בנות מלכים גליון נב תשס"ט המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

בנות מלכים נב - - בנות מלכים נב המשך - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


בת ישראל איז גאר חשוב און טייער

ווען די כהנים בענטשן די אידן זאגן זיי: "יברכך ה' וישמרך..." אויף דעם זאגט דער מדרש: יברכך בבנים, וישמרך בבנות שצריכות שמירה... השי"ת זאל דיר בענטשן מיט זון, און דיר היטן מיט טעכטער.
פארוואס ווען מ'רעדט פון בנות ישראל ניצט די פסוק א לשון פון שמירה? אונז צו לערנען אז א בת ישראל איז גאר חשוב און טייער און צוליב דעם פאדערט זיך שטענדיג א ספעציעלע שמירה, פונקט אזוי ווי מען וואלט שטארק אפגעהיטן א ווערדפולע דיאמאנט-שטיין.

באהאלטענע אוצרות

אירע גאלדענע שטראלן
האט די זון געשיקט
צו גלעטן די זאנגען
וועלכע האבן זיך אין די ווינט געוויגט
איך האב די ענדלאזע פעלדער
מיט באגייסטערונג באטראכט
אפאר קליינטשיגע קערעלעך -
זאלן ארויסגעבן אזא פראכט?
איבער די מאיעסטעטישע לאנדשאפט
האב איך מיין בליק ווייטער געפירט,
דאס וואס איך האב דאן באמערקט
האט מיר אינגאנצן שאקירט
אויפן פעלד קעגן-איבער
אויף א ליידיג שטיקל ערד
איז געשטאנען א פארמער
אנטוישט, טרויעריג, און פארקלערט...
ווי קען דאס זיין -
אזא הארץ-ווייטאג, אזא שאדן,
פארוואס איז גארנישט געוואקסן
פונקט אויף זיין באדן?
מיט געפילן פון רחמנות
האב איך מיינע טריט געוואנדען אהין
אפשר קען מען אים העלפן -
מען דארף זען וואס צו טוהן...
"אנטשולדיגט פאר פרעגן -
אבער צו איז אייך באקאנט,
פארוואס ס'איז גארנישט געוואקסן
פונקט אויף אייער שטיקל לאנד?"
"אויב ווילסטו דווקא וויסן -
דאן הער צו ביטע,
און כ'וועל דיר ערקלערן
מיין אייגנארטיגע שיטה...
בשעת די פארמערס ארום מיר
האבן זייערע קערלעך טיף איינגעזייט
האב איך מיינע קערלעך
נאר פון אויבן-אויף אויסגעשפרייט
איך האב רחמנות געהאט
אין די טינקלקייט זיי צו פארשטעקן
און מיט א דיקע שיכט זאמד -
אזוי הארצלאז זיי צו באדעקן
אבער...
דאן זענען געקומען בייזע ווינטן
און זיי אין אלע ריכטונגען פארשיקט
און ווילדע חיות
האבן זיי אכזריות'דיג פארציקט..."
"הער פארמער, כ'פארשטיי נישט -
פארוואס האסטו נישט
אריינגעטראכט אין דעם,
אז דווקא טיף אין דער פייכטע ערד -
שפירט זיך א קערל באקוועם
דארט קען זי מיט זיכערקייט
אירע ווארצלען ארויסשיקן
און מיט די וואסער און מינעראלן
טוט זי זיך דערקוויקן
דווקא פון דארט -
טוט זי איר חיות ציען
און אין דער באהעלטעניש
קען זי אומבעסטן בליען!

דער באדייט פונעם קייט

איינס נאכאנאנד,
פערל...
געקניפט און געבינדן,
האנט ביי האנט,
ווייס איז איר קאליר,
ריין, מיט א שיין,
וואס איז איר מיין?
אפשר איז איר באדייט,
א דור צו א דור,
באהאפטן,
אזוי ווי עס ציט זיך א קייט?
זי שפיגלט אפ דורות
פון אלע קאלירן,
יעדע פערל,
אן אוצר,
וואס טאר זיך נישט פארלירן!
מיט איר נאטירליכע גלאנץ,
שפילט יעדע פערל,
איר חלק,
די קייטל זאל זיין גאנץ!!
איינס נאכאנאנד,
געקניפט און געבינדן,
אפשר קען דאס זיין?
עס האט זיך אנגעהויבן,
פון אמאל...
ביי די נשים צדקניות,
וואס בזכותם,
נגאלו ישראל?
שלא שינו לבושם,
זענען זיי ארויס פון מצריים,
און דערהויבן געווארן,
לממלכת כהנים,
וגוי קדוש,
א העכערע סארט חיים!
נאך פון יענע צייט,
ציט זיך די קייט,
פעסט געבינדן און געקניפט,
א דור,
צום אלטן דור,
האנט ביי האנט,
די מסורת אבות
זיך באהאפטן.
... א קייטל
וואס שפיגלט אפ דורות
פון אלע קאלירן,
פון מסירת נפש
פאר קדושת ישראל
אז יעדע פערעלע,
יעדע נשמה'לע,
זאל זיך ח"ו נישט פארלירן!
מיט איר נאטירליכע באשיידענע גלאנץ,
שפילט יעדע בת ישראל,
איר ראלע,
די דורות זאלן בלייבן גאנץ!
יעדע פערעלע,
יעדע נשמה'לע,
וואס האלט זיך אן,
מיט איר אידישן חן,
איז ראוי,
א חלק צו זיין,
אין דעם קייטל,
צו באצירן,
די קרוין,
פון משיח צדיקנו אליין!!!
בב"א!


בת מלכים

אני מלכה בת מלכים
אהובה בת אהובים
קדושה בת קדושים
טהורה בת טהורים
(ילקוט שמעוני, מכילתא שמות טו, ב')

אני מלכה
כ'בין א מלכה -
א קעניגן אליין
אבער מיין יחוס
הויבט זיך נישט
אן ביי מיר,
בת מלכים
מיין קעניגליכע אפשטאם
ציט זיך שוין
פון דורות פריער...
אהובה
ספעציעל באליבט
ביי דער פון אויבן,
בת אהובים
שוין פון דורי דורות
האט זיך דער קשר
אנגעהויבן...
קדושה
איך בין ארומגענומען
מיט הייליגקייט,
בת קדושים
ס'איז שוין געווען אזוי
א לאנגע צייט...
טהורה
לויטער
און ריין,
בת טהורים
אט די איידלקייט
נעמט זיך שוין
פון מיין עלטערן אליין...
...איך בין א פרינצעסן
און מיין אפשטאם
איך וועל קיינמאל פארגעסן...