דאס לעבן און די צייטן פון הרב מלאדי דער וועג קיין מעזריטש

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו אריינפיר אין חסידות און דער וועג פון חב"ד


דער וועג קיין מעזריטש
צוויי וועגן: קיין וויילנע - צום גאון, קיין מעזריטש - צום מגיד.

זוכנדיק דעם וועג צו ליכט האט דער רב דערהערט, ווי אמאל זיינע אבות, דעם אייביקן קול: לך לך מארצך...

לאזט ער זיך אוועק אין דער וועלט אריין, פארלאזט עלטערן, משפחה, און גייט זוכן...

וואוהין גייט מען? צוויי וועגן האט ער פאר זיך: קיין ווילנע – צום גאון; קיין מעזריטש - צום מגיד. ביים ערשטן זיינען די שליסלען פון דער תורה, ביים צווייטן - די שליסלען צו דער דביקות אין גאט, צום פייער אין דאווענען.

האט דער רב צו זיך אזוי געזאגט: לערנען קען איך, דוכט זיך, נאר ווי דאווענט מען - דאס הויב איך גיט אן צו וויסן.

גייט ער קיין מעזריטש.
ער גייט אבער ניט ווי מען גייט געוויינלעך? ע ר דארף נאך זוכן! ער דארף נאך חוקר ודורש זיין, אויב דער אור איז טאקע ביים מעזריטסשער מגיד, דארף מען דאך קענען מקבל זיין אט דעם אור. דארף מען דאך פריער זוכה זיין צו דעם: דארף מען דאך פריער זיך לייטערן.

שניאור-זלמן ריכט-אפּ גלות. – ר' ישראל פּאָלאָצקער.

גייט ער אוועק אפּריכטן גלות. ווי ריכט מען אפּ גלות? מען נעמט דאס זעקל אויפן פּייצע, דעם שטעקן אין האנט, מען גייט פון שטאט צו שטאט, פון דארף צו דארף, וואו מען טאגט נעכטיקט מען גיט; מען שלאפט אויף הארטן שטיין, זומער עסט די היץ, ווינטער - דער פּראסט, מען דערשטיקט דעם חומר, מען פאטט הפסקות, מען עסט גיט קיין דבר מן החי, מען לעבט נאר מיט תורה און תפילה, מען פארברענגט די טעג און נעכט אין געבעט צום רבונו של עולם, טרערן גיסן זיך ווי וואסער, דאס הארץ איז אויף שטיקער צעבראכן, דאס געמיט איז אין גאגצן אונטערגעגעבן דער געטלעכער מאכט, מען האלט זיך ערגער פון אלעמען און זינדיקער פון אלעמען, מען איז מקבל אויף זיך יסורים באהבה, מען ענטפערט ניט אויף באליידיקונג און זידלעריי, מען לאזט זיך פון אלעמען טרעטן און מבזה זיין, און מען האפט דורך דעם אלעמען ווען ניט איז זוכה צו זיין צו גאט'ס חסד.

אזוי אפּריכטנדיק גלות גייט ר' שניאור זלמן פון דארף צו דארף, פון שטאט צו שטאט, ביז ער קומט קיין וואלין, דערשלאגט זיך קיין מעזריטש און בלייבט לערנען דארט.

עס זיינען נאך דא אנדערע נוסחאות וועגן דעם רב'ס וועג קיין מעזריטש. וויסנדיק אבער דעם גייסט פון אמאליקע זוכער, געדענקענדיק, אז אויך רבי נחום טשערנאבילער און אנדערע גדולים זיינען געקומען קיין מעזריטש בזה האופן, נעם איך אן די ערשט-געבראכטע ווערסיע.

פון די איבעריקע נוסחאות איז כדאי זיך אפּצושטעלן אויף דער מסורה, אז רבי ישראל פאלאצקער, איינער פון די פייערדיקסטע תלמידים פונעם מגיד, האט געווירקט אויפן רב, ער זאל פארן קיין מעזריטש. דאס לאזט זיך העדן. רבי ישראל פאלאצקער איז דאן ארומגעפארן פארשפּרייטן חסידות, אויסזוכן די בעסטע יונגעלייט און זיי איינריידן, זיי זאלן לאזן הכל באשר לכל און פארן הערן זיין רבינ'ס תורה. פול פייער און גלויבן, לעבן און שארפזין, באוואפנט מיט גרויסע ידיעות אין תורה און קבלה, פידנדיק א הייליקן ארט לעבן, באזיצנדיק, קענטיק, אויך גרויסע רעדנער-קראפט און בכלל די פייאיקייט צו ווירקן אויפן צווייטן, האט ער א סאך יונגע לייט אריינגעבראכט תחת כנפי החסידות. גענוג צו דערמאנען אז ער האט געקאנט ווירקן אויף אזא טקעפּטיקער ווי שלמה מימון...

דער פייערדיקער יונגערמאן, וועגן וועלכן מימון דערציילט אין זיין אויטאביאגראפיע, וואס האט אויף אים, מימונען, געווירקט אינעם גייסט פון חסידות, און האט אים קיין מעזריטש געשיקט, איז געווען, קענטיק, נישט קיין אנדערער ווי רבי ישראל פּאלאצקער, ווארעם נאר ער, אמאל מיט רבי אברהם קאליסקער צוזאמען און אמאל אן אים, איז דאן ארומגעפארן פארשפּרייטן חסידות.

אויב דאס איז אמת, אויב רבי ישראל האט עס דעם רב באוואויגן צו גיין קיין מעזריטש, איז עס נאר צו פארשטיין אויף אזא אופן: אדער רבי ישראל האט אנגעטראפן ר' שניאור-זלמנען ערגעץ-וואו אויף זיין גלות-וועג, אדער ער האט אויף אים געווירקט נאר אינעם זין פון שבירת המדות, ניט אנווייזנדיק אים בפירוש: אהין און אהין זאלסטו גיין.

דער מעזריטשער מגיד און זיין זון, אברהם דער מלאך.

קומענדיק צום ערשטן מאל קיין מעזריטש, אפּשטעלנדיק זיך דארטן ווי איינער פונעם מגיד'ס תלמידים, איז דער רב ניט לאנג דארט געזעסן. עס איז שווער צו באשטימען גענוי ווי לאנגער איז דארט דאס ערשטע מאל געווען. אלנפאלס נישט זייער לאנג. זאל זיין די איינציקע סיבה דערצו דאס וואס ער האט, ווי חסידים דערציילן, צוגעזאגט זיין פרוי, וואס האט מיט אים צוזאמען געליטן, צו דין אין וועג נישט מער ווי אנדערהאלבן יאר? - דאס וואלט געווען צו בעל-הביתיש פארן רב און צו קליינלעך פאר אן אמאליקער יידישער טאכטער, ובפרט פאר אזא, וואט איז געגאנגען קעגן אירע רייכע עלטערן און האט געזען דעם זין פון איר לעבן אין דעם מאנ'ס הויכע דרכים. עס איז אבער זייער מעגלעך, אז ר' שניאור זלמן איז לכתחילה ניט געווען אין גאנצן צופרידן מיטן חסידישן שניט. פאר מימונען איז מעזריטש געווען צו ווייניק פילאזאפיש, צו ווייניק חוקריש. פאר אזא גאון, ווי ר' שניאור זלמן איז געווען שוין דענטטמאל , איז אפשר מעזריטש אין אנהויב געווען צו ווייניק לומדיש.

דער מעזריטשער איז אפילו געווען פאררעכנט ווי איינער פון די גרעסטע גאונים אין זיין קאנט. דער רב האט אבער די ערשטע צייט געקענט נישט באמערקן זיין גאונות. פון די ארומיקע האט ער אוודאי קיץ באזונדער גאונות ניט געקענט באמערקן. די הייליקע חבריא האט ניט ליב געהאט ארויסצווייזן למדנות. מען האט דאס רימען זיך מיט למדנות געהאלטן פאר קינדעריי, נארישקייט, קליינלעכקייט. מען האט עס געהאלטן טאקע פאר אן עברה אויך. צאצקעט זיך איינער מיט זיין תורה, קלייבט ער הנאה פון א ווערטל, פון א פשטל, פון א דריידל, שטעלט ער ארויס זיין חריפות און בקיאות, הייסט ער דאך, אז ער האלט זיך פאר א גאנצן יש, אז ניט די תורה איז ביי אים דער עיקר, נאר זיין אייגענער איך, אז ניט גאט דינט ער, נאר זיך אליין.

צווישן די מעזריטשער זיינען געווען אייניקע באמת גרויסע גאונים (ווי, צום ביישפיל, דער בעל הפלאה, וכדומה). דערויף זיינען די דאך אבער חסידים געווען, אז זיי זאלן פון זיך קיין וועזן נישט מאכן, אז זיי זאלן מבטל זיין זייערע אייגענע רצונות פאר ד עם רצון העליון, אז זיי זאלן זיך ניט לאזן פארפירן פון בארימעריי און גאוה. דערויף זיינען זיי דאך אלע געווען מענטשן וואס האס זייערע מדות אויסגעלייטערט און אויסגעאיידלט. דערויף זיינען זיי דאד אלע געווען די טרעגער פון גאט'ס ליכט. דארט, וואו עס שיינט דאס געטלעכע ליכט, דארט מוז דעם מענטשנ'ס איך שטיין אן א זייט, ווייל אין אני והוא יכולים לדור בעולם.

איידער דער רב איז אבער געווארן אין גאנצן דורכגענומען פון אט דעם חסידישן שטייגער, האט ער געקאנט מיינען, אז די מעזריטשער זיינען, פשוט, קנאפּע בעלי-תורה.

ס'איז אויך מעגלעך, אז דער רב איז געווען צוערשט ניט אין גאנצן צופרידן, ווייל דער מעזריטשער מגיד אליין האט זיך מיט אים די ערשטע צייט ווייניק אפּגעגעבן. ר' שניאור זלמן איז נאך דאן יונג געווען און מען האט זיך צו אים פארהאלטן, ווי עט פארהאלטן זיך געוייינלעך עלטערע צו א יונגנמאן.

אמת, דער רב האט דארט אן אויסגעצייכנטן חבר געהאט, - דעם מגיד'ס זון, רבי אברהם המלאך. דער רב האט אזוי שטארק חשק געקראגן צו לערנען מיט רבי אברהמען ביינאנד, אז ווען רבי אברהם פלעגט זיך אפּקערן, פלגעט דער רב איבערדרייען דעם זייגער אויף צוריק, כדי רבי אברהם זאל מיינען, אז ס'איז נאך פרי און זאל ווייטער לערנען (דער רב פלעגט אויף דעם זאגן: מים גנובים ימתקו...). אויך די הייליקע חבריא האט דעם רב אויף איר שטייגער מקרב געווען. דאך האט זיך דער רב געפילט צוערשט עפּעס ניט היימיש מיט אט די אלע וואונדערלעכע מענטשן.

פארט ער אהיים. אין דערהיים דערמאנט ער זיך אין אלץ וואט ער האט געלערנט, געזען און געהערט אין מעזריטש, באגרייפט ער ערשט, אז דער חיסרון איז ניט אין די אלע, וואט דינען דארט גאט, נאר אין אים אליין. ברעכט ער איבער דאס לעצטע, וואס איז אין אים געבליבן פון האלטן זיך פאר א יש, פון למדנישן גרויס-האלטן-זיך.

און ער פארט קיין מעזריטש צום צווייטן מאל. איצט איז ער שוין גרייט מקבל צו זיין דאס ליכט מיט אלע כוחות פון זיק גרויסער, גאט-פארבענקטער נשמה.

ביי ר' פנחס קארעצער - וואס איז אחד.

בשעת דער רב איז צום צווייטן מאל אוועק קיין מעזריטש איז ער אפּגעטראטן אין קאריץ. דארט האט דאמאלט געוואוינט דער זיידע פון די סלאוואוטער קדושים – ר' פנחס קארעצער. רבי פנחס קאריצער האט געלעבט לויטן בעש"ט'ס שניט. וואו ער איז געשטאנען און געגאנגען, וואו ער האט זיך געקערט און געווענדט, ווען ער האט געדאוונט, געלערנט, געהאנדלט, געוואנדלט, געשמועסט מיט מענטשן, האט ער רק געזען אותיות פון גאט'ס נאמען. ווי דער בע"שט, אזוי האט אויך רבי פנחס קאריצער געהאלטן, אז נישט נאר די תורה באשטייט דודכאויס פון אויבערשטנ'ס נעמען (התודה כולה - שמותיו של הקדוש ברוך הוא), נאר אויך די גאנצע נאטור. ווען דער מענטש הערט פייגעלעך זינגען, בוימער ריידן, זעט שטערן פינקלען, גרעזלעך וואקסן, הערט מיטן אינערלעכן געהער און זעט מיטן אינערלעכן אויג, ווייס וואס איז באהאלטן אין דעם רמז און דעם סוד פון יעדער זאך, ווייס ווי אזוי מצרף צו זיין די אלע געהיימע כוחות צו איין גדויסן איינס - לעבט ער אין גאט.

ווען דער רב איז געקומען צו רבי פנחס קאריצער - דערציילן חסידים - האט רבי פנחס צו אים געזאגט: - בלייב ביי מיר איך וועל דיך לערנען שיחת עופות (פויגל-שפּראך). שיחת דקלים (בוימער-שפּראך), מעשי בראשית (וועלט-שאפונג), מעשי מרכבה (די געהיימסטע הנהגה-כוחות). איך וועל דיך לערנען ווי אזוי אריינצוגיין אין די אויבערשטע היכלות...

האט אים דער רב געענטפערט: - וואס א מענטש דאדף און מוז וויסן איז נאר, ווער און וואס עס איז אחד און יחיד (איינער א ון איינציקער), און דאס לערנט מען אין מעזריטש.

קאליע געווארן דער ליטוואק.

ווען דער רב איז געקומען אי ן מעזריטש האט אים דער מגיד אפּגעמאסטן מיט א דודכדרינגענדיקן בליק פון קאפּ ביז די פיס און האט אים א זאג געטאן: - קאליע געווארן דער ליטוואק... דער ליטוואק איז קאליע געווארן... ווערט ר' שניאור זלמן פארציטערט, בארואיקט אים דער מגיד: - דו ביסט ניט קאליע געווארן, נאר דער ליטוואק אין דיר איז קאליע געווארן[1]... דו ביסט אויס ליטוואק... ביסט שוין פון אנשי שלומנו...

דעם רב האט מען שוין דאס מאל אדיינגענומען אין דער חברה. מען האט שוין אויף אים ניט געקוקט, ווי אויף א יוענגנמאן, וואס דארף האבן הדרכה, נאר ווי אויף איינעם פון די אלטע און די גרויסע.

דאך האט דעד מגיד ניט אויפגעהערט צו לערנען דעם רב ווי אזוי מבטל צו זיין דעם יש. דעם מגיד האט זיך אלץ געדאכט, אז דעד רב האט נאך אין זיך עפּעס פונעם פריערדיקן ליטוואק, עפּעס פון דעם לומדישן גרויס-האלטן זיך...

דער וועג קיין באר.

דאס האט געגעבן חסידים א געלעגנהייט צו דערציילן אזא מין מעשה: דער מעזריטשער האט אמאל צוגערופן דע ם רב צו זיך און האט אים געזאגט: זלמנקע! גיי טראג אוועק א נויטיקן בריוו קיין באר. פון מעזריטש (וואלינער גובערניע) ביז באר איז א מהלך פון אייניקע מייל. האט זיך דער רב מישב געווען: ווען דער רבי וואלט געמיינט, אז איך זאל דעם בריוו אפּשיקן, וואלט ער דעם בריוו אפּגעגעבן זיין משרת. האט ער מיר דעם בריוו געגעבן, מיינט ער מסתמא, אז אי ך זאל אים אליין אוועקטראגן.

גייט דער רב קיין באר. ווי ער גייט ארויס פון שטאט יאגט אים אן א שלאקס-דעגן. וויל ער גיין צוריק, האט ער מורא! אז דער רבי האט געזאגט גיין - מוז מען גיין. גייט ער ווייטער. דער רעגן נעמט דורך זיינע ביינער, די בגדים זיינען אויסגעווייקט, די פיס אפּגעשוואכט. וויל ער גיין ווייטער - האט ער קיין כח ניט. דערווייל ווערט נאכט. שטאק פינצטער. מען זעט נישט קיין וועג און קיין שטעג . דערשלאגט ע ר זיך ווי עס איז צו עפּעס א קרעטשמע. גייט ער אריין אין קדעטשמע, זוכט אויס עפּעס א פינצטער ווינקעלע און לייגט זיך דארט. ארעם אנגעטאן, מיר, צעבראכן און געפאלן ביי זיך האט דער רב אויסגעזען ווי א בעטלער. דערווייל איז אנגעפארן א רייכער סוחר, וואס איז אויך געווען באקאנט פאר א גרויפן למדן. דער סוחר האט זיך ברייטלעך געזעצט ביים טיש, ארויפגענומען פון סאַקוואָיאַזש א כשר-געמאכטע הון און געהייסן דעם קרעטשמער אויפקאכן זי אויף וועטשערע. דערווייל, ביז דאס עסן וועט פארטיק ווערן, האט דער סוחר זיך געזעצט לערנען. א גמרא האט ער מיט זיך געפירט, א רמב"ם האט ע ר ביי זיך אויך געהאט. עפנט ער אויף וואו ער האלט, לערנט און לערנט און קאן אין קיין פאל אויפן ריכטיקן פשט ניט ארויף. קלערט דער סוחר ביי זיך: איך בין מיד פון וועג, דער קאפּ איז נישט קלאר, לאמיר אביסל אפּרוען, וועט עס גיין ווי א מזמור. וואס הייסט? אפּראסט שטיקל גמרא נישט וויסן?

דערווייל איז פארטיק געווארן דאס עסן. עסט דער סוחר אפּ, לעשט אויס דאס ליכט און לייגט זיך שלאפן...

דער סוחר האט געהאט צו טאן מיט דער גמרא? א בעל-עגלה האט ער אבער ביי זיך געהאט, וואס האט געהאט צו טאן מיט אנדערע זאכן. בשעת מען האט דאס ליכט פארלאשן האט דער בעל-עגלה געפּרואווט פארפירן מחזקות מיט דעד דינסט. יענע האט געמאכט א געשריי. איז געווארן א בהלה. צינדט אן דער בעל-עגלה דאס ליכט און ווייזט אויפן רב: אט דער בעטלער האט עט געטאן - נישט איך!

שלאגט מען דעם רב אן רחמנות, מען בינדט אים הענט און פיס און מען לייגט אים אונטערן סוחרס בעט. געשטערט פון שלאף, זעענדיק, אז ער וועט זיך שוין ניט אויסרוען, האט דער סוחר גענומען דעם רמב"ם און געפּרואווט לערנען. דער רמב"ם איז אבער געגאנגען נישט בעסער ווי די גמרא. וואס מער ער לערנט קריכט ער אלץ מער אריין און קען נישט ארויס. וויל ער ווי עס איז ארויס אויפן וועג, פאר קריכט עד אין בויבעריק. מאטערט ער זיך און מאטערט זיך און הויבט נישט אן צו פארשטיין וואס דער רמב"ם איז אויסן.

דערווייל ליגט דער רב אונטערן בעט אין געהאקטע צרות און הערט ווי א ייד דראפּעט זיך אויף די גלייכע ווענט. רופט ער זיך אן פון אונטערן בעט: וואס דרייט איר זיך אומזיטט א קאפּ? דער פשט איז אזוי און אזוי, גאנץ פשוט! נישטא וואס צו מאטערן זיך...

ווערט דעם סוחד ליכטיק אין די אויגן. טאקע אזוי. ווערט ער דערשטוינט זעענדיק פאר זיך א ייד א גאון. פרעגט ער: ווי קומט אזא ייד ווי איד צו זיין א בעל עבירה?

ענטפערט דער רב: פרעגט אייער בעל-עגלה. צווינגט אים, וועט ער זיך מודה זיין...

נעמט מען זיך שטארקער צום בעל-עגלה. לאזט זיך דער בעל-עגלה ניט לאנג בעטן און דערציילט הכל אשר לכל.

די קלעפּ מיט די בזיונות זיעען אבער געבליבן ביים רב. פארשטייט דער רב, אז אייגנטלעך האט ער שוין נישט וואס צו טראגן קיין בריוו אין באר. עד כאפּט זיך, אז בעצם האט זיין רבי, דער מעזריטשער, נאר דאס געמיינט, דהיינו, אז ער, דער רב, זאל דורך דערנידעריקונג דערהויבן ווערן...

קומט דער רב צוריק. זעט אים דער מגיד, לאכט ער: - עפּעט גוט זיך אנגעלערנט? געדענק, מיין קינד, א תלמיד חכם מעג אין זיך האבן א שמינית שבשמינית גאוה. מיינער א תלמיד דארף אבער אין זיך אפילו א האר גאוה אויך ניט האבן... גארנישט! קיין ברעקל אויך נישט!

ריידנדיק וועגן רבי פנחס קאריצער האט דער מגיד געזאגט צו שניאור-זלמנען: רבי פנחס האט דיך געוואלט לערנען שיחת עופות און שיח ת דקלים, און איך וו על דיך לערנען יחודא עלאה און יחודא תתאה.

און לערנט מען יחודא עלאה און יחודא תתאה, לעבט מען מיט דעם און אין דעם. ווי דער מגיד מיטן רב, - קאן מען דען בלאזן זיך, מאכן פון זיך א פענדל, ארומטראגן זיך מיט זיך, מיט דעם אייגענעם יש?

און איז דעם מענטשנס נאטור אזוי שוואך, אז כאטש ער לערנט יחודא עלאה און יחודא תתאה און כאטש ער לעבט אין דעם, דאך פארגעסט ער דאס אלץ און געדענקט אין זיין עלנטן חומר, - דארף מען אים דען נישט אפגעוואוינען פון דעם? דארף מען דען ניט מכניע זיין מיט גוואלד דעם נחש, דארף מען דען נישט מיט געוואלד אויסווארצלען די אלע איינריידענישן, גרויסקייטן, פּוסטע בארימערייען?

די יארן צווישן דער הייליקער חבריא. - סיסטעמאטיזירונג און הסברה פון דינים.

זעען מיר טאקע ביים רב אין די לעצטע יארן פון זיין זיצן אין מעזריטש, אז אין אים בלייבן ניט אפילו די מינדסטע שפּורן פון למדנישער איינריידעניש. נאך מער: ער איז גלייכצייטיק ממאס אויך חסידישע איינריידענישן, דאס ארויסשטעלן זיך ווי אן אויסנאם, ווי א קדוש, ווי א טהור.

אין דער צייט וואס אלע תלמידים פונעם מגיד פלעגן אומגיין אין בגדי לבן, פלעגן מרעיש עולם זיין מיט זייערע עבודות און מופתים, פלעגט דער רב דווקא טראגן געוויינלעכע קליידער, זיך אויפפירן ווי יעדער געוויינלעכער ייד, ריידן ווי יעדער געוויינלעכער מענטש און אין קיין פאל זיין אייגעגעם מהות נישט ארויסשטעלן.

אין דער צייט וואס די איבעריקע תלמידים פונעם מגיד פלעגן שוועבן אין די עולמות, גיין איבער היכלות, שאפן מלאכים, מעלה זיין נשמות, האט זיך דער רב אפּגעגעבן מיט גאר אן אנדער מין ארבעט: א שולחן ערוך. ער וועט זען, אז יעדער דין זאל דערקלערט ווערן אין ליכט פון זיין צוזאמענהאנג מיט אלע איבעריקע דינים פון דער תור. ער וועט באלויכטן, דערקלערן , אריינברענגען שיטה'דיקייט.

נאך גאר אין דער יוגנט האט דעם רב, ווי שוין געזאגט, געפּייניקט דער געדאנק, וואס צו ליב מאנגל אין סדר, צו ליב דעם, וואס די דינים זיינען צעשפּרייט אויף טויזנטער ערטער, איז אפט שווער צו וויסן, ווי מען זאל זיך נוהג זיין אין טאג-טעגלעכן רעליגיעזן לעבן. דער רב האט דעריבער נאך אין דער יוגנט אנגעהויבן שאפן זיין שולחן ערוך אבער ערשט אין מעזריטש איז אפּגעטאן געווארן די ארבעט ביז צום גמר.

ווען עס וועלן ביי אונדז ווען ניט איז אויפשטיין פארשער פון תורה שבעל פה אין איר גאנצער ברייטקייט און טיפקייט, ווען אט די פארשער וועלן זיין פריי פון טענדענצן, ווען זייי וועלן אויך אינגאנצן פריי זיין פון דער אלטער, איינגעווארצלטער משכילישער שנאה צו חסידים, ווען זיי וועלן גענוג גרויס זיין אין תורה, כדי צו קענען אורטיילן וועגן אזעלכע גראנדיעזע ווערק, ווי דעם רבס שולחן ערוך, וועלן זיי געוויס אנערקענען, אז דער רב האט געטאן - כאטש ער האט זיין ארבעט נישט פארענדיקט - אין זיין צייט דאס, וואט דער רמב"ם האט געטאן אין זיין דור און וואס רבי יוסף קארו האט געטאן אין זיין דור. די ארבעט פונעם רב איז נישט געווען קיין גרינגערע. דער רב האט זיך ניט באנוגנט בלויז מיטן אויפזוכן, צוזאמענשטעלן, סטיליזירן און מסדר זיין די דינים, ווי דער רמב"ם און ר"י קארו, נאר ער האט זיך געקליגט, אויסמיידנדיק פלפולים און דרייענישן, אויך מסביר צו זיין יעדן דין; פאר וואס איז עס אזוי און ניט אנדערש, וואו איז דער שורש פונעם דין, ווי אזוי אלע איינצלהייטן שטאמען פון אט דעם שורש, ווי אזוי די סתירות ווערן אויסגעגלייכט, וואס עס איז דאס פארהעלטעניש צווישן די דינים און מנהגים, און וואס זיינען די טעמים פון די דינים און מנהגים. אמת, מיר האבן נאר דעם רבס אורח חיים און א קליינעם טייל פון יורה-דעה, אבער אויך דאס איז א גאונישע ארבעט.

חלקים פון רבס שולחן-ערוך, וואס זיינען פארברענט געווארן בעת א שרפה.

אגב, לויט ווי א טייל חסידים דערציילן, האט דער רב מחבר געווען ניט נאר די חלקים, וואס זיינען דא ביי אונז, נאר אויך אלע חלקים, דאס הייסט: אויסער גאנץ אורח חיים' אויך גאנץ יורה-דעה, גאנץ אבן העזר און גאנץ חושן משפט. די איבעריקע חלקים זיינען אבער ביים רב פארברענט געווארן, בעת עס איז פארגעקומען א גרויסע שרפה ביי אים אין שטאט. דער רב פלעגט אויף דעם תמיד זאגן: איך וואלט קיינמאל ניט געגלויבט, אז מען וועט מיך אזוי שטראפן, אזוי שטראפן...

דעם רבב ארט לעבן אין מעזריטש איז געווען אזא, אז ער האט כלפי-חוץ געלעבט ווי אלע אנדערע יידן. ער האט אבער שטארק געהארעוועט לומדיש - אויף זיין שולחן ערוך; אינערלעך - אויף אויסצוווארצלען פון זיך יעדע איינריידעניש, יעדע פאלשע פארשטעלונג, יעדע זאך וואס פארשטעלט דעם געטלעכן אור.

און ווייל דער רב האט אזוי פיינט געהאט יעדע אויסערלעכקייט, יעדן עפעקט; ווייל ער האט ניט ליב געהאט צו באשיינען זיין זיצן אין מעזריטש מיט דער קרוין פון קדושה; ווייל ער האט כל ימיו דערווייטערט זיך און אויסגעמיטן מופתים און דערציילונגען וועגן מופתים; ווייל ער איז אין זיין לעבן און אויפפירונג געווען די איינפאכקייט אליין - טאקע דערפאר האט פאר אונז א באזונדער ווערט זיין, דעם רבס, שילדערן דאס לעבן אין מעזריטש...

ווי ווייט דאס לעבן אין מעזריטש איז געווען הייליק-גרויס, הימל-הויך און אפגרוגט-טיף, ווי ווייט גייסטער-זעעריי און וואונדער זיינען דאדט געווען א געוויינלעכע זאך, זעט מען דערפון, וואס אפילו דער רב, וואס האט אויסגעמיטן אלערליי גדולות ונפלאות און האט ניט ליב געהאט קיץ מופתים, האט פונדעסטוועגן דערציילט וועגן יענעם לעבן חידושימ'דיקע זאכן.

דער צמח צדק וועגן מעזדיטשער מגיד - וואס דער רב דערציילט וועגן מעזריטש - מופתים אונטער די בענק און רוח-הקודש עמערווייז.

אזוי דערציילט דער צמח צדק ( רבי מענדל ליובאוויטשער, אן אייניקל פונעם רב, וואס פלעגט איבערגעבן בוכשטעבלעך דעם רבס תורות און ווערטלעך) אין איין כתב זיינעם (געדרוקט אינעם ספר דרך אמונה, דף נ'), אז ער האט געהערט פון זיידן, ווי אזוי דער מעזריטשער פלעגט מיטן קוק באגלייטן זיין זון, וואס האט געוואוינט אין א צווייטער שטאט: ער פלעגט אים פון מעזריטש באגלייטן מיט זיינע בליקן ביז יענער פלעגט קומען צו זיך אהיים און עפענען די טיר...

דער רב האט אויך געוואוסט צו דערציילן אט וואס: ווען דער רבי, נשמתו עדן, פלעגט זאגן חסידות, האט דער רוח הקודש אין אים געדעדט און פון דער וועלט איז ער געווען אין גאנצן אויסגעטאן. אמאל האב איך דערזען, אז ער געפינט זיך ל גמרי נישט הי. ער האט שוין מיט אונזער וועלט מער נישט צו טאן. מיטאמאל קומט אראפּ איינער פון דארטן, אנגעטאן אין א לבוש פון אונדזער עולם, שטייט און רעדט מיטן מגיד. וואס זיי האבן גערעדט האבן מיר נישט געהערט. דער שמועס האט געדויערט א האלבע שעה. נאך דעם איז דער דארטיקער פארשוואונדן. יענער איינער איז געווען - דער אר"י הקדוש.

אזוי האט אויך דער רב געוואוסט צו זאגן וועגן יענעם לעבן בכלל: אז מיר זיינען געווען אין מעזריטש האבן זיך דאדט מופתים געוואלגערט אונטער די בענק. מיר האבן קיין צייט נישט געהאט זיי אויפצוהויבן, און רוח הקודש האבן מיר געשעפּט עמער-ווייז...

אט דאס עדות-זאגן פונעם רב איז פון גאר באזונדערער חשיבות טאקע דער פאר, וואס ר' שניאור-זלמן האט, ווי עד זאגט, קיין צייט נישט געהאט אויפצוהויבן די מופתים.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. אמאל האט געהערש א געוויסע התנגדות צווישן וואלינער און רוסישע יידן. די וואלינער פלעגן האלטן, אז די רוסישע גרויסן זיך מיט זייער למדנות, און זיינען ניט קיין עכטע בעלי מידות.