דאס לעבן און די צייטן פון הרב מלאדי די יונגע יארן
צוריק צו אריינפיר אין חסידות און דער וועג פון חב"ד
דער אייביקער גייסט האט געוועקט אונזער אור פאטער אברהם : פארלאז דיין לאנד דיין געבורט ארט, דיין פאטערס הויז, און גיי זוך א לאנד וואס דו וייסט ניט.
דער זעלבער גייסט וועקט אברהמ'ס קינדער: פארלאזט אייערע אנגעזעסענע ערטער , גייט זוכט אייער גאט.
אט דער גייסט האט אויך געטריבן א יידישע משפחה, וואס שטאמט - לויט דער מסורה - פונעם מהר"ל מפראג. פון ארט צו ארט האט געוואנדערט די משפחה, ביז זי האט זיך באזעצט אין ערגעץ א פארווארפן שטעטל מיטן נאמען לאָזשני (אמאל — וויטעבסקער גוב.; דער נאך - מאהילעווער). דארט האט געדארפט אנטפלעקט ווערן די אור פון חב"ד, דער טרעגער פונעם אור - דער רב (לייען: ראוו) מליאדי.
ווי חסידים דערציילן, האט דעם רב'ס זיידע אין לאָזני געבויט א שול אויף זיין אייגענעם חשבון . דעם רב'ס פאטער, רבי ברוך, איז שוין ניט אזוי פארמעגלעך געווען ווי דער זיידע, וואס זאל האבן, אגב, געקומען פון דייטשלאנד. ר' ברוך איז, קענטיק, געווען דאס וואס מען רופט א מיטעלער בעל הבית. מיט וואס האט ער זיך פארנומען? - לויט ווי איך האב געהערט אלטע חסידים דערציילן, איז ר' ברוך געווען א מגיד. מגיד האט געקענט הייסן א דרשן וואס פארט פון שטאט צו שטאט האלטן דרשות. ער האט אויך געקענט הייסן א רב , א גייסטיקער מנהיג, אן אדם גדול.
ווי וייט דאס אמאליקע יידישע קינד האט קיין קינדהייט ניט געהאט, זעט מען פון דעם, וואס דער רב, זייענדיק א קינד נאך, איז שוין געווען פאררעכנט פאר א גאנצן יידן. ער איז שוין געווען פאררעכנט אין גאט'ס גווארדיע. ר' שניאור זלמן איז געבוירן געווארן אין יאר תק"ו[2], און אין יאר תק"י איז ער שוין געווען איינגעשריבן אין פנקס פון לאזנער חברה קדישא אלס שמש ביז בר-מצוה. פאר אט דעם ערן-טיטל האט זיין זיידע געדארפט געבן צען פינף קלאפטערדיקע ברוסעס צו דער שול, א חוץ א היפּשן יערלעכן סכום.
ווען שניאור זלמן איז אלט געווען א יאר פיר-פינף, איז ער, געוויינלעך, אפּגעגעבן געווארן אין חדר. ווי האט אויסגעזען א חדר מיט א יאר ק"ן צוריק אין א קליין שטעטל? וועגן דעם האט אונדז געגעבן א בילד דער פילאזאף שלמה מימון אין זיין אויטאביאגראפיע.
דער חדר, דערציילט מימון, איז אן ענג פינצטער צימער, וואו א טייל תלמידים זיצן אויף בענקלעך, די איבעריקע - אויף דער ערד. דער מלמד טראגט אן אומריין העמד, זיצט ביים טיש און האלט אין האנד דעם טייטל, וואט דינט אים אויף צו רייבן מיט אים טאבאק און אויף צו שלאגן די תלמידים . די באהעלפער שרייען, פּילדערן און שלאגן די קינדער, יעדן אין זיין ווינקל. פון די מאלצייטן, וואס ווערן געבראכט די קינדער, נעמען די באהעלפערס צוערשט זייער חלק, און עס טרעפט, אז זיי לאזן פאר די קינדעד גארנישט איבער . מיר קאנען נישט אוועקמאכן אזא שילדערונג מיט דער האנט, אלץ איינס, וואט פאר א טענדענץ מימון זאל דא נישט האבן געהאט. שולדיק איז געווען די גוואלדיקע ארעמקייט, דאס שווערע יידישע לעבן, די ביטערע ענגשאפט.
ביי אזעלכע באדיגגונגען - ווי אזוי האבן זיך געקענט שאפן אזעלכע אייזן-פעסטע כאראקטערן ווי דעם רבס?
איז דער ענטפער, אז דער האמער ברעכט דאס גלאז און שמידט דאס אייזן... די שווערע באדינגונגען פונעם יידישן לעבן, וואט האבן צעבראכן אזא נאטור ווי שלמה מיימונ'ס, האבן דווקא געשמידט און באפעסטיקט די גרויסע נאטורן, די אייזערנע.
ווען שניאור-זלמן איז אלט געווארן צוועלף יאר האט קיין שום למדן ניט געוואלט זיך אננעמען צו לערנען מיט אים. ווען מען האט איינעם פון די גרעסטע למדנים פון יענער צייט – ר' ישכר-בער מ"מ דליובאוויטש-פארגעלייגט, ער זאל לערנען מיט דעם יונגן עילוי, האט ער געענטפערט: ווי קום איך צו זיין זיין רבי? איך דארף דאך זיין תלמיד זיין...
ווי גרויס ס'איז געווען דעד דרך ארץ פון די ארומיקע צום יונגן עלוי זעט מען פון א נאָטיץ אין פנקס פון לאזנער חברה קדישא, ווען דער געוועזענער שמש איז פארצייכנט געווארן אלס חבר. דארט ווערט דאס דרייצן-יאריקע קינד באצייכנט מיטן טיטול : החכם המופלא, תנא ופליג. געדענקט מען, אז מיט ק"ן יאר צוריק האט מען נאך שטארק מדקדק געווען אין אזעלכע זאכן, פארשטייט מען ערשט וואס דאס הייסט, ווען מ'האט א דרייצן-יעריקן יינגל געקרוינט ניט נאר מיטן טיטול החכם המופלא, נאר אויך מיט תנא, דאס העכסטע, וואט אן אמאליקער ייד האט געקאנט זאגן בתורת שבח.
נאר אויב אלס קינד פון דרייצן יאר האט מען דעם רב שוין געקרוינט מיט די טיטלען חכם מופלא און תנא, פרעגט זיך: וואס האט ער נישט בלויז געקענט, נאר איבערגעלעבט? וואס האט ער געפילט? וואס האט זיין יונגע נשמה געזוכט? צו וואס האט אים געצויגן?
ווילן מיר וויסן ניט נאר וואס און ווי אזוי דער רב האט יונגערהייט געלערנט, נאר אויך ווי אזוי ער האט געלעבט, מוזן מיר זיך באנוצן מיט א ריין-פסיכאלאגישן מעטאד. מיר מוזן אורטיילן פונעם גרויסן רבי שניאור זלמן אויף דעם קליינעם שניאור זלמן...
קענען מיר דעם רבס תניא, לערנען מיר ניט נאר דאס, וואס עס שטייט אין די שורות, נאר אויך דאס, וואס עס שטייט צווישן די שורות? באטראכטן מיר דעם תניא ניט נאר אלס טעאלאגישע לערע, ניט נאר אלס פילאזאפיע, ניט נאר אלס מיסטיק, נאר אויך אלס שטיק לעבן, קאנען מיר זיך פארשטעלן וואס אט דער פייערדיקער מענטש האט יוגגערהייט איבערגעלעבט און איבער געליטן.
מען קען דערקענען דעם כאראקטער פון יעדן יחיד, ווי דעם כאראקטער פון א פאלק, לויט די אויסדריקן, וואס ער האט אממייסטן ליב צו באנוצן אין זיין שפּראך, לויט די זאכן, פאר וועלכע ער האט מער ווערטער, לויט דער באזונדערער אויפמערקזאמקייט, וואס ער שענקט געוויסע ענינים.
הערן מיר דעם רב ריידן אין זיין תניא, ווערן מיר דערשטוינט פון זיין פייער-שפּראך, פון דעם אייגנארטיקן טעמפּא, ווי אזוי די פּראזן ווערן איבער געחזרט כסדר און דערביי קלינגען זיי יעדעס מאל ווי נייע. מען רעדט און מען רעדט און מען קען דעם עיקר דאך ניט ארויסזאגן, ווייל ער איז אומזאגבאר. האט מען א חוש השמיעה, הערט מען אמאל אין אזא ארט ריידן, ווי דעם רבס, ווי א וואולקאן וואלט געוואלט ארויספּלאצן מיט זיין פייער, נאר ער האט קיין אויסגאנג נישט. אמאל ווידער, ווי מען אטאקירט א שטארקן שונא אמאל - ווי מען וויל פון טיפטער פינצטערניש ארויס צום ליכט און דער וועג איז פארשטעלט. אמאל ווי א קינד רייסט זיך צו זיין פאטער און דער פאטער איז ווייט אן א שיעור: אמאל, פארקערט, וואס דאס קינד דערזעט דעם פאטער און עס ווערט שמחה וששון...
אינעם תניא איז ניטא די געוויינלעכע חסידישע התלהבות. ביים רב, אויב איר ווילט, איז גאר קיין התלהבות ניטא. ביי אים איז דא - ליידנשאפט. דא רעדט ניט א מענטש פון שטימונגען, נאר א מענטש פון געוואלדיקסטע ליידנשאפטן און שטארקסטן ווילן. ער גיסט ניט קיין הייס וואסער, נאר ער איז טאקע ממש - אש להבה. רעדט ער פון דביקות, דאן חזרן זיך איבער אומצאליק אויסדריקן ווי חשיקה, דביקה, חפיצה, רשפי אש, שלהבת-יה, אהבה רבה, אהבת עולם, אהבה בתענונים, כליון הנפש, צמאון הנפש, התאחדות, התכללות, מסירת נפש באחד, וכדומה, וכדומה.
וואט באווייזט עס?
ווען דער רב איז עלטער געווארן האט ער זיין ליידנשאפט אריינגעטאן אין עבודה. מיט דעם גאנצן פייער פון דער ליבע, וואס ער האט אין זיך פארמאגט, האט ער זיך איבער געגעבן דעם געטלעכן אין, דעם, וואס האט ניט קיין נאמען, דעם, וואס איז מובדל באלפי הבדלות לאין קץ, ניט נאר איבער יעדן באגריף, נאר אויך איבער יעדן אָנהאלט אין די וועלטן, דעם, וואט אלע וועלטן באטרעפן ביי אים גארנישט מיט נישט (כולא קמיה כלא ממש חשיבי), און וואס אפילו די העכסטע מדרגה אין רוחניות - חכמה דאצילות - איז לגבי אים פשוטער חומר.
דער תניא הייסט לקוטי אמרים און אויך ספרן של בינונים, דאס הייסט: א ספר פון מיטלמעסיקע. ווי איך האב געהערט פון אלטע חסידים, האט דער רב גופא זיך געהאלטן פאר א בינוני. הייסט עס, אז דעם תניא האט ער קודם כל געשריבן פאר זיך. דער תניא איז סוביעקטיוו. דאס וואט דער רב זאגט אין זיין הקדמה צום תניא, אז ער האט דעם ספר נויטיק פאר זיך און נאך אזעלכע, איז געזאגט געווארן ניט פון עניוות: ס'איז דע' ריינער אמת... און וואס זעען מיר אין דעם תניא? - אחוץ רעליגיעז-מיסטישע טיפענישן, טרעפן מיר דא כסדר כלערליי המצאות, עצות און מיטלען ווי אזוי איינצושטילן דעם שטורעם פון הארצן. נאר מענטשן, וואס טראגן אין זיך אזא שטורעם, מוזן אנקומען צו אזעלכע מיטלען...
פון יעדער שורה אין תניא איז צו זען א גוואלדיק גובר זיין זיך אליין, יסורי גיהנם פון דעם בשר און פון דם הנמצא בחלל השמאלי שבלב, איינפאך: פון דעם טעמפּעראמענט, און דעם טעם גן-עדן, ווען דער טעמפּעראמענט ווערט באהערשט, ווען עס קומט דער איבערבראך, ווען דער איך מיט אלע זיינע באגריפן, באגערן און ליידנשאפטן גיט זיך אונטער דער קדושה (אתכפיא), נאכמער: ווען דער טעמפּעראמענס ווערט פארוואנדלט אין קדושה, ווען די פינצטערניש ווערט פארוואנדלט אין ליכט, ווען דער דם הנמצא בחלל השמאלי שבלב האט שוין אויך קיין אנדער באגער ניט ווי צו לעבן אין גאט (לבי חלל בקרבי), ווען די ליידנשאפטן ווערן געטלעכע ליידנשאפטן (אתהפכא).
ס'איז דעריבער קלאר, אז איידער אט דער אינערלעכער איבערבראך איז פארגעקומען, איידער אט דער פּראצעס פון אתכפיא און אתהפכא איז פארענדיקט געווארן, ווען דער רב איז נאך יונג געווען, האט ער געליטן פון זיין טעמפּעראמענט, פון דעם חלל שמאלי שבלב. ער האט אבער דעם טעמפעראמענט נישט נאר געצוימט, נאר אויך איבערגעבראכן - פארוואנדלט דעם שטורעם אין קדושה.
אמאליקע ראשי הקהל זיינען געוואוינט געווען, אז אלע זאלן ציטערן און נכנע זיין פאר זיי, זיי האבן פארלאנגט, מען זאל פאר זיי מורא האבן, ניט נאר א יראת העונש, ווייל זיי זיינען תקיף און קענען שלעכטס טאן, נאר מען זאל פאר זיי אויך האבן א יראת הרוממות, ווייל זיי זיינען אויך די מיוחסים און די למדנים, די האבן פארלאנגט ליבע צו זיך און זיך באטראכט ווי פאסמעכער פון ארעמע שעפעלעך. די ערשטע חסידים האבן ניט אפגעזאגט זיך פון צו דערפילן אלע קהלשע התחייבותן, זייי האבן נושא בעול געווען גלייך מיט אלע איבעריקע יידן. זייי האבן אבער ניט געקענט פארהאלטן זיך צו די דאמאלמיקע ראשי הקהל מיט דער יראה און דרך ארץ, וואס אט די ראשים האבן געפאדערט. זיי האבן ניט געקענט באהאלטן זייער אמת'ע באציאונג צו זיי.
אזא מין פארהעלטעניש האט אויפגערעגט אלערליי תקיפים און די האט זיך פאראייניקט די תמימים, וואס האבן געזען אין די חסידים נאכפאלגער פון שבתי צבי. צו די תמימים און די תקיפים זיינען צוגעשטאנען אינטריגאנטן, ליגנערס און מוסרים. אויב די תמימים זיינען אויסן געווען לשם שמים: אויב די תקיפים האבן זיך אליין פארטיידיקט, זייער פּאזיציע, זייער שטעל אין דער געזעלשאפט; אויב די ערשטע מוז מען מוחל זיין, ווייל זיי האבן געהאנדלט ערלעך לויט זייערע השגות, און די צווייטע קען מען סוף כל סוף אויך פארשטיין, - רופט ארויס טיפע פארביטערונג די ארבעט פון די, וואס האבן מיט זייערע שקרים און בלבולים געבראכט דערצו, אז מען האט אריינגעלייגט אין חרם די שענסטע און בעסטע יידן פון יענער צייט - די נאכפאלגער פון בעל שם טוב.
פון די חסידישע גדולים האט צוערשט געליטן פון די רדיפות רבי לוי יצחק. ער איז דאן רב געווען אין פינסק און פלעגם דער עיקר זיצן אין מעזריטש. ווען ער פלעגט אפּפארן קיין מעזריטש, פלעגט זיין פאמיליע אויסשטיין כל המינים צרות און ענויים פון די מתנגדים. די בריוו וועגן די צרות און ענויים פון רבי לוי יצחק פאמיליע פלעגן ארויסרופן גרויס צער און ווייטיק אין מעזריטש. מען פלעגט די בריוו לייענען פאר אלע חברים און א טייל פלעגן ביטער וויינען אויף דעם.
די רדיפות זיינען געווארן אלץ שטארקער. דאס האב און גוטס פון א חסיד איז געווען הפקד. מבזה זיין א חסיד, אנטאן אים כל'ערליי נגישות און יסורים, האט מען געהאלטן פאר א גרויסער מצוה. די חסידים, באזונדערס אין רייסען, זיינען אבער אויך ניט געווען קיין שעפעלעך. זיי האבו זיך געווערט מיט וואס זיי האבן גאר געקענט. געווען צווישן די חסידים אין ליטע און רייסן גאר גרויסע למדנים און אנשים חשובים, וואס מיט בלויזן בטול און יסורים-אנטאן האט מען זייי ניט געקענט מנצח זיין. מען האט געמוזט ארויסשטעלן קעגן זייי די קראפט פון תורה. די מתנגדים זיינען דעריבער געצוואוגגען געווען ארוסצורופן די חסידים אויף אן עפנטלעכן וויכוח. דער וויכוח איז פארגעקומען אין שקלאוו אין יאר תק"ל. דער מעזריטשער האט ארויסגעשיקט צום וויכוח זיינע תלמידים, ר' שניאור זלמנען און ר' אברהם קאליסקער. ווי די חסידים אליין דערציילן, האבן די שלוחים ניט אויף אלע קשיות געקענט ענטפערן. באזונדעדס איז דער צארן אין רייסען שטארק געווען אויף די נאכפאלגער פון דעם קאליסקער. זייער רעליגיעזע התפעלות פלעגט אריבערגיין אלע גרענעצן: זיי פלעגן זינגען, טאנצן, שפרינגען, קוליען זיך אין די גאסן. זיי האבן ניט געוואוסט וואו אהינצוטאן זיך פון אינערלעכן ברען, פון דער אינערלעכער קראפט, וואס פלעגט זיי טרייבן און יאגן, זיי האבן קיין מאס ניט געהאט, זיי האבן זייער בענקשאפט ניט געקענט איינצוימען אין ראמען: די כלי האט ניט געקענט איינהאלטן דעם אור, ווען דאס געטלעכע פייער פלעגט אנהויבן אין זיי ברענען, פלעגן זיי ניט וויסן אויף וואָסער וועלט זיי זיינען. ר' שניאור זלמן, א גרויסער מס ביר, האט אלץ געקענט דערקלערן די מתנגדים און אלץ פארענטפערן. צו וואס איז אבער דאס קוליען זיך אין די גאסן? – אויף דעם האט דער רב קיין תירוץ ניט געהאט. אין די שפּעטערדיקע יארן האט דער רב אויפגעווארפן רבי אברהמען, וואס צוליב זיינע, רבי אברהמ'ס חסידים, איז דער צארן פון די מתנגדים אזוי גרויס געווען. מיר פארלויפן זיך דעם וועג און דערציילן דאס, ווייל דאס איז כאראקטעריסטיש פארן רב, ער אליין האט דאך אין דער יוגנט געפירט א געראנגל מיטן שטורעם, ביז די שטורמישקייט איז א געלייטערטע אריין אינעווייניק. פון אט דעם פּערזענלעכן נצחון איז שפּעטער אויסגעוואקסן דעד חבדישער גאנג...
דעם רב האבן יונגערהייט געפּייניקט אויך געוואלטיקע ספקות. די אייביקע פראגן האבן אים ניט געלאזט רוען, די אנגענומענע תירוצים האבן אים ניט באפרידיקט. נאך גאר יונג האט ער מיט באזונדערער ערנסטקייט און טיפקייט געלערנט די יידיש-פילאפאפישע ליטעראטור פון מיטל-אלטער. ער האט אין איר געזוכט דעם אמת, דעם באשייד, דעם לעצטן ענטפער.
דאס זעט מען ארויס ניט נאר פון דער אומגעוויינלעכער בקיאות אין אלע ספרי המחקר, וואס איז צו געפינען אינעם רבס כתב ים, נאר אויך, און איבערהויפט, פונעם רבס גאנצן ארט דענקען, ווען ער בארירט א וואָסער ניט איז מעטאפיזישע פראגע.
פאר דעם מבין איז גענוג זין צו פארטיפן אין דעם רבס שער היחוד והאמונה, כדי צו איבערצייגן זיך, אז מען האט דא צו טאן ניט נאר מיט א טיפן מיסטיקער, נאר אויך מיט א פילאזאף אינעם איידלסטן און העכסטן זין פונעם ווארט. אזא קאמבינאציע פון דעם פילאזאף מיטן מיסטיקער ווערט ניט דערוואָרבן דורך נסים און ניט דורך מעיין זיין אין חקירה-ספרים בשעה שאינה לא יום ולא לילה, נאר דורך גרינטלעכן, טיפן און סיסטעמאטישן לערנען פון קינדווייז אן, דורך זייער פיל נאכדענקען, פארשן, זוכן, און, איבערהויפט, איבערלעבן גרויסע ספקות, שטעלן זיך אליין פיינלעכע פראגן.
כדאי צו באמערקן דא, אז דער רב האט יונגערהייט געלערנט ניט נאר די יידיש-פילאזאפישע ספרים, נאר אויך אלע איבערזעצונגען וואס זיינען דא אין לשון קודש פון די גריכישע און איבערהויפט די אראבישע פילאזאפן, ווי אבן-סנה, אבן-רשד וכדומה.
מען דארף אויך וויסן, אז דער רב האט שטודירט מאטעמאטיק, אסראנאמיע און נאטור-וויסנשאפטן אויף וויפיל ער האט זיי געקענט שעפּן פון די אלטע יידישע ספרים און פון פאדשידענע איבערזעצונגען. פארשטייט זיך, אז עפּעס קלארס און באשטימטס האט ער פון דעם אלעמען נישט געקאנט וויסן. דעם מאנגל אין מעטאד און אין ידיעות האבן ממלא געווען, אין א געוויסער מאס, די געניאלע אינטואיציע, דער געבוירענער טיפזין, דאס ליידנשאפטלעכע פארשן און זוכן. דאך איז אומפארמיידלעך געווען, דער רב זאל ניט פילן וויפיל אים פעלט צום אמתן קענען און וויסן די נאטור. אזא ארט לענדען חכמות ווי דעם רבס, האט נישט געקענט זעטיקן דעם דארשט נאך וויסן, נאר האט, פארקערט, אלץ מער פארשטארקט דעם דארשט און די פּיין פון דעם דארשט.
וואס אנבאלאנגט תורה האט דער רב געוואוסט בוכשטעבלעך – כל התורה כולה. ער האט געוואוסט יעדן מקצוע שבתורה, פון דעם ראשון שבראשונים ביז דעם אחרון שבאחרונים, יעדע זאך מיט אלע פרטי-פרטים און דקדוקי-דקדוקים. די געוויינלעכע טיטלען גאון, גאון עולם, המאור הגדול, קענען לגבי אים ניט אנגעווענדט ווערן, ווייל מיט זיי ווערן היינט באקרוינט אויך אזעלכע, וואס וויסן ניט אפילו די שיחות חולין פונם רב. דער רב איז געווען העכער פון אט די אלע גאונים און מאורים אויף וויפיל עס איז בכלל גרעסער געניאליטעט פונעם געווינלעכן שארפזין, און אמתדיק וויסן - פון סתם בקיאות. דאך האט דער רב יונגערהייט קיין גרויס נחת פון זיין וויסן ניט געשעפּט. עס האט אים געפּייגיקט דער געדאנק, וואס בנוגע יעדן דין זיינען דא חלוקי-דעות, וואס וואו מען קערט זיך און וואו מען ווענדט זיך איז - זה אוסר וזה מתיר, אזוי אז עס איז אפט שווער צו דערגיין א טאָלק.
געפּייניקט פון אומאויפערלעכן אינערלעכן קאמף, פון אלערליי אינערלעכע ליידן, פון אייביקע פראגן, פון אומצאליקע ספיקות, האט זיך דער רב גענומען לערנען קבלה. דער רב האט אנגעהויבן לעבן, ווי עס פאדערט די קבלה, בקדושה ובטהרה. געדאוונט אין סדור פונעם של"ה, זיך געפירט אין יעדן פרט ווי דער של"ה הייסט. טאג און נאכט מיחד געווען יחודים, ארומשוועבנדיק אייביק אין די עולמות עליונים, פירנדיק די הימלשע בוכהאלטעריע פון אומצאליקע צרופים און חשבונות פון אותיות. אויך דאס האט אים ניט באפרידיקט. די אלטע קשיות זיינען ניט פארענטפערט געווארן. עס זיינען צגעקומען נייע קשיות. וואו נעמט מען ליכט?...
און דא זיינען צוגעקומען אויך ריין-חומר'דיקע זארגן און יסורים. צו זעכצן יאר איז ער דאך שוין געווען א פאמיליען פאטער . . .
זיין שווער, רי"ל פג"ל פון וויטעבסק, איז געווען זייער רייך. ער האט אבער דעם רב פיינט געקראגן. ער האט ניט געקאנט אריבערטראגן דעס רב ווילדקייטן, דעם רב פייער און דאווענען, זיינע געשרייען, זיין ביטער געוויין, זיין געזאנג, זיין פלוצלינגע פרייד, זיין גאנצע אויסערגעוויינלעכע לעבעדיקייט. מענטשן קענען קיינמאל ניט מוחל זיין דעם וואס דערלויבט זיך צו לעבן ניט ווי אלע...
האט דער שווער געוואלט צווינגען זיין טאכטער זי זאל זיך גטן מיטן מאן, מיט דעם משוגענעם, ווי ער האט דעם רב גערופן. האט אבער די טאכטער שטארק ליב באקומען דעם משוגענעם און האט בשום אופן ניט געוואלט נעמען קיין גט.
דא הויבט זיך אן א סדרה ענויים פארן רב. מען פארפאלגט אים אויף שרים און טריט, מען איז אים מבזה מיט כל המינים בזיונות, מען פּייניקט אים מיט הונגער און מיט קעלט.
ביי נאכט וויל ער לערנען - גיט מען אים קיין ליכט ניט. נעמט ער אין דעד גרויסער קאלטער ווינטער- נאכט די גמרא אין האנט און לערנט פאר'ן שיין פון דעד לבנה...
דאס ווייב שטייס לעבן אים, העלפט אים האלטן די שווערע גמרא, דעקט אים איין, טרייסט אים און זעט ווי איר משוגענער לערנט אונטערן פרייען הימל...
אזוי ווערט שניאור זלמן אלט אכצן יאר. ער איז א בקי אין ש"ס מיט אלע ראשונים ואחרונים, און פול מיט מחקר און קבלה. ער פילט אבער אז איינס פעלט אים אלץ: א לעבעדיקער גאט.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ שוין דא, אין דעם ערשטע קאפיטל, וואס דערציילט וועגן די יזנגע יארן פון דעם בעל-התניא. וועלן מיר אים אפט - צוליב קורץ -אנרופן: דער רב (לייען דער ראַוו, נישט: דער ראָוו)
- ↑ עיין וויקיפעדיע ארטיקל רבי שניאור זלמן מלאדי (בר"ת: רש"ז) י"ח באלול ה'תק"ה - כ"ד בטבת ה'תקע"ג; 15 בספטמבר 1745 - 27 בדצמבר 1812.