לדלג לתוכן

די גאַנדז און דער פּעלץ

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו מאטקע חבד (כאבאד)


איין מאָל האָט מאָטקע געקויפט בײַ אַ גוי אַ גאַנדז. ער האָט דעם גוי אַוועקגעפירט אַהיים און געזאָגט, אַז ער וועט אים דאָרטן אָפּצאָלן. דער גוי וואַרט און וואַרט און מאָטקע באַצאָלט אים ניט; און די גאַנדז האָט ער באַהאַלטן אין שטאַל. זאָגט דער גוי: "גיב מיר אַוועק דאָס געלט אָדער די גאַנדז". זאָגט מאָטקע: "פאַר וואָס זאָל איך דיר עפּעס געבן געלט?" זאָגט דער גוי: "ס׳טײַטש, דו האָסט דאָך געקויפט בײַ מיר די גאַנדז? שוין, קום צו אַ פּאָליציאַנט!" זאָגט מאָטקע: "ס׳איז מיר קאַלט צו גיין, גיב מיר דײַן פּעלץ". דער גוי האָט מאָטקען געגעבן דעם פּעלץ און זיי זײַנען אַוועק אין פּאָליציי. אַז זיי זײַנען געקומען אין פּאָליציי, קלאָגט זיך דער גוי פאַרן פּאָליציאַנט און דערציילט אים די גאַנצע מעשׂה. זאָגט מאָטקע: "אפשר וועסטו באַלד זאָגן, אַז דער פּעלץ איז אויך דײַנער?" זאָגט דער גוי: "געוויס!" האָבן די פּאָליציאַנטן אַרויסגעטריבן דעם גוי, און בײַ מאָטקען איז געבליבן די גאַנדז מיטן פּעלץ פאַר אומזיסט.