בנות מלכים גליון מג תשס"ט ב
בנות מלכים מג - - בנות מלכים מג ב - - בנות מלכים מג ג - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל
אויף וועלכע וועג?
די יונגע דרייווער מיט זיין נייע קאר,
טראכט אז ער איז אין גרויס געפאר,
קוים די ערשטע מאל זיין הענט די
רעדל כאפט אן,
און שוין ווייסט ער נישט וואס צו
טון.
איך מוז דאס קלאר מאכן וואס
גיכער,
ווי אזוי ווייס איך פארזיכער,
אז איך בין אויפן ריכטיגע וועג?
פאלג איך אויס אלע געזעצן
פונקטליך אזוי ווי מ'מעג?
און גרויס פארלעגענהייט ווייטער ער
גייט און אט...
די הילף ביי זיין זייט עס שטייט:
ער קוקט זיך ארום און זעט גענוי
קאלירטע שילדן – איז עס טאקע
אזוי?
Stop – דיין speed נעם אין אכט
Do not enter – די וועג איז
פארמאכט
One way – נאר אין די ריכטונג
מ'מעג
Traffic light – עס האלט סדר
אינעם וועג
זיי ווייזן אים די געזעצן, עס מאכט
קלאר זיין מח
ער הייבט אויף זיין הענט "רבוש”ע א
גרויסן יישר כח!"
און פלוצלינג נאך א געדאנק פאלט
אים איין
פארן פארן האט ער געלייגט אין זיין
טאש אריין
א מאפע א קלארן
פונ'ם פלאץ צו וואו ער וויל פארן
מיט א פרייליכן געמיט ער פירט
ווייטער זיין קאר
יעצט איז ער זיכער ארויס פון
געפאר!!
און אויך פונקט אזוי
די בת מלך מיינט מען דא גענוי
זי איז אין א פארלעגענהייט
די וועג איז אזוי פארדרייט
אזויפיל styles עס דרייט זיך היינט
וועלכע איז ריכטיג, וועלכע זאל זי
גיין
אין ווען איין וועג זי נעמט
פילט זי זיך אינגאנצן פארקלעמט
בין איך אויפן ריכטיגן וועג?
פאלג איך אויס די הלכות פונקטלעך
אזוי ווי מ'מעג?
און גרויס פארלעגענהייט ווייטער זי
גייט
טו איך ריכטיג, ווער ווייסט
און אט... די הילף ביי איהר זייט עס
שטייט
די אלע דאגות ווערן א
פארגאנגענהייט
זי גיבט זיך בלויז א קוק ארום
און דא האט זי אלע ספרים
די ספרים, און די רבנים – די signs
וואס ווייזן די וועג
און זאגן איר אלעס פונקטלעך וואס
מ'מעג
די הלכות מאכן קלאר איהר מח
זי הייבט אויף איהר הענט "רבוש”ע א
גרויסן יישר כח"
אזוי זיצענדיג פאלט איר א געדאנק
איין
מ'האט קוים געברענגט די פאסט
אריין
די נייע בנות מלכים היינט אנגעקומען
זי לייענט און זי ווערט איבערגענומען
דא האט זי א מאפע א קלארן
עס צייגט איהר די וועג וואו זי זאל
פארן
מיט א פרייליכע געמיט זי פירט
ווייטער די מסורה
פונקטלעך ווי ס'שטייט אין די
הייליגע תורה.
אבער וואס וועט זיין
ווען די דרייווער טראכט ער האט זיין
אייגענע פלאן
ש. איינהארן
אין דער הייליגער גמרא
שטייט וועגן אן אמורא
רב חסדא טוט זיין נאמען זיין
ער האט געוואלט געבן צו פארשטיין
ווי שטארק צניעות איז טייער
און איז באליבט ביי השי”ת זייער
האט ער גענומען אין איין האנט
א גאר בליטשקעדיגע דיאמאנט
אין דעם צווייטן האנט שווארצע קוילן
און ביידע זאכן האט ער געטון פארהוילן
דערנאך האט ער זיינע טעכטער
צוזאמגערופן
און אויסגעלערנט א געדאנק א טיפן
געעפנט האט ער זיין האנט זיין רעכטע
און זיי געוויזן א דיאמאנט שטיין אן
עכטע
זענען זיי זייער נייגעריג געווארן צו זען
וואס איז אין די אנדערע האנט-זיכער
עפעס פיל מיט חן
אבער ער האט געזאגט-ניין ס’בלייבט
פארמאכט
און יעצט גיבטס אלע א טראכט
און לערנט אייך אויס מיין מוסר
דאס וואס איז באהאלטן איז פיל פיל
זיסער
אפילו עס איז שווארצע קוילן
זענט איר נייגעריג דערין – ווייל ס’איז
פארהוילן!
(מס’ שבת דף קמ: ע”פ פי’ הריטב"א)
מיין אינערליכע קול
א גרופע מיידלעך שטייען מיר און שמועסן,
איך באמערק א פרעמדע מאן גייט אין די זייט.
איך קלער...
וואס מעג ער נישט געניסן,
פון די פרויע ’ נס ניין מאס רייד?
אבער איך דערהער...
דאס קול וואס שרייט: זייט שטיל שוין.
ווייל צניעות איז פאר א אידישע טאכטער די
שענסטע קרוין.
מיין suit פון לעצטע יאר האב איך אנפרובירט,
אז די skirt איז קורץ בין איך געווארן שאקירט.
איך קלער...
וואס איז אז עס טוט אביסל קורץ זיין
איך קען נאך דערמיט דעם סעזאן גיין.
אבער איך דערהער...
דאס קול וואס שרייט: באזייטיג עס שוין,
ווייל צניעות איז פאר א אידישע טאכטער די
שענסטע קרוין.
נאך פיל ווארטעניש פארט די קעמפ צו א טריפ
ארויס,
זעענדיג דארט מענער איז די אנטוישונג גרויס.
איך קלער...
האלב אויף האלב וועלן מיר זיך צוטיילן,
מיר מעגן דא אויך אביסל פארוויילן.
אבער איך דערהער...
דאס קול וואס שרייט: גייטס אוועק שוין,
ווייל צניעות איז פאר א אידישע טאכטער די
שענסטע קרוין.
ראש חודש האב איך א חתונה געהאט,
פאר א hair cut איז שוין באמת געווען צייט
איך קלער...
וואס מאכט אויס די איין נאכט
צו מאכן א pony קומט בכלל נישט אין
באטראכט
אבער איך דערהער
דאס קול וואס שרייט: נעם צוזאם דיין האר
שוין,
ווייל צניעות איז פאר א אידישע טאכטער די
שענסטע קרוין.
צו א באס טו איך מיר יאגן,
אביסל צידה לדרך דארף איך מיט טראגן.
איך קלער...
אין א גראסערי stop איך אריין,
פאר יעדעם וועל איך מיר אריינשטופן אין די
.line
אבער איך דערהער..
דאס קול וואס שרייט: זיי באשיידן שוין.
ווייל צניעות איז פאר א אידישע טאכטער די
שענסטע קרוין.
פון סטאר צו סטאר בין איך ארומגעלאפן
ענדליך האב איך אביסל א רע ’ שיגע jacket
געטראפן
איך קלער...
וואס איז אז עס איז שרייעדיג אביסל
נישט נאר סאליד איז צו צניעות די שליסל
אבער איך דערהער
דאס קול וואס שרייט: לייג עס צוריק שוין,
ווייל צניעות איז פאר א אידישע טאכטער די
שענסטע קרוין.
עס איז ביינאכט אלעס איז שטיל.
ארויס גיין אן זאקן כאפן א טרינק איך וויל,
איך קלער...
קיינער וועט מיר סיי ווי נישט זען,
וואס וועט די איין מאל געשען.
אבער איך דערהער...
דאס קול וואס שרייט: טוה אן זאקן שוין
ווייל צניעות איז פאר א אידישע טאכטער די
שענסטע קרוין.
לייג צו א מחשבה א קליינע, וועסטו זען אז די בחירה איז גענצליך דיינע!!