גרים
מראה
פֿון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)
גרים
געווידמעט דער גרים־פֿאַמיליע שאַבאַנאָוו,
אין דאָרף טשולקאָוו, אַסטראַכאַנער גוב.
הויכע געזונטע געשטאַלטן,
סלאַװישע צורות, פאַרברענט;
קינדער פֿון צפֿון דעם קאַלטן,
מאַזאָליעס באַדעקן די הענט.
האָדעװען בהמות און פֿערד —
ווילד װי קאַלמיקן זײ רײַטן,
ליבן די רוסישע ערד,
און װילן דעם דת ניט פֿאַרבײַטן.
װײַט פֿון די הײמען פֿאַרטריבן,
געליטן רדיפֿות אַ סך —
דאָך פֿול עקשנות געבליבן
בײַ משהס אמונה און תּנ״ך.
מקורות
[רעדאַקטירן]שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 18.