גלוסט זיך מיר וויינען
גלוסט זיך מיר וויינען פון חיים נחמן ביאליק (9 אין יאנואר 1873 – 4 אין יולי 1934)
גלוסט זיך מיר װײנען געשמאַקער פון האַרצן,
ציט מיך, װי כמאַרעס, צום ים, צו דעם שװאַרצן,
טיפער צו אייך, מיינע עלנטע ברידער.
כ'װײס אױך: אַ טרער פון מיין אײגענער מאַמען
עקבערט דעם תּהום דאָרט אין אייערע ימען,
בענקט אפשר שטילערהײט נאָך מיינע לידער.
כ'װײס איר האָט טרערן נאָך ניט אױסגעװײנטע,
צרות דערצײלטע און נאָך מער געמײנטע,
װאָס װי פאַרשטיקטע, פאַרבאָרגענע קװאַלן
לעכערן שטײנער און רייסן איין קבֿרים,
שלענגלען זיך, בלאָנדזשען אין דר'ערד, װי אַ װאָרים -
און װערן אין דר'ערד דאָרט פאַרפאַלן.
דורכשלאָגן זאָלן זיך אייערע טרערן!
גרינגער זאָל װערן און פרייער זאָל װערן! -
אפשר, װער װײסט, װעט נאָך גאָט אַמאָל געבן:
איבערגײן װעלן די פינצטערע צייטן,
אױך אונדז װעט אפשר געראָטן, װי לייטן,
בעסערס און שענערס דערלעבן.
און פאַר אַ זכר פון היינטיקע כמאַרעס
װעט אייך פאַרבלייבן אַ נייער "על נהרות",
װאָס ער װעט הימל און ערד איבערקערן.
גליקלעך איז דער און געבענטשט זאָל דער װערן,
װאָס װעט פאַראײביקן אייערע טרערן
הײליקע, צװײ־טױזנט־יעריקע טרערן.