געוואלט ווערן א גאט

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

געוואלט ווערן א גאט

אז אדריינוס דער מלך פון אדום האט איינגענומען די גאנצע וועלט, איז ער געקומען אין רוים און האט געזאגט צו זיינע הויפהערן[1]: "איך פארלאנג פון אייך אז איר זאלט מיך מאכן פאר א גאט, ווייל איך האב איינגענומען די גאנצע וועלט".

האבן זיי אים געענטפערט: "דו האסט נאך ניט באהערשט זיין (גאט'ס) שטאדט, און זיין הויז".

איז אדריינוס אוועק, און האט חרוב געמאכט דעם בית המקדש, און פארטריבן די אידן אין גלות. נאכדעם איז ער צוריקגעקומען אין רוים, און האט געזאגט: "איך האב שוין חרוב געמאכט זיין הויז, און האב פארברענט זיין פאלאץ, און האב פארטריבן זיין פאלק, יעצט מאכט מיך פאר א גאט".

ר' ברכיה דערציילט: דריי פילאזאפן האט אדריינוס געהאט. האט אים איינער געענטפערט: קיינער קען זיך ניט אויפשטעלן געגן א מלך אין זיין פאלאץ, נאר אויסן דעם, גיי ארויס פון זיין פאלאץ וועסטו קענען ווערן א גאט, ערד און הימל האט ער באשאפן, גיי ארויס פון זיי מען וועט דיך מאכן פאר א גאט".

דער צווייטער פילאזאף האט געענטפערט: "דו קענסט קיין גאט ניט ווערן, ווייל ער האט שוין לאנג געזאגט צו זיינע נביאים (ירמיהו י'): "אזוי זאלט איר זאגן צו זיי, די וואס דינען ניט גאט פון הימל און ערד, זאלן פארלארן גיין פון דער ערד און פון אונטער דעם הימל".

דעד דריטער פילאזאף האט געזאנט: "איך בעט דיך, העלף מיר יעצט אויס". "וואס איז געשען?" האט אדריינוס געפרעגט. "איך האב א שיף", האט דער פילאזאף געענטפערט. איז זי געבליבן שטיין אין זאמד, און קען זיך ניט רירן פון ארט, און אלע מיינע אוצרות געפינען זיך אין דער שיף. "גלייך שיק איך אהין מיינע מענשן מיט שיפן זי צו ראטעווען". האט אדריינוס געזאגט.

"מיין האר!" האט אויסגערופן דער פילאזאף, "צו וואס זאלסטו באמיען דיינע מענשן מיט שיפן אהין? שיק א קליין ווינטל, און מיין שיף וועט זיך רירן פון ארט". "און וואו זאל איך דיר נעמען א ווינטל?" האט אדריינוס געפרעגט. "וואס?" האט דער פילאזאף כלומר'שט זיך געוואונדערט. "א ווינט קענסטו ניט מאכן, היינט ווי קענסטו ווערן א גאט?"

אדריינוס איז אוועק און געקומען א היים א פאראומערטער. האט צו אים זיין פרוי געזאגט: "דו ביזט א גרויסער קעניג און א גבור, און אלעס ליגט אין דיין מאכט, איך וועל דיר עפעס זאגן: ווילסטו ווערן א גאט, גיב אים אוועק זיין פקדון וואס ער האט דיר געגעבן צו האלטן, וועסטו ווערן א גאט". "וואס איז דער פקדון?" האט אדריינוס געפרעגט. "די נשמה!" האט זי געענטפערט.

"אז עס וועט מיר ארויס די נשמה ווי וועל איך לעבן?" האט ער געפרעגט. "זעסטו", האט זי געענטפערט, "דו קענסט ניט הערשן איבער דיין אייגענע נשמה, היינט ווי קענסטו ווערן א גאט?"[2]

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. הויפהערן = די מענטשן אין זיין הויף וואס הערן און פאלגן צו וואס ער זאגט. און ווי מען זעט ווייטער דאס איז געווען זיינע פילאזאפן.
  2. פון די תשובות פון אלעמען זעט מען, אז אנדריינוס קייסער און זיינע פילאזאפן האבן געגלויבט אז ס'דא גאט אויף דער וועלט, נאר אנדריינוס האט געוואלט זיין אויך א גאט. און די פילאזאפן און זיין פרוי האבן אים איבערגעצייגט אז ער קען נישט זיין א גאט, ער איז נישט געהעריג צו זיין אויך א גאט.
    אויך ביי פרעה וואס ער האט זיך געהאלטן פאר א גאט, זעט מען אז כאטשיק ער האט נישט געגלויבט אז ס'דא א גאט פון יידן, אבער ער האט געגלויבט אז ס'דא א סאך אפגעטער אויף דער וועלט, ווייל שטייט אין מדרש אז ער האט געבראכט זיין אפגעטער-ספר, און האט געזוכט דעם גאט פון די יידן. ס'האט אים נישט געשטערט אז ס'דא נאך אפגעטער, נאר ער האט געהאלטן אז ער איז אויך א גאט.
    און מ'דארף פראשטיין, וואס מיינט צו זיין א גאט, וואס איז די תאווה צו זיין א גאט, וואס וואס איז די טעאריע פון דעם.