לדלג לתוכן

דאס ליד פון דער גאלדענער פאווע

פֿון װיקיביבליאָטעק

פון איציק מאַנגער איציק מאנגער 1901 – 1969. מוזיק פון דוב זאלצער


דאס ליד פון דער גאלדענער פאווע

איז די גאָלדענע פאַווע געפֿלויגן אַוועק
קיין מזרח זוכן די "נעכטיקע טעג",
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי;

פֿליט זי און פֿליט ביז זי טרעפֿט אין די בערג,
אויף אַ ווייסער שקאפע אַן אלטן טערק,
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי;

טוט אים די גאָלדענע פאַווע אַ פֿרעג:
"צי האָסטו געזען די נעכטיקע טעג?"
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי?

פֿאַרקנייטשט דער טערק דעם שטערן און קלערט:
די נעכטיקע טעג נישט געזען, נישט געהערט,
און אַ צי די לייצעס, און "וויאָ" צום פֿערד,
און ס'קלינגט אין בערג זיין כאַ-כאַ-כאַ-כאַ,
אַ גאָלדענער פֿויגל און אַ נאַר אַזאַ!

איז געפֿלויגן די גאָלדענע פאַווע אַוועק,
קיין צפֿון זוכן די "נעכטיקע טעג"
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי;

טרעפֿט זי אַ פֿישער ביים ברעג פֿון ים,
שפרייט אויס זיין נעץ און זינגט צום גראַם,
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי;

טוט אים די גאָלדענע פאַווע אַ פֿרעג:
"צי האָסטו געזען די נעכטיקע טעג?
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-ל?;

פֿאַרקנייטשט דער פֿישער דעם שטערן און קלערט:
די נעכטיקע טעג נישט געזען, נישט געהערט;
די נעכטיקע טעג נישט געזען, נישט געהערט;
און פֿאַרענדיקט זיין ליד מיט טראַ-לאַ-לאַ-לאַ,
אַ גאָלדענער פֿויגל און אַ נאַר אַזאַ!

איז געפֿלויגן די גאָלדענע פאַווע אַוועק,
קיין דרום זוכן די נעכטיקע טעג,
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי;

טרעפֿט זי אַ נעגער אים מיטן פֿעלד,
פֿאַרריכטן מיט שטרויגאָלד זיין אָרעם געצעלט,
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי;

טוט אים די גאָלדענע פאַווע אַ פֿרעג:
צי האָסטו געזען די נעכטיקע טעג?
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי?

פֿאַרטשירעט דער נעגער די ווייסע ציין,
אַ שמייכל אַזאַ, וואָס איז מלא-חן,
אַ שמייכל אַזאַ, וואָס איז מלא-חן,
און ער ענטפערט גאָרנישט, ער זאָגט נאָר "האַ?"
אַ גאָלדענער פֿויגל און אַ נאַר אַזאַ!

איז געפֿלויגן די גאָלדענע פאַווע אַוועק,
קיין מערב זוכן די נעכטיקע טעג,
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי;

טרעפֿט זי אַ פֿרוי אין שוואַרץ, וואָס קניט,
נעבען אַ קבר, דערשלאָגן און מיד,
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי;

פֿרעגט גאָרנישט די פאַווע, זי וייסט אַליין,
אַז די פֿרוי אין שוואַרץ, וואָס שפרייט איר געוויין,
איבערן קבר, ביים ראַנד פון וועג,
איז די אלמנה פֿון די נעכטיקע טעג:
טרי-לי, טראַ-לאַ, טרי-לי.