לדלג לתוכן

דאס לעבן און די צייטן פון הרב מלאדי א קליינע הקדמה

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו אריינפיר אין חסידות און דער וועג פון חב"ד


א קליינע הקדמה

אין די לאנגע ווינטער-נעכט פלעגט דער טאטע אוועקגיין אין שול לערנען. שניי האט שטיל געקלאפּט אין די נידעריקע פענצטער פונעם אלטן, האלב-איינגעפאלענעם הויז, א קליין לעמפּל האט געצאנקט אויפן טיש, געדיכטע שאטנס האבן אנגעפילט די ווינקלען פון לאנגן, נידעריקן צימער און די מרה-שחורה איז אריינגעדרונגען פון אלע שפּאלטן. און אז איך, א זעקס-יאריק קינד, פלעג זיך צוטוליען צו דער מאמען און בעטן זי זאל מיר דערציילן עפּעס א מעשה, פלעגט זי מיר דערציילן וועגן דעם אלטן רבין און די ניסים, וואס זיינען מיט אים געשען.

די שאטנס פלעגן ביסלעכווייז פארשווינדן. אויפן הארצן פלעגט ליכטיק ווערן. מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם פלעג איך הערן "ווי מען איז אמאל פריילעך געווען..."

און צווישן טאג און נאכט,ווען אלטע חסידים פלעגן מיד ווערן פון זייער תורה ועבודה, פלעגן זיי שטיל ריידן וועגן דעם "אלטן", וועגן זיין גאונות, זיין קדושה, זיין חכמה, זיין מלחמה מיט מתנגדים,זיין ליבשאפט צו יידן און מסירות נפש פאר יידן.

עס פלעגט זיך הערן א זיפץ נאך א זיפץ. ס'איז געווען אין יענע זיפצן א טיפע בענקשטפט נאך דעם, וואס איז נישטא; א שטיל געבעט, א געהיימער שמועס פון גייסטער, א באהעפטונג פון נשמות - "אתדבקות רוחא ברוחא".

מיין יונגע נשמה האט אויפגענומען די מרירות, וואס צעברעכט דעם מענטשנס מידות און מאכט צו-נישט די אילוזיעס פון וועלט, מענטש און איך. אט די ביטערניש איז באלד אריבער אין טיפסטער שמחה. ס'איז באזייטיקט געווארן דער איך, ס'איז פארשוואונדן דאס איינריידעניש פון "ואני ואפסי עוד", אט די "קליפת עמלק", דער "חומר עכור", דער "מסך המבדיל". די חבד'ישע נשמה ווערט אפן פאר דעם איייביקן געדאנק, פאר דער אייביקער ליבע, פאר דעם געטלעכן, וןאס "עוז וחדוה במקומו".

נישט ווי א היסטאריקער קום איך דאריבער דערציילן וועגן דעם גרינדער פון חב"ד, און נישט קיין מאלער בין איך, וואס מאלט א בילד. איך וויל דערציילן וועגן דעם רב מליאדי ווי מ'דערציילט וועגן א גייסטיקן גיבור, א טרעגעד און פארטיפער פון א גרויסער באוועגונג ביי יידן – חסידות אין געשטאלט פון חב"ד.