לדלג לתוכן

בנות מלכים בלעטל גליון נד תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

בנות מלכים נד - - בנות מלכים נד המשך - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


די מעדיצין דארף הבנה

ג. פעדער

זי איז געזעצן אויפ'ן בעט בלאס און אפגעשוואכט, אנגעליינט אויף עטליכע הויעכע קישענעס, און זי האט באטראכט דעם מעדיצין באטל וועלכע איז געווען אין אירע ציטערדיגע הענט. זי האט זיך אנגעשטרענגט צו ליינען די קליינטשיגע אותיות דערויף, און פרובירט צו דערגיין דעם נאמען און ציל פון יעדע באשטאנדטייל פון דעם טייערן און גאר ווירקזאמע מעדיצין. "נעם עס שוין אריין," האט זיך איר שוועסטער געבעטן מיט טרערן "אין דעם באטל ליגט דיין ישועה... די קליינע ווייסע טאבלעטן זענען דיין שליסל צו א געזינטן לעבן..."

"דו ביסט נאריש?" האט זי בייז פארגעווארפן "צו מיינסטו אז איך וועל אריינעמען אין מיין מויל א פרעמדע געמיש איידער איך פארשטיי דעם צוועק פון אלעס וואס ליגט דערין? זעסטו די דיקע מעדיצינישע ביכער וועלכע ליגן דא אויפ'ן טישל? ווייסטו וויפיל שעות איך האב שוין שטודירט דעם מעדיצין? עס איז מיר שוין געלונגען צו דערגיין וויאזוי צוויי פון די אכט און אכציג באשטאנדטיילן ארבעטן אוי'פן קערפער, אבער ביז איך וועל נישט פארשטיין די איבריגע זעקס און אכציג בין איך נישט גרייט אריינצונעמען די טאבלעטן אין מיין מויל..."

איר שוועסטער איז שוין געווען היסטעריש. "צו פארשטייסטו נישט אז דיין לעבן איז אין געפאר, און יעדן טאג וואס גייט אדורך ווערט די סכנה גרעסער... צו ווייסטו אז מיר האבן אויסגעגעבן שווערע טויזענטערס צו קענען ערייכן אט די קליינע באטל... ביסטו באקאנט מיט'ן פאקט אז צענדליגע גרויסע פראפעסארן האבן געארבעט יארן לאנג ביז זיי האבן מצליח געווען צו ערפינדען אט די וואונדער-מעדעצין וואס ליגט ביי דיר אין האנט? זיי האבן עס שטודירט און אויסגעפרואווט פאר א לאנגע צייט איידער זיי האבן עס ארויפגעשטעלט אויפ'ן מארק. און יעצט האסטו די מעגליכקייט צו געניסן פון די פרוכט פון זייער הארעוואניע, און דו - א מענטש וואס האט נאך קיינמאל נישט אריבערגעטראטן די שוועל פון א מעדיצינישע שולע - דו ביסט נישט גרייט זיך צו פארלאזן אויף זיי, נאר אויב דו פארשטייסט פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט?! דו דארפסט נאר אויספאלגן די פונקטליכע אנווייזונגען, וויפיל און ווען איינצונעמען די טאבלעטן, און דו וועסט שפירן די אויסערגעווענטליכע רעזולטאטן אויף דיינע אייגענע ביינער... עס פעלט נישט אויס צו פארשטיין כדי צו קענען געניסן דערפון..."

כשעמדה עליהם מלכות יון הרשעה... ולהעבירם מעל חקי רצונך...

פארוואס האבן די יונים דוקא געצילט אויסצורייסן די חקים, פון כלל ישראל מער ווי אלע אנדערע מצוות? און פארוואס שטייט די לשון חקי רצונך - אלע מצוות זענען דאך די רצון פון ה' , נישט נאר די חקים?

דער בני יששכר ערקלערט, אז השי"ת וויל דוקא אז די אידן זאלן מקיים זיין די מצוות, אפילו ווען זיי פארשטייען נישט דעם טעם דערפון. ווייל דאן, ווען דער רבוש"ע וויל טוהן גוטס מיט כלל ישראל און די מקטרגים פרעגן - "וואס איז דער טעם פארוואס די אידן זענען ווערד די ישועה?" זאגט השי"ת: "קוקט ווי די אידן זענען מקיים מיין תורה אפילו ווען זיי פארשטייען נישט דעם טעם דערפון, אזוי אויך וועל איך משפיע זיין אויף זיי אלע גוטע ברכות אפילו ווען עס זעהט אויס אז עס קומט זיך זיי נישט!!"

די יונים זענען געווען גרויסע פילוסופים, און זיי האבן געהאלטן אז אויב מען פארשטייט נישט, טוט מען נישט. מיר אידן אבער טוהן פארקערט, מיר זענען מקיים די תורה, אפילו ווען מיר פארשטייען נישט, ווייל אזוי האט אונז השי"ת באפוילן!
(בני יששכר - כסלו מאמר ד', סא')

הלכות צניעות, באארבעט פון ספר עוז והדר לבושה.

זאקן (טייטס)
די פיס דארפן זיין צוגעדעקט ביז אונטן, מיט זאקן וועלכע באדעקן עס אינגאנצן. די זאקן טארן נישט זיין דורכזיכטיג, פונקט ווי אנדערע בגדים טארן נישט זיין דורכזיכטיג, ווייל די פיס זענען אויך איינע פון די חלקים פון קערפער וועלכע דארפן זיין צוגעדעקט. ווען מ'גייט מיט דורכזיכטיגע זאקן, זעט זיך ארויס די פיס, און ס'איז אזוי ווי מ'גייט מיט אויפגעדעקטע פיס.

דאס אז די זאקן זאל נישט זיין דורכזיכטיג ווענדט זיך אין עטליכע פאקטארן. עס איז מעגליך אז פון צוויי סארטן מיט די זעלבע דעניער (denier) דעניער איז די דיקקייט פון די פאדים(, זאל איינס זיין אויסגעהאלטן, און איינס נישט, ווייל עס ווענדט זיך אין נאך עטליכע זאכן, ווי למשל: די וועג וויאזוי עס איז געוועבט, די Lycra וועלכע איז אריינגעלייגט אין די סחורה, א.א.וו.

אין יעדן פאל, איז וויכטיג אז פרויען און מיידלעך זאלן גוט איבערקוקן נייע טייטס, אויף די אייגענע פיס, צו מאכן זיכער אז זיי באדעקן ריכטיג די פיס, און עס איז צניעות'דיג. די דורכזיכטיגקייט ווענדט זיך סיי אין דער טייטס, און סיי אין די וואס טראגט עס. דעריבער איז מעגליך אז עס זאל זיין צוויי מענטשן וואס ניצן די זעלבע סארט טייטס, און אויף איינעם איז עס אויסגעהאלטן און אויף א צווייטן נישט. דאס איז ווייל טייטס קען ווערן שטארק דורכזיכטיג ווען עס איז צו שטארק אויסגעצויגן. דעריבער איז מעגליך אז איינער, לויט איר מאס, דארף עס נישט אויסציען, און אויף איר איז עס אויסגעהאלטן, און א צווייטן, לויט איר הויכקייט דארף עס שטארק אויסציען און עס ווערט דורכדעם דורכזיכטיג.

דעריבער איז וויכטיג זיך נישט נאר צו פארלאזן אויף די דעניער, נאר גוט איבערקוקן די זאקן אויף די פיס, ווייל נאר אזוי קען מען זען אויב עס דעקט גוט צו די פיס, און עס זעט זיך נישט אדורך די קאליר פון די פיס, פון די האר, אדער פון די אדערן.

מען טאר נישט טראגן טייטס וואס זענען די זעלבע קאליר ווי די הויט, אפילו עס איז גענוג דיק. דאס איז ווייל אויב עס איז די זעלבע קאליר ווי די הויט, קען עס אויסזען ווי די פיס זענען אויפגעדעקט, און דערפאר איז עס אסור.

דערקענען דעם יצר הרע'ס פלענער:

פרויען און מיידלעך דארפן וויסן, אז אין יעדע תקופה, האט די נסיון פון פריצות אנגענומען אן אנדערע פארעם. איינער פון די זאכן אויף וואס די יצר הרע האט זיך פארלייגט אין היינטיגע דור, איז נסיונות פון צניעות ביי די פיס. אין די צייטן פון ישעי' הנביא, פלעגן פרויען גיין מיט נישט צניעות'דיגע שיך, און זיי פלעגן זיך פיל פארבן. אין די צייטן פון די גמרא, איז געווען א נסיון אויפצודעקן די ארעם בשעת'ן ארבעטן מיט וואל )כתובות(. בערך 200 יאר צוריק איז געווען א נסיון אויפצודעקן די האלדז מער ווי מען מעג, און אין שפעטערע יארן, פאר די צווייטע וועלט מלחמה, איז געווען אין געוויסע מדינות א נסיון פאר פרויען ריכטיג צוצודעקן די האר נאך די חתונה. היינטיגע טעג איז איינע פון די גרויסע נסיונות צוצודעקן די פיס ריכטיג. אין דעם איז אריינגערעכנט: דורכזיכטיגע שטרימפ, קאלירטע שטרימפ, קורצע סקורטס, שמאלע סקורטס, שליצן אין די סקורטס, און נאך.

מיר זעהען אין די תורה א רמז צו די נסיון. ביי די מלחמה פון יעקב און די שר של עשו שטייט אין פסוק: "ויגע בכף ירכו ותקע כף ירך יעקב בהאבקו עמו," א גאנצע נאכט האט דער שר של עשו מלחמה געהאלטן מיט יעקב אבינו און אים פרובירט בייצוקומען, אבער ער האט נישט מצליח געווען. הארט איידער עס האט אנגעהויבן טאגן, איז אים אבער געלונגען אנצורירן "בכף ירכו", אין יעקב'ס פיס, און אים שעדיגן. די קריג צווישן שר של עשיו און יעקב, איז א רמז אויף די שווערע מלחמה צווישן די שטן און כלל ישראל דורכאויס די לאנגע טינקעלע גלות. יעצט ווען מיר האלטן שוין ממש איידער דעם ליכטיגן פרימארגן פון גאולה, פרובירט דער שטן אריינצולייגן די "בית יעקב", די טייערע בנות ישראל, אין נסיונות פון "בכף ירכו", נסיונות אינ'ם פעלד פון צניעות פון די פיס.

אבער טאקע דערפאר, ווייל דאס איז דער נסיון פון אונזער דור, וועלן מיר מיט אלע כוחות זיך קעגנשטעלן קעגן די יצר הרע, און אים בייקומען.

צוגעזאגט, מעשה שהיה ט. צ.

איך בין דאן געווען 25 יאר אלט. ביי 25 איז מען יונג, אבער ווען עס האנדלט זיך וועגן א מיידל וועלכע ווארט נאך צו טרעפן איר באשערטע איז עס בכלל נישט יונג, ווייט נישט יונג...
"אפשר פארן מיר אריבער צום טאהש'ער רבי'ן שליט"א, און דו וועסט באקומען א ברכה פונ'ם צדיק," האט זיך מיין חבר'טע געבעטן, "א ברכה פון א צדיק קען פיל העלפן."

כאטש מיין משפחה האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום קשר מיט'ן רבי, האב איך דאך מסכים געווען. "כ'קען גארנישט פארלירן דערפון," האב איך געקלערט...
איך בין אריינגעגאנגען אינעם צדיק'ס צימער באימה וביראה. דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעווינטשן און איך בין ארויסגעגאנגען פונ'ם צימער.
כ'בין געשטאנען אינ'ם ווארט-צימער און טרערן זענען געקומען אין מיינע אויגן.
מיין חבר'טע האט דאס געזען און זי האט זיך געוואונדערט, "דו האסט דאך שוין באקומען א ברכה" האט זי שטיל געזאגט, "פארוואס וויינסטו יעצט?"

"כ'בין 25 יאר... איך וויל נישט נאר א ברכה... איך וויל אן הבטחה!!" מיין חבר'טע האט רחמנות געהאט אויף מיר און זי איז צוגעגאנגען צום גבאי און אים געזאגט, "איך בין דא מיט מיין חבר'טע וועלכע האט יעצט באקומען פונעם רבי'ן שליט"א א ברכה פאר א שידוך, אבער זי וואלט זייער געוואלט אז דער רבי זאל געבן אן הבטחה..."
דער גבאי איז אריינגעגאנען צום רבי'ן און איבערגעגעבן אירע רייד. "זאל זי אריינקומען" האט דער רבי געזאגט.
ווען איך בין אריינגעקומען האט דער רבי תיכף געזאגט: "זאל זי מקבל זיין עפעס אינ'ם ענין פון צניעות!"
דער רבי האט געווארט פאר עטליכע מינוט, געבנדיג מיר א געלעגנהייט אדורכצוטראכטן די זאך. דארט אויפ'ן פלאץ האב איך באשלאסן אז כאטש קיינער פון מיין משפחה דעקט נישט צו זייער שייטל נאכ'ן חתונה, וועל איך יא גיין מיט א צוגעדעקטע שייטל.

"זי האט שוין מקבל געווען?" האט דער רבי געפרעגט.
איך האב צוגעשאקלט מיט'ן קאפ אויף יא.
דער רבי'נס הייליגע ווערטער האבן אפגעקלינגען אינ'ם צימער.
"השי"ת וועט העלפן, ביז א יאר וועט מען טרעפן א גוטע שידוך, א פיינע זאך, ערליך, באליבט פון אויבן!"

11 חדשים שפעטער בין איך א כלה געווארן. דער חתן איז געווען אלעס וואס מ'האט זיך געוואונטשן. דעם רבי'נס ברכה איז פולקאם מקוים געווארן... און איך האב ענדליך זוכה געווען אויסצופירן מיין קבלה אויף למעשה!

הארץ פעדימער, מעשה שהיה

אויב מען וויל אויסמאלן מיט צוויי ווערטער ווער מרים איז - איז די פאסיגסטע ווערטער - עקרת הבית. מרים איז א ריכטיגע עקרת הבית, געטריי אין איר פליכט אלס אידישע מאמע, און גליקליך און צופרידן מיט איר טעגליכע עבודה.

מרים האט קיינמאל נישט געזיכט ארויסצוגיין פון שטוב, זי האט געפינען איר סיפוק און חיות צווישן די ווענט פון איר ווארימע שטוב. ווען עס האט זיך אבער ארויסגעוויזן, אז מרים'ס קליין יונגעלע האט א געוויסע פראבלעם, האט זי פארשטאנען אז דא וועט דארפן זיין אנדערש.

מרים האט זיך אינטערעסירט אין הילפס-מיטלען, און זי האט זיך דערוויסט פון א נייע, גאר ווירקזאמע מעטאד וועלכע קען פיל העלפן איר קינד. זי האט זיך נאכגעפרעגט וועגן א קורס וואו זי וואלט זיך געקענט לערנען די מעטאד, און זי האט געטראפן דאס וואס זי האט געזיכט. א קורס וועלכע ווערט איבערגעגעבן דורך א לערער וועלכע איז גוט באהאווענט אין דעם פעלד, פאר היימישע פרויען אין א היימישע אטמאספער. אזוי האט זי געמיינט.

אבער מיט יעדע שיעור וואס איז אדורכגעגאנגען, איז מרים געווארן מער און מער אומבאקוועם. עפעס אין די לופט האט איר געשטערט. שטארק געשטערט. עס זענען געזעצן א גרופע היימישע פרויען, קעגן דעם לערער, א פרעמדע מאן.
פון שיעור צו שיעור איז די אטמאספער געווארן מער און מער אנגעווארימט, מ'האט געפרעגט, איבערגע'שמועס'ט, מברר געווען, און דא און דארט זיך אפילו צושמייכלט. "נאנטשאפט? מיט א פרעמדע מאן?" האט א שטילע קול געמאנט אינעווייניג אין מרים, "לוינט זיך אזוי צו פארלירן דיר און דיין צניעות פאר עטליכע שיעורים?"
"אבער וואס זאל איך יעצט טון?" האט זי זיך געפרעגט, "אויפגעבן יעצט? און וואס וועט זיין מיט מיין קינד? איך זעה דאך קלאר אז די נייע מעטאד העלפט אים, זאל איך יעצט אלעס אויפגעבן?"

די קווענקלנישן האבן איר אויפגעגעסן. זי האט דערציילט פאר איר מאן אירע ספיקות. "וואס קען מען יעצט טוהן?" האט איר מאן געפרעגט, "דו האסט שוין באצאלט פאר'ן קורס, ענדיג שוין צו, און פרוביר זיך צו היטן ווי ווייט מעגליך."
מרים האט ווייטער אנטייל גענומען אין די שיעורים, אבער זי האט זיך געגעסן אין איר הארץ. "זיי באמערקן נישט," האט זי געטראכט מיט ווייטאג, "ווען מ'ווערט צוגעוואוינט, ווערט אפגעקילט די געפיל," האט זי דן לכף זכות געווען אירע חבר'טעס. "און דו?" האט זי זיך איין טאג געפרעגט, "דו וועסט זיך נישט צוגעוואוינען מיט דער צייט?"
אין יענע רגע האט זי פעסט באשלאסן אז זי וועט מער נישט צוריקומען.

יעדער האט זיך געוואונדערט. מרים פלעגט ערליך קומען, פון גלייך נאך סוכות און דורכאויס אלע 6 חדשים פונ'ם ווינטער. און יעצט, אנהויב זומער, ווען עס איז שוין נאר פארבליבן 3 חדשים צוצוענדיגן, האט זי פלוצלונג אויפגעהערט צו קומען? אבער מרים איז געווען פעסט מיט איר באשלוס. אויך איר מאן האט זיך נישט קעגנגעשטעלט ווען ער האט געזען איר אנטשלאסנקייט. מרים האט געוויסט, אז אפילו עס האט זיך געהאנדלט פון א געלט-פארלוסט, האט זי געטון די ריכטיגע זאך.

"פעלט דען וועגן פאר'ן רבוש"ע ארויסצוהעלפן מיין קינד?" האט מרים געטראכט, "עס שטייט דאך קלאר - "יראו את השם קדושיו כי אין מחסור ליראיו - ווער עס היט אויף זיין יראה און זיין קדושה, וועט אים גארנישט פעלן ברוחניות ובגשמיות." די זומער איז פאריבער, און די בין הזמנים טעג זענען אנגעקומען, אהיימברענגענדיג מרים'ס זון פון זייערע ישיבות. איין רואיגע פארנאכט'ס, איז צוגעקומען צו איר איינער פון אירע בחורים, מענדי, און שטילערהייט דערלאנגט א פארמאכטן פעקל. "דאס איז פאר דיר," האט איר 16 יעריגע בחור שעמעוודיג געזאגט.

"פאר מיר?" האט זי זיך געוואונדערט, "וואס עפעס?" מרים האט אויפגעעפנט די פעקל. אינעוויינג איז געלעגן א דיקע העפט מיט'ן אויפשריפט "חידושי תורה" אויפ'ן דעקל.
די שורות אינעווייניג זענען געווען אנגעפילט מיט איר זון'ס הערליכע האנטשריפט, בלאט נאך בלאט. מרים'ס אויגן זענען אנגעפילט געווארן מיט טרערן, טרערן פון נחת.
ווען זי האט געקוקט אויף איר זון, אבער, האט זי באמערקט אז אויך זיינע אויגן זענען נאס. "ס'איז אביסל א לאנגע מעשה," האט ער שטיל געזאגט, "אויב דו וואלסט געוואלט הערן."

"ס'האט זיך אנגעהויבן אנהויב ווינטער, נאך סוכות. אין אנהויב איז עס געווען קלייניגקייטן, אבער נאכדעם איז עס געווארן מער פון דעם. איין טאג האב איך זיך געטראפן קעגן דעם משגיח, וואס האט מיר געזאגט, אז דאס איז די דריטע מאל די וואך וואס ער טרעפט מיר אינדרויסן פונ'ם בית המדרש אינמיטן סדר. דעמאלט האב איך זיך געכאפט, אז עפעס איז געשען צו מיר. "וואס איז טאקע מיט מיר?" האב איך זיך אליינס געפרעגט, אבער כ'האב נישט געהאט קיין תשובה. פון ווען איך בין צוריקגעגאומען אין ישיבה, אנהויב זמן, האב איך געשפירט אז די גמרא רעדט נישט צו מיר. דאס לערנען איז געווארן פארטריקנט.

איך האב זיך פרובירט אריינצולייגן אין דער סוגיא, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן. איך האב געטראכט אז אפשר איז דער פראבלעם מיט מיין חברותא, און איך האב געטוישט חברותא, אבער אויך דאס האט נישט געהאלפן. איך בין געבליבן אן א חברותא, אבער נישט אן חברים... איך האב געטראפן נייע חברים... אנדערע סארט חברים...

כ'האב זיך נישט געשפירט גוט מיט זיך אליינס... איך האב געוויסט אז די חברים זענען נישט פאר מיר... אבער איך האב געדארשט נאך עפעס וואס זאל מיר געבן טעם אין מיין לעבן... אזוי האט עס אנגעהאלטן עטליכע חדשים, מיט עליות און ירידות. איך האב געוויסט אז איך מוז אפהאקן פון זיי און געענדיגט, אבער איך האב נישט געקענט.

גלייך נאך פסח האבן זיך זאכן געטוישט. איך ווייס נישט וויאזוי, אבער פלוצלינג האב איך געשפירט ווי עפעס אינעווייניג אין מיר האט זיך אויפגעוועקט, איך האב באקומען די כוחות אפצוהאקן פון מיינע שוואכע חברים, וועלכע האבן נישט פארשטאנען פארוואס איך האב זיי פלוצלינג אפגעלאזט. איך האב פלוצלינג אנגעהויבן שפירן אן אינטערעס אין די גמרא אזוי ווי אמאל, איך האב ווידער באקומען א טעם און א געשמאק אין לערנען. איך האב געשפירט ווי א דיקע שטריק האט זיך אנגעקניפט צווישן מיר און די גמרא, און די קשר ווערט שטערקער און שטערקער יעדן טאג. פון דעמאלטס און ווייטער האב איך געלערנט, אבער נישט סתם געלערנט. איך האב געפילט ווי איך וויל איינשלינגען די וועלט און אריינכאפן אלעס וואס איך האב פארפאסט אין די לעצטע פאר חדשים. די תוצאה דערפון איז די קונטרס פון מיינע חידושי תורה..."
א שטילקייט האט געהערשט צווישן די צוויי. און פלוצלינג, האט זיך מענדי אויפגעשטעלט, געכאפט זיין היט און רעקל און זיך ארויסגעיאגט. "יעצט איז מעריב, כ'מוז לויפן." מרים האט באטראכט ווי איר זון דערווייטערט זיך, שאקירט און צומישט. איר קינד, און נאך מענדי... ווער וואלט גע'חלום'ט. אירע לויפנדע מחשבות האבן געדראעט איר צו פארפלייצן, אין א שטראם פון ציטער אויסגעמישט מיט דאנק. דער אנערקענונג אז ער האלט שוין אויפן וועג ארויף, נאך די שוועריקייטן, האט אנגעפילט איר הארץ מיט טיפע דאנק צום רבש"ע.

א מחשבה האט פלוצלינג אויפגעבליצט אין איר מח. זיין שווערע תקופה, איר שווערע תקופה. ווען האט ער פארלוירן די טעם אין גמרא, און ווען האט זי אנגעהויבן אנטייל צו נעמען אין יענע קורס... און ווען, אוי באשעפער, האט זי זיך אנגעגארטלט מיט כח, און זיך מתגבר געווען.. און ווען האט מענדי אנגעהויבן צוריק צו שטייגן... "דו ווייסט נישט," האט א קול אפגעהילכט אין איר מח, "ווי ווייט דיין השפעה דערגרייכט!"

א אידישע מאמע זיצט ביי זיך אין שטוב, און פעסטע פעדימער פארבינדן איר מיט אירע קינדער, ווייט ווייט איבער'ן וועלט. זי איז זיך מתגבר, און אפילו זיי ווייסן נישט, אבער דורך איר שטארקייט, פליסט אריין אין זייערע הערצער קדושה און גבורה, און עס געבט זיי דער כח צו שטייגן און זיך דערהייבן... "אשתך כגפן פוריה בירכתי ביתך" - אויב א פרוי איז באהאלטן, בצניעות, איז זי זוכה צו "בניך כשתילי זיתים סביב לשולחניך", די כח פון איר צניעות זעט זיך אן אינדרויסן, אויף די דערהויבענע קינדער וועלכע רינגלען ארום איר טיש.
(געהערט פון רביצין י. ניישטאדט. נעמען און פרטים זענען געטוישט געווארן צוליב פארשטענדליכע סיבות)