געבוירן אין אַ זײַדן העמדל

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ווערטער: ר. בוימוול. ליעד: א. לוסטיג. זינגער: ניצה טובי.


געבוירן אין אַ זײַדן העמדל

איך בין געבוירן אין אַ זײַדן העמדל,
אין זײַדן העמדל פֿון מײַן מוטער-שפראַך.
וווּהין איך זאָל נישט קערן זיך און ווענדן
באַשיצט עס מיך און וואַרעמט טאָג און נאַכט.

עס פֿלעגט דער ווינט אַראָפּרײַסן מײַן היטל,
די שטיינער בייז צעפֿליקן מײַנע שיך.
די קליידער כ׳האָב אין וועג אויף ברויט געביטן,
און בלויז דאָס העמדל כ׳האָב געלאָזן זיך.

עס פֿלעגן טרעפֿן זיך אויך יענע גוטע,
וואָס זענען גרייט געווען מיר געבן גאָלד.
אבי נאָר זייער רחבֿותדיקן פֿוטער,
אויף הוילן לײַב כ׳וואָלט אָנציִען געוואָלט.

ווען קומען וועט צו מײַנע טעג אַן ענדע.
און בלײַבן וועל איך ערגעץ אין דער מיט.
איז דעק מיך איבער מיט מײַן זײַדן העמדל,
וואָס אין מײַן שווערן וועג האָב איך פֿאַרהיט.

מוסטער:YIVO
מוסטער:IPA עס זינגט ניצה טובי · ɛs ziŋgt nɪtˢɑ Tɔbi · es zingt Nitsa Tobi

all songs from the CD