזירות נישט אַרויסגיין פון די באַהאַלטענע חדרים. נאָכדעם ווי איך האָב זיך פון אים אַראָפּגעלאָזט, האָב איך געהערט אַ קול שרייט אויס אויף אַראַמיש די דאָזיקע ווערטער:
- דער הייליקער טעמפּל וועט ווערן וויסט,
- גאָטס פּאַלאַץ אין פייער פאַרברענט.
- דער הויף פונעם קיניג וועט היטן די וויסטיקייט.
- בחורים און בתולות צום רויב,
- די קינדער פון קיניג צום מאָרד,
- דער ריינער מזבח פאַראומרייניקט ווערן.
- פון ירושלים בערג אַש,
- צו שרעק פון צו גרויל דאָס יידישן לאַנד.
דערהערט די ווערטער בין איך פאַרציטערט געוואָרן און אַ פאַל געטאָן צוריק. איז געקומען דער גרויסער מלאך הדרניאל און מיך אויף די פיס אויפגעשטעלט, און מיר געזאָגט: פריינד מיינער, וואָס איז מיט דיר אַזעלכעס פאָרגעקומען?
זאָג איך אים: פּרעכטיקע שיין מיינע! איז מעגלעך אַז יידן זענען שוין גאָר פאַרפאַלענע!
— קום — זאָגט ער — וועל איך דיך אַריינפירן אין די קאַמערן פון הילף און טרייסט.
האָט ער מיך אַריינגעפירט און איך האָב דערזען ווי מלאכים זיצן כיתות־ווייז און וועבן קליידער פון הילף און שמידן אויס לעבנס־קרוינען און פאַסן אין זיי איין אַלערליי מיני דימענטן און פּערל, און ↰ 66 גרייטן צו אַלערליי מיני געווירצן און געשמאַקע שפּייזן, און פאַרזיסן די טייערסטע וויינען.
פרעג איך: פּרעכטיקע שיין מיינע! דאָס אַלעס פאַר וועמען?
— פאַר יידן — ענטפערט ער מיר.
דערזע איך דאָרט איין קרוין, אַן אויסגענומענע פון אַלע אַנדערע, און איינגעפאַסט זענען אין איר די זון און די לבנה און צוועלף שטערן.
פרעג איך אים: פאַר וועמענס וועגן איז די טייערסטע און שענסטע קרוין.
זאָגט ער מיר: פאַר דוד מלך ישראל.
זאָג איך אים ווייטער: פּרעכטיקע שיין מיינע! באַווייז מיר, איך בעט דיך, דעם פּראַכט פון דוד המלך.
— וואַרט — זאָגט ער — דריי שעה, ביז דוד וועט אַהער אָנקומען וועסטו אים אַרויסזען און זיין גאַנצן פּראַכט.
האָט ער מיך אָנגענומען און אַריינגעזעצט צו זיך אין שויס. פרעגט ער מיך: וואָס זעסטו?
— איך זע — ענטפער איך — זיבן בליצן לויפן אַלע מיט אַמאָל.
— לאָז אַראָפּ די אויגן, זון מיינער — זאָגט ער מיר — זאָלסט זיך נישט איבערשרעקן. דאָס גייען זיי אַרויס קעגן דוד מלך ישראל.
און באַלד האָבן אָנגעהויבן רוישן אַלע הערשאַפטן פון די הימלען, די אופנים און שרפים, און די הייליקע חיות, און די רעדער פון דער מרכבה, און די פּראַכט־וואָלקנס, און די אוצרות פון שניי, און די אוצרות פון האָגל, און די שטערן און מזלות, און די מלאכי השרת; און די פלאַמפייערדיקע פון זבול (דער פערטער פון די זיבן הימלען) און אַלע האָבן אינאיינעם אויסגערופן:
„די הימלען דערציילן גאָטס פּראַכט”.
און אויף דעם האָט זיך געלאָזט הערן אַ הויך קויל פון גן עדן:
„גאָט קיניגט אויף אייביק”.
און באַלד איז אָנגעקומען דוד מלך ישראל, ער פאָראויס און אַלע. מלכי בית דוד נאָך אים, יעדער פון זיי מיט זיין קרוין אויפן קאָפּ און דוד׳ס קרוין שיינט און פונקלט מער פון אַלע קרוינען, און איר גלאַנץ דערגייט ביזן עק וועלט.
אַזוי איז דוד געגאַנגען ביז ער איז געקומען אין בית המקדש פונעם הימל. דאָרט איז געשטאַנען פאַר אים צוגעגרייט אַ פייערדיקע שטול האָט ער זיך אויף איר געזעצט, און אַלע מלכי בית דוד זענען געזעסן פאַר אים און אַלע מלכי־ישראל זענען געשטאַנען הינטער אים.
הייבט אָן דוד המלך זינגען לויבלידער און געזאַנגען, וואָס זינט די וועלט שטייט האָט נאָך קיין אויער אַזעלכעס נישט געהערט — און דער גרויסער מלאך מטטרון מיט דער גאַנצער פּמליא של מעלה רופן אַלע:
- „הייליק — הייליק — הייליק איז גאָט פון אַלע הערשאַפטן”.
און די הייליקע חיות רופן אויס מיט אַ לויב־געזאַנג:
- „געלויבט איז גאָטס פּראַכט פון זיין אָרט”.
און די הימלען זינגען:
- „גאָט וועט קיניגן אייביק — אייביק”.
און די ערד העלפט־אונטער:
- „גאָט קיניגט — גאָט האָט געקיניגט,
- גאָט וועט קיניגן אייביק — אייביק”.
און אַלע מלכי בית דוד לאָזן אויס:
- „און גאָט וועט זיין אַ קיניג אויף דער גאַנצער וועלט”
- אין יענעם טאָג וועט זיין גאָט דער איינציקער אין זיין נאָמען איינער”.
„דו ביסט אונדזער פאָטער, דען אברהם ווייסט אונדז נישט, יעקב דערקענט אונדז נישט; דו גאָט ביסט אונדזער פאָטער, אונדזער אויסלייזער” — אויף די ווערטער פונעם נביא ירמי זאָגט ר׳ יונתן:
אין די שפּעטערדיקע צייטן וועט גאָט זיך ווענדן צו אברהם און אים זאָגן:
— דיינע קינדער האָבן זיך קעגן מיר פאַרזינדיקט.
— האַר פון דער וועלט — ענטפערט אברהם — זאָלן זיי אויסגעמעקט ווערן פון דער וועלט פאַר דיין הייליקן נאָמען.
זאָגט גאָט: איך וועל זיך בעסער ווענדן צו יעקבן. ער האָט געפילט דעם צער פון דערציען קינדער — אפשר וועט ער זיך פאַר זיי איינשטעלן.
ווענדט ער זיך צו יעקבן:
— דיינע קינדער האָבן געזינדיקט.
— האַר פון דער וועלט — ענטפערט יעקב — זאָלן זיי אויסגעמעקט ווערן פאַר דיין הייליקן נאָמען.
זאָגט גאָט: נישט ביי די אַלטע שכל און נישט ביי די יונגע אנ׳עצה.
ווענדט ער זיך צו יצחק׳ן:
דיינע קינדער האָבן זיך פאַר מיר פאַרזינדיקט.
— האַר פון דער וועלט — שרייט אויס יצחק פאַר גאָט — מיינע קינדער, נישט דיינע! און ווידער: וויפיל האָבן זיי אינגאַנצן געקענט זינדיקן! וויפיל איז דאָס לעבן פונעם מענטשן? — זיבעציק יאָר. נעם דערפון אַראָפּ די ערשטע צוואַנציק יאָר, וואָס דער מענטש איז נאָך פריי פון שטראָף פאַר זיינע מעשים — בלייבט איבער פופציק. האַלב דערפון נעם־אַראָפּ אויף שלאָפן — בלייבט פינף און צוואַנציק. האַלב דערפון אויף דאַוונען און עסן און אַנדערע נייטיקע באַדערפענישן — בלייבט אינגאַנצן צוועלף מיט אַ האַלב יאָר. ווילסטו — נעם עס אויף זיך אינגאַנצן. ווילסטו נישט — זאָל זיין האַלב אויף מיר און האַלב אויף דיר. און אויב דו ווילסט דווקא, אַז אינגאַנצן זאָל זיין אויף מיר — פאַרגעס נישט, אַז איך האָב זיך געלאָזט פאַר דיר מקריב זיין.
געזען ווי יצחק שטעלט זיך פאַר זיי איין, רופן יידן אויס: „דו ביסט אונדזער פאָטער!”
— נישט מיר, נאָר דעם אייבערשטן קומט די לויב — ענטפערט זיי דערויף יצחק און ווייזט זיי אָן אויף גאָט.
פאַרן טויט האָט אונדזער פאָטער יעקב צונויפגערופן די קינדער זיינע און האָט זיי געזאָגט אַזוי:
— זאַמלט זיך צונויף, וועל איך אייך פאָראויסזאָגן, וואָס מיט אייך וועט פּאַסירן אין די גאָר שפּעטערדיקע צייטן.
ער האָט זיי אָבער דערפון גאָרנישט געזאָגט, נאָר אָנגעהויבן בענטשן. עס ווייזט אויס, אַז ער האָט זיי געוואָלט אויפדעקן דעם קץ (דעם סוף פונעם גלות, ווען משיח וועט קומען), האָט ער אויפגעהויבן די אויגן און דערזען די שכינה שטייט איבער אים — האָט ער באַקומען אָפּשיי און האָט זיינע ווערטער איבערגעריסן. די שכינה וויל נישט אַז דאָס וואָס איז פאַרדעקט פון מענטשן זאָל אויפגעדעקט ווערן.
- „דער טאָג פון ראַכע איז ביי מיר אין האַרצן,
- דאָס יאָר פון מיינע אויסגעלייזטע קומט”... —
אַזוי זאָגט דער נביא ישעיה אין גאָטס נאָמען. נאָר פאַר מיין האַרצן האָב איך עס אויפגעדעקט, נישט אַפילו פאַר מיין אייגן מויל; מיין האַרצן האָב איך דאָס פאַרטרויט, נישט אַפילו מיינע נאָענטסטע מלאכים.
ר׳ יונתן זאָגט:
— פאַרשאָלטן זאָלן ווערן די וואָס רעכענען אויס די צייטן פונעם קץ, ווייל זיי מיינען: וויבאַלד ס׳איז איבערגעגאַנגען די אויסגערעכנטע צייט און משיח באַווייזט זיך נישט — וועט ער שוין מער נישט קומען.
רב זאָגט:
— שוין אויסגעלאָזט זיך אַלע קצין. איצט ווענדט זיך נאָר אין אונדזער תשובה און גוטע מעשים.
שמואל זאָגט:
— די צרות פונעם גלות אַליין זענען שוין אַ גענוג אָפּקומעניש פאָר אונדזערע זינד.
- „איך שלאָף —
- מיין האַרץ איז אָבער וואַך...”
— „איך שלאָף” — זאָגט די כנסת־ישראל — פאַרדעקט איז פאַר מיר דער קץ; „מיין האַרץ איז אָבער וואַך” — פאַר דער גאולה: איין טאָג אַפילו האָב איך נישט אויפגעהערט צו וואַרטן אויפן אויסלייזער.
ר׳ יהושע בן לוי האָט אַמאָל דערזען אליהו הנביא׳ן ווי ער שטייט ביים אַריינגאַנג אין דער הייל, וואו ר׳ שמעון בן יוחאי ליגט באַהאַלטן. פרעגט ער אים:
— ווען קומט משיח?
זאָגט ער אים:
— גיי פרעג אים.
— וואו געפינט מען אים?
— ער זיצט ביים אַריינגאַנג אין טויער פון שטאָט רוים.
— וואָס איז דער סימן זיינער?
— ער זיצט צווישן אָרעמע קראַנקע. אַלע אַנדערע דאָרט בינדן אויף און פאַרבינדן זייערע וואונדן אַלע אויף איין מאָל; ער בינדט אויף און פאַרבינדט יעדע וואונד באַזונדער, כדי ער זאָל יעדע רגע זיין גרייט אויף גאָטס באַפעל ברענגען די גאולה.
איז ר׳ יהושע בן לוי אַוועק קיין רוים און דאָרט אויפגעזוכט משיח׳ן.
— פריד צו דיר, רבי און לערער מיינער! — באַגריסט אים ר׳ יהושע בן־לוי.
— פריד צו דיר, בן לוי! — ענטפערט ער אים.
— ווען קומט דער האַר? — פרעגט ר׳ יהושע.
— היינט! ענטפערט ער.
גייט ר׳ יהושע בן לוי צוריק צו אליהו׳ן. פרעגט ער ר׳ יהושע׳ן:
— וואָס האָט ער דיר געזאָגט?
— „פריד צו דיר, בן לוי” — האָט ער מיר געזאָגט.
— אויב אַזוי זענט איר ביידע, דו מיט דיין פאָטער, פאַרזיכערט מיט יענער וועלט.
— ער האָט מיך אָבער אָפּגענאַרט — זאָגט ר׳ יהושע בן־לוי ווייטער — געזאָגט האָט ער: „היינט קום איך” — און ער איז נישט געקומען.
האָסט אים שלעכט פאַרשטאַנען — זאָגט אליהו — היינט, און אויך יעדן טאָג, ווען נאָר יידן וועלן פאַרדינען.
די יידישע גאולה איז געגליכן צו די פיר זאַכן: צו אַ פעלד, צו אַ וויינגאָרטן, צו געווירצן און צו אַ געווינערין.
אַ פעלד — אַז מען שניידט אָפּ פון דעם תבואה פאַר דער צייט טויג אַפילו די שטרוי צו גאָרנישט; אין דער צייט אָבער איז אַלעס גוט, ווי דער נביא זאָגט:
- „שטרעקט אויס דעם סערפּ,
- דען רייף איז שוין צום שניט דאָס פעלד”.
אַ וויינגאָרטן — אַז מען נעמט אַראָפּ די טרויבן פאַר דער צייט, טויג אַפילו דער עסיק זיינער צו גאָרנישט; אין דער צייט אָבער איז אַלעס גוט, ווי דער נביא זאָגט:
- „דער וויינגאָרטן איז זאַפטיק —
- באַזינגט אים”.
געווירצן — קלייבט מען זיי ווען זיי זענען נאָך נישט דערוואַקסן און נאָך פייכט, לאָזט זיך זייער ריח נישט הערן; אין דער צייט אָבער ווען זיי זענען שוין טרוקן, טראָגט זיך זייער ריח גאַנץ ווייט, ווי דער משורר זאָגט:
- „ערוואַך, צפון־ווינט, קום, דרום־ווינט,
- גיב אַ בלאָז מיין גאָרטן, זאָלן פליסן זיינע ריחות”.
אַ געווינערין — געווינט זי אַ קינד פאַר דער צייט, איז דאָס קינד נישט קיין לעבעדיקס; אין דער צייט אָבער איז דאָס קינד אַ לעבעדיקס ווי דער נביא זאָגט:
- „ער וועט זיי לאָזן אויסדויערן די
- צייט ביז די געווינערין דאַרף געבוירן”.
ר׳ יוחנן האָט געזאָגט:
— זעסטו דעם דור, אַז איז שוין גאָר טיף געפאַלן — וואַרט אויף אים.
זעסטו אַ דור וואָס צרות פאַרפלייצן אים ווי אַ טייך — וואַרט אויף אים.
בן דוד וועט אַנדערש ניט קומען נאָר אין אַ דור וואָס איז אָדער דורכאויס גערעכט אָדער דורכאויס שולדיק.
ר׳ יוחנן זאָגט ווידער: אינעם דור, וואָס בן־דוד וועט קומען, וועלן תלמידי חכמים ווערן אַלץ ווייניקער, און די איבעריקע וועלן די אויגן זיי אַרויסקריכן אין טרויער און אין שווערגעמוט. פיל צרות און כימערע גזירות, אַלעמאָל נייע, וועלן אָנקומען; איידער איין גזירה ווערט אויסגעפירט, וועט אונטערלויפן די צווייטע.
פאַר משיח׳ס צייטן וועט די חוצפּה הויך וואַקסן און דאָס איידלקייט וועט זיין טיף באַליידיקט, די קלוגשאַפט פון געלערטע וועט אויסגעוועפּט ווערן, פרומע וועלן פאַראַכטעט ווערן און דער אמת וועט פעלן. דער דור וועט האָבן אַ הינטיש אויסזען, יינגלעך וועלן מבייש זיין אַלטע לייט, גרויסע מענער וועלן אויפשטיין פאַר קליינע מענטשעלעך; דער זון וועט באַשמוצן דעם פאָטער, די טאָכטער וועט זיך שטעלן קעגן דער מוטער, די שנור קעגן דער שוויגער, די שונאים פון אַ מענטשן — זיינע אייגענע הויזלייט, און דער זון וועט קיין בושה ↰ 73 נישט האָבן פאַרן פאָטער. אויף וועמען־זשע וועט אונדז איבערבלייבן זיך אָנצושפּאַרן? — אויף אונדזער פאָטער אין הימל!
ר׳ זירא ווען ער פלעגט טרעפן די חכמים שמועסן וועגן משיח׳ן, פלעגט ער זיי זאָגן: איך בעט אייך — דערווייטערט נישט די גאולה. מיר האָבן אַ קבלה, אַז משיח דאַרף קומען ווי אַ מציאה, גאָר אומגעהעכט.
עולא פלעגט זאָגן: זאָל ער קומען, נאָר איך זאָל אים נישט זען.
דאָס זעלבע פלעגט אויך זאָגן רבה. דאָס איז דערפאַר, ווייל זיי האָבן נישט געוואָלט איבערלעבן די חבלי משיח *).
ר׳ יוסף אָבער פלעגט זאָגן: הלוואַי זאָל ער שוין קומען און איך זאָל האָבן די זכיה צו זיצן אינעם שאָטן פון זיין אייזלס זאָטל!
ר׳ יהושע בן לוי האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף דעם דאָזיקן ווידערשפּרוך:
אין איין אָרט אין דניאל ווערט געזאָגט איבער משיח׳ן; „מיט די וואָלקנס פונעם הימל וועט דער מאַן אָנקומען”, אין אַ צווייטן אָרט ווידער מאָלט זיך משיח׳ס בילד דעם נביא זכריה ווי אַן „אָרעמאַן רייטנדיק אויף אַן אייזל”.
— וועלן יידן האָבן די ווערט — וועט משיח קומען מיט גרויס מאַכט און פּראַכט אינעם שיינעם בילד פון אַ מאַן וואָס רייט אויף די וואָלקנס; וועלן זיי אָבער נישט האָבן די ווערט, וועט ער קומען אָרעם און שוואַך ווי אַן „אָרעמאַן רייטנדיק אויף אַן אייזל”.
דער פּערסישער קיניג שבור האָט איינמאָל אַ זאָג געטאָן צו שמואל:
— איר זאָגט אַז אייער משיח וועט קומען אויף אַן אייזל — איך קען אים שיקן פון מיין שטאַל אַ פערד אַ בליץ.
שמואל האָט אים דערויף גלייך געענטפערט מיט אַ שמייכל:
— פאַרמאָגסטו דען אין דיין שטאַל אַ הונדערטפאַרביקן?
*) משיח־ווייען, די צרות, וואָס זענען פאַרבונדן מיט משיח׳ס צייט.
„נעמט זיך צונויף” — האָט יעקב אויסגערופן צו זיינע קינדער פאַרן טויט זיינעם — ווען ער האָט זיי געוואָלט אויפדעקן דעם קץ — נעמט זיך צונויף אַלע אינאיינעם — וועט איר אַלע ווערן איין פאַרבאַנד — מעגט איר זיך גרייטן צו דער גאולה.
ר׳ אבא זאָגט: מען דאַרף נישט האָבן קיין מער אויסגעדעקטע ↰ 74 קץ ווי אין די דאָזיקע ווערטער פונעם נביא, וואָס האָט נביאות געזאָגט אויף דער צייט פון דער גאולה:
- „איר יידישע בערג; געוויקסע אייערע וועט איר אַרויסברענגען
- און די פרוכטן אייערע וועט איר טראָגן,
- פאַר מיין פאָלק ישראל, וואָס דערנענטערן זיך צו קומען”
ר׳ חייא דער גרויסער און ר׳ שמעון בן חלפתא זענען אַמאָל געגאַנגען אין וועג ביינאַכט אינעם טאָל ארבאל. דערזען זיי ווי עס הייבט אָן ביסלעכווייז צו טאָגן, זאָגט ר׳ חייא צו ר׳ שמעון: רבי, אַזוי וועט אָנקומען די יידישע גאולה, ביסלעכווייז — ביסלעכווייז — ביז זי וועט זיך באַווייזן מיט איר גאַנצן שיין.
- „שטיי אויף, מיין ליכט,
- ווייל געקומען איז דיין ליכט”...
— קינדער מיינע — זאָגט דער נביא ישעיה צו יידן אין גאָטס נאָמען — מיין ליכט איז אייערע — און אייערע איז מיינע. לאָמיר־זשע צוזאַמען גיין און באַלייכטן ציון.
— ירושלים — זאָגט ר׳ אושעיא — וועט נאָך אַ מאָל ווערן אַ ליכטטורם פאַר אַלע פעלקער פון דער וועלט, און אַלע וועלן גיין זייער וועג נאָך איר ליכט.
- „דערמאָנט נישט דאָס אַמאָליקע,
- און אויף דעם לאַנגאָנעדיקן קוקט זיך נישט אום:
- איך שאַף אַ נייעס, איצט וואַקסט עס אויס”.
„דערמאָנט נישט דאָס אַמאָליקע” — דעם שווערן יאָך פון גלות; „און קוקט נישט אויף דעם לאַנגאָנעדיקן” — אויף יציאת־מצרים; איך שאַף אַ נייעס, איצט וואַקסט עס אויס — דאָס מיינט מען — זאָגט ר׳ יוסף — די שווערע מלחמה פון גוג ומגוג — וואָס יידן וועלן האָבן אויסצושטיין אין משיח׳ס צייטן.
עס קומט אויס ווי איינער אַ וועגגייער האָט זיך אָנגעשלאָגן אין אַ וואָלף און איז פון אים גערעטעט געוואָרן — דערציילט ער דעם נס פונעם וואָלף; שפּעטער באַפאַלט אים אַ לייב, און ער ווערט פון אים אויך גערעטעט — האַלט ער שוין אין איין דערציילן דעם נס פונעם לייב; נאָך שפּעטער ווערט ער גערעטעט פון אַ גיפטיקן שלאַנג — פאַרגעסט ער שוין די ערשטע צוויי נסים און דערציילט נאָר דעם לעצטן נס פונעם שלאַנג.
דאָס זעלבע איז מיט יידן: צוליב די שפּעטערדיקע צרות פאַרגעסט מען די פריערדיקע.
- „אוי די וואָס לעכצן גאָטס טאָג!
- וואָס נוצט אייך גאָטס טאָג?
- פינצטערניש איז ער אָן ליכט”...
אויף די ווערטער פונעם נביא האָט ר׳ שמלאי אין זיינער אַ דרשה געזאָגט אַזאַ משל:
דער האָן און די פלעדערמויז האָבן ביידע אַרויסגעקוקט אויף דער זון־אויפגאַנג. רופט זיך אָן דער האָן צו דער פלעדערמויז: מילא איך קוק אַרויס אויף דער שיין. ווייל זי איז פאַר מיר; דו אָבער, אויף וואָס דאַרפסטו זי?
דאָס זעלבע איז אויך מיטן גרויסן טאָג פון גאָט. די שיין פון גערעכטיקייט וועט זיך באַווייזן אין איר גאַנצן גלאַנץ; וויי וועט אָבער דעמאָלט זיין צו יענע לייט וואָס האָבן געדריקט די געפאַלענע — געפּייניקט די דערשלאָגענע — זיי וועט דאָס פינצטערניש פאַרדעקן און אַ געדיכטער נעבל וועט זיי פאַרשלאָגן.
אַ רוימישער הגמון האָט אַמאָל געפרעגט ביים אַלטן ר׳ גמליאל׳ן:
— ווער וועט נאָך אונדז — רוימער — אויף דער וועלט געוועלטיקן?
נישט אויסרעדנדיק קיין וואָרט — האָט ר׳ גמליאל געבראַכט אַ ריין שטיקל פּאַפּיר — גענומען אַ פעדער און אויפגעשריבן די ווערטער פון יענעם פּסוק: „און דערנאָך איז אַרויס דער ברודער זיינער — אָנגעהאַלטן מיט דער האַנט אין דעם־פוס זויל עשו׳ס”. מיט דעם האָט ער געמיינט אים אָנצואווייזן — אַז נאָכדעם ווי עשו׳ס געוועלטיקייט וועט זיך ענדיקן, וועט זיך אָנהייבן יעקבס.
דער הגמון האָט איבערגעלייענט די אויפשריפט און אַ זאָג געטאָן
— אַלטע ווערטער פון אַ נייעם זקן...
ר׳ יוסי בר סימון האָט געזאָגט:
— ווען דער מלך משיח וועט קומען וועלן די אומות־העולם פון אַלע לענדער אים פירן ערן־געשאָנקען. ווי נאָר זיי וועלן זיך פאַר אים פאָרשטעלן” וועט ער זיי זאָגן: עס געפינען זיך ביי אייך יידן — זיי ברענגט מיר!
„דורך דיין ליכט זאָלן מיר דערזען די שיין” — זאָגט דער משורר אין תהלים צו גאָט אין נאָמען פון כנסת־ישראל — זאָלן מיר שוין, אַ גאָט, זוכה זיין צו דער אמת׳ער שיין, אויף וועלכער מיר קוקן אַרויס שוין אַזוי לאַנג — צו דער שיין פון משיח.
איידער גאָט האָט נאָך די וועלט באַשאַפן, האָט ער פאָראויסגעזען משיח׳ן מיט זיין דור, און אַז ער האָט צום אָנהייב פון דער בריאה באַשאַפן די גרויסע העלע ליכט, די ליכט פון די ערשטע זינען טעג, האָט ער געפונען, אַז די וועלט האָט נישט די ווערט מיט אַזאַ ליכט זיך צו באַנוצן, און האָט עס באַהאַלטן אונטער זיין כסא הכבוד פאַר משיח׳ס דור.
קומט דער שטן פאַר גאָט און זאָגט: האַר פון דער וועלט, די ליכט די באַהאַלטענע אונטער דיין כסא הכבוד — פאַר וועמען איז עס צוגעגרייט?
— פאַר דעם — האָט אים גאָט געענטפערט — וואָס וועט דיך פון דער וועלט פאַריאָגן און דאָס געזיכט דיינס באַדעקן מיט שאַנד.
— האַר פון דער וועלט — זאָגט ווייטער דער שטן — לאָז מיך אים אָנקוקן.
— קום, גיב אויף אים אַ קוק;
ווי דער שטן האָט אים נאָר דערזען, איז ער באַלד פאַרציטערט געוואָרן און געפאַלן אויפן פּנים.
— יאָ, דאָס איז דער משיח — האָט ער אויסגעשריגן מיט שרעק — וואָס עס וועט זיך נעמען אויף מיר און אויף אַלע שרים *) פון די פעלקער און אונדז אַריינוואַרפן אין גיהנום אַריין.
*) יעדע אומה האָט איר שר אין הימל, אַ מלאך, וועלכער איז ממונה אויף איר.
איז געוואָרן אַ טומל צווישן די אומות־העולם: האַר פון דער וועלט, ווער איז דאָס אָט יענער, וואָס מיר וועלן אַריינפאַלן צו אים אין די הענט, ווי איז זיין נאָמען און וואָס איז מיט אים דאָס מער?
— אפרים דער משיח פון מיין גערעכטיקייט איז זיין נאָמען, הויך וועט ער אויפהייבן זיין קאָפּ און דעם קאָפּ פון זיין גאַנצן דור, דערלייכטערן וועט ער די אויגן פון יידן און ברענגען די ישועה זיין פאָלק. קיין אומה ולשון וועט קעגן אים נישט ביישטיין און אַלע שונאים וועלן מיט שרעק זיך צעלויפן פאַר אים. אַפילו די טייכן וואָס פליסן אין ים וועלן זיך פאַר אים אָנשטעלן.
דערנאָך ווענדט זיך גאָט צו משיח און זאָגט אים:
— אָט די דאָזיקע, וואָס דו וועסט זיי ברענגען די ישועה, זיי אַליין וועלן אויף דיר אַרויפלייגן אַן אייזערנעם יאָך, און באַלד וועלן זיי דערשלאָגן דיין געמיט און דורך זייערע זינד וועט דיר די צונג צום גוטן צוגעקלעפּט ווערן, — זאָג, גייסט אויף דעם אַלעמען איין?
— האַר פון דער וועלט — זאָגט משיח — וועט אַזאַ צער לאַנג דויערן?
— גאַנצע זיבן יאָרן, — ענטפערט אים גאָט — אפשר האָסטו דערפון שטאַרק פאַרדרוס, בין איך גרייט שוין זיי אומברענגען פון דער וועלט.
— ניין — זאָגט משיח — מיט גרויס פרייד און מיט לייב און לעבן נעם איך אויף זיך די יסורים, נאָר איין ייד זאָל נישט אומקומען! און נישט לעבעדיקע אַליין זאָלן אין מיין צייט געהאָלפן ווערן, נאָר אויך די וואָס ליגן באַהאַלטן אין דער ערד; און נישט נאָר די טויטע פון דעם איצטיקן דור, נאָר אויך אַלע טויטע פון אדם־הראשון ביז היינט; אַפילו נפל׳עך, אַפילו די וואָס דו האָסט נאָר פאַרטראַכט צו באַשאַפן — אָט וואָס איך פאַרלאַנג און אָט צוליב וואָס איך נעם אויף זיך אַזעלכע ליידן.
זיבן יאָר פריער פאַר משיח׳ס קומען, וועט געבראַכט ווערן אייזערנע קלעצער און אַרויפגעלייגט ווערן משיח׳ן אויפן האַלדז, ביז ער וועט איינגעבויגן ווערן טיף צו דער ערד. „רבונו של עולם! — וועט ער שרייען און וויינען אויף אַ קול ביז צום הימל — וויפיל נאָך כוח פאַרמאָג איך? צי וועל איך עס קענען אויסהאַלטן? וועט מיין מוט זיך נישט איינברעכן? וועט עס מיין גוף איבערטראָגן? איך בין דאָך נישט מער ווי אַ בשר ודם!
— אפרים, משיח פון מיין גערעכטיקייט — וועט אים גאָט ענטפערן — דו אַליין האָסט שוין לאַנג דאָס אויף זיך גענומען, נאָך פון ששת ימי בראשית אָן, און צי זענען דען די ליידן דיינע גרעסער פון מיינע? איך שווער, אַז זינט נבוכדנצר דער רשע איז באַפאַלן מיין לאַנד, פאַרוויסט מיין הויז, פאַרברענט מיין טעמפּל און פאַרטריבן מיינע קינדער צווישן די פעלקער, — פון דעמאָלט אָן בין איך אַליין ווי אַ פאַרוואָגלטער און בין נישט אַריין זיך זעצן אויף מיין שטול. ווילסט אַ סימן, אָט זע דעם טוי אויף מיין קאָפּ.
— האָסט מיך באַרואיקט — זאָגט משיח דערויף — גענוג איז פאַרן קנעכט צו זיין ווי זיין האַר.
ר׳ יצחק זאָגט: דאָס יאָר וואָס דער מלך המשיח וועט זיך באַווייזן, וועלן אַלע קיניגרייכן פירן קריג איינס מיטן אַנדערן און די פעלקער וועלן זיין שטאַרק צעטומלט. אַ שרעק וועט זיי אַלעמען אָנכאַפּן, מיטן פּנים צו דער ערד וועלן זיי צופאַלן און עס וועט מיט זיי דרייען פאַר ווייטיקן.
דעמאָלט וועט אָנפאַלן אַ שרעק אויך אויף יידן; „אוי וויי, וואוהין זאָלן מיר גיין, וואו זאָלן מיר זיך הינטון?”
— פאָרכט נישט, קינדער מיינע — וועט זיי גאָט באַרואיקן — אַלץ וואָס איך טו איז נאָר צוליב אייך; פאַר וועמען האָט איר זיך צו שרעקן? פאַר קיינעם נישט. געקומען איז שוין די צייט פון אייער רעכטער און לעצטער גאולה. נאָך דער גאולה וועט איר שוין זיין באַפרייט אויף אייביק, קיינמאָל נישט וויסן קיין צער פון גלות און קיין יאָך פון פרעמדע פעלקער.
און ווען די אמת׳ע צייט פון דער גאולה וועט שוין קומען, וועט דריי טעג פריער, איידער משיח וועט זיך באַווייזן, אָנקומען אליהו הנביא, זיך שטעלן אויף די בערג פון ארץ ישראל און אָנהייבן זיי באַוויינען און באַקלאָגן מיט אַ קול וואָס וועט גיין פון איין עק וועלט ביזן אַנדערן:
— אָ בערג פון ארץ ישראל! ביז וואַנען וועט איר שטיין פאַרטריקנטע און פאַרוויסטע און פאַרלאָזטע? גענוג, שוין צייט איר זאָלט אויפגעריכט ווערן! איך טראָג אַ גוטע בשורה: פריד קומט אָן אויף דער וועלט!
אויפן צווייטן טאָג וועט ער ווידער קומען און שטעלן זיך אויף די בערג פון ארץ ישראל און אויסרופן: גוטס קומט אָן אויף דער וועלט!
אויפן דריטן טאָג וועט ער קומען און אויסרופן: אַ ישועה קומט אויף דער וועלט!
און דעמאָלט וועט גאָט זיך באַווייזן מיט זיין פּראַכט און מאַכט פאַר דער גאַנצער וועלט, אין שפּיץ פון זיין אויסגעלייזט פאָלק ישראל.
אין דער צייט ווען דער מלך המשיח וועט דאַרפן נתגלה ווערן — וועט ער קומען און זיך שטעלן אויפן דאַך פון בית המקדש און אויסרופן הויך אַ בשורה פאַר אַלע יידן מיט די ווערטער:
— פרומע לייט, געקומען איז די צייט פון אייער גאולה! אָט זעט די ליכט וואָס האָט איבער אייך אויפגעשיינט — „שטיי אויף און לייכט, דען אָנגעקומען איז דיין ליכט, דער פּראַכט פון גאָט האָט איבער דיר דערשיינט!”
און באַלד לאָזט גאָט אַרויס אין איר גאַנצן גלאַנץ די שיין פון מלך המשיח און פון יידישן פאָלק, און אַלע פעלקער לאָזן זיך גיין נאָך דער שיין, און זיי קומען און פאַלן פאַר די פיס פון מלך המשיח און די יידן און זאָגן: מיר וועלן זיין געטרייע קנעכט ביי דיר און ביי די יידן.
- „שטאַרק פרייען זיך וועל איך מיט גאָט
- און מיטן אַלמעכטיקן וועט קוויקן זיך מיין זעל.
- ער האָט באַקליידט מיך מיט אַ קלייד פון הילף
- און מיט אַ מאַנטל פון גערעכטיקייט מיך איינגעהילט,
- ווי אַ חתן אויסגעפּוצט אין פולן פּראַכט
- און ווי אַ כלה אין איר שענסטער צירונג
- דען ווי געוויקס פון פעלד און גרינס פון גאָרטן
- אַזוי וועט זיין גערעכטיקייט אין הויכן רום
- גאָט לאָזן שפּראָצן קעגן אַלע פעלקער” —
מיט אַ פּראַכט־קלייד, וואָס די שיין זיינע גלאַנצט פון איין עק וועלט צום אַנדערן, וועט גאָט ברוך הוא באַקליידן דעם משיח פון גערעכטיקייט און דערזעענדיק די שיין וועלן יידן אויסרופן:
- גליקלעך איז די שעה וואָס ער איז דאַמאָלס באַשאַפן געוואָרן,
- גליקלעך אין דער מוטער׳ס בויך פון וואַנען ער איז אַרויס,
- גליקלעך זענען די אויגן וואָס האָבן אויף אים אַרויסגעקוקט,
- גליקלעך איז דער דור וואָס זעט אים מיט די אויגן!
- זיין עפענען מיטן מויל — איז זעגן און פרידן,
- זיין שמועס — איז אַ נחת פאַר דער געמיט,
- זיין געדאַנק — אַ באַרואיקונג פאַר דער נשמה.
- וואויל איז דעם וואָס האָט אים זוכה געווען צו זען!
- אַ וואָרט זיינס איז סליחה ומחילה פאַר יידן.
- זיין תפילה — גייט אויף ווי אַ זיסער ריח צום הימל
- און זיין געבעט — איז ריינקייט און הייליקייט.
- וואויל איז יידן, וואָס פאַר אַ גליק עס שטייט זיי פאָר.
אַז ס׳וועט קומען משיח׳ס צייט, וועלן די אבות אויפשטיין אין חודש ניסן, און קומען פאַר משיח׳ן און אים אַזוי זאָגן:
— משיח פון גערעכטיקייט, מיר זענען אַפילו דיינע אבות, דאָך ביסטו גרעסער פאַר אונדז, ווייל דו ביסט אָפּגעקומען פאַר די זינד פון אונדזערע קינדער און ביסט אויסגעשטאַנען אַזוינס, וואָס קיינער ביז דיר האָט פון דעם נישט געוואוסט. צו שפּאָט און צו געלעכטער ביסטו געווען צווישן די פעלקער צוליב יידן; אין שטאָק־פינצטערניש ביסטו געזעסן פאַרשפּאַרט, די ליכטיקע שיין נישט געזען. די הויט אויף דיינע ביינער זענען איינגעשרומפּן געוואָרן און דיין לייב איז אויסגעטריקנט געוואָרן ווי האָלץ, די אויגן זענען דיר פינצטער געוואָרן פון פאַסטן, אָן מאַכט ביסטו געבליבן, צעבראָכן ווי אַ שאַרבן — און דאָס אַלעס איז איבער די זינד פון אונדזערע קינדער. ווילסטו אונדזערע קינדער זאָלן געניסן פון דעם גרויסן גליק וואָס גאָט שיקט דורך דיר פאַר דער וועלט, צי אפשר דערפאַר, וואָס דו האָסט דורך זיי געליטן, ביסטו פון זיי נישט צופרידן?
— אבות פון דער וועלט! — וועט זיי אויף דעם ענטפערן משיח — אַלעס וואָס איך האָב איבערגעלעבט, איז עס דען נישט צוליב אייך און צוליב אייערע קינדער, כדי זיי זאָלן געניסן פון דעם גרויסן גליק וואָס גאָט האָט דורך מיר אַראָפּגעשיקט?
— משיח פון גערעכטיקייט — וועלן אים דערויף זאָגן די אבות — באַרואיקט זאָלסטו זיין ווי דו האָסט באַרואיקט דעם באַשעפער דיינעם מיט אונדז צוזאַמען.
אין יענער צייט וועט גאָט אויפהייבן משיח׳ן ביז די העכסטע הימלען און וועט אים פאַרדעקן מיט דער שיין פון זיין פּראַכט, אַ שוץ פאַר די אומות העולם, און וועט דערביי זאָגן:
— משיח מיינער פון גערעכטיקייט, זיי דו אַ ריכטער איבער אָט די אַלע און טו מיט זיי ווי דו פאַרלאַנגסט. ווען נישט מיין רחמנות איבער דיר וואָלטן די דאָזיקע שוין לאַנג דיך פון דער וועלט אומגעבראַכט אין איין אויגנבליק.
און דאָ נעמט גאָט צוגרייטן פאַר משיח׳ן זיבן חופּות פון אַלע בעסטע איידלשטיינער, פּערל און שמאַראַגדן. פון יעדער חופּה באַזונדער ציען זיך פיר טייכן: פון וויין, פון האָניק, פון מילך און פון לויטערסטן באַלזאַם. און גאָט האַלדזט אים פאַר אַלע צדיקים אין די אויגן און פירט אים אַריין אונטער דער חופּה — און אַלע צדיקים קוקן דאָס צו. ווענדט זיך צו זיי דער אייבערשטער און זאָגט:
— צדיקים פון דער וועלט, משיח מיינער פון גערעכטיקייט איז נאָך נישט באַלוינט געוואָרן אַפילו פאַר אַ טייל פון דעם אַלעמען וואָס ער האָט איבערגעליטן. וואַרט, ס׳איז נאָך פאַראַן ביי מיר צו באַלוינען אים מיט אַזוינס, וואָס קיין אויג האָט עס נישט געזען זינט די וועלט שטערט.
און דאַמאָלס רופט גאָט אַרויס דעם צפון־ווינט און דרום־ווינט און באַפוילט זיי:
— קומט רוימט אָפּ און געשפּריצט פאַר מיין משיח׳ן דעם וועג מיט אַלערליי בשמים פון גן עדן.
און באַלד נאָכדעם ברענגט גאָט אליהו און משיח׳ן, און זיי קומען מיט קריגלעך בוימל אין איין האַנט און מיט וואַנדערשטעקנס אין דער אַנדערער האַנט, און אַלע יידן פאַרזאַמלען זיך אַרום זיי. די שכינה זיי פאָראויס און די נביאים הינטער זיי, די תורה זיי רעכטס און די מלאכים לינקס. און מען פירט זיי אַוועק צום עמק יהושפט, וואו אַלע פעלקער שטייען שוין דאָרט פאַרזאַמלט.
באַפוילט גאָט צו אַלע געצנדינער, עס זאָלן די אַלע איבערגיין איבער דער בריק פונעם גיהנום; און ווי זיי טרעטן נאָר איבער איר אַרויף, ברעכט זי זיך איין אונטער זיי ווי אַ דין שטעקל און אַלע פאַלן אַריין אין גיהנום.
ווערן יידן פאַרציטערט.
— רבונו של עולם — זאָגן זיי מיט שרעק — אפשר וועסטו מיט אונדז אויך אַזוי טון?
— ווער זענט איר דען? — פרעגט זיי גאָט.
— ישראל, דיין פאָלק און דיין אייגנטום.
— ווער וועט דערויף עדות זאָגן!
— אברהם, יצחק און יעקב.
רופט גאָט אברהם׳ן: וועסטו עדות זאָגן, אַז זיי זענען מיין פאָלק און איך בין זייער גאָט?
— יאָ, רבונו של עולם, איך בין אַן עדות.
און דאָסזעלבע ענטפערן אויך יצחק און יעקב.
אין יענער צייט נעמט גאָט די תורה און לייגט זי צו זיך אין שויס און לאָזט באַשיינען די גאַנצע וועלט פון איין עק וועלט ביזן אַנדערן מיטן גלאַנץ פון יידישן פאָלק.
קומט דער מלאך גבריאל פאַר גאָט און זאָגט:
— רבונו של־עולם, לאָזן קומען די געצנדינער און צוזען דאָס גליק פון יידן.
טוט זיך אַן עפן אויף דער גיהנום, און אַלע געצנדינער גייען און קוקן צו דאָס גליק פון יידן, פאַלן זיי אַלע אויפן פּנים און שרייען אויס:
- — ווי פּרעכטיק איז דער האַר פון דער וועלט!
- ווי שיין איז דאָס פאָלק זיין ליבלינג!
- גליקלעך איז דאָס פאָלק וואָס האָט אַזעלכעס דערלעבט!
תורה איז איינע פון די זיילן, וואָס אויף זיי שטייט די וועלט.
ווען נישט די תורה וואָלטן הימל און ערד קיין קיום נישט געהאַט.
תורה גיט לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
תורה איז ליכט.
די פּראַכט פון דער מענטשהייט איז די תורה.
ס׳איז פאַראַן מצוות וואָס דער מענטש געניסט פון זייער פרוכט אויף דער וועלט און דאָס קרן זייערס בלייבט גאַנץ אויף יענער וועלט. תורה לערנען גייט זיי אַלע איבער.
תורה לערנען שטייט העכער ווי בויען דעם בית המקדש, העכער ווי ערלעך־האַלטן פאָטער און מוטער. העכער ווי כהונה און מלכות.
ר׳ מאיר פלעגט זאָגן: אַפילו אַ גוי. וויבאַלד ער גיט זיך אָפּ מיט דער תורה איז ער גלייך ווי אַ כהן גדול.
בן בג־בג פלעגט זאָגן: זוך און זוך ביי איר (ביי דער תורה), דען אַלץ איז אין איר. אַלץ וועסטו זען אין איר; ווער גרוי און עלטער־זיך מיט איר און קיין ריר אַוועק טו זיך נישט פון איר, דען דו האָסט נישט קיין בעסערס פון איר”.
אין עולא׳ס נאָמען האָט מען געזאָגט:
— זינט דער בית המקדש איז חרוב געוואָרן האָט גאָט פאַר זיך אין זיין וועלט נאָר איין קליין ווינקעלע: די פיר איילן פון תורה לערנען.
ר׳ ירמי איז איינמאָל געזעסן פאַר ר׳ זירא׳ן און זיי האָבן צוזאַמען געלערנט. געקומען מנחה צייט — האָט זיך ר׳ ירמי געריסן אויפצושטיין תפילה צו טון — האָט ר׳ זירא אויף אים געזאָגט דעם פּסוק: „ווער עס בייגט אָפּ זיין אויער פון הערן תורה איז אויך די תפילה זיינע אומווירדיק”.
רבא האָט איינמאָל געזען ווי רב המנונא דאַווענט צו לאַנג. האָט ער אויף אים אויסגערופן:
— מען לייגט אַוועק דאָס אייביקע לעבן און מען גיט זיך אָפּ מיט חיי שעה *)!
די תורה איז פאַרן מענטשן אַ סם־חיים (לעבנס־עליקסיר). עס קומט אויס ווי אַ פאָטער האָט באַשטראָפט דעם זון זיינעם און געמאַכט אים אַ וואונד, נעמט ער אַ פּלאַסטער און לייגט אים אויף דער וואונד און זאָגט אים אָן: זון מיינער — ווי לאַנג דער פּלאַסטער ליגט אויף דער וואונד מעגסטו עסן און טרינקען וואָס דיין האַרץ גלוסט און זיך וואַשן מיט קאַלטע און וואַרעמע וואַסער און קיין זאַך וועט דיר נישט שאָדן. קוים אָבער דו נעמסט דעם פּלאַסטער אַראָפּ ביסטו געפערלעך.
דאָס זעלבע האָט גאָט געזאָגט די יידן: קינדער מיינע, איך האָב אייך אַריינגעגעבן דעם יצר הרע, איך האָב אָבער באַשאַפן קעגן אים אַ רפואה: די תורה — וועט איר זיך אָפּגעבן מיט דער תורה זענט איר פאַר אים באַוואָרנט — אויב נישט — זענט איר אין געפאַר אַריינצופאַלן אינגאַנצן צו אים אין די האַנט.
*) תפילה, וואו מען בעט אויף טאָג־טעגלעכע באַדערפענישן און לעבנסמיטל.
די תורה איז אין פיל פּסוקים פון תנ״ך געגליכן צו וואַסער.
וואַסער געפינט זיך אויף דער וועלט אומעטום — די תורה געפינט זיך אויך אומעטום; וואַסער איז לעבן פאַר דער וועלט — די תורה איז אויך לעבן פאַר דער וועלט; וואַסער ווערט געגעבן דער וועלט אומזיסט — די תורה ווערט אויך געגעבן דער וועלט אומזיסט; וואַסער קומט פונעם הימל — די תורה איז אויך אַראָפּגעגעבן געוואָרן פונעם ↰ 85 הימל; וואַסער קומט מיט קולות (דונערן) — די תורה איז אויך געגעבן געוואָרן מיט קולות; וואַסער דערקוויקט דעם מענטשן — די תורה אויך; וואַסער רייניקט דעם מענטשן פון אומריינקייט — די תורה אויך; וואַסער פאַלט מיטן רעגן טראָפּנווייז און עס קלייבן זיך אָן גאַנצע טייכן — די תורה לערנט אויך דעם מענטשן ביסלעכווייז, היינט אַ פּאָר הלכות, מאָרגן אַ פּאָר, ביז עס ווערט אַ גרויסער קוואַל פון חכמה; וואַסער לאָזט זיך אַראָפּ פון דער הויך און זוכט אַן אָרט וואו נידעריקער — די תורה וואַרפט אויך אַוועק די וואָס האַלטן זיך הויך און זוכט אָפּ די וואָס האַלטן זיך קליין; וואַסער האַלט מען נישט אין קיין גאָלדענע און זילבערנע כלים נאָר אין גאָר פּשוטע — די תורה האַלט זיך אויך נישט איין נאָר ביי די וואָס האַלטן זיך געפאַלן; וואַסער אַז מען דאַרף — שעמט זיך נישט אַ גרעסערער צו זאָגן דעם קלענערן: גיב מיר אַ טרונק — ביי תורה דאַרף זיך אויך דער גרעסערער נישט שעמען צו זאָגן דעם קלענערן: לערן מיך אויס איין פּרק, איין הלכה, איין פּסוק, איין אות אַפילו; אין וואַסער קען דערטרונקען ווערן דער וואָס קען נישט שווימען, — אין תורה ווערט אויך פאַרלוירן דער וואָס ווייסט נישט אירע וועגן.
ווי פיש קענען זיך נישט האַלטן אָן וואַסער — אַזוי קענען יידן לאַנג נישט בלייבן אָן תורה.
אַז יידן זענען געגאַנגען אין דער מדבר דריי טעג אָן וואַסער איז זיי אויסגעגאַנגען די כוחות און זיי האָבן זיך אָנגעהויבן צו באַקלאָגן; און אַז יידן בלייבן דריי טעג דורכאַנאַד אָן תורה ווערן זיי אויסגעמאַטערט.
און דערפאַר האָבן די נביאים איינגעפירט ביי יידן, אַז מען זאָל לייענען די תורה דריי מאָל אין דער וואָך: מאָנטיק, דאָנערשטיק און שבת — כדי יידן זאָל נישט אויסקומען צו בלייבן דריי טעג דורכאַנאַנד אָן תורה.
די תורה פאַר די וואָס לערנען זי איז ווי דער רעגן פאַר גראָזן: זי טרייבט זייער וואוקס און הייבט זיי אויף אין דער הויך איידלט זיי אויס און מאַכט זיי זאַנפטיקער.
ר׳ יהושע בן לוי זאָגט: אַלע טאָג לאָזט זיך הערן אַ בת קול פון בערג חורב (סיני), וואָס רופט אויס: וויי איז די לייט פאַר די באַליידיקונג פון דער תורה!
רבא זאָגט: יעדער גוף איז אַ שיידל צו עפּעס. וואויל איז דעם, וואָס זיין גוף איז אַ שיידל צו דער תורה.
ר׳ חנינא בן תרדיון זאָגט: אַז צוויי זיצן און פירן אַ שמועס נישט פון דברי־תורה, הייסט עס אַ מושב לצים (אַ געזעלשאַפט פון שפּעטערס); אויב אָבער זיי שמועסן אין תורה, רוט צווישן זיי די שכינה.
עס פאַלט אַריין אין אַ כוס פול מיט בוימל איין טראָפּן וואַסער, גיסט זיך אַקעגן דעם אַרויס אַ טראָפּן בוימל; גייט אַריין אין קאָפּ אַ לצנות־זאַך, גייט אַקעגן דעם אַרויס פון קאָפּ אַ תורה זאַך. און דאָס זעלבע אויך פאַרקערט.
ר׳ טרפון פלעגט זאָגן:
— נישט די ביסט מחויב צו פאַרענדיקן די אַרבעט (פון תורה לערנען), די ביסט אָבער נישט פריי זי אינגאַנצן אַוועקלייגן, וואָס מער דו וועסט לערנען — מער לוין וועסטו באַקומען, און פאַרלאָזן מעגסטו זיך אויף דיין בעל הבית (גאָט) אַז ער וועט דיר פאַר דיין אַרבעט באַלוינען.
די חכמים האָבן געזאָגט:
— אַן אָרעמאַן און אַ רייכער קומען אויף יענער וועלט פאַרן בית דין של מעלה: פרעגט מען דעם אָרעמאַן: פאַר וואָס האָסטו זיך נישט אָפּגעגעבן מיט תורה? פּרואווט ער זיך פאַרענטפערן: „איך בין געווען אָרעם, פאַרטראָגן שטענדיק אין זוכן פּרנסה” — זאָגט מען אים: ביסטו אפשר געווען אָרעמער פאַר הלל׳ן?
מען דערציילט פון הלל׳ן:
אַלע טעג פלעגט הלל זיך פאַרדינגען אויף אַרבעט און באַקומען לוין אַ טראָפּייעיק *) דערפון פלעגט ער האַלב אַוועקגעבן דעם טויערהיטער פון בית המדרש, ער זאָל אים אַריינלאָזן הערן תורה, און האַלב איז אים פאַרבליבן אויף לעבנסמיטל פאַר זיך און פאַר זיין הויז־געזינד. מאַכט זיך איינמאָל אַז ער האָט אַ גאַנצן טאָג געזוכט און נישט געקומען וואו צו פאַרדינען, קומט ער צו פאַר נאַכט צום בית המדרש, לאָזט אים אַהין דער היטער אָן געלט נישט אַריין, קלעטערט ער אַרויף אויפן דאַך און שפּאַרט זיך אָן דאָרט קעגן שיין ־ פענצטערל דאָ אַרום אויפצוכאַפּן אַ לעבעדיקס גאָטס וואָרט פון די צוויי גרויסע ↰ 87 לערער׳ס מויל — פון שמעיה און אבטליון. אויסגעקומען איז עס אין אַ ווינטערדיקן פרייטיק, טבת צייט, און ווי הלל ליגט דאָ אַזוי פאַרטיפט אין הערן, פאַלט דערווייל אויס אַ שניי — גייט אַזוי לאַנג, ביז ער האָט אים פאַרשאָטן, שבת פאַר טאָג זאָגט שמעיה צו אבטליון: אבטליון ברודער, אַלע טאָג אין דער צייט איז שוין דאָ אין הויז ליכטיק און היינט איז נאָך אַזוי פינצטער, וואָס געטייט עס? זאָל דאָס זיין אַזאַ וואָלקן־טאָג? גיבן זיי אַ קוק אַרויף און דערזען עפּעס אַ מענטשן־געשטאַלט אויבן אין פענצטערל. איז מען אַרויף אויפן דאַך, געפינט מען הלל׳ן דאָרט ליגן אונטער אַ באַרג שניי פון דריי איילן די הויך. נעמט מען אים אַראָפּ, מען וואַשט אים אַרום און מען שמירט אויס זיין לייב מיט בוימל און מען מאַכט אַ פייער אים צו דערוואַרעמען, ער זאָל קומען צו זיך. „צוליב אָפּראַטעווען דאָס לעבן פון אַזעלכן — האָבן געזאָגט די לערער — מעג מען מחלל שבת זיין”.
86 *)
גיט מען אַ פרעג דעם רייכן: און דו פאַרוואָס האָסטו זיך נישט אָפּגעגעבן מיט תורה? פאַרענטפערט ער זיך: „איך בין געווען רייך, פאַרטראָגן תמיד אין גרויסע געשעפטן” — זאָגט מען אים: ביסטו אפשר רייכער געווען פון ר׳ אלעזר בן חרסום?
מען דערציילט פון ר׳ אלעזר בן חרסום, אַז דער פאָטער האָט אים איבערגעלאָזט ירושה טויזנט שטעטלעך אויף דער יבשה און טויזנט שיפן אויפן ים. פלעגט ער נעמען מיט זיך אַ זעקל מיט ברויט אויף די אַקסלען און אַרומוואַנדערן פון שטאָט צו שטאָט און פון לאַנד צו לאַנד צו לערנען תורה. איינמאָל קומט ער אין זיינס אַ שטעטל, וואו אַפילו זיינע אייגענע קנעכט האָבן אים דאָרט נישט געקענט. האָבן זיי אים איבערגענומען, געוואָלט אים נויטן, ווי יעדן ליידיקגייער, אָפּצוטון די צווינג־אַרבעט פאַר דעם אייגנטימער. בעט ער זיך ביי זיי: לאָזט מיך אָב, איך וויל גיין לערנען תורה. שווערן זיי זיך ביים לעבן פון זייער האַר ר׳ אלעזר בן חרסום, אַז זיי וועלן אים נישט אָנלאָזן — ביז ער האָט געמוזט זיך אויסקויפן ביי זיי פאַר געלט. און אַזוי איז ר׳ אלעזר בן חרסום געזעסן טאָג און נאַכט און געלערנט תורה, און אַלע זיינע גיטער זענען אים קיינמאָל גאָרנישט אָנגעגאַנגען.
קומט אויס, אַז הלל באַשולדיקט די אָרעמע לייט און ר׳ אלעזר בן חרסום — די רייכע.
אליהו, דערמאָנט זאָל ער ווערן צו גוטן, דערציילט:
— איינמאָל בין איך געגאַנגען אין וועג, באַגעגענט מיך אַ מענטש. ↰ 88 גייט מיט מיר און ווערטלט זיך און מאַכט זיך איבער מיר לוסטיק. זאָג איך אים: זון מיינער, וואָס וועסטו ענטפערן ביים יום הדין — אַז מען וועט דיך פרעגן פאַרוואָס האָסטו קיין תורה נישט געלערנט? זאָגט ער: איך קען ענטפערן — גאָט האָט מיר נישט געשענקט גענוג שכל און פאַרשטאַנד און מוח צו לערנען. פרעג איך אים: זון מיינער — מיט וואָס באַשעפטיקסטו זיך? — איך באַשעפטיק זיך — ענטפערט ער מיר — מיט פאַנגען פויגל און פיש. פרעג איך אים ווייטער: ווער האָט דיר געגעבן שכל און פאַרשטאַנד אויסצוזוכן פלאַקס — אים שפּינען — אויספלעכטן נעצן און פאַנגען מיט זיי פיש און עופות און פאַרקויפן זיי אין מאַרק? — גאָט — זאָגט ער — האָט עס מיר געגעבן. זאָג איך אים: אויסצוזוכן פלאַקס — אים שפּינען — אויספלעכטן נעצן און פאַנגען מיט זיי פיש און פויגל האָט דיר יאָ גאָט געגעבן שכל און פאַרשטאַנד — און פאַר דער תורה — איבער וועלכער עס ווערט געזאָגט — אַז זי איז „זייער נאָענט” צום מענטשן און ס׳איז גאָר לייכט זי צו דערגרייכן, — פאַר איר פאַרמאָגסטו נישט קיין שכל און פאַרשטאַנד?
ר׳ נהוראי פלעגט זאָגן:
— איך שטעל אַוועק אַלע מלאכות פון דער וועלט און לערן מיין זון נאָר תורה — ווייל דער מענטש געניסט פון אירע פרוכט אויף דער וועלט און דאָס קרן גלייכט פאַר אים איבער גאַנץ אויף יענער וועלט. ביי אַלע אַנדערע מלאכות איז נישט אַזוי — און אַז אַ מענטש ווערט קראַנק אָדער אַלט און קען זיך נישט אָפּגעבן מיט זיין מלאכה — שטאַרבט ער פון הונגער — די תורה אָבער שטייט־ביי דעם מענטשן אין אַלע זיינע נויטן און היט אים פון אַלעס בעז אין דער יוגנט און פאַרזאָרגט אים מיט אַ שיין און אַ רואיק לעבן אויף דער עלטער.
- „אַ גוטן איינקויף האָב איך אייך געגעבן:
- מיין תורה פאַרלאָזט נישט” —
תורה איז די בעסטע סחורה. צוויי סוחרים — אַ שטייגער — האָבן יעדער אַ באַזונדער מין סחורה — איינער זיידנס און דער אַנדערער וואָלנס — און זיי מאַכן צווישן זיך אַ בייט. בלייבט אַלץ יעדער פון זיי נאָר ביי ↰ 89 איין מין. תורה אָבער, ווען איינער איז אַ וואויל־געלערנטער אין איין מסכת און דער אַנדערער אין אַ צווייטער מכסת. בלייבט יעדער פון זיי ביי ביידע מסכתות — איז נישט תורה די בעסטע סחורה?
איינער אַ וואויל־געלערנטער האָט איבעררייזט אין אַ שיף צוזאַמען מיט פיל סוחרים — דערפרעגן זיי זיך ביי אים: וואו איז דיין סחורה? ענטפערט ער זיי: מיין סחורה איז פיל בעסער פון אַלע אייערע. זוכט מען אין דער שיף אין אַלע ווינקעלעך און מען געפינט גאָרנישט. הייבט מען אָן פון אים צו לאַכן. אין מיטן ים באַפאַלן איבער די שיף רויבער און רויבן אַוועק פון די רייזנדע זייער גאַנץ פאַרמעגן. ווי די סוחרים זענען געקומען צו אַ שטאָט זענען זיי אַראָפּ הוילע און הונגעריקע און זיך אַרומגעדרייט אין די גאַסן און נישט געהאַט מיט וואָס אַ טאָג איבערצוקומען. דער וואויל־געלערנטער אָבער איז אַריין גלייך אין בית המדרש און זיך געשטעלט דרשענען פאַרן עולם. אַז די שטאָט־לייט האָבן געזען דאָס ער איז אַזאַ גרויסער געלערנטער, האָבן זיי אים גרויס כבוד אָנגעטאָן און אים פאַרזאָרגט מיט אַלע זיינע באַדערפענישן. דערוויסן זיך דערפון יענע סוחרים, קומען זיי צו אים און בעטן אים איבער אויף דעם וואָס זיי האָבן אים פריער אויסגעלאַכט, און זאָגן אים: מיר בעטן דיך, דו ווייסט דאָך יאָ ווער מיר זענען, רעד אויס פאַר אונדז אַ גוט וואָרט פאַר די שטאָט־לייט מען זאָל אונדז נישט דערלאָזן אויסגיין פאַר הונגער. זאָגט ער זיי: האָב איך אייך דען נישט געזאָגט, אַז מיין סחורה איז בעסער פון אייערע? אייערע איז פאַרלוירן געגאַנגען — מיינע איז געבליבן — תורה איז פאָרט די בעסטע סחורה.
ר׳ יוסי בן קסמא האָט דערציילט:
— איינמאָל בין איך געגאַנגען אין וועג, באַגעגענט מיך איינער באַגריסט מיך און פאַרפירט מיט מיר אַ שמועס. — רבי — פרעגט ער מיך — פון וואָס פאַר אַן אָרט ביסטו? ענטפער איך אים: פון אַ גרויסער שטאָט, אַ שטאָט פון חכמים און וואויל־געלערנטע. — רבי — זאָגט ער מיר ווידער — אפשר ווילסטו באַשטאַנען זיך געזעצן ביי אונדז אין שטאָט, וועלן מיר דיך אָפּגילטן. זאָג איך אים: איך זאָל וויסן אַפילו, אַז איר וועט מיר אָנגעבן דאָס גאָלד און זילבער מיט די דימענטן און בריליאַנטן פון דער גאַנצער וועלט — וועל איך בלייבן וואוינען נישט ↰ 90 ערגעץ אַנדערש נאָר אין אַן אָרט פון תורה, ווי דוד המלך זאָגט: „בעסער איז מיר די לערע פון דיין מויל אַלס טויזנטער גאָלד און זילבערשטיק”. און אויך דאָס: גייט אַ מענטש פון דער וועלט, באַגלייטן אים נישט דאָס גאָלד און זילבער און נישט דימענטן און בריליאַנטן, נאָר תורה און גוטע מעשים.
די תורה ווערט דערוואָרבן דורך אַכט און פערציק אייגנשאַפטן:
דורך לערנען, איינהערן זיך, קלאָר אויסרעדן, גלייכן פאַרשטאַנד, אינערלעכע פאַרטיפונג, ערפורכט, פרומקייט, עניוות, מונטערקייט, ריינקייט, באַדינען געלערטע, אויסדרינגען צוזאַמען מיט חברים, פּלפּול מיט תלמידים, געזעצקייט, וויסן מקרא און משנה, ווייניק האַנדלען, ווייניק שלאָפן, ווייניק שמועסן, ווייניק פאַרגעניגן זיך אָנטאָן, ווייניק לאַכן, ווייניק פאַרקערן מיט דער וועלט, איינגעהאַלטנקייט פון כעס, גוטהאַרציקייט, גלויבן אין חכמים, אָננעמען יסורים, וויסן פאַר זיך דאָס פּלאַץ, צופרידן זיין מיט דעם וואָס מ׳האָט, מאַכן אַ צוים צו אייגענע רעד, נישט זאָגן זיך אַליין אַ דאַנק; באַליבט זיך מאַכן, ליבן גאָט, ליבן לייטן, ליבן גוטס טון ליבן שטראָף אויסצוהערן, ליבן גערעכטיקייט, דערווייטערן זיך פון כבוד, נישט איבערנעמען זיך ביים לערנען, נישט פרייען זיך אַרויסצוטראָגן אַ פּסק; מיטראָגן מיטן חבר די יאָך און דן זיין אים צו גוטן, אים שטעלן אויפן אמת, דערברענגען צו שלום, באַפרידיקט זיין מיטן לערנען, פרעגן און ענטפערן, אויסהערן און אַליין אין דעם אויפטאָן, לערנען כדי צו קענען מיט אַנדערע לערנען און לערנען כדי צו טון; אויפקלערן דעם לערער, איבערגעבן דאָס וואָס מ׳הערט פונעם לערער פּינקטלעך און איבערזאָגן אַ זאַך אין נאָמען פון דעם, וואָס האָט עס געזאָגט.
זאָלסט נישט זוכן קיין גרויסקייט פאַר זיך און זאָלסט נישט באַגערן קיין כבוד. מער וויפיל דו לערנסט זאָלסטו נישט טון. און זאָלסט נישט גלוסטן נאָך דעם טיש פון פירשטן, דען דיין טיש איז גרעסער ווי זייער טיש און דיין קרוין איז גרעסער ווי זייער קרוין, און דיין אַרבעט־געבער איז באַגלויבט דיר צו באַצאָלן דעם לוין פאַר דיין ווערק.
ווער עס האַלט זיך קליין איבער דער תורה אויף דער וועלט — וועט גרויס זיין אויף יענער וועלט, און ווער עס פאַרשקלאַפט זיך איבער דער תורה — וועט פריי זיין אויף יענער וועלט.
ר׳ עקיבא האָט געזאָגט: ווער עס נעמט זיך איבער מיט זיין קענען לערנען — איז גלייך צו אַ נבלה אַ צעלייגטע אין מיטן וועג, יעדער פאַרבייגייער פאַרשטעלט זיך די נאָז, דרייט זיך אויס און איילט זיך פון דאָרט אַוועקצוגיין.
בן עזיא האָט געזאָגט: ווער עס לאָזט זיך אַראָפּ צוליב דער תורה, עסט אַ פאַרדאַרט שטיקל ברויט מיט ציגעלע און גייט אָנגעטאָן אין שמאַטעס, און זיצט־איבער גאַנצע טעג און וואַלגערט זיך פאַר די טירן פון געלערטע, אַזוי אַז יעדער פאַרבייגייער טייט אויף אים מיט די פינגער ווי אויף אַ ווילדן מענטשן — דער ווערט צום סוף אַליין אַ געלערטער און דו געפינסט ביי אים אַן אוצר פון דער תורה.
„די קלוגשאַפט געפינט זיך פון נישט” — אויף דעם דאָזיקן פּסוק אין איוב האָט ר׳ יוחנן געזאָגט: די תורה קען זיך איינהאַלטן נאָר ביי דעם, וואָס האַלט זיך גלייך ווי ער ווייסט גאָרנישט.
„די חכמה־זינגט אויס אין דרויסן” — אויף דעם פּסוק אין משלי האָט רבא געזאָגט: „לערן אין דער שטיל גיי זיך אין צימער אינעווייניק — די תורה דיינע וועט שוין איבער דיר אַרויסרופן אין דרויסן.
די תורה — איר שיך איז עניוות, איר קרוין — פרומקייט.
ר׳ יוחנן בן זכאי פלעגט זאָגן: אויב דו האָסט געלערנט פיל תורה גיב זיך נישט קיין דאַנק דערפאַר, דען דערויף ביסטו געשאַפן.
אַזוי איז די אַרט פון תורה לערנען! ברויט מיט זאַלץ זאָלסטו עסן און וואַסער מיט אַ מאָס זאָלסטו טרינקען, און אויף דער ערד זאָלסטו שלאָפן און אַ לעבן פון נויט זאָלסטו לעבן, און מיען זאָלסטו זיך איבער די תורה. אויב דו טוסט אַזוי, וואויל איז דיר און גוט איז דיר — וואויל איז דיר אויף דער וועלט און גוט איז דיר אויף יענער וועלט.
ר׳ יונתן זאָגט: דער וואָס איז מקיים די תורה און אָרעמקייט וועט ער זי אַמאָל מקיים זיין אין רייכקייט; און דער וואָס פאַרלאָזט די תורה צוליב רייכקייט וועט ער זי אַמאָל פאַרלאָזן צוליב אָרעמקייט.
ר׳ מאיר זאָגט: וואָס ווייניקער גיב זיך אָפּ מיט געשעפט און באַשעפטיק זיך מיט דער תורה, און האַלט זיך קליין פאַר יעדן מענטשן. אויב די ווילסט פאַרלאָזן די תורה וועסטו האָבן פאַר זיך אַ סך שטערונגען, אויב די וועסט אָבער באַשעפטיקן זיך מיט דער תורה איז פאַראַן פיל באַלוינונג דיר צו געבן.
„נישט אויפן הימל איז זי (די תורה)” — נישט ביי די, וואָס פאַררייסן דעם קאָפּ אין דער הויך; „און נישט פון יענער זייט ים” — נישט ביי די, וואָס לאָזן זיך אין ווייטע מדינות האַנדלען און וואַנדלען.
„דאָס טומלען זיך צעשטרייט דעם קלוגן” — ווערט געזאָגט אין קהלת. גיט זיך אָפּ אַ געלערטער מיט צופיל זאַכן ווערט זיין חכמה צעמישט; גיט זיך ווידער אָפּ אַ געלערטער מיט קהלשע זאַכן — פאַרגעסט ער דאָס לערנען זיינס.
ר׳ יהושע בן לוי דערציילט: זעכציק הלכות האָט מיך ר׳ יהודה בן פּדיה אויסגעלערנט אין איין ענין, האָב איך זיי אַלע פאַרגעסן ביז איינע, און נאָר דערפאַר וואָס איך האָב זיך אבגעגעבן מיט קהל־זאַכן.
ר׳ שמעון בן יוחאי זאָגט: תורה איז איינע פון די גוטע מתנות” וואָס דער מענטש באַקומט זיי נאָר דורך יסורים, ווי דער משורר אין תהלים זאָגט: „וואויל איז דעם מענטשן וואָס דו (גאָט) באַשטראָפסט אים — און מיט דער תורה דיינע באַלערסטו אים”.
אַזעלכע יסורים, וואָס שטערן נישט דעם מענטשן צום לערנען — הייסן „יסורים של אהבה” (ליבע־ליידן).
ר׳ ביסנא זאָגט: ס׳איז נישטאָ אויף דער וועלט קיין מענטש אָן יסורים, איינער שלאָפט נישט פאַר ציינווייטיק, איינער — ווייל ער מיט זיך אין דער תורה. דער איז וואַך אין יענער איז וואַך — וואויל איז דעם מענטשן וואָס איז וואַך צוליב דער תורה.
צוליב תורה מוז מען אַמאָל זיין אַן אַכזר אויף אייגענע ווייב און קינדער.
אַז ר׳ אדא בר מתנה האָט זיך אַוועקגעלאָזט לערנען תורה, פרעגט אים דאָס ווייב: וואָס וועל איך טון מיט די קינדער? ווער וועט זיי שפּייזן?
— האָבן זיך אויסגעלאָזט שילפן (טשערעט) ביי די טייכן? — האָט ער איר אָפּגעענטפערט.
ר׳ יצחק זאָגט: זאָגט דיר עמעצער: „איך האָב זיך באַמיט און נישט עררייכט” — גלויב נישט; „זיך נישט באַמיט און עררייכט — גלויב נישט; „זיך באַמיט און עררייכט” — גלויב.
ר׳ אליעזר פלעגט זאָגן:
אַלע ימים זאָלן זיין טינט — אַלע שילפן — פּענעס — הימל און ערד — פּאַרמעט — און אַלע מענטשן שרייבער — וועט עס נישט קלעקן צו פאַרשרייבן אין גאַנצן די תורה וואָס איך האָב אויסגעלערנט; און איך האָב פון איר נישט געמינדערט מער ווי אַן איינגעטונקט פּענדזל פונעם ים.
ר׳ עקיבא זאָגט: איך פיל זיך נישט אין כוח צו זאָגן ווי מיינע לערער: זיי האָבן דאָך עטוואָס פון דער תורה געמינדערט — איך אָבער האָב פון איר קיין האַר נישט געמינדערט, ווי עס ווערט נישט געמינדערט פונעם אתרוג אַז מען שמעקט אים — פונעם קוואַל אַז מען שעפּט פון אים — פונעם ליכט אַז מען צינדט ביי דעם אָן אַ צווייטע.
בן עזאי איז איינמאָל געזעסן און געדרשעט — און אַ פייער האָט זיך אַרום אים צעפלאַמט. גייט מען און מען דערציילט עס ר׳ עקיבאן. קומט צו אים ר׳ עקיבא און זאָגט אים: מ׳האָט מיר איבערגעגעבן אַז דו האָסט געדרשעט און אַ פייער האָט אַרום דיר געפלאַמט.
— אַזוי איז טאַקע געווען — ענטפערט בן עזאי.
— האָסטו זיך נישט פאַרטיפט אין אַ שמועס איבער מעשה מרכבה *)!
— ניין — זאָגט בן עזאי — נאָר איך בין געזעסן און אויפגעציילט איינס אויפן אַנדערן תורה ווערטער, פון תורה איבערגעגאַנגען צו נביאים — פון נביאים צו כתובים — האָבן די ווערטער געבלאַנקט שפּאָגעלנייע און זאַנפט זענען זיי געווען ווי נאָר־וואָס געגעבענע פון סיני. זענען זיי דען אויפן באַרג סיני פון אָנהייב אָן נישט דורך פייער דער וועלט געגעבן געוואָרן?
*) הויכע און טיפע ענינים פון די סודות התורה.
ר׳ חנינא בן חכינאי און ר׳ שמעון בן יוחאי האָבן זיך אַוועקגעלאָזט צו ר׳ עקיבא אין בני ברק צו לערנען תורה. האָבן זיי דאָרט פאַרבראַכט גאַנצע דרייצן יאָר. פלעגט ר׳ שמעון בן יוחאי אָפט שיקן צו געוואָר־ווערן וואָס עס טוט זיך ביי אים אין דער היים. ר׳ חנינא בן חכינאי אָבער האָט דאָס נישט געטאָן.
איינמאָל באַפוילט דאָס ווייב ר׳ חנינא בן חכינאי: „דיין טאָכטער איז שוין אַ דערוואַקסענע — ס׳איז שוין צייט זאָלסט קומען זי חתונה מאַכן”. האָט ער גענומען דערלויבעניש ביי ר׳ עקיבא און איז אַוועק צו זיך אַ היים. געקומען צו זיך אין שטאָט, געפינט ער אַז די גאַסן האָבן זיך אין דער צייט אינגאַנצן געענדערט און ער האָט נישט געוואוסט וואו איז זיין הויז. זעצט ער זיך ביים ברעג טייך. הערט ער ווי די וואַסער־שעפערינס רופן זיך אָן צו איינער פון זיי: „חכינאי׳ס טאָכטער — נעם אָן אַ קרוג וואַסער און לאָמיר גיין”. טראַכט ער זיך: זעט אויס — דאָס איז פון מיין הויז. גייט ער נאָך יענער, ביז זי איז אַריין אין אַ שטוב און ער נאָך איר. איז גראָד זיין ווייב געזעסן דעמאָלט און געזיפּט מעל, ווי זי גיט אַזוי אַ קוק דערזעט זי אים פּלוצים שטיין פאַר זיך — און פאַלט טויט־חלשות.
— אָרעמע! — שרייט ער אויס — אויפהייבנדיק די אויגן צום הימל — אָט דאָס איז אַזאַ באַלוין פאַר אַזוי פיל יאָרן ליידן!? דערבאַרעם זיך אויף איר, רבונו של עולם!
איז זי באַלד געקומען צו זיך און געעפנט די אויגן.
ר׳ חמא בר ביסא האָט זיך אַוועקגעלאָזט אין דער פרעמד לערנען און פאַרבראַכט דאָרט אין בית המדרש גאַנצע צוועלף יאָר. געקומען דערנאָך צוריק אין זיין שטאָט — טראַכט ער זיך: איך וועל נישט טון אַזוי ווי בן חכינאי. גייט ער אַוועק אין בית המדרש — בלייבט דאָרט וואַרטן און שיקט אַ היים אָנזאָגן אַז ער איז געקומען.
דערווייל קומט אַריין אין בית המדרש אַ יונגערמאַן און זעצט זיך אַוועק קעגן ר׳ חמא׳ן. פאַרפירן זיי ביידע אַ שמועס אין לערנען. זעט ר׳ חמא, אַז דער יונגערמאַן האָט אַ שאַרפן קאָפּ און קען פיל לערנען. פאַלט ער אַריין אין מרה־שחורה און טראַכט זיך: אַך, וואָלט ↰ 95 איך געבליבן אין דער היים וואָלט דאָך מיין זון ביי מיר אויך געקענט אויסוואַקסן אַזעלכער ווי דער!
שפּעטער אַז ר׳ חמא איז אַריינגעקומען צו זיך אין הויז, איז באַלד נאָך אים אַהין געקומען אויך יענער יונגערמאַן. מיינט ר׳ חמא, אַז געקומען איז ער ביי אים פרעגן אַ דבר־הלכה, שטעלט ער זיך פאַר אים אויף.
רופט אויס דאָס ווייב: וואו האָט מען דאָס געזען, אַז אַ פאָטער זאָל שטיין פאַר זיין זון? דאָס איז דאָך אונדזער קינד אושעיא!
דערהערט דאָס, האָט זיך ר׳ חמא שטאַרק דערפרייט און האָט אויסגערופן מיט די ווערטער פון קהלת:
— „דער פאָדעם אין דרייען־געדרייטער וועט זיך נישט גיך איבעררייסן” — וויבאַלד דריי דורות כסדר, פון מיין פאָטער ביז מיין זון האַלט זיך אין אונדזער הויז די תורה, בין איך זיכער אויף ווייטער — אַז קיינמאָל וועט זי זיך שוין פון אונדזער הויז נישט אויסלאָזן.
רבא האָט געשיקט זיין זון נאָך דער חתונה זיינער אין ר׳ יוסף׳ס בית המדרש אויף זעקס יאָר צו לערנען תורה. אַוועק דריי יאָר האָט זיך דער יונגערמאַן פאַרבענקט נאָך זיין הויז־געזינד און זיך אומגעקערט אַהיים צו זען זיך מיט זיינע אייגענע, איז ער אָנגעקומען אַהיים פּונקט ערב יום כיפּור. דערהערט דאָס זיין פאָטער — כאַפּט ער אַ שטעקן און לויפט אַקעגן אים אַרויס.
אַ דו יונגאַטש איינער! — פאַלט ער אויף אים אָן — ס׳האָט דיך געצויגן צו דיין טייבל־ווייבל!
האָבן זיי זיך אַזוי ווייט פאַראַמפּערט — אַז זיי האָבן אַפילו נישט פאַרפאַסט מיט דער סעודה המפסקת.
איינער אַ כופר האָט געזען ווי רבא איז פאַרטיפט שטאַרק אין לערנען, אַזוי אַז ער האָט נישט געשפּירט ווי זיין פינגער האָט זיך צעקלעמט ביז צום בלוט. רופט ער זיך אָן:
— אָט דאָס הייסט אַ פאָלק אַ מבוהל! דאָס מויל כאַפּט פאַר די אויערן, אויסגעשריגן „נעשה” (מיר וועלן טון) פאַר „נשמע” נאָך איידער מען הערט וואָס מען הייסט טון, צי מען וועט עס קענען אויספירן. אָט אַזעלכע זענט איר געווען און אַזוי זענט איר פאַרבליבן ביז היינטיקן טאָג!
מיר — ענטפערט אים רבא — קליגן זיך נישט צופיל, אויף אונדז איז געזאָגט געוואָרן: „דאָס תמימות פון די גראַדע לייט פירט זיי (אויפן רעכטן וועג)”; אויף אייערע לייט אָבער, וואָס זענען פאַרדרייט און ווילן יענעם פאַרדרייען, איז געזאָגט געוואָרן די צווייטע העלפט פון דעם זעלבן פּסוק: „דאָס פאַרדרייעניש פון די פאַררעטער פאַרפירט זיי אין אַן אומגליק”.
די תורה ביי די וואָס לערנען זי איז ליב יעדער טאָג און יעדע שעה פּונקט ווי די ערשטע שעה ווען מ׳האָט זי אַראָפּגעגעבן פון באַרג סיני.
דאָס זויגנדיקע קינד געפינט אין דער מוטערס ברוסט אַלעמאָל פרישע און זיסע מילך, אַזוי געפינט דער לערנער אין דער תורה אַלעמאָל אַ פרישן טעם און אַ נייעם געשמאַק.
ר׳ אלעזר בן פּדת פלעגט זיין אַזוי אַריינגעלאָזט אין דער תורה, אַז ער אַליין פלעגט זיצן און לערנען אין אונטערשטן מאַרק פון צפּורי און דער אויבערמאַנטל זיינער פלעגט בלייבן ליגן ערגעץ אויף דער ערד אין דעם אייבערשטן מאַרק — וואו ער האָט עס לויפנדיק אין בית המדרש דאָרט פאַרלוירן.
— איינמאָל — דערציילט מען — האָט איינער געוואָלט דעם מאַנטל צונעמען, האָט יענער אָבער געפונען אויף אים ליגן אַ גיפטיקע שלאַנג.
ווי די פיש וואָס וואַקסן אַליין שטענדיק אין וואַסער, און פון דעסטוועגן ווי עס פאַלט נאָר אַראָפּ אַ טראָפּן רעגן פון אויבן, כאַפּן זיי עס אויף מיט דורשט, גלייך ווי זיי האָבן אויף זייער לעבן קיינמאָל קיין וואַסער נישט פאַרזוכט, — אַזוי אויך יידן, כאָטש זיי ווייקן זיך אין תורה, ווי זיי דערהערן נאָר אַ ניי וואָרט פון תורה כאַפּן זיי עס אויף מיט דורשט גלייך ווי זיי האָבן קיינמאָל קיין תורה נישט פאַרזוכט.
ר׳ אביה האָט זיך איינמאָל אומגעקערט פון קסריה אַהיים, האָט דאָס פּנים ביי אים געשטראַלט פאַר שמחה. האָבן עס די תלמידים ↰ 97 באַמערקט, גייען זיי און דערציילן עס ר׳ יוחנן: ר׳ אביה, זעט אויס, האָט געפונען אַן אוצר.
— פון וואַנען ווייסט איר? פרעגט זיי ר׳ יוחנן.
— דאָס פּנים — ענטפערן זיי — שטראַלט אים פאַר גרויס פרייד
— ווייזט אויס — זאָגט זיי ר׳ יוחנן — אַז ער האָט זיך דערוואוסט אַ נייעס אין דער תורה.
דערפרעגן זיך די תלמידים ביי ר׳ אביה: וואָס פאַר אַ נייעס האָט דער רבי געהערט אין דער תורה?
— איך בין געוואָר־געוואָרן פון אַן אַלטער תוספתא — האָט ער זיי געענטפערט מיט אַ שיינענדיק פּנים.
אַ גוי האָט באַמערקט אַז ביי ר׳ יהודה בן אלעאי איז דאָס פּנים רויט. זאָגט ער: נישט אַנדערש, אַז דער פאַרנעמט זיך מיט איינס פון די דריי זאַכן: אָדער ער איז אַ וואָכערניק, אָדער אַ חזירניק, אָדער אַ וויינטרינקער.
דערהערט עס ר׳ יהודה, רופט ער זיך אָן: ווי לאַנג שמאַכט ער צי איינס פון די דריי זאַכן איז אמת. נישט קיין וואָכערער בין איך און נישט חזירים האָדעווע איך — ביידע זאַכן זענען יידן פאַרווערט. און קיין וויין טרינק איך אויך נישט — אויסער די פיר פּסחדיקע כוסות, אי דאָס גיי איך פון זיי אַרום מיט אַ קאָפּ־ווייטיק ביז שבועות.
— פון וואָס־זשע פאָרט איז דאָס פּנים ביי דיר אַזוי רויט? — פרעגט מען אים.
— פון דער תורה — ענטפערט ער — זי גיט מיר חיות און זי געשיינט מיר דאָס פּנים.
אַ מענטש טאָר נישט זאָגן: איך וועל לערנען, כדי מען זאָל מיך רופן געלערטער, רבי, כדי איך זאָל ווערן ראש ישיבה; נאָר לערנען זאָלסטו תורה לשמה, אויס ליבע צו איר אַליין — און דער כבוד וועט דיך שוין נישט אויסמיידן.
ר׳ צדוק פלעגט זאָגן: מאַך נישט זי (די תורה) פאַר אַ קרוין צו שטאָלצירן דערמיט און נישט קיין אינסטרומענט צו פאַרדינען מיט דעם, ווי הלל פלעגט זאָגן: „באַנוצט זיך ווער מיט דעם קרוין (פון תורה), מוז ער אונטערגיין”.
ר׳ מאיר זאָגט: דער וואָס באַשעפטיקט זיך מיט תורה צוליב איר אַליין איז זוכה צו פיל זאַכן. און נישט נאָר דאָס, נאָר די גאַנצע וועלט קומט אים. ער ווערט אָנגערופן פריינד און געליבטער, פריינד פון גאָט און פריינד פון לייטן, דערפרייער פון גאָט און דערפרייער פון מענטשן. און זי (די תורה) קליידט אים אָן מיט עניוות און ערפורכט, און מאַכט אים פעאיק צו ווערן פרום, ערלעך און געטריי — און דערווייטערט אים פון זינד און ברענגט אים צו טון גוטס; און מען געניסט פון אים ראַט און קענטעניש, פאַרשטאַנד און שטאַרקייט; און זי גיט אים קענטשאַפט און פעאיקייט ריכטיק צו אורטיילן; און מען אַנטפּלעקט פאַר אים סודות פון דער תורה, און ער ווערט ווי אַ קוואַל וואָס הערט נישט אויף און ווי אַ שטראָם וואָס האַלט זיך אין איין שטאַרקן, און ער ווערט באַשיידן און געדולדיק, און ער איז מוחל אויף אַ באַליידיקונג. און זי מאַכט אים גרויס און דערהויבן איבער אַלע זאַכן.
ר׳ בנאה פלעגט זאָגן: תורה צוליב איר אַליין איז אַ סם פון לעבן, תורה צוליב אַנדערע צילן איז אַ סם המוות.
רב פלעגט זאָגן: עס שאַדט נישט אַ מענטש זאָל זיך באַשעפטיקן מיט תורה און מצוות אַפילו צוליב אַנדערע צילן, דערפון וועט ער ביסלעכווייז זיך אַריינציען אין תורה און מצוות צוליב זיי אַליין.
ר׳ יוחנן פלעגט זאָגן: דער וואָס לערנט אַליין תורה און לערנט נישט יענעם איז ער גלייך צו אַ הדס (מירטנבוים) וואָס וואַקסט אין מדבר — אַ ריח פאַרמאָגט ער, קיינער אָבער האָט נישט פון אים קיין הנאה.
רב נחמן בן רב חסדא האָט געזאָגט: אַ תלמיד חכם איז געגליכן צו אַ פלעשעלע באַלזאַם: אַן אָפנס לאָזט פון זיך אַ גוטן ריח — אַ פאַרמאַכטס — נישט.
אין רב׳ס נאָמען זאָגט מען: ווייסט עמעצער אַ תורה זאַך און לערנט עס דעם אַנדערן נישט אויס — איז גלייך ווי ער וואָלט ביי יענעם אַוועקגערויבט אַ טייל פון זיינע עלטערענ׳ס נחלה — ווי דער פּסוק זאָגט: „די תורה וואָס משה האָט אונדז געבאָטן איז אַ ירושה פון אַלע יידן”.
אין ר׳ שמעון חסידא׳ס נאָמען זאָגט מען: ווער עס קען אַליין און יענעם לערנט ער נישט — שעלטן אים אַפילו די קינדערלעך וואָס ליגן נאָך אין דער מוטער׳ס בויך (ד. ה. דער שפּעטערדיקער דור).
- „פאַרמעגן און רייכטום (בלייבט) אין זיין הויז
- די צדקה זיינע בלייבט־איבער אויף אייביק” —
די דאָזיקע ווערטער פונעם משורר אין תהלים — זאָגן רב הונא און רב חסדא — קענען אויסגעטייטשט ווערן אויף דעם וואָס לערנט אַליין און לערנט יענעם, און אויך אויף דעם וואָס קויפט ספרים און פאַרלייט זיי אַנדערע — ביי אים בלייבט נישט ווייניקער און יענעם קומט צו.
„ס׳איז נישטאָ ווער זאָל זיי איבערבייטן” — די ווערטער פונעם משורר קענען באַדייטן אויף אַ מענטשן וואָס גייט אַוועק פון דער וועלט אָן אַ קינד — און אויף אַ געלערטן וואָס לאָזט נאָך זיך נישט איבער קיין תלמיד.
דער וואָס לערנט דעם אַנדערן תורה איז גלייך ווי ער האָט אים געשאַפן, אויסגעבילדעט, אַ פאָרם געגעבן און אויף דער וועלט געבראַכט.
דער וואָס לערנט תורה דעם חבר׳ס זון איז גלייך ווי ער וואָלט אים געבוירן.
מאַכט נישט אַוועק די קינדער פון פּראָסטע מענטשן — דען פון זיי קען אַרויסקומען תורה.
מאַכט נישט אַוועק די קינדער פון אָרעמע לייט; דען פון זיי קען אַרויסקומען תורה.
רב איז אַמאָל געקומען אין אַן אָרט, ווי מ׳האָט זיך שטאַרק גענייטיקט אין רעגן. האָט ער גוזר תענית געווען און גאָט געבעטן — און ס׳האָט נישט געהאָלפן. נאָך אים האָט זיך געשטעלט תפילה טון דער חזן פון יענעם אָרט. ווי נאָר יענער האָט אַרויסגעזאָגט די ווערטער „משיב הרוח” — האָט אַ בלאָז געטאָן אַ ווינד, ווי ער האָט אַרויסגעזאָגט „מוריד הגשם” — האָט אַ גאָס געטאָן אַ רעגן.
נאָך דער תפילה פרעגט אים רב: מיט וואָס באַשעפטיקסטו זיך?
ענטפערט ער: אַ מלמד פון קליינע קינדער בין איך. לערנען ביי מיר אָרעמע און רייכע קינדער צוזאַמען, און ווער עס פאַרמאָגט נישט צו צאָלן לערן איך מיט אים אומזיסט. אויסער דעם האָב איך אַ טייכל מיט פיש, און אַז עס מאַכט זיך איינער פון מיינע תלמידים שפּאַרט זיך איין און וויל נישט לערנען, קויף איך אים אונטער מיט פישלעך און נעם אים איין מיט גוטע ווערטער, אַזוי לאַנג ביז ער זעצט זיך ווידער צום לערנען.
„זעט איך לערן אייך — זאָגט משה צו יידן — ווי גאָט האָט מיר אָנגעזאָגט” — ווי איך לערן אייך אומזיסט, אַזוי אויך זאָלט איר יענעם לערנען אומזיסט. באַקומט אָבער איינער נישט צו לערנען אומזיסט — זאָל ער צאָלן, ווי דער פּסוק זאָגט אין משלי: „אמת קויף”. נאָר ער באַדאַרף דערנאָך נישט זאָגן: וויבאַלד מיין לערנען האָט געקאָסט געלט מעג איך ביי יענעם אויך נעמען באַלוין פאַר לערנען אים, ווי דער זעלבער פּסוק זאָגט ווייטער: „אמת קויף, אָבער נישט פאַרקויף”.
„לאָזט אַרויס וואָס מער תלמידים” — פלעגן זאָגן די אנשי כנסת הגדולה. שמאי׳ס שולע האָט געהאַלטן, אַז לערנען זאָל מען נאָר אַ באַגאַבטן, אַ פרומען, אַ מיוחס און אַ רייכן. הלל׳ס שולע, אָבער פלעגט האַלטן, אַז לערנען דאַרף מען יעדן, נישט איבערקלייבן וואָרעם וויפיל זינדיקע זענען געווען ביי יידן וואָס האָבן זיך דערנענטערט צו תורה און דורך דעם איז פון זיי אַרויסגעקומען פרומע, ערלעכע און כשרע יידן.
אַ שלעכטן תלמיד זאָל מען מיט דער לינקער האַנט אָפּשטויסן און מיט דער רעכטער צוציען.
רב פלעגט זאָגן: מיר דאַרפן באמת דערמאָנען צו גוטן איין מאַן, יהושע בן גמלא איז דער נאָמען זיינער. ווען נישט ער וואָלט די תורה שוין לאַנג ביי יידן פאַרגעסן געוואָרן. ווייל אַמאָליקע יאָרן איז געווען אַזוי איינגעפירט: האָט עמעצער געהאַט אַ פאָטער, האָט ער ביי אים געלערנט תורה; האָט ער קיין פאָטער נישט געהאַט — האָט ער גאָר נישט געלערנט, ווייל דער חוב צו לערנען קינדער — האָבן זיי גערעכנט — ליגט נאָר אויפן פאָטער. און אַזוי אַרום זענען פיל קינדער געבליבן גאָר אָן לערנען. האָט מען איינגעפירט אַז מען זאָל באַשטעלן מלמדים פאַר קינדער אין ירושלים, ווי עס שטייט געשריבן: „פון ציון זאָל אַרויסקומען די תורה”. איז אַלץ אויסגעקומען אַז דער וואָס האָט אַ פאָטער האָט אים דער פאָטער געבראַכט קיין ירושלים לערנען, ווער ס׳האָט קיין פאָטער נישט געהאַט — איז געבליבן נישט געלערנט. האָט מען דערנאָך איינגעפירט אַז עס זאָלן זיך געפינען מלמדים אין יעדער גרויסער שטאָט, און אַהין זאָל מען אַלע קינדער פון זעכצן־זיבצן יאָר פירן לערנען. האָט זיך אויסגעלאָזט, אַז ווען דער מלמד האָט זיך אָנגעבייזערט אויפן דערוואַקסענעם תלמיד פלעגט ער אַוועקוואַרפן דאָס לערנען און אַנטלויפן אַהיים. איז געקומען יהושע בן גמלא און האָט איינגעפירט, אַז מלמדים זאָלן זיין באַשטעלט אין יעדער שטאָט, און קינדער זאָל מען אַהין אָפּגעבן לערנען גאָר קליינע, זעקס־זיבן־יעריקע.
„די וואָס ברענגען פילע צו גערעכטיקייט זענען ווי די שטערן אויף אייביק” — ווערט געזאָגט אין דניאל. דאָס מיינט מען די מלמדים פון קינדער, וועלכע טוען געטריי זייער הייליקע אַרבעט. ווי ווער אַ שטייגער? — ווי דער מלמד רב שמואל בר שילת.
איינמאָל האָט רב געפונען דעם מלמד רב שמואל בר שילת שטיין ביי זיך אין גאָרטן.
— ווי קומט עס צו דיר — פרעגט אים רב — וואו איז דיין געטריישאַפט אין לערנען?
— ווייסט דאָך — ענטפערט ער אים — אַז שוין גאַנצע דרייצן יאָר האָב איך אַהער קיין קוק נישט געטאָן. און אַפילו איצט איז מיר אויך דער קאָפּ דאָרט ביי זיי, ביי די קינדער.
אין אַ שמועס מיטן מלמד רב שמואל בר שילת וועגן קינדער־לערנען, האָט אים רב געראָטן אַזוי:
אַ קינד יונגער פון זעקס יאָר זאָלסטו נישט אָננעמען, פון זעקס און ווייטער — נעם אָן און שטאָפּ אים ווי אַן אָקס.
קומט דיר אויס אַמאָל צו באַשטראָפן דעם תלמיד — באַשטראָף אים לייכט, מיט אַ רימענדל פונעם שוך. פאַרנעמט ער דאָס לערנען — זאָל ער לערנען; פאַרנעמט ער נישט — זעץ אים צו נעבן אַ צווייטן.
רבא פלעגט זאָגן:
— די צאָל פון תלמידים ביי אַ דרדקי־מלמד זאָל זיין פינף און צוואַנציק; פאַר פופציק — צוויי מלמדים; פאַר פערציק — אַ מלמד מיט אַ באַהעלפער און די בעל בתים זאָלן אים אויף דעם צושטייער געבן.
א מלמד, אויב נאָר ער לערנט גוט, טאָר מען נישט אַראָפּזעצן צוליב נאָך אַ בעסערן פון אים, ווייל יענער וועט זיך איבערנעמען און זיך אָנהייבן צעפוילן.
רב דימא פון נהרדעא זאָגט: פאַרקערט, יענער וועט זיך נאָך מער פלייסן, ווייל ער וועט מורא האָבן טאָמער וועט מען אים אויסבייטן אויף אַן אַנדערן, נאָך אַ בעסערן פון אים אויף ווי מען זאָגט „קנאה צווישן געלערטע פאַרמערט די וויסנשאַפט”.
רבא האָט ווידער געזאָגט: צוויי מלמדים, וואָס איינער פון זיי לערנט פיל נאָר נישט גענוג גרינדלעך, דער צווייטער לערנט נישט פיל אָבער אַלעס גרינדלעך — באַשטימט מען בעסער דעם וואָס ער לערנט פיל, כאָטש נישט אַזוי גרינדלעך, ווייל דער גרייז פאַלט אָפּ פון זיך אַליין.
רב דימא פון נהרדעא אָבער זאָגט פאַרקערט: מען דאַרף באַשטימען דעם וואָס לערנט נישט אַזוי פיל נאָר גרינדלעך, ווייל דער גרייז ווי באַלד ער האָט זיך אַריינגעכאַפּט פאַרבלייבט ער שוין.
לערנען זאָלסטו דיין קינד פון אַ ספר וואָס איז גוט איבערגעקוקט געוואָרן, עס זאָל נישט פאַרבלייבן קיין פעלער.
הלל פלעגט זאָגן: אַ כעסן קען קיין למדן נישט זיין.
איינער פון פּרס איז אַמאָל געקומען פאַר רב׳ן און אים געבעטן ער זאָל מיט אים לערנען תורה. ווייזט אים רב אַן אויף אַן אות און ↰ 103 זאָגט אים: זאָג אלף. רופט זיך אָן דער פרסי: פון וואַנען איז געדרונגען אַז דאָס איז אַן אלף, טאָמער נישט. דאָס זעלבע איז פאָרגעקומען ביי דער בית און ביי די איבעריקע אותיות. איז רב געוואָרן אויפגעבראַכט און האָט אים דורכגעטריבן, איז דער פּרטי אַוועק צו שמואל׳ן און אים געבעטן ער זאָל מיט אים לערנען. און ווי שמואל האָט אים געוויזן דעם אלף מיט דער בית, האָט אים דער פּרסי געשטעלט די זעלבע פראַגע וואָס רב׳ן. האָט שמואל נישט געזאָגט קיין קרום וואָרט און אים אָנגעכאַפּט ביים אויער.
— מיין אויער, מיין אויער! — האָט אָנגעהויבן דער פּרטי שרייען.
— פון וואַנען איז געדרונגען אַז דאָס איז דיין אויער? — פרעגט אים שמואל.
— וואָס הייסט — ענטפערט דער פּרס, — די גאַנצע וועלט ווייסט דאָך, אַז דאָס איז מיין אויער.
— אַזוי? — זאָגט אים שמואל — אייך דאָס ווייסט די גאַנצע וועלט, אַז דאָס איז אַן אלף און יענס אַ בית.
דער פּרטי איז אַנטשוויגן געוואָרן און זיך געלאָזט ווייטער לערנען.
רבא האָט געזאָגט: זעסטו אַ תלמיד, וואָס דאָס לערנען איז פאַר אים האַרט, נישט איינצובייסן עס ווי אַ שטיק אייזן, איז עס נאָר דערפאַר, וואָס דער לערער זיינער ווייזט אים נישט קיין גוטע מינע.
ר׳ פּרידא האָט געהאַט אַ תלמיד, וואָס ער פלעגט מיט אים איינלערנען דעם שיעור פיר מאָל און ער האָט עס שוין געוואוסט, איינמאָל איז מען געקומען צו ר׳ פּרידא׳ן אינמיטן לערנען און מ׳האָט אים פאַרבעטן צו גיין פאַר עפּעס אַ מצווה־זאַך. לערנט ער ווייטער מיטן תלמיד פיל מאָל און עס גייט יענעם נישט אין קאָפּ.
— וואָס איז דאָס מיט דיר היינט אַזוינס? — פרעגט ר׳ פּרידא דעם תלמיד.
— זינט מ׳איז געקומען אייך רופן צו גיין פאַר אַ מצווה־זאַך איז מיר דער קאָפּ געוואָרן צעטראָגן. איך האָב אַלץ געטראַכט: באַלד וועט דער רבי זיך אויפהייבן, באַלד וועט דער רבי זיך אויפהייבן!
רופט זיך אָן ר׳ פּרידא: לייג־זשע צו דעם קאָפּ וועל איך מיט דיר ווייטער לערנען.
האָט ער מיט אים איינגעחזרט דעם שיעור פירהונדערט מאָל ביז ער האָט זיך עס גוט אויסגעלערנט.
רבה פאַרן אָנהייבן לערנען פלעגט זאָגן אַ פריילעך ווערטל, כדי די תלמידי חכמים זאָלן לאַכן און ווערן אויפגעלייגט. ערשט דערנאָך פלעגט ער ווערן גאַנץ ערענסט און אָנהייבן דעם שיעור.
„אָט דאָס זענען די דינים וואָס דו זאָלסט אויסלייגן פאַר זיי” — האָט גאָט געזאָגט משהן. זאָלסט זיי אויסלייגן מיט אַ סדר, יעדעס אויף זיין אָרט, ווי מען גרייט צום טיש.
אין דער תורה איז איין פּרשה פון דער אַנדערער עטוואָס אָפּגעטראָטן, דאָס איז דערפאַר, כדי משה זאָל צייט האָבן גוט זיך איינטראַכטן אין יעדער פּרשה און אין יעדער ענין באַזונדער. ווער שמועסט אַז אַ פּראָסטער מענטש לערנט ביים צווייטן דאַרף מען געוויס אָפּטרעטן פון איין ענין צום צווייטן, כדי יענער זאָל קענען זיך איינטראַכטן אין דעם וואָס ער האָט אָפּגעלערנט.
רבי זאָגט: דער וואָס האָט די גאַנצע וועלט באַשאַפן ווייסט גאַנץ גוט, אַז די אומריינע בהמות זענען מער פון די ריינע — דערפאַר רעכנט ער אויס אין דער תורה די ווייניקערע, די ריינע. גיי די עופות אָבער איז פאַרקערט: די ריינע זענען מער פון די אומריינע — רעכנט ער אויס די אומריינע.
דאָס זאָל אונדז באַווייזן, אַז דער לערער דאַרף זיך באַמיען אין זיין לערנען מיטן תלמיד אויסצוקלייבן דעם קירצסטן וועג.
גוט איינלערנען זאָלסטו די ווערטער פון דער תורה, ביז זיי זאָלן אַרויס פון דיין מויל שאַרף אויסגעדריקט, אַזוי אַז עמעצער וועט דיר עפּעס פרעגן זאָלסטו נישט שטאַמלען, נאָר ענטפערן קלאָר און ריין, ווי עס זאָגט דאָס שפּריכוואָרט אין משלי: ”זאָג דער חכמה: מיין שוועסטער ביסטו” — היימיש און באַקאַנט זאָל זי דיר זיין ווי אַ שוועסטער.
ר׳ עקיבא פלעגט אַנדערש נישט אַרויסטרעטן פאַרן עולם צו לערנען אַ פּרשה פון דער תורה, ביז ער האָט זי נישט פריער גוט איינגעלערנט פאַר זיך אַ צוויי־דריי מאָל. און אַפילו גאָט ברוך הוא, וואָס ער גיט דעם מענטשן שפּראַכפעאיקייט און די תורה איז פאַר אים אָפן ווי איינער פון די שטערן, פונדעסטוועגן, ווען ער איז געקומען די תורה געבן די יידן, שטייט געשריבן וועגן אים, אַז „דעמאָלט האָט ער זי דורכגעקוקט, איבערדערציילט און זי פעסטגעשטעלט” — און ערשט דערנאָך „האָט ער זי געזאָגט דעם מענטשן”.
ריש לקיש פלעגט זאָגן אין נאָמען פון ר׳ יהודה: די וועלט האָט אַ קיום נאָר צוליב דעם הויך פון יידישע שול־קינדער.
רב פּפּא האָט געזאָגט אביי׳ן: און מיין הויך מיט דיינעם איז גאָר נישט?
— ס׳איז גאָר נישט גלייך — ענטפערט ער אים — אַ הויך פון אַ ריינעם אומשולדיקן מויל פון קליינע צו אַ הויך פון אַ זינדיקן.
ר׳ יהודה הנשיא פלעגט זאָגן: מען רייסט נישט אָפּ די שול־קינדער פונעם לערנען אַפילו אויפצובויען דעם בית המקדש.
איך האָב אַ קבלה — האָט געזאָגט ריש לקיש — אַ שטאָט וואָס אין איר איז נישט פאַראַן קיין שול־קינדער, מוז סוף־כל־סוף חרוב ווערן.
ר׳ אבא בר כהנא זאָגט: ביי די אומות־העולם האָבן זיך נישט באַוויזן קיין גרעסערע פילאָסאָפן ווי בלעם בן בעור. זענען געקומען צו אים די פעלקער און געפרעגט אַן עצה: איז מעגלעך פאַר אונדז בייצוקומען די דאָזיקע אומה? ענטפערט ער זיי: גייט אַרום איבער זייערע שולן, קוים געפינט איר דאָרט קליינע קינדערלעך פּיפּסן מיט זייערע קולכנדלעך ווי די פייגעלעך — וועט איר זיי נישט קענען בייקומען וואָרעם שוין לאַנג האָט זיי פאַרשפּראָכן זייער פאָטער: „הקול קול יעקב” — ווי לאַנג יעקבס קול וועט זיך אין די שולן לאָזן הערן האָט ער נישט וואָס מורא צו האָבן, און אויב נישט — „והידים ידי עשו” — וועלן עשו׳ס הענט אויף אים האָבן אַ שליטה.
„ויהי בימי אחז בן יותם” — וואו „ויהי” איז געוויינלעך אַ צרה, וואָס פאַר אַ צרה איז דאָ געווען? אחז האָט פאַרשלאָסן אַלע שולן און בתי מדרשים, קינדער זאָלן נישט האָבן וואו צו לערנען. ער האָט געטאָן ווי יענער קינדער־דערציער, וואָס אַ קיניג האָט אים איבערגעגעבן צו דערציען אַ זויג־קינד. האָט דער דערציער שטאַרק פיינט באַקומען דאָס קינד און געוואָלט פון דעם לויז ווערן. טראַכט ער זיך: אויב ↰ 106 איך וועל דאָס קינד טויטן וועט דער קיניג אויף מיר אַרויפלייגן אַ טויט־שטראָף. בעסער וועל איך פון אים אַוועקנעמען די אַם זיינע וועט עס שוין פון זיך אַליין אויסגיין.
דאָסזעלבע האָט זיך אחז געטראַכט: אַז עס וועט נישט זיין קיין שעפּסעלעך וועט נישט אויסוואַקסן קיין שאָף, נישטאָ קיין שאָף — נישטאָ קיין פּאַסטעך, דאָס הייסט: אויב קינדערלעך וועלן קליינערהייט נישט לערנען אין די שולן וועלן גרעסערע נישט זיצן לערנען אין ישיבות און בתי מדרשים; נישטאָ קיין חכמים — וועט נישט זיין קיין זקנים און סנהדרין; נישטאָ קיין זקנים — וועט נישט זיין קיין נביאים; נישטאָ קיין נביאים — וועט גאָט ברוך הוא די שכינה אויף זיי נישט לאָזן רוען. און דעריבער האָט אחז פאַרשלאָסן אַלע שולן און בתי מדרשים.
אַז יידן האָבן דערזען אַז דער קיניג אחז האָט זיך שוין גענומען פאַר די שולן און בתי מדרשים — האָבן זיי אַלע אָנגעהויבן שרייען: וויי וויי! אַ גרויסע צרה איז געשען!
אַלע טאָג גייט אַרויס אַ מלאך פון גאָט אומצוברענגען די זינדיקע וועלט. ווי נאָר גאָט ברוך הוא דערזעט קינדערלעך אין די שולן ווערט באַלד זיין צאָרן איבערגעביטן אויף רחמנות.
ר׳ יהודה בר סימון פלעגט זאָגן: זע ווי קליינע קינדערלעך זענען ליב ביי גאָט: די צען שבטים זענען פון זייער לאַנד פאַרטריבן געוואָרן — איז מיט זיי די שכינה נישט מיטגעגאַנגען; שבט יהודה און בנימין זענען פאַרטריבן געוואָרן — איז די שכינה מיט זיי נישט מיטגעגאַנגען; די סנהדרין זענען פאַרטריבן געוואָרן — איז די שכינה נישט מיטגעגאַנגען; די כהנים פון בית המקדש זענען פאַרטריבן געוואָרן — איז די שכינה אַלץ נישט מיטגעגאַנגען. ווי נאָר די קליינע קינדערלעך זענען פאַרטריבן געוואָרן — באַלד איז מיט זיי די שכינה מיטגעגאַנגען. און דאָס זאָגט דער מקונן אין די קינות: „די קליינע קינדער אירע (ציונס) זענען געגאַנגען אין געפענקעניש פאַרן פיינד — און אַרויס איז פון בת ציון איר גאַנצער פּראַכט”.
אלישע בן אבויה פלעגט זאָגן: דער וואָס לערנט תורה אין דער קינדהייט ווערט זי אים איינגעזאַפּט אין בלוט, און די ווערטער פון תורה גייען אים אַרויס פון מויל דייטלעך; דער וואָס לערנט אָבער אויף דער ↰ 107 עלטער ווערט אים די תורה אין בלוט נישט איינגעזאַפּט און זי גייט פון זיין מויל נישט אַרויס דייטלעך.
לערנט איינער תורה קינדווייז — האָט אלישע בן אבויה ווידער געזאָגט — איז גלייך ווי מען זאָל אָנשרייבן מיט טויט אויף ריין פּאַפּיר; לערנט איינער אויף דער עלטער איז גלייך ווי מען זאָל אָנשרייבן מיט טינט אויף פליספּאַפּיר.
ר׳ נהוראי פלעגט זאָגן: לערנט איינער קינדווייז איז ער גלייך צו אַ טייג געקנאָטן מיט וואַרעמע וואַסער; אויף דער עלטער — צו אַ טייג געקנאָטן מיט קאַלטע וואַסער.
אַ דריי־יעריק קינד קען מען שוין ווייזן אותיות; אַ פינפיעריקס — אַ פּסוק; אַ צעניעריקס — משנה; אַ פופצניעריקס — תלמוד (גמרא).
גייט איבער פינף יאָר לערנען און דער תלמיד האָט קיין פּעולה נישט געהאַט — איז שוין נישטאָ קיין האָפענונג ער זאָל אַמאָל האָבן אַ רעכטע פּעולה.
ר׳ יוסי זאָגט: דריי יאָר איז שוין גענוג אויף צו וויסן.
רבי פלעגט זאָגן: לערנען זאָל אַ מענטש נאָר דאָס, וואָס זיין האַרץ ציט אים צו דעם.
לוי און ר׳ שמעון רבי׳ס זון האָבן זיך געזעצט פאַר רבין לערנען פּסוק. זאָגט לוי: מען זאָל נעמען משלי, און ר׳ שמעון זאָגט: זאָל מען נעמען בעסער תהלים. האָט מען גענויט לוי׳ן און געבראַכט צום לערנען תהלים. געקומען באַלד אין ערשטן קאַפּיטל צום פּסוק: „כי אם בתורת ה׳ חפצו” (נאָר אין גאָטס לערע אין זיין באַגער) — האָט זיי רבי אויסגעטייטשט דעם פּסוק אַזוי: אַ מענטש דאַרף לערנען נאָר דאָס, וואָס זיין האַרץ באַגערט.
— אויב אַזוי — רבי — רופט זיך אָן לוי — דערלויבט איר מיר אַליין איך זאָל אויפשטיין און אַוועקגיין.
ברוריה, ר׳ מאיר׳ס ווייב, האָט אַמאָל אָנגעטראָפן איינעם אַ תלמיד ווי ער זיצט און לערנט שטיל קוים וואָס מ׳הערט. האָט זי אַ קלאַפּ געטאָן מיטן פוס און אים געזאָגט: ווייסטו דען נישט אַז וואָס העכער מען לערנט אויפן קול אַלץ לענגער געדענקט זיך דאָס לערנען?
שמואל פלעגט זאָגן זיין געליבטן תלמיד רב יהודה׳ן: קאָפּ־מענטש, לערן מיט אַ מויל — וועט די תורה ביי דיר האָבן מער האַפט און וועסט זי לענגער געדענקען, ווי דער פּסוק זאָגט: „זיי (די דברי תורה) לעבן ביי די וואָס ברענגען זיי אַרויס” (דייטלעך מיטן מויל.)
ר׳ יוחנן פלעגט זאָגן: לייענט איינער אַ פּסוק אָן דיקציע און לערנט אַ משנה אָן אַ ניגון, זענען די ווערטער טויטע, און אויף אים זאָגט דער פּסוק: „געזעצן האָב איך זיי געגעבן נישט קיין אָנגענעמע און דינים וואָס לעבן נישט ביי זיי”.
רבא פלעגט זאָגן:
— אַ מענטש זאָל זיך פריער פיל אָנלערנען און דערנאָך זאָל ער זיך אַריינטראַכטן, און לערנען זאָל ער אַפילו ווען ער פאַרגעסט, און אַפילו ווען ער פאַרשטייט נישט גאָר קלאָר וואָס ער לערנט.
דער וואָס איז שטאַרק באַהאווענט (אַ בקי) אין הלכות שטייט העכער פונעם שאַרפזיניקן.
ר׳ יהודה זאָגט: אַ מענטש זאָל שטענדיק די דברי־תורה צונויפנעמען דורכאויס אין כללים און פון זיי דערנאָך די פּרטים, וואָרעם וועט ער טון פאַרקערט וועט עס אים איינמידן און ער וועט זיך פאַרלירן. לאָזט זיך איינער אין אַ ווייטן וועג און דאַרף מיט זיך מיטנעמען אויף הוצאות אַ צוויי־דריי הונדערט גולדן, איז אויב ער וועט עס מיט זיך מיטשלעפּן אין קליין מינץ וועט עס אים איינמידן און ער וועט נישט וויסן וואָס טוט מען. אויב אָבער ער פירט עס מיט זיך אין גאָלדענע מטבעות — איז וואו ער דאַרף קען ער עס לייכט צעבייטן און אויסברענגען.
די ווערטער פון תורה זענען צומאָל אָרעם (נישט גענוג דייטלעך) אויף איין אָרט, זענען זיי אָבער רייכער אויף אַן אַנדער אָרט.
אַלע ווערטער פון תורה נייטיקן זיך איינס אין אַנדערן. איז דאָ פאַרשלאָסן — דינט צו דעם דאָס אַנדערע אָרט פאַר אַ שליסל.
ס׳איז נישט גלייך אַז מען חזרט איין דאָס לערנען הונדערט מאָל צי הונדערט מיט איין מאָל.
ר׳ יהושע בן קרחה זאָגט: דער וואָס לערנט תורה און חזרט נישט איין איז גלייך ווי איינער זייעט און שנייט נישט.
ר׳ יהושע זאָגט: ער איז גלייך צו אַ פרוי וואָס געווינט און באַגראָבט.
ר׳ שמעון בן לקיש זאָגט: אין אַ מגילת־חסידים האָט מען געפונען געשריבן: פאַרלאָזסטו מיך (די תורה) איין טאָג — פאַרלאָז איך דיך אויף צוויי. עס קומט אויס ווי צוויי וועגגייערס שיידן זיך אָפּ איינער פונעם אַנדערן און לאָזן זיך גערן אין קעגנזייטיקע וועגן. איינער גייט אָפּ אַ מיל און דער אַנדערער אַ מיל — קומט אויס אַז איינער פונעם אַנדערן זענען זיי ווייט צוויי מיל.
די תורה איז שווער צו דערווערבן, ווי פליס פון גינגאָלד, און גרינג צו פאַרלירן, ווי גלעזערנע געפעס.
רב הונא זאָגט: דער וואָס לערנט זיך אָן תורה גאַנצע פּעק און חזרט עס נישט גוט איין — בלייבט ביי אים גאָרנישט? דער וואָס דערווערבט אָבער די תורה ביסלעכווייז נאָר פעסט — קומט אים צו אַלעמאָל.
רב דימי זאָגט אויף דעם אַ משל: אַ יעגער וואָס פאַנגט פיל פייגעלעך, אויב נאָכדעם וואָס ער פאַנגט אַ פויגל ברעכט ער ביי דעם באַלד איין די פליגעלעך — בלייבט עס ביי אים; אויב נישט — צעפליען זיי זיך און עס בלייבט גאָר נישט.
„זאָלסט זיך אַריינטון אין דעם (אין דער תורה) טאָג און נאַכט” — די תורה איז אמת זייער אַ גרויסע, דאָך קען יעדער מענטש ביסלעכווייס זי אויסלערנען.
ר׳ חנינא פון צפּורי האָט אויף דעם געזאָגט אַ משל: מ׳האָט געשיקט אַרבעטער אָפּראַמען פונעם וועג אַ באַרג ערד. די נאַרישע פון זיי האָבן נאָר אַ קוק געגעבן און זיך באַלד אָנגעזאָגט פון דער אַרבעט — ווייס איך וואָס, ווער איז גאָר אין שטאַנד אַזאַ באַרג אָנצוגראָבן? די קליגערע אָבער האָבן זיך געטראַכט: טאַקע שווער, אָבער נישט גאָר אוממעגלעך. היינט אָנגראָבן אַ פּאָר קאָרבן ערד, מאָרגן נאָך אַ פּאָר — און צוביסלעכווייז ווערט אָנגערוימט דער גאַנצער באַרג.
דאָס זעלבע איז אויך מיט דער תורה, דער נאָר טרעפט זיך: ווער איז עס אין שטאַנד אויסצולערנען די גאַנצע תורה? נזיקין אַליין האַלט דרייסיק פּרקים, כלים ווידער האַלט אויך דרייסיק פּרקים און אַזוי ווייטער. דער קלוגער אָבער טראַכט זיך: איך וועל היינט אָנלערנען אַ פּאָר הלכות, מאָרגן אַ פּאָר — ביז איך וועל אויסלערנען די גאַנצע תורה.
„צו הויך איז פאַרן נאַר דאָס קלוגשאַפט, אין שטאָט־טויער (צווישן לייט) עפענט ער נישט דאָס מויל זיינס” — ר׳ ינאי זאָגט דערויף אַ משל:
אַ נאַר גייט אַריין אַ הונגעריקער אין שטוב, דערזעט ער ס׳הענגט אויפן באַלקן אַ קאָרב מיט ברויט. טראַכט ער זיך: ס׳הענגט אַזוי הויך — ווער וועט עס קענען אַראָפּנעמען? דער קלוגער אָבער טראַכט זיך: עמעצער האָט דאָך עס דאָרט אויפגעהאַנגען, אָט וועל איך נעמען אַ לייטער אָדער אַ שטעקל — און וועל עס אַראָפּנעמען.
דאָס זעלבע איז מיט דער תורה. דער נאָר זאָגט: די תורה איז אַזוי הויף ווער קאָן דערגרייכן די הויכע געדענקען וואָס ביים געלערטן אין קאָפּ? דער קלוגער אָבער טראַכט זיך: האָט דען דער געלערטער אַליין אויך נישט געלערנט ביי אַן אַנדערן? אָט וועל איך לערנען אַ פּאָר הלכות היינט, אַ פּאָר מאָרגן — ביז איך וועל אויסלערנען די גאַנצע תורה.
ר׳ לוי זאָגט אויף דעם אַזאַ משל:
איינער האָט געדונגען אַרבעטער אָנצוגיסן פול אַ געלעכערטע פאַס.
דער נאָר זאָגט: וואָס וועט פון מיין אַרבעט אַרויסקומען, אַז דאָס וואַסער וועט פון איין אָרט אַריין און פון דעם אַנדערן אַרויס? דער קלוגער אָבער טראַכט: וועט מיר דען דער בעל הבית נישט צאָלן פאַר יעדן אָנגעשעפּטן עמער באַזונדער?
אַזוי איז אויך מיט דער תורה. דער נאָר זאָגט: וואָס וועט מיר אַרויסקומען פון מיין לערנען אַז איך פאַרגעס עס? דער קלוגער אָבער זאָגט: וועט מיך דען גאָט נישט באַלוינען סיי ווי סיי פאַר מיין מי?
ר׳ תנחום זאָגט: דער וואָס פאַרשטייט קלאָר דאָס לערנען וועט ער עס נישט גיך פאַרגעסן, ווי דער פּסוק זאָגט: „דו וועסט נישט פאַרגעסן וואָס דיינע אויגן זעען”.
דער שטייגער איז אין דער וועלט, אַ ליידיקע כלי נעמט אין זיך אַריין, אַ פולע אָבער נישט. די תורה איז נישט אַזוי: אַ ליידיקער קאָפּ נעמט צו שווער, אַ פולער (וואָס האָט שוין אין זיך תורה) — נעמט גרינג אַריין נאָך און נאָך.
ר׳ נחמן בר יצחק זאָגט: צום לערנען מוז מען האָבן אַ לויטערן קאָפּ — ווי דער הימל אין אַ שיינעם טאָג.
אַבא זאָגט: אויב די מאַמע האָט מיר געזאָגט „דערלאַנג מיר די זויערמילך” — האָט עס מיר שוין געשטערט צום לערנען.
רבינא׳ס זון פלעגט אים די מוטער צוגרייטן אויף דער וואָך זיבן העמדער, אויף יעדן טאָג אַ פריש העמד, כדי ער זאָל זיך פילן פרישער ביים לערנען.
פאַר ר׳ יוסי איז אַמאָל געזעסן אַ שילער, האָט ר׳ יוסי געמערקט אַז יענעם גייט נישט אין קאָפּ דאָס וואָס ער ערקלערט אים. פרעגט ער אים: פאַרוואָס פאַרנעמסטו נישט דאָס וואָס איך ערקלער דיר? ענטפערט יענער: עס פילט זיך מיר נישט גוט אין דער פרעמד.
— פון וואַנען ביסטו? — פרעגט ער אים.
— פונעם אָרט גובת שמאי.
— איז דען ביי אייך אַן אַנדער לופט?
— ביי אונדז איז אַ זומפּפיק אָרט און אַז אַ קינד ווערט געבוירן מוז מען דעם באַשמירן דאָס קעפּל מיט אַזעלכע רויטע פּרי׳לעך כדי די פליגעלעך זאָלן אים נישט צעבייסן.
דערהערט דאָס, האָט ר׳ יוסי אויסגערופן: געלויבט זאָל זיין דער וואָס גיט צו אַ באַזונדער חן יעדן אָרט אין די אויגן פון זיינע איינוואוינער!
הלל פלעגט זאָגן: אַ שעמעוודיקער קען זיך נישט אויסלערנען.
די נאַכט — האָט ר׳ יהודה געזאָגט — איז באַשאַפן געוואָרן נאָר צו שלאָפן. ר׳ שמעון בן לקיש פלעגט זאָגן: די לבנה איז געשאַפן געוואָרן נאָר מען זאָל לערנען ביי איר שיין.
ר׳ חסדא׳ן האָט אַ אַמאָל אַ פרעג געטאָן די טאָכטער זיינע, צי וויל ער נישט דרימלען.
— עס וועלן נאָך אָנקומען — האָט ער איר געענטפערט — לאַנג־קורצע טעג, לאַנגע צום רוען און קורצע צום לערנען, וועל איך שוין דעמאָלט זיך גענוג אויסשלאָפן 1).
1) ד. ה. נאכן טויט.
תלמידים זענען פאַראַן פון פירערליי אייגנשאַפטן: פאַרנעמט פלינק און פאַרלירט פלינק — פאַלט אַוועק דער פאַרדינסט זיינער דורך ↰ 112 דעם שאָדן; פאַרנעמט שווער און פאַרלירט שווער — פאַלט אַוועק זיין שאָדן דורכן פאַרדינסט; פאַרנעמט פלינק און פאַרלירט שווער — דאָס איז אַ גוטע גאָב; פאַרנעמט שווער און פאַרלירט פלינק — דאָס איז אַ שלעכטע גאָב.
די צוהערער פון געלערטע זענען פאַראַן פון פירערליי אייגנשאַפטן: שוואָם, טריכטער, זייער און זיפּ. שוואָם — זאַפּט איין אַלעס, טריכטער — פון איין זייט אַריין פון דער אַנדערער זייט אַרויס, זייער — לאָזט אַרויס דעם וויין און האַלט איין די הייוון, זיפּ — לאָזט אַרויס די גראָבע מעל און האַלט איין די פיינע 1).
„ווי אַ רעגן טריפט מיין לערע” — זאָגט משה צו די יידן. אַ רעגן באַגיסט אַלע געוויקסן און יעדער מין פון זיי באַקומט פון אים זיין אייגענעם טעם: דער וויינשטאָק זיינעם, דער איילבירט זיינעם, דער פייגנבוים זיינעם. אַזוי האָבן יידן איין תורה און זי האָט אין זיך מקרא און משנה, הלכות און אגדות — און יעדער געניסט פון איר לויט זיין גוסט.
„איין מענטשן פון טויזנט האָב איך געפונען” — זאָגט שלמה. געוויינלעך טרעטן איין אין שולע טויזנט מענטשן זיך אויסלערנען לייזן, גייען פון זיי הונדערט אַרויס וואָס קענען משנה, צען וואָס קענען תלמוד, און נאָר איינער דערגייט ביז שאלות־פּסקענען.
רבן גמליאל פלעגט זאָגן: באַקום פאַר זיך אַ לערער — וועסטו אויסמיידן ספקות.
ר׳ יוסי בר יהודה זאָגט: דער וואָס לערנט זיך ביי יונגע צו וואָס איז ער געגליכן? צו דעם וואָס עסט אומצייטיקע 2) טרויבן און טרינקט וויין פונעם קעלטער אַרויס 3), און דער וואָס לערנט זיך ביי אַלטע צו ↰ 113 וואָס איז ער געגליכן? צו דעם וואָס עסט צייטיקע טרויבן און טרינקט אַלטן וויין.
1) „זאַפּט איין אַלעס”, ד. ה. עס פאַרבלייבט ביי אים אַלעס וואָס ער לערנט. „אין איין זייט אַריין” א.ז.וו. — עס פאַרבלייבט ביי אים פון לערנען גאָר נישט איבער. „לאָזט אַריין דעם וויין” א.ז.וו. — פאַרהאַלט פון לערנען נאָר דאָס בעסערס. „לאָזט אַרויס דאָס גראָבע” א.ז.וו. — פאַרהאַלט פון לערנען נאָר דאָס ערגערע.
2) זויערע, וואָס מאַכן הייקיק די ציין.
3) ד. ה. נישט קיין אויסגעשטאַנענעם.
ר׳ מאיר זאָגט: קוק נישט אויף דעם קענדל נאָר אויף דעם וואָס געפינט זיך אינעווייניק. ס׳איז פאַראַן אַ קענדל אַ נייעס, אָבער פול מיט אַלטן (וויין), און אַן אַלטס וואָס אַפילו קיין נייער (וויין) איז אין אים אויך נישטאָ.
ווי אַ פלאַנץ־בוימל צעוואַקסט זיך ערשט דעמאָלט ווען מען זעצט אים אין אַ גאָרטן, אַזוי קען אויסוואַקסן נאָר דער תלמיד וואָס לערנט תורה נישט נאָר פון איין רבין.
ר׳ יהושע בן פּרחיה פלעגט זאָגן: זאָלסט אַוועקוואַנדערן אין אַן אָרט פון תורה און זאָלסט נישט מיינען אַז זי וועט קומען צו דיר, דען נאָר דיינע חברים וועלן זי ביי דיר דערהאַלטן — און אויף דיין פאַרשטאַנד פאַרלאָז זיך נישט.
- אייזן שאַרפט זיך אויף אייזן,
- אַ מעסער אויף אַ מעסער —
- איין קאָפּ איז גוט
- און צוויי צוזאַמען נאָך בעסער.
„מיינע ווערטער זענען ווי פייער” — זאָגט גאָט. אויף דעם זאָגט רבה בר בר חנה: ווי אַ פייער, וואָס מער האָלץ צוזאַמען פלאַקערט עס בעסער, אַזוי אויך תורה לערנט זיך בעסער מיט חברים אינאיינעם.
רב נחמן בר יצחק זאָגט: ווי אַ קליין שפּענדל צינדט אָן אַ גרויסן שאַט־האָלץ, אַזוי קען אַ קליינער תלמיד שאַרפן דעם קאָפּ אַ גרויסן אין לערנען. און דערפאַר פלעגט ר׳ חנינא זאָגן: פיל האָב איך אויסגעלערנט פון מיינע לערער, נאָך מער ביי מיינע חברים, און מער פון אַלע — ביי די תלמידים.
ר׳ יונתן בר אליעזר איז געשטאַנען אין מאַרק, קומט צו צו אים ר׳ שמואל בר נחמני און בעט אים ער זאָל פאַר אים איבערזאָגן אַ שיעור גמרא. זאָגט ער אים: גיי אין לער־הויז וועל איך דאָרט מיט דיר איבערלערנען.
— רבי — זאָגט ער אים — האָסטו דען אַליין אונדז נישט געזאָגט מיט די ווערטער פון שלמה: „די חכמה קלינגט אין מאַרק, אויף די ברייטע פּלעצער לאָזט זי הערן איר שטימע”?
— האָסט נישט אַריינגעדרונגען — זאָגט ער אים — אין ריכטיקן זין פון די ווערטער. ווייסט אין וועלכן מאַרק קלינגט די תורה? אין איר אייגענעם. ווי אַ פּערל, וואו איז לייכטער אים צו פאַרהאַנדלען — נישט אויף דעם אייגענעם מאַרק; אַזוי איז אויך די תורה לייכטער צו באַקומען נאָר אין איר אייגענעם מאַרק. „אויף די גרייטע פּלעצער לאָזט זי הערן איר שטימע” — איז דען פאַראַן ברייטערע פּלעצער ווי אין די שולן און בתי מדרשים?
- זאָגט דער פוילער: אַ לעמפּערט אויפן וועג,
- אַ לייב צווישן די גאַסן” —
זאָגט מען דעם פוילן: אין דער הויפּט־שטאָט איז איצט אָנגעקומען אַ גרויסער לערער פאַר דיר, לאָז זיך צו אים לערנען. ענטפערט ער: איך האָב מורא, אויפן וועג יאָגט זיך אַרום אַ לעמפּערט.
זאָגט מען אים: דער רבי איז שוין ביי דיר איז שטעטל, הויב זיך אויף און גיי אַוועק צו אים.
— איך האָב מורא — ענטפערט ער — אַז דער לעמפּערט יאָגט זיך שוין צווישן די גאַסן.
זאָגט מען אים ווידער: ער איז שוין דאָ נאָענט ביי זיך אין שטוב.
— וואָס וועל איך גיין, די טיר מוז זיין ביי אים צוגעשלאָסן.
— זי איז אָפן.
ענטפערט ער:
- יאָ אָפן, נישט אָפן
- לאָזט מיך איך וויל שלאָפן.
יוסי בן יועזר זאָגט: זאָל זיין דיין הויז אַ פאַרזאַמלפּונקט פאַר געלערטע, און וואַלגער זיך אין שטויב פון זייערע פיס און טרינק אין דורשט זייערע ווערטער.
ר׳ אלעזר זאָגט: וואַרעמען זאָלסטו זיך אַקעגן פייער פון די געלערטע — זיי אָבער פאָרזיכטיק מיט זייער קויל, זאָלסט זיך נישט אָפּבריען, ↰ 115 דען זייער ביס איז אַ ביס פון אַ שאַקאַל, און זייער שטאָך איז אַ שטאָך פון אַן עקדיש, און זייער צישען איז דאָס צישען פון אַ גיפטיקן שלאַנג — און אַלע זייערע ווערטער זענען ווי פייערקוילן.
ר׳ יוסי זאָגט: דער וואָס האַלט ערלעך די תורה איז אַליין געערלעכט ביי לייטן. ווער אָבער עס פאַרשוועכט די תורה ווערט אַליין פאַרשוועכט ביי לייטן.
אַז איינער לערנט פון עמעצן איין פּרק צי איין הלכה צי איין וואָרט צי אַפילו איין אות — דאַרף ער אים אָפּגעבן כבוד.
דער רבי איז חשוב׳ער ווי דער פאָטער, דען דער פאָטער האָט אים נאָר געבראַכט אויף דער וועלט — דער רבי אָבער — וואָס לערנט אים חכמה, ברענגט אים צום אייביקן לעבן.
רב חסדא זאָגט: אַ פאָטער קען מוחל זיין אויף זיין כבוד אַ רבי אָבער נישט.
אַ יידישער געלערטער איז חשוב׳ער ווי דער יידישער קיניג. אַ געלערטער אַז ער גייט פון דער וועלט בלייבט נישט זיין גלייכן, אַ קיניג אָבער — איז יעדער ייד ראוי צו פאַרנעמען זיין פּלאַץ.
ר׳ אלעזר בן שמוע זאָגט: לאָז דער כבוד פונעם תלמיד זיין טייער ביי דיר ווי דיין אייגענער, און דער כבוד פון דיין חבר ווי דער אָפּשיי פאַרן רבין, און דער אָפּשיי פאַרן רבין ווי די מורא פאַר גאָט.
ר׳ יהודה האָט געזאָגט: ירושלים איז חרוב געוואָרן נאָר דערפאַר וואָס די תלמידי חכמים האָבן געהאַט אומכבוד.
ר׳ יהושע בן לוי האָט אָנגעזאָגט זיינע קינדער:
— מאַכט נישט אַוועק קיין אַלטן וואָס האָט פאַרגעסן דאָס לערנען דורך אַן אומגליקלעכן צופאַל. ווי זאָגט מען: די גאַנצע לוחות און די בראָכשטיק פון די לוחות ליגן צוזאַמען אין הייליקן אָרון.
ווען ר׳ אלעזר׳ן פלעגט אויסקומען זיך צעשיידן מיט זיין רבין ר׳ יוחנן, איז אויב ר׳ יוחנן האָט באַדאַרפט פריער אַוועקגיין, פלעגט ר׳ ↰ 116 אלעזר בלייבן שטיין איינגעבויגן אויף זיין אָרט ביז ר׳ יוחנן איז פאַרלוירן געגאַנגען פון זיין אויג, און אויב ר׳ אלעזר האָט באַדאַרפט אַוועקגיין פלעגט ער גיין מיט דרך־ארץ ריקווערטס ביז ער האָט מער שוין נישט געזען דעם רני׳ן זיינעם ר׳ יוחנן.
רבא ביים אָפּשיידן זיך פון זיין בלינדן רבין רב יוסף׳ן פלעגט גיין אַלץ ריקווערטס ביז די פיס זיינע האָבן זיך אָנגעשלאָגן אין שוועל און זיך צעבלוטיקט. אַז מען האָט עס דערציילט רב יוסף׳ן, האָט ער רבא׳ן געבענטשט:
— זאָל גאָט געבן אַז דער קאָפּ דיינער זאָל זיין העכער פון אַלע דיינע חברים (ד.ה. ווערן ראש ישיבה).
אַז ר׳ זירא איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן פונעם לערנען, פלעגט ער זיך זעצן נעבן דער טיר פון ר׳ נתן׳ס שולע, כדי אַז די געלערטע וועלן פאַרבייגיין זאָל ער זיי אָנטאָן כבוד און אויפשטיין פאַר זיי.
— נאַרישע מענטשן! — פלעגט רבא אויסשרייען — פאַר אַ ספר תורה שטייען זיי אויף און פאַר אַ גרויסן מענטשן נישט. האָט דען די תורה אַליין נישט איבערגעגעבן איר גרעסטע מאַכט אין די הענט פונעם גרויסן מאַן?
ר׳ אבא הכהן בר פּפּא האָט דערציילט וועגן זיך:
— ווען איך פלעג זען זיצן אַ גרופּע מענטשן, פלעג איך אָפּטרעטן און גיין מיט אַ זייטיקן וועג, כדי זיי נישט צו באַמיען — זיי זאָלן מיך נישט באַמערקן און נישט אויפשטיין פאַר מיר.
אַז איך האָב דאָס דערציילט ר׳ יוסי בר זבידא, האָט ער מיר געזאָגט: אדרבא ביסט מחויב גיין פאַרביי זיי — זאָלן זיי דיך באַמערקן און פאַר דיר אויפשטיין, דורך דעם וועסטו זיי ברענגען צו גאָטספאָרכטיקייט.
אין הלל׳ס נאָמען האָט מען געזאָגט: אַ מענטש זאָל זען צו וואוינען אין איין אָרט מיט זיין לערער, וואָרעם כל זמן שלמה׳ס לערער און דערציער, שמעי בן גרא, האָט געלעבט און געוואוינט נאָענט קעגן אים, האָט שלמה נישט געוואַגט צו נעמען פאַר אַ פרוי פּרעהס טאָכטער. ווען איז דאָס גערעדט, אויב דער תלמיד געפינט זיך נאָך אונטער׳ן איינפלוס פונעם לערער און ער וועט אים פאָלגן: אויב אָבער נישט, איז גלייכער פאַרקערט, ער זאָל נישט וואוינען מיטן לערער צוזאַמען אין איין אָרט.
ווען די גרעסטע חכמים זענען זיך צונויפגעקומען אויף אַ פאַרזאַמלונג אין דער גרויסער ישיבה אין דער שטאָט יבנה, האָבן זיך צווישן זיי געפונען ר׳ יהודה, ר׳ יוסי, ר׳ נחמי און ר׳ אליעזר בן ר׳ יוסי הגלילי. האָט יעדער פון די פיר געהאַלטן אַ רעדע לכבוד דער תורה און לכבוד די שטאָט־לייט וואָס האָבן אַרויסגעוויזן גאַסטפריינדשאַפט צו די אָנגעקומען געלערטע.
ר׳ יהודה, דער ערשטער רעדנער אומעטום, נעמט אַ וואָרט צום ערשטן און זאָגט לכבוד די תלמידי חכמים: וועגן משהן ווערט דערציילט אין דער תורה, אַז ער האָט איבערגעפירט דעם אהל מיטן ארון אויסער דער מחנה פון יידן, און ווער עס האָט געזוכט גאָט פלעגט אַהין אַרויסגיין. אויב — האָט ר׳ יהודה אויסגעלאָזט — דער וואָס צוליב דער תורה איז געגאַנגען אַזאַ קליינע, בערך, שטרעקע ווי פון דער מחנה ביזן אוהל מיטן ארון, פאַרדינט שוין אין דער תורה דעם נאָמען „גאָטס־זוכער” — ווער שמועסט די תלמידי חכמים, וואָס לאָזן זיך אין ווייטע וועגן און וואַנדערן אום פון שטאָט צו שטאָט און פון פּראָווינץ צו פּראָווינץ, כדי צו הערן גאָטס אַ וואָרט און לערנען תורה — זיי פאַרדינען דאָך געוויס דעם גרויסן נאָמען גאָטס־זוכער.
און נאָך האָט ר׳ יהודה געדרשענט לכבוד דער תורה: „פאַרנעם און הער זיך איין, ישראל — האָט משה רבנו געזאָגט צו יידן אין זיינע שטראָף־רייד פאַרן טויט — היינט ביסטו געוואָרן אַ פאָלק” — „היינט”? ס׳איז דאָך שוין איבערגעגאַנגען פערציק יאָר זינט יידן האָבן באַקומען די תורה. נאָר טייער און ליב איז די תורה ביי זיי אַלע טאָג, ווי זי זאָל נור־וואָס ערשט געגעבן ווערן פון באַרג סיני.
ר׳ נחמי און זיין דרשה לכבוד די גאַסטפריינדלעכע שטאָט־לייט האָט געזאָגט: שאול אין דער מלחמה מיט די עמלקים האָט געזאָגט צו די קינים (פון יתרו׳ס משפּחה): „טרעט אָפּ פון די עמלקים, איך זאָל דיך נישט אומברענגען מיט זיי, און דו האָסט דאָך געטאָן גענאָד מיט אַלע יידן” — אויב יתרו, וואָס האָט גאַסטפריינדלעך אויפגענומען משהן צוליב זיין אייגענעם כבוד, איז זיין פאַרדינסט אַזוי גרויס, ווער שמועסט דער, וואָס נעמט אויף ביי זיך אין הויז אַ תלמיד חכם, גיט אים עסן און טרינקען און איז אים מהנה מיט וואָס ער פאַרמאָגט — איז געוויס זיין פאַרדינסט ביי גאָט זייער גרויס.
נעמט ר׳ יוסי דאָס וואָרט לכבוד די גאַסטפריינדלעכע שטאָט־לייט און זאָגט זיין דרשה:
„זאָלסט נישט פאַראַכטן דעם מצרי, וואָרעם אַ גר ביסטו געווען ביי אים אין לאַנד” — אויב די מצרים, וואָס האָבן יעקבס קינדער מקריב געווען נאָר צוליב אייגענע נוצן, האָט די תורה זיי אַזוי געשוינט, — ווער שמועסט דער וואָס נעמט אויף ביי זיך אין הויז אַ תלמיד חכם, גיט אים עסן און טרינקען און איז אים מהנה מיט וואָס ער פאַרמאָגט, איז געוויס זיין פאַרדינסט ביי גאָט זייער גרויס.
דער לעצטער, ר׳ אליעזר בן ר׳ יוסי הגלילי, זאָגט אויך זיין וואָרט לכבוד די גאַסטפריינדלעכע שטאָט־לייט:
„גאָט האָט געבענטשט עובד׳ס הויז צוליב דעם געטלעכן אָרון וואָס איז ביי אים געשטאַנען” — אויב דער אָרון, וואָס פאָדערט נישט קיין עסן און קיין טרינקען און עובד האָט נאָר געהאַט די מי ריין צוהאַלטן דאָס אָרט, אויסקערן און מיט וואַסער באַשפּריצן, איז עס אים גערעכנט געוואָרן פאַר אַזאַ פאַרדינסט, — ווער שמועסט דער וואָס נעמט אויף ביי זיך אין הויז אַ תלמיד חכם, גיט אים עסן און טרינקען און איז אים מהנה מיט וואָס ער פאַרמאָגט, איז געוויס זיין פאַרדינסט ביי גאָט זייער גרויס.
רבא זאָגט: זאָל מיר דאָס ביישטיין, ווען אַ תלמיד חכם קומט זיך פאַר מיר לאָדן, לייג איך נישט דעם קאָפּ אויפן קישן ביז איך זוך פאַר אים נישט אויס קיין זכות.
מר־בר־רב־אשי פלעגט זאָגן: מיך טאָר מען נישט זעצן פאַר אַ דיין ביי אַ משפּט פון אַ תלמיד חכם, ווייל ער איז מיר ליב ווי איך אַליין, און אַ מענטש אויף זיך אַליין זעט נישט קיינמאָל קיין שלעכטס.
ר׳ יוחנן פלעגט זאָגן: די תלמידי חכמים זיי זיינען די אמת׳ע „בויערער”, ווייל זיי פאַרנעמען זיך אַלע זייערע יאָרן מיט אויסבויען און אויסבילדן די וועלט.
תלמידי חכמים — זאָגט רב חנינא — ברענגען אַריין פיל שלום אין דער וועלט.
„די מצווה איז ליכט און די תורה איז שיין” — זאָגט שלמה המלך אין זיינע שפּריכווערטער — גייט איינער אין דער פינצטער און האָט קיין ↰ 119 ליכט נישט אין דער האַנט, שלאָגט ער זיך אָן אין אַ שטיין, פאַלט ער אַריין אין אַ גראָבן און צעקלאַפּט זיך דעם קאָפּ. דער וואָס טראָגט אָבער אַ ליכט מיט זיך, מיידט ער אויס יעדער שטרויכלונג און גייט־איבער זיין וועג בשלום. דאָסזעלבע אונטערשייד איז צווישן אַן עם הארץ און אַ תלמיד חכם. דער עם הארץ, וואָס אים פעלט די ליכט פון דער תורה, טאַפּט אין דער פינצטער און פאַלט אַריין אין זינד און קומט אום; דער תלמיד חכם אָבער האָט אַ ליכטיקן לאַמטערן אין דער האַנט, — די תורה, און זי פירט אים דורך בשלום איבער אַלע געפאָרן אין וועג. און דאָס זעלבע זאָגט אויך דוד המלך: „ליכט פאַר מיינע פיס — דיינע ווערטער און שיין פאַר מיין שטעג.”
„ליב האָבן זאָלסטו דיין האַר גאָט” — און באַליבט זאָל זיין נאָמען ווערן דורך דיר. אַז אַ ייד לערנט פיל, באַדינט תלמידי חכמים און האַנדלט ערלעך און באַנעמט זיך פיין מיט לייטן — וואָס זאָגן לייט אויף אים? וואויל איז יענעם וואָס האָט געלערנט תורה! וואויל איז דעם פאָטער וואָס האָט אים געלערנט תורה! וואויל איז דעם רבין זיינעם וואָס האָט אים געלערנט תורה! וויי איז די וואָס האָבן קיין תורה נישט געלערנט, אָט דער האָט געלערנט תורה, זעט ווי שיין זיין באַנעמען זיך, ווי פיין איז זיין אויפפירונג, אויף אים זענען אָנגעפּאַסט די ווערטער פונעם נביא ישעיה: „ער (גאָט) האָט מיר געזאָגט: מיין דינער ביסטו, אַ ייד וואָס איך רים זיך מיט דיר”. אָבער דער וואָס לערנט תורה און באַדינט תלמידי חכמים, נאָר ער האַנדלט נישט ערלעך און באַנעמט זיך נישט פיין מיט לייטן — וואָס זאָגן לייט אויף אים: וויי איז יענעם וואָס האָט געלערנט תורה! וויי איז דעם פאָטער זיינעם וואָס האָט אים געלערנט תורה! וויי איז דעם לערער זיינעם וואָס האָט אים געלערנט תורה! אָט דער וואָס האָט געלערנט תורה, זעט ווי מיאוס זיין באַנעמען זיך, ווי שענדלעך זיין אויפפירונג. און אויף אים זענען אָנגעפּאַסט די ווערטער פונעם נביא יחזקאל: „זיי האָבן פאַרשוועכט מיין הייליקן נאָמען, אַז מען זאָגט אויף זיי: גאָטס פאָלק זיינען זיי און פון זיין לאַנד קומען זיי אַרויס”.
פופצן זיטן ווערן אויסגערעכנט ביי אַ תלמיד חכם: פיין ביים אַריינקומען, פיין ביים אַרויסגיין, פרום ביים זיצן אין ישיבה, קלוג אין זיין גאָטספאָרכטיקייט, ניכטער אין שכל, אַ חכם אין זיין אויפפירונג, אַ זאַמלער (פון תורה) און אַ בעל זכרון, ענטפערט וואָס מער ↰ 120 אויף דעם וואָס מען פרעגט אים, פרעגט צו דער זאַך און ענטפערט צום פּונקט, הערט פריער גוט אויס איידער ער ענטפערט. אין יעדער שיעור זיינעם טוט ער עפּעס אויף אַ נייעס, גייט צו געלערטע, לערנט מיט דער דעה יענעם צו לערנען און לערנט כדי מקיים צו זיין.
אַ תלמיד חכם זאָל נישט עסן שטייענדיק, נישט לעקן מיט די פינגער, נישט שפּייען פאַר יענעם, ווייניק שמועסן, ווייניק לאַכן, ווייניק שלאָפן, ווייניק וואוילטאָג זיך אָנטאָן, זיין גוט געוואָרנט מיט זיין „יאָ” און מיט זיין „ניין”.
דער שטייגער פון אַ תלמיד חכם איז: זיין אַן ענוו און געפאַלן ביי זיך, אַ זריז, נישט אָפּענטפערן אויף קיין באַליידיקונג, זיך באַליבן ביי יעדן מענטשן, שטאַרק צוגעלאָזן צו די הויז־מענטשן, שרעקן זיך פאַר אַ זינד, באַטראַכטן דעם מענטשן לויט זיינע מעשים, ווייכן פון עולם־הזה ווי פון אַ פרעמדער וועלט, זיצן שטענדיק און לערנען, זיך וואַלגערן ביי די פיס פון וואוילגעלערנטע און קיינער זאָל אויף אים קיין שלעכטס ניט זען.
אַ חכם צייכנט זיך אויס מיט די זיבן זיפּן: ער רעדט נישט פאַר קיין גרעסערן פון זיך, פאַלט נישט אַריין יענעם אין די רייד, איילט זיך נישט צו ענטפערן איידער ער הערט אויס, פרעגט צו דער זאַך און ענטפערט צום פּונקט, ער רעדט פון דער ערשטער זאַך צום ערשט און פון דער לעצטער צולעצט, און אויף וואָס ער פאַרשטייט נישט זאָגט ער: „איך פאַרשטיי נישט”, ער איז מודה אויפן אמת. און ביי אַ נאַר איז דאָס אַלעס פאַרקערט.
- „גאָטס לערע איז זיין באַגער...
- ער איז ווי אַ בוים געפלאַנצט ביי טייכלעך וואַסער
- וואָס גיט זיין פרוכט אין דער צייט
- און זיין בלאַט וועלקט נישט” —
אַפילו אַ איינפאַך ווערטל פון אַ תלמיד חכם איז טיפזיניק און מען דאַרף עס לערנען, ביי אַ זאַפטיקן בוים — איז זאַפטיק נישט נאָר די פרוכט נאָר אויך דאָס בלעטל זיינס.
אַ אמת׳ער תלמיד חכם לאָזט נישט אַרויס פון דער האַנט אַ זאַך וואָס איז נישט פולקומען.
דער ארון־קודש איז געווען אינערלעך ווי אויסערלעך מיט ריינעם ↰ 121 גאָלד באַדעקט, אַ תלמיד חכם דאַרף זיין ריין אינערלעך ווי אויסערלעך, אויב נישט איז ער נישט ווערט דעם נאָמען תלמיד חכם.
אַ תלמיד חכם וואָס האָט נישט קיין פאַרשטאַנד, איז ערגער פון אַ נבלה.
רבא זאָגט: אַ תלמיד חכם אַז ער היצט זיך אַמאָל איז דאָס דערפאַר וואָס די תורה האָט אים אויפגעהיצט, ווי דער פּסוק זאָגט: „מיינע ווערטער, זאָגט גאָט, זענען ווי פייער”.
ר׳ אשי זאָגט: אַ תלמיד חכם וואָס איז נישט האַרט ווי אייזן, הייסט נישט קיין תלמיד חכם, ווי עס זאָגט דאָרט דער סוף פּסוק: „ווי אַ האַמער וואָס צעברעקלט דעם פעלדז” —
פון דעסטוועגן — זאָגט רבינא — איז גלייכער אַז דער מענטש זאָל זיך איינגעוואוינען צו באַגיין זיך מיט מענטשן בנעימותדיק.
רב זאָגט: אַ תלמיד חכם מעג אַמאָל אין זיך האָבן גאווה אַן אַכטל פון אַן אַכטל.
רב הונא בן ר׳ יהושע זאָגט: און דאָס באַשיינט אים ווי די הערעלעך דעם שפּיץ־זאַנג.
רבא זאָגט: שלעכט אַז מ׳האָט עס, שלעכט אַז עס פעלט.
רב נחמן זאָגט: נישט דאָס און נישט קיין סימן דערפון!
ר׳ יוחנן זאָגט: אַ תלמיד חכם וואָס געפינט זיך אויף זיין קלייד אַ פעטער פלעק, איז ער נישט ווערט, וואָס ער לעבט אויף דער וועלט; ער איז מבזה זיך און די תורה.
זעקס זאַכן איז אַ שאַנדע פאַר אַ תלמיד חכם:
ער טאָר ניט אַרויסגיין אין גאַס פּאַרפומירט, מיט געלאַטעטע שיך, איינער אַליין ביינאַכט, נישט שמועסן מיט קיין פרוי אין מאַרק, נישט אַריינגיין אין בית המדרש צום לעצטן, נישט זעצן זיך צום טיש אין געזעלשאַפט פון עמי הארצים; אַנדערע גיבן נאָך צו: אויך נישט מאַכן ביים גיין גרייטע שפּאַן און נישט גיין פאַרריסן דעם קאָפּ.
אַ תלמיד חכם וואָס לויפט־אַרום אויף אַלע סעודות — קומט דערצו, אַז ער מאַכט חרוב זיין הויז, לאָזט־איבער די פרוי ווי אַן אלמנה און זיינע קליינע קינדערלעך ווי פאַריתומט, און ער פאַרגעסט דאָס לערנען, און גרויסע מחלוקת קומט אויף אים, און זיינע ווערטער ווערן נישט אָנגענומען, און ער פאַרשוועכט דעם נאָמען פון גאָט און פון זיין פאָטער און ↰ 122 פון זיין רבין, און מאַכט אַ שלעכטן נאָמען זיך און זיינע קינדער און קינדס־קינדער אויף לאַנגע יאָרן — מען רופט אים: אַרומשלעפּער, שענק־טענצער, טעלער־לעקער.
תלמידי חכמים — ווערט זייערע שגגות (אומגערענע פאַרלער) פאַררעכנט ווי זדונות (אָבזיכטלעכע פאַרברעכן) און עמי הארצים זענען פאַרקערט: די זדונות זייערע ווערט זיי פאַררעכנט ווי שגגות.
אַ תלמיד חכם ווען ער זינדיקט טאָר מען אים ניט שענדן עפנטלעך, ווי דער פּסוק זאָגט: „דו ווערסט געשטרויכלט בייטאָג, דער נביא מיט דיר ביינאַכט” — דעק אים צו ווי די נאַכט.
ווי גאָלדענע און גלעזערנע כלים נאָכן צעברעכן קען מען זיי איבערשמעלצן און ווידער מאַכן גאַנצע כלים — אַזוי אַ תלמיד חכם כאָטש ער האָט פאַרזינדיקט קען ער ווערן צוריק אַ לייט.
זעסטו אַ תלמיד חכם, אַז ער האָט געזינדיקט ביינאַכט, קלער נישט וועגן אים איבער בייטאָג — ער האָט געוויס שוין תשובה געטאָן.
ווי אַ ניסל, כאָטש עס שמוצט זיך איין אויסנווייניק בלייבט דער יאָדער אינעווייניק ריין, אַזוי אַ תלמיד חכם כאָטש ער פאַרשמוצט זיך אַמאָל מיט זינד, ווערט די תורה זיינע נישט פאַראומרייניקט.
אַ תלמיד חכם וואָס רייסט זיך אָפּ פון דער תורה איז ווי אַ פייגעלע וואָס שלאָגט זיך אָפּ פון דער נעסט.
ריש לקיש האָט געזאָגט: אַ תלמיד חכם טאָר נישט נעמען אויף זיך קיין תענית, ווייל ער וועט דורך דעם ווייניקער זיך קענען אָפּגעבן מיט לערנען תורה.
רב ששת זאָגט: אַ תלמיד חכם וואָס נעמט אויף זיך אַ תענית — איז גלייך ווי אַ הונט וואָלט אויפעסן זיין מאָלצייט.
רב זאָגט: דער וואָס שטאָלצירט מיט אַ תלמיד חכמשן מאַנטל און איז אַליין נישט קיין תלמיד חכם ווערט ער נישט אַריינגעלאָזט אין אייבערשטנס מחיצה.
ר׳ ברכיה זאָגט: זעט אַ מענטש, אַז די תורה לאָזט זיך אויס ביי זיינע קינדער — זאָל ער אַריינפירן צו זיך אין שטוב אַ פרוי אַ טאָכטער פון אַ תלמיד חכם, ווי דער פּסוק זאָגט: „אויב אין באָדן ווערט דער ↰ 123 וואָרצל זיינער (פונעם בוים) געעלטערט, און אין דער ערד שטאַרבט אָפּ זיין שטאַם — איז פון אַ שמעק וואַסער בליט ער אויף”.
אין ר׳ יוחנן׳ס נאָמען זאָגט מען: דער וואָס איז אַליין אַ תלמיד חכם און זיין זון און דערנאָך זיין אייניקל זענען אויך תלמידי חכמים — וועט שוין די תורה זיך נישט אויסלאָזן פון זיין נאָכגעבורט.
ר׳ ירמי זאָגט: נאָך דריי דורות דורכאַנאַנד תלמידי חכמים, זוכט שוין די תורה אויף איר שטענדיק גאַסטהויז.
ווי קומט עס וואָס פון תלמידי חכמימשע קינדער קומען אָפטמאָל אַרויס קינדער נישט קיין תלמידי חכמים?
— כדי מען זאָל נישט זאָגן — ערקלערט רב יוסף — אַז די תורה גייט איבער יעדן בירושה.
רב שישא האָט ערקלערט: כדי זיי זאָלן זיך נישט איבערנעמען איבערן עולם.
מר זוטרא זאָגט: טאַקע דערפאַר וואָס זיי נעמען זיך איבער איבערן עולם.
רב אשי זאָגט: ווייל זיי רופן אָן דעם עולם מיטן נאָמען „אייזלען”.
„אין האַרצן פונעם פאַרשטאַנדיקן רוט די חכמה — זאָגט שלמה המלך אין משלי — און ביי די נאַרן לאָזט זי זיך וויסן”.
רב חמא זאָגט אויף דעם: די ערשטע העלפט פון דעם שפּריכוואָרט איז צוגעפּאַסט צו אַ תלמיד חכם דער זון פון אַ תלמיד חכם, די צווייטע העלפט — צו אַ תלמיד חכם דער זון פון עם הארץ.
נישט אומזיסט זאָגט די וועלט אַ ווערטל: „אַ האַרטער גראָשן אין פּושקע מאַכט קליפּ־קלאַפּ”.
זקנים עמי הארצים, וואָס עלטער זיי ווערן ווערט דער שכל ביי זיי אַלץ מער צעמישט; ביי זקנים תלמידי חכמים אָבער איז פאַרקערט: וואָס עלטער זיי ווערן ווערט דער שכל ביי זיי אַלץ מער געזעצטער.
„לאָמיך וואוינען אין דיין צעלט אין ביידע וועלטן” האָט זיך דוד ביי גאָט געבעטן. איז דען מעגלעך — פרעגט רב — אַז אַ מענטש זאָל וואוינען אין איין זייט אין ביידע וועלטן, אין דער און אין יענער. נאָר דוד ↰ 124 האָט ביי גאָט געבעטן אַזוי: „האַר פון דער וועלט, טו מיר צוליב — אַז מען זאָל מיינע ווערטער נאָכזאָגן נאָך מיר אויף דער וועלט”. ווי ר׳ שמעון בן יוחאי פלעגט זאָגן: אַז מע זאָגט נאָך אַ תלמיד חכם זיינע ווערטער אויף דער וועלט, באַוועגן זיך אין קבר זיינע ליפּן, ווי ביי אַ מענטשן אין שלאָף.
אַ גראָבער יונג קען פרום נישט זיין און אַן עם הארץ — קיין חסיד.
ר׳ אלעזר זאָגט: אַ תלמיד חכם ביי אַן עם הארץ אין די אויגן ווי זעט אויס? — אין אָנהייב ווי אַ גאָלדענער קרוג, האָט ער מיט אים אַביסל געשמועסט — שוין ווי אַ זילבערנער קרוג; האָט דער תלמיד חכם פון אים עפּעס גענאָסן — שוין ווי אַ ערדענער קרוג — קוים ווערט ער צעבראָכן איז צו אים שוין קיין מיטל נישטאָ.
אַ מענטש זאָל פאַרקויפן פון זיך דאָס לעצטע און נעמען פאַר אַ פרוי אַ טאָכטער פון אַ תלמיד חכם, כדי אַז ער אַליין וועט שטאַרבן אָדער פאַרטריבן ווערן זאָל ער קענען זיין זיכער, אַז די קינדער וועלן פאַרבלייבן איידעלע מענטשן. מיט אַ פרוי אָבער אַ טאָכטער פון אַן עם הארץ קען ער אין דעם זיכער נישט זיין.
ר׳ מאיר פלעגט זאָגן: ווער עס גיט אויס אַ טאָכטער פאַר אַ גראָבן יונג, איז ווי ער וואָלט זי געבונדן און אַנידערגעלייגט פאַר אַ ווילדן לייב.
די שנאה פון עם־חארץ צום תלמיד חכם איז גרעסער ווי די שנאה פון אַ גוי צו אַ יידן, און פונעם ווייב זיינס נאָך מער, און די שנאה פון דעם וואָס האָט אַמאָל אַליין געלערנט און אַוועקגעוואָרפן — נאָך מער.
ר׳ עקיבא האָט דערציילט: אַז איך בין געווען אַן עם הארץ פלעג איך זאָגן: וואו נעמט מען אַ תלמיד חכם וואָלט איך אים צעביסן ווי אַ ווילדער אייזל.
ר׳ אלעזר האָט געזאָגט: די עמי הארצים וועלן נישט אויפלעבן. האָט אים אויף דעם ר׳ יוחנן געזאָגט: דער אייבערשטער איז נישט צופרידן מען זאָל זאָגן אויף זיי אַזעלכע ווערטער.
— איך דרינג עס אויס פון אַ פּסוק אין ישעיה — ענטפערט ער אים — „טוי פון ליכט איז דיין טוי און די ערד וועט אירע טויטע אַרויסוואַרפן”: ווער ס׳איז באַלויכטן מיט דעם שיין פון דער תורה וועט אים די שיין אויפלעבן, און אויב נישט — ניט.
באַמערקט ר׳ אלעזר אַז ר׳ יוחנן ערגערט זיך, זאָגט ער אים: זיי האָבן פאַר זיך אַ מיטל, ווי זאָגט די תורה: „איר, די באַהעפטע אינעם האַר גאָט אייערן, וועט איר אַלע לעבן” — ווי איז עס מעגלעך זיך צו באַהעפטן אין דער שכינה? נאָר דער וואָס גיט אויס זיין טאָכטער פאַר אַ תלמיד חכם, האַלט אויס תלמידי חכמים און לאָזט זיי געניסן פון זיינע גיטער — ווערט עס אים פאַררעכנט גלייך ווי ער וואָלט זיך באַהעפט אין דער שכינה.
די חכמי יבנה פלעגן אָפט זאָגן: איך בין אַ באַשעפעניש און יענער חבר מיינער איז אַ באַשעפעניש. מיין באַשעפטיקונג (תורה) איז אין שטאָט, זיינע — אין פעלד. איך שטיי אויף גאַנץ פרי צו מיין באַשעפטיקונג — ער צו זיינע. ווי אים טראָגט נישט די השגה צו נעמען זיך פאַר מיין באַשעפטיקונג, אַזוי טראָגט מיר נישט מיין השגה צו זיינער. אפשר מיינסטו: איך לערן מער, ער ווייניקער, האָט מען שוין לאַנג אויף דעם געזאָגט: איינער מער, איינער ווייניקער, אַבי נאָר די כונה איז צו גאָט.
ר׳ אמי פלעגט זאָגן: אַפילו אַ מענטש האָט נאָר געלערנט איין פּרק אין דער פרי און איין פּרק אויף דער נאַכט האָט ער שוין מקיים געווען די מצווה פון „לא ימוש ספר התורה הזה מפּיך” (די תורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פון דיין מויל). אַן אַנדערער האָט געזאָגט: מיט קריאת־שמע אַליין אין דער פרי און פאַרנאַכט איז מען שוין אויך מקיים די מצווה. דאָס טאָר מען אָבער נישט זאָגן פאַר אַן עם הארץ, ער זאָל נישט מיינען אַז מער דאַרף מען שוין נישט און וועט זיינע קינדער נישט לערנען.
רבא האָט געזאָגט: ס׳איז אַ מצווה דאָס צו זאָגן פאַר אַן עם הארץ, ווייל ער וועט פאַרשטיין, אַז אויב די מצווה פון לייענען איין פּסוק „שמע” איז אַזוי גרויס, ווער שמועסט לערנען תורה כסדר.
אליהו דערציילט: איינמאָל בין איך געגאַנגען אין וועג, האָב איך זיך צוזאַמענגעטראָפן מיט אַ מענטשן, וואָס האַלט נאָר פון געשריבענער תורה, אָבער נישט פון דער מינדלעכער. שטייט ער צו צו מיר מיט זיין אפּיקורסות:
— נאָר די געשריבענע תורה אַליין — טענהט ער — איז אונדז געגעבן געוואָרן פון באַרג סיני, אָבער נישט די מינדלעכע.
ענטפער איך אים דערויף: איז דען נישט די מינדלעכע גלייך ווי די געשריבענע פון איין אַלמעכטיקן גאָטס מויל אַרויס? אין וואָס אייגנטלעך באַשטייט דער אונטערשייד צווישן די ביידע — דאָס לאָזט זיך ערקלערן מיט אַזאַ ביישפּיל: אַ קיניג האָט געהאַט צוויי זייער באַליבטע קנעכט, האָט ער געשענקט דעם אַ טאָפּ ווייץ און דעם אַ טאָפּ ווייץ, דעם אַ בינטל פלאַקס און דעם אַ בינטל פלאַקס. וואָס האָט געטאָן דער מער קלוגער פון די ביידע? ער האָט גענומען דאָס פלאַקס, געשפּינט דערפון פאָדעם און אויסגעוועבט אַ שיין טישטעכל, גענומען די ווייץ, אויסגעקליבן זי, געמאָלן ריינע זעמל־מעל, געקנאָטן און געבאַקן שיינע חלות, פיין אויסגעשטעלט אויפן טיש און זיי איבערגעדעקט מיטן טישטעכל, אַזוי איבערגעלאָזט ביז דער קיניג וועט קומען דער נאַר אָבער האָט מיט דעם קיניג׳ס געשאַנק גאָרנישט געטאָן. אין אַ שטיקל צייט אַרום קומט דער קיניג און זאָגט זיי: קינדער, ברענגט מיר וואָס איך האָב אייך געשענקט. טראָגט אים דער ערשטער אַרויס די פיינע זעמל אויסגעלייגט אויפן טיש און איבערגעדעקט מיטן טישטעכל — און דער אַנדערער — די רויע ווייץ אין קאָרב מיטן בינטל פלאַקס פון אויבן. אַך וואָס פאַר אַ שאַנד, אַך וואָס פאַר אַ בושה!
אַזוי אויך, אַז גאָט ברוך הוא האָט געשיקט די תורה יידן, האָט ער זיי געגעבן אָט ווי יענע ווייץ וואָס מען מאַכט פון איר זעמל און ווי פלאַקס צו אויסאַרבעטן אַ געוואַנד.
1) מינדלעכע לערע, אַזוי ווערט אָנגערופן, אין קעגנזאַץ צו דער געשריבענער תורת משה, משנה־ און תלמוד־ליטעראַטור.
„די ווערטער פון די חכמים זענען ווי טרייבדרענגלעך און ווי אייזערנע פעסט איינגעפלאַנצטע נעגל [די ווערטער פון] די געלערטע פאַרזאַמלונגען, פון איין פּאַסטעך זענען זיי געגעבן געוואָרן”. אויף דעם ↰ 127 פּסוק האָט ר׳ אליעזר בן עזריה געדרשענט אַזוי: פאַר וואָס זענען געגליכן די תורה ווערטער צו טרייבדרענגלעך? אָט ווי דאָס טרייבדרענגל פירט די אַקער־בהמה גלייך איבער דער גראָדער בייט צו ברענגען לעבן פאַר גאָר די וועלט, אַזוי אויך די תורה ווערטער פירן אָפּ דאָס האַרץ ביי די וואָס גיבן זיך אָפּ מיט זיי פון די קרומע וועגן פון טויט אויף די גלייכע וועגן פון לעבן: „איינגעפלאַנצט” — אָט ווי די פלאַנצונגען פרוכפּערן זיך און מערן זיך, אַזוי מוזן אויך די תורה ווערטער זיך ווייטער פרוכפּערן און מערן; „די געלערטע פאַרזאַמלונגען” — דאָס זענען די געלערטע, וואָס אויף זייערע פאַרזאַמלונגען באַהאַנדלען זיי די תורה ווערטער יעדער לויט זיין מיינונג: דער זאָגט ריין, דער — אומריין — איינער זאָגט: מען מעג — דער אַנדערער — מען טאָר נישט, איינער כשרט — איינער פּסלט. קען דאָך עמעצער פרעגן: ווי איז מעגלעך אויף אַזאַ אופן צו לערנען תורה? שטייט ווייטער: „פון איין פּאַסטעך זענען זיי געגעבן” — איין גאָט האָט דאָס אַלעס געגעבן, פון איין פירערס מויל איז דאָס אַלעס אַרויסגעזאָגט געוואָרן, פון באַשעפער פון אַלע ווערק אויף דער וועלט. דערום מאַך דיין אויער ווי אַ מיל־טרויבל 1 און דערווערב זיך אַ פאַרשטאַנדיק האַרץ איינצוהערן זיך אין די ווערטער פון אַלע, סיי פון די וואָס זאָגן ריין, סיי פון די וואָס זאָגן אומריין, די וואָס זאָגן מען מעג און די וואָס זאָגן מען טאָר נישט, די וואָס כשרען און די וואָס פּסל׳ען.
„פון איין פּאַסטעך זענען זיי געגעבן געוואָרן” — האָסטו געהערט פון עמעצנס מויל, מעג זיין פונעם קלענסטן, אַ גוט וואָרט און ס׳האָט ביי דיר אויסגענומען — זאָל עס ביי דיר אין די אויגן גלייך זיין ווי דו ווילסט עס הערן פון אַ גרויסן, פון אַ חכם, פון ע נביא, פון משה רבנו דעם יידישן פּאַסטעך אַליין.
„מיינע ווערטער — זאָגט גאָט — זענען ווי פייער, און ווי אַ האַמער וואָס צעברעקלט אַ פעלדז” — אָט ווי פון אונטער׳ן האַמער, קלאַפּנדיק אויפן שטיין, צעשפּריצן זיך אין אַלע זייטן פונקען אָן אַ שיעור, אַזוי אויך אַ פּסוק פון דער תורה, אַז מען צעגלידערט אים געפינט מען אין אים פאַרשידענע טעמים נאָך יעדנס גוסט.
1) דאָס טרויבל איבערן מיל־שטיין, וואו עס ווערט אַריינגעשאָטן אַלערליי פאַרשידענע תבואות צו מאָלן.
אַזוי ווי ווען אַפילו אַלע בריות פון דער וועלט זאָלן זיך פירנעמען ווייס מאַכן איין פליגל פונעם ראָב — וועט זיך זיי עס נישט איינגעבן — אַזוי אויך וועט זיך קיינעם אין דער וועלט נישט איינגעבן אויסצורייסן אַפילו איין ייד — דאָס קלענסטע אות פון דער תורה.
וויל איינער אויסרייסן פון דער תורה איין פּסוק — איין וואָרט — איין אות אָדער אַפילו איין מינדלעכן אויסדרונג פון איר — ווייזט ער אַרויס פאַראַכטונג דער גאַנצער תורה. ס׳איז גענוג פון אַ געוועלב אַרויסצושלעפּן איין איינציקן שטיין עס זאָל זיך אין גאַנצן איינוואַלגערן.
ר׳ מאיר דערציילט: ווען איך בין געקומען תורה לערנען ביי ר׳ ישמעאלן האָט ער מיך געפרעגט: „קינד מיינס — מיט וואָס באַשעפטיקסטו זיך ענטפער איך אים: „אַ סופר בין איך, איך שרייב הייליקע ספרים”. זאָגט ער מיר: „קינד מיינס — זיי פאָרזיכטיק אין דיין אַרבעט, ווייל די אַרבעט דיינע איז זייער אַ הייליקע; שרייבסטו צו איין איבעריק אות אָדער פאַרפעלסט אַן אות — מאַכסטו אָן אַ חורבן אין דער וועלט”.
אַ ספר וואָס איז נישט גוט איבערגעקוקט אויף אויסצובעסערן דאָרט אַלע פעלער — טאָר מען נישט האַלטן אין שטוב אַ לענגערע צייט.
ר׳ יהושע בן לוי זאָגט: די אנשי כנסת הגדולה 1) האָבן געפאַסט פיר און צוואַנציק תעניתים אַז ספרים־שרייבער זאָלן נישט אויפקומען — כדי זיי זאָלן זיך האַלטן ביי זייער אַרבעט.
ספרים טאָר מען נישט וואַרפן פון אָרט אויף אָרט און זיך באַגיין מיט זיי מיט אום־כבוד.
אַ ספר תורה זאָל מען שרייבן מיט שיינער טינט — מיט אַ שיינער פּען — מיט אַ שיינער האַנטשריפט — אויף שיין פּאַרמעט פון הירשנפעל און איינהילן אין שיינע זיידענע מענטעלעך — ווי עס שטייט געשריבן: „זה אלי ואנוהו” — דאָס איז ער מיין גאָט — איך וועל אים באַשיינען.
1) די מענער פון דער גרויסער פאַרזאַמלונג אין אָנפאַנג צייטן פון בית שני.
ווען גאָט ברוך הוא האָט באַלד נאָכן אַרויספירן די יידן פון מצרים געזאָלט זיי געבן די תורה, האָט ער אָנגעהויבן מיט זיי רעדן אויף דער שפּראַך וואָס זיי איז דעמאָלט געווען פאַרשטענדלעך, נישט מיט „אני ה׳ אלהיך” האָט ער אָנגעהויבן די ערשטע פון עשרת הדברות, נאָר מיט „אנכי”, אַ וואָרט וואָס שטאַמט פון עגיפּטישער שפּראַך. עס קומט אויס ווי ביי איינעם אַ קיניג איז געפאַנגען געוואָרן זיין זון און ער איז פאַרבליבן ביי די פענגער אַ לענגערע צייט — ביז ער האָט גענומען רעדן אויף זייער לשון. אין אַ צייט אַרום, אַז דער פאָטער האָט אים באַפרייט פון זייערע הענט, האָט ער מיט אים אָנגעהויבן רעדן אויף זיין מוטער־שפּראַך. האָט ער גאָרנישט פאַרשטאַנען. וואָס־זשע זאָל ער טון? האָט ער געמוזט מיט אים אָנהייבן רעדן אויף דער פרעמדער שפּראַך פון די פענגער.
דער טאָג, וואָס מ׳האָט פאַר יידן איבערגעזעצט די תורה אין פּטאָלאָמייס צייטן 1) אויף גריכיש, איז געווען ביי יידן פאַררעכנט פאַר איינעם פון די אומגליקלעכסטע, — פּונקט ווי יענער טאָג וואָס אין אים איז דער עגל געמאַכט געוואָרן, ווייל די תורה לאָזט זיך נישט אויף אַ פרעמדער שפּראַך איבערזעצן ווי געהעריק.
און אַז יונתן בן עוזיאל האָט אין אַ שפּעטערדיקער צייט זיך פאַרנומען מיט איבערזעצן די נביאים אויפן אַראַמישן דיאַלעקט, די פאָלקס־שפּראַך פון יענער צייט, איז גאַנץ ארץ ישראל דערציטערט געוואָרן פון איין עק ביזן אַנדערן.
— ווער האָט עס געוואַגט — האָט זיך אַ בת קול געלאָזט הערן — אַרויסצוטראָגן די סודות פאַר גאָר די וועלט!
האָט יונתן בן עוזיאל זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס און געזאָגט:
איך האָב דיינע סודות אויפגעדעקט פאַר דער וועלט, און גאָט ווייסט דעם אמת אַז געטאָן האָב איך עס נישט צוליב מיין כבוד און נישט צוליב׳ן כבוד פון מיין פאָטער׳ס הויז, נאָר צוליב גאָטס כבוד אַליין, כדי צו פאַרקלענערן מחלוקת ביי יידן.
ער האָט אויך געוואָלט פאַרעפענטליכן די איבערזעצונג פון כתובים, האָט אים דאָס בת קול געזאָגט: גענוג פאַר דיר!
1) אין די צייטן פון בית שני האָבן זיך געפונען אין דער הויפּט־שטאָט אלכסנדריה אַ גרויסע טייל יידן, וואָס האָבן נישט געקענט זייער אייגענע שפּראַך, און צוליב זיי האָט מען גענומען איבערזעצן די תורה אויף גריכיש.
פאַר וואָס? ווייל אין כתובים גייט אַריין אויך די זעאונגען פון דניאל, וואו עס ווערט גערעדט וועגן משיח׳ס־צייטן — זאַכן וואָס זענען נישט צום איבערזעצן פאַר יעדן.
„די מצווה איז אַ ליכט און די תורה אַ שיין” — זאָגט שלמה המלך אין זיינע שפּריכווערטער. אָט ווי די ליכט לייכט נאָר אויף דערווייל, ווי לאַנג זי האַלט נאָך אין גרענעץ, אַזוי אויך שיצט די מצווה נאָר אויף דערווייל, ביז מען טוט זי אָב; די תורה אָבער איז געגליכן צו דער ליכטיקער שיין פון דער זון. ווי די שיין פון דער זון שיינט אייביק און לאָזט זיך קיינמאָל נישט אויס, אַזוי געשיצט אויך די תורה אירע לערנער אייביק, אויף דער וועלט, אין דער שעה פונעם טויט און אויך נאָכן טויט אויף יענער וועלט.
דאָס קען מען צוגלייכן צו איינעם, וואָס איז געגאַנגען אין וועג אין אַ שטאָקפינצטערע נאַכט, האָט ער זיך געשראָקן פאַר דערנער און שטעכלען און פאַר גרינער, פאַר ווילדע חיות און גזלנים” און דערצו האָט ער זיך נאָך אָפּגעשלאָגן פונעם וועג. ווי נאָר ער באַקומט אַ פאַקעל פייער איז ער שוין געהיט פון דערנער און שטעכלען און גריבער. דאָך שרעקט ער זיך נאָך פאַר ווילדע חיות און גזלנים און ווייסט נאָך אַלץ נישט דעם וועג. וויבאַלד אָבער עס האָט אָנגעהויבן שיינען אויף טאָג איז ער שוין געהיט אויך פאַר ווילדע חיות און גזלנים. ער ווייסט אָבער נאָך אַלץ נישט אויף וואָס פאַר אַ וועג ער גייט. ווי נאָר ער איז צוגעקומען צום שיידע־וועג איז ער גערעטעט געוואָרן פון אַלעמען.
דאָסזעלבע איז אויך מיט דער מצווה און מיט דער תורה. די מצווה לייכט נישט מער ווי אַ פאַקעל אין אַ פינצטערע נאַכט; די תורה אָבער איז ווי די שיין פונעם ליכטיקן טאָג.
אויך דערפאַר — זאָגן אַנדערע — איז די מצווה געגליכן צו אַ ליכט און די תורה צום טאָג שיין, ווייל אַ מצווה קען אויסגעלאָשן ווערן דורך אַן עבירה ווי אַ ליכט דורכן ווינד, די שיין פון דער תורה אָבער, פּונקט ווי די שיין פון דער זון, איז אַ שטענדיקע, זי ווערט נישט פאַרלאָשן אַפילו דורך אַן עבירה.
לאַנג האָבן די חכמים געפירט מחלוקת וועגן דער פראַגע וועלכעס פון די צוויי שטייט העכער, לערנען צי טון. אייניקע האָבן ↰ 131 געזאָגט, אַז לערנען, די אַנדערע אַז טון. ביז אַלע זענען געקומען צו איין בעשלוס, אַז לערנען איז העכער, דערפאַר טאַקע ווייל דאָס ברענגט צום טון.
ר׳ חנינא בן דוסא פלעגט זאָגן: יעדער וואָס זיין טון איז מער ווי זיין קענטעניש — האָט זיין קענטעניש אַ האַפט; דער אָבער, וואָס זיין קענטעניש איז מער ווי זיין טון — האָט נישט זיין קענטעניש קיין האַפט.
ר׳ אלעזר בן עזריה פלעגט זאָגן: דער וואָס זיין קענטעניש איז מער ווי זיין טון, איז גלייך צו אַ בוים מיט פיל צווייגן און ווייניק וואָרצלען, קומט אַ ווינד רייסט ער אים אויס און וואַלגערט אים אום; דער אָבער, וואָס זיין טון איז מער ווי זיין קענטעניש, איז גלייך צו אַ בוים מיט ווייניק צווייגן און פיל וואָרצלען — מעגן אַלע ווינטן פון דער וועלט אויף אים בלאָזן וועלן זיי אים פון אָרט נישט רירן.
ר׳ שמעון בן חלפתא זאָגט: ווער עס לערנט תורה און פאָלגט נישט, ווערט האַרבער באַשטראָפט ווי דער וואָס האָט גאָרנישט געלערנט. גלייך ווי ביי יענעם קיניג, וואָס האָט צו זיך אין גאָרטן צוגענומען צוויי פּעכטער. איינער פלעגט פלאַנצן ביימער און זיי אויסהאַקן, און דער אַנדערער האָט נישט געפלאַנצט און נישט געהאַקט. אויף וועמען פון זיי איז דער קיניג מער אויפגעבראַכט? פאַרשטייט זיך, אַז אויף דעם וואָס ער פלאַנצט און האַקט.
פירערליי באַציאונגען זענען מעגלעך צום לער־הויז: באַזוכן און נישט טון — בלייבט דאָס פאַרדינסט פאַרן באַזוכן; טון און נישט באַזוכן — בלייבט דאָס פאַרדינסט פון טון; אי באַזוכט אי געטאָן — איז אַ חסיד; נישט באַזוכט און נישט געטאָן — איז אַ רשע.
איינער פּרעדיקט שיין און טוט שיין, איינער טוט שיין און פּרעדיקט נישט שיין, איינער פּרעדיקט שיין און טוט נישט שיין.
זאָגט איינער: איך האָב נאָר תורה 1) — האָט ער אַפילו קיין תורה אויך נישט.
1) ד. ה. אַז טון גייט אים נישט אָן.
רבה בר אבינא זאָגט: דער וואָס קען לערנען און פאַרמאָגט נישט קיין גאָטספאָרכטיקייט איז גלייך צו אַ שאַצמייסטער וואָס מ׳האָט אים איבערגעגעבן די אינעווייניקסטע שליסלען אָן די אויסערלעכע — ווי אַרום זאָל ער אַריינקומען אין שאַצקאַמער?
און אויף אַזעלכן פלעגט ר׳ ינאי אויסשרייען:
וויי איז דעם וואָס פאַרמאָגט נישט קיין מויער —
און בויט טיר און טויער!
ר׳ אלכסנדרי האָט זיך געשטעלט אין גאַס און אויסגעשריגן:
ווער פאַרלאַנגט לעבן? איז זיך צונויפגעלאָפן אַן עולם און זיך אָנגערופן: מיר פאַרלאַנגען, גיב אונדז לעבן! האָט ער זיי געענטפערט מיט יענע ווערטער פון תהלים:
- „ווער איז דער מאַן וואָס פאַרלאַנגט לעבן,
- באַגערט צו זען טעג מיט גליק?
- היט די צונג דיינע פון שלעכטס
- און דיינע לעפצן פון פאַלשקייט רעדן!”
קען דאָך אַ מענטש זאָגן: וויבאַלד איך האָב זיך אָפּגעהיט פון דעם אַלעמען בין איך שוין יוצא און מעג זיך שוין אַריינלאָזן אין שלאָף — שטייט באַלד נאָכדעם:
- „טרעט אָפּ פון שלעכטס און טו גוטס”
- זוך דעם פרידן און יאָג זיך אים נאָך”.
נישט דאָס דרשענען איז דער עיקר, נאָר דאָס טון.
ר׳ חנניא בן עקשיא האָט געזאָגט: גאָט ברוך הוא האָט געוואָלט אויסאיידעלן און אויספיינערן יידן, דעריבער האָט ער זיי נישט געקאַרגט קיין תורה און קיין מצוות.
די אַמאָליקע האָט גאָט געגעבן נאָר אַ שמעק פון די מצוות: אדם׳ן איינע, נח׳ן מיט די קינדער — זעקס, מיר יידן אָבער, קומענדיק צום ↰ 133 באַרג סיני האָט ער אויף אונדז אויפגעגאָסן אַלע זיינע מצוות, ווי מען גיסט פון אַ פאַס.
ר׳ אבא זאָגט: תרי״ג (זעקס הונדערט דרייצן) מצוות געפינען זיך אין דער תורה, רמ״ח (צוויי הונדערט אַכט אין פערציק) געבאָט 1), פּונקט וויפיל אברים ביי אַ מענטשן. יעדער אבר מאָנט ביים מענטשן און שרייט: טו מיט מיר אַ מצווה כדי מיר זאָלן אין דעם זכות געזונט זיין און לאַנג לעבן; און שס״ה (דרייהונדערט פינף און זעכציק) פאַרבאָט, פּונקט ווי די טעג פון זון־יאָר, ווייל יעדער טאָג, פון דעם זון־אויפגיין ביז איר פאַרגיין, שרייט זי און מאָנט ביים מענטשן: איך באַשווער דיך מיטן נאָמען פון דעם וואָס ער האָט דערפירט דיין לעבן ביז היינטיקן טאָג, אַז דו זאָלסט אין מיין טאָג נישט איבערטרעטן דאָס און דאָס געבאָט און זאָלסט נישט איבערוועגן זיך און די גאַנצע וועלט אין די זייט פון שולד.
- „פאַרנעמט, הימלען, און איך וועל רעדן
- און לאָז הערן די ערד די זאָג פון מיין מויל” —
גאָט ברוך הוא האָט משהן אַזוי געזאָגט: זאָג זיי, די יידן: קוקט זיך איין אין די הימלען, וואָס האָב איך זיי באַשאַפן צו באַדינען אייך; צי האָבן זיי אַמאָל געענדערט זייער שטייגער? צי איז דער זון־קוגל אויפגעגאַנגען אַמאָל נישט פון מזרח צו באַשיינען די גאַנצע וועלט? צי טוט ער נישט מיט גרויס פרייד זיין שליחות ביים אויספירן מיין ווילן? קוקט זיך ווידער איין אין דער ערד, וואָס איך האָב באַשאַפן צו באַדינען אייך; צי ווייכט זי אַמאָל אָפּ פון איר שטייגער? ווען איר זייט זי, וואַקסט דען נישט? צי ווען איר פאַרזייט ווייץ וואַקסט דען אַמאָל גערשטן? אַן אָקס אַפילו, מאַכט זיך דען ער זאָל זיך אָפּזאָגן פון אַקערן, פון דרעשן, אָדער אַן אייזל פון אַ משא־טראָגן און גיין אין וועג? דאָסטגלייכן דער ים, צי האָט ער אַמאָל געענדערט זיין שטייגער, אַרויס פון די ברעגן און פאַרפלייצט די וועלט? היינט באַטראַכט, ווען אָט די אַלע, וואָס ווייסן נישט פון קיין פאַרדינסט און פון קיין פאַרברעכן, אַז עס ערוואַרטעט זיי נישט קיין לוין און קיין שטראָף, און האָבן נישט קיין געפיל פון רחמנות צו זין און טעכטער, בלייבן זיי טריי זייערע אייביקע געזעצן, בפרט איר, וואָס ווייסט פון פאַרדינסט און פון פאַרברעכן, און עס ערוואַרטעט אייך לוין און שטראָף און האָט געפיל פון רחמנות צו אייערע זין אין טעכטער, — דאַרפט איר דאָך געוויס נישט אָפּווייכן פון אייער גלייכן וועג.
1) אַזעלכע וואָס מ׳איז מחויב צו טון.
רבי זאָגט: זיי געהיט אין אַ גרינגער מצווה גלייך ווי אין אַ האַרבער ווייל דו קענסט נישט וויסן די לוין פון מצוות, און רעכן אויס דעם שאָדן פון אַ מצווה אַקעגן איר פאַרדינסט און דעם פאַרדינסט פון דער עבירה אַקעגן איר שאָדן.
בן עזאי זאָגט: זאָלסט לויפן נאָך אַ לייכטע מצווה ווי נאָך אַ שווערער, און אַנטלויף פון יעדער עבירה, ווייל אַ מצווה שלעפּט־נאָך אַ מצווה און אַן עבירה שלעפּט־נאָך אַן עבירה, וואָרעם די לוין פון דער מצווה איז אַ מצווה, און פון דער עבירה — אַן עבירה.
- „האַלט זיך פעסט אין רעכט — לערע, לאָז נישט אָב,
- היט זי, דען זי איז דיין לעבן” —
אַזוי זאָגט שלמה אין זיינע שפּריכווערטער. עס קומט אויס אַזוי ווי איינער, וואָס איז פון שיף אַריינגעפאַלן אין וואַסער, פאַרוואַרפט צו אים דער שיפסקאַפּיטאַן אַ שטריק און שרייט צו אים: האַלט זיך אָן אין דעם שטריק, לאָז אים נישט אָב, אויב נישט איז דיין לעבן פאַרפאַלן. אַזוי אויך זאָגט גאָט ברוך הוא די יידן: כל זמן איר האַלט זיך פעסט אין די מצוות זענט איר באַוואָרנט מיטן לעבן. ווי די תורה זאָגט: „און איר, באַהעפטע אין אייביקן גאָט אייערן, לעבט איר אַלע היינט”.
מצוות זענען געגעבן געוואָרן צו לעבן מיט זיי, ווי זאָגט די תורה: „איר זאָלט היטן מיינע געזעץ... וואָס דער מענטש דאַרף זיי טון ער זאָל מיט זיי לעבן” — אָבער נישט מיט זיי שטאַרבן. קיין זאַך טאָר נישט אָנשטעלן צו ראַטעווען דאָס לעבן פון אַ נפש, אויסער דריי פאַרבאָט, וואָס אויף זיי דאַרף מען לאָזן זיך טויטן און נישט איבערטרעטן זיי, דאָס איז: געצנדינעריי, אומצוכט און בלוט פאַרגיסן.
דאָס איז אַלץ גערעדט אין די געוויינלעכע צייטן. אין דער צייט אָבער וואָס מען נויט יידן אָפּצוטרעטן פון זייער גלויבן, דאַרף אַ ייד אָפּגעבן דאָס לעבן אַפילו איבער אַ מערסטער זאַך פון יידישקייט, ווי ↰ 135 די תורה זאָגט: „איר זאָלט נישט פאַרשוועכן מיין הייליקן נאָמען און איך זאָל געהייליקט ווערן צווישן יידישע קינדער”.
ר׳ שמעון בן אלעזר זאָגט: יעדער געבאָט וואָס יידן האָבן זיך אויף דעם מוסר־נפש געווען אין די שווערע צייטן פון גזירות, ווי אַ שטייגער געצנדינעריי און מילה — האַלט זיך עס נאָך ביי זיי פעסט. דאָס געבאָט וואָס אין די צייטן פון גזירות האָבן זיך יידן אויף דעם נישט מוסר־נפש געווען, ווי צום ביישפּיל תפילין, האַלט זיך עס ביי זיי ביז היינט שוואַכלעך.
איינמאָל האָט די רעגירונג אַרויסגעלאָזט אַ גזירה, אַז ווער עס וועט לייגן תפילין אויפן קאָפּ וועט מען אים לעכערן דעם מוח. האָט איינער, אלישע, געלייגט תפילין און איז אַרויסגעגאַנגען אין מאַרק. האָט ער דערזען אַ רעגירונגס־באַאַמטן, איז ער אַנטלאָפן און יענער איז אים נאָכגעלאָפן. ווי ער האָט אים אָנגעיאָגט האָט אלישע אַראָפּגעכאַפּט די תפילין פונעם קאָפּ און זיי געהאַלטן אין די הענט. פרעגט אים דער באַאַמטער: וואָס איז ביי דיר אין די הענט? ענטפערט אים אלישע: טויבן־פליגל — עפענט אויף די האַנט און דאָרט געפינען זיך ווירקלעך טויבן־פליגל. פון דעמאָלט אָן האָט ער באַקומען אַ נאָמען: „אלישע דער מאַן פון די פליגל”.
און וואָס איז אים עפּעס איינגעפאַלן צו זאָגן טויבן־פליגל? ווייל יידן זענען געגליכן צו טויבן, ווי דוד המלך זאָגט: „טויבן־פליגל באַדעקט מיט זילבער און די פליגל אירע גרינלעך באַגאָלדעט” — ווי די פליגל באַשיצן די טויב, אַזוי באַשיצן מצוות די יידן.
ר׳ אַבא בר זמינא האָט גענייט קליידער אין רוים ביי אַ גוי אין הויז, האָט מען אים דערלאַנגט עסן טריף פלייש, זאָגט אים דער גוי: עס. ענטפערט ר׳ אבא: איך וועל נישט עסן. זאָגט אים ווידער דער גוי: עס, אויב נישט וועל איך דיך טויטן! זאָגט אים ר׳ אבא: אויב דו ווילסט מיך טויטן טויט און קיין טריפ׳ס וועל איך נישט עסן.
— פון וואַנען האָסטו זיך אָנגעשטויסן — זאָגט אים יענער — אַז דווקא ווען דו זאָלסט יאָ עסן וואָלט איך דיך ערשט דעמאָלט געווען געטייט. איינס פון די ביידע: איז מען אַ ייד — זאָל מען זיין אַ ייד, איז אַ גוי — אַ גוי.
צוויי תלמידים ר׳ יהושע׳ס האָבן אין אַ צייט פון שווערע גזירות אויף יידן געענדערט זייערע קליידער מען זאָל נישט דערקענען אַז זיי זענען יידן. באַגעגנט זיי אַ באַאַמטער אַ משומד, זאָגט ער זיי: זענט איר קינדער פון דער תורה זייט זיך צוליב איר מוסר־נפש, און אויב נישט — צו וואָס טויג אייך אַזוי פיל ליידן צוליב איר? ענטפערן זיי: מיר זענען אירע קינדער און מיר זענען גרייט פאַר איר אונדזער לעבן אַוועקגעבן, אַ מענטש אָבער נעמט נישט און ברענגט אַליין אויף זיך דעם טויט.
רבה בר בר חנה איז געגאַנגען אין וועג מיט אַ קאַראַוואַן פון אַראַבער, האָט ער געגעסן און פאַרגעסן צו בענטשן אויפן אָרט. נאָכדעם וואָס ער איז שוין אָנגעגאַנגען אַ שטיק וועג האָט ער זיך דערמאָנט, טראַכט ער זיך: וואָס טוט מען? זאָל איך זיי זאָגן, אַז איך האָב פאַרגעסן בענטשן און דערפאַר וויל איך זיך אומקערן צוריק צו בענטשן אויפן אָרט וואו איך האָב געגעסן, אַזוי ווי דער יידישער דין הייסט, וועלן זיי אויף מיר נישט וואַרטן, ווייל זיי וועלן מיר זאָגן: בענטש דאָ, אומעטום וועט עס אָנקומען פאַר גאָט; בעסער וועל איך זאָגן: וואַרט אויף מיר, ווייל איך האָב דאָרט פאַרגעסן אַ גילדענע טויב. האָט ער זיך צוריקגעקערט און אָנגעבענטשט אויפן אָרט און געפונען דאָרט אַ גילדענע טויב.
ר׳ אלכסנדר זאָגט: דורך אַ מצווה טון ווערן די הערצער ביי מענטשן דערנענטערט איינס צום אַנדערן און עס קומט צו שלום און גוט־פריינדשאַפט. צוויי אייזל־טרייבער, למשל, שונאים צווישן זיך, פירן משא אין וועג. פאַלט איינעמס אַן אייזל אינמיטן וועג אונטער דער משא — זעט עס דער צווייטער און גייט פאַרביי און מאַכט זיך נישט וויסנדיק. ערשט שפּעטער געקלערט ער זיך: האָט דען די תורה נישט אָנגעזאָגט, „אַז דו זעסט אַן אייזל פון דיין פיינד ליגט אונטער זיין משא זאָלסטו אים מיטהעלפן”? קערט ער זיך באַלד אום, לייגט צו אַ האַנט און העלפט אים אויסלאָדן, אָנלאָדן. און צוביסלעך וואַרפט ער זיך מיט אים דורך מיט אַ שמועס: דאָ גיב אַ שטופּ, דאָ אַ הויב אויף, דאָ וואַרף אַראָפּ — און אַזוי אַרום ווערט שוין אַ שלום. דער אַנדערער ווידער טראַכט זיך: האָב איך דען נישט געמיינט, אַז ער איז מיר אַ שונא? זע ווי ער האָט אויף מיר רחמנות געהאַט! דערווייל כאַפּט מען זיך אַריין ↰ 137 אין אַ קרעטשמע, מען עסט און מען טרינקט צוזאַמען און מען ווערט אמת׳ע גוטע פריינד צווישן זיך. ווער האָט געבראַכט צו דעם שלום און פריינדשאַפט — נישט דאָס אָפּהיטן אָ מצווה?
אַ פרומער מאַן האָט אַמאָל פאַרגעסן אַ גאַרב ביי זיך אין פעלד, קומט ער אַהיים אויפגעלייגט און זאָגט דעם זון: גיי און דאַנק אָפּ גאָט פאַר מיר מיט אַן אָקס אַ פייעראָפּפער און אַן אָקס אַ פרידנאָפּפער, אַזאַ טייערע מצווה האָט ער מיר צוגעשיקט — פאַרגעסן אַ גאַרב אין פעלד 1). פרעגט אים דער זון: וואָס פרייסטו זיך מיט דער מצווה מער ווי מיט אַנדערע? זאָגט ער: אַלע מצוות פון דער תורה ווערן געטאָן באַוואוסטזיניק, די מצווה אָבער ווען מיר זאָלן וועלן קענען מיר זי קיינמאָל נישט אויספירן. כדי מען זאָל זי טון מוז מען זי דאָך פריער פאַרגעסן.
דריי מינים ניס איז פאַראַן: ווייכע, וואָס שיילן זיך פון זיך, מיטלע, וואָס לאָזן זיך לייכט קנאַקן, און גאָר האַרטע, וואָס דו מוזט עס לאַנג קלאַפּן מיט אַ שטיין — אי דאָס לאָזט זיך אַמאָל אויס אַז ס׳איז אינמיטן ליידיק. אַזוי געפינען זיך דרייערליי מינים לייט: אַזעלכע וואָס טוען אַ מצווה לייכט פון זיך, אַזעלכע וואָס אַז מען מאָנט זיי קומען זיי באַלד אַקעגן, און ווידער אַזעלכע, וואָס וויפיל מען זאָל זיי נישט אָנקלאַפּן אין האַרצן האָט מען אַלץ פון זיי קיין נוץ נישט.
העכער איז דער וואָס טוט פאַר ליבע ווי דער וואָס טוט פאַר מורא.
ליב איז אַ מצווה אַז מען טוט זי אין דער צייט.
הייבט איינער אָן אַ מצווה דאַרף ער זי אויספירן, אויב נישט ווערט זי נישט פאַררעכנט אויף זיין נאָמען.
אַ מצווה זאָל מען טון שיין — אַן אויסגעפּוצטע סוכה, אַ שיינס לולב, אַ שיינעם שופר, אַ טלית מיט ציצית שיינע, אַ שיינע ספר תורה געשריבן מיט שוואַרצע גלאַנצנדיקע טינט מיט אַ שיינער פּען דורך אַ סופר אַ קינסטלער און איינגעהילט אין אַ שיין זיידן מענטעלע. די שיינקייט פון אַ מצווה — איז באַשיידנהייט.
1) לויט דעם דין פון דער תורה דאַרף אַ פאַרגעסענער גאַרב אין פעלד אַוועקגעגעבן ווערן אָרעמעלייט.
ר׳ אליעזר בן עזריה זאָגט: אַ מענטש זאָל נישט זאָגן: ס׳ווילט זיך מיר נישט עסן חזיר; פאַרקערט — ווילן ווילט זיך, נאָר וואָס זאָל איך טון אַז דער פאָטער אין הימל האָט פאַרבאָטן.
ר׳ שמלאי האָט געדרשענט: תרי״ג מצוות זענען געזאָגט געוואָרן משה רבינו׳ן, רמ״ח געבאָט און שס״ה פאַרבאָט, איז געקומען דוד המלך און האָט זיי אַוועקגעשטעלט אויף עלף:
- „גאָט, ווער זאָל וואוינען אין דיינע צעלטן
- און ווער זאָל רוען אויף דיין הייליקן באַרג? —
- דער וואָס פירט זיך ערלעך,
- און טוט גערעכטיקייט,
- און רעדט וואַרהייט ביי זיך אין האַרצן,
- אויף זיין צונג קומט קיין רכילות נישט אַרויף,
- טוט זיין גלייכן קיין בייז נישט,
- לייגט נישט קיין שאַנד אויף זיין אייגענעם,
- דער געמיינער איז ביי אים אין די אויגן פאַראַכטעט
- און די גאָטספאָרכטיקע האַלט ער ערלעך,
- שווערט ער, אויך זיך צום שאָדן, בייט ער נישט [זיין וואָרט],
- זיין געלט גיט ער נישט אין וואוכער
- און אונטערקויף־געלט קעגן אַ אומשולדיקן נעמט ער נישט —
- ווער עס טוט דאָס אַלץ וועט קיינמאָל נישט אומפאַלן”.
איז געקומען ישעיה און האָט עס אַוועקגעשטעלט אויף זעקס:
- „דער וואָס באַגייט זיך מיט גערעכטיקייט
- און רעדט רעכטפאַרטיקייט,
- פאַראַכטעט רויב־געלט,
- שאָקלט אָפּ די הענט פון נעמען שוחד.
- פאַרשטאָפּט זיין אויער נישט [קענענדיק] צו הערן אַ בלוט־געשריי
- און פאַרמאַכט די אויגן נישט [קענענדיק] צו זען קיין שלעכטס”.
איז געקומען מיכה המורשתי און האָט עס אַוועקגעשטעלט אויף דריי:
- „מ׳האָט דיר געזאָגט, מענטש, וואָס גאָט איז
- און וואָס גאָט פאָדערט פון דיר:
- טון רעכט,
- ליבע צו גנאָד
- און באַשיידן זיך פירן מיט דיין גאָט.”
איז ווידער געקומען ישעיה און האָט עס אַוועקגעשטעלט אויף צוויי:
- „היט רעכט
- און טוט גערעכטיקייט”.
איז געקומען חבקוק און האָט עס געשטעלט אויף איינס:
- „דער גערעכטער לעבט מיט זיין גלויבן”.
די מענער פון דער גרויסער פאַרזאַמלונג פלעגן זאָגן: מאַכט אַ צוים צו דער תורה 1).
רב אשי זאָגט: מען קען עס גלייכן צו אַ מענטשן וואָס האָט אַ פרוכט־גאָרטן — היט ער אים פון דרויסן איז דער גאָרטן אָפּגעהיט אינגאַנצן, היט ער אים פון אינעווייניק איז נאָר אָפּגעהיט דאָס וואָס פאַר אים, אָבער נישט וואָס הינטער אים.
פאַלט איין פון אַ וויינגאָרטן דער צוים ווערט צו נישט דער גאַנצער וויינגאָרטן.
די צייט פון אָבענד־קריאת־שמע איז אייגנטלעך אַ גאַנצע נאַכט, די חכמים אָבער האָבן אָפּגעשטעלט נאָר ביז האַלבע נאַכט, אַלס אַ צוים, כדי אַז אַ מענטש וועט גיין אָבענד־צייט צוריק פון פעלד זאָל ער נישט זאָגן: איך וועל גיין אַהיים, עפּעס עסן, עפּעס טרינקען, אַ דרימל טון, דערנאָך וועל איך לייענען קריאת־שמע און מעריב דאַוונען — איך האָב נאָך צייט גענוג; דערווייל פאַלט אויף אים אָן דער שלאָף, און עס לאָזט זיך אויס אַז ער שלאָפט אָפּ אַ גאַנצע נאַכט. איצט אָבער אַז אַ מענטש וועט מיך אָבפאַרטיקן אין פעלד וועט ער באַלד אַריינגיין אין בית המדרש, נעמען אַ ספר אין דער האַנט, קען ער פּסוק — לערנט ער פּסוק, קען ער משנה — לערנט ער משנה, דערנאָך לייענט ער שמע, דאַווענט־אָב, און ערשט דערנאָך עסט ער זיין אָבענד־ברויט, בענטשט און לייגט זיך שלאָפן.
1) כדי איינצוהיטן דעם מענטשן ער זאָל נישט איבערטרעטן אַ געזעץ פון דער תורה האָבן די חכמים פון זיך אַרומגעצוימט מערערע געזעצן מיט פאַרשידענע פאַרבאָטן, — און דאָס איז איינס פון די גרעסטע יסודות פון תורה שבעל פּה.
פרייטיק־צו־נאַכטס האָבן די חכמים פאַרווערט אַריינצוקוקן אין קיין ספר ביי דער שיין פון אַ ליכט, כדי מען זאָל זיך נישט פאַרגעסן און עס אָנבייגן ס׳זאָל זיין ליכטיקער. האָט ר׳ ישמעאל בן אלישע געזאָגט: איך האָב דערפאַר קיין מורא נישט: איך וועל יאָ אַריינקוקן און נישט איינבייגן. איינמאָל האָט ער פרייטיק־צו־נאַכטס אַריינגעקוקט אין אַ ספר און שיער נישט איינגעבויגן. ערשט דעמאָלט האָט ר׳ ישמעאל אויסגערופן: ווי גרויס זענען די ווערטער פון די חכמים וואָס האָבן אָנגעזאָגט אַז מען זאָל פרייטיק־צו־נאַכטס נישט אַריינקוקן אין אַ ספר ביי דער שיין פון אַ ליכט.
ר׳ נתן האָט איבערגעגעבן אַז ר׳ ישמעאל האָט זיך פאַרגעסן און טאַקע איינגעבויגן, האָט ער נאָך שבת פאַרצייכנט ביי זיך אין פּנקס 1): איך, ישמעאל בן אלישע, האָב געלערנט אין אַ ספר און איינגעבויגן אַ ליכט אום שבת. ווען דער בית המקדש וועט צוריק אויפגעבויט ווערן וועל איך ברענגען אַ פעטן קרבן־חטאת 2).
זאַכן וואָס די חכמים האָבן פאַרבאָטן נאָר דערפאַר ווייל ביי יענעם אין די אויגן קען עס אויסזען ווי אַן עבירה — טאָר מען נישט טון אַפילו אין די באַהאַלטנסטע חדרים.
אַז מען לייגט צו — מינדערט מען, ווי עס שטייט געשריען: „לייג נישט צו צו זיינע (גאָטס) ווערטער, ער זאָל דיר נישט אויסווייזן און וועסט אַ ליגנער בלייבן” — אויף דערויף האָט ר׳ חייא געלערנט: זאָלסט נישט מאַכן די צוים מער פונעם עיקר [גאָרטן], זי זאָל נישט איינפאַלן, וועט מען די פלאַנצונגען אויסהאַקן. אַזוי צום ביישפּיל האָט גאָט געוואָרנט אדם׳ן, אַז אין דעם טאָג וואָס ער וועט עסן וועט ער שטאַרבן, חוה אָבער האָט איבערגעגעבן דער שלאַנג מיט אַ צוגאָב, אַז ער האָט אָנגעזאָגט נישט עסן פון דעם און נישט צורירן זיך, מען זאָל נישט שטאַרבן. און ווי נאָר חוה איז פאַרבייגעגאַנגען פאַרן בוים האָט זי די שלאַנג אויף דעם אַ שטויס געטאָן און געזאָגט: זעסטו, ביסט נישט געשטאָרבן; ווי דיר האָט נישט געשמדט דאָס אָנרירן זיך, אַזוי וועט דיר דאָס עסן אויך גאָרנישט שאַדן.
1) נאָטיץ־בוך.
2) זינד־אָפּפער.
ר׳ יוסי האָט געזאָגט: בעסער אַ צוים פון צען שפּאַן און עס זאָל שטיין פעסט, איידער פון הונדערט איילן און עס זאָל איינפאַלן.
מען לייגט נישט אַרויף אויף קהל קיין גזירה, וואָס די מערסטע טייל זיינע וועט עס נישט קענען אויסהאַלטן.
אַ מנהג ברעכט אַ דין.
ווער עס קוקט זיך אַריין אין פיר זאַכן וואָלט פאַר אים גלייכער געווען ער זאָל אויף דער וועלט נישט געקומען: וואָס איבער, וואָס אונטער, וואָס פאַר, וואָס נאָך.
פיר זענען אַריין אין פּרדס 1). בן־עזאי האָט זיך איינגעקוקט און איז געשטאָרבן; בן זומא האָט זיך איינגעקוקט און איז גערירט געוואָרן; אחר האָט גענומען האַקן פלאַנצונגען. איין ר׳ עקיבא אַליין איז אַרויס פון דאָרטן בשלום. אים אַפילו האָבן די מלאכים געוואָלט אָפּשטויסן, האָט זיי גאָט ברוך הוא געזאָגט: לאָזט אים צורו, דעם דאָזיקן אַלטן, ער איז ווערט צו באַדינען זיך מיט מיין כבוד.
1) פרוכט־גאָרטן, אַ צונאָמען פאַר די לערע וואָס באַהאַנדלט די טיפע סודות פון גאָטהייט און וועלט־שאַפונג.
ר׳ אמי זאָגט: פאַרשטאַנד איז אַ גרויסע זאַך; דאָס ערשטע וואָס אַ ייד בעט אויף דעם טאָג־טעגלעך ביי גאָט 1) איז פאַרשטאַנד.
ר׳ אלעזר זאָגט: אַ מענטש וואָס האָט קיין פאַרשטאַנד נישט טאָר מען אויף אים קיין רחמנות נישט האָבן.
די צירונג פון תורה איז חכמה; פון חכמה — עניוות.
די תורה איז נישט געגעבן געוואָרן פאַר נאַראָנים.
אביי זאָגט: מיר האָבן אַ קבלה, אַז אמת־אָרעם הייסט — נישט פאַרמאָגן קיין שכל. ווי זאָגט מען דאָרט אין מעריב־קאַנט 2): האָט איינער דאָס (שכל) — האָט ער אַלעס; האָט ער נישט דאָס — וואָס דען האָט ער?
פעלט דיר פאַרשטאַנד — וואָס האָסטו דערוואָרבן? האָסטו דערוואָרבן פאַרשטאַנד — וואָס פעלט דיר?
1) די ערשטע פון די געבייט־ברכות פון דער וואָכעדיקער שמונה עשרה איז „אתה חונן לאדם דעת”. די פריערדיקע דריי זיינען נישט געבייט, נאָר לויב־ברכות.
2) ארץ ישראל, אין מערב־זייט פון בבל.
ר׳ יהושע בן לוי זאָגט: „אַלע טעג פונעם אָרעמאַן זענען שלעכט” — זאָגט שלמה אין משלי — דאָס מיינט מען אַ מענטשן מיט אַ ענגן שכל; „אָבער ביים אויפגעלייגטן — זאָגט שלמה ווייטער — איז אַ שטענדיקער מאָלצייט” — דאָס איז אַ מענטש מיט אַ ברייטן שכל.
ר׳ יוחנן פלעגט זאָגן: גאָט גיט חכמה נאָר דעם וואָס פאַרמאָגט שוין חכמה. ווי דער פּסוק זאָגט אין דניאל: ער גיט חכמה קלוגע און וויסן די וואָס פאַרמאָגן פאַרשטאַנד”.
אויף דעם גרויסן קינסטלער און בוי־מייסטער בצלאל זאָגט גאָט צו משהן: „איך האָב אָנגעפילט אים געטלעכן גייסט און קלוגשאַפט” — קומט איינער אין אַ קראָם קויפן וויין צי האָניק צי בוימל צי ליאַג 1), איז דער געניטער קרעמער גיט פריער אַ שמעק די כלי, איז זי פון וויין גיסט ער אין אים וויין, און דאָס זעלבע אויך מיט בוימל, האָניק און ליאַג. און אַזוי אויך גאָט ברוך הוא: דערשמעקט ער אין אַ מענטשן אַ ריח פון חכמה 2) — פילט ער אים אָן.
אַ מאַטראָנע האָט אַמאָל געפרעגט ר׳ יוסי בן חלפתא׳ן: עס שטייט ביי אייך געשריבן: „גאָט גיט חכמה די קלוגע” — וואָס הייסט עס? „די נאַראָנים” וואָלט באַדאַרפט שטיין.
זאָגט איר ר׳ יוסי: האָסט צירונג? — איך האָב — ענטפערט זי.
פרעגט ביי איר ר׳ יוסי ווייטער: אויב אַ שטייגער צוויי מענטשן וועלן קומען צו דיר לייען דאָס צירונג, איינער אַן אָרעמער, דער צווייטער אַ רייכער — וועמען פון די ביידע ווילסטו אַנטלייען?
— פאַרשטייט זיך, דעם רייכן — ענטפערט זי.
— פאַר וואָס? — פרעגט ער.
— ווייל דער רייכער — ענטפערט זי — אויב ער וועט עס פאַרלירן וועט ער האָבן מיט וואָס צו באַצאָלן; דער אָרעמאַן אָבער פון וואַנען וועט ער נעמען צו באַצאָלן?
זאָגט איר ר׳ יוסי: היינט זע, דיין צירונג פאַרטרויסטו נישט נאָר אַ רייכן, ווי זאָל גאָט פאַרטרויען די חכמה מענטשן נאַראָנים?
1) געזאַלצענע זאַפט פון פיש.
2) ד. ה. אַ פעאיקייט.
די אלכסנדריער לייט האָבן געפרעגט ר׳ יהושע בן חנניה: וואָס זאָל טון אַ מענטש ער זאָל באַקומען קלוגשאַפט? האָט ער זיי געענטפערט: ער זאָל וואָס מער לערנען און וואָס ווייניקער האַנדלען.
זאָגן זיי אים: פיל האָבן אַזוי געטאָן און ס׳האָט זיי נישט געהאָלפן.
— ווי דען, ער דאַרף נעמען ביי דעם וואָס די חכמה איז ביי אים ווי זאָגט שלמה אין משלי: „דען גאָט שענקט חכמה, פון זיין מויל אַרויס וויסנשאַפט און פאַרשטאַנד”.
ר׳ חיא האָט דערויף געזאָגט: מען קען עס צוגלייכן צו אַ קיניג, וואָס האָט געמאַכט אַ מאָלצייט פאַר זיינע לייט, דערלאַנגט מען יעדן זיי חלק, שיקט נאָך צו דער קיניג די וואָס זענען אים מער באַליבט אַ צוגאָב אויך פון דאָס זייניקע.
ר׳ יצחק זאָגט אַביסל אַנדערש: מען קען עס צוגלייכן צו אַ קיניג וואָס האָט געגעסן אַ זייער געשמאַק מאכל. ווי נאָר ס׳איז צו אים צוגעקומען זיין געליבט קינד, נעמט ער אַ ביסן פון זיין מויל אַרויס און גיט עס אים. און דאָס מיינט דער פּסוק: „גאָט שענקט חכמה” יעדן; יידן אָבער — „פון זיין מויל אַרויס וויסנשאַפט און פאַרשטאַנד”.
אַ מאַטראָנע האָט איינמאָל באַמערקט אַז ביי ר׳ יהודה איז דאָס פּנים רויט־פאַרביק ווי ביי אַ באַזויפטן, זאָגט זי אים: אַ לערער — און זויפט! ענטפערט ער איר: איך קען דיר שווערן, אַז אַ גאַנץ יאָר קומט נישט אין מיין מויל קיין טראָפּן וויין אויסער קידוש און הבדלה און ארבע כוסות אום פּסח, אי דאָס גיי איך דערנאָך מחמת קאָפּ־ווייטיק אַרומגעבונדן די שלייפן פון פּסח ביז שבועות. נאָר די פאַרב פון מיין געזיכט איז אַן אָפּשיין פון דער תורה, ווי זאָגט שלמה המלך „דעם מענטשנס חכמה געשיינט זיין געזיכט”.
ווער הייסט קלוג? ווער עס זעט פאָראויס דעם סוף.
„דער קלוגער זענען די אויגן ביי אים אין קאָפּ” — זאָגט שלמה — און וואו זענען דען די אויגן ביים נאַר — אין די פיס? נאָר ווען דער קלוגער האַלט נאָך ביים קאָפּ פון דער זאַך, ביים אָנהייב הייסט עס, ווייסט ער שוין פאָראויס דעם סוף.
דערפאַר פלעגט ר׳ מאיר רופן דעם סוף פון אַ זאַך — „קאָפּ”.
ווער נאָך הייסט קלוג? דער וואָס לערנט פון יעדן, ווי זאָגט דוד המלך אין תהלים: „פון אַלע מיינע לערער האָב איך שכל באַקומען”.
וועלכער הייסט אַ פאַרשטאַנדיקער? וואָס שטויסט זיך אָן פון אַ זאַך אָן אַ צווייטע — ר׳ אלעזר בן עזריה זאָגט: אָן קלוגשאַפט איז ניטאָ קיין פרומקייט, אָן פרומקייט איז ניטאָ קיין קלוגשאַפט; אָן וויסנשאַפט איז ניטאָ קיין פאַרשטאַנד, אָן פאַרשטאַנד איז ניטאָ קיין וויסנשאַפט.
ווער ס׳האָט קלוגשאַפט 1) און עס פעלט אים פאַרשטאַנד איז גלייך ווי איינער וואָס האָט ברויט און עס פעלט אים צום ברויט. דער וואָס האָט פאַרשטאַנד און עס פעלט אים קלוגשאַפט איז גלייך ווי איינער וואָס האָט צום ברויט, און עס פעלט אים ברויט.
אין נאָמען פון בר קפּרא זאָגט ר׳ יהושע בן לוי: ווער עס קען רעכענען דעם שטערן־גאַנג און די צייטן פון יאָר 2) און רעכנט נישט, זענען צוגעפּאַסט צו אים די שטראָף־ווערטער פונעם נביא ישעיה: „אין די ווערק פון גאָט קוקן זיי זיך נישט איין און די שעפּפונג פון זיינע הענט זעען זיי נישט”.
אין נאָמען פון ר׳ יונתן איז געזאָגט געוואָרן: ס׳איז א׳מצווה דער מענטש זאָל זיך פאַרנעמען מיט אויסרעכענען דעם שטערן־גאַנג און די צייטן פון יאָר, ווי די תורה זאָגט: „איר זאָלט עס אָפּהיטן און טון, ווייל דאָס איז אייער קלוגשאַפט און אייער פאַרשטאַנד אין די אויגן פון די פעלקער” — וועלכע קלוגשאַפט און פאַרשטאַנד קענען אַלע פעלקער אַרויסזען מיט די אויגן? דאָס איז דאָס אויסרעכענען דעם שטערן־גאַנג און די צייטן פון יאָר.
ביים זען יידישע געלערטע דאַרף מען מאַכן אַ ברכה: געלויבט איז דער וואָס האָט איינגעטיילט פון זיין קלוגשאַפט די פרומע זיינע, ביים זען געלערטע פון פרעמדע פעלקער: „געלויבט איז דער וואָס האָט געשענקט פון זיין קלוגשאַפט די באַשעפענישן זיינע — זאָגט דיר עמעצער, אַז ביי גויים איז פאַראַן חכמה (וועלטלעכע וויסנשאַפט) — זאָלסטו גלויבן; תורה אָבער — זאָלסטו נישט גלויבן.
אַ געלערטער אין חשוב׳ער ווי אַ קיניג.
1) ד. ה. וויסן און קענטעניש. 2) אַסטראָנאָמיע.
אייפער פון געלערטע מערט חכמה.
מענטשן פון איין פאַך־באַשעפטיקונג האָבן געוויינלעך נישט ליב איינער דעם אַנדערן, אַ געלערטער אָבער ליבט זיין גלייכן.
יעדער נאַר מיינט אַז די גאַנצע וועלט איז נאַראָנים.
דעם קלוגן — מיט אַ וואונק; דעם נאַר — מיטן פויסט.
אַ מענטש זאָל זיך נישט שיידן פון זיין חבר נישט מיט פּלאַפּלעריי און נישט מיט לצנות, און נישט מיט פּוסטע ווערטער, און נישט מיט לייכטזיניקייט, נאָר מיט אַ קלוג וואָרט.
אַ געלערטער בשעת ער גייט פון דער וועלט איז יעדער זיינער אַ קרוב און דאַרף טרויערן.
זינט דער בית המקדש איז חרוב געוואָרן איז, אמת, אָפּגענומען געוואָרן די נבואה ביי די נביאים, ביי די חכמים אָבער איז זי נישט אָפּגענומען געוואָרן.
אַ חכם — זאָגט אמימר — איז בעסער פון אַ נביא.
אַז אַ נביא קומט צו יידן אין נאָמען פון גאָט, הייסט די תורה אים אַנדערש נישט גלויבן ביז ער ווייזט אַ צייכן, אַ געלערטער אָבער וואָס קומט מיטן כוח פון תורה און חכמה — מוז מען פאָלגן אָן אַ שום צייכן. עס קומט אויס ווי צוויי שלוחים, וואָס דער קיניג האָט געשיקט צו זיין פאָלק. אויף איינעם האָט ער אָנגעשריבן מען זאָל אים נאָר גלויבן ווען ער באַווייזט דעם קיניג׳ס זיגל, און אויפן צווייטן — מען זאָל אים גלויבן אָן דעם זיגל.
ר׳ פּנחס בן יאיר זאָגט: תורה פירט צו פאָרזיכטיקייט, פאָרזיכטיקייט צו פלייסיקייט, פלייסיקייט צו ריינקייט, ריינקייט צו ציכטיקייט, ציכטיקייט צו אָפּגעזונטערקייט, אָפּגעזונטערקייט צו הייליקייט, הייליקייט צו עניוות (באַשיידנהייט), עניוות צו זינד־שרעק, זינד־שרעק צו פרומקייט, פרומקייט צו רוח הקודש (הייליקער גייסט), רוח הקודש צו אייביקן לעבן.
די שכינה (הייליקער גייסט) רוט נאָר אויף אַ קלוגן, שטאַרקן, רייכן, הויכוואוקסיקן און באַשיידענעם.
אייניקע קאַפּיטלעך אין תהלים הויבן זיך אָן מיט דעם אויפשריפט „לדוד מזמור” (דוד׳ס אַ געזאַנג), אַנדערע פאַרקערט „מזמור לדוד” (אַ געזאַנג דוד׳ס), ווייל אַ מאָל האָט פריער די שכינה גערוט אויף דוד׳ן און דערנאָך ערשט האָט ער גענומען זינגען, און אַמאָל פאַרקערט, האָט ער זיך פריער גענומען צום געזאַנג און ערשט דערנאָך האָט אויף אים די שכינה גערוט; און דערפון זאָל מען לערנען, אַז די שכינה באַווייזט זיך נישט דורך אָפּגעלאָזטקייט און נישט דורך דערשלאָגנקייט, נישט דורך לצנות און נישט דורך לייכטזיניקייט נישט דורך פּלאַפּלעריי און נישט דורך פּוסטע ווערטער, נאָר דורך אַ געהויבענער פריילעכער שטימונג ווי איבער דעם נביא אלישע ווערט דערציילט: „ווי נאָר דער שפּילער פלעגט אָנהייבן שפּילן האָט באַלד אויף אים גערוט גאָטס האַנט”.
אליהו זאָגט: איך שטעל הימל און ערד פאַר עדות, אַז סיי אַ ייד, סיי אַ גוי, סיי אַ מאַן, סיי אַ פרוי, סיי אַ קנעכט, סיי אַ דינסט — יעדער מענטש לויט זיין פאַרדינסט רוט אויף אים דער הייליקער גייסט.
רב הונא בר סוסי זאָגט: אַמאָל קען אַ גאַנצע וועלט נישט אַנטהאַלטן די הערלעכקייט גאָטס, און אַמאָל רעדט ער מיטן מענטשן פון די האָר אַרויס אויף זיין קאָפּ.
ר׳ יצחק בן אלער זאָגט: די נביאים ווייסן, אַז דער גאָט זייערער האָט ליב דעם אמת, חנפענען זיי אים נישט.
ר׳ יוסי בן זמרא זאָגט: די נביאים שעמען זיך נישט צו מאָנען ביי גאָט די באַדערפעניש פון פאָלק ישראל, ווי אַ פרוי שעמט זיך נישט צו מאָנען ביים מאַן איר הויזבאַדערפעניש.
גאָט האָט אויפגעשטעלט אַ נביא פאַר יידן — משהן, און פאַר די אומות־העולם — בלעמ׳ן. זע דעם אונטערשיד צווישן אַ יידישן און אַ גויאישן נביא. דער יידישער נביא וואָרנט דאָס פאָלק פון זינד, ווי זאָגט יחזקאל: „פאַר אַ זעער האָב איך דיך באַשטימט פאַרן הויז ישראל... זאָלסט זיי וואָרענען”. דער גויאישער נביא אָבער האָט אויפגעבראָכן דעם צוים אומצוברענגען מענטשן פון אייביקן לעבן 1) און נאָך מער. דער יידישער נביא האָט געהאַט אַ האַרץ פול מיט רחמנות סיי אויף זיין ↰ 148 אייגן פאָלק סיי אויף פרעמדע, ווי זאָגט דער נביא ישעיה: „מיינע געדערעם ברומען וועגן מואב׳ן ווי אַ האַרפע”, און אַזוי זאָגט אויך דער נביא יחזקאל: „הויב אויף אויף צור (פיניקיען) אַ קלאָג־ליד”. דער אכזר אָבער, בלעם, האָט זיך פירגענומען אויסצורייסן פון דער וועלט אַ גאַנץ פאָלק אומזיסט און אומנישט.
1) בלעם האָט געגעבן בלק׳ן אַן עצה ווי אַזוי צו פאַרפירן יידן דורך זינד, כדי זיי אומצוברענגען.
יידישע נביאים זענען אַנדערש פון גויאישע נאָך מיט פיל זאַכן.
צו אַ גויאישן נביא אַנטפּלעקט זיך די גאָטהייט אין האַלבע ווערטער. נישט דערזאָגט, אָבער צו אַ יידישן נביא דורך גאַנצע ווערטער, קלאָרע דיבורים, אין אַ שפּראַך פון ליבע, אַ שפּראַך פון ריינקייט, אַ שפּראַך פון הייליקייט, אַ שפּראַך, מיט וועלכער די מלאכים אין הימל רימען גאָט.
ר׳ יוסי זאָגט: צו די גויאישע נביאים אַנטפּלעקט זיך די גאָטהייט נאָר אין איינזאַמקייט, ווען מענטשן געוויינלעך שיידן זיך אָפּ איינס פון אַנדערן, ווי אַ שטייגער עס זאָגט אויף זיך איינער פון איוב׳ס פריינד, אליפז דער תימנער:
- „ס׳האָט זיך מיר דאָס וואָרט פאַרגנבעט,
- אַ קלאַנג פון דעם האָט אויפגעכאַפּט מיין אויער,
- דורך געדאַנקען פון נאַכט־זעאונגען,
- ווען אַ טיפער שלאָף באַפאַלט אויף מענטשן,
- אַ שוידער האָט מיך געטראָפן און אַ ציטערניש
- און אַ שרעק געוואָרפן אויף אַלע מיינע ביינער.
- און אַ לופט האָט פאַר מיין געזיכט פאַרבייגעשוועבט,
- אויפגעשטעלט האָבן זיך די האָר פון מיין לייב,
- ער בלייבט שטיין און אומבאַקאַנט איז מיר זיין אויסזען
- עפּעס אַ געשטאַלט אַקעגן מיינע אויגן,
- איך הער די שטילקייט און אַ קול”.
ר׳ חנינא בר פּפּא זאָגט: „מען קען דאָס צוגלייכן צו אַ קיניג וואָס האָט זיך געפונען מיט זיין באַליבטן פריינד אין איין צימער, אָפּגעשיידט איינער פונעם אַנדערן דורך אַ פאָרהאַנג. אַלעמאָל ווען אים ווילט זיך דורכשמועסן מיט זיין פריינד הייבט ער אויף דעם פאָרהאַנג און פאַרלייגט עס ביז ער זעט אים אין געזיכט און רעדט מיט אים. אַזוי פירט זיך גאָט מיטן יידישן נביא, פאַרן גויאישן נביא אָבער בלייבט דער פאָרהאַנג אַראָפּגעלאָזן און גאָט רעדט מיט אים פון יענער זייט פאָרהאַנג.
ר׳ לוי זאָגט: אַ גויאישער נביא איז די נבואה זיינע פאַרשטעלט און זי קען אויסגעטייטשט ווערן ווי מען וויל. עס קומט אויס ווי איינער וואָס איז געגאַנגען אין וועג צופוס, איז ער שטאַרק מיד, רופט ער אויס: אָ ווען איך באַקום אַן אייזל! גייט פאַרביי אים אַ רוימער, וואָס זיין אייזל האָט אים געבוירן, זאָגט ער אים: נעם דאָס אייזעלע און טראָג עס אויף די פּלייצעס. זאָגט דער מענטש: מיין געבעט איז אָנגענומען געוואָרן. איך האָב אָבער נישט געבעטן ווי געהעריק: צי אַן אייזל איך זאָל אויף דעם רייטן, צי עס זאָל אויף מיר רייטן.
מען קען עס ווידער גלייכן צו איינעם וואָס האָט זיך געלאָזט רייזן אויפן גרויסן ים, האָט זיך אויפגעכאַפּט אַ שטאַרקער שטורעם און די שיף האָט געהאַלטן ביים אונטערגיין. טוט דער מענטש אַ נדר און זאָגט: אויב דער שטורעם וועט איינגעשטילט ווערן בין איך מנדר אַ קעלבל. ווי דער שטורעם איז איינגעשטילט געוואָרן זאָגט ער: דאָס קעלבל האָב איך טאַקע מנדר געווען, נאָר פאַר זיך אַליין.
„ער מאַכט דעם גייסט אַ וואָג” — זאָגט איוב אויף גאָט, אויף דעם זאָגט רב חיא: אַפילו דער הייליקער גייסט וואָס רוט אויף די נביאים איז מיט אַ וואָג און אַ מאָס: איינעמס נביאות געניגט אויף איין ספר. איינעמס אויף אַ פּאָר ספרים, און איינעמס — נישט מער ווי אויף צוויי פּסוקים.
יעדער נביא באַקומט הייליקן גייסט לויט זיין כוח.
ר׳ יצחק זאָגט: איין סטיל־פאָרם קומט אויס ביי פיל נביאים און דאָך איז נישט פאַראַן צוויי נביאים מיט איין גלייכן סטיל.
„איך האָב גערעדט צו די נביאים און האָב זעאונג געמערט, און דורך די נביאים׳ס האַנט שפּיגל איך זיך אָב” — זאָגט גאָט, געוויס האָב איך איינער און דערזעלבער גערעדט צו אַלע נביאים, פאַרשידנאַרטיק אָבער האָב איך זיך זיי פאָרגעשטעלט אין זייערע זעאונגען, און די נבואה פון איינעם גלייכט זיך נישט צום צווייטנס. עמוס האָט מיך געזען אַ שטייענדיקן, מיכה — אַ זיצנדיקן משה האָט מיך געזען אין אַ העלדן־שטאַלט, דניאל — אין אַ שטאַלט פון אַ גרייזן מאַן. איך בלייב תמיד איינער און דערזעלבער — און דורך די נביאים׳ס האַנט שפּיגל איך זיך אָפּ פאַרשידנאַרטיק.
נישט אַלע נביאים זענען גלייך, ס׳איז פאַראַן אַ נביא וואָס באַקומט הייליקע באַגייסטערונג דורכן אויג, ווי יחזקאל, וואָס הייבט אָן זיין נבואה מיט די ווערטער: „איך האָב געזען געטלעכע זעאונגען”. אַן אַנדערער↰ 150, ווי חבקוק, דורכן געהער, ווי ער זאָגט: „גאָט, איך האָב געהערט דאָס געהער וועגן דיר”. איינער ווידער, ווי ירמי, דורכן מויל, ווי ער זאָגט: „ער (גאָט) האָט באַרירט מיין מויל און מיר געזאָגט: דאָ האָב איך אַריינגעגעבן מיינע ווערטער אין דיין מויל”. און אַן אַנדערער דורכן גערוך, ווי עס ווערט געזאָגט: „ס׳איז אַריינגעקומען אין מיר דער אָטעם (גאָטס)”. און נאָך אַן אַנדערער דורך דער האַנט, ווי אין הושע ווערט געזאָגט: „דורך די נביאים׳ס האַנט שפּיגל איך זיך אָב”. איין נביא דרינגט אַריין טיף און איינער אין די טיפסטע טיפעניש.
ר׳ אלעזר אין נאָמען פון ר׳ יוסי בן זמרא זאָגט: ביי אַלע נביאים האָט זיך אַרויסגעזאָגט די נבואה זייערע אומבאַוואוסטזיניק, אויסער משהן, וואָס האָט געזאָגט זיין נבואה באַוואוסטזיניק.
„און מער איז שוין נישט אויפגעשטאַנען ביי יידן נאָך אַזאַ נביא ווי משה” — אַלע נביאים האָבן געקוקט אין אַ פאַרטונקלטן שפּיגל, בלויז משה האָט געקוקט אין אַ קלאָרן שפּיגל.
אין משה׳ס נביאות זענען איינגעשלאָסן אַלע רייד פון די שפּעטערדיקע נביאים, און וואָס עמעצער פון זיי האָט דערנאָך נביאות געזאָגט איז אין דעם דאָ עפּעס פון משה׳ס.
„גאָטס גייסט האָט אין אים (אין שמשונען) אָנגעהויבן קלינגען. ווען דער הייליקער גייסט פלעגט אויף אים זיך אַראָפּלאָזן — זאָגט אויף דעם ר׳ נחמן — פלעגן זיינע האָר זיך אויפשטעלן און קלינגען איינס אין אַנדערן ווי גלעקלעך.
רבא זאָגט: אַלעס וואָס יחזקאל האָט געזען בעת גאָטס אַנטפּלעקן זיך האָט אויך געזען ישעיה. און דאָס וואָס יחזקאל דערציילט עס לאַנג, מיט אַלע פּרטים, און ישעיה אין קורצן, איז נאָר דערפאַר — וואָס יחזקאל איז גלייך צו אַ דאָרפסמאַן — וואָס האָט געזען דאָס ערשטע מאָל דעם קיניג, ישעיה אָבער איז גלייך צו אַ גרויסשטעטיקן וואָס האָט געזען דעם קיניג.
„איך קען נישט רעדן — זאָגט ירמי צו גאָט, וואָס שיקט אים אין זיין הייליקער שליחות — דען איך בין נאָך אַ יינגל”. רבונו של עולם — האָט ער געטענהט — איך קען נישט גיין זיי נביאות זאָגן. איז דען דאָ איין נביא וואָס ער איז געקומען צו זיי און זיי האָבן אים נישט געוואָלט אומברענגען? האָסט זיי צוגעשיקט משה מיט אהרן, האָט מען זיי דען נישט געוואָלט פאַרוואַרפן מיט שטיינער? איז געקומען צו זיי אליהו דער מאַן מיט לאָקן — האָבן זיי פון אים געלאַכט און געשפּעט: אָט ↰ 151 איז דער מיט די געקרייזלטע לאָקן! אָט איז דער מאַן מיט די לאַנגע האָר! האָסט צו זיי געשיקט אלישע — האָבן זיי אים נאָכגעשריגן: גיי אויף, גלאַט־קאָפּ! יוצא זיין פאַר יידן קען איך נישט — „איך קען נישט רעדן דען איך בין נאָך אַ יינגל”.
ענטפערט אים דער הייליקער גייסט: אַ יינגל האָב איך ערשט ליב, ווייל ער האָט נישט פאַרזוכט קיין טעם פון זינד.
„גייט דעם דאָזיקן כוס מיטן גיפטיקן וויין פון מיין האַנט” — זאָגט גאָט צו ירמי — נעם דעם דאָזיקן כוס מיט גיפט און גיב טרינקען אַלע פעלקער.
נעמט ירמי דעם כוס און פרעגט: וועמען זאָל איך פריער געבן טרינקען? זאָגט אים גאָט: ירושלים און די שטעט פון יהודה, ווייל זיי זענען די עלטסטע פון אַלע קיניגרייכן.
ווי ירמי האָט דאָס דערהערט האָט ער אָנגעהויבן שעלטן זיינע טעג מיט די יאָרן, און אַזוי האָט ער געזאָגט: אוי, צו וועמען בין איך עס גלייך? צו אַ כהן וואָס איז אויף אים געפאַלן דער גורל צו געבן טרינקען די ביטערע וואַסער אַ פרוי אַ סוטה 1) ברענגט מען צו אים די פרוי, דעקט ער איר אָפּ דעם קאָפּ און צעוואַרפט איר די האָר. ווי ער דערלאַנגט איר דעם כוס צו טרינקען קוקט ער זיך צו — אוי וויי, ס׳איז זיין אייגענע מוטער! רייסט זיך פון אים אַרויס אַ ביטער געשריי: וויי און וואונד איז מיר, מוטער מיינע! אַלע מיינע יאָרן האָב איך זיך געפלייסט דיך ערלעך האַלטן און איצט מוז איך אַליין דיר אַזאַ בזיון אָנטאָן!
דאָסזעלבע האָט אויך ירמי הנביא אויסגעשריגן: „וויי מיר פאַר דיר, מאַמע ציון! געמיינט האָב איך דיר ברענגען גוטע בשורות און טרייסט, און איצט מוז איך אַליין דיר אָנזאָגן דיין אומגליקלעכן סוף”.
ירמי איז געווען איינער פון די דריי נביאים וואָס האָבן געזאָגט זייער נביאות אין יענעם דור: ירמי, צפניה און הולדה די נביאה. ירמי איז אַרויסגעטראָטן מיט זיינע נביאות אויף די גאַסן, צפניה — אין די שולן און הולדה — פאַר די פרויען.
אַלע נביאים הויבן אָן מיט שטראָף און לאָזן אויס מיט טרייסט.
1) אַ פרוי וואָס דער מען וואַרפט אויף איר אַ פאַרדאַכט אין אויסגעלאַסנקייט.
ר׳ עקיבא האָט געזאָגט: די גאַנצע וועלט איז נישט ווערט דעם טאָג ווען שיר־השירים איז געגעבן געוואָרן יידן, דען אַלע שריפטן זענען הייליק — שיר־השירים אָבער איז הייליק איבער הייליק.
ר׳ אליעזר בן עזריה האָט געזאָגט אויף דעם אַ משל: אַ קיניג האָט געגעבן דעם בעקער אַ מעסטל ווייץ און האָט אים דערביי געזאָגט: נעם דערפון אַרויס אַזוי פיל און אַזוי פיל גראָבע מעל, אַזוי פיל און אַזוי פיל קלייען און אַזוי פיל און אַזוי פיל פיינע מעל, און פון דעם זאָלסטו מיר אויסזיפּן איין קלאָר פיין זעמעלע אַ שיינס און אַ גוטס, אַזוי אויך פון שלמה׳ס גאַנצער חכמה האָט ער אויסגעזיפּט פאַר יידן דאָס בעסטע און דאָס שענסטע — דעם שיר־השירים. „שיר־השירים” הייסט עס — דאָס ליד פון אַלע לידער. דאָס איז די שענסטע, דאָס איז די בעסטע, דאָס איז די פיינסטע פון אַלע לידער.
איידער יידן זענען געקומען קיין ארץ ישראל זענען אַלע לענדער רעכט געווען צו זאָגן דאָרט שירה. ווי יידן זענען אַריין אין ארץ ישראל האָבן שוין אַלע איבעריקע לענדער פאַרלאָרן זייער רעכט צו זאָגן דאָרט שירה. ווי יידן זענען פאַרטריבן געוואָרן פון זייער לאַנד האָבן די פרעמדע לענדער צוריק געקומען זייער רעכט.
פיל נביאים זענען געווען ביי יידן, גאַנצע מענגעס, אין די טויזנטער, נאָר אַ נבואה וואָס איז נייטיק פאַר די ווייטערדיקע דורות איז פאַרשריבן געוואָרן, די אָבער וואָס איז נישט נייטיק פאַר די ווייטערדיקע דורות איז נישט פאַרשריבן געוואָרן.
זינט די לעצטע נביאים, חגי, זכריה און מלאכי, זענען אָפּגעשטאָרבן האָט זיך פון יידן אָפּגעטאָן דער הייליקער גייסט, דאָך האָט מען זיך נאָך באַנוצט מיטן בת קול 1).
ר׳ אבדימי פון חיפא זאָגט: זינט דער בית המקדש איז חרוב געוואָרן איז די נבואה אַוועק פון די נביאים און אָפּגעגעבן געוואָרן פאַר חכמים (קלוגע, געלערטע).
ר׳ יוחנן זאָגט: זינט דער בית המקדש איז חרוב געוואָרן איז די נבואה אַוועק פון די נביאים און אָפּגעגעבן געוואָרן פאַר אומזיניקע און קינדער.
1) אָפּקלאַנג, אַ הימל־שטימע. אין פיל ערטער אין דער אגדה באַטייט עס די פאָלקס־שטימע.