גלאז און שפיגל
מראה
שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: רוסלאנד.
גלאז און שפיגל (1933)
דאָס גלאָז איז דורכזיכטיק און ריין –
דו זעסט דורך דעם די גאַנצע וועלט:
ווער עס וויינט און ווער עס קוועלט.
נאָר ווי דו האָסט איין זייט פאַרשטעלט
מיט זילבערפאַרב, וואָס האָט די ווערט
אַ גראָשן געלט צי עטוואָס מער, –
פאַרשווינדט פון אויג די גאַנצע ערד,
פון דיינעם גלאָז אַ שפּיגל ווערט.
און ווי דער שפּיגל זאָל זיין ריין –
דו זעסט אין אים נאָר זיך אַליין.