לדלג לתוכן

די באשאפונג פון חוה

פֿון װיקיביבליאָטעק

די באשאפונג פון חוה

ווען דער אייבערשטער האט געוולאט באשאפן חוה'ן.
האט ער זיך גוט באקלערט פון וועלכן טייל פון אדמ'ס
קערפער ער זאל זי באשאפן. ער האט געזאגט:
"איך וועל זי ניט באשאפן פון זיין קאפ, כדי זי זאל זיך ניט האלטן גרויס".

"איך וועל זי ניט באשאפן פון זיין אויג, כדי זי זאל
ניט זיין צו נייגעדיג אלעס צו זען".

"איך וועל זי ניט באשאפן פון זיין אויער, כדי זי
זאל ניט זיין נייגעריק אלעס אונטערצוהערן".

"איך וועל זי ניט באשאפן פון זיין מויל, כדי זי זאל
ניט זיין א פלאפלערקע".

"איך וועל זי ניט באשאפן פון זיין הארץ, כדי זי זאל
ניט זיין אן אייפערזיכטיגע (= פאנאטישע, קנאי)".

"איך וועל זי ניט באשאפן פון זיין האנד, כדי זי זאל
ניט לייגן אירע הענד אויף זאכן וואס באלאנגען ניט
צו איר".

"איך וועל זי ניט באשאפן פון זיין פוס, כדי זי זאל
ניט זיין קיין ארומלויפערקע".

"איך וועל זי באשאפן פון א באהאלטענעם ארט אין
דעם מענשן, אזא ארט, דאס ווען אפילו ער שטייט א
נאקעטער איז יענער ארט פארדעקט".

"און אויף יעדן גליד וואס ער האט באשאפן אין
חוה'ן, האט ער געזאגט: זאלסט זיין א באשיידענע פרוי,
א צנועה!"

דאך, פון דעסטוועגן, איז דעם אייבערשטענ'ס גוטער
פלאן צוגעשטערט געווארן. די פרוי האלט זיך גרויס, זי איז
נייגעריג אלעס צו זען און צו הערן. זי האט ניין מאס
רייד, זי איז אייפערזיכטיג, זי ליבט צו נעמען זאכן וואס
געהערן ניט צו איר, און זי איז אן ארומלויפערקע[1].

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. לכאורה אויב דער אייבערשטער האט נישט געוואלט באשאפן חוה'ן פון די גלידער פון אדמ'ן, כדי יעדער גליד וועט נישט באקומען די סארט נאטור וואס ליגט אין אים, מסתמא אדם האט געהאט די נאטור, ווייל אויב נישט, חוה וואלט נישט געקענט באקומען נאטור וואס נישט אין דעם גליד פון אדמ'ן.
    אבער למעשה איז נישט אזוי, ווייל מ'זעט אז פונדסטוועגן אז די פרוי איז באשאפן געווארן פון אדמ'ן, זי האט אן אנדער נאטור.