לדלג לתוכן

בנות מלכים בלעטל גליון נ תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו בנות מלכים בלעטל


הלכות צניעות

דער ווינט קעגן אומאיידלקייט וואס האט איינגעשלינגען די וועלט, בארירט יעדע געביט פון פרויען קליידער. אפילו שיך ווערן געמאכט מיט אזעלכע אויפפאלנדע קאלירן און אומאיידעלע מוסטערס, אז א פרוי אדער מיידל מיט אביסל געפיל צו צניעות, וועט דאס נישט קויפן. עס איז פארשטענדליך, אז ווי עלטער דאס מיידל, אלץ שטילער דער פארב, און אלץ איידעלער זאלן די שיך זיין. עס זענען אויך דא געוויסע שיך מוסטערס וואס זענען נישט פאסיג, ווי שיך מיט אויסנאמע הויכע שטעקלעך (הילס). אויב עס איז קלאר צום צוזעער אז עס איז מסתמא נישט באקוועם צו גיין אין אזעלכע שיך, מיינט דאס אז דער וואס גייט דאס, רופט אויס אז זי איז מקריב באקוועמליכקייט מיט'ן ציל אויסצוזעהן העכער און שענער. דאס איז גאות, און נישט פאסיג פאר איינע וואס טראגט אזא חשיבות ווי די בת ישראל. די אויפפירונג ווערט דערמאנט אין ישעי', ווען דער נביא רעדט זיך אפ "יען כי גבהו בנות ציון" [איך בין בייז ווייל אידישע טעכטער גייען ארויס פון וועג זיך צו מאכן העכער]. (ישעי' ג' טז).

עס איז זיכער נישט קיין חסרון צו גיין מיט שיך וואס איז אביסל באצירט מיט גאלד. אבער, שיך וואס האבן אן אויסנאמע מאס גאלד אויף זיי, זענען אויג-פארכאפנד און נישט באשיידן. פונקט ווי א קליינע מאס פון צירונג אויף א קלייד איז פונקט גוט, און לייגט צו אסאך צו די פרוי'ס חן, און ווען מען טראגט צופיל צירונג איז דאס אומבאשיידן און אויפפאלנד, אזוי אויך, קען דאס ריכטיגע מאס גאלד זיין א צוגאב צו די שיך, און דאס מאכט מער בא'חנ'ט, אבער צופיל גאלד איז אומ'בא'טעמ'ט און פונקט פארקערט ווי חן און איידלקייט.

לויט דעם פארשטייען מיר, אז אויב די גאנצע שיך, די גאנצע פאדערשטע טייל פון די שיך, אדער די גאנצע אינטערשטע טייל פון די שיך איז א ליכטיגע גלאנציגע גאלד אדער זילבער, קען דאס נישט אריינגיין אין גדר פון איידעלע שיך. נאר פארקערט, זיי זענען אויפפאלנדע און אומבאשיידענע ארטיקלען, איבערהויפט ווען דאס ווערט געטראגן דורך פרויען אדער גרויסע מיידלעך, כאטש דאס איז נישט ריכטיג אפילו פאר יונגערע מיידלעך. דער מצב איז ליידער אזוי, פונקט ווי מיט אלע סארט קליידונג, אז עס הערשט א בלבול המוחות און עס זענען פארהאן אסאך וואס קלערן אז ווי שענער, און מער רעש'יג א זאך איז, אלץ מער איז דאס א ווערדפולע זאך.

עס איז וויכטיג צו דערמאנען גאר אן אלטע אומבאשיידענע אופן פון שיך-באנוץ. דאס איז צו טראגן שיך וואס האבן קלעצער (הילס) וואס קלאפן אויף די גאס און "רופן אויס" אז מרת.... גייט אויף די גאס. דער נביא ישעי' (ג' טז) קלאגט "וברגליהם תעכסנה" (דער באשעפער איז דערצערנטענט מיט דעם גאנג וואס אידישע טעכטער האבן אנגענומען) אן אמת'ע בת ישראל גייט אויפ'ן גאס אין א שטילע איידעלע אופן. זי האלט אן דעם זעלבן פירונג ווען זי רעדט און לאכט, דען זי רעדט נישט הויך, און לאכט נישט אויפ'ן קול ברבים. אזא פראסטע אומאיידעלע פירונג איז פשוט נישט פאסיג פאר דעם נאבעלען ראנק פון א בת ישראל.


ארויסרייסן און איינפלאנצן

מאיר איז געזעצן אינדרויסן פון זיין זומער-הויז, אינטער די שטארקע זון און זיך געווישט די שווייס. נישט נאר צוליב די גרויסע היץ אינדרויסן, נאר אויך צוליב די ברענעדיגע קנאה וועלכע האט געקאכט אין זיין הארץ. קעגן- איבער די גאס, אין פארנט פון אן ענליכן זומער- הויז, איז געזעצן זיין שכן מנשה. מנשה האט זיך געמיטלעך געשאקלט איבער א ספר, ווען א פעסטע בוים מיט ברייטע בלעטער פארשפרייט אן אנגענעמען שאטן איבער זיין גאנצע גארטן. קאלירפילע רייעס פון שמעקעדיגע בלומען האבן געפארעמט א פראכטפולע רעגנבויגן ארום דעם בוים, און עטליכע קליינטשיגע ביימעלעך האבן פארענדיגט דעם אטעם- פארכאפנדע לאנדשאפט.

נאך עטליכע מינוט האט זיך מאיר מער נישט געקענט איינהאלטן. "מנשה!" האט ער אויסגערופן מיט איינגעהאלטענע קנאה, "לאמיר דיר עפעס פרעגן. פאר עטליכע יאר צוריק האבן מיר ביידע געקויפט הייזער מיט אן ענליכן אויסזעהן. אבער יעצט, ווען איך קוק זיך ארום, זעה איך אז מיינס זעט אויס ווי א פשוט'ע הייזקע מיט אביסל גרינע גראז ארום, בשעת די מאיעסטעטישע לאנדשאפט ביי דיר, מאכט דיין הויז אויסזען ממש ווי א פאלאץ. דורך די אלע יארן האב איך אויך געארבעט אויסצורייסן אלע דערנער און ווילדע גראזן פון מיין גארטן, אבער די רעזולטאטן פון מיין ארבעט איז ווייט פון דיינע כרחוק מזרח ממערב...!

"מאיר! פארוואס פארשטייסטו נישט?! אויסרייסן דערנער און ווילדע גראזן איז נאר די ערשטע חלק פון די ארבעט. דאס איז אבער נישט געניג. דערנאך דארף מען זיך אויך באמיען איינצופלאנצן די ביימער און בלומען, און נאר דאן קען מען ערייכן א גארטן וואס איז באמת פראכטפול!"

דער שטן פלאנצט איין ווילדע גראזן און פריצות'דיגע דערנער אויף יעדע טריט און שריט פון אונזער לעבן. זיך היטן פון איסורים און אויסרייסן פריצות, איז נאר די ערשטע חלק פון אונזער תפקיד. דאס איז אבער נישט געניג. מיר דארפן אנעמן פאזיטיווע שריט אריינצוברענגן ווי מער קדושה און טהרה צווישן כלל ישראל. די וואס פירן זיך מיט א העכערע דרגה פון איידלקייט און צניעות, אפילו אין א פאל ווען עס איז מעגליך צו טרעפן א היתר, פלאנצן איין קערלעך פון קדושה אין די גארטן פון כלל ישראל, און זיי וועלן זוכה זיין צו שניידן די פראכטפולע פרוכט וואס וועלן ארויסוואקסן א דאנק זייער הארעוואניע.

א דיקע פאנצער

(מעשה שהיה)

געווען איז עס אין היי סקול.
ביי א ווארימע שמועס איינמאל.
עפעס א דבר טוב אינטערנעמען מיר ווילן.
דעם רצון הַשֵׁם צו ערפילן..
זענען מיר צוזאמען צום שלוס געקומען.
גיין דיקע זאקן זיך אונטערגענומען.
מיר האבן זיך געפילט גליקלעך מיט אונזער ציל.
און אנגעהאלטן די אינטערנעמונג מיט געפיל.
עס איז אריבער א לענגערע צייט.
און אזוי ווי דאס לעבן גייט.
האט זיך געמאכט פארשידענע זאכן.
וואס דיקע זאקן צו טראגן איז געווארן פון די שווערע זאכן..
גיין מיט דינערע זאקן דער יצר הרע שפילט.
אפילו פון אנפאנג שילדיג געפילט.
עס וועט גארנישט געשען.
קיינער וועט אפילו נישט זעהן..
איין טאג אויף מיין פוס באמערק איך.
אן אויסשלאג וואס פארשפרייט זיך.
עס קראצט אן אויפהער.
און עס ווערט אלץ מער און מער.
די הויט – דאקטער ווייסט נישט פון דעם וואס צו מאכן.
און געבט מיר צו שמירן פארשידענע זאכן.. אבער קיין שינוי מען זעהט נישט.
און וואס צו טון האב איך נישט געוואוסט.
דערמאנט האב איך מיר אצינד.
וואס איך האב מיך פארגענומען אלס קינד.
איך האב זיך ווידער דיקע זאקן אנגעטוהן.
און וואונדער איבער וואונדער מיין פיס איז געווארן "קלין"!.
קיין זכר פון קיין אויסשלאגן איז נישטא מער.
אפילו עס גלייבט זיך שווער.
די מוסר השכל דערפון איז א קלארע זאך.
אנהאלטן אן אינטערנעמינג אפילו עס נעמט כוחות אסאך!!!

דער שר שלום מבעלזא

1] דער הייליגער צדיק, דער שר שלום מבעלזא זי"ע, האט א שידוך געטוהן מיט זיין זון הרה"ק רבי יהושע זי"ע מיט אן אייניקל פונעם הייליגן אפטער רב, דער אוהב ישראל זי"ע מען האט געשלאסן שידוך אן דעם וואס מ'זאל האבן געזעהן די כלה, אין די רעביצן, די צדיקת מלכה ע"ה, האט געפרעגט פון איר הייליגן מאן, "היתכן מ'זאל טון א שידוך ווען קיינער האט נישט געזעהן די מיידל?"

דער הייליגער שר שלום האט איר געענטפערט, וויסן זאלסטו אז אין הימל איז פארהאן א ספעציעלע היכל וואס הייסט "מראות הצובאות" און אין די היכל ווערט פארצייכענט די בנות ישראל וואס זענען צנועות וכשירות. ווען איך האב געזעהן אז אונזער כלה איז אויף די רשימה, האב איך זיך באגעניגנט דערמיט וויסענדיג אז זיכער איז זי אן ערליכע און ראוי צי זיין א כלה פאר אונזער זון.
(בישורון מלך פיקודי)

2] דער הייליגער שר שלום פון בעלז זי"ע איז געווען באוואוסט נישט נאר מיט זיין גרויסקייט אויף דער וועלט, נאר אויך מיט זיין באזונדערע קראפט צו באשטימען פאקטן אין בית דין של מעלה. אין א טאג איז צו אים אריין א חסיד ווען זיין גאנצע קערפער ציטערט פאר שרעק און דערציילט דעם רבי'ן וועגן א שרעקליכן חלום וואס צושטערט זיין שלאף שוין עטליכע נעכט.

"אין מיין חלום", דערציילט דער חסיד, "איז צו מיר געקומען מיין געוועזענער חבר וועלכער איז שוין א שטיק צייט נישטא אויף דער וועלט, און געפאדערט פון מיר אז איך זאל אים נאכקומען וויבאלד ער מאנט מיר צו א דין תורה אין בית דין של מעלה."

"רבי! וואס טוט מען? ווי קען איך זיך פון אים ארויסדרייען?" האט דער חסיד אויסגעפלאצט אין א יאמערליכן געוויין. דער בעלזער רב האט אים געשטארקט און געזאגט "האלט אפ דיין געוויין, און ווען ער וועט זיך ווידער באווייזן צו דיר זאלסטו זיך אנגארטלען מיט קוראזש און אים זאגן אז לויט מיין באפעל איז ער געלאדענט דא אהער צו מיר צו א דין תורה, וויבאלד דער וועם מען רופט צו א דין תורה האט די מעגליכקייט זיך אויסצוקלייבן צו וועלכן דיין מען זאל גיין."

דער חסיד איז אהיים און געטאן לויטן רבי'נס אנווייזונגען, און אין די באשטימטע שעה איז ער געקומען צום שר שלום אין שטוב. דארט איז שוין געווען גרייט פארן נפטר אן עקסטערן ווינקל. דער חסיד איז געזעצן בלייך און שטום ווען עס קלאפט אים א צאן צו א צאן אין דער צייט ווען עס האט זיך געהערט די שרעקליכע שטימע פון אינטער די פארהאנג.

"איך, פלוני בן פלוני, באשולדיג מיין חבר אין א זינד אויף וועלכע מען וויל מיר באשטראפן אין הימל. געטראפן האט עס אין א געוויסן פסח, ווען מיין חבר האט מיר איינגערעדט צו פארגרינגערן מיין געזונט צושטאנד מיט א היילונג וועלכער האט אין זיך א חשש חמץ. איך האב זיך אויף אים פארלאזט, און אפילו נישט איבער געפרעגט א רב, אבער אצינד אין בית דין של מעלה ווער איך דערויף געפאדערט. און וויבאלד דער מענטש האט מיר צוגעברענגט צו א מכשול, ליגט אויף אים די שולד, און ער דארף טראגן די שטראף." אן אנגעצויגענע שטילקייט האט געהערשט ביים שר שלום אין שטוב, ביז דער הייליגער בעלזער רב האט ארויסגעגעבן א תיקון און געהייסן דעם נפטר אפלאזן זיין חבר.

נישט נאר אן אינגל - אויך א "רינגל"

איך בין געזעצן ביים טיש און דורכגעבלעטערט די פאסט. דער טעלעפאן ביל. א צדקה בריוו. אן איינלאדענונג צו דער חתונה פון מיין פעטער'ס טאכטער. דער עלעקריק ביל. אה! דאס זעט שוין אויס אביסל מער אינטערעסאנט – גליון 49 פון בנות מלכים!

איך האב זיך אוועקגעזעצט אביסל באקוועמער און אנגעהויבן ליינען. די דריי שטוינענדע מעשיות וועלכע איך האב דארט געליינט האבן מיר איבערגענומען, זיי האבן גערעדט דירעקט צו מיר. אויך ביי אונז, אין משפחה ווארט מען אויף א ישועה, כאטש ס'איז אן אנדערע סארט ישועה פון די וועלכע איז באשריבן געווארן אין די בנות מלכים. מיין שוועסטער, שוין עטליכע יאר אין שידוכים, האט נאכנישט געפונען איר באשערטע, און די גאנצע משפחה האפט און ווארט אויף א מזל טוב.

"אויב די וואס האבן געווארט אויף קינדער זענען געהאלפן געווארן אין זכות פון צניעות, פארוואס זאל נישט מיין שוועסטער, וועלכע ווארט אויף א שידוך, קענען געהאלפן ווערן אינ'ם זעלבן זכות?!" האב איך געטראכט. איך האב געקלערט דערוועגן, און איך האב באשלאסן צו טוהן צו דער זאך.

א וואך שפעטער האב איך זיך געטראפן מיט מיינע שוועסטערס ביי א תנאים. אלע האבן געווארפן זייטיגע בליקן אויף מיין שוועסטער, "די רחמנות", וועלכע דארף נעבאך גיין צו די תנאים פון יונגערע קוזינעס ווען זי איז נאכנישט קיין כלה. איך האב שטילערהייט צוגערופן מיינע צוויי עלטערע שוועסטערס אין א זייט, און ארויסגענומען די בנות מלכים אויסגאבע. איך האב זיי געבעטן זיי זאלן עס איבערליינען, און דאן האב איך פארגעשלאגן מיין פלאן.

"אפשר זאלן אונז דריי זיך פארנעמען צוויי קבלות אין צניעות, עס זאל זיין א זכות פאר חוי?" האב איך שטיל געפרעגט.

מיינע צוויי שוועסטערס האבן זיך צוגעכאפט צו דער פלאן. מיר האבן באשלאסן אז מיר וועלן זיך פארנעמען די צוויי קבלות וועלכע זענען באשריבן געווארן אין די ערשטע מעשה פון די בנות מלכים.

די ערשטע, ווען מ'גייט אויפ'ן גאס, און א מאן קומט אנטקעגן, וועלן מיר זיך אינגאנצן ריקן צו דער זייט און אים נישט קוקן אין פנים אריין, און די צווייטע, ווען מ'באגעגנט זיך מיט אן אומאיידעלע בילד, סיי אויף דער גאס, און סיי אינדערהיים, צווישן די פאסט א.ד.ג., וועלן מיר היטן אויף אונזער קדושה און נישט קוקן דערויף.

עס איז געווען גרינגער געזאגט ווי געטוהן. די פאסט איז אנגעקומען, און די אינטערעסאנטע ר ע ק ל א מ ע ס האבן געצויגן. אפשר וועל איך טרעפן דארט גרויסע מציאות? אפשר זענען די בילדער נישט אזוי געפערליך? איך האב זיך אבער געשטארקט און אריינגעשטיפט די שמוציגע פאסט דארט ווי עס קומט-טיף אין מיסטקאסטן אויך אינדרויסן, האבן די ריזיגע בילדער געצויגן מיין אויג, אבער איך האב זיך געצווינגען אוועקצוקוקן מיט'ן געדאנק אז די זכות וועט האפענטליך ברענגן מיין שוועסטער'ס ישעוה נענטער. מיר האבן נישט געדארפט ווארטן לאנג צו זען ו ו א ס פ א ר א געוואלדיגע כח מיר בנות ישראל פארמאגן ווען מיר פארמערן קדושה צווישן כלל ישראל. א קנאפע חודש איז פאריבער און מיר האבן זוכה געווען צום לאנג ע ר ו ו א ר ט ע ר ט ע טעלעפאן קאל,

"מזל טוב! חוי איז א כלה!"

(געהערט פון חוי'ס שוועסטער).

שלום עליך

אט די באקאנטע גריס ווערטער האט שוין יעדער זוכה געווען צו הערן טויזענטער מאל. אבער געגריסט צו ווערן דורך א הימלישע בת קול, צו דעם האבן זוכה געווען נאר אונזערע הייליגע צדיקים.

דער אמורא רבא איז געגריסט געווארן פון הימל יעדע ערב יום כיפור. אביי האט זוכה געווען צו א בת קול יעדע ערב שבת. אבער נאר אבא אומנא האט זוכה געווען צו א באגריסונג פון הימל יעדן איינציגן טאג. צוליב וועלכע ספעציעלע מעשים האט אבא אומנא זוכה געווען צו אזא אויסערגעווענטליכע זכיה?

אין יענע יארן פלעגט מען זיך פירן ארויסצוציען בלוט פאר רפואה, און דאס איז געווען מיט וואס אבא אומנא האט זיך באשעפטיגט. יעדע פרט פון זיין ארבעט איז געווען אויסגערעכנט, אזוי אז עס זאל זיין אויף די מערסטע צניעות'דיגע אופן וואס איז נאר געווען שייך. ער האט געהאט א באזינדערע פלאץ פאר די מענער צו זיצן און א באזינדערע פלאץ פאר די פרויען. אבא אומנא האט אויך געהאט א ספעציעלע בגד וועלכע ער פלעגט געבן פאר די פרויען וועלכע זענען געקומען צו אים זיי זאלן עס אנטוהן. די בגד האט געהאט א רער באהאפטן צו זיך, און עס האט אויך געהאט א קליינע שניט. אבא אומנא פלעגט אריינשטעכן די מעסער דורך די שניט כדי אריינצושניידן אין די אדער, און דאן האט ער צוגעלייגט צום אדער די רער וועלכע איז געווען באהאפטן צום בגד, און אזוי האט ער ארויסגעצויגן די בלוט. דורך די עצה איז אאויסגעקומן אז אבא אומנא האט קיינמאל נישט געדארפט קוקן אויף די גוף פון א פרוי.

אבא אומנא האט אויך געהאט א ספעציעלע פושקע אינדרויסן ווי די מענטשן פלעגן אריינווארפן די געלט וואס זיי האבן אים געדארפט באצאלן. ער פלעגט קיינמאל נישט זען, ווער און וויפיל מ'צאלט, און אזוי איז קיינער קיינמאל נישט פארשעמט געווארן. צוליב אבא אומנא'ס אויסערגעווענטליכע זהירות אין צניעות דא אינטן, האט ער זוכה געווען צו א ספעציעלן טעגליכן גריס פון דארט אויבן.

אין די פיס פון מיינע טריט

"עס איז ממש די זעלבע קאליר! דאס האבן אלע מיינע חבר'טעס! איך זיך עס שוין פאר וואכן אין אלע געשעפטן! כ'קויף עס, כ'קען עס פשוט נישט דא לאזן..." מיט לייכטע טריט האב איך אריינשפאצירט אין מיין הויז, אזא מציאה טרעפט מען נישט יעדן טאג. מיט פינקלדיגע אויגן האב איך אנגעטוהן די קלייד עס צו ווייזן פאר מיין מאמע. כ'האב אריינגעבליקט אין שפיגל, זיך געדרייט אהין, און אהער, און ממש געקוועלט. עס האט זיך אויסגעלייגט פינקטלעך אויף מיר, די שארפע קאליר האט ווי צוריק געשמייכלט פון שפיגל... און דעמאלץ איז מיין טאטע אריינגעקומען...

"חנה.... דו???? דו ווילסט דאס אנטוהן? דאס איז מיין טאכטער? כ'קען עס פשוט נישט גלייבן!" כ'האב שטארק אריינגעאטעמט, אפשר אזוי וועט עס אויסזעהן גרעסער? אבער די שארפע קאליר האב איך נישט געקענט טוישן. אוי, ווי עס האט וויי געטוהן! מיין טאטע'ס ווערטער האבן געשטאכן ביזן טיפעניש פון מיין הארץ, אבער דארט איז עס געבליבן. כ'האב זיך נישט געקענט באהערשן, די קלייד האט ווי געשריגן צו מיר ביז איך האב עס אנגעטוהן, און נאך אפאר מאל האב איך עס שוין געטראגן מיט גרוס שטאלץ, אנשטאט זיך צו שעמען דערמיט.

אזוי איז עס געגאנגען מיט יעדע זאך, מיט יעדע קלייד, מיט יעדע שיך. מיינע חברטעס זענען געווען "בעסערע" מיידלאך און געטראגן אלע קליידער פונעם לעצטע מאדע. איך בין געווען א 15 יעריגע מיידל וואס האט געקענט שיין נייען, און כ'האב אלעס נאכגענייט פינקטלאך, די זעלבע שרייעדיגע קאלירן אין די זעלבע שמאלע שניט. כ'האב אלעמאל אויסגעעהן "דזאסט סא".

מיר האבן דאן געוואוינט אין א דארף אין ארץ ישראל, וואו ס'האבן געוואוינט אלע סארטן, חסידישע אין אויך "בעסערע" משפחות. מיין משפחה איז געווען פין די גאר גאר חשובע משפחות, מיין טאטע ע"ה איז געזעצן און געלערנט א גאנצן טאג, און מיין מאמע ע"ה איז געווען א גאר חשובע פרוי, אן אמת'ע אשה יראת הַשֵׁם. מיין טאטע האט שטילערהייט צוגעקוקט און גארנישט געזאגט, וואס האט ער דען געקענט זאגן? ער האט גוט געזעהן וואו איך האלט... אין אז ווערטער וועלן דא גארנישט העלפן.... איין טאג, ווען כ'בין אריינגעקומען מיט נאך א נייע 'הערליכע' קלייד, האט מיין טאטע מיר צוגערופן און געבעטן כ'זאל אים אויסהערן: "חנה, איין זאך בעט איך דיר – ווען דו קויפסט שיך האלט זיך מיט די טינקעלע קאלירן!"

דאס איז געווען זיין בקשה. איין זאך האט ער מיר געבעטן, און זיין אויגן האבן מיר געזאגט אז ער גלייבט אז כ'וועל פאלגן. ניין! כ'האב אים נישט געקענט אנטוישן. דאך האבן מיר די שיינע רעשיגע קליידער געצויגן. כ'האב געקוקט, געקויפט סחורה און נאכגענייט. אבער מיין טאטע'ס הארציגע פארלאנג האב איך נישט געקענט אנטזאגן, און די שיך האט נישט געקענט פאסן צו די קליידער, עס האט געמוזט זיין טינקל, שווארץ אדער בלוי. מ'האט מיך געלאזט הערן אז ס'שטימט נישט, מיט שווארצע שיך גייט שווארצע קליידער, אויב נישט כאטש א שווארצע סקורט. אזוי האב איך זיך צוביסלעך געטראפן קויפן טינקלערע קליידער. יא, כ'מיז מודה זיין, ס'געווען אסאך איידעלער, פון טינקעלער איז געגאנגען צו אביסל גרעסער און אזוי אויך פיל צניעות'דיגער.

ניין! מיינע חברטעס האבן נישט פארשוויגן. מ'האט געלאכט און געשפעט און מ'האט מיר אפילו גערופן "רעבעצין". אמת, ס'געווען שווער, אבער די צניעות'דיגע שיך האט מיר געצווינגען זיך צו קליידן מער בצניעות, און דורכדעם בין איך צוגעשלעפט געווארן צו איידעלערע חבר'טעס. אינטער די השפעה פון מיין נייע חברותא, האט זיך מיין גאנצע מהות צוביסלעך געטוישט לטובה, אין איך האב געשטרעבט אויף העכערס. יא! אלעס איז געווארן נאכגעשלעפט נאך די צניעות'דיגע שיך!!

דערציילט דורך מיין באבע וואס וואוינט היינט אין סקווירא און האט אויפגעשטעלט א הערליכע תורה'דיגע משפחה פון וועמען זי שעפט פיל פיל נחת בלע"ה.


גערופן פון עולם האמת

די געוואלדיגע מוסר השכל פון די ערציילונג קלינגט אפ ווייט! עס פאדערט און מאנט, ווי ווייט ווערט א מענטש געפאדערט צוליב מכשיל זיין א צווייטע יוד און אים צוברענגען צו זינד רח"ל – אפילו ווען מען האט נישט קיין בייזע כוונות דערביי!

אידישע טאכטער! מיט דיין באשיידענע קליידונג און מיט דיין איידעלע באנעמונג, ספעציעל געמאכט צו פארמיידן אויפמערקזאמקייט פון פרעמדע אויגן, טוסטו זיך אנזאמלען אומצאליגע זכותים! ווייל אין די צייט וואס דו וואלסט חלילה געקענט שטרויכלען פרעמדע, האסטו זיך באווארענט, און גענומען ספעציעלע שריט מיט דיין לבוש און דיינע באוועגונגען, כדי חלילה נישט צו זיין דער, וואס ברענגט א צווייטע יוד צו א מכשול! וואויל איז דיין חלק בזה ובבא!

מען זאגט אין נאמען פון הייליגן חזון איש: ווען א אידישע טאכטער פירט זיך בצניעות, איז זי מקיים די געוואלדיגע מצווה פון "קדושים תהיו". יעדע מינוט וואס זי מוז דורכגיין די גאס און זי גייט צניעות'דיג, ראטעוועט זי "זיך" פון דעם הארבן איסור פון "ולפני עור לאֹ תתן מכשול" וואס זי וואלט געקענט עובר זיין דערויף ווען זי וואלט ח"ו געגאנגען נישט צניעות'דיג, כאטש עס איז נישט איר כוונה צו שטרויכלען אנדערע!.